בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6 - וואויל איז דעם וואס פירט זיך בתמימות ובפשיטות
קדושה, חברים, הלכה, תמימות, חומרות, גמרא, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, כ' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חשוב'ע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים עיר הקודש, ה' עליהם יחיו.


אן א שיעור גריסן איז צו מיר אנגעקומען פון אייער חבורה אין ירושלים פונעם פארגאנגענעם יום טוב שבועות; מענטשן דערציילן מיר אז מען האט געשפירט אזא ליכטיגקייט שבועות אין אייער חבריא, מען האט מרחוק פארשטאנען דאס וואס דער הייליגער של"ה ברענגט (ספר של"ה, מסכת שבועות), די מעשה נורא פון די חבורה ביים הייליגן בית יוסף זכותו יגן עלינו וואס זיי האבן אלץ זוכה געווען בשעת זיי האבן געזאגט דעם תיקון, שבועות ביינאכט.


איך בעט אייך זייער מיינע טייערע חברים, געבט אכטונג פון פאלשע לימודים; זעט צו לעבן מיט די וועג פון די תורה, בפרט ווען עס רעדט זיך ביי דברים שבינו לבינה - דארט דארף מען זיך זייער היטן פונעם פרומער יצר הרע וואס שטעלט א פנים ווי אן עובד השם און אזוי ווארפט ער אראפ דעם מענטש אין עבירות.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג דערציילן פון דעם צדיק, הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכר צדיק לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"), אז ער פאר זיך איז געווען גענצליך מובדל ומופרש פון די וועלט, מיט דעם אלעם ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות בענינים שבינו לבינה וכו' פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן צו היטן הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות טהרה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער נישט צולייגן קיין שום חומרות ופרישות, נאר ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו'.


עס איז מיר שווער צו שרייבן אין דעם נושא, אויך איז שווער צו פארשטיין פונקטליך וואס יא און וואס נישט וכו', וכו' - אפילו ווער עס הערט די שיעורים. גלייך ווען די גרעניץ וועט זיך עפענען האף איך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין מיט ענק אין ארץ ישראל, איך וועל אייך מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט לויט ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך בתמימות ובפשיטות, דער וועט זוכה זיין צו די גרעסטע מדריגה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז: פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט לערנען יעדן טאג כאטשיג דעם דף גמרא, דאס וועט אייך העלפן איר זאלט זיך קענען דערהאלטן מיט די שווערע נסיונות; ווי אזוי קענען מיר זיך קריגן מיט'ן יצר הרע? נאר אז מען לערנט די הייליגע תורה - בפרט לימוד גמרא, פארברענט דאס דעם יצר הרע, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית; זאלט איר זיך מאכן א שיעור אין גמרא, אפילו מ'פארשטייט נישט די גמרא, דאך זאלט איר זאגן די ווערטער פון די גמרא, דאס וועט העלפן מען זאל זיך קענען קריגן מיט די נסיונות וואס דער יצר הרע שטעלט אונז אונטער און וויל אונז אראפ ווארפן.


א פרייליכן שבת.

#5 - זיי מכבד סיי דיין טאטע און סיי דיין מאמע
כיבוד אב ואם, משפחה, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב יום טוב שבועות מיט דיין טאטע אז ער זאל נישט זיין עלנד, איינער אליין.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט נישט קיין כח צו זיין מיט אים, ווייל ער דאווענט אין א פלאץ וואו מען ענדיגט דאווענען פינף אזייגער נאכמיטאג; דאס איז נישט פאר דיינע נערווען, דו האסט נישט קיין כח צו דעם וכו'; זאלסטו אין די צייט אהיים גיין קידוש מאכן און זיך אביסל אויסלופטערן, נאכדעם זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן און ווען ער ענדיגט דאווענען זאלסטו אים באגלייטן פון שול אהיים און מאכן א שיינע סעודה מיט אים.


געדענק, נאך אביסל וועסטו חתונה האבן, דו וועסט האבן קינדער און דו וועסט אויך וועלן זיין מיט דיינע קינדער, און ווי אזוי דו וועסט אכטונג געבן אויף דיין טאטע אזוי וועלן דיינע קינדער דיר מכבד זיין.


זיי מכבד סיי דיין טאטע און סיי דיין מאמע, נעם נישט קיין חלק אין קריגערייען, דו זיי מיט ביידע; און אז דיינע שוועסטערס גייען שבועות צו דיין מאמע זאלסטו זיין מיט דיין טאטע, אים צו מאכן א שמחת יום טוב.


א פרייליכן יום טוב.

#4 - דאווענען אום יום טוב שבועות מיט ברסלב'ע חסידים
לימוד התורה, חסידות ברסלב, אחדות, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכים החודש, כ"ח אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חשוב'ע חברים תלמידי היכל הקודש ירושלים עיר הקודש, ה' עליהם יחיו.


מיר קומען שוין נענטער און נענטער צו קבלת התורה ווען מיר גייען זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי.


איר ווייסט אודאי דעם סיפור וואס איז געווען ביי רבי נתן, אמאל יום טוב שבועות איז ער געגאנגען פתיחת הארון און ווען ער האט ארויס גענומען דעם ספר תורה פון ארון הקודש האט ער זיך מורא'דיג צופלאמט און אנגעהויבן טאנצן: "א נייע תורה!" "א נייע תורה!" - האט ער געשריגן, און אלע אנשי שלומינו זענען געווארן אזוי פרייליך אז זיי זענען אויך צוגעגאנגען טאנצן מיט רבי נתן זכרונו לברכה; דאס איז געווען רבי נתן, ער איז געווען פריש, אלץ איז געווען ניי; א נייע יום טוב, א נייע תורה, א נייע טאג.


אז מען גייט צו צום יום טוב שבועות מיט אזא הכנה איז אלעס אנדערש; מען גרייט זיך מיט שמחה צו מקבל זיין די תורה, א נייע תורה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי, לג): אויפ'ן פסוק (דברים ו, ו): אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם – "לֹא יִהְיוּ בְּעֵינֶיךָ כִּיְשָׁנָה, אֶלָּא כַּחֲדָשָׁה שֶׁהַכֹּל רָצִין לִקְרָאתָהּ", ווען מען לערנט תורה דארף דאס זיין מיט א התחדשות; א נייע תורה.


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט דאווענען אינאיינעם אום יום טוב שבועות, שבועות איז איינע פון די צייטן וואס מען פלעגט קומען צום רבי'ן; בחיים חיותו פון הייליגן רבי'ן איז געווען דריי זמנים ווען מען פלעגט קומען צום רבי'ן: 'ראש השנה', 'שבת חנוכה' און 'שבועות', נאכן רבינ'ס הסתלקות - שרייבט רבי נתן - קומט מען ווייטער צום רבי'ן נאר אויף ראש השנה. אויף שבת חנוכה און יום טוב שבועות פארט מען נישט צום רבי'ן, דאס וואס מען זעט היינט נסיעות קיין אומאן אויף שבת חנוכה און שבועות דאס איז פון די סוכני נסיעות (טרעוועל אגענטן) וואס ווילן מאכן פרנסה וכו'.


איר זאלט פרובירן דאווענען אינאיינעם אום יום טוב שבועות, ווייל וואו צען מענטשן פון אנשי שלומינו קומען זיך צאם - דארט איז דער רבי. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט בשעת ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן; דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט ארויפגעלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".


איך האלט אין איין באקומען שיינע גריסן פון אייער חבורה; איך האב אזוי הנאה צו הערן ווי שיין איר לעבט מיט ליבשאפט איינער מיט'ן צווייטן, ווי מען איז מקרב יעדן איינעם וואס קומט. איך בין טאקע ווייט בריחוק מקום אבער מיין הארץ איז מיט אייך; איך ווארט און האף צו קענען קומען קיין ארץ ישראל זיך טרעפן מיט אייך און זיך מחזק זיין אינאיינעם.


איך שיק אייך דעם תיקון ליל שבועות וואס מיר האבן געמאכט; א שאד איר זאלט נישט זוכה זיין צו די גרויסע תיקונים וואס קומען אראפ יום טוב שבועות. זייער אסאך מענטשן זאגן נישט דעם תיקון ליל שבועות צוליב דעם וואס עס נעמט זייער לאנג, וואלטן זיי ווען געוואוסט אז דער גאנצער תיקון ליל שבועות נעמט נישט מער ווי א האלבע שעה און נאך אביסל - וואלטן אלע דאס געזאגט.


דעריבער האבן מיר געדרוקט דעם תיקון ליל שבועות אזוי ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געהייסן, מען זאל זאגן נאר דעם ערשטן פסוק און דעם לעצטן פסוק פון יעדע סדרה אין חמשה חומשי תורה און פון יעדע ספר אין נ"ך, נאכדעם לערנט מען די תרי"ג מצוות און אז עס בלייבט איבער צייט איז מען זיך מתבודד.


שבועות ביינאכט איז נישט א צייט צו פארברענגען מיט חברים מיט שטותים והבלים; שבועות ביינאכט איז זייער א גרויסע נאכט, דערפאר דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו שמועסן ביינאכט; מען קען אין דעם נאכט פועל'ן אסאך ישועות. די אלע וואס בלייבן אויף סתם צו רייכערן און שמועסן איז א גרעסערער תיקון אז זיי זאלן גיין שלאפן, אדער לערנט מען אדער איז מען זיך מתבודד מיט'ן אייבערשטן; מען בעט דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו לערנען א גאנץ יאר שיעורים אין כל התורה כולה און זיין דבוק אין אים.


א פרייליכן ליכטיגן יום טוב.

#3 - באצירן דעם בית המדרש פאר יום טוב שבועות
בית המדרש, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אויב דו ווילסט האבן די זכות היי יאר אזוי ווי אלע יארן אנצוגרייטן דעם בית המדרש מיט שיינע בלומען פאר יום טוב שבועות, אזוי ווי דו פלעגסט אלע יארן באצירן דעם בית המדרש מיט שיינע בלומען, וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר מודיע זיין אויב דו ווילסט האבן די זכות דאס יאר אויך.


בעט דיין ווייב זי זאל פרעגן די פרויען ווער עס וויל העלפן אנגרייטן אביסל מילכיגע זאכן לכבוד שבועות.


וואויל איז דיר און און וואויל איז דיין ווייב וואס איר העלפט אזוי געטריי און שיין מיט יעדע זאך וואס מען דארף.

#2 - באשיינען דעם בית המדרש לכבוד חג השבועות
שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האף אז דו וועסט אנהאלטן מיט די זכות וואס דו האסט אלע יארן געהאט, די זכיה צו באצירן און באשיינען דעם בית המדרש לכבוד חג השבועות; איך ווארט צו הערן פון דיר צי דו וועסט דאס ווייטער טון אויך היי יאר.


אין זכות פון באשיינען און באצירן דעם רבינ'ס בית המדרש, זאלסטו זוכה זיין צו ערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך ערליכע אידן.


געדענק, יעדע זאך וואס מיט טוען פאר'ן רבי'ן איז א נצחיות; א זאך וואס בלייבט פאר אייביג.


דיין ראש ישיבה.


...

#1 - עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון א מלמד
מלמדים, שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט די זכיה צו זיין א מלמד פאר תינוקת של בית רבן; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי א מלמד פאר תינוקת של בית רבן, דער וואס לערנט מיט די ריינע קינדער די הייליגע תורה; די גאנצע וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן.


יעצט ווען מיר שטייען פאר דעם הייליגן יום טוב שבועות - זמן מתן תורתינו זענען די מלמדים די גרעסטע מחותנים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה א, ד) אז ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן האט ער געבעטן פון די אידן: "הָבִיאוּ לִי עֲרֵבִים טוֹבִים שֶׁתִּשְׁמְרוּהָ", ברענגטס מיר א גאראנטי אז איר וועט היטן די תורה, האבן די אידן פרובירט צו ברענגען אסאך ערבים, אבער דער אייבערשטער האט אויף אלעמען געענטפערט: "עֲרֵבְךָ צָרִיךְ עָרֵב", דער ערב אליינס דארף אויך א גאראנטי, ביז די אידן האבן געזאגט: "בָּנֵינוּ עוֹרְבִים אוֹתָנוּ", אונזערע קינדער זענען אונזערע גאראנטיס אז מיר וועלן האלטן די תורה, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, הָא וַדַּאי עֲרֵבִים טוֹבִים", האט דער אייבערשטער זיי געזאגט דאס זענען גוטע האפטן, "עַל יְדֵיהֶם אֶתְּנֶנָּהּ לָכֶם", בזכות דעם וואס מען וועט לערנען די תורה מיט די קינדער געב איך אייך די תורה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ח, ג): "מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז", זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון זיין א מלמד, לערנען מיט אידישע קינדער די הייליגער תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.