בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#412 - נאכנישט געטאנצן היינט
שמחה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד יואל מנחם גרשון


וואויל איז דיר אז דו ביסט עוסק אין די הייליגע ארבעט פון ארויסגעבן די הערליכע ספרים פון 'עצתו אמונה' און 'איש אמונות', אזויפיל מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ספרים, אזויפיל מענטשן נעמען זייער וועג אין לעבן פון די ספרים; דו דארפסט זיך זייער שטארקן אז דאס איז דיין חלק, דיין לעבן גייט דיר אריבער מיט אזא הייליגע ארבעט.


איך פריי זיך זייער אז מען גרייט זיך ארויס צו געבן די קינדער גליון 'מעשה'לעך פאר קינדערלעך'; שוין לאנג וואס איך ווארט צו זען אין די שולן א קינדער גליון וואס דערציילט פאר קינדער מעשיות פון צדיקים אויף לעובדא ולמעשה, א גליון וואס לערנט פאר קינדער מידות טובות און יראת שמים מיט די הקדמות פון רבי'ן. ווייל דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", פאר משיח וועט קומען וועט אראפקומען א מבול פון כפירות און אפיקורסות; אויך איז דא א מבול פון נאוף, מיר האבן היינט דעם דור המבול און דעם דור הפלגה אינאיינעם; אידישע קינדער, בני הנעורים - אינגלעך, בחורים און מיידלעך, פאלן אראפ נעבעך אין ביטערע עבירות, מען קען אזוי גרינג אנקומען צו זען און טון דאס ערגסטע, דארף מען פארשפרייטן אמונה, מען דארף גיסן אמונה אין די גאסן אז מען זאל זיך קענען באשיצן.


די וואך וויל איך מאכן א מעשה'לעך פאר קינדערלעך, די מעשה פון רבי נחמן טולטשינער, ווי ער האט אמאל געטאנצן מיט די נאכט קליידער וכו'.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד א בעט, נעגל וואסער, אויפן בעט א ליקוטי תפילות, און ווי צוויי קינדער קוקן אריין פון א פענסטער און מען זעט ווי א מענטש טאנצט מיט נאכט קליידער.


"קוק ער טאנצט מיט א נאכט העמד און א שלאף קאפל... עס איז אזוי פאני... ווער איז דאס?"


קינדער לאכט נישט, עס איז נישט קיין שיינע מדה צו לאכן פון א צווייטן איד, קינדער איך וועל ענק דערציילן ווער דער איד איז, דער איד איז א גרויסער צדיק, לאמיר זען פארוואס ער טאנצט מיט זיינע נאכט קליידער...


דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט געהאט א תלמיד זייער א גרויסער צדיק, מען האט אים גערופן רבי נחמן טולטשינער, ער האט שטענדיג באדינט רבי נתן זייער געטריי מיט זיין גאנצע כח און הארץ.


ער האט געבעטן רבי נתן ער זאל אים געבן א וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו זיין אן ערליכער איד און א גרויסער צדיק, רבי נתן האט אים געזאגט אז אויב ער וויל זיין א צדיק דארף ער יעדן טאג גיין התבודדות, זיך אויסרעדן זיין הארץ מיטן אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, אלעס זאל ער דערציילן פארן אייבערשטן, און אויך האט רבי נתן אים געזאגט, אז אויב מען וויל זיין אן ערליכער איד מוז מען זיין פרייליך, און צו זיין פרייליך איז זייער וויכטיג צו טאנצן, ווייל די שליסל אריין צו גיין צו די קדושה איז שמחה; ווען מען איז פרייליך ווערט מען זייער נאנט צום אייבערשטן, און דערפאר קומט דער יצר הרע און מאכט אלץ דעם מענטש זייער טרויעריג אויף גארנישט און נישט, "איך זאג דיר נחמן, יעדן טאג גיי א טענצל".


רבי נחמן האט געפאלגט, ער האט אלע טאג געטאנצן; אמאל אין שול, אמאל ביי א שמחה, און אמאל אין שטוב מיט די קינדער, און אויך אמאל אליין, און ווען ער פלעגט זיך דערמאנען ביינאכט ווען יעדער איז שוין געשלאפן - פלעגט ער אליין טאנצן, ער האט געוואוסט אז ער מוז דאס טון.


איינמאל האט רבי נחמן טולטשינער שוין אנגעגרייט נעגל וואסער און געליינט קריאת שמע און זיך אנגעטון די נאכט קליידער, ער ליגט אין בעט און ער שמועסט מיטן אייבערשטן, אינמיטן געבט ער זיך א כאפ: 'איין מינוט... איין מינוט... איך האב דאך היינט נאכנישט געטאנצן, וואס טוט מען דא? מיין רבי, רבי נתן - האט מיר דאך געגעבן א וועג צו טאנצן יעדן טאג...' ער געבט א שפרינג ארויס פון בעט און הייבט אן טאנצן מיט זיין נאכט העמד און שלאף קאפל, ער טאנצט: "טאטע איך לויב דיך, טאטע איך דאנק דיך - ווייל איך בין א איד".


אלע קינדער הייבן אן טאנצן: "טאטע איך לויב דיך, טאטע איך דאנק דיך - ווייל איך בין א איד, טאטע איך לויב דיך, טאטע איך דאנק דיך - ווייל איך האב דיך ליב, אשרינו - מה טוב חלקינו, ומה נעים – גורלינו, ומה יפה ירושתינו..."


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#411 - די קינדער זאלן טאנצן און זיך אויסגעבן
שמחה, מוסדות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מרדכי אינדיג נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


ווען איך בין געווען אין חדר א וואך פאר פורים האב איך מיטגעהאלטן ווי אזוי די קינדער טאנצן, עס איז געווען אזוי פרייליך, אזוי לוסטיג; א שאד אז מען טוט דאס נישט יעדן טאג. אין בית פיגא איז דאס א חלק פון די לימודים, די קינדער פון אלע כיתות טאנצן יעדן טאג. עס איז גוט מען זאל דאס איינפירן אין תלמוד תורה, די קינדער זאלן טאנצן אפאר מינוט איידער מען גייט עסן מיטאג. עס איז זייער וויכטיג אז עס זאל זיין זייער פרייליך, ווייל אז קינדער טאנצן, זיי געבן זיך אויס - פארשפאָרט מען אסאך פראבלעמען.


איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען וואס איז די פליכט פון זיין א מנהל, א מנהל איז דא פאר איין זאך, ער זאל מחזק זיין די מלמדים, געבן גוטע ווערטער פאר די מלמדים, שמייכלען צו יעדן מלמד און העלפן די מלמדים. מען דארף נישט קיין מנהל פאר טעכנישע זאכן, אלע זאכן וואס זענען טעכניש - דאס קען טון דער מענעדזשער, דער סגן מנהל וכו', דער מנהל דארף מען פאר איין זאך - פאר די נשמה, פאר די חיות; יעדער מלמד זאל שפירן ווי ער האט א פלאץ ביים מנהל אין הארץ און ער האט איינער וואס שטארקט אים, דאס איז סיי פאר א מנהל און סיי פאר א מנהלת.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט שוין אנגרייטן די פלענער פאר זומער, רעד מיט האברך יודל נרו יאיר אויב ער וויל נאכאמאל זיין מיט די קינדער וכו', און אויך אנגרייטן די גאנצע סטעף פארן זומער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#410 - נישט מסיח דעת זיין פון זיין פרייליך
שמחה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מען טאר נישט מסיח דעת זיין פון זיין פרייליך מיטן אייבערשטן און מיט די מצוות וואס מען איז זוכה אריינצוכאפן - אפילו פאר איין רגע נישט, און אפילו מען זעט זיך זייער שלעכט און מען קען נישט טרעפן אין זיך קיין איין גוטע זאך - דארף מען זיך פרייען מיט דעם אז מען איז א איד, און מיט דעם וואס מען דינט נישט עבודה זרה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג.): "כָּל הַכּוֹפֵר בַּעֲבוֹדָה זָרָה נִקְרָא יְהוּדִי", יעדער וואס לייקנט אין די עבודה זרה ווערט אנגערופן 'איש יהודי'.


פון די שמחה קען מען נישט פאלן, ווייל אפילו מען זאל זיין דער ערגסטער און דער ווייטסטער מענטש - קען מען זיך נאכאלץ פרייען אז מען איז א איד און נישט קיין גוי. אזוי ווי עס איז געווען די מעשה (הובא בספר פרי צדיק חג השבועות, אות יג), דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחיה ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#409 - אויסבארגן שמחה
שמחה, שבת החודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


די וואך שבת החודש - ווען מען בענטשט ראש חודש ניסן - קען מען זוכה זיין צו פועל'ן ישעות אין אלעס וואס מען דארף. מען זאגט ביים דאווענען (יוצרות פון מוסף): "החודש אשר ישועות בו מקיפות", צדיקים טייטשן: 'מקיפות' איז א לשון פון (אבות ג, ב): 'החנוני מקיף', א לשון פון בארגן, מען בארגט אויס אין דעם חודש ישועות פאר יעדן איינעם; אפילו דער וואס האט נישט קיין זכותים קען אויך בעטן דעם אייבערשטן אויף בארג א ישועה.


אויך קען מען אויסבארגן שמחה פון שפעטער, אפילו ווען מען האט גארנישט, מען ליגט אין חובות, מען ווארט אויף ישועות - קען מען זיך פרייען אויף בארג. אזוי ווי ר' אהרן קיבליטשער, אן ארעמאן; ער האט געהאט א שטוב מיט פיר ליידיגע ווענט, ער האט גארנישט געהאט אין שטוב, און אלץ איז ער פרייליך געווען; ווען מען האט אים געפרעגט: "פון ווי האסטו די כוחות צו זיין פרייליך, האסט דאך גארנישט?!" האט ער געזאגט: "איך גלייב אז איין טאג וועט נאר זיין גוט, דעמאלט וועט די שמחה זיין בשלימות, בארג איך אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט".


על כן טייערער ברודער, הארציגער חבר, זיי פרייליך, בארג אויס שמחה, זוך אויף די חסדים פונעם אייבערשטן, זוך אויף אין די ענגשאפט ווי דער אייבערשטער מאכט ברייט און דאנק אים און לויב אים; ווייל ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - אלץ נענטער ווערט מען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#408 - זיך אנזעטיגן ביינאכט מיט די הייליגע תורה
שמחה, לימוד התורה, סדר היום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


עס איז כדאי דו זאלסט גיין יעדע פארנאכטס צום דיין'ס שיעור, לערנען א בלאט גמרא. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יד.): "כָּל הַמַּשְׂבִּיעַ עַצְמוֹ מִדִּבְרֵי תּוֹרָה", ווער עס זעטיגט זיך אן מיט לערנען תורה ביינאכט, "וְלָן", ער גייט שלאפן זאטערהייט מיט די הייליגע תורה - "אֵין מְבַשְּׂרִין אוֹתוֹ בְּשׂוֹרוֹת רָעוֹת", וועט זיך נישט חלומ'ען שלעכטע חלומות.


עס איז אינו דומה א בעל הבית וואס ארבעט א גאנצע טאג און האט א שיעור ווי ער לעבט מיט דעם און פארפאסט דאס נישט, צו איינער וואס איז נאר פארנומען מיט די ארבעט וכו'.


נאר בלייב נישט שמועסן מיט קיינעם, ווען די שיעור ענדיגט זיך זאלסטו אהיים גיין שלאפן. אויפן וועג אהיים זאלסטו זיך מתבודד זיין, גיי איבער דיין טאג מיטן אייבערשטן, דאנק אים אויף אלע גוטע זאכן, און בעט אים איבער אויף וואס דו דארפסט אים איבערבעטן, און בעט אים אויף להבא.


אויך וויל איך דיר בעטן דו זאלסט זיין פרייליך און פרייליך מאכן אין שטוב, טאנץ מיט דיינע קינדערלעך און מאך מיט זיי ווערטלעך; דאס עפנט זייערע מוחות זיי זאלן וואקסן געזונט און קלוג.

#407 - זיך פרייען אז מען עסט נישט חמץ
שמחה, פסח, מצה, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


דו דארפסט זיך זייער פרייען אז דו האסט זוכה געווען צו זיין א מלמד, זיצן מיט נשמות ישראל און לערנען מיט זיי די הייליגע תורה, און פלאנצן אין זיי אמונה, יראת שמים און מידות טובות; דאנק דעם אייבערשטן אז דיין לעבן גייט דיר אריבער מיט דעם. מוהרא"ש האט מיר דאס כמה פעמים געזאגט, אפילו די ארבעט איז שווער דאך איז דאס אבער הייליג.


אז מיר זענען זוכה צו עסן די הייליגע מצה און מיר זענען זוכה אויסצורוימען די חמץ דארפן מיר זיך זייער פרייען, א גאנץ יאר דארפן מיר זיך מחי' זיין מיט דעם אז מיר האבן זוכה געווען נישט צו עסן חמץ און מיר האבן זוכה געווען צו עסן די הייליגע מצה, און אז מיר וועלן זיך פרייען מיט די מצוה וועלן מיר זיין א גאנץ יאר אפגעהיטן פון אלע שלעכטס, ווייל דער הייליגער אריז"ל זאגט (הובא בבאר היטב אורח חיים סימן תמז, סעיף קטן א): "הַנִזְהָר מִמַּשֶּׁהוּ חָמֵץ מוּבְטָח שֶׁלֹא יֶחֱטָא כָּל הַשָּׁנָה", ווער עס איז נזהר פון א משהו חמץ אום פסח - וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות; אלע פרעגן, וואס איז פשט אז מען פאלט יא אראפ אין עבירות? מוהרא"ש זאגט, פשט איז, ווער עס איז נזהר פון א משהו חמץ אום פסח און ער פרייט זיך מיט דעם, ער לעבט מיט דעם אז ער עסט נישט קיין חמץ - וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות, די שמחה פון די מצוה וועט אים היטן.


זיין פרייליך איז גאר א שווערע עבודה. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כ): "לִזְכּוֹת לְשִׂמְחָה זֶה קָשֶׁה וְכָבֵד לְהָאָדָם לִזְכּוֹת לָזֶה יוֹתֵר מִשְּׁאָר כָּל הָעֲבוֹדוֹת", זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך איז שווערער ווי צוצוקומען צו סיי וועלכע אנדערע עבודות; דער יצר הרע ציטערט פון שמחה ווייל שמחה פארברענט אים, ער האט נישט קיין שליטה אויף א פרייליכער מענטש, דער אייבערשטער היט דעם מענטש וואס איז פרייליך ער זאל נישט פאלן אין פגם הברית (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קסט).


ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו שמחה? די איינציגסטע וועג זוכה זיין צו שמחה איז דורך תפילה, דורך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיך איך זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך, איך זאל זיך פרייען אז איך בין א איד, איך זאל זיך פרייען אז איך בין נישט קיין גוי. העלף מיך אייבערשטער אז איך זאל ארויסגיין פון מיין דיפרעסיע, נעם אוועק פון מיר מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל פרייליך מאכן אנדערע מענטשן און יעדער איינער ארום מיר זאל זיין פרייליך.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט די וועלט מיט א השגחה פרטית. איך זאל האבן א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע, איך זאל נישט קיינעם חנפ'ענען און נישט פון קיינעם מורא האבן; בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, אמן".


איך ארבעט זייער שווער צו שאפן די געלט וואס איך קום פאר די מלמדים, ביטע זיי מתפלל מיט די קינדער איך זאל מצליח זיין.דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#406 - א גאנץ יאר פרייליך
שמחה, חודש אדר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


"משנכנס אדר מרבין בשמחה" (תענית כט.), ביי אונז ברסלב'ע חסידים איז עס טאפלט, ווייל מיר דארפן א גאנץ יאר זיין פרייליך; דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כד): "מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד", עס איז א מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך; און אז עס קומט חודש אדר און חכמינו זכרונם לברכה זאגן: "מרבין בשמחה", דארף מען טאפלט זיין פרייליך, און אז מען שפירט ווי די עצבות ומרה שחורה נעמט איבער דעם מענטש – דארף מען זיך מאכן פרייליך, און טון אלעס אבי צו זיין פרייליך; ווייל אז מען איז פרייליך קומט מען צו די העכסטע מדריגות, און וחס ושלום עצבות ומרה – איז די מקור הטומאה השם ישמרינו.


טייערער ברודער, גיי א טענצל יעדן טאג, פאטש און טאנצט, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו, אז מיר זענען פון די עם הנבחר, בנים למקום, און אויך פון די וואס דער רבי האט זיך אויסגעקוקט וכו'.


אז דו ביסט געפאלן וכו' – הייב זיך אויף, בלייב נישט ליגן אין די בלאטע, שריי פון דארט: "טאטע, טאטע!"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#405 - מיט שמחה וועט איר געהאלפן ווערן מיט קינדער
קינדער, שמחה, שמות הצדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


תחי'


שטארקט זיך און זייט פרייליך, דאס וועט ברענגען אייער ישועה נענטער. שמחה איז די סוד פון הצלחה, שמחה עפנט אויף אלע פארשפארטע פארשלאסענע פארהאקטע טירן.


אסאך פרויען וואס ווארט צו געהאלפן ווערן מיט קינדער – ליגט די ישועה ביי זיי אליין, דאס זיין אנגעצויגן און פארזארגט – דאס האלט צומאל אפ די ישועה וכו', דאס איז על פי דרך הטבע, די דאקטוירים זאגן דאס, אז דאס אנגעצויגנקייט – דאס האלט אפ.


דערפאר זאלט איר זיך שטארקן, זיך פרייליך מאכן, זיך אויסלאכן, ארויסגיין פון די איינגעצויגנקייט וואס קומט פון אנגעצויגנקייט – וועט קומען אייער ישועה.


זאגט יעדן טאג די תיקון הכללי, און אויך דעם יום תהלים מיט שמות הצדיקים. בעטס אייער מאן זאל אייך קויפן א מתנה א ספר שמות הצדיקים, און זאגט יעדן טאג אביסל.

#404 - שטארק זיך און זיי פרייליך, אפילו עס גייט איבער
שמחה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל אזוי שטארק האבן מער שייכות מיט דיר, מיר מוזן באנייען אונזער קשר, דורך רעדן און דורך בריוו; אזוי וועט עס זיין א טובה פאר אונז ביידע.


העיקר שטארק זיך און זיי פרייליך, אפילו עס גייט איבער וואס גייט איבער וכו' – זאלסטו זיך מחי' זיין מיט די גוטע זאכן וואס דו טוסט, און מיט דעם אז מיר זענען אידישע קינדער און מיט דעם אז מיר האבן א רבי וואס גייט פאר אונז און איז אונז מתקן.


גיי יעדן אינדערפרי א שפאציר, שמועס זיך אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס, פארהויל גארנישט, זיי אפן מיט אלעס, דערצייל אים דיינע געשעפטן וכו', און בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים וכו' וכו'.

#403 - שמחה איז די שליסל פאר הצלחה
שמחה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


יעצט ווען דו גייסט אריבער וואס דו גייסט אריבער, יסורים, עניות וכו' וכו', זאלסטו חס ושלום האבן קשיות אויפן אייבערשטן, זאלסט מצדיק זיין את הדין, אננעמען וואס דער אייבערשטער טוט, און אים בעטן ברחמים ובתחנונים ער זאל אוועק נעמען די יסורים, און משפיע זיין פרנסה בריווח.


די שליסל פאר ישועות און פאר פרנסה – איז שמחה, דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז פרייליך – איז מצליח; שמחה איז די שליסל פאר הצלחה, סיי אין פרנסה, סיי פאר געזונט, און אויך פאר עבודת השם יתברך, דורך שמחה איז מען אפגעהיטן פון נכשל ווערן בפגם הברית רחמנא לצלן, דורך שמחה קומט מען צו די טויערן פון קדושה.


טאנץ יעדן טאג, און אז דו קענסט נישט ארויסגיין פון שטוב פון גרויס יסורים – זאלסטו טאנצן אפילו נאר האלבוועגס וכו', אזוי וועסטו זען ישועות.

#402 - דאס אנגעצויגנקייט און איינגעצויגנקייט שאדט
קינדער, שמחה, אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך מיט אמונה, פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן אז איר וועט זוכה זיין צו קינדער, און חס ושלום אריינגיין אין די שלעכטע מחשבות וואס די יונגע ווייבלעך האבן נאך א קורצע צייט פון די חתונה ווען מען האט נאכנישט קיין קינדער, מען הייבט אן טראכטן די שלעכט מחשבות אז מען וועט שוין נישט האבן קיין קינדער און די מחשבות אליינס זענען די גורם וואס האלט צוריק קינדער, ווייל דאס אנגעצויגנקייט און איינגעצויגנקייט - דאס האלט אפ פון האבן קינדער, אזוי ווי די דאקטוירים אליינס זאגן, און דאס פרייליכקייט ברענגט קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער? וכו', "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב; זעט מען פון דעם אז די ווייב דארף זיין פרייליך צו קענען ברענגען קינדער.


זייט פרייליך, און זייט זיכער אז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן איר וועט האבן א שטוב מיט קינדער. נעמט די סגולה פון דאנקען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ב) אז קאפיטל ק', די קאפיטל פון 'מזמור לתודה', איז מסוגל צו געבוירן; און אויך איז דאס מסוגל אנצוהייבן ווארטן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#401 - ממתיק זיין די דינים דורך טאנצן און פאטשן
שמחה, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיינע טייערע ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


יעצט ווען ענק גייען אריבער וכו', ענק האבן פארלוירן וכו' נאך אפאר חדשים – דארפן ענק זיך זייער שטארקן נישט צו האבן חס ושלום קשיות אויף די אמונה, ענק דארפן זיך מחזק זיין; אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, און אלעס איז זיכער לטובה, און דאס וואס מען פארשטייט נישט איז אויך א טובה, און ענק וועלן נאך זוכה זיין צו בניך כשתילי זיתים סביב לשלחניך, ענק וועלן זוכה זיין צו ברכות וישועות.


יעצט דארפן ענק זיך פארלייגן אויף שמחה, ענק דארפן מער ממתיק זיין די דינים דורך טאנצן און פאטשן, טון בתמימות ופשיטות וואס דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן יא): " כְּשֶׁיֵּשׁ , חַס וְשָׁלוֹם, דִּינִים", ווען עס איז דא דינים זאל מען טאנצן און פאטשן, און אזוי ווערט נמתק די דינים.


ענק זאלן יעדן טאג אנצינדן לעבעדיגע ניגונים און טאנצן "כי טוב ה'", "הודו לה'", "ברוך ה'", "מה אשיב לה'", און אזוי ווייטער.

#400 - דערביטערקייט מאכט קראנק
שמחה, מרה שחורה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פאריגע וואך ביי קריאת התורה האב איך דיר געזאגט א חידוש וואס איז מיר נתחדש געווארן בשעת'ן ליינען, אין די תורה שטייט (שמות ו, יט): "וּבְנֵי מְרָרִי", די קינדער פון מררי, "מַחְלִי וּמוּשִׁי", זענען מחלי און מושי; איז מיר אריינגעקומען א בליץ אין מחשבה, 'בני מררי' - וואס קומט ארויס פון זיין דערביטערט? 'מחלי' – קרענק.


האסט מיך געפרעגט אויף וואס איז מרמז 'מושי', האב איך דיר געוויזן אין לקוטי מוהר"ן סימן קי, ווי דער רבי זאגט אויפן פסוק (יהושע א, ח): "לֹא יָמוּשׁ סֵפֶר הַתּוֹרָה", אז דאס איז א לשון פון פארגרעבטקייט, אזוי ווי עס שטייט (שמות י, כא): "וְיָמֵשׁ חֹשֶׁךְ"; ברוך שכוונתי צו די ווערטער פון אשר בנחל, יעצט לערן איך אביסל אשר בנחל חלק יז (מכתב ב' אלפים תנז), די זעלבע ווערטער; מוהרא"ש שרייבט: "ברח לך מעצבות ומרירות", אנטלויף פון זיין טרויעריג און דערביטערט, ווייל "בני מררי מחלי ומושי, התולדות של מרירות הוא מחלות ועוביות", דורך זיין טרויעריג און דערביטערט ווערט מען קראנק און דערווייטערט פונעם אייבערשטן, "ויאיר בן מנשה" (במדבר לב, מא), מנשה איז שכחה, א לשון פון פארגעסן, זיך באנייען, וואס איז די תולדות פון מנשה? ויאיר, עס ווערט ליכטיג; אז מען פארגעסט פונעם עבר הייבט אן לייכטן און שיינען די ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן.


וואס זאל דיך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, וויפיל דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אשר בנחל שם גורלינו, אז מיר ווייסן פון אזא רבי מיט אזעלכע תלמידים וואס זענען אונז מחי' ומחזק, מיר זאלן אנטלויפן פון די עצבות ומרה שחורה, מיר זאלן זיך מחי' זיין מיט נקודות טובות און שטענדיג אנהייבן פונדאסניי.

#399 - געטאנצן פרייליך
שמחה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד יואל מנחם גרשון נרו יאיר


איך בעט דיך זייער זאלסט נישט אפלאזן דיין הייליגע ארבעט פון מחיה זיין כלל ישראל מיט די וועכנטליכע קונטרסים פון עצתו אמונה, אזויפיל מענטשן זאגן אז דאס איז זייער גאנצע חיות, זייער גאנצע לעבן, עס בלאזט אריין אין זיי אזויפיל אמונה, אזויפיל תקווה, און עס געבט זיי כח ווייטער אנצוגיין מיט עבודת השם, און מיט די שטוב, מיט די קינדער וכו' וכו'.


מאך פאר די קינדער א מעשה'לעך פאר קינדערלעך, בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי מען טאנצט זייער לעבעדיג און ווי מענשטן וואונדערן זיך אויף דער איד וואס טאנצט אינדערמיט אזוי לעבעדיג, און דא האסטו די מעשה פאר די קינדער:


קוק ווי לעבעדיג רבי נתן טאנצט, עס זעט אויס ווי ער איז זייער פרייליך מיט די חתונה... קוק ער טאנצט מיט אזא לעבעדיגקייט, ער איז מן הסתם דער פעטער פון די חתן, אדער אפשר דער עלטער פעטער פון די כלה... קוק ער דרייט זיך איבער, ער מאכט א טאמבל-סאוס, ער איז אזוי פרייליך; לאמיר פרעגן רבי נתן פארוואס ער טאנצט ביי די חתונה אזוי לעבעדיג.


"רבי נתן, מיר ווילן אייך נישט שטערן פון טאנצן, מיר ווילן נאר וויסן וואס איז אייער שייכות מיט די שמחה, איר זענט דא א פעטער אדער אן עלטער פעטער?" זאגט זיי רבי נתן: "ניין ניין, איך בין נישט קיין פעטער און אויך נישט קיין עלטער פעטער, איך בעט אייך, שטערט מיך נישט פון טאנצן, איך וועל שפעטער רעדן מיט אייך".


"קוק ווי ער טאנצט, ער מאכט אונז אזוי פרייליך, איך מיין איך גיי אויך אריין אינעם רינג" – זאגט איינער, א צווייטער זאגט: "איך גיי אויך אריין אינעם רינג, אלע טאנצן אזוי פרייליך און מען זינגט".


שפעטער האט דאס רבי נתן ערקלערט, ער האט געזאגט: "איך בין דא א ווייטע ווייטע קאזין, דאך האב איך זייער געטאנצן, איך האב נישט געטראכט פון די חתונה, איך האב געטאנצן אז איך בין מקורב צום צדיק, איך בין נישט קיין מתנגד אויפן צדיק, און אפילו איך בין ווער איך בין - האב איך געטראפן א צדיק וואס האט רחמנות אויף מיר, ער ברענגט מיך צום אייבערשטן, ער ווייזט מיר די רחמנות פונעם אייבערשטן, אז איך קען נאך תשובה טון און איך קען נאך אלעס פאררעכטן, דערפאר האב איך געטאנצן".


אלע קינדער גייען טאנצן: "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלנו ומה יפה ירושתינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן וואס גייט פאר אונז און ברענגט אונז צוריק צום אייבערשטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#398 - מיט צדקה קען מען פאררעכטן
שמחה, צדקה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, וויליאמסבורג


עס איז א גרויסע תיקון צו געבן צדקה בפרט פארן רבינ'ס זאך, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רסד), צדקה איז א תיקון הברית, מען לייגן צוריק די שפע צו די קדושה, דאס פאררעכט דאס וואס מען האט משפיע געווען למקום אחר חס ושלום; בפרט יעצט אין די שובבי"ם טעג, ווער עס העלפט געבן צדקה פאר די מוסד און פאר הדפסת ספרי רבינו – ווערט א זווג דקדושה, עס ווערט אלעס פארראכטן.


שטארק זיך צו זיין פרייליך, ווייל עס איז די גרעסטע און טייערסטע זאך; נישטא עפעס גרעסערס ווי זיין פרייליך, און מען זעט אז עס איז גרינגער פארן מענטש צו טון אלע שווערע עבודות, פאסטן וכדומה, ווי צו זיין פרייליך אז מען איז א איד, און מיט די מצוות וואס מען טוט, און אז מען קען רעדן צום אייבערשטן און מיטן רבי'ן.

#397 - א שבת מיט שמחה, מיט שלום און ליבשאפט
שמחה, שלום בית, שבת קודש, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברענג אריין שבת מיט שלום און ליבשאפט, קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, און אז זי קריגט זיך מיט דיר - זאלסטו נישט האלטן קיין רוגזה, זיי איר מוחל און זיי איר מפייס, ווייל פון מוהרא"ש האבן מיר פארשטאנען אז די זאך וואס עס ווערט אלץ אן אנגעצויגנקייט ערב שבת - דאס איז נישט קיין שכל'דיגע זאך, דאס איז פון די קליפות ומזיקים וואס קומען יעדן ערב שבת און מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב. דער הייליגער חיד"א זאגט (ספר עבודת הקודש, מורה באצבע סימן ד, אות קמ), אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע אידישע שטוב און מאכט עס זאל אויסברעכן א מחלוקה צווישן מאן און ווייב.


דערפאר בעט איך דיר זייער, נעם אויף דעם שבת מיט שמחה, מיט שלום און ליבשאפט, עס זאל דיר נישט אנגיין אז זאכן ווערן נישט געטון און אז די עסן איז נישט גרייט וכו' וכו', טרייב ארויס די קליפות פון שטוב, זיי ווילן דאך נאר איין זאך, עס זאל נישט זיין קיין שלום אין שטוב, זיי ציטערן פון ליבשאפט צווישן מאן און ווייב, ווייל ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום - דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי, בפרט שבת קודש וואס איז די צייט פון לעבן אינאיינעם.


שבת זאלסטו זיין נאר פרייליך, דאס איז אונזער תיקון שובבי"ם, און אנטלויף פון די נערווען זאכן פון וכו' וכו'.


א פרייליכן שבת.

#396 - הויפענעס חיזוק צו בלייבן מקושר צום רבי'ן
שמחה, התחדשות, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


...


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


דאס וואס דו שרייבסט אז לעצטנס ווייסטו נישט וואס האט פאסירט, דו הערסט די שיעורים און עס רעדט נישט צו דיר, דו ליינסט די בריוון און דו זעסט גארנישט, דו ווייסט נישט וואס האט פאסירט; וואס זאל איך דיר זאגן, ערשט יעצט דארפסטו אנהייבן הערן די שיעורים און לערנען די בריוון פון עצתו אמונה, ווייל ווער דען אזוי ווי דיר דארף חיזוק אויף אמונה און שמחה? ווער דען אויב נישט דו דארף יעצט הויפענעס חיזוק צו בלייבן מקושר צום רבי'ן.


דער עיקר זאלסטו ארבעטן אויף נקודת השמחה, זיין פרייליך, טאנץ און שפרינג יעדן טאג, צינד אן לעבעדיגע מוזיק, ניגוני אמונה, און טאנץ זיך אויס, ווייל עס איז נישטא נאך אזא סכנה ווי עצבות ומרה שחורה, מען קען אלעס האבן און מען האט גארנישט, מען וויל נישט לעבן רחמנא לצלן, דער פרייליכער מענטש דארף גארנישט האבן ווייל ער האט אלעס.


זאג יעדן טאג די עשרה מזמורים, די תיקון הכללי פון הייליגן רבי'ן [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].

#395 - זיך אליין צעשניידן ווען עפעס שטערט?
תפילות אויף אידיש, שמחה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, מאוויס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב


דאס וואס איר טוט זיך וויי, איר צעשניידט זיך, יעדע מאל עפעס שטערט אייך נעמט איר אדער א מעסער און איר צעשניידט זיך, אדער בייסט איר זיך וכו'; דאס קומט פון נישט זיין פרייליך, פון א טיפע עצבות ומרה שחורה; די עצה ארויסצוגיין פון דעם איז אמונה מיט שמחה, און די עצה פאר אמונה מיט שמחה – איז תפילה.


דא האט איר א קליינע שיינע תפילה צו בעטן יעדן טאג:


"רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זיין פרייליך, איך וויל האבן א שטארקע אמונה, און אז זאכן גייען אנדערש ווי איך וויל – זאל איך זיך נישט שעדיגן, זיך נישט צעשניידן.


הייליגער באשעפער, לויט א טייל פוסקים איז דאס אן איסור, דער ש"ך ברענגט אראפ שיטת הב"ח אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן קפ סעיף ו, סעיף קטן ט), אז דער איסור וואס די תורה זאגט (דברים יד, א): 'לֹא תִתְגֹּדְדוּ וְלֹא תָשִׂימוּ קָרְחָה בֵּין עֵינֵיכֶם' איז נישט נאר 'לָמֵת', פאר א צער ווען איינער שטארבט, נאר "אפילו על צער אחר", אויף יעדע סארט ווייטאג איז אן עבירה זיך צו צעשניידן.


הייליגער באשעפער מיך מיך פרייליך, איך וויל א שטארקע אמונה, איך זאל וויסן אז אלעס איז פון דיר, און וואס דו טוסט איז נאר גוט, און אז עס גייט אריבער אויף מיר וואס עס גייט אריבער איז דאס פאר מיין גוטס, אמן".


אויך בעט איך אייך, קוקט נישט קיין מאוויס, און רעדט נישט מיאוס'ע ווערטער; דאס ברענגט די קליפות אין שטוב וואס מאכן בעצבות ומרה שחורה.

#394 - איבערגעבן אינגאנצן צום אייבערשטן
שמחה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו ווילסט האבן שיינע חנוכה טעג קען דאס נאר זיין אז דו געבסט זיך אינגאנצן איבער צום אייבערשטן, ווייל לפי גודל הקדושה פון די טעג פארלייגן זיך די נישט גוטע צו אראפווארפן דעם מענטש אין כעס און מחלוקות; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי", איך פיר זיך, "כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם", ווען עס קומט א נייעם טאג, "אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי", געב איך איבער דעם גאנצן טאג פארן אייבערשטן, "וְשֶׁל בָּנַי, וְהַתְּלוּיִים בִּי, עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", איך געב איבער פארן אייבערשטן אלע מיינע קינדער און אלע וואס זענען אנגעהאנגען אין מיר, "שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", אז אלעס זאל זיין אזוי ווי דער אייבערשטער וויל, "וְזֶה טוֹב מְאֹד", און דאס איז זייער א גוטע זאך, ווייל אזוי קען מען זיין רואיג אז אלעס וואס פירט זיך, אלעס וואס פאסירט - איז אזוי ווי דער אייבערשטער וויל.


ספעציעל ווען עס קומען הייליגע טעג דארף מען דאס מער וויסן, די זאך פון זיך איבערגעבן פארן אייבערשטן די גאנצע טאג. דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך ווען עס קומט שבת אדער יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פארן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד". אזוי בין איך רואיג און פרייליך פונעם שבת און פונעם יום טוב, איך דארף נישט איבערטראכטן און איבערקלערן צי איך האב גוט געטון אדער נישט.


היינט נאכט צינדט מען די פינפטע לעכטל, מוהרא"ש האט געבעטן די תלמדים אין יבנאל זיי זאלן יעדע יאר די פינפטע לעכט מאכן א סעודה, דאנקען דעם אייבערשטן אז מען איז נאך געבליבן ביים צדיק, מען איז נאכנישט אוועק געגאנגען און געווארן פון די מתנגדים, פון די חולקים; וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען ביים רבי'ן אין חדר היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#393 - שוין צייט אפצולאזן די עצבות און מרה שחורה
שמחה, עצבות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, לאז זיך נישט פונעם סמ"ך מ"ם וואס וויל נאר איין זאך, ער וויל דיך צעהאקן און צעשניידן, לאז זיך נישט פון אים, כאפ זיך אן אין רבי'ן, דער יצר הרע וויל נאר אז א מענטש זאל ווערן מרה שחורה'דיג און אריינפאלן אין א טיפע דעפרעסיע, דאס איז זיין גאנצע ציל וואס ער וויל עררייכן ווען ער ווארפט אראפ א מענטש אין עבירות - אים אריינווארפן אין א קטנות הדעת, אין עצבות ומרה שחורה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "עַצְבוּת הִיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שׂוֹנֵא אוֹתָהּ", ווען א מענטש איז דעפרעסט איז ער אין די הענט פון די נישט גוטע, דער אייבערשטער האט פיינט ווען מען איז דעפרעסט.


שטארק זיך, טו אלעס צו זיין פרייליך, און אויב דו האסט אזוי שטארק מקלקל געווען זאלסטו וויסן אז מען קען פאררעכטן און מאכן פון אלע קלקולים – תיקונים, אז מען טוט תשובה ווערן פון די עבירות – זכיות; גיי אין א ווינקל און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, אויך איידער דו גייסט שלאפן, דו ליגסט שוין אין בעט - זאלסטו זיך איבערדעקן מיט די דעקע און זאגן: "הייליגער באשעפער איך האב חרטה אויף די אלע נישט גוטע זאכן וואס איך האב געטון, זיי מיר מוחל"; וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין און עס וועלן ווערן פון אלע זדונות – זכיות.


איך בעט דיר דו זאלסט שוין אפלאזן די עצבות ומרה שחורה, פאלג דעם רבי'ן; דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "כָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש, "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", קומט פון עצבות און מרה שחורה. "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה", אויך די דאקטוירים זאגן דאס, "שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך; דעריבער האט דער רבי אונז אזויפיל מאל געזאגט און געבעטן און געווארנט מיר זאלן זיין פרייליך, אזוי ווי דער רבי הייבט אן דעם תורה: "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך אנשטרענגען אוועק צו נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות, ווייל שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#392 - כאפ זיך אן אין צוויי שטריקן נישט אראפצופאלן
שמחה, חינוך הילדים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


כאפ זיך אן אין די צוויי שטריקן וואס דער רבי געבט אונז נישט אראפצופאלן פונעם שמאלן בריק. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "דַע, שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲבֹר עַל גֶּשֶׁר צַר מְאֹד מְאֹד", די וועלט איז ווי א שמאלער בריק, מען דארף אריבער גיין זייער א שמאלער בריק, "וְהַכְּלָל וְהָעִקָּר שֶׁלֹּא יִתְפַּחֵד כְּלָל", דער עיקר איז מען זאל נישט מורא האבן; און מוהרא"ש זאגט, אז אנשי שלומינו זאגן, דער רבי געבט אונז צוויי שטריקן אין וואס זיך אנצוכאפן נישט אראפצופאלן פונעם שמאלן בריק.


די צוויי שטריקן זענען 'שמחה' און 'התבודדות'; און נאר אז מען כאפט זיך אן אין די שטריק - פאלט מען נישט. אז מען איז פרייליך, מען פאלגט דעם רבי'ן וואס האט אונז געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך שטארקן מיט אלע כוחות נישט צו זיין דעפרעסט. און אויך אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען גייט יעדן טאג אביסל שמועסן מיטן אייבערשטן.


געב אכטונג אויף די איידלקייט פון דיין שטוב, זע אז דיין ווייב און דיינע טעכטער זאלן גיין אנגעטון צניעות'דיג, איידעלע קליידער און איידל זיך אויפפירן, זיי זאלן האבן נאר די איידלסטע חבר'טעס, ווייל חברים האבן זייער א שטארקע השפעה. אויך דו זאלסט האבן איידעלע חברים; ווייל אפילו א רשע, אויב וועט ער האבן גוטע חברים, ערליכע חברים - וועט ער ווערן אויס רשע. און אויך א צדיק, אויב וועט ער זיך דרייען מיט נישט ערליכע מענטשן - וועט ער מיט די צייט ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#391 - פארהער נישט דיינע קינדער
מקוה, שמחה, חינוך הילדים, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אינדערפרי זאלסטו גיין אין מקוה; אפילו עס איז דיר שווער, און אפילו דו ביסט נישט אזוי מקפיד דורכן וואך צו גיין אין מקוה יעדן טאג - זאלסטו שבת זיך מוסר נפש זיין אויף מקוה.


שבת זאלסטו זיין זייער פרייליך, דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון זיין פרייליך שבת. איינמאל פרייטאג צו נאכטס איז רבי נתן געווען ביים רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "הַאַתָּה שָׂמֵחַ בְּשַׁבָּת", ביסט פרייליך שבת? האט רבי נתן געענטפערט: "איך ווער אסאך מאל זייער ערנסט", האט אים דער רבי געזאגט: "לֹא כָּךְ הוּא, הָעִקָּר הוּא שִׂמְחָה", שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך און גוטמוטיג, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און זייער טייער, עיין שם.


פארהער נישט דיינע קינדער; קענסט איבער גיין די לימודים וואס זיי לערנען אין חדר, קענסט מיט זיי שמועסן, קענסט זיי העלפן פארשטיין דאס לערנען - אבער נישט זיך אוועק זעצן על דעת פארהערן, און זיי כאפן אויב זיי קענען אדער נישט; אזוי איז יצא שכרו בהפסדו, איז שוין ענדערש נישט.


א פרייליכן שבת.

#390 - אפאר וויכטיגע פונקטן צו מצליח זיין אין די געשעפטן
שמחה, שלום בית, צדקה, תהלים, הצלחה, ביזנעס, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דא האסטו אפאר וויכטיגע פונקטן צו מצליח זיין אין דיינע געשעפטן:


·      זאג יעדן טאג נאך שחרית מיט די טלית ותפילין די 'תיקון הכללי', די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער רבי האט מגלה געווען פאר תיקון הברית, דאס איז מסוגל פאר פרנסה [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].


·      זיי זיך מוסר נפש צו זיין בשמחה, און אפילו דו האסט נישט מיט וואס צו זיין פרייליך, דו שפירסט ווי די דאגות און די עצבות איז זיך מתגבר אויף דיר – זאלסטו זיך רייסן צו זיין פרייליך, ווייל דאס איז די שליסל צו הצלחה.


·      האלט א תהילים אין געשעפט, און ווען דו זעסט אז עס דארף געשען א נס, די באנק איז ליידיג, מען דארף ניסים – זאלסטו זאגן א קאפיטל תהילים.


·      רעד מיט דרך ארץ צו דיין ווייב, רעד צו איר ווייך און שיין; דאס איז מסוגל פאר עשירות.


·      האלט א פושקע אין דיין אפיס, און ווארף אריין כסדר פרוטות און שעפשע תפילות.


'הענג אויף דעם בריוו אין דיין אפיס'.

#389 - דעפרעסיע איז די ערגסטע זאך
שמחה, עצבות, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, לעיקוואד


דער סמ"ך מ"ם וויל נאר איין זאך, ער וויל דעם מענטש אראפווארפן אין דעפרעסיע, אין עצבות ומרה שחורה, דאס איז די ערגסטע זאך, דאס ברענגט צו אלע עבירות, מען ווערט אפגעריסן פונעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיב): "זה כבר עבירה שאתם עושים עבירה", דאס איז די ערגסטע עבירה, דאס זיין בעצבות.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, גיי א טענצל, פריי זיך אז דו ביסט א איד, זיי זיך מחי' מיט די מצוות וואס דו טוסט און טו אלעס אבי צו זיין פרייליך, אפילו זיך נאריש מאכן, אבי זיין פרייליך, ווייל דאס איז די מלחמה, דער סמ"ך מ"ם זוכט נאר אראפ צו ווארפן אין דעפרעסיע, אזוי ווערט דער מענטש א טויטער, ער איז פערטיג, ער לאזט זיך נאך רחמנא לצלן.


אז מען קען גארנישט טרעפן, מען ליגט אין אזא יאוש אז מען זעט נישט קיין שום ברעקעלע גוטס – דארף מען זיך מחי' זיין מיט 'שלא עשני גוי', פון דעם קען מען נישט אראפפאלן, ווייל וואס עס זאל נאר זיין – בין איך דאך נישט קיין גוי, א איד בין איך דאך. אזוי ווי די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט בצדיק אחד שנפל עליו עצבות, און וואס ער האט נאר געוואלט זיך מחי' זיין האט ער נישט געקענט, ביז ער איז געווארן אזוי בעצבות, ער האט זיך נישט געקענט רירן, ביז ער האט זיך מחי' געווען מיט 'שלא עשני גוי'; קוק נאך די מעשה (סוף ספר ספורי מעשיות).

#388 - עפעס אינעווייניג איז נישט פרייליך
שמחה, שלום בית, לימוד התורה

 


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דאס וואס דו זאגסט אז דו שפירסט אז דו ביסט נישט מסודר, עפעס אינעווייניג איז נישט פרייליך, עס מאכט דיר נישט גוט וכו' וכו'.


דאס איז וויל עס פעלט דיר לערנען תורה, דו דארפסט זיך מאכן א שיעור אין חומש, משניות און תהילים – וועסטו גלייך זען און שפירן א חילוק, וועסט ווערן פרייליך; ווייל תורה מאכט פרייליך.


איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, זיי זיך קובע צו לערנען אין שול אינדערפרי חומש, משניות און תהילים.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען אין שטוב; ווייל וואס מאכט פרייליך די פרויען? זיי האבן נישט קיין חיוב צו לערנען תורה, זיי ווערן פרייליך ווען אין שטוב גייט א קול תורה, אז דער מאן לערנט תורה אין שטוב – ווערן זיי פרייליך, די גאנצע שטוב ווערט פרייליך.


שרייב מיר ווען דו לערנסט און וויפיל דו לערנסט.