בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#356 - מענטשן האבן ליב א שמייכלדיגער, א פרייליכער
שמחה, לימוד התורה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, י"ט אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט ארומגיין דערביטערט וועסטו גארנישט פארדינען, מענטשן וועלן אנטלויפן פון דיר; דיינע קינדער, דיין משפחה, חברים, אלע וועלן זיך דערווייטערן, מענטשן קענען נישט ליידן א זויערער, מענטשן האבן ליב א שמייכלדיגער, א פרייליכער; אז דו וועסט זיין פרייליך - וועסטו שטארק מצליח זיין, דיין משפחה וועט בליען, דיין פרנסה וועט זיין גוט, אויך וועסטו זוכה זיין צו אריינגיין צו די קדושה, ווייל צדיקים זאגן אז שמחה ברענגט דעם מענטש צו די העכסטע פלאץ.


פריי זיך אז דו ביסט א איד, אז דו האסט אמונה, פריי זיך מיט דיין בארד און פיאות, פריי זיך מיט דיין מזוזה, מיט דיין תפילין. מאך זיך א חשבון ווי אנגעפילט דו ביסט מיט מצות און מעשים טובים, אנטלויף פון עצבות און מרה שחורה. זיי זיך מחי' מיט די ברכה שלא עשנו גוי, דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם אז מיר זענען אידישע קינדער.


היינט איז די יארצייט פון דעם צדיק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זכותו יגן עלינו, דער ירושלימ'ער רב. ער האט דערציילט א מעשה וואס ביי אונז ברסלב'ע חסידים האט מען דאס נישט געוויסט, אז דער הייליגער רבי אלס קינד איז איינמאל אהיים געקומען פון חדר וויינען אז זיין רבי האט אים געשלאגן ווייל ער האט אויסגעלאזט די ברכה שלא עשנו גוי, פרעגט אים דער טאטע: "פארוואס טאקע האסטו אויסגעלאזט די ברכה?" זאגט דער רבי: "גלייך אינדערפרי נאכן זיך אפגיסן נעגל וואסער האב איך געמאכט די ברכה אז איך בין נישט קיין גוי"; ווייל מיט דעם דארף מען זיך גלייך מחיה זיין, גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי דארף מען אויסשרייען: "שכוח אייבערשטער איך בין א איד!"


מאך דיר א שיעור אין גמרא און משניות, זאג די ווערטער פון די הייליגע גמרא און משניות, דאס וועט דיך מטהר זיין פון טומאת מת, פון ניאוף, פון אלע עבירות. דעם קומענדיגן שבת גייען מיר ליינען פרשת פרה, זיך רייניגן פון טומאת מת. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עד): "אַחַר פּוּרִים קוֹרִין פָּרָשַׁת פָּרָה" נאך פורים ליינט מען די פרשה פון פרה, "שֶׁהִיא הֲכָנָה לְפֶסַח", מיט דעם גרייט מען זיך צום יום טוב פסח, "כִּי פָּרָשַׁת פָּרָה קוֹרִין כְּדֵי שֶׁיִּהְיוּ נִזְהָרִין לִטָּהֵר מִטֻּמְאַת מֵת", מען ליינט די פרשה מען זאל זיך אכטונג געבן נישט צו ווערן אומריין, "כְּדֵי שֶׁיִּהְיוּ טְהוֹרִין לַעֲשׂוֹת הַפֶּסַח", מען זאל זיין ריין צו קענען ברענגען דעם קרבן פסח, דורך לערנען און דאווענען, "וּנְשַׁלְּמָה פָרִים שְׂפָתֵינוּ", ווייל דורך לערנען און דאווענען ווערט מען גערייניגט פון טומאת מת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#355 - אמונה היילט, אמונה בארואיגט, עס נעמט ארויס אלטע ווייטאג
שמחה, אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, לעיקוואד


נעם אריין אמונה אין זיך, טראכט ווי די גאנצע וועלט איז איז 'אלוקית', איין שטיק אייבערשטער, און דו שטייסט אינדערמיט. זינג זיך ניגוני אמונה, די ניגון וואס משיח וועט זינגען, די ניגון של הצדיק; ווי דער רבי טייטשט דעם פסוק (שיר השירים ד, ח): "תָּבוֹאִי תָּשׁוּרִי מֵרֹאשׁ אֲמָנָה", זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סד), דאס איז די ניגון וואס די צדיקים זינגען, ניגוני אמונה; ממלא כל עלמין, דער אייבערשטער איז דא, וסובב כל עלמין, דער אייבערשטער איז דא, אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל, עס איז נישטא קיין שום זאך אן אים, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם, און אין יעדע זאך איז ער באהאלטן.


 דאס איז די אמת'ע רפואה צו היילן די נשמות ישראל, די בת מלך וואס מען שיסט מיט פיילן פון כפירות ואפיקורסות פון טבע, מקרה און מזל; אמונה היילט, אמונה בארואיגט, אמונה נעמט ארויס אלטע ווייטאג; מען ווייסט עס איז נישט די עלטערן, נישט די מאן, נישט די ווייב, נישט דער און נישט יענער, נאר דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס.


אויך שמחה טוט היילן די זעל, אויך שמחה איז א שליסל צו זיין דער גוטער טאטע וועמען די קינדער ליבן, אויך שמחה איז די סוד פון זיין דער גוטער מאן וואס די ווייב ווערט אים אן עוזרתו, אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה  זאגן (יבמות סג.) אויפן פסוק (בראשית ב, יח): "אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ, 'זָכָה עוֹזַרְתּוֹ, לֹא זָכָה כְּנֶגְדּוֹ'"

#354 - וואס זיך מקבל זיין עס זאל זיך אנהויבן הצלחה?
שמחה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


דו דארפסט שפע, דו ווארטסט אויף א ישועה, דו פרעגסט וואס דו קענסט זיך מקבל זיין עס זאל זיך אנהויבן די הצלחה?


שמחה איז די שליסל פאר הצלחה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד", ווער עס איז שטענדיג פרייליך, "עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", איז שטענדיג מצליח.


ווי אזוי? און מיט וואס? מען דארף זיך פרייען אז מען איז א איד, מיט די מצוות וואס מען טוט. גיי א טענצל נאך שחרית אז דו האסט זוכה געווען אנצוטון די הייליגע טלית ותפילין, עס זאל דיר זיין חשוב דיינע מצוות (וואש אויס דיין טלית, דיין טלית קטן, אפילו די קאר וואשט מען מזמן לזמן, איז וואס איז מיט די מצוות...?)


איידער דו קומסט אהיים זיי זיך מיישב, מאך א שמייכל, טראכט ווי אזוי דו קענסט באהאלטן די ווייטאג, און נאר פרייליך מאכן אין שטוב.

#353 - מען כאפט א פאטש, און מען איז נאכאלץ זיין פרייליך
שמחה, התחזקות, חודש אדר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאס וואס דו גייסט אריבער וכו' - איז נישט קיין תירוץ נישט צו זיין פרייליך, אפילו מען כאפט א פאטש - דארף מען נאכאלץ זיין פרייליך. רבי נתן דערציילט, דער הייליגער רבי איז אמאל געווען ביי א חתונה, דארט איז געווען מוזיק; א פידל, א פייפער, א פויקער, און איינער וואס האט זיי געפירט; אינמיטן זינגען האט דער פויקער איינגעדרימלט, האט אים דער אנפירער געגעבן א פאטש און דער פויקער האט זיך אויפגעוועקט און גלייך אנגעהויבן ווייטער צו פויקן, האט זיך דער רבי אנגערופן: "א פאטש געכאפט און פרייליך געקלאפט"; דער רבי האט ארויסגענומען פון די מעשה, אז אפילו מען כאפט א פאטש - דארף מען ווייטער זיין פרייליך.


די מעשה איז א שטארקע לימוד אין לעבן, ווען מען גייט אריבער שווערע צייטן מען כאפט פעטש, דארף מען געדענקען וואס דער רבי זאגט: "א פאטש געכאפט און פרייליך געקלאפט", מען דארף געדענקען אז אלעס וואס גייט אריבער איז פונעם אייבערשטן - נאר פאר די גוטס פונעם מענטש.


מיר קומען שוין נאנט צו חודש אדר, חודש השמחה, א חודש פון ישועות; מיט שמחה זעט מען ישועות און ניסים למעלה מדרך הטבע.


מארגן נאכט ראש חודש אדר וועלן מיר מאכן א סעודה פאר אלע תלמידי הישיבה און אנשי שלומינו, א מסיבה פון הכרת הטוב פאר אלע וואס העלפן די מוסד א גאנץ יאר מיטן געבן די מעשר פאר די ישיבה. איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען, איך נעם עס אן פערזענליך, און אפילו עס איז שוין היינט דא קיין עין הרע א גרויסע ציבור, דאך נעם איך פערזענליך דיין קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#352 - באשעפער, איך וויל רעדן שיין און הארציג צו מיין מאן
תפילות אויף אידיש, שמחה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אייערע טייערער מאן נרו יאיר, ער איז אן ערליכער איד מיט יראת שמים און גוטע מידות, נישט יעדער איז זוכה צו אזא מתנה, ער העלפט מיר אזוי געטריי, ער העלפט אזוי די מוסדות, אלע האבן אים זייער ליב.


ער איז אביסל צעבראכן, ער וויל נאר איין זאך, ער וויל איר זאלט רעדן צו אים שיין און הארציג, ער איז אייך גרייט אלעס צו טון און אלעס צו מאכן, ער וויל נאר די איין זאך, א ווייב וואס רעדט שיין, א ווייב וואס רעדט מיט הארץ, ער וויל אזוי שטארק א שיינע שלום בית, ער בעט מיר חיזוק.


איך האב אים געזאגט איך וועל אייך שרייבן און איך בין זיכער אז איר וועט ארבעטן אויף דעם, איר וועט בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם פרט, בעטס דעם אייבערשטן די תפילה יעדן טאג, וועט איר זען ביז א קורצע צייט וועט איר באקומען די הארציגע ווייכע שיינע וועג פון רעדן.


"רבונו של עולם איך וויל רעדן שיין צו מיין מאן, איך וויל רעדן הארציג צו אים, נישט שאפן, נישט שרייען, און נישט חוזק מאכן. הייליגער באשעפער איך ווייס נישט וואס צו טון, יעדע מאל איך רעד מיט מיין מאן ווער איך נערוועז און איך הויב אן רעדן שטעכעדיג, בייסיג, ביז די שמועס ענדיגט זיך זייער נישט שיין.


הייליגער באשעפער מאך מיך פרייליך, רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז פיס; ביז איך וועל זיין אזוי פרייליך אז איך וועל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין צו נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליין, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#351 - א רפואה פאר רוקן ווייטאג און עקזימע
שמחה, סגולות, רפואה, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער רוקן ווייטאג, אז איר קענט זיך נישט בייגן - דאס קומט פון איין זאך, פון נישט זיין פרייליך; איר האט צופיל דאגות, די זארג גייט אריין אין די ביינער, עס גייט צו די רוקן, ביז מען קען זיך נישט בייגן און מען האט ווייטאג.


טוט אלעס אבי צו זיין פרייליך, פאלגט דעם רבי'ן וואס האט אונז געזאגט מען זאל זיין פרייליך, און אז עס איז ביטער - דארף מען נאכאלץ זיין פרייליך, מען דארף אויפזוכן אין די שלעכטס - גוטע זאכן, און ווען מען הויבט אן זיין פרייליך - צעפאלט די גאנצע טומאה, מען זעט אז אלעס איז גוט, גארנישט איז שלעכט.


שמחה איז די רפואה פאר אלע קרענק. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען זאל זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דערביטערט, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען, "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל מען איז דערביטערט און נישט פרייליך, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ", אפילו די דאקטוירים זאגן, "שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


בנוגע די עקזימע וואס קראצט וכו'; שמירט אן די הויט וואו עס איז דא די עקזימע מיט די איבערגעבליבענע אויל פון די שבת ליכט, און בעטס דעם אייבערשטן דאס זאל זיין פאר א רפואה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#350 - נישטא קיין איין פרוטה, לאז אבער נישט אפ די שמייכל
שמחה, התחזקות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, מען פרובירט אויס א מענטש מיט דחקות און ארעמקייט, מען וויל זען צו וועם ער וועט זיך ווענדן; וועט ער נאכאמאל קומען צום אייבערשטן און בעטן: "הייליגער באשעפער איך האב נישט קיין געלט, איך דארף ברענגען פאר מיין ווייב און קינדער, העלף מיר, מאך מיר א נס", אדער וועט ער זיך מייאש זיין.


אפילו דו האסט נישט קיין איין דאלער, קיין איין פרוטה - זאלסטו אבער אויף איין זאך נישט מוותר זיין און זען דאס צו איינקויפן, צו לייגן א שמייכל אויפן פנים, נישט ווערן פארלוירן, נאר זיין פרייליך, גלייב באמונה שלימה אז עס וועט קומען א נס.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד רבי אהרן קיבליטשער זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א פרייליכער אידל און שטענדיג איז ער ארום געגאנגען מיט א שמייכל. ער איז געווען א עני ואביון; ווען זיין ווייב פלעגט אים פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו אזוי פרייליך, האסט דאך גארנישט?!" האט ער איר געענטפערט: "דו גלייבסט דאך אז עס וועט נאך זיין איין טאג גוט און דעמאלט וועלן מיר זיין זייער פרייליך, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון איינער וואס גייט שטענדיג ארום מיט א שמייכל און ער דערהאלט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#349 - דריי עצות ארויסצוגיין פון אלעם שלעכטס
שמחה, בחור, התחזקות, משניות, נסיונות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


נעכטן נאכדעם וואס דו האסט מיר דערציילט וואס דו ביסט אלץ אריבער האב איך באקומען א זייער שטארקע רחמנות אויף דיר, מיין הארץ גייט אויס פון צער וואס דו ביסט אריבער, אז אין דיין אלטע ישיבה האט דיך א בחור מטמא געווען, דו ביסט אראפגעפאלן נעבעך אין די שרעקליכע עבירה פון פגם הברית, און נאכדעם האסטו זיך געקויפט שטילערהייט א טעלעפאן אפן צו די אינטערנעט און געזען גילוי עריות רחמנא לצלן, און זייט דעמאלט איז דיר ביטער די לעבן.


וויסן זאלסטו אז מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן קען מען אלעס איבערדרייען און אלעס פאררעכטן, מען קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק. דער רבי האט זייער אסאך עצות, אבער בעיקר איז דאס די דריי עצות פון לערנען יעדן טאג תורה, יעדן טאג גיין התבודדות און זיין פרייליך.


זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין, דאס איז די בעסטע מעדעצין פאר ווער עס איז אריינגעפאלן אין מאוויס, ווייל דאס זאגן אכצן פרקים משניות בכל יום - רייניגט דעם מענטש, עס וואשט אויס די נשמה. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען די רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות.


לויט אנדערע שיטות איז אזא איינער וואס האט פוגם געווען בברית רחמנא לצלן, שוין א פארפאלענער, נישטא קיין וועג ארויס פאר אים, דערפאר ווען מוהרנ"ת האט געהערט פון רבי'ן אזעלכע קלארע ווערטער, אז מען קען נעמען א בעל עבירה און אים מאכן פאר א צדיק, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן אויב דאס רעכנט אריין אויך דער וואס האט פוגם געווען בברית? האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס".


צווייטנס, זאלסטו זיך באשטימען א צייט יעדן טאג ערגעץ פריוואט וואו קיינער זעט נישט און הערט נישט וואס דו טוסט, און זאלסט זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן. דערצייל אים די מעשה ווי דער בחור האט דיך גערופן אין א סעלער, קודם האסטו נישט געוואלט גיין און נאכדעם האט ער דיך געמוטשעט און דו ביסט געפאלן אין די נעץ, און ווי נאכדעם האסטו זיך שטילערהייט געקויפט א טעלעפאן, קיינער אין די וועלט האט נישט געוואוסט, דו האסט געקוקט די ערגסטע פון די ערגסטע, די אפפאל פון די אפפאל, וואס אפילו ביי די גוים, ביי די פעלקער - איז דאס אזוי געמיין, אז נאר די נידריגסטע קוקן דאס. אז דו קענסט שרייען מיט קולות צום אייבערשטן - וואלט נאך בעסער געווען, ווייל אז דו האסט מקלקל געווען דיינע מוחין - איז דאס די עצה, שרייען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך באנייען, געבן פרישע מוחין וכו'.


און דער עיקר די דריטע זאך, שמחה; דו זאלסט טון אלעס אויף די וועלט צו זיין פרייליך, דאס וועט דיך היטן זאלסט נישט צוריק פאלן, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך און דינט דעם אייבערשטן מיט שמחה - זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט) - היט אים דער אייבערשטער אליין אפ פון אלע שלעכטס, און דאס איז א שמירה אויף פגם הברית. אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", אז איך פריי זיך מיטן אייבערשטן, דעמאלט: "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ", איז מער נישט דא קיין עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#348 - די שמחה פון די מצוה וועט אים היטן פון עבירות
תפילות אויף אידיש, שמחה, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת צו, י"ב ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער אריז"ל זאגט (הובא בבאר היטב אורח חיים סימן תמז, סעיף קטן א): "הַנִזְהָר מִמַּשֶּׁהוּ חָמֵץ מוּבְטָח שֶׁלֹא יֶחֱטָא כָּל הַשָּׁנָה", ווער עס איז נזהר פון א משהו חמץ אום פסח, וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות; אלע פרעגן, וואס איז פשט אז מען פאלט יא אראפ אין עבירות? מען ווייסט נישט וואס צו טון מיט די ווערטער פונעם הייליגן אריז"ל. מוהרא"ש זאגט פשט, דער אריז"ל זאגט אז ווער עס איז נזהר פון א משהו חמץ אום פסח און ער פרייט זיך מיט דעם, ער האט חיות פון דעם אז ער עסט נישט קיין חמץ, דער וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות, די שמחה פון די מצוה וועט אים היטן פון עבירות.


בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיך פרייען מיט די מצוות, איך זאל מיך פרייען מיט די הייליגע מצות איך זאל מיך פרייען מיט שלא עשני גוי, העלף מיר איך זאל נישט פארגעסן קיין איין רגע פון דיר, איך זאל געדענקען אז קיינער קען גארנישט מאכן, גארנישט טון - נאר דו אליין מאכסט אלעס".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#347 - די איינציגסטע וועג צו שמחה איז דורך תפילה
תפילות אויף אידיש, שמחה, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת צו, י' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער אריז"ל זאגט (הובא בבאר היטב אורח חיים סימן תמז, סעיף קטן א): "הַנִזְהָר מִמַּשֶּׁהוּ חָמֵץ מוּבְטָח שֶׁלֹא יֶחֱטָא כָּל הַשָּׁנָה", ווער עס איז נזהר פון א משהו חמץ אום פסח, וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות; אלע פרעגן, וואס איז פשט אז מען פאלט יא אראפ אין עבירות? מוהרא"ש זאגט, פשט איז, ווער עס איז נזהר פון א משהו חמץ אום פסח און ער פרייט זיך מיט דעם, ער לעבט מיט דעם אז ער עסט נישט קיין חמץ - וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות, די שמחה פון די מצוה וועט אים היטן.


זיין פרייליך איז גאר א שווערע עבודה, מוהרא"ש זאגט עס איז גרינגער צו פאסטן משבת לשבת ווי צו זיין פרייליך, די איינציגסטע וועג זוכה זיין צו שמחה איז דורך תפילה, דורך בעטן דעם אייבערשטן, בעט: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו און דו ביסט אלעס, נישטא גארנישט אויסער דיר, דומם צומח חי מדבר, אלעס ביסטו".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#346 - העלף אריינברענגען דעם פסח אין שטוב
שמחה, פסח, חומרות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


העלף אריינברענגען דעם פסח אין שטוב, העלף דיין ווייב, בעיקר זאלסטו איר געבן גוטע ווערטער און איר אויסהערן, ווייל דאס איז וואס געבט כח פאר די פרוי, ווען זי שפירט אז דער מאן הערט איר אויס און איז איר מחשיב.


זע אין די טעג זיך צו שטארקן מיט שמחה, זוך נישט קיין חומרות, זוך נישט קיין חכמות, זוך ווי דו קענסט מער זיין פרייליך, ווייל דער רבי איז געווען זייער שטארק קעגן חומרות (עיין שיחות הר"ן, סימן רלה), ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה ג.): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא עִם בְּרִיּוֹתָיו", נאך זאגן די הייליגע חכמים (ברכות כה.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", דער אייבערשטער האט נישט געגעבן די תורה פאר מלאכים נאר פאר אונז מענטשן לויט דעם וועג ווי אזוי מיר קענען דאס מקיים זיין; דאס איז לגבי סתם חומרות, אבער אפילו אויף דאס וואס שטייט פון די פריערדיגע (עיין בספר חרדים, פרק סא) אז יעדער איד זאל נעמען א מצוה וואס אין דעם וועט ער זייער מקפיד זיין און מחמיר זיין מיט אלע הידורים וכו', אזוי ווי מען זעט אין די גמרא (שבת קיח:): "אָבִיךָ בְּמַאי זָהִיר טְפֵי' וְכוּ'", מיט דעם אלעם זאגט דער רבי אז מען מיינט נישט צו זאגן אז דער מענטש זאל אריינלייגן אין די מצוה חומרות פון שטות, שגעון און מרה שחורה, מען מיינט נאר צו זאגן אז ער זאל נעמען איין מצוה וואס אין דעם מצוה זאל ער מדקדק זיין אן קיין נארישע חומרות. הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות; עיין שם.


אפילו לגבי חומרות אום פסח האט דער רבי נישט געהאלטן אז מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט אז ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוואוסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריינגעפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון; יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איין מאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צו קומען צו דעם קיין משהו חמץ, ביז דער רבי האט געטראכט אז דאס בעסטע וואסער וואלט ווען געווען קוואל וואסער, ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליין".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#345 - פיר גוטע דאקטורים האבן געראטעוועט זיין לעבן
שמחה, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געווען אמאל וואס די דאקטוירים האבן אים אנגעשראקן אז ער האט נאך א קורצע צייט צו לעבן, מוהרא"ש שרייבט (אשר בנחל חלק כז, מכתב ד' שיט), ער דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט געטראפן גאר גוטע דאקטוירים וואס האבן אים געראטעוועט און האלטן אים ווייטער ביים לעבן; דאקטער פרייליך, דאקטער לערנער, דאקטער וואסערמאן און דאקטער פעלדמאן, דאס איז די פיר הייליגע עבודות וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן. די עבודה פון זיין פרייליך; דער דאקטער פרייליך איז גאר א גרויסער דאקטער, ער היילט אויס אלע סארט קרענק, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען זאל זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דערביטערט, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען - "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל מען איז דערביטערט און נישט פרייליך, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ", אפילו די דאקטוירים זאגן, "שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


ווען די דאקטוירים האבן אנגעשראקן מוהרא"ש אז אט אט וועט ער דארפן אוועק גיין פון די וועלט איז מוהרא"ש געלאפן צו דאקטער לערנער, דאס איז לערנען די הייליגע תורה, ער האט געלערנט פלייסיג תורה, שיעורים כסדרן בכל התורה כולה אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און וואונדער איבער וואונדער, דער דאקטער איז גאר א גרויסער און גאר א גוטער דאקטער, און מוהרא"ש האט לאנגע יארן געלעבט און געגעבן לעבן פאר הונדערטער און טויזנטער מענטשן.


אויך דאקטער פעלדמאן; מוהרא"ש איז געגאנגען אין פעלד, זיך מתבודד געווען, גערעדט צום אייבערשטן, געזינגען צום אייבערשטן, געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן.


אויך צו דאקטער וואסערמאן; מוהרא"ש איז געגאנגען אין מקוה, אין וואסער, זיך גע'טובל'ט. דער רבי זאגט (ספר המידות אות המתקת הדין, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", דורך זיך טובל'ן איז מען ממתיק אלע דינים.


שטארק זיך ליבער ברידער, דער אייבערשטער איז גרויס און מיט די פיר דאקטוירים קען מען זען גרויסע ניסים; דורך שמחה (דאקטער פרייליך), דורך לערנען (דאקטער לערנער), דורך זיך מתבודד זיין (דאקטער פעלדמאן) און דורך גיין אין מקוה (דאקטער וואסערמאן) - קען מען היילן אלעס, און צוקומען צו אלע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#344 - זיי נישט אזוי באבלאזן
שמחה, שלום, חסד, סיפורי צדיקים, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ד' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז די יארצייט פונעם גרויסן צדיק רבי משה לייב סאסובער זכותו יגן עלינו, ער האט געזאגט פאר זיין פטירה אז ער וועט נישט אריינגיין אין גן עדן נאר אויב ער וועט קענען אויסקערן די גיהנום פון אלע נשמות, און צדיקים האבן דערציילט אז אזוי איז געווען, און אויך איז שוין אזוי געבליבן, אז יעדע יאר ד' שבט קערט דער צדיק אויס דעם גיהנום.


מוהרא"ש דערציילט, דער צדיק האט געהאט א הייליגע מנהג, יעדן טאג נאכן דאווענען אויפן וועג אהיים איז ער אריבער ביי די שטיבער פון די צעבראכענע מענטשן, יתומים און אלמנות, און זיי געגריסט 'גוט מארגן' מיט א שמייכל; אלע האבן שוין אפגעווארט, אלע זענען געזעצן ביי די טרעפ פון די שטיבער און געווארט אויף די ווארעמע 'גוט מארגן', זיי האבן געשפירט אזוי גוט מיט דעם, זיי האבן געשפירט ממש ווי דער צדיק איז זייער טאטע.


אזוי אויך זאלסטו טון, דארפסט נישט אריבער גיין אלע גאסן וכו', אבער דארט וואו דו גייסט סיי ווי, גייסט ארויס פון שול נאכן דאווענען, זאלסטו נישט זיין אזוי באבלאזן און אריבערגיין מענטשן אן גריסן, אן שמייכלען, גרוס יעדן איינעם מיט א גרויסע שמייכל, מען קען זיך איינקויפן עולם הבא מיט איין שמייכל, מיט א גוט ווארט.


ווער רעדט נאך אין שטוב, דיין ווייב און דיינע קינדער; זאלסט זיי גריסן און שמייכלען און געבן גוטע ווערטער, דאס איז אזא הייליגע זאך, פרייליך מאכן די ווייב און קינדער, עס איז אזוי גרויס, בפרט יעצט אין די טעג פון שובבי"ם ווען מיר פאררעכטן אלעס וואס מען דארף פאררעכטן - קען מען אלעס פאררעכטן מיט פרייליך מאכן א צווייטן איד, פרייליך מאכן די ווייב און קינדער.


טו א טובה מיט א צווייטן, געב א האנט פאר א צווייטן איד, די וועלט שטייט דאך נאר אויף חסד, די וועלט איז באשאפן געווארן צוליב וואס מען וועט טון חסד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ח, ה), איידער דער אייבערשטער האט באשאפן אדם הראשון האט ער געפרעגט די מלאכים אויב מען זאל באשאפן דעם מענטש, זענען געקומען גרופעס גרופעס מלאכים, איין גרופע האט געזאגט יא, איין גרופע האט געזאגט ניין, "חֶסֶד אוֹמֵר יִבָּרֵא, שֶׁהוּא גּוֹמֵל חֲסָדִים", חסד האט געזאגט מען זאל באשאפן דעם מענטש ווייל ער גייט טון חסד; דאס איז תיקון שובבי"ם, אז מען העלפט אנדערע, און דאס זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער, טון חסד מיט אנדערע קינדער, קיינמאל נישט זאגן ניין פאר א צווייטן איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#343 - שעפן חיות פון דעם וואס 'איך בין משמש דעם רבי'ן'
שמחה, שלום בית, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פארן מחזק זיין אז דיין ווייב זאל ווייטער בלייבן העלפן אין בית פיגא סקול. עס זאל דיר נישט באדערן אז איין טאג זאגט מען דיין ווייב זיי דא א טיטשער, און די קומענדיגע טאג בעט מען איר זיי דא א העלפער, און נאכדעם זאגט מען איר היינט זאלסטו דאס טון און מארגן דאס טון וכו'; ווייל וואס איז דען א חילוק אויב מען האט א באשטימטע פאסטן? דער עיקר איז, מען איז משמש דעם רבי'ן, מען לייגט אריין די צייט, די כוחות - אין העלפן מחנך זיין אידישע טעכטער מיט קדושה וטהרה, מיט אמונה און צניעות; מען דארף שעפן חיות פון דעם וואס 'איך בין משמש דעם רבי'ן'.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב, און אז דו ווילסט שפירן אויב די שכינה איז אין שטוב - זאלסטו דאס מעסטן לויט די שמחה און ליבשאפט וואס איז דא צווישן ענק; ווי מער פרייליך מען איז, און ווי מער ליב מען האט זיך - דאס איז א סימן אז מען איז ביי די קדושה און אז די שכינה איז שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#342 - דער עיקר מחיית עמלק איז דורך שמחה
שמחה, פורים, ערב שבת, שבת זכור

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת דארף מען קומען אין שול הערן די קריאה ווי מען מעקט אויס עמלק. מוהרא"ש זאגט בשם דעם צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה: "דער עיקר מחיית עמלק איז דורך שמחה", 'שמחה' איז די זעלבע אותיות פון "'שֶׁמָחֹה' תִּמְחֶה אֶת זֵכֶר עֲמָלֵק", מיט שמחה מעקט מען אויס די טומאת עמלק.


דער סמ"ך מ"ם, עמלק - ווילן נאר איין זאך, מען זאל אויפגעבן אויף דאס וועלן זיין ערליך און אויף דאס בענקען צו זיין גוט. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכ) אויפן פסוק (תהילים לא, כה): "חִזְקוּ וְיַאֲמֵץ לְבַבְכֶם כָּל הַמְיַחֲלִים לַה'", דוד המלך זאגט, שטארקט אייך אלע וואס 'האפן' צום אייבערשטן, "אֲפִלּוּ אִם אֵינְכֶם זוֹכִים לְשׁוּם קְדֻשָּׁה וַעֲבוֹדָה חַס וְשָׁלוֹם", אפילו די וואס זענען נישט זוכה צו קיין שום קדושה און עבודת השם, "רַק מְיַחֲלִים לְבַד", איין זאך האבן זיי, דאס ווילן און בענקען, "אַף עַל פִּי כֵן חִזְקוּ וְאִמְצוּ", מיט דעם זאלן ענק זיך שטארקן; דאס קען עמלק נישט סובל זיין, דאס איז זיין זאך, ווי מען קען אראפווארפן דעם מענטש אין א יאוש, ער זאל שוין נישט שרייען צום אייבערשטן "איך וויל זיין גוט", ער זאל אפלאזן זיינע רצונות, זיין בענקעניש.


די יאר געפאלט אויס פורים אום פרייטאג, קומענדיגע וואך פרייטאג איז פורים. אלעס גייט אן ווי א געווענליכע יאר, מען דארף נאר אכטונג געבן פרייטאג נאכמיטאג נישט טרינקען צופיל, מען זאל קענען מקבל שבת זיין אין צייט און חס ושלום נישט עובר זיין אויף חילול שבת.


מוצאי שבת וועט זיין א סעודה אין ישיבה, מען וועט טאנצן אינאיינעם אז מיר האבן מרדכי הצדיק און אסתר המלכה, מיר וועלן זיך נישט אונטערגעבן פאר המן עמלק, מיר וועלן נישט אויפגעבן. און אויך זונטאג מיטאג וועט זיין א שושן פורים סעודה און א פארשטעלונג פאר די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#341 - בלייבן רואיג און פרייליך אין א טענה'ריי
שמחה, חיזוק פאר פרויען, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט יעדן געבן גוטע ווערטער, און אז עס ווערט א טענה'ריי צווישן די פרויען - זאלט איר בלייבן רואיג און פרייליך. קיינער איז נישט שלעכט און קיינער מיינט נישט שלעכט, מענטשן זענען איבערגעשטרענגט, קען אויסזען ווי מען וויל וויי טון וכו'.


די גרעסטע זאך איז, זיין פרייליך מיט דעם אז מיר זענען אידן און מיר זענען קינדער פונעם אייבערשטן; דאס דארף זיין אונזער גאנצע שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#340 - די גאנצע הצלחה פונעם מענטש ליגט אין שמחה
שמחה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך הער אזעלכע שיינע גריסן פון די מנהל אויף דיר, אז דו לערנסט שיין און דו דאווענסט שיין; איך בין אזוי פרייליך פאר די שיינע גריסן וואס מען באקומט אויף דיר.


איך וויל דיר בעטן זאלסט ארבעטן אויף שמחה, זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אויף זיין פרייליך, ווייל אין דעם ליגט די גאנצע הצלחה פונעם מענטש; אז מען איז פרייליך, מען פרייט זיך אז מען איז א איד און מען פרייט מיט די מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן - איז מען זייער מצליח.


שיק א גרוס פאר דיינע טייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#339 - א גוט ווארט און א שמייכל איז אנשטעקיג
שמחה, חסד, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שמייכל פאר א צווייטע איד איז אויך א תיקון שובבי"ם; מאכן פרייליך א איד, געבן א גוט ווארט פאר א צווייטן. מיט איין גוט ווארט, מיט איין שמייכל - קען מען מחי' זיין די גאנצע וועלט; עס איז אנשטעקיג, עס פארט ארום די גאנצע שטעטל; דו געבסט א גוט ווארט אין שול פאר דיין חבר, דיין חבר גייט ארויס, ער טרעפט זיין חבר און געבט אים אויך א שמייכל, יענער איז אנגעזעצט, ער גייט יעצט אהיים און ער ווערט פרייליך, ער זאגט א גוט מארגן פאר די ווייב מיט א גרויסע שמייכל, זי ווערט פרייליך, זי איז א טיטשער, זי גייט אריין אין כיתה און זי מאכט פרייליך אלע קינדער און אלע טיטשערס, אלע טיטשערס גייען יעצט ארויס ביי הפסקה און שיקן א שיינע מעסעדזש דעם מאן, די מענער אינמיטן ארבעט ווייסן נישט וואס האט זיי באטראפן, אזעלכע שיינע ווערטער צו באקומען, זיי געבן איבער די אנשטעקעניש ווייטער, די גאנצע שטעטל איז פרייליך, מען ווייסט נישט ווער עס האט עס אנגעהויבן, ביז עס קומט צוריק צו דעם מענטש וואס איז שוין יעצט אינמיטן טאג אביסל טרויעריג, קומט איינער און מאכט אים פרייליך, וואס דאס קומט גאר פון אים אליין; וואס מען טוט פאר יענעם - טוט מען פאר זיך אליין.


ווער עס וויל וויסן וואס ער קען מיר העלפן - זאל דאס טון, געבן א שמייכל פאר א צווייטן, בפרט פאר אנשי שלומינו וואס אויף זיי גייט נאך מער איבער, בבחינת (סוכה נב.): "כָּל הַגָדוֹל מֵחֲבֵירוֹ יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנוּ".


מען זאל זיך גריסן איינער דעם צווייטן, איך וויל זייער מיר זאלן אלע זיין איין משפחה, אלע זאלן זיך גריסן, אלע זאלן זיך פרייליך מאכן. עס איז דאך אזא גרויסע מצוה צו שמייכלען צו א צווייטן, מען קען דאך יענעם מחי' מתים זיין. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "עס זענען דא מענטשן וואס דרייען זיך ארום זייער צעבראכן פון די יסורים וואס זיי גייען אריבער און זיי קענען קיינעם נישט דערציילן וואס זיי ליידן. זיי וואלטן ווען געוואלט דערציילן פאר איינעם וואס זיי גייען אריבער, אבער זיי האבן נישט מיט וועמען צו שמועסן, און ווען זיי זעען א מענטש מיט א שמייכל, ווערן זיי אויפגעלעבט דורכדעם".


דער רבי ברענגט דארט אראפ די מעשה וואס די גמרא דערציילט (תענית כב.), רב ברוקא איז געגאנגען אויפן גאס און ער האט געטראפן אליהו הנביא, האט ער געבעטן פון אליהו הנביא ער זאל אים ווייזן ווער דא האט עולם הבא, האט אים אליהו הנביא געוויזן אויף צוויי מענטשן: "זיי זענען מענטשן וואס וועלן זוכה זיין צו עולם הבא", איז רב ברוקא געלאפן צו זיי און געפרעגט: "זאגט מיר, וואס טוט איר?" האבן זיי געזאגט: "מיר זענען בדחנים, ווען מיר זעען מענטשן קריגן זיך, גייען מיר צו צו זיי און מיר מאכן זיי פרייליך מיט אונזערע ווערטלעך, ביז זיי ווערן פרייליך און מאכן שלום", דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו זיין בני עולם הבא; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#338 - האב נישט מורא פון קאמפעטישאן
שמחה, אמונה, שלום בית, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


האב נישט מורא פון קאמפעטישן, קיין איין פרוטה קען מען דיר נישט אוועקנעמען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו", א פרוטה קען מען נישט צונעמען פון א צווייטן; אז דו ווילסט מצליח זיין – זאלסטו מכבד זיין דיין ווייב. דער רבי זאגט (ספר המדות אות ממון, סימן צד): "אֵין הַבְּרָכָה מְצוּיָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם", די ברכה געפינט זיך נישט אין שטוב, "אֶלָּא בִּשְׁבִיל כְּבוֹד אִשְׁתּוֹ", נאר אויב מען איז מכבד די ווייב; זאלסטו רעדן שיין, ווייך און הארציג צו דיין ווייב, און חס ושלום נישט טשעפען, נישט מאכן וויינען, נישט חוזק מאכן; וועט זיין ביי דיר אין שטוב א ברכה.


אויך זאלסטו זיך שטארקן מיט זיין בשמחה, פריי זיך מיט דעם אז דו ביסט א איד און מיט די מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן. דער רבי זאגט (שם סימן ממון, אות מז): "הַשִׂמְחָה תְּמִידִית מְסוּגָל לְהַצְלָחָה", זיין שטענדיג פרייליך איז די סגולה פאר סוקסעס.

#337 - איר אויפבויען און אויסלויבן, וועט אוועקגיין אלע מחלות
שמחה, שלום בית, אנערעקסיע

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, בוי צוריק אויף דיין ווייב, עס איז נישט צום גלייבן וואס מען האט מיר איר געטון, מען האט איר אזוי צעבראכן און דערנידערט; פון דעם אליין, פון איר האקן אין קאפ אז זי איז א פראבלעם, פון דעם איז זי נעבעך אריין אין די זאך פון נישט עסן, ה' ישמרינו.


בוי איר אויף, זי איז א קלוגע פרוי און א ערליכע פרוי; זאלסטו איר אויפבויען און איר נישט צוריק שיקן צו די מטפלים, וועסטו זען אז זי וועט געזונט ווערן און עסן און האבן כח, ווייל אזוי ווי עס זענען דא פרויען וואס – פון צעבראכנקייט – עסן זיי מער, אזוי איז דא פארקערט, פון צעבראכנקייט איז מען זיך מייאש פון עסן; און אז דו וועסט איר אויפבויען און אויסלויבן, וועלן אוועק גיין אלע מחלות וחלאים רעים השם ישמרינו.

#336 - א קורצע קליינע קאפיטל ברענגט אויסטערלישע ניסים
שמחה, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, שיר השירים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, כ' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר האט מיר געפרעגט וואס איר קענט זיך מקבל זיין אז אייער מאן נרו יאיר זאל זיין געזונט און שטארק.


זייט זיך מקבל צו זאגן יעדן טאג "מזמור לתודה... כי טוב ה' לעולם חסדו", ווייל דער אייבערשטער איז גוט, אויף אייביג איז זיין חסד; דאס דאנקען דעם אייבערשטן וועט ברענגען נאך ישועות און רפואות.


עס איז דא נאך סגולות, צו זאגן יעדן אינדערפרי שיר השירים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן פט): "על ידי שיר השירים נמתקים הדין", דורך זאגן שיר השירים וועט זיס אלע שלעכטס. אויך זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן רמג): "כל הרפואות שבעולם", אלע רפואות פון די וועלט, "כולם כלולים בשיר השירים", אלעס ליגט אין שיר השירים; אז איר האט צייט – מה טוב ומה נעים, אבער א אידישע מאמע, א פארנומענע מאמע מיט פיצליך קינדער – קען ניצן די סגולה פון זאגן מזמור לתודה, א קורצע קליינע קאפיטל פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; דאס וועט ענק ברענגען אויסטערלישע און וואונדערליכע ניסים, ישועות ורפואות.


ווארפט ארויס פון שטוב די עצבות ומרה שחורה; אין א אידישע שטוב טאר נישט זיין די זאכן, אין א אידישע שטוב דארף זיין נאר שמחה, זינגען, טאנצן, פאטשן און זיך פרייען מיטן אייבערשטן.


איך בעט פאר ענק, ביידע פון ענק, איר און אייער מאן נרו יאיר זאלן זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש.



 

#335 - אלע צרות, דחקות און מרירות, קומט פון עצבות ומרה שחורה
שמחה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, ה' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, אלע צרות, דחקות און מרירות, קומט צום מענטש פון עצבות ומרה שחורה, און אלע הצלחה און ברכות קומט אויב מען איז פרייליך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך – איז מצליח.


די עיקר הצלחה איז – אז מען האט שלום בית; דורך שמחה איז דא שלום בית, ווען מען איז פרייליך באדערט גארנישט, מען זעט נאר די מעלות איינער אויפן צווייטן.


דו זאלסט נאר זינגען און טאנצן, און פרייליך מאכן דיין ווייב און קינדער; מיט שמחה פארברענט מען אלע קליפות ומשחיתים וואס מען האט באשאפן דורך פוגם זיין בברית רחמנא לצלן, מיט שמחה איז מען זוכה אז דער אייבערשטער איז מוחל אויף אלע עבירות.

#334 - אין שמחה איז אלעס אנגעהאנגען, אלע ישועות, אלע רפואות
תפילה והתבודדות, שמחה, מרה שחורה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, ה' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


ווען דו ביסט זיך מתבודד, זאלסטו דער עיקר מתפלל זיין אויף שמחה; ווייל אין שמחה איז אלעס אנגעהאנגען, אלע ישועות, אלע רפואות – באקומט מען ווען מען איז בשמחה, און אויך פארקערט, אויב חס ושלום מען איז בעצבות ובמרה שחורה, פון דעם קומט די אנגעצויגענע נערווען, און אויך אלע פארדרייטע מחשבות, דמיונות, השם ישמרינו.


נָא, איך בעט דיר – טו אלע צו זיין פרייליך, און מאך זיך אפילו נאריש במילי דשטותא, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "צריך להכריח את עצמו בכח גדול להיות בשמחה תמיד, ואפילו במילי דשטותא", מען דארף אלעס טון, אבי זיין פרייליך.



 

#333 - אנטון א טיכל אדער שייטל נאך די חתונה?
צניעות, שמחה, שייטל, כלה, טיכל

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך אז איר ווילט גיין צניעות'דיג, איר ווילט אנטון א טיכל נאך די חתונה, אבער אז אייער מאמע וויל בשום אין אופן איר זאלט גיין א טיכל און אויך די חתן'ס מאמע גייט נישט קיין טיכל - איז נישט כדאי זיך צו קריגן, ענדערש זאלט איר חתונה האבן אזוי ווי אייער מאמע און דער חתן'ס מאמע, און אז איר וועט וועלן שפעטער אויסטון די שייטל און גיין מיט א טיכל - איז אנדערש.


אויף איין זאך זאלט איר זיך עקשנ'ען, אויף בלייבן פרייליך; אויף די איין זאך זאלט איר זיך שטעלן אין די לענג און די ברייט, זאל זיין וואס זאל זיין, איר בלייבט פרייליך, איר בלייבט דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים און ניסים וואס ער טוט שטענדיג מיט אייך.


איר זאלט זיך קאנצעטרירן אויף איין זאך, אויף שלום ושלוה, נישט זיך קריגן מיט אייער מאמע תחי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.


 

#332 - די שליסל צו זיין א פרייליכער איד און א צדיק
שמחה, שידוכים, מאוויס, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב צוגעזאגט פאר אלע בחורים וואס שלאפן אין דארמיטארי, אויב וועט נישט אריינקומען כלים וואס מען קען זען אויף דעם מאוויס, קליפס וכדומה - וועלן אלע דירות ווערן ליידיג די יאר, אלע וועלן חתנים ווערן און חתונה האבן, יעצט הער איך אז דו קוקסט מאוויס אין דארמיטארי, וויל איך דיר בעטן, אדער זאלסטו דאס צעברעכן און מיר ברענגען צעבראכענערהייט, אדער זאלסטו שוין ארויסגיין און זיך זוכן א צווייטע אכסניא, און דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן די שטארקקייט צו תשובה טון און ווערן אן ערליכער איד.


קוקן מאוויס מאכט נישט פרייליך, עס מאכט מער דעפרעסט און מער פארלוירן, קוקן עבירות איז אזוי שלעכט, מען פאלט אין גראבע עבירות, מען פארלירט אלעס. די שליסל צו זיין א פרייליכער איד און א צדיק - איז שמירת עיניים, זיך היטן די אויגן; אז מען היט זיך די אויגן האט מען אלעס גוטס, און אז מען איז מפקיר די אויגן - פארלירט מען אלעס; מען פארלירט די שידוך, מען פארלירט די שלום בית, מען פארלירט די פרנסה, מען פארלירט אלעס.


איך ווארט צו הערן פון דיר וואס דיין באשלוס איז.