בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#703 - יישר כח פאר'ן העלפן דעם יערליכן קאמפיין "נשי חיל"
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן

מרת ... תחי'

א גרויסן יישר כח פארן אריין לייגן אזויפיל הארץ און כח אינעם יערליכן קאמפיין "נשי חיל", פאר אונזערע מוסדות היכל הקודש דחסידי ברסלב, פארן מחזק זיין די פרויען זיי זאלן אלע עוסק זיין אין די מצוה פון גיין נאך געלט פאר אונזערע מוסדות.

בזכות די גרויסע מצוה פון צדקה זאלן ענק זוכה זיין צו אלע ברכות און ישועות, צו ערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן גיין בדרך התורה, און זיין דבוק צו צדיקים און גיין אין זייערע וועגן.

#702 - איך בין נישט ברוגז אויף דיר, איך בין איבערגעשטרענגט
שלום בית, התחזקות, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


איך בין בכלל נישט ברוגז אויף דיר, דאס וואס דו שרייבסט אז דו שפירסט אזוי ווייל איך רעד נישט געהעריג צו דיר; חס ושלום, איך בין נישט ברוגז אויף דיר, איך בין איבערגעשטרענגט מיט די חובות וכו', דאס נעמט מיר אוועק מיין מח, דאס איז גורם אז איך זאל פארזען וכו' און נישט שמייכלען וכו'.


יעצט גייט זיין די יערליכע קאמפיין "אנשי חיל"; איך וויל דיר בעטן דו זאלסט עוסק זיין אין גיין נאך געלט, העלפן די מוסדות און די קהילה וואס האט דיר אזוי געהאלפן, און דו וועסט מיר העלפן גרינגער מאכן די ארבעט.


איך האב דיך ליב, איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט זיך מאכן א שיעור אין גמרא, אין משניות. זאג יעדן טאג פרקים משניות, און זאג בלעטער גמרא. אויך איז וויכטיג דו זאלסט האבן א חברותא, אדער קומען צום שיעור גמרא; דאס וועט דיר געבן שמחה, דו וועסט באקומען א שטארקע געשמאק אין דיין טאג טעגליכן לעבן, אויך דיין שלום בית וועט אויפשיינען, ווייל דער וואס לערנט תורה – דער איז פרייליך און איז מצליח.


בלייב שטארק מיט דיינע פרינציפן פון נישט האבן א סמארטפאון, און א טעבלעט וכדומה, און קלאפ ארויס די נארישע מחשבות אז איך בין ברוגז וכו'.

#701 - שטרענג זיך נישט איבער
שלום בית, התחזקות, מוסדות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ווי אזוי שפירסטו זיך? וואס מאכסטו? איך בעט פאר דיר דו זאלסט זיין געזונט און שטארק און האבן כח ווייטער צו משמש זיין דעם רבי'ן.


געב אכטונג אויף דיין קערפער, שטרענג זיך נישט איבער, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א קליינע לאך אינעם קערפער – איז א גרויסע לאך אין די נשמה", אז דער גוף איז אפגעשוואכט פארלירט מען אסאך אין עבודת השם; היט זיך צו עסן געזונט, טרונק און רו זיך אפ, אז דו זאלסט האבן כח צו העלפן די מוסדות מיט די קהילה.


זאג תהלים, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח), תהלים איז א משענת פארן מענטש, דורך תהלים פאלט מען נישט, מען האט כח צו גיין און קומען, מען האט כח צו טון, עס האלט אונטער דעם מענטש.


אויך זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן פאר די מתנה וואס דו האסט, א טייערע ווייב, אן אשת חיל, ווי זי זארגט פאר דיר און זי איז אזוי איבער געגעבן פאר דיר בלב ונפש.

#700 - איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל געשען א נס
צדקה, מוסדות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), ח' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ליבער הארציגער יצחק פאפנהיים נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס קען איך טון, איך בין אין שווערע חובות, איך האב נישט די מעגליכקייט צו שיקן געלט פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות, איך שעם זיך זייער, איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל געשען א נס, און איך האף אז דער פאנדרעיזער ר' אהרן וועבערמאן וועט קענען העלפן שאפן די געלט.


מיינע אויגן זענען געוואנדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#699 - אלע זאלן האבן נאר אפגעהיטענע טעלעפאונס
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרדכי אינדיג נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן זיצן היינט פאר א מיטינג מיט די קאמפעני "טעג", אוועק צו שטעלן דא אין שטעטל אן אפיס צו קענען פילטערן טעלעפאונס וכדומה; אזוי וועלן מיר קענען זיין אפגעהיטן, און אונזערע קינדער וועלן זיין אפגעהיטן פון די גרויסע סכנה פון טעכנאלאגיע.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט מחזק זיין און אויך פארלאנגען פון אלע עלטערן וואס שיקן ביי אונז די קינדער, סיי אנשי שלומינו, און סיי וואס זענען אמאל געווען אנשי שלומינו, אדער משפחות, קינדער פון אנשי שלומינו – וואס וואוינען אין שטעטל און שיקן ביי אונז די קינדער; אלע זאלן האבן נאר אפגעהיטענע טעלעפאונס וכדומה, ווייל ווי קענען מיר האלטן קינדער פון שטיבער וואס עס איז דא דארט אפענע כלים צו אלע שלעכטע זאכן, און די וועלן אראפשלעפן אנדערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז און אונז אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות.

#698 - א גוטער גבאי צדקה פאר אונזערע מוסדות
הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


אפשר האסטו עפעס א געדאנק ווער עס קען זיין א גוטער גבאי צדקה פאר אונזערע מוסדות? אמאל פלעגסטו טראגן די עול פון שאפן געלט פאר די מוסדות; לעצטנס, די לעצטע פאר יאר – ביסטו מער נישט עוסק אין דעם, האסט אוועק שפאצירט...


אפשר האסטו א געדאנק וועם מיר זאלן אויפנעמען פאר דעם? די מוסד וואקסט בלי עין הרע, און "אין הקומץ משביע את הארי, ואין הבור נתמלא מחולייתו", די חובות וואקסן מער און מער, איך ווער צעדריקט, עס נעמט מיר אוועק מיינע כוחות, מיין מח – פון קענען טון פאר די בחורים און פאר די קהילה, מיר מוזן שאפן א פאנדרעיזער וואס זאל צאמנעמען צדקה, סיי פון אנשי שלומינו און סיי פון אינדרויסן, איך בעט דיר זייער זאלסט מיר העלפן מיט דעם.


מיט די ישיבה העלפסטו מיר זייער שיין, איך האב זייער הנאה ווי דו ביסט מקרב און מחזק אלע בחורים; זע ווי מער זיין מיט די בחורים, שמועסן, פארברענגען און שפאצירן מיט זיי, אויך זאלסטו שפילן אינדיק מיט וועם עס פעלט אויס. דער הייליגער רבי האט דערציילט די מעשה מיטן בן מלך וואס איז משוגע געווארן, און געזאגט: "איך בין א טערקי", מען האט נישט געוואוסט וואס צו טון, מוסר האט נישט געהאלפן, קנס האט נישט געהאלפן, ביז דער חכם – דאס איז דער צדיק – איז געקומען און געזאגט: "איך בין אויך אן אינדיק, איך בין אויך א טערקי", ער האט מיט אים ארום געשפילט, ביז ער האט אים צוריק געברענגט צום טאטן, צום קעניג – דער מלך מלכי המלכים, הקדוש ברוך הוא, והבן למעשה.

#697 - שיינע חלוקות אינעם "בית התבשיל"
צדקה, מוסדות, בית התבשיל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דאנק דיך פארן אהער שטעלן אזעלכע שיינע חלוקות אינעם "בית התבשיל" מידי שבוע בשבוע, די גאנצע שטעטל איז זיך מחי', אויך הער איך אז עס קומען מענטשן פון די נייע סקווירא שטעטל פון סוואן לעיק, עס איז אזא מצוה וואס ענק טוען, דו האסט נישט קיין השגה וויפיל משפחות זענען זיך מחי', וויפיל משפחות לעבן אויף די עסן; וואס מען נעמט פון בית התבשיל האט מען – און מער האט מען נישט, נישטא קיין געלט צו גיין אין גראסערי...


בנוגע די אלע עסן וואס מען טיילט; איך וויל דו זאלסט אדער פרעגן יעדע זאך דעם דיין שליט"א, אויף יעדע הכשר אויב דאס איז גוט, און אויף וואס ער זאגט נישט – איז נישט, אדער זאל מען מודיע זיין אז עס איז נישט אונטער אונזער הכשר, און יעדער איינער זאל אליין בוחר זיין אויב דאס איז לויט די הכשר סטאנדארט וואס מען עס ביי אים אין שטוב, אזוי ווי אין גראסערי וכו'.


איך זאג נישט וועלכע וועג ענק זאלן נעמען, דאס האט מיט די וועד פון בית התבשיל, אבער דאס זאג איך יא, ענק מוזן נעמען א וועג, אדער – אדער, ווייל מענטשן אין די קהילה מיינען אז אלעס וואס מען טיילט – איז מיט מיין הכשר...

#696 - פלאג צו בויען מוסדות, נעמט אוועק פלאג אין ביזנעס
צדקה, מוסדות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


אזא שאד אז דו האסט אפגעלאזט דאס העלפן די מוסדות, איך האב דיר שוין כמה פעמים געזאגט אז ווי מער דו וועסט נעמען די עול פון די מוסדות – וועסטו נישט האבן אן עול אין דיין ביזנעס, די הייליגע חכמים זאגן (אבות ג, ה): "כָּל הַמְקַבֵּל עָלָיו עֹל תּוֹרָה", ווער עס נעמט אויף זיך די עול פון לערנען תורה און פון העלפן מוסדות התורה – "מַעֲבִירִין מִמֶּנּוּ עֹל מַלְכוּת וְעֹל דֶּרֶךְ אֶרֶץ", נעמט מען אוועק פון אים די פלאגעניש פון פרנסה און פון צאלן מיסים וארנוניות, און פארקערט, "וְכָל הַפּוֹרֵק מִמֶּנּוּ עוֹל תּוֹרָה נוֹתְנִין עָלָיו עוֹל מַלְכוּת וְעוֹל דֶּרֶךְ אֶרֶץ".


יעדער מענטש האט א מאס וויפיל ער דארף זיך פלאגן, און יעדן ראש השנה שרייבט מען אפ וויפיל מען זאל זיך די יאר הבא עלינו לטובה דארפן מוטשען, 'החכם עיניו בראשו', לייגט ער אריין די עמל אין 'עמל של תורה', און מען ווערט געראטעוועט פון זארגן אייגענע זארג, אשרי לו, ווייל 'אדם לעמל יולד', א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו פלאגן, און אפילו דער רייכסטער מענטש קען זיך נישט ארויס דרייען פון דארפן ליידן, און זיך פלאגן, און פון זיך שטענדיג זארגן, נאר די עצה איז דא; אויפטוישן די זארג, פלאג, ווייטאג – פאר תורה.


עס איז כדאי פאר דיר צו לערנען די תורה אין לקוטי מוהר"ן (חלק ב, סימן קיט), וואו דער הייליגער רבי שמועסט אויס די זאך, ווי אלע ליידן יסורים, אפילו די גרויסע עשירים, אפילו די העכסטע מיניסטארן, אלע ליידן, און עס איז נאר דא איין וועג זיך צו ראטעווען פון די צרות און ווייטאג, דורך לערנען תורה און העלפן אויפבויען מוסדות התורה, עיין שם.

#695 - צוויי מיליאן דאלער הלוואות פאר'ן נייעם בנין
חינוך הילדים, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן שאפן הלוואות פון צוויי מיליאן דאלער צו קענען קויפן דעם נייעם בנין פאר אונזערע קינדער זיי זאלן האבן וואו צו לערנען.


ברוך ה' פאר מיין לעבן בארג איך נישט; האב איך – איז גוט, און אז נישט – איז אויך גוט; נישטא אזא זאך בארגן, אבער פאר די מוסד האב איך נישט קיין צוויי ברירות, מיר דארפן האבן בנינים פאר די קינדער, די חדר און סקול וואקסן, כן ירבו.


איך וויל דיר בעטן זאלסט אנווארעמען אלע אנשי שלומינו אנטייל צו נעמען די יאר אינעם יערליכן אנשי חיל קאמפיין, אלע זאלן מיר העלפן בויען די מוסדות און אלעס וואס א קהילה דארף צו האבן.

#694 - יישר כח פאר'ן העלפן די קינדער מיט עברי
חינוך הילדים, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), ז' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


פאריגע וואך איז פארגעקומען אין בית פיגא, ביי די קלאס פון פרי 1-a א גראדואירונג פאר די תלמידות פון פרי-סקול, מען האט אויסגעלויבט די טיטשערס וואס האבן אריינגעלייגט כוחות אויסצולערנען די תלמידות ליינען עברי.


איז יעצט די פאסיגע צייט אייך צו געבן א גרויסן יישר כח פארן זיך אזוי אפגעבן מיט די מיידלעך וואס דארפן הילף אויפצוכאפן די כללים פון די עברי צו קענען ליינען; איך קום בשליחות די מוסד און בשם אלע עלטערן אייך געבן א הארציגן יישר כח, מיר וועלן קיינמאל נישט פארשטיין וואס עס מיינט זיצן מיט קינדער וואס כאפן נישט אויף די עברי, לערנען מיט זיי מיט סבלנות, קענען אפליינען די קינדער'ס מח צו קענען דערגיין ווי אזוי מען ברענגט זיי אריין די מושגים פון קענען ליינען די עברי.


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן איר זאלט זען נחת ביי אייערע קינדער אינאיינעם מיט אייער חשוב'ער מאן נרו יאיר, מיט הצלחה, מיט געזונט.

#693 - מי און פלאג אז יעדעס קינד זאל קענען די עברי
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), ז' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


נעכטן איז געווען די שיינע "חומש סעודה", מען האט אויסגערימט דעם מנהל מיטן מלמד פון כתה א', איז יעצט די פאסיגע צייט אויך פאר אייך אפצוגעבן א הכרת הטוב אויף די איבערמידליכע כוחות וואס איר לייגט אריין אויסצולערנען די קינדער וואס דארפן הילף אויפצוכאפן די כללים פון עברי; בשם די גאנצע מוסד, ובשם אלע עלטערן – געב איך אייך א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט פאר די קינדער וואס דארפן א סעד ועזר נישט ארויסצופאלן פון קענען ליינען; מיר ווייסן אזוי פיל אז מיר ווייסן נישט וויפיל מי און פלאג גייט אריין אין יעדע קינד אויפצוכאפן די כללים און קענען צוטרעפן בסייעתא דשמיא וועלכע כלל דאס קינד כאפט נישט אויף און וועלכע מיטל וועט ארבעטן פארן קינד.


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט נחת ביי אייערע קינדער און קינד'ס קינדער, און איר מיט אייער מאן – דער חשוב'ער מלמד – זאלן קענען ווייטער טון די הייליגע ארבעט מיט גרויס הצלחה.

#692 - איך האף אז די יאר וועט די קאמפיין מצליח זיין
התחזקות, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד די חשוב'ע פרויען פאראיין פון "נשי חיל", וואס טוען וואלענטירן פאר אונזער יערליכן קאמפיין


דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן מיט ברכות און ישועות פאר דאס וואס ענק לייגן אריין ענקער צייט און כח אז די יערליכע קאמפיין זאל זיין מיט גרויס הצלחה; איך האף אז די יאר וועט די קאמפיין מצליח זיין, און איך וועל ענדיגן מיט אלע חובות וואס איך האב פון בויען אונזער שיינע הייליגע קהילה, קהילת היכל הקודש, און מיר וועלן ווייטער קענען אנגיין מיט אונזערע מוסדות און אלעס וואס א קהילה דארף.


א גרויסן יישר כח פאר יעדן איינעם פערזענליך.

#691 - מקרב זיין מענטשן, אבער נאר מיט די תורה
צניעות, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, (חקת בא"י), ג' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


זייט נישט קלוגער ווי די תורה, זייט נישט קלוגער ווי די צדיקים, מען קען נישט לאזן קומען אין שול, אין סקול, וכדומה – בפריצות; פריצות פארטרייבט די שכינה.


איבער די טענה אז אזוי וועט מען צוביסלעך מקרב זיין די פרויען און מיידלעך; עס איז נישט אזוי, נישט נאר מען וועט זיי נישט מקרב זיין, נאר מען וועט אינגאנצן פארטרייבן די שכינה.


זייט נישט קלוגער פון צדיקים, איר אליין געדענקט די מעשה מיט די ווייבל ... וואס מוהרא"ש האט געזאגט פאר איר מאן יום הקדוש נאך שחרית: "זאג פאר דיין ווייב אז זי קען נישט קומען אין שול מיט קורצע קליידער", מוהרא"ש האט אויך געוואוסט אז זיי קענען זיך באליידיגן און אוועק גיין, און אזוי איז טאקע געווען, זיי זענען אוועק געגאנגען, והוה מה דהוה; דאך האט מוהרא"ש געטון וואס איז ריכטיג על פי תורה, אז אין א שול טאר מען נישט קומען בפריצות, אין שול קומט מען איידל. מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט מיט גרויס ווייטאג, אז אפילו די פרייע וואס זענען נעבעך ווייט פון די תורה, ווען זיי קומען אין שול צו א ברית פון אן אייניקל, פון א קינד וואס האט חוזר געווען בתשובה - קומען זיי מיט צניעות, און נעבעך ביי אונז ווייסט מען נישט ווי אזוי צו קומען אין שול.


איך האף מיטן אייבערשטנ'ס הילף אויף די הייליגע טעג הבאים עלינו לטובה צו מאכן א תקנה אין אונזער שול אז מען זאל קומען מיט א צוגעדעקטע שייטל, אזוי ווי אין אלע ערליכע קהילות, איך האף אז איר וועט מיר העלפן, און אויך אין אלע פלעצער וואס געהערט צו די קהילה, ווי למשל די באזאר, וואו פרויען קומען וואלענטירן, מסדר זיין די קליידער, מען זאל קענען קויפן פאר ביליג - זאלן זיין פרויען וואס קומען אנגעטון ווי א איד גייט, און אז מען דארף מקרב זיין א פרוי וואס איז נעבעך צעבראכן וכו' - קען מען איר רופן אויפן טעלעפאן, רעדן און שמועסן, אבער זי קען נישט קומען פארטרייבן די שכינה פון די באזאר וכדומה.


איך ווייס אויך פון מקרב זיין, איך וויל אלע מקרב זיין, און איך בין עוסק אין דעם מיין גאנצע לעבן; מיין גאנצע טאג גייט מיר אריבער מיט די מחשבה: 'ווי מען קען נאר צוריק צו ברענגען נאך א איד צום אייבערשטן, נאך א בחור, נאך א מיידל', אבער דאס קען נאר גיין מיט די תורה, אויב מען טרעט אפ איין טריט פון די תורה - איז ביטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#690 - נישט אונטערגראבן בית פיגא
חינוך הילדים, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, (חקת בא"י), ג' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', תלמידת בית פיגא


אז איר פארשטייט בעסער צו חינוך ווי מיר, איר ווייסט אז די סקול איז נישט קיין סקול און די מנהלת טויג נישט - וואלט געווען א גוטע עצה איר זאלט עפענען נאך א סקול אין שטעטל; איך בין זיכער אז אסאך משפחות וועלן זיך פרייען, אבער מיין סקול בית פיגא, מיין שווערע הארעוואניע - זאלט איר נישט אונטער גראבן, איך האב דאס געבויט מיט מסירת נפש, דאס פיר איך אזוי ווי איך האב מקבל געווען פון די הייליגע צדיקים.


איך האף צום אייבערשטן איר וועט זיין געטריי, העלפן בית פיגא, און זיך דורך שמועסן מיט די מנהלת. אלעס וואס באדערט אייך פון בית פיגא זאלט איר רעדן נאר מיט די מנהלת תחי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#689 - די סקול איז נישט קיין סקול?
חינוך הילדים, אמונה, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח (חקת בא"י), ג' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת לעזער תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב


איך האב א חשד אז אין סקול בית פיגא אין שטעטל - איז דא איינער וואס לייגט אריין א שטילע גיפט צווישן די טיטשערס אז אונזער סקול איז נישט קיין סקול, איינער העצט שטילערהייט, איך האב לעצטנס געהערט פון עטליכע די זעלבע ווערטער, אז די סקול איז נישט קיין סקול, די פרינציפל איז נישט קיין פרינציפל; די ווערטער וואס מען האט געזינגען אויף בית פיגא סקול פאר בערך צען יאר צוריק נאך אין וויליאמסבורג.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט רעדן מיט די גאנצע סטע"ף, מיט יעדן איינעם באזונדער, זיי אלע פרעגן פארוואס זיי קומען אין בית פיגא, און אויב זיי ווילן די זעלבע זאך וואס אונז ווילן. איך דארף נישט קיין ארבעטערס וואס זענען אחד בפה ואחד בלב, און אז איינער האלט אז די סקול איז נישט קיין סקול - איז דא גענוג פלעצער וואו צו גיין טיטשן, אין בית פיגא זאלן זיין נאר וואס האבן די זעלבע ציל וואס מיר האבן, אריינצולייגן אין די קינדער מידות טובות, אמונה און א ליבשאפט צום אייבערשטן און צו די תורה, און אפילו די קינדער קענען נישט די לימודים - איז אויך גוט, אונזערע באבעס האבן קיינער פון זיי נישט געקענט וואס מען לערנט היינט אין סקולס, זיי האבן געהאט א שטארקע אמונה און א שטארקע תמימות, און אזוי האבן זיי געהאט די כוחות נאכן זען מיט זייערע אויגן ווי מען פארברענט זייערע קינדער, שוועסטער און ברידער, און אויפברענגען פון פריש א כלל ישראל מיט מסירות נפש, און דאס וויל איך מיט בית פיגא; אריינלייגן אין די קינדער א שטארקע אמונה, א שטארקע תמימות, צו דינען דעם אייבערשטן געטריי.


איך בעט דעם אייבערשטן מיר זאלן ווייטער מצליח זיין.

#688 - געטרייע אינגעלייט וואס געבן זייער מח און כח פאר די קינדער
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער בערל נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט היינט אין חדר ביי די "חומש סעודה", איך האב מיט געהאלטן פון די נאנט, געזען אביסל דיין ארבעט פון זיין א מלמד, איך האב באמערקט ווי דו האסט אכטונג געגעבן אויף די געפילן פון יעדן קינד וכו' וכו'.


איך ווייס אז די ארבעט דיינע איז א שווערע; יעדער מלמד ארבעט שווער, עס איז נישט גרינג צו זיין א מלמד, איך בין געווען יארן א מלמד, און אויך יעצט בין איך א מלמד פאר בחורים, די ארבעט איז שווער, אבער ליבער ברודער – עס לוינט, עס לוינט די ארבעט זאל גיין צו א פלאץ וואו עס בלייבט; נעבעך נעבעך, ווי שווער מענטשן ארבעטן, האסט נישט קיין אנונג וואס טוט זיך אין גאס, מענטשן ארבעטן ביטער שווער, און די פלאג גייט צום רוח, עס בלייבט נעבעך גארנישט איבער, מען קען זען אין אלע שולן עלטערע אידן וואס האבן שוין ריטייערט, זיי זיצן אין שול מרה שחורה'דיג, זיי קוקן צוריק, זיי פרעגן זיך אליינס: 'פארוואס? פאר ווען? פארוועם? וואס האבן מיר געטון אין אונזער לעבן?' מה שאין כן א מלמד, מגיד שיעור וכדומה, איינער וואס האט געלערנט תורה אלע יארן מיט תלמידים – דאס בלייבט, דאס איז נצחיות, די אלע תלמידים ווען זיי לערנען און דאווענען – איז דאס אויפן זכות פונעם מלמד.


שטארק זיך, לייג אריין דיין קאפ, דיין כח, דיינע טאלאנטן – אין חינוך הבנים, איך האף דו וועסט מיר בלייבן העלפן אין חדר, איך האב נאך אסאך פלענער, זאכן וואס איך וויל אויספירן מיט אונזערע קינדער, איך דארף נאר האבן הילף פון געטרייע אינגעלייט וואס זענען גרייט צו געבן זייער מח און כח פאר די קינדער.

#687 - אלע קינדער זאלן באקומען אייניג אויפמערקזאמקייט
חינוך הילדים, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פארן נעמען אויף זיך צו פירן דעם זומער תשפ"ו אין מחנה בית פיגא די פראגראם פון די דע"י קעמ"פ, איך בין מתפלל אז די זומער זאל אריבער גיין מיט הצלחה, איר זאלט מצליח זיין מיט אלע תלמידות, אלע זאלן זיין פרייליך, אלע זאלן הנאה האבן.


געבט אכטונג אז אלע קינדער זאלן באקומען אייניג אויפמערקזאמקייט, אלע זאלן האבן א צייט וואס זיי זאלן באקומען אנערקענונג, און טוט מיר א טובה, זוכט אויף די קינדער וואס מען באמערקט זיי נישט, די קינדער וואס לעת עתה שיינען זיי נישט ארויס, זיי זאלט איר אויפבויען, זיי זאלט איר מאכן מעכטיג וכו'.


בזכות וואס איר העלפט אונזער "בית פיגא" זאלט איר מצליח זיין און זען נחת ביי אייערע קינדער און אייניקלעך.

#686 - אלס חתן איז גאר א גוטע צייט פאר עבודת השם יתברך
התחזקות, מוסדות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


החתן ... נרו יאיר


מזל טוב חתן צו דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט גיין צו די חתונה מיט גרויס שמחה, און די שידוך זאל זיין א קשר של קיימא, די שכינה זאל רוען ביי ענק.


יעצט ווען דו ביסט א חתן איז גאר א גוטע צייט פאר עבודת השם יתברך, נעם זיך צאם, מאך זיך א פלאן צו ענדיגן צו דיין חתונה ש"ס, און אויך ספרי רבינו; יעצט האסטו נאכנישט קיין דאגה פון ברענגען פרנסה, זאלסטו אויסניצן די טעג מיט תורה ותפילה.


שטיי אויף פארטאגס, דאווען און לערן אפאר שעה דיינע שעורים, טו גארנישט איידער דו דאווענסט שחרית און דו לערנסט חומש – פרשת השבוע שנים מקרא ואחד תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך; משנה – אכצן פרקים משניות כסדרן; גמרא – אסאך בלעטער גמרא; הלכה – שלחן ערוך; מיט ספרי רבינו.


דיין לעבן וועט ווערן ליכטיג און פרייליך, ווייל נאר אז מען לערנט תורה – ווערט מען זאט און צופרידן, מען זוכט נישט נאך נישט גוטע זאכן, תורה מאכט גליקליך און צופרידן.


אויך זאלסטו העלפן מיט וואס דו קענסט – די ישיבה, די קעמפס וכו'; בלייב דיין גאנצע לעבן משמש זיין דעם רבי'ן.

#685 - נישטא מיט וועם צו רעדן
אמונה, התחזקות, מוסדות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט פאר אונזערע מוסדות און פאר קהילת היכל הקודש, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט נחת ביי די קינדער און אייניקלעך.


ווען די ארבעט ווערט איבערגעשטרענגט, און ווען זאכן זענען צעפארן, נישטא צו וועם צו רעדן – איז די עצה זיך איבער געבן צום אייבערשטן, אים איבער געבן די טאג מיט אלעס וואס דארף ווערן ערלעדיגט, און אזוי ווערן אלע זאכן מסודר, מען איז מצליח מיט אלעס וואס מען דארף.


דאס טו איך ווען איך האב נישט מיט וועם צו רעדן, און דאס האט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו געטון אלע זיינע יארן; מוהרא"ש האט נישט געהאט ווער עס זאל אים העלפן, מוהרא"ש איז געווען אליין; וואס האט ער געטון? ער האט זיך איבער געגעבן צום אייבערשטן, און ער האט אונז געלערנט מיר זאלן אזוי טון.


נאכאמאל יישר כח, און נאכאמאל שטארקט אייך; דערמאנט אייך אלע שווערע זמנים זייט די מוסד שטייט, און ביז אהער איז מען אלעס איבערגעקומען, און ווייטער וועט אויך זיין ניסים.

#684 - קוקן אויף די מוסדות ווי דיינע פריוואטע נכסים
אמונה, מוסדות, התבודדות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


האלט זיך שטארק, גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, אלעס וואס מען גייט אריבער – איז נאר לטובה פונעם מענטש, און אפילו מען קען נישט פאראויס זען וואס, ווען און וואו, עס זעט אויס נישט גוט, און אמאל איז עס גאר שווער – דארף מען גלייבן אז אלעס איז לטובה.


העלף מיר מיט די מוסדות אין שטעטל, אין אפיס איז די מצב אביסל איבער געשטרענגט; הלוואי אז דו וועסט מיר העלפן מחזק זיין די אפיס, הלוואי וועסטו קוקן אויף די מוסדות ווי דיינע פריוואטע נכסים; דאס איז דאך טאקע דיינ'ס, דיינע קינדער לערנען אין די מוסד, דארף דיר דאס פערזענליך אנגיין.


הייב אן דיין טאג מיט א שפאציר אין פעלד, זיי זיך מתבודד, געב איבער דיין טאג פארן אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געטון (שיחות הר"ן, סימן ב).

#683 - וואו לוינט זיך צו גיין וואוינען?
חינוך הילדים, מוסדות, טעלעפאן, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, (חקת בא"י), ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, מאנסי


איך הער זאגן אז דו ווילסט זיך אוועק ציען פון מאנסי, דו האסט פייגלעך אין קאפ צו פארן קיין פלארידע; וויסן זאלסטו, א איד וואס זוכט וואו צו קויפן א הויז, וואו צו וואוינען - קוקט נישט וואו מען קען האבן א גרויסע פאלאץ פאר ביליג, און וואו מען צאלט ווייניג טעקס (שטייער), א איד קוקט אויף איין זאך: 'וואו וועל איך קענען אויפברענגען מיינע דורות מיט יראת שמים? און מיינע דורות זאלן נישט גיין מטה מטה'; נאר אויף דעם קוקט א איד; וואו איז דא גוטע ערליכע מוסדות, וואו איז דא א גוטע שול מיט אן ערליכע רב וואס וועט מיך מחזק זיין צו דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג, ער וועט מיך מחזק זיין נישט אריינצומען אין שטוב די טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער, און וואו איז דא אן ערליכער דיין וואס וועט מיר העלפן מיט מיינע שאלות; דאס איז א איד, און נאר אויף דעם דארף מען קוקן.


טייערער ברודער, הארציגער חבר, היינט איז דא נייע געגנטער וואס ווערן געפירט דורך ערליכע קהילות, ערליכע רבנים, דארט לוינט צו גיין וואוינען, דארט זאלסטו קויפן א דירה, אזוי וועסטו האבן סיי די גרויסע דירה; דיין ווייב און קינדער וועלן קענען לעבן במנוחה, אינאיינעם מיט יראת שמים, אבער חס ושלום זיך אוועק ציען פון אן ערליכע געגנט צו א געגנט וואס ווערט געבויט דורך ביזנעסלייט (דעוועלאופערס), א געגנט וואו עס וואוינען משפחות וואס הערן נישט אויס קיין רבנים און דיינים; ביי דעם איז געזאגט געווארן וואס די הייליגע חכמים זאגן (הוריות יב.): "תִיבוּ אַקִּילְקְלֵי דְּמָתָא מְחַסְיָא, וְלֹא תִּיבוּ אַפַּדְנֵי דְּפוּמְפְּדִיתָא", ענדערש זאלט איר זיצן אין די מיסט פון די שטאט מתא מחסיא וואס איז געווען א שטאט מיט ערליכע אידן, ווי צו וואוינען אין די פאלאצן פון פומבדיתא וואס די איינוואוינער זענען נישט געווען ערליך; מען קען פארלירן די קינדער מיט די אייניקלעך השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#682 - בעטן צדקה, אן קיין רחמנות
הפצה, צדקה, מוסדות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


אשר בער אינדארסקי נרו יאיר


יישר כח פארן אראפנעמען די עול פון דארפן דאגה'נען פאר די רענט פאר די ישיבה און פאר די נייע בנינים וואס דו מיט דיין שיתוף שבתי מארקוס נרו יאיר זארגן און שאפן די געלט, ענק העלפן מיר איך זאל זיך אביסל קענען צאמנעמען מיין מח צו לערנען מיט די בחורים און צו טון מיט די אינגעלייט וכו' וכו'.


שוין נישט קיינעם, האב נישט מורא צו בעטן פון אלעמען צדקה, אדרבה, וואס מער דו וועסט בעטן צדקה און מען וועט דיר געבן, מיט דעם טוסטו זיי שוינען, דאס איז די עכטע רחמנות; מוהרא"ש דערציילט, אין אומאן האט מען צאמגענומען צדקה פארן קלויז, און דארט איז געווען אן ארעמאן וואס האט גארנישט געהאט און מען האט נישט געוואלט צוגיין צו אים בעטן צדקה, ווייל ער פלעגט געבן אלעס וואס ער האט פארמאגט... מען האט אים געשוינט...


ווען דער ארעמאן, דער ברסלב'ער חסיד האט געזען ווי מען וויל נישט נעמען פון אים איז ער געקומען צו די גבאי צדקה און געוויינט: "האטס רחמנות אויף מיר, איך האב טאקע גארנישט, איך האב נאר די איין רענדל, האטס רחמנות אויף מיר, נעמט עס פון מיר, איך וויל עפעס מיט נעמען אויף יענע וועלט, איך דארף רחמנות, וואס וועט זיין מיט מיין נשמה..."


אזוי זאלסטו קוקן אויף אנשי שלומינו, האב רחמנות, נעם וואס מער צדקה, דאס איז די עכטע רחמנות.

#681 - אליין מברר זיין אויב עס לוינט צו קויפן די הויז
מוסדות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


איך פארשטיי נישט צו הייזער, אז דער בראוקער טראגט דיר אן צו קויפן א הויז זאלסטו מברר זיין ביי די חברי הנהלה אויב עס לוינט צו קויפן, און אויב די הנהלה באשטעטיגט די הויז.


מען קען נישט אויסהערן נאר דעם בראוקער, דער בראוקער האט א נגיעה פון זיין זייט צו פארקויפן וואס מער, דאס איז זיין פרנסה; ריכטיג איז, אויסצוהערן אלע גליקן וואס ער לייגט פאר, און אליינס מברר זיין אויב עס לוינט, און אויב עס איז בכלל ווערד; עס איז שוין געווען אין שטעטל פעלער וואס מען האט פארגעלייגט די גליק פון די וועלט, און שפעטער האט מען געזען אז עס איז בכלל נישט אזוי ווי מען האט געזאגט.


איך פארשטיי נישט צו הייזער, איך פארשטיי די עצות וואס מוהרא"ש האט מיט אונז געלערנט פון שלום בית, מען זאל רעדן איידל און שיין צו די ווייב, און רעדן איידל און שיין צו טאטע מאמע, שווער, שוויגער וכו' וכו'.

#680 - לייג דיין כח, בלוט, און שווייס, אין תינוקות של בית רבן
חינוך הילדים, אמונה, מוסדות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו, און איך פריי זיך אז דו האסט בוחר געווען יא צו בלייבן מיר העלפן אין די חדר.


וויסן זאלסטו, פון די פלאג און מי קען מען נישט אנטלויפן, אז עס איז באשערט עניות, ארעמקייט – האט דאס נישט מיט מלומדות, און אז עס איז באשערט הארעוואניע – קען מען נישט אנטלויפן פון דעם; עס לוינט אריינצולייגן די הארעוואניע אין תלמידים, אזוי ווי די הארעוואניע בלייבן, עס וועט נישט גיין צום רוח.


עס לוינט צו זיין א מלמד, עס לוינט צו אינוועסטירן אין תלמידים, געלויבט דעם אייבערשטן איך זיץ מיט תלמידים שוין פון זומער תשס"ד, מיין הארעוואניע, מיינע כוחות – ליגט אין תלמידים; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז דאס איז מיין חלק. זיי קלוג און לייג דו אויך דיין כח, דיין בלוט און שווייס אין תינוקות של בית רבן, זיי צו לערנען אמונה, תורה ויראה.

#679 - יישר כח פאר'ן מאכן די שיינע פלעי מיט די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך וויל אייך באדאנקען פארן אהער שטעלן די שיינע פלעי פאר די צווייטע און דריטע קלאס פון בית פיגא קרית ברסלב, איך האב צוריק געהערט הערליכע גריסן פון די עלטערן, ווי די קינדער – די תלמידות – האבן אלע געשיינט פון שמחה, און אז איר זענט געשטאנען אונטער די גאנצע פלעי, איר מיט אייערע טייערע טעכטער.


יישר כח נאכאמאל, און דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט נחת פון אייערע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט, אינאיינעם מיט אייער טייערער מאן נרו יאיר.