בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת קרח, כ"ט סיון, ערב ראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי
איך בין געווארן זייער פארשעמט, איך געדענק נישט איך זאל אזוי פארשעמט ווערן; ווען איך בין ארויסגעקומען פון בית המדרש נאכן געבן א שיעור פון רבינ'ס התחזקות האב איך געזען צוויי אינגעלייט קריגן זיך, איינער שטעכט די רעדל פון א אינגערמאן און דער אנדערער שרייט צוריק; אין אונזערע ד' אמות, ביי אונז אין בית המדרש - זאל אזא זאך פאסירן?! איך בין אנטלאפן פון דארט, ווייל בטבע קען איך נישט זען קריגערייען, עס שטעכט מיר אין הארץ ווען מען קריגט זיך, בפרט ביי אונז אין שטעטל אין בית המדרש. איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, איך בין אזוי פארשעמט; אזא זאך זאל פאסירן ביי אונז?! איך זע אז עס איז נאך דא אסאך ארבעט, איך דארף נאך אסאך אקערן מיט די אינגעלייט מען זאל נישט צוקומען צו דעם.
אויך איז דא וואס פירן זיך אויף זייער נישט שיין מיט ... נרו יאיר; ער העלפט אונזער קהילה מיט זיין גאנצע הארץ, כח און מח; ער איז מיר זייער געטריי, ער איז ביי מיר באגלייבט אין געלט זאכן מער ווי אנדערע ביי אונז אין די קהילה, אויף אים שרייט מען 'גנב' וכו'.
וואס זאל איך דיר זאגן, איך טראכט אסאך וואס דוד המלך זאגט (תהלים נה, ז-ח): "מִי יִתֶּן לִי אֵבֶר כַּיּוֹנָה", ווי קען איך זיך נעמען פליגלעך ווי א פייגל, "אָעוּפָה", איך וועל אוועקפליען, "וְאֶשְׁכֹּנָה", זיך אביסל אפרוען, "הִנֵּה אַרְחִיק נְדֹד", איך וועל זיך דערווייטערן, "אָלִין בַּמִּדְבָּר סֶלָה", איך וועל נעכטיגן אליין; וואס פעלט מיר אויס די גאנצע ארבעט? נעמען בחורים און ארבעטן מיט זיי יארן, עס איז נישט גרינג, און שפעטער וויל איך זען אביסל נחת - זע איך דאס פארקערטע, מען קריגט זיך, מען האט זיך פיינט, מען שטעכט רעדער; איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן.
איך בעט דיר זייער, ווען דו רעדסט ביי שלש סעודות - זאלסטו רעדן דיבורי תכלית, דיבורי אמונה. רעדט זייער אסאך פון אמונה; אז מען הערט נאכאמאל און נאכאמאל פון אמונה, צוביסליך הייבט מען אן צו ווערן ריין פון די אלע שלעכטע מידות - קנאה, שנאה און רציחה וואס איז ראשי תיבות שק"ר. מוהרא"ש זאגט, אלע מחלוקות הייבט זיך אן מיט ק'נאה, דאס איז די מיטלסטע אות פון שק"ר, נאכדעם קומט ש'נאה און נאכדעם - ר'ציחה, מען שטעכט רעדער, מען ברענגט אונטער א צווייטן.
איך האב אסאך חוקר ודורש געווען צו זען אויב ... נרו יאיר איז ערליך אין מסחר אדער נישט, איך נעם נישט סתם איינעם און אים געטרויען. ווען איך הער פון איינעם טענות - גיי איך דאס נאך, איך בין דאס מברר; שעות אויף שעות בין איך געזעצן שטילערהייט מיט אינגעלייט, נאכגעגאנגען חשבונות וכו' וכו', ביז איך האב געזען אז ער איז ערליך, ער גנב'עט נישט פון קיינעם.
דאך איז דא משפחות וואס רעדן, קאכן, שרייען 'גנב' וכו'; זיי זאגן ער קויפט מיר אונטער, זיי מיינען אז מיר קען מען אונטערקויפן, מיר קען מען נישט אונטערקויפן, עס ארבעט נישט ביי מיר די זאכן; איך האב ליב גראָדע מענטשן, איך שטיי נישט אין ווארט מיט א גנב, א שווינדלער, אדער א ליגנער; דעריבער, יעצט אז איך הער וואס טוט זיך אין שטעטל און איך זע מיט מיינע אויגן ווי מען קריגט זיך, טראכט איך 'מה לי ולצרה הזאת, וואס דארף איך דעם גאנצן שטעטל? איך האב דאך גענוג ארבעט, וואס דארף איך דאס?' אז מען שרייט 'גנב' איינער אויפ'ן צווייטן דארף מען א שטעטל? אז מען האט טענות - איז דא א תורה; גיי צו דין תורה, וואס די תורה זאגט - דאס וועט מען טון; שרייען 'גנב', רעדן צו אנדערע קעגן דעם און יענעם - דאס איז נישט וואס איך דארף, נישט דאס איז מיין כוונה.
פרעג האברך ... אויב מען קען מיר אונטערקויפן מיט געלט; ער האט געוואלט מאכן דעם היי יעריגן קאמפיין נישט אזוי ווי איך וויל, ער האט געוואלט מאכן א קאנצערט וכו'; איך האב אים געזאגט: "איך דארף נישט דעם קאמפיין, איך דארף נישט קיין געלט", איך האב אים געזאגט: "מיר וועסטו נישט פארדרייען, איך ווייס וואס איך וויל"; למעשה האט ער מבטל געווען די גאנצע דמיון זיינע, די נאכט מיט די זינגערס וכו'. מיר איז נישט אנגעגאנגען פארלירן געלט, מאכן געלט - מיר קענסטו נישט אונטערקויפן; איך טו וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש, איך שטעל זיך נישט אפ פאר קיינעם נישט.
איך בעט דיר זייער, העלף מיר בויען די שטעטל; דו ביסט דאך פון די עשרה ראשונים פון שטעטל. זע מען זאל רעדן שיין איינער צום צווייטן, די וועג ווי אזוי מען רעדט אין אנדערע פלעצער, מען פליקט זיך, מען שטעכט זיך - דאס זאל נישט זיין ביי אונז. די וועג ווי אזוי כלומר'ישע חברים רעדן, מען שטעכט זיך מיט לאכעדיגע פנים'ער און ווען מען זעט יענער ווערט צעשטאכן זאגט מען "זיי מיר מוחל וכו'"; דאס זאל נישט זיין ביי אונז.
שלמה המלך זאגט (משלי כו, יח): "כְּמִתְלַהְלֵהַּ הַיֹּרֶה זִקִּים חִצִּים וָמָוֶת", אזוי ווי דער וואס ווארפט שטיינער און פיילן, "כֵּן אִישׁ רִמָּה אֶת רֵעֵהוּ", אזוי איז דער מענטש וואס טשעפעט זיין חבר, "וְאָמַר", און ער זאגט "הֲלֹא מְשַׂחֵק אָנִי", איך האב נאר געמיינט א געשפעט, איך האב נישט געמיינט וכו'; זע אז אין שטעטל, אין אונזער ד' אמות - זאל זיין שלום און ליבשאפט.
איך האב געזען די קליינע צעטל וואס דו האסט געלייגט אינדרויסן פון שול מען זאל נישט רייכערן; נישט דאס האב איך געמיינט, איך וויל דו זאלסט לייגן א גרויסע טאוועל מען זאל דאס זען קלאר, אז מען זאל נישט רייכערן ביים רבינ'ס ד' אמות.
איך זאג דיר נאכאמאל, מיר אינטערעסירט נישט גארנישט; איך דארף נישט קיינעם און איך האב נישט קיינעם, איך וועל ווייטער טון וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, איך קויף נישט קיין חנופה און איך חנפה נישט אנדערע, אויב איך וועל זען אז מען קריגט זיך, מען שטעכט זיך - וועל איך זיך זוכן אנדערע פלעצער וואו צו גיין. עס שטייט מיר פאר די אויגן די ווערטער וואס מוהרא"ש האט געשריבן אינעם טאג פון זיין הסתלקות: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".