בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#238 - מיט'ן העלפן די מוסדות, האסטו א גלייכע חלק אין אלע גוטע זאכן
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה ירושלים עיר הקודש


 


לכבוד ...


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אונזערע מוסדות אין אמעריקע, מוסדות היכל הקודש; דו האסט א גלייכע חלק אין אלע גוטע זאכן וואס עס קומט ארויס פון דעם הייליגן פלאץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט דיין גאנץ לעבן בלייבן געטריי צום הייליגן רבי'ן.


פון דיין ראש ישיבה.

#237 - מיר זוכן מלמדים וואס טויגן צו קינדער, נישט צו די עלטערן
מלמדים, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויגש, א' טבת, ז' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


בנוגע דער מלמד פון דיין זון נרו יאיר; אסאך עלטערן זאגן מיר אז ווען מען רעדט צו אים לאזט ער נישט אויסרעדן, ער באווייזט זיך אז ער פארשטייט בעסער. מיר זוכן נישט מלמדים וואס פארשטייען צו עלטערן, מיר זוכן מלמדים וואס טויגן צו די קינדער.


איך האב שוין גערעדט כמה פעמים מיט אים, ער זאל אויסהערן אלע עלטערן; איך וועל נאכאמאל רעדן צו אים. ער איז א גוטער מלמד, ער ארבעט ביטער שווער מיט די קינדער, ער שלאגט נישט, ער פארשעמט נישט און ער קלאפט נישט די קינדער, ער בויט זיי אויף; הלוואי זאלן מיר האבן נאך אזעלכע מלמדים, די איינע חסרון מאכט אים נישט ווייניגער.


בזכות די צדקה, די צען טויזנט דאלער וואס דו האסט מיר געברענגט – זאלסטו זען א גרויסע ישועה; דו, דיין ווייב און קינדער זאלן זיין געזונט און שטארק און זען ליכטיגע דורות.

#236 - העלף מיר מיט וואס דו קענסט אין חדר
מוסדות, שטעטל, חדר, עברי

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויגש, א' טבת, ז' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד ברסלב ליבערטי


לעת עתה האב איך נישט קיין מנהל אין שטעטל, בעט איך דיר זייער העלף מיר; רעד מיט דיין ברודער, קוק אויב אלעס איז פיין.


ער זאגט מיר אז דער אינגל ... כאפט נישט אויף די א-ב; אפשר קענסטו זען אויב עס איז טאקע אזוי, אויב דער קינד איז נאך יונג, אדער אפשר איז דא א וועג אים יא אויסצולערנען; איך וויל נישט אראפשטעלן דעם אינגל א כתה, איך וויל פרובירן אים צו האלטן אין די כתה.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר מיט וואס דו קענסט אין חדר, איך קען נישט אלעס אליינס טון, איך שפיר ווי איך פאל פון מיינע כוחות, איך דארף תלמידים זאלן אראפנעמען פון מיר ארבעט.


א פרייליכן חנוכה מיט אלע ישועות.

#235 - שריי אויס יעדע קינד'ס נאמען הויך מיט א גוט מארגן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרייוון, חדר

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, ליבערטי


זע עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער ביי דיר אין כתה, אויך אין די גאנצע תלמוד תורה, און אויך א שטארקע דיסציפלין.


מלמדות איז א חכמה, די חכמה איז עס זאל זיין סיי דרך ארץ און סיי פרייליך; די מלמדים וואס ווארפן א שטארקע פחד און שרעק - די זענען נישט קיין גוטע מלמדים, און די וואס לאזן אלעס אויף הפקר - די זענען בכלל נישט קיין מלמדים; די חכמה איז ביידע אינאיינעם, סיי פרייליך און סיי דרך ארץ, אזוי ווי דו האסט געזען אלע יארן אין ישיבה; אלע בחורים האבן ליב די ישיבה, עס איז א לופטיגע מצב, און פון די אנדערע זייט איז דא א שטארקע יראה און דרך ארץ.


ווען דו דרייווסט זאלסטו האלטן דיינע אויגן אפן, קוקן וואס טוט זיך אויפ'ן באס, די קינדער זאלן זיין ערליך; ווען דו זעסט קינדער בייגן זיך אראפ ביי א ווינקל, עס זעט אויס פארדעכטיגט - זאלסטו דאס איבערגעבן פאר די מלמדים.


אויך זאלסטו געבן א ריזיגע שמייכל פאר יעדן קינד, שריי אויס יעדע קינד'ס נאמען הויך מיט א "גוט מארגן!" דאס איז זייער געזונט און וויכטיג פאר קינדער, ווייל אסאך קינדער כאפן אזעלכע קולות און יללות פאר זיי קומען אין חדר און אין סקול. ביי א טייל משפחות שטייט מען אויף נאך די לעצטע מינוט און מען טרייבט ארויס די קינדער פון שטוב אזוי ווי מען טרייבט בהמות און חיות ה' ישמרינו; דארף מען געדענקען צו געבן א שמייכל מיט א גוט מארגן פאר יעדן באזונדער.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, איך פריי זיך צו האבן אזא גוטער סאלדאט ווי דיר אין מיין ארמיי.

#234 - זיבעציג יאר געטון מיט אידישע קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, עבודת השם, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער מענידזשער, האברך היקר לי ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו ארבעטסט זייער געטריי, דו ארבעטסט איבער דיינע כוחות אנצוגרייטן די עסן פאר די קינדער.


איך וויל דיר מחזק זיין מיט ווערטער וואס מוהרא"ש האט מיר מחזק געווען. מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "וואס וואלסטו געטון ווען דו ארבעטסט דיין גאנץ לעבן אין א געשעפט וואס פארקויפט בעקיטשעס און דו גייסט אוועק פון די וועלט, דו קומסט פאר'ן בית דין של מעלה, מען פרעגט דיר, וואס האסטו געטון, און דו ענטפערסט וכו', וועט מען דיר פרעגן: 'זיבעציג יאר געשניטן סחורה?! זיבעציג יאר געשטאנען אין קלייט?!' אבער יעצט וועסטו זאגן 'זיבעציג יאר געטון מיט אידישע קינדער'".


דאס זעלבע זאג איך דיר, טייערער ברודער, בלייב מיט די עבודת הקודש, בלייב דיין גאנץ לעבן מיר העלפן אויפשטעלן מוסדות וואו מען איז מחנך אידישע קינדער מיט אמונה ויראת שמים.


אויך בעט איך דיר, שמייכל צו יעדן קינד, גרוס יעדן קינד. דו קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס איין שמייכל, איין גוט ווארט - טוט מיט א צווייטן; קען זיין דאס געבט אים ווילן צו לעבן.


 

#233 - אנשטאט זיך קריגן מיט די קינדער, נעם זיי פאר דיינע העלפערס
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר מענידזשער פון די מוסדות ברסלב, ליבערטי


ערשטנס וויל איך דיר דאנקען פאר'ן העלפן אזוי געטריי מיט דיין גאנצע הארץ, כח און מח; אלעס וואס דו טוסט פאר אונזערע הייליגע מוסדות, עס איז נישט פשוט וואס דו טוסט פאר אונזערע קינדער; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


איך וויל דיר זייער בעטן, ווער נישט פארלוירן ווען די קינדער טוען זאכן וואס מען דארף נישט. דער קינד וואס האט אויסגעשאסן די פענסטער - דאס איז א טעות; מיר האבן דאס אויך געטון ווען מיר זענען געווען יונג. זע מיט חכמה צו נעמען די לעבעדיגע, געזונטע, ווילדע און קלוגע קינדער פאר העלפערס, קויף זיי אונטער מיט גוטע ווערטער, אדער מיט דרייען די רעדל פונעם באס; אזוי וועלן זיי דיר העלפן, זיי וועלן זיכער מאכן אז יעדער פאלגט, זיי וועלן דיר שטילערהייט דערציילן אלע שפיצלעך וכו'.


די וועלט זאגט: "ווען מען האט מורא פונעם גנב - נעמט מען אים פאר'ן שומר"; אנשטאט זיך קריגן מיט די קינדער - נעם זיי פאר דיינע העלפערס.


יישר כח פאר אלעס.

#232 - מען מאכט קינדער פאר פראבלעמען, צו מאכן געלט דערויף
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, רעד נישט צו דיין ווייב פון אריינשיקן די קינדער אין אונזערע מוסדות, זי קען עס נישט נעמען, זי ווערט פשוט משוגע ווען דו רעדסט פון דעם.


איך ווייס אז עס גייט דיר ממש אין לעבן אז דיינע קינדער זאלן קומען אין אונזער מוסד, דו האלסט נישט אויס אז מען מאכט פון זיי א קעיס, מען מאכט זיי פאר ספעציעלע קינדער, מען רייט אויף דיר השם ישמרינו. אזוי טוט מען ליידער מיט צענדליגער הונדערטער קינדער, מען מאכט פון קינדער א ביזנעס, מען מאכט זיי פאר פראבלעמען כדי די שטאט זאל געבן געלט ה' ירחם. דאך בעט איך דיר, לאז אפ דיין ווייב, זי קען דאס נישט נעמען; זי הערט נאר דאס ווארט 'ברסלב'ער מוסדות' - ווערט זי ממש צעדרייט.


דו האסט איין ברירה, גיי צום אייבערשטן; בעט אים: "רבונו של עולם, העלף מיר מיינע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליך און געזונט ברוח ונפש, העלף מיר מיינע דורות זאלן האבן אמונה אין דיר באשעפער און אמונה אין צדיקים, זיי זאלן לעבן מיט הייליגע צדיקים, זיי זאלן מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן צוזאמען מיט אלע אידן".


דאס איז די וועג צו באקומען וואס מען וויל, וואס מען דארף; תפילה און נאכאמאל תפילה.


ברודער טייערער, זיי ממשיך מיט'ן העלפן דעם הייליגן רבי'ן, העלף די מוסדות; ביי מיר איז דער עיקר די יוגענט. איך האב ברוך ה' אסאך ארבעט, אלעס איז ביי מיר א טפל אנטקעגן די חדר און מיידל סקול. ביז דערווייל האבן מיר שוין מוסדות אין דריי שטעט, אין וויליאמסבורג, אין קרית יואל און אין ליבערטי, נאך אביסל עפענען מיר אין מאנסי און אזוי ווייטער וועלן מיר אייננעמען די וועלט מיט תפילה והתבודדות, דער בעל תפילה מיט'ן גיבור גייען ארום פון שטאט צו שטאט, מען נעמט אלעס איין מיט איין כוונה, צוריק צו ברענגען אלעמען צום קעניג (ספורי מעשיות, מעשה יב).


"קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען" - האט דער רבי געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח); אז דער רבי האט אזוי געזאגט - איז טאקע אזוי, דארף מען דאך זייער פרייליך זיין!

#231 - איך האף דו געבסט זיך אן עצה מיט די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, חדר

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית יואל


איך וויל זייער הערן וואס טוט זיך ביי ענק אין חדר, איך האף דו געבסט זיך אן עצה מיט די קינדער, איך האף דו לייגסט אריין אין די קינדער אמונה ויראת שמים.


איך וויל דו זאלסט מיר שרייבן יעדע וואך, לכל הפחות איינמאל א וואך - אלע פרטים פון חדר.


אויך דיין ווייב תחי' זאל מיר שרייבן וואס טוט זיך אין סקול, איך האלט נישט מיט; איך וויל מיט האלטן וואס טוט זיך אין די מוסדות אין קרית יואל.

#230 - עס איז שוין צייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן
צדקה, מוסדות, הדפסה, בית המדרש, היכל הקודש, לאנדאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש לאנדאן ה' עליהם יחיו


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך אינאיינעם מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, איר נעמט זיך צוזאמען איינמאל א וואך זיך מחזק זיין מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך האף איר וועט נישט זיין קיין בטלנים און אנהייבן אויך דאווענען אינאיינעם; עס איז שוין העכסט צייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן.


איך וויל בעטן אלע אנשי שלומינו פון לאנדאן, געבט אייערע צדקות פאר די גבאים אין לאנדאן. מיר האבן צוויי געטרייע גבאים, הר"ר יחיאל הורוויץ נרו יאיר און הר"ר שמואל אליעזר פערל נרו יאיר; געבט זיי ענקערע צדקות.


עס זענען דא צווישן אייך וואס מיינען אז ווען מען געבט צדקה צו דרוקן אין אמעריקע אדער אין ארץ ישראל - איז דאס שטערקערע צדקה, עס איז נישט אזוי, מען דארף האבן אין יעדן שטאט א קרן הדפסה; זאלט איר געבן צדקה פאר די לאנדאנער קרן הדפסה.


בלי נדר וועל איך מאכן ביי אונז א מגבית פאר די קרן הדפסה פון לאנדאן צו העלפן ענקער בית הדפוס זיך שטעלן אויף די פיס.


איך בעט אייך זייער, גייט ארויס פון אייער קטנות; שוין צייט אנצוהייבן מיט א בית המדרש, נאכדעם וועט מען קענען עפענען מוסדות התורה.


חנוכה איז די פאסיגע צייט צו מייסד זיין א בית המדרש, חנוכה האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן די הייליגע בריוו אשר בנחל; חנוכה איז די ריכטיגע צייט אנצוצינדן די ליכט פון רבי'ן עס זאל שיינען אין גאנץ לאנדאן.


א ליכטיגן פרייליכן חנוכה.

#229 - לערנט די כלות מיט די ווייבלעך די שיינקייט פון צניעות
צניעות, סקול, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, הדרכות, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אונזער חשוב'ע מנהלת תחי' ברסלב, ליבערטי


איך בין יעצט אין הימל העכער די וואלקענעס, אויפ'ן וועג צו מקומות הקדושים. איך וועל מתפלל זיין פאר אייך און פאר אלע טיטשערס און תלמידות.


איך וויל אייך בעטן, ווערן איר געבט שיעורים פאר כלות און ווייבלעך, זאלט איר זיי זאגן וואס מוהרא"ש האט געהאלטן וועגן נעי"ל פאלי"ש, מוהרא"ש איז געווען זייער דערקעגן. מוהרא"ש האט קיינעם נישט געשוינט, ווען פרויען האבן געפרעגט מוהרא"ש אויב זיי מעגן לייגן נעי"ל פאלי"ש איז מוהרא"ש געווארן זייער צוקאכט און געזאגט א שטארקע ניין.


אפילו די פרויען וואס מען קען זיי נאכנישט זאגן אלעס, מען דארף גיין מיט זיי שטייטלעך, בהדרגה; די פרויען וואס מוהרא"ש פלעגט זיי נישט זאגן אין אנהייב ווי אזוי זיך צו פירן - אויך זיי האט מוהרא"ש שטרענג געזאגט אז מען טאר דאס נישט לייגן. אפילו די קלעי"ר (די דורכזיכטיגע) איז אסור, אויך איז דאס א חציצה, עס ברענגט צו גרויסע מכשולות.


לערנט די כלות מיט די ווייבלעך די שיינקייט פון צניעות, דאס זיסקייט פון אידישע קליידער. אפילו זיי מאכן זיך שיין פאר'ן מאן וכו' זאלן זיי זיך שיין מאכן אויף די אידישע וועג. די וואס לערנען מיט כלות זיך אהערצושטעלן מיט פריצות'דיגע בגדים - איז דמיונות; עס העלפט נישט, עס מאכט נישט פרייליך און עס מאכט נישט זאט.


בנוגע דער גוי אין סקול; איך זאג נאכאמאל קלאר און הויך, איך האף מען וועט מיר הערן פון פאלגן: "איך וויל נישט עס זאל זיין א גוי אין סקול אין די שעות וואס די קינדער זענען דארט!" ענדערש זאל זיין שמוציג, ענדערש זאל מען זיך נישט קיין עצה געבן, ווי איידער א גוי טמא זאל זיך דרייען צווישן די מיידלעך.


 

#228 - שכר לימוד איז נישט קיין נדבה
שכר לימוד, מוסדות, מדות טובות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען זאגט מיר פון אפיס אז דו ביסט שולדיג קרוב צו צען טויזנט דאלער פאר שכר לימוד; קען זיין דו ביסט געדרוקט, דו האסט נישט קיין געלט צו צאלן, אבער דאס איז נישט קיין תירוץ אויף דעם וואס דו הייבסט נישט אויף דעם טעלעפאן ווען מען רופט דיר פון אפיס.


עס איז זייער נישט שיין פון עלטערן דאס צו טון פאר די מוסד וואו די קינדער לערנען. די גאנצע מוסד; די מלמדים, די טיטשערס - ארבעטן ביטער שווער, זיי טוען אזויפול פאר די קינדער, קומט אונז דאס צוריק צו טון? זיך נישט וויסנדיג מאכן? צו שפייען אין פנים?!


שכר לימוד איז א נדבה? ווען מען צאלט שכר לימוד טוט מען איינעם א טובה? דאס איז א נדבה?! דאס איז פאר די אייגענע קינדער! דאס איז פאר מענטשן וואס זיצן פון אינדערפרי ביז ביינאכט מיט דיינע קינדער, מיט די גרעסטע מאס סבלנות, דאס טוסטו צוריק?!


איך זאג דיר קלאר דו זאלסט וויסן, אויב דו וועסט זיך נישט וויסנדיג מאכן, דו וועסט איגנארירן די מוסד - וועלן מיר ווייטער לערנען מיט דיינע קינדער, איך גיי זיי נישט פארשעמען, איך גיי זיי נישט אהיים שיקן; אבער וואס איז מיט דיר? וואס בעט איך פון דיר? איך בעט סך-הכל הייב אויף דעם טעלעפאן ווען מען רופט דיר, הער וואס מען בעט; ווער זאגט מיר דארפן די גאנצע צען טויזנט דאלער וואס דו ביסט שולדיג? מיר וועלן זיין צופרידן מיט א צוואנציגער, מיט א צענער; וואס הייסט מען מאכט זיך נישט וויסנדיג?!

#227 - גוים זאלן זיך נישט דרייען אין די בנינים בשעת די קינדער זענען דארט
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אז דער גוי וואס רייניגט אין תלמוד תורה, אין מיידל סקול - זאל נישט האבן קיין שייכות מיט די קינדער; נישט זען די קינדער און נישט זיין אינעם בנין וואו די קינדער לערנען.


אויב מען דארף האבן העלפערס ביי די קינדער - זאלסטו נאר נעמען ערליכע אינגעלייט, בשום אין אופן זאלן זיין גוים צווישן די קינדער.


איך האף דו וועסט טון מיין ווילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#226 - וואס מיר טוען אויפצובויען מוסדות התורה, דאס בלייבט פונעם מענטש
מוסדות, תכלית

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן די סקול אזוי געטריי.


דאס ביסל וואס מיר טוען אויפצובויען מוסדות התורה - דאס בלייבט; נאר דאס בלייבט פונעם מענטש.

#225 - נישטא קיין גרעסערס פון אויפבויען קינדער מיט ליבשאפט צום אייבערשטן
סקול, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו דאנקען פאר'ן העלפן די סקול, איר לייגט אריין אייער גאנצע קאפ און מח ווי אזוי צו מחנך זיין אונזערע טעכטער, איר ארבעט אזוי געטריי.


נישטא קיין גרעסערע זאך פון אויפבויען אידישע טעכטער זיי זאלן אויפוואקסן מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן; ליב האבן דעם אייבערשטן, ליב האבן די תורה.


יישר כח.

#224 - יעדע זאך וואס מען טוט פאר'ן סקול איז זייער גרויס און חשוב
סקול, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


יישר כח פאר'ן  העלפן אזוי געטריי די סקול מיט'ן בעביסיטן די קינדער.


מיינט נישט אז דאס איז א קליינע ארבעט, ווייל די פרויען, די מאמעס - קענען לערנען מיט די קינדער נאר אז איינער געבט זיך אפ מיט זייערע קינדער, איז דאס אזוי ווי איר אליינס לערנט מיט די קינדער.


יעדע זאך וואס מען טוט פאר'ן סקול איז זייער גרויס און זייער חשוב.

#223 - די אמונה און שמחה וואס טוט זיך אין סקול איז ממש א חלום
סקול, מוסדות, הכרת הטוב, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אונזער מנהלת מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


עס איז נישטא גענוג ווערטער צו קענען ארויסברענגען אונזערע געפילן וואס מיר האבן פאר אונזער מנהלת, וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, אונזערע טעכטער, אונזערע ווייבלעך און מאמעס; די חיזוק וואס איר געבט זיי אלע, די אמונה און שמחה וואס טוט זיך אין סקול איז ממש א חלום.


ווען מען לערנט אשר בנחל זעען מיר די בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט מיט בלוט פון הארץ ווי ער וויל אוועקשטעלן א בית חינוך לבנות, א פלאץ פאר די מיידלעך, זיי זאלן אויפוואקסן מיט הייליגקייט, מיט ריינקייט, פשוט, צופרידן און פרייליך; דאס איז ביי אונז מקוים געווארן.


די שווערע ארבעט פון מוהרא"ש זעען מיר יעצט אז מיר האבן א פלאץ וואו די קינדער וואקסן אויף געזונט, דרך ארץ'דיג, שכל'דיג; די יונגע קינדער האבן מער פארשטאנד ווי עלטערע קינדער פון אנדערע פלעצער, די קינדער ווילן חתונה האבן, זיי ווייס וואס דאס לעבן איז.


וואס זאל איך אייך זאגן, איין ווארט: "זייט ממשיך".

#222 - עס בלייבט נאר וואס מען טוט פאר'ן אייבערשטן און פאר אידישע קינדער
מוסדות, דרייוון, חסד, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די מוסד מיט'ן טראגן און ברענגען די קינדער צו חדר און צו סקול.


עס גייט אריבער די לעבן, וואס בלייבט? וואס נעמט מען מיט? דאס ביסל וואס מען טוט פאר'ן אייבערשטן, פאר אידישע קינדער; דאס וועט בלייבן מיט אונז.

#221 - העלפן מוסדות התורה איז א זאך וואס בלייבט לנצח נצחים
מוסדות, משמש דעם רבי'ן, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי מיט די טראנספארטעישן אין שטאט.


דיין זכות איז זייער גרויס; העלפן מוסדות התורה איז א זאך וואס בלייבט לנצח נצחים, כל שכן, אויפבויען מסודות על שם רבינו וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט אמונה פשוטה, התבודדות, תפילה ויראת שמים; דאס וועט בלייבן פאר דיר און פאר דיינע דורות.


רוף צוזאם אלע בחורים וואס דרייוון היינט נאכט ביי מיר אין שטוב, איך וויל זיי מחזק זיין און הערן וואס מען קען בעסער מאכן.


 


 

#220 - זע אכטונג צו געבן אויף די ווען, אויפ'ן רבינ'ס געלט
מוסדות, אידיש געלט, משמש דעם רבי'ן, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן דרייוון די קינדער פון בארא פארק צו חדר אין צו סקול.


זע אכטונג צו געבן אויף די ווען, אויפ'ן רבינ'ס געלט, און אז דו זעסט זאכן וואס מען דארף פאררעכטן – זאלסטו מיר זאגן, איך דארף וויסן אלעס וואס איך קען בעסער מאכן.


דער רבי בלייבט נישט שולדיג, דער רבי באצאלט אויף די וועלט און אויף יענער וועלט.


 


 

#219 - א שאד דו קומסט נישט אין ישיבה הערן די שיעורים
מוסדות, דרשות, דרייוון, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן טראגן און ברענגען די קינדער צו חדר און אהיים.


א שאד דו קומסט גארנישט אין ישיבה הערן שיעורים פון דער ראש ישיבה, עס וועט דיר אזוי צוניץ קומען די שיעורים, דו וועסט זיך אזוי בענקען. קוק די אינגעלייט ווי זיי כאפן זיך ארויף אין ישיבה הערן א שיעור ווען זיי האבן איבריג צייט; בארעכן זיך, קום צו די שיעורים, האלט זיך יונג.


 

#218 - זע צו דרייוון לויט די געזעץ
קינדער, צדקה, מוסדות, דרייוון, געזעץ

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע צו דרייוון לויט די געזעץ, נישטא קיין חכמות ביים דרייוון, בפרט ווען מען פירט קינדער – מוז מען זיין זייער פארזיכטיג.


געב צדקה פאר דו הייבסט אן פארן; בעט א תפלה, זאג תפילת הדרך; צופרי זאג דאס מיט די ברכה און נאכדעם זאג די תפילה אן די חתימה, אזוי זאגט מוהרא"ש.


זארג נישט, נאך אביסל וועסטו א חתן ווערן.


 


 


 

#217 - דו וועסט האבן נאר ריווח פאר'ן העלפן דעם רבי'ן
מוסדות, משמש דעם רבי'ן, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א יישר כח פאר'ן מיר העלפן ברענגען די קינדער אין חדר און אין סקול, דו וועסט האבן נאר ריווח פאר'ן העלפן דעם רבי'ן, דו וועסט האבן א גוטע שידוך, א שיינע שטוב.


איך האף דו וועסט אנהאלטן דיינע גוטע מעשים, דיין גוטע וועג; ווייטער דאווענען די דריי תפילות און לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


איך האב דיר זייער ליב, איך בעט פאר דיר כסדר.


 


 


 

#216 - די פרויען נעמען זיך צוזאם אויסצולופטערן
קאמפלימענטס, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, שטעטל, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' קרית ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי גליקליך איר שפירט זיך אין שטעטל ברסלב, ווי צופרידן איר זענט פון די מלמדים און טיטשערס; איך האף איר זאגט פאר די טיטשערס ווי צופרידן איר זענט, און פאר די ווייבער פון די מלמדים; זיי ארבעטן אזוי געטריי, אזויפיל כח און הארץ גייט אריין אין יעדן קינד באזונדער.


א גרויסן דאנק אז איר מאכט פון צייט צו צייט א לאנטש, איר נעמט צאם פרויען אין שטעטל, מען קומט זיך צאם זיך אביסל אויסלופטערן, בעיקר די פרויען וואס זיצן אין שטוב א גאנצע וואך; איך הער צוריק פון פרויען ווי שטארק זיי זענען זיך מחי'.


בנוגע וכו'; איר זאלט זיך פירן ווי אזוי מען האט אייך געלערנט.


בנוגע עפענען א גמ"ח פון קאר סיט"ס, קריב"ס; אדרבה ואדרבה, עולם חסד יבנה.


 

#215 - מ'דארף שטיצן אנשי שלומינו, אבער מ'דארף זיך אליינס אויך שטיצן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרך ארץ, פרנסה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האף אז דו ציסט נישט ארויף די פרייזן, דו פארקויפסט פאר די געהעריגע פרייז. געב אכטונג אויף אנשי שלומינו, איך וויל מען זאל שטיצן אנשי שלומינו, אבער מען דארף זיך אליינס אויך שטיצן.


בנוגע דיינע קינדער; זאג פאר'ן מלמד ער זאל דיר זאגן דעם אמת. אויך די טיטשערס; זאג זיי זאלן דיר זאגן דעם אמת. איך ווייס אז זיי זאגן אלע די זעלבע נוסח פאר אלע עלטערן, עס איז שווער פאר מלמדים צו זאגן דעם טאטן אין פנים אריין: "דיין זון איז א מחוצף", דעריבער זאגן זיי אלע די זעלבע ליגנט. עלטערן דארפן אבער דרוקן די מלמדים צום וואנט, העלפן די קינדער אויסוואקסן בעלי דרך ארץ, בעלי מידות.


ווען די מלמדים זאגן מיר אויף מיינע קינדער גוטע גרוסן, זאג איך זיי אפאר מאל: "זאג מיר דעם אמת", און איך שטיי זייער שטארק אויף דרך ארץ.

#214 - לאזט נישט מאכן אייער טאכטער פאר א מענטל קעיס
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז זיי ווילן מאכן אייער טאכטער פאר א מענטל קעיס - זאלט איר ארויסנעמען אייער טאכטער פון די סקול. איר קענט איר אריבער פירן זי זאל לערנען אין די זעלבע כיתה מיט איר צווילינג; עס וועט זיי נישט שאטן, עס איז נישט קיין פראבלעם ווען געשוויסטער לערנען אינאיינעם.


דער עיקר זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר אייערע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן; די תפילות פון עלטערן איז די שטערקסטע זאך פאר קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.