בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
היינט האבן מיר נישט די אפר פרה אבער מיר האבן א מקוה וואס איז מטהר הטמאים, און דער וואס איז נזהר אין מקוה איז זוכה צו ווערן ריין. אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אז ער איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות ווייל ער האט זיך אסאך גע'טובל'ט, און אזוי אויך אויב מען איז נישט נזהר אין מקוה, מען לערנט תורה אן מקוה - איז נישט גוט, דער הייליגער מאור ושמש זכותו יגן עלינו זאגט (פרשת אמור), אז די כת ש"ץ ימח שמם זענען געווארן אפיקורסים ווייל זיי זענען נישט געווען נזהר אין טבילת עזרא; זיי האבן עוסק געווען אין קבלה אן טהרה.
על כן ליבער ברודער, די ערשטע זאך אינדערפרי זאלסטו גיין אין מקוה זיך טובל'ן, וועסטו זוכה זיין צו מטהר זיין דיין נפש און נשמה, ווייל ווען א מענטש טובל'ט זיך אין מקוה, דעמאלט אין יענע רגע טובל'ט מען אויבן אין הימל זיין נשמה, אויך אז מען איז אראפגעפאלן אין ביטערע עבירות, אין פגם הברית - קען מען פאררעכטן דורך זיך טובל'ן אין מקוה. אזוי מוהרנ"ת האט געזאגט, מען זעט ביי די מעשה ווען מען איז געקומען דערציילן פאר עזרא הסופר אז אידישע קינדער פאלן נעבעך אין עבירות, מען האט חתונה רחמנא לצלן מיט גוים, האט עזרא אנגעהויבן שרייען צום אייבערשטן (עזרא ט, ו): "בֹּשְׁתִּי וְנִכְלַמְתִּי לְהָרִים אֱלֹקַי פָּנַי אֵלֶיךָ", איך שעם זיך פון דיר אייבערשטער, איך שעם זיך אויפצוהייבן מיין קאפ, און נאכדעם שטייט: "וַיַּעַן שְׁכַנְיָה בֶן יְחִיאֵל וְכוּ', אֲנַחְנוּ מָעַלְנוּ" וְכוּ', וְעַתָּה יֵשׁ מִקְוֶה לְיִשְׂרָאֵל", עס איז דא א וועג דאס צו פאררעכטן, און די פסוק כאפט אן א לשון פון מקוה, ער כאפט נישט אן א לשון יש עצה, יש דרך, יש ענין, נאר יש מקוה; צו ווייזן אז דורך מקוה קען מען אלעס פאררעכטן, 'יֵשׁ מִקְוֶה לְיִשְׂרָאֵל' דורך מקוה איז דא א האפענונג פאר יעדן איינעם, אפילו מען איז דורכגעפאלן מיט די ערגסטע עבירות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.