בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#149 - קינדער קען מען נישט געבן, נאר דער אייבערשטער אליינס געבט קינדער
קינדער, תפילה והתבודדות, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב איז נישט רואיג מיט די זאך וואס בוני עולם וויל מאכן - זאלסטו עס נישט מאכן, ווייל קינדער איז א זאך וואס דער אייבערשטער געבט; קינדער קען מען נישט געבן, קינדער קען מען נישט מאכן, נאר דער אייבערשטער אליינס געבט קינדער; נאר וואס דען, אויב די ווייב זאגט אז זי וויל טון עפעס, זי וויל גיין צום דאקטער, זי וויל גיין צו בוני עולם, זי וויל טון, זי וויל מאכן, זי וויל נישט ווארטן - דעמאלט טוט מען אלעס וואס מען קען, פארשטייט זיך נאר מיט דעת תורה. אבער אין דיין פאל וואס דיין ווייב איז אינגאנצן נישט צופרידן מיט די זאכן פון בוני עולם, איז ווער שטופט דיר צו טון די אלע זאכן? פארוואס דארפסטו דאס טון? איז דאך בעסער דו זאלסט נאכאמאל גיין צום אייבערשטן, נאכאמאל גיין צום פושקע, אריינווארפן אפאר פרוטות און בעטן: "תן לי בנים - באשעפער געב מיר קינדער" (ספר המידות אות צדקה חלק ב', סימן יד; תפלה חלק ב', סימן ט).


גיי נישט צוריק צו זיי, עס פעלט בכלל נישט אויס; איין קאפיטל תהלים מיט הייסע טרערן טוט מער אויף ווי דאס וואס זיי ווילן מאכן מיט ענק, אפאר ווערטער צום אייבערשטן פון הארץ איז מער ווערד פון די גרעסטע דאקטורים; זאלסטו גארנישט מאכן.


איך האף דו וועסט זיך שטארקן, דו וועסט נאכאמאל צוריק גיין צום אייבערשטן, אים בעטן בתמימות ובפשיטות מיט רחמים ותחנונים: "הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר, העלף מיר אייבערשטער איך זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער, העלף מיר בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן"; אזוי זאלסטו בעטן טאג נאך טאג, און אפילו הונדערט מאל א טאג - ביז דו וועסט געהאלפן ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#148 - די שליסל פון קינדער ליגט אין דעם אייבערשטנ'ס האנט
קינדער, סגולות, רפואה, שטעטל, הכנסת אורחים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


זארג נישט וועגן קינדער, בארואיג דיין ווייב; זאג איר זי זאל נישט ווערן דערשראקן פון וואס דער דאקטער זאגט. דאס איז זייער זאך, זיי דערשרעקן מענטשן, זיי זאגן עתידות, זיי מיינען זיי ווייסן, זיי ווייסן גארנישט; קינדער האט מיט'ן אייבערשטן. די הייליגע חכמים זאגן (תענית ב.): "שְׁשָׁה מַפְתְּחוֹת בְּיָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא [...] מַפְתֵּחַ שֶׁל חַיָּה", די שליסל פון קינדער ליגט אין דעם אייבערשטנ'ס האנט.


פרעג דיין ווייב אויב זי איז וויליג אריינצונעמען געסט צו א סעודה, אויב זי איז מסכים - זאלסטו ארייננעמען בחורים וואס קומען אין שטעטל און האבן נישט וואו צו עסן. דער רבי זאגט (ספר המידות אות הכנסת אורחים, סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכֶּה אֶת הָאִשָׁה לְבָנִים", די מצוה איז מסוגל פאר קינדער.


אויך זאלסטו געבן צדקה צו דרוקן ספרי רבינו ותלמידיו, דאס איז מסוגל פאר קינדער.


 

#147 - די ארבעט פונעם מאן איז נאר צו בארואיגן
קינדער, אמונה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דיין ווייב אז זי דארף נישט מורא האבן פון האבן אין שפיטאל.


בעט דעם אייבערשטן אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת. מוהרא"ש זאגט מען זאל לערנען די תורה אין לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ב, און זאגן די תפילה (לקוטי תפילות חלק ב', סימן ב) דאס איז מסוגל להולדה.


די ארבעט פונעם מאן איז נאר בארואיגן; ווי אזוי בארואיגט מען? ווען מען רעדט דבורי אמונה, מען זאגט: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט אונז, דער אייבערשטער איז מיט אונז"; יעדעס ווארט אמונה נעמט אוועק אלע שרעק און נארישע פחדים.


איך ווארט צו הערן גוטע בשורות.

#146 - מען דארף זיך דורכרעדן מיט אן ערליכע רב ווי אזוי זיך צו פירן
קינדער, רפואה, שאלות, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (קהלת ג, א-ג): "לַכֹּל זְמָן וְעֵת לְכָל חֵפֶץ תַּחַת הַשָּׁמָיִם, עֵת לָלֶדֶת וגו'", און אזוי ווייטער, יעדע זאך האט זיין צייט; עס איז דא א צייט פון האבן קינדער, "וְעֵת לִרְפּוֹא", און עס איז דא צייטן וואס מען היילט זיך אויס.


עס איז זייער וויכטיג צו פרעגן דעת תורה; זיך דורכרעדן, שמועסן - מיט אן ערליכער רב וויפיל כח און מח די ווייב האט, און אז דער רב זאגט יעצט איז די צייט פון "וְעֵת לִרְפּוֹא" - טוט מען דאס מיט שמחה, ווייל דאס איז רצון השם.


ווען דו זעסט אין די בריוו שארף געשריבן מען זאל נישט אליינס אפמאכן וכו', מען זאל פרעגן אן ערליכער רב, זאלסטו נישט פון דעם אויסטייטשן שלעכט, ווייל אויב דער רב פסק'נט "וְעֵת לִרְפּוֹא" - איז דאס רצון ה', עס איז נישט קיין שום פראבלעם, דער פראבלעם איז ווען מען גייט נישט פרעגן, מען מאכט זיך אליינס א "משפחה פלאן" וד"ל.


שטארק זיך אין דיין ארבעט, עבודות השם, מיט אויפשטעלן תלמידים און פארשפרייטן אמונה.

#145 - אז איר וועט ביידע ארבעטן אויף שלום, וועט איר האבן נאר געזונטע קינדער
קינדער, שלום בית, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס דער דאקטער דערשרעקט, ער זעט א ווייסע פינטל אין הארץ, ער זאגט אז עס קומט א נישט געזונטע קינד, איר בעט איך זאל אייך צוזאגן א געזונט קינד; איך קען נישט צוזאגן, איך קען אייך נאר זאגן אזויפיל, אז אויב איר וועט זיך ליב האבן, איר וועט ביידע ארבעטן אויף שלום, איר וועט זיך נישט וויי טון - וועט איר האבן נאר געזונטע קינדער.


זאגט יעדן טאג שמות הצדיקים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", אז מען זאגט די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער זאגט מוהרא"ש, מען זאל אין די טעג, אין די חדשים - זאגן די נעמען פון צדיקים און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן א געזונט קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#144 - נישט ארבעטן שווער, אבער אויך נישט זיצן און גארנישט טון
חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ב' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר בעט אז איר ווילט זיין קלאר וואס איר האט צו טון; פון איין זייט זאגט אייער דאקטער איר זאלט זיך אפרוען די חדשים און פון די אנדערע זייט האט איר געהערט ביי די שיעור אז עס איז נישט קיין געשעפט זיך נאכצולאזן, קרעכצן און זאגן: "איך בין א פאציענט", נאר מען דארף טון די שטוב ארבעט, נישט קרעכצן טאג און נאכט און זיך מאכן פאר א פאציענט; איר ווילט וויסן וואס צו טון.


דער דאקטער מיינט צו זאגן איר זאלט נישט טון קיין שווערע ארבעט, נישט ליגן אויף דער ערד וואשן די פלארס, נישט שלעפן זאכן און אויפהייבן שווערע זאכן; אבער דאס מיינט נישט איר זאלט בלייבן אין בעט אדער אויפ'ן קאוטש און גארנישט טון נאר קרעכצן און וויינען 'איך שפיר זיך נישט גוט'; דאס וואס מען לאזט זיך נאך - דאס איז די ערגסטע זאך, איר קענט און איר זאלט צושטעלן נאכטמאל פאר אייער מאן און קינדער און אזוי ווייטער.


איך וועל רעדן צו אייער מאן און אים אויסקלארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוט שבת.

#143 - ס'וועט גארנישט שאטן
שלום בית, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


הער נישט אויס דעם דאקטער, דער דאקטער קען נישט זאגן אזא זאך, זיך אפטיילן מאן און ווייב וכו'; איך זאג דיר עס וועט איר גארנישט שאטן, פארקערט, אז איר וועט לעבן אינאיינעם וכו' וכו' - וועט זי פון דעם ווערן געזונט און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#142 - א גוטע וויטאמין וואס ארבעט וואונדערליך
תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, וויטאמינען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


אז איר ווילט צוריק קומען צו אייערע כוחות איז דא א גוטע וויטאמין וואס ארבעט וואונדערליך, עס ארבעט אויפ'ן פלאץ, גלייך ווען מען נעמט עס איין שפירט מען ווי מען באקומט מער און מער כח.


די וויטאמין קען מען באקומען וואו אימער, עס ליגט אין אלע געשעפטן, אין אלע הייזער, עס קאסט נישט קיין געלט; מען דארף דאס נישט אייננעמען, דאס דארף מען ארויסנעמען, ארויסזאגן פאר'ן אייבערשטן די ווערטער:


"יישר כח אייבערשטער פאר מיין לעבן, יישר כח אייבערשטער פאר אלעס וואס דו געבסט מיר, יישר כח אייבערשטער פאר די ביסל כח וואס איך האב. יישר כח אייבערשטער אז איך בין א איד, יישר כח אייבערשטער אז איך גלייב אין דיר, יישר כח אייבערשטער פאר אלעס".


יעדע דאנק צום אייבערשטן - געבט נאך כח און נאך כח.


יעצט זענט איר שוואך, עס איז נארמאל; איר מעגט וויינען, עס איז נארמאל; צוביסליך וועט איר צוריק קומען צו אייערע כוחות פון אמאל, און אז איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן וועט איר ווערן שטערקער פון אמאל.


א חתימה טובה.

#141 - נישטא וואס מורא צו האבן
רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ברכה, י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בנוגע וואס איר פרעגט, אויב איינער איז פארקילט אויב מען איז צוזאמען קען מען איבערכאפן וכו'; זיין צוזאמען איז א רפואה פאר ביידע, סיי פאר'ן מאן און סיי פאר'ן ווייב, עס איז נישט קיין שום פראבלעם, נישטא וואס מורא צו האבן.


א פרייליכן יום טוב.

#140 - מען דארף פרעגן אן ערליכער רב ווי אזוי זיך צו פירן
רפואה, שאלות, תעניתים, הלכה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וילך-שובה, ד' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דער דאקטער זאגט אז דיין ווייב טאר נישט פאסטן - דארפסטו פרעגן אן ערליכער רב ווי אזוי זיך צו פירן; דער דאקטער איז נישט קיין פוסק, ער קען נישט פסק'נען; מען דארף פרעגן אן ערליכער רב ווי אזוי זיך צו פירן.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#139 - דער אייבערשטער האט געמאכט ניסים ביז יעצט, און וועט מאכן ווייטער
חיזוק פאר פרויען, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער טאטע נרו יאיר האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער.


שטארקט זיך מיט אמונה שלימה, דער אייבערשטער וועט העלפן אלעס וועט אריבער גיין בנקל ובנחת; קוקט צוריק די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אייך ביז אהער, וועט ער ווייטער טון מיט אייך ניסים.


מוהרא"ש האט שטענדיג געזאגט פאר די פרויען וואס ווארטן למזל טוב זיי זאלן בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אלעס זאל אריבערגיין גרינג בזכות די צדיקים הקדושים, מען זאל אויסרעכענען די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט: "בזכות אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו", און אזוי ווייטער.


זייט פרייליך, ווען מען איז פרייליך עפנט מען אויף טירן אין הימל עס זאל אראפקומען גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#138 - משניות היילט אויס די מח מחשבה
שלום בית, רפואה, משניות, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויפיל דו ביסט א רחמנות - איז דיין ווייב נאך סאך מער א רחמנות; עס איז כמעט אוממעגליך צו לעבן מיט איינעם וואס ליידט אויף די מחשבות פון א"ו ס"י ד"י, מען קען אראפגיין פון זינען.


הייב אן זאגן משניות, דאס וועט דיר אויסהיילן; אז דו ווילסט פטור ווערן פון דיינע יסורים, פון די שלעכטע מחשבות וואס מאכן דיר צעדריידט, דו ליידסט אויף א"ו ס"י ד"י השם ישמרינו - נעם די עצה פון זאגן משניות, משניות היילט אויס די מח מחשבה. אז מען לערנט משניות ווערט מען מיט די צייט א נארמאלער מענטש, מען הערט אויף ליידן אויף די מחשבות.


 א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#137 - נישטא קיינער וואס זאל זיך נישט מוטשען אויף דער וועלט
תודה והודאה, צרות, שלום בית, רפואה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך זייער שטארקן, יעדער איינער בזה העולם גייט אריבער שוועריקייטן, מען פרובירט אויס יעדן איינעם; נישטא קיינער וואס זאל זיך נישט מוטשען מיט זיינע נסיונות, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם, כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא איז נישטא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום, מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט שווערע נסיונות, עס איז נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים וכו', און ווער עס וויל זיך ראטעווען פון די יסורים איז דא איין עצה, אנטלויפן צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה.


זע אז דיין ווייב זאל נעמען אירע מעדעצין; אז זי וויל עס נישט נעמען, זי גייט אריין אין א ווייטאג, זי שרייט אז זי נעמט נישט - זאלסטו זיך נישט פארלירן, רעד מיט איר ביז זי וועט עס נעמען, עס דארף דיר נישט אנגיין אז עס נעמט אסאך צייט ביז זי איז מסכים וכו'. עס איז טאקע נישט קיין גרינגע מעשה דאס וואס דו גייסט אריבער, אבער געדענק, עס איז נאך מיט גרויס חסדים, עס וואלט געקענט זיין פיל ערגער.


טראכט פון דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט דיר, טראכט נישט פון די פראבלעם; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה) דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס, אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט.


שרייב מיר נאך בריוו, איך האב זייער הנאה פון יעדן בריוו דיינע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#136 - גייט צו די חתונה מיט שמחה און ישוב הדעת
שלום בית, רפואה, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווערט נישט דערשראקן פון דעם פראבלעם; דער פראבלעם וכו' וועט גארנישט שטערן פאר נאך אייער חתונה, אייער מאן וועט נישט וויסן פון דעם. עס איז גרינג פאר א פרוי דאס צו אויסבאהאלטן, ווייל די פרוי איז דער וואס וואשט די וועש. אויב עס פאסירט ביינאכט וכו' קען מען אויסוואשן די בעט געוואנט, אנדערש איז ווען עס פאסירט ביים מאן, דעמאלט איז נישט שייך צו באהאלטן; דעריבער דארפט איר בכלל נישט ווערן דערשראקן, און אז אייער מאן וועט זיך יא דערוויסן - וועט אויך גארנישט זיין; וואס איז דען? בסך הכל זענט איר א מענטש, איר זענט נישט קיין מלאך, עס מאכט נישט ווייניגער דעם מענטש. איך האב דאס געהאט ביי א טייל פון מיינע טייערע קינדער, זיי וועקן זיך נישט אויף ביינאכט וכו'; איך זאג זיי אז עס איז גארנישט, עס איז נישט זייער שולד; מען ווערט נישט ווייניגער חשוב אז מען גייט דאס אריבער.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האלט שוין דא, איר גייט שוין צו אייער חתונה; גייט צו די חתונה מיט שמחה און ישוב הדעת, עס זאל אייך גארנישט אנגיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#135 - שטארק זיך מיט אמונה, אלעס וועט זיין גוט
אמונה, התחזקות, הפצה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


פארליר זיך נישט, דיין זון נרו יאיר וועט זיין געזונט און שטארק, ער וועט גיין צו דער בר מצוה געזונטערהייט.


שטארק זיך באמונה, בעט דעם אייבערשטן אלעס זאל זיין גוט; ווען דו בעטסט דעם אייבערשטן זאל דאס זיין מיט א געלאסנקייט, נישט פון פארלוירנקייט.


איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה; די אלע מענטשן וואס דו ברענגסט צוריק צום אייבערשטן דורך דיין הפצה וועט דיר זיין פאר א זכות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#134 - מ'דארף האבן מער זכותים אלעס זאל אריבערגיין בשלום
קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף דיין פראגע אויב א פרוי דארף זיך אפשערן אין די חדשים וכו'; וואס זאל זיין אנדערש די חדשים וואס מען ווארט ווי די אנדערע צייטן? אויב עפעס דארף מען אין די חדשים זוכן מער זכותים, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לב.) אין די צייט פון געבוירן דעמאלט נעמט מען אפיר אלע מעשים, דעמאלט דארף מען האבן גרויסע זכותים אז אלעס זאל אריבער גיין בשלום.


וואס דארפסטו מער פון די ווערטער וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי, 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#133 - דאנקען דעם אייבערשטן ברענגט א נאנטקייט צום אייבערשטן
תודה והודאה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


זייט נישט דערשראקן, עס מאכט זיך ביי אסאך געבוירענע קינדער אז עס איז נישטא ביידע וכו', עס וועט אראפקומען פון זיך אליינס; איר דארפט גארנישט טון, ווארטס וועט איר זען ווי אלעס וועט זיין אין בעסטן ארדענונג, זייט נישט פאר'דאגה'ט, זייט פרייליך.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים; אויף אייערע ליכטיגע קינדער, אויף אייער מאן און אויף אלעס וואס איר האט. ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן אלס נענטער ווערט מען צו אים, אלס מער שפירט מען א טעם אין לעבן.


דאנקען דעם אייבערשטן ברענגט זייער א שטארקע נאנטקייט צום אייבערשטן, מען ווערט אזוי זאט פון דעם, מען דארף נישט קיינעם, מען דארף גארנישט, מען איז פרייליך און צופרידן.


א גרוס פון אייער מאן; איך זע אים דאווענען מיט יראת שמים, איך זע אים לערנען זיינע שיעורים, ממש א תענוג און פארגענוגן.

#132 - די סגולה פון וויין וואס א צדיק האט געקוקט דערויף
תפילות אויף אידיש, סגולות, רפואה, צדיקים, וויין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב געהאט אזא מעשה נאך איינער פון מיינע קינדער, איך האב געבעטן מוהרא"ש אז איך דארף א ברכה פאר מיין ווייב, וויפיל זי פרובירט – האקט זיך עס אפ וכו'; מוהרא"ש האט מיר געזאגט אויפ'ן טעלעפאן: "איך קום היינט נאכט קיין וויליאמסבורג, איך וועל דיר עפעס ברענגען", איך האב נישט פארשטאנען וואס מוהרא"ש זאגט, 'עפעס ברענגען? וואס?' איך האב איבערגעפרעגט, און מוהרא"ש זאגט מיר: "איך ברענג דיר א סגולה פון רבי'ן", איך האב נישט געהאט קיין שום אנונג וואס מוהרא"ש זאגט.


ביינאכט האב איך געטראפן מוהרא"ש ביי די חתונה, מוהרא"ש האט מיר געגעבן א באטל גרעיפדזשוס און מיר געזאגט: "דער רבי זאגט דאך (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): 'אִשָּׁה שֶׁדָּמֶיהָ מְרֻבִּים וְאֵין לָהּ וֶסֶת, אַף שֶׁיַּיִן מַזִּיק לָהּ וְכוּ', עִם כָּל זֶה רְפוּאָתָהּ עַל יְדֵי יַיִן שֶׁהִסְתַּכֵּל בּוֹ צַדִּיק אֲמִתִּי'", און מוהרא"ש זאגט מיר: "געב דיין ווייב צו טרינקען אביסל פון די גרעיפדזשוס וועט זי האבן א ישועה", וכך הוה.


איך שרייב דיר דאס ווייל דו ווילסט אן עצה וואס צו טון, עס נעמט שוין עטליכע וואכן; די פראגע איז נאר 'וואו נעמט מען א צדיק אמת?' מיר דארפן וויינען און שרייען: "רבונו של עולם, וואו איז מען זוכה צו טרעפן דעם אמת'ן צדיק וואס קען אונז העלפן?"


אינטערעסאנט, מיר האבן דאס געהאלטן פאר א לאנגע צייט; מיין ווייב האט געגעבן דערפון פאר נשות אנשי שלומינו, אלע האבן גלייך געזען ישועות.


ביי מיר איז געווען א חידוש וואס מוהרא"ש ברענגט מיץ ענבים (גרעיפדזשוס), אז דאס איז וויין.

#131 - דער שליסל פון קינדער ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער שליסל פון קינדער ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.): אָמַר רֶבִּי יוֹחָנָן: "שְׁלֹשָׁה מַפְתְּחוֹת בְּיָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דריי שליסלען ליגט אין די הענט פונעם אייבערשטן, "מַפְתֵּחַ שֶׁל גְּשָׁמִים", די שליסל פון רעגן, "מַפְתֵּחַ שֶׁל חַיָּה", די שליסל פון קינדער, "וּמַפְתֵּחַ שֶׁל תְּחִיַּית הַמֵּתִים", און די שליסל פון תחיית המתים; אז מען וויל אריינגיין אין א פארמאכטע פלאץ וואס איז פארשפארט דארף מען זוכן ווער עס האט די שליסלען, מען פרעגט זיך נאך 'ווער האט די שליסל?' מען גייט צו יענעם און מען בעט יענעם פאר די שליסל, אזוי קען מען אריינגיין.


אז איר ווילט זוכה זיין צו נאך קינדער דארפט איר זיך ווענדן צום אייבערשטן, אים בעטן פאר די שליסל. מאכט אייך יעדן טאג א צייט פאר תפילה והתבודדות, בעטס דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך, בעטס אים: "רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר מיינע ליכטיגע קינדער, איך בין אזוי גליקליך מיט די דריי מתנות, איך האב זיי אזוי ליב; יעצט בעט איך דיר הייליגער באשעפער, געב מיר נאך קינדער, איך וויל אזוי שטארק האבן א גרויסע שטוב מיט אסאך קינדער און אייניקלעך"; אזוי זאלט איר יעדן טאג טון, קודם זאלט איר דאנקען און נאכדעם זאלט איר בעטן, וועט איר זען גרויסע ניסים.


די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי סוטה ז, א): "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִתְאַוֶּה לִשְׁמוֹעַ שִׂיחָתָן שֶׁל צִדְקָנִיּוֹת", דער אייבערשטער גליסט צו הערן די שמועסן פון ערליכע פרויען; די גרעסטע גליסט ביים אייבערשטן איז ווען מען קומט צו אים מיט תפילות ובקשות, מען דאנקט אים אויף אלע חסדים און מען בעט אים וואס מען דארף, דאס איז ביים אייבערשטן זייער חשוב.


דער הייליגע זוהר זאגט (פרשת בלק, קצה.) נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי ווען א צעבראכענע הארץ קומט צו אים און רעדט זיך אויס דאס הארץ און לייגט פאר זיינע טענות, ער בעט דעם אייבערשטן זאל רחמנות האבן. אלע מלאכים, אלע הימלען, אלע פרעגן: "וואס טוט דער אייבערשטער? פארוואס דארף דער אייבערשטער זיך פארען כביכול מיט די צעבראכענע הערצער?" ביז מען ענטפערט זיי: "די צעבראכענע הערצער זענען דעם אייבערשטנ'ס באליבסטע זאך".


קלאפט אייך נישט אראפ מיט די אלע חלומות וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט, פארוואס איר האט נישט נאך קינדער; איינער זאגט איר זאלט נישט עסן קיין מעל, א צווייטער זאגט איר זאלט נישט עסן צוקער, א דריטער זאגט נישט עסן קיין טשאקאלאד, עס איז א גרויסע זאך צו זיין גלייבעדיג, פרויען האבן די מעלה, זיי זענען זייער גלויביג, זייער תמימות'דיג, אבער פון די אנדערע זייט גלייבן זיי יעדע חלום, יעדע פאנטאזיע - פון יעדע פרוי, מען דארף נישט יעדן אויסהערן.


וואויל איז דעם וואס הערט אויס וואס צדיקים זאגן, ער נעמט עצות פון צדיקים, ער לעבט מיט די עצה פון התבודדות; וועט ער געהאלפן ווערן מיט אלע ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#130 - דער רבי געבט כוחות צו לערנען תורה אפילו ווען מ'ליגט מיט יסורים
צרות, רפואה, חסידות ברסלב, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


הודו לה' אז דו פארהיילסט זיך, צוביסליך ווערסטו מער און מער געזונט. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט צוריק קומען צו דיינע כוחות, קענען דינען דעם אייבערשטן געזונטערהייט ברמ"ח איברים ושס"ה גידים, לאנגע געזונטע יארן.


אזוינס וואס דיין ווייב האט דערציילט פון דיר - הערט מען נישט; זי זאגט אז אלע טעג און וואכן וואס דו האסט זיך נישט געקענט באוועגן ביסטו געזיצן מיט א הויפן ספרים און געלערנט שעות אויף שעות, טראץ די יסורים און שוועריקייטן. דאס איז עפעס וואס מען הערט נישט ביי אנדערע; געזונטע מענטשן זיצן נישט מיט ספרים, כל שכן ווען מען ליגט מיט יסורים. דא זעט מען די כח פון רבי'ן, ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן באקומט מען אזא שטארקע חשק צו לערנען, מען איז נישט מוותר אויף א טאג אן לערנען, אפילו מען ליגט אין בעט מיט יסורים - לערנט מען ווייטער שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, די תורה היילט אויס בגוף ובנפש.


שטארק זיך, גיי אן ווייטער מיט דיינע שיעורים כסדרן, דאנק דעם אייבערשטן אז דו היילסט זיך שוין אויס און בעט אים אויף ווייטער.

#129 - דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קומען שנעל צו דיינע כוחות
רפואה, תיקון חצות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, טברי'


געלויבט דעם אייבערשטן אז די אפעראציע איז אריבער בשלום; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט קומען שנעל צו דיינע כוחות, זאלסט קענען דינען דעם אייבערשטען געזונטערהייט און מיט הרחבת הדעת.


בנוגע זאגן תיקון חצות; געוואוין זיך צו זאגן פאר'ן גיין שלאפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#128 - אז מ'וועט זיך פירן בצניעות, וועלן די קינדער זיין גרויסע צדיקים
קינדער, צניעות, חיזוק פאר פרויען, רפואה, שערן די האר, עין הרע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס; דער אייבערשטער זאל העלפן זי זאל טראגן גרינג און האבן גרינג, אלעס זאל אריבערגיין גרינג, מיט נחת און גרויס פרייד.


בנוגע אויב זי זאל זיך אויך אפשערן אין די חדשים וואס זי ווארט וכו'; אודאי זאל זי זיך אפשערן איר האר אין די חדשים, אויב עפעס איז אין די חדשים וויכטיגער זיך אפצושערן די האר, אזוי וועט דער קינד זיין א גרויסער צדיק. ווייל דער הייליגער זוהר זאגט זייער שארף אויב א פרוי גייט מיט האר, דער זוהר זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער, מדה טובה מרובה, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, זי שערט זיך אפ אירע האר - וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער, אירע קינדער וועלן יא חשוב זיין.


בנוגע אויב זי זאל מקפיד זיין ביים שלאפן צו גיין צוגעדעקט די קאפ; קוק וואס די הייליגע חכמים זאגן (יומא מז.): "שִׁבְעָה בָּנִים הָיוּ לָהּ לְקִמְחִית", עס איז געווען א פרוי קמחית, זי האט געהאט זיבן קינדער, "וְכֻלָּן שִׁמְּשׁוּ בִּכְּהוּנָה גְדוֹלָה", און זי האט זוכה געווען אז אלע זענען געווען כהנים גדולים. "אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים: מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּךְ?" האבן די חכמים איר געפרעגט: וואס האסטו געטון אז דו האסט זוכה געווען צו דעם? "אָמְרָה לָהֶם: מִיָּמַי לֹא רָאוּ קוֹרוֹת בֵּיתִי קְלָעֵי שַׂעֲרִי", האט זי געזאגט פאר די חכמים: מיין גאנץ לעבן האב איך אכטונג געגעבן צו זיין גוט צוגעדעקט די קאפ, אז די האר זאל זיך נישט ארויסזען.


בנוגע פרעגן דעם דאקטער וכו'; דער עיקר דארף מען אכטונג געבן וועגן עין הרע נישט רעדן צו אנדערע, אפילו פאר עלטערן - וואס דער דאקטאר זאגט און נישט איינקויפן צוליב עין הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#127 - געזונט קומט פאר אלעס
רפואה, ציינער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען עס קומט צו גיין צו דאקטורים קוקט מען נישט אויף געלט; געזונט קומט פאר אלעס.


גייט צום ציין דאקטער וואו איר זענט מער באקוועם און וואס מאכט א בעסערע ארבעט, אפילו זיי בעטן גרויס געלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זיין געזונט פיזיש און גייסטיש, איר זאלט האבן אסאך כח אנצוגיין מיט די שטוב, מיט די קינדער און מיט אייער ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#126 - דיינע געשוויסטער האבן נישט וואס אריין צו רעדן אין דיין לעבן
שלום בית, רפואה, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דעם אייבערשטן אז דיין ווייב זאל זיין געזונט, זי זאל נישט האבן די ווייטאג, דער אייבערשטער וועט העלפן זי וועט האבן א גאנצע רפואה.


בנוגע דיין ווייב וכו', איך וועל שרייבן א בריוו.


בנוגע דיין שוועסטער; געב אכטונג, טו נישט די גרייז וואס דיינע עלטערן האבן געגרייזט, געב אכטונג זי זאל נישט חרוב מאכן דיין שטוב. דו לעב מיט דיין ווייב און שוין, דו ביסט מחויב צו מכבד זיין דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן, דיינע געשוויסטער - דאס איז שוין עפעס אנדערש, דיינע געשוויסטער האבן נישט וואס אריין צו רעדן אין דיין לעבן, בפרט די שוועסטער, זי איז נעבעך אזוי פארדרייט השם ישמרינו, זאלסטו זיין קלוג, זי זאל נישט זיין צו היימיש אין דיין לעבן.


א רחמנות אויף דיינע עלטערן אז זיי האבן איבערגעגעבן די גאנצע שטוב פאר די נארישע טאכטער, זי איז די גאנצע קובע, נעבעך נעבעך.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט תורה ותפלה. זיי מכבד דיינע עלטערן, דיין ווייב'ס עלטערן און דיין ווייב.

#125 - פון זארגן וועסטו נישט געהאלפן ווערן
קינדער, תפילה והתבודדות, קברי צדיקים, רפואה, סבלנות, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב גערעדט צום דיין שליט"א, ער זאגט אז דיין ווייב זאל נעמען די וויטאמין, דאס וועט העלפן אז אלעס זאל גיין כסדר, עס וועט איר העלפן וכו'.


פארליר זיך נישט, שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; איר וועט זוכה זיין צו זרע ברך ה', נאר נישט אריינפאלן אין יאוש, נאר נישט דאגה'נען; פון זארגן וועט גארנישט געשען, דאגות ברענגט נישט קינדער, דאגות דערביטערט דאס לעבן.


טוט וואס יצחק און רבקה האבן געטון, זיי האבן אינאיינעם געבעטן דעם אייבערשטן; נעם דעם תהלים אינאיינעם מיט דיין ווייב, זאג יעדן טאג תהלים וועסטו זען גרויסע ישועות.


כאפ זיך אריבער יעדן טאג צום ציון פון הייליגן סאטמאר רבי, זאג דארט א קאפיטל תהלים און בעיקר זאלסטו זיך מתבודד זיין דארט; עס איז זייער א הייליגע פלאץ, מען קען דארט פועל'ן גרויסע ישועות. בעט דעם אייבערשטן אויף אידיש, ווערטער פון הארץ, ער זאל דיר געבן געזונטע ערליכע קינדער, בנים צדיקים.


נאכאמאל, פארליר זיך נישט, כי גדול אדוננו.