בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7896 - דעפרעסיע איז די ערגסטע זאך
שמחה, עצבות, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, לעיקוואד


דער סמ"ך מ"ם וויל נאר איין זאך, ער וויל דעם מענטש אראפווארפן אין דעפרעסיע, אין עצבות ומרה שחורה, דאס איז די ערגסטע זאך, דאס ברענגט צו אלע עבירות, מען ווערט אפגעריסן פונעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיב): "זה כבר עבירה שאתם עושים עבירה", דאס איז די ערגסטע עבירה, דאס זיין בעצבות.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, גיי א טענצל, פריי זיך אז דו ביסט א איד, זיי זיך מחי' מיט די מצוות וואס דו טוסט און טו אלעס אבי צו זיין פרייליך, אפילו זיך נאריש מאכן, אבי זיין פרייליך, ווייל דאס איז די מלחמה, דער סמ"ך מ"ם זוכט נאר אראפ צו ווארפן אין דעפרעסיע, אזוי ווערט דער מענטש א טויטער, ער איז פערטיג, ער לאזט זיך נאך רחמנא לצלן.


אז מען קען גארנישט טרעפן, מען ליגט אין אזא יאוש אז מען זעט נישט קיין שום ברעקעלע גוטס – דארף מען זיך מחי' זיין מיט 'שלא עשני גוי', פון דעם קען מען נישט אראפפאלן, ווייל וואס עס זאל נאר זיין – בין איך דאך נישט קיין גוי, א איד בין איך דאך. אזוי ווי די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט בצדיק אחד שנפל עליו עצבות, און וואס ער האט נאר געוואלט זיך מחי' זיין האט ער נישט געקענט, ביז ער איז געווארן אזוי בעצבות, ער האט זיך נישט געקענט רירן, ביז ער האט זיך מחי' געווען מיט 'שלא עשני גוי'; קוק נאך די מעשה (סוף ספר ספורי מעשיות).

#7895 - נישט מסודר'דיגע תפלות, אפילו אן טעם, אן שפירן
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, לינדן ניו דזשערסי


היינט ביים מעביר סדרה זיין האב איך זיך מחי' געווען מיט "וילך חרנה ויפגע במקום"; וואס טוט מען ווען עס איז דא 'וילך חרנה' - א חרון אף, עס איז דא דינים? – די עצה איז 'ויפגע במקום', בעטן און מוטשען דעם אייבערשטן, 'ויפגע' איז א לשון פון פגע'ן, מוטשען, מען דארף מוטשען דעם אייבערשטן ביז עס ווערט המתקת הדינים.


ברודער טייערער, הארציגער חבר, פון הימל שטופט מען דעם מענטש צום וואנט, מען מאכט אים ענג אז ער זאל דארפן שרייען צום אייבערשטן, ער זאל תשובה טון און זיך בארעכענען און געדענקען אז עס איז דא נאר איין באשעפער אויף די וועלט.


אז מען קען נישט רעדן, די מויל איז פארמאכט – דארף מען ניצן די פייל און בויגן, מען דארף ווארפן תפילות. אזוי זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן נב): "שצריך לזרוק ולהשליך אחריו יתברך תפילות", מען ווארפט תפילות, מען זאגט דא א תפילה און דארט א תפילה, אפילו עס איז נישט מסודר, אפילו אן טעם, אן שפירן ווי מען פועל'ט וכו' וכו'.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר האבן א רבי וואס שטארקט אונז און לאזט אונז נישט פאלן.

#7894 - עפעס אינעווייניג איז נישט פרייליך
שמחה, שלום בית, לימוד התורה

 


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דאס וואס דו זאגסט אז דו שפירסט אז דו ביסט נישט מסודר, עפעס אינעווייניג איז נישט פרייליך, עס מאכט דיר נישט גוט וכו' וכו'.


דאס איז וויל עס פעלט דיר לערנען תורה, דו דארפסט זיך מאכן א שיעור אין חומש, משניות און תהילים – וועסטו גלייך זען און שפירן א חילוק, וועסט ווערן פרייליך; ווייל תורה מאכט פרייליך.


איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, זיי זיך קובע צו לערנען אין שול אינדערפרי חומש, משניות און תהילים.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען אין שטוב; ווייל וואס מאכט פרייליך די פרויען? זיי האבן נישט קיין חיוב צו לערנען תורה, זיי ווערן פרייליך ווען אין שטוב גייט א קול תורה, אז דער מאן לערנט תורה אין שטוב – ווערן זיי פרייליך, די גאנצע שטוב ווערט פרייליך.


שרייב מיר ווען דו לערנסט און וויפיל דו לערנסט.


 

#7893 - אויסער די חברותות, אויך זאגן תורה אן פארשטיין
סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


עס דערפרייט מיר דאס הארץ צו הערן אז דו קומסט אין שול יעדן טאג דאווענען און לערנען, האסט גענומען צוויי חברותות, דו לערנסט די הייליגע תורה, דאס איז דעם רבינ'ס ווילן געווען, אריינברענגען אין אונז א גליסטעניש צו לערנען און צו טון אסאך מצוות מיט א פשטות, אן קיין חכמות.


אויסער די שיעורים וואס דו האסט מיט דיינע חברותות – זאלסטו אויך לערנען פאר דיר אליין, גורס זיין פרקים משניות מיט בלעטער גמרא אפילו אן קיין פארשטאנד, אזוי ווי דער רבי האט אונז געזאגט צו לערנען (שיחות הר"ן, סימן עו), ווייל אז מען לערנען נאר מיט פארשטאנד און מיט א חברותא, קומט אויס אפאר הונדערט טעג א יאר וואס מען לערנט נישט, אז מען רעכנט צאם אלע שבתים און ימים טובים פון יאר, און ערבי שבתים – איז שוין איבער הונדערט טעג, און נאכדעם אלע אנדערע טעג וואס מען האט טרדות, איז אלעס צוזאמען גאר אסאך טעג, מה שאין כן אז מען לערנט באופן גירסא, דאס טוט מען אלע טעג, כולל שבתים, ערב שבת, און אזוי ווייטער.


אינדערפרי נאך ברכת התורה זאלסטו זיך קובע זיין צו זאגן די דרייצן אני מאמין, זאג עס מיט די טייטש, עס זאל דיר ווערן איינגעקריצט אין די ביינער די אמונה בה' ובמשה ובנביאים.

#7892 - ווי אזוי ווילסטו דיין קינד זאל רעדן מיט דיר?
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט רעדן מיט דרך ארץ צו דיינע עלטערן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא לב.): "הוקש כיבוד אב ואם לכבודו של מקום", דער אייבערשטער זאגט, אויך מיך זאלן ענק מכבד זיין און אויך ענקערע עלטערן זאלן ענק מכבד זיין, דאס מכבד זיין עלטערן איז חשוב פינקט אזוי ווי מיך מכבד זיין; און אז זאכן שטערן דיר – איז דאס נישט קיין תירוץ אויף נישט מכבד זיין. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (קידושין לא.), מען האט געפרעגט רבי אליעזר ביז וויפיל איז די שיעור צו ליידן (סאפערן, כנוסח אמעריקע), האט ער געזאגט: "פארוואס פרעגט עטץ מיר, פרעגט דעם גוי פון אשקלון, דמה"; ער איז געווען א גענעראל און ווען ער האט געגעבן זיין דרשה איז זיין מאמע געקומען און אים געווארפן אירע שיך אין פנים, האט ער זיך אראפגעבויגן, ער האט אויפגעהויבן די שיך און איר עס געגעבן, זי זאל זיך נישט דארפן בייגן.


האסט שוין חתונה געהאט, האט שוין א קינד; ווי אזוי ווילסטו דיין קינד זאל רעדן מיט דיר? מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל יעדן טאג רעדן פון כיבוד אב ואם, און זאגן פאר די בחורים: "ווי אזוי ענק פירן זיך צו ענקערע עלטערן – וועלן ענקערע קינדער זיך פירן צו ענק, מיט פראצענט".


דיין מאמע האט אזוי געוויינט צו מיר ביי די ברית וואס דו האסט געמאכט פאר דיין זון, אז זי האלט נישט אויס מער... איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו טוסט תשובה און דו גייסט רעדן שיין.

#7891 - פון העלפן די מוסד דערלייגט מען נישט
בחור, שידוכים, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, ארגענטינע


זיי מחזק זיין ברודער ער זאל בלייבן ביים רבי'ן, ער זאל בלייבן העלפן בויען די קהילה, סיי יעצט ביז ער טרעפט זיין שידוך און אויך שפעטער ווען ער וועט שוין טרעפן זיין שידוך; פון העלפן דעם רבי'ן דערלייגט מען נישט, אדרבה, מען איז נאר מרויח, און אז מען דרייווט א באס צו טראגן די קינדער אין חדר, אין סקול – שאדט עס נישט פארן שידוך, עס ברענגט נאר די שידוך נענטער.


הער א מעשה, מוהרא"ש האט מיך איינמאל גערופן זאגן אז א טאטע פון א בחור וואס האט געלערנט אין ישיבה און געדרייווט די באס ביי אונז אין וויליאמסבורג-בארא פארק – איז געקומען זיך באקלאגן צו אים אז עס גייט אים נישט קיין שידוך פאר זיין זון, די שדכנים זאגן אז אלע זאגן אפ די שידוך ווייל ער פירט א ברסלב'ע באס, מוהרא"ש האט מיך גערופן איך זאל אים זאגן אז ער זאל מער נישט פירן דעם באס, מוהרא"ש האט נישט געוואלט מאכן צער פאר דעם טאטן, אבער מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "נו, וועלן מיר זען יעצט ווען ער וועט אפלאזן די ברסלב'ע באס און גיין צו אנדערע מוסדות אויב עס וועט אים יא גיין א שידוך", און מוהרא"ש האט געזאגט פארן בחור וואס האט אים איבערגענומען: "זאלסט נישט מורא האבן אז דאס וועט דיר שאטן פאר דיין שידוך, אדרבה, דאס וועט דיר ברענגען דיין שידוך"; הכלל, פון העלפן די מוסד דערלייגט מען נישט, מען איז מרוויח בזה ובבא.


זיי מחזק זיין ברודער ער זאל צוריק קומען מיר העלפן בויען די מוסד, איך דארף יעצט רחמי שמים, איך בין שולדיג געהאלט פאר די איינגעשטעלטע, סיי דא אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל, איך בין זייער צעבראכן, אבער איך גלייב מיט מיין גאנצע הארץ אז דער אייבערשטער גייט אונז העלפן, ווייל די מוסד איז דעם אייבערשטנ'ס, מען רעדט נאר פון אים, די קינדער רעדן נאר פון אים און נאר צו אים.

#7890 - עס ווערט אריבערגיין די שווערע צייט
התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב געזען דיינע מעסעדזשעס וואו דו פרעגסט מיר אויב דו קענסט ארויפקומען זיך דורכרעדן; זיי מיר מוחל אז איך האב נישט געענטפערט, איך בין אביסל איבערגעשטרענגט יעצט, שוין וואכן וואס איך האב נישט באצאלט די איינגעשטעלטע, סיי אין אמעריקע סיי אין ארץ ישראל, עס דרוקט מיר אויפן מח, איך דארף א גרויסע נס, דאס איז אויסער דעם וואס די טיטשערס פון בית פיגא אין אמעריקע האט מען נישט באצאלט פון פאריאר פסח; איך האף צו מאכן צייט צו רעדן מיט דיר.


העיקר פארליר זיך נישט, עס ווערט אריבערגיין די שווערע צייט, דאס אלעס מאכט מען פון הימל, מען וויל זען צי דער מענטש וועט זיך דערהאלטן, צו וועם ער וועט זיך ווענדן בעת צרה, אויב ער וועט לויפן צום אייבערשטן.


דעריבער בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, שטארק זיך, דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות, יש ענין שנתהפך הכל לטובה, עס וועט זיך איבערדרייען, עס וועט ווערן גוט.

#7889 - געב א טיפ פאר דיינע קינדער'ס טיטשערס און מלמדים
קינדער, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


אז דו מיט דיין ווייב וועלן יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן פאר ענקערע קינדער, דאס וועט ענק עפענען די הימל פאר ענקערע בקשות, זוכה זיין צו נאך קינדער און פאר אלע ישועות.


מוהרנ"ת זאגט, ווער עס קרעכצט ברענגט אויף זיך זאכן אויף וואס צו קרעכצן, און דער וואס דאנקט און לויבט – ברענגט אויף זיך זאכן אויף וואס ער וועט דאנקען און לויבן; דאס איז די עיקר עבודה, צו זוכן דאס גוטס און אויף דעם דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


געב א טיפ פאר דיינע קינדער'ס טיטשערס און מלמדים, שוין וואכן וואס איך האב נישט קיין פרוטה זיי צו צאלן, איך שעם זיך פון זיי, געב זיי א טיפ זיי זאלן האבן וואס צו געבן פאר די ווייב און קינדער, און בעט פאר מיר איך זאל האבן כח אנצוגיין.

#7888 - נישטא קיין נעכטן און מארגן, היינט איז דיין געבורטס טאג
התחדשות, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מאנטריאל


מזל טוב פאר די שמחה פון די בר מצוה פון דיין זון, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער, זיי זאלן אלע וואקסן ערליכע אידן.


דער רבי לערנט אונז אז מיר קענען יעדן טאג אנהייבן פונדאסניי, דער פסוק (תהלים ב, ז): "ה' אָמַר אֵלַי בְּנִי אַתָּה אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ", זאגט דער זוהר (פרשת משפטים, צח.) דאס גייט ארויף אויף די טאג וואס מען ווערט א גדול, בר מצוה, דער פסוק וועט משיח זאגן פאר יעדן איינעם: "ר' איד, 'אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ', דו ביסט היינט געבוירן, קענסט אנהייבן פונדאסניי, נישטא קיין נעכטן, נישטא קיין מארגן, 'הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ', היינט איז דיין געבורטס טאג'; דער לימוד וועט משיח מגלה זיין פאר די וועלט, און דאס איז בעצם דעם רבינ'ס לימוד, "אלט איז נישט גוט, אלט טאר מען נישט זיין" (שיחות הר"ן, סימן נא); "אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ", היינט בין איך געבוירן, היינט בין איך געווארן בר מצוה; נאר אזוי קען מען מצליח זיין.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון אזא ליכטיגקייט, פון א רבי וואס מאכט אונז יונג און לאזט אונז נישט אלט ווערן.

#7887 - רעדן שיין צו די מפיצים
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דארפסט זיך זייער מחי' זיין אז דו ארבעטסט אין "בית הדפוס", דיין ארבעט איז דרוקן הונדערטער און טויזנטער ספרים, גליונות, קונטרסים – טעגליך, פון אינדערפרי ביז אויפדערנאכט, ביסט עוסק אין תיקון העולם, די גאנצע וועלט איז זיך מחי' מיט די ספרים פון רבינ'ס עצות.


איך וויל דיר בעט דו זאלסט רעדן שיין צו די מפיצים, און זיך צושטעלן צו וואס זיי דארפן; די מפיצים גייען מיט מסירות נפש טאג און נאכט, עס איז דא פון די מפיצים וואס קומען נישט אן צו שלעפן און עסן, עס איז שווער צו פארשטיין, אבער דאס איז די מציאות, די מפיצים זענען זיך מוסר נפש פאר אידישע קינדער; מיר דארפן זיי אנגרייטן די ספרים, קונטרסים, גליונות, סידיס, עס-די קארטלעך, יו עס בי, און אזוי ווייטער.


ווען מיר האבן געהאט די בית הדפוס אין ישיבה אין וויליאמסבורג, יעדע מאל מוהרא"ש איז געקומען אין ישיבה געבן א שיעור, אדער צו א שמחה, איז מוהרא"ש געקומען באזוכן די בית הדפוס; די שמייכל וואס מוהרא"ש האט געהאט דארט קען איך נישט פארגעסן. אמאל האט מוהרא"ש געזאגט: "וואלט מוהרנ"ת געהאט אזא צימער מיט מאשינען, אוי וואלט ער זיך מחי' געווען..."


אויך זאלסטו גיין מזמן לזמן הפצה, ווייל ארבעטן אין בית הדפוס פטר'ט נאכנישט צו עוסק זיין אין הפצה.

#7886 - טייל אפ דיין אפיס, דיין פרנסה, פון דיין שטוב
טעלעפאן, אידישע שטוב, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


זיי זיך מחזק צו לאזן דיין טעלעפאן און טעבלעט – אין דיין אפיס, זע אז דיין שטוב זאל זיין א זויבערע פלאץ פאר דיינע קינדער, טייל אפ דיין אפיס, דיין פרנסה – פון דיין שטוב; אז די צייט וואס דו ביסט אין שטוב – זאלסטו זיין אינגאנצן אין שטוב פאר דיין ווייב און קינדער.


איך ווייס עס איז שווער, דו ביסט שוין צוגעוואוינט צו זיין פיר און צוואנציג שעה מיט די טעלעפאן וכו'; זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן די כוחות דאס צו קענען טון. ווילסט דאך שוין האבן אן אייגענע דירה, זאלסטו דאס טון פאר א סגולה, און בזכות וואס דו וועסט האלטן דיין שטוב ריין און זויבער – וועסטו באקומען אן אייגענע דירה.


איך האב אויך געהאט א גרויסע נסיון פון האבן א לעפטאפ אין שטוב, איך האב זיך געזאגט אז איך מעג, איך ניץ עס נאר צו שרייבן בריוו, צו שרייבן א פירוש אויפן זוהר און אויפן ליקוטי מוהר"ן, און פאר א שטיק צייט האב איך געהאט די לעפטאפ אין שטוב, און מיט התבודדות און חשבון הנפש האב איך מיט גרויסע ניסים דאס ארויסגענומען פון שטוב און דאס צוריק געגעבן פאר דעם אינגערמאן וואס האט מיר דאס געברענגט.


איך שרייב דיר דאס צו געבן חיזוק אז אפילו פאר דברי תורה און התחזקות – איז אויך נישט ריכטיג צו האלטן אין שטוב די כלים.

#7885 - דערנענטערן צום אייבערשטן מיט'ן סייבער טראק
חינוך הילדים, קאר

בעזרת ה' יתברך - ליל שישי פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


נעכטן בין איך געווען אין שטעטל איך בין געווען אין מלמדים שטיבל, די מלמדים האבן מיר געפרעגט וואס איז ריכטיג ווען די קינדער זענען אזוי פארקאכט מיטן רעדן פון נייע סארט קארס; יעצט רעדן זיי פון די 'סייבער טראק', און אזוי ווי איינע פון די משפחות אין שטעטל האבן געקויפט די סארט פיק-אפ טראק, א 'סייבער טראק', און די קינדער רעדן פון דעם און מען חלומ'ט פון דעם, פרעגן זיי וואס איז די ריכטיגע צוגאנג וואס מלמדים זאלן טון?


איך האב זיי געזאגט אז איך זע נישט די פראבלעם פון דעם, וואס איז שלעכט אז איינער קויפט זיך אזא טראק צי אזא טראק, און אז די קינדער זענען פארקאכט פאר דעם, וואס איז שלעכט? דער עיקר זאלן זיי רעדן צו די קינדער פון רעדן צום אייבערשטן און פון גוטע מידות, זיי זאגן: "אז דו וועסט האבן א סייבער טראק זאלסטו זיך אפשטעלן געבן א היטש פאר א איד, און אז דו זיצט אין דיין סייבער טראק זאלסטו דארט זינגען צום אייבערשטן".


יעצט טראכט איך, אויב עס איז יא אזוי, אז די קינדער זענען אזוי צוקאכט פון דעם, אפשר קען מען מיט דעם זיי מאכן לערנען און דאווענען, אפשר זאלן ענק מאכן א פראגראם אז די אלע קינדער וואס פירן זיך מיט דרך ארץ גייען אריין אין א גורל צו קענען זיצן אינעם סייבער טראק, ארום פארן די שטעטל דערמיט. אדער פרעגן דעם אינגערמאן אויב מען קען אמאל קומען אין חדר מיט די סייבער טראק און ווייזן פאר די קינדער וואס דאווענען שיין אדער די קינדער וואס פאלגן - זיי זאלן קענען זיצן אינעווייניג; נעם די זאך אין וואס די קינדער זענען פארקאכט און מיט דעם ברענג זיי צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7884 - די אייגנארטיגקייט פון מוסדות היכל הקודש
מוסדות, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, כ"ט מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דארפסט נישט שיקן צו אונז אין די מוסד, אבער חבר דיך מיט גוטע חברים און מאך נישט חוזק פון אונזער מוסד; ווען עס איז געקומען ביי דיר אליינס, דו האסט געוואלט אריינקומען אלס בחור אין ישיבה, און דיין טאטע האט בסך הכל געהאלטן אז עס איז נישט פאר דיר, דעמאלט האסטו פארשטאנען אז דו דארפסט די וועג פון רבי'ן, נאר יעצט ביסטו שוין אפגעקילט וכו'.


איך ווייס נישט אויב דו ווייסט די סיבה פארוואס מיר האבן געעפנט די ברסלב'ער מוסד, פאר צוויי סיבות; ערשטנ'ס, אונזערע קינדער זאלן זיך נישט שעמען מיט ברסלב, אונזערע קינדער זאלן זיך נישט שעמען מיטן פארן קיין אומאן ראש השנה, און צווייטנ'ס, אז אונזערע קינדער זאלן נישט ווערן צעשניטן; פאר די צוויי זאכן האבן מיר געעפנט די מוסד. ווייל איך האב געזען מיט מיינע אייגענע אויגן די קינדער פון די חשוב'ע תלמידים ביי מוהרא"ש, נישט סתם תלמידים, גרויסע חשוב'ע תלמידים, וואס הרב רבי יצחק שליט"א שרייבט אינעם התנצלות פון ספר שיחות מוהרא"ש אויף זיי אזעלכע לשונות, תלמידים וואס זענען אזוי גרויס באמונה ובגילוי אלקות כמו תלמידי הבעל שם טוב והמגיד זכרונם לברכה, אבער די קינדער האבן נישט געוואלט וויסן און הערן פון רבי'ן צוליב די בזיונות וואס איז אויף זיי אריבער פון חברים און פון מלמדים אין זייער חדר.


דעמאלט האבן מיר זיך צאמגענומען אפאר חברים, מיר זענען אריין צו מוהרא"ש אז מיר ווילן עפענען א חדר, א ברסלב'ער חדר, אויך ווייל דעמאלט האט מען מיר ארויסגעווארפן מיינע קינדער. און מוהרא"ש האט אונז דעמאלט מדריך געווען אויף טריט און שריט ווי אזוי צו פירן די חדר, און פרעג נישט וואס איז אריבער דעמאלט אויף מיר, די בזיונות, די שפיכות דמים פון די גאס און פון משפחה, די חדר האט אויסגעזען ווי איין שטיק חוזק.


אויך פון אינעווייניג האט מען גאר הויך געלאכט פון די חדר; איך האב זיך געוואונדערט פארוואס אנשי שלומנו שיקן נישט די קינדער, און נישט די בחורים. איך געדענק ווי איין טאג האבן זיך אריינגעכאפט צוויי בחורים וואס דער טאטע איז געווען ביי מוהרא"ש, געדאווענט ביי מוהרא"ש, געזיצן ביי די שיעורים פון מוהרא"ש, דער טאטע איז אריבער געקומען אין ישיבה און זיי אנגעכאפט ביים קארג און ארויסגעשלעפט, און אזוי ווי ביי דיר, דער טאטע אליינס איז אנטלאפן פון שטוב אלס בחור צו מוהרא"ש, אבער די קינדער נישט.


דאס איז מיר געווען א גרויסע וואונדער, וואס גייט דא פאר? ווי קען זיין א טאטע וואס פאר זיך דארף ער דעם רבי'ן, ער קען נישט לעבן אנעם רבי'ן, און ווען די קינדער ווילן קומען - לאזט ער נישט. די קשיא האט דער רבי געפרעגט דעם גרויסן תלמיד ר' יודל, דער רבי האט אים געזאגט: "איך בין א וואונדער, א טאטע פארט צו מיר, גלייבט ער דאך אין מיר, און ווען זיין זון וויל קומען - לאזט ער אים נישט קומען". דאס איז געווען ווען ר' יודל פון דאשוב א תלמיד פון רבי'ן, א גרויסער צדיק געווען, האט נישט געלאזט זיין זון קומען צום רבי'ן, און ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט די ווערטער: "איך בין א וואונדער, א טאטע קומט צו מיר, גלייבט ער דאך אין מיר, וואלט ער ווען געדארפט מיט נעמען די קינדער צו מיר; ניין, די קינדער נישט".


איך דערמאן זיך יעצט ביים שרייבן אזעלכע מעשיות וואס מאכן מיר שווער אויפן הארץ, איינע פון די טייערע תלמידים ביי מוהרא"ש, זיינע קינדער האבן נישט געוואלט קוקן אויף אים, נישט געוואלט רעדן מיט אים, נישט געוואלט האבן מיט אים; זיי זענען געווען צוהיצט און געקוקט מיט זלזול און מיט געשפעט. איך האב מיט זיי גערעדט טעג און נעכט, זיי מקרב געווען. דאס אלעס האב איך געזען מיט מיינע אויגן, אז די קינדער ווילן נישט קומען צום רבי'ן, צוליב די בושות וואס מען מאכט זיי אין אנדערע חדרים, און צוליב דעם האבן מיר געעפנט די מוסד, און ברוך השם אונזערע קינדער האבן אן עזות דקדושה, זיי לעבן מיטן רבי'ן, זיי לעבן מיטן סדר דרך הלימוד, מיט הפצה, הפצה איז נישט קיין פארשעמטע זאך, וכו' וכו'.


אינטערעסאנט איז געווען, פאר איינעם האט מוהרא"ש געזאגט ער זאל שיקן די קינדער אין אונזער חדר, פאר א צווייטער האט מוהרא"ש געזאגט די חדר האט גארנישט מיט מיר, און אזוי ווייטער, מוהרא"ש האט זיך גוט געקענט ארויסדרייען פון קאפ וויי, אזוי ווי דער רבי דערציילט פונעם בעל תפילה (ספורי מעשיות, מעשה יב): "נָאר חַאפְּן הָאט מֶען אִים נִיט גִיקָאנְט. וָוארִין דֶער בַּעַל תְּפִלָּה פְלֶעגְט זִיךְ פִירִין מִיט גְרוֹיס חָכְמָה. אוּן פְלֶעגְט זִיךְ בַּיי אִיטְלִיכְן פַארְשְׁטֶעלִין אַנְדֶערְשׁ. בַּיי דֶעם הָאט עֶר זִיךְ פַארְשְׁטֶעלְט פַאר אֵיין אָרִים מַאן. אוּן בַּיי דֶעם פַאר אֵיין סוֹחֵר. אוּן בַּיי דֶעם הָאט עֶר זִיךְ נָאךְ אַנְדֶערְשׁ פַארְשְׁטֶעלְט. אוּן דֶערְצוּ אַז עֶר פְלֶעגְט קוּמֶען שְׁמוּסִין מִיט אַ מֶענְשְׁן. אַז עֶר הָאט פַארְשְׁטַאנֶען אַז עֶר קָאן בַּיי דֶעם מֶענְשְׁן נִיט פּוֹעֶלִין דָאס וָואס עֶר וִויל. פְלֶעגְט עֶר דֶעם מֶענְשְׁן אַזוֹי פַארְדְרֵיעֶן מִיט רֵייד. בִּיז סֶע גָאר נִיט גִימָאלְט גִיוֶוען צוּ פַאלְן אַז עֶר מֵיינְט דָאס דָאזִיגֶע דְהַיינוּ אַז עֶר זָאל אִים מְקַרֵב זַיין צוּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ. אוּן סֶע נִיט גִימָאלְט גִיוֶוען צוּ שְטוֹיסִין זִיךְ אַז עֶר מֵיינְט דָאס. חָאטְשֶׁע צוּם אֶמֶת אִיז גָאר זַיין כַּוָונָה גִיוֶוען נָאר דָאס. וָוארִין וָואס עֶר הָאט גִישְׁמוּסְט אוּן גִירֶעט מִיט לַייט. הָאט עֶר מֶער נִיט גִימֵיינְט נָאר דָאס. דְהַיינוּ אַז עֶר זָאל מְקַרֵב זַיין צוּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ. נָאר וִוי עֶר הָאט פַארְשְׁטַאנֶען אַז עֶר פּוֹעְלְט בַּיי דֶעם נִיט. פְלֶעגְט עֶר אִים אַזוֹי מְרַמֶה זַיין אוּן פַארְשְׁטֶעלִין מִיט רֵייד בִּיז יֶענֶער הָאט גִימֵיינְט אַז עֶר וִויל גָאר נִיט דָאס"; מוהרא"ש האט מיט יעדן איינעם גערעדט זיין שפראך, ער פלעגט רעדן צו מענטשן פון תכלית, אבער אויב האט ער פארשטאנען אז ער גייט נישט קענען ביי יענעם פועל'ן וואס ער וויל - האט ער יענעם אזוי פארדרייט אז עס איז גארנישט מעגליך געווען צו טראכטן אז ער וויל דא עפעס וואס יענער קען נישט הערן.


ביי אונז אין מוסד רעדט מען צו די קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן בקדושת היסוד, פון ווען די קינדער זענען נאך קליין רעדט מען צו זיי קלארע דיבורים אז מען טאר נישט פוגם זיין בברית קודש, קלארע דיבורים מיינט נישט איבריגע רייד, אז מען רעדט איבריגע רייד קומט נישט ארויס קיין טובה, ביי אונז רעדט מען די ווערטער: "מען טאר נישט אנרירן דעם ברית", מען רעדט נישט מער, נאר די ווערטער: "מען טאר נישט אנרירן, עס איז זייער א גרויסע עבירה", מען רעדט צו די קינדער פון שכר ועונש, מען רעדט צו זיי ווי שרעקעדיג עס איז סיי אויף די וועלט און ווער רעדט פון יענע וועלט, ווי געפערליך די עבירה איז, און קינדער אז מען רעדט צו זיי - פאלגן זיי, און פאר דעם אליינס איז כדאי אונזער מוסד, ווייל וויפיל אינגעלייט און בחורים האבן מיר אויסגעגאסן זייער הארץ אז זיי האבן נישט געוואוסט וואס זיי טוען, זיי האבן זיך צוגעוואוינט צו עבירות, פוגם זיין בברית, און עס איז זיי אזוי פינסטער, און דאס האב איך געהערט פון טייערע ליכטיגע בחורים, טייערע איידעלע אינגעלייט, קינדער פון תלמידים וואס מיר זענען געזיצן אינאיינעם ביי מוהרא"ש, און דא שטעלט זיך נאכאמאל די קשיא, ווי קען זיין, מיר זיצן דאך ביים רבינ'ס טיש און מיר הערן די זעלבע ווערטער ווי מען דארף רעדן צו די קינדער פון זיין הייליג, ואין פוצה פה, די קינדער ווייסן נישט גארנישט; נאך די וואך איז צו מיר געקומען א קינד און געוויינט אז ער דארף אן עצה, א רפואה; ער איז צוגעקלעבט נעבעך צו טון די עבירה און יעצט איז ער אנגעקומען צו אונזער חדר און דער מלמד רעדט הארציגע דיבורים, דער מלמד פארמאכט די אויגן און זאגט: "טייערע קינדער, ווער עס וויל זיין א צדיק זאל וויסן אז מען טאר נישט אנרירן ווען מען גייט אין בית הכסא"; דער קינד געפינט יעצט אויס אז ער טוט עפעס גאר שלעכט און ער פרובירט זיך צו אפגעוואוינען און ער קען נישט, קומט ער צו מיר בעטן אויב איך קען אים העלפן.


פרעג איך דיר, לוינט נישט פאר דעם אליינס צו שיקן אין די הייליגע מוסד? און ווער רעדט נאך ביי די מיידלעך; וויפיל קינדער האט אונזער בית פיגא געראטעוועט זיי זאלן קענען לעבן, חתונה האבן, נישט טון שטילערהייט עבירות מיט חבר'טעס השם ישמרנו, טעכטער פון דא, קינדער וואס די עלטערן פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה, קינדער פון עלטערן וואס זענען געזיצן ביי מוהרא"ש וכו' וכו', און ביז זיי זענען נישט אנגעקומען צו די הייליגע פלאץ בית פיגא וואו מען לערנט מיט די קינדער קדושת ישראל מיט אזא ריינקייט, מיט אזא זויבערקייט - האבן זיי געטון אזעלכע נישט גוטע זאכן וואס יארן נעמט עס זאל אויסגיין פון די ביינער, פון די מח מחשבה.


הכלל, איך קען דיר שרייבן נאך אסאך בלעטער, און נאכאלץ וועט בלייבן די בחירה און נסיון, איך זאג דיר נישט וואס צו טון און וואס צו מאכן; נאר דאס בעט איך דיר, האסט געלערנט ביי מיר, איך האב דיך אריינגענומען אין ישיבה מיט רחמנות - זאלסטו נישט אפלאכן און אפשפעטן, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע דורות, גיי יעדן טאג התבודדות און בעט דעם אייבערשטן פאר יעדן קינד, דאנק אים פאר יעדן קינד און בעט אים פאר יעדן באזונדער, בעט דעם אייבערשטן דיינע קינדער און דיינע דורות זאלן אלע לעבן מיטן צדיק אמת, דער הייליגער רבי, זיי זאלן אלע זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, און רעד צו דיינע קינדער פון רבי'ן; שבת ביי די סעודות זאלסטו זיי דערציילן אז עס איז דא א רבי וואס קען יעדן איינעם העלפן און ווער עס פאלגט אים קען זוכה זיין ווערן א גרויסער צדיק, שמועס מיט זיי פון רבינ'ס עצות, דערצייל זיי פון רבינ'ס גרויסער תלמיד מוהרנ"ת, דער רבי האט געוואלט מיר זאלן דערציילן פאר די קינדער פון אים. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רט): "'אֵייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן', וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא", דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף די וועלט וואס פארשטייט יעדן איד און ווער עס פאלגט זיינע עצות קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק און א גרויסער בעל מדריגה. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן - אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיך פאלגן און טון אלעס וואס איך הייס, וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7883 - גיין צו א שבת התוועדות פון די משפחה?
משפחה, שבת התוועדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, כ"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז א שווערע שאלה; פון איין זייט אז מען גייט נישט מיט די משפחה צו די שבתים וואס אלע קומען - ווערט א גאנצע קריגעריי, און פון די אנדערע זייט - וואס משפחה? ווען משפחה? ווי משפחה? דאס איז א נייע משוגעת וואס איז קיינמאל נישט געווען, דאס קומט פון די וואס זענען נישט פרייליך אין שטוב, עס איז זיי אומעטיג (באור"ד) אין שטוב, זוכן זיי וואו צו פארוויילן און הוליענען, און מען פרובירט עס צו מאכן מיט א הכשר, מיט א נאמען "שבת התאחדות משפחה", אבער וואס האב איך צו זיצן מיט מיין ברודער'ס משפחה א שבת און וואס האב איך צו זיין מיט מיין שוועסטער'ס משפחה א שבת? מיין משפחה איז איך, מיין ווייב און מיינע קינדער ביז זייער חתונה, און נאך זייער חתונה האף איך צום אייבערשטן אז מיינע קינדער וועלן אויך לעבן מיט די געדאנק און זאגן אזוי, זיצן שבת קודש אין שטוב מאן און ווייב מיט די קינדער, מיט זיי דארף מען זיצן שבתים.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן ווען יא צו גיין און ווען צו בלייבן אין שטוב, אפשר איז גוט דו זאלסט איינליידענען דיינע עלטערן צו דיר אין שטוב און מאכן א פריוואטע "שבת התאחדות והתאספות המשפחה", דו, דיין ווייב, דיינע קינדער און דיין טאטע מאמע; דאס איז שיין, דאס איז הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7882 - מסירות נפש נישט צו עסן טריפות
אמונה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, כשרות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, כ"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


 


מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פונעם קלויזנבורגער רב זכר צדיק לברכה ווי ער ליגט אין א באראק און מען ברענגט עסן.


איך וויל מאכן נאך א מעשה'לע פאר קינדער, איך וויל אריינבראקן אין די הערצער פון די קינדער די מסירות נפש פון די הייליגע צדיקים, ווי זיי האבן זיך מוסר נפש געווען פארן אייבערשטנ'ס וועגן, דאס וועט אויפפלאקערן זייער הארץ זיי זאלן אויך וועלן זיין צדיקים. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", עס איז זייער א גרויסע זאך צו הערן מעשיות פון צדיקים, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד דורכדעם וואס מען זעט צו וואס די צדיקים האבן זוכה געווען אין זייער לעבן.


די באן פארט שוין אזוי אפאר טעג, נישטא קיין לופט צו אטעמען, נישטא קיין וואסער צו טרינקען, נישטא אפילו א בית הכסא, אין יעדע וואגן זענען שוין געשטארבן אפאר מענטשן, ענדליך די באן איז אנגעקומען פרייטאג ערב שבת צו די ערגסטע פלאץ וואס איז נאר געווען אין די וועלט, קיין א ו ש וו י ץ...


דארט אין אושוויץ האט מען פארברענט איבער זעקס מיליאן אידן, די קינדער און די עלטערע און די שוואכע האט מען גע'הרג'עט און פארברענט, און די אידן וואס האבן געהאט כח האט מען גענומען אין די ארבעטס לאגער זיי זאלן ארבעטן פאר די מלחמה, פאר די נאציס, און איין מאל א טאג האט מען געטיילט עסן.


אויך רבנים צדיקים האט מען אהין געטראגן, צווישן די געפייניגטע אידן איז געווען דער צדיק רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דער קלויזנבורגער רב זכר צדיק לברכה, און ווען מען האט אויסגערופן אז מען טיילט עסן האט ער נישט געוואלט גיין, ווייל ער האט נישט געוואלט עסן קיין טריפות.


פרייטאג צו נאכטס איז ער זייער שוואך געווארן פון ליידן אזויפיל טעג הונגער, שבת אינדערפרי האט מען ווייטער אויסגערופן אז מען טיילט עסן, אלע זענען געלאפן כאפן עסן, אבער ער האט נישט געוואלט גיין, און פלוצלונג האט ער אנגעהויבן זייער צו וויינען צום אייבערשטן, ער האט זיך אויסגעשמועסט מיטן אייבערשטן און געזאגט: "רבונו של עולם אלעס האט מען מיר צוגענומען, מיינע קליידער, מיינע שיך, איך ליג דא ביי די גוים אן גארנישט, איך וויל נישט עסן קיין טריפות, און איך גיי נישט עסן קיין טריפות"; ער האט אזוי שטארק געוויינט צום אייבערשטן און געבעטן עס זאל פאסירן א נס...


קינדער וואס פאסירט ווען מען בעט דעם אייבערשטן? ווער ווייסט? א נס האט פאסירט; איינער קומט צו לויפן און פרעגט: "איר זענט קלויזנבורגער רב?" ער האט זיך זייער דערשראקן, ער האט נישט געוואלט דערציילן אז ער איז א רב, ווייל די דייטשע האבן ערשט גע'הרג'עט די רבנים, ביז יענער האט אים געברענגט א ברויט מיט מארמעלאדע און ער איז געראטעוועט געווארן.


טייערע קינדער, מיר לערנען זיך פון די מעשה צוויי זאכן, איינס דאס גרויסע מסירות נפש פון די הייליגע צדיקים, אפילו ווען זיי האבן שוין נישט געגעסן אפאר טעג און זיי ווייסן אז זיי גייען נישט האבן גארנישט קיין עסן וועלן זיי אויך נישט עסן קיין טריפות, זיי וועלן נאר עסן כשר'ס, פון דעם לערנען מיר זיך אז מיר וועלן אויך אכטונג געבן נישט צו עסן נאר מיט א הכשר.


צווייטנס לערנען מיר, דאס גרויסקייט פון תפילה, אז וואס מען דארף קען מען בעטן פונעם אייבערשטן, מען קען רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, און אז מען בעט - העלפט דער אייבערשטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7881 - נישט אוועקגיין פון די עלטערנ'ס וועגן
חיזוק פאר פרויען, שייטל, לבוש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, כ"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס רעדט איר צו יונגע ווייבלעך זאלן זיך אויסטון זייער לבוש ווי זייערע עלטערן גייען? איר ווילט מען זאל דאס טון מיט אייערע קינדער? איר ווילט איינער זאל זאגן פאר אייערע קינדער 'פייפ אן דיינע עלטערן'? וואו איז אייער שכל?!


בכלל, ווי קענט איר אויסלויבן די לאנגע שייטלען, ווען מוהרא"ש האט קלאר געזאגט פאר אלע בית פיגא תלמידות אז מען טאר נישט גיין מיט א לאנגע שייטל?! מוהרא"ש האט געוויזן אויף זיין אקסל, אז ביז די אקסל קען זיין דאס לענגסטע, און מען טאר נישט גיין מיט א שייטל וואס רירט אן די אקסל; איז פארוואס טוט איר דאס צו אונזער קהילה?!


איך בעט אייך זייער, קילט נישט אפ אונזערע תלמידות פון בית פיגא זיי זאלן אוועקגיין פון זייערע עלטערנ'ס וועג, זיי זאלן אנפייפן די עלטערן; וואס רעדט איר איבריג? אז איר האט אויך אנגעפיפן אייער טאטע ווען ער האט אייך געבעטן צו גיין אן איידעלע שייטל, און איר זענט אנגעקומען נאך די חתונה ווי אזוי פאר אייך שמעקט...?


די וועלט זאגט 'היסטער"י רעפיט"ס', היסטאריע חזר'ט זיך איבער ביי די אייגענע קינדער - די וועג ווי מען באגייט זיך מיט די עלטערן, און אז מען מאכט אמאל אנדערש ווי די עלטערן לויט דעת תורה, נאכן פרעגן אן ערליכער רב אדער דיין - דארף דאס זיין מיט גרויס דרך ארץ און הכנעה, נישט מיט ביטול און חוזק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7880 - אייער לעבן ליגט אין אייערע אייגענע הענט
חיזוק פאר פרויען, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ו מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי' 


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער לעבן ליגט אין אייערע הענט, עס איז נישט אייער מאן, נישט אייערע קינדער און נישט אייערע שכנים, עס איז אייך אליין, ווי אזוי איר וועט קוקן אויף זיי - אזוי וועלן זיי זיין; אז איר וועט זוכן גוטס אין אייער מאן וועט ער זיין גוט, אז איר וועט זוכן גוטס אין אייערע קינדער, אין אייערע ארומיגע - וועלן אלע זיין גוט, און אז איר וועט זוכן שווארצע פינטלעך אויף אייער מאן וועט די לעבן ווערן א שטיק פינסטערניש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7879 - אנהייבן דעם טאג מיט העלפן די מוסד
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ו מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך באקום אזעלכע גוטע גריסן פון די עלטערן פון דיין דרייוון די באס יעדן אינדערפרי; פון דיין פינקטליכקייט, פון דיין ערליכקייט וכו', ממש א מחי'; הלואי זאלן נאך אפאר ביזנעסלייט דאס טון, אנהייבן דעם טאג מיט העלפן די מוסד.


איך וויל דיר בעטן, אפשר ביסטו מחזק דיין חבר ... נרו יאיר זאל אויך מאכן אינדערפרי א באס רוט פאר בית פיגא, אזוי ווי דיר. ... האט דאך אנגעהויבן זיין הצלחה מיט דרייוון אינאיינעם מיט דיר, נאך יארן צוריק ווען ענק זענען געווען בחורים אין ישיבה, ווייל איך האב א דרייווער וואס קומט יעדן טאג שפעט און די סקול ווערט צעפארן, א טייל קינדער קומען צייטליך און א טייל קינדער קומען שפעט, די טיטשערס ווייסן נישט וואס צו טון, מען קען נישט אנהייבן די לימודים.


זיי אים מחזק, זאג אים אז מען דערלייגט נישט פון אנהייבן די טאג מיט העלפן די מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7878 - נישט צעמישן די קינדער פון אנדערע סארט שטיבער
חינוך הילדים, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ו מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לערערין אין בית פיגא, ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען איר רעדט אין כיתה צו די קינדער פון דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן נאך די חתונה און עס זענען דא תלמידות אין כיתה וואס די עלטערן שערן זיך נישט אפ, זאלט איר אכטונג געבן ווי אזוי איר רעדט, נאר רעדן דאס גרויסקייט און דאס שיינקייט דערפון, נישט רעדן שארף, נישט וויי טון און נישט צעמישן די קינדער פון די שטיבער, זיי נישט וויי טון און דערשרעקן.


ווען איך בין געווען א מלמד האב איך אין אנהייב, אין די ערשטע טעג – גוט אויסגעפרעגט די תלמידים ווער זייערע עלטערן זענען, וואו זיי געהערן, וואו זיי דאווענען, ווער זענען די זיידעס פון אלע זייטן; כדי צו וויסן ווי אזוי צו רעדן און וואס נישט צו רעדן, ווייל אמאל קען מען איינעם וויי טון אומווילנדיג.


רעדט פון דאס גרויסקייט פון צניעות, פון דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן, פון די ברכות וואס מען באקומט; אזוי וועלן דאס די תלמידות אננעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7877 - באצאלן פאר די גניבה
גניבה, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ו מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש ברסלב ליבערטי


איך שיק דיר דא נעמען פון דריי בחורים פון ישיבה וואס גנב'ענען ביים קיאסק, זיי העקן אריין אין די קאמפיוטערס. איך וויל דו זאלסט זיי זאגן אז זיי דארפן שוין באצאלן פאר די גניבה פאר האברך ... נרו יאיר, וואס ער איז געשטעלט צו פירן די קיאסק פאר די קהילה, און זאג זיי אז 'סוף גנב לתפיסה', אז מען געוואוינט זיך צו אין די יונגע יארן צו גנב'ענען, קומט מען אן ביים סוף אין תפיסה; דאס איז אויסער די עונש הקשה והמרה פון גלגול.


עס איז מיר א בזיון אז מיינע תלמידים גנב'ענען.


...


...


...

#7876 - מתפלל זיין אז די שוועסטער זאל תשובה טון
חיזוק פאר מיידלעך, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע וואס איר זאלט בעטן פאר אייער שוועסטער וואס נעבעך נעבעך זי לעבט מיט אן אראבער; איר זאלט בעטן נאר די איין זאך, זי זאל תשובה טון, זי זאל צוריק קומען צו די תורה.


אויף אייער פראגע וכו'; עס לוינט נישט צו לערנען די זאך. ענדערש זאלט איר זיך אריינלייגן צו טון מיט קינדער; מען קען אין די פעלד אויך שיין פארדינען, לערנען מיט קינדער אדער בעבי-סיט'ן קינדער; דאס איז א גוטע זאך פאר אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7875 - העלפן דעם מאן מיט פרנסה
חיזוק פאר פרויען, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע אויב איר זאלט אנהייבן ארבעטן נאכמיטאג, למשל גיין מאכן כלים און וועש ביי מענטשן וואס איז זייער אן אנגענומענע זאך דארט וואו איר וואוינט, היימישע פרויען טוען עס און מען צאלט זייער שיין (צווישן זעכציג ביז הונדערט שקל א שעה), אבער איר טראכט אז עס וועט אייך נישט זיין אזוי גרינג, דאך ווילט איר פרובירן צו העלפן אייער מאן און איר ווילט וויסן אויב עס איז ריכטיג, אדער איר זאלט פארקויפן עפעס אין שטוב.


עס איז זייער שיין פון אייך אז איר ווילט העלפן אייער מאן דעקן די חודש'ליכע הוצאות, אבער עס איז נישט כדאי צו גיין ארבעטן ביי פרעמדע שטיבער וכו'; א יונגע ווייבל איז נישט כדאי צו זיין ביי אנדערע שטיבער, עס קען ארויס קומען פראבלעמען פון יחוד, און אזוי ווייטער.


טראכטס פון א זאך וואס מען קען טון אין שטוב און קענען העלפן דעקן די חודש'ליכע הוצאות.


דער עיקר זאלט איר פרייליך מאכן אייער מאן, דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז פרייליך איז מצליח; די ווייב דארף נישט זארגן, ברענגען פרנסה, די ווייב דארף איין זאך, מאכן אלעס אז דער מאן זאל זיין פרייליך, אזוי וועט ער מצליח זיין.


אויך זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן; ווי מער מען דאנקט - אלץ מער ניסים פאסירט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7874 - דאנקען דעם אייבערשטן ביי קבלת שבת
שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז אריבער נאך א וואך, דארפסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדן איינציגסטן טאג פון די וואך. פרייטאג צו נאכטס ביי קבלת שבת ווען מען זאגט די קאפיטלעך פון לכו נרננה זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די פארגאנגענע וואך, מען זאגט זעקס קאפיטלעך אנטקעגן די זעקס טעג פון די וואך. די ערשטע קאפיטל זאגט מען "לְכוּ נְרַנְּנָה", ווען דו ענדיגסט די קאפיטל זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די פארגאנגענעם זונטאג, דערמאן זיך אלעס וואס איז געווען און דאנק אים אויף דעם טאג. די צווייטע קאפיטל זאגט מען "שִׁירוּ לַה' שִׁיר חָדָשׁ", ווען דו ענדיגסט דעם קאפיטל זאלסטו אים דאנקען אויף דעם מאנטאג וואס איז פארביי, און אזוי ווייטער, נאך די דריטע קאפיטל "ה' מָלָךְ תָּגֵל הָאָרֶץ" - זיי זיך מתבודד אויף דינסטאג, דאנק און לויב אין דיין שפראך, עס זאל דיר נישט אנגיין אויב דער חזן חזנות'ט, דו פארמאך דיינע אויגן און דאנק דעם אייבערשטן, און נאכן פערטן קאפיטל פון "מִזְמוֹר שִׁירוּ לַה' שִׁיר חָדָשׁ כִּי נִפְלָאוֹת עָשָׂה" - זאלסטו אים לויבן אויף מיטוואך, און נאכן פיפטן קאפיטל "ה' מָלָךְ יִרְגְּזוּ עַמִּים" - אויף דאנערשטאג, און ביי "מִזְמוֹר לְדָוִד הָבוּ לַה'" - דאנק אים אויף פרייטאג, און ביי "לכה דודי" זאלסטו זיך פארבענקען צום אייבערשטן דורך רעדן צו אים אין אידיש, ביז דער אייבערשטער וועט דיר פארגעבן פאר אלע זינד פון די פארגאנגענע וואך.


איך דאנק דעם אייבערשטן, היינט ראש חודש כסלו איז די טאג וואס איך האב חתונה געהאט. מוהרא"ש זאגט, מען זאל זאגן די קאפיטלעך פון תהילים פון הלל אין די טאג וואס מען האט חתונה געהאט צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס, די גרויסע חסד - אז מען האט א ווייב, מען קען לעבן הייליג און ריין.


מיין חתונה איז געווען ראש חודש כסלו שנת תשס"א, קומט אויס אז איך קען זאגן יעדע יאר אין די יום החתונה - הלל מיט די ברכה. איך דאנק דעם אייבערשטן פאר די נס אז איך בין ארויס פון תפיסה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ד), א בחור און א מיידל, איידער זיי האבן חתונה זענען זיי אין תפיסה, זיי זענען ארעסטאנטן. די הייליגע חכמים זאגן דאס אויפן פסוק (תהילים סח, ז): "מוֹצִיא אֲסִירִים בַּכּוֹשָׁרוֹת", דער אייבערשטער מאכט זיווגים, ער נעמט ארויס די בחורים און מיידלעך פון זיין פארשפארט, און דער וואס האט שכל זינגט, דאנקט און לויבט זיין גאנץ לעבן דעם אייבערשטן, און דער וואס האט נישט שכל - וויינט זיין גאנץ לעבן, דאס איז די ווארט בַּכּוֹשָׁרוֹת - בְּכִי וְשִׁירוֹת; איינער וויינט, און איינער זינגט שירה, און אז דער רבי האט געזאגט איך וויל ענק זאלן מאכן ענקערע ווייבער פאר חסידות'טעס מוז זיין אז מען קען דאס טון, דער רבי זאגט אונז נישט זאכן וואס איז בשמים אדער מעבר לים, עס ווענדט זיך נאר אויב מען קען באשטיין אז די ווייב זאל זיין ביים רבי'ן אדער מען וויל דאס גאר שטארק, און מיר איז דאס געגאנגען אין לעבן ממש, און איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן און אסאך גערעדט און געמאכט און געטון וואס מען קען - אז מיין שטוב זאל זיין איינגעבאקן ביים רבי'ן, און ברוך ה' איך קען זאגן הלל מיט א ברכה אז מיין שטוב לעבט מיטן רבי'ן.


ביי די סעודה זאלסטו זינגען זמירות מיט שמחה, וויין נישט ביי די סעודות; קינדער האבן נישט ליב וויינעדיגע סעודות, זיי נאר פרייליך.


א פרייליכן שבת, א גוטן חודש.

#7873 - שפרייט אויס גליונות אין דיין געגנט
הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, כ"ט מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעם פון בית הדפוס גליונות און לייג דאס אין די געגנט פון דיין שטוב; אין שולן, כוללים, ישיבות וכו'.


רבי נתן זכרונו לברכה דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג), דער רבי פלעגט פארשעמען די תלמידים וואס האבן זיך ארויסגעדרייט פון טון 'הפצה'; און איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין פארשפרייטן די עצות פאר אנדערע, מקרב זיין נאך מענטשן צום אייבערשטן, דער רבי האט דעמאלט געניצט דעם אויסדרוק: "איר זענט 'טריקענע ביימער', ענק געבן נישט ארויס קיין פירות"; אזוי ווי טריקענע ביימער, אילני סרק, עצים יבשים.


שרייב זיך איין ביי די גבאים פון בית הדפוס דו זאלסט באקומען די וועכנטליכע גליונות, אויך די זוהר גליון, אויך די חינוך גליון, אלע גליונות; לייג דאס אין די שולן אין דיין געגנט, און נאר אז מען איז עוסק אין הפצה בלייבט מען ביים רבי'ן. אזוי ווי דער בעטלער האט געזאגט (ספורי מעשיות מעשה יג, דעם צווייטן טאג): "אוּן אִיךְ זָאג אַייךְ, אַז אִיר וֶועט זֵיי נִיט הֶעלְפִין וֶועט עֶס אַייךְ אוֹיךְ שַׁאטִין"; מען מוז זיין פארנומען מיט אנטרינקען ביימער נישט צו ווערן אויסגעטריקנט, און דאס וועט מתקן זיין אלעס וואס מען דארף מתקן זיין, מען זאל נישט פארשעמט ווערן אויף יענע וועלט. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", אז מען איז עוסק אין הפצה, אין די גרויסע זאך פון צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן - ווערט פארראכטן וואס מען האט פוגם געווען אין פגם הברית.


היינט נאכט וועט זיין די שיעור אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7872 - א קליינע משניות, מיט שלום בית
שלום בית, היכל הקודש, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען קען זיך דרייען אין ברסלב, און אויך אין היכל הקודש, און מען פארגעסט וואס דער עיקר איז און וואס איז דער טפל; וואס דארפסטו מער, דעם רבינ'ס איידעם, וואס איז דא נענטער פון קינדער, דאך שרייבט אים דער רבי (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך, זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה ותפילה ויראת שמים.


זע עס זאל דיר נישט אריבערגיין דיין טאג אן לערנען מקרא, משנה, גמרא וכו' אויפן סדר דרך הלימוד פונעם הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן סימן עו). דער רבי האט געזאגט: "איך האב גענומען דאס גוטס פון די חסידים און דאס גוטס פון די ליטווישע"; ביי חסידים איז דער עיקר 'תפילה', און ביי די ליטווישע איז דער עיקר 'תורה', און דער רבי האט גענומען ביידע - סיי תורה און סיי תפילה, וואס דאס איז געווען ביים רבי'ן דער עיקר, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שם, סימן רפז): "מַה יֵּשׁ לְהָאָדָם לַעֲשׂוֹת בְּזֶה הָעוֹלָם", וואס האט א מענטש צו טון אויף די וועלט? "אֵין צָרִיךְ כִּי אִם לְהִתְפַּלֵּל, וְלִלְמֹד, וּלְהִתְפַּלֵּל", נאר דאווענען, לערנען און דאווענען.


וואו דו גייסט זאלסטו מיט נעמען דיין קליינע משניות'ל, מוהרא"ש פלעגט זיך בארימען: "ווען מען זעט איינעם מיט א משניות זאגט מען גלייך אויף אים 'ער באלאנגט ביי היכל הקודש'"; זע צו האבן דיין משניות ווי דו גייסט נאר, מען זאל זיך קענען בארימען מיט דיר אז דו ביסט א תלמיד היכל הקודש.


אויך זאלסט אכטונג געבן ווי אזוי דו רעדסט צו דיין ווייב, רעד שיין צו איר, רעד צו איר מיט די גרעסטע כבוד און דרך ארץ, דאס איז וואס מוהרא"ש האט אונז שטענדיג דערמאנט, מיר זאלן נישט פארגעסן ווי מיר האבן אויסגעקוקט איידער מיר האבן חתונה געהאט, ווי צעבראכן מען איז געווען, ווי מען האט שוין אויפגעגעבן אז מען וועט נאך אמאל חתונה האבן און האבן א שטוב.


געב אכטונג זי זאל נישט וויינען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", מען זאל זייער אכטונג געבן נישט טשעפען די ווייב, "מִתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל א פרוי וויינט שנעל, פרויען זענען זייער געפיליש, זייער הארציג, וויינען זיי שנעלער.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור. ביים שיעור וועלן מיר רעדן פון וואס שטייט אינעם בריוו, פון לערנען און רעדן שיין אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.