בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#126 - געשריבן דעם ספר תורה מיט די געלט פון שדכנות
שידוכים, שטעטל, משמש דעם רבי'ן, געפילן, ספר תורה, ותיקין, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ענדיגט דער סופר יעצט שרייבן דעם ספר תורה, די הכנסת ספר תורה וועט זיין אם ירצה ה' אין שטעטל דעם קומענדיגן יום טוב שבועות, דעם ערשטן טאג פאר'ן ליינען, פארן זאגן אקדמות.


עס איז מיר א גרויסע שמחה אז איך האלט שוין ביים ענדיגן דעם ספר תורה; איך האב אנגעהויבן שרייבן דעם ספר זעקס יאר צוריק, מיין שוואגער הר"ר ..., א זון פון מיין שווער שליט"א - איז דער סופר, א חשוב'ער אינגערמאן א ירא שמים, איך האב מיט אים אפגעמאכט אז ווען איך וועל האבן געלט וועט ער שרייבן. איך האב דאס געשריבן מיט געלט פון שדכנות; מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין די מצוה, איך בעט דעם אייבערשטן אז איך וויל אויך האבן די זכות צו קענען מאכן שידוכים; געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב שוין משדך געווען צענדליגער שידוכים.


איך האב דערציילט פאר מיין טאטע שליט"א, אדמו"ר מקארלסבורג, אז איך האב געשריבן דעם ספר תורה מיט געלט פון שדכנות האט ער מיר געזאגט אז דאס איז א מורא'דיגע זאך, "דו האסט מקשר געווען די ערשטע מצוה פון די תורה - פריה ורביה, מיט די לעצטע מצוה פון די תורה - שרייבן א ספר תורה; מיט'ן מאכן שידוכים האסטו דאך א חלק אין די מצוה פון פריה ורביה".


בנוגע דאווענען יום טוב ותיקין; קענסט מאכן א מנין ותיקין, אבער איך וועל נישט דאווענען ותיקין. ביי מוהרא"ש איז געווען כמה פעמים וואס מוהרא"ש האט געדאווענט ותיקין און כמה פעמים איז געווען אז מוהרא"ש איז אהיים נאכן עלות השחר; עס איז געווען א מנין פון אנשי שלומינו ביי ותיקין און שפעטער האט מוהרא"ש געדאווענט מיט א צווייטע מנין, דו קענסטו אויך מאכן אזוי, עס זאל זיין א מנין ותיקין פון אנשי שלומינו; איך וועל דאווענען צען דרייסיג.


זע צו רעדן צו אנשי שלומינו זיי זאלן עפענען די הערצער פאר די געסט וואס ווילן מיטהאלטן שבועות אינאיינעם. זייער אסאך אנשי שלומינו ווילן זיין אינאיינעם, אסאך שעמען זיך צו פרעגן, אסאך ווייסן אפילו נישט וועם צו פרעגן; עס וועט זיין זייער שיין אז מען וועט זיין אינאיינעם, מען וועט זיך קענען באנייען פון פריש מיט די זיסע עצות פון רבי'ן; שבועות איז א צייט וואס מען איז מקבל די הייליגע תורה פונדאסניי.


שטארק זיך מיט די גבאות'שאפט; עס איז אזוי שיין צו הערן גרוסן פון געסט וואס וויילן שבת אין שטעטל, פון דיין פארלערנען. איינער זאגט מיר: "עס איז אזוי שיין צו זען דער וואס לערנט פאר - דער זעלבער רייניגט דעם בית המדרש; דער וואס ליינט, דער בעל קורא - דער פאקט די ספרים; דער מגיד שיעור וואס לערנט פאר - דער קערט אויף די שול"; דאס האט מיר זייער פרייליך געמאכט, איך האב זיך געשפירט היימיש, ווייל אין ישיבה איז אלץ אזוי געווען; דער וואס האט א געפיל - דער טוט, נישט קיין חילוק וואס זאל זיין, איז עס רוימען; איז עס פארלערנען; איז עס צאמנעמען די ספרים וכו' וכו', און דער וואס האט נישט דעם געפיל - דער שטייט אין דער זייט.


דערמאן זיך ווער עס האט געבויט דעם עירוב אין שטעטל, ווער איז געקראכן אין די וועלדער און פעלדער, ווינטער פארפרוירן געווארן און זומער פארברענט געווארן; נאר די אינגעלייט און בחורים וואס האבן א געפיל, די בחורים וואס פארפעלן נישט קיין ח"י פרקים משניות - די זענען געווען אין וואלד פאר וואכן און חדשים מאכן די צוים, נאר די וואס האבן א געפיל.


הלואי זאל איך האבן נאך אפאר מיט וועם צו גיין צום טיש, וואלט איך זיך געקענט אסאך מער רוקן אויף פאראויס; הלואי זאל איך האבן נאך אפאר וואס זאלן מסכים זיין צו גיין וואוינען אפילו אין בויבעריק - צו זיין א מלמד פאר אידישע קינדער, לערנען מיט זיי אויפ'ן וועג וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט; אן קיין שום חשבונות, אן קוקן אויף די אייגענע באקוועמליכקייטן; דאס באדינען דעם רבי'ן זאל זיין זייער באקוועמסטע זאך אויף דער וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שטענדיג האבן דעם געפיל אין רבי'ן, מיר זאלן נישט וועלן קיין שום שכר; דאס העלפן דעם רבי'ן זאל זיין אונזער גרעסטער פארגענוגן.


 

#125 - ארייננעמען געסט אויף יום טוב שבועות
שטעטל, הכנסת אורחים, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת טהרה, ג' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך וויל זיין דעם קומענדיגן יום טוב שבועות אין שטעטל אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, וויל איך אייך בעטן אויב עס איז שייך אריין צו נעמען געסט.


עס זענען דא אסאך משפחות וואס ווילן זיין אינאיינעם יום טוב שבועות, אויך איז דא בחורים וואס ווילן זיין אינאיינעם; ווער עס האט פלאץ אריין צו נעמען געסט צו שלאפן, און ווער עס קען ארייננעמען געסט פאר סעודות זאל זיך מעלדן צו ..., אזוי וועלן אלע קענען זיין אינאיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#124 - א אידישע הויז דארף זיין ריין און זויבער
ריינקייט, שטעטל, סכנה, דרייוון, זומער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני, כ"ז ניסן, מברכין החודש, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט אנשי שלומינו יום טוב פסח אין קרית ברסלב, עס איז מיר געווען א תענוג און א פארגענוגן צו זען די אינגעלייט דאווענען אזוי ווארעם, די טאטעס זיצן מיט די קינדער ביים דאווענען, מען לאזט נישט די קינדער אויף הפקר; די פרויען אזוי איידל אנגעטון; ממש א שיינקייט פון א שטאט. אפגערעדט די תמימות פון די קינדער ווי אזוי זיי רעדן צום אייבערשטן; יעדע זאך וואס זיי דארפן ווייסן זיי צו וועם זיך צו ווענדן.


איך וויל אבער זיין מיט אייך זייער אפן, איין זאך וואס האט מיר געשטערט דעם יום טוב; עס זענען דא משפחות וואס עס איז א שרעק צו זען ווי אזוי זיי פירן זיך אויף, עס עקלט אריבערצוגיין זייער הויז, ווי שמוציג און נאכגעלאזט עס איז אינדרויסן, איך קען זיך נישט פארשטעלן וואס טוט זיך אינעווייניג ווען אינדרויסן איז אזוי שמוציג. עס באדערט מיר זייער שטארק, ווייל מיר בויען א שטאט על שם רבינו און ביים רבי'ן איז דאך געווען נקיות אזוי וויכטיג, ווי פאסט עס מען זאל אזוי בויען דעם שטעטל...


מען רעדט נישט דא פון רוב שטעטל, רוב שטעטל איז זויבער, אבער די פאר משפחות וואס זענען נאכגעלאזט מאכט אזא שלעכטע גערוך פאר אונז אלע, אז עס פארגייט די אפעטיט פון זיין דארט.


איך בעט און איך ווארן, אלע משפחות וואס זענען אין אונזער קהילה דארפן אכטונג געבן עס זאל זיין שיין זויבער אינדרויסן פון שטוב; מען זאל קענען טייטלען מיט די פינגער 'דא וואוינט א ברסלב'ער איד, דא וואוינט א תלמיד היכל הקודש, זויבער ריין'.


אויך בעט איך אייך אלע איר זאלט נישט אפשטעלן די קאר אויפ'ן גאס ביים בית המדרש; מיר האבן באצאלט פופצן טויזנט דאללער צו מאכן דעם פארקינג לאט נעבן דעם בית המדרש, מען קען נישט לאזן די קאר אויבן אויפ'ן גאס, די שכינים ווערן ברוגז, מען מאכט זיך אליינס שאדן. דער אויבערהאר פון ליבערטי רופט מיר מיט טענות וכו', אלעס פאלט אויף מיר, איך האב גענוג אויף מיר, עס פעלט מיר נישט אויס נאך פראבלעמען.


נאך א זאך וואס איך וויל איבערגיין מיט ענק, איך האב איך שוין געבעטן און געשריבן פאריאר זומער מען זאל פארן שטייט, מען זאל נישט פארן שנעל; בפרט זומער ווען די קינדער הייבן אן שפילן אין גאס איז דאס א גרויסע סכנה און סיי מען רעגט אויף די שכינים. איך שרייב נאכאמאל, איך בעט אייך איר זאלט זיך אליינס נישט שלעכטס טון, איר זאלט אכטונג געבן אויף אייערע קינדער, אויף אייער לעבן.


א פרייליכן שבת.

#123 - ס'איז געווען א פרייליכער פורים, און מ'גרייט זיך אויף יום טוב פסח
שטעטל, פסח, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, שושן פורים, ט"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב נישט קיין כח צו קומען היינט אין שטעטל, איך בין זייער אפגעמאטערט פון יום טוב פורים. מיר זענען זיך צאמגעקומען אין ישיבה כמעט ביזן זמן כניסת שבת, מיר האבן געטאנצן; עס איז געווען שמחות און בכיות, מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון מרדכי הצדיק. א האלבע שעה פאר שבת בין איך אהיים העלפן מיין ווייב אנגרייטן דעם שבת.


פרייטאג צו נאכטס איז געווען זייער דערהויבן אין ישיבה; מען האט געדאווענט מיט אן אויסטערלישע שמחה. פאר קבלת שבת האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון דאנקען דעם אייבערשטן, מיר האבן געזאגט נשמת, מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אינאיינעם; נאכדעם האבן מיר געטאנצן און געזינגען.


נעכטן נאכט מוצאי שבת איז מען נאכאמאל געווען אין ישיבה, מען האט געטאנצן ביז פארטאגס; די בחורים און אינגעלייט זענען געווען זייער פרייליך, מען האט מיר נישט אפגעלאזט וכו' וכו', איך בין זייער אפגעמאטערט.


עס זענען געווען זייער אסאך אינגעלייט פון שטעטל, זיי וועלן דיר דערציילן וואס דא האט זיך אפגעטון; אפשר וועט איינער פון זיי אפשרייבן דעם גאנצן יום טוב, אלע דיבורים, התחזקות וכו'.


זיי מיר מוחל אז איך קען נישט אננעמען ענקער פארלאנג ארויס צו קומען אין שטעטל, איך וועל בלייבן אין ישיבה פאר די היינטיגע סעודה.


איך וועל מיט'ן אייבערשטנס הילף זיין יום טוב פסח אין שטעטל. עס וועט זיין שיעורים אלע טעג, סיי יום טוב און אויך חול המועד. איך וועל אם ירצה ה' פארלערנען אלע טעג פאר'ן דאווענען שחרית די בלאט בבלי און ירושלמי.


חול המועד וועל איך דאווענען שחרית עלף אזייגער, פאר'ן דאווענען וועט זיין די שיעור אין בבלי און ירושלמי. אז איר ווילט קענט איר מאכן א מנין שחרית פריער, איך וועל דאווענען עלף אזייגער. פארנאכטס וועט זיין א שיעור התחזקות; מיר וועלן דאווענען מנחה אכט אזייגער און נאך מעריב וועט זיין א שיעור, מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - דער שטעטל וועט זיך בויען אויב איר וועט טראכטן איינער פון צווייטן
שטעטל, פרנסה, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך וויל אייך בעטן איר זאלט העלפן איינער דעם צווייטן; יעצט עפנט זיך א גראסערי אין שטעטל, זאלט איר זען איינקויפן אין שטעטל. דער שטעטל וועט זיך בויען אויב איר וועט טראכטן איינער פון צווייטן, איר וועט געבן פרנסה איינער דעם צווייטן.


איך שטיי און איך וואונדער זיך אויף די וואס ווען עס קומט צו זייער אייגענע באקוועמליכקייטן וועלן זיי נישט ארויסגיין איין איינציגע טריט פאר א צווייטן בשעת אלע גייען ארויס פון זייער וועג זיי צו געבן ארבעט; וואס קען מען טון, אלץ זענען דא אזעלכע מענטשן וואס טראכטן נאר פון זיך. איך האף אז רוב אנשי שלומינו וועלן יא טראכטן פון א צווייטן.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין יום טוב פסח אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - גיי יעדן אינדערפרי אביסל אין פעלד רעדן צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דו וואוינסט אין שטעטל, ממש אין גן עדן; א פלאץ וואו מען קען זיך מתבודד זיין, גייסט ארויס איין טריט פון שטוב - ביסטו שוין אין פעלד, דו קענסט זיך גוט מתבודד זיין, זיך אויסשרייען דאס הארץ צום אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט: "מיינע לייט וועלן זיך געפונען וואו מענטשן גייען נישט און וואו הינער קרייען נישט"; אין שטעטל קען מען זיך גוט מתבודד זיין.


מאך זיך א קביעות, יעדן אינדערפרי זאלסטו גיין אביסל אין פעלד; בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאלסט לעבן מיט א שטארקע אמונה און דיינע דורות זאלן האבן אמונה.

#120 - דער בית המדרש איז נישט קיין פלאץ צו פארברענגען
שטעטל, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו, תושבי קרית ברסלב ליבערטי שיחיו


איך בעט זייער אלע אנשי שלומינו מען זאל נישט קומען אין שול דורכ'ן טאג נאר צו דאווענען און לערנען.


פון צען אזייגער ביז פיר אזייגער נאכמיטאג נוצט מען דעם בית המדרש פאר'ן כולל און פאר די ישיבה קטנה; מען קען נישט קומען פארברענגען, עס שטערט סיי דעם מגיד שיעור ר' ... נרו יאיר און סיי די כולל אינגעלייט.


דער בית המדרש איז נישט קיין פלאץ צו פארברענגען; דער בית המדרש איז פאר לערנען און דאווענען. איך וויל נישט דארפן פארשפארן דורכ'ן טאג דעם בית המדרש, איך האף מען וועט פאלגן.

#119 - מען טאר נישט מקפח זיין די פרנסה פון אנדערע
שטעטל, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ווייב האט מיר געפרעגט, היות איר ציט זיך ארויס בקרוב אין שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי, וויל זי עפענען א פלעי גרופ פאר קינדער. איך האב איר גלייך געפרעגט, היתכן, אוועקנעמען פרנסה פון משפחת ...? זיי האבן דאך געעפנט די ערשטע פלעי גרופ, האט זי מיר געזאגט אז עס איז דא צו סאך קינדער, עס איז דא גענוג פאר ביידע. איך האב גערעדט מיט זיי און איך האב פארשטאנען אנדערש, עס איז נישטא גענוג קליינע קינדער פאר צוויי פלעי גרופס.


דעריבער בעט איך דיר, זייט מברר די זאך, ווייל מען טאר נישט מקפח זיין אנדערע משפחות.


אויב איז דא גענוג פאר צוויי - קענט איר עפענען, אויב איז נישטא גענוג - דארפט איר טראכטן פון טון עפעס אנדערש.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא און פרקים משניות - וועסטו האבן גרויס שפע.

#118 - שלום צווישן אנשי שלומינו איז די וויכטיגסטע זאך
מחלוקת, שטעטל, שלום, אומאן, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך פאר יעצט צום רבי'ן מיט מיין זון ... נרו יאיר, דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): "א קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר וועט גיין צו די חתונה מיט א ריין העמד"; וואס נאך דארף א טאטע און מאמע? וואס דארף איך מער פון דעם? איך וויל דאך מיינע קינדער זאלן זיין ריין.


איך וועל בעטן פאר דיר און פאר דיין ווייב זי זאל האבן א רפואה שלימה.


דו וואונדערסט זיך ווי אזוי דער ראש ישיבה איז אזוי רואיג בשעת עס טוט זיך, עס הייסט עס גייען ארויסקומען רבנים מיט חתימות וכו', וכו'; גלייב מיר ... מיר טוט מער וויי ווען אנשי שלומינו פארטראגן זיך נישט, איינער רעדט אויפ'ן צווייטן – ווי א קול קורא קעגן מיר פון טויזנט חתימות.


בפרט אין אונזער שטעטל קרית ברסלב וויל איך מען זאל לעבן בשלום, ווי מוהרא"ש שרייבט אין די לעצטערע בריוו פאר'ן הסתלקות, פאר אנשי שלומינו: "איך עקל זיך פון מחלוקת, מיין גאנץ לעבן בין איך אנטלאפן פון מחלוקת".


דיר וועל איך זייער מכיר טובה זיין אז דו וועסט זען עס זאל זיין שלום אין שטעטל, יעדער זאל זיין צופרידן.


 

#117 - ברענג אריין א חיות אין די אינגעלייט
שמחה, צרות, זיכוי הרבים, שטעטל, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך בעט דיר זייער, ברענג אריין א חיות אין די אינגעלייט; זע עס זאל זיך לעבן אין שטעטל, ווען דו קומסט אין שול צווישן אנשי שלומינו זאלסטו זיי מחי' זיין. עס איז דא אמאל איינער אין א צעבראכענע געמיט, א דערשלאגענער און מיט איין שמייכל, מיט א טענצל, מיט א ווערטל, מיט א גוט ווארט - קען מען יענעם אויסהיילן.


פון אינדרויסן ווייסט מען גארנישט, עס קען זיך דאכטן אז יענעם גייט גוט, יענער האט גוט חתונה געהאט, יענער האט פרנסה וכו' וכו', מען קען נאך יענעם מקנא זיין, אבער אינעווייניג איז גאר אן אנדערע בילד; נישטא קיין שלום בית, נישטא קיין פרנסה, נישטא קיין שמחת החיים.


איך בעט דיר טייערער ברודער, טו מיין ווילן; זיי מחי' אנשי שלומינו, רעד צו זיי.

#116 - איך דארף האבן אין שטעטל פאראמעדיקס
שלום בית, יבנאל, שטעטל, הצלה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פרעג דיין ווייב תחי' אויב זי איז מסכים דו זאלסט זיך לערנען צו זיין א פאראמעדיק; אויב זי איז מסכים וויל איך דו זאלסט זיך לערנען אינאיינעם מיט האברך ... נרו יאיר, איך וועל ענק ביידע באצאלן די גאנצע קאסט.


איך דארף האבן אין שטעטל פאראמעדיקס; איך האף מען וועט דאס נישט דארפן נוצן, אבער חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יז:) אז מען טאר נישט וואוינען אין א שטאט וואס עס איז נישטא דארט א רופא; דאס גייט ארויף אויף הצלה און פאראמעדיקס.


מיר האבן שוין אין שטעטל אפאר אינגעלייט פון חברה הצלה; איך האף צו האבן זעקס און דרייסיג חברה הצלה אינגעלייט, כמנין ל"ו; מוהרא"ש פלעגט זאגן ער האט זעקס און דרייסיג הצלה לייט אין יבנאל, ער רופט זיי די ל"ו צדיקים וואס לויפן אין אלע צייטן ראטעווען אנדערע מיט מסירות נפש.


עס איז א שווערע לימוד, עס נעמט אפאר יאר, אבער עס לוינט זיך די שווערע הארעוואניע צו קענען ראטעווען א נפש אחת מישראל.


דאס קענסטו נישט טון נאר מיט רשות פון דיין ווייב תחי'.

#115 - איינער זוכט א חברותא פארטאגס
כולל, חברים, שטעטל, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב זייער הנאה אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה, דו נוצט אויס די יונגע יארן מיט תורה; איך פריי זיך צו האבן אין אונזער כולל אזעלכע פלייסיגע אינגעלייט ווי דיר.


האברך ... נרו יאיר זאגט מיר אז ער האט נישט זיין חברותא פארטאגס, וויל איך דיר פרעגן אויב דו ווילסט לערנען מיט אים פארטאגס, פון זעקס אזייגער ביז'ן דאווענען, גמרא רש"י תוספות; לאז מיר וויסן אויב דו וועסט לערנען מיט אים.


מיט דיין תורה העלפסטו מיר בויען דעם שטעטל; א שטעטל בויט מען נישט מיט עשירים, נאר מיט תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ט): "אֵינִי דָר אֶלָּא בִמְקוֹם תּוֹרָה".

#114 - פיר די שול אזוי ווי דו האסט געזען אלע יארן אין ישיבה
מקוה, ריינקייט, שטעטל, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב באקומען רשות פון ... נרו יאיר צו נוצן זיין גאראזש צו בויען א מקוה; איך האף ביז א וואך צוויי וועט זיין גרייט די מקוה, וועט איר קענען דאווענען שבת אינדערפרי אינעם נייעם שול.


איך האב פאר דיר א קאמפלימענט, דער בעל הבית ר' ... נרו יאיר זאגט מיר אז ער און זיין ווייב זענען זייער צופרידן אז דו ביסט גבאי, זיי זענען רואיג אז דער שול האט אן אחריות'דיגער גבאי, אלעס איז זויבער און שיין צאמגענומען.


איך האף דו וועסט ווייטער משמש זיין דעם רבי'ן; דו וועסט פירן דעם שול, עס זאל זיין ריין, מען זאל דאווענען אין צייט און אלעס זאל זיין על צד היותר טוב. פיר די שול אזוי ווי דו האסט געזען אלע יארן אין ישיבה; לייג נישט צו און נעם נישט אראפ, דעמאלט וועסטו מצליח זיין.


לעת עתה זאל די שול זיין אין באנוץ נאר שבתים און ימים טובים, אויך די מקוה וואס מיר גייען יעצט מאכן זאל זיין נאר פאר שבת אינדערפרי.

#113 - מיר ווילן אזעלכע איידעלע משפחות ביי אונז אין שטאט ווי דיין משפחה
שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ווילסט זיך אריבערציען אינעם נייעם ברסלב'ער שטאט, קרית ברסלב ליבערטי.


פאר מיר איז דאס א גרויס פרייד, מיר ווילן אזעלכע איידעלע משפחות ביי אונז אין שטאט ווי דיין משפחה. די שטעטל האבן מיר געבויט פאר איין סיבה, מיר זאלן האבן א רואיגע פלאץ צו קענען מחנך זיין די קינדער מיט'ן רבינ'ס וועג, זיי חתונה מאכן יונג און ריין.


קודם קום ארויס אין שטעטל אויף שבתים. איך האף צו טרעפן א דירה פאר דיר, יעצט איז נישטא קיין דירות, איך האב איבער פערציג משפחות וואס ווילן זיך אהין ציען, עס איז נישטא קיין דירות.

#112 - דער גבאי האט א זכות אין די תורה ותפילה פון די מתפללים און לומדים
שטעטל, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ליבערטי ניו יארק


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; זיין א גבאי איז א הייליגע ארבעט און א גרויסע אחריות, מען דארף האבן די שכל צו קענען גיין לרוחו של כל אחד ואחד. יעדער מענטש האט אן אנדערע רצון, אן אנדערע מחשבה; דער גבאי דארף קענען טרעפן א וועג צו קענען יעדן איינעם צופרידן שטעלן.


אזוי ווי די אחריות איז זייער גרויס - איז די שכר אויך זייער גרויס, דער גבאי האט א זכות אין אלע תורה ותפילה וואס קומט ארויס פון די מתפללים און לומדים.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך; גיי אן מיט דיין עבודת הקודש, זע עס זאל זיין א געשמאקע דאווענען, מען זאל דאווענען צייטליך, מען זאל נישט שמועסן, עס זאל זיין ריין און געב אכטונג אויף יעדנ'ס כבוד.


ווען דו טיילסט עליות זאל יעדער איינער באקומען אן עלי'; האלט חשבון אויף יעדן מתפלל ער זאל באקומען אן עלי' און ווען עס קומט די הייליגע טעג דארף יעדער באקומען דעם כיבוד פון פתיחת הארון און אזוי אויך אן הקפה.


איך בין דיר גרייט צו העלפן; אויב דארף מען איינעם מעורר זיין וכו', קען איך דאס טון.

#111 - מ'דארף אכטונג געבן צו טראגן נאר אין די גרעניצן פונעם עירוב
שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל וועד העירוב קרית ברסלב, ליבערטי ניו יארק.


איך האב געמאכט די מאפע פון דעם 'עירוב קרית ברסלב ליבערטי'; ווייז דאס פאר'ן רב המכשיר, אויב ער איז צופרידן זאלסטו דאס מפרסם זיין כדי מען זאל חס ושלום נישט קומען צו חילול שבת.


מענטשן הערן א ווארט 'עירוב' מיינט מען שוין אז מען קען טראגן וואו מען וויל, דארפן מיר מפרסם זיין אז דער עירוב איז נישט פאר ליבערטי בכלל נאר פאר א שטיקל געגנט וואו מיר וואוינען.


דער נדבן פונעם עירוב טראק בעט מיר איך זאל דאס נישט מפרסם זיין, דעריבער זאלסטו שרייבן אויפ'ן טראק: "עירוב ברסלב ליבערטי ניו יארק", שרייב נישט "זאת נדבת".


עפן א נייעם קארפארעישן; דעם אריין די פאלגנדע נעמען אינעם בארד: ... נרו יאיר, ..., ... און ...; די פיר - מיט דיר.


בייגעלייגט איז די מאפע וואו מען קען טראגן אום שבת קודש; די מיידל קעמפ איז חוץ לעירוב.

#110 - אין זכות פון העלפן פאר'ן עירוב וועסטו האבן געזונטע ערליכע קינדער
קינדער, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, י' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


אין דעם זכות וואס דו האסט מנדב געווען דעם עירוב טראק פאר'ן שטעטל - קרית ברסלב ליבערטי, זאל דער אייבערשטער דיך בענטשן מיט נחת ביי דיינע קינדער; געזונטע קינדער, ערליכע קינדער, נאך קינדער און קינד'ס קינדער.


העלפן מאכן אן עירוב איז מסוגל פאר קינדער. עס איז באוואוסט די מעשה, א איד איז געקומען צום הייליגן שינאווער רב זכותו יגן עלינו בעטן פאר קינדער, דער שינאווער רב האט אים געפרעגט אויב עס איז דא אן עירוב אין די שטאט וואו ער וואוינט, האט דער איד געענטפערט: "ניין", זאגט דער הייליגער שינאווער רב: "ווי קען מען טראגן (טראגעדיג ווערן) אז מען קען נישט טראגן, אז עס איז נישטא קיין עירוב? אז איר וועט מאכן דעם עירוב וועט מען קענען טראגן".


זאג פאר ... נרו יאיר אויב דו ווילסט מען זאל מפרסם זיין דיין נאמען אויפ'ן טראק, אדער ווילסטו עס זאל זיין פריוואט צווישן דיר אינעם וועד העירוב.


דיין ראש ישיבה וואס בעט פאר דיר.

#109 - א שטאט וואו מען דרוקט דעם רבינ'ס ספרים ווערט די גאנצע שטאט הייליג
הפצה, הדפסה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


פארוואס שלעפט זיך אזוי לאנג? מען ווארט דער אינספעקטאר זאל קומען געבן א סי-או פאר'ן בנין הדפסה; עס טוט מיר וויי יעדן טאג וואס דער בנין איז נישט אין באנוץ, פארוואס איז דאס נישט וויכטיגער פון דיין פריוואטע הויז? פארוואס זאלסטו נישט קוקן אויף די הדפסה בנין אז דאס איז דיין הויז?! דאס איז וויכטיגער פון אלעס, די גאנצע שטעטל וועט האבן נוצן ווען מען וועט דרוקן אין שטעטל די הייליגע ספרים; די לופט אין שטעטל וועט ווערן הייליג, מוהרא"ש זאגט: "אין א שטאט וואו מען דרוקט דעם רבינ'ס ספרים ווערט די גאנצע שטאט הייליג".


איך האב אסאך זאכן וואס מען דארף מאכן; איך וויל אנהייבן ארבעטן ביי די ישיבה, איך וויל מאכן א מצה בעקעריי, אויך וויל איך בויען נאך א שטאק אינעם בנין הדפסה פאר אלע וואס זענען עוסק אין הפצה, זיי זאלן האבן אפיסעס; אבער איך מאך גארנישט ווילאנג די הדפסה גייט צוריק אין קראפט.


געב איבער פאר ... נרו יאיר ער זאל קוקן אויף הדפסה אזוי ווי ער קוקט אויף זיין אייגנס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#108 - אויף די וואס טוען, האט מען אלץ טענות
הדפסה, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


קענסט זיך נישט פארשטעלן די גרויסע זכות וואס דו האסט מיט דעם וואס דו העלפסט מיר בויען דעם שטעטל קרית ברסלב, א שטעטל אויפ'ן רבינ'ס נאמען, א שטעטל וואו מיר וועלן מחנך זיין אונזערע דורות מיט ריינע אמונה, מיט קדושה וטהרה.


נעם זיך נישט צום הארצן פון די וואס רעדן אויף דיר; אז מען טוט, אז מען העלפט - האט מען טענות; אויף א טויטע זאך איז נישטא קיין טענות, אויף די וואס העלפן וועט מען שטענדיג האבן טענות.


איך האף אז דו וועסט ווייטער בויען אלע הייזער אין שטעטל, דו וועסט זיך דערהאלטן און זיך נישט צוטון מאכן פון די וואס רייסן דיך אונטער.


בנוגע דעם עירוב טראק; איך האב געבעטן האברך ... נרו יאיר זאל דאס קויפן, עס איז זייער וויכטיג צו האבן אן עירוב טראק צו קענען פאררעכטן דעם עירוב.


איך האב ארויסגעשיקט צוויי בחורים זאלן ענדיגן דעם בנין ההדפסה און נאכדעם אנהייבן בויען א וועג אריין אינעם שטח הישיבה.


איך וויל מען זאל קויפן א באס; איך וועל צושטעלן א בחור זאל דרייוון דעם באס ארום דעם שטעטל יעדע שעה, די פרויען זאלן קענען גיין און קומען.

#107 - עס טוט מיר זייער וויי אז מען האט אפגעשטעלט דאס דרוקן די ספרים
הדפסה, שטעטל, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס, א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר.


בנוגע די בית הדפוס; עס טוט מיר זייער וויי אז מען האט אפגעשטעלט דאס דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, פון מוהרא"ש; איך ווייס נישט וואס צו זאגן, איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך האב געזאגט פון פאראויס אז דאס גייט פאסירן, ביז דערווייל שרייען די מפיצים אז עס איז נישטא קיין קונטרסים.


בנוגע עפענען נאך א קאנגרעגעישן וכו'; איך וועל רעדן מיט דיר פנים אל פנים.


בנוגע געלט פאר אומאן; איך וועל זאגן ... זאל שיקן 1500$ פאר היטן דעם בנין, 700 צו ווינטערייזן דעם בנין, 600 פאר די עלעקטעריק און 5000 פאר...


אויב דו האסט געלט פון נדרים און נדבות וואס איז אריינגעקומען אין שטעטל במשך די הייליגע טעג איז זייער וויכטיג צו קויפן א דזשענערעיטאר, כדי די שול זאל קענען אנגיין ווען עס איז נישטא קיין לעקטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#106 - זיי זיך קובע צו לערנען פארטאגס אין בית המדרש
שטעטל, בית המדרש, לימוד התורה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב.


מזל טוב פאר דיין ניי געבוירענעם מיידל, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מגדל זיין דיינע קינדער און זען פון זיי אידיש נחת, ליכטיגע דורות.


איך בעט דיר זייער זיי זיך קובע צו לערנען פארטאגס; קום אין בית המדרש לערנען, איך וויל זייער אז אלע אינגעלייט זאלן קומען פארטאגס לערנען אין בית המדרש.


נאר דאס בלייבט פונעם מענטש. טראכט אריין, וואס האט מען פונעם לעבן; די גאנצע לעבן איז איין שטיק שוועריקייט, מען ארבעט א גאנצן טאג - פארוואס? פאר וועם? זיך צו קענען אויסהאלטן ביז מען ווערט עלטער און שוין. דעמאלט קען מען שוין נישט ארבעטן, דעמאלט זיצט מען און מען ווארט אז די טאג זאל זיך ענדיגן, אנהייבן און ענדיגן. אבער אז מען לערנט תורה איז דער לעבן א לעבן; ווען מען ווערט עלטער ווערט מען נאר יונגער און פרייליכער, מען האט וואס אהיים צו ברענגען אויף יענע וועלט.


 איך בעט דיר זייער, גיי שלאפן פרי; אין שטעטל איז נישטא וואס צו טון ביינאכט, עס איז א מחי', מען קען זיך לייגן נאך מעריב און אויפשטיין פארטאגס לערנען.

#105 - זיי זיך קובע צו לערנען אין בית המדרש
חברים, שטעטל, בית המדרש, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט קומען יעדן אינדערפרי אין בית המדרש לערנען.


אז דו ווילסט מצליח זיין זאלסטו זיך קובע זיין צו לערנען פארטאגס; קום אין בית המדרש לערנען - וועסטו אויפלעבן דעם שטעטל און נאך אינגעלייט וועלן זיך קובע זיין צו קומען לערנען.


אויך אויף דער נאכט זאלסטו קומען לערנען, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ח.) מען האט געפרעגט רבי יוחנן: "אין וואס פאר א זכות האבן די מענטשן פון חוץ לארץ אריכות ימים?" האט ער געענטפערט: "מְקַדְּמִי וּמְחַשְּׁכִי לְבֵי כְנִשְׁתָּא", ווייל זיי זענען זיך קובע שיעורים אינדערפרי און אויף דער נאכט; דאס זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן נב): "יַקְדִּים וְיַחְשִׁיךְ לְבֵית הַכְּנֶסֶת", מען זאל קומען אינדערפרי און ביינאכט אין בית המדרש, "עַל יְדֵי זֶה יַאֲרִיךְ יְמֵי בָנָיו", דורכדעם וועלן די קינדער האבן אריכות ימים.


זיי מיר מודיע אויב דו ווילסט לערנען מיט א חברותא אדער דיר איז גוט צו לערנען אליינס; אז דו דארפסט א חברותא וועל איך דיר צושטעלן א חברותא.


איך ווארט שוין צו הערן אז אין שטעטל אין שול איז א מקום תורה בייטאג און ביינאכט.

#104 - מסיים זיין חומש רש"י, אין צוגאב צו א פרישע פירוש יעדעס יאר‎‎
סקול, שטעטל, בית המדרש, לימוד התורה, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב תחי' איז גרייט צו העלפן אויסלערנען די מיידלעך ווי אזוי מען נייעט - זאל זי זיך פארבינדן מיט מרת ... תחי', זי איז געשטעלט פאר די סקול. איך וועל אויך רעדן מיט איר זי זאל אויסארבעטן מיט דיין ווייב תחי' ווען צו קומען, אז די קינדער זאלן קענען די פאך, זיי זאלן קענען נייען.


האסט מיר זייער דערפריידט אז דו האסט שוין מסיים געווען ספר אור החיים הקדוש, רמב"ן און כלי יקר; יעדעס יאר ביסטו מעביר סדרה שנים מקרא ואחד תרגום מיט איינע פון די פירושים און לכבוד דעם נייעם יאר האסטו גענומען איינע פון די הייליגע חסידישע ספרים, פון די תלמידי המגיד זכותו יגן עלינו; אז מען גיין אויף דעם סדר, יעדעס יאר נעמט מען נאך א ספר - קען מען צוביסלעך אריבערגיין כל התורה כולה.


זיי זיך קובע צו לערנען אינדערפרי אין בית המדרש, זיי מחזק דעם בית המדרש עס זאל זיין א מקום פון תורה; איך וויל דער שטעטל זאל זיין א מקום פון תורה ותפלה.

#103 - דו האסט חתונה געהאט, קענסטו יעצט לערנען תורה בטהרה
כולל, שטעטל, לימוד התורה, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער נוץ אויס דיינע יונגע יארן מיט תורה ותפלה, יעצט איז דיין שענסטע צייט; דו האסט חתונה געהאט, האסט אן אשת חיל, קענסטו יעצט לערנען תורה בטהרה, מיט א ריינע מח.


קום צייטליך אין כולל און לאז זיך נישט שטערן פון קיינעם, אז עס קומען אריין אינגעלייט אינמיטן טאג, זיי זוכן צו שמועסן וכו', זאלסטו זיך ארויסדרייען; אין די צייט וואס מען לערנט איז גארנישט דא, נאר לערנען.


העלף מיר בויען דעם שטעטל "קרית ברסלב"; נאר מיט לערנען תורה, נאר דורך קביעת עתים לתורה - וועלן מיר האבן א שיינע שטאט.


די הייליגע חכמים זאגן (מגילה ג:) וואס מאכט א שטאט זאל ווערן א שטאט? אויב עס זענען דא צען מענטשן וואס לערנען און דאווענען.


ווייז דעם בריוו פאר די אנדערע כולל אינגעלייט.

#102 - אז מען גייט ליידיג איז נישט גוט בגשמיות און כל שכן ברוחניות
שטעטל, פרנסה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


אז דו ווילסט העלפן בויען דעם שטעטל, דו ווילסט עס זאל מצליח זיין - זאלסטו העלפן די פרישע אינגעלייט זיי זאלן טרעפן פרנסה, איך וויל נישט עס זאלן זיין אינגעלייט וואס גייען ליידיג; אז מען גייט ליידיג איז זייער נישט גוט, נישט בגשמיות און כל שכן ברוחניות.


די הייליגע חכמים זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה", גיין ליידיג ברענגט עבירות רחמנא לצלן, "וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", און עס ברענגט דעפרעסיע; אפילו די אינגעלייט וואס האבן יעצט פרנסה פון די רעגירונג וואס פארטיילט גרויסע געלטער פאר ארבעטסלאזע - דארפן אויך זיין פארנומען, מען טאר נישט גיין ליידיג; גיין ליידיג הרג'עט דעם מענטש, עס הרג'עט די שלום בית און עס נעמט אוועק אלע גוטע זאכן.


אז דו ווילסט מיר העלפן זאלסטו העלפן די אינגעלייט מיט דעם; מוהרא"ש זאגט פשט אין דעם וואס די הייליגע חכמים זאגן (אבות ב, ב): "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ", עס איז גוט צו לערנען און אויך ארבעטן, "שֶׁיְּגִיעַת שְׁנֵיהֶם מְשַׁכַּחַת עָוֹן", אז מען לערנט און מען ארבעט זינדיגט מען נישט; זאגט מוהרא"ש, עס שטייט 'מְשַׁכַּחַת עָוֹן', א לשון פון שכחה, דאס הייסט אז מען לערנט און מען ארבעט האט מען נישט קיין צייט און מען פארגעסט צו זינדיגן.