בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5786 - דארפסט א ישועה, געב צדקה צו דרוקן ספר "אשר בנחל"
ישועות, הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דו דארפסט דאך א ישועה, דו ווארסט שוין א שטיק צייט צו געהאלפן ווערן, זאלסטו געבן צדקה צו דרוקן ספר "אשר בנחל"; מוהרא"ש האט מבטיח געווען, ווער עס וועט דארפן א ישועה – זאל דרוקן זיינע ספרים, בפרט ספר הקדוש "אשר בנחל" – וועט ער גלייך זען א ישועה.

#5785 - שווייג אפ, ענטפער נישט
תשובה, בזיונות, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס טוט אזוי וויי וואס דו גייסט אריבער, ווי דיין משפחה האט זיך גענומען אויף דיר, מען מאכט חוזק פון אונזער קהילה, קהילת היכל הקודש; עס איז דיר אזוי שווער, און אויך פאר דיין ווייב.


איך בעט דיר זייער, שווייג אפ, ענטפער נישט, ווער רעדט נאך פאר דיינע טייערע עלטערן זאלסטו חס ושלום ענטפערן, אדער טענה'ן, בלייב שטיל, מאך די תשובה פון "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ", מען זאל אויסהערן די פארשעמונג, "יִדּם וְיִשְׁתֹּק", און בלייבן שטיל, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), מען איז זוכה צו (תהלים לז, ז; גטין ז.): "וְהוּא יַפִּיל לְךָ חֲלָלִים", צו "וְלִבִּי חָלַל בְּקִרְבִּי" (תהלים קט, כב); צו תשובה, צו זביחת היצר הרע.


ברודער טייערער, ענטפער נישט, וועסטו זוכה זיין צו זיין פונעם אייבערשטנ'ס ליב האבער, (שופטים ה, לא; שבת פח:): "וְאֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבֻרָתוֹ".


עס וועט אריבער גיין.

#5784 - ווען מען דארף א גרויסע נס אין די געשעפטן
ישועות, פרנסה, טעלעפאן, אידישע שטוב, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דארפסט יעצט א גרויסע נס אין דיינע געשעפטן, ווען אלע טענענטס נעמען צאם קעגן דיר, די בעסטע זאך איז, נעם אריין דעם באשעפער אין די געשעפט; זאלסט געבן צדקה, אויך זאלסטו אלעס אפלאזן ווען עס קומט די צייט צו דאווענען שחרית מנחה מעריב, גיי אין שול, פארמאך דעם טעלעפאן און רעד צום גרויסן באשעפער, בעט אים ער זאל דיר העלפן.


אויך אין שטוב זאלסטו נישט האבן דיין טעלעפאן, דיינע קינדער וואקסן אויף און מען קען זיי חס ושלום פארלירן מיט א בלינק מיט די אויג.

#5783 - די גרויסקייט פון גיין נאך געלט
צדקה, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון גיין נאך געלט, צאמנעמען פאר צדקה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט.): "גדול המעשה יותר מן העושה", גיין צאמנעמען פאר צדקה איז גרעסער פון געבן פון די אייגענע; ווייל עס קומט אן מיט שוועריקייטן, און כמה פעמים האט מען מתן שכרה בצדה – בזיונות.


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש, גיי נאך געלט, נעם צאם צדקה פארן רבינ'ס זאך, מען קומט אפ די גרעסטע גזירות, מען נעמט אראפ אלע דינים. מוהרא"ש ברענגט בשם צדיקים, אויב חס וחלילה מען האט געטון עבירות וואס די עונש איז ד' מיתות בית דין, דורך תשובה און גיין נאך געלט איז מען אלעס מתקן.


אלע מצוות וואס מען טוט איז מען זיך מתקן, אבער די מצוה פון צאמנעמען צדקה – שפירט מען ווי עס פאלט אראפ פון זיך שטיקער בלאטע וכו'.

#5782 - מיט תפילה און עקשנות, ברעכט מען דורך די וואלקענעס
חסידות ברסלב, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


מאך זיך א קביעות יעדן טאג צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, גיי אין א שטילע פלאץ, אדער אין דיין קאר, אפיס, אדער שפאציר אין א שטילע פלאץ און שמועס מיטן אייבערשטן.


אין אנהויב וועט דאס זיין נישט גרינג, מען שפירט נישט, מען זעט נישט, און פון די פילע עבירות וואס מען האט געטון און פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן – ווערט א וואלקן וואס פארדעקט די אויגן פון זען און שפירן, אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, מד): "סַכּוֹתָה בֶעָנָן לָךְ", אבער מיט אסאך תפילה, מיט עקשנות – ברעכט מען אלעס דורך און מען הויבט אן זען און שפירן.


מען קען זיך דרייען אין ברסלב, און אלע מיינען אז פלוני אלמוני איז א שטארקער ברסלב'ער, ער איז עכט ברסלב, און דער האט גארנישט מיט ברסלב, ווייל אן טון די עצות פון רבי'ן, אן לערנען די ספרים – איז אלעס דמיון.

#5781 - רעדן מיט אן איידעלע שפראך
התחזקות, ניבול פה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


גיי אן מיט דיינע שיעורים כסדרן, פארפעל נישט צו לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא והלכה, און ספרי רבינו; די לימודים זענען מזכך ומטהר די נפש ונשמה.


זע צו האבן אן איידעלע שפראך. איך ווייס דו רעדסט נישט ניבול פה חס ושלום, אבער אויסער ניבול פה דארף מען בעטן דעם אייבערשטן צו האבן א שפראך ווי עס פאסט פאר א בן מלך, נישט א שפראך וואס דער בן השפחה רעדט.


גיי שרייען צום אייבערשטן יעדן טאג זאלסט באקומען אן איידלקייט, ווארף אוועק די גראבע פראסטע ווערטער, ווי למשל 'שטארב', 'פגר', 'כאפ אריין א מיתה משונה', וכו'; עס פארעקלט, עס מאכט ברעכן. שריי: "הייליגער באשעפער, געב מיר אן איידעלע שפראך, הייליגער באשעפער, געב מיר איידלקייט".


דורך התבודדות ווערט מען ניי געבוירן, מען באקומט א נייעם נפש.

#5780 - גענוג זיך געפייניגט, הויבט אן האלטן פון זיך
חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מען טאר נישט טראכטן אויף זיך שלעכט, מען טאר זיך נישט צעקלאפן.


די איין זאך דארפט איר פאררעכטן, זיך אויפהערן אראפקלאפן, ווייל אין דעם איז אלעס אנגעהאנגען; ווען מען קוקט אויף זיך אז מען איז נאריש און שלעכט – קען מען נישט זיין א מאמע פאר די קינדער און א ווייב, אבער אז מען האלט פון זיך, מען האלט אז מען איז גוט – נאר דעמאלט קען מען זיין פרייליך און טון די ווילן פונעם אייבערשטן.


איך בעט אייך ברחמים, גענוג געליטן, גענוג זיך געפייניגט אין מח, פון יעצט זאלט איר קוקן גוט אויף זיך, און זיך זאגן: 'איך בין גוט, איך בין א צדיקת, דער אייבערשטער האט מיך ליב'.


איר זאגט איר זענט מקנא מיין מאמע תחי', די שיינע שטוב וואס זי האט געבויעט מיט אזויפיל שכל און חכמה; וויסן זאלט איר, איינע פון איר סודות איז אז זי האלט פון זיך, נאר אזוי האט זי געגעבן די געפיל פאר אירע קינדער, זיי אויפגעבויעט און אלעס ארום, נאר ווייל זי האלט פון זיך. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קכה), דוד המלך, פון איין זייט געפינען מיר זיין צעבראכן הארץ, גאנץ ספר תהלים איז א שטיק לב נשבר, אבער אויך האט דוד המלך געהאלטן פון זיך, און זיך בארומט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים פו, ב): "שָׁמְרָה נַפְשִׁי כִּי חָסִיד אָנִי", היט מיך אייבערשטער ווייל איך בין א חסיד; מען מוז האלטן פון זיך, טרעפן אין זיך גוטע זאכן, נאר אזוי קען מען דינען דעם אייבערשטן.


פארטרייבט די עצבות ומרה שחורה, נאר איין מאל א טאג, בשעת התבודדות – מעג מען זיך אויסקרעכצן און אויסוויינען, אבער א גאנצן טאג דארף מען נאר זיין פרייליך און אנגיין מיט די שטוב ארבעט.

#5779 - דיין ווייב ווארט פאר דיין גוט ווארט
קאמפלימענטס, שלום בית, פרנסה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט געדענקען צו געבן ליבשאפט אין שטוב, דיין ווייב ווארט פאר דיין גוט ווארט, זי לעבט אויף ווען דו קוקסט אויף איר און דו געבסט איר די געפיל מיט די גוט ווארט וכו'.


איך בין זיכער, אז דו וועסט געדענקען פון איר, דו וועסט איר געבן ליבשאפט – וועט דיר ווערן גרינגער מיט פרנסה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט): "עִקַּר הַמָּמוֹן שֶׁל הָאָדָם בָּא לוֹ עַל יְדֵי בַּת זוּגוֹ", די פרנסה קומט בזכות די ווייב; אז דו וועסט געדענקען איר צו געבן ליבשאפט – וועסטו זען ווי עס וועט דיר גרינגער ווערן.


מיין טייערער ליבער ברודער, הויב אן דיין טאג מיט א קליינע שפאציר אויפן פעלד ארום דיין שטוב, מיט תפילות; הויב אן מיט דאנקען און לויבן, אויך זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום אין שטוב, נחת פון די קינדער, און בעיקר אויף שמחה.

#5778 - טון א חסד מיט די מלמדים
מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע קרית ברסלב איינוואוינער, ה' עליהם יחיו


מען האט אנגעהויבן געבן פאר די איינגעשטעלטע; מלמדים און טיטשערס - קיופאנס וואס רופט זיך 'מן', אלע געשעפטן און ביזנעסער נעמען דאס, און די מוסד נעמט דאס אויך; למשל אויב איינער דארף צאלן שכר לימוד הונדערט דאלער, אדער פינף הונדערט דאלער - קען ער נוצן די קיופאנס.


בעט איך דיר זייער, אז דו גייסט איינקויפן אין גראסערי ביי משה יחיאל, אדער פיש ביי יצחק אהרן - קענסטו מאכן א גרויסע חסד, אויפטוישן און נעמען פונעם מלמד די 'מן'; אזוי איז זה נהנה וזה לא חסר. אזוי אויך, אז דו גייסט קויפן ספרים ביי לייבי, שיך ביי יואלי אדער טשאלענט און קוגל ביי העניך - קענסטו אויפטוישן און מאכן א טובה, א חסד.


פאר אלע פראגעס קען מען זיך ווענדן צו רפאל אונזער איבערגעגעבענער אדמיניסטראטאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5777 - גרעסערע קינדער דארף מען אכטונג געבן ווי אזוי זיי צו זאגן
חינוך הילדים, בחור, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הער אויף צו קריטיקירן דיין זון; ער איז א ליכטיגער טייערער בחור, הער אויף אים צו נאכקוקן.


געב אים גוטע ווערטער, געב אים א שמייכל, קוק אויף אים נאר אויף די גוטע זאכן.


אויב דו וועסט אים נישט אויפהערן קריטיקירן, איז ענדערש שיק אים אוועק פון שטוב, שיק אים שלאפן ביי א זיידע אדער פעטער, ווי איידער זיין נפש זאל צעקלאפט ווערן.


איך בעט דיר, אנא, האב רחמנות אויף דיינע קינדער; ווען די קינדער זענען שוין גרויס דארף מען זייער אכטונג געבן די וועג ווי מען זאגט, די וועג ווי מען איז מחנך.


איך האף דו וועסט פאלגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5776 - שפירט נישט שולדיג ווען יענער איז אומפאראנטווארטליך
מקוה, שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ערשטנס, נישטא קיין ווערטער צו ארויסברענגען דאס גרויסקייט פון וואס איר טוט, אז איר געבט זיך אוועק פאר טהרת ישראל, איר געבט אוועק אלעס אז אידישע קינדער זאלן האבן טהרה, אלעס מיט אזא ווארעמקייט און מיט אזא איידלקייט. איך באקום גריסן פון משפחות וואס זיי שרייבן מיר יעדעס מאל זיי נוצן די מקוה טהרה, ווי איבערגענומען זיי זענען פון די איידלקייט און איבערגעגעבנקייט מיט די גוטע געפיל.


בנוגע אוועקשיקן מענטשן וואס באשטעלן נישט פון פאראויס; איך בעט אייך זייער, קלאפט אייך נישט אראפ, שפירט נישט שלעכט און שפירט נישט שולדיג פאר קיינעם, אז מען מאכט נישט קיין אפוינטמענט פון פריער - קען מען ביי אונז נישט קומען, זאלן זיך די פארפאלק שפירן שלעכט אז ביי זיי איז די מצוה נישט חשוב; מילא איינער פארגעסט - איז איין זאך, אבער סיי דער מאן און סיי די ווייב, ווי קען זיין אזא זאך מען וואוינט אין א פלאץ און מען ווייסט אז מען דארף פאראויס באשטעלן, און מען מאכט זיך נישט וויסנדיג.


איך זאג אייך נאכאמאל, קלאפט אייך נישט, עס האט נישט מיט אייך, לעת עתה קענען מיר נישט עפענען די מקוה טהרה נאר אז מען באשטעלט דריי טעג פון פאראויס, און שפעטסטנס א טאג פאראויס.


עס איז כדאי איר זאלט איבערגעבן פאר אלע משפחות, זיי געבן צו פארשטיין, היות עס איז נישטא יעדע נאכט משפחות וואס דארפן דאס נוצן, איז נאר שייך צו באשטעלן פון פאראויס, און אז מען פארגעסט - איז דאס א סימן אז די מצוות זענען נישט חשוב.


די משפחה וואס איז געפארן קיין קרית יואל און געזאגט פאר די איינגעשטעלטע דארט אז זיי קומען פון ליבערטי און מען לאזט נישט אריין, מיר ווילן נישט עפענען פאר זיי וכו' וכו', און מען האט אייך גערופן פון דארט היתכן מען איז זיך נישט מוסר נפש פאר טהרה; דאס האט גארנישט מיט אייך, דאס האט גארנישט מיט אונז, דאס איז דעם פארפאלק'ס אייגענע פראבלעם און אייגענע אומפאראנטווארטליכקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5775 - אפשר דאך קען איך מאכן שלום צווישן ענק
שלום בית, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב שרייבט מיר זי ליידט, זי האלט נישט אויס. איך וויל נישט אויסהערן איין צד, אפשר ווילסטו קומען רעדן צו מיר מיט דיין ווייב? לויט ווי זי שרייבט זעט אויס ווי זי גייט כאפן א נערווען בראך, זי זאגט זי קען מער נישט.


ביטע מיר לאזן וויסן אויב איך קען עפעס העלפן, איך בין נישטא צו מאכן קיין גיטין, איך וויל נאר מאכן שלום; אפשר דאך קען איך מאכן שלום צווישן ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5774 - געבן ווארעמקייט פאר יעדע תלמידה
חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר די ווארעמקייט וואס איר געבט פאר די תלמידות, איך האב יעצט באקומען א בריוו פון א תלמידה וואס קומט פון א צעבראכענע שטוב, זי וואוינט ביי איר טאטע, איר טאטע האט נאכאמאל חתונה געהאט, זי שרייבט אז פון ווען זי גייט אהיים פון סקול - בענקט זי שוין צוריק צו קומען צו סקול, זי בענקט צו אייך, די גוטע געפיל וואס איר געבט איר; זי שרייבט, עס איז נאכנישט געווען אזא זאך אז איר זאלט אהיימגיין אן איר מאכן גוט שפירן.


יישר כח פארן געבן ווארעמקייט פאר יעדע תלמידה, און בפרט פאר די מיידלעך וואס קומען פון צעבראכענע שטיבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5773 - וואוינט ביי די מאמע, אבער אויך רופן דעם טאטן
כיבוד אב ואם, אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז די מצוה פון כיבוד אב קומט אייך אן שווער, איר האט נישט קיין שייכות מיט אייער טאטע, איר וואוינט ביי אייער מאמע - זאלט איר אבער געדענקען צו רופן אייער טאטע און רעדן מיט אים, און אז איר האט נישט וואס צו רעדן מיט אייער טאטע - זאלט איר זיך זוכן פון אונטער דער ערד וואס צו רעדן; דערציילט אים אייערע מעשיות פון תפילה, דערציילט אים מעשיות פון צדיקים; דאס וועט אים אויסהיילן.


האט נישט מורא, האלטס פאר אייערע אויגן די ווערטער: "'אין עוד מלבדו', אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5772 - חובות איז א סכנה וואס צעשמעטערט דאס לעבן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צדקה, בזיונות, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט, דו האסט נישט קיין געלט איינצוקויפן אויף שבת, בארגן טאר מען נישט, דו פרעגסט וואס צו זאגן פאר דיין ווייב.


טייערער ברודער, דו ביסט שוין דערטרונקען מיט אזויפיל חובות, פארוואס זאלסטו נישט טון וואס די תורה זאגט (שלחן ערוך יורה דעה, סימן רנג) אויב מען האט נישט קיין געלט - מעג מען בעטן צדקה; פארוואס בארגן און זיך נאך מער באגראבן? חובות איז א סכנה וואס צעשמעטערט דאס לעבן אין יעדע פרט, דעריבער האט אונז דער הייליגער רבי אנגעזאגט נישט צו בארגן געלט.


רוף דיינע חברים, שיק א טעקסט מעסעדזש ווער עס וויל העלפן לכבוד שבת; עס וועט טאקע זיין שווער, עס וועט זיין בזיונות, אבער אזוי וועסטו נישט מער דערטרונקען ווערן.


מוהרא"ש זאגט, ווער עס איז פושט יד - איז נישט פושט רגל; זאלסטו גיין נאך געלט, קענסט גיין נאך געלט אויף צוויי וועגן, אדער זאגן קלאר אז דו גייסט פאר דיר, אדער זאגן: "איך גיי פאר משפחות נצרכים", אבער חס ושלום נישט בארגן.


ברודער, גיי א שפאציר און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, נאר ער וועט דיר העלפן, נאר דער אייבערשטער וועט דיך נישט אוועק ווארפן, וויין צו אים, זאג: "הייליגער באשעפער איך בין אזוי צעבראכן און פארשעמט, איך האב נישט קיין געלט פאר מיין ווייב און קינדער, איך ווייס נישט וואו צו גיין, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב שוין אזויפיל חבות, וואס וועט דא זיין? מאך מיר א נס, מאך מיר א טובה, געב מיר שפע.


הייליגער באשעפער איך ווייס אז דאס קומט מיר צוליב מיינע זינד, איך האב געזינדיגט אין פגם הברית, איך האב פוגם געווען בטיפי המח, און דער זוהר זאגט (פנחס רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז מוציא זרע לבטלה ווערט פארארעמט; זיי מיר מוחל, נעם אן מיין תשובה.


אנא ה', נעם אן מיינע בושות, איך בין אזוי פארשעמט פון יעדן איינעם, איך בין שולדיג פאר אלעמען, און מיין ווייב און קינדער ווארטן ביים טיר איך זאל אהיימברענגען פרנסה, איך קום אהיים מיט ליידיגע הענט, איך בין אזוי צעבראכן, דאס זאל זיין א כפרה פאר מיר"; אזוי זאלסטו זיך אויסוויינען ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5771 - איך האף בקרוב צו קומען קיין ארץ ישראל
שידוכים, שדכנים, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בענק זיך זייער צו אלע חברים אין ארץ ישראל, און באזונדער צו דיר. א גאנצע מעשה מיט מיינע שריפטן, איך האב דאס געדארפט שיקן קיין אומאן נישט צו פארלירן גרויס געלט וואס האט צוטון מיט אונזער בנין אין אומאן, איך האף צום אייבערשטן נאך צו קענען אנקומען דעם ווינטער קיין ארץ ישראל, זוכה זיין צו אלע קדושות און צו אלע מעלות וכו' וכו'.


בנוגע די שידוך; אפשר קענסטו בעטן איינער פון די שדכנים ביי אונז אין די קהילה, מרת ... תחי', מען זאל אנטראגן די שידוך פאר ...


איך ליין אלע דיינע בריוו, איך בין זיך זייער מחי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5770 - רייכער נישט, דו קענסט כמעט נישט אטעמען
מלמדים, רייכערן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו לייגסט אריין אין די קינדער יראת שמים, מידות טובות מיט שמחה. איך ווייס דו ארבעטסט שווער, איך ווייס גאר גוט די שווערע ארבעט וואס א מלמד האט, איך אליינס בין א מלמד שוין צוואנציג יאר; דאך לוינט זיך עס, די שכר פון א מלמד איז נישט צו באגרייפן, די שכר גייט לנצח נצחים.


רייכער נישט, דו קענסט כמעט נישט אטעמען, לאז אפ דעם ציגארעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5769 - זיך אנשטרענגען צו זיין דרך ארץ'דיג אין קלאס
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, שטרענגט זיך אן דאס מערסטע וואס איז שייך צו זיין דרך ארץ'דיג אין קלאס, נישט טון זאכן ביים פארלערנען, נאר קוקן אויף די לערערין און אויסהערן.


אלע לערערינס וואס קומען אין סקול זענען גוטע לערערינס און טייער, אלע לימודים וואס מען לערנט אין סקול - איז וויכטיג; בעט איך אייך זייער איר זאלט פרובירן דאס בעסטע וואס איר קענט זיין וואויל.


בעטס דעם אייבערשטן אויף שמחה, נאר דורך תפילה קען מען זוכה זיין צו שמחה, בעטס: "הייליגער באשעפער, מאך מיך פרייליך, רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון מיין קאפ ביז מיין פוס, איך זאל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות השמחה זאל איך זוכה זיין נכלל צו ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיר אייבערשטער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס, און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליין, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5768 - מכבד זיין טאטע מאמע, אבער היטן שבת
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, שבת קודש, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע זאכן וואס איר שרייבט, ווי שטארק צופרידן איר זענט אין בית פיגא סקול, און די שיינע גריסן אויף אייערע לערערינס, ווי איר האט זיי ליב, און איר זענט אזויפיל קונה פון זיי.


איין ווארט האב איך נישט ליב פון די בריוו, איר שרייבט אין די בריוו: "איך זאג יעדן טאג איין קאפיטל תהלים און איך האב געענדיגט די יאר 'נאר' איין מאל תהלים"; די ווארט 'נאר' איז נישט גוט, וואס דארפט איר זיך אראפקלאפן? שרייבט: "איך האב געענדיגט די יאר ספר תהלים", אן די ווארט 'נאר'.


איר האט אן אנונג ווי חשוב ביים אייבערשטן אייערע קאפיטלעך תהלים זענען? אלע מלאכים זענען מקנא ווען איר זאגט תהלים, די איין קאפיטל תהלים שפאלט אלע הימלען, און זייט ממשיך צו זאגן יעדן טאג כאטשיג איין קאפיטל תהלים - וועט איר זען גרויסע ניסים.


בנוגע אייער מאמע וכו'; עס איז זייער א סענסעטיווער ענין, איך וועל ענטפערן באופן כללי, ווען איר גייט צו אייער מאמע פאר שבת, זאלט איר זי זייער מכבד זיין, זיך פירן ווי זי פירט זיך, אויסער אויב מען טוט פארקערט פון די תורה; דער אייבערשטער זאגט אונז צוויי זאכן, איינס - מכבד זיין טאטע מאמע, צוויי - היטן שבת, די צוויי מצוות שטייען אין איין פסוק, דאס לערנט אונז אז מען דארף מכבד זיין עלטערן נאר אויב עס גייט מיט די תורה, אויב חס ושלום טאטע מאמע זאגן מחלל שבת זיין - דעמאלט טאר מען נישט מחלל שבת זיין, אבער אלעס אנדערש; די מנהגים וכו', חומרות וכו' - זאלט איר טון ווי אזוי זי טוט.


שטארקט זיך, ווייל נאך אביסל וועט איר טרעפן אייער שידוך און אויפשטעלן א שיינע ווארעמע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5767 - תשובה ביי פרויען איז צו זיין אין א גוטע גוסטע
שמחה, חיזוק פאר פרויען, תשובה, שכחה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"א אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט זיך נישט זארגן פון די אלטע מעשיות פון אלס מיידל. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי דער וועלט איז שכחה א חסרון, אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, ווייל ווען א מענטש געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון שטערט עס אים פון גיין ווייטער אין לעבן, פון זיין א גוטער איד"; דעריבער זאלט איר זיך נישט מבלבל זיין פון די מעשיות פון אלס קינד וכו' וכו'.


איך האב געהאט א באבע א גרויסע צדיקת, רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, זי פלעגט זאגן פאר די טעכטער און די אייניקלעך: "תשובה ביי פרויען איז איין זאך, זיין אין א גוטע גוסטע, שמייכלען און זיין צופרידן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5766 - וועסט פארשעמט ווערן פאר די גאנצע וועלט
תשובה, בזיונות, עבירות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"א אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו.


יעצט הער איך אז דו גייסט טון עבירות שטילערהייט, דו גייסט מיט פרעמדע; אוי וויי איז מיר אז איך דארף דאס הערן, אזויפיל האב איך אוועק געגעבן פאר דיר, איך האב אזוי ארויסגעקוקט אז דו וועסט חתונה האבן און דינען דעם אייבערשטן, איך האב אוועק געגעבן צענדליגער שעה פאר דיר, און יעצט הער איך אז דו טוסט עבירות, דו גייסט מיט פרעמדע רחמנא לצלן.


איין זאך קען איך דיר זאגן, דו וועסט פארשעמט ווערן פאר די גאנצע וועלט, דו וועסט בלייבן אן א שטוב, אן דיינע קינדער; אדער טוסטו תשובה, אז נישט וועט זיין זייער ביטער, עס איז נישט הפקר.


איך קען דיך נישט אויפנעמען כל זמן דו טוסט עבירות, און איך וויל נישט דו זאלסט האבן א שייכות מער מיט אונזער קהילה.

#5765 - לאז זיך אפ פון די וואס רעדן נישט איידל
חיזוק פאר פרויען, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"א אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט רעדן מיט איר, איר קענט רעדן מיט יעדן איינעם, אבער אז זי רעדט ניבול פה - זאלט איר זי אפלאזן; אז פרויען רעדן אן אומאיידעלע שפראך – זאלט איר אפלאזן די פרויען, ווייל ניבול פה ברענגט מחלות השם ישמרינו. דער רבי זאגט (ספר המדות אות ניבול פה, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו", ווער עס רעדט ניבול פה, "מַעֲמִיקִין לוֹ גֵּיהִנּוֹם", מאכט מען אים טיף זיין גיהנום, מען ברענגט מחלות און ביטערע יסורים, און נישט נאר אז מען רעדט ניבול פה קומען יסורים, נאר "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", אויך פאר דעם וואס הערט ניבול פה און ער זאגט גארנישט.


מילא אז מען רעדט שיינע זאכן, מען איז זיך מחזק איינער דעם צווייטן, און אפילו מען שמועסט סתם זאכן, מען לופטערט זיך אויס - דאס איז כדאי, אבער צו רעדן נישט איידעלע זאכן וכו' וכו' - זאלסטו נישט בלייבן ביי די שמועסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5764 - מזלזל זיין אין די הלכות, ענדיגט זיך זייער טראגיש
קינדער, שלום בית, טהרת המשפחה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"א אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר די חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין א בית נאמן בישראל, ענק זאלן זיך קיינמאל נישט קריגן, עס זאל זיין ליבשאפט און שלום צווישן ענק.


בנוגע וכו'; וויסן זאלט איר, עס איז נישט קיין קינדער שפיל, עס איז א שפיל מיט פייער, אויב חס ושלום מען היט נישט די הלכות פון א אידישע שטוב - כאפט מען שרעקליכע קלעפ. איך זאג אייך עס לוינט נישט, עס לוינט צו היטן הלכות, צו בלייבן געזונט און צו האבן געזונטע קינדער, אויב חס ושלום מען הויבט אן מזלזל זיין אין די הלכות - ענדיגט זיך דאס זייער טראגיש.


בעט איך אייך, האט רחמנות אויף אייך, אויף אייער מאן און אויף אייערע דורות הבאים; די צייט וכו' - איז נישטא קיין מעשיות, נישטא קיין תירוצים 'איך האב פארגעסן', 'איך האב נישט געוואוסט וכו'', היטס די הלכות וועט אייך גוט זיין.


ווייזט דעם בריוו פאר אייער מאן נרו יאיר וועט ער אויך האבן חיזוק צו זיין שטארק מיט די הלכות פון א אידישע שטוב, און ביידע וועלן זיך שטארקן איינער דעם צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5763 - וועסט נישט ווערן פארארעמט פון געבן מעשר
צדקה, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"א אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך יעדעס מאל דו שרייבסט מיר. עס איז זייער וויכטיג צו בלייבן צוגעבינדן נאך די חתונה ווען מען ווערט פאריאגט מיט ברענגען פרנסה, און דורך שרייבן בריוו איז נאך א וועג ווי צו בלייבן נאנט.


דיין מעשר זאלסטו געבן פאר צדקה, וועסטו האבן שפע.


האב נישט מורא, דו וועסט נישט ווערן פארארעמט אז דו וועסט געבן מעשר, נעם אריין אין קאפ אז די מעשר איז נישט דיינס, אזוי וועט דיר זיין גרינגער דאס געבן מעשר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5762 - ווארעם און ווייך צו די קינדער
מלמדים, התבודדות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, שובבי"ם, י' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב ליבערטי


וואלסטו געוואוסט וואס גייט אריבער אויף קינדער... עס זענען דא קינדער וואס קומען פון שטיבער וואס מען פייניגט און מען הרג'ט זיי; דער קינד ... נרו יאיר, די מאמע איז אזוי איבערגעשטרענגט, זי קען אים בייסן און אים שלאגן מכות אכזריות.


בעט איך דיר, זיי זיך זייער מחזק און זיי מחזק די מלמדים זיי זאלן זיך באנוצן מיט רחמנות, ווען מען נעמט אריין רחמנות - ווערט אלעס גוט; מען ווערט ווארעם און ווייך, און די קינדער שפירן דאס און זיי פאלגן.


געב זיך איבער צום אייבערשטן, גיי נישט אין חדר נאר נאכן גיין התבודדות; נאכן זיך אויסשמועסן, נאכן זיך אויסקרעכצן, נאכן זיך איבערגעבן - פארן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.