בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#111 - זיך מקבל זיין צו דאווענען יעדן טאג אין שול די דריי תפילות מיט מנין
תודה והודאה, חנוכה, ראש ישיבה, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט זאת חנוכה איז א גרויסער טאג. דער עיקר זאלסטו זיך מקבל זיין פונדאסניי צו קומען יעדן טאג אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, אויך זאלסטו זיך פארנעמען נאכאמאל אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיטן תרגום איינגעטיילט אויפן טאג, און משניות און גמרא.


זאת חנוכה איז די גמר פון אלע תיקונים, ווייל ווען מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן - דאס איז די העכסטע זאך, דאס ענדיגט צו אלע תיקונים.


איך בין נעכטן נאכט צוריק געקומען פון שטעטל, אלע שיעורים גייען אן אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#110 - דו זעסט אויס זייער גוט מיט דיין בארד און פיאות
פרנסה, בארד און פאות, ראש ישיבה, בטחון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פארלאז זיך אויפ'ן אייבערשטן, האב נישט מורא; דער אייבערשטער איז זייער גרויס, דו וועסט גיך ארויסגיין פון אלע פראבלעמען.


שטארק זיך מיט דיין צלם אלקים - דיין בארד און פיאות; דאס וועט דיר ברענגען גרויס שפע. דו זעסט אויס זייער גוט מיט דיין בארד און פיאות, שנייד נישט, ציפ נישט און מאך נישט גארנישט, לאז וואקסן דיין בארד און פיאות און זיי שטאלץ מיט דעם.


בארד און פיאות איז דער עיקר אידישקייט. אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב'): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בֵּרַךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד, "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל חס ושלום לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", די ערשטע זאך וואס ער טוט - אז ער נעמט אראפ זיין בארד און פיאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אינעם בארד און פיאות; קוק נאך דארט מער באריכות.


היינט נאכט וועט זיין דער שיעור אין שטעטל אין ליבערטי.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#109 - געב חנוכה געלט פאר דיינע קינדער'ס מלמדים
שכר לימוד, חינוך הילדים, מלמדים, חנוכה, מוסדות, הכרת הטוב, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב חנוכה געלט פאר דיינע קינדער'ס מלמדים, און אז דו האסט נישט וואס צו געבן - מאך זיך כאטשיג וויסנדיג; געב זיי עפעס, אפילו א קלייניקייט. אין בית המקדש איז אויך אזוי געווען, דער וואס האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א רייכע קרבן - האט געברענגט א פייגעלע.


מאך זיך וויסנדיג פון דיינע קינדער'ס מלמדים, טראכט א מינוט אריין וואס זיי גייען אריבער איין טאג מיט די קינדער; זיי זיצן מיט מסירת נפש פון אינדערפרי ביז נאכמיטאג, מיט דיינע קינדער און מיט נאך קינדער; זיי ארבעטן זייער שווער, ווייז זיי אביסל הכרת הטוב.


אזוי אויך ווען מען רופט דיר פון די מוסד צו צאלן שכר לימוד - מאך זיך וויסנדיג, נאר אזוי וועסטו האבן הצלחה מיט די קינדער. מוהרא"ש שרייבט זייער שארף צו די עלטערן וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג פון שכר לימוד, אזוי אויך דערציילט מען אז דער היילגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט די הנהלה פארוואס נישט אלע עלטערן צאלן שכר לימוד, אזוי ווי מען צאלט אנדערע זאכן, ווי לעקטער און גאז, וכדומה, האט מען אים געזאגט, ווייל די אנדערע זאכן אז מען צאלט נישט - האקט מען אפ; אז מען צאלט נישט קיין לעקטער - האקט מען אפ די לעקטער, און אז מען צאלט נישט קיין גאז - האקט מען אפ די גאז, האט זיך דער הייליגער רבי אנגערופן: "ווער זאגט אז ביי שכר לימוד אז נישט אזוי? ביי שכר לימוד האקט מען אויך אפ די סייעתא דשמיא פון הימל פאר די קינדער זיי זאלן מצליח זיין און אויסוואקסן ערליכע אידן".


אז מען רופט דיך פון די מוסד - זאלסטו אויסארבעטן א פלאן ווי אזוי צו צאלן שכר לימוד; נישט זיך נישט וויסנדיג מאכן.


חנוכה איז א צייט פון חינוך, חנוכה איז א צייט פון זיך מאכן א חשבון 'וואס טו איך מיט די קינדער מיינע?' דער הייליגער רבי רש"ב פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיינע תלמידים א שארפע הוראה: "אזוי ווי א איד האט א חיוב יעדן טאג אנצוטון תפילין, אזוי אויך האט יעדער איד א חיוב זיך אפשטעלן א האלבע שעה יעדן טאג, אויף טראכטן וועגן די חינוך פון זיינע קינדער, און טון אלעס וואס מען קען טון צו פארזיכערן אז די קינדער זאלן גיין אין די וועג וואס מען איז זיי מחנך".


איך בין שוין אין שטעטל, איך וועל זיין אין שטעטל ביז נאך שבת חנוכה, די וועכנטליכער שיעור ליל שישי וועט די וואך זיין אין שטעטל. יעדע מאל איך קום אהער ווער איך נאכאמאל איבערגענומען פון די שיינע קהילה, פון די חסד, פון די יראת שמים, פון די איידעלע משפחות.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#108 - געלויבט דער אייבערשטער אז מיר האבן מוסדות פאר די קינדער
תודה והודאה, חינוך הילדים, מוסדות, היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די גרעסטע נס וואס מיר האבן איז, אז מיר האבן מוסדות פאר אונזערע קינדער וואס מען לערנט מיט זיי אויף די וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד אז אונזערע קינדער זיצן מיט מלמדים יראי שמים, וואס לעבן מיט'ן רבי'ן, מלמדים וואס גייען אין מקוה, מלמדים וואס זענען זיך מתבודד, מלמדים וואס לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מלמדים וואס געבן אכטונג אויף יעדן קינד.


אזוי אויך אין בית פיגא; לערערינס וואס האבן ליב יעדן קינד און לייגן אריין א ליבשאפט אין די קינדער צו גיין מיט די תורה וועג.


יארן צוריק איז דאס נישט געווען; ווען איך בין מקורב געווארן צו מוהרא"ש האבן מיר געוויסט אז דאס איז א זאך וואס גייט נישט איבער פאר די קינדער, דאס איז א סוד פאר אונז אליין, מען האט אונז קלאר געזאגט אז מען דארף געהערן צו די גרויסע קהילות צוליב די קינדער, און שטילערהייט קענען מיר נעמען חיזוק פון מוהרא"ש, און חסדי השם אז מיר האבן א פלאץ פאר אונזערע קינדער, זיי זאלן אויפוואקסן מיט'ן רבי'ן, אויפוואקסן מיט תמימות ופשיטות, אויפוואקסן מיט מעשיות פון תפילה; אז דאס זאל זיין זייער לעבן.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#107 - קום אין שול מיט כבוד, קום אין באשעפער'ס שטוב מיט דרך ארץ
חנוכה, דרך ארץ, בית המדרש, מוסר, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מכבד דעם בית המדרש, קום צום דאווענען אנגעטון מיט א הוט און רעקל. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות תפילה, סימן כה): "מִצְוָה לִהְיוֹת לוֹ בְּגָדִים מְכֻבָּדִים בִּשְׁעַת הַתְּפִלָּה", עס איז א מצוה צו גיין אנגעטון מיט שיינע קליידער ביים דאווענען, אזוי ווי עס פאסט צו שטיין פארן אייבערשטן.


רבי חיים וויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט, ער האט באטראכט זיין רבי דער אריז"ל ווי ער קומט אין שול; ווען ער איז אנגעקומען צום טיר פון שול האט ער געגעבן א ציטער פון פחד, אז ער גייט יעצט אריין אינעם שטוב פונעם איבערשטן; קום אין שול צו די תפילות מיט א דרך ארץ מיט א כבוד.


איך שרייב די בריוו פאר דיר, נישט דו זאלסט גיין זאגן פאר אנדערע ווי אזוי צו קומען אין שול. נישט יעדן קען מען זאגן ווי אזוי זיך צו פירן, נישט יעדן איז שוין די צייט, אמאל דארף מען ווארטן ביז יענער באקומט מוחין וכו', אבער דיר זאג איך: "קום אין שול מיט כבוד, קום אין באשעפער'ס שטוב מיט דרך ארץ".


דער שול איז נישט קיין אפיס, דער שול איז דעם אייבערשטנ'ס שטוב; א בית המקדש מעט ווי מען קומט מתפלל זיין פאר זיך, פאר די משפחה און פאר אלע אידן.


שבת וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל מיט די ישיבה; שבת חנוכה איז א צייט וואס מען קומט זיך צוזאמען אנשי שלומינו.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#106 - עס איז דא א וועג ארויס פון שלעכטע געוואוינהייטן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, שמחה, וויכוחים, דרשות, תשובה, ספרי ברסלב, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו ווילסט ארויסגיין פון דיין ביטערע מצב, דיין שרעקליכע פלאנטער וואו דו ביסט אריינגעפאלן, אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן - זאלסטו אנהויבן לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. מאך זיך א שיעור אין ספר לקוטי מוהר"ן, אין די שיחות און אין ספר המידות; דארט וועסטו געפונען עצות און חיזוק ווי אזוי אפצולאזן די שלעכטע מעשים, און עס וועט אריינבלאזן אין דיר א גרויסע האפענונג.


עס וועט ווערן גלייך א רעש, דיינע עלטערן וועלן אנהויבן פארפירן 'היתכן דו לערנסט די ברסלב'ער ספרים'; זאלסטו חס ושלום נישט ענטפערן, חס ושלום טענה'ן מיט זיי. דיינע עלטערן ווייסן נישט וואס עס גייט אויף דיר אריבער; וואלטן זיי געוויסט אז דו זינדיגסט אין די עבירה, דו ביסט פגום פון קאפ ביז פיס - וואלטן זיי דיך גענומען אויף די אקסל און דיך געברענגט צום הייליגן רבי'ן. דיינע עלטערן ווילן נאר דאס גוטס פון דיר, זיי ווייסן נישט וואס דו גייסט אריבער; קיין איין טאטע מאמע ווייסן נישט וואס זייערע קינדער ליידן, און ווי זיי פאלן אין קדושה.


אז דיין טאטע לאזט דיך נישט לערנען לקוטי מוהר"ן - זאלסטו זאגן מיט גרויס דרך ארץ: "טאטע, מיין גאנצע חיות, מיין גאנצע לעבן - איז דער ספר לקוטי מוהר"ן; אלעס וואס איך טו, און דאס וואס איך בין אייך מכבד - דאס אלעס קומט פון דעם ספר; מיין לערנען, מיין דאווענען - אלעס איז דער ספר"; אזוי וועלן זיי דיך אפלאזן, אבער דו זאלסט זיי נאר מכבד זיין און שעצן.


נאך א וויכטיגע זאך זאלסטו טון ארויסצוגיין פון די געפערליכע רגילות דיינע. גיי אין א ליידיגע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט; עס קען זיין אין דיין צימער, עס קען זיין אין א בית המדרש, אין אן אפיס וכו' - און רעדט זיך אויס צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, אויף פראסט אידיש; דערצייל דעם אייבערשטן וואס גייט אריבער, ווי דו פאלסט אין ניאוף, ווי דו פאלסט אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וויין צו אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, שעם זיך נישט, דערצייל אים יעדע זאך.


והעיקר זאלסטו זיך זייער שטארקן צו זיין פרייליך; אפילו דו האסט גארנישט, דו זעסט זיך אזוי אפגעפאטשט - זאלסטו זיך פרייען מיט דעם וואס דו ביסט א אידיש קינד, דו ביסט גע'מל'ט, דו גלייבסט אינעם אייבערשטן, און נאך אסאך גוטע זאכן וואס דו האסט אין זיך.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך גיי מיט די בחורים וואס נעמען צאם געלט פאר די ישיבה; איך גיי מיט זיי אוועק פאר א שבת.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מארגן זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אין ישיבה; קום צום שיעור זיך אויפפרישן און זיך אנגרייטן אויף די הייליגע יום טוב חנוכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#105 - הקדמה צום ספר "שפתי תפתח"
ספרי ברסלב, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האף דו שפירסט זיך שוין בעסער; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א רפואה שלימה, און האבן כח ווייטער עוסק זיין אין פארשפרייטן די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך שיק דיר די הקדמה פארן ספר שפתי תפתח און איך האף דיר שוין צו שיקן די איבעריגע חלק פון די צווייטע תורה.


הקדמה:


דוד המלך בעט דעם אייבערשטן (תהלים נא, יז): "ה' שְׂפָתַי תִּפְתָּח" הייליגער באשעפער, עפן מיר מיין מויל, "וּפִי יַגִּיד תְּהִלָּתֶךָ" איך זאל דיך קענען דאנקען און לויבן. ווייל צוליב דעם האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט, מיר זאלן וויסן און אנערקענען אז ער האט אלעס באשאפן, ער פירט אלעס און אים דאנקען און לויבן. דאס איז וואס דער הייליגער רבי געבט אונז; ער לייגט אריין אין אונז א קלארע, לויטערע, ריינע אמונה, מען הויבט אן שפירן 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', און ווען מען איז זוכה דאס צו שפירן - עפנט זיך די מויל און מען הויבט אן רעדן צום אייבערשטן.


דער פירוש "שפתי תפתח" איז א גרינגע לייכטע פירוש אויפ'ן הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן. דער פירוש איז געבויט אויף די הייליגע ספרים פונעם גרויסן צדיק מוהרא"ש זכותו יגן עלינו: שפת הנחל, דרשות מוהרא"ש און ספר אשר בנחל; איבערגעטייטשט און געגעבן צו פארשטיין אויף א גרינגע וועג פאר די בני הנעורים, אז די היינטיגע מוחות זאלן אויך האבן א טעם און א געפיל אינעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן. זיי זאלן אויך קענען זוכה זיין צו וואס דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט) מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה דורכ'ן לערנען זיין ספר לקוטי מוהר"ן, און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת - וועט זיך אים אויפשטאפן אלע פארשטאפטע אדערן.


איך האב א נאמען געגעבן דעם ספר "שפתי תפתח", ווייל דער הייליגער ספר לקוטי מוהר"ן עפנט אויף די מויל צו רעדן צום אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תרומות א, ג): "סְתָם חֶרֶשׁ - שֶׁאֵינוֹ שׁוֹמֵעַ וְאֵינוֹ מְדַבֵּר", טייטשט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ס) פארוואס רעדט א מענטש נישט צום אייבערשטן? ווייל ער איז 'אינו שומע' בקול צדיקים, אז מען הערט נישט די ווערטער פון צדיקים - איז מען אן 'אינו מדבר', רעדט מען נישט צום באשעפער. אבער אז מען הערט זיך צו צום קול פון צדיק, מען לערנט דעם רבינ'ס ספר לקוטי מוהר"ן - ווערט "שפתי תפתח", די ליפן עפענען זיך, מען הויבט אן רעדן צום אייבערשטן.


אויך אין די ווארט 'שפתי' איז דא די ווארט 'שפת' ווייל דאס איז געבויט אויפן הייליגן ספר "שפת הנחל" און אינעם אות יו"ד איז מרומז מיין נאמען.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך זאל קענען תשובה טון און פאררעכטן אלעס וואס איך דארף מתקן זיין; מיין נפש, רוח ונשמה. איך זאל זיך נישט דארפן שעמען פון די הייליגע צדיקים, און מיר זאלן אלע שוין זוכה זיין צו די גאולה, ווען עס וועט זיין וּ'מֶלֶךְ אֶ'חָד יִ'הְיֶה לְ'כֻלָּם (יחזקאל לז, כב).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#104 - פארגעס נישט דיין זעקל ספרים, נעם עס מיט דיר וואו דו גייסט
מוסדות, שטעטל, אידיש געלט, לימוד התורה, חובות, חתונה, ראש ישיבה, שמחות, וועג

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, טראג מיט זיך א זעקל ספרים צדה לדרך; א חומש'ל מיט א משניות'ל, א תהילימ'ל מיט א גמרא; עס איז דא אזויפיל צייט אין טאג.


היינט בין איך געפארן קיין שטעטל אהין און צוריק, מיר האבן געהאט א מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם בנין התלמוד תורה מיט די אינגעלייט וואס האבן געהאלפן קויפן דעם בנין, עס זענען געווען א צוויי מנינים אינגעלייט. אויפ'ן וועג האב איך זיך איינגעפאקט אפאר ספרים, האב איך געקענט לערנען מיינע שיעורים כסדרן; ח"י פרקים מיט א יום תהילים. אזוי זאלסטו אויך טון, נעם זיך מיט דיין זעקל ספרים - וועסטו אנקומען צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "וְאַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה, שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", זאג נישט ווען איך וועל האבן צייט דעמאלט וועל איך לערנען, קען זיין דו וועסט נישט אנקומען צו האבן צייט; נאר אז מען גנב'עט אראפ צייט, מען כאפט אריין דא אביסל לערנען און דארט אביסל לערנען - אזוי קען מען לערנען.


היינט נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, דער חתן א תלמיד הישיבה און די כלה א תלמידה, ביידע זענען צופרידן חתונה צו האבן אין בית המדרש. עס איז גוט דו זאלסט קומען קוקן מיט דיינע אויגן די חתונות אין ישיבה - וועסטו זען און זיך איבערצייגן אז עס פעלט גארנישט פאר די חתונות; די חתונות זענען מלא טעם, א אידישע טעם, א אידישע שמחה. ווען מען הערט עס פון שמועסן קען זיך דאכטן אז עס איז א נעבעכדיגע זאך, אבער ווען מען זעט עס מיט די אויגן - זעט מען אז מאכן טייערע שמחות איז א נעבעכדיגע זאך. א שאד אויסגעבן געלט פאר די פאר שעה, און ווער רעדט נאך אז עס איז נישטא קיין געלט, מען מאכט חובות פאר אפאר שעה, איז עס ממש א נעבעכדיגע זאך.


עלטערן פאלן פון די כחות, עלטערן ווערן קראנק פון חובות, און אפילו די וואס האבן יא געלט - קענען דאס נוצן צו העלפן די קינדער מיט א הויז, וכדומה.


פארגעס נישט דיין זעקל ספרים, נעם עס מיט דיר וואו דו גייסט - וועסטו קענען אנקומען מיט דיינע שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#103 - ברענגט נישט א קאמפיוטער אין שול, אפילו פאר גוטע צוועקן
קאמפיוטער, בית המדרש, היכל הקודש, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


איך וויל נישט דו זאלסט קומען ביי אונז אין שול מיט א קאמפיוטער, לעפטאפ וכדומה. א שול איז געמאכט צו לערנען און דאווענען, א שול איז געמאכט צו ווערן נענטער צום אייבערשטן, נישט צו קומען זיך אונטערהאלטן, קוקן נייעס וכו'; עס איז נישט קיין נפקא מינה וואס דו קוקסט, אפילו ברסלב'ער נייעס, אפילו די בריוו וכו'.


איך האלט אלעס מיט וואס טוט זיך אין אלע שול'ן היכל הקודש, די גבאים געבן מיר איבער יעדע פרט, און באזונדער אין די ירושלים'ער שול, דארט האלט איך מיט יעדע פינטל. איך בעט דיר זייער זאלסט מער נישט קומען אין שול מיט קיין שום כלי וואס מען קען זען אויף דעם, אנגעהויבן ביי א קאמפיוטער ביז די קליינע טעלעפאן. איך האב אויפגעשטעלט דעם שול מיט מסירת נפש, איך וויל נישט דו זאלסט מיר דאס צעווארפן.


איך האף דו וועסט מיר פאלגן.

#102 - פארוואס כאפט מען זיך ענדערש צו צו אינטערעסאנטע סגולות
תפילה והתבודדות, אמונה, סגולות, תשובה, לימוד התורה, ראש ישיבה, תעניתים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט זאגן איין ווארט צום אייבערשטן, זאג: "באשעפער", זאג: "אייבערשטער איך וויל זיין גוט", "אייבערשטער איך טו תשובה, איך וועל מער נישט טון וואס איך האב געטון"; מיט די פאר ווערטער וועסטו אלעס פאררעכטן.


עס איז אזוי גרינג און אזוי זיס זיך אומצוקערן צום אייבערשטן; מיט איין ווארט, מיט איין קרעכץ, אין איין סעקונדע - קען מען אלעס איבערדרייען און ווערן א גרויסער צדיק, נאר וויבאלד מענטשן זענען מיואש, מען טראכט 'וואס וועט מיר די ווארט העלפן? וואס קען מיר די ווארט העלפן?' דעריבער האלט מען זיך צוריק דערפון, און מען זוכט אינטערעסאנטע תיקונים.


עס איז גרינגער אנצונעמען צו טון שווערע עבודות - ווי אנצונעמען אז רעדן צום אייבערשטן און זאגן פרקים משניות - איז מתקן און מאכט דעם מענטש פאר א גרויסער צדיק.


דער הייליגער אריז"ל האט מגלה געווען תיקונים פאר עבירות. אויב איינער איז פוגם בברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - דארף ער פאסטן פ"ד תעניתים. דאס איז טאקע א שווערע זאך צו טון; קוים וואס מיר קענען פאסטן איין פאסט-טאג, ווער קען פאסטן פיר און אכציג תעניתים... דאך איז דאס נאכאלץ גרינגער פאר'ן מענטש צו טון, ווייל ער שפירט ווי ער טוט עפעס. ווידער, ווען א מענטש זאגט א פרק משניות, טראכט ער 'וואס האב איך שוין געטון? וועט מיר דער פרק העלפן?' 'וואס קען שוין געשען ווען מען זאגט א פרק משניות מיט א בלאט גמרא?' וואס קען שוין זיין אז איך וועל זאגן דעם אייבערשטן אפאר ווערטער, 'איך וויל זיין גוט, און איך גיי זיין גוט'?


דערפאר וועסטו זען מענטשן כאפן זיך צו צו געוויסע סגולות, ווי די צענטע חודש אין די צענטע טאג זאלן קומען צען מענטשן און זאגן די צענטע קאפיטל די צענטע פסוק אין די צענטע אטעם; ווייל עס איז גרינגער פאר מענטשן צו האבן אמונה אין דעם ווי מען זאל גלייבן אין זיך, ווי גלייבן אין א קאפיטל תהילים, אין א ווארט צום אייבערשטן.


היינט נאכט וועל איך געבן די וועכנטליכער שיעור אין לעיקוואד אין אונזער בית המדרש היכל הקודש.


די וואך שבת בין איך אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#101 - אויסלערנען דרך ארץ פאר די קינדער
שכר לימוד, מקוה, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרך ארץ, שטעטל, פרנסה, בית המדרש, מוסר, ראש ישיבה, דאווענען, יראת שמים, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי אין מקוה און גיי אין שול, טו אן טלית ותפילין; דאס איז דיין פארמעגן, נאר דאס וועט דיר בלייבן, עפעס אנדערש איז נאר צייטווייליג. טו גארנישט איידער דו גייסט אין מקוה זיך טובל'ן, טו גארנישט איידער דו גייסט אין שול מיט טלית ותפילין. דאווען דוקא מיט מנין און מיט א סידור, שנייד נישט שטיקלעך פונעם דאווענען, זאג די ווערטער ווי א תם, פון אנהויב ביזן סוף.


שבת בין איך געווען אין קרית ברסלב, דארט איז א ריינע פלאץ, עס וואוינען דארט שוין איבער הונדערט משפחות; פשוט'ע מענטשן, פשוט'ע ארבעטארערס, אבער זיי פירן זיך ווי גרויסע צדיקים. יעדער איינער - מקטן ועד גדול - איז אנגעפילט מיט אמונה, יעדער האט שיחות פון רבי'ן, מען לעבט מיטן אייבערשטן, איך האב אזוי הנאה געהאט.


איך וואלט געבליבן דארט וואוינען, נאר לעת עתה איז די ישיבה אין שטאט, אין וויליאמסבורג - בין איך צוריקגעקומען; מיין ווייב תחי' וויל דארט בלייבן, מיינע קינדער וויינען יעדע מאל מען פארט אוועק אז זיי ווילן דארט בלייבן; איך בעט דעם אייבערשטן די ישיבה זאל שוין קענען אהין גיין.


א גאנץ שבת האבן מיר גערעדט נאר דיבורים פון רבי'ן. פרייטאג צו נאכטס האבן זיך צאמגעקליבן אנשי שלומינו, מיר האבן געשמוסט פון חינוך הבנים והבנות, אז דער עיקר איז אויסלערנען די קינדער דרך ארץ.


איך האב זיי דערציילט, א מלמד דערציילט מיר וואס ער האט געהאט די וואך. איינער פון די קינדער האבן זיך געשטעלט אין כיתה אונטער אים, אונטער זיין רוקן און געמאכט א פאקס מיט די האנט אויפ'ן נאז, אויפ'ן מלמד. דער מלמד האט זיך זייער דערשראקן צו האבן ביי זיך אין כיתה אזא קינד, ער ציטערט וואס גייט דא זיין מיט דעם קינד; וועט ער אויסוואקסן א איד אדער חס ושלום...


זאג איך דעם מלמד, דער קינד איז נישט די פראבלעם, די עלטערן זענען; זיי זענען נישט מחנך זייערע קינדער. איך בין זייער שטרענג מיט מיינע קינדער אויף די איינע נקודה, אויף דרך ארץ. איך זאג שטענדיג מיינע קינדער: "קענסט אויסוואקסן א פשוט'ער וואסער טרעגער, אבער דרך ארץ מוז זיין, אז דו וועסט נישט מיטהאלטן דאס לערנען - וועל איך דיר גארנישט טון, אבער אז איך וועל הערן פון דיינע מלמדים אז דו פירסט זיך נישט מיט דרך ארץ - וועל איך דיר באשטראפן".


מוהרא"ש האט מיר אויסגעלערנט נישט צו זאגן מוסר אין פנים, נאר זאגן מוסר מיט חכמה, רעדן מוסר וואס יענער דארף הערן. און אזוי ווי דער טאטע און מאמע האבן זיך געפונען ביי די שמועס האב איך אריינגעדריידט די שמועס אויף דעם ריכטונג.


דארט זענען געווען געסט וואס וואוינען נישט אין שטעטל, זיי האבן זיך זייער געוואונדערט. שפעטער קומט צו מיר איינער און פרעגט מיר: "די שמועס איז אמת? דער ראש ישיבה איז טאקע מסכים צו האבן קינדער וואסער טרעגערס?" זאג איך אים: "איך וויל האבן קינדער תלמידי חכמים, איך וויל דאס בעסטע פון זיי, אבער איך שטעל זיך נאר אויף די איינע זאך".


איך דערצייל אים: "יעדן טאג הער איך גרוסן, עלטערן שרייבן מיר סיומים פון זייערע קינדער. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, מיינע קינדער לערנען גארנישט, מיינע קינדער שפילן, מיינע קינדער זענען פארנומען מיט אלעס אויסער משניות און גמרא. איך טרייב זיי נישט צו לערנען, איך שטעל זיך אויף זייער יראת שמים און אויף זייער דרך ארץ. וועט ער נישט ענדיגן ש"ס, וועט ער נישט ענדיגן משניות - אבער א איד וועט ער זיין. איך שטעל זיך זיי זאלן זיך אנגרייטן נעגל וואסער, זיי זאלן ליינען קריאת שמע, זיי זאלן רעדן שיין צו עלטערע און בעיקר אין חדר, און אויף דעם געב איך פעטש".


דיר בעט איך זייער זאלסט רעדן צו דיינע קינדער פון דרך ארץ. יעדן טאג ווען די קינדער גייען אין חדר און אין סקול - זאלסטו זיי זאגן מיט אן ערנסטע פנים: "איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט פון די דרך ארץ'דיגע קינדער", רוף דיינע קינדער'ס מלמדים און פרעג זיי: "וואס מאכט מיין קינד?" און זאג אים: "זאג מיר דעם אמת, ער איז דרך ארץ'דיג?" און אז דיין קינד איז דרך ארץ'דיג - זאלסטו רעדן אין שטוב פון דעם, און מאכן אן עסק; אים אויסלויבן פאר אלע קינדער, און אז נישט - זאלסטו אים געבן א קנס, ווייל אן דרך ארץ איז גארנישט דא.


אויך זאלסטו וויסן אז נאר דער וואס צאלט שכר לימוד - דער וועט זען נחת ביי זיינע קינדער, און דער וואס לאכט זיך אויס פון צאלן שכר לימוד - דער וועט קיין נחת נישט זען ביי די קינדער. עס הערט זיך שרעקעדיג; נישט איך זאג דאס, מוהרא"ש זאגט דאס; מוהרא"ש שרייבט דאס בשם פריערדיגע צדיקים. עס איז א פשוט'ע שכל, ווייל אז חינוך הבנים איז א חוזק, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג פון די מוסד, מען לאכט פון די מוסד, עס אינטערעסירט נישט די קינדער - איז נישטא קיין הצלחה.


היינט נאכט וועט זיין א פרויען צאמקום, זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען. בלייב אין שטוב, בלייב דו מיט די קינדער דאס ביסל צייט אז זי זאל זיך קענען אביסל אנפילן מיט פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#100 - בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, נישט מיט סטראשען
תפילה והתבודדות, חברים, שלום בית, שבת קודש, דרשות, סבלנות, ראש ישיבה, פירושים, עקשנות, אידיש, א גוט אויג

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת בין איך געווען מיט מיין משפחה אין שטעטל, איך האב זיך זייער מחי' געווען צו זיין שבת מיט אנשי שלומינו.


גלייב מיר, דאס וואס מוהרא"ש זאגט, וואו עס קומען זיך צאם אנשי שלומינו לוינט צו קומען פון יענע עק וועלט אריין צו שטעקן דעם קאפ מיט צו האלטן די דיבורים - דאס האב איך געשפירט שבת. יעדע מינוט וואס מען האט געשמועסט מיט אנשי שלומינו - איז געווען אזעלכע חיזוק, אזעלכע שיינע ווערטער - כמים קרים, אזוי ווי קאלט וואסער פאר אן אפגעמאטערטער. סיי פרייטאג צו נאכטס, שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען, נאכן דאווענען, שלש סעודות און מלוה מלכה.


איך דארף מקצר זיין, איך שרייב דיר נאר אפאר ווערטער ממש אויפ'ן שפיץ גאפל, וואס מיר האבן גערעדט שבת.


פרייטאג צו נאכטס האבן מיר גערעדט פון נישט האבן קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן, ווען מען בעט דעם אייבערשטן זאל מען נישט סטראשען. מען זעט אין די פרשה, רחל האט געבעטן יעקב (בראשית ל, א): "הָבָה לִּי בָנִים" געב מיר א ברכה פאר קינדער, "וְאִם אַיִן מֵתָה אָנֹכִי" אז נישט - בין איך א טויטע, שטייט (שם, ב): "וַיִּחַר אַף יַעֲקֹב בְּרָחֵל" יעקב האט זיך אויפגערעגט אויף רחל. זאגט מוהרא"ש, פארוואס האט זיך יעקב געבייזערט אויף רחל? וואס האט רחל דא שלעכטס געטון? וואס דען דארף א פרוי טון ווען זי זעט אז זי האט נישט קיין קינדער, נאר גיין בעטן פון א צדיק א ברכה, און דאס האט זי דאך געטון! זאגט מוהרא"ש, זי האט זייער גוט געטון מיטן בעטן 'הבה לי בנים' געב מיר א ברכה אויף קינדער, אבער 'ואם אין מתה אנכי' אז נישט בין איך א טויטע - דאס זאגט מען נישט; ווען מען בעט דעם אייבערשטן און מען בעט א ברכה פון א צדיק - בעט מען וואס מען דארף, אבער נישטא קיין סטראשען, נישטא קיין 'אויב נישט'.


מיר זענען אריין אין א שיינע שמועס פון די פאריגע וואכעדיגע פרשה, אז דער אייבערשטער האט אויסגעהערט יצחק אבינו'ס תפילות, ווייל אינו דומה תפילת צדיק בן צדיק לתפילת צדיק בן רשע; לכאורה דארף ווען זיין פארקערט, רבקה האט זיך מוסר נפש געווען, זי איז אוועק פון די טריפה'נע שטוב פון בתואל און לבן, זי איז מקורב געווארן צום צדיק, זי האט זיך אנגעטון מיט די גרעסטע איידלקייט, דארף מען איר דאך אויסהערן און איר געבן וואס זי בעט! דער ענטפער איז, טאקע וועגן די קשיא האט מען נישט צוגעהערט אירע תפילות, ווייל תפילה דארף צוגיין באופן מתנת חינם, תפילה בעט מען דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, עס קומט מיר גארנישט, איך בעט דיר אן אומזיסטע מתנה".


אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'" א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל. "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאכגעבן - איז נישט. מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ', הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אנדערע געבעטן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


טאקע דערפאר האט מען צוגעהערט יצחק'ס תפילות. ווייל רבקה, ווען זי האט געבעטן איז דאס געווען א תפילה וואס קומט מיר, 'איך בין א צדקת בן רשע, קוק וואס איך האב שוין אלץ געטון פאר'ן אייבערשטן, דארף איך א קינד'; אזוי בעט מען נישט. ווידעראום יצחק אבינו, א זון פון אברהם אבינו - האט נישט געשפירט ווי ער האט עפעס געטון אז עס קומט אים, ער בעט: "הייליגער באשעפער, געב מיר א קינד".


מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די זאך ווי אזוי צו בעטן דעם אייבערשטן. עס איז געווען נאך אסאך שיינע שמועסן; איך וועל דיר דאס שרייבן אין א צווייטע געלעגנהייט.


ביי ספורי מעשיות האבן מיר געלערנט די מעשה פון די זיבן בעטלערס. (ספורי מעשיות, מעשה יג) ווי די חתן כלה האבן זיך זייער געבענקט ביי די חתונה צו די בעטלערס, מיר האבן גערעדט אז ווען מען האט חתונה, מען וויל האבן א שיינע שטוב, מען וויל האבן שלום בית - דארף מען האבן די בלינדע בעטלער; נישט קוקן און זוכן אין די ווייב חסרונות, נישט אלעס דארף מען זען, נישט אלעס דארף מען באמערקן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נג:): "מַעֲשֶׂה בְּאָדָם אֶחָד שֶׁנָּשָׂא אִשָּׁה גִדֶּמֶת" עס איז געווען א מעשה, א מענטש האט חתונה געהאט מיט א גדמת, א פרוי אן הענט, "וְלֹא הִכִּיר בָּהּ עַד יוֹם מוֹתָהּ" ער האט נישט געוויסט ביז זי איז געשטארבן אז זי איז געווען א פרוי אן הענט, און די גמרא פירט אויס: "כַּמָּה צָנוּעַ אִישׁ זֶה" דער מענטש האט געמוזט זיין זייער אן איידעלער מענטש, אז ער זאל נישט קוקן אויף זיין ווייב.


מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, ווי אזוי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש - מיינט נישט צו זאגן אז דער מענטש האט געהאט א שמאטע ארומגעבינדן אויף די אויגן און נישט געזען אז עס פעלט איר הענט, נאר ער האט פשוט נישט געקוקט אויף אירע חסרונות, ער האט נישט געמאכט אן עסק פון דעם, ער האט געזען נאר דאס גוטס אין איר.


מיר האבן גערעדט צו אינגעלייט זיי זאלן נישט זוכן חסרונות אין שטוב, נישט זוכן ווי עס איז נישט מסודר און ווי עס איז נאכנישט געטון געווארן די שטוב ארבעט וכדומה, נאר זיין דער בלינדער בעטלער. און אז מען איז נאכנישט ביי די מדרגה, מען זעט נאך יא חסרונות, זאל מען בענקען און וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קדושת עיניים, איך זאל האבן געזונטע אויגן, נאר זען גוטס אין מיר, אין מיין ווייב און אין יעדן איינעם. הייליגער באשעפער, ווי נעמט מען דעם בלינדן בעטלער, ווי איז מען זוכה נישט צו זען וואס מען דארף נישט? ווי איז מען זוכה צו קוקן נאר אויף דאס גוטס?" און ווען די חתן כלה האבן געבענקט קומט ער אריין און זאגט: "איך בין דא, איך בין געקומען צו אייך, איך געב ענק א מתנה גמורה דרשה געשאנק", ווייל דורך בעטן און בענקען איז מען זוכה צו דעם.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן פון די שיינע שבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#99 - מעג מען גיין מיט א האנט זייגער?
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מוהרא"ש, מסורה, ראש ישיבה, יונגע יארן, היטן די צייט, האנט זייגער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש טברי'


איך באקום גוטע גריסן אז דו לערנסט פלייסיג און דו פירסט זיך מיט דרך ארץ אין חדר.


יעצט אין די יונגע יארן איז די בעסטע צייט אין לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די יונגע יארן איז די שענסטע חלק פונעם רויז, די בעסטע צייט אין לעבן; נוץ אויס די צייט פאר לערנען און דאווענען.


אויף דיין פראגע אויב עס איז א גוטע זאך צו טראגן א האנט זייגער אדער נישט; א טייל זאגן עס איז אזוי ווי א קידושין רינגל פאר'ן יצר הרע, אנדערע זאגן עס איז גאר גוט, עס העלפט מען זאל נישט מבטל זיין קיין צייט פון לערנען.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געגאנגען א האנט זייגער, געבויט אויף די בריוו וואס דער הייליגער רבי נתן שרייבט פאר זיין זון צוויי וואכן איידער זיין הסתלקות (עלים לתרופה יום א' וישב, שנת תר"ה): "אֲהוּבִי בְּנִי חֲבִיבִי" צו מיין טייערער ליבער זון, "יְקַבֵּל הַזֵּייגֶירִיל" נעם מיין זייגער, "וְיִשְׁתַּדֵּל שֶׁיְּתַקְּנוּ אוֹתוֹ מִיָּד" און זע עס צו פאררעכטן גלייך, "בְּאֹפֶן שֶׁיֻּחְזַר לְיָדִי הַיּוֹם עַל יְדֵי מוֹסֵר כְּתָב זֶה" און שיק עס מיר נאך היינט צוריק מיט דעם מענטש וואס געבט דיר איבער מיין בריוו, "וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יָאִיר עָלֵינוּ אוֹר קְדֻשַּׁת חֲנֻכָּה הַקָּדוֹשׁ הַבָּא עָלֵינוּ לְטוֹבָה", און מיר זאלן זוכה זיין אז דער אייבערשטער זאל אונז ליכטיג מאכן אונזערע אויגן אין די הייליגע טעג פון חנוכה, "וּבְחַסְדּוֹ יִשְׁלַח אוֹרוֹ וַאֲמִתּוֹ וְכוּ'" און אונז שיקן זיינע חסדים, "נָגִילָה וְנִשְֹמְחָה בִּישׁוּעָתוֹ" מיר זאלן זיך פרייען מיטן אייבערשטנס הילף.


"גַּם יְקַבֵּל מִכְתָּבִים מִטְּשֶׁעהרִין וְיִמְסְרֵם לְהַשַּׁיָּכִים אֲלֵיהֶם" אויך זאלסטו איבערנעמען אלע בריוו און דאס איבערגעבן פאר וועם מען דארף דאס איבערגעבן, "וְשָׁלוֹם לְכָל אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵנוּ בְּאַהֲבָה רַבָּה" און לאז גריסן אלע אנשי שלומינו.


"לְר' נַחְמָן נֵרוֹ יָאִיר אֲנִי מַזְהִיר" און רבי נחמן ווארן איך זייער אן, "שֶׁיְּבַלֶּה הַיּוֹם אֵיזֶה שָׁעוֹת וְיַעֲמֹד עַל הַזֵּייגֶיר מַאכֶיר" ער זאל פארברענגען אסאך צייט היינט ביים זייגער מאכער, "שֶׁיִּגְמֹר תִּקּוּן הַזֵּייגֶירִיל הַיּוֹם בְּכִי טוֹב" ער זאל היינט נאך צוענדיגן פאררעכטן די זייגער, "וְגַם אַתָּה תֵּלֵךְ עִמּוֹ וּתְבַקֵּשׁ מֵהַזֶּיגֶיר מַאכֶיר שֶׁיְּתַקְּנוֹ מִיָּד" און דו מיין טייערער זון זאלסט אויך אהין גיין און זען ער זאל דאס ענדיגן נאך היינט, "וּמִן הַסְּתָם תַּעֲשֹוּ עַל צַד הַיּוֹתֵר טוֹב" און דו וועסט זיכער זען ער זאל דאס גוט פאררעכטן, "כִּי יְדַעְתֶּם כַּמָּה מֻכְרָח לִי הַזֵּייגֶיר בְּכָל שָׁעָה" ווייל דו ווייסט זיכער ווי וויכטיג דער זייגער איז פאר מיר; געבויט אויף די ווערטער וואס רבי נתן שרייבט איז מוהרא"ש געגאנגען מיט א זייגער.


איך גיי נישט מיט א האנט זייגער ווייל ביי אונז אין די משפחה איז דאס נישט אנגענומען. דאס בעסטע איז זאלסט פרעגן דיין טאטע נרו יאיר, ער זאל דיר זאגן אויב דו זאלסט יא גיין דערמיט אדער נישט, אויב דאס איז א זאך וואס איז אנגענומען ביי אייך.


דער עיקר זאלסטו זיך צוגעוואוינען בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך אין דיין שפראך, אויף פראסט אידיש, און זאלסט שמועסן מיטן אייבערשטן אויף פראסט אידיש, וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


שרייב מיר ווייטער אלע דיינע פראגעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#98 - דער רבי האט מיר אזויפיל געגעבן, איך בלייב געטריי צו אים
קינדער, תודה והודאה, שטעטל, בית המדרש, משמש דעם רבי'ן, ראש ישיבה, גבאי

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך און שטארקט אייער מאן ער זאל ווייטער זיין גבאי, אז מען געדענקט פאר וועם מען ארבעט און וועמענס גבאי מען איז - איז אלעס אנדערש. אז מען ווייסט 'איך בין א משמש פאר'ן רבי'ן, א גבאי אין רבינ'ס שול' - איז אלעס גרינגער.


און אז איר פלאגט זיך אזוי פאר'ן שול, און ווען איך קום אין שטעטל צעלויפן זיך די מתפללים, זיי לויפן מיך נאך, איר שפירט אז דאס איז נישט גערעכט; זאלט איר זיך געבן א דערמאן: 'וואס האט מיך דער רבי געגעבן? איך האב דאך באקומען לעבן'; דעמאלט איז גרינגער צו בלייבן געטריי.


וואס טראכט איר, מיר איז נישט שווער? איך בין עפעס א מלאך? אוי איז מיר שווער, אבער ווען איך געב א טראכט: 'וואס האב איך באקומען פון רבי'ן? וואס האט מוהרא"ש געטון מיט מיר? איך האב דאך באקומען לעבן' - ווערט מיר אזוי גוט, און איך זאג צו מיר: 'איך בלייב משמש זיין דעם רבי'ן און טון די שליחות וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געגעבן'.


בנוגע וכו'; אנשטאט קרעכצן - דארף מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, די משפחות וואס האבן נישט קיין קינדער אדער ווייניג קינדער - האבן אויך שווערע טעג, שווערע נעכט. אפהיטן זאל דער אייבערשטער וואס אידישע קינדער מאכן מיט; יעדער האט אזויפיל שוועריקייטן, דאס איז דער מענטש, "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" (איוב ה, ז), דער מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו פלאגן; וואויל איז דעם מענטש וואס די פלאג גייט אין קינדער, אויפציען קינדער, אויפהאדעווען קינדער; בלייבט איבער שיינע ליכטיגע דורות. עס גייען אריבער די יארן און מען דערקוויקט זיך מיט די נחת.


גייט ארויס אויפ'ן פארטש און קוקט אויפ'ן הימל, און זאגט: "שכוח אייבערשטער פאר מיינע קינדער, פאר מיין לעבן"; וועט איר האבן פרישע כוחות.

#97 - פלענער איבער די חנוכת הבית פאר'ן נייעם בנין התלמוד תורה
מוסדות, שטעטל, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער נייער בנין פאר די תלמוד תורה אין שטעטל ווערט שוין פערטיג די וואך, און עס זעט אויס אז קומענדיגע וואך וועט מען שוין קענען זיך אריינציען.


וויל איך דיך פרעגן ווען דו ווילסט מאכן די קביעות מזוזה און חנוכת הבית; אויב דו ווילסט ווארטן אויף חנוכה, ווייל אם ירצה ה' שבת חנוכה וועל איך זיין אין שטעטל, און מוצאי שבת וועט זיין א מלוה מלכה מיט סעודת ראש חודש פאר די גאנצע שטעטל, און דעמאלט מאכן די חנוכת הבית און קביעות מזוזה? אדער ווילסטו עס שוין מאכן? אדער ווילסטו מאכן א קליינע פארברענג פאר די נדבנים?


לאז מיר וויסן וואס די פלענער זענען.


ברוך ה' איך שפיר זיך שוין בעסער. איך בין זייער פרייליך דעם זמן אין ישיבה; עס זענען אריינגעקומען נייע בחורים, זייער טייערע בחורים. מען זיצט און מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), יעדער זיינע שיעורים.

#96 - ווי אזוי די מוסדות האבן זיך אנגעהויבן
חינוך הילדים, אמונה, מוסדות, ראש ישיבה, ארץ ישראל, בילדער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדותינו בארץ ישראל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פארן מיר שיקן די רעקארדירונג ווי דער מלמד פלאנצט איין אמונה אין די טברי' חדר. איך בין זייער איבערגענומען פון די רעקארדירונג, איך בין זייער פרייליך פאר די קינדער אז זיי האבן א מלמד וואס פרעגלט אריין אין זיי אמונה.


א גרויסן יישר כח פארן מיר שטיין צו מיין רעכטע האנט און פארן באצאלן די מלמדים אין צייט, און א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזערע קינדער.


איך האב אנגעהויבן די מוסדות היכל הקודש אין אמעריקע פאר דרייצן יאר צוריק, אסרו חג פסח האבן מיר געעפנט די חדר אין וויליאמסבורג מיט גרויסע בזיונות, איך מיין צו זאגן בזיונות פון תלמידי היכל הקודש; אלע האבן געלאכט פון מיר, נישט געלאכט שטילערהייט - נאר אויפן קול, איך קען דיר נישט מסביר זיין וואס פאר א חוזק מיר זענען געווען; עפענען א חדר מיט אפאר קינדער...


ווען מען איז געקומען פרעגן מוהרא"ש אויב מען זאל אריינשיקן די קינדער, האט מוהרא"ש ברוב חכמתו געענטפערט ווי אזוי מען האט געוואלט הערן; פאר איין משפחה האט ער געזאגט: "אוודאי זאלט איר אריינשיקן די קינדער", און פאר א צווייטן האט מוהרא"ש געזאגט מיט א לשון ווי מען וואונדערט זיך: "וואס? עס איז בכלל א חדר?"


היינט ווען איך קוק צוריק לויב איך און איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיינע קינדער זענען אויפגעוואקסן אין א חדר וואו מען רעדט פון אמונה, תפילה, קדושה וכו' וכו'.


בלייב שטארק, האב נישט מורא פון קיינעם.


זע צו כאפן כסדר בילדער, ווייל נאך אביסל וועסטו פארגעסן ווי אזוי עס האט אויסגעזען די אנהויב. עס וועט זיין מוסדות אין גאנצן לאנד, וועסטו קענען דערציילן און ווייזן ווי אזוי מען האט אנגעהויבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#95 - פארוואס רעדט מען אויף ברסלב?
תפילה והתבודדות, מוסדות, חסידות ברסלב, מחלוקת, וויכוחים, שטעטל, סיום, אומאן, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, לשון הרע, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס קען מען טון אז מען רעדט אויף אונז? וואס קען מען טון אז עס איז דא לשון הרע און הוצאת שם רע? דער רבי האט שוין געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען, און אויף דעם מענטש וואס מען האט זיך אויסגעשניצט - קריג איך אויך" - זאגט דער רבי, "דאס האט נישט מיט מיר".


אזוי מוז עס גיין, אזוי גייט דעם רבינ'ס זאך. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס טאכטער אדל ווען זי האט גע'חלומ'ט א שרעק פון א חלום, ווי אלע אנשי שלומינו האבן געמאכט אן אויפשטאנד קעגן איר טאטע - דער הייליגער רבי. מען האט זיך אפגעשמועסט אז מען גייט נישט אריינלאזן דעם רבי'ן אין שול, אלע האבן זיך אויסגע'שורה'ט און זיך אנגעכאפט האנט ביי האנט, אז ווען דער רבי קומט - וועט מען אים נישט אריינלאזן.


זי חלומ'ט זיך ווייטער ווי דער רבי קומט אריין אין שול און אלע שטייען האנט ביי האנט, זיי כאפן זיך אן פעסט, און ווי נאר דער רבי געבט א טרעט א טריט נענטער און קומט אן צו די ערשטע שורה - עפענען זיי אויף און דער רבי גייט שיין אריבער, און די שורה פון הינטער זיי רעגן זיך פארוואס מען האט אריבערגעלאזט דעם רבי'ן, און זיי שמועסן זיך אפ אז זיי גייען נישט אריבערלאזן דעם רבי'ן, אבער ווי דער רבי קומט נאנט צו זיי - עפענען זיי די בלאקאדע.


אדל וועקט זיך אויף מיט א שרעק און לויפט צו רבי נתן ער זאל איר פותר חלום זיין. זאגט איר רבי נתן: "אזוי גייט דעם רבינ'ס זאך, מען זעט נאר איין טריט, מען זעט נישט דעם קומענדיגן טריט".


וואס קען מען טון אז מען רעדט אויפ'ן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים אלע שלעכטס, ברסלב'ער חסידים זענען ללעג ולקלס; אזוי מוז דאס גיין. דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש) ווען עס איז געקומען די צייט אז זיין נשמה זאל אראפקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אז דער נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה". איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריקגעקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפגיין, מיר האבן שוין אן עצה", די עצה פון לאכן, די עצה פון שפעטן.


דיר בעט איך, ענטפער נישט און גיי נישט אריין אין קיין וויכוחים מיט קיינעם, און אז דו אליינס ביסט צעמישט - זאלסטו זיך מתבודד זיין, ווייל אזוי ווי אין א ביזנעס איז דאס וויכטיגסטע זאך צו האבן א רואה חשבון, א בוכהאלטער; עס קען זיך דאכטן אז מען מאכט געלט, מען איז מרוויח, און נאר דער רואה חשבון ווייסט די קלארע פאקטן, אויב מען איז דא מרוויח אדער מען דערלייגט, אזוי איז ברוחניות; עס קען זיך דאכטן אז מען לערנט, מען דאווענט, אבער נאר מיט התבודדות קומט ארויס די קלארע פאקטן; אזוי אויך דורך התבודדות ווערט מען קלאר וואס איז גוט און וואס איז נישט גוט.


בקרוב וועלן מיר עפענען דעם נייעם שטעטל, דאס איז אביסל ווייטער פון די יעצטיגע שטעטל. מענטשן פרעגן, וואס גייט דא פאר? פארוואס דארף מען שוין גיין צו א נייע געגענט? דער ענטפער איז פשוט, די שכנים ווילן זייער אסאך געלט פאר די הייזער, זיי זעען אידן קומען - ווילן זיי מאכן אויף אונז געלט, איך וויל נישט מען זאל ארויפברענגען די פרייזן; מיר איז גוט צו גיין אין א פרישע געגענט.


מוצאי שבת חנוכה וועלן מיר מאכן א חנוכת הבית פאר די נייע חדר, איך ליידן איין אלע משפחות, די חנוכת הבית וועט פארקומען אינעם בנין התלמוד תורה. די מסיבה וועט זיין אינאיינעם מיט א סעודת הודאה אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן, אז מיר זענען אנגעקומען אין היכל הקודש און אונזערע קינדער האבן א חדר און א סקול וואו מען לערנט אמונה און קדושה, מען לאכט נישט פון רבי'ן.


איך טראכט אלץ פון די נס אז מען האט ארויסגעווארפן מיינע קינדער און איך האב געדארפט עפענען א מוסד פאר זיי, אזוי האבן מיינע קינדער א ריינע חינוך. אפהיטן זאל איך זיין אויב וואלטן מיינע קינדער נישט געווארן ארויסגעווארפן, וואלטן זיי מן הסתם היינט נישט גערעדט מיט מיר, זיי וואלטן זיך געשעמט אז זיי זענען קינדער פון מיר. אזוי איז געווען מיט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, און אזוי איז געווען מיט די קינדער פון די מפיצים וד"ל.


די חברי הנהלה ארבעטן זייער געטריי פאר אונז, מען גרייט זיך יעצט צו קויפן נאך אפאר בנינים פאר די קומענדיגע יאר פאר די חדר און סקול, ווייל ווי עס זעט יעצט אויס וועלן די צוויי בנינים זיין גוט פאר די יאר, אבער קומענדיגע יאר וועט דאס שוין זיין קליין און אויסגעוואקסן.


אויך וועט זיין די מסיבה אינאיינעם מיט סיומים; אינגעלייט, בחורים און קינדער וועלן ענדיגן ש"ס און מסכתות. מוהרא"ש זאגט, ווען מען קומט צום רבי'ן קיין אומאן - קומט מען נישט מיט ליידיגע הענט, יעדער ברענגט א סיום. מיר האבן געמאכט אין אומאן די יאר ביים לעצטן מלוה מלכה א מעמד סיומים, ווי בחורים, אינגעלייט און קינדער האבן מסיים געווען יעדער איינער זיינע סיומים, יעצט שבת חנוכה איז דאך אויך א צייט וואס מען קומט צום רבי'ן, וועלן מיר מאכן די מעמד סיומים אינאיינעם מיט די סעודת הודאה און חנוכת הבית.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכער שיעור, איך האף דיך צו זען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#94 - וואו איז דער גן עדן?
פחדים, שמחה, אמונה, שבת קודש, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, חומש רש"י, מעביר סדרה, דף גמרא, גן עדן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די עצה פאר פחדים, ענקזייעטי וכו' - איז אמונה, נאר אמונה היילט אויס פון די אלע שווערע פיין וואס פיינייגט דעם נפש.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה", דער עיקר אין לעבן איז אמונה, גלייבן אין אייבערשטן, גלייבן אז ער איז אלעס, ער טוט אלעס, "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", מען דארף זיך זייער שטארקן אין אמונה, גלייבן אז אלעס איז נאר דער אייבערשטער. "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים", ווייל עס זענען דא וואס ליידן, "שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", זיי האבן זייער שטארקע פיין, "וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", די פיין קומט נאר פון חסרון אמונה. דא רעדט דער רבי פון אלע סארט גייסטישע פראבלעמען, אלעס נעמט זיך פון נישט זיין שטארק אין אמונה, "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל אז מען פאלט פון די אמונה, "בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", קומט אן די שטארקע פיין, "שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת", און קיין שום זאך קען נישט היילן די פיין און צער; נישט קיין מעדעצין, "וְלֹא תְּפִלָּה", נישט קיין תפילות, "וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", און נישט זכות אבות, נאר איין רפואה איז דא - אמונה.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקֵייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן.


לערן אביסל חומש. טייל איין די פרשה לויט די טעג פון די וואך; זונטאג זאלסטו לערנען חומש, תרגום מיט רש"י - ביז שני, מאנטאג זאלסטו לערנען ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך זאלסטו לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, א בלאט גמרא איז לעבן. ווען מען לערנט גמרא שפירט מען טעם גן עדן; אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען, אפילו נאר זאגן די ווערטער - איז טעם גן עדן.


מוהרא"ש דערציילט אז דער הייליגער צדיק דער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט אמאל געלערנט גמרא, און אינמיטן לערנען האט ער איינגעדרימלט. ער חלומ'ט זיך ווי ער זעט די הייליגע תנאים, געבט ער זיי א פרעג: "זאגט מיר, וואו איז דער גן עדן? איך וויל גיין צום גן עדן", ענטפערט אים א תנא: "דער גן עדן איז דא"; ווייל ווען מען לערנט תורה, מען לערנט די הייליגע גמרא - איז דאס די גרעסטע גן עדן.


מארגן וועט אם ירצה ה' זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור. קום זיך מחזק זיין מיט דעם הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק, וועסטו האבן אן אנדערע שבת, דו וועסט זיין פרייליך שבת נאכן הערן די שיינע חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#93 - אפילו ווען מ'איז ווי עשיו, קען מען נוצן דעם קול קול יעקב
תפילה והתבודדות, התחזקות, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


צו זיין שבת מיט אנשי שלומינו - איז ממש א מחי', די וואך שבת איז געווען ביי אונז איין שטיק התחזקות. איך וועל דיר שרייבן וואס מיר האבן גערעדט ביי שלש סעודות כדי דו זאלסט זיך אויך קענען מחי' זיין.


עס שטייט אין פסוק (בראשית כז, כב): "הַקֹּל קוֹל יַעֲקֹב וְהַיָּדַיִם יְדֵי עֵשָׂו", יצחק אבינו האט נישט דערקענט יעקב, ער האט געזאגט 'פון די הענט זעט אויס אז דאס איז עשיו און פון דאס רעדן זעט אויס אז דאס איז יעקב'. האבן מיר גערעדט, אפילו ווען דער מענטש זעט זיך ער איז איין שטיק עשיו, זאל ער נוצן זיין מויל צו רעדן צום אייבערשטן, עס זאל זיין הקול קול יעקב.


מיר האבן זיך מחזק געווען מיטן רבינ'ס התחזקות. דער הייליגער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תמא) עס איז געווען א קעניג וואס האט געבעטן זיין זון זאל אים ארויפשלעפן א גרויסע שווערע שטיין צו די אויבערשטע שטאק, דער זון האט זייער שטארק געוואלט טון דעם ווילן פון זיין טאטן אבער ער האט נישט געקענט רירן די שטיין און ער האט זיך זייער מצער געווען. ווען דער קעניג האט געזען ווי זיין קינד איז זיך אזוי מצער האט ער אים געזאגט: "ווען איך האב דיר געזאגט ארויפצושלעפן די שטיין האב איך נישט געמיינט צו זאגן דו זאלסט עס אזוי ארויפשלעפן, איך האב געמיינט צו זאגן דו זאלסט נעמען א האק און צעהאקן דעם שטיין אויף קליינע שטיינדלעך און אזוי דאס ארויפטראגן".


האט דער הייליגער רבי אויסגעפירט: "כְּמוֹ כֵן, הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ צִוָּה עָלֵינוּ שֶׁנִּשָּׂא לְבָבֵנוּ אֶל כַּפַּיִם, אֶל אֵל בַּשָּׁמַיִם", דער אייבערשטער זאגט אונז מיר זאלן ארויפטראגן אונזער הארץ צו אים, מיר זאלן אים דינען מיטן גאנצן הארץ, "וּלְבָבֵנוּ הוּא לֵב הָאֶבֶן", און וואס טוט מען אז אונזער הארץ איז א שטיק שטיין? "וְהוּא אֶבֶן גָּדוֹל וְכָבֵד מְאֹד" עס איז א שווערע גרויסע שטיין, "וְאִי אֶפְשָׁר לְהָרִים אוֹתוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּשׁוּם אֹפֶן", עס איז נישט מעגליך דאס צו רירן פון פלאץ, "רַק עַל יְדֵי שֶׁנִּקַּח פַּטִּישׁ וּנְשַׁבֵּר וּנְפוֹצֵץ אֶת לֵב הָאֶבֶן", נאר איין וועג איז דא ווי אזוי מיר וועלן קענען אויפהייבן אונזער הארץ צום אייבערשטן, אז מיר וועלן נעמען א האק און צעהאקן די הארץ אויף פיצלעך, "וְאָז נוּכַל לְהָרִים אוֹתוֹ". נאר אזוי וועלן מיר דאס קענען אויפהייבן צום אייבערשטן, "וְהַפַּטִּישׁ הוּא הַדִּבּוּר", דאס רעדן צום אייבערשטן און אים בעטן דאס איז די האק וואס צעהאקט דעם שטיינערנעם הארץ, עד כאן המשל והבן.


מיר האבן גערעדט, ווען א מענטש זעט זיך ער איז בבחינת עשיו, ער איז פול מיט עבירות - טאר מען נישט ווערן מיואש, נאר נוצן דעם קול קול יעקב, זאג פאר'ן אייבערשטן: "זיי מיר מוחל", זאג דעם אייבערשטן דיינע רצונות, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים; אז מען האקט מיטן האק - דעמאלט איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#92 - איך וויל זיין חנוכה און שבועות מיט אנשי שלומינו אין קרית ברסלב
תפילה והתבודדות, חנוכה, חסידות ברסלב, שטעטל, אומאן, ראש השנה, בית המדרש, ישיבה, ראש ישיבה, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך וויל זייער שטארק קומען אין שטעטל אויף שבת חנוכה. ביים רבי'ן איז געווען דריי מאל א יאר וואס אלע זענען געקומען צום רבי'ן: "ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות".


עס זענען דא אין ברסלב וואס פארן קיין אומאן די דריי צייטן, אבער מיר האבן מקובל פון מוהרא"ש צו בלייבן שבועות און חנוכה אין שטוב, און מיר קומען דאווענען מיט אנשי שלומינו; דאס איז מסוגל צו געראטעוועט ווערן פון עולם התוהו, מיר פארן קיין אומאן אויף ראש השנה.


איך וויל זיין חנוכה און שבועות מיט אנשי שלומינו אין קרית ברסלב, איך וויל זייער שטארק קומען מיט די גאנצע ישיבה, איך ווייס אבער נישט וואו מען קען פלאצירן אזויפיל בחורים. אפשר קענסטו דאס דורכשמועסן מיט די גבאים, אפשר קען מען אויסארבעטן א פלאן וואו די בחורים זאלן שלאפן?


לאז מיך וויסן אויב עס איז דא א פלאן.


גיי אין שול צופיס, אזוי וועסטו האבן אפאר מינוט צו רעדן צום באשעפער. דו וואוינסט נישט ווייט פון שול, איז דאס גוט פאר דיר בגשמיות וברוחניות, סיי פארן געזונט און סיי פאר התבודדות.

#91 - יעצט ביסטו יונג, קענסטו נישט באגרייפן וואס מיינט עלטערן
עבודת השם, בריוו, חתונה, ראש ישיבה, היטן די צייט, סדר היום, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חתן ... נרו יאיר


יעצט אין טעג און וואכן וואס דו גרייסט זיך צו דיין חתונה - זאלסטו אויסנוצן די צייט מיט תורה ותפילה. האסט באקומען א טייערע כלה, דארפסטו זיך גרייטן אזוי ווי עס דארף צו זיין מיט דיינע שיעורים כסדרן, חומש רש"י, ח"י פרקים משניות און דפים גמרא מיט התבודדות ותפילה; שפיל זיך נישט ווי א קליין קינד וכו'.


ביינאכט גיי נאך געלט, העלף דיין טאטע זאל נישט ווערן א בעל חוב פון דיך חתונה מאכן.


יעצט ביסטו יונג, קענסטו נישט באגרייפן וואס מיינט עלטערן, שפעטער ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו זיך כאפן וואס מיינט עלטערן. מענטשן רייסן זיך די האר פון קאפ ווען זיי טראכטן פון זייערע יונגע יארן, זייער כיבוד אב ואם.


איך האב דיך זייער ליב, איך האב דיר געברענגט א גאר חשוב'ע כלה, איך ווארט צו זען ווי שיין דו וועסט לעבן מיט די עצות פון רבי'ן.


פאלג מיך, נוץ אויס דיין צייט פאר תורה ותפילה און אין די איבריגע צייט גיי נאך געלט פאר דיינע עלטערן.


אויך זאלסטו מיר שרייבן יעדע וואך א בריוו, ווייל איך וויל ווייטער האבן מיט דיר א נאנטע קשר. יעצט אין ישיבה זע איך דיר יעדן טאג און מיר רעדן יעדן טאג, אבער נאך דיין חתונה הויבט זיך אן א נייע פרשה, דו וועסט שוין נישט קומען אין ישיבה יעדן טאג, איך וויל נישט אונזער שייכות זאל ווערן דערווייטערט, וויל איך דו זאלסט מיר שרייבן יעדע וואך א בריוו, און איך וועל דיר ענטפערן אם ירצה ה'.


דא האסטו אפאר יסודות פאר דיין לעבן. נעגל וואסער, מקוה, די דריי תפילות דאווענען מיט מנין, תיקון הכללי, התבודדות, מעביר סדרה זיין יעדן טאג, משניות, א בלאט גמרא, שמחה און יעדן טאג אהיים רופן דיינע עלטערן.


דיין ראש ישיבה

#90 - די פרוטות צדקה באשיצט דעם מענטש
צדקה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תולדות, א' דראש חודש כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט איז געווען א ראש חודש סעודה ביי מיר אין שטוב פאר די תומכי הכולל. עס איז געווען זייער א שיינע סעודה, מען האט גערעדט גאר שיינע זאכן פון הייליגן רבי'ן, זאכן פארן לעבן; פרעג די אינגעלייט וואס זענען געווען זיי זאלן דיר דערציילן.


לייג אלץ אפאר פרוטות אין די פושקע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): "מאי דכתיב 'וַיִּלְבַּשׁ צְדָקָה, כַּשִּׁרְיָן'", און ער וועט זיך אנטון מיט צדקה אזוי ווי מען טוט אן א פאנצער, "לומר לך, מה שריון זה כל קליפה וקליפה מצטרפת לשריון גדול", אזוי ווי א פאנצער ווערט געמאכט פון אסאך שטיקלעך ביז עס ווערט א גרויסער פאנצער, "אף צדקה כל פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול", אזוי אויך די פרוטות צדקה קלעבט זיך צאם פאר א גרויסער חשבון, די פרוטות צדקה דאס באשיצט דעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#89 - הלוואי וואלט איך געקענט זיין א מלמד
חינוך הילדים, מלמדים, סגולות, שטעטל, סיום, אידיש געלט, נסיונות, לימוד התורה, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, ספרים, בר מצוה, וואך נאכט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל צו א בר מצוה ביי א חשוב'ע משפחה ביי אונז אין די קהילה. דער בר מצוה בחור האט מסיים געווען ביי די בר מצוה מסכת שבת, דאס איז געווען במקום זיין פשעטל.


ביי די בר מצוה האב איך געזאגט אז עס איז מיר נישט גרינג ארומצופארן צו שמחות, דאך בין איך ארויסגעקומען צו די בר מצוה, היות די עלטערן האבן געמאכט די סעודת בר מצוה אויף א פשוט'ע איידעלע אופן ביי זיי אין שטוב, און איך האף אז אנשי שלומינו וועלן זיין קלוג און דאס נאכמאכן, נישט אויסצוגעבן אומזיסטע געלט און זיך מאכן חובות פאר די פאר שעה, צו פראווענען א שמחה אין א זאל וכו' וכו'.


אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אבות און די אמהות. מיר זעען אין די וואכעדיגע סדרה, אויפ'ן פסוק (בראשית כג, א): "שְׁנֵי חַיֵּי שָׂרָה", זאגט רש"י: "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה", ווי צדיקים טייטשן: עס איז איר שטענדיג גוט געווען; די אבות און די אמהות האבן געהאט אזא קלארע לויטערע אמונה, זיי האבן געוויסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף זיי - איז פאר זייער טובה.


ווייטער זאגט רש"י הקדוש (שם, ב): "נִסְמְכָה מִּיתַת שָׂרָה לַעֲקֵדַת יִצְחָק, לְפִי שֶׁעַל יְדֵי בְּשׂוֹרַת הָעֲקֵדָה שֶׁנִּזְדַּמֵּן בְּנָהּ לַשְּׁחִיטָה וְכִמְעַט שֶׁלֹּא נִשְׁחָט, פָּרְחָה נִשְׁמָתָהּ מִמֶּנָּהּ וָמֵתָה", שטייט פון ספרים, וואס איז די כִּמְעַט 'שֶׁלֹּא' נִשְׁחָט, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין כִּמְעַט 'שֶׁנִשְׁחָט', אויבנאויף איז דאך דאס געווען די סיבה פון איר מיתה, אז זי האט געהערט כִּמְעַט 'שֶׁנִשְׁחָט'?! זאגן זיי א פארקערטע בחינה, אז שרה אמנו האט געוויסט אז אברהם אבינו איז געגאנגען טון די ווילן פונעם אייבערשטן, און ווען זי האט געהערט אז 'שֶׁלֹּא' נִשְׁחָט - פון דעם האט זי זיך דערשראקן, זי האט נישט געוואלט גלייבן אז איר מאן אברהם אבינו און איר זון יצחק האבן זיך נישט געקענט שטארקן אויפ'ן שטן און טון די ווילן פונעם אייבערשטן; ווי קען זיין, נאך אזויפיל נסיונות, און ער איז אלעס בייגעשטאנען - האט ער יעצט נישט געטון די ווילן פונעם אייבערשטן, פון דעם איז געווען מיתת שרה. אבער באמת האט אברהם אבינו יא געטון רצון ה', ווייל דער אייבערשטער האט אים נישט געהייסן שחט'ן יצחק, נאר געזאגט (שם כב, ב): "וְהַעֲלֵהוּ שָׁם לְעֹלָה".


דער בר מצוה בחור איז געזיצן מיט א ליכטיגע פנים; אזוי פרייליך. דאס איז די חינוך פון אונזערע מוסדות, ווי די מלמדים און לערערינס לייגן אריין אין די קינדער זיי זאלן זיין גרייט פאר די לעבן, זיי גרייטן אן די קינדער וואס איז א בר מצוה; נישט א זאל, נישט א שפילער, נישט א פארטי פלענער, נישט בלומען וכו' וכו', נאר אז מען גייט זוכה זיין צו לייגן תפילין, מען גייט אריין לעול התורה והמצוות. און אזוי אויך ביי די מיידלעך, די לערערינס לייגן אריין אין די מיידלעך וואס איז חתונה האבן; נישט א זאל, נישט בלומען, נישט א טייערע כלה קלייד, נישט טייערע צירונגען וכו' וכו' וכו', נאר לעבן א שיינע זיסע לעבן, אזוי ווי דער אייבערשטער הייסט.


נאך די בר מצוה בין איך צוגעגאנגען צום נייעם ספרים געשעפט, דער בעל הספרים סטאר האט מיך מכבד געווען צו קלאפן מזוזה. עס איז מיר זייער געפאָלן דעם געשעפט, ער האט דארט אן אויסוואל פון ספרים פאר אנשי שלומינו וואס ווילן לערנען און מסיים זיין כל התורה כולה. אנגעפאנגען פון חומש - שיינע חמשים, נ"ך - הערליכע סעטס נ"ך, משניות - הערליכע סעטס משניות, תלמוד בבלי - הערליכע שיינע גמרות מיט גרויסע געפינטלטע אותיות, און אזוי אויך תלמוד ירושלמי. הערליכע סעטס רמב"ם. טור, שלחן ערוך. הערליכע סעטס מדרשים, אלע סארטן מדרשים; איך האב זיך געקויפט א סעט מדרש, איינע פון די מדרשים וואס האט מיר געפעלט. הערליכע זוהר, הערליכע תיקונים, אלע דעם רבינ'ס ספרים.


אויך האט ער אריינגעברענגט טעוועלעך שמירה ליולדת, וואס אגב, איך האב אים דאס געבעטן אריינצוברענגען, ווייל איך האב געזען אז אנשי שלומינו ווייסן בכלל נישט פון דעם, אז מען פירט זיך אויפצוהענגען אינעם שטוב פון די יולדות, אויף אלע פיר ווענט - די טעוועלעך פון די שמירה.


איך בין אריין צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פאר די וואך נאכט פון מיין זון יצחק דוד נרו יאיר, איך האב געפרעגט מוהרא"ש וואס איך דארף טון, צי איך דארף אויף זיין און לערנען א גאנצע נאכט, האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "דארפסט נישט אויף זיין א גאנצע נאכט, איין זאך יא, הענג אויף די טעוועלעך אויף אלע פיר ווענט".


פון דארט בין איך געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי א חשוב'ע משפחה, משפחת זוסמאן - וואס האבן זיך יעצט אריינגעצויגן אין איינע פון די נייע דירות אויף טווין ברידזש.


איך האב איבערגענעכטיגט ביי מיר אין שטוב. היינט פארטאגס האב איך געהאט גרויס נחת זייענדיג אין בית המדרש אין שטעטל, זען אברכים זיצן אין לערנען, מען איז זיך קובע עיתים לתורה.


איין פראבלעם האב איך יעדעס מאל וואס איך קום אין שטעטל, עפעס וואס שטערט מיר זייער שטארק; פארוואס איך וואוין נאכנישט דא. ווען איך קום אין שטעטל זאג איך פאר מיין ווייב: "פארוואס קען איך נישט דא וואוינען, פארוואס דארף איך זיין אין שטאט?"


איך האב זיך זייער געפריידט צו קענען טרעפן אונזער דיין שליט"א, ער האט מיר איבערגעגבן זייער שיינע גרוסן סיי פון די כולל אינגעלייט און סיי פון אלע משפחות וואס פרעגן שאלות, איך האב מיט אים גערעדט זייער וויכטיגע זאכן וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אנגרייטן א פלאץ, אז די ישיבה הקדושה זאל זיך קענען ארויסציען, אזוי וועל איך קענען קומען און זיין אין די שיינע ליכטיגע שטעטל.


איך האב געטראפן הרב רבי יצחק שליט"א, און איך פריי זיך זייער צו קענען ארייננעמען אין מיין שטוב אזא גאסט, ווי עס זעט אויס וועט הרב רבי יצחק שליט"א איינשטיין ביי מיר אין שטוב דעם שבת הבא עלינו לטובה. די תפילות, די באטע און די שלש סעודות וועלן געפראוועט ווערן אין האשקי שול, דאס וועט זיין א גרויסע חיזוק פאר אלע משפחות פון אנשי שלומינו.


יעדער מענטש האט עפעס א שפילצייג וואס מיט דעם שפילט ער זיך, אזוי אויך האט יעדער מענטש עפעס א זאך וואס דאס איז ביי אים זייער באליבט, א זאך וואס מען דרוקט זיך אויס: "דאס איז מיין בעבי"; מיין זאך איז "אונזערע קינדער".


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א באס דרייווער, ארומפארן אינדערפרי און אויפנעמען די ליכטיגע קינדערלעך, זיי באגרוסן מיט "א גוט מארגן", זיי אויפנעמען מיט א ריזיגע שמייכל.


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א באס רבי און אפווארטן די טייערע קינדערלעך, אראפגיין פון באס און זיי אויפנעמען מיט א הויכע געשריי מיט'ן קינד'ס נאמען: "א גוט מארגן", מיט א זאפטיגע שמייכל.


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א מלמד, זיצן מיט די קינדער, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, און אריינלייגן אין זיי לעבן, מוט, ווייזן פאר יעדן איינציגן קינד 'דו קענסט אויך זיין א גרויסער צדיק', און אזוי יעדע זאך וואס האט מיט קינדער.


ווען איך זע דעם קעכער וואס גרייט צו עסן פאר די קינדערלעך, טראכט איך, הלוואי וואלט איך געקענט שניידן ירקות, קאכן אייער און שמירן ברויט פאר קינדער וואס קומען לערנען די הייליגע תורה, און ווען איך זע דעם לאנטש מלמד טראכט איך, הלוואי וואלט דאס געווען מיין זאך; יעדן טאג נעמען די קינדער ביי הפסקה שפילן מיט זיי באלי און מאכן יעדע קינד שפירן אז ער קען די בעסטע די שפיל וכו' וכו'.


גלייך אינדערפרי האב איך גערופן איינער פון די חשוב'ע מלמדים וואס פירן די באס און אים געבעטן: "איך וויל מיט דיר מיטגיין ארומפארן די שטעטל"; וואס זאל איך דיר זאגן, דאס געבט מיר כח. ביי יעדע שטוב וואו די באס שטעלט זיך אפ בין איך אראפגעקומען פון באס, איך האב געגעבן א שריי: "א גוט מארגן! שלום עליכם!" און אויך א גאנצע וועג אויפ'ן באס האב איך פרייליך געמאכט די קינדער. די שטעטל איז שוין גרעסער, עס זענען שוין דא צוויי באסעס וואס נעמען אויף די קינדער, איך בין נאר געווען מיט איין באס.


ניין אזייגער, ווען די קינדער זענען אנגעקומען בין איך געגאנגען דאווענען שחרית מיט די עלטערע קינדער, די ישיבה קטנה פון קרית ברסלב; דער מגיד שיעור זייערער איז הרב ישראל יוסף שניצלער שליט"א, וואס ער טוט מיט די בחורים - איז נישט צום באגרייפן.


איך האב אנגעטון תפילין פאר'ן פרישן בר מצוה בחור אפרים פישל נרו יאיר און נאכן דאווענען איז געווען א שטיקל לחיים.


איך האב געגעבן א שיעור פאר די מלמדים און לערערינס; איך האב זיי דערציילט די גוטע נייעס אז ברוך ה' האברך נתן יוסף ברוך בן טויבא וואס דארף א רפואה שלימה איז שוין אראפ פון די רעספערעיטאר און זיין מצב ווערט בעסער און בעסער, דאס איז אין זכות פון די תפילות וואס מיר אלע בעטן און וואס די קינדער בעטן.


יעצט בין איך אויפ'ן וועג קיין קרית יואל, צו מחזק זיין די חדר און בית פיגא אין קרית יואל.


איך דארף מקצר זיין, איך בעט דיר זייער, היינט נאכט גייט זיין די וועכנטליכער שיעור, איך בעט דיר זייער זאלסט קומען.


א שאד אויף יעדן טאג וואס גייט אריבער אנעם לערנען דעם בלאט גמרא פונעם טאג, נעם דו אויך א גמרא און לערן דעם בלאט גמרא. היינט איז די דף מסכת נדרים דף כג. דער רבי האט אונז קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד", מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, ווי שווער איז צו נעמען א גמרא און לערנען דעם דף? מסכת נדרים איז קליינע בלעטער, עס וועט דיר נעמען אינגאנצן אפאר מינוט צו דורכלערנען דעם בלאט.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק מיט געציילטע בחורים וואס גייען ארום צאמשטעלן געלט אז איך זאל קענען ארויסגיין פון מיינע חובות וואס איך האב פאר אונזערע מוסדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - וואס ווייסט א מענטש וואס גייט זיין מיט אים די קומענדיגע מינוט?
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, רפואה, מוסדות, דרשות, תכלית, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט אין ישיבה איז געווען זייער שיין, איך האב פארגעלערנט א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי, אויך די משניות שיעור און יעצט גיי איך געבן א שיעור התחזקות.


אויך האב איך היינט געהאט א שיינע שמועס מיט די בחורים אין ירושלים, אונזערע ישיבה קטנה בחורים; זיי זענען אזעלכע טייערע בחורים, זיי לערנען און דאווענען מיט אזא התמדה, איך האב פון זיי גרויס נחת.


איך דארף מקצר זיין, די בחורים ווארטן אויף מיר, איך דארף גיין געבן א שיעור פאר זיי. דיר בעט איך זייער, שטארק זיך, ווער נישט צעפאלן, דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


הער נישט אויף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט און דיין משפחה איז געזונט, בעט דעם אייבערשטן פאר אונזער חבר נתן יוסף ברוך בן טויבא א אינגערמאן פון שטעטל וואס איז פארשלאפט, ער ליגט אין שפיטאל, ער דארף רחמי שמים.


וואס איז דער גאנצער מענטש? וואס ווייסט א מענטש וואס גייט זיין מיט אים די קומענדיגע מינוט? מען דארף נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, נאר דאס ברענגט ישועות.


איך האף דיר מארגן צו מבשר צו זיין גוטע נייעס פון דעם אינגערמאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#87 - זיצן מיט די קינדער איז העכער און גרעסער פון אלע עבודות
חינוך הילדים, שבת קודש, ראש ישיבה, שלש סעודות, קליידער, לבוש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


וואויל איז דיר אז דו זיצט מיט די קינדער ביי שלש סעודות, דו זינגסט מיט זיי זמירות און דערציילסט זיי סיפורי צדיקים; וואלט איך נישט געדארפט פארלערנען ביי שלש סעודות - וואלט איך גענומען די מצוה פאר מיר, איך וואלט געזינגען מיט די קינדער און זיי דערציילט שיינע זאכן פון די פרשה אויף למעשה, און סיפורי צדיקים; איך בין נישט מגזם, איך וואלט דאס געטון, ווייל דאס איז העכער און גרעסער פון אלע עבודות.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן", און רבי נתן שרייבט (שם): "וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא", דער רבי האט דאס געזאגט מיט א פלאם פייער און מיט א פלאקער, מיר זאלן דערציילן פאר אונזערע קינדער וואס דא טוט זיך; ובאמת דארפן אונזערע קינדער דאס נאך מער הערן, כדי נישט אלט צו ווערן און נישט ווערן פארשלאפן.


בלייב מיט די לבוש פון דיינע עלטערן. דער בעל תפילה האט נישט געקוקט אויף קליידער (ספורי מעשיות מעשה יב, מעשה מבעל תפילה), נאר דאס הארץ זאל ביי דיר נישט אויפהערן בענקען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.