בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#31 - מ'טוט טובות פאר יעדן, נאר נישט פאר די אייגענע משפחה
שלום בית, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, י' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך שרייב דיר ווייל דו וועסט זיך נישט באליידיגן, באמת דארף איך דאס שרייבן פאר אינגעלייט.


נאך דיין חתונה ווען דיין ווייב וועט דיר בעטן זאלסט איר טראגן און ברענגען מיט דיין קאר, זאלסטו איר חס ושלום זאגן: "איך בין נישט דיין קאר סערוויס"; דאס טוט זייער וויי פאר א ווייב, ווען איר מאן רעדט צו איר אזוי מיט שפאט. דו זאלסט איר טראגן און ברענגען, איר העלפן מיט דיין גאנצע הארץ.


אז דו קענסט נישט אדער דו ביסט נישט דערביי, איז דא גענוג וועגן ווי אזוי זיך ארויסצודרייען, אבער חס ושלום טשעפען און זאגן: "איך בין נישט דיין בעל עגלה".


עס טוט מיר וויי צו הערן פון משפחות וואס זיי טוען טובות פאר אלעמען; מען טראגט, מען ברענגט - ביז די אייגענע ווייב, ווען זי וויל א טובה האט מען נישט קיין געדולד, מען מאכט שפאס און שפאט.


איך זאג דיר עס יעצט, איך האף עס וועט נישט אויספעלן דיר דאס צו זאגן נאכאמאל נאך דיין חתונה.


 

#30 - א תקנה אז מען דארף האבן שלום בית
שלום בית, דרייוון, חסד, מסורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, י' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דיין ווייב תחי' האט מיר געשריבן ווי שיין דו פירסט זיך אין שטוב; דו ביסט זייער געטריי.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו פירסט זיך ווי אן ערליכער איד. אין שטעטל האבן מיר געמאכט א תקנה אז מען דארף האבן שלום בית, מען קען נישט וואוינען אין שטעטל אויב מען קריגט זיך.


די תקנה איז געבויט אויף די ווערטער פונעם הייליגן רבי'ן, וואס האט געזאגט: "ווי ווייגט זיך צו קומען צו מיר איינער מיט שלעכטע געדאנקען?!" דער רבי האט נישט געוואלט זיין ביים טיש מיט דעם איד וואס האט נישט געהאט שלום בית; אין שטעטל פירט דער רבי טיש, אלע זיצן מיר ביים רבינ'ס טיש, דארפן מיר זיצן מיט גרויס דרך ארץ, מיט שלום בית.


דיין ווייב פרעגט אויב זי זאל דרייוון; זאג איר זי זאל זיך פירן אזוי ווי איר מאמע, זי זאל נישט אפטרעטן קיין ריר. אזוי וועלן ענקערע קינדער נישט אפטרעטן פון ענקער וועג, זיי וועלן אייך ברענגען נאר נחת.


זע צו טון חסד מיט אנדערע, דורך חסד העלפט מען בויען די שטעטל, עולם חסד יבנה.

#29 - אין זכות פון די חסד, זאלט איר זוכה זיין צו אלע ברכות
חיזוק פאר פרויען, בריוו, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, י"ג שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך האלט אין איין באקומען דאנק בריוון אויף דעם וואס דיין ווייב תחי' טוט אין שטעטל מיט די קימפעטארינס; זי שטעלט צו פיינע ווארימע סעודות פאר אלע קימפעטארינס. בפרט פאר די משפחות וואס האבן נישט קיין משפחה, זיי דארפן נאך מער די הילף פון אנשי שלומינו.


אין דעם זכות וואס איר טוט חסד מיט אידישע קינדער זאלט איר זוכה זיין צו אלע ברכות.


געב איבער פאר דיין ווייב אז די מפיצים זאגן די ענגלישע בריוון ווערט צוכאפט צווישן דעם עולם.

#28 - "עונג שבת" קאסע, צוצושטעלן עסן פאר משפחות אויף שבת
חסד, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... און ... שיחיו


איך האב זייער פיל נחת פון ענק, סיי פון דיר ווי דו פירסט זיך מיט יראת שמים און דו לערנסט בהתמדה רבה אין כולל און סיי פון דיין ווייב ... תחי', ווי זי פירט זיך בצניעות, א ריכטיגע ביישפיל פון א בית פיגא תלמידה.


איך האב געבעטן האברך ... נרו יאיר, ער זאל עפענען אן "עונג שבת" קאסע; צושטעלן עסן פאר די משפחות אין די קהילה וואס האבן נישט אויף שבת, זיי ארויסהעלפן מיט די נוטיגע זאכן.


עס איז נישט קיין פראבלעם דו זאלסט נעמען פון די קאסע, איך וויל דו זאלסט נעמען פון אים א באקס עסן יעדע וואך. ווייל פון כולל געלט אליינס קען מען ניטאמאל צאלן דירה געלט און פון דיין ווייב'ס געהאלט אין סקול, פון ווארטן אויף דעם - וועסטו נישט האבן אויף שבת.


שעם זיך נישט צו נעמען; מיר האבן געעפנט דעם קאסע ספעציעל פאר די כולל אינגעלייט, מלמדים און משפחות וואס האבן נישט.

#27 - מיט דעם וואס דו טיילסט עסן פאר נויטבאדערפטיגע, ראטעוועסטו אלעמען
צדקה, קינדער, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


זיי ממשיך מיט'ן געבן עסן פאר אלע משפחות הנצרכים פון אנשי שלומינו; מיט דעם וועסטו אפהיטן די שטאט פון שלעכטס. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה, סימן מ): "כְּשֶׁאֵין בָּעִיר מִי לִסְמֹךְ אֶת הָעֲנִיִּים", ווען עס איז נישטא אין שטאט ווער עס העלפט ארעמעלייט, "בָּא שְׂרֵפָה", קומט רחמנא לצלן שריפות; מיט דעם וואס דו טיילסט עסן פאר די משפחות הנצרכים - ראטעוועסטו אלעמען.


אז דו ברענגסט מזונות אין בית המדרש דארפסטו דאס טון מיט חכמה; עס איז נישט כדאי דאס ארויסצולייגן ווייל די קינדער עסן זיך אן, נאכדעם איז נישטא קיין סעודה. דארפסט טראכטן א וועג ווי אזוי מען קען דאס טון אויף א וועג אז נאר די משפחות וואס ווילן אהיימטראגן זאלן קענען נעמען, די קינדער זאלן זיך נישט אנעסן פרייטאג צו נאכטס וכו'.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו זען נחמת הקדוש ברוך הוא, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות רחמנות, סימן א): "מִי שֶׁמְּרַחֵם עַל עֲנִיִּים", ווער עס האט רחמנות אויף ארעמעלייט, "זוֹכֶה לִרְאוֹת בְּנֶחָמוֹת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", וועט זוכה זיין צו זען בנחמת השם יתברך.

#26 - אין זכות פון מחזק זיין אנדערע בחורים וועסטו טרעפן א גוטע שידוך
לימוד התורה, שידוכים, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבה תפארת התורה ברסלב.


הבחור ... נרו יאיר האט מיר דערציילט אז דו זארגסט פאר אים, דו רופסט אים פון צייט צו צייט עסן, דו ביסט אים מחזק. ער זאגט מיר אז דאס איז פאר אים ממש וויכטיג; ער האט נעבעך נישט קיין שטוב, ער איז עלנד, איינער אליין.


וויסן זאלסטו, דאס וואס דו טוסט איז זייער חשוב ביים אייבערשטן; דער אייבערשטער האט ליב ווען איינער טוט מיט א צווייטן חסד.


אין דעם זכות פון מחזק זיין אנדערע בחורים וואס האבן נישט קיין שטוב - וועסטו זוכה זיין צו בויען א שטוב, דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך.


איך בעט דיר זייער "דראפע זיך", "דערהאלט זיך"; לאז נישט אפ די משניות, די גמרא; לערן דיינע שיעורים כסדרן, דאס וועט דיר ברענגען צו די שענסטע זאכן.

#25 - אנגרייטן עסן פאר די חתונות אין ישיבה
חתונה, ישיבה, אידיש געלט, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


פרעג דיין ווייב אויב זי קען מיר העלפן אנגרייטן עסן פאר די חתונות; אם ירצה ה' דעם ווינטער גייט זיין א שיינע פאר חתונות פון אנשי שלומינו, פרשת חיי שרה וועט פארקומען די זעכצנסטע חתונה אין בית המדרש.


איך וויל זייער עס זאל ווייטער גיין אויף דעם אופן ווי אזוי מוהרא"ש האט איינגעפירט, עס זאל זיין גענצליך בחנם, עס זאל נישט קאסטן קיין איין פרוטה פאר ביידע מחותנים.


בעט דיין ווייב תחי' זי זאל צאמנעמען אלע משפחות, יעדן פרעגן וואס מען קען מאכן; אז יעדער וועט אנטייל נעמען, איינער וועט מאכן א קוגל, איינער אביסל פלייש וכדומה, וועט עס קענען ווייטער גיין אויף דעם אופן און אלע וועלן הנאה האבן בעת שמחתם.


אינעם זכות פון העלפן חתן כלה, העלפן מחותנים חתונה מאכן אן חובות, העלפן דעם רבי'ן - וועט איר זען נחת ביי אייערע קינדער און אייניקלעך.

#24 - מסדר זיין א שבע ברכות פאר א פרישע פארפאלק
חסד, שמחות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב.


נישטא קיין ווערטער אייך צו דאנקען אויף די גרויסע מצוה וואס איר טוט, איר האט זיך אוועקגעגעבן אייער לעבן צו העלפן די משפחות פון אנשי שלומינו זיי זאלן האבן עסן, בפרט יעצט אויף יום טוב האט איר צאמגעשטעלט עסן מכל טוב וטוב, פיש און פלייש וכדומה און אויסגעצאלט גראסערי פאר אנשי שלומינו וואס זענען אנגעהאנגען אין דעם.


אין דעם זכות זאלט איר זוכה זיין צו געבענטשט ווערן פונעם אייבערשטן מיט בני, חיי ומזוני רוויחי און הצלחה אין אלע אייערע וועגן.


איך וויל אייך בעטן אויב איר קענט מסדר זיין א שבע ברכות פאר די פרישע פארפאלק, האברך ... מיט זיין כלה תחי', ביידע חשוב'ע תלמידים פון אונזערע מוסדות, פרעגט נאך משפחות ווער עס וויל אנטייל נעמען אין די סעודה. איך וועל אם ירצה ה' ארויסקומען צו די שבע ברכות זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט'ן רבינ'ס ווערטער.


אם ירצה ה' דעם שבת מברכים ראש חודש חשון, וועל איך זיין אין שטעטל; געב איבער פאר אלע משפחות אז מיט'ן אייבערשטנס הילף וועל איך זיין די יאר אלע שבתים וואס מען בענטשט ראש חודש - אין שטעטל, עס קומט אויס יעדע פערטע שבת. אזוי אויך קענסטו פארדינגען דיין דירה אויב אנשי שלומינו, תלמידי הישיבה ווילן קומען.

#23 - די גרויסקייט פון געבן חלות און מזונות פאר משפחות
צדקה, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך דאנק דיר זייער פאר'ן העלפן געבן חלות און מזונות וכדומה פאר די משפחות ביי אונז אין די קהלה וואס האבן נישט אויף שבת צו מאכן.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון געבן עסן פאר משפחות וואס זענען אנגעוויזן אויף דעם, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בבא בתרא יא), דער הייליגער תנא בנימין הצדיק איז געווען דער גבאי צדקה, ער פלעגט אויסטיילן עסן פאר ארעמעלייט; איינמאל איז געקומען א ארעמע פרוי און געבעטן פון דעם הייליגן תנא ער זאל איר געבן עסן, האט ער איר געזאגט: "די קאסע איז ליידיג", האט זי געוויינט און געזאגט: "אויב דו וועסט מיר נישט געבן עסן וועל איך שטארבן אינאיינעם מיט מיינע זיבן זון", האט ער איר געגעבן צו עסן.


עס איז אריבער א שטיק צייט און דער תנא בנימין הצדיק איז קראנק געווארן לא עלינו, ער איז געווען אזוי שווער קראנק אז עס האט אויסגעזען ווי ער גייט שוין שטארבן, האבן די מלאכים אין הימל געזאגט צום אייבערשטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַתָּה אָמַרְתָּ כָּל הַמְקַיֵּם נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל כְּאִילוּ קִיֵּם עוֹלָם מָלֵא", דו האסט דאך געזאגט, ווער עס העלפט א צווייטן זאל לעבן איז אזוי ווי ער מאכט לעבעדיג די גאנצע וועלט, "וּבִנְיָמִין הַצַּדִּיק שֶׁהֶחֱיָה אִשָּׁה וְשִׁבְעָה בָּנֶיהָ, יָמוּת בַּשָּׁנִים מוּעָטוֹת הַלָּלוּ", דער הייליגער צדיק בנימין וואס האט געגעבן לעבן נישט נאר פאר איין מענטש נאר פאר א מאמע מיט זיבן קינדער זאל אזוי יונג שטארבן? "מִיַּד קָרְעוּ לוֹ גְּזַר דִּינוֹ", האט דער אייבערשטער צעריסן זיין גזר דין און ער איז געבליבן לעבן. די גמרא פירט אויס: "הוֹסִיפוּ לוֹ עֶשְׂרִים וּשְׁתַּיִם שָׁנָה עַל שְׁנוֹתָיו", מען האט אים נאך צוגעגעבן נאך צוויי און צוואנציג יאר צום לעבן.


זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט ווען מען העלפט ארויס משפחות זיי זאלן האבן עסן אין שטוב, דורכדעם ווערן צעריסן אלע גזירות און מען באקומט לאנגע יארן צום לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ווייטער זוכה זיין צו האבן די מצוה, זאלסט קענען געבן חלות און מזונות וכדומה פאר משפחות וואס דארפן צוקומען צו דעם.

#22 - יישר כח פאר'ן צושטעלן עסן פאר די געשטראנדעטע אידן אין מאלדאווא
הכרת הטוב, ראש השנה, חסד, זכותים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הרב ... נרו יאיר, שליח חב"ד במאלדאווא.


איך וויל אייך דאנקען פון טיפעניש פון מיין הארץ פאר די גרויסע טובה וואס איר האט געטון מיט מיינע תלמידים וואס זענען געבליבן שטעקן אין לופט פעלד אין מאלדאווא; איר האט זיי געברענגט עסן, איר האט אוועק געגעבן אלע אייערע עסן וואס איר האט זיך אנגעגרייט פאר אייער יום טוב.


דערמיט האט איר מקיים געווען וואס דער אלטער רבי זאגט (לקוטי תורה פרשת ראה לב, ב) א משל צו א גרויסער קעניג וואס זיצט אין א מעכטיגע פאלאץ, דעמאלט קענען נישט צוקומען צו אים פשוט'ע מענטשן, עס איז נישטא קיין וועג צוצוקומען צום קעניג, אבער ווען דער קעניג איז אין פעלד, דעמאלט קענען אלע צוקומען צום קעניג, דעמאלט שמייכלט דער קעניג צו יעדן איינעם. זאגט דער הייליגער בעל התניא, אז חודש אלול איז דער אייבערשטער אזוי ווי א קעניג אין פעלד, דעמאלט איז א צייט ווען יעדער איינער באקומט א שמייכל פונעם קעניג, אן קיין אונטערשייד ווער מען איז; דאס האט איר געטון, איר זענט געקומען אין לופט פעלד טון חסד מיט די זיבעציג מענטשן, זיי געברענגט דריי סעודות - צוויי מאל פרישטאג און נאכטמאל, איר האט זיך געטראפן מיט'ן קעניג אין פעלד, דאס וועט אייך זיין א גרויסע זכות יעצט ווען מען פארשרייבט וואס וועט זיין דעם קומענדיגן יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן א שנה טובה ומבורכת, איר און אייער גאנצע משפחה; איר זאלט ווייטער קענען טון גוטס.


א גמר חתימה טובה.

#21 - אז דו ביסט געקומען וואוינען אין שטעטל, זאלסטו העלפן בויען דעם שטעטל
חסד, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


 


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו.


ברוכים הבאים בשם ה'!


איך בין היינט געווען אין שטעטל באזוכן די חדר, האב איך געזען דיין זון נרו יאיר; איך האב נישט געוואוסט אז דו האסט זיך שוין אריבערגעצויגן אין שטעטל.


איך בין זייער פרייליך צו הערן די גוטע נייעס אז נאך א חשוב'ע משפחה איז געקומען וואוינען אין קרית ברסלב, מיט'ן ציל צו געבן די גוטע חינוך – וואס דו האסט באקומען אין ישיבה אויף די עלטער – פאר דיינע קינדער אין זייערע יונגע יארן.


אז דו ביסט געקומען וואוינען אין שטעטל וויל איך דו זאלסט העלפן בויען דעם שטעטל, נישט סתם וואוינען וכו'; איך ווארט דו זאלסט מיר שרייבן וואס דו טראכסט צו טון צוצוגעבן אויפצושטעלן דעם שטעטל, עס זאל ארויסגיין א ליכטיגקייט פאר די גאנצע וועלט.


א גוט געבענטשט יאר.

#20 - אין הימל איז זייער חשוב דער וואס איז משמש דעם רבי'ן
מוסדות, זיכוי הרבים, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחקותי, כ' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר מיט'ן בויען די שיינע מוסדות היכל הקודש.


דא זעט נישט יעדער דאס שיינקייט און גרויסקייט פון העלפן בויען דעם רבינ'ס מוסדות, אבער אויבן אין הימל איז זייער חשוב דער וואס איז משמש דעם רבי'ן; אלע זענען מקנא דעם וואס זוכה צו משמש זיין דעם רבי'ן, אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד ובהשמטות שם): "וִיקַנֵּא מְאֹד אֶת הַמְקֹרָבִים אֵלָיו", אלע וועלן מקנא זיין מיינע מקורבים, "מִכָּל שֶׁכֵּן אֶת מִי שֶׁזּוֹכֶה לְהוֹשִׁיט לוֹ אֵשׁ וְכוּ'", בפרט די וואס העלפן מיר אפילו נאר מיט'ן ברענגען פייער וכו'.


איך בין מקנא דיין זכות מיט די חסד וואס דו טוסט, דו זארגסט עס זאל זיין עסן פאר אנשי שלומינו און פאר די מלמדים; איך פערזענליך מיט מיין משפחה זענען זיך מחי' מיט די עסן.


זיי ממשיך מיט דיינע גוטע מעשים; לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם און זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם - וועסטו זוכה זיין צו גרויסע נסים.


א גריס פון דיינע קינדער, זיי זענען ליכטיג און טייער.

#19 - משיח וועט קומען בזכות חסד
שלום בית, חסד, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, ה' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זיך זייער געפריידט צו זען אז דו לערנסט דעם דף גמרא; דו האלסט מיט דעם סדר צו לערנען טעגליך דעם דף.


אויך האב איך הנאה געהאט אז דו האסט זיך דערמאנט בשעת'ן לערנען (שבת נג:) די מעשה מיט דעם איד וואס האט חתונה געהאט מיט א געלעמטע פרוי, "וְלֹא הִכִּיר בָּהּ עַד יוֹם מוֹתָהּ", ער האט נישט געטראכט אז זי איז געלעמט; האסט זיך דערמאנט די שיעורים וואס מיר רעדן כסדר פון די מעשה, איבער דאס גרויסקייט פון דעם מענטש וואס האט נאר געזען די מעלות פון זיין ווייב.


זיי ממשיך מיט דיין חסד; מוהרא"ש זאגט אז משיח וועט קומען בזכות חסד, בזכות די העראאישע אינגעלייט פון "חברה הצלה" וואס זענען זיך מוסר נפש פשוטו כמשמעו צו ראטעווען אידישע קינדער.


זיי ממשיך צו ראטעווען אידן; געדענק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לז.): "כָּל הַמְקַיֵּם נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל", דער וואס ראטעוועט איין איד, "מַעֲלֶה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא", איז אזוי ווי ער האט געראטעוועט די גאנצע וועלט.


איך האב דיר ליב.

#18 - ברוך ה' אז דו ביסט שוין געזונט און שטארק
רפואה, הפצה, פסח, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר,


מי שגמלך כל טוב הוא יגמלך כל טוב סלה!


הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו אז דו שפירסט שוין גוט, דו ביסט צוריק געזונט און שטארק בזכות די אלעס חסדים; די צדקה און גמילות חסד וואס דו טוסט טאג און נאכט.


איך דאנק דיר פאר'ן זארגן פאר מיר און פאר אנשי שלומינו אויף קמחא דפסחא, א יישר כח פאר די עסן; די פיש און פלייש, אייער און וויין וכו', וכו'; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיין געזונט און שטארק, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): פִּ'זַּר נָ'תַן לָ'אֶבְיוֹנִים איז א סגולה לָחֳלִי נוֹפֵל רַחֲמָנָא לִצְלָן, און אזוי אויך פאר אלע מחלות ה' ירחם.


זיי ממשיך מיט'ן העלפן דרוקן און פארשפרייטן די ספרים פון רבי'ן וועסטו האבן א רפואה אויף די פוס, דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדקה, חלק ב', סימן א) אז דאס איז א רפואה פאר חולי כאב רגלים, פוס ווייטאג.


איך בעט פאר דיר און איך האב דיר ליב.


דיין ראש ישיבה.

#17 - מ'שפירט א פרייליכקייט אין שטעטל
חסד, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערער תלמידים שיחיו, תושבי קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט אייך שבת; מען שפירט דארט א פרייליכקייט, מען קען שפירן די אחדות צווישן אלע איינוואוינער.


ערב שבת בין איך געווען אין בית התבשיל, איך האב זייער הנאה געהאט צו זען ווי עס איז צוגעשטעלט מכל טוב. יעדער איינער וואס דארף עפעס אויף שבת; חלות, פיש, פלייש וכדומה, האט וואס אהיים צו טראגן.


איך וויל ענק בעטן מיט מיין גאנצע הארץ איר זאלט זיך קובע זיין צו קומען אינדערפרי לערנען און דאווענען; דער גאנצער טאג גייט אנדערש ווען מען הויבט איר אן מיט תורה און תפילה.


באזונדער בעט איך די אינגעלייט וואס לערנען הלכה פארטאגס צו קומען צייטליך לערנען צוזאמען הלכות טהרה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - זיי מקרב די שטילע פארמאכטע מיידלעך
מדות טובות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו זאגסט יעדן טאג תהלים און יעצט האסטו מסיים געווען די זיבעטע מאל 'ספר תהילים'; דער הייליגער צמח צדק זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען מענטשן וואלטן געוואוסט דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים וואלט מען שטענדיג עוסק געווען אין תהלים".


איך בעט דיר זייער זאלסט מקרב זיין אלע מיידלעך וואס זענען בטבע פארמאכט וכו'; זוך זיי אויף און מיט זיי זאלסטו שפילן. אסאך מאל מיינט מען אויף א מיידל אז זי איז שטיל און זי וויל נישט שמועסען וכו', קיינער טראכט נישט וואס ליגט אונטער איר שטילקייט, קיינער זעט נישט איר צעבראכענע הארץ ווי זי שעמט זיך אז זי האט נישט מיט וועם צו שמועסן, בעט איך דיר דו זאלסט אייביג מקרב זיין מיידלעך וואס זיצן אין די זייט וועט דער אייבערשטער דיר אויך מקרב זיין, דער אייבערשטער וועט דיר געבן ליבשאפט און ווארעמקייט, ווייל (סוטה ח:): "בְּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך אויף, אזוי פירט זיך דער אייבערשטער מיט אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט נאר א טובה צו טון פאר א צווייטן איד
זיכוי הרבים, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער אז איר פארשטייט שוין אליינס וואס איר האט צו טון בנוגע הפצה וכו', וכו'; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט נישט מיד ווערן, נאר ממשיך זיין צו העלפן אידישע קינדער, בפרט אידישע פרויען, אויסגעמוטשעטע מאמעס, צעבראכענע ווייבער וואס האבן קוים כח אנצוגיין מיט זייער לעבן - זיי פרייליך מאכן און אריין שיינען אין זיי דעם רבינ'ס ליכט, זיי זאלן האבן כח אנצוגיין מיט'ן טאג טעגליכן לעבן.


שטארקטס אייך מיט אייער הפצה; דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו האט נאכגעזאגט פון זיין רבי'ן, דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו וואס האט געהערט פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט און לעבט דא אפ זיבעציג אכציג יאר - נאר כדי א טובה צו טון פאר א צווייטן איד".


איך דארף מקצר זיין איך בין זייער פארנומען; איך וועל אייך נאך שרייבן מער באריכות.

#14 - טון חסד אויך אינדערהיים
שלום בית, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


וואויל איז דיין חלק אז דו האסט גענומען אויף זיך די מצוה פון חסד; דו זארגסט פאר יעדן איינעם מיט אזא איבערגעגעבנקייט, דו זארגסט אז אלע זאלן האבן עסן, קליידער וכו', וכו'; איך בין מקנא דיין מצוה.


איך וויל דיר מחזק זיין אז דו זאלסט נישט פארגעסן פון דיין ווייב תחי'; ווען מען דארף זיין אין שטוב, ווען זי ווארט אויף דיר – זאלסטו אלעס אפלאזן און שנעל אהיים לויפן.


געדענק אז דיין ווייב איז דיין לעבן; זי דארף דיך און ווארט אויף דיר, זי איז א גאנצן טאג מיט די קינדער, זי ציילט די שעות און מינוטן ווען דו קומסט שוין אהיים. זאלסטו זיך נישט פארזוימען; בלייב נישט שמועסן מיט דעם און מיט יענעם, גיי אהיים איר העלפן.


לעש אויס אלע דיינע טעלעפאנען ווען דו קומסט אהיים; איך ווייס נישט וויפיל טעלעפאונס דו האסט, עס איז נישט קיין נפקא מינה וויפיל, אלעס לעש אויס אז ווען דו ביסט מיט דיין ווייב זאלסטו טאקע זיין מיט איר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - מיט חסד וועט זיך בויען די שטעטל
הפצה, אחדות, עצתו אמונה, חסד, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איר זאלט זיין געבענטשט מיט אלע ברכות פונעם אייבערשטן פאר'ן אהערשטעלן הילף פאר קימפעטארנס צו קאכן עסן, מיט'ן צוזאמנעמען אלע פרויען פון שטעטל, יעדער זאל העלפן איינער דעם צווייטן.


געבטס איבער פאר אלע פרויען אנשי שלומינו, אז מיט חסד וועט זיך בויען די שטעטל, און מיט אחדות און ליבשאפט וועלן מיר מצליח זיין. מוסדות בויט זיך נישט מיט געלט און מאכט, קהילות בויען זיך נישט פון נגידים און עשירים, נאר דורך אחדות און ליבשאפט.


שטארקטס אייך און זייטס ממשיך מיט'ן איבערטייטשן די שאלות ותשובות פון ספר עצתו אמונה – אויף די ענגלישע שפראך; די מפיצים זאגן אז מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ענגלישע בריוו, עס מאכט ליכטיג אזויפיל אידישע שטובער, כשמו כן הוא: "די ליכט פון אמונה". אויך ליינט מען דאס פאר אויף די האטליין, סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען, הונדערטער מענטשן זענען זיך מחי' מיט דעם; דאס אלעס גייט פאר אייך א זכות, און פאר אייערע דורות.


א גוט שבת.

#12 - אומגעבעטענע טובות
מדות טובות, חסד

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב הנאה צו הערן ווער עס האט דאס געשיקט.


אים קענסטו זאגן יישר כח, אבער דיר זאג איך אז דאס איז נישט דער וועג פון העלפן, ווייל קיין איין זאך פון דעם שבת פעקל עסן מיר נישט, איך האב דעם גאנצן שבת פעקל געשיקט צו א שכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - איך בין מקנא דיינע זכותים מיט'ן אויסטיילן עסן פאר אנשי שלומינו
שלום בית, חינוך הילדים, שבת קודש, חסד

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


שטארק זיך מיט דיינע גוטע מעשים וואס דו טוסט; איך בין מקנא דיינע זכותים מיט'ן אויסטיילן עסן פאר אנשי שלומינו. דער אייבערשטער זאל דיר באגליקן מיט אלעס גוטס בזכות די מצוה וואס דו טוסט.


איך האף אז דאס איז מיט'ן פולסטן הסכמה פון דיין ווייב תחי', ווייל חסד הייבט זיך אן אין שטוב. בעט איך דיר דו זאלסט העלפן דיין ווייב מיט די שטוב ווירטשאפט און זיך אפגעבן מיט די קינדער וויפיל דו קענסט, ובעיקר שבת זאלסטו זינגען און טאנצן א גאנץ שבת: "אה מחי' שבת, אה מחי' שבת, אה מחי' איך היט שבת!" – מיט'ן ניגון.


אויפ'ן וועג צום שול און פון שול אהיים – זאלסטו אריין לייגן אין דיינע קינדער אמונה, תפילה און התבודדות, וועסטו האבן שיינע ערליכע דורות.


יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט דעם מוסד.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#10 - טון חסד נאר אויפ'ן ריכטיגן וועג
חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט גענומען אויף זיך אזא געוואלדיגע מצוה פון ברענגען עסן פאר אנשי שלומינו.


איך האף אז דו וועסט פון יעצט אנהייבן ברענגען עסן אויך אין שטעטל פאר די משפחות וואס האבן נישט אויף שבת, אין דעם זכות וואס דו געבסט זיך אוועק בלב ונפש פאר אידישע קינדער זאלסטו האבן גרויס שפע און נחת ביי דיינע קינדער.


בנוגע העלפן ... נרו יאיר ער זאל נוצן דיין נאמען צו קויפן א קאר; אז דו ווילסט אים העלפן זאלסטו אים העלפן אויפבויען זיין אייגענע נאמען, דאס איז די ריכטיגע וועג פון העלפן. עס איז נישט כדאי צו געבן דיין נאמען וכו'; אז מען טוט חסד אויף די נישט ריכטיגע וועג ברענגט דאס נאכדעם צו גרויסע פראבלעמען וד"ל.


זע ווייטער ממשיך צו זיין מיט'ן טיילן עסן פאר די משפחות, סיי אין ישיבה אין וויליאמסבורג און סיי אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - חסד איינער מיט'ן צווייטן
חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


זאג דיין ווייב תחי' אז איך דאנק איר פאר'ן העלפן מיין ווייב תחי' און אין זכות פון טון חסד מיט א צווייטן וועט איר זוכה זיין צו געהאלפן ווערן מיט קינדער בקרוב.


דאס איז ממש מיין חלום וואס איך וויל באווייזן, אויפצושטעלן א קהלה בישראל וואס יעדער איינער אן אויסנאם – מענער, פרויען, קינדער און בחורים זאלן טון חסד איינער מיט'ן צווייטן. אז מען זעט א פרוי איז אנגעשטרענגט מיט איר ארבעט זאל מען איר ארויסהעלפן – זה בכה וזה בכה, פרויען זאלן זיך ארענזשירן צו העלפן קימפעטארנ'ס מיט'ן קאכן נאכטמאל וכדו'; מען זאל נעמען קינדער איינער פון צווייטן ווען מען דארף וכו'.


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל איך זע דיר אריין קומען אין ישיבה עפענען א משניות, א גמרא; נאר דאס וועט איבערבלייבן פונעם גאנצן מענטש, דאס איז די ריכטיגע הכנה ליום הדין.


א כתיבה וחתימה טובה.

#8 - געב א גוט ווארט פאר יענעם
חיזוק פאר מיידלעך, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב הנאה צו הערן אז עס איז דא אחדות צווישן אלע מיידלעך; מען פארברענגט צוזאמען מען טאנצט צוזאמען און מען שפילט צוזאמען, מיט דעם מאכט איר א נחת רוח פאר מוהרא"ש וואס האט מייסד געווען די סקול.


זע שטענדיג צו נוצן דיין מויל אויף גוטס; ווען דו זעסט א מיידל זאלסטו איר געבן א גוט ווארט. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ויקרא רבה לג, ב): רבינו הקדוש האט אמאל געמאכט א סעודה פאר זיינע תלמידים און ביי די סעודה האט מען געגעבן צינג פלייש, עס איז געווען ווייכע צינג און הארטע צינג, ווען רבינו הקדוש האט געזען ווי די תלמידים זוכן צו נעמען די ווייכע צינג און נישט די הארטע, האט ער זיי געזאגט: "אזוי ווי איר זוכט גוטע און ווייכע צינג און איר נעמט נישט די הארטע צינג, אזוי זאלט איר נוצן אייער צינג פון מויל נאר צו רעדן גוט און שיין איינער צום צווייטן, און נישט רעדן שלעכט".


יעצט ווען דו ביסט נאך יונג דארפסטו נאך נישט זאגן מציאת הזיווג, ענדערש זאלסטו זאגן תהילים.


שרייב מיר יעדעס מאל וואס דו ביסט מסיים תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#7 - שפיל מיט די קינדער מיט וועמען קיינער וויל נישט שפילן
חיזוק פאר מיידלעך, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט שטענדיג אויפזוכן די מיידלעך וואס קיינער חבר'ט זיך נישט מיט זיי און מיט די מיידלעך זאלסטו שפילן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמות רבה ב, ב-ג): "ווען דוד המלך איז געווען א יונגער בחור איז ער געווען א פאסטוך, פלעגט ער אלץ אכטונג געבן אויף די רחמנות'דיגע שעפעלעך און אויף די יונגע שעפעלעך זיי זאלן האבן וואס צו עסן. ער פלעגט קודם ארויסברענגען די קליינע שעפעלעך וואס זיי האבן נאך נישט קיין גרויסע ציינער און קענען נישט עסן פון אונטען ביים ווארצל וואו עס איז הארט, זיי האט ער קודם ארויסגענומען זיי זאלן אפעסן די ווייכע תבואה. נאכדעם האט ער געעפנט די טיר פאר די עלסטע שאף וואס האבן שוין גרעסערע ציינער זיי זאלן עסן פון די מיטלסטע חלק פון די תבואה און נאכדעם האט ער ארויסגענומען די מיטעלע שאף וואס זיי האבן גאר שארפע ציינער און קענען אויסרייסן די תבואה ביז די ווארצלען; האט דער אייבערשטער געזאגט פאר דוד: 'דוד, דו האסט רחמנות אויף די שעפעלעך, ביסטו ראוי צו זיין דער מנהיג ישראל', אזוי ווי עס שטייט (תהלים עח, עא): 'מֵאַחַר עָלוֹת הֱבִיאוֹ, לִרְעוֹת בְּיַעֲקֹב עַמּוֹ, וּבְיִשְׂרָאֵל נַחֲלָתוֹ'".


דו זאלסט שטענדיג אפיר זוכן די מיידלעך מיט וועם קיינער שפילט נישט אדער מען רופט זיי נישט וכו' און מיט זיי זאלסטו פארברענגען, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו גרויסע זאכן.


דו האסט מיר זייער דערפריידט מיט דיין בריוו; איך פריי זיך זייער אז דו זאגסט תהילים יעדן טאג און יעצט האסטו געענדיגט די צווייטע מאל תהילים. יעדעס מאל ווען דו ענדיגסט תהילים זאלסטו מיר שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.