בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#19 - קינדער קענען נישט פארשטיין וואס דאס מיינט טאטע מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייערע דריי בריוון.


אייערע עלטערן זענען זייער וואוילע מענטשן, זיי וועלן זיכער טון וואס איז גוט פאר אייך; אז איר וועט שיין רעדן צו זיי, איר וועט זיי זאגן אז איר ווילט חתונה האבן וועלן זיי אייך נישט אפזאגן, זיי וועלן אייך העלפן האבן א גוט לעבן.


עס קען זיין אז זיי וועלן אין אנהויב זאגן אז איר זענט יונג אדער אז איר דארפט קודם ענדיגן שולע וכו', וכו'; אבער אויב איר וועט אכטונג געבן זיך נישט צו חוצפה'נען צו זיי, איר וועט שיין רעדן צו זיי איין מאל און נאכאמאל און נאכאמאל וועלן זיי מיט גיין מיט אייך.


קינדער ווייסן נישט וואס עלטערן מיינען, קינדער קענען נישט און וועלן נישט פארשטיין וואס דאס מיינט טאטע מאמע ביז זיי אליינס וועלן אריבערגיין מיט זייערע קינדער וכו'; מען דארף זייער אכטונג געבן נישט וויי צו טון די עלטערן, נישט טענה'נען מיט עלטערן און זיכער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו שרייען און רעדן מיט שפעט ווערטער. אפילו קינדער וואס האבן שווערע עלטערן און נישט נארמאלע עלטערן זענען אויך מחויב מיט כיבוד אב ואם, איז דאך זיכער אז איר וואס איר האט אזעלכע טייערע עלטערן דארפט איר אכטונג געבן אויף זייער כבוד.


שטארקטס אייך מיט אייער תהילים'ל; איך האב געדארפט קוקן אפאר מאל אינעם בריוו צי איך זע גוט, אז איר האט שוין געזאגט הונדערט און אכצן מאל ספר תהילים. נישט דא קיין סאך מיידלעך אין אייער יארגאנג וואס זאלן בכלל האבן איין מאל מסיים געווען דעם ספר תהילים; זאלט איר ווייטער זאגן תהלים און אינמיטן זאגן די הייליגע ווערטער זאלט איר בעטן פאר אייך און פאר אייער עתיד, וועט איר טרעפן א גוטע שידוך. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; דאס איז די איינציגסטע עצה סיי פאר א בחור און סיי פאר א מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגער שידוך שנעל און גרינג".


בלייבטס א העלד, קוקטס נישט אין אייער חבר'טעס טעלעפאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - שטארק זיך אנצוהויבן נאכאמאל און נאכאמאל צו זיין ערליך
קדושה, בחור, התחזקות, סמארטפאון, התחדשות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ביסט א טייערער בחור און א וואוילער בחור; לאז זיך נישט צעברעכן פונעם יצר הרע וואס רעדט דיר איין אז דו ביסט א פארפאלענער און דו וועסט שוין נישט זיין קיין ערליכער איד. דאס אליינס אז דו האלסט אין איין אוועק ווארפן דיין סמארטפאון איין מאל און נאכאמאל דאס ווייזט אז דו ווילסט זיין גוט.


קוק נישט אויף דעם וואס דו קויפסט זיך יעדע שטיק צייט נאכאמאל א נייע סמארטפאון צו קוקן עבירות, קוק אויף דאס וואס דו ווארפסט עס אוועק יעדע מאל נאכאמאל און נאכאמאל, דאס ווייזט אז דו ווילסט זיין גוט און אז דו ביסט גוט; דאס וואס דו קויפסט עס נאכאמאל און נאכאמאל און דו קוקסט עבירות, גילוי עריות רחמנא לצלן און דו פאלסט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה - דאס איז נישט דו, דאס איז דער יצר הרע וואס שלעפט דיר צוריק אין נעץ; ער וויל דיך נישט פארלירן, ער מיינט אז ער גייט דיר געוואונען, ער ווייסט נישט אז דו האסט שוין טועם געווען דעם רבי'ן און דו ווייסט שוין דעם סוד אז עס איז נישט דא קיין יאוש אויף די וועלט.


דעריבער טייערער ..., שטארק זיך און זיי נישט צעפאלן ביי דיר; זיי פרייליך, שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן, רעד צו אים, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט אים אז דו זאלסט נישט אוועק פאלן חס ושלום, דערצייל אים פונקטליך וויפיל סמארטפאונס דו האסט שוין געקויפט און וויפיל דו האסט שוין צעבראכן, זאג אים: "הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך קען נישט אפלאזן דאס קוקן עבירות, איך בין אזוי צעבראכן פון דעם; יעדעס מאל קומט א פרישער יצר הרע, איך גיי שטילערהייט קויפן א סמארטפאון און איך באהאלט זיך מיט דעם, איך קוק ניאוף, איך קוק פאנאגראפיע רחמנא לצלן, און גלייך נאכדעם ווער איך אזוי צעבראכן און איך צעברעך דעם טעלעפאון, און ווען עס גייט אריבער א שטיק צייט טו איך דאס נאכאמאל, איך קויף זיך א טעלעפאון און איך קוק נאכאמאל און אזוי ווייטער, עס נעמט נישט קיין עק; טאטע זיסער, טאטע קרוין, העלף מיר! איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, עס גייט מיר אבער נישט, האב רחמנות אויף מיר!"


אז דו וועסט אזוי טון טאג נאך טאג וועסטו סוף כל סוף ארויס קריכן פון דעם.


 

#17 - א קינד וויינט צו זיינע עלטערן וואס זענען פאר'שיכור'ט אינעם טעלעפאן
ניגונים, הפצה, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מיר האבן ארויסגעגעבן א ניגון ווי א קינד וויינט צו זיינע עלטערן, ער געבט ארויס זיינע געפילן ווי ער שפירט זיך נישט אזוי אינטערעסאנט ביי זיינע עלטערן, ווייל זיי זענען פאר'שיכור'ט אינעם טעלעפאן.


אויך האבן מיר געמאכט אויף דעם ניגון א מוזיק ווידיאו, מיר האבן עס געוויזן ביי די פרויען ביים חינוך אווענט.


וויל איך דיר בעטן דו זאלסט דאס פארשפרייטן ווי מער דו קענסט; לייג עס אויף אלע וועבסייטס, בלאגס וכו', וכו'; אפשר וועלן מיר קענען פועל'ן ביי נאך איין משפחה זיי זאלן נישט אריינברענגען אין שטוב קיין שום כלי וואס מען קען זען דערויף מאווי"ס, קליפס וכו', וכו'.


היינט קען מען זיין א גרויסער מפיץ אן ארומגיין אין די גאסן און אין הייזער; מען קען זיצן אין א באקוועמע אפיס און פון דארט פארשפרייטן פאר צענדליגער טויזנטער מענטשן עצות און חיזוק בעבודת ה'.

#16 - האסט מיר דערפרייט ווען דו האסט צעבראכן דיין טעבלעט
סמארטפאון, קאמפיוטער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ד חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער תלמיד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דעם בילד פונעם צעבראכענעם טעבלעט, דו האסט מיר זייער דערפרייט דערמיט.


איך וועל דיר דערציילן דברים כהוויתן; איך בין געזיצן ביינאכט אין שטוב, איך האב זיך מתבודד געווען, געבעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, ווייז מיר, ווייז מיר א צייכן; ווייז מיר עפעס איך זאל וויסן צי איך זאל ווייטער ממשיך זיין מיט'ן רעדן צו די בחורים און אינגעלייט פון יראת שמים; איך ווייס נישט צי די ווערטער ווערן דערהערט", איך האב אסאך גערעדט צום אייבערשטן וואס איך זאל טון מיט די תלמידים וכו', וכו'; און אזוי רעדנדיג באקום איך א הודעה (טעקסט מעסידזש) פון דיר, דעם בילד פון דיין טעבלעט וואס דו האסט צעבראכן.


דערפון האב איך געהאט חיזוק ווייטער צו רעדן און מחזק זיין אז מען זאל נישט האבן קיין צוטריט צו עבירות.


איך בענטש דיר מיין טייערער ליבער תלמיד דו זאלסט זוכה זיין אויפצוצוען ליכטיגע דורות, בזכות דעם וואס דו פאלגסט; דו האסט זיך גובר געווען און זיך מתגבר געווען.


איך האב דיר זייער ליב, איך בעט שטענדיג פאר דיר.

#15 - נישט ליינען קריאת שמע אין א טעלעפאן
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, סמארטפאון, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): הלל הזקן פלעגט זאגן: "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד", דער וואס שעמט זיך וועט נישט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן, "וְלֹא הַקַּפְּדָן מְלַמֵּד", און א רבי וואס רעגט זיך ווען מען פרעגט אים צו סאך שאלות קען נישט זיין קיין רבי; דעריבער זאלסטו זיך נישט שעמען צו פרעגן און איך וועל דיר ענטפערן מיט אייבערשטנ'ס הילף אויף אלע דיינע פראגעס.


בנוגע ליינען קריאת שמע וכו'; ענדערש זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו ליינען קריאת שמע פון א סידור ווי איידער צו ליינען קריאת שמע אויף א טעלעפאן; עס איז נישט כדאי צו לעבן פיר און צוואנציג שעה מיט'ן טעלעפאן, נוץ דעם טעלעפאן נאר צו רעדן וכו', אבער פאר אלע אנדערע זאכן, ווי ליינען קריאת שמע, בענטשן ברכת המזון - זאלסטו נעמען א סידור. און פארשטייט זיך אז דאווענען טאר מען אודאי נישט מיט א טעלעפאן, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן צו, סעיף א; משנה ברורה סעיף קטן ה) אז מען טאר נישט האלטן אין די האנט בשעת מען דאוונט קיין שום זאך וואס מען האט מורא אז עס וועט אראפ פאלן.


בנוגע דיין פראגע וועגן זינגען זמירות שבת ווען עס זענען דא פרעמדע מענטשן; א מיידל און א פרוי טארן נישט זינגען ווען עס זענען דא פרעמדע מענטשן, עס וואונדערט מיר ווי עס קען זיין אזאנס אז א טאטע זאל פארלאנגען פון א גרויסע מיידל אזא זאך, קען זיין אז איך האב נישט גוט פארשטאנען די פראגע. מען טאר נישט מיט זינגען אפילו שטילערהייט, און אפילו דער טאטע הייסט דארף מען זיך ארויסדרייען מיט דרך ארץ, און חס ושלום נישט מיט זינגען.


בנוגע שלאפן מיט הויזן; א מיידל טאר נישט גיין מיט הויזן, נישט קיין חילוק בייטאג אדער ביינאכט, אדער ביי עקסערסייז (איבונגען); הויזן פאר א מיידל איז פריצות. אז דו האסט זיך אזוי צוגעוואוינט און עס איז דיר שווער זיך צו אפגעוואוינען דערפון וועסטו באקומען מער שכר, אזוי ווי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", ווי שווערער עס קומט אן צו מקיים זיין א מצוה אלץ מער שכר באקומט מען.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט טרעפן א גוטע שידוך; דורך תפילה קען מען זוכה זיין צו אלעס גוטס; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; דאס איז די איינציגסטע עצה סיי פאר א בחור און סיי פאר א מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגער שידוך שנעל און גרינג".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - נישט אריינברענגען דעם טעלעפאן אין שטוב
חינוך הילדים, שלום בית, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו האסט מיר מחי' געווען ווען דו האסט מיר געזאגט הושענא רבה נאכ'ן דאווענען אז איך האב גע'פועל'ט ביי דיר, דו גייסט נישט אהיימברענגען דיין טעלעפאן וכדומה אין שטוב.


זה חלקי מכל עמלי; דאס איז מיין גאנצע נחת, צו זען ווי די תלמידים בויען ערליכע אידישע שטובער לשם ולתורתו.


נאך אפאר תלמידים זענען צו מיר צוגעקומען במשך דעם יום טוב מיר מבשר זיין די גוטע נייעס אז זיי נעמען זיך פאר מער נישט אהיים צו ברענגען זייער טעלעפאן אין שטוב.


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן פאר דיר, דיין ווייב און קינדער, איר זאלט האבן א גוטע לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


 

#13 - וואס טוט מען מיט קינדער וואס האבן טעלעפאונס מיט אינטערנעט?
חינוך הילדים, סמארטפאון, אומאן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע: "וואס טוט מען מיט קינדער וואס האבן טעלעפאונס וואס זענען אפן צו אינטערנעט ה' ירחם"? עס איז שווער צו ענטפערן באופן כללי. ווען זיי זענען יונג דעמאלט קען מען דאס נאך אוועק נעמען אבער ווען זיי ווערן עלטער העלפט נישט דאס אוועק צו נעמען, ווייל דעמאלט קויפן זיי נאך איינס און עס מאכט נאר זיי זאלן זיך דערווייטערן פון די עלטערן.


ווען די קינדער זענען שוין עלטער דארף מען אכטונג געבן ווי אזוי מען מוסר'ט זיי; מען מעג זיי זאגן מוסר, אבער נאר אויף דעם וועג ווי אזוי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן נאכדעם וואס זיין זענען דורכגעפאלן מיט'ן חטא העגל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין לו:) אז ווען משה רבינו איז אראפ געקומען פון הימל און געזען ווי די אידן האבן געמאכט דעם עגל, האט ער זיי געזאגט: "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב, אזוי ווי עס שטייט (שיר השירים א, יב): "נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ", וְלֹא כְּתִיב הִסְרִיחַ"; נאר אויף דעם וועג מעג מען זאגן מוסר, אזוי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אז נאר איינער וואס קען געבן מוסר אזוי ווי משה רבינו האט גע'מוסר'ט די אידן - נאר דער מעג זאגן מוסר.


אין אומאן איז נישט דא קיין צייט צו רעדן וכו', יעדע מינוט וואס מען האט איז כדאי נאכאמאל צו גיין צום רבינ'ס ציון בעטן פאר זיך און פאר אלע אידן; איך קען נישט זאגן אז איך וועל האבן צייט צו רעדן מיט דיינע קינדער.


זיצן קען מען קויפן ביי הבחור ... נרו יאיר און האברך ... נרו יאיר.


דער עיקר דארפן מיר זיך פרייען אז מיר זענען זוכה צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת אֶצְלוֹ עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך פרייען א גאנץ יאר.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#12 - דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א וואוילע ווייב
שלום בית, סמארטפאון, פרנסה, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


מזל טוב פאר דיין שוואגער, עס איז א גרויסע שמחה אז ער איז א חתן געווארן.


זיי מיר מוחל אז איך האב דיר אפגעזאגט צו לערנען "חתן שיעורים" מיט דיין שוואגער; איך בין נישט קיין חתן מדריך, איך האב נישט קיין צייט פאר דעם. דאס וואס איך לערן מיט מיינע תלמידים – איז עפעס אנדערש; פאר מיינע תלמידים טו איך אלעס, איך בין זיי מדריך חתונה צו האבן און אויך נאך די חתונה געב איך זיך אפ מיט זיי ווי מיט אייגענע קינדער, אבער סתם חתנים האב איך נישט די מעגליכקייט דערצו.


בנוגע דיין ווייב'ס ארבעט וכו'; אז זי וויל אפלאזן איר ארבעט ווייל זי וויל נישט זיין אויף סאושעל מידיע. דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א וואוילע ווייב וואס וויל לעבן בקדושה ובטהרה, זי וויל נישט האבן צוטון מיט די כלי שופכין; זאלסטו איר נישט הייסן בלייבן מיט איר ארבעט צוליב די געלט.


זיי מקפיד צו דאווענען שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין – וועסטו האבן גרויס שפע.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך – אידיש, וועסטו זען ניסים ונפלאות.


דיין ראש ישיבה.

#11 - די פרויען זאלן זיך מחזק זיין אינאיינעם
חיזוק פאר פרויען, התחזקות, תהלים, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו און די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו האסט מסיים געווען די זעכציגסטע מאל ספר תהלים; איך פריי זיך אז דו פירסט זיך יעצט נאך דיין חתונה ווייטער מיט די עצות פון רבי'ן, דו ביסט ממשיך צו זאגן תהלים.


אנשטאט זיצן און שפילן מיט'ן טעלעפאן, זיין פארנומען מיט נארישע גרופס וואס נעמט אוועק דעם קאפ פון לעבן, נאכדעם וואס יעדע מינוט און יעדע רגע לויפט מען צום טעלעפאן קוקן ווער עס שרייבט יעצט און וואס ענטפערט מען יעצט וכו', וכו' – לויפסטו צום תהלים, דו כאפסט אריין נאך א קאפיטל און נאך א געזאנג צום אייבערשטן.


הלוואי זאלסטו מאכן א חברותא מיט דיינע חבר'טעס, זיך צוזאמנעמען פון צייט צו צייט און יעדער זאל דערציילן וויפיל מאל מען האט שוין מסיים געווען ספר תהלים. מען זאל שמועסן פון די שיינקייט פון לעבן, ווי שיין דאס לעבן איז מיט א צדיק. אזוי אויך זאלט איר זיך מחזק זיין ווי אזוי איר קענט מזכה זיין נאך מיידלעך און ווייבלעך צו לעבן לויט די שיינע וועג פון רבי'ן.


א גריס פון דיין חשוב'ער מאן נרו יאיר, ער איז מיר זייער באליבט; דאנק דעם אייבערשטן אויף די מתנה, נישט יעדער איז זוכה צו אזא מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - מסדר זיין די חתונות אין ישיבה על צד היותר טוב
שידוכים, סמארטפאון, אידיש געלט, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ז' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, שמש בית מדרשינו.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


קומענדיגע וואך אום ל"ג בעומר וועלן מיר האבן נאך א חתונה אין ישיבה למזל טוב פון החתן ... נרו יאר.


בעט איך דיר זייער אויב דו קענסט מיר העלפן אויספירן רצונו של מוהרא"ש זכר צדיק לברכה וואס האט כל ימיו געשטרעבט חתונה צו מאכן בחורים און מיידלעך ווי יונגער. איינע פון די סיבות פארוואס מען פארשפעטיגט חתונה צו מאכן די קינדער איז ווייל עס קאסט אסאך געלט, דעריבער האט מוהרא"ש געבויט א זאל אין יבנאל אז חתונה מאכן זאל זיין בחנם פאר אנשי שלומינו. יעצט האבן מיר דאס נאכגעמאכט ביי אונז אין ישיבה, אז עס זאל נישט קאסטן קיין געלט חתונה צו האבן.


רוף אן די מחותנים זיי פרעגן וויפיל עסן מען זאל צושטעלן פאר די סעודה; די סעודה איז אויסדרוקליך נאר פאר די נאנטע משפחה. נישט אז מיר וועלן חס ושלום אוועק שיקן איינער וואס קומט צו די סעודה – כמעשה קמצא ובר קמצא (גיטין נה); חס ושלום אויפצוהייבן א גאסט פון א סעודה. אזוי אויך ווערט געברענגט אין ספר קב הישר (פרק כו; סד; ועוד) שרעקליכע סיפורים איבער אוועקשיקן מענטשן פון א סעודה, בפרט ביי א שמחה. - אבער מען איז נישט מחויב צו רופן די גאנצע שטאט וכו', אזוי ארום קען מען חתונה מאכן אן חובות.


אויך בעט איך דיר זאלסט זען זיך צו האלפטן צו די זמנים, נישט אריין צו ציען שפעטער ווי עלף אזייגער.


אויך וועט אם ירצה ה' פארקומען אסרו חג שבועות די חתונה פון מיין זון שלמה נרו יאיר; איך דאנק און איך לויב דעם אייבערשטן אז מען האלט שוין דא. מיין הארץ איז פול מיט דאנקבארקייט פאר'ן הייליגן באשעפער אז מיר האבן א פלאץ וואו מען לאזט לעבן, מען קען חתונה מאכן די קינדער מיט שמחה – אן חובות, אן דאגות, און אן לחץ וכו', וכו'.


ביז דערווייל קומט ביז יעצט אויס די קאסטן וואס עס קאסט מיר די חתונה – הכל, בכל, מכל, כל – ווייניגער ווי די תפילין וואס עס האט מיר געקאסט ביים דעם חתנ'ס בר מצוה.


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר; איך גיי אריבער יעצט אביסעלע שוועריקייטן וכו', וכו', אבער דער אייבערשטער וואס האט מיר ביז יעצט געהיטן פון אלעס שלעכטס וועט מיר ווייטער היטן פון אלעס שלעכטס. מיינע אויגן זענען געוואנדן נאר צום אייבערשטן און מיין האפענונג איז נאר צו אים.


בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט נישט אריינפאלן אין די נעץ פון "סאושעל מידיע"; עס איז א גרויסע נפקא מינה פון הערן נייעס אויף "קול מבשר" ביז צו קוקן סטאטוס וכו'. בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זיך קענען דערהאלטן מיט די נסיונות הדור.


...

#9 - ס'לוינט צו צאלן מער געלט פאר א כשר'ע טעלעפאן
שלום בית, סמארטפאון, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט בנוגע א סעלפאון פאר דיין ווייב תחי', אז זי האט באקומען בחנם א סעלפאון וואס מען קען נישט פילטערן וכו'; בעט איך דיר טייערער ליבער תלמיד, געב אכטונג זאלסט נישט כאפן קיין מציאות וואס קען דיר אומגליקליך מאכן. דו ווייסט אליינס נישט ווי שעדליך א סעלפאון וואס האט אינטערנעט איז, מען קען דורכדעם אלעס פארלירן. אז מען קוקט אפאר מינוט שלעכטע זאכן קען מען אלעס פארלירן, ממש וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קח): "אַ מֶענְטְשׁ פוּן אֵיין תַּעֲנוּג'ל וֶועגְן פוּן אַ פֶערְטְל שָׁעָה, קָאן עֶר אָן וֶוערְן גָאר דֶעם עוֹלָם הַזֶּה מִיט דֶעם עוֹלָם הַבָּא".


אז דו פרעגסט מיר וואס צו טון, זאג איך דיר זאלסט קויפן א כשר'ע סעלפאון, אפילו עס קאסט געלט. ווייל אזוי איז די הלכה, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין די פוסקים (רשב"א בבא קמא ט.; ר"ן על הרי"ף סוכה טז.; רמ"א יורה דעה סימן קנז, סעיף א) אז א מענטש איז מחויב אוועק צו געבן זיין גאנצע פארמעגן נישט עובר צו זיין אויף א לא תעשה; אז מען האט א טעלעפאון וואס מען קען דערויף זען עבירות איז דאך זיכער אז מען דארף צאלן אלע געלטער אבי נישט צו האבן א סעלפאון וואס מען קען זיך מחבר זיין דערמיט מיט די אינטערנעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - וואויל איז דיר אז דו האסט צעבראכן דיין סמארטפאון
קדושה, בחור, סמארטפאון, משניות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


 לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו מיטן צובראכענע סמארטפאון.


איך האב זיך זייער געפריידט צו דיין בריוו און צו טרעפן אינעם ענוועלאפ א צעבראכענעם סמארטפאון; דו האסט מיט דעם מקיים געווען די מצוה פון: "וּבִעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּךָ (דברים יז, ז)", ווייל א סמארטפאון אן א פילטער איז אלע דריי עבירות וואס א איד דארף זיך לאזן הרג'נען נישט עובר צו זיין דערויף: 'עבודה זרה', 'גילוי עריות', און 'שפיכת דמים'.


א סמארטפאון נעמט אוועק פונעם מענטש די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לא) אז 'ברית' און 'אמונה' זענען תלוי איינס אינעם צווייטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ"; דאס הייסט אז ווען מען איז פוגם בברית, בפרט ווער רעדט נאך אז מען קוקט שמוציגע מאוויס - פארנאגראפיע רחמנא לצלן און מען זינדיגט אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, הייבט מען אן צו האבן קושיות און ספיקות אויפ'ן אייבערשטן, און ווי מער מען פאלט אריין אין עבירות אלץ מער ווערט אויסגעריסן די אמונה און מען זינקט אין כפירה. ווייל עבירות פארלעשט די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל אָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה בָּאָדָם", די עבירות ברענגט כפירה; דערפאר איז א סמארטפאון אזא שעדליכע זאך.


אז דו האסט געהאט די שטארקייט אוועק צו ווארפן דיין סמארטפאון זאלסטו יעצט האבן שכל נישט צו זיין ווי א הונט וואס גייט צוריק צו וואס ער ברעכט אויס; שלמה המלך זאגט (משלי כו, יא): "כְּכֶלֶב שָׁב עַל קֵאוֹ, כְּסִיל שׁוֹנֶה בְאִוַּלְתּוֹ", דער נאר איז צוגעגליכן צו א הונט וואס גייט צוריק צו דאס וואס ער האט אויסגעבראכן און עסט דאס נאכאמאל אויף, ער האט נישט די פארשטאנד אז ער האט דאס אויסגעבראכן ווייל דאס איז נישט גוט פאר אים, אזוי טוט אויך דער נאר נאכאמאל נארישקייטן.


מאך זיך א שיעור אין משניות; הייב אן פון אנהייב סדר זרעים, זאג א פרק נאך א פרק ביז דו וועסט ענדיגן סדר זרעים, נאכדעם זאלסטו אנהייבן סדר מועד ביז דו וועסט ענדיגן גאנץ ששה סדרי משנה. און ווען דו ענדיגסט ששה סדרי משנה זאלסטו אנהייבן נאכאמאל משניות, אזוי זאלסטו טון דיין גאנץ לעבן. דאס וועט דיר אפהיטן פון אלעם שלעכטס.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן דו זאלסט האבן כח זיך צו שטארקן אויפן יצר הרע; אפילו דו האסט נישט קיין דיבורים וואס צו רעדן זאלסטו זאגן אפאר ווערטער, זאג: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן כח נישט צו קוקן קיין עבירות, העלף מיר אייבערשטער איך זאל נישט קוקן קיין מאוויס און איך זאל נישט קוקן קיין שמוץ. איך לויף שטענדיג צוריק צו דעם, איך בין ממש ווי א הונט וואס קערט זיך צוריק צו זיין שמוץ, העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן כח בייצושטיין די שווערע נסיונות"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן וועסטו האבן כח זיך צו שטארקן אויף דיינע נסיונות.


שרייב מיר נאך בריוו; לכל הפחות איין מאל א וואך.

#7 - לערנען שלחן ערוך הקטנים
סמארטפאון, לימוד התורה, הלכה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע ענינים.


איך גיב דיר א מתנה א סעט שלחן ערוך הקטנים; עס איז דא די "שלחן ערוך הגדולים", וואס האט אלע נושאי כלים, נאכדעם איז דא די שלחן ערוך הקטנים וואס איז בלויז "מחבר און רמ"א"; זע צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות איין סעיף, אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן, אז יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן כט).


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט דיר שבת, דו האסט טייערע קינדער און א וואוילע ווייב; דו האסט מיר אזוי שטארק מחי' געווען ווען דו האסט מיר דערציילט אז דו האסט פארמאכט דיין סאושעל מידיע אקאונט זייט דו האסט געזען דעם קליפ פון "געוואלד טאטע'ס און מאמע'ס", און דו פארברענגסט מער אין שטוב מיט דיין משפחה.


איך דאנק דיר פאר דיין שטענדיגע הילף פאר'ן שטיין צו די מוסדות מיט א ווארימע הארץ; דאס אלעס וועט דיר צוניץ קומען אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


געוואוין זיך צו זיך אויסצורעדן דיין הארץ צום אייבערשטן; גיי יעדן טאג אינדערפרי א שפאציר און שמועס דיר אויס דיין הארץ צום אייבערשטן. דערצייל אים אלעס וואס דו טוסט, זיי זיך מתוודה אויף אלעס מיט וואס דער יצר הרע איז דיר מכשיל, און בעט אים אויף ווייטער.


זיי געזונט און שטארק.

#6 - ווארף אוועק דיין סמארט-פאון
קדושה, בחור, סמארטפאון, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר - פאר דיין אייגענע לעבן: ווארף אוועק דיין סמארט-פאון; איך האב אזוי רחמנות אויף דיר צוליב די צרות וואס דו מאכסט נעבעך מיט, יעדע נאכט קוקסטו מאוויס און דאס מאכט דיר מורא'דיג צעבראכן. דו נארסט זיך אליינס אפ, ווייל קודם זאגסטו צו דיר אליינס אז דו גייסט קוקן נאר דאס און נאר יענס, אבער למעשה טרעפסטו זיך אין שאול תחתית. דאס מאכט אז דו זאלסט קומען אין ישיבה אזוי צעבראכן און אזוי דעפרעסט, ממש עס כאפט א ציטער ווען מען קוקט אויף דיר, דו ביסט אזוי מרה שחורה'דיג פון די עבירות וואס דו קוקסט.


דערפאר בעט איך דיר מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, איך ווייס אז דו ווילסט זיין גוט, און ווי דו מוטשעסט זיך מיט דיר אליינס צו זיין ערליך אפילו דו פאלסט אראפ נאכאמאל און נאכאמאל; דו האלסט שוין ביי די פערטע סמארט-פאון, נאכדעם וואס דו האסט שוין אוועק געווארפן אפאר מאל דעם פאון אבער דו האסט עס נאכאמאל געקויפט. פאלג די עצה פון הייליגן רבי'ן, גיי התבודדות און שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיר! איך זינק אין טומאה, איך זינק אין שמוץ און איך קען זיך נישט ארויס זען דערפון. טאטע! האב רחמנות אויף מיר; עס איז מיר אזוי שלעכט, עס איז מיר אזוי ביטער, איך וויל אזוי שטארק ארויס קריכן פון מיינע עבירות אבער עס גייט מיר נישט.


געב מיר כח טאטע איך זאל אויפהערן קוקן שמוץ; לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים, געב מיר א נייע הארצעלע, וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי, און באנייע מיר מיין ווילן - טאטע זיסער; העלף מיר איך זאל זיין א איד".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן טייערער ... נרו יאיר וואס געשעהט מיט אזעלכע תפילות; דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.): ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך וויל נישט אז בית דין של מעלה זאל זיך אריין מישן ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר, "אָנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", נאר איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא-בְּרִיךְ-הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגעניגן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס פארן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס – די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער ענטפערט פאר אן ארימאן שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


דער זוהר זאגט דארט ווייטער אז ווען דוד המלך האט געזען די חשיבות פונעם ארימאנ'ס תפילה האט ער אויסגעטון די בגדי מלכות, זיך געזעצט אויף דער ערד און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים פו, א): "תְּפִלָּה לְדָוִד, הַטֵּה ה' אָזְנְךָ עֲנֵנִי", הייליגער באשעפער העלף מיר און הער אויס מיין געבעט, "כִּי עָנִי וְאֶבְיוֹן אָנִי", ווייל איך בין אזוי ווי אן ארימאן; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער איז זייער נאנט צו א מענטש וואס איז ביי זיך צעבראכן וכו'.


טייערער ... נרו יאיר פאלג דעם רבי'ן וואס האט אונז געהייסן עוסק זיין אין תפילה והתבודדות; ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן, ער גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און ער שמועסט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער פארציילט אים אלעס וואס שטערט אים, און אז ווי שטארק ער וויל זיין אן ערליכער איד גייט עס אים נישט, ער דערציילט פארן אייבערשטן ווי ער פאלט אריין אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן און ער וויינט זיך אויס אז ער וויל זיין ערליך, דורכדעם נעמט ער אראפ פון זיך אלע דינים און דער אייבערשטער איז אים מוחל אויף זיינע זינד.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (עיין אשר בנחל מכתב אלף, רפג; ועוד) אז עס איז דא א מלאך אין הימל וואס זיין נאמען איז עזריא"ל, ער איז ממונה ארויף צו טראגן די תפילות פון בחורים וואס פאלן נעבעך אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ער נעמט די תפילות און שמועסן צום אייבערשטן און בויט דערמיט אין הימל הערליכע פאלאצן, און ברענגט אראפ אויף די נשמות א פרישע חיות און א פרישע מוט.


שטארק זיך; נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך.

#5 - אז מ'וואקסט אויף מיט'ן רבינ'ס הקדמות האט מען אן אנדער לעבן
שלום בית, מוסדות, הכרת הטוב, דרשות, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


א גרויסן יישר כח פארן נעמען מיין זון ... נרו יאיר פאר די פאר טעג אז איך זאל זיך קענען אריבער כאפן קיין ארץ ישראל און קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון.


איך וועל מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים פאר אייך און פאר אייער מאן; מיר קומען אייך א גרויסן הכרת הטוב פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, איר געבט אוועק אייער לעבן פאר אונזערע קינדער.


יעצט ווען מיר האבן שוין כלות תלמידות פון בית פיגא דארף מען זיי צוזאמנעמען נאך זייער חתונה - כאטש איין מאל א חודש - פאר א פריוואטע שיעור; אינה דומה א ווייבל וואס האט חתונה מיט די ריכטיגע הקדמות פון קינדווייז אן ווי די וואס איז אויפגעוואקסן אן דעם רבי'ן, פאר זיי וועט מען דארפן מאכן באזונדערע פרויען שיעורים.


איך האב אנגעגרייט א שיעור פאר די 'נחת אווענט' וואס וועט אם ירצה ה' פארקומען קומענדיגע וואך מיטוואך נאכט; אויך האבן מיר אנגעגרייט א שפיל ווי עס זעט אויס ביי די שטובער וואס ברענגען אריין 'סמארטפאונס' אין שטוב, וואו די קינדער האבן נישט מיט וועם צו רעדן ווען די עלטערן זענען פארנומען טאג און נאכט מיט זייער סעלפאון. איך האף צום אייבערשטן אז איך וויל פועל'ן ביי אלע עלטערן זאלן נישט אהיים ברענגען קיין סמארטפאון, טעבלעט וכו' וכו', אזוי וועלן מיר אויפברענגען א דור פון ערליכע אידישע קינדער.


איך פריי מיר זייער אז די מיידלעך אליינס רוימען אוועק די קלאסן און זענען אחריות'דיג אז די קלאסן זאלן זיין זויבער; עס איז גוט אז מען לערנט אויס מיידליך אחריות און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אייער הייליגע ארבעט.

#4 - ווי אזוי צו האנדלען מיט עלטערן וועלכע האבן א סמארט פאון
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, סמארטפאון, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב.


זי פרעגט וואס זי זאל טון אז איר זענט זייער מקפיד אויפצוציען אייער שטוב על פי תורה און איר ברענגט נישט אריין אין שטוב קיין סמארט-פאון, טעבלעט, קאמפיוטער וכדומה, אבער וואס זאל מען טון ווען די עלטערן קומען אין שטוב מיט זייער סמארט-פאון און ווייזן פאר די קינדער בילדער וכו', צי מען מעג זאגן פאר די עלטערן זיי זאלן נישט ארויס נעמען זייער סמארט-פאון בשעת די קינדער זענען דארט, און פארלאנגען פון זיי אז זיי זאלן נישט ווייזן פאר די קינדער אויף די סמארט-פאון בילדער פון משפחה וכדומה לזה.


וויסן זאלט איר אז כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די כבוד פון די עלטערן. דער רמב"ם שרייבט (פרק ה' מהלכות ממרים, סימן טו): "כָּל הַמְבַזֶּה אָבִיו אוֹ אִמּוֹ אֲפִילוּ בִּדְבָרִים וַאֲפִלּוּ בִּרְמִיזָה הֲרֵי זֶה אָרוּר מִפִּי הַגְּבוּרָה, שֶׁנֶּאֱמַר (דברים כז, טז): 'אָרוּר מַקְלֶה אָבִיו וְאִמּוֹ'", אויב מען פארשעמט עלטערן אפילו נאר מיט ווערטער, אדער אפילו נאר ברמיזה - איז מען שוין פארשאלטן פונעם אייבערשטן; נאך מער ווערט געברענגט (ספר חרדים פרק ט, סימן לה): "שֶׁאֲפִלּוּ אִם מְבַזֶּה אוֹתָם בְּלִבּוֹ בִּלְבָד, הֲרֵי הוּא בִּכְלָל אָרוּר זֶה", אפילו מען לאכט זיך אויס פון עלטערן בלויז במחשבה, איז מען שוין אויך פארשאלטן פונעם אייבערשטן, עיין שם; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט מיט עלטערן צו רעדן צו זיי בדרך כבוד, מיט דרך ארץ און הכנעה.


וואויל איז אייך אז איר נעמט נישט אריין אין אייער שטוב קיין שום כלי וואס ערליכע אידן נעמען נישט אריין אין שטוב, איר ווילט אויפצוען ערליכע אידישע דורות, אבער פון די אנדערע זייט דארפט איר וויסן אז דער שטערקסטער חינוך פאר די קינדער איז זיי ווייזן ווי מען שעצט די עלטערן; קינדער קען מען נישט אויסשפילן, קינדער ווייסן אלעס און כאפן אלעס אויף. אפילו ווען מען פירט זיך מער אפגעהיטן פון די עלטערן וכו' טאר מען נישט רעדן צו זיי מיט חוצפה און זלזול, מען טאר נישט אוועק מאכן די עלטערן ווי אזוי זיי פירן זיך, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר זיי און פאר אלע אידן אז אלע זאלן תשובה טון און זיך פירן על דרך התורה.


אז איר וועט מכבד זיין אייערע עלטערן און פון די אנדערע זייט וועט איר ווייטער זיין שטארק מיט אייער וועג פון חינוך וכו' וועלן אייערע עלטערן אליינס האבן שכל נישט צו קומען צו אייך מיט דעם וכו', זיי וועלן אייך שעצן און אפילו במשך די צייט אייך נאכמאכן.


איך האף אז איר וועט זיין א מבין דבר מתוך דבר צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


א גמר חתימה טובה.

#3 - ברענג נישט אהיים דיין סמארטפאון
חינוך הילדים, שלום בית, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו האסט דערהאלטן מיין בריוו.


זיי נישט ברוגז אויף מיר; איך וויל גארנישט און איך מיין גארנישט. איך וויל נאר זאלסט ווייטער לעבן מיט דיין ווייב מיט ליבשאפט.


נישט יעדער איז זוכה צו אן אשת חיל אזוי ווי דו האסט זוכה געווען; דיין ווייב וויל אויפשטעלן מיט דיר א ערליכע שטוב, זי וויל מגדל זיין די קינדער אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט - מיט יראת שמים. זי וויל אויפציען קינדער וואס וועלן האבן הייליגע אויגן, ריינע אויגן און זויבערע אויגן; נו פרעג איך דיר, אז דער טאטע זיצט א גאנצן טאג מיט א סמארטפאון און קוקט אלע נארישקייטן ווי א קליין קעפלדיגער מענטש וועלן דאך די קינדער אויך זוכן דאס צו נאכמאכן...


דעריבער בעט איך דיר מיין טייערער ... נרו יאיר: "ברענג נישט אהיים דיין סמארטפאון"; איך פארשטיי אז דו דארפסט דאס האבן פאר די ארבעט (איך פארשטיי אבער נישט פארוואס עס דארף זיין אפען צו שמוץ), אבער אין שטוב טארסטו עס נישט אריין ברענגען, דו ווילסט אודאי נישט פארלירן דיין ווייב און קינדער; דעריבער בעט איך דיר: "פאלג וואס צדיקים זאגן", וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


איך ווארט דיר צו זען, וועל איך רעדן מיט דיר.

#2 - לויבט אויס דאס זיך אפלאזן פון 'סאשעל מידיע'
שידוכים, סמארטפאון, משניות, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי מיר זייער שטארק אז דו האסט גענומען די שטארקייט צו פארמאכן דיין סאשעל מידיע אקאונט. עס איז אסאך שטערקער ווען מען מאכט אפ אפצולאזן און פארמאכן די סאשעל מידיע פון זיך אליינס ווי ווען מען מאכט דאס צו געצווינגענערהייט פון א משגיח אדער א מנהל וכו'.


ווען א מענטש מאכט צו זיין סאשעל מידיע ווייזט ער ווער ער איז; ער ווייזט אז ער וויל תכלית. איך האף צום אייבערשטען אז דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך, א וואוילע מיידל וואס איז ריין פון די זאכן, און זי וועט דיר זיין געטריי א גאנץ לעבן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אֵין מְזַוְּגִין לוֹ לְאָדָם אִשָׁה אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער געבט פאר א מענטש א ווייב לויט זיינע מעשים; אז דער מענטש איז איינגעטינקען ראשו ורבו אין זיין טעלעפאן וכו' וועט ער באקומען א פרוי וואס זי וועט אויך זיין איינגעטינקען אין איר טעלעפוין; זי וועט זיין פארנומען מיט אירע חבר'טעס און זי וועט נישט זיין געטריי צום מאן וכו'. אבער אז דער מענטש לאזט אפ זיינע נארישקייטן, ער זוכט תכלית, ער וויל אויפשטעלן א שיינע שטוב, ער וויל א ווארעמע שטוב, וועט ער זוכה זיין צו טרעפן א ריינע מיידל וואס וועט זיין געטריי פאר אים.


שטארק דיר בלימוד משניות און לאז נישט אפ די משניות; זיי שטארק אין ח"י פרקים יעדן טאג. (ישעיהו לח, יט): "חַי חַי הוּא יוֹדֶךָ" - אז מען זאגט ח"י פרקים משניות יעדן טאג איז מען זוכה נאנט צו ווערן צום אייבערשטן.


משניות וואשט אויס די נשמה פון אלעם שלעכטס; ווער עס לערנט משניות ווערט א ריינער מענטש. משניות איז ווי סטילוואל פאר די נשמה. דערפאר זיי ממשיך מיט אכצן פרקים משניות יעדן טאג; קוק נישט אויף קיינעם און הער נישט צו קיינעם, דו פאלג נאר דעם הייליגן רבי'ן.


איך האב דיר זייער ליב און איך בעט פאר דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - הער שוין אויף מיט דיין מרה שחורה, וועט דיר זיין גוט
שמחה, שלום בית, סמארטפאון, אינטערנעט, מרה שחורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר און איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן... איין זאך קען איך דיר זאגן: דו ביסט א גרויסער רחמנות... דו האסט א טייערע ווייב מיט ליכטיגע קינדער; דו האסט אן אייגענע הויז, דו האסט א פיינע פרנסה און דו ליגסט אין בעט מרה שחורה'דיג און דו ווילסט נישט אויפשטיין.


איך האב דיר שוין פרובירט מחזק צו זיין אן א שיעור מאל; זעט אויס אז דו פארשטייסט בעסער פון מיר און דו האלסט זיך קלוגער פון מיר. קען זיין אז דעם רבינ'ס עצות איז צו פשוט פאר דיר, דו קוקסט אן אונזער חבורה 'היכל הקודש קודש קדשים' ווי קליין קעפלדיגע מענטשן. וויל איך דיר זאגן וואס דער תם האט געזאגט פארן חכם (ספורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "קוק צו וואס מיין תמימות האט מיר צוגעברענגט - צו אזוי איין גדולה, און צו וואס דיין חכמה האט דיר געבראכט."


פאלג מיר, מאך צו דיין סאשעל מידיע וואס דאס רייסט דיר אוועק פון דיינע קינדער און דו האסט נישט קיין איין טראפ געדולד צו זיי; אמאל פלעגסטו זיי פארהערן, דו פלעגסט זיך שפילן מיט זיי, דו האסט הנאה געהאט צו זיצן אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער. היינט זוכסטו זיך יעדע רגע וואו צו אנטלויפן, עס איז ביי דיר מקוים געווארן די קללה וואס דער אייבערשטער האט געשאלטן קין (בראשית ד, יב): "נָע וָנָד תִּהְיֶה בָאָרֶץ", וואו די גייסט ביסטו נישט צופרידן.


קוק וואס פאסירט ווען מען זינדיגט רחמנא לצלן - מען פארלירט דעם מח; דיין ווייב איז שוין געקומען צו מיר אפאר מאל, זי פרעגט מיר צי איז מחויב צו לעבן מיט דיר, ווייל דו שרייסט אויף איר און דו ווארפסט אן אויף איר א פחד און אן אימה יעדע מינוט. ווען זי פרעגט דיר צי דו דארפסט עסן, שרייסטו אויף איר מיאוס'ע ווערטער, ווען זי פרעגט דיר שבת אינדערפרי 'וואו גייסטו דאווענען', שרייסטו אויף איר קללות נמרצות. זי איז געווען ביי מיר אין אפיס און געוויינט, זי האט מיר געפרעגט: "ראש ישיבה, דאס איז מיין לעבן? איך וועל דארפן אזוי ליידן אלע מיינע יארן?!"


וויפיל אינגעלייט מוטשען זיך אנצוגיין טאג טעגליך מיט שווערע ביטערע נסיונות; זיי האבן נישט קיין געלט צו קענען צאלן דירה געלט וכו' וכו'. וויפיל אינגעלייט וואלטן געוואלט האבן אן אייגענע דירה, א שטוב מיט ליכטיגע קינדער, און דו ווען דו האסט שוין דאס אלעס זוכסטו זיך פון אונטער דער ערד ווי זיך אפצורעדן?!


נאך חצות איז ביי מיר שוין כמעט דער טאג אריבער און דו ליגסט נאך אין בעט מרה שחורה'דיג ווי א גע'פגר'טע קו?! איך בעט דיר, טאנץ ארויס פון בעט און לויף אין שול דאווענען שחרית. טו אן טלית און תפילין און דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט. נאך שחרית נעם א חומש און זיי מעביר סדרה, די וואך האבן מיר צוויי לאנגע סדרות.


די וואך נאכן ליינען גייט מען אויסשרייען: "חזק, חזק, ונתחזק"; די אלע וואס פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, זיי נעמען יעדן טאג דעם חומש און פון אנהייב וואך זענען זיי מעביר סדרה, די קענען שרייען: "חֲזַק, חֲזַק", אבער די וואס שטופן עס אפ ביז סוף וואך, די בלייבן נעבעך "חוֹזֶק", ווייל עס גייט אריבער א וואך נאך א וואך און מען לערנט ניטאמאל קיין חומש.


ווען דו ענדיגסט דאווענען אין מעביר סדרה זיין קום אהיים און עס פרישטאג מיט דיין ווייב; געב איר גוטע ווערטער, געב איר ליבשאפט וכו' און בעט איר איבער, זאג איר אז דו הייבסט אן א נייע לעבן.


ווי קען מען זיין אזוי שלעכט צו די אייגענע ווייב? ווי קען מען רעדן מיאוס'ע ווערטער צו די ווייב?! איינע פון די סימנים פון א איד איז אז ער איז א רחמנות'דיגער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות עט.) אז די אידן האבן דריי סימנים: "רַחֲמָנִים, בַּיְישָׁנִין, וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים".


געדענק וואס איך חזר שטענדיג איבער ביי די שיעורים, וואס מוהרא"ש פלעגט אונז זאגן, אז די גאנצע געלט און די גאנצע הצלחה פונעם מענטש קומט בזכות דעם וואס מען איז מכבד די ווייב, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע פרנסה קומט בזכות די פרוי; זוך נישט צו זיין גערעכט, עס איז א גרויסע רחמנות אויף די מענטשן וואס קריגן זיך טאג און נאכט. ענדערש געב נאך ווי צו זיין גערעכט; וואס וועסטו האבן אז דו וועסט זיך קריגן, דו אליינס ווערסט דאך אויפגעגעסן פון די אלע קריגערייען.


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, אסאך מאל ווען מען קוקט אויף דיר כאפט פשוט אן א שרעק; דו זעסט אויס ווי א טויטער מענטש, אן קיין שום חיות און אן קיין שום לחליחות. איך האב דיר עס קיינמאל נישט געזאגט, אבער יעצט אז דו שרייבסט מיר איינס אזייגער נאכמיטאג אן אימעיל אז דו ליגסט אין בעט און דו ווילסט נישט אויפשטיין, זאג איך דיר אפען ארויס אז דו ביסט א גרויסער רחמנות...


טייערער הארציגער חבר, מיר האבן א רבי וואס ער קען יעדן איינעם העלפן, אפילו א משוגע'נעם קען מען העלפן; דער פראבלעם איז נאר אז דער משוגע'נער האלט אז ער איז נארמאל נאר דער דאקטער איז משוגע. אזוי זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן סז): "כִּי עִקַּר שִׁגָּעוֹן שֶׁל כָּל הַמְשֻׁגָּעִים הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁהוּא אֵינוֹ מְצַיֵּת וְשׁוֹמֵעַ לְדִבְרֵי הַבַּעֲלֵי שֵׂכֶל, כִּי הַמְשֻׁגָּע - אִם הָיָה שׁוֹמֵעַ וְצַיָּת לְדִבְרֵי אֲחֵרִים שֶׁהֵם הַבַּעֲלֵי שֵׂכֶל, בְּוַדַּאי לֹא הָיָה מְשֻׁגָּע כְּלָל", פארוואס ווערט א מענטש משוגע? ווייל ער פאלגט נישט דעם אמת'ן חכם און דעם אמת'ן צדיק, ווייל ווען דער מענטש וואס איז פיל מיט שגיונות - אויב וואלט ער געפאלגט א חכם וואלט ער געווארן אויס משוגע; יעדער מענטש האלט פון זיך, ער האלט אז ער איז דער קלוגסטער און דער געלונגענסטער מענטש וכו' וכו', אבער אויב דער מענטש האט נישט קיין ביטול צו א צדיק און צו אן אמת'ן חכם, וועט ער אינגאנצן פארפירט ווערן. א מענטש מוז האבן א רבי - א מורה דרך מיט וועם ער שמועסט זיך דורך זיין לעבן און ווען ער האט א שווערע איבערגייעכץ אדער שווערע נסיונות, גייט ער צו זיין רבי און רעדט מיט אים.


א מענטש וואס גייט אליינס איז אין א גרויסער סכנה; אסאך מאל מאכט דער יצר הרע אז א מענטש זאל זיך פירן גוט און פיין פאר א לאנגע צייט, נאר ווייל ער וויל איינרעדן דעם מענטש אז ער קען זיך אליינס אן עצה געבן, נאכדעם ווארפט ער אים אראפ אין א פלאנטער און דער מענטש קען זיך נישט קיין עצה געבן, ער ווייסט נישט ווי אזוי זיך ארויסצוזען פונעם פלאנטער.


אז דו קומסט צו מיר נאכאמאל און נאכאמאל וויל איך דיר קלאר שטעלן אז איך בין ווייטער גרייט צו רעדן מיט דיר און דיר ווייטער אוועק געבן פון מיין טייערע צייט - נאר אז דו וועסט פאלגן; מיין צייט איז מיר זייער טייער און איך בין גרייט ווייטער צו רעדן מיט דיר נאר אז דו וועסט מיר פאלגן, אבער סתם אזוי רעדן און שמועסן און נאכדעם שרייבסטו מיר אז דו ווילסט נישט אויפשטיין וכו' ווען עס פעלט דיר גארנישט, אויף דעם בין איך נישט גרייט.


עס פעלט דיר באמת גארנישט, נאר דאס ביסל שכל אז דו זאלסט אוועק ווארפן דיין שכל, וואס באמת איז די גרעסטע שכל אז מען לייגט אוועק די שכל, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן טו): "שֶׁהוּא חָכְמָה וּמְלָאכָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת כְּמוֹ בְּהֵמָה", עס איז א גרויסע חכמה צו זיין אזוי ווי א בהמה, זיך צו פירן פשוט בתמימות ובפשיטות, אזוי ווי עס שטייט (שמות לו, א): "כָּל אֲשֶׁר נָתַן ה' חָכְמָה בָּהֵמָה". הַיְנוּ שֶׁהוּא חָכְמָה לַעֲשׂוֹת עַצְמוֹ כִּבְהֵמָה. און אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ה:): אויפן פסוק (תְּהִלִּים לו, ז): "אָדָם וּבְהֵמָה תּוֹשִׁיעַ ה'" – אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם שֶׁעֲרוּמִים בְּדַעַת וּמְשִׂימִין עַצְמָן כִּבְהֵמָה. און אזוי ווי אסף בעט דעם אייבערשטן (תהלים עג, כב): "וַאֲנִי בַּעַר וְלֹא אֵדָע בֶּהֱמוֹת הָיִיתִי עִמָּךְ".


זיי נישט ברוגז אז איך שרייב דיר אזוי שארף; גלייב מיר איך שרייב נאך זייער איינגעהאלטן. איך האב נישט דא קיין שום אייגענע נגיעה, איך וויל פשוט אז דו זאלסט האבן א לעבן. איך האב אלעס אוועק געגעבן פון מיר; איך דארף נישט גארנישט, איך וויל נישט גארנישט און איך האב נישט גארנישט, איך וויל נאר אז דו זאלסט האבן א גוט לעבן.


בעט איך דיר, מאך שלום מיט דיין ווייב; טו עס פאר דיינעט וועגן, טו עס פאר דיינע צוויי ליכטיגע קינדער. מאוויס וועט דיר נישט פרייליך מאכן; עבירות מאכט נישט פרייליך, עבירות מאכט נאר מער צעבראכן. אנשטאט דו זאלסט זיך שרייבן מיט קרעציגע מענטשן, מיט מענטשן וואס דו ווילסט נישט זיין ווי זיי, פארברענג ענדערש מיט דיינע קינדער.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל מיר אפלאזן פון די עבירות, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל לעבן מיט מיין ווייב בשלום ובשלוה", אזוי זאלסטו מאריך זיין מיט תפילה, ביז דו וועסט זוכה זיין ארויס צו קריכן פון דיין עבר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.