בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9 - ס'לוינט צו צאלן מער געלט פאר א כשר'ע טעלעפאן
שלום בית, סמארטפאון, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט בנוגע א סעלפאון פאר דיין ווייב תחי', אז זי האט באקומען בחנם א סעלפאון וואס מען קען נישט פילטערן וכו'; בעט איך דיר טייערער ליבער תלמיד, געב אכטונג זאלסט נישט כאפן קיין מציאות וואס קען דיר אומגליקליך מאכן. דו ווייסט אליינס נישט ווי שעדליך א סעלפאון וואס האט אינטערנעט איז, מען קען דורכדעם אלעס פארלירן. אז מען קוקט אפאר מינוט שלעכטע זאכן קען מען אלעס פארלירן, ממש וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קח): "אַ מֶענְטְשׁ פוּן אֵיין תַּעֲנוּג'ל וֶועגְן פוּן אַ פֶערְטְל שָׁעָה, קָאן עֶר אָן וֶוערְן גָאר דֶעם עוֹלָם הַזֶּה מִיט דֶעם עוֹלָם הַבָּא".


אז דו פרעגסט מיר וואס צו טון, זאג איך דיר זאלסט קויפן א כשר'ע סעלפאון, אפילו עס קאסט געלט. ווייל אזוי איז די הלכה, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין די פוסקים (רשב"א בבא קמא ט.; ר"ן על הרי"ף סוכה טז.; רמ"א יורה דעה סימן קנז, סעיף א) אז א מענטש איז מחויב אוועק צו געבן זיין גאנצע פארמעגן נישט עובר צו זיין אויף א לא תעשה; אז מען האט א טעלעפאון וואס מען קען דערויף זען עבירות איז דאך זיכער אז מען דארף צאלן אלע געלטער אבי נישט צו האבן א סעלפאון וואס מען קען זיך מחבר זיין דערמיט מיט די אינטערנעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - וואויל איז דיר אז דו האסט צעבראכן דיין סמארטפאון
קדושה, בחור, סמארטפאון, משניות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


 לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו מיטן צובראכענע סמארטפאון.


איך האב זיך זייער געפריידט צו דיין בריוו און צו טרעפן אינעם ענוועלאפ א צעבראכענעם סמארטפאון; דו האסט מיט דעם מקיים געווען די מצוה פון: "וּבִעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּךָ (דברים יז, ז)", ווייל א סמארטפאון אן א פילטער איז אלע דריי עבירות וואס א איד דארף זיך לאזן הרג'נען נישט עובר צו זיין דערויף: 'עבודה זרה', 'גילוי עריות', און 'שפיכת דמים'.


א סמארטפאון נעמט אוועק פונעם מענטש די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לא) אז 'ברית' און 'אמונה' זענען תלוי איינס אינעם צווייטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ"; דאס הייסט אז ווען מען איז פוגם בברית, בפרט ווער רעדט נאך אז מען קוקט שמוציגע מאוויס - פארנאגראפיע רחמנא לצלן און מען זינדיגט אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, הייבט מען אן צו האבן קושיות און ספיקות אויפ'ן אייבערשטן, און ווי מער מען פאלט אריין אין עבירות אלץ מער ווערט אויסגעריסן די אמונה און מען זינקט אין כפירה. ווייל עבירות פארלעשט די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל אָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה בָּאָדָם", די עבירות ברענגט כפירה; דערפאר איז א סמארטפאון אזא שעדליכע זאך.


אז דו האסט געהאט די שטארקייט אוועק צו ווארפן דיין סמארטפאון זאלסטו יעצט האבן שכל נישט צו זיין ווי א הונט וואס גייט צוריק צו וואס ער ברעכט אויס; שלמה המלך זאגט (משלי כו, יא): "כְּכֶלֶב שָׁב עַל קֵאוֹ, כְּסִיל שׁוֹנֶה בְאִוַּלְתּוֹ", דער נאר איז צוגעגליכן צו א הונט וואס גייט צוריק צו דאס וואס ער האט אויסגעבראכן און עסט דאס נאכאמאל אויף, ער האט נישט די פארשטאנד אז ער האט דאס אויסגעבראכן ווייל דאס איז נישט גוט פאר אים, אזוי טוט אויך דער נאר נאכאמאל נארישקייטן.


מאך זיך א שיעור אין משניות; הייב אן פון אנהייב סדר זרעים, זאג א פרק נאך א פרק ביז דו וועסט ענדיגן סדר זרעים, נאכדעם זאלסטו אנהייבן סדר מועד ביז דו וועסט ענדיגן גאנץ ששה סדרי משנה. און ווען דו ענדיגסט ששה סדרי משנה זאלסטו אנהייבן נאכאמאל משניות, אזוי זאלסטו טון דיין גאנץ לעבן. דאס וועט דיר אפהיטן פון אלעם שלעכטס.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן דו זאלסט האבן כח זיך צו שטארקן אויפן יצר הרע; אפילו דו האסט נישט קיין דיבורים וואס צו רעדן זאלסטו זאגן אפאר ווערטער, זאג: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן כח נישט צו קוקן קיין עבירות, העלף מיר אייבערשטער איך זאל נישט קוקן קיין מאוויס און איך זאל נישט קוקן קיין שמוץ. איך לויף שטענדיג צוריק צו דעם, איך בין ממש ווי א הונט וואס קערט זיך צוריק צו זיין שמוץ, העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן כח בייצושטיין די שווערע נסיונות"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן וועסטו האבן כח זיך צו שטארקן אויף דיינע נסיונות.


שרייב מיר נאך בריוו; לכל הפחות איין מאל א וואך.

#7 - לערנען שלחן ערוך הקטנים
לימוד התורה, סמארטפאון, הלכה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע ענינים.


איך גיב דיר א מתנה א סעט שלחן ערוך הקטנים; עס איז דא די "שלחן ערוך הגדולים", וואס האט אלע נושאי כלים, נאכדעם איז דא די שלחן ערוך הקטנים וואס איז בלויז "מחבר און רמ"א"; זע צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות איין סעיף, אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן, אז יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן כט).


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט דיר שבת, דו האסט טייערע קינדער און א וואוילע ווייב; דו האסט מיר אזוי שטארק מחי' געווען ווען דו האסט מיר דערציילט אז דו האסט פארמאכט דיין סאושעל מידיע אקאונט זייט דו האסט געזען דעם קליפ פון "געוואלד טאטע'ס און מאמע'ס", און דו פארברענגסט מער אין שטוב מיט דיין משפחה.


איך דאנק דיר פאר דיין שטענדיגע הילף פאר'ן שטיין צו די מוסדות מיט א ווארימע הארץ; דאס אלעס וועט דיר צוניץ קומען אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


געוואוין זיך צו זיך אויסצורעדן דיין הארץ צום אייבערשטן; גיי יעדן טאג אינדערפרי א שפאציר און שמועס דיר אויס דיין הארץ צום אייבערשטן. דערצייל אים אלעס וואס דו טוסט, זיי זיך מתוודה אויף אלעס מיט וואס דער יצר הרע איז דיר מכשיל, און בעט אים אויף ווייטער.


זיי געזונט און שטארק.

#6 - ווארף אוועק דיין סמארט-פאון
קדושה, בחור, סמארטפאון, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר - פאר דיין אייגענע לעבן: ווארף אוועק דיין סמארט-פאון; איך האב אזוי רחמנות אויף דיר צוליב די צרות וואס דו מאכסט נעבעך מיט, יעדע נאכט קוקסטו מאוויס און דאס מאכט דיר מורא'דיג צעבראכן. דו נארסט זיך אליינס אפ, ווייל קודם זאגסטו צו דיר אליינס אז דו גייסט קוקן נאר דאס און נאר יענס, אבער למעשה טרעפסטו זיך אין שאול תחתית. דאס מאכט אז דו זאלסט קומען אין ישיבה אזוי צעבראכן און אזוי דעפרעסט, ממש עס כאפט א ציטער ווען מען קוקט אויף דיר, דו ביסט אזוי מרה שחורה'דיג פון די עבירות וואס דו קוקסט.


דערפאר בעט איך דיר מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, איך ווייס אז דו ווילסט זיין גוט, און ווי דו מוטשעסט זיך מיט דיר אליינס צו זיין ערליך אפילו דו פאלסט אראפ נאכאמאל און נאכאמאל; דו האלסט שוין ביי די פערטע סמארט-פאון, נאכדעם וואס דו האסט שוין אוועק געווארפן אפאר מאל דעם פאון אבער דו האסט עס נאכאמאל געקויפט. פאלג די עצה פון הייליגן רבי'ן, גיי התבודדות און שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיר! איך זינק אין טומאה, איך זינק אין שמוץ און איך קען זיך נישט ארויס זען דערפון. טאטע! האב רחמנות אויף מיר; עס איז מיר אזוי שלעכט, עס איז מיר אזוי ביטער, איך וויל אזוי שטארק ארויס קריכן פון מיינע עבירות אבער עס גייט מיר נישט.


געב מיר כח טאטע איך זאל אויפהערן קוקן שמוץ; לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים, געב מיר א נייע הארצעלע, וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי, און באנייע מיר מיין ווילן - טאטע זיסער; העלף מיר איך זאל זיין א איד".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן טייערער ... נרו יאיר וואס געשעהט מיט אזעלכע תפילות; דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.): ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך וויל נישט אז בית דין של מעלה זאל זיך אריין מישן ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר, "אָנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", נאר איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא-בְּרִיךְ-הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגעניגן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס פארן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס – די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער ענטפערט פאר אן ארימאן שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


דער זוהר זאגט דארט ווייטער אז ווען דוד המלך האט געזען די חשיבות פונעם ארימאנ'ס תפילה האט ער אויסגעטון די בגדי מלכות, זיך געזעצט אויף דער ערד און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים פו, א): "תְּפִלָּה לְדָוִד, הַטֵּה ה' אָזְנְךָ עֲנֵנִי", הייליגער באשעפער העלף מיר און הער אויס מיין געבעט, "כִּי עָנִי וְאֶבְיוֹן אָנִי", ווייל איך בין אזוי ווי אן ארימאן; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער איז זייער נאנט צו א מענטש וואס איז ביי זיך צעבראכן וכו'.


טייערער ... נרו יאיר פאלג דעם רבי'ן וואס האט אונז געהייסן עוסק זיין אין תפילה והתבודדות; ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן, ער גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און ער שמועסט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער פארציילט אים אלעס וואס שטערט אים, און אז ווי שטארק ער וויל זיין אן ערליכער איד גייט עס אים נישט, ער דערציילט פארן אייבערשטן ווי ער פאלט אריין אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן און ער וויינט זיך אויס אז ער וויל זיין ערליך, דורכדעם נעמט ער אראפ פון זיך אלע דינים און דער אייבערשטער איז אים מוחל אויף זיינע זינד.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (עיין אשר בנחל מכתב אלף, רפג; ועוד) אז עס איז דא א מלאך אין הימל וואס זיין נאמען איז עזריא"ל, ער איז ממונה ארויף צו טראגן די תפילות פון בחורים וואס פאלן נעבעך אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ער נעמט די תפילות און שמועסן צום אייבערשטן און בויט דערמיט אין הימל הערליכע פאלאצן, און ברענגט אראפ אויף די נשמות א פרישע חיות און א פרישע מוט.


שטארק זיך; נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך.

#5 - אז מ'וואקסט אויף מיט'ן רבינ'ס הקדמות האט מען אן אנדער לעבן
שלום בית, סמארטפאון, הכרת הטוב, מוסדות, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


א גרויסן יישר כח פארן נעמען מיין זון ... נרו יאיר פאר די פאר טעג אז איך זאל זיך קענען אריבער כאפן קיין ארץ ישראל און קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון.


איך וועל מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים פאר אייך און פאר אייער מאן; מיר קומען אייך א גרויסן הכרת הטוב פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, איר געבט אוועק אייער לעבן פאר אונזערע קינדער.


יעצט ווען מיר האבן שוין כלות תלמידות פון בית פיגא דארף מען זיי צוזאמנעמען נאך זייער חתונה - כאטש איין מאל א חודש - פאר א פריוואטע שיעור; אינה דומה א ווייבל וואס האט חתונה מיט די ריכטיגע הקדמות פון קינדווייז אן ווי די וואס איז אויפגעוואקסן אן דעם רבי'ן, פאר זיי וועט מען דארפן מאכן באזונדערע פרויען שיעורים.


איך האב אנגעגרייט א שיעור פאר די 'נחת אווענט' וואס וועט אם ירצה ה' פארקומען קומענדיגע וואך מיטוואך נאכט; אויך האבן מיר אנגעגרייט א שפיל ווי עס זעט אויס ביי די שטובער וואס ברענגען אריין 'סמארטפאונס' אין שטוב, וואו די קינדער האבן נישט מיט וועם צו רעדן ווען די עלטערן זענען פארנומען טאג און נאכט מיט זייער סעלפאון. איך האף צום אייבערשטן אז איך וויל פועל'ן ביי אלע עלטערן זאלן נישט אהיים ברענגען קיין סמארטפאון, טעבלעט וכו' וכו', אזוי וועלן מיר אויפברענגען א דור פון ערליכע אידישע קינדער.


איך פריי מיר זייער אז די מיידלעך אליינס רוימען אוועק די קלאסן און זענען אחריות'דיג אז די קלאסן זאלן זיין זויבער; עס איז גוט אז מען לערנט אויס מיידליך אחריות און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אייער הייליגע ארבעט.

#4 - ווי אזוי צו האנדלען מיט עלטערן וועלכע האבן א סמארט פאון
חינוך הילדים, כיבוד אב ואם, סמארטפאון, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב.


זי פרעגט וואס זי זאל טון אז איר זענט זייער מקפיד אויפצוציען אייער שטוב על פי תורה און איר ברענגט נישט אריין אין שטוב קיין סמארט-פאון, טעבלעט, קאמפיוטער וכדומה, אבער וואס זאל מען טון ווען די עלטערן קומען אין שטוב מיט זייער סמארט-פאון און ווייזן פאר די קינדער בילדער וכו', צי מען מעג זאגן פאר די עלטערן זיי זאלן נישט ארויס נעמען זייער סמארט-פאון בשעת די קינדער זענען דארט, און פארלאנגען פון זיי אז זיי זאלן נישט ווייזן פאר די קינדער אויף די סמארט-פאון בילדער פון משפחה וכדומה לזה.


וויסן זאלט איר אז כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די כבוד פון די עלטערן. דער רמב"ם שרייבט (פרק ה' מהלכות ממרים, סימן טו): "כָּל הַמְבַזֶּה אָבִיו אוֹ אִמּוֹ אֲפִילוּ בִּדְבָרִים וַאֲפִלּוּ בִּרְמִיזָה הֲרֵי זֶה אָרוּר מִפִּי הַגְּבוּרָה, שֶׁנֶּאֱמַר (דברים כז, טז): 'אָרוּר מַקְלֶה אָבִיו וְאִמּוֹ'", אויב מען פארשעמט עלטערן אפילו נאר מיט ווערטער, אדער אפילו נאר ברמיזה - איז מען שוין פארשאלטן פונעם אייבערשטן; נאך מער ווערט געברענגט (ספר חרדים פרק ט, סימן לה): "שֶׁאֲפִלּוּ אִם מְבַזֶּה אוֹתָם בְּלִבּוֹ בִּלְבָד, הֲרֵי הוּא בִּכְלָל אָרוּר זֶה", אפילו מען לאכט זיך אויס פון עלטערן בלויז במחשבה, איז מען שוין אויך פארשאלטן פונעם אייבערשטן, עיין שם; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט מיט עלטערן צו רעדן צו זיי בדרך כבוד, מיט דרך ארץ און הכנעה.


וואויל איז אייך אז איר נעמט נישט אריין אין אייער שטוב קיין שום כלי וואס ערליכע אידן נעמען נישט אריין אין שטוב, איר ווילט אויפצוען ערליכע אידישע דורות, אבער פון די אנדערע זייט דארפט איר וויסן אז דער שטערקסטער חינוך פאר די קינדער איז זיי ווייזן ווי מען שעצט די עלטערן; קינדער קען מען נישט אויסשפילן, קינדער ווייסן אלעס און כאפן אלעס אויף. אפילו ווען מען פירט זיך מער אפגעהיטן פון די עלטערן וכו' טאר מען נישט רעדן צו זיי מיט חוצפה און זלזול, מען טאר נישט אוועק מאכן די עלטערן ווי אזוי זיי פירן זיך, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר זיי און פאר אלע אידן אז אלע זאלן תשובה טון און זיך פירן על דרך התורה.


אז איר וועט מכבד זיין אייערע עלטערן און פון די אנדערע זייט וועט איר ווייטער זיין שטארק מיט אייער וועג פון חינוך וכו' וועלן אייערע עלטערן אליינס האבן שכל נישט צו קומען צו אייך מיט דעם וכו', זיי וועלן אייך שעצן און אפילו במשך די צייט אייך נאכמאכן.


איך האף אז איר וועט זיין א מבין דבר מתוך דבר צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


א גמר חתימה טובה.

#3 - ברענג נישט אהיים דיין סמארטפאון
שלום בית, חינוך הילדים, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו האסט דערהאלטן מיין בריוו.


זיי נישט ברוגז אויף מיר; איך וויל גארנישט און איך מיין גארנישט. איך וויל נאר זאלסט ווייטער לעבן מיט דיין ווייב מיט ליבשאפט.


נישט יעדער איז זוכה צו אן אשת חיל אזוי ווי דו האסט זוכה געווען; דיין ווייב וויל אויפשטעלן מיט דיר א ערליכע שטוב, זי וויל מגדל זיין די קינדער אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט - מיט יראת שמים. זי וויל אויפציען קינדער וואס וועלן האבן הייליגע אויגן, ריינע אויגן און זויבערע אויגן; נו פרעג איך דיר, אז דער טאטע זיצט א גאנצן טאג מיט א סמארטפאון און קוקט אלע נארישקייטן ווי א קליין קעפלדיגער מענטש וועלן דאך די קינדער אויך זוכן דאס צו נאכמאכן...


דעריבער בעט איך דיר מיין טייערער ... נרו יאיר: "ברענג נישט אהיים דיין סמארטפאון"; איך פארשטיי אז דו דארפסט דאס האבן פאר די ארבעט (איך פארשטיי אבער נישט פארוואס עס דארף זיין אפען צו שמוץ), אבער אין שטוב טארסטו עס נישט אריין ברענגען, דו ווילסט אודאי נישט פארלירן דיין ווייב און קינדער; דעריבער בעט איך דיר: "פאלג וואס צדיקים זאגן", וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


איך ווארט דיר צו זען, וועל איך רעדן מיט דיר.

#2 - לויבט אויס דאס זיך אפלאזן פון 'סאשעל מידיע'
סמארטפאון, שידוכים, אינטערנעט, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי מיר זייער שטארק אז דו האסט גענומען די שטארקייט צו פארמאכן דיין סאשעל מידיע אקאונט. עס איז אסאך שטערקער ווען מען מאכט אפ אפצולאזן און פארמאכן די סאשעל מידיע פון זיך אליינס ווי ווען מען מאכט דאס צו געצווינגענערהייט פון א משגיח אדער א מנהל וכו'.


ווען א מענטש מאכט צו זיין סאשעל מידיע ווייזט ער ווער ער איז; ער ווייזט אז ער וויל תכלית. איך האף צום אייבערשטען אז דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך, א וואוילע מיידל וואס איז ריין פון די זאכן, און זי וועט דיר זיין געטריי א גאנץ לעבן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אֵין מְזַוְּגִין לוֹ לְאָדָם אִשָׁה אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער געבט פאר א מענטש א ווייב לויט זיינע מעשים; אז דער מענטש איז איינגעטינקען ראשו ורבו אין זיין טעלעפאן וכו' וועט ער באקומען א פרוי וואס זי וועט אויך זיין איינגעטינקען אין איר טעלעפוין; זי וועט זיין פארנומען מיט אירע חבר'טעס און זי וועט נישט זיין געטריי צום מאן וכו'. אבער אז דער מענטש לאזט אפ זיינע נארישקייטן, ער זוכט תכלית, ער וויל אויפשטעלן א שיינע שטוב, ער וויל א ווארעמע שטוב, וועט ער זוכה זיין צו טרעפן א ריינע מיידל וואס וועט זיין געטריי פאר אים.


שטארק דיר בלימוד משניות און לאז נישט אפ די משניות; זיי שטארק אין ח"י פרקים יעדן טאג. (ישעיהו לח, יט): "חַי חַי הוּא יוֹדֶךָ" - אז מען זאגט ח"י פרקים משניות יעדן טאג איז מען זוכה נאנט צו ווערן צום אייבערשטן.


משניות וואשט אויס די נשמה פון אלעם שלעכטס; ווער עס לערנט משניות ווערט א ריינער מענטש. משניות איז ווי סטילוואל פאר די נשמה. דערפאר זיי ממשיך מיט אכצן פרקים משניות יעדן טאג; קוק נישט אויף קיינעם און הער נישט צו קיינעם, דו פאלג נאר דעם הייליגן רבי'ן.


איך האב דיר זייער ליב און איך בעט פאר דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - הער שוין אויף מיט דיין מרה שחורה, וועט דיר זיין גוט
שלום בית, סמארטפאון, אינטערנעט, שמחה, מרה שחורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר און איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן... איין זאך קען איך דיר זאגן: דו ביסט א גרויסער רחמנות... דו האסט א טייערע ווייב מיט ליכטיגע קינדער; דו האסט אן אייגענע הויז, דו האסט א פיינע פרנסה און דו ליגסט אין בעט מרה שחורה'דיג און דו ווילסט נישט אויפשטיין.


איך האב דיר שוין פרובירט מחזק צו זיין אן א שיעור מאל; זעט אויס אז דו פארשטייסט בעסער פון מיר און דו האלסט זיך קלוגער פון מיר. קען זיין אז דעם רבינ'ס עצות איז צו פשוט פאר דיר, דו קוקסט אן אונזער חבורה 'היכל הקודש קודש קדשים' ווי קליין קעפלדיגע מענטשן. וויל איך דיר זאגן וואס דער תם האט געזאגט פארן חכם (ספורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "קוק צו וואס מיין תמימות האט מיר צוגעברענגט - צו אזוי איין גדולה, און צו וואס דיין חכמה האט דיר געבראכט."


פאלג מיר, מאך צו דיין סאשעל מידיע וואס דאס רייסט דיר אוועק פון דיינע קינדער און דו האסט נישט קיין איין טראפ געדולד צו זיי; אמאל פלעגסטו זיי פארהערן, דו פלעגסט זיך שפילן מיט זיי, דו האסט הנאה געהאט צו זיצן אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער. היינט זוכסטו זיך יעדע רגע וואו צו אנטלויפן, עס איז ביי דיר מקוים געווארן די קללה וואס דער אייבערשטער האט געשאלטן קין (בראשית ד, יב): "נָע וָנָד תִּהְיֶה בָאָרֶץ", וואו די גייסט ביסטו נישט צופרידן.


קוק וואס פאסירט ווען מען זינדיגט רחמנא לצלן - מען פארלירט דעם מח; דיין ווייב איז שוין געקומען צו מיר אפאר מאל, זי פרעגט מיר צי איז מחויב צו לעבן מיט דיר, ווייל דו שרייסט אויף איר און דו ווארפסט אן אויף איר א פחד און אן אימה יעדע מינוט. ווען זי פרעגט דיר צי דו דארפסט עסן, שרייסטו אויף איר מיאוס'ע ווערטער, ווען זי פרעגט דיר שבת אינדערפרי 'וואו גייסטו דאווענען', שרייסטו אויף איר קללות נמרצות. זי איז געווען ביי מיר אין אפיס און געוויינט, זי האט מיר געפרעגט: "ראש ישיבה, דאס איז מיין לעבן? איך וועל דארפן אזוי ליידן אלע מיינע יארן?!"


וויפיל אינגעלייט מוטשען זיך אנצוגיין טאג טעגליך מיט שווערע ביטערע נסיונות; זיי האבן נישט קיין געלט צו קענען צאלן דירה געלט וכו' וכו'. וויפיל אינגעלייט וואלטן געוואלט האבן אן אייגענע דירה, א שטוב מיט ליכטיגע קינדער, און דו ווען דו האסט שוין דאס אלעס זוכסטו זיך פון אונטער דער ערד ווי זיך אפצורעדן?!


נאך חצות איז ביי מיר שוין כמעט דער טאג אריבער און דו ליגסט נאך אין בעט מרה שחורה'דיג ווי א גע'פגר'טע קו?! איך בעט דיר, טאנץ ארויס פון בעט און לויף אין שול דאווענען שחרית. טו אן טלית און תפילין און דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט. נאך שחרית נעם א חומש און זיי מעביר סדרה, די וואך האבן מיר צוויי לאנגע סדרות.


די וואך נאכן ליינען גייט מען אויסשרייען: "חזק, חזק, ונתחזק"; די אלע וואס פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, זיי נעמען יעדן טאג דעם חומש און פון אנהייב וואך זענען זיי מעביר סדרה, די קענען שרייען: "חֲזַק, חֲזַק", אבער די וואס שטופן עס אפ ביז סוף וואך, די בלייבן נעבעך "חוֹזֶק", ווייל עס גייט אריבער א וואך נאך א וואך און מען לערנט ניטאמאל קיין חומש.


ווען דו ענדיגסט דאווענען אין מעביר סדרה זיין קום אהיים און עס פרישטאג מיט דיין ווייב; געב איר גוטע ווערטער, געב איר ליבשאפט וכו' און בעט איר איבער, זאג איר אז דו הייבסט אן א נייע לעבן.


ווי קען מען זיין אזוי שלעכט צו די אייגענע ווייב? ווי קען מען רעדן מיאוס'ע ווערטער צו די ווייב?! איינע פון די סימנים פון א איד איז אז ער איז א רחמנות'דיגער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות עט.) אז די אידן האבן דריי סימנים: "רַחֲמָנִים, בַּיְישָׁנִין, וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים".


געדענק וואס איך חזר שטענדיג איבער ביי די שיעורים, וואס מוהרא"ש פלעגט אונז זאגן, אז די גאנצע געלט און די גאנצע הצלחה פונעם מענטש קומט בזכות דעם וואס מען איז מכבד די ווייב, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע פרנסה קומט בזכות די פרוי; זוך נישט צו זיין גערעכט, עס איז א גרויסע רחמנות אויף די מענטשן וואס קריגן זיך טאג און נאכט. ענדערש געב נאך ווי צו זיין גערעכט; וואס וועסטו האבן אז דו וועסט זיך קריגן, דו אליינס ווערסט דאך אויפגעגעסן פון די אלע קריגערייען.


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, אסאך מאל ווען מען קוקט אויף דיר כאפט פשוט אן א שרעק; דו זעסט אויס ווי א טויטער מענטש, אן קיין שום חיות און אן קיין שום לחליחות. איך האב דיר עס קיינמאל נישט געזאגט, אבער יעצט אז דו שרייבסט מיר איינס אזייגער נאכמיטאג אן אימעיל אז דו ליגסט אין בעט און דו ווילסט נישט אויפשטיין, זאג איך דיר אפען ארויס אז דו ביסט א גרויסער רחמנות...


טייערער הארציגער חבר, מיר האבן א רבי וואס ער קען יעדן איינעם העלפן, אפילו א משוגע'נעם קען מען העלפן; דער פראבלעם איז נאר אז דער משוגע'נער האלט אז ער איז נארמאל נאר דער דאקטער איז משוגע. אזוי זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן סז): "כִּי עִקַּר שִׁגָּעוֹן שֶׁל כָּל הַמְשֻׁגָּעִים הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁהוּא אֵינוֹ מְצַיֵּת וְשׁוֹמֵעַ לְדִבְרֵי הַבַּעֲלֵי שֵׂכֶל, כִּי הַמְשֻׁגָּע - אִם הָיָה שׁוֹמֵעַ וְצַיָּת לְדִבְרֵי אֲחֵרִים שֶׁהֵם הַבַּעֲלֵי שֵׂכֶל, בְּוַדַּאי לֹא הָיָה מְשֻׁגָּע כְּלָל", פארוואס ווערט א מענטש משוגע? ווייל ער פאלגט נישט דעם אמת'ן חכם און דעם אמת'ן צדיק, ווייל ווען דער מענטש וואס איז פיל מיט שגיונות - אויב וואלט ער געפאלגט א חכם וואלט ער געווארן אויס משוגע; יעדער מענטש האלט פון זיך, ער האלט אז ער איז דער קלוגסטער און דער געלונגענסטער מענטש וכו' וכו', אבער אויב דער מענטש האט נישט קיין ביטול צו א צדיק און צו אן אמת'ן חכם, וועט ער אינגאנצן פארפירט ווערן. א מענטש מוז האבן א רבי - א מורה דרך מיט וועם ער שמועסט זיך דורך זיין לעבן און ווען ער האט א שווערע איבערגייעכץ אדער שווערע נסיונות, גייט ער צו זיין רבי און רעדט מיט אים.


א מענטש וואס גייט אליינס איז אין א גרויסער סכנה; אסאך מאל מאכט דער יצר הרע אז א מענטש זאל זיך פירן גוט און פיין פאר א לאנגע צייט, נאר ווייל ער וויל איינרעדן דעם מענטש אז ער קען זיך אליינס אן עצה געבן, נאכדעם ווארפט ער אים אראפ אין א פלאנטער און דער מענטש קען זיך נישט קיין עצה געבן, ער ווייסט נישט ווי אזוי זיך ארויסצוזען פונעם פלאנטער.


אז דו קומסט צו מיר נאכאמאל און נאכאמאל וויל איך דיר קלאר שטעלן אז איך בין ווייטער גרייט צו רעדן מיט דיר און דיר ווייטער אוועק געבן פון מיין טייערע צייט - נאר אז דו וועסט פאלגן; מיין צייט איז מיר זייער טייער און איך בין גרייט ווייטער צו רעדן מיט דיר נאר אז דו וועסט מיר פאלגן, אבער סתם אזוי רעדן און שמועסן און נאכדעם שרייבסטו מיר אז דו ווילסט נישט אויפשטיין וכו' ווען עס פעלט דיר גארנישט, אויף דעם בין איך נישט גרייט.


עס פעלט דיר באמת גארנישט, נאר דאס ביסל שכל אז דו זאלסט אוועק ווארפן דיין שכל, וואס באמת איז די גרעסטע שכל אז מען לייגט אוועק די שכל, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן טו): "שֶׁהוּא חָכְמָה וּמְלָאכָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת כְּמוֹ בְּהֵמָה", עס איז א גרויסע חכמה צו זיין אזוי ווי א בהמה, זיך צו פירן פשוט בתמימות ובפשיטות, אזוי ווי עס שטייט (שמות לו, א): "כָּל אֲשֶׁר נָתַן ה' חָכְמָה בָּהֵמָה". הַיְנוּ שֶׁהוּא חָכְמָה לַעֲשׂוֹת עַצְמוֹ כִּבְהֵמָה. און אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ה:): אויפן פסוק (תְּהִלִּים לו, ז): "אָדָם וּבְהֵמָה תּוֹשִׁיעַ ה'" – אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם שֶׁעֲרוּמִים בְּדַעַת וּמְשִׂימִין עַצְמָן כִּבְהֵמָה. און אזוי ווי אסף בעט דעם אייבערשטן (תהלים עג, כב): "וַאֲנִי בַּעַר וְלֹא אֵדָע בֶּהֱמוֹת הָיִיתִי עִמָּךְ".


זיי נישט ברוגז אז איך שרייב דיר אזוי שארף; גלייב מיר איך שרייב נאך זייער איינגעהאלטן. איך האב נישט דא קיין שום אייגענע נגיעה, איך וויל פשוט אז דו זאלסט האבן א לעבן. איך האב אלעס אוועק געגעבן פון מיר; איך דארף נישט גארנישט, איך וויל נישט גארנישט און איך האב נישט גארנישט, איך וויל נאר אז דו זאלסט האבן א גוט לעבן.


בעט איך דיר, מאך שלום מיט דיין ווייב; טו עס פאר דיינעט וועגן, טו עס פאר דיינע צוויי ליכטיגע קינדער. מאוויס וועט דיר נישט פרייליך מאכן; עבירות מאכט נישט פרייליך, עבירות מאכט נאר מער צעבראכן. אנשטאט דו זאלסט זיך שרייבן מיט קרעציגע מענטשן, מיט מענטשן וואס דו ווילסט נישט זיין ווי זיי, פארברענג ענדערש מיט דיינע קינדער.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל מיר אפלאזן פון די עבירות, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל לעבן מיט מיין ווייב בשלום ובשלוה", אזוי זאלסטו מאריך זיין מיט תפילה, ביז דו וועסט זוכה זיין ארויס צו קריכן פון דיין עבר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.