בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#186 - אנשטאט ווארפן די שולד אויף די ווייב, זאלסטו ענדערש תשובה טון
תפילה והתבודדות, שלום בית, תשובה, ראש ישיבה, יום טוב, עונשים

בעזרת ה' יתברך


   יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אנשטאט ווארפן די שולד אויף די ווייב און זאגן אז זי איז דער פראבלעם - זאלסטו ענדערש תשובה טון. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט: "ווען א מענטש איז פוגם במחשבה, ער טראכט שלעכטע זאכן - ליידט ער נאכדעם צרות פון זיינע אייגענע קינדער, ווען א מענטש איז פוגם בדיבור, ער רעדט זאכן וואס מען טאר נישט - ליידט ער נאכדעם צרות פון זיין ווייב, און ווען א מענטש איז פוגם במעשה, ער זינדיגט און טוט עבירות - ליידט ער נאכדעם פון מענטשן".


גיי אין א ווינקל, זוך א פלאץ וואו קיינער זעט נישט וואס דו טוסט, און וויין זיך גוט אויס צום אייבערשטן אויף אלעס וואס דו האסט פוגם געווען במחשבה, דיבור ומעשה; וועסטו זוכה זיין צו וואס שלמה המלך זאגט (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווען א מענטש גייט מיטן אייבערשטן - וועלן זיינע פיינט ווערן פריינט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נד, א): ווער זענען זיינע פיינט? "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר, זוֹ אִשְׁתּוֹ", דאס מיינט מען די ווייב; ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין - דעמאלט ווערט זיין ווייב זיין העלפער, זי וועט שלום מאכן מיט אים און זיין פאר אים אן עזר.


איך וועל זיין אם ירצה ה' שבועות אין שטעטל. איך האב איינגעטיילט די ימים טובים; פסח און שבועות בין איך דארט, און חודש תשרי בין איך אין שטאט. איך גיי אהין ווייל איך דארף זיי אויך מחזק זיין, אבער נישט אז אלע דארפן אהין קומען. מאך נישט דא קיין חסידות, דו דארפסט נישט איבערדרייען דיין גאנצע שטוב צו קומען, עס פעלט בכלל נישט אויס צו קומען. דער עיקר איז, וואו מען איז - זאל מען פרובירן דאווענען מיט אנשי שלומינו און מקבל זיין די תורה פונדאסניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#185 - נישטא קיין טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער, אין א אידישע שטוב
חינוך הילדים, קאמפיוטער, פרנסה, טעלעפאן, אידישע שטוב, ראש ישיבה, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


                 יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך זאג דיר נאכאמאל, נעם נישט אריין אין דיין שטוב קיין טעלעפאן, לאז דיין שטוב זיין ריין און הייליג, עס זאל זיך ציען ערליכע דורות.


דארפסט א טעלעפאן פאר פרנסה? דארפסט אינטערנעט פאר פרנסה? מען קען האבן א טעלעפאן פאר פרנסה, מען קען האבן אינטערנעט פאר פרנסה - אבער אין א אידישע שטוב טאר נישט אריינקומען קיין טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער.


איך וועל ווייטער זאגן און שרייבן דעם אמת, אפילו איך וועל בלייבן אליין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#184 - וואויל איז דעם וואס איז נישט צוגעבינדן צום טעלעפאן
שלום בית, קעמפ, סיום, טעלעפאן, לימוד התורה, ישיבה, ראש ישיבה, דף גמרא, שבועות

בעזרת ה' יתברך


       יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פארן סיום מסכת כלאים ירושלמי, און מזל טוב פארן מארגנדיגע סיום מסכת סוטה, און די גרעסטע מזל טוב פארן אנהייבן מסכת גיטין; יעצט בזמן וואס מען גרייט זיך אויף קבלת התורה - הויבסטו אן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, דאס וועט דיך אפהיטן פון אלעם שלעכטס.


שבועות וועל איך זיין מיטן אייבערשטנ'ס הילף אין קרית ברסלב, איך וועל דאווענען אלע תפילות אינעם בית המדרש אויף האשקי גאס.


אויך אם ירצה ה' זומער הבא עלינו לטובה וועל איך זיין מיט די בחורים אין שטעטל; די יאר הויבט זיך אן די קעמפס מיט א וואך פריער, מען הויבט אן פרשת חקת בלק. איך האף מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו געבן שיעורים במשך די זומער וואכן אין 'היכל ראזענבערג'.


איך האב געמאכט א נייע זאך אין ישיבה, איך וויל דו זאלסט וויסן, מען קען נישט קומען אין ישיבה נאר מיט א ריינעם טעלעפאן. איך בעט זיך שוין ביי די בחורים א לאנגע צייט, יעצט האב איך געדארפט טון למעשה, איך האב געדארפט אוועק שיקן סיי בחורים און סיי אינגעלייט וואס דרייען זיך דא אין ישיבה; מען קען נישט קומען אין ישיבה מיט א טעלעפאן.


איך שרייב דיר דאס פאראויס, זאלסט וויסן אז איך מיין דיך אויך; מען קען נישט קומען אין ישיבה מיט א טעלעפאן.


איך האב נעכטן געשמועסט ביי די שיעור מיט די בחורים, זיי זאלן וויסן, וואס דיין ווייב וועט נאר פרובירן צו טון זי זאל זיין אינטערעסאנט פאר דיר, ווי אזוי זי וועט זיך אנטון, ווי שיין זי וועט זיך מאכן - וועט זי נישט קענען קאמפיטן מיטן טעלעפאן. אז דו וועסט האבן א טעלעפאן וועט דאס זיין מער אינטערעסאנט, און זי וועט ווארטן זאלסט געבן א בליק אויף איר און איר געבן אויפמערקזאמקייט, די שטוב וועט צעפאלן.


וואויל איז דעם וואס איז נישט צוגעבינדן צום טעלעפאן, ער איז צוגעבינדן צום אייבערשטן און צו די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#183 - דו לעבסט נישט, ביסט פארנומען רוב טאג מיט דיין טעלעפאן
טעלעפאן, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


       יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וועל נישט זיין באליידיגט אז דו וועסט זיך טרעפן א נייעם ראש ישיבה, א נייעם פלאץ. איך מוז דיר זאגן וואס ליגט מיר שוין א לאנגע צייט אויפן הארץ, איך מוז דיר זאגן דעם אמת; אז דו לעבסט נישט, דו ביסט פארנומען רוב טאג מיט דיין טעלעפאן, מיט שטותים והבלים, און אז דו פארשטייסט בעסער - ווער איך נישט באליידיגט, איך וויל אבער נישט זאלסט קומען דא און זיך דרייען צווישן מיינע תלמידים.


איך וויל נישט זאלסט קומען ביי מיר אין שול מיט דיין טעלעפאן.


 

#182 - איך מאך נישט קיין סידור קידושין
אידיש געלט, חתונה, ראש ישיבה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין מחותן איז געווען ביי מיר, ער וויל מיך מכבד זיין מיט סידור קידושין. איך האב אים אפגעזאגט; איך מאך נישט קיין סידור קידושין, איך בין נישט קיין רבי און נישט קיין רב, אין טו נישט די זאכן. נאר אין ישיבה - דארט טו איך אלעס, ווייל איך וויל אריינברענגען אין מיינע תלמידים זאלן לעבן ווי אידן, זיך פירן ווי ערליכע אידן, נישט נאכמאכן די גוים, נישט אויסגעבן געלט פאר זאכן וואס פעלט נישט אויס; דעריבער אז מען מאכט חתונה אין ישיבה - גיי איך ארויס פון מיין וועג.


אויך איז מיר שווער צו גיין צו שמחות, איך בין זייער פארנומען; איך גיי נאר צו משפחה שמחות וואו איך דארף גיין, און אויך אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#181 - איך בין דיר נישט מרחק, זיי מיר דן לכף זכות
ספיקות, פרנסה, ראש ישיבה, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אריין אין די געשעפט און דו זאלסט מצליח זיין, העיקר זיי שטארק, גיי אליינס אריין אין ביזנעס. זיי זיכער אז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט מצליח זיין.


אגב, דיין ווייב שרייבט מיר, היתכן איך בין דיך מרחק, שוין אפאר מאל ביסטו געקומען צו מיר און איך עפן נישט דעם טיר; איך וויל דיר זאגן, איך בין דיר נישט מרחק, איך האב דיך זייער ליב, איך מיין עס איז שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע מאכט טראכטן, איך בין דיך נישט מרחק, און אויב איך ענטפער נישט - אפשר בין איך פארנומען? מען מעג אויך דן זיין לכף זכות דעם ראש ישיבה.


א צווייטער אינגערמאן שרייבט מיר היתכן איך בין אים מרחק, ער רופט מיר און איך ענטפער נישט, און ער שרייבט מיר ער ווייסט קלאר אז איך בין דעמאלט נישט געווען פארנומען, וויל איך דיר זאגן: "דו ווייסט נישט, און קיינער ווייסט נישט - וואס איך גיי אריבער א טאג".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#180 - מיט שמחה וועט זיך עפענען די הימל און איר וועט זען ניסים
קינדער, כיבוד אב ואם, שמחה, קברי צדיקים, רפואה, ראש ישיבה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער. איין זאך זאלט איר טון, זיין נאר פרייליך, מיט שמחה וועט זיך עפענען די הימל און איר וועט זען ניסים.


איך האב אסאך געבעטן פאר אייך אין מירון ביים הייליגן רבי שמעון און ביי אלע צדיקים.


ווערט נישט נערוועז ווען אייער מאמע זאגט אייך איר זאלט עסן דאס, און דאס נישט; מייערן יא און איגערקעס נישט, מילך נישט, נאר דאס און נאר יענץ. איר דארפסט וויסן אז אייערע עלטערן זענען זייער באזארגט פאר אייך, זיי ווילן שוין הערן גוטע נייעס. זיי מעגן זאגן און איר זאלט מכבד זיין מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ.


נאר שמחה; טאנצט, פאטשט, זינגט און נאך זאכן וואס מאכט פרייליך.


 

#179 - איך וועל נישט נעמען קינדער אין מוסד, אויב איז דא ביי זיי שעדליכע כלים
חינוך הילדים, מוסדות, סמארטפאון, אומאן, אידישע שטוב, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכין החודש, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן ביים ליל שישי שיעור האב איך געדארפט ענדיגן די שיעור ממש ביים אנהויב שיעור, ווייל מיר זענען אריין אין א שמועס פון די שעדליכקייט פון האבן א סמארטפאון מיט זיך און דאס אהיים ברענגען אין שטוב, איך האב געשפירט ווי איך צופלאץ זיך אין א געוויין, איך האב געמוזט אויפהערן רעדן, די ערשטע מאל איך האב אזוינס.


איך וויל מודיע זיין אז איך האב מיך בארעכנט, איך וועל נישט נעמען אין אונזער בנין אין אומאן שלאפן די וואס האבן א סמארטפאון. דאווענען יום טוב - וועלן אלע קענען קומען, אבער שלאפן - וועל איך נישט נעמען. איך האב גערעדט צו יחזקאל סאמעט ער זאל צוריק געבן די געלט פאר אלע וואס האבן שוין באשטעלט און גענומען א צימער.


אזוי אויך וועל איך נישט צוריק נעמען קומענדיגע יאר אין די מוסד די קינדער וואס די עלטערן האבן אין שטוב די שעדליכע זאכן.


איך זאג עס יעצט און איך מיין עס זייער ערנסט.


דער אייבערשטער זאל מיר העלפן איך זאל האבן כח צו קענען ממשיך זיין מיט די ארבעט וואס איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש איך וועל טון.


זיי מתפלל פאר מיר איך זאל נישט צאמברעכן.


א גוט שבת.


 

#178 - עס האט נישט מיט מיר, ער פאלגט מיך אויך נישט
כיבוד אב ואם, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב איבער דיין מאמע תחי' און אויך פאר די ישיבה - אז איך האב זיך געבעטן צו דיין ברודער ער זאל צוריק גיין אין ישיבה, ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון מיר. איך ווייס נישט וואס ער האט געוואלט פון מיר די אלע טעג אין מירון; ער איז געשטאנען טעג און נעכט אינדרויסן פון מיין אכסניא, איך האב אים געזאגט: "גיי אהיים, גיי אין ישיבה", ער האט מיך נישט אויסגעהערט.


זאג פאר די ישיבה אז דאס האט נישט מיט מיר, ער פאלגט מיך אויך נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#177 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#176 - אז דו נעמסט דראגס, זאלסטו מער נישט קומען צו מיר
ראש ישיבה, דראגס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו נעמסט דראגס - זאלסטו מער נישט קומען צו מיר; איך וויל נישט האבן מער מיט דיר קיין שייכות.


איך וועל ארויסווארפן פון אונזער שול, אונזער מוסד - איינער וואס רייכערט דראגס.


זוך דיר א צווייטע ראש ישיבה.


 

#175 - האלט אייך פריש, און רעדט נאר פון פשוטע זאכן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חברים, קדושה, שלום בית, התחזקות, הפצה, דרך ארץ, חסידות ברסלב, דרשות, מדות טובות, התחדשות, בית המדרש, נסיונות, בריוו, עצתו אמונה, ראש ישיבה, מורה דרך, אשר בנחל, דאווענען, מנין, לצנות, עקשנות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת בהר בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין אין ארץ ישראל, זיך טרעפן נאכאמאל מיט אייך און זיך קענען מחזק זיין מיט די שיינע עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל איבערבעטן די אלע חברים וואס איך האב נישט באגרוסט, די אלע וואס האבן געווארט אין ירושלים נאכן שיעור צו קענען געבן שלום; וואלט איך געגעבן נאך איינעם שלום - וואלט איך פארפאסט די פליגער. איך האב געמיינט די פליגער פארט אהיים אום איינס אזייגער, איך האב אויסגערעכנט אנצוקומען אין צייט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד ווייזט מען מיר: "פארמאכט!" זיי זאגן איך האב געמאכט א טעות, די פליגער פארט שוין צוועלף דרייסיג. מיר זענען שיעור געווארן פארלוירן, מיר האבן זיך שנעל דערמאנט פון די עצה פון תפילה, אלע האבן געבעטן: "רבונו של עולם העלף מען זאל אונז עפענען און מיר זאלן אנקומען בשלום", און ניסים איז געשען, מען האט אונז גענומען און דורכגעפירט אלע ווארטעס.


איך וויל איבערבעטן די גבאים, זיי זאלן נישט זיין וויי געטון אז איך בין נישט געקומען צו זיי אין שול; איך באקום בריוו אז עס טוט וויי פארוואס איך גיי נאר אין ירושלים און איך בין נישט געקומען צו זיי. וויסן זאלט איר, מיין פלאן איז געווען צו קומען צו אלע שול'ן; צפת, בית שמש, יבנאל, בראכפעלד און אלעד, אבער איך האב געהאט די מצוה פון מכבד זיין מיין שווער און מיין טאטע, בין איך געבליבן זיצן אין מירון מיט זיי, איך האב געוואלט קומען און איך וועל נאך קומען.


די פראגע איז נאר, אויב איך וועל קומען - צי וועל איך אייך נאך טרעפן; ווייל מען דארף רחמי שמים צו זיין פריש ביים רבי'ן. איך האב געזען אין ארץ ישראל אינגעלייט וואס זענען שוין נישט ווי אמאל, איך האב זיי געפרעגט, זאגט מיר דעם אמת, איר הערט נאך די שיעורים וואס מען שמועסט אין ישיבה? זאגן זיי, ניין, היינט דארפן זיי דאס שוין נישט, היינט זענען זיי שוין ביי מוחין דגדלות. האב איך געזען אז מען דארף האבן א זכיה צו קענען בלייבן פריש מקורב ביים רבי'ן.


איך וועל קומען צו אייך, און איך וויל אייך אלע טרעפן. געבט אכטונג זיך נישט דרייען צווישן לצים. געבט אכטונג פון די וואס רופן זיך ברסלב נייטראל, די וואס שפעטן פון צדיקי אמת, די וואס מאכן א געשפעט; ווייל נאכדעם ווערט מען אפגעקילט. מען קען שוין נישט הערן די שיינע זיסע עצות פונעם צדיק, ביז מען הערט אויף לערנען, מען הערט אויף דאווענען, ביז מען הערט אויף בענקען צום אייבערשטן און מען פארלירט אלעס.


איך וויל בעטן אונזערע טייערע גבאים, די אלע וואס לערנען פאר אין אונזערע שטיבלעך; לערנט פשוט'ע ווערטער, לערנט נישט קיין טיפע תורות און משלים, קיינער האט נישט כח פאר די מעשיות מיט משלים, מיטן נמשל וואס שטימט זייער שיין מיטן משל, אבער מיטן מענטש שטימט עס נישט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) אויף די איז געזאגט געווארן: "'הַמְּעַט מִכֶּם הַלְאוֹת אֲנָשִׁים כִּי תַלְאוּ גַּם אֱלֹקִים', כִּי מְיַגְּעִים אֲנָשִׁים שֶׁבָּאִים לִשְׁמֹעַ דְּרוּשָׁם וְתוֹרָתָם, וַאֲנָשִׁים חוֹשְׁבִים שֶׁיָּבוֹאוּ לְאֵיזֶהוּ תּוֹעֶלֶת עַל יָדָם, הַיְנוּ שֶׁיָּבוֹאוּ לָדַעַת אֶת ה' אֵיךְ לַעֲבֹד, וְהֵם הָאֲנָשִׁים אֵין מַשִּׂיגִים שׁוּם תּוֹעֶלֶת, כִּי תּוֹרָתָם שֶׁל אֵלּוּ הַתַּלְמִידֵי חֲכָמִים אֵין לָהּ כֹּחַ לְהַדְרִיךְ אֶת הָאָדָם בְּדֶרֶךְ הַטּוֹב כִּי מִבִּישָׁא לָא הֲוֵי טָבָא, וְלֹא עוֹד, כִּי תַלְאוּ גַּם אֱלֹקִים כְּאִלּוּ לוֹאֶה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִלַּעֲזר לָעוֹבְדִים אוֹתוֹ, נִמְצָא שֶׁעַל יְדֵי זֶה אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם נוֹפְלִים בִּכְפִירוֹת גְּדוֹלוֹת וְחוֹשְׁבִים, חַס וְשָׁלוֹם, 'לֹא יִרְאֶה וְלא יָבִין אֱלֹקִים בְּמַעֲשֵׂה בְּנֵי אָדָם' עַל יְדֵי זֶה 'אֶת יִרְאֵי ה' לֹא יְכַבְּדוּ'".


וואס יא? רעדט פון זיך אויפפירן מיט דרך ארץ צו די עלטערן, רעדן מיט דרך ארץ צו טאטע מאמע, שווער און שוויגער. רעדן מיט דרך ארץ צו די ווייב, מכבד זיין די ווייב, רעדן שיין צו די ווייב. פארוואס פאר חברים האט מען כח זיי צו טון טובות און ווען די ווייב בעט זיך פאר א טובה דריידט מען זיך ארויס? און אפילו די וואס טוען שוין יא - טוען דאס מיט א גאנצע טובה, פארוואס? פארוואס איז די ווייב נישט אינטערעסאנט?! נאר אז מען איז מכבד די ווייב, מען קוקט אויף איר ווי זי איז א מתנה פונעם אייבערשטן, מען ערווארט גארנישט פון איר - דאס איז אן ערליכער איד.


איך בעט די גבאים וואס לערנען פאר, לערנט פאר בריוו פון מוהרא"ש; חיזוק אויף אמונה, חיזוק אויף דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, חיזוק אויף זיין פרייליך, אויך זאל מען זיך ליב האבן.


טייערע ליבע ברידער, ווערט נישט אלט און ווערט נישט מיד. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח): "צְרִיכִין לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָדוֹל בַּעֲבוֹדַת ה'", ווער עס וויל זיין אן ערליכער איד, דארף וויסן אז מען קען נישט זיין אן ערליכער איד נאר אז מען איז א גרויסער עקשן, עס זאל נישט אינטערעסירן דעם מענטש צי ער פאלט צי נישט, ווייל דער יצר הרע האלט אין איין אראפווארפן דעם מענטש, ער ברענגט אריין אין אים חלישות הדעת, דער מענטש זאל טראכטן כאילו דער אייבערשטער דארף אים נישט, ער וויל דער מענטש זאל אפלאזן זיין ווילן; אבער ווען א מענטש איז אן עקשן און ער לאזט נישט נאך, אפילו ער האלט אין איין פאלן, ער איז פוגם בברית רחמנא לצלן דאך גייט ער שטענדיג צוריק צום אייבערשטן - וועט ער זוכה זיין סוף כל סוף צו אלע מדריגות.


איך בעט ענק זייער, זייט שטארק ביי זיך, געבט נישט נאך, געבט נישט אויף; אזוי גייט עס מיט יעדן איינעם, ווען מען וויל זיין גוט - הויבט מען אן פאלן, ווען מען הויבט אן תשובה טון - הויבט מען אן האבן ביטערע נסיונות. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "כִּי כֵן דֶּרֶךְ הַבַּעַל דָּבָר וְהַסִּטְרָא אָחֳרָא, כְּשֶׁרוֹאֶה שֶׁהָאָדָם סָמוּךְ סָמוּךְ מַמָּשׁ לְשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה, וְכִמְעַט שֶׁיִּכְנֹס אֲזַי הוּא מִתְפַּשֵּׁט עָלָיו בְּהִתְגַּבְּרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד רַחֲמָנָא לִצְלָן", דאס איז די וועג פון די סטרא אחרא, ווען זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין אט אט זיין אן ערליכער איד, זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין כמעט אריין אין די טיר פון קדושה, דעמאלט פארלייגן זיי זיך זייער שטארק אויפן מענטש מיט א מורא'דיגע שטארקייט רחמנא לצלן, און ווען דער מענטש ווייסט נישט אז דאס איז נאר אים אוועק צו שלעפן און אים צו צעברעכן - געבט ער אויף און לאזט אלעס אפ.


דאס איז די שיינקייט פון א איד און דאס האט דער אייבערשטער ליב; צו זען ווי א איד וואס עס קאכט אין אים שמוץ און נארישקייטן, מיט דעם אלעם דערהאלט ער זיך און ער קומט נאכאמאל צוריק, ער בעט דעם אייבערשטן און וויינט זיך אויס: "רבונו של עולם, איך וויל זיין אן ערליכער איד, האב אויף מיר רחמנות וכו' וכו'; דאס קען אפילו א מלאך נישט באווייזן.


טייערע ליבע ברידער, יעדער איינער פון ענק זאל עפעס טון פאר הפצה.


א גוט שבת.


 

#174 - אלע צדיקים האבן זיך זייער געמוטשעט צו ווערן וואס זיי זענען געווארן
התחזקות, צדיקים, נסיונות, ראש ישיבה, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם איך בין היינט אהיים געקומען פון ארץ ישראל, איך האב אסאך געבעטן פאר דיר.


איך וויל דיר זאגן, דאס וואס דו טראכסט 'צדיקים זענען געבוירן געווארן מיט א נאטור פון זיין א צדיק' - איז א פוסטער ליגנט, שקר וכזב, רעדט זיך נישט איין פאר איין רגע דאס; ווייל אלע צדיקים האבן זיך זייער געמוטשעט צו ווערן וואס זיי זענען געווארן, זיי האבן געהאט שווערע ביטערע נסיונות, שווערער ווי מיר האבן, נאר וויבאלד זיי האבן זיך דערהאלטן - זענען זיי אויסגעוואקסן אזוי גרויס.


מיר דארפן זיך זייער מחזק זיין און נאכאמאל זיך אויפהייבן, נאכאמאל אנהויבן מיט לערנען און דאווענען.


איך האב געטאנצן מיט די בחורים היינט אינדערפרי חזק חזק ונתחזק; איך האף אז דו ביסט אויך געגאנגען א טענצל חזק חזק, און אז נישט - גיי יעצט, און אז דו האסט נישט געלערנט - זאלסטו יעצט נעמען א חומש און אנהויבן מעביר סדרה זיין, לערנען די הייליגע תורה.


איך בין גוט אויסגעמאטערט, איך האף צום אייבערשטן איך וועל האבן די כוחות צו געבן א שיעור היינט נאכט אין מאנסי שול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#173 - מאך פרייליכע סעודות שבת, וועסטו בלייבן מיט ערליכע דורות
תפילה והתבודדות, קבלה טובה, ראש ישיבה, שלש סעודות, שבת טיש, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחוקותי, י"ח אייר, ל"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ל"ג בעומר איז זייער א גרויסער טאג, איך בין אין מירון; דא איז די שמחה ביזן הימל, מען שפירט דא זאכן וואס מען שפירט נישט סתם אזוי.


דער עיקר דארפן מיר ארויסנעמען פונעם טאג לעובדא ולמעשה, נעם זיך פאר צו עסן די דריי סעודות שבת. אפילו עס קומט דיר אן שווער - זאלסטו זיך מוסר נפש זיין זיך וואשן צו דריי סעודות שבת. ווייל רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט ממש איידער ער איז נסתלק געווארן (אדרא זוטא, רפח:): "אָמַר רַבִּי שִׁמְעוֹן, אַסְהַדְנָא עָלַי לְכָל אִלֵּין דְּהָכָא", איך זאג עדות פאר די אלע צדיקים וואס זענען דא מיט מיר אינעם אידרא, "דְּהָא מִן יוֹמָאי לָא בָּטִילְנָא אִלֵּין ג' סְעוּדָתֵי", איך האב קיינמאל נישט מבטל געווען די דריי סעודות שבת, "דְּמַאן דְּזָכֵי בְּהוּ", ווער עס איז זוכה צו עסן דריי סעודות שבת, "זָכֵי לִמְהֵימְנוּתָא שְׁלֵימָתָא", איז זוכה צו האבן א קלארע ריינע אמונה; מיר זעען אז רבי שמעון בר יוחאי האט זיך בארומט אין דעם טאג וואס ער איז נסתלק געווארן מיט דער זאך, ווייל עסן סעודות שבת איז זייער גרויס.


נעם זיך פאר (וואס מיינט 'נעם זיך פאר'? בעט דעם אייבערשטן) דו זאלסט עסן יעדע שבת דריי סעודות און מאכן די סעודות פרייליך, מיט דיין ווייב און קינדער - וועסטו בלייבן מיט ערליכע דורות.


איך פאר אהיים מארגן; איך האף דו בענקסט זיך ווייל ווי לאנג מען בענקט זיך - איז גאר גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#172 - איך בעט פאר דיר כמעט יעדן טאג, און באזונדער ביי פתיחת הארון
קינדער, קברי צדיקים, ראש ישיבה, פתיחת הארון

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בעט פאר דיר כמעט יעדן טאג, און באזונדער ביי פתיחת הארון הקודש בעט איך באזונדער פאר דיר און דיין ווייב איר זאלט נפקד ווערן בזרע של קיימא.


יעצט פארן מיר קיין פוילן וועלן מיר בעטן דעם אייבערשטן בזכות די צדיקים זאלן מיר האבן ישועות.


פון דיין ראש ישיבה וואס בעט פאר דיר.


 


 

#171 - אז מען היט זיך די אויגן, האט מען אלעס גוטס, ברוחניות ובגשמיות
שמחה, אמונה, ראש ישיבה, שמירת עינים, פירושים, ל"ג בעומר, ספירה, געלט, מירון, זוהר הקדוש, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו זיין אין ארץ ישראל, איך בין געפארן צו זיין ל"ג בעומר ביים תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי אין מירון. איך בין געפארן אפאר טעג פריער צו קענען מאכן די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן ביי מיין טאטע שליט"א אין מירון.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט היטן דיינע אויגן. יעצט ווען מיר זענען אריין אין די זומער טעג דארף מען רחמי שמים צו קענען בלייבן מיט ריינע אויגן. אז מען היט זיך די אויגן - האט מען אלעס גוטס, ברוחניות ובגשמיות.


אין די היינטיגע ספירה, כ"ח יום - האט מען אינזין דעם שם בט"ר צת"ג, דער שם איז אלע ברכות, דאס קומט נאך כבבת שמרם; אז מען היט דעם בת עין, אויב עס איז כבבת שמרם - מען היט די אויגן, מען קוקט נישט קיין עבירות - דעמאלט קומט ברכם - דער אייבערשטער בענטשט, טהרם - דער אייבערשטער רייניגט, רחמי - ער האט רחמנות, און צדקתך תמיד גמלם - ער געבט שטענדיג פון זיין גערעכטיגקייט. צו דעם אלעם קען מען זוכה זיין דורך מלכות שבנצח; מלכות דאס איז די אמונה, די שכינה הקדושה. נצח, דאס איז מרמז אויפן רבי'ן; דורך די אמונה וואס דער רבי געבט אונז, די עצה פון תפילה והתבודדות, מען זאל רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, בעטן אויף די אייגענע שפראך מען זאל זוכה זיין צו האבן ריינע אויגן, הייליגע אויגן; ווייל נאר דורך קדושת עיניים קען מען זיין ערליך און הייליג.


היינט אינדערפרי האב איך געדאווענט אין די מערה אין מירון, נאכן דאווענען האב איך געלערנט אביסל זוהר פון פרשת השבוע, פרשת אמור. האב איך געזען דער זוהר דערציילט (דף צ:) רבי אלעזר איז געווען ביי זיין שווער און די אויגן האט אים וויי געטון, און עפעס איינער, א מענטש, וואס איז געווען בלינד אויף איין אויג - איז אריבער די שטוב פון זיין שווער. זאגט דער שווער פאר רבי אלעזר: "לאמיר פרעגן דעם איד, אפשר ווייסט ער פון עפעס א רפואה פאר דיינע אויגן?" האט רבי אלעזר געזאגט: "דער בלינדער איז נישט באגלייבט", אבער דער שווער האט געמוטשעט, האט רבי אלעזר געזאגט פאר זיין שווער: "לאמיר אים פרעגן". זיי האבן אים געפרעגט: "טוּפְקָא מַאן הוּא בְּעָלְמָא", ווער איז דער שטערקסטער אויף די וועלט? "אָמַר, עֲתִירָא", האט ער געזאגט, אן עושר איז דער שטערקסטער, "אָמַר רַבִּי אֶלְעָזָר, בְּמִלּוֹי אִשְׁתְּמַע, דְּלָאו מְהֵימְנוּתָא גַּבֵּיהּ", פון זיינע ווערטער זעען מיר אז ער לעבט נישט מיט אמונה, "וְלָאו בַּר מְהֵימָנָא הוּא", און ער איז נישט קיין באגלייבטער, איז וואס האט מען צו נעמען פון אים אן עצה? ווייל איינער וואס מאכט א מציאות פון געלט - איז א נאר; די שטערקסטע אויף די וועלט זענען די וואס לערנען תורה, די וואס דינען דעם אייבערשטן; איך האב זיך אזוי מחי' געווען צו לערנען זוהר.


אויך האב איך געלערנט וואס דער הייליגער זוהר הקדוש זאגט (שם): "דְּהָא קְדוּשָּׁא דִּלְעֵילָּא, לָא שַׁרְיָא בַּאֲתַר פָּגִים", אויב מען האט א מום - רוט נישט דער אייבערשטער. עס איז דא אין דעם זוהר אן אריכות פון הייליגן מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו (דברי תורה מהדורא תניינא, סימן נד), וואס ער פרעגט, מיר ווייסן דאך פון אזויפיל צדיקים וואס זענען געווען פעלערדיג, דאך זענען זיי געווען בעלי רוח הקודש; דאכט זיך מיר ער בלייבט ביי די קשיא.


אולי יש לומר, אתר פגים, דאס מיינט מען אויף די אמונה, וואס דאס גייט ביים המון עם מיטן גוף; אז מען האט א פעלער איז מען נישט פרייליך, מען שפירט זיך אראפ א שטאפל, צווייט קלאסיג; מען האט טענות און קשיות אויף די אמונה. אנדערש איז ביי די צדיקים קדושים, זיי זענען געווען שטענדיג בשמחה, עס איז נישט געווען אתר פגים, זיי זענען געווען גאנץ מיט די אמונה.


איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות שפעטער פון מיין נסיעה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#170 - מען דארף יעדן טאג שיקן די חיזוק יומי המתורגם
הפצה, ראש ישיבה, שמחות, מלכות הרשעה, חיזוק יומי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


לכבוד מיין טייערער ...


איך האב גערעדט מיט ... בנוגע צאלן פאר די חיזוק יומי המתורגם, די "קרן הדפסה" איז גרייט דאס איבער צו נעמען, זיי וועלן צאלן פארן מתרגם זיין. ביטע פארבינד זיך מיט האברך ... ער זאל זיך צוריק נעמען צו די ארבעט, ווייל מיר וועלן אפגעבן דין וחשבון אויבן אין הימל פאר יעדן טאג וואס מיר האבן נישט געשיקט די חיזוק יומי המתורגם.


איך בין נעכטן אנגעקומען קיין ארץ ישראל, איך מאך מיטן אייבערשטנ'ס הילף באלד בר מצוה מיין זון נחמן נתן, איך בין נאך כמעט נישט געשלאפן, אבער צו זען די חורבן וואס די ערב רב האבן געמאכט דא אין ארץ ישראל - פון דעם קען פלאצן די הארץ, און נאר דורך די עצות פון רבי'ן קען מען זיי אלע צוריק ברענגען.


לאז מיך וויסן אויב די חיזוק יומי מתורגם איז צוריק.


 

#169 - דאווענען אין בית המדרש און לערנען אין שטוב
שלום בית, בית המדרש, לימוד התורה, אידישע שטוב, ראש ישיבה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך וויל דיר בעטן צוויי זאכן וואס דו זאלסט מיר געבן, איינס, דאווענען די דריי תפילות - שחרית מנחה מעריב - אין בית המדרש (אז דו קענסט - מיט מנין, און אז נישט - דאווען אין בית המדרש), צווייטנס, לערנען אביסל משניות און גמרא דיקא אין שטוב.


דאס דארף איך פון דיר פאר שדכנות. איך האב שווער געארבעט פאר דיין שידוך און איך האב דיר געברענגט א שידוך, א טייערע ווייב, א מתנה פאר דיר פון הימל. זאלסטו מיר געבן די צוויי זאכן, דאס הייסט, אנשטאט דאווענען אין שטוב און לערנען אינדרויסן פון שטוב - מאך פארקערט, דאווען נאר אין שול, און לערן אין שטוב בכל יום אביסל משניות און אביסל גמרא.


איך זאג דיר, דו וועסט זען ווי אלעס וועט זיך טוישן, דיין לעבן וועט דיר ווערן זיס און שיין.


 


איך שרייב דיר דעם בריוו פון מירון.


 

#168 - די געוואלדיגע שמחה ל"ג בעומר אין מירון
מקוה, התחזקות, ראש ישיבה, שמחות, ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, זוהר הקדוש, חאלאקע

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחוקותי, י"ח אייר, ל"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


לכבוד ... נרו יאיר


ווער עס האט נאר איין מאל טועם געווען דאס זיין ל"ג בעומר אין מירון - דער קען נישט מוותר זיין אויף דעם, דער קומט שוין צוריק אלע יארן. מען שפירט אזא שמחה; מי שלא ראה שמחה זו, לא ראה שמחה מימיו, עס איז אזא גרויסע שמחה, דער גאנצער בארג ברענט מיט א מורא'דיגע קדושה; וואויל איז דעם וואס איז זוכה צו קומען זיך פרייען ביי די הילולא קדישא.


אויך ווער עס איז נישט אין מירון קען זיך מקשר זיין מיט דעם הייליגן תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי דורך לערנען דעם הייליגן ספר הזוהר.


דער עיקר דארפן מיר מיט נעמען מיט זיך - לעבן מיט די סודות וואס רבי שמעון בר יוחאי איז מגלה; דאס ליבשאפט וואס דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד און דאס גרויסקייט און טייערקייט פון די מצוות וואס מיר טוען.


איך האב היינט זוכה געווען צו מאכן פאר מיין עלצטע אייניקל חאלאקע, הילד נחמן נתן בן הרב שלמה. דא אין מירון איז דער מנהג, די וואס מאכן חאלאקע אום ל"ג בעומר - גייען אנגעטון אין בגדי שבת, סיי דער טאטע און די זיידעס.


גיי אין מקוה איידער דו לערנסט זוהר הקדוש. זאג די ווערטער אן פארשטיין, דאס זאגן די ווערטער אליינס איז מקדש ומטהר דעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#167 - מען קען אייביג אלעס פאררעכטן
צדיקים, תשובה, ראש ישיבה, פירושים, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחוקותי, י"ח אייר, ל"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך געפון זיך אין מירון, די שמחה דא איז עד אין לשער. היינט אינדערפרי האב איך געלערנט מיט כמה חברים תלמידי היכל הקודש - תיקונים, פון די צווייטע הקדמה ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד ווי רבי שמעון בר יוחאי איז מגלה דאס גרויסקייט פון תשובה. עס איז כדאי זאלסט אליינס זען די ווערטער וואס רבי שמעון בר יוחאי איז מגלה (דף ל:): "וְעִם כָּל דָּא, אִם חָזַר בִּתְיוּבְתָּא", מיט דעם אלעם, אויב א מענטש טוט תשובה, "עֲלֵיהּ אִתְּמַר", איז אויף אים געזאגט געווארן וואס שטייט (ישעיה ו, י): "וָשָׁב וְרָפָא לוֹ", אז דער אייבערשטער איז אים מוחל און געבט אים צוריק אלעס, "וְיָהִיב לֵיהּ בַּת זוּגֵיהּ", ער באקומט זיין שידוך, ער איז זוכה צו שלום בית.


אפאר שורות פריער רעדט מען אויב מען איז פוגם בברית, מען איז עובר אויף נשג"ז - דאן פארלירט מען אלעס, און אפילו אויף דעם קען מען תשובה טון. באמת איז דאס בכלל נישט קיין חידוש, נאכדעם וואס דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "עַל הַכֹּל מוֹעִיל תְּשׁוּבָה", אויף אלעם העלפט תשובה, און אז קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן צדיקים וואס האבן רחמנות אויף אונז, און ווייזן אונז דאס רחמנות פונעם אייבערשטן; מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן קענען אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#166 - ווער עס לערנט זוהר, זעט ווי שטארק דער אייבערשטער האט אונז ליב
תיקוני זוהר, ראש ישיבה, ל"ג בעומר, זוהר הקדוש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט ל"ג בעומר איז זייער א גרויסער טאג, מען קען פועל'ן ישועות; וואו מען געפינט זיך - קען מען פועל'ן ישועות. איך בין געפארן קיין מירון, נאך אביסל גייט מען אנצינדן די הדלקה לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי; דו זאלסט אויך גיין צו אן הדלקה זיך פרייען מיטן גרויסן טאג.


מאך זיך א שיעור אין ספר הזוהר. ווער עס לערנט זוהר, ער זאגט די ווערטער פון זוהר, אפילו אן פארשטיין - הויבט אן זען דאס ליבשאפט וואס דער אייבערשטער האט צו אונז און ווי חשוב יעדע מצוה איז אין הימל, און מען הויבט אן בענקען צום אייבערשטן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תיקוני זוהר, דאס וואשט אפ די נשמה. אויך פאר דיינע זין זאלסטו קויפן א ספר תיקונים און זיי מרגיל זיין אין זאגן תיקונים.


איך האב נעכטן געלערנט תיקון ע' אפאר שעה מיט אפאר חברים תלמידי היכל הקודש אויבן אין די מערה ביי רבי אלעזר בן רבי שמעון. אויך מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן - האט אנגעהויבן א שיעור אין תיקונים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#165 - דאס איז דער עיקר מלחמה, זיך נישט מייאש זיין
תפילה והתבודדות, תיקוני זוהר, התחזקות, תשובה, משניות, ראש ישיבה, יאוש, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, לאז זיך נישט נאך, און אז דו ביסט אראפגעפאלן - זאלסטו זיך אויפהייבן, ווייל דאס איז דער עיקר מלחמה, זיך נישט מייאש זיין. און אז מען איז אראפגעפאלן - דארף מען זיך אויפהייבן, א פאטש פאר מיר - א פאטש פאר דיר, דער עיקר איז ווער עס געבט די לעצטע פאטש.


זיי שטארק בתפלה והתבודדות, זאגן פארן באשעפער ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, און דערצייל אים ווי שווער עס גייט דיר, ווי דער יצר הרע קומט יעדן טאג מיט נייע וועגן ווי אזוי אראפצואווארפן, און בעט אים דו זאלסט זיך קענען שטארקן אויף אים.


זאג אכצן פרקים משניות און אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג תקוני זוהר, די צוויי לימודים וואשן אפ און רייניגן די נשמה.


איך בין יעצט אין מירון, איך וועל מתפלל זיין פאר דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#164 - איך וויל אייך אלע איינלאדענען צו די בר מצוה פון מיין זון
תפילה והתבודדות, אמונה, שלום בית, ראש ישיבה, שמחות, קשיות, ארץ ישראל, מירון, זוהר הקדוש, קבלה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


צו מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיטן אייבערשטנ'ס הילף קום איך קיין ארץ ישראל קומענדיגע וואך, איך וועל זיך אויפהאלטן בעיקר אין מירון ביי מיין טאטע שליט"א, איך וועל זיין פאר איין וואך, פון פסח שני - ביז מוצאי ל"ג בעומר. איך האף צו קומען באזוכן ביי אייך אין שול, איך בענק זיך זייער שטארק צו ענק.


איך וויל אייך אלע איינליידענען צו די בר מצוה פון מיין זון הילד יניק וחכים נחמן נתן נרו יאיר. די סעודה וועט זיין ליל שישי פרשת אמור, פסח שני, עס וועט זיין אין מירון אין חצר, ביי מיין טאטע שליט"א, איך וועל זיך זייער פרייען אייך צו זען ביי מיין שמחה. נאר אז עס איז אייך נישט שווער; עס איז ערב שבת, אויב איז אייך שווער צו קומען - וועל איך זיך זייער פרייען אז איר וועט בלייבן אין שטוב העלפן אנגרייטן דעם שבת.


מיר איז א גרויסע שמחה צו קענען מאכן די בר מצוה אין מירון. דער בר מצוה בחור האט א געפיל אינעם הייליגן זוהר, ער לערנט יעדן שבת אינדערפרי מיט זיין עלטערער ברודער שמעון נרו יאיר דעם הייליגן זוהר און ער איז מחדש שיינע חידושים; איז פאסיג אז די בר מצוה איז אין מירון, ווייל אז מען לערנט דעם הייליגן זוהר - האט מען א שייכות מיטן הייליגן רבי שמעון און אלע הייליגע צדיקים.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט זיך נישט קריגן אין שטוב מיט די ווייב, ווייל נאר אז מען איז בשלום - קען מען זיין ערליך און אפגעהיטן. דער סמ"ך מ"ם טוט אלעס צו מאכן א ברוגז צווישן דיר און דיין ווייב, און אך און וויי אז מען קריגט זיך; מען פארלירט אלעס.


מיט אייך אנשי שלומינו פון ארץ ישראל קען מען רעדן די קבלה שפראך. א מענטש איז צאמגעשטעלט פון צען ספירות, דער גלגולת איז 'כתר', די מח איז 'חכמה' און די הארץ איז 'בינה'. די רעכטע האנט איז אנטקעגן 'חסד', די לינקע האנט איז אנטקעגן 'גבורה' און דער גוף איז אנטקעגן 'תפארת'. די רעכטע פוס איז אנטקעגן 'נצח', די לינקע פוס איז אנטקעגן 'הוד', אות ברית קודש איז 'יסוד' און די ווייב איז 'מלכות', און מען דארף אכטונג געבן אז אלעס זאל זיין אינאיינעם. דער סמ"ך מ"ם וויל נאר אפטיילן צווישן די ספירות, אפטיילן צווישן מידת יסוד און מלכות, און אז מען טיילט אפ יסוד פון מלכות איז זייער ביטער, מען פארלירט אלעס; מען טיילט זיך אפ פון די שכינה הקדושה.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקסג): "אין די צייטן פון אברהם אבינו האט מען גערופן די שכינה הקדושה 'שרה', אין די צייטן פון יצחק אבינו האט מען גערופן די שכינה הקדושה 'רבקה', אין די צייטן פון יעקב אבינו האט מען גערופן די שכינה הקדושה 'רחל און לאה'", און דער רבי פירט אויס: "וכן הוא אצל כל אחד ואחד", און אזוי איז ביי יעדן איינעם, די ווייב איז בחינת שכינה, דעם מאן'ס מלכות; דארף מען זייער מכבד זיין און האלטן חשוב די ווייב.


א ווייב קען מען נישט פאפן, די לעצטע מענטש וועם צו פאפן - איז זי; אז זי שפירט ווי מען דארף איר נאר פאר די אייגענע הנאה, מען האט איר נישט ליב, מען דארף איר נישט, מען רעדט נישט שיין צו איר, מען דארף איר נאר פאר זיך וכו' וכו' - דעמאלט וויל זי נישט לעבן מיטן מאן, זי קוקט אראפ אויפן מאן. אבער אז מען האלט איר טייער, מען רעכנט זיך מיט איר, מען רעדט מיט דרך ארץ צו איר, מען ברענגט אינאיינעם די ספירות - דאן שיינט און לייכט די מח.


נאך א זאך וויל איך אייך זייער זייער בעטן, האט נישט קיין טענות און קשיות אויפן אייבערשטן. א איד האט נישט קיין טענות און קשיות, א גוי האט טענות און קשיות (תהלים עט, י): "'לָמָּה' יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם"; דאס שיינקייט פון א איד איז - ער ווייסט גארנישט, ער פארשטייט גארנישט און וויל נישט וויסן און פארשטיין; ווייל מען קען גארנישט פארשטיין, און אז מען בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך און מען באקומט עס נישט - טאר מען נישט פרעגן 'וואו זענען אלע מיינע תפילות?' אז מען פרעגט אזא קשיא - ווייזט דאס אז מען האט נישט קיין שטארקע אמונה. מען דארף גלייבן אז יעדע תפילה גייט צום אייבערשטן און דער אייבערשטער נעמט אן די תפילות און ער טוט נאר וואס איז גוט פארן מענטש.


איך וויל ענק נאכאמאל איינליידענען צו מיין שמחה, אויב עס איז אייך נישט שווער צו קומען קיין מירון. איך האף צו קומען ביי אייך אין שול, איך וועל דאס מעלדן דורך די גבאים.


א פרייליכן שבת.


 

#163 - איך קען נישט איבערלאזן מיינע קינדער און ארום פארן אויף שבתים
חינוך הילדים, שטעטל, דרשות, בית המדרש, היכל הקודש, ראש ישיבה, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן די שיינע גרוסן אויף אונזער בית המדרש אין מאנסי, און אז די גבאים זענען זייער צוגעלאזענע, זיי זענען מחזק און שטארקן די מתפללים.


בנוגע קומען א שבת אין מאנסי; יעצט איז דאס נישט שייך, שפעטער מיט די יארן, אז דער אייבערשטער וועט העלפן איך וועל חתונה מאכן די קינדער - דעמאלט וועל איך קענען פארן און קומען אויף שבתים. דארפסט פארשטיין, ווען מען האט א שטוב מיט יונגע קינדער - זיי דארפן א טאטע מאמע. יונגע קינדער דארפן די שבתים זייער וויכטיג, מען קען נישט אוועק פארן פון זיי, עס איז נישט גוט פאר זיי בגשמיות וברוחניות.


אין קרית ברסלב גיי איך אויף שבתים, אבער עס איז אן אייגענע שטוב, עס איז נאך א שטוב פאר מיר. אבער ארום פארן אויף שבתים - איז נישט שייך, איך קען נישט איבערלאזן מיינע קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי שבת א, ב): "כָּל הָאוֹמֵר שְׁמוּעָה מִפִּי אוֹמְרָהּ יְהֵא רוֹאֶה בַּעַל הַשְּׁמוּעָה כְּאִלּוּ הוּא עוֹמֵד כְּנֶגְדּוֹ", ווען מען זאגט נאך ווערטער פון דעם וואס האט דאס געזאגט - זאל מען זיך פארשטעלן אזוי ווי דער וואס האט דאס געזאגט געפונט זיך דארט, וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#162 - א אידישע פרוי טאר נישט לעבן מיט א שרעק פונעם מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, טעלעפאן, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע מצורע, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אלע ברכות אין שטוב קומט ווען עס איז דא שלום בית, דער מאן איז מכבד די ווייב און די ווייב איז מכבד דעם מאן; דאס איז די כלי פאר אלע ברכות.


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אויף דיין ווייב, זאלסט איר מכבד זיין, און איר חס ושלום נישט וויי טון אדער חלילה וחס דערשרעקן. רבי חיים וויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט, ער איז אמאל געקומען צו זיין רבי דער הייליגער אריז"ל אז זיין פנים איז אים פארדרייט געווארן און אויך זיין האלז, האט אים דער הייליגער אריז"ל גלייך געזאגט: "דאס איז געשען ווייל דו האסט נעכטן נאכט אויפגעהויבן דיין האנט אויף דיין ווייב", דער אריז"ל האט אים גלייך געזאגט א תיקון ווי אזוי דאס צו מתקן זיין; זעט מען דאס הארבקייט אפילו אז מען דערשרעקט נאר די ווייב, וואס עס פאסירט.


עס איז דא זאכן וואס דיין ווייב האט מורא צו רעדן מיט דיר, זי ציטערט פון דיר וכו'; דאס איז נישט געזונט, דאס טאר נישט זיין; א אידישע פרוי טאר נישט לעבן מיט א שרעק פונעם מאן. בעט איך דיר זאלסט איר מאכן באקוועם, זי זאל נישט מורא האבן צו רעדן מיט דיר און בעטן פון דיר זאכן וואס זי וויל.


אז דו ביסט פארשפילט ווי א קליין קינד מיט דיין שפילצייג, דעם טעלעפאן, און דיין ווייב זיצט אין שטוב און שלינגט אירע טרערן, זי האט דיר מורא צו בעטן זאלסט אוועקלייגן דיין טוי, ווייל דו וועסט איר גלייך זאגן אז דו דארפסט עס פאר פרנסה, דאס איז נישט גערעכט.


דעם שבת ראש חודש וועל איך זיין אין וויליאמסבורג, אויך וועט זיך אנהויבן די שיעורים אין ישיבה אם ירצה ה' קומענדיגע וואך.


די נסיעה איז געווען זייער שיין, איך בין נאך אביסל אפגעמאטערט פון די נסיעה, איך וועל מודיע זיין אויב עס וועט זיין מארגן א שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.