בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
דארפסט זיך זייער שטארקן און אויך שטארקן דיין ווייב צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, זוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט, אויך אין זאכן וואס זעען אויס ווי נישט גוט דארף מען זוכן דאס גוטס, ווייל ווען מען לויבט דעם אייבערשטן ווערט מען זייער נאנט צו אים, מען ווערט צוגעקלעבט צו אים, און מען ווערט געהאלפן מיט ניסים למעלה מדרך הטבע.
בנוגע וכו'; אפיציעל איז גרינגער צוצוקומען ווי צוצוקומען נאך א שיעור וכדומה. אז איך קום אין שטעטל און אלע ווילן פרעגן נאר איין קליינע זאך איז נישט שייך, ווייל וויפיל איז צען מאל נאר דריי מינוט? און אז עס ווערט פינף מינוט? און אז עס איז צוואנציג מענטשן? דרייסיג? פופציג וכו' וכו'? ענדערש שמועס אפ מיטן מגיד שיעור ישראל שמעון נרו יאיר ווען דו ווילסט קומען רעדן, ער וועט דיר מאכן צייט ווען צו קומען.
שטארק זיך און שטארק דיין ווייב, א שאד איבערצולאזן דעם רבי'ן צוליב די זאכן. מוהרנ"ת האט געזאגט: "זאל דער רבי מיך האקן מיט א דראנג וועל איך נישט אפלאזן דעם רבי'ן", און ווען מוהרנ"ת איז געקומען צום רבי'ן נאכן אנטלויפן פון שטוב, נאכדעם וואס זיין טאטע און ווייב האבן אים נישט געוואלט עפענען די טיר און ביים קומען צום רבי'ן האט דער רבי אים געפרעגט: "וואס ווילסטו? קום נישט יעצט! פאר אהיים, וכו'", האט מוהרנ"ת נישט געטראכט פאר איין רגע אפצולאזן דעם רבי'ן, ער איז געגאנגען צום אייבערשטן, און צו אים געוויינט, אים געבעטן – ביז דער רבי האט צו אים געשמייכלט און אים מקרב געווען.
טייערער ברודער, מאך התבודדות, מאך זיך א חשבון הנפש, ווי בין איך געווען אן דעם רבי'ן? וואס האט דער רבי מיר געגעבן? וואס געבט מיר דער רבי יעצט? וועל איך נישט אפלאזן דעם רבי'ן.
פאר מיר איז דאס זייער שווער, יעדע מאל איך קום צווישן אנשי שלומינו און אלע ווילן נאר פרעגן איין קליינע שאלה, און אז איך בין אויפן וועג צום חדר, סקול, ישיבה וכו', דארף איך מאכן מיט די הענט נישט יעצט, אבער דאס איז מיר זייער שווער אז מענטשן ווערן נישט פרייליך צוליב דעם.
האסט א טייערע ווייב, דארפסט איר שטארקן, דארפסט איר פארשטיין; זי האט אלעס איבערגעלאזט אבי צו קומען מיט דיר צום רבי'ן צוליב די קינדער. איר משפחה איז איר נישט גורס, אירע חבר'טעס האט זי שוין נישט, זי איז אליין אין שטעטל מיט דיר, מיט די קינדער; זאלסטו רחמנות האבן אויף איר, זאלסט איר מחזק זיין, און הלוואי וואלסטו געקומען מיט איר מפעם לפעם רעדן און זיך שטארקן.
זיי געזונט און שטארק.