בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - באניי זיך יעדן טאג מיט די עצות פון רבי'ן
שמחה, חסידות ברסלב, התחדשות, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גריס פון דיין טייערער זון הבחור ... נרו יאיר; ער לערנט בהתמדה רבה. ער האט היינט מסיים געווען מסכת שבת, אויך האט ער די וואך מסיים געווען די זיבעטע מאל ששה סדרי משנה. דאס איז דאך די גאנצע שטרעבן פון עלטערן, צו זען זייער קינד לערנט די הייליגע תורה.


געב איבער פאר דיין ווייב תחי' די גוטע גריס אויף דיין זון, זאל זי שעפן נחת.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און גיי אן מיט א פרישקייט און באניי זיך יעדן טאג מיט די עצות פון רבי'ן. ברענג אריין אין שטוב א פרייליכקייט; טאנץ מיט דיינע קינדער: "בך רבינו נגילה, בך רבינו ונשמחה", איז מיר ווייסן פון רבי'ן וואס געבט אונז לעבן, ער געבט אונז עצות ווי אזוי צו לעבן און ווי אזוי צו זיין אן ערליכער איד.


אלע צדיקים זאגן אונז אז מען דארף זיין א צדיק, אבער דער רבי געבט אונז "א וועג" ווי אזוי צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - איך האף אז דו ביסט ווייטער ממשיך מיט א פרישקייט
התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', אסרו חג, כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר; איך וואונדער זיך אויב דו לערנסט נאך פלייסיג. איך געדענק ווען דו ביסט מקורב געווארן צום רבי'ן ווען דו האסט זיך דערוויסט פונעם "סדר דרך הלימוד" (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), האסטו געברענגט ווי א ברענעדיגע פאקל; דו האסט געלערנט ממש גזמאות א טאג, צענדליגער בלעטער גמרא און צענדליגער פרקים משניות.


איך האף אז דו ביסט ווייטער ממשיך מיט א פרישקייט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי, לג): אויפן פסוק (דברים ו, ו): אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם – "לֹא יִהְיוּ בְּעֵינֶיךָ כִּיְשָׁנָה, אֶלָּא כַּחֲדָשָׁה שֶׁהַכֹּל רָצִין לִקְרָאתָהּ", מען דארף יעדן טאג לערנען מיט א פרישקייט, א נייע תורה! א נייע משניות!


וואס זאל איך דיר זאגן, אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צו א לעבעדיגע רבי; א רבי וואס ברענגט אונז צו אייבערשטן און צו די תורה. מען רופט אונז אן "טויטע חסידים" און מען מאכט פון אונז א געשפעט, אבער באמת זענען מיר די "לעבעדיגע חסידים". מען קען זיצן ביי א רבי וואס זעט אויס ווי לעבעדיג אבער עס איז א בחינה פון טויט, מען באקומט גארנישט וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - באניי זיך און פריש זיך אויף
שבת קודש, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דו זאלסט בלייבן א פרישער מקורב; דיין התקרבות צום הייליגן רבי'ן זאל זיין פריש, אזוי ניי און געשמאק ווי ווען דו האסט זיך דערוויסט פון רבי'ן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): מען דארף אלץ אנהייבן מיט א פרישע התחלה; ווען מען קומט צום צדיק זאל מען טראכטן: 'איך בין יעצט א נייע מקורב כאילו איך בין נאך קיינמאל נישט דא געווען, יעצט איז מיין ערשטע מאל וואס איך קום צום צדיק'; אזוי ווערט מען נישט צוגעוואוינט און אפגעקילט.


פארוואס שרייב איך דיר דאס? ווייל איך געדענק ווען דו ביסט מקורב געווארן צום רבי'ן יארן צוריק איז ביי דיר געווען חשוב יעדע דיבור וואס דו האסט געהערט פון רבי'ן, דו פלעגסט זיצן ביי שלש סעודות צוזאמען מיט תלמידי היכל הקודש, געזינגען זמירות און געלערנט די שיחות פון רבי'ן. אבער היינט זע איך דיר זיצן ביי שלש סעודות פון אונטן פון בית המדרש וכו', זע איך אין דיר אז דו ביסט שוין נישט אזוי פריש וכו'.


איך שרייב דיר דאס ווייל איך האב דיר ליב, איך וויל דו זאלסט ווייטער דינען דעם אייבערשטן און נישט אלט ווערן; "אלט טאר מען נישט זיין" - האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן סימן נא), אן אלטער חסיד איז נישט גוט צו זיין און אויך נישט אן אלטער צדיק; מען דארף זיך שטענדיג אויפפרישן און זיך באנייען.


באניי זיך און פריש זיך אויף; און ווען אידן זיצן צוזאמען ביי שלש סעודות וכדומה זאלסטו זיין א חלק פון זיי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה ט:) אויפן פסוק (קהלת א, טו): "וְחֶסְרוֹן לֹא־יוּכַל לְהִמָּנוֹת" זֶה שֶׁנִּמְּנוּ חֲבֵרָיו לִדְבַר מִצְוָה וְלֹא נִמְנָה עִמָּהֶם"; ווען אידן טוען א מצוה אינאיינעם און איינער טיילט זיך אפ - דאס איז א חסרון וואס מען קען נישט באצאלן; הער אויס די ווערטער וואס מען רעדט פון רבי'ן און זיי א חלק פון די וואס זינגען זמירות שבת, נישט פון די יושבי קרנות; זיי פון די מענטשן וואס דער רבי איז ביי זיי איינגעקריצט אין הארצן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "איך האב דריי כיתות פון מענטשן וואס קומען צו מיר, איין כיתה וואס האבן ליב מיין תורה, איין כיתה וואס קומען עסן קויליטש און א דריטע כיתה וואס איך בין איינגעקריצט ביי זיי אין הארצן"; דארפסטו זען צו בלייבן פון די דריטע כיתה, פון די וואס קומען צום רבי'ן נעמען נאך שכל און נאך חיזוק פארן לעבן, נישט פון די וואס קומען עסן קויליטש שלש סעודות וכו'.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער מיט א פאזעטיווע בליק, איך מיין נאר דיין גוטס.

#1 - זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים מיט א פרישקייט
בחור, שידוכים, התחדשות, לימוד התורה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר.


איך פריי מיר מורא'דיג שטארק יעדעס מאל דו דערציילסט מיר דיינע סיומים; יעצט האב איך מיר זייער געפרייט צו הערן אז דו האסט שוין מסיים געווען "ששה סדרי משנה" די דריי און אכציג'סטע מאל; וואו זעט מען אזאנס אין דער וועלט, אז א בחור זאל לערנען מיט אזא התמדה רבה.


זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים מיט א פרישקייט כאילו דאס איז די ערשטע מאל, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי, לג): אויפן פסוק (דברים ו, ו): אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם – "לֹא יִהְיוּ בְּעֵינֶיךָ כִּיְשָׁנָה, אֶלָּא כַּחֲדָשָׁה שֶׁהַכֹּל רָצִין לִקְרָאתָהּ", ווען מען לערנט תורה דארף דאס זיין מיט א התחדשות.


טייערער הארציגער ... נרו יאיר, איך בין גארנישט באזארגט פאר דיין שידוך, דו וועסט בקרוב גוט חתונה האבן אם ירצה ה', איך בין מער באזארגט אז דו זאלסט נישט אויפגעבן נאר בלייבן יונג און פריש און ווייטער זיין בשמחה.


איך האב געבעטן פאר די ביי אלע מקומות הקדושים.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א ליכטיגן חנוכה.


...