בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#497 - מ'דארף ערליכע שוחטים
שטעטל, שחיטה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


עס איז נאך מוצאי ט' באב, אבער איך טראכט שוין פון ערב יום כיפור; וואס וועט זיין די יאר, וועלן מיר האבן כפרות? וועלן מיר האבן אונזערע שוחטים? וועט דאס זיין כשר למהדרין בתכלית הכשרות? איך וועל דיר זאגן פארוואס איך פרעג, ווייל דער שוחט ... זאגט מיר אויף די שוחטים ... און ... אז זיי פאלן צוריק, זיי פארגעסן ווי מען שטעלט דעם מעסער, אויב אזוי וואס וועלן מיר טון ערב יום הכיפורים...


ובכן בעט איך דיר זייער, העלף מיר אז מיר זאלן האבן כפרות ערב יום כיפור מיט די בעסטע כשר'סטע הכשר. לכתחילה וויל איך אייגענע שוחטים, ברסלב'ע שוחטים, וואס זענען זיך מתבודד ביים שארפן דעם מעסער וכו', אבער אויב דאס ווי ... זאגט, וועלן מיר נישט האבן קיין כפרות, וואס וועט זיין...?


אפשר קענסטו מיט דיינע קינדער מיט דיין ברודער ריקן פאראויס די גאנצע פראצעדור און עפענען דעם בית השחיטה.


איך ווארט צו הערן פון דיר.

#496 - די ווארט "לעמאנעיד" דערמאנט פון היכל הקודש
הפצה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


עפעס א גוטע זאך האסטו געטון, אז דו האסט מפרסם געווען דעם רבינ'ס שטעטל אזוי שטארק ביים היימישן עולם; וואו מען גייט און וואו מען שטייט רעדט מען פון דיין גראסערי "לעמאנעיד", און ווער עס הערט די ווארט "לעמאנעיד" – דערמאנט זיך פון שטעטל, פון היכל הקודש, עס ווערט א שמועס וכו' וכו'. עד כדי כך אז מענטשן זאגן מיר כסדר: "איך בין געווען ביי דיר אין שטעטל", פרעג איך: "וואו?" איז די ענטפער: "לעמאנעיד".


יעצט וויל איך דיר זייער בעטן זאלסט זיך קובע זיין שיעורים כסדרן אין חומש, תרגום מיט רש"י בכל יום ויום. אויך משנה וגמרא, דאס זאל זיין חוק ולא יעבור. טראכט נישט וואס דו האסט נעכטן געטראכט, אז מארגן (היינט) וועסטו לערנען, און היינט (מארגן) זאגן – מארגן וועל איך לערנען, ווייל אויב דו וועסט אזוי טראכטן וועט די לעבן אריבערגיין אן תורה, און דו וועסט גארנישט האבן, לאז נישט אויס א טאג פון לערנען, זיי שטארק מיט אלעס וואס דו האסט גענומען פון רבי'ן, באניי זיך פון פריש.


...


שכוח פארן אנטון די גוי'אישע ארבעטער מיט צניעות'דיגע קליידער, הלוואי זאל אויך זיין פאר די אידישע פרויען ארבעטערס א דרע"ס קאו"ד, וד"ל.

#495 - גיין צו א דאקטער מיט הארץ און געפיל
שלום בית, חסידות ברסלב, שטעטל, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


זאג דיין ווייב זאל מער נישט איבערטרעטן דעם שוועל פונעם דאקטער וואס זי פלעגט ביז אהער ניצן, נאכדעם וואס ער האט איר אזוי אנגעשראקן אן רחמנות אז ענק וועלן האבן השם ישמרינו... זי זאל גיין צו א דאקטער וואס האט הארץ און געפיל, א דאקטער וואס קוקט אויף איר אלס א מענטש, נישט ווי א נומער.


בנוגע זיך אריבערציען אין שטעטל; איך וועל מיך זייער פרייען, מיר האבן פאר דיר א פרנסה, א מלמדות פאסטן, אבער אז דיין ווייב תחי' איז נאכנישט גרייט צו קומען – זאלסטו איר נישט דרוקן, נעם נישט די גאולה פאר די צייט, ענדערש ווארט אביסל און ווען זי וועט וועלן קומען וואוינען אין שטעטל וועסטו קומען.


מאך זיך א קביעות אפאר מינוט וואס דו דאנקסט דעם אייבערשטן און דו בעטסט אים, דאס – און נאר דאס – איז ברסלב'ע חסידות.

#494 - די שול זאל בלייבן מיט א פנים פון א שול
דרך ארץ, שטעטל, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש לקוטי מוהר"ן


איך האב זייער הנאה געהאט צו דאווענען נעכטן מנחה מעריב ביי ענק אין שול און זיין ביים אויספאסטן. די שול ביי ענק אין ווילידזש דערמאנט מיר די אנהויב פון די שטעטל, קליין און שיין, אלע טעמים.


איין זאך וויל איך דיר בעטן, זאלסט בעטן די מתפללים זאלן קומען אין שול מיט הוט און רעקל, מען רעדט נישט דא פון פרעמדע, מען רעדט דא פון אונזערע חברים, תלמידי היכל הקודש, זאלן קומען אין שול מיט דרך ארץ, אנגעטון ווי עס פאסט. דו אלס גבאי מעגסט זאגן, די גבאים דארפן זען אז די שול זאל בלייבן מיט א פנים פון א שול, עס איז דאך פארט נישט א שוויץ באד.


בנוגע די עירוב וכו'; איך וועל רעדן מיט ... מען זאל אנהויבן מאכן די עירוב ארום ענקער געגנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#493 - דער רבי לאזט אונז נישט איינשלאפן
אמונה, חסידות ברסלב, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, אז אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן, עס איז נישטא דער און יענער, עס איז אלעס דער אייבערשטער וואס פארשטעלט זיך אין דומם, צומח, חי און אין מדבר. אז דו האסט זיך צוקלעמט דיין פינגער - איז עס נישט פון א טעות און נישט וועגן אים און וועגן דעם, עס איז ווייל מען האט אויסגערופן אין הימל דו זאלסט זיך יעצט צוקלעמען דיין פינגער, און אז דיין קאר האט געכאפט א קראץ און אז א רעדל האט געפלאצט וכו' וכו' - איז עס נישט דער און נישט יענער, עס איז אלעס פון הימל.


וואס איז ברסלב'ע חסידות? דער רבי חזר'ט מיט אונז אמונה, אז דער אייבערשטער פירט אלעס, מאכט אלעס און טוט אלעס. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן.


דער רבי לאזט אונז נישט איינשלאפן, דער רבי וועקט אונז אויף מיר זאלן לויפן צום אייבערשטן, מיר זאלן רעדן צו אים, מיר זאלן אים דאנקען און לויבן; ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - אלץ שטערקער ווערט די אמונה איינגעבאקן אינעם מענטש. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב) "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי"; ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן פונעם אייבערשטן - אלץ שטערקער ווערט אין אים איינגעבאקן די אמונה.


איך בין זיך ממש מחי' צו זיין זומער אין שטעטל מיט אנשי שלומינו, א פלאץ פון תמימות, א פלאץ פון שמחה, עס איז א מחי' צו זיין דא, מען הערט נאר רעדן איידל, מען הערט נאר רעדן שיין.


היינט נאכט איז דא א פרויען צאמקום, זע צו זיין אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין. עס איז זייער וויכטיג די וועכנטליכע שיעורים, דיין ווייב זאל קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#492 - פרויען צוזאמקום פאר די וואס מאכן שוין חתונה
שטעטל, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך בין יעצט זומער אין שטעטל, איך בין שוין דא אפאר וואכן, איך זע דיינע קינדער, אלע חתונה געהאט, אלע אזוי ליכטיג און טייער, אלע מענער קומען אין שול טאג טעגליך דאווענען און לערנען, און אויך די טעכטער און די שנירן זענען אלע איידל און ערליך, פירן שיינע שטובער, דאס איז זיכער א שטיקל באצאלונג פאר אלעס וואס ענק טוען די אלע יארן פארן רבי'ן; סיי דו און סיי דיין ווייב תחי' מיט די לעידיס עקזילערי, די חתונות אין ישיבה, די ילד שעשועים, די פארטיס פאר די מוסד, און אזוי ווייטער.


איך וויל בעטן אויב איר קענט מאכן וועכנטליך די פרויען שיעור פאר די פרויען וואס מאכן שוין חתונה די קינדער, עס איז בעסער פאר זייער יארגאנג זיך צאמקומען און זיך מחזק זיין, אביסל שמועסן ווען די טעכטער און שנירן זענען נישט אונטער די פיס, און פאר נאך סיבות; עס וועט זיין א גרויסע תועלת פאר די קהילה.

#491 - הייזער אין די נייע געגנט פון שטעטל
שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך דאנק דיך פארן מיר העלפן אין שטעטל מיטן ברענגען הייזער פאר אנשי שלומינו, און איך וויל דו זאלסט וויסן, מיר וועלן בקרוב אנהויבן ארבעטן אויפן עירוב אינעם נייעם געגנט עס זאל זיין באקוועם פאר אנשי שלומינו.


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן זאלסט פרובירן באזעצן די נייע געגנט מיט א סדר, לייגן איינער נעבן די אנדערער, נישט ווארפן מזרח, מערב, צפון, דרום; עס זאל זיין גרינג פאר אנשי שלומינו.


איך האב נאך אפאר גוטע משפחות וואס ווילן גיין אין די נייע געגנט, זיי ווילן גוטע הייזער פאר גוטע פרייזן, איך וועלן רעדן מיט דיר.


...


לערן יעדן טאג די בלאט גמרא, אפילו אן הבנה, דאס וועט דיך באשיצן פון אלעם שלעכטס.

#490 - עס מוז זיין א וועג פאר די פרויען צו קומען און גיין
מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, חבר הנהלה קהילת היכל הקודש


עפעס דארפן ענק זען צו טון, העלפן עס זאל זיין פאר די פרויען א וועג צו קומען און צו גיין, איך קען עס נישט נעמען אז די פרויען זענען איינגעשפארט אין שטוב, זיי קענען נישט גיין און קומען, פון אנהויב בויען די שטעטל בעט איך ענק מען זאל אוועק שטעלן א שאטעל וכדומה, און עס האט זיך נאכנישט אויסגעארבעט.


איך טראכט א געדאנק, מען זאל מאכן פרויען קאר סערוויס, און די קהילה זאל באצאלן א חלק פון יעדע נסיעה פאר די משפחות וואס זענען מעמבערס, עפעס אזוי, אז די פרויען זאלן זיך נישט שפירן ווי אין א תפיסה. צום ביישפיל, א פרוי וויל פארן לאקאל א נסיעה וואס קאסט צוואנציג דאלער, וועלן די משפחות וואס זענען מעמבערס צאלן האלב, און די קהילה וועט צאלן די איבריגע חלק.


עפעס מוזן ענק טון, ווייל דאס וואס פרויען זענען פארשפארט אין שטוב ברענגט מיט זיך א קייט פון פראבלעמען וד"ל.


אויך דארפן ענק זען צו שאפן נאך א פלאץ פאר די חדר און סקול, די קינדער קענען נישט ממשיך זיין אין די קליינע פלאץ, מען מוז עפעס טון, מען טאר נישט זיין אזוי צעקוועטשט, עס איז א סכנה.

#489 - די פרויען מוזן קענען ארויסגיין אינמיטן טאג
שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


דו ווייסט וואס איך וויל, איך האב ענק שוין געזאגט אן א שיעור מאל וואס איך וויל, איך וויל אז די פרויען אין שטעטל זאלן נישט זיין ווי איינגעשפארט אין די שעות וואס דער מאן ארבעט; האב איך געבעטן מען זאל צושטעלן א שאטעל, איך האב דאס ענק געזאגט אן א שיעור מאל, און למעשה איז דאס נישטא.


דו פרעגסט היות עס קאסט אסאך געלט וכו' וכו'; ערשטנס ביי דיר אין שטוב דרייווט דיין ווייב און דו קענסט זיך פארמאגן צוויי קארס, קוקסטו עס אן ווי אן איבריגע זאך. איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זיך אריינלייגן אין די שיך פון רוב רובם שטעטל, וואס די ווייבער דרייוון נישט, און אזוי דן זיין אויב מען דארף א שאטעל; די פרויען זענען פארשפארט און דאס איז גורם אסאך פראבלעמען.


אויף דיין טענה אז עס קאסט אסאך געלט; איז אפשר קען מען פארמאכן די שטעטל און אלעמען צוריק שיקן אין שטאט, אזוי וועט עס גארנישט קאסטן.


אפגערעדט וואס מען האט געטון די יאר מיט די טיטשערס, ווי זיי זענען פארשעמט געווארן טאג נאך טאג מיט די וועג צו קומען צו סקול, וואס אויף זיי איז אריבער; זאל דער אייבערשטער אונז מוחל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#488 - דיזיינען א שיינע ארון הקודש פאר די נייע שול אין שטעטל
שטעטל, בית המדרש, טאנצן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיך בעטן אויב דו קענסט דיזיינען א שיינע ארון הקודש פאר די נייע שול אין שטעטל, איך וויל זאלסט מאכן העכערן ארון הקודש די ברסלב'ע קרוין, און העכער די קרוין זאל שטיין אין גרויס: "אין שום יאוש בעולם כלל".


זאלסט מאכן די אותיות גאר גרויס, ווייל אזוי וועלן אלע זען און זיך דערמאנען פון רבי'ן און זיך באנייען און נישט אויסהערן דעם בעל דבר וואס שטייט און קאנווינסד אלעמען מען זאל זיך מייאש זיין; וועט מען זיך דערמאנען פון רבי'ן, וועט מען תשובה טון; ווייל דער רבי זאגט: "ווען מען וועט זיך דערמאנען אין מיר וועט מען ווערן כקטן שנולד און תשובה טון".


גיי א טענצל נאך שחרית, לכתחילה טאנץ מיט אנדערע און בדיעבד גיי אליינס א טענצל.

#487 - מאכן א סדר אויפצונעמען אנשי שלומינו
שטעטל, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מיר העלפן מאכן א סדר אויפצונעמען אנשי שלומינו, אלע וואס ווילן קומען זיך שואל עצה זיין. זיי מודיע פאר אנשי שלומינו אז במשך די צען וואך וואס איך בין אין שטעטל קענען זיי קומען פרעגן און זיך דורכרעדן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט רעדן שיין און מיט הארץ צו אלעמען, ווייל עס גייט אריבער אויף מענטשן וואס גייט אריבער, מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו זיין א פוסע על ראשי עם ישראל, געב יעדן איינעם די געפיל מען זאל קענען פרעגן אלע פראגעס און זיך שפירן באקוועם צו אלעס דורכשמועסן.


איך קום יעצט פון א לוי', מיין שוואגער נרו יאיר האט פארלוירן א טייער קינד פון צוועלף יאר. ביי די לוי' האב איך זייער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף זיין טייער פאלק, די אידישע קינדער, אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבינ'ס עצות, פון די עצה פון תפילה והתבודדות, פון קענען זיך דורכשמועסן מיטן אייבערשטן, אידישע קינדער זענען אזוי טייער און אזוי הייליג, מען דארף נאר דעם צדיק זאל אריין בלאזן רוח חיים, אלע זאלן שפירן דעם אייבערשטן, אלע זאלן גלייבן אין זיך.


דו זארג נישט פאר מיין צייט, איך בין גרייט צו זיצן ביזן עלות השחר צו העלפן אנשי שלומינו.


לאז מיר וויסן אויב דו ווילסט העלפן אנשי שלומינו.

#486 - משניות וועט דיר ארויסשלעפן פון מאוויס, קליפס, און פאדקעסטס
שטעטל, משניות, טעלעפאן, נייעס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו ביסט אזוי צוגעקלעבט צו די טעלעפאן, צו די נייעס, דו קוקסט מאוויס, קליפס, פאדקעסט - איז דא איין עצה פאר דיר; זאלסט זאגן אכצן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין. ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ - יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען דער רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות.


נישטא קיין אנדערע וועג ווי אזוי צו ווערן געראטעוועט פון די שטארקע נסיון, נאר דורך לערנען תורה אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), ווייל רבי נתן פארציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה (שיחות הר"ן, סימן יט), האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


מיר וועלן זיין זומער אין שטעטל, אין די ברסלב'ע שטעטל, צווישן די גראז און די ביימער, דינען דעם אייבערשטן, זיך גרייטן אויף ראש השנה מיט תשובה און תיקון המעשים. אין שטאט איז זייער שווער מיט שמירת עיניים, מען ווערט פארברענט, עס איז אזוי געפערליך, נישט אויסצוהאלטן. אויף די בערג איז א מחי', עס שפירט זיך א ריינקייט, אבער דאס איז נאר אויב מען האט נישט די טעלעפאן מיט זיך. מען קען זיין אין די הייליגסטע פלאץ, אויב האט מען די טעלעפאן איז אזוי געפערליך, אלעס ווערט פארשטעלט, די גרויסע קדושה ווערט פארשטעלט. אזוי ווי דער רבי דערציילט אין די מעשה פונעם מלך ועניו (ספורי מעשיות, מעשה ו): "עֶס אִיז פַארְהַאנְדְן אִין אַלֶע מְדִינוֹת אֵיין מְדִינָה וָואס דִי מְדִינָה אִיז כּוֹלֵל אַלֶע מְדִינוֹת. (כְּלוֹמֶר דִי מְדִינָה אִיז דֶער עִיקָר אוּן דֶער כְּלַל פוּן אַלֶע מְדִינוֹת) אוּן אִין דֶער מְדִינָה אִיז פַאר הַאנְדְן אַ שְׁטָאט וָואס דִי שְׁטָאט אִיז כּוֹלֵל אַלֶע שְׁטֶעט פוּן גָאר דֶער מְדִינָה וָואס זִי אִיז כּוֹלֵל אַלֶע מְדִינוֹת. אוּן אִין דֶער שְׁטָאט אִיז פַארְהַאנְדְן אֵיין שְׁטוּבּ וָואס זִי אִיז כּוֹלֵל אַלֶע שְׁטִיבֶּער פוּן דֶער גַאנְצֶע שְׁטָאט וָואס דִי שְׁטָאט אִיז כּוֹלֵל וְכוּ' כַּנַּ"ל. אוּן דָארְט אִין דֶער שְׁטוּבּ אִיז פַארְהַאנְדְן אַ מֶענְטְשׁ וָואס עֶר אִיז כּוֹלֵל גָאר דִי שְׁטוּבּ, וָואס דִי שְׁטוּבּ אִיז כּוֹלֵל וְכוּ' כַּנַּ"ל. אוּן דָארְט אִיז פַארְהַאנְדְן אֵיינֶער וָואס עֶר מַאכְט גָאר דָאס לֵיצָנוּת אוּן דֶעם קַאטָאוֶועס פוּן דֶער גַאנְצֶער מְדִינָה", און ווי מוהרא"ש געבט צו פארשטיין, דאס גייט ארויף אויף די גרעסטע קדושה; מען קען זוכה זיין צו קומען קיין ארץ ישראל, קיין ירושלים, צום בית המקדש, צום קדשי קדשים וואו דער כהן גדול גייט אריין מקריב זיין די קטורת, און דארט איז אויך דא די בחירה ונסיון, איינער וואס מאכט ליצנות.


א גוטן חודש.

#485 - א באזונדערע חלוקה פאר מענער און פאר פרויען
צניעות, בית התבשיל, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


שכוח פארן טון פאר די בית התבשיל, איך וויל אבער בעטן, איך וויל זייער בעטן - מען זאל מאכן א באזונדערע חלוקה פאר מענער און פאר פרויען, אדער מיט א מחיצה. איך וויל די שטעטל זאל זיין הייליג, חס ושלום אויב עס גייט צו בתערובות - איז נישט כדאי די גאנצע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#484 - לאז שוין אפ יענעמ'ס רוחניות
מחלוקת, שטעטל, היכל הקודש, א גוט אויג

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לאז שוין אפ יענעמ'ס רוחניות, ווער האט דיך געפרעגט? ווער האט דיך געבעטן זוכן חסרונות ביי אנדערע? אנשי שלומינו זאגן: "אז דו ווילסט יענעם העלפן זאלסטו יענעם העלפן אין זיין גשמיות, זוך יענעם א פרנסה, זוך יענעם א דירה, און זיי פארנומען מיט דיינע אייגענע חסרונות".


שוין דא א מלאך המוות וואס טויטעט און הרג'עט די גאנצע וועלט, מען דארף נישט נאך איינס; אנשטאט פארברענען מענטשן - זאלסטו קוקן גוט אויף יעדן איינעם. קומסט אין שול - זאלסטו זוכן דאס גוטס ביי אלעמען, און אנשטאט ציילן ווער עס איז שוין אוועק געגאנגען פון היכל הקודש און ווער עס גייט היינט אוועק פון היכל הקודש - זאלסטו זיך נאכקוקן אויב דו ביסט יא מקורב...


וואס גייט דיר אן ווער עס גייט אוועק פון היכל הקודש און ווער עס גייט אוועק פון שטעטל? ביסטו דען יא אין היכל הקודש? וואס איז דיין שייכות מיט היכל הקודש, אז דו קענסט יעדנ'ס שלום בית? דאס איז היכל הקודש? אז דו ווייסט ווער עס איז נאנט און ווער עס איז ווייט, דאס איז היכל הקודש? די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא טו:): "טוֹל קוֹרָה מִבֵּין עֵינֶיךָ", זיי דיך ערשט מקרב צום צדיק איידער דו בארעדסט דעם און יענעם.


די צווייטע טאג שבועות ביים ליינען די כתובה, ביים זיך געזעגענען פון יום טוב - האבן מיר גערעדט פון וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צא): "סגולה להתמדה" - נישט צו רעדן אויף קיין שום איד שלעכט, נישט האבן מיט קיין מחלוקת, מיט קיין קריגערייען, מיט קיין כעס, אויך אין שטוב זאל נישט זיין קיין שום כעס און קפידות. מיר האבן גערעדט וואס מוהרא"ש זאגט, אז מען מיז קוקן גוט אויף זיך, מען מוז האלטן פון זיך; נאר אזוי קען מען קוקן אויף א צווייטן גוט, און נאר אזוי קען מען האלטן פון א צווייטן; ווייל ווען א מענטש איז דערביטערט, ער האלט נישט פון זיך, ער גלייבט נישט אין זיך - מאכט ער יעדן אוועק און איז מבטל יעדן איינעם, און אזוי איז געווען אלע צייטן ביי מוהרא"ש, די דערביטערטע - די האבן געמאכט די מחלוקת, ביז זיי זענען אליין אוועק געגאנגען.


ווילסט מיר העלפן בויען די קהלה? זאלסטו מיר דערציילן נאר שיינע זאכן אויף אנשי שלומינו, און זוך ווי דו קענסט העלפן א איד מיט פרנסה, מיט א היטש, מיט שלעפן, טראגן, ברענגען, און נישט זוכן יענעמ'ס רוחניות.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#483 - געב דיינע צדקות צו בויען דעם רבינ'ס מוסדות
שכר לימוד, צדקה, שטעטל, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט וועט זיין די וועכענטליכע שיעור, אמאל פלעגסטו קומען צו די שיעורים מיט א דורשט, מיט א שטארקע געפיל; יעדע ווארט, יעדע שיחה פון רבי'ן - איז דיר געווען טייער, האסט באקומען אזויפיל חיזוק אויף לערנען, דאווענען און אויף מכבד זיין די ווייב וכו'. באניי זיך און ווער פריש מקורב, וועסטו אזויפיל פארדינען, די לעבן וועט דיר אריבערגיין מיט אזויפיל גוטס.


געב דיינע צדקות צו בויען דעם רבינ'ס מוסדות. מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל געבן מיינע צדקות פארן אוועק שטעלן מוסדות וואס פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק פאר די גאנצע וועלט. אמאל איז געקומען איינער פון אנשי שלומינו און מיר געבעטן איך זאל אים העלפן ארויסקריכן פון זיינע חובות, איך האב גלייך אנגעהויבן רעדן מיט מענטשן זאלן זיך אנשליסן מיט שיינע סכומים. שפעטער האב איך דערציילט פאר מוהרא"ש אז איך נעם צאם געלט פאר דעם און דעם, מוהרא"ש געבט א קוק אויף מיר און זאגט מיר: "דער וועט זיך אן עצה געבן, דו זאלסט שאפן געלט אוועק צו שטעלן מוסדות וואס פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר די וועלט".


איך האב געהאט אסאך פעלער וואס איך האב אוועק געגעבן מיינע לעצטע פרוטות, ווייל מיין טבע איז זייער א ווייכע, איך ווער צעריסן ווען איך זע ווי איינער גייט קלייבן צדקה און זאגט ער האט נישט, און שפעטער האב איך געזען אז איך האב זיך גענארט, עס זענען געווען אזויפיל מעשיות וואס איך האב געגעבן מיין ביסן ברויט, בשעת יענער האט אוועקגעלייגט געלט און אין זיין מח האט ער נישט קיין געלט, ווייל די געלט האט ער אוועק געלייגט פאר דירות וכו'; דאס האט מיך נאכאמאל געשטארקט צו געבן מיינע צדקות פאר די מוסדות וואס פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס עצות אויף די וועלט.


אם ירצה ה' שבועות וועל איך זיין אין שטעטל, מיר וועלן באנייען דעם גרויסן שול "היכל דוד". איך האב געהאט אן אינטערעסאנטע מעשה, סוף ווינטער ווען איך בין געווען שבת אין שטעטל ביי מיין איידעם נתנאל נרו יאיר, שבת נאכמיטאג אין שול איז צו מיר צוגעקומען האברך דוד לאקס נרו יאיר און מיר געזאגט אז ער וויל געבן א האלב מיליאן דאלער פאר די נייע שול, עס זאל זיין א זכות פאר אים לדורות. דאס איז געווען אן בעטן. דאס איז א מעשה פון תפילה. איך האב נישט געוואוסט וואס וועט דא זיין, פון וואו וועל איך נעמען די געלט צו בויען דעם שול? איך בין אריין אינעם בויען על דעת עס וועט קאסטן אפאר הונדערט טויזנט דאלער, למעשה האט דאס אריינגעשלעפט אין גאר גרויסע געלטער, איך האב געשמועסט מיטן אייבערשטן, און אזוי איז ער צו מיר צוגעקומען בעטן אויב ער קען האבן די זכות. דאס וועט אים טאקע זיין א זכות לדורות, ווייל אז מען בויט א שול אדער מקוה, אדער סיי וואס פאר צרכי צבור - איז אלע תורה, תפילה און גוטע זאכן וואס מען טוט דארט - לזכות די וואס האבן דאס געבויט.


אויך האט מיר האברך שבתי מזרחי נרו יאיר געזאגט אז ער געבט א האלב מיליאן דאלער פאר די זכות פון די מקוה, און אויך האברך מנחם שטיינבערג נרו יאיר האט געגעבן הונדערט און פופציג טויזנט דאלער פאר די שול.


אז אנשי שלומינו טראכטן ריכטיג וואס צו טון מיט געלט, צו בויען שול'ן און מוסדות פאר די קינדער, מקוואות, עס זאל זיין א זכות פאר זיי דא און אויבן אויף יענע וועלט.


די ערשטע זאך זאלסטו באצאלן שכר לימוד, און אז דיין טאטע האט פאר דיר נישט געצאלט קיין שכר לימוד די אלע יארן וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה - זאלסטו עס באצאלן. שכר לימוד איז נישט קיין נדבה זאך, עס איז א חיוב וואס ליגט אויפן מענטש צו צאלן, און נאר אז מען צאלט שכר לימוד איז דא א ברכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#482 - נעמט נישט אן די לשון הרע
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז ביי אונז אין די קהילה זענען דא פרויען וואס בארעדן אייך און אייער מאן נרו יאיר; ווי קען זיין אזא זאך, אין היכל הקודש, אין רבינ'ס חדר זאל מען בארעדן איינער דעם צווייטן... נישט דאס איז געווען די ווילן פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אז אין אונזערע ד' אמות זאל מען רעדן לשון הרע, רכילות וכו', השם ישמרינו.


איר בעט אן עצה און חיזוק, דו בעסטע עצה און חיזוק איז, איר זאלט יעדן דן זיין לכף זכות, איר זאלט נישט מקבל זיין די לשון הרע, און ווען מען קומט אייך דערציילן אז דער רעדט לשון הרע און דער זאגט דאס און יענץ, זאלט איר דאס נישט אננעמען, איר זאלט זיך אכטונג געבן פון די וואס ברענגען און טראגן, און דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער טייערער מאן און אייערע טייערע קינדער, און פאר אלע חסדים וואס ער טוט שטענדיג מיט ענק.


ביי מיר זענען ענק ביידע זייער טייער, איך דאנק דעם אייבערשטן פאר אזעלכע טייערע תלמידים ווי ענק זענען.


נאכאמאל, איך בעט אייך למען השם, נעמט נישט אן די לשון הרע, איך האב דאס כסדר, שלעכטע מלאכים קומען מיר אויפהעצן, דער רעדט אויף דיר, דער קריגט אויף דיר, און איך בין דאס נישט מקבל, איך בין זיי דן לכף זכות.

#481 - ווילסט זיין מיין חברותא צו לערנען טור בית יוסף?
שטעטל, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


אם ירצה ה' אין אפאר וואכן וועל איך קומען אין שטעטל. ערשט קום איך פאר די זומער וואכן, און איך האף צום אייבערשטן צו בלייבן; וויל איך זייער צוריק גיין אין כולל. איך וועל נישט זיין א גאנצן טאג אין כולל, איך האב דאך די ישיבה און נאך קהל'ישע זאכן, איך וויל זייער פאר צוויי שעה קומען אין כולל, איך וויל וויסן אויב דו ווילסט זיין מיין חברותא צו לערנען טור בית יוסף. אה וואס פאר א זיסקייט דאס איז, איך געדענק די פאר יאר פון אלס חתן ביז איך האב געעפנט די ישיבה האב איך זוכה געווען צו זיצן און לערנען אין כולל און לערנען טור בית יוסף און שלחן ערוך לעובדא ולמעשה, דאס איז טעם גן עדן.


שטארק זיך אין עבודת השם, שטארק זיך מיט דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב מיט מנין מיט א סידור, אן רעדן אן שמועסן. אויך זאלסטו זיך מאכן א קביעות נישט אויסלאזן שטיקלעך פונעם דאווענען, דאווענען פון אנהויב ביזן סוף אן רעדן. שחרית הויב אן "מה טובו" ביז נאך "עלינו לשבח", מנחה הויב אן "קרבנות" ביז נאך "עלינו", און אזוי אויך מעריב, זאג "שיר המעלות" ביז "עלינו". עס איז נישט גרינג עבודת השם אין אנהויב, מען דארף זיך אנשטרענגען, אבער שפעטער איז דאס אזוי זיס און געשמאק, ווען מען ווערט עלטער ווערט מען נאר יונגער, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קינים ג, ו): "זִקְנֵי תּוֹרָה", די ערליכע אידן, "כָּל זְמַן שֶׁמַּזְקִינִין", ווען זיי ווערן עלטער – "דַּעְתָּן מִתְיַשֶּׁבֶת עֲלֵיהֶן", זיי ווערן אלץ מער צו די זאך.


לאז מיר וויסן אויב דו קענסט באשטיין צו זיין מיין חברותא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#480 - די שטעטל קען נאר מצליח זיין מיט שלום און אחדות
שטעטל, שלום, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע מצורע, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער שיין פון די משפחות וואס געבן זיך אוועק פאר די קימפעטארינס צוצושטעלן אין שפיטאל פרישטאג, אזויפיל פרויען דערציילן אז זיי זענען ממש אויסגעגאנגען פון שוואכקייט און פון הונגער, און פלוצלונג איז אנגעקומען די חסד פרישטאג, פרישע געשמאקע סענדוויטשעס און זיי ממש געגעבן כח.


אבער איך בעט אייך זייער, אויב ענק ווילן קענען אנהאלטן די חסד - איז דאס נאר מיט איין וועג, אז מען גייט אוועק איינער פארן צווייטן; נאר אז עס וועט זיין שלום צווישן אייך - וועלן ענק מצליח זיין.


אנהויב ווען מיר האבן געעפנט די שטעטל, ווען עס זענען נאך געווען צוואנציג משפחות - איז געקומען צו מיר א משפחה וואס זיי קומען פון א שטעטל... זיי האבן מיר געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז זיי האבן א אינערליכע פחד וואס עס וועט זיין דא אין שטעטל אין יארן ארום, פרעג איך זיי: "וואס גייט פאר? פון וואס רעדן ענק?" זאגן זיי: "מיר קומען פון א פלאץ וואו עס האט זיך אזוי אנגעהויבן, ווען מיר זענען געווען קינדער האט זיך עס געשפירט ווי עס שפירט זיך יעצט דא אין ברסלב'ע שטעטל, און נאך יארן האט דארט אויסגעבראכן א מחלוקת, והוה מה דהוה, משפחות זענען געווארן צעטיילט, נאנטע חברים האבן זיך צעשיידט וכו'", זיי האבן מיר געפרעגט: "וואס קען מען טון אז דא זאל דער שטן נישט אנקומען?"


איך בעט דעם אייבערשטן אז אונזערע ד' אמות זאל בלייבן ריין און הייליג, מען זאל זיך ליב האבן, מען זאל נישט וויי טון איינער דעם צווייטן, עס זאל ארויסקומען נאר נחת רוח פארן אייבערשטן, פאר די צדיקים, פארן רבי'ן און פאר מוהרא"ש, וואס האט רחמנות געהאט אויף אונז און אונז געברענגט ביז דא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#479 - געבן א גוטע געפיל פאר אלעמען
כולל, שטעטל, דיינים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרוס פון שטעטל, פסח בין איך געווען אין שטעטל; וואס זאל איך דיר זאגן, די ווערטער וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט כמה פעמים: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט אונזערע בחורים פאר קיינעם", אזוי אויך זאג איך דיר: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט אנשי שלומינו"; עס איז מיר געווען א תענוג צו זיין אינאיינעם דעם יום טוב, איך האב זיך זייער געבענקט צו דיר.


בנוגע כולל; איך וויל דו זאלסט צאמנעמען די כולל אינגעלייט און אפשמועסן מיט זיי די פלאן פאר דעם זומער זמן הבא עלינו לטובה, ווי אזוי מען זאל צאמנעמען גאנץ הלכות שבת, אלע זאלן זיין גרייט צו ענדיגן הלכות שבת און זיך פארהערן, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף איז דא א נדבן וואס וויל העלפן די כולל אינגעלייט וואס פארהערן זיך און קומען מיט א כתב פון רבנים אויף די בחינה, און פאר יעדע כתב געבט ער טויזנט דאלער, יעדער אינגערמאן וואס וועט זיך פארהערן ביי רבנים וועט באקומען די געלט.


אויך וויל איך דיר בעטן, אויסער דעם וואס דו ביסט דיין פאר די קהילה, דו שטייסט גרייט בייטאג און ביינאכט צו ענטפערן שאלות פאר אלעמען, זאלסטו אויך זיין ראש הכולל, זיין א הילף פאר די כולל אינגעלייט, זען אז אלע זאלן מצליח זיין, אלע זאלן האבן חברותות, אלע זאלן מצליח זיין צאמצונעמען די הלכות וואס מען לערנט די לעצטע דריי יאר, יעדע אינגערמאן זאל באקומען א גוטע געפיל אזוי ווי דו האסט אליין געזען די פאר יאר וואס דו האסט זוכה געווען צו לערנען אין קארלסבורג כולל, ווי ער האט געשעצט און געגעבן כבוד פאר יעדע צורבא מרבנן, אפילו פאר אינגעלייטלעך, ווי ער האט האט זיך אויפגעשטעלט פאר יעדן און געגעבן א גוטע געפיל פאר אלעמען, און דאס האט זיי געשטופט צו לערנען און מצליח צו זיין אין לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#478 - נעמען ערנסט די שיעור הלכה
שטעטל, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך בין זייער פרייליך צו הערן אז דו פירסט זיך מיט יראת שמים און אז דו העלפסט אין שטעטל אין תלמוד תורה, און אויך העלפסטו מיט די שוחטים; וואויל איז דיר אז דו ניצט אויס די צייט מיט ערליכע זאכן, צו העלפן בויען די שיינע קהילה וואס טראגט דעם הייליגן רבינ'ס נאמען.


איך וויל דיר זייער בעטן, ווען דו ענדיגסט העלפן אין חדר - זאלסטו גיין אין ישיבה און זיין ביים שיעור הלכה. דאס ווייסטו אז דער רבי האט געוואלט מיר זאלן לערנען הלכה, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלֹא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, יעצט לערנט מען אין ישיבה הלכות שבת, דעם זמן לערנט מען הלכות בורר; זאלסטו נישט פארפאסן קיין איין טאג פון די שיעור, דארפסט וויסן וואס מעג מען טון שבת און וואס מען טאר נישט טון שבת; איז די פאר יאר וואס דו ביסט אין ישיבה - זאלסטו נעמען ערנסט די שיעור הלכה.


ווייז דעם בריוו אויך פאר הבחור ..., דער קעכער אין תלמוד תורה. זאג אים איך וויל ער זאל אויך קומען אין ישיבה נאכן ענדיגן קאכן און העלפן וכו', לערנען הלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#477 - די וויכטיגסטע זאך ביים רבינ'ס חדר, צו אפשווייגן און פארגעבן
שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דאס וואס מיר האבן געשמועסט יום טוב אין שטעטל אז מען מוז מוחל זיין אנשי שלומינו, מען טאר נישט לעבן מיט חשבונות אויף אנדערע; אז דער האט מיר געטשעפעט, דער האט געלאכט און יענער האט געפליקט וכו' וכו'; דאס איז די וויכטיגסטע זאך ביים רבינ'ס חדר, צו אפשווייגן און פארגעבן.


וואלסטו געוויסט וואס גייט אריבער אויף מענטשן - וואלסטו בכלל נישט געדארפט ארבעטן אויף דיינע מידות, יענעם צו פארגעבן, ווייל עס גייט אריבער אזעלכע שוועריקייטן אויף יעדן איינעם, און דאס מאכט מען זאל זיך פארלירן און זאגן, שטעכן און אריינפליקן א צווייטן, אבער דאס קומט נישט פון שלעכטקייט, דאס קומט פון דערביטערטקייט.


דו העלפסט מיר אזוי געטריי אויפצושטעלן די הערליכע מוסדות, די הערליכע קהלה קהילת היכל הקודש, דארפסטו געדענקען אז מען דארף האבן אסאך סבלנות מיט מענטשן, און מען דארף זוכן די רחמנות אויף יעדן איינעם, און זען נאר דאס גוטס ביי יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#476 - ארויסגיין פון דיין וועג פאר א צווייטן איד
שטעטל, שלום, מדות טובות, ספירה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם פסח בין איך געווען אין שטעטל מיט אנשי שלומינו; וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין אזוי איבערגענומען פון די שיינע שטעטל, א פלאץ פון שמחה, א פלאץ פון יראת שמים, א פלאץ פון ליבשאפט; איך בין זייער פרייליך.


יום טוב איז געווען זייער שיין. חול המועד האבן מיר געהאט יעדן טאג א סיום הש"ס; איין טאג פון א בחור, איין טאג פון א קינד און איין טאג פון א איד וואס האט שוין חתונה געמאכט די קינדער, עס איז געווען זייער פרייליך.


איך וויל דיר זייער בעטן, יעצט אין ספירה טעג זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן זאלסט קענען ארויסגיין פון דיין וועג פאר א צווייטן איד, און אפילו דער איד איז נישט דיין סארט, און אפילו דו האסט חשבונות וכו' - זאלסטו א טובה טון פאר א צווייטן איד, און די גרעסטע טובה איז געבן א גוט ווארט; "א גוט מארגן", "א גוטן טאג", "א גוטע נאכט", א פרעג "וואס מאכסטו?" א פרעג "וואס קען איך טון פאר דיר?"


מוהרנ"ת פלעגט זאגן: "וואלטן אנשי שלומינו זיך געהאלטן מיט ליבשאפט וואלט דער רבי זיי געברענגט צו די העכסטע דרגות", און דערפאר פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם צו מאכן חלישות הדעת מיט אלע סארט תירוצים פאוואס מען זאל זיך נישט פארשטיין, זיך נישט גריסן, שמועסן וכו' וכו'.


איך האב דיר נאכנישט פארציילט פון די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט, מיר האבן געקענט באצאלן אלע איינגעשטעלטע, מיר זענען נישט געבליבן שולדיג קיין איין פרוטה; דאס איז א נס למעלה מדרך הטבע, דאס איז א מעשה פון תפילות און א מעשה פון די איבערגעגעבנקייט פון אנשי שלומינו וואס האבן געגעבן צדקה מער פון זייער מעגליכקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#475 - רעדן צום אייבערשטן גייענדיג און קומענדיג פון שול
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן, היות מיר מאכן יעצט גרעסער דעם בית המדרש אין שטעטל - וועלן די קאסטן זיין מער, סיי דאס רייניגן און סיי די הייצונג און לעקטער וכו', זאלסט העלפן דעם גבאי'ן אברהם יושע וועבערמאן נרו יאיר צאמנעמען צדקה אויסצוהאלטן די קאסטן פונעם שול. ער אליין ארבעט זייער שווער, ער דארף א העלפער, "טובים השנים מן האחד" (קהלת ד, ט), עס איז בעסער ווען צוויי מענטשן ארבעטן אינאיינעם, אזוי קען איינער דעם צווייטן מחזק זיין; דאס משמש זיין דעם רבי'ן איז א תיקון פאר אונז, עס דארף זיין די גרעסטע שמחה אז מיר קענען עפעס העלפן און עפעס צוריק טון דעם רבי'ן.


אויך וויל איך דיר בעטן, יעצט זומער זאלסט נישט קומען אין שול מיט דיין קאר, דו וואוינסט אינגאנצן אפאר מינוט פונעם שול, אזוי וועסטו יעדן טאג האבן א קביעות צו רעדן צום אייבערשטן גייענדיג און קומענדיג פון שול צופרי און ביינאכט. וועסט שפירן גוט, ווען מען גייט התבודדות שלעפט מען נישט די שווערע פעק פון דאגות וכו', מען געבט אלעס איבער צום אייבערשטן, די לעבן איז גרינגער און רואיגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#474 - זאלסט פארן זייער פארזיכטיג און שטייט
מקוה, שטעטל, סכנה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, און ווען דו מאכסט א סיום - זאלסטו מיר דאס שרייבן, וועסטו מיר געבן פרישע כוחות. ווייל ווען איך הער אז תלמידי הישיבה לערנען און מאכן סיומים - געבט מיר דאס זייער אסאך כח וויטער אנצוגיין מיט די ישיבה און מיט די קהילה.


אויך זאלסטו יעדן אינדערפרי גיין אין מקוה. מוהרנ"ת האט מבטיח געווען, ווער עס וועט זיך טובל'ען יעדן טאג פארן אייבערשטן - וועט ביים סוף האבן א תקוה, ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


איך וויל דיר בעטן מיט מיין הארץ א טובה, ווען דו פארסט אין שטעטל זאלסטו פארן זייער פארזיכטיג און שטייט. ווייל יעצט זומער ווען די קינדער שפילן זיך אין די גאסן, בפרט אין די גאס ירושלים - דארט איז ממש סכנת נפשות, דארף מען זייער אכטונג געבן, ווייל מען קען חס ושלום שעדיגן א קינד השם ישמרינו, איך האף דו וועסט מיר טון די טובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#473 - זיין פרייליך, האט נישט מיט די פלאץ
שמחה, שטעטל, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תשא, ט' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איינער פרעגט מיר אין א בריוו, לכבוד דער ראש ישיבה, איך בין געווען צוגעוואוינט אלע יארן צו זיין אין א גרויסע לעבעדיגע שטאט אום פורים, עס איז אלץ געווען פרייליך און לעבעדיג אויף די גאסן, אויסער דעם וואס איך בין געגאנגען צו מיינע עלטערן וואס דארט קומט זיך צוזאם די גאנצע משפחה און עס ווערט אויטאמאטיש מער פרייליך.


דאס יאר געפאלט פורים אום ערב שבת קודש, און אזוי ווי מיר האבן זיך אריבערגעצויגן אין קרית ברסלב אין שטעטל, לכבוד דעם זעט אויס אז מיר וועלן נישט קענען פארן אין ערגעץ, און עס ווערט שוין יעצט אומעטיג ביי אונז אין שטוב, אז מיר גייען האבן דאס יאר א נעבעכדיגע פורים, עס וועט נישט זיין פרייליך, מען וועט דארפן זיצן אליין אינדערהיים.


ווי אזוי קען מען מאכן א פרייליכע און לעבעדיגע פורים זיצנדיג אינדערהיים, אן צו זען לעבעדיגס אין די גאסן, אן מיטצוהאלטן לוסטיג מיט די משפחה, און אזוי ווייטער?


בנוגע וואו צו זיין פורים וכו'; מענטשן האבן א טעות, מענטשן זוכן א פלאץ וואו צו זיין פרייליך, עס האט נישט מיט די פלאץ, זיין פרייליך איז נישט אין א פלאץ, זיין פרייליך איז אין הארץ, זיין פרייליך איז ווען מען נעמט אריין אין מח אז דער אייבערשטער איז דא, ער האט מיך ליב, און ער האט ליב מיינע מצוות, ער האט ליב צו הערן מיין קול ווי איך בעט אים; דאס איז אמת'ע שמחה, זיין פרייליך איז נישט דא אדער דארט, עס איז דורך שרייען יעדן טאג צום אייבערשטן: "רבונו של עולם איך וויל זוכה זיין צו זיין פרייליך, נעם מיך ארויס פון מיין עצבות און מיין מרה שחורה".


ווער עס געדענקט פורים ביי מוהרא"ש, עס איז נישט געווען קיין גרויסער עולם אויסער די לעצטע פאר יאר ווען די ישיבה פלעגט קומען, עס איז געווען גאנצע צען מענטשן, אבער די שמחה איז געווען אזוי שטארק, די שמחה איז אין הארץ, מען טאנצט, מען פרייט זיך ווי מען געפינט זיך נאר, אז מען האט א רבי וואס שרייט: "שכל קוויך" אלע וואס האפן און ווארטן און ווילן זיין גוט  - "לא יבושו", וועלן נישט פארשעמט ווערן, "ולא יכלמו לנצח, כל החוסים בך", און אלע וואס ווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן - וועלן געהאלפן ווערן, מען האט מרדכי הצדיק וואס איז לוחם מיט המן הרשע.


ווער עס האט נאר געטראפן ברסלב'ע חסידים פורים, ווייסט אז דאס איז עפעס וואס מען זעט נישט, מען זעט שמחות און בכיות, מען לאכט און מען וויינט, מען טאנצט און מען וויינט ביידע אינאיינעם, מען הערט די שמחה אז מען האט א רבי און מען הערט וויינען אז מען וויל זוכה זיין צו קדושת מרדכי ואסתר.


פורים איז נישט די מוזיק אין די גאסן, עס איז נישט די צעלאזטע זאכן, מען מוטשעט זיך אין די גרויסע שטעט ווי אזוי מען קען דאס אפשטעלן, נישט דאס איז פורים, דאס איז עקשע"ן, פורים איז א הייליגע שמחה, מען טרינקט וויין און עס קומט ארויס די סוד אז עס איז נישטא קיין טבע, נישטא גארנישט נאר דער אייבערשטער.


בלייבט אין שטעטל און מאכט א סעודה אינאיינעם, שלעפט אייך נישט אריין אין שטאט, עס האט נישט קיין פשט אין אזא הייליגע צייט זיך צו שלעפן אויף די וועגן מיט א משפחה וכו', נעמט אייך צאם, מאכט א סעודה און טרינקט און טאנצט, און פועל'ט אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.