בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#265 - מען דארף זיך היטן דאס געזונט, עסן געזונט
רפואה, אומאן, עסן, דייעט

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, נחמו, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בעט דיר זייער, געב זיך ווייטער אכטונג אויף דיין געזונט, געב זיך אכטונג וואס דו עסט. עס איז א מצות עשה מדאורייתא (דברים ד, טו): "וְנִשְׁמַרְתֶּם מְאֹד לְנַפְשֹׁתֵיכֶם", מען דארף זיך היטן דאס געזונט, עסן געזונט.


ביסט יונג, יעצט איז די צייט צו אכטונג געבן פון צוקער און פון איבערוואג. הויב אן דעם טאג מיט פרוכט, און נאכמיטאג עס גרינצייג און פראטעין; געענדיגט מיט קעיק, מיט סענדוויטש וכו' וכו'; היט דיין געזונט, דאס איז יעצט די וויכטיגסטע זאך פאר דיר.


מיר פארן שוין צום רבי'ן, מען הויבט אן א נייעם יאר, א נייעם בלעטל; ביים רבי'ן וועלן מיר פועל'ן ישועות ורפואות און אלעס וואס מען דארף.


 

#264 - אין אייערע אומשטענדן, דארף מען עסן געזונט און נעמען וויטאמינען
קינדער, רפואה, וויטאמינען, שמות הצדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זעט צו היטן אויף אייער געזונט. מען מוז עסן, בפרט אין די חדשים וואס מען ווארט למזל טוב דארף מען זייער אכטונג געבן צו עסן געזונט און נעמען די ריכטיגע ווייטאמין צו האבן כח.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט, 'היטן אויף די געזונט מוז מען מער ווי היטן אויף די נשמה, ווייל א קליינע לאך אין גוף איז א גרויסע לאך אין די נשמה'; ווייל אויב מען ווערט אפגעשוואכט פיזיש - קען מען נישט דינען דעם אייבערשטן, מען ליגט אין בעט און מען טוט גארנישט.


איך שרייב אייך דאס נאר ווייל אייער מאן שרייבט מיר ער בעט מיר איך זאל אייך מחזק זיין, ער שרייבט אז איר עסט גארנישט, איר זענט אין א סכנה.


זאגט שמות הצדיקים. מוהרא"ש זאגט פאר פרויען וואס ווארטן, מען זאל זאגן אין די חדשים "שמות הצדיקים" - נעמען פון צדיקים, און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; זאלט איר זאגן די נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מיבנאל וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאלט איר זאגן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיךְ נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#263 - מאכט נישט די זאך פון אויסרייניגן די קערפער
קינדער, רפואה, סכנה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


געב אכטונג, מאכט נישט די זאך פון אויסרייניגן די קערפער, נישט פאר אייך און זיכער נישט פאר די קינדער. דא איז געווען א אינגערמאן וואס די רעגירונג האט אים צוגענומען זיינע קינדער ווייל זיין ווייב פלעגט מאכן ענעמעס פאר די קינדער.


טוט נישט די זאכן, מאכט נישט די סכנה'דיגע זאכן, הערט נישט אויס די פרויען וואס רעדן פון די זאכן. אז א קינד שפירט נישט גוט - גייט מען צום דאקטער און אז דער דאקטער זאגט נעמען אנטי-ביאטיק - זאלט איר נישט טראכטן קיין איין מינוט אז דאס שאדט, איך נעם אנטי-ביאטיק ווען עס פעלט אויס און איך געב פאר מיינע קינדער אנטי-ביאטיק ווען עס פעלט אויס. מוהרא"ש האט גענומען, און געגעבן פאר זיינע קינדער, און נישט אויסגעוואשן די קאולען וכו' וכו'.


א רחמנות ווען מען גייט נאך די אייגענע שכל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#262 - אז מען פרעגט איבער, זאג איך סיי ווי נאר וואס יענער וויל הערן
קינדער, תודה והודאה, רפואה, שאלות, ראש ישיבה, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


   יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אז מען פרעגט און מען ענטפערט - דארף מען אננעמען.


איר זענט געקומען מיט אייער מאן נרו יאיר, מען האט איבערגערעדט אלע פרטים, און מען האט מיט דעת תורה גע'פסק'נט מען זאל ווארטן לכל הפחות צוויי יאר וכו' - דארף מען דאס אננעמען.


איר האט ליכטיגע קינדער, זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר זיי און שעפן נחת פון זיי, און ווען עס וועט קומען די צייט מיט פרישע כוחות - וועט מען זיין גרייט צו נאך קינדער, יעצט איז א בחינה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים כב:): "כשם שקבלתי שכר על הדרישה, כך אני מקבל שכר על הפרישה".


אז מען פרעגט איבער - זאג איך סיי ווי נאר וואס יענער וויל הערן; אויב אזוי דארף מען נישט קומען, מען קען גלייך טון וואס מען וויל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#261 - עטליכע הדרכות און שאלות אין צניעות
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, צניעות, שלום בית, רפואה, משפחה, טעלעפאן, זינגער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב אייער מאמע זאגט מען זאל צוריק גיין צום דאקטער - איז נישט געפערליך צוריק צו גיין, ווייל פון פאלגן א מאמע - באקומט מען נאר ברכות פון אריכות ימים ושנים.


בנוגע וכו'; אין שטוב קענט איר זיך אויספוצן, בפרט נאך די חתונה, פאר'ן מאן - איז דאס א גרויסע מצוה.


בנוגע ארומנעמען, האלזן - א ברודער; עס שטייט קלאר אין רמב"ם (ספר המצוות, לא תעשה שנג; פרק כא מהלכות איסורי ביאה, הלכה ו) אז עס איז אן עקלדיגע זאך און מען זאל דאס נישט טון.


בנוגע זינגען; נוצט אייער טאלאנט צו זינגען פאר סקולס, זינגט ניגוני אמונה, ניגוני צניעות, וכדומה.


בנוגע שמועסן מיט בחורים, פעטערס; טוט דאס נישט.


בנוגע טעקסט און ווידיאו; אויב מען נוצט עס נאר מיט חבר'טעס וואס זענען איידל - איז דאס נישט קיין פראבלעם.


בנוגע א שפיצל, שייטל; איר דארפט נישט רעדן פון דעם מיט אייער זיידע, האט נישט מורא, ער וועט קומען צו אייערע שמחות.


דער עיקר זאלט איר זיך שטארקן מיט תפילה און התבודדות; בעטס דעם אייבערשטן, שמועסט מיט אים; דער אייבערשטער האט אייך ליב און ווארט איר זאלט קומען צו אים, שמועסן מיט אים.


 

#260 - נעמט זיך פאר א גוטע זאך אין צניעות, צו ווערן אינגאנצן געזונט
צניעות, צרות, חיזוק פאר פרויען, רפואה, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


מרת ... תחי'


נעמט זיך פאר א גוטע זאך אין צניעות, איך זע איר מוטשעט זיך אזוי שטארק, איר האט אזעלכע יסורים; זאלט איר עפעס פארבעסערן אין צניעות.


נישט אז איר זענט נישט גוט, איר זענט זייער גוט און זייער וואויל, אבער זיין איידל האט נישט קיין שיעור, מען קען אלץ טון בעסער.


איך בעט אסאך פאר אייך, דעם פארגאנגענעם שבת קודש האב איך געוויינט אין די מערה ביי רבי שמעון בר יוחאי פאר אייך, אז דער אייבערשטער זאל אייך היילן.


איך ווארט צו הערן גוטע נייעס, אז איר זענט שוין געזונט און שטארק.


 

#259 - מיט שמחה וועט זיך עפענען די הימל און איר וועט זען ניסים
קינדער, כיבוד אב ואם, שמחה, קברי צדיקים, רפואה, ראש ישיבה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער. איין זאך זאלט איר טון, זיין נאר פרייליך, מיט שמחה וועט זיך עפענען די הימל און איר וועט זען ניסים.


איך האב אסאך געבעטן פאר אייך אין מירון ביים הייליגן רבי שמעון און ביי אלע צדיקים.


ווערט נישט נערוועז ווען אייער מאמע זאגט אייך איר זאלט עסן דאס, און דאס נישט; מייערן יא און איגערקעס נישט, מילך נישט, נאר דאס און נאר יענץ. איר דארפסט וויסן אז אייערע עלטערן זענען זייער באזארגט פאר אייך, זיי ווילן שוין הערן גוטע נייעס. זיי מעגן זאגן און איר זאלט מכבד זיין מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ.


נאר שמחה; טאנצט, פאטשט, זינגט און נאך זאכן וואס מאכט פרייליך.


 

#258 - שמירט נישט די נעגל
קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, נעגל

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שמירט נישט די נעגל, בפרט יעצט אין די חדשים וואס מען ווארט למזל טוב - איז זיכער נישט כדאי זיך שמירן די נעגל, אפילו עס איז נישט שייך חציצה וכו'; דאס וועט זיין א זכות פאר אייך צו האבן גרינג און מיט נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#257 - דיין ווייב זאל באשליסן אויב זי וויל עס נעמען
קינדער, תפילות אויף אידיש, שלום בית, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע נעמען אן עפידורעל; די אלע וואס מאכן א פאניק און א שרעק פון נעמען אן אפידורעל - די זענען חולי נפש, מיר קוקן וואס די תורה זאגט, וואס צדיקים זאגן.


ביי דיין פאל אז עס האט נאר געמאכט פראבלעמען - זאל דיין ווייב זאגן וואס זי וויל, ווייל מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט מען זאל נעמען אן עפידורעל (קוק אריין אין שו"ת ברסלב חלק מא מכתב ה' תקמח). אבער אז דאס ארבעט נישט מיט דיין ווייב וכו' - זאל זי זאגן אויב זי וויל יא נאכאמאל פרובירן.


דער עיקר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג נאכאמאל און נאכאמאל: "הייליגער באשעפער העלף אונז עס זאל זיין גרינג און פרייליך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#256 - דו ווילסט זיין געזונט? זאלסטו אויפהערן מיט די פחדים
פחדים, ניגונים, רפואה, חסידות ברסלב, ספירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז די ספירה פון נצחתי ואנצח, דאס איז ווערטער וואס דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן רכח): "איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן", און דאס גייט אן ביי יעדן איינעם; מען דארף א גאנץ לעבן זיך שטארקן אויסצופירן, נישט אויפגעבן, און אפילו מען האלט אין איין פאלן דארף מען זיך נאכאמאל אויפהייבן.


דו ווילסט זיין געזונט? זאלסטו אויפהערן מיט די פחדים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא י.): "גוף קשה", דער שטערקסטער מענטש, "פחד שוברו", אויב האט ער פחדים - ווערט ער צעבראכן; דיינע פחדים, דיינע שרעק - לאזט דיך נישט לעבן, דו הערסט נישט אויף טראכטן 'איך האב יענע מעשה', 'איך האב די מעשה'; דו האסט נישט קיין שום מעשיות, דו ביסט געזונט און שטארק; הלואי זאלסטו נאר טראכטן א פראצענט פונעם אייבערשטן וויפיל דו טראכסט אויב דו ביסט געזונט.


זיי פרייליך, מעגסט הערן מוזיק. די פוסקים שרייבן, אזא איינער וואס איז פאר'דאגה'ט און דערשראקן - מעג הערן מוזיק בימי הספירה. גיי א טענצל "שלא עשני גוי", גיי א טענצל "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", גיי א טענצל "איך הויב אן פון יעצט".


זוך נישט אויף אין דיין גוף סימנים, זוך נישט קיין באמפס, לאז אפ די דמיונות ווייל דו ביסט געזונט און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#255 - עס איז זייער שרעקעדיג אויב מען היט נישט די הלכות פון א אידישע שטוב
קינדער, רפואה, תשובה, אידישע שטוב, הלכה, טהרת המשפחה, עונשים, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, פה אתרא קדישא מירון


 


מיינע טייערע ... און ... וואס איר זענט ביי מיר באליבט ווי מיינע קינדער


איך בעט ענק זייער, שפילט אייך נישט מיט די הלכות; עס איז זייער שרעקעדיג און ביטער אויב מען היט נישט די הלכות פון א אידישע חתונה געהאטע לעבן.


איך וויל אייך נישט דערשרעקן, אבער אויב וועל איך נישט זאגן - וועט שפעטער זיין גאר שרעקעדיג, ווייל אויב מען היט נישט חס ושלום די הלכות - באקומט מען לא עלינו ולא עליכם קראנקע קינדער, עס איז ביטער דאס לעבן, און דעמאלט איז שוין שפעט.


ובכן טייערער ... און ... תחי', שפילט אייך נישט ארום, נעמט עס ערנסט. איך שרייב אייך דעם בריוו אין מירון ביים הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, איך בעט פאר ענק איר זאלט זוכה זיין צו זרע של קיימא. טוט תשובה, זאגט פארן אייבערשטן אז איר האט חרטה און איר גייט איינהאלטן אלע הרחקות, ובזכות רבי שמעון בר יוחאי וועט איר געהאלפן ווערן מיט אלעס גוטס.


איך האף איר וועט אננעמען מיינע ווערטער וואס איך שרייב אייך. איך ציטער אזוי שטארק, איך ווער אזוי דערשראקן צו הערן אז די הרחקות איז א שפיל.

#254 - זיך צוגעוואוינען צו טרינקען וואסער אנשטאט סאדע
שמחה, רפואה, משניות, דאווענען, מוזיק, ספירה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ישיבה קטנה היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט גוט צו טרינקען אינדערפרי סאדע, און פארן דאווענען טאר מען נישט.


בכלל זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו טרינקען וואסער אנשטאט סאדע, עס איז מער געזונט פאר די גוף און פאר די זעל.


קענסט הערן מוזיק אין די טעג פון ספירה כדי צו זיין פרייליך און נישט זיין בעצבות, געב נאר אכטונג דאס צו טון פריוואט, נישט ברבים.


זאג אכצן פרקים משניות יעדן טאג, זאג עס אויפן קול, געלאסן; דאס וועט דיך טוישן פון איין עק ביזן צווייטן עק, עס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#253 - סדר הנסיעה צו קברי צדיקים אין פוילן, פרשת תזריע מצורע תשפ"ג
קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, חינוך הילדים, אמונה, ניגונים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, צדקה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, מוסדות, זיכוי הרבים, תהלים, חסידות ברסלב, שטעטל, עבודת השם, שאלות, שערן די האר, רעדן, נסיעה, משניות, אומאן, ראש השנה, פרנסה, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, דרייוון, לימוד התורה, תכלית, אמונת חכמים, ישיבה, כשרות, ראש ישיבה, מחשבות, התעוררות, יאוש, תיקון הכללי, התנגדות, ל"ג בעומר, ספירה, געלט, וויינען, קאמפיין, לייף אינשורענס, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין פאריגע וואך זונטאג געפארן קיין פוילן, פועל'ן ישועות ביי קברי צדיקים. מיר זענען געפארן מיט א חבורה פון זעכציג חברים תלמידי היכל הקודש, דיין שוואגער האברך אהרן נרו יאיר האט דאס צאמגעשטעלט. דאס איז שוין די צווייטע יאר וואס ער מאכט א נסיעה פאר די אינגעלייט און בחורים וואס ברענגען אריין א געוויסע סכום ביי די יערליכע קאמפיין לטובת אונזערע מוסדות.


קרית ברסלב


זונטאג נאכמיטאג בערך פינף אזייגער בין איך ארויסגעפארן פון שטעטל צום עירפארט מיט האברך אלי' קנאל נרו יאיר, מיר האבן דורכגערעדט אויפן וועג אלע פלענער וועגן ראש השנה הבא עלינו לטובה. קומענדיגע ראש השנה געפאלט דער ערשטער טאג אום שבת קודש און דער צווייטער טאג - זונטאג. ווי עס זעט יעצט אויס וועל איך שוין פארן מאנטאג נאכט, היות עס איז יעצט אינמיטן די מלחמה און מען קען נישט פארן קיין אוקריינא מיט אן עראפלאן, מען קען נאר אריינקומען אויפן ערד, קומט אויס אז די נסיעה איז א לענגערע און אז מען פארט דינסטאג נאכט קומט מען ערשט אן דאנערשטאג, און איך וויל זיין אין אומאן א נאכט פאר זכור ברית, וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארן מאנטאג נאכט ב' סליחות, און צוריק קומען מאנטאג האזינו, צום גדלי'.


נוארק


מנחה האב איך געדאווענט אין שטעטל, מעריב האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. דודי לאקס איז געווען בעל תפילה, מען האט געציילט ספירה, י"א לעומר. אין עירפארט האבן מיר געטראפן אסאך אידן וואס פארן קיין פוילן פועל'ן ישועות. מיר האבן געטראפן א גרופע בחורים פון די סאטמערע ישיבה פון קרית יואל, זיי זענען געפארן מיט א זון פונעם סאטמערער רב פון קרית יואל. איך האב געשמועסט מיט אים, איך האב אים געזאגט אז פונקט נעכטן האט מיין שווער שליט"א מיר געזאגט אז דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט זייער שטארק אנגענומען די ווערטער פון קב הישר (פרק פח) אז חודש ניסן גייט מען נישט אויף קברים; למעשה זע איך אז א גרופע סאטמערע בחורים פארן, זע איך אז צו קברי צדיקים קען מען יא פארן.


אויפן פליגער האב איך געזען א מאדנע זאך, עס איז געקומען צו מיר א איד, ער איז געזיצן אין ביזנעס קלאס. זיין פרנסה איז, זיין א גבאי פאר אן ערל וואס האט ביליאנען דאלער, און דער ערל ווייסט זיך נישט וואו אהין צו טון אויף דער וועלט, עס איז אים נמאס דאס לעבן, איז דעם איד'ס פרנסה צו זאגן פארן ערל יעדן טאג וואו צו גיין, וואו צו קומען און וואס צו טון. מיר האבן געזען ממש דעם רבינ'ס ווערטער (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סד) אלע עשירים זענען משוגעים, און וואס מוהרא"ש זאגט וועגן עשירות, ווער איז רייך און וואס מיינט רייך; פון געלט האט מען גארנישט, מען ווערט משוגע פונעם טאג, מען האט נישט קיין טעם אינעם לעבן, נאר תורה מאכט פרייליך, נאר דער וואס איז עוסק מיט מצוות - דער איז א צופרידענער.


דיין שוואגער האט מיר געבעטן איך זאל אריינשרייבן פאר אלע חברים וואס קומען מיט די נסיעה אפאר ווערטער אין א תהילים וואס ער געבט פאר א מתנה. עס האט מיר גענומען אסאך שעות, איך האב אנגעיאגט צו שרייבן נאר פאר האלב. נאכדעם בין איך אביסל געשלאפן, נאכדעם האב איך געדאווענט שחרית.


ריישא


מיר זענען אנגעקומען בערך צוועלף אזייגער קיין ריישא, מיר זענען אלע ארויף אויף א באס פון צוויי שטאק, מען האט אביסל געווארט אז די פעקלעך זאלן אנקומען.


עס זענען געקומען פון ארץ ישראל אפאר אינגעלייט אנטייל נעמען מיט די נסיעה, משה ראזענבערג און חיים יאקאבאוויטש. אויך זענען געקומען אפאר אינגעלייט וואס זענען געפארן צו די עלטערן אויף פסח קיין ארץ ישראל, זענען זיי געקומען פון ארץ ישראל; די כולל יונגעלייט הרב הערשל בוים און הרב יחזקאל שארף, אויך לייבי אפפעל, איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי אלע.


ליזענסק


מיר זענען געפארן קיין ליזענסק צום הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זכותו יגן עלינו. דאס ערשטע זענען מיר געגאנגען אין מקוה; איך בין געגאנגען אין די קאלטע בור, ווייל ביי די הייסע בור איז געווען אנגעצינדן די פילטער. איך האב געוואלט גלייך גיין צום ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אבער איך האב געטראכט אז דער עולם וויל גיין אינאיינעם, און רוב עולם איז זייער הונגעריג, וועל איך גיין מיט זיי עסן און נאכדעם גיין צום ציון.


ביים ציון איז געווען א גרויסע התעוררות איך האב מתפלל געווען פאר אלע וואס דארפן ישועות.


אויפן וועג פון ליזענסק קיין שינאווא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין שינאווא. אויפן וועג איז געווען שיינע שמועסן, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מען האט גערעדט פון זייער אסאך זאכן.


עס האט זיך אנגעהויבן שאלות ותשובות, אינגעלייט האבן געשטעלט פראגעס. איינער האט געפרעגט: "וואס מיינט זיך מבטל זיין צום צדיק?" זענען מיר אריין אין א שמועס אז דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן - דארפסטו גלייבן אז דוי קענסט פאררעכטן; א מענטש האט געזינדיגט, ער האט געטון עבירות, ער ביי זיך שפירט ווי עס איז שוין נישטא קיין וועג פאר אים צוריק צו קומען צום אייבערשטן - דארף ער האבן ביטול צום צדיק און וויסן "אז דער רבי זאגט 'נישטא קיין יאוש' - איז דאס ממש אזוי", אפילו מען פארשטייט דאס נישט.


דער שמועס איז מיר געווען זייער חשוב, ווייל אינמיטן וועג האט מיר א אינגערמאן געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז עס איז אים אזוי שווער זיך צו מחזק זיין, עס איז אים אזוי שווער צו גלייבן אז ער קען נאך פאררעכטן, ער הערט נישט אויף פאלן. ער האט ממש געוויינט, ער האט געוואלט וויסן אויב עס איז ביי אים נאך מעגליך אויפצוהערן פוגם זיין.


מיר האבן אסאך גערעדט פון דעם, אז ווער עס פאלגט דעם רבי'ן וועט ביים סוף זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן, און אפילו אויב מען וועט נישט זוכה זיין צו זען דא בזה העולם קיין שום ליכטיגקייט - דארף מען גלייבן אז עס וועט זיין (ויקרא כב, ז): "וּבָא הַשֶּׁמֶשׁ וְטָהֵר, וְאַחַר יֹאכַל מִן הַקֳּדָשִׁים", נאכן אוועק גיין פון די וועלט וועט ער זען וואס ער האט אויפגעטון (לקוטי הלכות ברכת השחר הלכה ה', אות מב).


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, אזא רחמנות'דיגער רבי וואס מיר האבן; ער ווייזט פאר אונז א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ער געבט אונז עצות וואס מיר פשוט'ע מענטשן קענען טון, גרינגע עצות; מיר דארפן נאר פאלגן, מיר דארפן גיין אין די וועג; אויב מיר וועלן פאלגן - וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ) דורך זיינע עצות קען מען ווערן א גרויסער צדיק; דער עיקר וואס דער רבי געבט אונז איז די חיזוק פון אנהויבן פונדאסניי און נישט קוקן וואס איז געווען.


איינער האט געפרעגט א פראגע, דער רבי זאגט אין ספר המידות (אות בשורה, סימן ב): "אַל תְּבַשֵּׂר בְּשׂוֹרָה רָעָה, כִּי מֵחֲמַת בְּשׂוֹרָה רָעָה מֵתוּ כַּמָּה נְפָשׁוֹת", מען זאל נישט דערציילן קיין שלעכטע נייעס, ווייל דורך שלעכטע נייעס זענען מענטשן געשטארבן; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "הַמְבַשֵּׂר בְּשֹוֹרוֹת רָעוֹת, נוֹפֵל לְמֹחִין דְּקַטְנוּת", מען פאלט אין מוחין דקטנות דורך דערציילן שלעכטע נייעס; דעריבער פארציילט ער נישט קיין שלעכטע זאכן אין שטוב, אבער שפעטער ווען זיין ווייב הערט די נייעס ווערט זי ברוגז אויף אים, פארוואס ער האט נישט דערציילט. אויף דעם איז די עצה צו דערציילן אויף א וועג אז יענער זאל דאס אליינס כאפן, מען דערציילט עס האלבוועגס, ביז מען כאפט אליינס.


איינער האט געפרעגט פארוואס מען מאכט אוועק צו קויפן לייף אינשורענס, פארוואס זאל מען נישט אוועקלייגן עפעס א קרן פאר די קינדער? דער ענטפער איז, מיר געפינען (עירובין נד.) דער אמורא רב האט געזאגט פאר זיין תלמיד רב המנונא: "בני, אם יש לך", מיין קינד אויב האסטו געלט, "היטב לך", נוץ עס פאר דיר, "שאין בשאול תענוג", ווייל אין קבר האט מען נישט קיין הנאה פון געלט, "ואין למות התמהמה", און מען ווייסט נישט ווען מען גייט אוועק גיין פון די וועלט, איז א שאד אוועק צו לייגן געלט. "ואם תאמר, אניח לבני חוק", אויב וועסטו טראכטן איך וועל אוועק לייגן פאר מיינע קינדער זיי זאלן האבן עסן, קודם כל: "בשאול מי יגיד לך", ווער וועט דיר מודיע זיין אין קבר אז דיינע קינדער האבן טאקע די געלט און זיי נוצן דאס? און נאך א זאך, "בני האדם דומים לעשבי השדה", מענטשן זענען אזוי ווי גראז און בלומען, "הללו נוצצין", די שפראצן, "והללו נובלין", און די שטארבן. זאגט רש"י (דבור המתחיל הללו נוצצין): "כשהן גדילין", ווען די קינדער וואקסן, "גדילה פרנסתן", וואקסט זיי די פרנסה, "ועושרן עמהן", זיי ווערן רייך, "ואינך צריך להדאג עליהן", און מען דארף זיך נישט זארגן פאר זיי.


עס איז געווען א תענוג, א געשמאק - צו פארברענגען מיט תלמידי היכל הקודש. אונטערוועגנס ווען מען איז אויסגעמוטשעט, הונגעריג און מיד - קען מען מער זען ווער איז דער מענטש, ווי אזוי פירט ער זיך; וואס זאל איך דיר זאגן, פון יעדן איינעם האט מען געהערט שיינע שיחות פון רבי'ן און מעשיות פון תפילה.


איינער האט געפרעגט אויב נאך אפאר יאר נאך די חתונה, נישט האבן קינדער - אויב מען זאל גיין צו די ארגאניזאציעס זיי זאלן העלפן. מיר האבן גערעדט אז עס ווענדט זיך אינעם פארפאלק, עס ווענדט זיך אין זיי אליינס; אויב איז דער מאן און די ווייב שטארק ביי זיך אז דער אייבערשטער וועט זיי העלפן, זיי זענען שטארק מיט תפילה - דעמאלט האט נישט קיין פשט צו גיין צו זיי, א שאד די צייט, א שאד די קאפ וויי, זיי קענען נישט געבן קיין קינדער, קינדער קומט פונעם אייבערשטן, און אויב די ווייב זאגט זי וויל גיין צום דאקטער אדער צו די ארגאניזאציעס, זי וויל טון עפעס - דעמאלט גייט מען.


עס זענען געווען פראגעס וואס איך האב נישט געענטפערט, פראגעס וואס איז נישט נוגע אויף למעשה. איינער פרעגט, ער זעט אין די בריוו ווי מען זאגט פאר איינעם עס איז נישט קיין פראבלעם פאר א פרוי צו דרייווען א קאר, און אין געוויסע בריוון זעט מען אז פרויען זאלן נישט דרייווען; פון די פראגעס האב איך זיך ארויסגעדרייט, דאס איז נישט נוגע פארן כלל.


איינע פון די פראגעס איז געווען אויב מאכן געלט איז א סתירה מיט וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש אז מען דארף נאר עוסק זיין אין תורה, תפילה און זכרון בעלמא דאתי, מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין סתירה, דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט מען זאל ארבעטן און האבן א גוטע פרנסה (חיי מוהר"ן, סימן תקא). נאר וואס דען, זיך נישט פארלאזן אויף די געלט און נישט רעדן פון די געלט; פארלאזן דארף מען זיך אויפן אייבערשטן און רעדן דארף מען נאר פונעם אייבערשטן און צום אייבערשטן.


איינער האט געפרעגט אויב בעטן א רעיז פונעם בעל הבית איז א חסרון אין אמונה, ווייל פרנסה געבט דער אייבערשטער; מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין חסרון אמונה, מען מעג בעטן א רעיז און מען מעג טון זאכן פאר פרנסה, דער עיקר איז מען זאל זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן און נאר קוקן צו אים.


איינער האט געפרעגט אויב עס איז ריכטיג צו נעמען לכתחילה פאר פרנסה 'גיין נאך געלט'; מיר האבן גערעדט אז גיין נאך געלט איז פאר איינעם וואס האט נישט. ווען א אינגערמאן זיצט און לערנט און האט נישט צו לעבן - מעג ער על פי הלכה גיין צאמנעמען געלט פאר זיך, אבער איינער זאל גארנישט טון מיטן טאג, שלאפן ביזן טאג אריין און זיך דרייען ליידיג, און גיין נאך געלט - איז נישט ריכטיג.


מען דארף באמערקן אז הפצה און גיין נאך געלט - איז צוויי זאכן. ווען עס קומט צו הפצה איז דאס נישט קיין זאך פון שנארן, דאס איז מזכה זיין נשמות ישראל, דאס איז די גרעסטע עבודה וואס איז נאר פארהאן.


איינער האט געפרעגט אויב דאס איז אמת אז מפיצים זענען בחינת אליהו הנביא; דער ענטפער איז, דער רבי זאגט (ספר המידות אות בשורה, סימן א): "מִי שֶׁהוּא רָגִיל לוֹמַר בְּשׂוֹרוֹת טוֹבוֹת, הוּא נִתְלַבֵּשׁ מִבְּחִינַת אֵלִיָּהוּ", ווער עס דערציילט גוטע בשורות - ווערט ער א בחינה פון אליהו הנביא; קומט אויס, אז די מפיצים וואס גייען פארשפרייטן גוטע בשורות, זיי פארשפרייטן די ספרים פון רבי'ן וואס דארט שטייט גוטע נייעס, אז מען קען נאך זוכה זיין תשובה צו טון, מען קען זוכה זיין צו האבן א חלק אין די הייליגע תורה, מען קען זוכה זיין צו ווערן א צדיק - זענען זיי אלע בבחינת אליהו הנביא.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געשריבן די הייליגע ווערטער פון זוהר תרומה (קכח עמוד ב) "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


שינאווא


ביים הייליגן שינאווא רב האבן מיר געזאגט תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן יעדער איינער אויף וואס ער דארף, איך האב געבעטן פאר מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, אויך האב איך געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות.


עס איז נאכאמאל ארויפגעקומען די פראגע ווי אזוי מען איז מתפלל ביי א ציון פון א צדיק, מען בעט דעם אייבערשטן בזכות דעם צדיק אדער מען בעט דעם צדיק זאל בעטן דעם אייבערשטן? די פראגע פרעגט מען אלעמאל ווען עס מאכט זיך א נסיעה. דער ענטפער איז, מען בעט דעם אייבערשטן אז בזכות די צדיקים, "לִקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וְאַדִּירֵי כָּל חֶפְצִי בָם" - זאל מען געהאלפן ווערן, אויך קען מען בעטן דעם צדיק זאל בעטן פאר אים.


לאנצוט


פון שינאווא זענען מיר געפארן קיין לאנצוט צום הייליגן ראפשיצער רב'ס ציון. מיר האבן באטראכט די נוסח המציבה וואס דער הייליגער ראפשיצער רב האט געהייסן שרייבן: "יחיד בדורו בחכמת אלקים", מיר האבן דארט געזאגט תהילים, און יעדער האט געבעטן זיינע בקשות.


מיר האבן געדאווענט מנחה אין לאנצוט אין די הכנסת אורחים שטיבל.


איך בין געזיצן א חלק נסיעה אויבן אויפן באס און א חלק נסיעה אונטן, אז אלע זאלן קענען מיטהאלטן. אויך האב איך גערעדט רוב וועג אין א מייק, אלע האבן געקענט מיטהאלטן די שמועסן דורכאויס די גאנצע וועג.


וויינען ביי קברי צדיקים


א אינגערמאן האט מיר געבעטן איך זאל געבן חיזוק אויף נישט וועלן וויינען און נישט ווארטן אויף התעוררות. דאס איז זייער וויכטיג ווען מען פארט מתפלל זיין אויף מקומות הקדושים, מען ערווארט צו האבן התעוררות ביי די הייליגע פלעצער, מען ערווארט צו קענען זיך אויסוויינען, און היות מען איז אונטערוועגנס, מען איז אויסגעמוטשעט, מען עסט נישט און מען שלאפט נישט - פארמאכן זיך די געפילן, און אז מען ווארט צו קענען וויינען און מען וויינט נישט - ווערט מען אויס מענטש.


מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון רבי'ן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה): "שֶׁכְּשֶׁהָאָדָם אוֹמֵר תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת וְחוֹשֵׁב בְּלִבּוֹ וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה, זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אֵינָהּ טוֹבָה", עס איז נישט קיין גוטע זאך צו טראכטן ווען מען בעט דעם אייבערשטן - ווען מען גייט שוין קענען וויינען, "וְהִיא מְבַלְבֶּלֶת גַּם כֵּן אֶת דַּעְתּוֹ", אויך טוט דאס שטערן די התבודדות. "כִּי מֵחֲמַת זֶה אֵינוֹ יָכוֹל לוֹמַר הַבַּקָּשׁוֹת בְּלֵב שָׁלֵם בִּשְׁלֵמוּת", מען קען נישט אינזין האבן די ווערטער וואס מען בעט - אזוי ווי עס דארף צו זיין, "כִּי צְרִיכִין בִּשְׁעַת אֲמִירַת תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת לְהַרְחִיק מֵעַצְמוֹ כָּל מִינֵי מַחֲשָׁבוֹת חוּץ שֶׁבָּעוֹלָם רַק לְכַוֵּן דַּעְתּוֹ אֶל הַדִּבּוּרִים, שֶׁהוּא מְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַך כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ, וְאָז מִמֵּילָא בְּקַל יִתְעוֹרֵר לִבּוֹ עַד שֶׁיָּבוֹא לִבְכִיָּה גְּדוֹלָה בֶּאֱמֶת", ווייל ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען לייגן אלע אנדערע מחשבות אין דער זייט און נאר אינזין האבן די טייטש פון די ווערטער וואס מען בעט, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט. דאס אליינס, אז מען לייגט צו מח מחשבה צו וואס מען בעט - דאס מאכט מען זאל קענען וויינען, "אֲבָל כְּשֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה עַל זֶה שֶׁיִּבְכֶּה אֲזַי זֶה וָזֶה אֵינוֹ עוֹלֶה בְּיָדוֹ", אבער אויב מען שטייט און מען ווארט 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - פארלירט מען ביידע זאכן, "כִּי הָאֲמִירָה בְּעַצְמָהּ נִתְבַּלְבְּלָה עַל יְדֵי זֶה, כִּי זֶה שֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה הוּא גַּם כֵּן בְּחִינַת מַחֲשָׁבָה זָרָה שֶׁמְּבַלְבֶּלֶת, הַכַּוָּנָה שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִשְׁמֹעַ הֵיטֵב מַה שֶּׁהוּא מְדַבֵּר עַל יְדֵי זֶה", די התבודדות, דאס בעטן - ווערט געשטערט, ווייל ער האט נישט אינזין וואס ער זאגט און ער בעט; די מחשבה פון ווארטן 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - דאס איז אויך א מחשבה זרה, "כִּי הָעִקָּר לְדַבֵּר הַדִּבּוּר בֶּאֱמֶת לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת אֲחֵרוֹת כְּלָל", ווייל דער עיקר איז בעטן דעם אייבערשטן, צולייגן קאפ צו די ווערטער וואס מען בעט, "וְאִם יִזְכֶּה לִבְכִיָּה בֶּאֱמֶת מַה טּוֹב וְאִם לָאו לָאו וְלא יְבַלְבֵּל אֲמִירָתוֹ בִּשְׁבִיל זֶה", אז מען איז זוכה צו וויינען - איז גוט, און אז נישט - איז ווייטער גוט.


דינוב


פון דארט זענען מיר געפארן קיין דינוב צום הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו.


די גאנצע וועג זענען געזיצן אנשי שלומינו, יעדער איינער מיט זיינע ספרים, דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט אין ערגעץ. איך פלעג משמש זיין מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה, איך פלעג אים באדינען, פארן מיט אים נסיעות. ביי אים האב איך געזען די זאך פון לערנען אונטערוועגנס, ער האט מיר אלץ געזאגט ביים זיך פאקן די פעקלעך איידער א נסיעה: "פאק מיר איין א קליין חומש'ל, א משניות'ל, א תיקונים וכו' וכו'"; איך האב געטראכט 'מיין זיידע איז א העכערער סארט מענטש, ער לערנט, אבער איך, איך בין א פשוט'ער מענטש איך לערן נישט אויפן וועג', סתם מענטשן, פשוט'ע מענטשעלעך ווי מיר זענען - ווער לערנט אויפן וועג? פרעג נאך שטערקער 'ווער לערנט אינדערהיים, נאך איידערן ארויספארן אויפן וועג?'


דאס צו זען, ווי אלע זיצן מיט זייערע ספרים - איז פאר מיר געווען די שטערקסטע זאך. דער זיצט מיט א משניות, א צווייטער מיט די קונטרס 'ב'י'ת' נצחי' - ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, א דריטער מיט א תיקוני זוהר.


מען האט געשמועסט אסאך אונטערוועגנס פון חינוך הבנים והבנות. איינער האט געפרעגט אויב ער קען זאגן פאר זיינע קינדער אז טאטי און מאמי מעגן עסן א געוויסע הכשר, אבער די קינדער טארן דאס נישט עסן? מיר האבן אלע געשמייכלט, וואס איז שייך צו זאגן אזא זאך?! קינדער גייען דאך נאך די עלטערן, עס איז נישט שייך אזא סארט חינוך. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא, אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד עסט און וואס ער טוט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך - וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. נאך זאגן די הייליגע חכמים (מדרש תנחומא וישלח, ז) אויפן פסוק (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה", דינה איז ארויס פון שטוב זיך דרייען אין די גוי'שע גאסן, פארוואס רופט מען איר 'בַּת לֵאָה' - די טאכטער פון לאה, פארוואס נישט די טאכטער פון יעקב? נאר וויבאלד זי איז געגאנגען אין די וועג פון איר מאמע, זי האט געזען איר מאמע ארויסגיין אין גאס איז זי אויך ארויס אין גאס, פון דעם זעט מען וואס מענטשן זאגן: "כְּאִמָּה, בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך - אזוי פירן זיך די קינדער.


רימנוב


עס איז געווארן שפעט, עס האט זיך אנגעהויבן שאלות אויב מען זאל שוין פארן קיין קראקא עסן און שלאפן אדער ווייטער אריינכאפן אויפן וועג נאך מקומות הקדושים. למעשה זענען מיר ווייטער געפארן פון דינוב קיין רימנוב צום ציון פון הייליגן רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו, מיר האבן אלע געצינדן א ליכט לזכות מנחם מענדל בן יוסף, דער צדיק האט דאך מבטיח געווען אז ווער עס וועט צינדן א לעכט פאר זיין נשמה - וועט ער אים א טובה טון. אויך זענען מיר אריין אינעם אוהל פון הייליגן רבי הערש מרימנוב זכותו יגן עלינו, מיר האבן דארט געזינגען זיינע לידער, די הארציגע ניגון וואס מיר זינגען יום טוב שבועות ביי אהבה רבה, אויך די ניגון וואס מיר זינגען ביי תפילת טל און תפילת גשם; הארציגע ניגונים, אויך האבן מיר געזינגען אידישע ניגונים.


מיר האבן געדאווענט מעריב אין רימנוב, ווייל עס איז שוין געווארן שפעט, מיר האבן געוואלט דאווענען פאר חצות, אזוי ווי די הלכה. מיר האבן געדאווענט אינעם נייעם בנין. מען האט יעצט געבויט דארט א שיינעם בנין הכנסת אורחים, מען האט מיך מכבד געווען צו קלאפן א מזוזה. חיים מאיר ערפס איז געווען דער בעל תפילה, מיר האבן געציילט ספירה י"ב לעומר, הוד שבגבורה.


אויפן וועג האבן מיר ווייטער גערעדט און געשמועסט, מען האט גערעדט פון שלום בית. איינער האט געפרעגט וואס ער קען טון, זיין ווייב זאגט אים ער זעט נישט אויס שיין; איך האב נישט געזען ווער עס פרעגט די פראגעס, ווייל מען האט געשריבן שאלות אויף צעטלעך און ארויפגעשיקט. דער ענטפער איז ער זאל געבן גוטע ווערטער, דאס איז א תירוץ אויף אלע טענות וואס די ווייב האט; אז מען רעדט שיין, מען געבט גוטע ווערטער - ווערן אלע טענות בטל.


שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך, נאר אז מען האט שלום בית - קען מען זיין אפגעהיטן און האבן א ריינעם מח מחשבה. דעריבער פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם זייער אויף יונגע פארפעלקער זיי זאלן נישט האבן שלום בית, אזוי קען ער אראפווארפן ביידע אין עבירות. אזוי שרייבט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רסג), איינער האט מיר דערציילט, ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום; דער רבי האט געזאגט: "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", ווייל אז מען איז אן א ווייב - כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


צאנז


פון דארט זענען מיר געפארן קיין צאנז צום הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו. עס איז געווען אין די דריי טעג פון די יארצייט, איך האב זיך זייער געבענקט צו קומען קיין צאנז. איך האב א שטארקע געפיל אין צאנז, ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמער, מיין בלוט איז סאטמער און דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פון צאנזער רב זכותו יגן עלינו, אויך מיינע קינדער זענען אייניקלעך פון הייליגן צאנזער רב.


ביים ציון פון הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו האבן מיר געזאגט קאפיטלעך תהילים און געבעטן אונזערע בקשות. איך האב געהאט א שטארקע התעוררות אין צאנז, איך האב מזכיר געווען ביים הייליגן צאנזער רב אז ביי אונז אין די קהילה, קהילת היכל הקודש - שערן זיך די פרויען די האר נאך די חתונה. מיר האבן איידעלע משפחות, די פרויען זענען איידל און באשיידן, און אלע בית פיגא תלמידות שערן זיך די האר, נישטא איין תלמידה וואס זאל בלייבן מיט די האר. איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע דורות אלע זאלן זיין ערליך, איידל און באשיידן.


דארט איז דא א ווארעמע הכנסת אורחים, איך האב זיך דארט מחי' געווען מיט אביסל ווארעמע זופ. איך האב געטראפן דעם בעל הכנסת אורחים און אים שיין באגריסט.


קראקא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קראקא, מיר זענען אנגעקומען א שעה פארן עלות השחר. עס איז נאך געווען צייט צו עסן, מיר האבן געגעסן א סעודה, חלה מיט פיש. עס איז אויך געווען פלייש, אבער איך האב א גדר נאר צו עסן פלייש אין שטוב. נאכדעם איז מען געגאנגען אין א צווייטע פלאץ שלאפן, עס איז געווארן שפעט, מען האט זיך אראפגעלייגט פאר א שעה צוויי.


זיבן אזייגער אינדערפרי האט לייבי אפפעל געוועקט דעם עולם, מיר זענען געגאנגען צום שול פון רמ"א, דארט האב איך געזאגט ברכת התורה, און פון דארט זענען מיר געגאנגען צום הייליגן רמ"א. מיר האבן געזאגט קאפיטלעך תהילים און יעדער האט געבעטן דעם אייבערשטן זיינע בקשות, מיר זענען צוגעגאנגען צום הייליגן תוספות יום טוב'ס ציון, צום הייליגן ב"ח און צום הייליגן מגלה עמוקות; ביי יעדע ציון האבן מיר זיך אפגעשטעלט און געבעטן דעם אייבערשטן די בקשות.


ראדאמסק


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ראדאמסק. אויפן וועג האב איך נישט געהאט קיין כח מער צו רעדן און ענטפערן פראגעס, איך בין געווען אביסל אפגעמאטערט. איך האב געלערנט מיינע שיעורים, אכצן פרקים משניות און תיקונים, נאכדעם האב איך געדרימלט.


מיר זענען אנגעקומען אין ראדאמסק בערך עלף אזייגער, צום ערשט זענען מיר געגאנגען זיך טובל'ן, עס איז געווען א געשמאקע קאלטע מקוה, אלע האבן זיך גע'טובל'ט. מיר האבן געדאווענט שחרית דארט, משה עקשטיין איז געווען דער בעל תפילה, תיקון הכללי האבן מיר געזאגט ביים ציון פון הייליגן תפארת שלמה זכותו יגן עלינו. מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן אונזערע תפילות און בקשות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין ווארשא צוריק קיין אמעריקע. אויפן וועג בין איך געשלאפן, איך בין געווארן זייער אויסגעמאטערט.


מנחה האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. איך האב געטראפן אין עירפארט הרב רבי חיים יעקב רובין שליט"א מיין מנהל פון סאטמערע חדר אין בארא פארק, איך האב אים באגרוסט און אים באדאנקט; איך האב הכרת הטוב פאר אלע מיינע מלמדים און מנהלים.


אויפן פליגער בין איך געזיצן נעבן האברך שבתי מזרחי, מיר האבן זייער אסאך גערעדט פון דעם עתיד פון שטעטל, ווי מען קען מאכן מער ביליגערע הייזער און ווי אזוי מען זאל עס אויסשטעלן.


ניו יארק


דינסטאג נאכט זענען מיר אנגעקומען קיין ניו יארק, איך האב געדאווענט מעריב אין עירפארט און געציילט ספירה י"ג לעומר, יסוד שבגבורה.


טייערער ..., זונטאג אינדערפרי אין שטעטל האב איך דיך געכאפט מיט א משניות, דיך געזען זאגן א שטיק צייט משניות אין די בית המדרש אין שטעטל; איך האב אזוי הנאה געהאט, האסט מיר געגעבן א שטיק לעבן. זה חלקי מכל עמלי, אלעס ביז אהין איז זייער פיין און וואויל, אבער ווען איך זע א אינגערמאן מיטן משניות - איז גאר עפעס אנדערש, איך האב פארשטאנען אז דו ביסט גוט מקושר צום רבי'ן, ווייל נאר דער וואס לערנט על פי סדר דרך הלימוד - דער איז צוגעבינדן צום רבי'ן.


אם ירצה ה' ל"ג בעומר וועל איך זיין אין מירון. איך פאר מיט מיין משפחה קיין ארץ ישראל, איך מאך בר מצוה מיין נחמן נתן. דו געדענקסט דאך ווען ער איז געבוירן, דו ביסט יענעם זומער אריינגעקומען אין ישיבה, זומער שנת תש"ע. דעמאלט איז געווען די גרויסע מחלוקת אויף די ישיבה, די פראטעסטן, ברוך ה' מיר זענען איבערגעקומען יענע טעג.


יענעם פסח האט מען ארויסגעווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות, זיי האבן געטראכט אז אזוי וועלן זיי מיך אפשוואכן און איך וועל פארמאכן די ישיבה. למעשה, מיט די חיזוק פון מוהרא"ש - האבן מיר גאר דעמאלט געעפנט די חדר. היינט צו טאגס האבן מיר שוין פינף תלמוד תורה'ס, און ווי עס זעט יעצט אויס וועלן מיר עפענען קומענדיגע יאר א תלמוד תורה אין בני ברק, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.


איך דארף מקצר זיין, מיר הויבן אן היינט א פרישער זמן אין ישיבה, איך הויב אן פון אנהויב מיט פרישע בחורים, זיי אויסלערנען די וועג פון רבי'ן. איך בעט דעם אייבערשטן זאל מיר געבן כח צו קענען בלייבן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געבעטן צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#252 - בזכות אמונה וועט איר בקרוב געהאלפן ווערן מיט ליכטיגע קינדער
קינדער, תודה והודאה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ה ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר האט פארלוירן וכו' - דארפט איר זיך שטארקן מיט אלע כוחות, און גלייבן אז עס איז אלעס נאר לטובה.


מיט אמונה איז אלעס גרינגער. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה חַיָּיו חַיִּים", ווער עס האט אמונה - לעבט א גוט לעבן, "וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", און ער פארברענגט זיינע טעג מיט גוטס. "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב, בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", ווייל ווען עס גייט אים גוט, עס גייט אים אזוי ווי ער וויל - איז דאך גוט, "וַאֲפִילּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים חַס וְשָׁלוֹם, גַּם כֵּן טוֹב", און אפילו ווען עס גייט אים נישט אזוי ווי ער וויל, ער האט שווערע טעג, ער האט ווייטאג און יסורים - איז אים ווייטער גוט, "כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ", ווייל ער פארלאזט זיך אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים העלפן, "כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ, בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אלעס קומט פון אים - מוז זיין אז אלעס נאר לטובה. "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם", אבער ווער עס האט נישט קיין אמונה - "חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל", לעבט נישט, דאס לעבן איז אים נישט קיין לעבן. "כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת", ווייל ווי נאר עס גייט אויף אים אריבער עפעס שלעכטס - האט ער מער נישט קיין לעבן, "כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל", ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, "מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל", ווייל ער האט נישט קיין אמונה - "וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב", האט ער גארנישט, גארנישט, "מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", ווייל ער לעבט אנעם אייבערשטן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה, מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ", אבער מיט אמונה איז דער לעבן אזוי שיין און זיס.


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך מיט אמונה, גלייבט אז אלעס איז נאר לטובה, און בזכות אמונה וועט איר בקרוב געהאלפן ווערן מיט קינדער; ליכטיגע קינדער, ערליכע דורות.


פרובירט אויס די סגולה פון דאנקען דעם אייבערשטן, דאס איז א וואונדערליכע סגולה; מען זעט וואונדער דורך דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#251 - נישט ווערן דערשראקן פון וואס די דאקטורים זאגן
פחדים, קינדער, חיזוק פאר פרויען, קברי צדיקים, רפואה, דאקטורים, לחץ

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע מצורע, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אוודאי זאל מען גיין צו די בעסערע שפיטאל, אפילו עס נעמט מער צייט צו פארן.


העיקר נישט ווערן דערשראקן און פארלוירן; די דאקטורים שרעקן אן, דאס איז זייער זאך. זיי פאסט נישט אויב עס וועט געבוירן ווערן א קינד מיט א פעלער אז זיי האבן דאס נישט פאראויס געוויסט, דעריבער זאגן זיי פאר יעדן איינעם אז עס קומט א נישט געזונט קינד השם ישמרינו. מען טאר נישט ווערן דערשראקן, מען דארף זיך איבערגעבן צום אייבערשטן און אסאך בעטן דעם אייבערשטן.


געבט אכטונג, גייט נישט אריין אין קיין לחץ. ווייל ווען עלטערן זענען בלחץ שפירן דאס גלייך די קליינע קינדער, זיי שפירן 'עפעס גייט פאר אין שטוב', 'עפעס גייט פאר מיט טאטע מאמע', און זיי ווערן זייער דערשראקן און צעמישט; דארפט איר זיך שטארקן מיט אלע כוחות, מיט אמונה און בטחון, זיך איבערגעבן צום אייבערשטן.


איך האב זייער אסאך מתפלל געווען פאר ענק. איך קום יעצט פון פוילן פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, פון הייליגן שינאווא רב זכותו יגן עלינו, פון הייליגן ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו, פון הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו, פון הייליגן רבי מענדעלע מרימנוב זכותו יגן עלינו, פון הייליגן צאנזער רב זכותו יגן עלינו, פון הייליגן רמ"א זכותו יגן עלינו, פון הייליגן תפארת שלמה זכותו יגן עלינו, ועוד צדיקים זכותם יגן עלינו; איך האב ביי יעדע ציון געבעטן פאר אייך בפרטיות, איך ווארט צו הערן גוטע בשורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#250 - ווי אזוי ווערט מען אויסגעהיילט פון קרעץ
קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, מוהרא"ש, אמונת חכמים, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ה ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז כדאי זאלסט מעביר סדרה זיין פון אנהויב וואך, ווארט נישט אויף פרייטאג, הייב אן זונטאג. די וואך גייען צוויי פרשיות תזריע און מצורע; לערן יעדן טאג חומש, תרגום און רש"י, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. א טאג וואס מען לערנט חומש רש"י איז מען פארזיכערט אז מען וועט נישט האבן קיין שאדן, אויך איז דאס א שמירה קעגן דעם יצר הרע.


די צוויי פרשיות פון נגעים און קרעץ לערנען אונז, ווי אזוי קען מען זיך צוריקקערן צום אייבערשטן; ווייל וואס איז דאס נגעים? וואס איז דאס קרעץ? דער תרגום זאגט אויף צרעת 'סגירו', פארמאכט, פארשפארט, און דער זוהר הקדוש זאגט, וואס איז דאס קרעץ? 'סְגִירוּ דִּנְהוֹרָא עִלָּאָה' (פרשת תזריע, דף מט עמוד ב) עס איז פארהוילן פון אים די ליכטיגקייט פון אייבערשטן, ער שפירט נישט דעם אייבערשטן, 'סְגִירוּ דְּטִיבוּ עִלָּאָה', עס איז פון אים אוועקגענומען אלע גוטס פון אויבן, ווייל ווען מען זינדיגט, מען טוט עבירות - ווערט מען דערווייטערט פון באשעפער, מען פארלירט אלע גוטס. וואס איז די עצה? ווי אזוי קען מען זיך אויסהיילן? צוריק שפירן אייבערשטן? די תורה זאגט, די עצה איז: "והובא אל הכהן וגו' וראה הכהן וגו', אחרי הראותו אל הכהן וגו', לכל מראה עיני הכהן וגו'", מען זאל גיין צום צדיק און טון וואס דער צדיק זאגט, דאס איז די עצה צו ווערן אויס קרעציג. דער צדיק עפנט די אויגן, מען הויבט אן שפירן 'עס איז דא א באשעפער', מען הויבט אן שפירן 'דער אייבערשטער איז דא, מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', מען הויבט אן רעדן צום אייבערשטן, מען טוט תשובה, ביז עס ווערט צוריק ליכטיג.


דעריבער בעט איך דיר זייער, זאלסט זיך מאכן א שיעור אין רבינ'ס ספרים און אויך אין די בריוו פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס דאס איז תמצית פון רבינ'ס ספרים; וועט דיר ליכטיג ווערן, דו וועסט אנהויבן שפירן דעם אייבערשטן, דו וועסט אנהויבן רעדן צום אייבערשטן, דו וועסט זיין ארומגענומען מיט די שכינה הקדושה.


איך פאר אם ירצה ה' היינט נאכט קיין פוילן, איך וועל בעטן פאר דיר. איך פאר צום הייליגן צאנזער רב זכותו יגן עלינו, היינט איז דער יארצייט. איך וועל אויך זיין ביים הייליגן ראפשיצער רב, ביים הייליגן רבי אלימלך און ביים היליגן רבי ר' מענדעלע זכותם יגן עלינו. איך פאר מיט א גרופע פון אנשי שלומינו, איך וועל בעטן פאר דיר און פאר דיין גאנצע משפחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#249 - דו דארפסט שטארקן דיין ווייב אז אלעס איז נאר פאר ענקער טובה
שלום בית, התחזקות, צדקה, רפואה, משניות, לימוד התורה, חובות, גמרא, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אויף וואס האט פאסירט און יעצט דארפסטו זיין דער וואס שטארקט זיך, דו דארפסט שטארקן דיין ווייב אז אלעס איז נאר פאר ענקער טובה. איר וועט נאך זוכה זיין צו געזונטע קינדער. מען טאר נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, דער אייבערשטער טוט נאר גוטס, עס איז זיכער געווען נאר פאר ענקער טובה.


לערן יעדן טאג חומש מיט תרגום און צוויי פרקים משניות מיטן בלאט גמרא.


געב צדקה יעדן טאג, אבער מאך נישט קיין חובות, בארג נישט קיין געלט צו געבן צדקה. געב זיך אכטונג פון חובות, ווייל חובות הרג'עט דעם מענטש.


 

#248 - באשולדיגט זיך נישט, עס האט נישט מיט אייך
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, סגולות, רפואה, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אייערע ליכטיגע קינדער, און דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר די פאר מאל וואס איר האט פארלוירן אינמיטן ווארטן; דער אייבערשטער איז גוט און טוט מיט אונז נאר גוטס. פארוואס עס האט פאסירט, פארוואס פונקט ביי מיר, פארוואס אהער און פארוואס אהין - דאס אלעס קענען מיר נישט פארשטיין, מיר גלייבן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט.


ווי מער איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן - וועט איר זען מער און מער ניסים.


באשולדיגט זיך נישט, עס האט נישט מיט אייך; עס האט נישט קיין זין זיך צו באשולדיגן כאילו איר האט נישט גענוג אכטונג געגעבן וכדומה.


נאכאמאל, די בעסטע סגולה, די שטערקסטע סגולה און די וואונדערליכסטע סגולה - איז תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#247 - בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תודה והודאה, רפואה, נסים, שמות הצדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני א', י"א ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז עס איז דא גוטע נייעס ביי ענק, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין בנקל ובנחת.


בנוגע וואס עס זענען די מנהגים פון די חדשים וכו'; די טעג דארף מען נאר איין זאך, נאר תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און בעטן אז אלעס זאל זיין גוט.


אויך איז גוט אז דיין ווייב זאל זאגן שמות הצדיקים, קויף איר א ספר שמות הצדיקים. מוהרא"ש זאגט פאר פרויען וואס ווארטן אז זיי זאלן זאגן אין די חדשים "שמות הצדיקים" - נעמען פון צדיקים און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים - קען מען טוישן די טבע.


אויך זאל דיין ווייב זאגן די נעמען פון צדיקים וואס זי געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל זי זאגן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְגֶערְהֵייט אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיךְ נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הִיט מִיךְ אוּן הִיט דָאס קִינְד, דִי דָאקְטוֹרִים שְׁרֶעקְן מִיךְ אָן אַז עֶפֶּעס טוֹיג נִישְׁט אוּן דָאס מַאכְט מִיר אַזֶעלְכֶע פְּחָדִים אַז אִיךְ הַאלְט דָאס מַמָּשׁ נִישְׁט אוֹיס, גֶעבּ מִיר אַ גֶעזוּנְט קִינְד, אַ לִיכְטִיג קִינְד, אַ הֵיילִיג קִינְד. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#246 - דאנק דעם אייבערשטן, וועסטו זען ניסים
תודה והודאה, רפואה, יענער, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט זיך נישט, איר וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף שיין וואקסן. איר זאלט נאר איין זאך טון, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, אייערע ליפן זאלן אלץ שעפשען דאנק ווערטער, ווי: "שכוח אייבערשטער", "איך ליב דיך אייבערשטער", "ביסט אזוי גוט צו מיר אייבערשטער", "איך דאנק דיך אייבערשטער"; דאס איז די סוד פון ניסים.


קוקט נישט אויף אנדערע, שטעלט זיך נישט מעסטן מיט יונגערע געשוויסטער וואס זענען אייך שוין איבערגעוואקסן, קוקט נישט אויף קיינעם.


 

#245 - אז דו דאווענסט אן מנין, פון וואו זאל קומען די שפע?
רפואה, פרנסה, בית המדרש, דאווענען, פסח, מנין, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאווענסט טאג איין טאג אויס - אן מנין, נו וואס ווילסטו? פון וואו זאל קומען די שפע? פון וואו זאל קומען די פרנסה?! מוהרא"ש זאגט: "דאווענען מיט מנין - ברענגט שפע".


גיי דאווען מיט מנין, זיי נישט מזלזל אין דעם - וועסטו זען דו וועסט האבן גרויס שפע.


אויך זאלסטו נישט רעדן אין שול ביים דאווענען; וועסטו זיין געזונט און שטארק, דו וועסט אויסגעהיילט ווערן פון אלע קרענק.


ובחנוני נא בזאת, וועסט זען; אז דו וועסט זיין שטארק מיט די צוויי זאכן, דאווענען מיט מנין און נישט רעדן ביים דאווענען - וועט זיך גיסן ביי דיר שפע און דו וועסט זיין געזונט און שטארק.


זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין צו די פרויען צאמקום. מען גייט רעדן וויכטיגע זאכן, ווי אזוי מען מאכט פסח'דיג און נאך שיינע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#244 - קער נעמען פון פראבלעמען איז נישט קיין חסרון אמונה
תפילה והתבודדות, אמונה, רפואה, עבודת השם, אומאן, סיפורי צדיקים, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט קומט הייליגע טעג, מען קען פועל'ן ישועות שלא כדרך הטבע. פורים איז א צייט וואס (ירושלמי מגילה פרק א', הלכה ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד נוֹתְנִים לוֹ", ווער עס שטרעקט אויס זיינע הענט צום אייבערשטן מיט א געבעט - געבט מען אים.


בנוגע וכו'; מוהרא"ש דערציילט, אין אומאן זענען געווען צוויי צדיקים פון אנשי שלומינו, ביידע האבן געהאט שטארקע ציין ווייטאג, איינער פלעגט גיין יעדן טאג צום רבינ'ס ציון וויינען אז זיין ציין טוט אים וויי און דער אנדערער איז געגאנגען צום ציין דאקטער און די ווייטאג איז אים אוועקגעגאנגען, ער האט געזאגט: "אין די צייט וואס איך בעט מיין ציין זאל מיך נישט וויי טון - קען איך בעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיין נאנט צו אים און אים דינען".


דערפאר זאלט איר נישט טראכטן אז איר האט נישט קיין אמונה, איר קענט נעמען ווייטאמינען און איר זאלט גיין צו וכו', עס איז בכלל נישט קיין חסרון אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#243 - היינט וועל איך דיר אויסזאגן דעם סוד פונעם שטעטל
קינדער, חינוך הילדים, מלמדים, רפואה, שטעטל, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך שיק דיר משלוח מנות פון די טיפעניש פון מיין הארץ פאר'ן מיר העלפן אין שטעטל מיט די קינדער.


היינט פורים קען מען זיין מער אפן פון א גאנץ יאר, היינט וועל איך דיר אויסזאגן דעם סוד פונעם שטעטל, וואס איך וויל מיט'ן שטעטל. איך וויל וויל נישט מער נאר די איין זאך, אונזערע קינדער זאלן אויסוואקסן געזונט בנפש מיט א שטארקע אמונה און מיט א געפיל, א ליבשאפט - צו אידישקייט. אויב קען איך דאס האבן האט מיר אלעס געלוינט, און אז נישט - דארפן מיר אנהויבן פון פריש דאס צו טון.


אויף דעם שיק איך דיר משלוח מנות, ווייל דו העלפסט מיר אזוי געטריי. דו פילעוועסט אן די קינדער מיט אמונה, אמונת חכמים, קדושה וטהרה און גוטע מידות.


ליבער ברודער, היינט איז זייער א גרויסער טאג, מען קען פועל'ן זוכה זיין צו קומען אויף אזא הויכע דרגא - ליב האבן די תורה און די וועג פון די תורה, און זיך פאר'מיאוס'ן, פארעקלען - פון עבירות. דאס איז פשט (מגילה ז:): "עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן לְבָרוּךְ מָרְדְכַי", מען וויל נאר זיין מיט מרדכי הצדיק.


נעם די חדר, דאס זאל זיין דאס וויכטיגסטע זאך, העכער אלע עבודות. זיי מחזק די טייערע מלמדים מיט די קינדער, און לאך זיך גוט אויס, ווייל באלד וועלן מיר ליגן אין פעלד ביים עק, און נאר דאס וועט אונז באשיצן.

#242 - נאר אמונה איז די רפואה פאר אלע פראבלעמען
צניעות, קדושה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, כ"ה שובבי"ם, י"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך מיט די גרויסע מצוה פון מחזק זיין אידישע פרויען. לייגט אריין אמונה אין זיי; ווייל נאר אמונה איז די רפואה פאר אלע פראבלעמען, אמונה היילט די יסורי הנפש, אמונה ברענגט ברכות, אזוי ווי עס שטייט (משלי כח, כ): "אִישׁ אֱמוּנוֹת רַב בְּרָכוֹת".


בנוגע וכו'; דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער הכוונות דרושי הלילה, דרוש ז): "ודע כי כמו שיוצאין המזיקין אלו מן האדם המוציא שז"ל להיותו בלא אשה", אזוי ווי א מאן באשאפט מזיקין ווען ער איז פוגם בברית רחמנא לצלן, און די מזיקין מאכן אים צרות און יסורים, "כך האשה בוראה מזיקין בלא איש".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#241 - נישט מאכן קיין עסק פון יעדן פראבלעם ביי א קינד
קינדער, חינוך הילדים, רפואה, מוסדות, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין טאכטער וואס רעדט כמעט גארנישט, זי איז זייער צוריקגעצויגן; בוי איר אויף, געב איר אסאך גוטע ווערטער, אזוי וועט זי זיך עפענען.


מאך נישט קיין עסק פון איר נישט רעדן, פרעג איר נישט טויזנט מאל: "פארוואס רעדסטו נישט?" אזוי וועט זי זיך צוביסליך עפענען.


איך האב שוין געזען אסאך פעלער ווי פראבלעמען ביי קינדער זענען פארשווינדן געווארן ווען מען האט נישט געמאכט קיין עסק פון דעם. מיר האבן אין אונזער מוסד א קינד וואס עפנט נישט די מויל שוין פון אנהויב יאר, די לערערינס פרעגן מיר כסדר: "וואס טוט מען מיט די מיידל וואס עפנט נישט די מויל, זי זאגט ממש נישט ארויס א ווארט פון מויל?" איך בין זיי מחזק זיי זאלן נישט מאכן קיין עסק פון דעם, זיך נישט פארלייגן אויפ'ן קינד אז זי זאל דוקא יא רעדן. איך אליינס בין געווען אין סקול ביי די כיתה, איך האב פרובירט מיט חכמה איר צו פרעגן פראגעס, אבער די מיידל בלייבט שטיל, איך האב אזוי ארום געדריידט אז עס זאל זיך נישט אנזען ווי זי ענטפערט נישט.


יעצט שרייבט מיר איינע פון די מאמעס, זי קען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פון די סבלנות פון די טיטשערס, זי דערציילט אינעם בריוו אז איר טאכטער שמועסט שוין איבער א שעה מיטן קינד אויפן טעלעפאן, אויך איז איר טאכטער אריבערגעגאנגען צו די מיידל'ס שטוב און זיי רעדן און לאכן כאילו לא הי'; דאס איז נאר די סבלנות פון די איבערגעגעבענע לערערינס פון בית פיגא וואס ארבעטן מיט אזעלכע מסירות נפש. אין קלאס רעדט זי נאכנישט, אבער נאך אביסל וועט זי שוין רעדן.


שטארק זיך, און מיט אסאך תפילה און סבלנות וועסטו זען גרויסע ישועות.