בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#27 - מען דארף זיך שטארקן צו עסן נאר געזונטע עסנווארג
חיזוק פאר פרויען, רפואה, ראש ישיבה, דייעט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל, כ' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


געבט אכטונג אויף אייער געזונט, עס איז נישט קיין שפיל; איר דארפט זיין געזונט, איר זענט א מאמע, אייערע קינדער דארפן א מאמע.


עסט נאר געזונט; עסט נאר וואס איז גוט פאר אייך. אייער קאפ דארף זיין שטערקער פון אייער הארץ, ווען איר גלוסט אומגעזונטע עסן דארף אייער מח זיין שטארק און מאכן די פעסטע החלטה: 'נישטא וואס צו רעדן, איך עס נישט די נאש' וכדומה.


איך ווייס אז איר וועט פאלגן, דעריבער האב איך אייך געשריבן. יעצט וועט אייך זיין גרינגער, איר וועט זאגן צו זיך: 'איך דארף פאלגן מיין ראש ישיבה'.


אז איר וועט עסן נאר געזונט, געב איך אייך א ברכה פון לאנגע געזונטע יארן מיט נחת פון אייערע קינדער.


 

#26 - אז דער צדיק איז נסתלק געווארן, דארף מען זוכן זיינע תלמידים
קינדער, הפצה, צדיקים, יבנאל, הדפסה, היכל הקודש, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, הדרכות, מורה דרך, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חתן, מוהרנ"ת ז"ל, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים פון ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש ברסלב


די וואך אין די פרשה זעען מיר זייער א שרעקעדיגע זאך, ווי אין די וועלט קען אזא זאך פאסירן? נאכדעם וואס אידישע קינדער האבן זוכה געווען צו מקבל זיין די הייליגע תורה מיט אזעלכע וואונדער, אלע אידן האבן זוכה געווען צו רוח הקודש – זאלן זיי אראפפאלן און מאכן דעם עגל?!


אפילו די אידן האבן טאקע דאס נישט געמאכט, נאר די ערב רב, און זיי האבן פארנארט א טייל אידן – איז נאכאלץ שווער, ווייל די ערב רב האבן דאך אויך זוכה געווען צו גיין מיט משה רבינו, זיי האבן זיך מגייר געווען, זיי האבן געזען די גרויסע וואונדער וואס משה רבינו האט געטון; קריעת ים סוף, מלחמת עמלק, מתן תורה, די אותות און מופתים נוראים, נאך דעם אלעם זאל מען אזוי פארנארט ווערן און מאכן אזא זאך – אן עגל?!


זאגט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה (לקוטי הלכות ברכת הריח הלכה ד, אות לג): "וְכָל זֶה מֵחֲמַת שֶׁמֹּשֶׁה רַבֵּנוּ נִסְתַּלֵּק מֵהֶם אָז וְלֹא הָיָה בֵּינֵיהֶם, עַל כֵּן עִרְבֵּב הַשָּׂטָן אֶת הָעוֹלָם עַד שֶׁעָשׂוּ אֶת הָעֵגֶל", וויבאלד דער צדיק משה רבינו איז נישט דארט געווען, האט דער שטן געהאט די כח צו פארנארן די אידן; ווי הויך מען זאל נאר זיין, ווי נאר מען גייט אוועק פונעם צדיק – פאלט מען אראפ פון די העכסטע דרגות צו די גרעסטע טומאה. מען קען זיין ביים בארג סיני, מען האט נארוואס מקבל געווען די תורה הקדושה, נאכאלץ איז דער מענטש אין א סכנה פון אלעס פארלירן. אזוי ווי מען גייט אוועק פונעם צדיק – איז שוין גארנישט דא; דער בעל דבר האט אזעלכע כוחות, ער העצט אויף דעם מענטש – ביז מען ווערט אן עובד עבודה זרה רחמנא לצלן.


און גלייך ווען משה רבינו איז צוריק געקומען איז אלעס גוט געווארן, ער האט מכניע געווען דעם שטן, ער האט צעבראכן דעם עגל און שוין געברענגט א פרישע לוחות; ווייל נאר מיט א צדיק קען מען האבן די תורה און זיין ביים אייבערשטן.


טייערע חברים, טייערע אנשי שלומינו, מיר דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן נישט אפלאזן דעם צדיק, מיר זאלן שטענדיג זוכן זיך פון פריש מקרב זיין צום הייליגן רבי'ן, לערנען דעם רבינ'ס ספרים און זוכן ווי מען קען געפונען אין אונזער דור דעם צדיק.


רבי נתן זאגט (שם, בשר וחלב הלכה ה, אות כב): "עִקַּר חֵטְא הָעֵגֶל הָיָה עַל יְדֵי שֶׁפָּגְמוּ בִּכְבוֹד מֹשֶׁה וְתַלְמִידָיו", די עבירה פונעם עגל איז געווען אז זיי האבן פוגם געווען אין משה רבינו און אין זיינע תלמידים, "עַל יְדֵי שֶׁלֹּא הֶאֱמִינוּ שֶׁגַּם אַחַר הִסְתַּלְּקוּת מֹשֶׁה, עֲדַיִן תַּלְמִידָיו הַקְּדוֹשִׁים קַיָּמִים", זיי האבן נישט געגלייבט אז נאכן הסתלקות פונעם צדיק האמת איז נאך געבליבן תלמידים וואס זיי קענען ווייטער לערנען די וועג ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן, "וַאֲפִלּוּ לְפִי טָעוּתָם שֶׁמֵּת מֹשֶׁה, הָיָה לָהֶם לֵילֵךְ לְתַלְמִידָיו הַקְּדוֹשִׁים וְלִשְׁאֹל מֵהֶם הַדֶּרֶךְ אֲשֶׁר יֵלְכוּ בָּהּ", אפילו לויט זייער טעות, אז משה רבינו איז נישטא, וואלטן זיי נאך געקענט גיין צו אהרן, חור און יהושע וכו'.


שטארקט אייך מיט'ן רבינ'ס ספרים. דער רבי איז דא צווישן אונז, ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים – ביי אים לעבט דער רבי. בפרט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט בירושה, דאס זענען וואונדערליכע ספרים, עס האט א כח צו שלעפן דעם מענטש צו די גרעסטע דרגא. די ספרים האבן א כח, עס עפנט אויף די מויל צו רעדן צום אייבערשטן, מען הויבט אן לעבן מיט תכלית.


איך האב באקומען שיינע גרוסן; די וואך זענען געקומען צוויי אינגעלייט וואס האבן באזוכט ביי ענק. האברך ... נרו יאיר, און האברך ... ; ביידע פון זיי זאגן אז עס איז דא ביי ענק א שטארקע "אחדות" און "תמימות"; זיי קענען נישט קומען צו זיך פון די ליבשאפט צווישן אייך און ענקער תמימות. איך האב זיך זייער געפריידט דאס צו הערן, ווייל די צוויי זאכן זענען זייער וויכטיג, אז עס איז דא אחדות, ליבשאפט און תמימות, עס איז נישטא קיין ליצנות – דארט איז דער רבי.


די בריוו וואס איך שרייב אייך יעצט דריי אזייגער פארטאגס – איז צו פארדאנקען מיין זון, הילד ... נרו יאיר, ער וויינט שוין מער פון א שעה, ער וויל נישט שלאפן, ער האט מיך אויפגעוועקט. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך וויל ענק שרייבן א בריוו לכבוד שבת, למעשה, פון אזויפיל טרדות איז דאס מיר ארויס פון קאפ.


היינט בין איך נישט געווען א גאנצן טאג אין ישיבה, פון נאך שחרית ביז נאכט בין איך געווען מיט די חתנים פון ישיבה. מיר האבן יעצט א מנין חתנים אין ישיבה, איך האב געלערנט מיט זיי הלכות, הדרכה און השקפה אויפ'ן באפעל פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מיר אפאר מאל געבעטן צו לערנען מיט חתנים, זיי מדריך זיין ווי אזוי צו לעבן בקדושה ובטהרה, אן קיין פאלשע לימודים. ליידער לערנט מען מיט חתנים און כלות פאלשע לימודים, קריסטליכע לימודים, פרישות השם ישמרינו; דאס איז גורם אז אינגעלייט און ווייבלעך פאלן אין עבירות, זיי האבן נישט די חומה, די שמירה, די פת בסלו.


עס קומען צו מיר חתנים פון אנדערע ישיבות איך זאל לערנען מיט זיי, אבער איך לערן נאר מיט תלמידים פון ישיבה. מוהרא"ש האט מיר געזאגט צו אכטונג געבן וכו', אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפח): "הַצַּדִּיק אֵינוֹ מֵשִׁיב לוֹ הָאֲבֵדָה עַד שֶׁיִּדְרְשֶׁנּוּ אִם אֵינוֹ רַמַּאי וְשַׁקְרָן", דער צדיק פרובירט אויס דעם מענטש פאר ער לערנט מיט אים, איידער ער געבט אים צוריק זיינע אבידות – אויב ער איז א פאפער, א ליגנער.


מיר האבן געלערנט מיט די חתנים א גאנצן טאג, צוויי פון די חתנים גייען וואוינען אין ארץ ישראל, איין חתן קומט קיין ירושלים און דער צווייטער קיין בית שמש; ביידע פון זיי זענען טייערע חשוב'ע חתנים, גוטע כלים להשפיע בעזר ה' יתברך.


מן השמים האט מיר מיין זון אויפגעוועקט, יעצט איז ער שוין איינגעשלאפן, מעז יצא מתוק, פון וויינען איז ארויסגעקומען א שיינע בריוו – האט זיך אלעס געלוינט.


ביי רבי נתן איז אזוי געווען, אמאל האט פאסירט אז ביי שלש סעודות איז אריינגעקומען א נישט נארמאלער מענטש, א משוגע'נער – אין שול, ער האט געשריגן און פארפירט. דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט פאר אנשי שלומינו: "לעולם וואלטן מיר אויך ווען געדארפט אזוי אויסזען, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.) 'אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵרָה', א מענטש זינדיגט נישט, 'אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת', נאר נאכדעם וואס עס איז אריין אין אים א רוח שגעון; קומט אויס, לפי אונזערע מעשים האבן מיר דאך אזויפיל רוח שטות, וואלטן מיר שוין געדארפט זיין טויט משוגע, נאר דער אייבערשטער האט אויף אונז רחמנות געהאט און אונז מקרב געווען צום רבי'ן, - זענען מיר אביסל נארמאל". דער שמועס האט זיך פארצויגן, עס איז געווארן הערליכע שמועס; האט זיך רבי נתן אנגערופן: "אויב פון א משוגע'נער קומט ארויס אזעלכע שיינע דיבורים – פעלט אויס עס זאלן זיין אזעלכע מענטשן".


און אז פון א קינד'ס וויינען קומט א בריוו – פעלט אויס א קינד זאל וויינען; טוט מיר נאר א טובה, זייט נישט מתפלל אז מיינע קינדער זאלן זיך אויפוועקן כדי איר זאלט באקומען א בריוו, זייט מתפלל איך זאל האבן כח און קענען אנקומען ענק צו שרייבן יעדן באזונדער און אויך א בריוו יעדע וואך.


טייערע ברודער, איך בעט אייך זייער, זייט נישט "סעלפיש"; אין אמעריקע איז דא א ווארט "סעלפיש", איך ווייס נישט ווי אזוי מען רופט עס ביי ענק, סעלפיש הייסט א מענטש וואס טראכט נאר פון זיך, רעכנט זיך נישט מיט אנדערע. אז מיר זענען אין "גן עדן", מיר האבן פארזוכט פון די אונגארישע וויין, דארפן מיר דאס אויך מזכה זיין פאר אנדערע. פארוואס נישט טראכטן פון נאך א בחור, נאך א איד – זאל פארזוכן פון די גוטע זיסע עצות פון רבי'ן?


נעמט דעם שיינעם גליון היכל הקודש, סיי די אידישע און סיי די מתורגם אויף לשון הקודש, די שיינע קונטרסים עצתו אמונה, איש אמונות – די אידישע און די מתורגם'דיגע, פארשפרייטס דאס פאר אנדערע, פארשפרייטס דאס אין גאנץ ארץ ישראל.


די עצתו אמונה מתורגם איז אזוי שיין, עס האט אזא טעם, אלע ליינען דאס. עס שרייבן מיר פון אלע קרייזן, חסידי'שע, ליטווישע, ספרדי'שע; רבנים, דיינים, לומדים, מלמדים, מגידי שיעור; אלע שרייבן פה אחד אז דאס איז זייער עונג שבת, דאס איז זייער חיזוק, זייער שכל; עס קומען אן הונדערטער אזעלכע בריוון טעגליך.


דער גבאי האברך ... נרו יאיר, שרייבט מיר די וואך אז מען ענדיגט יעצט מתרגם זיין די הונדערט'סטע קונטרס פון "עצתו אמונה" מתורגם. זיין משפחה איז דאס מתרגם וואך נאך וואך, פערציג שעה א וואך, אזויפיל שעה וויפיל א אינגערמאן ארבעט ביי אונז אין אמעריקע א וואך. נישט יעדער קען דאס באווייזן, אריינלייגן אין הפצה פערציג שעה א וואך. קיינער צאלט נישט פאר דעם, קיינער האט נישט געזאגט זיי זאלן דאס טון, נאר עס ברענט אין זיי "הפצה". פון אייך אלע בעט איך נישט קיין פערציג שעה; געבט אביסל צייט פאר הפצה.


די גליונות קען מען פארשפרייטן א גאנצע וואך, עס דארף נישט זיין נאר שבת. מענטשן זענען אויסגעהונגערט פאר חיזוק, הונגעריג פאר פראקטישע עצות. מענטשן זענען שוין מיד פון די אלע גליונות, תורות, ענינים, משלים ומליצות. אויף דעם זאגט דער נביא (ישעיה ז, יג): "הַמְעַט מִכֶּם הַלְאוֹת אֲנָשִׁים, כִּי תַלְאוּ גַּם אֶת אֱלֹקִים", מענטשן ווערן מיד פון די אלע שיינע משלים און מליצות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח): "אֲנָשִׁים חוֹשְׁבִים שֶׁיָּבוֹאוּ לְאֵיזֶהוּ תּוֹעֶלֶת עַל יָדָם", מענטשן זוכן "לָדַעַת אֵיךְ לַעֲבֹד אֶת ה'", און ווען מען זעט אז מען קען גארנישט נאכטון, ביז מען זאגט: "לֹא יִרְאֶה וְלֹא יָבִין אֶלֹקִים", - קומט אויס אז דאס איז גורם מענטשן זאלן אפלאזן אידישקייט.


מה שאין כן דעם רבינ'ס ווערטער, דאס האט א כח אז עס ברענגט צוריק פון די ווייטסטע מקומות – צום אייבערשטן. די גליונות און ספרים ווייזן דעם מענטש, 'דו קענסט תשובה טון', דער מענטש ליינט א צוויי דריי בריוון, ער הויבט אן שפירן 'דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון מיינע מצוות און מעשים טובים'; דאס איז די פאקט, פארוואס איז דאס אזוי? פארוואס די דיבורים האבן א כח? ווייל נאר דער רבי קען אלעמען צוריק ברענגען, אפילו מען האט שוין אריינגעשאסן אלע צען פיילן באשמירט מיט אלע צען גיפטן – זאגט דער רבי (ספורי מעשיות, מעשה יג פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג): "אוּן אִיך הֵייל זִי".


דעריבער בעט איך אייך, זייט נישט "סעלפיש", יעדער איינער זאל זיך באנייען אין "הפצה"; שעמט זיך נישט מיט היכל הקודש. עס איז שוין היינט גארנישט קיין בושה צו זיין א תלמיד היכל הקודש, א בושה איז צו זיין ביי א רבי וואס מען באקומט גארנישט, זיך דרייען אין א פלאץ אן האבן מסיים געווען אפילו איינמאל אין לעבן ששה סדרי משנה.


אין יבנאל האט מען די וואך געעפנט א דרוק, מען האט אנגעהויבן דרוקן די גליונות, עצתו אמונה וכו', דאס איז פאר מיר א גרויסע שמחה. מוהרא"ש איז פרייליך, אלע צדיקים זענען פרייליך אז די ליכטיגקייט פון רבי'ן וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש גייט ווייטער און ווייטער, "לֹא יִכְבֶּה בַּלַּיְלָה נֵרָהּ" (משלי לא, יח).


בעזרת ה' יתברך קום איך גלייך נאך פורים.

#25 - וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, שלום בית, קברי צדיקים, מוסדות, חסידות ברסלב, שטעטל, סיום, דרשות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, בריוו, עצבות, ישיבה, ספרי ברסלב, גמרא, ראש ישיבה, שמירת עינים, אחדות, געפילן, סופרים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה, י' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן; מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מיר וועלן זוכה זיין אויב מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען לערנט די הייליגע ספרים - איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט, ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת - וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן; נאך האט דער הייליגער רבי געזאגט (שם, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק - קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים".


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער, געדענקט וואס מוהרא"ש פלעגט חזר'ן ביי יעדע איינציגסטע שיעור: "מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים"; מוהרא"ש פלעגט לאכן פון די אלע וואס פאררופן זיך ברסלב'ער חסידים און האבן נאך קיינמאל אין זייער לעבן מסיים געווען דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספר המדות און ספורי מעשיות.


בעט אייך טייערע ברידער, טייערע חברים: מאכט אייך שיעורים אין רבינ'ס ספרים, יעדער לפי בחינתו, קוקט נישט אויף א צווייטן, מישט זיך נישט ביי א צווייטן. דעם משכן האט מען נישט געקענט בויען נאר פון גאלד, אדער נאר פון זילבער, עס האט אויסגעפעלט אלע סארט זאכן, נאר אזוי האט זיך צאמגעשטעלט א משכן. אזוי איז כלל ישראל; איינער ברענגט גאלד, א צווייטער ברענגט זילבער, א דריטער קופער, איינער ברענגט א קליין בענדעלע, א רויטע פאדעם; אלעס אינאיינעם בויט זיך אויף די הערליכע משכן.


יעדער איינער זאל זיך מאכן א שיעור אין די הייליגע ספרים, און אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די הייליגע ווערטער, שפעטער וועט זיך שוין עפענען דיין הארץ און קאפ, דו וועסט פארשטיין.


אויך זאלט איר אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב, בלייבט נישט אין גאס ביינאכט, בלייבט נישט שמועסן אין שול; קומט אהיים העלפן אין שטוב, און אפילו עס איז נישטא וואס צו העלפן - קום אהיים, זיץ אין שטוב, שמועס מיט דיין ווייב און לערן דיינע שיעורים אין שטוב; דריי זיך נישט ביי די נעכט אין גאס.


ועל כולם באנוצט זיך מיט די עצה פון התבודדות, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן. נישטא בעסערס פון א גוטע התבודדות, ווען מען איז זוכה זיך אויסצורעדן דאס הארץ צום הייליגן באשעפער.


איך בעט אייך אלע, זייט נישט בייז אז איך קום נישט אן צו ענטפערן אייערע בריוו, איך בין זייער פארנומען; איך וועל אייך שרייבן וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג, איך ווייס נישט צי אנדערע טוען דאס אין א חודש.


לדוגמא, נעכטן בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב; איר ווייסט אודאי אז מיר האבן מייסד געווען אין אמעריקע א שטעטל, א פלאץ וואו מען לעבט מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, מען איז מחנך די קינדער מיט אמונה, איינמאל א וואך מוז איך אהין גיין.


איך האב געדאווענט שחרית אין ישיבה, נאך שחרית בין איך געפארן. די וועג פון וויליאמסבורג קיין ליבערטי נעמט בערך צוויי שעה, עס זענען מיט געקומען נאך אפאר בחורים.


צום ערשט בין איך געגאנגען אין גראסערי רעדן מיט'ן בעל הבית; אים העלפן מיט די משפחות וואס זענען נישט ביכולת צו באצאלן וכו'.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם מקוה טהרה, מיר ענדיגן שוין כמעט די מקוה. מענטשן וואונדערן זיך 'ווי אזוי קען זיין א קליינע קהילה זאל זיך אזוי שנעל בויען, ווי איז דא געלט פאר די אלע זאכן?' דער ענטפער איז, מוהרא"ש האט מיר געשריבן אינעם בריוו וואס ער שרייבט מיר מען זאל עפענען אין אמעריקע א מיידל שולע, שרייבט מוהרא"ש: "יעדע זאך וואס מען האט נאר אינזין דעם אייבערשטן - האט א געוואלדיגע הצלחה".


וויסן זאלט איר, עס זענען דא צווישן אונז אינגעלייט וואס ווילן גארנישט; זייער גאנצע לעבן איז נאר פארשפרייטן דעם רבי'ן. צום ביישפיל, די מקוה טהרה אין שטעטל מאכן מיר ביי איינעם אין שטוב, א אינגערמאן האט מנדב געווען זיין אונטערשטע שטאק פאר א מקוה טהרה, דאס איז א זאך וואס מען הערט נישט, פארוואס זאל א אינגערמאן וואס בויט זיין אייגענע הויז - וועלן אוועקגעבן זיין פריוואטקייט וכו'; בנוסף לזה, א צווייטער אינגערמאן בויט דאס אויף, ער בעט נישט קיין געלט, ער געבט זיינע גוים, עס קאסט אונז נאר די מאטריאל, אזוי איז דא א אינגערמאן וואס געבט זיך אוועק צו מאכן די לעקטער, א דריטער מאכט די פלאמבינג; אזוי זענען דא פילע תלמידים אין שטעטל וואס דארפן גארנישט פאר זיך, זיי ווילן נאר אריינברענגען דעם הייליגן רבי'ן אין די וועלט, אויפשטעלן מוסדות וואו אונזערע קינדער וועלן באקומען דעם חינוך.


ביי אונז אין אמעריקע איז יעצט זייער קאלט, אין אמעריקע רעגנט נישט ווינטער, אלעס איז אייז, נאר זומער רעגנט ביי אונז; מיר וועלן דארפן ווארטן ביז זומער צו קענען ניצן די מקוה.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בית המדרש עצתו אמונה, מען האט דאס זייער שיין געבויט, הערליך שיין, אויך א שיינע הערליכע מקוה; דאס איז אויך א חידוש, א אינגערמאן קויפט זיך א הויז און געבט אוועק די ערשטע שטאק פאר א בית המדרש; פרעג אים 'ווילסט נישט א פריוואטע הויז? ווילסט נישט פריוואטקייט?' דאך ברענט אין זיי צו האבן א חלק פון בויען אידישקייט.


איך בין נישט אנגעקומען צו גיין צו די דריטע נייע שול; א אינגערמאן, א פרישער מקורב האט זיך געקויפט א הויז און געמאכט פאר א שול א חלק פון זיין אונטערשטע שטאק, מיר האבן געגעבן א נאמען פאר'ן שול "מקור השמחה".


איך האב זיך געיאגט צו גיין צו די קינדער; איך בין געפארן צו די מיידל שולע בית פיגא, צום ערשט בין איך געגאנגען צו איינע פון די יונגערע קלאסן, איך האב אויסגעטיילט פאר אלע תלמידות א שיינע גרויסע לעדערנע תהילים; די תלמידות אין סקול זאגן יעדן טאג תהילים, די לערערינס מאכן דאס פאר זיי אזוי געשמאק, זיי ווילן זאגן תהילים; נאכדעם בין איך געגאנגען צו נאך א כיתה געבן א שיעור.


נאכדעם איז געווען א שיעור פאר די מלמדים און אויך פאר די טיטשערס; מיר האבן זיך מחזק געווען מיט צוויי שטארקע וויכטיגע נקודות. דאס ערשטע זאך, א מלמד און א טיטשער טארן נישט לעבן אין ספיקות, מען דארף זיין ביי זיך זיכער אז מען איז געאייגנט פאר וואס מען טוט, די אלע מחשבות וואס בוזשעווען אין קאפ: 'בין איך יא ווערד? בין איך נישט ווערד?' 'מען דארף מיך יא? מען דארף מיך נישט?' - דאס איז אלעס פונעם יצר הרע וואס וויל נאר צעברעכן דעם מענטש, דעריבער חזר'ט מוהרא"ש אין די בריוו טויזנטער מאל דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין", די וואס זענען מחזק אנדערע - די דארפן דאס מערסטע חיזוק.


אויך האבן מיר גערעדט פון דעם אז מען זאל ליב האבן די תלמידים און תלמידות. עס איז גאר אנדערש ווען מען זאגט פאר א קינד: "מען קען נישט רעדן אין קלאס", "מען קען נישט עסן אין קלאס", - ווען מען האט ליב דאס קינד ווי ווען מען האט פיינט דאס קינד; ווען מען האט פיינט דאס קינד און מען זאגט עפעס מוסר וכדומה - שפריצט פייער פון די אויגן פון האס, די ווערטער קענען נישט אויפטון; דאס קינד ווערט דערשראקן - אבער ער ווערט נישט מחונך, אבער ווען מען האט ליב דאס קינד - הערט זיך דאס גאר אנדערש; מיט סבלנות און געדולד פועל'ט מען.


נאכדעם בין איך געגאנגען רעדן צו די עלטערע תלמידות. אלע שיעורים ווערן אפגעכאפט; עס איז דא א ספעציעלע האטליין פאר מיידלעך, פרויען; דארט קען מען הערן די שיינע שיעורים.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי איינער פון די אינגעלייט אין שטעטל ביי זיין אפיס; דער אינגערמאן לערנט זיך סופרות, ער ענדיגט יעצט זיין ערשטע מגילה, איך האב אים זייער געבעטן ער זאל זיך לערנען שרייבן. מיר דארפן נאך סופרים, די קהילה צואוואקסט זיך, און אנשי שלומינו ווילן מזוזות און תפילין פון א ברסלב'ער סופר וואס גייט אין מקוה, זאגט תיקון הכללי און איז זיך מתבודד.


די בחורים וואס זענען מיט געקומען מיט מיר האבן בכלל נישט געוויסט ווער דער אינגערמאן איז, עס איז שוין אריבער אזויפיל יאר, די ישיבה שטייט שוין פערצן יאר, די פרישע תלמידים קענען נישט די אלטע תלמידים, איך האב דערציילט פאר די בחורים ווער דער סופר איז. ווען מיר האבן געעפנט, די ערשטע יארן ישיבה - איז געווען זייער אסאך רדיפות, מען האט געווארפן יעדן שני וחמישי פאשקעווילן אויף מיר און אויף מיין ווייב, ער האט דאס צאמגענומען, ער האט שווער געארבעט צאמצונעמען אלע פאשקעווילן אויף מיר. איך האב אים געפרעגט אויב ער געדענקט דאס אלעס, איך האב אים דעמאלט געבעטן ער זאל מיר ברענגען אפאר פאשקעווילן, איך האב דאס אוועקגעלייגט, איך האב געבעטן מען זאל דאס אריינלייגן מיט מיר אין גרוב ביי מיין פטירה, איך וויל ווייזן אויבן פאר'ן בית דין של מעלה די צעטלעך וואס מען האט געווארפן אויף מיר, די בזיונות וואס מען האט געטון פאר מיר, נאר פאר איין חטא – פאר'ן נעמען בחורים און זיי מחזק זיין, זיי ברענגען צום אייבערשטן.


פון דארט בין איך געגאנגען זיצן מיט די חברי הנהלה, מיר האבן גערעדט פאר דריי שעה. די הנהלה זענען טייערע אינגעלייט, זיי העלפן מיר מיט זייער גאנצע הארץ בויען די שטעטל, און אזוי אלעס ארום די קהילה; מיר האבן געדאווענט מנחה דארט.


פון דארט בין איך געגאנגען צו א סיום מסכת מועד קטן פון די קינדער אין שטעטל. באמת איז דאס די סיבה פאר'ן גיין נעכטן אין שטעטל, די קינדער פון די עלטסטע כיתה לערנען יעדן טאג מרצונם הטוב דעם בלאט גמרא, הרב ... נרו יאיר לערנט מיט זיי. דאס איז פאר מיר אזא שמחה, צו זען ווי יונגע קינדער ווילן לערנען.


דער סיום איז פארגעקומען ביי אים אין שטוב; זיי האבן זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל צו העלפן די שטעטל, זיין ווייב איז די מנהלת אין סקול. זיי דארפן גארנישט, זיי וואוינען אין א באנגעלאו. איר ווייסט וואס א באנגעלאו איז? אין ארץ ישראל איז דא באנגעלאוס? אין אמעריקע ארבעט עס אזוי, מענטשן וואס וואוינען א גאנץ יאר אין פאלאצן, ווען עס קומט די צוויי זומער חדשים ציט מען זיך ארויס אויף די בערג, דארט איז דא באנגעלאוס. איך ווייס נישט ווי אזוי דאס מסביר צו זיין פאר ענק, עס איז א זאך וואס האט פיר ווענט און א דאך, עס זעט אויס אביסל אזוי ווי א הויז, אין לשון קודש איז דאס א "חורבה"; מענטשן צאלן פאר דעם גרויס געלט, צו קענען זיין צווישן די בערג, צווישן די ביימער - פאר די זומער וואכן, אבער א גאנץ יאר וועט קיינער נישט מסכים זיין צו וואוינען אין אזא שטוב. מיר האבן א קליינע קעמפ, מיר ניצן דאס יעצט פאר די מיידלעך פאר די זומער חדשים, דאס איז צוואנציג מינוט צו גיין צו פיס פון שטעטל, דארט וואוינען זיי; זיי דארפן גארנישט.


ביים אריינגאנג צו זייער שטוב אויפ'ן טיר הענגט א טאוול: "ברוכים הבאים לגן עדן - משפחת ..." עס איז ממש אזוי, מען שפירט זיך דארט אזוי גליקליך, מען שפירט דעם אייבערשטן; פרייליכע מענטשן וואס לעבן מיט אמונה, דארפן גארנישט. איז געווען דארט אזא שיינע סיום, אזוי ליכטיג, אזוי פרייליך; איר קענט הערן די שיעור, מען האט דאס אפגעכאפט, מען קען דאס הערן אויפ'ן האטליין.


פון דארט בין איך געגאנגען אין שול פארלערנען דעם בלאט גמרא און מסיים געווען מיט די גאנצע עולם מסכת מועד קטן. דער סיום האט געמאכט ..., איך האב שוין מסיים געווען דינסטאג אין ישיבה מיט די בחורים; איך לערן אפגערוקט א בלאט פאראויס אז די תלמידים וואס ווילן לערנען דעם בלאט גמרא און ווילן מיטהאלטן די שיעור אין ישיבה - זאלן דאס קענען הערן אויפ'ן טעלעפאן.


עס איז אויסגעקומען אז דער סיום איז געווען אין מיין באבע'ס יארצייט, מיין באבע רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, מיין מאמע'ס מאמע. איך האב אביסל גערעדט פון איר גרויסקייט, זי איז געווען א גרויסע צדיקת, זי איז אלץ געווען פרייליך און יעדן פרייליך געמאכט; נאר אזוי קען מען מצליח זיין, סיי מיט זיך און סיי מיט די קינדער.


מיר האבן גערעדט פון די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מועד קטן כז:): "ההיא איתתא דהות בשיבבותיה דרב הונא", עס איז געווען א פרוי אין די שכינות פון דער הייליגער אמורא רב הונא, זי האט געהאט זיבן קינדער, עס האט פאסירט ביי איר אז א קינד איז לא עלינו נפטר געווארן, "הוות קא בכיא ביתירתא עליה", זי האט זייער אסאך געוויינט און געקלאגט, זי האט זיך נישט געלאזט טרייסטן, "שלח לה רב הונא לא תעבדי הכי", האט דער הייליגער רב הונא איר געזאגט, הער אויף וויינען, עס איז נישט גוט צופיל צו וויינען, "לא אשגחה ביה", זי האט נישט געפאלגט, זי האט ווייטער געוויינט. האט איר רב הונא געשיקט און געזאגט, אויב דו וועסט נישט אויפהערן וויינען קענסטו שוין אנגרייטן תכריכים פאר נאך א קינד, און אזוי איז טאקע געווען, א צווייטע קינד איז נפטר געווארן, און זי האט ווייטער געקלאגט און געוויינט, און רב הונא האט איר נאכמאל געזאגט מען טאר נישט וויינען, דו וועסט אלעס פארלירן, זי האט נישט געפאלגט און זי האט פארלוירן אלע זיבן קינדער, און זי אליינס איז אויך געשטארבן; ווייל א שטוב וואס מען וויינט, מען רעדט זיך אפ, מען קלאגט - ווערט אויס שטוב.


אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אידן וואס זענען איבערגעבליבן פון די קריג; זיי האבן פארלוירן זייערע משפחות, זיי האבן אלעס פארלוירן - מיט דעם אלעם האבן זיי פון פריש אנגעהויבן נאכאמאל בויען שטובער. מיין באבע עליה השלום האט קיינמאל נישט געקרעכצט פון זייער פארלוסט, פון זייערע קינדער וואס זיי האבן פארלוירן, זי איז געווען א פרייליכע פרוי. אויב האט מען נישט געוויסט אז זי האט שוין געהאט א לעבן און אלעס איז חרוב געווארן, זי איז געבליבן איינער אליינס - וואלט מען דאס נישט געקענט גלייבן; מיר קענען זיך נישט פארשטעלן ווער זיי זענען געווען.


מוהרא"ש פלעגט זאגן, דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר די ארץ ישראל'דיגע אידן ווען זיי האבן אים געפרעגט: "מיר דארפן א רבי, ווער וועט אונז געבן ברכות?" האט דער רבי געזאגט: "ווען איר וועט זען א איד מיט א נומער וואס די דייטשן ימח שמם האבן אריינגעקריצט אין די האנט, וואס לייגט תפילין - זאלט איר נעמען פון אים א ברכה"; ווייל איינער וואס איז אריבער דעם גיהנום און ער לייגט תפילין, ער האט נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער קומט אין שול אנטון תפילין - אזא איינער איז א צדיק.


איך האב געדאווענט מעריב פאר'ן עמוד, מען האט אביסל געטאנצן, און איך האב גערעדט מיט אנשי שלומינו. איר ווייסט ווי אזוי דאס ארבעט, יעדער וויל רעדן נאר איין מינוט, פון איין מינוט ווערט צען מינוט, און זעקס אינגעלייט, יעדער נאר צען מינוט - איז א שעה, און אז עס איז מער - ווערט עס צוויי שעה, פלוצלונג דערזע איך זיך אז עס איז שוין צוועלף אזייגער ביינאכט.


איך בין געפארן קיין מאנרא, קודם בין איך געגאנגען צו א חתונה פון א איד וואס האט אונז געהאלפן יארן צוריק ווען מיר זענען געווען אזוי אונטערדרוקט אין חובות, דער איד האט אונז זייער שטארק געהאלפן מיט אויסלערנען אלע פראגראמען פאר די מוסד, אלץ האט ער געהאט אן אפענעם טיר פאר אונז, דער איד איז נעבעך ביים סוף אנגעקומען אין תפיסה; נישט פאר שלעכטס, נישט פאר'ן גנב'נען פאר זיך, ער האט געהאלפן מוסדות התורה און מען האט אים גע'מסר'ט. איך בין ספעציעל געפארן, איך געדענק שטענדיג ווער עס האט מיר געהאלפן, בפרט בעת דחקות.


עס איז שוין געווען שפעט, איך האב פארפאסט א וואכנאכט. איך בין געפארן צום ציון פון מיין באבע, זי ליגט אין קרית יואל, איך האב זיך געוואלט אביסל אויסוויינען, אביסל אויסגיסן מיין הארץ, למעשה איז מיר אלעס געווען פארשטאפט, איך האב געבעטן טרוקענע תפילות. איך בין אויך צוגעגאנגען צו מיינע זיידעס, הרב ר' אלחנן חיים טייטלבוים זכרונו לברכה - איר מאן; מיין זון הרב אלחנן חיים הייסט נאך דעם זיידן. אויך בין איך צוגעגאנגען צו מיין צוגעקומענער זיידע, הרב שלמה גפן זכרונו לברכה; מיין זון הרב שלמה הייסט נאך דעם זיידן, און צו מיין זיידע הרב חיים מנחם קאהן זכרונו לברכה; מיין זון מנחם הייסט נאך דעם זיידן.


אויך בין איך צוגעגאנגען צו מיינס א תלמיד שמעון ענדצווייג עליו השלום, ער האט געלערנט דא אין ישיבה, ער איז געווען א בעל יסורים, איך האב געוויזן פאר די בחורים די נוסח המצבה, ווי עס שטייט אויסגעקריצט אז דער בחור האט געזאגט אסאך פרקים משניות, ער האט מקבל געווען זיינע יסורים מיט ליבשאפט; ער איז אלץ געווען מיט א שמייכל.


אויך בין איך צוגעגאנגען צו א תלמיד היכל הקודש, חיים בנציון גראס עליו השלום, זיין מצבה איז גאר שיין, איך האב זייער ליב די מצבה. עס שטייט דעם רבינ'ס נאמען אויף די מציבה, דאס איז א סגולה קעגן די קליפות און משחיתים; דאס איז די שענסטע זאך פאר'ן מענטש, אז ער איז געווען באהאפטן צום צדיק אמת. חיים בנציון עליו השלום האט זיכער הנאה אז איך העלף זיינע יתומים, איך בין מחזק זיינע קינדער.


נאכדעם בין איך געגאנגען צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, מיר האבן געזאגט אינאיינעם תיקון חצות; איך האב זיך אזוי שטארק געוואלט אביסל עפענען מיין הארץ, עס איז נישט געגאנגען. איך האב געדענקט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה), ווען מען וויל וויינען, מען זאגט תהילים און מען ווארט צו וויינען - איז דאס נישט גוט, מען דארף אינזין האבן די ווערטער און די בקשות, אויב מען קען וויינען איז זייער גוט, און אז נישט - זאל מען זאגן די ווערטער טרוקענערהייט.


איך בין אהיים געקומען דריי אזייגער פארטאגס.


היינט צופרי אין ישיבה האב איך פארגעלערנט דעם בלאט גמרא; אה מחי'! מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חגיגה.


איך געדענק צוויי מחזורים צוריק ווען מען האט אנגעהויבן מסכת חגיגה, בין איך געווען ביי מוהרא"ש ביי א שיעור, מוהרא"ש זאגט ביים שיעור מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חגיגה; די משנה הייבט אן: "הַכֹּל חַיָּבִין בָּרְאִיָּה", מוהרא"ש זאגט: "הַכֹּל חַיָּבִין", אלע וועלן דארפן אפגעבן דין וחשבון, "בָּרְאִיָּה", אויף די אויגן; עס איז מיר אזוי אריין אין די ביינער, מען דארף היטן די אויגן.


נאכדעם בין איך געגאנגען צו בית פיגא געבן א שיעור, נאכדעם אין חדר ביי די עלטסטע קלאס האב איך געגעבן א שיעור, נאכדעם פאר די בחורים, און יעצט גיי איך געבן א שיעור פאר די אינגעלייט.


דאס איז אפילו נישט אלעס פון די טאג, דאס איז נאר זאכן וואס מען קען שרייבן און וואס דער זכרון געדענקט. דעריבער זאלט איר נישט זיין ברוגז אז איך קום נישט אן גלייך צו ענטפערן.


נישט אז איר זאלט מיר אויפהערן שרייבן בריוו און פרעגן אייערע שאלות; האט נישט מורא צו שרייבן, האט נישט מורא צו שטערן; נאר זייט מיר דן לזכות אויב איך קום נישט אן גלייך צו ענטפערן.


א פרייליכן שבת.

#24 - פרויען גייען נישט צו קיין לוי'
תודה והודאה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


א שאד דו ווייסט נישט אז איך נעם אויף זונטאג תלמידים, מען קען אריינקומען קאפלס. שמועס אפ פאר קומענדיגע וואך זונטאג הבא עלינו לטובה מיט ר' ... נרו יאיר, ער העלפט מיר עס זאל גיין מיט א סדר. אנשטאט מען זאל דארפן ווארטן, אלע זאלן קומען אויף איין מאל, מאכט מען ביי אים אן אפוינטמענט, ער שטעלט אויס ווען צו קומען.


איך נעם מער נישט מיט מיין טעלעפאן מיט מיר אגאנצן צייט, איך קום נישט אן צו זען ווער עס רופט און וואס מען פרעגט; די בעסטע זאך איז צו רעדן צו אים.


בנוגע גיין צו די לוי'; פרויען גייען נישט צו קיין לוי', זאג דיין ווייב זי זאל בלייבן אין שטוב מיט די קינדער, ביי אונז פירט מען זיך אז פרויען גייען נישט צו לוי'ס.


איך האף דו געדענקסט נאך די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, דו האסט באקומען א טייערע ווייב, אן אשת חיל; איך האף דו רעדסט שיין צו איר, דו פירסט זיך צו איר ווי א קעניגן.


 

#23 - דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב לאזט דיר פארן קיין אומאן
שלום בית, משניות, אומאן, מוהרא"ש, לימוד התורה, גמרא, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, סדר היום, חומש רש"י

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ב' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב תחי' זאגט דיר בפה מלא אז דו קענסט פארן קיין אומאן - קענסט שוין יעצט דינגען א בעט; וואס נאך דארפסטו? נאר דאנקען דעם אייבערשטן און בעטן יעדן טאג דו זאלסט טאקע קענען זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה די יאר און אלע יארן; דו, דיינע דורות און אלע אידן.


בתחילת התקרבותי ווען עס איז אויף מיר אריבער שווערע מניעות צו פארן אויף ראש השנה, איך פלעג דערציילן פאר מוהרא"ש מיינע מניעות, פלעגט מוהרא"ש מיר פרעגן: "וואס זאגט דיין ווייב? דיין ווייב איז מסכים זאלסט פארן?" ווען איך פלעג ענטפערן פאר מוהרא"ש: "מיין ווייב איז מיט מיר, זי וויל איך זאל גיין צום רבי'ן" - פלעגט מוהרא"ש מיר זאגן אלע יארן די זעלבע זאך: "זאלסטו איר קויפן א שיינע מתנה און איר ווייטער מכבד זיין", אזוי ווי דער רבי לערנט אונז מען זאל מכבד זיין די ווייב.


העיקר שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן. מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג מקרא - שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י. פארלייג זיך אויף לימוד חומש רש"י. מוהרא"ש זאגט בשם דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו, ער האט געזאגט: "ווער עס וועט לערנען און ענדיגן יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י"; אויך שטייט פון הייליגן רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו אז לערנען חומש רש"י יעדע וואך איז מסוגל צו האבן אמונה; אזוי אויך זאגט מען נאך פון צדיקים אויף דעם לשון וואס שטייט אין מחבר (סימן רפה, סעיף ב): "וִיְרֵא שָׁמַיִם יִקְרָא תַּרְגוּם, וְגַם פֵּירוּשׁ רַשִּׁ"י", א ירא שמים זאל מעביר סדרה זיין סיי תרגום און סיי מיט רש"י; אז דאס אליינס מאכט א מענטש ער זאל ווערן א ירא שמים. אזוי אויך זאגט מוהרא"ש בשם דעם הייליגן צדיק רבי ישכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן".


נאכדעם זאלסטו לערנען א שיעור אין משניות; מוהרא"ש פלעגט זיך שטענדיג בארומען, ווען מען זעט א אינגערמאן אדער א בחור מיט א משניות, זאגט מען גלייך אויף אים: "דו ביסט א תלמיד היכל הקודש". מוהרא"ש האט געלייגט זייער א שטארקע דגוש אויף לימוד משניות, ווייל דורך לערנען משניות וועלן מיר ארויסגיין פון גלות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות, נאך זאגן חז"ל (סנהדרין מב.): "בְּמִי אַתָּה מוֹצֵא מִלְחַמְתָּהּ שֶׁל תּוֹרָה? בְּמִי שֶׁיֵּשׁ בְּיָדוֹ חֲבִילוֹת שֶׁל מִשְׁנָה".


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס פאר א כח משניות האט, און וואס עס טוט פאר'ן מענטש; מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", וואס דאס איז ראשי תיבות "מִשְׁנָה"; אז א מענטש זאגט משניות - נעמט דאס אים ארויס פון שאול תחתית.


דיין דריטע שיעור זאל זיין אין גמרא; מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט בשם הרב הקדוש רבי יהושע'לע בעלזער זכותו יגן עלינו וואס ער האט נאכגעזאגט פון זיין גרויסן טאט'ן דער הייליגער שר שלום זכותו יגן עלינו: "אז מען לערנט א דף גמרא מיט רש"י, איז עס מסוגל פאר הצלחה"; און ער האט געזאגט אז ער האט געזען אסאך מענטשן וואס זיי זענען אין זייערע יונגע יארן געלעגן טיף אין שאול תחתית רחמנא לצלן, און זיי האבן זיך אונטערגענומען צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא, דורכדעם זענען זיי ארויסגעגאנגען פון זייער פלאנטער, זיי האבן זיך געקענט שטארקן אויף זייערע ביטערע נסיונות וכו' און זיי זענען געווארן גרויסע תלמידי חכמים.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף מקצר זיין, איך לויף אריין צו די בחורים; זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - עס איז נישט א חסרון אז מען קען זיך נישט אויפשטעלן רעדן ברבים
תפילה והתבודדות, אמונה, רפואה, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, בושה, ראש ישיבה, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט וואס דו שרייבסט מיר; ווער האט דיר איינגערעדט די אלע זאכן? אז מען קען זיך נישט אויפשטעלן רעדן ברבים - מיינט דאס אז מען איז נישט קיין סאושעל מענטש?


לאז זיך אפ פון די נייע זאך; פון ארויפקלעבן אויף מענטשן נעמען, - 'דער איז יא סאושעל', 'דער איז נישט סאושעל', וכדומה. רוב מענטשן קענען זיך נישט אויפשטעלן רעדן ברבים, עס איז נישט א חסרון אז מען קען זיך נישט אויפשטעלן רעדן; איך זע נישט עפעס זאל דיר פעלן, אין מיינע אויגן ביסטו געזונט און שטארק.


טו ווייטער די הייליגע עבודה וואס דער רבי האט אונז געגעבן, רעד צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך; רעד צו אים, בעט אים פאר א שטארקע לויטערע אמונה - וועסטו ווערן מער און מער זיכער מיט זיך.


דו שרייבסט דאך אליינס אז לעצטנס שפירסטו מער זיכער; אז דו וועסט ווייטער רעדן צום אייבערשטן און בעטן בעיקר אויף די זאך, אויף אמונה, דו וועסט זינגען ניגוני אמונה, דו וועסט זינגען: "דער אייבערשטער איז דא, אלעס איז ער, אלעס איז דער אייבערשטער", - וועסטו שוין נישט זען קיין מענטשן, דו וועסט זיין שטארק ביי זיך.


ביי אמונה איז נישטא קיין שיעור, עס איז נישט שייך צו זאגן: 'איך האב שוין גענוג אמונה'; אמונה איז א זאך וואס יעדע רגע וואס מען טראכט פון דעם ווערט דאס שטערקער און שטערקער, יעדע ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן ווערט דורכדעם מער און מער אויפגעבויט די אמונה, דאס שטארקט דעם מענטש; מען ווערט אזוי שטארק - ביז מען דארף שוין נישט קיינעם.


איך געדענק, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געזאגט איך זאל דאווענען שחרית ראש השנה אין אומאן ביים קיבוץ. עס איז געווען צוויי וואכן פאר ראש השנה שנת תשע"ב, מוהרא"ש זאגט מיר: "איך וויל דו זאלסט דאווענען פאר'ן עמוד", איך האב גלייך פארשטאנען אז דאס איז וואס איך האב צו טון, אפילו הענט און פיס האבן מיר געווארפן פאר פחד, איך האב קיינמאל נישט געדאווענט פאר'ן עמוד פאר אזויפיל מענטשן, האב איך געזאגט פאר מוהרא"ש: "איך האב מורא צו דאווענען פאר אן עולם"; מוהרא"ש שמייכלט און זאגט: "מורא? מורא דארף מען האבן נאר פונעם אייבערשטן; וואס איז דא מורא צו האבן? טראכט ווי דו דאווענסט צווישן טויזנט ביימער".


איך האב דאס אריינגענומען אין מיר, איך האב דאס געטראכט איין מאל און נאכאמאל און נאכאמאל; וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז טאקע אזוי; וואס איז דא צו טראכטן פון מענטשן?


וואס זאל איך דיר זאגן, מוהרא"ש האט אין אונז אריינגעלייגט אזא אמונה, אפילו פשוט'ע מענטשן כמוני כמוך - האבן א געפיל, האבן אן השגה אין מדריגות וואס גרויסע צדיקים זענען זוכה. אזא שטארקע, קלארע, לויטערע אמונה; מען זעט נישט קיינעם, מען זעט נאר אלוקות.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן אזא רבי.

#21 - דער יצר הרע פארגינט נישט עס זאל זיין שלום צווישן מאן און ווייב
קינדער, שלום בית, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


נעכטן ווען איר זענט געווען ביי מיר מיט אייער מאן נרו יאיר האב איך געזען וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "אָמַר שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע פארגינט נישט עס זאל זיין שלום צווישן מאן און ווייב, ער זוכט צו מאכן א פירוד.


דערפאר בעט איך אייך זייער, לאזט נישט דעם יצר הרע אריין ביי אייך אין שטוב, נעמט אריין די שכינה הקדושה. יעדעס מאל איר טראכט עפעס שלעכטס אויף אייער מאן - דאס איז דער יצר הרע! אפילו עס זעט אויס ווי איר זענט גאר דער פרומער און ער איז דער גוי - איז דאס דער יצר הרע, ווען איר טראכט גוטס אויף אים - דאס איז קדושה!


די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לא:) שמואל הנביא'ס מאמע האט געזאגט פאר עלי הכהן (שמואל-א א, טו): "לֹא אֲדֹנִי", דו ביסט נישט קיין גרויסער מענטש; א גרויסער מענטש, אן ערליכער איד - קוקט נישט שלעכט, מיט דעם וואס דו קוקסט שלעכט אויף מיר - ווייס איך "לֹא אֲדֹנִי", - דו ביסט נישט קיין צדיק; זעט מען פון דעם אז ווי נאר מען קוקט שלעכט - איז מען נישט קיין צדיק.


נעכטן אינדערפרי האב איך געהאט א ברית, מיין שוואגער האט מכבד געווען מיין מאמע מיט קוואטערשאפט, היות מיין טאטע שליט"א איז יעצט אין מירון האט מיר מיין מאמע געבעטן איך זאל זיין קוואטער מיט איר. בשעת'ן אריינברענגען דעם קינד האב איך געבעטן אליהו הנביא פאר אייך, איך זאלט געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא.


איך זאג אייך צו, אויב איר נעמט זיך אונטער צו רעדן שיין צו אייער מאן נרו יאיר, זאג איך אייך צו קינדער.


אייער מאן איז א גוטער, ער זוכט נישט צו זאגן ליגנט, ער איז אזוי אויפגעוואקסן; זיין טאטע האט אים אזוי טערארעזירט אז עס זאגט זיך אלץ ליגנט, אבער ער איז באמת א טייערער אינגערמאן.


אז איר וועט רעדן שיין צו אים - וועט איר האבן זרע של קיימא.

#20 - איך קען נישט אייביג אויפנעמען מענטשן
ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


דאנערשטאג פאר'ן שיעור איז נישט קיין צייט וואס איך קען אויפנעמען מענטשן.


איך קום אהיים פון ישיבה זיבן אזייגער, איך דארף העלפן מיין ווייב מיט'ן לייגן שלאפן די קינדער. פון זיבן ביז אכט דרייסיג איז זייער א שווערע צייט פאר אידישע מאמעס, דעמאלט דארף איך העלפן. אויך האב איך נישט וואו אויפצונעמען אין שטוב; דעמאלט קומען מיינע חתונה געהאטע קינדער עסן נאכטמאל, און ניין אזייגער דארף איך שוין געבן די שיעור.


זונטאג איז א צייט וואס איך נעם אויף קאפלס; אויב דו ווילסט קומען רעדן מיט דיין ווייב - פארבינד זיך מיט ר' ... נרו יאיר, ער העלפט מיר מסדר זיין די רייע ווער עס וויל קומען רעדן.


איך האף דו וועסט מיך פארשטיין, נישט טראכטן אז איך זוך זיך ארויסצודרייען.


איך האב דיר ליב.

#19 - די ריכטיגע וועג צו שרייבן די מאמע'ס נאמען
ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געמאכט א טעות, איך האב געמיינט אז מען שרייבט מיין מאמעס נאמען מיט איין יוד. דעם שבת איז מיין טאטע, קארלסבורגער רב שליט"א געווען ביי אונז אין שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי; מיין טאטע שליט"א איז געווען דער בעל קורא, ביים ליינען די תורה האט ער געזען מיין נאמען אויף די מענטעלע פונעם ספר תורה 'לזכות יואל בן ריצא רעכיל' געשריבן מיט איין יוד, ער האט מיר פארראכטן און געזאגט אז עס קומט רייצא מיט צוויי יוד"ן, ווייל עס איז א פתח, עס איז נישט קיין צירי; פיגא שרייבט מען מיט איין יוד, ווייל א צירי איז איין יוד, ווידער א פתח שרייבט מען מיט צוויי יוד"ן; זאלסטו פאררעכטן און שרייבן בן רייצא רעכיל.

#18 - חבורת היכל הקודש אין מאנטשעסטער
דרך ארץ, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש ישיבה, חבורות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנטשעסטער


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס, ענדליך נאך אזוי לאנג ווארטן האסטו אנגעהויבן טון צו דער זאך; האסט צאמגענומען אנשי שלומינו אין מאנטשעסטער ביי שלש סעודות, מען האט זיך מחזק געווען מיט די עצות פון רבי'ן, מי יתן דו זאלסט דאס טון מידי שבוע בשבוע; אנהייבן מיט שלש סעודות, נאכדעם אלע תפילות, און אויך אינמיטן די וואך.


איך האב הנאה צו הערן אז דו האסט פארגעלערנט א בריוו פון פרשת ויחי וואס מען האט געשריבן פאריאר פאר תלמידי היכל הקודש ירושלים. באמת זענען אלע בריוו פון עצתו אמונה און איש אמונות געשריבן פאר אלעמען, אלע קענען נוצן די חיזוק פון די בריוו, אפילו די בריוו איז אדרעסירט צו אן אנדערע חבורה וכו' - קען יעדער האבן גוטע חיזוק און וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן.


עס איז א גוטע געדאנק פארצולערנען ביי שלש סעודות א בריוו פון עצתו אמונה אדער איש אמונות. זוך אויף א בריוו וואס רעדט פון די פרשה אדער פון די זמן אין וואס מען געפונט זיך, אדער פון די ענין וואס מען רעדט און דאס זאלסטו פארלערנען.


וויסן זאלסטו א גוטע עצה עס זאל נישט ווערן א מקום פון לצים, א פלאץ פון הפקרות - אז דו וועסט מזכיר זיין די נאמען פון מוהרא"ש; יעדע מאל מען רעדט אין שול - זאלסטו זאגן: "מוהרא"ש זאגט", "מוהרא"ש האט געהאלטן", "מוהרא"ש האט דערציילט", - וועלן זיי נישט קומען צו אייך.


בפרט אז דו וועסט זאגן בשם דער ראש ישיבה וכו' - וועט זיין גאר א שטארקער דרך ארץ, ווייל דער לץ וויל איין זאך: 'קיינער זאל מיר נישט זאגן וואס צו טון, איך ווייס בעסער פון יעדן איינעם'; ווען מוהרא"ש האט געלעבט האט מען געציטערט פון מוהרא"ש, די לצים האבן דאס נישט געקענט נעמען, היינט איז שוין אנדערש.


איך האף דו פארשטייסט וואס דו האסט צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - די הערליכער שבת חנוכה אין קרית ברסלב
שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, חנוכה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, הפצה, צדיקים, שטעטל, שערן די האר, שבת קודש, אומאן, מוהרא"ש, מסורה, ישיבה, ראש ישיבה, שמחות, חדר, קשיות, וואקאציע, דן לכף זכות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין יעצט צוריק פון די הערליכער שבת חנוכה אין קרית ברסלב.


איז דאס געווען א שבת! מיר האבן זיך אזוי שטארק אויפגעפרישט מיט'ן רבינ'ס לימודים, א שאד דו ביסט נישט געקומען; עס זענען זיך צאמגעקומען צענדליגער משפחות אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש.


איך וועל דיר שרייבן אביסל פון דעם שבת.


מיטוואך נאכט נאכן צינדן די מנורה בין איך געווען ביי א בר מצוה אין ישיבה פון הבחור ... נרו יאיר, דארט האב איך געטראפן מוהרא"ש'ס זון, הרב נחמן שליט"א, ער האט גערעדט לכבוד דער בר מצוה בחור. בתוך הדברים האט ער געזאגט אז ער מוז זאגן ברבים וואס ער געדענקט, ווי שטארק זיין טאטע - מוהרא"ש זכרונו לברכה - האט ליב געהאט דעם ראש ישיבה. ער האט דערציילט אז ער האט אליינס מיט געהאלטן וויפיל מענטשן זענען געקומען רעדן שלעכטס צו מוהרא"ש אויף די ישיבה און אויף מיר, אבער מוהרא"ש האט נישט געוואלט מקבל זיין, מוהרא"ש האט זייער געהאלטן פונעם ראש ישיבה.


נאך די בר מצוה בין איך ארויסגעפארן מיט מיין משפחה צום שטעטל, דאנערשטאג צופרי ניין אזייגער האב איך געדאווענט שחרית מיט די עלסטע כתה פון תלמוד תורה, דער מלמד האט מיך מכבד געווען צו זאגן הלל, מיר האבן אינאיינעם געזאגט הלל מיט אונזער נוסח בקול; עס איז געווען א פארגענוגן.


נאך שחרית האב איך פארגעלערנט דעם דף גמרא פאר די עלסטע כתה פון תלמוד תורה, די קינדער האבן פיין מיט געהאלטן. איינער פון די קינדער האבן געזאגט א חידוש, מען זעט ביי די מעשה פון אבא אומנא (תענית כב.), ווען אביי האט געשיקט זיינע תלמידים בודק זיין אבא אומנא און זיי האבן אוועק גענומען זיינע קישענעס און דעקעס - האט ער זיי גארנישט געזאגט, ווייל ער האט געוויסט אז תלמידים פון א צדיק וואס קומען בשליחות דעם צדיק, מן הסתם האבן זיי עפעס א כוונה דערין; דאס איז געווען זיין גרויסקייט, ער האט געוויסט אז א צדיק האט זיכער זיינע טעמים.


גלייך נאכדעם האבן מיר געהאט א שבע ברכות פאר החתן ... נרו יאיר, דער מחותן הרב ר' ... נרו יאיר איז געקומען צו פארן, איך האב גערעדט אפאר ווערטער און ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פון די חתן כלה, זיי זענען גרויסע מפיצים און ווען איך האב אנגעטראגן דעם שידוך, דער מחותן האט געהערט אז דער בחור/חתן - גייט הפצה, האט ער מיר גלייך געזאגט אז ער וויל ענדיגן דעם שידוך, ער דארף שוין גארנישט מער פון דעם.


נאכדעם האט דער מחותן ר' ... גערעדט אפאר ווערטער, אויך זיין טאטע, הרב החסיד ר' ... האט גערעדט. מען האט געבענטשט, איך האב מכבד געווען ר' ... מיט א ברכה, אויך ר' ...; ביי מיר זענען מפיצים די גרעסטע מיוחסים.


פון דארט בין איך גלייך געפארן צום תלמוד תורה, איך בין אריין אין אלע כיתות, אנגעהויבן ביי כתה א'. איך האב פארהערט די קינדער די עברי, איך בין ארויס פון התפעלות צו זען ווי אונזער נייער מלמד ... נרו יאיר זאל האבן אזעלכע כוחות.


איך האב געהאט אן אינטערעסאנטע מעשה אין כתה א', איין קינד, א טייער קינד – האט יעדע זאך צוריק געווארפן. צום ביישפיל, איך האב געטיילט א קענדי, האט ער דאס נישט געוואלט נעמען, איך האב געגעבן א שפילצייג – האט ער עס מיר צוריק געווארפן, ער האט געזאגט: "איך דארף נישט די קארעלע", האב איך אים געזאגט ער זאל דאס געבן פאר זיין שוועסטער, און איך פרעג אים: "ווי אזוי הייסט דיין שוועסטער?" זאגט ער מיר אז זי האט נישט קיין נאמען; אזוי מיט יעדע זאך וואס איך האב געזאגט האט ער צוריק געווארפן. איך האב געוויזן פאר'ן מלמד ווי אזוי מען דארף האנדלען מיט אזא קינד; נישט זוכן ווי אזוי אים צו מאכן פאר א מחוצף, נאר ווי אזוי מען קען אים פארדרייען, עס זאל ווערן אלעס גוט.


דער מלמד האט זיך ממש מחי' געווען צו זען די מעשה, ווייל ער האט געמיינט אז נאר ביי אים פאסירט דאס, ער האט נישט געקענט טראכטן אז אזוינס פאסירט אויך ביים ראש ישיבה.


איך בין געווען ביי קינדערגארטן, כתה ב' און כתה ה'; אלע מלמדים האבן געהאט חיזוק.


פון דארט בין איך געפארן קוקן די נייע דירות, געלאפן אין מקוה און געדאווענט מנחה, מעריב.


ביים צינדן זענען געקומען אלע בחורים, מען האט געזינגען אינאיינעם די זמירות, נאכדעם האב איך יעדן געווינטשן זיי זאלן זוכה זיין צו טרעפן זייער שידוך, די בחורים האבן אלע געצינדן אין שול.


נאכדעם זענען מיר געגאנגען א שפאציר צום בית הדפסה; עס זענען דא אפאר פרישע תלמידים וואס האבן נאכנישט געזען דעם בית הדפוס אין שטעטל, איך האב זיי געוויזן דעם בנין, זיי האבן אלע געזאגט אז זיי קענען נישט טראכטן אז דער בנין האבן געבויט בחורים.


אויפ'ן וועג צוריק האט אנגעהויבן רעגענען, איך האב זיך זייער געפרייט אז עס רעגנט; אפילו עס איז געווען שווער צוריק צו גיין, אבער מיר ווארטן שוין אזוי לאנג אנצופולן די נייע מקוה ביים בית המדרש עצתו אמונה.


די בחורים האבן געגעסן א פיינע סעודה, מיר האבן געשמועסט פון רבי'ן און מוהרא"ש, גלייך נאכדעם איז געווען די ליל שישי שיעור, עס איז געווען זייער א שיינע שיעור, עס איז כדאי דו זאלסט עס אויסהערן.


מיר האבן גערעדט פון אסאך שיינע נקודות, פון "יְמֵי חֲנֻכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", חנוכה איז טעג פון דאנקען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "וְזֶה בְּחִינַת שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא", דאס איז די געשמאקע, זיסע און איינגענעמער טעם וואס מען שפירט אויף יענע וועלט; און ווער עס טוט דאס, ער געוואוינט זיך איין צו דאנקען דעם אייבערשטן - דער שפירט די זיסע טעם, ער דארף שוין נישט קיינעם.


מיר האבן גערעדט פון דעם וואס מענטשן זאגן אז מיר גייען אוועק פון די מסורה, אז דאס איז נישט אמת. אז מען זאגט משניות, מען זאגט גמרא - איז דאס נישט קעגן די מסורה, פארקערט, דאס איז מסורה; אז מען איז מזלזל אין צניעות - דאס הייסט אוועקגיין פון מסורה! אז מען שניידט זיך די בארד און פיאות - דאס איז אוועקגעגאנגען פון די מסורה!


אויך האבן מיר גערעדט וועגן דאס גרויסקייט פון די פרויען וואס שערן זיך אפ די האר, און אפילו אויב מען קומט פון א משפחה וואס מאמע און באבע שערן זיך נישט די האר, זאל מען נישט מורא האבן דאס צו טון, דאס הייסט נישט אוועק גיין פון מסורה, פארקערט, אויב וועט זיך די פרוי שערן די האר וועט זי צוריק גיין צו די מסורה; נישטא קיין גרעסערע זאך וואס א פרוי קען טון פאר זיך און פאר אירע דורות ווי גיין אנגעטון איידל.


ביים שיעור האבן מיר דערמאנט וואס רבי נתן האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אויף דער וואס איז געפארן צו זיין רבי נאכן הערן פון רבי נתן אז מען דארף האבן א רבי: "פרעה איז קלוגער פון דעם מענטש"; ווייל ווען יוסף האט געזאגט פאר פרעה אז מען דארף זוכן אן איש חכם צו ראטעווען דאס לאנד, האט פרעה אנגעכאפט יוסף און געזאגט (בראשית מא, לט) "דו ביסט דער קלוגער מענטש; אז דו זאגסט מיר מען דארף זוכן א קלוגער מענטש - ביסטו דער קלוגער".


רבי נתן זאגט ווייטער: "איך זאג אים א שיינע שמועס איבער דאס גרויסקייט פון האבן א צדיק; ער האט אזעלכע דיבורים נאך פון קיינעם נישט געהערט, וואלט ער געדארפט זאגן 'איך בלייב דא; דו ביסט דער צדיק, דו ביסט מיין לעבן', אנשטאט דעם איז ער געפארן צו זיין רבי".


נאכן שיעור האב איך אנגעגרייט ביי מיר אין שטוב, מיט אפאר בחורים - די עסן פאר שבת. אינמיטן אנגרייטן די עסן האבן די בחורים נישט באמערקט אז איך האב געמאכט א בעשאו, א בחור פון ישיבה, א טייערער תלמיד, הבחור ... מיט א תלמידה, א טאכטער פון ר' ...; מען האט געמאכט די לחיים ביי מיר אין שטוב, עס איז געווען אזא שמחה, אלע בחורים און א טייל משפחות פון שטעטל זענען געקומען ווינטשן "מזל טוב".


ביי מיר איז דאס א גרויסע שמחה, צו מאכן א שידוך; אבער די שמחה איז נאר פאר יענע מינוט, גלייך נאכן לחיים בין איך שוין פארנומען צו מאכן נאך שידוכים, איך ווער נישט זאט מיט וואס איך טו.


ביז אהער איז אלעס פון איין טאג; דאס איז ביי מיר יעדן טאג, ווען איינער פון די תלמידים וואלטן אפגעשריבן מיין סדר היום – וואלטן זיי געקענט ארויסגעבן א דיקע קונטרס פון יעדן טאג.


פרייטאג אינדערפרי האבן מיר געדאווענט, נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, די גמרא מסכת תענית (דף כב). קודם האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון שמחה, די מעשה מיט רב ברוקא חוזאה, וואס אליהו הנביא האט אים געזאגט: "די צוויי מענטשן וואס מאכן יעדן איינעם פרייליך – זיי זענען בני עולם הבא"; דא זעט מען דאס גרויסקייט פון מחי' זיין מענטשן.


נאכדעם האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון נישט האבן קשיות אויף די אמונה; יאשיהו המלך איז געלעגן טויט קראנק, מען האט אים געשאסן, מען האט אים געלעכערט מיט צענדליגער פיילן, ער איז געווארן געלעכערט ווי א זופ. ירמיהו הנביא האט געזען ווי ער זאגט עפעס צו זיך שטילערהייט, האט ער זיך צוגעבויגן צו הערן וואס ער זאגט, האט ער געהערט ווי ער זאגט (איכה א, יח): "צַדִּיק הוּא ה' כִּי פִיהוּ מָרִיתִי", דער אייבערשטער איז גערעכט, איך האב אין אים ווידערגעשפעניגט, האט ירמיהו הנביא געזאגט דעם הספד אויף דעם צדיק יאשיהו (שם ד, כ): "רוּחַ אַפֵּינוּ מְשִׁיחַ ה'", דאס איז אונזער אטעם, אונזער משיח; דאס איז א צדיק, ער ליגט געלעכערט מיט פיילן און האט נישט קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן.


די ווערטער דארפן אונזערע ליפן שטענדיג שעפשען: "צַדִּיק הוּא ה'", דער אייבערשטער איז גערעכט; וואס עס זאל נאר זיין, וואס מען זאל נאר אריבערגיין, דארף מען וויסן אז "צַדִּיק הוּא ה'", דער אייבערשטער איז גערעכט, איך האב נישט קיין קשיות, איך האב נישט קיין טענות אויף אים.


נאכמיטאג האבן מיר געהאט א מיטינג מיט די געטרייע אינגעלייט וואס העלפן מיר ראש השנה אין אומאן. מיר גרייטן זיך שוין אויף ראש השנה הבא עלינו לטובה; ראש חודש שבט הויבט מען אן צאמנעמען געלט פאר די בעטן, די אלע וואס וועלן באצאלן זייער בעט ביז יום טוב פסח – וועט די פרייז זיין אזוי ווי אלע יארן, 750$, נאך פסח וועט די פרייז זיין טויזנט דאלער.


פרייטאג צו נאכטס זענען מיר געגאנגען דאווענען אין בית המדרש עצתו אמונה. צו מנחה איז צוגעגאנגען דער דיין שליט"א, ער איז געקומען דאווענען אינאיינעם מיט אונז. קבלת שבת האב איך געדאווענט. נאכן דאווענען האבן די גבאים מיר געבעטן צו זאגן אפאר ווערטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן, די קשר פון שבת חנוכה צו פרשת מקץ. אין די פרשה זעען מיר אז אלעס איז פונעם אייבערשטן; דא זעט אויס ווי זאכן ווערן געטון פון זיך אליינס, עס איז דא א חלום מיט א פתרון, יוסף ווערט קעניג, יעקב אבינו שיקט קויפן עסן, מען שפארט איין שמעון און בנימין אין תפיסה, עס זעט אויס ווי מענטשן טוען, מענטשן מאכן, אבער אלעס האט א חשבון, יעקב אבינו דארף אנקומען קיין מצרים, א גאנצע וועלט דריידט זיך איבער וועגן די סיבה.


דאס ווערט נתגלה חנוכה, עס איז נישטא קיין טבע, מקרה און מזל; אויל וואס ברענט נאר איין טאג ברענט פאר אכט טעג, געציילטע חשמונאים באזיגן הונדערטער טויזנטער גבורים; צו ווייזן אז עס איז נישטא קיין נאטור, עס איז אלעס בהשגחה.


מיר האבן צוריק שפאצירט ביז די שול אויף האשקע; פאר די שפאציר אליינס האט זיך שוין אלעס געלוינט, די געשמאקע שיחות ביים שפאציר; די וועג האט גענומען א שעה.


די סעודה האבן מיר געגעסן אינאיינעם מיט די בחורים אין שול, נאך די סעודה זענען געקומען אסאך משפחות, מען האט געזינגען און זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון מוהרא"ש, די ווערטער: "כל זמן א מענטש רעדט זיך איין דער וועט אים העלפן, יענער וועט אים העלפן – איז ער א גרויס רחמנות"; ווייל ווען מען זעט נאכדעם ווי אלע דרייען זיך ארויס ווערט מען אזוי אנטוישט, מען ווערט אזוי צעבראכן; א רחמנות אויף דער וואס פארלאזט זיך אויף אנדערע, די איינציגסטע עצה צו האבן א גוט לעבן, איז זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן.


מיר האבן גע'חזר'ט וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן, די ווערטער פון רש"י. די פרשה ענדיגט זיך מיט "וישכחהו"; יוסף הצדיק האט געבעטן דעם שר המשקים ער זאל אים העלפן, ער זאל אים טון א טובה און אים דערמאנען פאר פרעה, ער האט צוגעזאגט פאר יוסף אז ער גייט אים העלפן, אבער דער פסוק זאגט (בראשית מ, כג): "וַיִּשְׁכָּחֵהוּ", ער האט פארגעסן פון יוסף, און רש"י זאגט צוויי ווערטער: "בו ביום", נאך יענעם טאג האט ער פארגעסן פון יוסף; דא זעט מען די נארישקייט פון בעטן פון א צווייטן הילף, יענער האט זיין אייגענע לעבן, ער טראכט נישט פון דיר, ענדערש דארף מען גיין צום אייבערשטן.


שבת אינדערפרי האב איך געוועקט די בחורים, מיר האבן געלערנט ספר פעולת הצדיק, די מעשה פון עולם התוהו (סימן תתמו), ווי דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען די דריי מאל צו אים, ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות – וועט ניצול ווערן פונעם עונש פון עולם התוהו.


פסוקי דזמרה האט געדאווענט דער גבאי ... נרו יאיר, שחרית האב איך געדאווענט, מיר האבן געזאגט הלל אינאיינעם, מיט'ן נוסח, בקול; איך האב זיך גוט אויסגעוויינט ביי די שטאטע ניגון, ביי פתחו לי; נישטא עפעס בעסערס ווי זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, מען דעקט זיך איבער מיט'ן טלית, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ערה), אונטערן טלית איז אזוי ווי א חדר מיוחד להתבודדות. דער גבאי ... האט געליינט.


ביי סיפורי מעשיות האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון נאכגיין א צדיק, דער בן מלך האט זיך דערשראקן פון די שלענג און עגדיסן, ער האט געפרעגט דעם מענטש פון וואלד (סיפורי מעשיות, מעשה יא): "ווי אזוי וועל איך קענען אריבערגיין די שלענג?" האט דער מענטש פון וואלד געזאגט: "וואס פרעגסטו? וואס האסטו מורא? ווי אזוי וועסטו אריינקומען צו מיר אין שטוב?" ער ווייזט אים אז זיין שטוב איז אין די לופט, "ווי אזוי וועסטו קענען אריינקומען צו מיר? פרעג נישט, קום מיט מיר, גיי מיך נאך". דער בן מלך האט אזוי געטון, ער איז נאכגעגאנגען דעם מענטש פון וואלד, ער האט אים אריינגעברענגט צו זיך אין שטוב, אים געגעבן צו עסן און צו טרינקען.


דער מענטש פון וואלד – דאס איז דער רבי וואס זאגט אונז צו גיין אין וואלד מאכן התבודדות; אז מען גייט נאך דעם רבי'ן – קען מען אריבערגיין אלע שלענג, אלע קליפות און אלע נסיונות, אויך קען מען האבן א שטוב, אבער אז מען האט נישט דעם מענטש פון וואלד – איז נישט מעגליך צו האבן א שטוב, עס איז אזוי ווי א זאך פון די לופט, וואס מען קען נישט אנקומען צו דעם.


די סעודה האב איך געגעסן אין שול מיט די בחורים. נאך די סעודה זענען מיר געגאנגען שפאצירן, מיר זענען אריבער צום מנהל, ער האט דערציילט פאר די בחורים אלטע מעשיות פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, מעשיות וואס מיר האבן געהאט מיט מוהרא"ש, פון דארט זענען מיר געגאנגען צו האברך ... נרו יאיר, דארט האבן מיר געטראפן נאך אנשי שלומינו.


ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט די מעשה פונעם "אורח", די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן פה), דער אורח – דאס איז דער צדיק, אזוי ווי עס שטייט (משלי ד, יח): "וְאֹרַח צַדִּיקִים", דער צדיק קומט צום מענטש, ער וויל אים ברענגען צום אייבערשטן. קודם רעדט ער צום מענטש לויט דעם מענטשנ'ס מח, ער פרעגט אים פון פרנסה: "מֵאַיִן פַּרְנָסָתְךָ", ווי אזוי איז פרנסה? נאכדעם פרעגט ער אים: "מָה אַתָּה לוֹמֵד", וואס לערנסטו? ביז זיי זענען אריין אין א שמועס, אין "שִׂיחַת דְּבָרִים הַיּוֹצְאִים מִן הַלֵּב", דא זעט מען די וועג צו מאכן התבודדות, אפילו אין אנהייב האט מען נישט קיין הארץ, אויב מען רעדט דיבורים – וועט זיך ביים סוף עפענען דאס הארץ.


ביז דער בעל הבית האט אנגעהויבן בענקען און וועלן זיין אן ערליכער איד, "אָמַר לוֹ הָאוֹרֵחַ אֲנִי אֶלְמַד עִמְּךָ", האט אים דער צדיק געזאגט, איך וועל לערנען מיט דיר; דער רבי לערנט דעם מענטש ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (עיין הקדמת השתפכות הנפש): "תנו לי את לבכם", ברענגט מיר ענקער הארץ, איך וועל ענק פירן בדרך אבותינו הקדושים; דער רבי דארף נאר מען זאל וועלן זיין גוט, מען זאל האבן גוטע רצונות און כיסופים.


איך בין אפגעמאטערט, איך דארף מקצר זיין.


מוצאי שבת איז געווען א שיינע מלוה מלכה, א סעודת הודאה אז מיר זענען נאך ביים רבי'ן.


זונטאג אינדערפרי פאר'ן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, מען האט געדאווענט אינאיינעם. רוב טאג האב איך אויפגענומען משפחות, נאכמיטאג האב איך גערעדט פאר אלע טיטשערס חיזוק אויף חינוך הבנות, נאכדעם האבן מיר געלערנט נאך א בלאט גמרא; מוצאי שבת האב איך נישט פארגעלערנט, האב איך געדארפט לערנען זונטאג צוויי בלאט גמרא. נאכן צינדן איז געווען א לחיים פון צוויי חשוב'ע משפחות אין שטעטל.


איך האף צו זיין מארגן אינדערפרי צוריק אין ישיבה מיט פרישע כחות; מענטשן מיינען מען באקומט כח ווען מען פארט אוועק אויף וואקאציע, עס איז נישט אזוי, ווען מען פארט זיך אפרוען דארף מען זיך נאכדעם נאכאמאל אפרוען; וואס מער מען טוט - אלץ מער כח באקומט מען. יעצט נאכן זיין די פיר טעג אין שטעטל, פון טון און טון און טון – האב איך פרישע כוחות צו קענען ווייטער טון מיט די בחורים און קינדער.


איך האב דיר נאך גארנישט געשריבן; רעד צו די חברים וואס האבן מיט געהאלטן, וועלן זיי דיר דערציילן שיינע זאכן.

#16 - די אלע מניעות ווען מען ווערט מקורב צום צדיק, איז א גרויסע טובה
כיבוד אב ואם, צרות, שלום בית, חסידות ברסלב, פרנסה, מוהרא"ש, ישיבה, ראש ישיבה, לשון הרע, מניעות, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט; בלייב שטארק. וואויל איז דיר אז מען האט דיר אפגעזאגט פון דיין אמט צוליב דעם אז דו ביסט א ברסלב'ער און נישט חס ושלום צוליב שלעכטע זאכן. מען הערט אזויפיל מעשיות פון תלמוד תורה'ס און ישיבות וואו מען ווארפט ארויס איינגעשטעלטע צוליב עבירות, אבער דיין גאנצע חטא איז אז דו ביסט א ברסלב'ער.


איך געדענק פון יארן צוריק ווען מען האט מיר אפגעזאגט פון מיין אמט פון זיין א מלמד מיט א מנהל, האט מיר מוהרא"ש זכרונו לברכה זייער מחזק געווען, מוהרא"ש האט מיר געזאגט די ווערטער: "אשריך שנתפסת על דברי תורה", וואויל איז דיר אז מען האט דיר ארויסגעווארפן צוליב דעם וואס דו האסט מזכה געווען אזויפיל בחורים מיט לערנען און דאווענען און אריינלייגן אין זיי אמונה; קוק נאך די בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן ערב יום הקדוש שנת ה'תשס"ט, עס איז געדרוקט אין אשר בנחל.


בלייב שטארק און זיי ממשיך נאך מער צו פארשפרייטן די הייליגע קונטרסים, ספרים און גליונות. דאס אלעס וואס דו גייסט אריבער, אנגעהויבן מיט די קלעפ שמחת תורה און די פרנסה וואס מען האט דיר מקפח געווען און די אלע בזיונות און שפיכות דמים, דאס וועט דיר נאר ברענגען נענטער צום אייבערשטן.


געדענק וואס מיר האבן היינט גערעדט, אויב דו וועסט זיך האלטן שטארק, דו וועסט אינאיינעם מיט דיין ווייב זיין שטארק, עס וועט זיין שלום און ליבשאפט צווישן ענק – וועט ענק קיינער נישט קענען צעברעכן.


פון אלעס וואס דו דערציילסט וואס דו גייסט אריבער, טוט מיר דאס מערסטע וויי אז דיין ווייב'ס עלטערן וויל נישט רעדן מיט ענק ווייל איר זענט נעבעך געווארן ברסלב. געוואלד און געשריגן, קוקט וואס לשון הרע טוט; זיי מיינען אז איר זענט אין נישט א גוטע פלאץ, וואלטן זיי געוויסט וואס דער רבי איז, וואס ברסלב איז, וואס מען לערנט ביים רבי'ן, וואלטן זיי געטאנצן פאר שמחה אז די קינדער גייען צו א רבי וואס געבט נאר יראת שמים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם".


אוי ווי עס טוט וויי ווען עלטערן וויל נישט רעדן מיט א קינד, אוי שטעכט עס אין הארץ; די אנדערע זאכן זענען נישט קיין ווייטאג אנטקעגן די צער, וואס גייט מיר אן אז דער אדמו"ר האט געהייסן שלאגן? וואס גייט אן אז מען האט מיר אפגעזאגט פון א פרנסה? פרנסה געבט דער אייבערשטער, פרנסה איז דא אסאך, און דער אדמו"ר זאל זיין געזונט און שטארק און ווייטער אנכאפן זיינע חסידים זיי זאלן אים נישט אפלאזן; איך דארף אים בכלל נישט האבן, איך האב א רבי וואס העלפט מיר, א רבי וואס פארשטייט מיר, א רבי וואס ברענגט מיר צו לערנען און דאווענען און האבן שלום בית וכו'; אבער אז עלטערן ווילן נישט רעדן מיט א קינד – דאס שטעכט, דאס טוט וויי.


טייערער ברודער, זארג נישט; ביים סוף וועלן זיי שלום מאכן מיט דיר און דיין ווייב, זיי וועלן אויך אנקומען צום רבי'ן. אויב דו וועסט זיי ווייטער מכבד זיין, דו וועסט נישט רעדן קעגן זיי, דו וועסט טראכטן נאר גוטס אויף זיי – וועלן זיי אליינס קומען קיין אומאן.


וואס דארפסטו מער פון די מעשה וואס רבי נתן האט געהאט מיט זיינע עלטערן; אין אנהייב האט אים זיין טאטע גע'רודפ'ט עד חרמה, ער האט נישט געוואלט רעדן צו אים, ער האט אים ארויסגעווארפן פון שטוב, אבער ביים סוף האט ער אים אזוי ליב געהאט, ער האט אים גערופן אזוי ווי מען רופט אן אדם גדול, מיט א ר', "ר' נתן"; רבי נתן האט געזאגט: "טאטע, רוף מיר נישט מיט א ר'", אבער דער טאטע האט געזאגט: "איך האב פון דיר אזויפיל נחת, איך וועל דיר רופן ר' נתן".


די אלע מניעות וואס גייען אריבער אויף א מענטש ווען מען ווערט מקורב צום צדיק – איז א גרויסע טובה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה, בסוף): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווער עס האט גרויסע מניעות ווען ער ווערט מקורב צום אייבערשטן, "דְּהַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת רַבּוֹת וּגְדוֹלוֹת כְּגוֹן מֵאָבִיו וְאִשְׁתּוֹ וְחוֹתְנוֹ", ער האט מניעות פון זיין טאטע, ווייב אדער שווער, "אוֹ מִשְּׁאָר בְּנֵי אָדָם שֶׁמּוֹנְעִים וּמְעַכְּבִים אוֹתוֹ מְאֹד, וּמְנִיעוֹת מֵחֲמַת מָמוֹן וכו'", אדער מניעות פון געלט, "הֵם טוֹבָה גְּדוֹלָה לְהָאָדָם", דאס איז א גרויסע טובה פאר'ן מענטש, "כִּי עַל יְדֵי זֶה", ווייל דורכדעם, "זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", איז מען זוכה צו מקבל זיין שפע קדושה וטהרה צו ווערן מקורב צום אייבערשטן.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, איך בין אבער זייער טרוד, איך דארף מקצר זיין.


 

#15 - די סדר הנסיעה אויף קברי צדיקים אין אייראפע
מקוה, ניגונים, קברי צדיקים, תהלים, אידיש געלט, סיפורי צדיקים, חתונה, ראש ישיבה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק פון א נסיעה. חסדי השם יתברך מיר זענען געפארן מיט א קבוצה תלמידי היכל הקודש מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים, קדושים אשר בארץ המה. איך האב מתפלל געווען פאר דיר.


איך האב דיר שוין לאנג נישט געזען, איך בענק זיך צו דיר, איך האף אז אלעס איז ביי דיר אין בעסטן ארדענונג, איך האף אז דו נוצט דעם רבינ'ס עצות, די זיסע עצה פון זוכן גוטס אין זיך און אין א צווייטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) אפילו מען זעט זיך פול מיט חסרונות, מען זעט זיך שלעכט, מען איז פול מיט תאוות רעות – מוז מען זוכן א פינטעלע גוטס און מאכן אן עסק פון די נקודות טובות, זיך ליב האבן מיט די פינטעלע גוטס, דאס ברענגט דעם מענטש צו ווערן א גרויסער צדיק.


איך האב דיר זייער ליב, דעריבער וועל איך דיר שרייבן אביסל די סדר הנסיעה.


מיר זענען ארויסגעפארן זונטאג נאכמיטאג פון נוארק צוזאמען פינף און דרייסיג מענטשן; אפאר בחורים פון ישיבה מיט אינגעלייט תלמידי היכל הקודש. אויפ'ן וועג האב איך געשריבן בריוון. איך בין געווען זייער פרייליך, ווייל איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיין פרייליך.


מיר זענען אנגעקומען קיין וויען מאנטאג אינדערפרי, מיר זענען צוגעפארן צום בית המדרש, מיר האבן געכאפט א טבילה, דארט האבן מיר זיך באגעגנט מיט נאך חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, טייערע אינגעלייט, גרויסע מפיצים.


מיר האבן געדאווענט, איך האב געליינט, עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל. מען האט געגעסן פת שחרית און זיך ארויסגעלאזט קיין אונגארן.


אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביים ציון פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו, מיר האבן געזאגט אינאיינעם דעם "יום ראשון" פון תהלים, געזינגען ניגוני התעוררות און זיך מתבודד געווען. האברך ... נרו יאיר האט מיר געברענגט אלע נעמען פון די וואס העלפן די ישיבה, איך האב געבעטן פאר אלעמען, פאר דיר אויך, דיין נאמען איז געווען אויף די קוויטלעך.


מיר האבן געדאווענט מנחה און זיך ארויסגעלאזט אויף א לאנגע נסיעה, זיבן שעה זענען מיר געפארן אלע אינאיינעם מיט א באקוועמע באס, רוב וועג, פאר לאנגע שעות, האבן מיר גערעדט שיחות וסיפורים פון הייליגן רבי'ן.


איך האב פארברענגט מיט די ארץ ישראל'דיגע חברים, מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די אוצרות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן פון רבי'ן. עס זענען געווען צוויי גבאים פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים, מיר האבן גערעדט געוויסע פונקטן וואס מען דארף אכטונג געבן אין א בית המדרש היכל הקודש.


מיר זענען אנגעקומען אין אוהעל שפעט ביינאכט, מיר זענען געגאנגען קודם דאווענען מעריב, איך האב געזען אז עס איז דא א מקוה האט מיר אנגעכאפט א חשק זיך צו טובל'ען. הגם איך בין געווען אינדערפרי אין מקוה, אבער א ברסלב'ער חסיד גלוסט זיך ווי מער צו גיין אין מקוה, למעשה האב איך זיך אפגעבריט מיינע פיס, עס איז געווען קאכעדיג הייס, סכנת נפשות, איך בין ארויס מיט א נס.


מיר האבן געזאגט אינאיינעם "יום שני" פון תהלים און מיר האבן געזינגען דעם "אהבה רבה" ניגון פון רבי הערשעלע רימנובער זכותו יגן עלינו, עס איז געווען א גרויסע התעוררות, איך האב געהאט גרויס התעוררות, איך האב זיך געעפנט מיין הארץ, איך האב געהאט אפאר מינוט גוטע התבודדות, אויך דארט האב איך פארגעליינט אלע נעמען פון אלע קוויטלעך.


איך בין ארויס פון דארט האב איך זיך אנגעהויבן גוט שפירן. דארפסט פארשטיין, נאכן פארן אזויפיל שעות ווערט מען צעטומלט, אבער אז דער אייבערשטער העלפט, מען קען זאגן אפאר אמת'ע דיבורים פאר'ן אייבערשטן, מען קען זיך אויסקרעכצן און לאזן א טרער – דארף מען שוין נישט עפעס מער.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ליסקע צום הייליגן צדיק רבי הערשעלע ליסקער זכותו יגן עלינו, דער מחבר פונעם ספר אך פרי תבואה, א תלמיד פונעם הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו. מיר האבן דארט געזאגט אינאיינעם תיקון חצות, תיקון רחל און תיקון לאה, מיר האבן געזינגען אידישע תפילות אינאיינעם. מיר האבן געזינגען דעם ניגון פון הרב הקדוש רבי אייזיקל קאלובער זכותו יגן עלינו:


"גלות גלות, ווי גרויס ביסטו - שכינה הקדושה, ווי שיין ביסטו.


וואלט דער גלות קלענער געווען - וואלט די שכינה שענער געווען".


עס איז געווען א גרויסע התעוררות, צוביסליך זענען מיר געקומען צו זיך.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קערעסטיר, מיר האבן זיך דערכאפט דאס הארץ, עס איז געווען צוגעשטעלט א געשמאקע סעודה, מיר האבן דארט גענעכטיגט.


דינסטאג אינדערפרי האבן מיר זיך גע'טובל'ט אין מקוה און געדאווענט, געגעסן פת שחרית און ארויף צום ציון פון הרב הקדוש רבי ישעי'לע מקערעסטיר זכותו יגן עלינו. מיר האבן געזאגט דעם יום תהלים, "יום שלישי", נאכדעם האבן מיר געזינגען ניגוני התעוררות און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר דיר דארט. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך וואלט נישט געדענקט צו בעטן פאר דיר, נאר האברך ... נרו יאיר האט מיר געגעבן דיין נאמען מיט נאך אסאך נעמען, די אלע וואס העלפן די מוסד, האב איך געבעטן פאר דיר; עס איז געווען א גרויסע התעוררות.


האברך ... נרו יאיר פון קרית ברסלב האט געמאכט אן אפיל, מען האט צאמגענומען צדקה פאר'ן בית התבשיל, פאר נצרכים פון אנשי שלומינו.


פון קערעסטיר זענען מיר געפארן קיין מאַד, אויפ'ן וועג האבן מיר געהאט שיחות חברים מיט די חברים פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ.


איך בין יעצט אביסל אפגעמאטערט פון די נסיעה, איך האב נישט די כוחות זיך מצמצם זיין צו שרייבן וואס מען האט גערעדט, הלוואי זאלן די אינגעלייט דאס אפשרייבן; מען האט גערעדט אזעלכע שיינע שיחות וסיפורים פון מוהרא"ש און אנשי שלומינו.


מיר האבן געזאגט צען קאפיטלעך תהלים ביים ציון פונעם קול ארי' זכותו יגן עלינו, נאכדעם האבן מיר געזאגט דעם קאפיטל "שיר המעלות ממעמקים" פסוק בפסוק ביים ציון פונעם לבושי מרדכי זכותו יגן עלינו. מיר האבן געזינגען די שיינע זיסע ליד:


"איך וויל זיין א איד, איך וויל זיין א איד - איך וויל זיין א פשוט'ער איד,


ווייל דער עיקר אידישקייט - זאגט דער הייליגער רבי - איז זיך פירן בתמימות ובפשיטות".


מען האט דאס געזינגען מיט'ן גאנצן הארץ צום אייבערשטן.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קאלוב, אויפ'ן וועג האבן מיר געלערנט דעם שיעור גמרא, עס איז געווען אזוי שיין צו זען ווי אזוי אנשי שלומינו לערנען שיעורים כסדרן.


מיר האבן געזינגען ניגונים פון הרב הקדוש מקאלוב, מען האט זיך מחזק געווען מיט דעם רבינ'ס עצות פון דאנקען דעם אייבערשטן. בפרט יעצט אין די הייליגע חנוכה טעג, זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב) חנוכה איז טעג פון הודאה; דער גאנצער לעבן ווערט גוט און זיס ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן, מען ווערט נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


ביים ציון פון הרב הקדוש מקאלוב זכותו יגן עלינו האבן מיר געזען די טיטל וואס מען האט געשריבן אויף די מצבה: "הי' ערליכער איד, והי' לומד גמרא על הדף".


מען האט געזאגט דארט די סוף פונעם יום תהלים, "יום רביעי", מען האט געזינגען א ניגון פון הרב הקדוש מקאלוב זכותו יגן עלינו, געדאווענט מנחה און זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין רומעניע.


אויפ'ן וועג האבן מיר גערעדט מעשיות וואס מיר האבן געהאט, ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט'ן באצאלן חובות.


די וועג קיין רומעניע איז געווען אביסל שווער, מען האט אונז אויפגעהאלטן ביים גרעניץ אפאר שעה, מען איז אנגעקומען שפעטער ווי געפלאנט קיין סיגוט.


אין סיגוט האט קהילת סאטמאר געבויט א הערליכע בנין, א מקוה, א בית המדרש - מיט אלע באקוועמליכקייטן, דו מיינסט ממש אז דו ביסט אין וויליאמסבורג אדער מאנרא. מיר האבן דארט געגעסן, געדאווענט מעריב און געגאנגען צום ציון פונעם הייליגן ייטב לב, קדושת יום טוב און עצי חיים זכותם יגן עלינו. מיר האבן דארט געזאגט אינאיינעם תיקון חצות, דארט ביים ציון, נאכדעם האבן מיר געזאגט תהלים, "יום חמישי".


לכתחלה האבן מיר געהאט אין פלאן צו פארן קיין קארלסבורג צום מראה יחזקאל זכותו יגן עלינו, אבער א טייל עולם האבן זיך ממש געבעטן מען זאל אפשטעלן די נסיעה, עס איז געווארן חלוקי דעות, א טייל האבן געזאגט מען זאל גלייך פארן קיין קארלסבורג, א טייל האבן געזאגט אז אויב מען פארט ווייטער שפירן זיי אז דאס וועט זיי צוטרעטן צום מח, עס איז נישט פאר זייערע כחות צו פארן יעצט ביינאכט א נסיעה פון זעקס שעה.


איך האב געהאט גרויס חשק צו פארן קיין קארלסבורג, די גאנצע זאך וואס מיר זענען געפארן בכלל קיין רומעניא איז נאר געווען אז מיר זאלן קענען גיין קיין קארלסבורג, דאך האב איך זיך געמוזט רעכענען מיט די אויסגעמוטשעטע אידן, מען האט אפגעשטעלט די נסיעה און מען האט זיך אראפגעלייגט פאר דריי שעה, פון דריי אזייגער פארטאגס ביז זעקס אזייגער.


מען האט געדאווענט און זיך ארויסגעלאזט קיין קלויזנבורג, א וועג פון פיר שעה, אויפ'ן וועג האבן מיר געלערנט דעם דף גמרא. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אין אונז אזוי שטארק אריינגעבאקן מיר זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, אפילו מען איז אונטערוועגנס, צעבראכן און צעפארן, דאך איז מען נישט מוותר אויפ'ן בלאט גמרא.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערער ברודער, מיין הארץ איז פול מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן אז ער האט אויף מיר רחמנות געהאט, מיך מקרב געווען צום רבי'ן; וואו וואלט איך געווען, ווי אזוי וואלט איך אויסגעזען אן דעם רבינ'ס עצות, שכל און חיזוק? דאס האלט אונז ביים לעבן, דאס ברענגט אונז צום אייבערשטן. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען באנוצט זיך מיט די עצה פון התבודדות און תפלה – איז מען גאר גליקליך.


מיר קומען שוין אן אין קלויזנבורג עירפארט, מיר פארן פון דארט קיין ווארשא און פון דארט פארן מיר אהיים קיין ניו יארק; מיר וועלן אנקומען אם ירצה ה' מיטוואך נאכט.


מארגן וועט נישט זיין די וועכנטליכע שיעור, עס איז דא א חתונה אין ישיבה, די דרייסיגסטע חתונה אין ישיבה בחנם. דאס אלעס איז צו פארדאנקען מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אונז געלערנט מיר זאלן זיך נישט נאריש מאכן מיט טייערע שמחות; מיר זאלן חתונה מאכן די קינדער יונג אויפ'ן פשוט'ן וועג.


דעם שבת פרשת וישב, שבת מברכים חודש טבת, וועל איך זיין אין שטעטל. אויך די קומענדיגע וואך, שבת חנוכה, וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל, זיין מיט אנשי שלומינו.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.

#14 - מ'טוט א גאנצן טאג פאר'ן רבי'ן
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, חסד, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


האברך ... נרו יאיר דערציילט מיר אז דו העלפסט בויען דעם שטעטל; ווען מען דארף הילף קומסטו מיט דיין גאנצע הארץ העלפן בויען. סיי ביי די מקוה טהרה, סיי ביי די בתי מדרשים און יעצט ביי די מצה בעקעריי - אלץ קומסטו העלפן מיט אזא געפיל. ער זאגט מיר: "דער ראש ישיבה ווייסט נישט ווי געטריי די אינגעלייט זענען, אלע באזונדער, איינס ביי איינס - יעדער העלפט, יעדער טוט חסד" - דאס איז מיר ממש מחי'.


געלויבט דעם אייבערשטן איך פרוביר אויך צו טון א גאנצן טאג פאר'ן רבי'ן, א גאנצן טאג בין איך אין ישיבה. מאנטאג נאכט בין איך געגאנגען זינגען, מיר ענדיגן יעצט נאך א סידי, נעכטן נאכט האב איך געמאכט א סיום ביי מיר אין שטוב פאר אלע בחורים וואס לערנען הלכה, זיי האבן מסיים געווען א חלק הלכות שבת.


שבת חנוכה האף איך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו קומען מיט די ישיבה אין שטעטל, איך מאך א שטיקל פראגראם מיט אלע בחורים וואס גייען נאך געלט פאר די ישיבה, איך וועל זיין מיט זיי פון דאנערשטאג ביז זונטאג נאכט אין שטעטל.

#13 - ברענג איך נישט אריין קיין צעדרייטע זאכן אין אונזער קהלה
היכל הקודש, ראש ישיבה, מורה דרך, תמימות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ...


אדער קענסטו מיר שרייבן ביי מיין נאמען אדער קענסטו מיר שרייבן ראש ישיבה; מער פון דעם שרייב מיר נישט. די אלע טיטלען וואס דו שרייבסט מיר לכבוד דער צדיק, לכבוד משיח, לכבוד איך ווייס נישט וואס - זאלסטו מיך נישט רופן און מיך נישט שרייבן. קענסט האלטן ביי דיר אין קאפ וואס דו ווילסט אויף מיר, קענסט טראכטן אויף מיר ביזן העכסטן הימל, אבער מאך מיך נישט משוגע און מאך נישט משוגע א צווייטן.


איך ווייס נישט ווער עס מאכט דא ביי אונז אין די קהילה נייע צעדרייטע זאכן וואס מען הערט אין אנדערע חסידות'ן. מיר האבן א רבי און מיר האבן די הייליגע תלמידים, רבי נתן און אזוי ווייטער מוהרא"ש; מערסטנס קענסטו מיך רופן ראש ישיבה וואס געבט איבער די עצות פון די הייליגע צדיקים.


מען דארף טאקע האבן תמימות, מען דארף זיין בתמימות; די העכסטע זאך איז תמימות, דער רבי זאגט אונז זיין תמימות'דיג און דער זעלבער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "גַּם בִּתְמִימוּת אָסוּר לִהְיוֹת שׁוֹטֶה", ווען מען פירט זיך בתמימות איז אסור צו זיין א שוטה; מען דארף פרעגן אלע ספיקות פון א רב א מורה דרך, אבער סתם פארדרייען דעם קאפ פיר און צוואנציג שעה, פרעגן זאכן וואס האט נישט מיט קיין מורה דרך צו טון - דאס איז טפשות, דאס איז נישט תמימות; אויסער דעם וואס מען נעמט צו צייט פון וויכטיגע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - פון די שיעורים און בריוו באקומט מען ענטפערס אויף יעדע פראגע און ספק
שידוכים, ספיקות, דרשות, היכל הקודש, בריוו, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך נעם אן די מוסר; עס קומט זיך מיר אסאך מער.


בנוגע דיין זון; געלויבט דעם אייבערשטן ער איז זייער וואויל, ער לערנט פלייסיג און פירט זיך מיט יראת שמים.


אויף דיין טענה פארוואס איך ענטפער דיר נישט וועגן די שידוך; דאס נישט ענטפערן - דאס איז די תשובה, קומט אויס אז איך האב דיר יא געענטפערט.


איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט זיך זייער שטארקן אפילו איך קום נישט אן צו רעדן צו דיר און דיר צו ענטפערן, פון הערן די שיעורים און לערנען די בריוו באקומט מען ענטפערס אויף יעדע פראגע און יעדע ספק.


איך פארשטיי אז דו ווילסט פריוואטע אויפמערקזאמקייט; זיי מיר מוחל, איך בין פארנומען מיט די בחורים און קינדער, דאס איז ביי מיר די ערשטע און דאס וויכטיגסטע, און אז עס בלייבט איבער צייט דארף איך לערנען מיינע שיעורים און פארשטייט זיך אהיים גיין העלפן מיין ווייב. אפשר איז דא אנדערע פלעצער וואס מען קען באקומען מער פריוואטע אויפמערקזאמקייט, דא אין היכל הקודש אפילו איינער זאל קיינמאל נישט קומען רעדן פריוואט, אויב עפנט ער זיינע אויערן ווי א טראכטער און הערט אויס די שיעורים, ער עפנט די אויגן און לערנט די בריוו - איז נישטא קיין זאך וואס ער זאל נישט זען און האבן א תשובה דערויף.


מיט דעם אלעם וועל איך פרובירן צו מאכן צייט פאר דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - עס פאסירט גארנישט ווען יענער לאכט
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, מחלוקת, משפחה, יענער, ראש ישיבה, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, מברכים אדר, כ"ג שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך נישט נעמען צום הארצן ווען מען קוקט אויף אייך און מען לאכט פון אייך; אמת, עס איז נישט אזוי איינגענעם ווען א שוועסטער שמייכלט זיך אונטער, מען ווערט אומזיכער מיט זיך, מען שפירט זיך חוזק, אבער דאס איז נישט נוגע צום לעבן.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז אייער מאן לאכט נישט פון אייך, אייער מאן איז אזוי געטריי צו אייך - דאס איז אייער לעבן, איר און אייער מאן זאלן נישט לאכן איינער פון צווייטן. א שוועסטער איז טאקע נאנט, א שוועסטער איז זייער וויכטיג, אבער מען קען נישט קוקן אויף שוועסטערס און שוואגערס, מען קען נישט לעבן פאר זיי, לויט זייער פארשטאנד.


איך פארשטיי אייער ווייטאג, איך בין דאס אלץ אריבער; מען האט געלאכט, געשמייכלט און געבלינקט מיט די אויגן אונטער מיין רוקן וכו' וכו'; ווען איך האב דאס דערציילט פאר מוהרא"ש פלעגט ער מיר אלץ פרעגן: "וואס זאגט דיין ווייב?" אן א שיעור מאל פלעגט מיר דאס מוהרא"ש פרעגן, ביז מיין מח האט זיך א דריי געטון אויף די ריכטיגע שינעס און עס האט מיר אויפגעהערט צו באדערן.


דא האט איר א קליינע תפלה וואס צו בעטן דעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, פאר מיין מאן און פאר מיין קינד; דו ביסט אזוי גוט צו מיר.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר, איך בין זייער צעקלאפט נאך פון אלס קינד, עס שטערט מיר אין מיין לעבן; איך טראכט אלס וואס מענטשן זאגן, וואס מענטשן טראכטן - אויב מען לאכט פון מיר. העלף מיר באשעפער איך זאל זיין אזוי שטארק ביי מיר, עס זאל מיר נישט אנגיין וואס דער זאגט, וואס יענער זאגט; איך זאל זיך פרייען מיט מיין לעבן, עס זאל מיר נישט אנגיין וואס אנדערע זאגן".


די תפלה זאלט איר זאגן און לייגט צו אייגענע תפילות; בפרט ווען איר צינדט אן די הייליגע שבת לעכט זאלט איר בעטן אויף דעם, וועט איר זען גרויסע נסים.

#10 - עס וועט גארנישט פאסירן אז מ'וועט אייך אפזאגן פון די ארבעט
חיזוק פאר פרויען, רפואה, חסידות ברסלב, פרנסה, בריוו, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, כ"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ערשטנס זאלט איר וויסן אז איך קום טאקע נישט אן צו ענטפערן יעדע בריוו, איך קום נישט אן אויפצוהייבן דעם טעלעפאן ווען מען רופט - אבער איך ליין כמעט יעדע בריוו און איך ליין און איך הער אלע מעסעדזשעס; זאלט איר זיך נישט צוריק האלטן פון שרייבן און פון איבערלאזן הודעות.


בנוגע וואס איר האט מורא יעדעס מאל אייער בעל הבית רופט אייך, אפשר גייט ער אייך אפזאגן וכו'; וואס גייט אייך אן? וועט מען אייך אפזאגן, עס וועט גארנישט פאסירן, ארבעט איז נישט קיין לעבן זאך, עס איז יא יא, ניין ניין; כל זמן איר ארבעט, איר האט וואס צו טון - איז גוט, און אז מען וועט אייך אפזאגן - איז אויך גוט.


בנוגע וכו'; בעטס דעם אייבערשטן אויף געזונט, אז מען איז געזונט האט מען אלעס און אז מען איז חלילה נישט געזונט - האט מען גארנישט. וואס האט מען אז מען איז דאר ווען מען איז נישט געזונט? וואס האט מען פון דעם אז מען איז שיין אז מען איז נישט געזונט? קומט אויס אז מען דארף בעטן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם אליינס, אז מען איז געזונט און מען האט געזונטע קינדער, מער פון דעם דארף מען נישט.


וואס ווערט איר צעבראכן אז מען באטיטלט אייך נישט מיט'ן טיטל 'בית פיגא תלמידה'; איך בין אויך נישט קיין תלמיד פון ישיבה, איך האב נישט געלערנט אלס קינד, אלס בחור - אין ברסלב. אנשטאט טראכטן 'א שאד איך האב נישט געהאט מיינע יונגע יארן אזוי און אזוי' טראכטס ענדערש 'ווי גליקליך בין איך אז יעצט בין איך געוואויר געווארן פון רבי'ן', איך וואלט זיך אויך געקענט אויפעסן טראכטנדיג 'א שאד מיינע יארן אלס קינד, אלס בחור - ווען איך האב נישט געוויסט פון רבי'ן', אנשטאט דעם פריי איך זיך אז יעצט ווייס איך פון רבי'ן.


אזוי זאלט איר אויך טון, טראכטס 'פון יעצט גיי איך אננעמען דעם רבינ'ס עצות, זיך מחי' זיין און לעבן מיט דעם'; ווייל מיט יעדע שיחה, מיט יעדע עצה - קען מען אפלעבן דאס לעבן זיס און האניגדיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - איך וועל ווייטער שרייבן בריוו און מחזק זיין אידישע קינדער
מוהרא"ש, בריוו, עצתו אמונה, ראש ישיבה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין מיידל תחי'! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער צוזאמען מיט דיין ווייב; איר זאלט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש, ווייטער ארויסגעבן די שיינע קונטרסים עצתו אמונה - איש אמונות.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט דעם; די מפיצים זאגן אז מענטשן באדאנקען זיך, מענטשן זאגן אז דאס איז זייער וועג ווייזער, דאס העלפט זיי צו קענען אנגיין בחיי יום יום. און פון די אנדערע זייט זע איך אז עס איז דא א קול הברה אויף די בריוו וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו שרייבן; עס קאכט זיך וכו', היתכן שרייבן בריוו פאר בני הנעורים, זיי מחזק זיין צוריק צו קומען צום אייבערשטן וכו' וכו'; וועל איך פון היינט אן שרייבן מער ברייטער און מער באריכות, עס זאל נישט זיין אויף מיר קיין טענה; איך זאל קענען זאגן (דברים כא, ז): "יָדֵינוּ לֹא שָׁפְכוּ אֶת הַדָּם הַזֶּה", איך האב נישט פארגאסן אידיש בלוט.


מיר איז דאס א שטארקע חיזוק, "כָּל מַה שֶׁאֵרַע לְיַעֲקֹב אֵרַע לְיוֹסֵף", אלעס וואס האט פאסירט צו מוהרא"ש פאסירט יעצט ווייטער; "זֶה נִשְׂטָם, וְזֶה נִשְׂטָם, זֶה אָחִיו מְבַקֵּשׁ לְהָרְגוֹ, וְזֶה אֶחָיו מְבַקְּשִׁים לְהָרְגוֹ", און אזוי ווייטער, נאך א פשט, "בִּקֵּשׁ יַעֲקֹב לֵישֵׁב בְּשַׁלְוָה, קָפַץ עָלָיו רִגְזוֹ שֶׁל יוֹסֵף. צַדִּיקִים מְבַקְּשִׁים לֵישֵׁב בְּשַׁלְוָה אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לֹא דַּיָּן לַצַּדִּיקִים מַה שֶׁמְּתֻקָּן לָהֶם לָעוֹלָם הַבָּא, אֶלָּא שֶׁמְּבַקְּשִׁים לֵישֵׁב בְּשַׁלְוָה בָּעוֹלָם הַזֶּה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#8 - ווער עס וויל מיר אנכאפן, זאל אנכאפן מיינע ספרים
תפילה והתבודדות, ישיבה, ספרי ברסלב, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין לעבן האט זיך געטוישט זייט דו ביסט מקורב צום הייליגן רבי'ן; פון ווען דו ביסט אנגעקומען אין היכל הקודש קודש קדשים האט זיך דיין לעבן אינגאנצן איבערגעדריידט לטובה אין אלע הינזיכטן.


דער רבי האט דאס בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זיין אן ערליכער איד. נישט סתם אן ערליכער איד, נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; ווייל דער רבי ברענגט אונז צום אייבערשטן, דער רבי לערנט אונז אויס מיר זאלן לעבן מיט אמונה, מיט תכלית. און דער רבי געבט אונז א וועג ווי אזוי מיר קענען זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (עיין שיחות הר"ן סימן עו).


דאס וואס דו שרייבסט אז דו ווילסט האבן א קשר מיט'ן ראש ישיבה, דו שפירסט ווי אנדערע בחורים זענען מער נאנט, דו ווילסט זיין מער מקושר; לערן די בריוו פון עצתו אמונה און איש אמונות, און בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיך קענען פירן ווי עס שטייט אין די בריוו. עס איז שווער פאר'ן ראש ישיבה צו רעדן מיט יעדן איינעם, עס איז נישטא אזויפיל מינוט אין טאג צו קענען געבן יעדן איינעם אפילו איין מינוט; אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן זאלסטו לעבן מיט די בריוו.


מוהרא"ש זאגט, ווער עס וויל וויסן וואס ער האט צו זאגן זאל לערנען אשר בנחל, "ווער עס וויל מיר אנכאפן זאל אנכאפן מיינע ספרים". אמאל האט א בחור זיך אריינגעשטופט בשעת'ן טאנצן, ער האט געוואלט האבן די זכיה אנצוכאפן מוהרא"ש'ס האנט, האט אים מוהרא"ש געזאגט: "ווילסט מיר אנכאפן? לערן אסאך אשר בנחל; דארט וועסטו מיר זען, דארט וועל איך דיר ענטפערן אלע דיינע פראגעס".


דאס זעלבע איז מיט די בריוו פון עצתו אמונה און איש אמונות; די בריוו איז די שכל פון מוהרא"ש, די עצות פון מוהרא"ש; אז דו וועסט דאס לערנען וועסטו האבן שייכות מיט די ישיבה, וועסט זיין מקושר מיט דיין ראש ישיבה.


גיי אביסל שפאצירן יעדן טאג מיט'ן אייבערשטן, דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה - די זאך פון התבודדות; ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, ער גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און הייבט אן זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן, ער דערציילט אלעס פאר'ן אייבערשטן אזוי ווי ער וואלט דאס דערציילט פאר א גוטער חבר, דער מענטש איז דער גליקליכסטער מענטש, ביי אים ווערט מקוים דאס וואס שטייט (ויקרא כו, יב): "וְהִתְהַלַּכְתִּי בְּתוֹכְכֶם, וְהָיִיתִי לָכֶם לֵאלֹקִים וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי לְעָם", זאגט אויף דעם רש"י: "אֶטַיֵיל עִמָּכֶם בְּגַן עֵדֶן כְּאַחַד מִכֶּם וְלֹא תִּהְיוּ מִזְדַּעְזְעִים מִמֶּנִּי", מען שפירט שוין די טעם וואס צדיקים שפירן אויבן אין גן עדן, מען שפירט ווי מען שפאצירט אין גן עדן מיט'ן אייבערשטן; מען דערציילט אים אלעס, מען בעט אים אויף אלעס און מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלעס.


עס איז נישטא קיין זיסערע זאך ווי ווען א מענטש שפירט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים, ער שפירט ווי עס איז מלא כל הארץ כבודו און ער רעדט מיט השם יתברך פנים אל פנים; וואויל איז אים אויף די וועלט און וואויל איז אים לעולם הבא.


שטארק זיך, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - קוק אויף דיר, קוק נישט אויף אנדערע
מחלוקת, יענער, ראש ישיבה, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע תלמידי היכל הקודש, ירושלים.


די וואך האבן מיר אין די פרשה זייער א וויכטיגע זאך, דער אייבערשטער זאגט פאר אברהם אבינו: "לֶךְ לְּךָ" - גיי פאר דיר; גיי פאר דיין טובה.


אין די צוויי ווערטער ליגט א וויכטיגע זאך פאר יעדן איינעם; דער אייבערשטער זאגט פאר יעדן איד: לֶךְ לְּךָ - קוק אויף דיר, קוק נישט אויף אנדערע; אויב דו ווילסט מצליח זיין אין לעבן, אויב דו ווילסט דינען דעם אייבערשטן - טארסטו נישט קוקן אויף קיינעם, נאר אויף דיר, לֶךְ לְּךָ. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן השמטה, חלק ב') אויפ'ן פסוק (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אז אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן, "רַק עַל יְדֵי שֶׁהָיָ' אֶחָד", נאר ווייל ער האט אויף קיינעם נישט געקוקט, "רַק כְּאִילוּ הוּא אֶחָד בָּעוֹלָם", ער האט געטראכט 'איך בין איינער אליין' וכו', עיין שם.


דאס איז זייער א וויכטיגע יסוד, אויב וויל מען מצליח זיין אין לעבן - נישט צו קוקן אויף קיינעם; סיי אויף לצים און סיי אויף עובדי ה'. בפרט די פרישע מקורבים וואס ווערן מקורב צום הייליגן רבי'ן קענען אסאך מאל האבן חלישות הדעת ווען מען קומט צום רבי'ן און מען זוכט צו טרעפן די ברסלב'ע מלאכים, מען זוכט 'וואו זענען די עובדי ה'?' פון דעם קען מען אסאך מאל אוועק פאלן; אזוי האט שוין פאסירט מיט אסאך.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר דערציילט, איינער פון די היינטיגע משפיעים אין ברסלב איז דאס אריבער; ער איז געקומען דאווענען ראש השנה אין שול אין מאה שערים און ער האט דארט באקומען אזא חלישות הדעת... דעם צווייטן טאג ראש השנה איז ער געגאנגען דאווענען אין תולדות אהרן, ער האט מחליט געווען אז דאס איז נישט פאר אים. ער איז געקומען צו מוהרא"ש און מוהרא"ש האט אים מחזק געווען ער זאל נישט קוקן אויף 'קיינעם', נאר נעמען די ספרים פון רבי'ן און זיך מחי' זיין דערמיט.


מוהרא"ש אליינס ברענגט (רגעי מוהרא"ש, סימן נה, נז) ווען ער איז געקומען צו פארן קיין ארץ ישראל נאכן לערנען עלף יאר דעם רבינ'ס ספרים האט ער געמיינט אז ער גייט טרעפן א שול מיט מלאכים, ווען ער איז אבער געקומען אין שול אין מאה שערים און געזען די לצים האט ער געהאט חלישות הדעת; אזוי גייט עס אן אין אלע צייטן. דארף מען וויסן און געדענקען די וויכטיגע הקדמה אין לעבן פון לֶךְ לְּךָ - קוק אויף דיר, לֶךְ לְּךָ - גיי דיר דיין וועג, דין דעם באשעפער אויף דיין וועג.


איך בעט אייך זייער מיינע טייערע ברידער פון ירושלים עיר הקודש, שטארקט אייך, יעדער האט זיין זאך וואס דער אייבערשטער וויל פון אים, וואס נאר ער קען טון און קיינער קען דאס נישט אויסכאפן פון אים; דאס זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה: לֶךְ לְּךָ - קוק אויף דיר, לעב מיט דיין נקודה.


נאך א זאך בעט איך ענק, געדענקט וואס די לבנה האט געזאגט פאר די זון (סיפורי מעשיות, מעשה ג' - פונעם חיגר): "וואס זארגסטו פרעמדע זארג? מיין זארג איז, די שדים נעמען אוועק מיינע כחות, זיי לאזן מיר נישט גיין, דאס איז מיין זארג", דאס זאלט איר חזר'ן, זארגט נישט פרעמדע זארג, אונזער זארג איז נאר איין זארג: 'ווי אזוי קען איך זיין אן ערליכער איד, א פשוט'ער איד; האבן שלום בית, ליב האבן אהיים צו גיין, זיין א גוטער מאן און א וואוילע טאטע פאר די קינדער; מער פון דעם אינטערעסירט מיר נישט'.


היט אייך פון מחלוקת און פון לשון הרע, היט אייך פון זארגן פרעמדע זארג; בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין ערליך, איך וויל אזוי שטארק זיין פרייליך, איך וויל נאר טון דיין ווילן; וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין פאלן, העלף מיר רבונו של עולם איך זאל זיך שוין צוריק קערן צו דיר".


איך וועל זיין אין די נאנטע טעג, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף - אין ארץ ישראל; איך בעט אייך זייער מאכט נישט קיין פרסום, איך וויל דאס נישט; איך האף איר וועט נישט מפרסם זיין אז איך קום, נאר דעמאלט וועל איך זיין ביי אייך אין שול, אויב וועט זיין א פרסום וועל איך גיין נאר קיין יבנאל און צו תלמידים אין שטוב.


אנשטאט מיך מפרסם זיין - זייט מפרסם די ספרים און קונטרסים אינעם קו, דאס וועט צוריק קערן אזויפיל אידן צום אייבערשטן; זייט מפרסם די גליונות און בריוו וואס איז מחי' אזויפיל אידן. מיר פערזענליך זייט נישט מפרסם, איך האב נישט קיין כח דערצו.


איך בענק נאך אייך.

#6 - נעם די זכות פון האלטן ריין דעם רבינ'ס שול פאר דיר
תפילות אויף אידיש, ריינקייט, בית המדרש, היכל הקודש, זכותים, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג סוכות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב לאנגע יארן אליינס גערייניגט דעם בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג; שפעטער ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה איז מיר אביסל גרינגער געווארן, ווייל די תלמידים די בחורים האבן מיר צוגעהאלפן און עס איז שוין איבער צען יאר וואס די בחורים און אינגעלייט רייניגן דעם בית המדרש.


מוהרא"ש האט דערציילט אז ער פלעגט רייניגן דעם בית המדרש ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן. קיינער האט נישט געוואוסט ווער עס רייניגט, ער פלעגט וויינען בשעת'ן רייניגן דעם בית המדרש צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען רייניגן נשמות ישראל בזכות וואס איך בין משמש דעם הייליגן רבי'ן, בזכות וואס איך רייניג דעם שול".


טו דו אויך אזוי, נעם די זכות פון האלטן ריין דעם רבינ'ס שול פאר דיר, און אז דו האסט נישט קיין כח אליין צו רייניגן דעם בית המדרש, נעם אפאר בחורים און אינגעלייט און אינאיינעם זאלט איר רייניגן דעם בית המדרש.


אין בית המקדש האבן די כהנים גערייניגט מיט די גרעסטע שמחה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תמיד ב, ב): "מִיָּמָיו לֹא נִתְעַצֵּל הַכֹּהֵן מִלְּהוֹצִיא אֶת הַדָּשֶׁן", די כהנים האבן זיך נישט צוריק געהאלטן פון טון די עבודה פון רייניגן.


אין דעם זכות וואס דו רייניגסט דעם בית המדרש, דו ביסט משמש דעם הייליגן רבי'ן - וועסטו ריין ווערן אינגאנצן פון אלעס וואס מיר דארפן פאררעכטן.

#5 - איך זאג נישט פאר קיינעם וואס צו טון
שידוכים, ראש ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר און ... נרו יאיר.


געדענק וואס איך זאג דיר, איך זאג נישט פאר קיינעם וואס צו טון; אפילו ווען מען פרעגט מיר פרוביר איך זיך אויך ארויס צו דרייען וכו', כל שכן ווען מען פרעגט מיר נישט וואס צו טון, וועל איך זיכער נישט זאגן. ווען א בחור זאגט מיר 'ראש ישיבה איך ווער א חתן וכו' וכו'' - געב איך אים א ברכה, איך זאג אים נישט 'יא' אדער 'ניין'. אויב ער פרעגט מיר אויב דער שידוך איז גוט פאר אים; אויב ווייס איך אז די מיידל איז נישט ווי עס דארף צו זיין וועל איך אים מרמז זיין ער זאל פארשטיין צו שטיין ווייט פון דעם.


נאך א זאך זאלסטו געדענקען, איך וועל זיך אן עצה געבן אן דיר, אבער איך ווייס נישט אויב דו וועסט זיך אן עצה געבן אן דיין ראש ישיבה וד"ל.

#4 - איך בעט איבער יעדן איינעם
תשובה, מוהרא"ש, בין אדם לחבירו, ראש ישיבה, אחדות, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א שאד דו ביסט נישט געווען צוזאמען מיט אונזער קיבוץ אום יום הכיפורים; עס איז געווען גאר א שיינער קיבוץ. מען האט געשפירט דאס ליבשאפט און אייניגקייט פון אנשי שלומינו, אויך איז געווען א שטארקע התעוררות, יעדער איינער האט אמת'דיג תשובה געטון, מען האט געשפירט ווי מוהרא"ש איז מיט אונז.


כל נדרי ביינאכט איז געווען א דרשה, איך האב אלעמען איבערגעבעטן; מיר וואלט בעסער געווען צו זיצן אין די זייט און נישט האבן מיט קיינעם צוטון, וואס זאל איך טון אז מוהרא"ש האט מיר געגעבן א שליחות צו זיין ראש ישיבה - מחזק זיין און אויפברענגען בחורים, שפעטער האט מוהרא"ש צוגעלייגט אויך אינגעלייט, שפעטער פרויען, חדר און סקול; קומט אויס אז אסאך מאל ווערן מענטשן באליידיגט, מען האט חלישות הדעת; איך האב געבעטן אלע זאלן מיר מוחל זיין.


מען האט גערעדט נאך אסאך שיינע זאכן, איך האף אז איינער וועט דאס אפשרייבן, עס זאל זיין פאר אלעמען חיזוק.

#3 - איך האב נישט קיין איבריג צייט צו רעדן מיט יעדן
שלום בית, שאלות, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה אז איר זענט אין אונזער קהלה.


איך ווייס נישט פארוואס איר שפירט ווי איר זענט נישט א חלק פון די קהלה; איר דארפט פארשטיין אז איך האב נישט קיין צייט צו רעדן, איך קען נישט אויפנעמען צו שמועסן בפרט ווען עס איז נישט וויכטיג וכו'. איר האט א מאן, איר קענט מיט אים שמועסן. איך בין זייער פארנומען מיט די בחורים, מיט די תלמוד תורה און מיידל סקול; דאס דארף אייך נישט מאכן טראכטן אז איר זענט נישט נאנט.


ווען איר ווילט עפעס פרעגן קענט איר שיקן אייער מאן אין ישיבה מיר פרעגן. אויב איז דאס א זאך וואס איר האט צווישן אייך און אייער מאן און איר שפירט ווי איר קענט דאס נישט פרעגן דורך אייער מאן וכו' קענט איר מיר שרייבן פריוואט און איך וועל אייך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ענטפערן.


שטארקטס אייך, וואס איר דארפט און וואס איר ווילט - זאלט איר נאר בעטן דעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות סג.): "אִם בָּא עַל אָדָם צָרָה", אז א מענטש האט א צרה, "לֹא יִצְוַוח - לֹא לְמִיכָאֵל, וְלֹא לְגַבְרִיאֵל, אֶלָא לִי יִצְוַוח, וַאֲנִי עוֹנֶה לוֹ מִיַד", זאל ער נישט שרייען - נישט צו מלאך מיכאל, נישט צו מלאך גבריאל, נאר צום הייליגן באשעפער אליינס.


רעדטס צום אייבערשטן אויף אייער שפראך; דער אייבערשטער פארשטייט און הערט אויס אלע שפראכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ב, טז): אויפ'ן פסוק (דברים ד, ז): "כִּי מִי גוֹי גָּדוֹל אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרֹבִים אֵלָיו כַּה' אֱלֹקֵינוּ בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו", עס איז געווען א מעשה מיט א שיף וואס דערויף זענען געפארן גוים, נאר איין איד האט זיך געפונען אויף דעם שיף; אינמיטן וועג איז דער שיף פארבלאנזשעט געווארן און איז אנגעקומען צו א פרעמדע לאנד, נאכן אנקערן זענען די גוים צוגעקומען צום איד און אים געבעטן: "מיר בעטן אייך, נעמט פון אונז געלט און קויפט פאר אונז עסן, ווייל מיר הונגערן שוין א לאנגע צייט", האט דער איד געקוקט אויף זיי מיט וואונדער און געפרעגט: "בין איך דען נישט קיין גאסט דא פונקט ווי אייך? איך ווייס נישט וואו צו גיין, איך בין א פרעמדער דא פונקט ווי אייך..." האבן אים די גוים פארגעהאלטן און געזאגט: "יֵּשׁ יְהוּדִי אַכְסְנַאי? בְּכָל מָקוֹם שֶׁאַתָּה הוֹלֵךְ אֱלֹקֶיךָ עִמְּךָ", וואס הייסט א איד איז פרעמד? וואו א איד גייט איז דער אייבערשטער מיט אים; אזוי ווי עס שטייט: "אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרֹבִים אֵלָיו", ווייל וואו א איד געפונט זיך איז דער אייבערשטער מיט אים און אויף וואסערע שפראך מען רעדט צום אייבערשטן - ענטפערט ער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם): "בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו - בְּכָל לָשׁוֹן שֶׁיִּשְׂרָאֵל קוֹרְאִין לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹנֶה אוֹתָם", אויף יעדע שפראך וואס מיר רעדן צום אייבערשטן ענטפערט ער אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.