בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#104 - דאנקט אויף יעדעס קינד באזונדער וועט איר זען גרויסע וואונדער
רפואה, תודה והודאה, רעדן

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


פארלירט אייך נישט, זארגט נישט; א שאד צו זארגן, דער אייבערשטער טוט אלעס, ער מאכט אלצדינג.


דערציילט נישט פאר קיינעם, עס פעלט נישט אויס צו רעדן; בכלל דארף מען מחנך זיין די שטוב, אלע קינדער - נישט צו רעדן איבריגע רייד, נישט שמועסן מיט חברים פריוואטע שטוב זאכן.


אז איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדעס קינד באזונדער וועט איר זען גרויסע וואונדער, עס וועט פלוצלונג קומען א רפואה שלימה, אלע וועלן זיין געזונט און שטארק.

#103 - מ'דארף זיך איבער רעדן מיט א גרויסן ערליכן רב
רפואה, הלכה, קינדער

בעזרת ה' יתברך


                                יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מען קען נישט געבן קיין היתר סתם אזוי, עס איז נישט אזוי פשוט ווי דו מיינסט.


עס ווענדט זיך אין די פרוי; אויב זי זאגט זי קען נישט, זי האט נישט קיין כח וכו' - דעמאלט קען מען איר געבן א היתר. נישט יעדער איינער קען דאס פסק'ענען, דאס דארף דורך גערעדט ווערן מיט א גרויסן ערליכן רב; מען זאל גארנישט פארהוילן פונעם רב, מען זאל אלעס דערציילן, נאר אזוי קען זיין אז מען קען באקומען א היתר וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#102 - איך האב פאר דיר נאר איין עצה: 'תפלה'
תפילה והתבודדות, רפואה, מחשבות, טערעפי, תפילות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


            יום ב' פרשת תולדות, ערב ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


קענסט פרובירן אנדערע עצה געבערס, אפשר וועלן זיי האבן פאר דיר אן עצה; איך האב פאר דיר נאר איין עצה: 'תפלה', אויב דו וועסט זיין שטארק מיט די עצה פון תפלה וועסטו זען גרויסע וואונדער.


איך שרייב דיר א קליינע תפלה וואס דו זאלסט זאגן אפאר מאל א טאג:


"הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, איך האב שרעקליכע ווייטאג, איך האב שמערצן אין מח; איך טראכט נאר שלעכטס, איך טראכט נאר שווארץ. איך קען זיך נישט ליידן, איך וויל יעדע רגע נאר אנטלויפן פון מיר אליין. אנא ה', אייבערשטער העלף מיר איך זאל טרעפן אין מיר גוטס.


ווען וועל איך שוין קענען זיין א געזונטע מאמע פאר מיינע קינדער? ווען וועל איך שוין זיין א רואיגע ווייב פאר מיין מאן נרו יאיר? איך הער זיך נישט אויף צו קלאפן, דאס קלאפט נאכדעם אויס אויף מיין מאן און קינדער.


רחם נא, הייליגער באשעפער דערבארעם זיך אויף מיר; קיינער ווייסט נישט וואס איך גיי אריבער, איך שטעל א שיינע פנים פון אינדרויסן, אבער פון אינעווייניג דריידט זיך מיין קאפ ווי א וואש-מאשין, איך האב נישט קיין מנוחה.


הושע נא, העלף מיר טאטעניו איך זאל האבן שטארקע אמונה אין דיר, איך זאל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר, איך זאל גלייבן אז דו האסט מיר ליב, איך בין יא ווערד".


אויך זאלסטו זאגן קאפיטל כט פון תהילים, דאס איז מסוגל פאר אלע שלעכטע מחשבות: "מִזְמוֹר לְדָוִד הָבוּ לַיְיָ בְּנֵי אֵלִים הָבוּ לַיְיָ כָּבוֹד וָעֹז: הָבוּ לַיְיָ כְּבוֹד שְׁמוֹ הִשְׁתַּחֲווּ לַיְיָ בְּהַדְרַת קֹדֶשׁ: קוֹל יְיָ עַל הַמָּיִם אֵל הַכָּבוֹד הִרְעִים יְיָ עַל מַיִם רַבִּים: קוֹל יְיָ בַּכֹּחַ קוֹל יְיָ בֶּהָדָר: קוֹל יְיָ שֹׁבֵר אֲרָזִים וַיְשַׁבֵּר יְיָ אֶת אַרְזֵי הַלְּבָנוֹן: וַיַּרְקִידֵם כְּמוֹ עֵגֶל לְבָנוֹן וְשִֹרְיוֹן כְּמוֹ בֶן רְאֵמִים: קוֹל יְיָ חֹצֵב לַהֲבוֹת אֵשׁ: קוֹל יְיָ יָחִיל מִדְבָּר יָחִיל יְיָ מִדְבַּר קָדֵשׁ: קוֹל יְיָ יְחוֹלֵל אַיָּלוֹת וַיֶּחֱשּׂף יְעָרוֹת וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד: יְיָ לַמַּבּוּל יָשָׁב וַיֵּשֶׁב יְיָ מֶלֶךְ לְעוֹלָם: יְיָ עֹז לְעַמּוֹ יִתֵּן יְיָ יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם".


צינד א ליכט פאר מוהרא"ש זכותו יגן עלינו און זאג די תפלה מיט די קאפיטל, וועסטו האבן א ישועה.

#101 - נאר לויבן און דאנקען, און בעטן אויף ווייטער
רפואה, קינדער, תודה והודאה, עין הרע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין אזוי פרייליך פאר די גוטע נייעס, דער אייבערשטער זאל העלפן אלעס זאל אריבערגיין בנקל ובנחת, דיין ווייב זאלן האבן כח, אלעס זאל אנקומען גרינג.


יעצט בלייבט נאר איבער איין זאך, דו און דיין ווייב זאלן יעדן טאג דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט ענק און איר זאלט בעטן און בעטן אויף ווייטער.


כל זמן איר קענט דאס פארהוילן פון אנדערע - זאלט איר דאס באהאלטן, אזוי וועט איר זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


זיי זיך קובע צו לערנען פאר'ן דאווענען; קום אין בית המדרש לערנען, די גאנצע טאג איז אן אנדערע טאג ווען מען הייבט אן מיט תורה ותפילה.


 

#100 - א תפלה צו האבן קינדער גרינג און געזונט
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


האסט מיר געבעטן בשם דיין ווייב, זי וויל א תפילה וואס צו זאגן בשעת זי גרייט זיך צו האבן למזל טוב.


דא האסטו א קליינע תפילה:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין געזונט און האבן א געזונט קינד ברמ"ח איברים ושס"ה גידים. הייליגער באשעפער, איך בין אזוי דערשראקן, איך בין דערשראקן ווי צום טויט חס ושלום, איך בין אין א פאניק; העלף מיר אייבערשטער אז אלעס זאל זיין גוט, אלעס זאל אריבערגיין בשלום, העלף מיר בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען זייער גאנץ לעבן פאר דיינעט וועגן. העלף מיר איך זאל געדענקען אז איך ליג אין דיינע הענט, עס קען גארנישט פאסירן צו מיר, נאר דו טוסט אלעס, אמן".


זאג דיין ווייב דער עיקר איז אייגענע ווערטער, אמת'ע ווערטער - ארויס פון הארץ.

#99 - נעמט א דאקטער וואס איז אייך צום הארצן
רפואה, חיזוק פאר פרויען, סגולות, קינדער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מאנטריאל.


נעמט א דאקטער וואס איז אייך צום הארצן און פארשטייט זיך א דאקטער וואס וועט קומען מיט אייך אין שפיטאל.


אז דער דאקטער איז אייך נישט צום הארצן זאלט איר טוישן; עס איז זייער וויכטיג פאר א פרוי זאל זיין באקוועם מיט'ן דאקטער, עס איז גענוג די ווייטאג וואס מען האט וכו', זאל מען כאטש מיט'ן דאקטער זיין באקוועם.


זאגט אסאך נעמען פון צדיקים; עס איז דא א ספר שמות הצדיקים וואו רבי נתן האט צאמגענומען נעמען פון אלע צדיקים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן יט): "מִי שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא חָשׁוּב בְּעֵינָיו, יִכְתֹּב בְּסֵפֶר כָּל שְׁמוֹת הַצַּדִּיקִים וְהַתַּנָּאִים וְהַיְרֵאִים לְזִכָּרוֹן", ביי וועם דער אייבערשטער איז חשוב, זאל אפשרייבן די נעמען פון אלע צדיקים.


זאגט אסאך די נעמען, דאס איז מסוגל אויף גרויסע ישועות, דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִין לְהָבִיא שִׁנּוּי בְּמַעֲשֵׂה בְּרֵאשִׁית", דורך זאגן די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע, מען קען פועל'ן גרויסע ישועות.


אז איר ווילט האבן גרינגע חדשים, אלעס זאל זיין גרינג - זאלט איר זיך איבערגעבן צום אייבערשטן; ווי מער איר וועט זיך איבערגעבן צום אייבערשטן אלץ גרינגער וועט אלעס אנקומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#98 - לאז דיין ווייב שלאפן
שלום בית, רפואה, שלאפן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיין פארזיכטיג מיט דיין ווייב; בפרט יעצט אין די חדשים וואס זי ווארט וכו' - דארפסטו מער אכטונג געבן אויף איר געזונט.


זע אז זי זאל קענען שלאפן, וועק איר נישט אויף; עס איז זייער אן איינגעשטעלטע זאך אוועק צו נעמען שלאף פון א פרוי, פון א מאמע; בפרט אין די חדשים לאז איר אביסל שלאפן.


אינדערפרי דארף זי אויפשטיין מיט די קינדער, א גאנצן טאג האט זי איר ארבעט אין שטוב, שפעטער ווען די קינדער קומען אהיים פאלט זי שוין פון די כחות, ענדליך אז זי לייגט זיי שלאפן און זי פאלט אריין אין בעט - טארסטו איר נישט אויפוועקן.


איך בעט דיר, האב רחמנות אויף איר; נאר דו וועסט מרוויח זיין פון דעם; גלייב מיר, איך האב גארנישט פון דעם, איך שרייב דיר דעם בריוו אום דריי אזייגער פארטאגס, איך געב אוועק פון מיין שלאף, פון מיין לעבן - אז דיין שטוב זאל נישט צעפאלן, פאר דיינע קינדער - זיי זאלן האבן א טאטע און א מאמע.


איך מיין נאר דיין שלום בית.

#97 - מיט אמונה פשוטה קען מען זוכה זיין צו ניסים
רפואה, שמחה, חיזוק פאר פרויען, שלאפן, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בין אזוי פרייליך אז דיין מאן זיצט און לערנט, ער נוצט אויס רוב טאג מיט עבודת ה' יתברך; איך הער זייער גוטע גרוסן אויף אים, אז ער נוצט אויס די צייט מיט תורה ותפלה.


שטארק זיך; מיט אמונה פשוטה קען מען זוכה זיין צו ניסים, צו אפענע ניסים. דו וועסט נאך זיין אזוי געזונט, אלע פחדים און בלבולים וועלן אוועק גיין; דער אייבערשטער איז זייער גרויס, תפלה איז זייער גרויס, תפלה טוישט די נאטור, תפלה בייט איבער די טבע.


זע גוט צו עסן און גוט צו שלאפן; אז דו קענסט נישט איינשלאפן זאלסטו סתם ליגן אין בעט זיך אפרוען.


אויך זאלסט הערן אסאך לעבעדיגע מוזיק.

#96 - דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל אלעס אנקומען גרינג
רפואה, הדרכות, שמחה, קינדער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס ביי ענק, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל אלעס אנקומען גרינג, מיט גרויס נחת און פרייד.


ווען דו האסט אפאר מינוט פאר דיר זאלסטו זאגן תהילים און אריינפלעכטן אין די מזמורי תהילים דיינע אייגענע תפילות.


ווען מען ווארט למזל טוב עסט מען נישט קיין קנאבל און צוויבל. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות הריון, סימן ד): "עֻבָּרוֹת וּמֵינִיקוֹת לֹא יֹאכְלוּ שׁוּמִין וּבְצָלִים", קנאבל און צוויבל איז נישט גוט פאר א פרוי אין די טעג וואס זי ווארט און אין די טעג וואס זי זייגט.


אויך זאלסטו נישט עסן קיין רעטעך. דער רבי זאגט (שם, אות הריון, סימן א): "אִשָּׁה שֶׁאוֹכֶלֶת צְנוֹן בְּעִבּוּרָה, תֵּלֵד בְּקִשּׁוּי", א פרוי וואס עסט רעטעך וועט האבן שווער וכו'.


שטארק זיך און זיי פרייליך; מאך פרייליך דיין מאן נרו יאיר, זע עס זאל אלץ זיין א פרייליכע אטמאספער.

#95 - דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז דאס קינד איז געזונט
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער, שערן די האר, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט מיר זייער דערפריידט מיט די בשורה וואס דער דאקטער זאגט, אז ער מיינט עס איז א טעות, ער זאגט אז דאס קינד איז געזונט און שטארק; עס איז נישט קיין טעות, עס איז א נס! איך האב אזויפיל געבעטן פאר אייער קינד דעם ראש השנה און יום כיפור, איך בין זיכער אז דא וועט זיין גרויסע ניסים.


ווען איך האב געבעטן פאר'ן קינד האב איך גע'טענה'ט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, בזכות די מסירת נפש וואס די מאמע פונעם קינד האט געטון, זי האט זיך אפגעשוירן איר האר נאר פאר דיינעט וועגן, פאר דעם אליינס זאל זי האבן א נס".


איך וועל נאך דערציילן ברבים פאר אלע די גרויסע נסים וואס דא וועט זיין.

#94 - ווען מ'אנערקענט אז קיינער קען נישט העלפן, דעמאלט קומט די ישועה
רפואה, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב געהערט דיין צער ערב יום כיפור, אז דיין ווייב איז צוריק געפאלן; איר געזונט איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין.


וואס זאל איך דיר זאגן, ווי קען איך דיר טרייסטן? איין זאך קען איך דיר זאגן, ווען א מענטש אנערקענט אז קיינער קען אים נישט העלפן, דוקא דעמאלט קומט זיין ישועה.


דער הייליגער רבי האט דערציילט, ווען ער איז אנטלאפן אין טברי' פון די אראבער, ער איז געלאפן און זיך געהאנגען אויפ'ן מויער און געזען דעם וואסער אונטער זיך, דעמאלט האט ער אזוי געשריגן צום אייבערשטן; ער האט געזען און פארשטאנען אז קיין אנדערע עצה איז נישט פארהאן, דיקא דעמאלט איז געקומען זיין ישועה.


יעצט ווען דו זעסט זיך אינעם פראבלעם, קיינער קען דיר נישט העלפן, דיקא יעצט, אז דו וועסט זיך ווענדן צום אייבערשטן - וועט דיר ליכטיג ווערן, דער אייבערשטער אליינס וועט איר היילן.


ברודער שטארק זיך, דראפע זיך און דערהאלט זיך.

#93 - נעם זיך חבר'טעס וואס רעדן פאזעטיוו
רפואה, חיזוק פאר פרויען, חברים, אמונה, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האף צום אייבערשטן אז דו שפירסט זיך בעסער, איך האב זייער אסאך געבעטן פאר דיר ... - זאל זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש.


ביי פתיחת הארון הקודש האב איך זייער אסאך געבעטן פאר דיר און דיין משפחה; איר זענט זייער באליבט ביי מיר, דיין מאן איז מיר זייער טייער, איך בעט כסדר פאר אייך.


אמונה היילט אויס; נעם אריין אמונה אין דיר, חזר זיך: "דער אייבערשטער איז אלעס און אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז נישטא גארנישט, נאר דער אייבערשטער"; דאס איז די גרעסטע היילונג.


נעם זיך חבר'טעס וואס רעדן פאזעטיוו, דו ביסט נישט ביי די כוחות צו היילן אנדערע וואס קרעכצן וכו', רעד מיט פרייליכע און זיכערע.

#92 - דער אייבערשטער זאל דיר שנעל און גרינג אויסהיילן פון קאראנע
רפואה, שמחה, אמונה, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וזאת הברכה, י"ב תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אייער זון ... נרו יאיר האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער, אביסל חיזוק; היות איר זענט יעצט זייער אפגעשוואכט, איר ליגט אין שפיטאל מיט די מחלה קורונה לא עלינו; דער אייבערשטער זאל אייך שנעל אויסהיילן און שיקן א גאנצע רפואה.


פרובירט מיט אלע כוחות זיך צו שטארקן מיט אמונה אינעם אייבערשטן; נעמט אריין אמונה אין זיך, חזר'ט אייך אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער פירט אלעס, ער טוט אלעס און עס קען גארנישט פאסירן אן אים, דאס וועט אייך געבן כוחות זיך צו שטארקן אויף די מחלה און איר וועט ווערן אויסגעהיילט. אמונה היילט דעם מענטש, אמונה געבט זייער שטארקע כוחות, מען קען פארנעמען וואס סתם א מענטש קען נישט פארנעמען.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אן עצה פטור צו ווערן פון אלע מחלות וחלאים רעים, דורך זיין פרייליך; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען דארף אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", און אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפ'ן מענטש, אלעס קומען פון עצבות און מרה שחורה. דער רבי זאגט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הִוא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך - נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


איך ווארט צו הערן פון אייך גוטע בשורות.

#91 - אייער קינד איז געזונט און וועט זיין געזונט
רפואה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


 


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער הודעה.


זייטס מיר מוחל, איך בין היינט געווען א גאנצן טאג אין שטעטל, איך בין געזיצן אין חדר און אין סקול און מיט די אפיס וכו' וכו', איך האב ענק נישט געקענט ענטפערן.


איך האב זיך גלייך פארבינדן מיט דאקטער ... נרו יאיר, ער וויל רעדן מיט אייך, ער וועט אייך זאגן וואס צו טון.


פארלירטס ענק נישט, אייער זון הילד ... נרו יאיר איז געזונט און וועט זיין געזונט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


איר זאלט נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער וועט העלפן עס וועט מקוים ווערן דעם פסוק (דברים ל, ו): "וּמָל ה' אֱלֹקֶיךָ אֶת לְבָבְךָ וְאֶת לְבַב זַרְעֶךָ", זיין הארץ וועט זיין געזונט און שטארק.


נאר זיך נישט פארלירן.


זייטס מיר מודיע וואס דער דאקטער זאגט.

#90 - דיין ישועה ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט, נישט ביים דאקטער
רפואה, אמונה, קינדער, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, י"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


דיין ישועה ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט; פארלאז זיך נישט אויף קיינעם. ווען דו גייסט צום דאקטער איז דאס נאר ווייל דער אייבערשטער זאגט מען זאל אזוי טון, אבער מען טאר פאר קיין איין רגע נישט טראכטן אז דער דאקטער קען העלפן אדער פארקערט.


יעדן טאג זאלסטו זיך אפזונדערן פאר אפאר מינוט פון יעדן איינעם, אין די פאר מינוט זאלסטו מיט קיינעם נישט האבן; אין די פאר מינוט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער איך וויל האבן קינדער, איך ווארט שוין אזוי לאנג אויף קינדער, העלף מיר אייבערשטער מיט געזונטע ערליכע דורות"; די פאר מינוט זאלסטו שמועסן מיט'ן באשעפער אלעס וואס דו דארפסט, וועסטו זען גרויסע וואונדער.


א גרוס פון דיין מאן, ער איז זייער א וואוילער אינגערמאן.

#89 - זיך ארויסדרייען אויף א שיינע וועג
רפואה, צניעות, תפלות אויף אידיש, עסן, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי ממשיך מיט'ן זאגן תהילים יעדן טאג; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) אז תהילים איז א שטעקן אויף וואס מען קען זיך אנלאנען, אזוי ווי א קראנקער מענטש לא עלינו גייט מיט א שטעקן, ער פארלאזט זיך דערויף און דאס טראגט אים און פירט אים וואו ער דארף גיין, אזוי אויך ווען א מענטש זאגט תהילים און פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן, איז דאס אים ווי א שטעקן אויף וואס ער קען זיך גוט אנלאנען, מען גייט דורכדעם ארויס פון אלע פראבלעמען.


בנוגע דיינע שוואגערס; מען טאר נישט שמועסן מיט פרעמדע מענער. ענטפערן א שאלה קענסטו, אבער אריין גיין אין א פריינטליכע שמועס איז נישט גוט.


דארפסט נישט אפהאקן, טו עס מיט שכל; אז יענער הייבט אן א פריינטליכע שמועס דריידט מען זיך ארויס מיט חכמה, ביז יענער פארשטייט אליינס אז עס איז נישט דא מיט וועם צו שמועסן. דאס דארף מען טון מיט גרויס חכמה נישט צו מאכן קיין מחלוקת אין די משפחה; אז מען וועט דיר פארהאלטן, מען וועט דיר זאגן דו ביסט צו פרום זאלסטו זיך ארויסדרייען און זאגן: "איך בין שעמעדיג".


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען די צווייטע מעשה אין סיפורי מעשיות, די מעשה פונעם מלך און דער קיסר, דארט לערנט אונז דער רבי אויס די וועג ווי אזוי זיך ארויסצודרייען מיט חכמה פון נישט גוטע זאכן, די חכמה פונעם בת קיסר וואס האט אכטונג געגעבן נישט צו האבן צוטון מיט פרעמדע מענער. ווען איינער האט איר געוואלט באצוואונגען חתונה צו האבן האט זי געזאגט: "אודאי וועל איך חתונה האבן מיט דיר, אבער נאר בתנאי אז דו רירסט מיר נישט אן ביז מיר וועלן מאכן די חתונה כדת וכדין", און שטילערהייט איז זי נעלם געווארן; קוק נאך די מעשה.


בנוגע די עסן וואס דו קענסט נישט עסן; מיט תפילה וועסטו אלעס קענען עסן. בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף דעם, זאג: "רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר מיין שיינע זיסע הערליכע לעבן, יישר כח אייבערשטער איך בין געזונט, יישר כח אייבערשטער איך האב אלעס אין מיין לעבן.


איך בעט דיר זייער הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען עסן די אלע עסן וואס איז נישט גוט פאר מיין קערפער (רעכן אויס אלעס וואס דו קענסט נישט עסן), העלף מיר איך זאל קענען אלעס פארדייען, איך זאל קענען הנאה האבן פון דיין שיינע וועלט.


הייליגער באשעפער, איך ווייס אז אלעס וואס איך טאר נישט עסן איז פאר מיין טובה, עס איז נאר גוט, עס איז בלויז חסדים, איך האב נישט קיין טענות, איך גלייב אז אלעס איז פאר מיין טובה, דאך האסטו אונז געזאגט אין די הייליגע תורה אז מען זאל דאווענען פאר דיר, מען זאל מיט תפילה טוישן אלעס אז מיר זאלן אויך זען דאס גוטס, בעט איך דיר אייבערשטער, דו ביסט א כל יכול, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס; מאך א נס אז איך זאל קענען עסן אלעס, איך זאל נישט זיין אויסגעשלאסן פון די עסן און יענע עסן".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג, אויך זאלסטו צולייגן אייגענע תפילות פון דיין הארץ - וועסטו זען גרויסע נסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#88 - א קימפעטארן דארף זיך אפרוען
אומאן, רפואה, הפצה, הלכה, קינדער, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר די ברית פון אייער ניי געבוירן אינגעלע! דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל וואקסן א צדיק, איר זאלט האב נחת פון אים און פון אלע קינדער אינאיינעם מיט אייער מאן נרו יאיר.


בנוגע וואס איר שרייבט אז איר מאכט יעצט ווייטער הפצה וכו'; יעדע זאך האט זיין צייט, יעצט איז עת ללדת, איר זענט א קימפעטארין, דארפט איר אביסל רוען; איר טארט נישט טון קיין שווערע ארבעט, איר טארט נישט מאכן קיין הפצה, עס איז נישט קיין שפיל.


מען מוז זיך אביסל אפרוען; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות צט:): "בִּטּוּלָהּ שֶׁל תּוֹרָה זֶהוּ יְסוֹדָהּ"; כדי מען זאל האבן כח צו קענען ממשיך זיין מען זאל קענען טון גוטע זאכן - דארף מען זיך אפרוען.


איך בעט אייך, איר קענט נישט יעצט מאכן קיין שום צאמקום פאר פרויען, יעצט דארפט איר רוען; נאך אביסל ווען איר וועט זיין גוט אפגערוט וועט איר קענען ווייטער ממשיך זיין מיט אלע אייערע גוטע מעשים.


בנוגע ווי לאנג מען דארף ווארטן וכו'; דער רמ"א (יורה דעה סימן קצד, סעיף א) ברענגט א מנהג מען זאל ווארטן פערציג טעג נאכן געבוירן א אינגל און אכציג טעג נאכן געבוירן א מיידל וכו', אבער די פוסקים ברענגען (עיין באר היטב שם, סעיף קטן ג) אז מען דארף נישט ווארטן, מען דארף נישט האלטן דעם מנהג.


בנוגע אייער מאן, ער וויל וויסן ווי אזוי צו פארן אויף אומאן פון ארץ ישראל; יעצט דארף מען אכטונג געבן וואו מען קויפט, דורך וואס פאר א עירליין, ווייל די מדינה של גיהנום ווילן נאר אפשטעלן די נסיעות. זיי קריצן מיט די ציין יעדעס יאר, זיי קענען נישט נעמען דאס וואס עס הייבן זיך אויף צענדליגער טויזנטער אידן און פארן קיין אומאן, זיי ווילן דאס נישט צולאזן. היי יאר ווילן זיי דאס אפשטעלן מיט די טענה פון קורונה, דארף מען זיין זייער פארזיכטיג ביי וועם מען קויפט אז מען זאל נישט בלייבן שטעקן און נישט האבן קיין וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#87 - מיט שמחה וועלן אוועקגיין אלע מחלות
רפואה, שמחה, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך און זיי פרייליך; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק וואס קומען אויפ'ן מענטש איז נאר ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך.


דער אייבערשטער זאל דיר שיקן א גאנצע רפואה, זאלסט האבן געזונטע הויט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#86 - זארגטס נישט, איר וועט זוכה זיין צו שיינע הערליכע דורות
רפואה, שבת קודש, חיזוק פאר פרויען, קינדער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן נרו יאיר האט מיר דערציילט אז איר האט פארלוירן וכו', נאך אזויפיל צייט פון ווארטן און נאך אזויפיל מי און פלאג; מען האט שוין געמיינט אז עס קומט שוין אט אט א מזל טוב און יעצט האט איר פארלוירן און איר זענט זייער צעבראכן פון צעקלאפט פון דעם.


איך בעט אייך זייער מרת ... תחי', איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה אינעם בורא כל עולמים, איר זאלט גלייבן אז דאס איז געווען פאר אייער טובה, דער אייבערשטער האט אייך דא געמאכט א גרויסע נס, ער האט אייך אפגעהיטן פון א נישט געזונט קינד; דאס איז איין שטיק חסד פונעם אייבערשטן.


זארגטס נישט, איר וועט זוכה זיין צו שיינע הערליכע דורות; אנשטאט קלאגן אויף וואס איר האט פארלוירן זאלט איר זיך פרייען מיט וואס איר האט, מיט אייערע ליכטיגע קינדער. אז איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן אויף אייערע קינדערלעך וועט איר זוכה זיין צו נאך קינדער, צו א גרויסע געבענטשטע משפחה.


ווען איר צינדט די שבת ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך (אידיש) פאר אייך, פאר אייער מאן, פאר אייערע קינדער און פאר אלע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#85 - טון וואס דער דאקטער זאגט
רפואה, חיזוק פאר פרויען, סגולות, קינדער, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א פרוי פרעגט מוהרא"ש אייער שאלה; זי פרעגט אויב זי זאל נעמען עפידורעל, און מוהרא"ש ענטפערט איר (שו"ת ברסלב, מכתב ה'תקמח): "אם הרופא ממליץ על זה, צריכים לעשות את זה בלי שום שאלה כלל", אויב דער דאקטער האלט אז מען זאל דאס טון זאל מען דאס טון אן קיין שום שאלה, "ובדברים כאלו צריכים לציית את הרופא", מען זאל פאלגן דעם דאקטער.


עס איז זייער וויכטיג איר זאלט זאגן יעדן טאג נעמען פון צדיקים; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע, זאלט איר זאגן כסדר די נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאלט איר זאגן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, הֶעלְף מִיר הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אַז אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים; בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל הָאבְּן אַ גְרִינְגֶע לֵידָה, אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט מוּטְשֶׁען בַּיים הָאבְּן דָאס קִינְד, אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן אַלֶעס זָאל אַרִיבֶּער גֵיין גְרִינְג.


רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#84 - אז מ'דאנקט דעם אייבערשטן אויף די גוטס, ווערט גרינגער די שוועריקייטן
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תודה והודאה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן נרו יאיר האט מיר געשריבן אז איר מוטשעט זיך זייער פון ווען איר האט אנגעהויבן ווארטן וכו' און איר ליגט אין בעט שוין פאר לאנגע וואכן מיט שטארקע יסורים; ער האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער.


וויסן זאלט איר אז עס איז דא א וועג זיך גרינגער צו מאכן מען זאל נישט דארפן אזוי שטארק ליידן; אויב מען נעמט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי".


דער רבי געבט אונז א וועג פון טראכטן; מען זאל זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט, דעמאלט ווערט גרינגער און מען קען דערטראגן פיל מער. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך איז אריבער זייער שווערע צרות אין לעבן; ער האט נישט געהאט קיין טראפ מנוחה אין זיין לעבן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות נה:): "כָּל שְׁנוֹתָיו שֶׁל דָוִד לֹא רָאָה חֲלוֹם טוֹב", דוד המלך האט אפילו נישט געהאט איין גוטע חלום אין זיין לעבן; דאך האט ער שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן. אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים א צרה האט ער געזוכט אין די צרה עפעס גוטס. ער האט געזינגען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך דאנק דיר אז 'בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי'; איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".


אזוי זאלט איר אויך טון, זוכטס אויף די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך און דאנקטס אים אויף יעדן פרט ופרט; דאנקטס אים אז איר זענט חתונה געהאט און אז איר האט זוכה געווען צו א געטרייער מאן, א וואוילער מאן; דאנקטס אים אז איר ווארט א קינד, דאנקטס אים אז איר זענט געזונט קענענדיג זיין אין שטוב; נאכדעם זאלט איר בעטן שיינערהייט דעם אייבערשטן מיט רחמנות.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה, פון דעם וועט איר שוין אליינס קענען צולייגן אייערע אייגענע ווערטער פון הארץ:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן און פאר מיין געטרייער מאן, איך דאנק דיר אז איך בין געזונט און מיין מאן איז געזונט; איך דאנק דיר אז איך ווארט למזל טוב, איך בעט דיר זייער, העלף מיר אז איך זאל זיין אינגאנצן געזונט, עס איז מיר שווער צו ליגן אין בעט און זיך נישט אזוי גוט שפירן; הייליגער באשעפער, איך גלייב אז אלעס איז פאר אונזער טובה, איך נעם אן אלעס וואס דו ברענגסט מיר, איך האב נישט קיין שום קשיות און שאלות. איך בעט דיר, העלף מיר אז איך זאל אריבער גיין די חדשים פון ווארטן גרינגערהייט, איך זאל האבן גרינגערהייט און איך זאל האבן געזונטע קינדער, ערליכע דורות".


פרובירטס מיט אלע כוחות זיך פרייליך צו מאכן וועט דאס אייך אינגאנצן אויסהיילן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, נאר שמחה איז די רפואה פאר אלע קרענק".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#83 - הייב אויף דיין ווייב, שטארק איר איבערצוקומען אירע פראבלעמען
שלום בית, רפואה, בושה, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים.


דאס וויכטיגסטע זאך זאלסטו אכטונג געבן נישט צו פארשעמען דיין ווייב תחי'.


צווייטנס, זאלסט איר אויפבויען און מחזק זיין. זאג איר אז דאס איז א זאך וואס פאסירט ביי אנדערע אויך; איך האב שוין געהאט זייער אסאך פעלער וואס גרויסע ישיבה גדולה בחורים פלעגן זיך מוטשען מיט דעם, מען האט זיי געדארפט אויפוועקן ביינאכט נעמען אין בית הכסא אז זיי זאלן נישט פארשעמט ווערן וכו' צווישן די בחורים.


דריטנס, נעם איר צו א דאקטער; אסאך מאל קען מען דאס פאררעכטן מיט א קלייניקייט.


פערטנס, בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף דעם מיט סבלנות, ביז איר וועט געהאלפן ווערן.


ועל כולם, דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט געטראפן דיין שידוך; דו האסט אזויפיל געבעטן, געוויינט, געווארט, געזארגט און געטון סגולות פאר דיין שידוך, יעצט אז דו האסט חתונה געהאט זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר דעם, און דו זאלסט אויפבויען דיין ווייב; זאלסט איר הייבן העכער און העכער. אין אירע אויגן זאלסטו אוועק מאכן דעם פראבלעם; אפילו עס איז נישט בא'טעמ'ט וכו', זאלסטו איר זאגן אז עס איז א זאך וואס מען קען גרינג ארויסגיין דערפון, ווייל מען קען טאקע גרינג ארויסגיין פון דעם. דער פראבלעם איז אז די אלע וואס ליידן אויף דעם פארלירן זייער זעלבסטזיכערקייט ווייל מען פארשעמט זיי, אזוי אויך טוען זיי זיך זעלבסט פארשעמען און קלאפן, דאס איז שוין א שווערערע זאך ווי דער פראבלעם אליינס. פון יעדע פראבלעם קען מען ארויסגיין, אבער פון צעבראכנקייט - דאס איז שוין אן אנדערע מעשה; עס קען נעמען לאנגע יארן ביז מען בויט זיך צוריק אויף.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלט אויפהייבן דיין ווייב, פרוביר זיך אריין צו לייגן אין איר מצב; ווי אזוי וואלסטו געשפירט ווען עס גייט איבער אויף דיר אזא פראבלעם, דו וואלסט דאך נישט געקענט אויפהייבן דיין קאפ צו קוקן דיין ווייב אין די אויגן פאר בושה, יעצט אז די מעשה איז פארקערט, זי האט דעם פראבלעם - זאלסטו איר מחזק זיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָּׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כֵּלִי", א פרוי ווערט איינס מיט איר מאן ווען דער מאן מאכט איר פאר א כלי, דאס הייסט ער בויט איר אויף.


אז דו וועסט פאלגן וואס עס שטייט אין דעם בריוו וועסטו זען אז זי וועט ארויסגיין פון איר פראבלעם.

#82 - וואס טוט מען ווען די קינדער קריגן זיך
רפואה, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן און ענטפערן אויף אייערע פראגעס.


ווען א קינד טשעפעט די יונגערע געשוויסטער איז דאס געווענליך פון קנאה; דאס איז נישט נאר אייער פראבלעם, אין אלע אידישע שטובער איז דא דער פראבלעם אז קינדער זענען מקנא די יונגערע פון זיי און זיי טשעפען זיי. אנשטאט אנשרייען וכו' דארף מען זיי געבן מער ליבשאפט, מאכן אן עסק פון זיי און זיי אויפהייבן, ווי למשל זיי כסדר זאגן: "דו ביסט שוין עלטער, דו גייסט העלפן די מאמע, דו גייסט קענען בלייבן אויף און העלפן קאכן, העלפן באקן; דו קענסט שוין מיט קומען וכו' וכו'", און אין די זעלבע צייט זיי זאגן נישט צו טשעפען די יונגערע, דאס וועט זיי אויפהייבן זיי זאלן שפירן חשוב און צופרידן.


פארשטייט זיך אז מיט אלע עצות איז נאר דא איין עצה: "תפילה, תפילה און נאכמאל תפילה"; בעטן דעם אייבערשטן אויף די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן געזונט און ערליך. בפרט ווען א מאמע בעט דעם אייבערשטן פאר אירע קינדער מיט איר צעבראכן הארץ גייט נישט פארלוירן אירע תפילות, דער אייבערשטער נעמט אן די תפילות און מען זעט גרויסע וואונדער.


בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן, איר זאלט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן; בעיקר ווען איר צינדט די לעכט פרייטאג צו נאכטס זאלט איר זיצן ביי די לעכט מיט די הענט אויפ'ן פנים און רעדן צום אייבערשטן אין אידיש, אים בעטן ער זאל אייך העלפן מיט די קינדער, איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, בנים צדיקים.


בנוגע וכו'; אז דער דאקטער זאגט אז דאס האט נישט צו טון מיט וכו', זאלט איר נאך ווארטן און דאס נישט ארויסנעמען. ווען איר וועט קומען צו די כוחות, איר וועט זיין גרייט צו קינדער וועט איר דעמאלט פרעגן.


שטארקטס אייך מיט אמונה; צינדטס אן אין שטוב ניגוני אמונה. אמונה מאכט רואיג, אמונה מאכט פרייליך, אמונה געבט כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#81 - הנהגות פאר געזונטע קינדער
רפואה, מקוה, חיזוק פאר פרויען, קינדער, דרייוון, סופרים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אויף די גוטע נייעס אז איר ווארט למזל טוב, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין בנקל ובנחת.


ברסלב'ע פרויען זענען מקפיד נישט צו עסן אין די טעג רעטעך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות קשוי לילד, סימן א): "אִשָּׁה שֶׁאוֹכֶלֶת צְנוֹן בְּעִבּוּרָה, תֵּלֵד בְּקִשּׁוּי", א פרוי וואס עסט רעטעך ווען זי ווארט וועט האבן א שווערע געבורט; אויך זענען ברסלב'ע פרויען מקפיד נישט צו עסן קיין רויע קנאבל און צוויבל ווען מען ווארט און ווען מען זייגט, ווייל דער רבי זאגט (שם אות הריון, סימן ד): "עֻבָּרוֹת וּמֵינִיקוֹת לֹא יֹאכְלוּ שׁוּמִין וּבְצָלִים", פרויען וואס טראגן און זייגן זאלן נישט עסן נישט קיין קנאבל און נישט קיין צוויבל; אזוי ווי מיר געפונען (רש"י במדבר יא, ה) אז אין מדבר ווען דער אייבערשטער האט געגעבן צו עסן די הייליגע מן פון הימל, האט מען געקענט שפירן דערין אלע טעמים, וואס פאר א טעם מען האט געוואלט שפירן אינעם מן האט מען געקענט שפירן, אויסער די זאכן וואס שאדט פאר פרויען וואס טראגן און זייגן, צווישן זיי צוויבל און קנאבל.


אויך פירן זיך ברסלב'ע חסידים אין די טעג וואס מען ווארט א שמחה צו זאגן שמות הצדיקים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; מען זאגט נעמען פון צדיקים וואס מען קען פון אויסעווייניג: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט. נאכדעם בעט מען דעם אייבערשטן די תפילה אז בזכות די הייליגע צדיקים זאלן מיר זוכה זיין צו האבן א געזונט קינד, אלעס זאל גיין גרינג און אין די ריכטיגע צייט.


בנוגע מאכן לייסענס וכו'; אודאי זאלסטו מאכן לייסענס, אזוי וועסטו נישט זיין א נצרך לבריות.


זיי ווייטער מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן טאג, און זיכער זאלסטו מקפיד זיין צו גיין אין מקוה פאר דו שרייבסט ספרי תורה, תפילין ומזוזות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#80 - חס ושלום נישט טשעפען דאס קינד
רפואה, קינדער, צרות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי-קדושים, ו' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... וזוגתו ... תחי'.


שטארקט אייך אינאיינעם, דו שטארק דיין ווייב און איר זאלט שטארקן אייער מאן; חס ושלום אויסהערן די שלעכטע אכזריות'דיגע דאקטורים וואס זענען אזוי נידריג געפאלן אז זיי רעדן אן דעם מענטש צו הרג'ענען דאס קינד.


דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט (פרשות שמות, דף ג): "תְּלָתָא בִּישִׁין עָבִיד דְּכָל עָלְמָא לָא יָכִיל לְמִסְבַּל, וְעַל דָּא עָלְמָא מִתְמוֹגְגָא זְעֵיר זְעֵיר, וְלֹא יְדִיעַ, וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אִסְתָּלִק מֵעָלְמָא, וְחַרְבָּא וְכַפְנָא וּמוֹתָנָא אַתְיָין עַל עָלְמָא", אלע צרות וואס קומט אויף די וועלט קומט צוליב די עבירה פון הרג'ענען די קינדער איידערן געבוירן; ווער ווייסט צי די צרה פון קאראנע קומט נישט פון דעם וואס די וועלט איז אזוי געפאלן אז די דאקטורים הרג'ענען און רצח'ענען קינדער.


איך האף אז איר וועט זיך דערהאלטן, איר וועט אננעמען די מתנה פונעם אייבערשטן מיט דעם וואס איר דארפט ליגן לאנגע חדשים.


איך פערזענליך קען א משפחה וואס אלע קינדער, איבער צען קינדער, זענען חרוב ונחרב; איך געדענק די משפחה פון אלס קינד, די משפחה האט געשיינט און געבליט, אלע האבן זיך געוואונטשן צו האבן אזעלכע קינדער ווי זיי, יעצט איז נישט דא קיין שריד ופליט פון זיי. א טייל האבן מיט די נערווען און א טייל האב אפגעלאזט די תורה'דיגע וועג וכו'. איך האב זיך אלץ געוואונדערט וואס איז פשוט פשט, ביז איך האב זיך דערוואוסט אז די מאמע איז געקומען פרעגן א שאלה צי זי מעג הרג'ענען איר קינד, נאכדעם וואס די דאקטורים האבן געזאגט אז דאס קינד גייט נישט זיין געזונט; מען האט איר גע'פסק'נט וואס די תורה זאגט און זי האט נישט געקענט עומד בנסיון זיין ה' ישמרינו.


גלייבט מיר, אסאך פרויען וואלטן געקענט באשטיין צו ליגן אפילו פאר גאנצע ניין חדשים צו האבן א קינד.


איך בעט פאר ענק איר זאלט האבן הצלחה און עס זאל אנקומען גרינג.