בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#678 - די וויכטיגסטע זאך פאר א מלמד
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


אויף די פראגע וועלכע לימודים און שיעורים איז די וויכטיגסטע, אויף וועלכע זאלסטו זיך פארלייגן דאס מערסטע?


ביי דיר איז דאס וויכטיגסטע זאך זיך פארצוקוקן די לימודים וואס דו גייסט לערנען אין חדר מיט דיינע תלמידים, נישטא עפעס גרעסער ווי לערנען תורה מיט תינוקות של בית רבן, און יעדע איבריגע מינוט וואס דו האסט – זאלסטו זיך פארגרייטן וואס צו לערנען מיט די קינדער, איינמאל דו ביסט גוט גוט אנגעגרייט מיט די לימודים, געדאנקען ווי אזוי דאס אריינצוברענגען מכח אל הפועל – זאלסטו לערנען חומש רש"י מיט תרגום, איינגעטיילט לויט די פרשת השבוע, נאכדעם משניות, גמרא והלכה וכו'.


בנוגע וועלכע נאמען צו געבן וכו'; דאס ענטפערט מען נאר נאכן געבוירן.


בנוגע נעמען פאר דיין ווייב א העלפער ביים געבוירן; אזוי פלעגן ענק טון ביי אלע קינדער, און יעצט הערן ענק אז אין היכל הקודש זאגט מען אז עס פעלט נישט אויס; מאכט זיך נישט נאריש, הערט נישט אויס די אלע זאכן, מאכט נישט קיין עסק פון די זאכן, ענק זאלן טון וואס ענק איז באקוועם; היכל הקודש איז נאר חיזוק, היכל הקודש איז חזר'ן די עצות פון הייליגן רבי'ן, פון תפילה והתבודדות, גארנישט מער פון דעם.


בנוגע טון חסד, ווען און וויפיל, ווי איין און ווי אויס; אויב דיין ווייב האט כח זאל זי אריינעמען יענעמ'ס קינדער, קוק אויף דיין ווייב'ס כוחות; אז עס נעמט אוועק צייט פון די קינדער – דאס איז נישט אויף וואס מען קוקט, אדרבה ואדרבה, די קינדער וועלן אויפוואקסן שענער און בעסער מיט ארייננעמען געסט; אז דיין ווייב האט כח זאלן ענק עפענען די טיר פאר חסד, בפרט פאר געשוויסטער – איז זייער א גרויסע מצוה.

#677 - זייט מיר מוחל
התחזקות, מוסדות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ג סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך בעט ענק איבער פאר די צער און עגמת נפש וואס ענק זענען אריבער פון מיר און פון די מוסד, עס טוט מיר זייער וויי וואס האט פאסירט, און איך בעט ענק, זייט מיר מוחל, איך וועל זייער אכטונג געבן אז עס זאל נישט פאסירן מער.


איך בעט ענק זייער, מהיום והלאה זאלן ענק זיך נישט צוריק האלטן פון קומען רעדן, עס טאר נישט פאסירן אזוינס, צו ווערן בא'עולה'ט און זיך אויפעסן אזוי לאנג און נישט קומען רעדן; עס זאל מער נישט פאסירן, אבער אויב מען האט עפעס וואס מען ווערט צעדריקט אין די קהילה, אדער די קינדער אין די מוסד – דארף מען קומען רעדן.


איך בין נישט קיין מלאך, איך מאך טעותים, און איך ווייס נישט אליין ווען מען איז געווארן פארווייטאגט.


איך האב זייער הנאה פון ענק, אייער משפחה איז פון די חשוב'סטע משפחות אין די קהילה, איך האב ענק ליב, איך וועל מער זארגן פאר ענק.


החותם באהבה.

#676 - לאז ארויס מיין טייערער תלמיד פון תפיסה
התחזקות, מוסדות, פרנסה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בהעלותך (שלח בא"י), כ' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


דאס וואס איך דריי זיך ארויס פון דיר ענטפערן, אויפנעמען וכו'; ווייל עפעס שטארק באדערט מיך.


איך האב דיר געגעבן א אינגערמאן זאל ארבעטן פאר דיר, איינע פון מיינע חשוב'סטע אינגלייט, א טייערע איידעלע נשמה, און דו האסט אים גענומען און געמאכט פאר אן עבד כנעני, אים געגעבן די כלים, מען שפילט מיט זיין מח; מען זאגט אים אז עמטליך זענען די שעות פון דעמאלט און דעמאלט, און נאכדעם איז דא א טעלעפאן, טעבלעט וכדומה פאר די איבריגע שעות, דאס הייסט, פון 9:00 ביז 7:00 זאל ער זיצן אין אפיס, און פון 7:00 ביז 9:00 אינדערפרי זאל ער זיין משועבד צו ענטפערן וואטסעפפ, אימעיל וכו'; און וואס צאלסטו אים? איז דאס גערעכט?


איך בין דיך דן לכף זכות אז דו ביסט אויך שיכור, דו האסט אויך א טעלעפאן, ביסט אויך אין תפיסה.


איך בעט און איך ווארן, לאז ארויס מיין טייערער תלמיד פון תפיסה, קענסט אים האלטן אין אפיס פון 9:00 ביז 5:00, נאכדעם איז ער מיינער, נישט דיינער; ער האט א ווייב, ער האט קינדער, ער האט א נשמה...


איך דארף מקצר זיין.

#675 - דיין טאטע שעפט נחת פון דיר
התחזקות, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב לעצטנס געטראפן אפאר מאל דיין טאטע נרו יאיר, און מיט טרערן אין די אויגן האט ער מיר געזאגט אז דו מיט דיין משפחה איז זיין גרעסטע נחת, און ער דאנקט דעם אייבערשטן אז דו ביסט אנגעקומען קיין ברסלב, ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, ער האט מיר געדריקט מיין האנט מיט אזא שטארקע ליבשאפט, און מיך מחזק געווען אנצוגיין ווייטער מיט מחזק זיין די קהילה.


וואס זאל איך דיר זאגן, נישטא קיין גרעסערע הפצה, נישטא קיין גרעסערע וועג שיין צו מאכן דעם רבינ'ס נאמען ווי ווען קינדער פירן א שיינע שטוב, א פרייליכע געזונטע שטוב, און די עלטערן קוקן און זעען די שיינע נחת און זאגן בפה מלא אז די ברסלב'ע קינדער זענען זיי אזוי שיין מכבד, און די ברסלב'ע קינדער זענען אזוי דרך ארץ'דיג.


אמאל דארף מען ווארטן אפאר יאר, אמאל שנעלער און אמאל לענגער, אבער ביים סוף ענדיגט זיך דאס. אזוי ווי ביי מוהרנ"ת, וואס זיין טאטע האט נישט געוואלט רעדן מיט אים, און ביים סוף האט ער אים געזאגט: "דו ביסט מיך די מערסטע מכבד" וכו'.


זאג יעדן טאג תהלים, בעט פאר דיינע דורות זיי זאלן אלע זיין הייליג און ערליך.

#674 - קויפן בנינים פאר אונזערע דורות
חינוך הילדים, מוסדות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


שבתי מארקוס נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר, דו נעמסט אראפ פון מיר א שווערע לאסט, סיי מיטן דעקן די רענט פון ישיבה, און סיי מיטן נעמען אויף דיר די נייע בנינים וואס מען קויפט פאר די מוסדות.


יעצט בארג איך צאם פרישע שווערע חובות, איך בארג יעצט צוויי מיליאן דאלער פאר נאך א בנין פאר די קינדער, די אינגלעך און מיידלעך אין שטעטל; איך וויל דיר בעטן דו זאלסט מיר העלפן קענען באצאלן די חובות, דו מיט דיין שותף האברך אשר בער אינדארסקי.


יעדע מאל זאג איך מיר אז איך גיי מער נישט בארגן, איך האב מער נישט קיין כח, און פון הימל ווער איך פלוצלונג אריינגעדרייט אין פרישע חובות. זאת נחמתי אז איך בארג נישט פאר מיר, פאר שוואוילטאג וכו', נאר פאר די מוסד, מוהרא"ש'ס מוסד, דעם הייליגן רבינ'ס מוסדות, דאס וועט מיר צוניץ קומען בזה ובבא.


שטעל אויף א פעסטע קרן צו קענען קויפן בנינים פאר אונזערע דורות, זיי זאלן קענען לערנען און דאווענען.

#673 - געבן ארבעט פאר בחורים און אינגעלייט צו העלפן
התחזקות, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ישעי' איידליס נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו העלפסט מיט וואס מען קען נאר, דו העלפסט מיט די הדפסה, מיט די חדר, ישיבה, בית המדרש, די קעמפס, קאנטרי, חתונות אין ישיבה, און מיט אזויפיל נאך גוטע זאכן.


איך וויל דיך נאכאמאל בעטן און מחזק זיין אז דו זאלסט אריינעמען בחורים און אברכים אונטער דיר, זיי געבן וואס צו העלפן, אזוי וועלן זיי זיין צוגעבינדן ביים רבי'ן, ווייל יעדער מענטש דארף האבן עפעס חיות, עפעס א פלאץ וואו צו וואקסן וכו', און אז מען העלפט ביים רבי'ן, מען העלפט אין די מוסדות אדער קהילה – איז די חיות ביי א גוטע פלאץ, און אז נישט – זוכט מען אנדערע גליקן.


על כן זאלסטו זען ווי מער געבן ארבעט פאר די נייע דור, בחורים און אינגעלייט, סיי מיט העלפן די ישיבה, סיי מיט העלפן די בית המדרש, קעמפ, קאנטרי, חתונות וכו', וועלן זיי אלע וואקסן גוט; אויך דארף מען מחזק זיין די מפיצים און אריינברענגען פרישע סאלדאטן אין ראנג.


מיטן נעמען אויף זיך די עול תורה – מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ; זאלסטו זוכה זיין אז דיין עול זאל זיין נאר עול תורה.

#672 - וועד החינוך פון די מוסדות
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בקשה.


די לעצטע פאר יאר, זייט אונזער מוסדות האט זיך פארגרעסערט - האבן מיר אוועק געשטעלט א 'וועד החינוך', וואס צו זיי דארף מען זיך מעלדן אז מען וויל אריינלייגן די קינדער אין אונזערע מוסדות, מוסדות היכל הקודש דחסידי ברסלב.


על כן, אז ענק ווילן אריינלייגן ענקער משפחה אין אונזערע מוסדות דארפן ענק זיך מעלדן צום אפיס, אריינשיקן אן אפליקעישן, און די אפיס וועט ענק זאגן ווייטער וואס צו טון, צו וועם זיך צו מעלדן.


שטארקטס ענק מיט תפילה והתבודדות, יעדע זאך דערציילן פארן אייבערשטן און יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ב), די שווערד פון א איד איז תפילה, מיט דעם קען ער באזיגן אלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#671 - די שמחה און די געשמאק אין שטעטל
שמחה, אמונה, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


אברהם הערש וועבערמאן נרו יאיר, גבאי בית המדרש קרית ברסלב


איך וויל זיך באדאנקען פאר דיר און פאר אלע גבאים און אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן פאר דעם שיינעם הערליכן יום טוב שבועות וואס מיר האבן געהאט אין שטעטל, יעדע מאל איך קום אין שטעטל מיט אנשי שלומינו ווער איך זייער איבערגענומען פון די דרך ארץ, פון די פריינדליכקייט און ליבשאפט – וואס איז דא צווישן אנשי שלומינו, און בעיקר די שמחה, די געשמאק.


יעצט איז געווארן א יאר פונעם גרויסן בית המדרש, און די גרויסע שול איז שוין נישט אזוי גרויס, עס וואקסט אונטער א דור און עס ווערן מקורב נייע מקורבים, די נייע שול איז שוין אויסגעוואקסן.


איך קוק ארויס צו קומען זומער, זיין אין שטעטל, אינעם ריינעם אויר; פרשת חוקת-בלק קומען מיר ארויס, דאס איז די בעסטע הכנה זיך צוצוגרייטן פאר די הייליגע טעג מיט שמירת עיניים, זיין צווישן די ביימער, דינען דעם אייבערשטן אינעם ריינעם פלאץ.

#670 - מיטנעמען די קבלות פון שבועות אויף א גאנץ יאר
אמונה, התחזקות, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


שבועות איז אריבער, יעצט דארף מען זען עס זאל זיין שלום בית צווישן אונז און די תורה, שבועות האבן מיר אלע מקבל געווען גוטע קבלות, יעצט דארף מען חיזוק דאס אנצוהאלטן, און דעריבער איז וויכטיג צו קומען צו שיעורים, זיך דרייען מיט אנשי שלומינו, מיט חברים וואס רעדן פון רבי'ן, פון רבינ'ס חיזוקים.


ביים סוף וועלן מיר גארנישט מיט נעמען, מיר וועלן נאר מיט נעמען די תורה וואס מען האט ארויסגעכאפט, און די מצוות, די גוטע זאכן. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ו, ט): "אֵין מְלַוִין לוֹ לְאָדָם לֹא כֶסֶף וְלֹא זָהָב וְלֹא אֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָּא תּוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבָד", די געלט מיט די הייזער, די קארס מיט די שיינע קליידער – דאס בלייבט דא, נאר די פרקים משניות, די בלעטער גמרא, די קאפיטלעך תהלים – דאס וועלן מיר מיט נעמען, און די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", די ווערטער וואס מען רעדט צום אייבערשטן – דאס באגלייט דעם מענטש אין בית החיים, דאס וועט מען מיט נעמען.


געדענק וואס האט דיך דערהאלטן אלס בחור, ווי אזוי האסטו געקענט דורכשטופן די בחור'ישע יארן? נאר די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן און צאמגענומען פון רבינ'ס ווערטער, און פון מוהרנ"ת, געדענק ווי דו האסט זיך אזוי מחי' געווען מיט דעם; זאלסטו העלפן דרוקן די ספרים און קונטרסים און העלפן צוריק ברענגען און מחזק זיין אידישע קינדער; די קונטרסים מאכט ליכטיג די וועלט, עס שיינט אריין אין מענטשן א שטארקע אמונה, אזוי תמימות'דיג און אזוי פשוט.

#669 - סיום ששה סדרי משנה, די צוויי הונדערטסטע מאל
אמונה, התחזקות, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר קרית ברסלב, ליבערטי


מזל טוב צו דיין סיום ששה סדרי משנה, דו האסט זוכה געווען דאס צו לערנען און מסיים זיין די צוויי הונדערט'סטע מאל; אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געגעבן אזא זיסע געשמאקע 'דרך הלימוד', א וועג צו לערנען תורה (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); אפילו מען איז פאריאגט און פארפלאגט מיט א משפחה, מיט א ווייב און קינדער און מיט ברענגען פרנסה – זאל מען אויך קענען לערנען תורה יעדן טאג און אויסניצן די צייט.


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר זענען זוכה צו לערנען די הייליגע תורה, מיר לערנען משניות זיך צו מתקן זיין די נשמה, מיר דארפן נישט ווארטן צו שטארבן, און א ספק ספיקא אויב א קינד וועט לערנען פאר די נשמה, מיר זענען זוכה יעצט בחיים חיותו צו לערנען יעדן טאג משניות.

#668 - די הצלחה פון א שול איז נאר ליבשאפט און אחדות
הפצה, מוסדות, שלום

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע ליבע אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים


אזוי ווי איינע פון די גבאים האבן זיך אוועק געצויגן פון ירושלים קיין בית שמש וויל איך ממנה זיין אין אונזער שול א נייער גבאי, האברך היקר ישראל יוזשעף נרו יאיר וואס וועט פירן די שול אינאיינעם מיט ר' יצחק שמואל פרענקל נרו יאיר.


טייערע ליבע ברידער, געדענקט אז די הצלחה פון א שול איז נישט א גוטע בעל דרשן, א גוטע פארלערנער און גוטע חזנים, נאר איין זאך דארף מען אין א שול - ליבשאפט און אחדות, און דער רבי האט אונז געזאגט, אז מיר וועלן זיך ליב האבן וועט מען אים ממשיך זיין דארט (חיי מוהר"ן, סימן קפז), און אז מען רעדט דעם רבינ'ס ווערטער און מען גלייבט אין רבי'ן - קען מען שפירן א לויטערע לופט, ווייל דער רבי איז דארט.


שטארקט אייך מיט הפצה, יעצט קומט דער יום טוב שבועות, די הייליגע חכמים זאגן (סוטה לז:), ביי קבלת התורה האבן די אידן מקבל געווען ערבות איינער צום צווייטן; דעריבער ליגט אויף אונז א פליכט, מיר דארפן זיך מוסר נפש זיין צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים פאר אנדערע, בפרט אין ארץ ישראל וואו די ערב רב האבן גענומען מיליאנען אידן און זיי אויסגע'שמד'ט, מיליאנען אידן זענען דערווייטערט פון די תורה, און זייער נשמה שרייט, זייערע נשמות וויינען: "מיר וויל צוריק קומען צום אייבערשטן"; און מיטן רבינ'ס ספרים, מיטן רבינ'ס עצות, מיט די ספרים פון מוהרא"ש - קען מען זיי אלע מחזיר זיין לתשובה.


א גוט שבת.

#667 - באוואסערן די ביימער און בלומען
התחזקות, מוסדות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דאנק דיך פארן מיר העלפן מיטן העלפן די מוסדות, עס לוינט זיך די פלאג און מי צו בויען מוסדות; נאר דאס בלייבט, נאר דאס וועט אונז העלפן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


ליבער ברודער, אויך דו וואס דו ביסט פאריאגט סיי מיטן העלפן די מוסד, און סיי מיט דיין פריוואטע ביזנעס - זאלסטו אויך לערנען יעדן טאג תורה, נישטא אזא זאך עס זאל אריבער גיין א טאג אן לערנען תורה, לערן זיך פון די ביימער און בלומען, זיי קענען נאר וואסקן אז מען באוואסערט זיי, און דאס איז דער טעם פארוואס יום טוב שבועות איז דער מנהג אריינצוברענגען אין שול און אין שטוב ביימער און בלומען, א זכר פאר קבלת התורה; אויך איז דאס אז מיר זאלן זיך לערנען פון די ביימער און בלומען, וואס זיי קענען נישט וואקסן, זיי קענען נישט לעבן - אן קיין וואסער; אויב די ביימער און בלומען האבן נישט קיין וואסער - שטארבן זיי, און אזוי איז מיט א מענטש, "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה" (דברים כ, יט), דער מענטש איז אזוי ווי א בוים; אזוי ווי ביימער דארפן וואסער - דארף דער מענטש לערנען תורה וואס ווערט אנגעריפן וואסער (בבא קמא פב.), אן תורה קען דער מענטש נישט אנגיין, מען קען נישט לעבן.


דערפאר זאלסטו זיך זייער שטארקן און זאלסט זיך מקבל זיין צו לערנען תורה יעדן טאג. זיי זיך מקבל עס זאל נישט אריבער גיין א טאג אן תורה, נאר אזוי וועסטו קענען אנגיין אין לעבן. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (ברכות סא:), אמאל האט א פוקס שפאצירט ביים וואסער און ער האט געזען ווי א גאנצע מחנה פיש לויפן פון איין פלאץ צום צווייטן פלאץ, האט ער זיי געפרעגט: "אפשר ווילן ענק ארויסקומען פון וואסער און מיר וועלן האבן א גוטע לעבן אינאיינעם?" האבן די פיש געלאכט פון אים, זיי האבן אים געפרעגט: "דו ביסט דער פוקס וואס אלע זאגן דו ביסט א קלוגע חיה? מה דאך אין וואסער וואס איז אונזער פלאץ צו לעבן זענען מיר שטענדיג באזארגט אז מען זאל אונז נישט פאנגען, איז ווי קענען מיר ארויסגיין צו די טריקעניש? דארט וועלן מיר אודאי נישט קענען לעבן!" אזוי האט רבי עקיבא געזאגט פאר פופס ווען ער האט אים פארגעהאלטן פארוואס ער מאכט ישיבות ווען די רומיים האבן נישט געלאזט, און אז מען וועט נישט פאלגן די רומיים וועט עס זיין א סכנה, האט ער געזאגט די מעשה מיטן פוקס, אז א איד אן תורה קען נישט זיין, און נאר אז מען לערנט תורה קען מען לעבן.


על כן בעט איך דיר זייער, זיי מקבל די תורה פונדאסניי, מאך זיך א שטארקע קבלה צו לערנען תורה יעדן טאג, און אויב דו ביסט נאכנישט זוכה צו פארשטיין דאס לערנען - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די תורה, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו), עס איז זייער א גרויסע זאך צו לערנען תורה אפילו מען פארשטייט נישט, און אז מען איז שטארק מיט לערנען תורה, מיט זאגן די ווערטער פון תורה - וועט מען ביים סוף זוכה זיין צו תבונות התורה, מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין אלעס (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן יא); קוק אריין אין ספר רחמי האב (אות לימוד): "עוד זאת אומר לי לבי", מיין הארץ זאגט מיר, "עצה טובה", א גוטע עצה פאר די וואס זענען פאריאגט צו ברענגען פרנסה, און פאר די וואס פארשטייען נישט קיין לערנען, "שילמוד בכל יום דף גמרא ופרק משניות באמירה בעלמא", זיי זאלן יעדן טאג זאגן א בלאט גמרא און א פרק משניות אפילו אן פארשטיין; ער דערציילט: איך האב געקענט א שוסטער וואס האט נישט פארשטאנען קיין לערנען, און ער פלעגט יעדן טאג זאגן אסאך בלעטער גמרא, ער האט יעדע יאר געענדיגט ש"ס, "והי' צלם אלקים על פניו כאחד הגדולים", ער האט געהאט א ליכטיגע פנים, עס האט אים געשיינט פון די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#666 - אויפבויען פיר כיתות אין מחנה אילן החיים
התחזקות, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, ער"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


שבתי מארקוס נרו יאיר, וויליאמסבורג


איך דאנק דיך זייער פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר, און וואס דו טוסט פאר אונזערע מוסדות, סיי מיטן צאלן די רענט פאר די ישיבה אין שטאט, און סיי פארן "קרן הבנין", פארן שאפן די געלט פאר די בנינים אין קרית ברסלב ליבערטי.


יעדע מאל איך בין אין שטעטל און איך גיי באזוכן די חדר – דערקוויקט מיר מיין הארץ צו זען די שיינע שטאק וואס מען האט אויפגעבויט; אזא רחבות, אזא באקוועמקייט, ליכטיג און לופטיג, ממש א מחי'.


אויך יעצט ווען דו האסט זיך אונטערגענומען מיט דיין שותף אשר בער אינדארסקי נרו יאיר, צו אויפבויען פיר כיתות אין מחנה אילן החיים, פאר די קינדער צו לערנען זומער אין וואלד; וואויל איז דיר, וואויל איז ענקער חלק, דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און חן, אז דו און דיין שותף, ענק זאלן קענען ווייטער זיין די גוטע שלוחים צו בויען די מוסדות, ענק זאלן זוכה זיין צו נחת פון ענקערע דורות.


יעצט שבועות איז דאך דיין יום טוב, איך געדענק אז דו ביסט מקורב געווארן יארן צוריק אין אן ערב שבועות פארנדיג קיין קרית יואל, און אויפן וועג האסטו אויסגעהערט א שיעור פון ישיבה, הכנה לקבלת התורה, און דאס האט דיר אויפגעפלאקערט דיין הארץ צו לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אשרינו...

#665 - די בעסטע פלאץ צו אינוועסטירן איז אין ערליכע מוסדות
חינוך הילדים, צדקה, מוסדות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, ער"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


די גבאים פונעם "קרן הבנין", האברך שבתי מיט אשר בער נרם יאיר האבן מיר דערציילט אז ענק האבן מנדב געווען צוויי כיתות אין "בית פיגא" אין שטעטל, איך וויל ענק בענטשן, דער אייבערשטער זאל ענק געבן נחת ביי ענקערע קינדער, ערליכע אידישע דורות מיט הצלחה, געזונט און סייעתא דשמיא.


נ.ב. דאס איז די בעסטע אינוועסטמענט אין די היינטיגע טעג; מענטשן זוכן גוטע אינוועסטמענטס, קיינער ווייסט נישט וואס מארגן גייט זיין, וואו לוינט זיך צו אינוועסטירן; די בעסטע פלאץ צו אינוועסטירן איז אין ערליכע תלמידי תורה, ערליכע בתי חינוך, ישיבות, כוללים וכדומה, דארט איז זיכערע פארדינסטן.

#664 - זיך גוט נאכפרעגן ביי א שידוך
אמונה, מוסדות, טעלעפאן, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען טראגט אייך אן שידוכים – זאלט איר זאגן פאר אייערע טייערע עלטערן זיי זאלן זיך אריינטון און אויסהערן, זייט נישט קיין עקשן זיך עקשנ'ען צו נעמען דוקא א בחור פון אונזער ישיבה; וואס מיינט איר, ביי אונז אין ישיבה דארף מען נישט רחמי שמים? די וואך איז געווען צוויי גיטין פון בחורים וואס האבן געלערנט דא און זיי זענען געפאלן פאר די סמארטפאון און די שטוב זייערע איז צעפאלן, און מיין הארץ איז מיר צעריסן דערפון; וואס מיינט איר? דא איז מען פארזיכערט?


עקשנ'ט זיך נישט, זאגט אייערע טייערע עלטערן זיי זאלן אויסהערן שידוכים און זיך גוט נאכפרעגן, און וויינט צום אייבערשטן פאר ערליכע דורות, און איר זאלט נישט אפטרעטן פון די מסורה פון אייערע עלטערן, חס ושלום לאזן ביי אייך אין שטוב די קליפה, די סמארטפאון.


מער קען איך נישט שרייבן, בעטס פאר מיר

#663 - מען קען זיין א מעמבער אויך אן א סמארטפאון
הפצה, צדקה, מוסדות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז מיינע תלמידים זענען א חלק פון די הייליגע חבורות ביי כלל ישראל וואס זענען זיך מפקיר צו העלפן אידן, געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן טייערע אינגעלייט אין חברה הצלה, שומרים און שמירה, חברים און חביבים, און אויך דו ביסט א חלק פון די הייליגע ארגאניזאציעס, וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן, בזכות די ארגעניזעישנס, די אינגעלייט וואס לויפן טון חסד פאר א צווייטן איד – וועט משיח קומען.


אבער אויב צו זיין א חלק פון די חבורות מוז מען האבן א סמארטפאון, טעבלעט וכדומה – איז נישט ווערד די גאנצע זאך, ווייל מען קען פארלירן אלעס, אלעס מיינט אלעס; די גאנצע יראת שמים, די אמונה, די שטוב און די חינוך הבנים והבנות.


על כן טייערער ליבער ..., בארעכן זיך וואס דו ווילסט און וואס דיין פלאן איז, מאך נישט די טעות, מאך נישט נאך אנדערע, בלייב ערליך, אזוי וועסטו זיין עכט מעכטיג, עס איז דא צוויי סארט מעכטיג, עס איז דא מעכטיג ביי די קינדער, ביי די קטנות המוחין, און נאכדעם איז דא עכט מעכטיג, מעכטיג אין הימל, מעכטיג מיט יראת שמים.


איך ווייס פון צענדליגער מעמבערס ביי די אויבנדערמאנטע ארגעניזעישנס וואס פאלגן יא די רבנים, און מיטן פשוט'ן טעלעפאן העלפן זיי כלל ישראל; בלייב דו אויך ערליך.


דו ביסט מיין תלמיד, דו ביסט מיר אזוי ווי א קינד, איך בין געווען דיין שדכן, דיר געברענגט א שידוך פון הימל, אזוי טייער און איידל, די הארץ ווערט מיר געלעכערט צו זען ווי מיין גאנצע ארבעט, מיין גאנצע הארעוואניע גיין לטמיון, די סמארטפאון איז אזוי שטארק, עס איז שטערקער פון אלע דרשות; איין קליפ, איין ליצנות, איין סטעטוס – נעמט אוועק מאה תוכחות, הונדערט דרשות; איך ווייס אז די נסיון איז גרויס, בפרט ווען אלע לעלא"ס, אלע וויכטיג מאכערס קומען מיט די גרויסע טעלעפאנס, מען וויל אויך זיין ווי זיי, אבער פארט האסטו טועם געווען פון די אונגארישע וויין, ווי קען מען דיך אפנארן?!


החותם בדמע עיני.

#662 - מאכט א חשבון אויב איך האב אייך פארפירט
חינוך הילדים, שלום בית, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהר בחקותי, י"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב געהערט אלע טענות וכו'.


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך מאכן א חשבון אויב איך האב דיך אפגענארט ביז אהער; מאך זיך א חשבון, פון ווען דו ביסט אריינגעקומען אין ישיבה, האסט אויסגעזען ווי אזוי דו האסט אויסגעזען וכו', און ברוך השם קוק ווי דו שטייסט, האסט חתונה געהאט, האסט א גוטע שלום בית, האסט ערליכע קינדער, האסט נחת פון דיינע קינדער, אלע זענען אזוי וואויל און טייער, מאך זיך א חשבון וואס דו האסט באקומען דא ביים רבי'ן, און אז ביז אהער האב איך דיך נישט פארנארט - איז פארוואס זאלסטו יעצט ווערן ברוגז אויף מיר אז איך האב גענומען דיין טאכטער'ס כיתה און צאמגעשטעלט מיט נאך א כיתה? פארוואס זאלסטו ווערן אנגעדרייט און אויפגעברויזט? איך האב דען א נגיעה דיר צו מאכן שלעכט? איך ווייס אויך פון אלע סיבות פארוואס נישט צו מאכן אזוי, און אז מען האט יא צאמגעשטעלט - וואס דארפסטו זיין ברוגז אויף מיר?


דאס אז דיין טאכטער וויל נישט, און זי איז נישט פרייליך - דאס קענסטו אליינס מיט דיין ווייב פאררעכטן, קינדער זינגען די ניגונים וואס מען הערט אין שטוב; די הייליגע חכמים זאגן (תנחומא וישלח, ז): "כְּאִמָּה, בִּתָּהּ", די זעלבע ניגון וואס די עלטערן זינגען - זינגען די קינדער, "שׁוּתָּא דְּיָנוּקָא בְּשׁוּקָא, אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ" (סוכה נו:), די שפראך וואס קינדער רעדן - איז אדער פון טאטן אדער פון מאמען; אז דו וועסט איר מחנך זיין זי זאל זיין דרך ארץ'דיג און זיך חבר'ן מיט אלע קינדער און קיינעם נישט וויי טון - וועט זי זיין פרייליך און צופרידן; איך בעט דיר זייער, מאך מיר נישט שווערער מיין ארבעט, ענדערש זאלסטו מיר העלפן; זאג דיין ווייב זי זאל קוקן ווי שיין מען האט געמאכט ביז אהער און עס וועט נאך ווערן בעסער און שענער.


אונזער שיטה איז אז מיידלעך דארפן לערנען נאר איין זאך: 'אמונה', 'יראת שמים' און 'גוטע מידות'; דאס איז בית פיגא, און דאס קען מען לערנען מיט אלע אינאיינעם, מען דארף נישט באזונדערע טיטשערס פאר יעדע יארגאנג; ווען מיר האבן געעפנט די סקול האבן מיר לכתחילה געלייגט אלע כיתות אינאיינעם, נאר מיט די צייט, אז עס איז געווארן גאר אסאך קינדער - האבן מיר אפגעטיילט די כיתות לויט די יארגענג, אבער נישט אז עס איז א חסרון צו לערנען יונגערע מיט עלטערע, און נישט אז עפעס וועט פעלן פאר די קינדער.


יארן צוריק איז געווען אין די וויליאמסבורגע סקול פינקט אזא מעשה, (פרעג זיך נאך ביי דיינע חברים, די וואס האבן געהאט קינדער אין יענע כיתה); איך האב צאמגעשטעלט צוויי כיתות, און וואס מען האט מיט מיר געטון וויל איך נישט איבער'חזר'ן, ווייל איך האב אסאך מתפלל געווען עס זאל ארויס גיין פון מיין הארץ, איך זאל אלעמען פארגעבן, עס זאל קיינעם נישט שאטן, די עלטערן האבן זיך צאמגענומען און מיך געסטראשעט, עד כדי כך, אז גאנצע משפחות זענען אוועק פון היכל הקודש. איך האב דעמאלט אסאך מתפלל געווען, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן: "וואס טו איך? איך וויל נאר טון וואס איז ריכטיג, איך וויל קיינעם נישט מאכן שלעכט"; פרעג דיינע חברים וואס פאר א שיינע נחת זיי האבן פון די קינדער וואס האבן געלערנט אין די צאמגעשטעלטע כיתות.


מיינע קינדער האבן אלע יארן געלערנט אין צאמגעשטעלטע כיתות, און געלויבט דעם אייבערשטן זיי זענען זייער פרייליך און פירן שיינע שטיבער, און אז דו וועסט מיך נישט שטערן, דו וועסט מיר העלפן - וועסטו אויך זען מיט דיינע אויגן די שיינע נחת.


איך בעט דיר זייער, מאך זיך א חשבון, און אויב די חשבון קומט אויס אז דו ווערסט דא פארפירט - זאלסטו זיך נישט לאזן פארפירן, זאלסט בעטן דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו טרעפן א פלאץ וואו מען וועט דיך נישט פארנארן און פארפירן חס ושלום. דאס האט אונז דער רבי אויסגעלערנט, מען זאל שרייען צום אייבערשטן, מען זאל זיך נישט אפנארן. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מען דארף זייער אכטונג געבן מען זאל זיך נישט אפנארן, מען קען זיין אפילו אין ברסלב און זיך פאררופן א ברסלב'ער חסיד און מען נארט זיך, מען דאווענט נישט, מען לערנט נישט וכו' וכו'; זאלסט זיך מאכן א חשבון הנפש: 'וואס באקום איך אין האנט?' און אז איך האב דיך נישט פארפירט ביז אהער - זאלסטו מיר העלפן מיט וואס מיר טוען, און אז דו וועסט מיר העלפן - וועסטו גאר שיין פארדינען.


נאכאמאל, אז דו ווילסט דיין טאכטער זאל זיין פרייליך - האט דאס נאר מיט דיר און מיט דיין ווייב; ענק זאלן איר אויסלערנען זיין פרייליך און זיך פירן ריכטיג, איר אויסלערנען צו האבן גוטע מידות; נישט וויי טון קינדער וואס זענען א יאר ארויף אדער א יאר אראפ, און זיך פירן מיט דרך ארץ. ברוך השם אז מיר האבן אויך קינדער, און מיינע קינדער האבן אויך זייערע געפילן און זאכן וואס זיי ווילן, און מיר די עלטערן לערנען די קינדער וואס די לעבן איז, זיך פרייליך מאכן, זיך זיס מאכן.


קענסט מאכן קאפיס פון דעם בריוו און דאס ווייזן פאר די עלטערן וואס רופן דיין ווייב וכו', זיי מחזק זיין זיי זאלן זיך אויך מאכן די חשבון אויב זיי ווערן פארפירט, ווייל חס ושלום זיך צו לאזן פארפירן, אבער אז די חשבון קומט ארויס אז מען איז זוכה צו באקומען ביים רבי'ן וואס מען באקומט – זאל מען ווייטער געטרויען די מוסד.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#661 - משמש זיין דעם רבי'ן, אן קיין אייגענע חשבונות
התחזקות, מוסדות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


נאכן זיין איבער א וואך אין שטעטל, וויל איך דיר זאגן אז די מיטינג וואס מיר האבן געהאט פאריגע וואך ביז שפעט ביינאכט, ביז האלב דריי פארטאגס – איז מיר געווען די שענסטע זאך, ווייל אז עס קען זיין שלום צווישן אונז – איז די גרעסטע זאך, און אז מיר וועלן זיך ליב האבן, אפילו ווען מיר האבן אנדערע מיינונגען – איז דאס עולה על הכל.


וויסן זאלסטו, דער סמ"ך מ"ם האט איין וועג, און נאר איין וועג – ווי אזוי ער קען צעברעכן אונזער קהילה, נאר דורך מחלוקת, און אויב מיר וועלן זיך שטארקן, ווייטער בלייבן ביים רבי'ן, ווייטער אינאיינעם משמש זיין דעם רבי'ן, אפילו מען טוט אנדערש ווי מיר ווילן, און מען הערט נישט אויס וכו' וכו' – וועלן מיר זייער מצליח זיין.


פון היינט און ווייטער זאלסטו זאגן דיין מיינונג, יעדע מאל מען רופט דיך צו א מיטינג זאלסטו זאגן דיין מיינונג, און אז מען וועט נישט טון ווי אזוי דו זאגסט – זאלסטו בלייבן העלפן מיט די גאנצע הארץ, און אויך אז דו וועסט דארפן אויפווישן די מילך וואס זיי האבן אויסגעגאסן וכו' – זאלסטו דאס טון מיט די גאנצע הארץ, טראכט פון רבי'ן, טראכט: 'איך ארבעט נישט פאר קיינעם, איך זוך נישט 'ונעשה לנו שם', איך בין נישט פון די 'דור הפלגה' וואס האבן געזוכט די אייגענע כבוד'; איך האב געזען אזויפיל אין די יארן וואס איך בין דא, אזויפיל מענטש וואס האבן געארבעט, געמאכט און געטון, און ווען זיי האבן אויפגעהערט צו באקומען כבוד – האבן זיי אפגעלאזט; דעמאלט האט זיך אויסגעשטעלט למפרע אז זיי האבן געהאט א באהאלטענע נישט ריכטיגע כוונה, ווייל ווי אזוי קען זיך אויסלעשן די געפיל צום רבי'ן צוליב אזעלכע זאכן...?


איך האב דיך ליב, און יעצט נאכן זיך לאזן בייגן האב איך דיך נאך מער ליב, מיין נישט אז מיך פאלגט מען אלעס וואס איך זאג, דאך בלייב איך ווייטער משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן.


שטארק זיך, בלייב העלפן די קהילה, אבער נאר אז דו וועסט אוועק לייגן אלע דיינע חשבונות און יעדן איינעם העלפן, יעדן איינעם געבן א שמייכל, חס ושלום האבן חשבונות מיט דעם און מיט יענעם.

#660 - איבערזאגן אן א שיעור מאל מיט סבלנות
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט אננעמען די פאסטן וואס דער מנהל מרדכי נרו יאיר האט דיר פארגעשלאגן, צו קומען זיין א מלמד ביי אונז אין שטעטל פאר קומענדיגע יאר שנת תשפ"ז פאר די עלצטע כתה, "כתה ט'"; דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה, חן און סייעתא דשמיא מיט די תלמידים.


די סוד פון חינוך איז דאס איבערזאגן און איבערזאגן אן א שיעור מאל מיט סבלנות, דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שצא), אפילו מען זעט ווי אלע דרשות און אלעס וואס מען טוט מיטן קינד גייט לאיבוד – דאך וועט אריינגיין איין טראפ פון די חיזוק און פון די ווערטער וואס מען רעדט און מען חזר'ט, און פון דעם וועט ווערן שיינע זאכן; דאס איז די יסוד פון א מחנך, זיין גרייט צו איבערזאגן און איבערזאגן מיט סבלנות און מיט ליבשאפט; דאס וואס דער רבי טוט מיט אונז, וויפיל סממנים גיסט ער אויף אונז און אלעס גייט לאיבוד, דאך גייט אריין א טראפ דא, א טראפ דארט; אזוי דארפן מיר טון מיט די קינדער.


שכוח, זאלסט מצליח זיין.

#659 - רעגיסטרירן אלע איינוואוינער צו קענען גיין וועלן
התחזקות, הפצה, צדקה, מוסדות, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


אייזיק ראטה נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין היינט געזיצן מיט די חברי הנהלה א מיטינג פון צוועלף ביז זעקס אזייגער, מיר זענען אריבער אויף זייער אסאך זאך, אלעס לטובת די קהילה, דאס גוטס פון אלע אנשי שלומינו.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט מיר העלפן; מיטן העלפן די הנהלה מיט וואס זיי בעטן דיר, ובפרט מיטן העלפן רעגיסטרירן אלע איינוואוינער אין שטעטל צו קענען גיין וועלן ווען עס פעלט אויס; דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן: "עשיו שונא ליעקב", איז במלוא מובן המלה, און דורך גיין שטימען וכו' – לאזן זיי אטעמען וכו'.


אויך זאלסטו וויסן אז עס איז אנגעשריבן פאר יעדן איינעם כך וכך זיך מוטשען פארן יאר, דאס הייסט, יעדע יאר שרייבט מען אפ די עמל ויגיעה פארן יאר, 'זכה' – גייט עס פאר גוטע זאכן, עס בויט זיך א שטעטל, א חדר, א בית פיגא, א כולל, א מקוה טהרה, שול, קעמפ, 'לא זכה' – גייט די עמל ויגיעה לריק, צום רוח; וואויל איז דעם וואס זיין פלאג און מי גייט פארן כלל און פאר יפוצו מעיינותיך חוצה.

#658 - ברסלב'ע פלייש
אמונה, התחזקות, צדקה, מוסדות, שחיטה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


שמואל לייב פעלבערבוים נרו יאיר, קרית ברסלב


"זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו", איך בין אזוי פרייליך אז עס איז דא "ברסלב'ע פלייש", עופות וואס זענען גע'שחט'ן דורך אונזערע טייערע שוחטים, ברסלב'ע חסידים, יראים ושלמים, אינגעלייט וואס פירן זיך בקדושה ובטהרה, אינגעלייט שוחטים וואס נעמען נישט דעם חלף, דעם מעסער – נאר נאכן זיך מתבודד זיין.


זאלסט זיין געבענטשט פארן טון אלע שווערע ארבעט אז דאס זאל קענען צושטאנד קומען.


זיי מודיע פאר אנשי שלומינו אז מען קען האבן "ברסלב'ע פלייש", און זיץ מיט די חברי הנהלה, מען זאל דאס קענען אוועקשטעלן ריכטיג, עס זאל זיין אונטער די קהילה, אזוי וועט זיין סייעתא דשמיא, ווייל אלעס פון די קהילה "קהילת היכל הקודש" האט סייעתא דשמיא, מוהרא"ש פארעט זיך פאר די קהילה, מען זעט בחוש אז די הצלחה איז שלא כדרך הטבע, עס איז עפעס א העכערע כח, די כח פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה און נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך, אמן.

#657 - יעדער בחור זאל זיין א שמש
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות, משמש דעם רבי'ן, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ישראל יוסף נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי מחזק די בחורים אלע זאלן העלפן, אלע זאלן האבן א חלק אין משמש זיין דעם רבי'ן; אדער אין ישיבה אדער אין שול, אדער ווען עס קומט צו ימים טובים וכדומה.


עס האט מיר געשטערט ביי די ל"ג בעומר מעמד צו זען אין שול גויים טיילן עסן און רייניגן, פארוואס נישט אונזערע בחורים? פארוואס זאלן די בחורים נישט האבן די געפיל? און אז זיי האבן נישט די געפיל צו העלפן – פארוואס זאל מען זיי נישט מאכן האבן דעם געפיל? אלע יארן אין ישיבה אין וויליאמסבורג איז אזוי געווען געבויט די ישיבה, אז בחורים העלפן, בחורים טוען, בחורים מאכן.


וויסן זאלסטו, עס איז אדער אדער, אדער לייגסטו אריין א געפיל אין א בחור צו העלפן, מען מאכט אים א סדרן, א גבאי, א שמש וכו', דעמאלט נעמט ער זיין חיות פון דעם, און אז נישט – וועט ער זיך באהאלטן מיט צוגארעטלעך, מיט א טעלעפאן, מיט נישט גוטע זאכן.


איך בעט דיר זייער, בלאז אריין אין די בחורים א חיות צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן, טו מיט זיי וואס איך האב געטון מיט דיר, געדענק ווען דו ביסט געקומען אין ישיבה, נאך פאר דיין בר מצוה, ווי איך האב דיר געגעבן א בעזעם אין האנט און דיר געלערנט רייניגן; פארוואס נאר הבחור חיים זאנוויל, מיט הבחור אלימלך נרו יאיר, און יוסף שלמה, אברהם יצחק? א שאד אז נישט אלע האבן א חלק אין משמש זיין, און ווען עס קומט א יום טוב, א מעמד – ווער דארף גוי'אישע וועיטערס? עס גייט אוועק די חן; וואו זענען אונזערע בחורים?


איך בעט דיר זייער זאלסט מיר העלפן מיט דעם, און זען אז יעדער בחור זאל זיין א שמש פאר די קהילה; עס איז אזוי געזונט און אזוי הייליג.


שיק מיר יעדן טאג א מעסעדזש מיט יעדע פרט ופרט וואס טוט זיך אין ישיבה.

#656 - א מנהל דארף האבן אחריות אויף אלעס ארום די חדר
חינוך הילדים, מוסדות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרדכי אינדיג נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט אכטונג געבן אויך אויפן קאך אין תלמוד תורה; איך הער זאגן אז מען צינדט דארט אן איזראעלישע מוזיק פון פרייע זינגערס, איין שטיק ניבול פה, און דארט קאכט מען עסן פאר אונזערע היייליגע קינדער, און אויך גייען קינדער פון תלמוד תורה העלפן דארט; איך בין נישט צופרידן אז ביי אונז איז דא אזא הפקירות.


על כן וויל דיך דיר בעטן דו זאלסט אויך זיין מנהל אויפן קאך און אויפן קעכער, זאלסט אכטונג געבן וועלכע מוזיק מען צינדט אן, אויך די בחורים וואס העלפן אין חדר ביי די קליינע קינדער, זאלסטו האלטן אויף זיי אן עינא פקיחא זיי זאלן האבן יראת שמים. איך האב מורא עס ווערט לעכער וכו', ווייל ווען די חדר פלעגט זיין אין וויליאמסבורג מיט די ישיבה האב איך געזען יעדע זאך און געשמעקט יעדע זאך, און אכטונג געגעבן, יעצט זע איך נישט, איך בין נישט דארט, וויל איך נישט חס ושלום עס זאל זיין לעכער פאר עבירות, איך וויל דו זאלסט זיין דער אחראי פון יעדע זאך, סיי די תלמוד תורה, סיי די מלמדים, עוזרים, באס דרייווערס, קעכער וכו'.


גיי אינדערפרי התבודדות, גיי נישט אין חדר אן התבודדות, הייב אן די טאג מיט התבודדות – וועסטו זיין בגדלות המוחין, וועסטו האבן הצלחה און כח, חס ושלום אן התבודדות קען זיין סכנת נפשות, מען קען חס ושלום הרג'ענען די קינדער; פיזיש – מיט שלאגן, און גייסטיש – מיט זיי פארשעמען, חס ושלום, חס ושלום.

#655 - אויפהייבן די הענט צום הימל
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות, חדר, תפילה, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


יצחק פאפנהיים נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


זיי מברר פארוואס דער קינד וויל נישט מער קומען אין חדר, אפשר איז דא עפעס וואס מען דארף פאררעכטן.


ל"ג בעומר אין ארץ ישראל מאכט מען נישט קיין חדר און סקול.


עס איז ריכטיג צו בעטן די עלטערן וואס מען רעדט ביי זיי אין שטוב נישט אידיש אז זיי זאלן לערנען אידיש.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, און אז דו טראכסט פון אויפהייבן די הענט און אפלאזן וכו' - זאלסטו אויפהייבן די הענט צום הימל; קוק ארויף און בעט דעם אייבערשטן זאל דיך העלפן, ער זאל דיר געבן כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#654 - דיין קאפ און מח זאל זיין אין די חדר
חינוך הילדים, מוסדות, בית המדרש, חדר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וכו'; עס זעט נישט אויס ריכטיג צו בויען אויף יענעמ'ס דאך.


דו לייג אריין דיין קאפ און מח אין די חדר; וועט זיין א שול פאר אונזער חבורה אין טברי' - מה טוב ומה נעים, און אז נישט - קענסטו צוריק גיין דאווענען אין ...; דיין דאגה זאל זיין די חינוך פון חדר, לאז די אנדערע חברים דאגה'נען פאר א שול, דיין קאפ און מח זאל זיין אז אונזערע קינדער זאלן באקומען די בעסטע חינוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.