בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#22 - חבר'ט אייך מיט פרייליכע חבר'טעס, וועט איר נישט זיין אזוי דערשראקן
תפילה והתבודדות, שמחה, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, מאוויס, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב וויליאמסבורג


אייער מאמע האט מיר גערופן איך זאל אייך בארואיגן; איר זענט דערשראקן צום טויט פון די נייע וואקסין, איר רופט אהיים אגאנצן צייט זיכער מאכן אז מען גייט נישט נעמען די נייע וואקסין קעגן קאראנע. אייער מאמע דערציילט מיר אז אייער חבר'טע ... רעדט אייך איין די שרעקעדיגע חלומות.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט רעדן מיט דערביטערטע מענטשן; די חבר'טע איז א צעבראכענע מיידל, זי ליגט אין בעט אגאנצן טאג, זי טוט גארנישט מיט'ן טאג, פון דעם איז זי נעבעך אריין אין א דעפרעסיע, יעצט וויל זי אייך אויך אריינלייגן אין א דעפרעסיע, פון פוסטע חלומות.


די דערביטערטע מענטשן - די האבן חיות פון שרעק און דמיונות, זייער גאנצע חיות איז פון זיך פייניגן און טראכטן: 'נאך אביסל גייט די וועלט אונטערגיין', 'נאך אביסל גייען אלע מענטשן שטארבן', 'נאך אביסל גייט מען אלעמען פאר'סמ'ען', 'נאך אביסל גייען די רייכע מענטשן שולט זיין אויף די באפעלקערונג', 'די וואקסין איז צו פאר'סמ'ען די וועלט' - און נאך אזעלכע נארישקייטן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך חבר'ן מיט פרייליכע מיידלעך; א מיידל וואס ליגט אגאנצן טאג אין בעט און טוט גארנישט, איין זאך טוט זי, קוקט און קוקט מאוויס - די זענען זייער דערביטערט און דערשלאגן, אז איר וועט ווערן זייער נאנט מיט אזא חבר'טע וועט איר אויך ווערן דערביטערט און דערשלאגן.


נעמט זיך חבר'טעס פון בית פיגא, חבר'ט זיך מיט פרייליכע מיידלעך, מיט מיידלעך וואס זייערע דיבורים זענען אייבערשטער - וועט מען אייך נישט קענען איינרעדן די נארישקייטן. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (פרקי דרבי אליעזר, פרק יג) ווען דער שלאנג האט געוואלט איינרעדן אדם הראשון ער זאל טון די עבירה - עסן פונעם עץ הדעת, האט ער געטראכט: 'אדם הראשון וועט מיר דאך זיכער נישט אויסהערן, עס איז שווער איבערצורעדן א מאן; איך וועל גיין צו חוה, איך וועל איר איינרעדן און זי וועט מיר זיכער אויסהערן, 'שֶׁהַנָּשִׁים נִשְׁמָעוֹת לְכָל הַבְּרִיּוֹת'', ווייל פרויען הערן אויס אלעמען; פרויען קען מען גרינג פארדרייען דעם קאפ, אזוי ווי מען זעט, די פרויען כאפן זיך צו צו די אלע פאנטאזיעס וכו'.


זאגט פאר אייער חבר'טע אז ליגן אין בעט טאג און נאכט און גארנישט טון - דאס איז א סכנה, דאס מאכט מען זאל שטארבן, קוקן טאג און נאכט מאוויס - דאס איז שעדליך, דאס מאכט מען זאל נישט האבן קיין קינדער השם ישמרינו.


 געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, וואס איר דארפט זאלט איר נאר בעטן פונעם אייבערשטן. דער אייבערשטער פארשטייט אלע שפראכן און הערט אויס יעדן איינעם; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מדרש דברים רבה ב, טז): עס איז געווען אמאל א שטורעם ווינט אויפ'ן וואסער, און א שיף איז פארבלאנדזשעט געווארן און אנגעקומען צו א ווייטע שטאט, אויפ'ן שיף האבן זיך געפונען איין איד מיט אסאך גוים, ווען דער שיף איז אנגעקומען צו די פרעמדע מדינה זענען אלע גוים צוגעקומען בעטן פון דעם איד ער זאל זיי גיין קויפן עסן, האט דער איד זיי צוריק געפרעגט מיט וואונדער: "איך בין דען באקאנט דא, אז איר אלע קומט מיר בעטן איך זאל קויפן עסן?" האבן אלע גוים אויסגעשריגן צו דעם איד און געזאגט: "א איד איז קיינמאל נישט אליין, א איד האט אייביג דעם אייבערשטן מיט זיך".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#21 - בוי ארויס דיין הויז, און מאך זיכער צו האבן א פלאץ פאר א סוכה
חינוך הילדים, שלאפן, מאוויס, סוכות, דירה, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב.


בנוגע ארויס בויען וכו'; אודאי זאלט איר ארויסבויען אייער דירה. איך ווייס אויך אז דער עיקר איז א בית נצחי, דאס בלייבט פונעם מענטש; אבער אז איר האט יעצט די מעגליכקייט ארויסצובויען און אויב איר וועט ווארטן וועט איר נישט קענען דארט בויען, די שכנים וועלן אלעס פארשטעלן וכו' - זאלט איר זיך שוין נעמען דערצו. אז איר האט נישט קיין געלט זאלט איר בארגן און דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע ניסים, איר וועט עס קענען שנעל באצאלן.


בנוגע די פארטש פאר די סוכה; אויף דעם זאלט איר אויך בארגן געלט און שוין מאכן א פארטש אז איר זאלט קענען האבן א סוכה. א איד דארף האבן א פלאץ פאר א סוכה; ווען מען גייט קוקן א דירה, אנשטאט קוקן אויף נישט וויכטיגע זאכן דארף א איד גלייך טראכטן פון די מצוות, פון די ימים טובים, צי ער וועט קענען האבן א סוכה פאר די משפחה, דעריבער זאלט איר אודאי מאכן די פארטש. דער אייבערשטער זאגט אויף דעם (ביצה טו:): "לִוּוּ עָלַי וַאֲנִי פּוֹרֵעַ"; ביי דעם איז אויך געזאגט געווארן: "חוּץ מֵהוֹצָאַת שַׁבָּתוֹת, וְהוֹצָאַת יָמִים טוֹבִים, שֶׁאִם פָּחַת פּוֹחֲתִין לוֹ, וְאִם הוֹסִיף מוֹסִיפִין לוֹ" - אויב מען געבט אויס געלט פאר שבת און יום טוב געבט דער אייבערשטער נאך מער שפע.


בנוגע אז דו און דיין ווייב גייען שלאפן שפעט און דער גאנצער סדר איז צעפארן; אלע משפחות מוטשען זיך מיט דעם, ווייל ווילאנג מען לייגט שלאפן די קינדער און מען איז מסדר די שטוב - ווערט שפעט, און מען דארף דאך אויך אביסל שמועסן מאן און ווייב, קומט אויס אז מען גייט שלאפן שפעט און מען שטייט אויף שפעט, נעמט אייך נישט צום הארצן פון דעם.


בנוגע אייער קינד וכו'; מען מעג ארויסלייגן א קינד אינדרויסן פון שטוב ער זאל שטיין ביי די טרעפ ביז ער בארואיגט זיך, ביז ער הערט אויף ווילדעווען. אזוי טו איך אויך; ווען איך זע ביי די גאר קליינע קינדער אז זיי פאלגן נישט, לייגט מען זיי שטיין אינדרויסן ביז זיי נעמען זיך פאר צו פאלגן.


געבט אכטונג דאס צו טון ווען זיי זענען נאך יונג, א שאד קינדער זאלן אויפוואקסן נישט פאלגעדיג; שפעטער איז שווער דאס צו פועל'ן, מען דארף דאס פועל'ן ווען זיי זענען נאך יונג. יונגע קינדער פון דריי יאר דארפן וויסן אז א ווארט פון מאמע איז א ווארט און א ווארט פון טאטע איז א ווארט - אן קיין פשרות.


בנוגע קוקן אין שטוב קליפס וכו'; דאס איז נישט כדאי. ברענגט נישט אריין קיין שום כלי וואס מען קען קוקן אויף דעם קליפס - אפילו ערליכע קליפס, ווייל דאס קען זיך ענדיגן נישט גוט.


שטארק זיך, גיי ווייטער אן מיט דיינע שיעורים כסדרן און זיי זיך מתבודד; גיי שפאצירן מיט'ן אייבערשטן, וואס עס ליגט דיר אויפ'ן הארץ זאלסטו אים בעטן.


זייט מתפלל פאר מיר, ווייל מען שלאגט מיר און מען האקט מיר; איך דארף רחמי שמים איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין.

#20 - מאוויס איז נישט גוט פאר א מענטש
תפילה והתבודדות, צרות, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


קוק נישט קיין שמוציגע מאוויס; דאס איז נישט גוט פאר'ן מענטש און דאס שאדט שפעטער פאר'ן לעבן. אז מען קוקט שמוציגע קליפס און עקעלדיגע מאוויס ווערט מען דעפרעסט; אין אנהייב זעט אויס כאילו מען גייט אריין אין א ליכטיגע וועלט אבער נאכדעם שפירט מען ווי דאס לעבן ווערט אויס.


פאלג מיר, קוק נישט קיין מאוויס; עס איז א שאד פאר דיין לעבן. דו ביסט א יונגע מיידל און עס ווארט דיר א שיינעם עתיד, נאך אביסל וועסטו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב, פארוואס זאלסטו זיך אליינס חרוב מאכן דיין שיינעם עתיד? שמירת עיניים איז נישט נאר פאר מענער, שמירת עיניים איז פאר פרויען אויך א מצוה.


בנוגע דיינע ווייטאגן וואס דו גייסט אריבער; דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות'; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ, מען זאל דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, וואו דער יצר הרע ווארפט אלץ אראפ און אז וויפיל מאל מען וויל שוין זיין גוט פאלט מען נאכאמאל צוריק אריין אין בלאטע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - אנשטאט א גלאנציגע טעלעפאן, האסטו א גלאנציגע לויטערע שטוב
שלום בית, מאוויס, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב באקומען א הערליכע גרוס אויף דיר, דיין ווייב האט מיר געשריבן א בריוו; זי שרייבט אז זייט דו האסט פארמאכט וואט"ס עפ"פ איז אלעס אנדערש, זי שפירט אז זי האט א מאן, זי האט מיט וועם צו שמועסן, דיין מח איז אינדערהיים.


בעפאר דעם פלעגט זי זייער אסאך וויינען שטילערהייט צום אייבערשטן זי זאל האבן א מאן וואס די מח איז אין שטוב, וואס לויפט נישט יעדע מינוט צום טעלעפאן.


איך האב זייער הנאה אז דו האסט געהאט די שטארקייט אפצולאזן די גלאנציגע בליטשקעדיגע טעלעפאן, אנשטאט דעם האסטו א גלאנציגע בליטשקעדיגע לויטערע שטוב.


 

#18 - ס'זאל נישט אריינקומען אין די דירה קיין אינטערנעט און מאוויס
קדושה, בחור, אינטערנעט, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב.


געבענטשט זאלסטו זיין פאר'ן מיר העלפן מסדר זיין פאר די בחורים א פלאץ וואו צו שלאפן.


אבער איך בעט דיר און איך ווארן דיר, דו דארפסט אכטונג געבן אז אין דיין דירה זאל נישט אריין קומען קיין שום כלי וואס מען קען זיך מחבר זיין מיט אינטערנעט און קיין שום כלי וואס מען קען זען דערויף מאווי"ס רחמנא לצלן.


אויב וועט נישט זיין אין דירה בחורים מיט מאווי"ס, קליפ"ס וכדומה, וועט עס זיין אפגעהיטן פון א שמירה עליונה; אלע וועלן חתונה האבן, אלע וועלן אויפשטעלן ערליכע שטובער, ווידער אויב וועט זיין אין דיין דירה עבירות וועט די שכינה הקדושה אוועקגיין. די תורה זאגט (דברים כג, טו): "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", עס וועט זיין זייער ביטער.


א דירה קען זיין זייער מסוכנ'דיג אויב עס איז נישטא קיין אחריות.


דו ביסט אחראי אויף אלע בחורים וואס שלאפן מיט דיר.

#17 - נישט צוגעוואוינען קינדער צו קוקן מאוויס
חינוך הילדים, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


וואס מאכסטו עפעס? וואס הערט זיך? אמאל פלעגסטו מיר שרייבן דיינע סיומים, איך פלעג זיך זייער מחי' זיין.


א גרוס פון דיינע קינדער, זיי זענען זייער ליכטיג און טייער; עס איז א שאד זיי זאלן זיך צוגעוואוינען צו קוקן מאווי"ס, זיי דערציילן אין סקול אז זיי קוקן אויף זייער טעבלעט וכו'. זיי זענען אזוי נשמה'דיג און הארציג, יונגע שעפעלעך; יעצט איז אפשר גרינגער זיי שטיל צו מאכן מיט דעם, זיי זאלן נישט מוטשען, אבער וואס וועט זיין ווען זיי וועלן עלטער ווערן? דעמאלט וועט מען עס נישט קענען אוועקנעמען פון זיי.


איך שרייב דיר נאר ווייל איך וויל דיין טובה.


 

#16 - מאך פרייליך דיין ווייב, זיי נישט פארנומען מיט דיין טעלעפאן
שלום בית, מאוויס, נייעס, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


מיט דעם וואס מיר האבן שוין גערעדט, שפיר איך אז איך דארף דיר שרייבן.


דיין ווייב איז געווען ביי מיר ערב יום הכיפורים, זי האט זייער געוויינט אז זי וויל אן ערליכע ריינע שטוב; עס טוט איר זייער וויי אז דו קוקסט מאווי"ס, נייעס. זי זאגט אז זי האט דיר זייער ליב, עס שטערט איר אז דו ביסט מפקיר דיינע אויגן.


דעריבער בעט איך דיר פון די טיפעניש פון מיין הארץ דו זאלסט אוועקווארפן דיין טעלעפאון וכדומה, דו זאלסט נישט קוקן די אלע זאכן; גלייב מיר, עס איז נישטא וואס צו קוקן, אלעס איז דמיונות, אלעס איז אן אויג פארבלענדעניש; דו וועסט זיין אסאך מער פרייליך אז דו וועסט נישט קוקן קיין שום זאך, נישט קיין ספארט"ס, נישט קיין מאווי"ס, נייעס.


דו האסט דאך א טייערע ווייב, זי וויל לעבן מיט דיר, זי וויל זיין מיט דיר; אנדערע וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא געטרייע ווייב וואס דו האסט.


זיי נישט ברוגז אז איך זאג דיר; איך זאג דיר נאר ווייל איך האב דיר ליב, איך וויל זען אביסל נחת ביי מיינע תלמידים.


שרייב מיר דיינע שיעורים, וויפיל דו לערנסט און וואס דו לערנסט.

#15 - ארויסגעבן קליפס פון אמונה
הפצה, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך ווארט צו הערן פון דיר ווען דו גייסט שוין ארויסגעבן נאך קליפס פון ניגוני אמונה.


היינט זענען מענטשן אזוי פאר'תמ'ט, מען האט נישט קיין געדולד צו לערנען, צו ליינען און צו הערן דרשות, נאך איין זאך איז געבליבן וואס זאל אינטערעסירן מענטשן, קוקן קליפס און וואטשן ווידיאוס, דארף מען צעברעכן די קליפות מיט די קליפיס, מיט קליפיס פון אמונה.


הלואי זאלסטו ארויסגעבן כאטשיג איין מאל א וואך א קליפ; דערמאן זיך ווי אזוי דו אליינס ביסט מקורב געווארן, נאר פון א קליפ, קוק זיך אן היינט וואס דער רבי האט געמאכט פון דיר.

#14 - זייט קלוג, און האלט אייך וואויל און ערליך
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, מאוויס, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', מאנטשעסטער.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי שטארק איר זענט זיך מחזק מיט'ן הייליגן רבינ'ס וועג און פון אייער שטארקייט נישט צו ווערן צעפאלן פון אלע וואס שפעטן וכו'.


איר זענט א גרויסע צדקת און א קלוגע מיידל אז איר זענט געשטאנען ווייט אין קעמפ פון די מיידלעך וואס האבן זיך אויפגעפירט ווי די גוים מיט זייערע עקלדיגע מעשים השם ישמרינו; נאך אביסל וועט איר טרעפן א גוטע שידוך, איר וועט אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב און מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן.


בנוגע אייער טאטע וכו'; מיר דארפן טון וואס דער אייבערשטער זאגט, דער אייבערשטער זאגט מען דארף מכבד זיין א טאטע אן קיין תנאים, אפילו דער טאטע זאל זיין צעבראכן און צעקלאפט, ער איז אזוי אראפגעפאלן ביי זיך אז זיין אויפפירונג איז נישט ווי עס דארף צו זיין - דארף מען אים אויך מכבד זיין.


דאנקטס דעם אייבערשטן אז אייער מאמע איז א צדקת, זי פירט זיך מיט יראת שמים; האלט זיך שטארק מיט איר, גייטס אין אירע וועגן און אין די זעלבע צייט זאלט איר מכבד זיין אייער טאטע ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, אפילו איר האט אים נישט ליב.


בנוגע די מאווי"ס וואס איר האט אוועק געווארפן; איר ווייסט נישט וואס פאר א גוטע זאך איר האט געטון פאר זיך, איר ווייסט נישט ווי שיין און גוט אייער לעבן וועט אייך זיין. ווען מיידלעך זאלן וויסן ווי שלעכט עס איז פאר זיי דאס קוקן מאווי"ס - וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגעהויבן דאס צו קוקן, עס הרג'עט דאס לעבן. איך האף אז איר וועט פארגעסן פון אלע מאווי"ס און איר וועט מער נישט ליב האבן די עקטערס.


זאגטס ווייטער תהילים, פרובירטס צו ענדיגן יעדע וואך תהילים, דאס וועט אויסוואשן אייער נשמה איר זאלט זיין ריין און לויטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#13 - בחורים זאלן נישט האבן טעלעפאונס וואס מען קען קוקן דערויף מאוויס
קדושה, ישיבה, מאוויס, עבירות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, ט' באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל נישט בחורים זאלן האבן אין ישיבה טעלעפאונס וואס מען קען קוקן דערויף מאווי"ס, קליפ"ס וכדומה לזה.


דו העלפסט מיר מיט די בחורים, זאלסטו זיי זאגן אז מען קען נישט זיין אין ישיבה און אין קעמפ מיט א טעלעפאן וואס מען קען זען דערויף עבירות.


איך בוי די פלאץ מיט מסירות נפש, עס קומט מיר נישט אן גרינג; איך שפיר יעדן טאג ווי דאס איז עס. בעט איך דיר זאלסט מיר העלפן מיט דעם, ווען דו זעסט א בחור מיט א טעלעפאן וואס מען קען זען אויף דעם עבירות זאלסטו אים שיינערהייט זאגן אז מען קען נישט זיין אין ישיבה מיט עבירות.


איך האב דיר געבעטן אינמיטן די קינות זאלסט גיין אין די דירה וואו די בחורים שלאפן, איך האב געדארפט ענדיגן די שיעור ווייל איך האב נישט געהאט קיין מנוחה דערפון.

#12 - ענטפער נישט א טעלעפאן רוף פון א פרעמדע נומער
חינוך הילדים, פרנסה, קאמפיוטער, חיזוק פאר מיידלעך, מאוויס, שערן די האר, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', ברוקלין.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס ווייזט זיך אויס פון אייערע ווערטער אז איר זענט א גרויסע יראת שמים, איר זענט א קלוגע מיידל; איר זענט זעכצן יאר און איר ווילט שוין חיזוק אויף שפעטער ווען איר וועט בעזר השם טרעפן אייער באשערטע זיווג - אז איר זאלט קענען טון וואס אייער מאמע תחי' טוט, זיך אפשערן די האר און נישט נאכגיין אייערע שוועסטערס וואס זיי האבן יא געלאזט זייער האר.


איך בין זייער פארנומען, דאך מוז איך זיך מאכן צייט צו ענטפערן אויף אייער בריוו, ווייל איך זע ווי שטארק די הייליגע צדיקים האבן זיך מוסר נפש געווען אריין צו ברענגען ריינקייט ביי אידישע קינדער; זיי האבן געבלוטיגט פאר אידישע קינדער אז זיי זאלן זיך פירן הייליג, זיי האבן אזויפיל געטון צו פועל'ן ביי אידישע טעכטער זיי זאלן זיך אפשערן די האר, וועל איך אייך שרייבן אביסל חיזוק.


די בעסטע חיזוק וועט זיין פאר אייך אז איר זאלט יעדן טאג איבער חזר'ן דעם שטיקל זוהר וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דאס וועט אייך געבן שטארקייט איר זאלט נאכגיין אייער מאמע תחי' און נישט זוכן נייע וועגן.


דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער; א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


דעם שטיקל זוהר זאלט איר איבער'חזר'ן יעדן טאג ביז אייער חתונה; זאגטס ארויס די הייליגע ווערטער, אויך די טייטש; וועט דאס אייך געבן כח צו טון דאס ריכטיגע.


אויף אייער פראגע וועגן א טעלעפאן; אז אייער מאמע און אייער שולע לאזן אייך האבן א טעלעפאן קענט איר דאס האבן, אבער געבט זיך אכטונג איר זאלט קיינמאל נישט ענטפערן א טעלעפאן רוף ווען איר ווייסט נישט ווער דער רופער איז, און אויך נישט צוריק שרייבן פאר א פרעמדע נומער. ליידער זענען דא קראנקע מענטשן וואס זוכן אומשולדיגע מיידלעך זיי אריין צו כאפן אין זייער נעץ, זיי פרובירן צו שרייבן און רופן, און נעבעך - אומשולדיגע קינדער ווען מען לערנט זיי נישט פון וואס זיך אכטונג צו געבן, פאלן קרבנות.


איר מעגט האבן א טעלעפאן אויב דאס איז מיט רשות פון די עלטערן און די שולע, אבער געבטס אכטונג אז איר זאלט דאס נוצן נאר פאר גוטע זאכן.


אויף אייער פראגע אז איר ווילט זיך לערנען וכו' און אייער טאטע וויל נישט האלטן א קאמפיוטער אין שטוב; איך פארשטיי אז אייער פראגע איז נישט בעצם צי איר זאלט זיך בכלל לערנען די פאך, וואלט איר ווען געפרעגט צי איר זאלט זיך בכלל לערנען די פאך וואלט איך אייך געזאגט וואס פעלט אייך דאס אויס, איר זענט דאך שוין באלד גרייט אנצוהייבן בויען א שטוב, איז וואס איז אייער פלאן אין לעבן? איר ווילט זיין א געטרייע מאמע, אויפציען א שטוב מיט קינדער און איבערלאזן נאך זיך ליכטיגע אידישע דורות - אדער ווילט איר זיין פארנומען מיט די ארבעט? איז וואס פעלט אייך אויס זיך צו לערנען א פאך?


אויף אייער פראגע אז איר ווייסט נישט וואס צו טון, איר זעט מיט אייערע אויגן ווי די שטוב פאלט איין; איר זענט געווען א שיינע שטוב, א חסידי'שע שטוב און יעצט זעט איר ווי אייערע געשוויסטער רוקן זיך אוועק וכו' וכו', זיי האבן סמארטפאונס, זיי לאזן די קליינע קינדער קוקן מאווי"ס השם ישמרינו; דאס איז זייער א ווייטאגליכע זאך, ליידער איז דאס איינגעבראכן ביי אסאך משפחות, מענטשן מיינען אז זיי טוען א טובה פאר די רבנים און דיינים וואס בעטן זיך, זיי וויינען און שרייען: "רבותי, עס ברענט א פייער, עס איז נישט קיין קינדער שפיל, מענטשן פארלירן זייער לעבן; שטיבער פאלן צאם, נעמט נישט קיין טעלעפאן אין שטוב, ברענגט נישט אריין קיין קאמפיוטער, טעבלעט וכו' וכו'".


דאס דארף אייך געבן שטארקייט אז איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט באקומען א ריינע בחור וואס האט נישט קיין סמארטפאון, און איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן אז איר, אייער מאן און אייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


אויף אייער פראגע וועגן זומער, צי איר זאלט נעמען אן אפיס ארבעט אדער ארבעטן אין סקול; זיכער זאלט איר זוכן אן ארבעט אין א סקול ווי צו גיין אין אן אפיס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - איר זאלט קיינמאל נישט טענה'ן מיט אייערע עלטערן
חסידות ברסלב, כיבוד אב ואם, שבת קודש, מוהרא"ש, חיזוק פאר מיידלעך, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', פתח תקוה.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבטס אכטונג אויף די מצוה פון כיבוד אב ואם; איר זאלט קיינמאל נישט טענה'ן מיט אייערע עלטערן. מען גייט נישט אין קיין וויכוחים מיט קיינעם אויף דער וועלט און זיכער נישט מיט עלטערן.


דאס וואס זיי ווילן אייך נעמען צו א דריטן מענטש אז יענער זאל פסק'נען אויב איר מעגט הערן די שיעורים און חיזוקים פון הייליגן רבי'ן; האטס נישט מורא צו גיין, און אז יענער וועט אייך זאגן אז איר טארט זיך נישט מחזק זיין און איר טארט נישט לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער - זאלט איר זיך נישט טענה'ן און זיך נישט דערשרעקן.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, אז ווען זיין טאטע זכרונו לברכה האט זיך דערוואוסט אז ער - מוהרא"ש לערנט ברסלב'ע ספרים, האט ער אים געטראגן צו איינעם פון די גרויסע צדיקים אז דער צדיק זאל אים אפרעדן און באפעלן זיך צו דערווייטערן פון די ספרים. ווען דער צדיק זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר מוהרא"ש אז ער זאל נישט לערנען די ברסלב'ע ספרים האט מוהרא"ש אים געענטפערט מיט עזות דקדושה און געזאגט: "אפילו דער רבי וועט מיר אראפ ברענגען פון הימל שטיקער פייער, מלאכים און שרפים, און זיי וועלן מיר זאגן אז איך זאל נישט לערנען די ספרים וועל איך זיי אויך נישט אויסהערן; ווייל אז איך האב געטראפן ספרים וואס ברענגען מיר נענטער צום אייבערשטן וועל איך קיינעם נישט אויסהערן"; ווען דער צדיק האט דאס געהערט האט ער געזאגט פאר טאקיי רב זכרונו לברכה - מוהרא"ש'ס טאטע: "לאז אפ דיין זון, ער מיינט עס ערנסט".


מוהרא"ש פלעגט אסאך חזר'ן די מעשה מיט אונז כדי מיר זאלן נישט ווערן דערשראקן ווען מען האט מניעות פון אנדערע אפצולאזן דעם רבי'ן; מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיר האט מען גענומען צו איינעם פון די גרעסטע אינעם דור, צו א מלאך אלוקים (מיר ווייסן ווער דער צדיק איז געווען) און ווען יענער האט מיר אפגערעדט פון רבי'ן, ער האט מיר געזאגט אז איך זאל אפלאזן דעם רבי'ן - האב איך יענעם נישט צוגעהערט; איך האב געוואוסט ביי מיר אז א רבי וואס ברענגט מיר צום אייבערשטן וועל איך קיינמאל נישט אפלאזן".


ווער עס פרעגט אייך: 'וואס האסטו געטראפן אין ברסלב?' זאלט איר זאגן דעם אמת, אז די חיזוק פון רבי'ן ברענגט אייך נענטער צום אייבערשטן. און אז יענער הייבט אן מאכן ליצנות דארפט איר נישט ענטפערן און זיכער זיך נישט טענה'ן.


אויף אייער פראגע צי מען מעג טון מוקצה זאכן נאכן זמן פון שבת; אז אייערע עלטערן צינדן לעכט אביסל נאכן זמן הדלקת הנירות קענט איר נאך אוועקלייגן מוקצה זאכן ביז זיי צינדן די לעכט.


בנוגע וואס צו טון אין די ליידיגע צייט וכו'; איך בעט אייך זייער, קוקטס נישט קיין מאווי"ס, עס איז דא גענוג זאכן מיט וואס זיך צו האלטן פארנומען, אבער מאווי"ס איז א זאך וואס איז נישט גוט פאר'ן מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - עפן נישט אויף דיין מאן'ס אויגן צו די גוי'אישע וועלט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חברים, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


דאנקטס דעם אייבערשטן אז איר האט אן ערליכער מאן; איר האט באקומען א ריינער מאן וואס ווייסט נישט פון עבירות, ער האט געלערנט ביי מיר אין ישיבה און איז געווען זויבער אלע יארן, זאלט איר אים שעצן און ארויף קוקן.


איר זענט צוויי טייערע יונגע ביימעלעך; אז איר וועט זיך פירן מיט די תורה, איר וועט אכטונג געבן נישט צו קוקן קיין שום מאווי"ס וועט איר זוכה זיין אז די שכינה וועט רוען ביי אייך אין שטוב, איר וועט זוכה זיין צו געזונטע ערליכע קינדער, בנים צדיקים.


הערטס נישט אויס אייער שוועסטער וואס וויל אייך איבער רעדן צו קוקן מאווי"ס השם ישמרינו; אייער שוועסטער איז אייך מקנא מיט אייער שיינע לעבן, זי האלט נישט אויס צי זען ווי שיין איר לעבט, איר האט א מאן א תלמיד היכל הקודש, א מאן וואס לעבט א לעבן, דער לעבן איז אים לעבעדיג, דער לעבן איז אים אנגעפולט מיט טעם; הערטס נישט אויס די אלע חבר'טעס וואס רעדן אייך צו איר זאלט קוקן מאווי"ס מיט אייער מאן. נעבעך, זייער לעבן איז אן א טעם, דערפאר דארפן זיי זוכן מיטלען ווי אזוי אנצופולן זייער צייט, זיי פרובירן זיך פרייליך צו מאכן מיט זאכן וואס מאכט נאר מער דעפרעסט; איר דארפט דאס נישט, איר האט אן ערליכער מאן, א פרייליכער מאן.


וואס וועט איר טון ווען אייער מאן וועט חס ושלום זיך צוכאפן צו דעם, איר וועט אים עפענען די אויגן און ער וועט זען די גוי'שע וועלט, די פרייע וועלט און ער וועט מער נישט גיין אין כולל לערנען, ער וועט מער נישט גיין אין שול דאווענען, ער וועט מער נישט אהיים קומען, ער וועט זיצן ערגעץ באהאלטן מיט א לעפטאפ אזוי ווי די "יושבי חושך וצלמות" וואס זיצן אין די פינסטערניש, אין די שאטן פון טויט; וואס וועט איר דעמאלט זאגן? ווער וועט אייך דעמאלט קענען העלפן?


מרת ... תחי', וויפיל פרויען וויינען און שרייען אז זיי האבן נישט קיין שטוב, זיי האבן נישט קיין לעבן, זיי האבן נישט קיין טאטע פאר זייערע קינדער, זיי האבן נישט קיין לייב און לעבן - ווייל זייערע מענער זענען צוגעקלעבט צי מאווי"ס! אז איר האט א טייערע מאן וואס וויל נאר אייך, ער וויל נאר קוקן אויף אייך, ער וויל נאר טראכטן פון אייך, פארוואס זאלט איר אים שלעפן צו קוקן די סעריע מאווי"ס פון ... וואס איז איין שטיק שמוץ, איין שטיק ניאוף?!


איך בעט אייך, זייטס נישט ברוגז אויף מיר; נעמטס אן די ווערטער אויף א פאזעטיווער וועג, קוקטס נישט אויף דעם בריוו ווי א מוסר בריוו, ווי א שארפע בריוו; דאס איז בכלל נישט קיין מוסר, דאס איז פשוט אייך צו העלפן מיט אייער לעבן.


איך האף אז די ווערטער וואס גייען ארויס פון מיין הארץ וועט אריין גיין אין אייער הארץ און איר וועט זיך פרייען מיט אייער טייערער וואוילער מאן און אים נאר שלעפן צום אייבערשטן.

#9 - קוק נישט קיין מאוויס בשום אין אופן
שלום בית, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היקר ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט קוקן די שמוציגע מאווי"ס פון ...; עס איז איין שטיק ניאוף, איין שטיק שמוץ. פרייע מענטשן מאכן דאס, זיי פארשטעלן זיך ווי היימישע אידן וכו' כדי אריין צו נארן תמימות'דיגע מענטשן ווי דיר, און ליידער מעשה שטן הצליח, זייער אסאך פרומע אידן קוקן דאס און ווערן אזוי אריין געשלעפט אין עבירות רחמנא לצלן.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט קוקן די מאווי"ס; אפילו דיין ווייב וויינט און שרייט פארוואס דו ווילסט נישט קוקן צוזאמען מיט איר וכו', זאלסטו איר נישט צוהערן; ביי דעם איז געזאגט געווארן וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות עצה, סימן ט): "הַהוֹלֵךְ אַחַר עֲצַת אִשְׁתּוֹ, נוֹפֵל בְּגֵיהִנֹּם", ווער עס גייט נאך די עצה פון זיין ווייב וועט ביים סוף אנקומען אין גיהנום; זאג פאר דיין ווייב: "איך קען מער נישט קוקן די מאווי"ס", אפילו זי זאגט דיר אז איר שוועסטער קוקט די מאווי"ס מיט איר מאן, די חבר'טע קוקט מיט איר מאן מאווי"ס, און אפילו זי זאגט דיר בשם דיין שווער אז מען מעג דאס קוקן זאלסטו בשום פנים ואופן נישט קוקן די מאווי"ס.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק ווי אייזן נישט צו קוקן קיין מאווי"ס, אפילו דיין ווייב מוטשעט דיר; נישט דאס מיינט שלום בית, נישט מיט דעם דארף מען נאכגעבן די ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא, נט:): "אִתְּתָךְ גּוּצָא, גְחִין וְתִלְחוֹשׁ לָהּ", אז דיין ווייב איז קליין (קליינקעפיג), בייג דיך אראפ צו איר און הער איר אויס, דאס איז ווען עס קומט צי "מִילֵי דְעָלְמָא" און צו "מִילֵי דְבֵיתָא", ווען עס קומט צו וועלט זאכן און צו שטוב זאכן וכדומה, דארט דארף מען מקיים זיין דעם "אִתְּתָךְ גּוּצָא, גְחִין וְתִלְחוֹשׁ לָהּ", בייג אראפ דיין גאוה און הער אויס וואס זי זאגט, אבער ווען עס קומט צי "מִילֵי דִשְׁמַיָּא" - ווען עס קומט צו תורה, תפילה און שמירת המצות וכדומה, דארט טאר מען נישט נאכגעבן קיין ריר; א מאן דארף האבן שטארקע פרינציפן וואס ער בייגט זיך נישט דערביי פאר קיינעם, בפרט ווען עס קומט צו קדושה, צו זיין הייליג; אפילו זי וויינט און שרייט טאר מען נישט נאכגעבן.


זיי איר מכבד און רעד שיין צו איר, וועט זי נישט דארפן די עקלדיגע מאווי"ס, זיץ מיט איר און פארברענג מיט איר וועט זי אפלאזן די שמוץ.


איך וועל איר שרייבן אפאר ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - לאז נישט די שלעכטע מחשבות פונעם יצר הרע דיר צעברעכן
חיזוק פאר פרויען, התחזקות, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט דיר זייער, קלאפ זיך נישט אראפ; לאז נישט די שלעכטע מחשבות פונעם יצר הרע דיר צעברעכן. דו ביסט זייער א וואוילע פרוי, דו ביסט א גרויסע צדיקת.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג די תפלה וואס איך האב דיר געשריבן; בעט אים יעדן טאג ער זאל דיר העלפן ארויסגיין פון די געוואוינהייט צו קוקן מאווי"ס וועסטו מיט די צייט פטור ווערן פון דעם.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די מתנה וואס ער האט דיר געגעבן, א מתנה פון הימל, א טייערער מאן, רעד שיין צו אים און זיי אים מכבד. האלט טייער און חשוב דיין מאן, ווייל נישט יעדער איז זוכה צו אזא מאן, זאלסטו אים שעצן. און אין דעם זכות וועסטו זוכה זיין צו זען נחת ביי דיינע קינדער, דו וועסט זוכה זיין צו ליכטיגע דורות.


לייג אוועק אלע בריוון וואס איך שרייב דיר און פון צייט צו צייט זאלסטו דאס איבערגיין און זיך איבערפרישן דערמיט.

#7 - זאלסטו שטענדיג געדענקען די חסדי השם יתברך
תודה והודאה, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


יעצט איז דא א אינגערמאן וואס פארט קיין ארץ ישראל, שיק איך דיר א בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): "לְעוֹלָם אֲפִילוּ בַּעַל הַנֵּס אֵינוֹ מַכִּיר בְּנִסוֹ", דער וואס האט נסים אנערקענט גארנישט די נס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים; איך האף אז דו ביסט יא מכיר דעם נס וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, ער האט דיר גענומען פון וואו דו ביסט געווען וכו', - להושיבי עם נדיבים, עם נדיבי עמו; דו האסט זוכה געווען חתונה צו האבן מיט אזא אשת חיל, נאך אביסל ביסטו שוין א טאטעלע, זאלסטו שטענדיג געדענקען די חסדי השם יתברך, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


האסט מיר מחי' געווען מיט'ן שרייבן אז דו האסט ארויסגעטראגן פון שטוב אלע כלים וואס מען קען זען דערויף ווידיאו"ס און מאווי"ס; אז דו וועסט זיך ווייטער אזוי פירן וועסטו האבן זרע ברך ה'.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#6 - דאס שעדליכקייט פון קוקן מאוויס
מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע בייטאג וכו'; איז מותר.


אבער דיין צווייטע פראגע איז מיר א שטיקל וואונדער; דו האסט דאך געלערנט אזויפיל יארן אין ישיבה, וואלסטו אליינס געדארפט וויסן דאס שעדליכקייט פון קוקן מאוויס, אפילו פון בהמות און חיות וכו'.


דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט אין צעטל קטן (סימן ז): "כְּשֶׁיָבֹא, חַס וְשָׁלוֹם, לְיָדוֹ בְּהִזְדַמְנוּת כְּנֶגְדוֹ הִסְתַּכְּלוּת רָעָה, חַס וְשָׁלוֹם", ווען עס קומט אונטער פאר'ן מענטש א שלעכטע מחשבה, "וּכְּגוֹן בְּהֵמָה וְחַיָה אוֹ עוֹף שֶׁנִזְקָקִין זֶה לָזֶה", ווי למשל בהמות און חיות וכדו', "... וְכַּיוֹצֵא בָּהֶן; יֹאמַר תֵּיכֶּף וּמִיַד הַפָּסוּק: וְלֹא תָתוּרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם, וְלֹא יְטַמֵא אֶת שִׂכְלוֹ חַס וְשָׁלוֹם", זאל מען גלייך חזר'ן דעם פסוק (במדבר טו, לט): "וְלֹא תָתֻרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם אֲשֶׁר אַתֶּם זֹנִים אַחֲרֵיהֶם", און מען זאל נישט מטמא זיין דעם שכל און מחשבה; חס ושלום צו קוקן מאוויס, און זיכער נישט מיט די ווייב. אז דו ווילסט אויפשטעלן ערליכע קינדער, ערליכע דורות, זאלסטו נישט אריין נעמען אין שטוב קיין שום כלי וואס מען קען זען אויף דעם מאוויס, נישט קיין חילוק פון חיות, בהמות אדער פון מענטשן.


בפרט יעצט ווען דיין ווייב ווארט למזל טוב פירן זיך ערליכע אידן נישט צו גיין אין א טיער גארטן (זו) אז דו פרוי זאל נישט קוקן אויף דברים טמאים כדי דאס קינד זאל זיין ריין און הייליג, איז דאך זיכער אז מען זאל נישט קוקן קיין מאוויס.


וואויל איז דיר אז דו פרעגסט יעדע זאך, דו שעמסט זיך נישט צו פרעגן אלע דיינע ספיקות; דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו בנים צדיקים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ, עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה, שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", ווער עס פרעגט אלע זיינע ספיקות פון זיין רבי און אפילו דער רבי פארשעמט אים פרעגט ער ווייטער אלע זיינע ספיקות, דער וועט זוכה זיין צו האבן קינדער וואס וועלן זיין גרעסערע תלמידי חכמים ווי זיין רבי; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ד.): דוד המלך פלעגט פרעגן זיין רבי מפיבושת: "מְפִיבֹשֶׁת רַבִּי, יָפֶה דַּנְתִּי? יָפֶה חִיַּבְתִּי? יָפֶה זִכִּיתִי? יָפֶה טִהַרְתִּי? יָפֶה טִמֵּאתִי?"; דערפאר האט ער זוכה געווען צו האבן א זון וואס איז געווען גרעסער אין לערנען פון זיין רבי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ווייזן שיעורים פאר פרויען
חיזוק פאר פרויען, דרשות, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וילך, ג' תשרי, צום גדלי', שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מחזק זיין אידישע פרויען, אז איר נעמט צוזאם פרויען אין ארץ ישראל - אין עיר הקודש צפת תבנה ותכונן במהרה בימינו, זיך מחזק זיין מיט'ן רבינ'ס עצות. עס גייט דורך אויף יעדן איינעם שוועריקייטן וכו' און מיט דעם רבינ'ס עצות קען מען זיך דערהאלטן און אריבער גיין אפילו די שווערסטע זמנים וכו'.


אויף אייער פראגע צי מען זאל ווייזן פאר די פרויען א דרשה וכו'; וויסן זאלט איר אז די רבנים שליט"א האבן גע'אסר'ט וידיאו אלץ מושב לצים, ווייל אז מען זיצט צוזאמען און מען קוקט דברים של מה בכך איז דאס א מושב לצים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ג): "שְׁנַיִם שֶׁיּוֹשְׁבִין וְאֵין בֵּינֵיהֶם דִּבְרֵי תוֹרָה, הֲרֵי זֶה מוֹשַׁב לֵצִים", אז מען קומט זיך צוזאם און מען רעדט נישט דיבורי אמונה והתחזקות איז דאס א מושב לצים, אבער אז מען קומט זיך צוזאם זיך מחזק זיין אין יראת שמים, אין צניעות און אין חיזוק ועידוד - איז דער אייבערשטער דארט, אזוי ווי חז"ל זאגן (שם): "שְׁכִינָה שְׁרוּיָה בֵינֵיהֶם", דעמאלט איז דער אייבערשטער דארט צווישן זיי; ממילא איז דאס בכלל נישט קיין שאלה, פארקערט, דאס וועט ברענגען אז אלע וואס קוקן די דרשה און הערן זיך צו צו די ווערטער זאלן אויסהערן די רבנים אין אלע הינזיכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות די מצוה פון זיך מחזק זיין איינער דעם אנדער'ן מיטן רבינ'ס עצות, זאלט איר זוכה זיין צו שעפן נחת פון אייערע קינדער און צו א שנה טובה ומבורכת.

#4 - בעט דעם אייבערשטן אויפצוהערן קוקן מאוויס
שלום בית, תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו לעבסט אפן מיט דיין מאן נרו יאיר און דו האסט אראפגענומען פון זיך דעם טאפלט'ן לעבן וכו'; יעצט וועט דיר זיין גרינגער דאס לעבן בכלל און בפרט צו קענען בייקומען אלע שווערע נסיונות. יעצט וועט ענקער שלום בית ווערן בעסער און בעסער ווען דו וועסט נישט לעבן א טאפלטע לעבן.


בנוגע דיין עדיקשן וואס דו ביסט צוגעקלעבט צו קוקן מאווי"ס השם ישמרינו; אויף דעם איז נאר דא איין עצה - די עצה פון התבודדות, צו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג ער זאל דיר ארויס נעמען פון די תאוה.


אפילו דו ווילסט נישט בעטן אויף דעם, אזוי ווי דו שרייבסט אינעם בריוו אז דו ווילסט אפילו נישט בעטן אויפצוהערן קוקן מאוויס; דאס איז נישט אמת, ווייל באמת ווילסטו טון וואס דער אייבערשטער זאגט און וואס די תורה זאגט, נאר וויבאלד דו האסט זיך צוגעוואוינט צו קוקן אין דיינע יונגע יארן וכו' איז דיר זייער שווער דאס אפצולאזן, אבער באמת ווילסטו א גוט לעבן, א זיס לעבן און ערליכע קינדער, וואס דאס קומט בזכות דעם וואס מען פירט זיך ערליך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים כ.) אז אויב מען קוקט אויף עבירות: "הַוְיָין לוֹ בָּנִים שֶׁאֵינָן מְהוּגָנִין", וועט מען האבן קינדער וואס זענען נישט ערליך; דערפאר זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן כח דאס אפצולאזן.


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט זאגן יעדן טאג:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן שְׁפִּירְן שְׁטֶענְדִיג וִוי דוּ בִּיסְט מִיט מִיר, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ זֶען עֶרְלִיכֶע דוֹרוֹת, קִינְדֶער וָואס וֶועלְן דִיר דִינֶען.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל קֶענֶען פְרֵיילִיךְ מַאכְן מַיין מַאן, עֶס זָאל זַיין נָאר לִיבְּשַׁאפְט צְוִוישְׁן מִיר אוּן מַיין מַאן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל אוֹיפְהֶערְן קוּקְן מָאוִויס, עֶס צִיעֶט מִיר שְׁטֶענְדִיג צוּ קוּקְן נָאךְ אוּן נָאךְ, אִיךְ בִּין זֵייעֶר צוּגֶעקְלֶעבְּט צוּ דֶעם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל דָאס אָפְּלָאזְן אוּן אַיינְזֶען דִי נַארִישְׁקַייט פוּן קוּקְן מָאוִויס.


אֵייבֶּערְשְׁטֶער זַיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעקוּקְט בִּיז אַהֶער, אִיךְ בִּין נִישְׁט שׁוּלְדִיג, קֵיינֶער הָאט מִיר נִישְׁט גֶעזָאגְט אִין מַיינֶע יוּנְגֶע יָארְן וִוי שֶׁעדְלִיךְ דָאס אִיז, אִיךְ הָאבּ זִיךְ צוּגֶעוואוֹינְט אַלְץ יוּנְגֶע מֵיידְל צוּ קוּקְן אוּן יֶעצְט אִיז מִיר זֵייעֶר שְׁוֶוער זִיךְ אָפְּצוּלָאזְן פוּן דֶעם, בֶּעט אִיךְ דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער זַיי נִישְׁט בְּרוֹגֶז אוֹיף מִיר, אִיךְ גֵיי פְּרוּבִּירְן דָאס בֶּעסְטֶע וָואס אִיךְ קֶען אוּן הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל אָנְהֵייבְּן לֶעבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע לֶעבְּן".


זע צו האבן א שיעור אין רבינ'ס ספרים; מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל אין אידיש, אדער אין ספר עצתו אמונה וואס איז צוזאמגענומען פון רבינ'ס ספרים עצות און חיזוק זיך צו שטארקן צו זיין א איד. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן.

#3 - מיט סבלנות וועט דיין ווייב אויפהערן קוקן מאוויס
שלום בית, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


                                                יום א' פרשת אמור, ז' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט נישט אראפקוקן אויף דיין ווייב אז זי קוקט מאוויס וכו', זי איז נישט שולדיג, שולדיג זענען די סקול'ס וואו מען רעדט נישט צו די מיידלעך פון תכלית. רוב רובם פון די מיידלעך קוקן מאוויס און קיינער רעדט נישט צו זיי פון דאס שעדליכקייט וואס דאס ברענגט אין לעבן.


איך האב גערעדט מיט דיין ווייב תחי', זי האט זייער געוויינט אז זי לעבט באהאלטן וכו'; איך האב איר געזאגט אז זי זאל זיין אפן מיט דיר. דעריבער בעט איך דיר דו זאלסט קוקן אויף איר מיט א גוט אויג, זי איז א טייערע פרוי א צדיקת, זי וועט אויפהערן קוקן וכו'. דו דארפסט פארשטיין אז דאס איז א קלעבעדיגע נסיון, אזוי ווי מען כאפט אן א שטארקע קלעב (גלָ"א) נעמט צייט ביז מען קען פטור ווערן פון די קלעב, ווער רעדט נאך אז מען ווערט צוגעקלעבט מיט קרעיז"י גל"א, דאן איז זייער שווער דאס אראפצונעמען – דאס זעלבע איז מאווי"ס; אך און וויי איז פאר דעם וואס פאלט אריין אין דעם, דאס פאר'תמ'ט דעם קאפ, מען קען נישט לעבן, און דאס שאדט פאר אלעס.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט איר נישט זאגן קיין מוסר, אזוי אויך זאלסטו נישט גיין יעצט אויף די פארקערטע וועג – אויך צו קוקן חס ושלום.


אז דו וועסט האבן סבלנות וועט זיך אלעס טוישן לטובה.


...

#2 - זיין ערליך, מיט ערליכע חברים
חברים, קאמפיוטער, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן פון דיר אז דו חבר'סט זיך נאר מיט מיידלעך וואס רעדן איידל, ווען דו הערסט ווי א מיידל רעדט ניבול פה אדער טעקסט אויפן סעלפאון מיאוס'ע ווערטער הערסטו אויף רעדן מיט איר און דו שרייבסט איר צוריק אז דו ווילסט נישט רעדן מער מיט איר. איך האב איבערגעליינט דיין בריוו אפאר מאל, און איך האב זיך זייער געפריידט צו הערן אז מיר האבן ביי אונז אין 'בית פיגא' הייליגע מיידלעך.


עס איז א גרויס רחמנות אויף די מיידל וואס קוקט מאוויס אונטער די רוקן פון אירע עלטערן; זי מיינט אז זי שפילט אויס אירע עלטערן, דערווייל ווערט זי אליינס אויסגעשפילט און זי וועט זיך מוטשענען אין איר לעבן. ווייל ווען מען קוקט גוי'שע מאוויס שאדט דאס פארן לעבן; דאס ציט נאכדעם צו שמוציגע זאכן וואס זענען א גרויסע סכנה אינעם גשמיות'דיגן לעבן רחמנא לצלן.


איך וואלט דיר פארגעשלאגן זאלסט ווייזן דעם בריוו פאר די מיידל וואס האט דיר דערציילט אז זי האט א לעפטאפ שטילערהייט און זי קוקט דארט מאוויס גאנצעטע נעכט, כדי זי זאל וויסן אז זי טוט זיך אליינס שלעכטס מיט דעם וואס זי קוקט באהאלטענערהייט מאוויס; זי מיינט אז דאס וועט איר פרייליך מאכן אבער עס איז פונקט פארקערט, דאס וועט איר מאכן מער דעפרעסט.


על כל פנים דו שטארק זיך ווייטער צו זיין ערליך און נאר האבן ערליכע חבר'טעס; ברוך השם אז דיין גאנצע קלאס זענען ערליכע מיידלעך, מיט זיי זאלסטו זיך חבר'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - קוק נישט קיין מאוויס, דאס הרג'ט דיין לעבן
שמירת עינים, משניות, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


הגם איך האב שוין גערעדט מיט דיר וועל איך דיר אויך שרייבן כדאי דיר מחזק זיין דו זאלסט אויפהערן צו קוקן מאווי"ס, ווייל דאס מאכט דיר מרה שחורה'דיג און דעפרעסט.


דו כאפסט נישט אין וואספארא פלאנטער דו ליגסט; דו דרייסט זיך ארום אזוי מרה שחורה'דיג, דו האסט א טינקעלע פנים - ממש ווי א טויטער מענטש; דאס אלעס קומט פון קוקן מאווי"ס.


איך בעט דיר זייער טייערער ברודער, מאך א פרישע התחלה; ווארף אוועק די נארישקייטן, ווארף אוועק דיינע מאווי"ס. דו וועסט ווערן א נייע מענטש אז דו וועסט נישט קוקן קיין מאווי"ס, דו וועסט ווערן פרייליך און צופרידן.


יעדע מאוו"י איז כלול פון די דריי הארבע עבירות – עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכות דמים; אז מען היט זיך נישט די אויגן קומט מען צו ביטערע עבירות, מען פאלט אריין אין די הארבע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן, און אלעס הייבט זיך אן פון די אויגן.


איך בעט דיר טייערער הארציגער ברודער: קום צוריק צום אייבערשטן; עס איז נישט גענוג אז מען טוט זיך אן א שטריימל מיט ווייסע זאקן וכו', מען דארף אויך זיין פון אינעווייניג ערליך. אנשטאט קוקן מאווי"ס וכו' נעם א משניות און הייב אן זאגן פרקים משניות, דאס וועט דיר אויסרייניגן דיין מח. אנשטאט גיין ביינאכט מיט חברים אויף שלעכטע פלעצער רחמנא לצלן בלייב אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער.


דער רבי קען יעדן איינעם פארעכטן; אז מען פאלגט דעם רבי'ן קען מען ארויס גיין פון די גרעסטע זומפ וואו מען איז פארזינקען. נעם א משניות און הייב אן גורס זיין א פרק נאך א פרק; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - ווייל דיין מח איז דיר אויסגעריסן פון אזויפיל זינדיגן - דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. קוק נישט אויף קיינעם און הער נישט אויס קיינעם, עס זאל דיר נישט אנגיין די אלע וואס וועלן לאכן פון דיר פון דעם וואס דו דאווענסט משניות, דו קוק נאר אויף דיר וועט דיר גוט זיין.


איך ווארט צו הערן פון דיר.