בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#76 - קום נישט וואוינען אין שטעטל, אויב דיין ווייב וויל נישט
שלום בית, שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען וואוינען אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי; איך וויל זייער שטארק אז דו זאלסט דארט וואוינען, איך ווארט און איך האף אז דו וועסט דא זיין וואס שנעלער.


אבער אז דיין ווייב וויל נישט קומען וואוינען אין שטעטל - זאלסטו בשום אין פנים ואופן נישט קומען אין שטעטל; וואס וועסטו טון אז דיין ווייב וועט דיר זינגען טאג און נאכט: "דו האסט מיר אהער געשלעפט מיט געוואלד"? וואס וועסטו טון ווען זי וועט רעדן צו אלעמען אז זי וואוינט אין שטעטל באצוואונגענערהייט? ענדערש זאלסטו בלייבן וואוינען וואו דו וואוינסט יעצט און האבן א פרייליכע ווייב. אז זי וועט זיין פרייליך און צופרידן וועסטו אליינס מרויח זיין דערפון, זי וועט זיך אפגעבן מיט די קינדער און זי וועט דיר פרייליך מאכן, אבער אז זי וועט וויינען טאג און נאכט, און ביי יעדע זאך וואס וועט פעלן אין שטוב וועט זי זאגן: "זעסט? וועגן דיר!" "וועגן שטעטל!" נו וואס פעלט דיר דאס אויס?


דעריבער בעט איך דיר זאלסט איר נישט שלעפן מיט געוואלד; בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט וויסן וואס צו טון, דו זאלסט זיין צופרידן וואו דו ביסט.


ווייז דעם בריוו פאר דיין ווייב; זי זאל זען אז איך הייס נישט קומען אין שטעטל און איך באצוואונג נישט וואו מען זאל וואוינען, איך הייס מיינע תלמידים זאלן מכבד זיין די ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#75 - וויפיל מסירות נפש דו האסט אריינגעלייגט אינעם עירוב
תפילה והתבודדות, שטעטל, שבת קודש, לימוד התורה, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בין געווען מאנטאג בודק זיין דעם עירוב מיט הרב שטיינמעץ שליט"א, איך קען זיך נישט איבער קומען פונעם עירוב; וויפיל מסירות נפש דו האסט אריינגעלייגט אינעם עירוב, צענדליגער וואכן און חדשים וואס דו האסט געבויט דעם עירוב, אנגעהויבן ווינטער אין די שנייען און רעגן און יעצט זומער אין די ברענעדיגע היצן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "כָּל הַמְזַכֶּה אֶת הָרַבִּים - אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ", נישטא נאך אזא מזכה את הרבים ווי מאכן אן עירוב אז מענטשן זאלן נישט נכשל ווערן אין חילול שבת; עס איז זייער שווער אין שטעטל - סיי מיט'ן חלק פון טראגן און נאכדעם מיט תחומים, סיי ביי די איינוואוינער און סיי ביי די געסט, ממילא יעצט ווען דו האסט מתקן געווען דעם עירוב האסטו געהאלפן אלע זאלן זיין אפגעהיטן פון חילול שבת - וועט דער אייבערשטער דיר אפהיטן פון שלעכטס.


נאך אביסל וועסטו טרעפן א גוטע שידוך, דו וועסט אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב.


אפילו יעצט ווען דו העלפסט מיר אזוי געטריי פון פארטאגס ביז אויף דער נאכט צו ענדיגן דעם עירוב - דארפסטו האבן שכל אראפ צו כאפן אביסל חומש רש"י יעדן טאג, אביסל משניות יעדן טאג, אביסל גמרא און אזוי ווייטער, א טאג אן תורה איז קיין טאג נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#74 - שעץ די מלמדים און טיטשערס פון דיינע קינדער
לערערין, מלמדים, שטעטל, עצתו אמונה, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


איך בין זיך אזוי מחי' צו זיין אין שטעטל; מען קען זיין אפגעהיטן, מען קען זיין ריין; מען זעט נישט דא גארנישט - נאר ביימער און הימל.


ברוך ה' עס איז יעצט אנגעקומען פון ארץ ישראל "ספר עצתו אמונה - חלק ב'"; אויב דו ווייסט איינער וואס האט פלאץ אריין צו נעמען די ספרים פאר א קורצע צייט, זיי מודיע האברך ... נרו יאיר.


איך ווייס נישט אויב דו ווייסט וואס פאר א מסירת נפש די מלמדים און טיטשערס לייגן אריין אין די קינדער; זיי זיצן רוב טאג מיט דיינע קינדער מיט אייזערנע געדולד, זאלסטו זיי האלטן טייער און זיי שעצן. ווען דו זעסט דיינע קינדער'ס מלמדים זאלסטו זיך אינטערעסירן ביי זיי און זיך באדאנקען, און אויב דו האסט א באמערקונג זאלסטו אים שיינערהייט זאגן און דאס אויסשמועסן.


אויך זאלסטו וויסן אז מיר האבן דא אין שטעטל אינגעלייט וואס זיי גייט גארנישט אן, זיי ווילן נאר בויען דעם פלאץ, זיי ארבעטן טאג און נאכט מיר זאלן האבן א שיינע קהילה; זאלסטו זיך באדאנקען פאר זיי און אז עפעס באדערט דיר זאלסטו רעדן מיט זיי.


רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך זע צוויי טרעגערס קריגן זיך, שטעכט עס מיר ביי די זייט"; וואס זאל איך דיר זאגן, מיר שטעכט עס אין הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#73 - נעמט א חלק אינעם גרויסן זכות צו בויען דעם עירוב
קינדער, צדקה, סגולות, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


איך וויל בעטן אלע אנשי שלומינו וואס האבן נאך נישט גענומען א חלק אין די צדקה פאר'ן עירוב וואס מיר בויען יעצט אין קרית ברסלב ליבערטי - צו נעמען א חלק אין דעם; עס איז א גרויסע זכות צו האבן אין א חלק אין די מצוה.


העלפן בויען אן עירוב איז מסוגל פאר קינדער, אזוי ווי עס איז ידוע די מעשה, עס איז געקומען א איד צום הייליגן ייטב לב זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה פאר זרע של קיימא נאכדעם וואס ער האט לאנגע יארן נישט געהאט קיין קינדער, האט אים דער ייטב לב געזאגט אז ער זאל מאכן דעם עירוב אין שטאט, דער איד האט מתקן געווען דעם עירוב און ער האט זוכה געווען צו זרע של קיימא.


וואס וועלן מיר מיט נעמען אויבן אויף יענע וועלט? וואס וועט בלייבן פון אלע פלאג וואס מיר פלאגן זיך? וואס וועט בלייבן פון אלע הארעוואניע? - נאר דאס ביסל צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#72 - אין זכות פון בויען דעם עירוב, וועסטו געהאלפן ווערן מיט א שידוך
שידוכים, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א מזכה את הרבים, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "כָּל הַמְזַכֶּה אֶת הָרַבִּים - אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ", דער וואס העלפט אידישע קינדער זאלן ווערן אפגעהיטן פון עבירות דער ווערט געהיטן פון הימל; איז דאך זיכער אז נאכן אריין לייגן אזויפיל מי און פלאג אינעם עירוב וועסטו געהאלפן ווערן פונעם אייבערשטן מיט א גוטע שידוך און קינדער ערליכע אידן.


איך האלט מיט יעדן טאג יעדע פרט ווי מען האלט מיט'ן בויען דעם עירוב, איך באקום א פונקטליכע באריכט וויפיל לחי'ס מען לייגט א טאג; ברוך השם מען האלט שוין כמעט ביים סוף, דו האסט שוין געלייגט צוויי הונדערט לחי'ס, יעצט בלייבט איבער נאך הונדערט.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט די הייליגע ארבעט, דורכדעם וועסטו זוכה זיין בקרוב צו א גוטע שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#71 - דער אייבערשטער האט פאר דיר אנגעגרייט א שידוך
שידוכים, שטעטל, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך ווייס אז עס איז דיר זייער שווער, דו האסט געמיינט אז דו וועסט שוין לאנג זיין חתונה געהאט; דערווייל גייט אריבער נאך א טאג, נאך א וואך און נאך א יאר און דו ביסט נאך נישט חתונה געהאט, דאך בעט איך דיר טייערער ליבער ..., שטארק זיך און ווער נישט מיואש, חס ושלום אויפצוגעבן; דער אייבערשטער האט פאר דיר אנגעגרייט א שידוך נאך פון פאר דו ביסט געבוירן, און אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט זיך דערהאלטן – וועסטו דאס באקומען און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן מאכן די עירוב אין שטעטל; דאס וועט זיין א זכות פאר דיר אויף אייביג. גוטע זאכן בלייבן אויף אייביג; אפילו עס ווערט פארגעסן ביי מענטשן, אבער אויבן אין הימל געדענקט מען שטענדיג יעדע גוטע זאך און זיכער א גוטע זאך וואס מען מאכט פאר א רבים, מזכה זיין אידישע קינדער מיט שמירת שבת, צו האבן אן עירוב כדי נישט נכשל צו ווערן מיט טראגן; דאס וועט דיר בלייבן פאר אייביג.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט די גמרא זאלסטו ווייטער לערנען דורך זאגן די ווערטער.

#70 - גיי שפאצירן צווישן די גראז און שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן
תפילה והתבודדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תושב קרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק.


דו וואוינסט אין אזא שיינע פלאץ, עס שפירט זיך ממש ווי יבנאל; אין שטעטל איז גרינג צו פאלגן דעם רבי'ן, צו מאכן התבודדות צווישן די גראז.


יעצט אין די צייט וואס די גראז הייבן אן צו שפראצן זאלסטו גיין יעדן טאג אביסל שפאצירן צווישן די גראז און זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן; דאנק אים און לויב אים אויף אלע גוטס וואס ער טוט מיט דיר. דער רבי האט געזאגט אמאל בשעת ער איז געווען אויף א שפאציר מיט זיינע תלמידים (שיחות הר"ן, סימן קסג): אִם הָיִיתָ זוֹכֶה לִשְׁמֹעַ אֶת קוֹל הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת שֶׁל הָעֲשָׂבִים, אֵיךְ כָּל עֵשֶׂב וְעֵשֶׂב אוֹמֵר שִׁירָה לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי פְּנִיָּה, וּבְלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת זָרוֹת, וְאֵינָם מְצַפִּים לְשׁוּם תַּשְׁלוּם גְּמוּל, כַּמָּה יָפֶה וְנָאֶה כְּשֶׁשּׁוֹמְעִין הַשִּׁירָה שֶׁלָּהֶם", ווי געשמאק איז צו גיין צווישן די גראז, צו הערן ווי זיי זינגען שירות ותשבחות צום אייבערשטן, אן קיין שום שלעכטע מחשבות; זיי ווארטן נישט אויף קיין שכר וכדומה, ווי גוט איז צו זיין צווישן זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#69 - דאס שטעטל איז נאר אינטערעסאנט אויב ס'איז דא שלום און פריינטשאפט
מחלוקת, שטעטל, שלום, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב געהערט דיינע טענות.


וויסן זאלסטו אז מיר טוען אלעס וואס מיר קענען אז די וואס ווילן קומען וואוינען אין שטעטל זאלן זיין צופרידן; איך געב אוועק טעג און נעכט זיצנדיג מיט די חברי הנהלה נאר לטובת די איינוואוינער.


עס לוינט נישט צו קומען וואוינען אין שטעטל אויב עס קומט ארויס פון דעם א פיינטשאפט צו אנשי שלומינו, עס לוינט נישט צו קויפן און בויען א הויז אז מען ווערט אנגעגעסן וכו', נישט פאר דעם בוי איך דעם שטעטל, נישט דאס איז די מטרה; די מטרה איז איין זאך, מיר זאלן האבן א פלאץ וואו מען וועט לעבן איינער מיט'ן צווייטן בשלום, מען וועט לעבן מיט'ן אייבערשטן און טון חסד.


די אלע לשונות ווי 'מיין בלוט איז רויט', יענעמס בלוט איז רויט, בלוי, וכו', קומט נישט דא אריין, קיינעמס בלוט איז נישט רויטער אדער שווארצער, אלע זענען חשוב, אלע זענען אייניג; דאס וואס מען בויט נאכנישט ביי דיר איז דא א סיבה דערצו, אז די שטאט געבט נישט יעצט בזמן קאראנע קיין רשות צו בויען, און די אנדערע האבן שוין באקומען פון פארדעם.


עס איז א שאד זיך אויפצועסן און טראכטן אז מען בא'עוולה'ט דיר וכו'; זאלסט וויסן אז דער אינגערמאן וואס בויט די הייזער אין שטעטל איז מיר זייער געטריי, ער האט מיר זייער געהאלפן אלע יארן, פון אנהויב, אן קיין אינטערעסע; ער האט געבויט די ישיבה און איז אריין אין הונדערטער טויזנטער דאלער חובות, קיינער האט מיר נישט געהאלפן, נאר ער.


איך דערמאן זיך יעצט א מעשה וואס איך האב געהאט אין שנת תשע"א, בשעת מיר האבן געדארפט ענדיגן דעם בנין הישיבה, האט מיר דער אינגערמאן געזאגט: "עד כאן, איך קען מער נישט", ער האט נישט געקענט בלייבן ארבעטן בחנם מיט א גאנצע קאמפעני ארבעטערס וכו', בין איך געקומען צו מוהרא"ש מיט אים, איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש אז איך ווייס נישט וואס צו טון, ער וויל אנטלויפן; ער זאגט אז ער גייט אוועק, ער בלייבט נישט ארבעטן. האט זיך מוהרא"ש אויסגעדרייט צו אים און אים געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן וואס צו טון ווען דו וויינסט אז מען צאלט נישט וכו', אבער אז דו וועסט בלייבן העלפן די ישיבה וועסטו זוכה זיין צו שיינע זאכן וכו'". יעצט העלפט ער מיר בויען די שטעטל, ער העלפט מיר זייער, ער איז מיר באמת געטריי. ער וויל ענדיגן דיין דירה מער ווי דו אליינס ווילסט דאס ענדיגן, עס איז נאריש צו טראכטן אז דעמס בלוט איז רויטער, יענעמס בלוט איז רויטער וכו', וכו'.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו וויינסט א גאנצע נאכט וכו', דאס איז גוט; הלוואי זאלן אלע זוכה זיין צו דעם, זיך צו מתבודד זיין גאנצע נעכט. די שאלה איז אויף וואס מען וויינט; וויינען דארף מען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו תיקון המדות, מען זאל ליב האבן יעדן איינעם, מען זאל נישט פיינט האבן איינער דעם צווייטן, מען זאל געדענקען ווער מען איז און וואס מען דארף אלץ פאררעכטן.


אז דו פרעגסט מיר וואלט איך דיר געזאגט: "בוי נישט, ענדערש בלייב וואוינען וואו דו וואוינסט ווי איידער עס זאל ארויסקומען פיינטשאפט".


געב איבער פאר אלע וואס ווילן קומען וואוינען אין שטעטל אז עס איז א שאד צו קומען וואוינען אין די פאר מייל אין ליבערטי; די וועלט איז זייער גרויס, עס איז דא אזויפיל פלעצער וואו צו קויפן א הויז, פארוואס זאל מען זיך ארויסשלעפן ביז ליבערטי? אז מען וויל זיין מיט'ן ראש ישיבה זאל מען העלפן דעם ראש ישיבה; על כל פנים נישט אונטערברענגען.


איך וויל מען זאל בויען דוקא דורך די הנהלה, אז דו פארשטייסט בעסער איז דאך דא שענערע פלעצער וואו צו וואוינען. איך וויל מען זאל רעדן שיין צו די חברי ההנהלה און מען זאל זיי מחזק זיין; אז דו פארשטייסט בעסער פארוואס זיך שלעפן צו אזא פארשלעפטע פלאץ?


אז מען האט א טענה אויף איינעם קען מען דאס דורכרעדן.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף לויפן צו די בחורים.

#68 - פירט די סקול אין שטעטל אזוי ווי אין וויליאמסבורג
סקול, מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ג' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


געב איבער פאר די עלטערן וואס זייערע קינדער ברענגען מיט עסן אין סקול אז מען קען נישט שיקן מיט די קינדער עסן פאר מיטאג; די סקול געבט עסן פאר אלע קינדער און נאר דאס קענען זיי עסן, ווייל דאס ברענגט אז אנדערע קינדער פארלאנגען אין שטוב אז מען זאל זיי אויך שיקן מיט עסן וואס אנדערע ברענגען.


אויך וויל איך דיר בעטן עס זאל נישט פארקומען קיין געבורטס-טאג פארטי אין סקול.


זע צו פירן די סקול בית פיגא אין שטעטל אזוי ווי עס פירט זיך בית פיגא אין וויליאמסבורג; עס איז גוט אז דו זאלסט רעדן מיט מרת ... תחי' די מנהלת פון וויליאמסבורג און איר פרעגן, פון איר וועסטו קענען ארויס האבן ווי אזוי צו פירן די סקול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#67 - לייגט צו א האנט צו ענדיגן בויען דעם עירוב
שטעטל, אחדות, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש קרית ברסלב, ה' עליהם יחיו.


איך בעט אייך זייער, ווער עס קען העלפן ענדיגן בויען דעם עירוב זאל צולייגן א האנט; מיר דארפן הילף, סיי בגוף, סיי בממון און סיי מיט חיזוק ווערטער פאר די איבערגעגעבענע אינגעלייט און בחורים וואס געבן אוועק טעג און נעכט אז מיר זאלן האבן א כשר'ע מהודר'דיגע עירוב.


העלפן בויען אן עירוב איז מסוגל פאר גרויסע ישועות, ובפרט געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא; אפאר משפחות וואס האבן געגעבן צדקה פאר'ן עירוב האבן שוין געזען גרויסע ניסים וואס מען וועט קענען דערציילן אם ירצה ה' מיט א מזל טוב.


איך האף און איך בענק צו הערן אז מען לעבט באחדות איינער מיט'ן צווייטן און מען קוקט גוט איינער אויפ'ן צווייטן; אין דעם איז אנגעהאנגען די הצלחה פונעם שטעטל.


ווען מען זעט א חסרון ביי א צווייטן איז דאס דער אייגענער חסרון, ווען מען קען נישט ליידן א צווייטן דאס איז דער אייגענער פראבלעם; אויף דעם איז דא איין עצה, ארויסגיין אין פעלד און שרייען: "רבונו של עולם איך וויל ליב האבן יעדן איינעם, פארוואס בין איך אזוי אז איך קען נישט ליידן דעם און יענעם?" די עצה פון התבודדות איז א וואונדערליכע עצה, ווער עס נוצט די עצה ווערט אויסגעוואשן און אויסגערייניגט, מען באקומט נייע בלוט, ריינע בלוט און א ריינע הארץ.


ווען מען בעט זיך ביים אייבערשטן: "רבונו של עולם, טאטעניו, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל ליב האבן יעדן איינעם, איך וויל שפירן א צווייטנס צער און ווייטאג", דורכדעם איז מען זוכה אז מען באקומט א ריינע הארץ, א ריינע בלוט.


שטארקט אייך, טאנצט יעדן טאג נאך אלע דריי תפילות; מאכטס א רינג אלע אינאיינעם, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין מיר וועלן ברענגען משיח צדקינו. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (זוהר חדש נח, דף כג) אז משיח צדקינו וועט קומען אפילו עס וועט זיין נאר איין שול וואו מען וועט זיין בשלום; מיר ווארטן צו זען וואו וועט זיין די איין שול וואס אלע האבן זיך ליב און אלע ווילן נאר יענעם זאל גיין גוט.


איך ענדיג מיט די ווערטער וואס מוהרא"ש ברענגט טויזנטער מאל אין ספר אשר בנחל פון הייליגן רבי'ן. דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#66 - נעם זיך נישט צום הארצן אז מען רעדט אויף דיר
שטעטל, בזיונות, מדות טובות, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, ה' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר'ן מיר העלפן בויען דעם שטעטל אויפ'ן רבינ'ס נאמען, "קרית ברסלב".


דו האסט מיר געהאלפן אלע יארן מיט מסירות נפש; אלע קעמפ'ס, כמעט אלע האסטו געבויט און אהער געשטעלט מיט מסירות נפש און יעצט האסטו די זכיה צו בויען דעם שטעטל.


נעם זיך נישט צום הארצן אז מען רעדט אויף דיר, מען זאגט אויף דיר אז דו מאכסט געלט, דו בויסט נישט גוט וכו', וכו'; אויף מיר רעדט מען אויך און אויף אלע טייערע אנשי שלומינו וואס טוען מיט מסירות נפש רעדט מען.


ווער עס וויל קויפן אליין און בויען אליין קען טון וואס זיין הארץ באגערט און איך וואונטש זיי הצלחה אין אלעס וואס זיי וועלן טון, אבער אין די מוסדות אין שטעטל וועל איך נאר ארייננעמען די וואס קויפן און בויען דורך די הנהלה פון שטעטל.


דיר בעט איך: שווייג און שלינג; ענטפער נישט, טענה זיך נישט און פארענטפער זיך נישט; מיט דעם וועסטו אלעס אפקומען, דאס וועט זיין א תשובה אויף אלעס וואס מען דארף פאררעכטן.


וואס יא? רעד שיין צו אלע אנשי שלומינו; קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס, אלע זענען טייער און וואויל. מיט רעדן שיין וועסטו יעדעם בארואיגן, אזוי ווי דער חכם מכל אדם זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַּךְ", דער וואס רעדט ווייכע רייד, "יָשִׁיב חֵמָה", קערט צוריק און נעמט אוועק די צארן.


 

#65 - נישט זיך קריגן מיט די שכנים
שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, ה' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר צוויי זאכן.


איינס, פון היינט און ווייטער זאלסטו נישט רופן די גוי'שע שכנים פרעגן אויב זיי ווילן פארקויפן; מען דארף יעצט אביסל ווארטן זיי זאלן אראפקומען מיט די פרייזן. ווי מער מען לויפט זיי נאך זעען זיי אז מיר ווילן זייער שטארק אפקויפן אלע הייזער, דערפאר הייבן זיי די פרייזן העכער פון וויפיל עס איז ווערד. אויב איינער רופט דיר קענסטו האנדלען מיט יענעם, אבער דו זאלסט נישט רופן זיך בעטן. אלע שכינים האבן דיין נומבער, אלע קענען דיר; ווארט אביסל וועלן אלע קומען זיך בעטן מען זאל אפקויפן זייערע הייזער.


צווייטנס, איך וויל דו זאלסט ארויס שיקן בריוו פאר אלע שכינים אין נאמען פון אונזער קהלה אז מיר זוכן זיי נישט אוועק צו טרייבן, מיר האבן הנאה צו וואוינען מיט אזעלכע גוטע שכינים און פאר סיי וואס פאר א פראבלעם קען מען זיך פארבינדן מיט די הנהלה. מיר ווילן זיין בשלום מיט זיי, מיר זוכן נישט זיי צו פארטרייבן. דאס וועט מאכן אז זיי זאלן אראפקומען מיט די פרייזן; כל זמן זיי ווייסן דעם אמת וואס מיר ווילן, גייען זיי ארויף מיט די פרייזן. אויך וועט דאס מאכן אז מען זאל זיך נישט קריגן, מען זאל לעבן בשלום.


האב נישט מורא, זיי וועלן סיי ווי אוועק מופן, אפילו מען לעבט בשלום, ווייל א גוי האט נישט ליב קיין אידן וכו'.


איך וועל רעדן צו מרת ... זי זאל שרייבן א שיינע בריוו, זי שרייבט זייער גוט; דאס וועט מאכן גרויס פארשריט.


געב איבער פאר אלע משפחות וואס רופן דיר, זיי ווילן קויפן הייזער, אז זיי זאלן האבן סבלנות פאר זייער טובה; אויב מען וועט ווארטן וועט מען קענען קויפן הייזער פאר זייער ביליג.


לאז נישט אויס קיין איין טאג פון הפצה.


 

#64 - אנגרייטן דעם מיידל קעמפ
מוסדות, קעמפ, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, ה' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


מיר שטייען געציילטע וואכן פאר'ן זומער הבא עלינו לטובה; איך בעט דיר זייער זאלסט מיר העלפן אנגרייטן דעם מיידל קעמפ.


פאריאר האבן מיר געהאט הבחור ... נרו יאיר, ער האט דאס גענומען אויף זיך צוזאמען מיט הבחור ... נרו יאיר. יעצט האט ער חתונה געהאט בשעה טובה ומוצלחת, וויל איך דו זאלסט רעדן צו הבחור ... נרו יאיר, אים זאגן וואס מען דארף אלץ טון אז עס זאל זיין גרייט צום באנוץ.


איך האב אים געבעטן ער זאל היינט ארויס פארן ענדיגן די אפיסעס און גלייך אנהויבן עפענען די מיידל קעמפ; איך האב אים געזאגט ער זאל נישט זיין פארנומען מיט'ן עירוב און מקוה אין שטעטל, ער זאל זיין פארנומען נאר מיט'ן קעמפ. אז דו דארפסט בחורים צו ענדיגן דעם עירוב וועל איך דיר ארויסשיקן אנדערע בחורים און אינגעלייט.


עס קען זיין אז מיר וועלן נוצן די מיידל קעמפ פאר די אינגלעך און יונגע בחורים, און די מיידלעך וועלן זיין אין א צווייטע קעמפ אם ירצה ה'.


איך זאג נאך גארנישט, מען דארף נאך אביסל ווארטן.


שטארק זיך, דיין זכות איז זייער גרויס.

#63 - יישר כח פאר'ן העלפן בויען אין שטעטל
שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר.


יישר כח פאר'ן מיר העלפן בויען דעם עירוב און מקוה טהרה אין שטעטל; געדענק אז צו העלפן דעם רבינ'ס מוסדות איז א זכות לנצח נצחים.


פארבינד זיך מיט האברך היקר לי ... נרו יאיר און מיט האברך ... נרו יאיר, זיי וועלן דיר ווייזן וואס מען דארף מאכן.


עס איז דא אסאך ארבעט אין שטעטל; מען דארף צוגרייטן די אפיסעס, דעם בית הדפוס און נאך.


נאכאמאל, א גרויסן יישר כח.

#62 - אלעס לאזט מען דא איבער, נאר די גוטע זאכן נעמט מען מיט אויבן
שטעטל, תכלית, נקודות טובות, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


עס איז דא אסאך ארבעט אין שטעטל; מען דארף ענדיגן דעם עירוב, נאכדעם איז דא ארבעט צו ענדיגן די מקוה, די אפיסעס און דעם בית הדפוס.


געדענק, יעדע זאך וואס מיר טוען צו בויען מוסדות וואס ברענגען אריין אין אידישע קינדער תורה, אמונה ויראת שמים, נאר דאס וועט איבערבלייבן פון אונז, אלעס אנדערש איז צייטווייליגע זאכן.


יעצט ווען די וועלט שאקלט זיך מיט "קאראנע" קענסטו זען וואס די גאנצע מענטשעלע איז; "אט איז מען דא, אט איז מען אין בית החיים", מען גייט אין בית החיים אליינס, נאקעט אליינס; די געלט, די הייזער, די קאר'ס – אלעס לאזט מען איבער, נאר די גוטע זאכן וואס מען האט ארויסגעכאפט - דאס נעמט מען מיט.


טאנץ פאר שמחה אז מיר האבן די זכי' צו משמש זיין דעם רבי'ן.


איך האב דיר ליב.

#61 - דער ראש ישיבה האט זיך גארנישט געטוישט, מ'דארף זיך נאר באנייען און זיך האלטן צוזאמען‎
חסידות ברסלב, שטעטל, תשובה, התחדשות, ישיבה, אחדות, תמימות, תלמיד

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר,


דעם פארגאנגענעם יום טוב פורים ווען דו ביסט געווען אביסל אנגעטרונקען האסטו גערעדט צו מיר זייער פארווייטאגט וכו', וכו'; איך וויל דאס אויסשמועסן מיט דיר און דאס אויסקלארן כדי ארויס צו נעמען דיין ווייטאג.


וויסן זאלסטו אז איך האב דיר זייער ליב און איך האב ליב אלע מיינע תלמידים; ביי מיר זענען אלע אייניג, אלע טייער. דו האסט מיר אריינגעזאגט אין אויער נעמען פון תלמידים וואס זענען זייער אנגעווייטאגט אויף מיר, זיי טענה'ן אז זיי האבן שוין נישט די זעלבע "אלטע" ראש ישיבה וכו', וכו'.


איך ווייס נישט וואס דאס מיינט; ווייל אויב בין איך אנדערש פון אמאל קען מען דאך נישט זיין פארווייטאגט, עס האט נישט מיט מיר, איך בין דאך אנדערש; נאר איך מיין אז עס איז מער א געפיל זאך וואס פאסירט מיט אסאך תלמידים נאך די חתונה ווען מען ווערט אריינגעשלעפט אין דעם עול פון ברענגען פרנסה, דער גאנצער קאפ און מח לויפט נאך געלט, און ווען מען דערמאנט זיך פון די דיבורים פון ישיבה איז דא אסאך מאל וואס מען ווערט צעריסן ביי זיך; אדער ווען מען קויפט זיך א גלאנציגע טעבלעט אדער א סמארטפאון און מען ווערט אריינגעשלעפט אין דעם מער און מער, און מען דערמאנט זיך פון רבי'ן, דעמאלט הייבט מען אן זיך צו שפירן צעריסן. אנשטאט זיך אויפוועקן און שרייען: 'וואו בין איך אויף דער וועלט?!' איז גרינגער צו זאגן: "אמאל איז געווען א ראש ישיבה", "אמאל איז געווען א מוהרא"ש", "אמאל איז געווען גוטע צייטן".


טייערער ליבער ..., לדעתי האט זיך די ישיבה נישט גערירט קיין משהו פון ווען עס האט זיך געעפנט; די יסודות פון ישיבה: "סדר דרך הלימוד", "התבודדות ותפלה", "שמירת הברית", "שמחה", "חשבון הנפש", "שמחת המצות" – דאס איז געבליבן דער פונדאמענט, און יעדער תלמיד הישיבה איז חקוק בפנימיות לבבי לטוב, בפרט די תלמידים וואס האבן מיר געהאלפן לייגן דעם גרינד פאר די ישיבה, זיי זענען ביי מיר נאך מער חשוב.


דו דארפסט פארשטיין אז איך האב היינט מער זאכן וואס ליגט אויף מיר ווי אמאל, דאס מאכט אז איך זאל זיין באגרעניצט אין צייט; עס קומט אויס אז אויב איך זע נישט און איך הער נישט פון איינעם - וואס אמאל ווען עס איז געווען אין ישיבה נאר פופציג בחורים, אויב איינער איז נישט געקומען וכו' האב איך געהאט די צייט אים נאכצולויפן און מפייס זיין וכו', אבער היינט קום איך פשוט נישט אן צו וואס איך דארף אנקומען מיט די חדר, סקול, ישיבה, כולל, הדפסה, ובעיקר שאלות וואס איך דארף ענטפערן פאר תלמידים וכו', וכו'; דאס געט אן הרגשה פאר געוויסע וואס קומען נישט אן צו קומען אין ישיבה – ווי כאילו מען דארף זיי נישט.


אין אמת'ן אריין וואס דארף איך דאס בכלל שרייבן? נאר עס שטערט מיר און עס טוט מיר וויי אז דו און נאך אינגעלייט זענען פארווייטאגט פון זאכן וואס איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט פשט.


אז מען רעדט זיך שוין דורך וועל איך דיר זאגן מיין ווייטאג, געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו עפענען א שטעטל, קרית ברסלב - ליבערטי; פארוואס זאלן זיין תלמידים וואס זאלן מיר זוכן צו באגראבן און העצן, חוזק מאכן טאג און נאכט פון דעם? פארוואס זאלן זיין איינצעלנע וואס האבן פיינט די משפחות וואס וואוינען דארט? וואס זאל אנגיין אז עס זענען דא משפחות קלעצער, נארישע מענטשן וואס זענען ארויס געגאנגען וואוינען אין א מדבר? איינער האט איינעם באצווינגען אהין צו גיין וואוינען?! וואס זאל אנגיין אז עס זענען דא מענטשן אן שכל וואס דארפן פרעגן יעדע זאך דעם ראש ישיבה? פארוואס דארף דאס שטערן? פארוואס ווען איר נעמט זיך צוזאם וכו' האט איר נישט עפעס אנדערש וואס צו רעדן נאר חוזק מאכן פון שטעטל מענטשן?!


איך טראכט אז דאס אלעס איז ווייל מען ווערט צעריסן ביי זיך, מען שפירט אז "אוֹי לִי מִיִצְרִי", פון איין זייט שלעפט דער יצר הרע צו שלעכטס און עס איז זייער שווער זיך צו מתגבר זיין, "אוֹי לִי מִיוֹצְרִי", און אויב מען וועט זיך נישט מתגבר זיין און זיך לאזן פונעם יצר הרע וועט מען דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר'ן אייבערשטן; פון איין זייט האב איך וכו', וכו', און פון די אנדערע זייט איז דא א רבי וואס מאָנט, וואס קיצלט און לאזט נישט שלאפן.


איך האף אז דו ביסט נישט ברוגז אז איך שרייב דיר; איך וויל נאר גוטס, איך וויל נאר שלום; איך האב ליב צו זיצן מיט תלמידים וואס האבן נישט מיט א צווייטן, זיי מאכן נישט חוזק פון אנדערע, מען גייט זיך די אייגענע וועג, מען לעבט זיך די אייגענע לעבן; דאס איז וואס איך וויל און דאס איז מיין שטרעבן.


דער שטעטל קרית ברסלב איז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף א פאקט; דאס וועט זיין א שיינע גרויסע שטאט וואו מען וועט מחנך זיין די קינדער אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט; קיינער דארף נישט אהין קומען וואוינען, די מוסדות אין וויליאמסבורג בלייבט אפן און עס וועט זיך ווייטער בויען און בליען. בלייבט איבער די קשיא וואס דער רבי האט געפרעגט די אינגעלייט וואס זענען געווען מיט אים אויפ'ן שיף אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל, "מַה טּוֹב וּמַה נָעִים שֶׁבֶת אַחִים גַּם יָחַד, אַף עַל פִּי שֶׁלֹא יֵדַע אֶחָד עִקַּר כַּוָּנַת חֲבֵרוֹ", וואס דארף מען זיך קריגן? וואס ווילט איר פון מיר? איך וויל אייך נישט זאגן פארוואס איך פאר קיין ארץ ישראל (פעלת הצדיק, סימן רי).


איך מאך דיר פאר א שליח; היות דו ביסט געקומען צו מיר בשליחות פון אנדערע, דארפסטו צוריק געבן די שליחות. זאג אלעמען אז דער ראש ישיבה זיצט אין סקילמען סטריט מהבוקר עד הערב און ווער עס וויל טרעפן זיין "אלטע" ראש ישיבה קען קומען שמועסן און נעמען חיזוק פון אים. ווער עס ווערט נישט נערוועז צו הערן נאכאמאל: "עס איז דא א באשעפער", "א מעשה פון תפלה" - זאל קומען און ער וועט דאס הערן; שוין פיר און צוואנציג זמנים לטובה, פון תשס"ט וואס מען הערט די זעלבע דיבורים.


ווער עס וויל שיקן די קינדער אין די מוסדות וואס קוקן אויפ'ן עתיד, אין די מוסדות וואו מען לערנט אויס די קינדער וואס דאס לעבן איז, זאל קומען; מען וועט אים מקרב זיין און אזוי אויך די קינדער, און ווער עס האלט אז מיר געבן נישט קיין ריכטיגע חינוך קען שיקן זיינע קינדער וואו זיין הארץ באגערט.


ברוך ה' עס זענען פארהאן אסאך פיינע מוסדות וואו מען קען שיקן די קינדער, בפרט א מוסד וואס מען באלאנגט נישט צו זייער חסידות, וואס אין א געוויסע זין איז גרינגער צו שיקן דארט די קינדער, ווייל מען שפירט נישט אן אחריות צו פארענטפערן יעדע פראבלעם אינעם מוסד און אז מען הערט איינעם קרעכצן אויפ'ן מוסד איז עס גרינגער צו נעמען ווי ווען מען שיקט אינעם מוסד וואו מען געהערט און מען הערט אינגעלייט זיך אפרעדן, וואס דעמאלט דארף מען העלפן אונטערברענגען דעם מוסד ווייל מען שפירט אז עס איז נישט די זעלבע אלטע מוסד וכו', וכו'.


דער עיקר דארפן מיר געדענקען צו פאלגן דעם רבי'ן, גיין התבודדות; וויינען און שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל גיין בדרך האמת; איך וויל זיך נישט נארן בזה העולם; רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך? אפשר מיין איך אז איך ווייס, אז איך פארשטיי; אפשר דארף איך תשובה טון?"


דאס דארפן מיר וויינען און שרייען צום אייבערשטן יעדן טאג ביז דער אייבערשטער וועט העלפן מיר וועלן זוכה זיין צו זיין מקורב צום רבי'ן מיט אן אמת'ן אמת, מען וועט לעבן מיט תכלית, מען וועט אריינכאפן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, אביסל משניות, גמרא און הלכה וכו', וכו'; מען וועט האבן מיט וואס צוריק צו גיין צום אייבערשטן.


אלס גוטער פריינט דיינער בעט איך דיר זייער זאלסט געדענקען צוליב וואס מיר זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, נאר צוליב דעם אז ער זאל אונז מתקן זיין און אונז ברענגען צו אלע גרויסע מדריגות. מיר זענען נישט די וואס דארפן זארגן פרעמדע זארג; מיר דארפן זארגן פאר אונזער נצחיות.


איך קען דיר דערציילן אביסל וואס איך האב מיט געלעבט די פאר יאר וואס איך בין געווען ביי מוהרא"ש, איך האב געזען אינגעלייט וואס זענען געווען זייער נאנט וכו' און פלוצלינג זענען זיי אוועק געפאלן פון היכל הקודש, נאר צוליב דעם וואס זיי האבן געטראגן פרעמדע זארג; זיי האבן פרובירט צו פארענטפערן מוהרא"ש זכותו יגן עלינו טאג און נאכט, זיי האבן געוואלט בויען א נאמען. אזוי ווי דער זוהר הקדוש (בראשית כה:) שמועסט אויס דעם חטא פונעם דור הפלגה (בראשית יא, ד): "נַעֲשֶׂה לָּנוּ שֵׁם וכו', אז זיי האבן געוואלט בויען בתי כנסיות און בתי מדרשות זיך צו מאכן א נאמען, נישט פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן. ווידער די אלע וואס זענען געקומען זיך היילן דעם גוף ונפש, די אלע וואס זענען געזיצן אִישׁ תַּחְתָּיו, אַל יֵצֵא אִישׁ מִמְּקֹמוֹ, זיי זענען געזיצן אויף זייער פלאץ, זיי האבן מצליח געווען און זוכה געווען צו גרויסע מדריגות.


בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, לאמיר אינאיינעם זיך שטארקן מיט'ן רבינ'ס עצות, לאמיר לעבן מיט די עצות וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן, לאמיר זוכן דאס גוטס איינער ביים צווייטן. לאמיר לעבן ווי דער הייליגער תם און געדענקען וואס ער פלעגט זאגן צום חכם (סיפורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "קוק צו וואס מיין תמימות האט מיר צוגעברענגט און קוק צו וואס דיינע חכמות האבן דיר צוגעברענגט"; נישט חוזק מאכן פון אנשים תמימים, אנשים פשוטים וואס רעדן אסאך פון רבי'ן, נישט ווערן נערוועז פון חברים וואס רעדן אסאך פון תפלה; געדענקען וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קיט) עס איז א גרויסע מדריגה ווען א מענטש זעט אז ער קען נישט זיין אן ערליכער איד אז ער זאל נישט חוזק מאכן פון ערליכע אידן.


באמת שרייב איך דעם בריוו פאר מיר אליין, איך אליין וויל זיך אויפפרישן צו זיין א תם און ליב האבן ערליכע אידן, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה: "אן ערליכער איד איז זייער שווער צו זיין, לאמיר כאטש ליב האבן אן ערליכער איד, לאמיר כאטש מקנא זיין אן ערליכער איד און נישט קריגן אויף אים".


איך האב דיר ליב, איך האב ליב אלע תלמידים פון ישיבה און אלע אידן; איך טו וואס מוהרא"ש האט מיר געהייסן טון און איך דארף פאר קיינעם נישט אפגעבן דין וחשבון וואס איך טו.


דער אייבערשטער איז מיין עדות אז איך האב גארנישט פון זיין אין ישיבה די צוועלף יאר; איך האב נישט קיין כבוד און נישט קיין געלט פון דעם. דו געדענקסט ווען מען האט מיר ארויסגעווארפן פון די פריערדיגע ישיבה מיט בזיונות נאר צוליב דעם וואס איך האב דיר מקרב געווען און נאך אנדערע - צום הייליגן רבי'ן, דעמאלט האט מיר מוהרא"ש געבעטן צו עפענען א ישיבה און שפעטער א חדר, א סקול, א בית הדפוס און אזוי ווייטער נאך זאכן וואס איך קען נישט דערציילן, דאס טו איך ווייטער מיט פלאג און שווייס; איך פריי זיך צו קענען באדינען דעם רבי'ן, און ווי לאנג איך לעב בעט איך דעם אייבערשטן אז איך זאל קענען ווייטער משמש זיין דעם רבי'ן.


שטארק זיך ברודער, זיי ממשיך מיט די חבורות. פורים ווען דו ביסט געווען אנגעטרונקען האסטו מיר דערציילט אז דו מאכסט מסיבות מיט חברים תלמידי הישיבה; איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו נעמסט זיך צוזאם מיט חברים, איך האף נאר אז ביי די מסיבות רעדט מען פון רבי'ן, מען רעדט פון תפלה און פונעם אייבערשטן; דעמאלט זאלסטו ווייטער ממשיך זיין. אבער אז מען רעדט פון לצנות, מען שפעט אפ פון אנדערע וכו', וכו' – איז דאס נישט גוט, דאס איז א סכנה. עס קען פאסירן וואס עס האט פאסירט מיט קרח ועדתו, זיי האבן אויך געמאכט חבורות, זיי האבן חוזק געמאכט גאנצע נעכט פון תורת משה רבינו ביז זיי זענען געווארן אויס, חוץ איינער פון זיי, און בן פלת וואס זיין ווייב האט אים געראטעוועט (במדבר רבה יח, טו), זי פלעגט אים זאגן: "וואס גייט דיר אן ווער, וואס און ווען? לאמיר לעבן אונזער לעבן, לאמיר לעבן אן אמת'ער לעבן".


איך וועל דיר נאך שרייבן מער וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ; יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך דארף זיך אביסל צולייגן, איך דארף שוין באלד לויפן אין ישיבה.


א גוטע נאכט.

#60 - יישר כח פאר'ן העלפן ענדיגן דעם עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך ווייס נישט צי דו געדענקסט מיר פון יארן צוריק ווען מיר זענען געווען גוטע פריינט, דו ביסט אפילו געשלאפן ביי מיר און געגעסן ביי מיר.


יעצט הער איך אז דו העלפסט מיר צו קענען ענדיגן דעם עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי.


איך דאנק דיר זייער פאר דעם; אין דעם זכות זאל דיר דער אייבערשטער בענטשן מיט אלעס גוטס, וימלא ה' כל משאלות לבך לטובה.

#59 - יישר כח פאר'ן זיך אפגעבן אזוי שיין מיט די סקול
סקול, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


 


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו באדאנקען פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר מיט'ן סקול אין שטעטל; דו געבסט זיך אפ מיט די מיידלעך און מיט די לערערינס טאג און נאכט מיט אזויפיל הארץ און געטריישאפט, דער אייבערשטער זאל דיר געבן אסאך כח זאלסט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט דיין הייליגע ארבעט.


איך וויל דיר בעטן זאלסט איבער געבן פאר אלע עלטערן אז אויב א קינד שפירט זיך נישט גוט קען מען נישט שיקן דעם קינד אין סקול און נישט אין חדר; איך הער זאגן אז עס זענען דא אומ'אחריות'דיגע עלטערן וואס שיקן די קינדער אין סקול און אין חדר מיט היץ, זיי טראכטן נאר פון זיך, זיי טראכטן נישט פון א צווייטן אז דאס איז א סכנה פאר אנדערע.


געב איבער פאר די עלטערן אז אויב מיר וועלן זען עלטערן שיקן די קינדער אין סקול אדער חדר מיט היץ (פיבער) וועלן מיר אהיים שיקן די גאנצע משפחה פאר א גאנצע וואך, מיר וועלן זייער אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער זיי זאלן זיין געזונט און שטארק.


שטארק זיך; שטארק די מיידלעך, שטארק די טיטשערס און ברענג אריין חיות אין אלע פרויען פון שטעטל. ווי מער מען רעדט צו אנדערע דיבורי חיזוק ווערט מען שטערקער און שטערקער.

#58 - לערן זיך ביי א מאן, נישט ביי א פרוי
צניעות, קדושה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זוך א מאן ביי וועם זיך צו לערנען, גיי נישט צו א פרוי; עס לוינט נישט די גאנצע ביזנעס צו פארשווארצט ווערן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. אפגערעדט פונעם איסור יחוד וואס דאס איז זייער א הארבע עבירה, לויט רוב פוסקים איז איסור יחוד גאר א דאורייתא. נאכדעם וועסטו פארשווארצט ווערן רחמנא לצלן בזה ובבא, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז נאך ערגער פון טון עבירות; מען הויבט אן רעדן איינער מיט'ן צווייטן פריינטליך ביז מען פאלט אראפ אין שאול תחתית רחמנא לצלן.


בוי אויף דיין בעיסמענט ווייל זוממער וועלן אסאך משפחות זיין אין שטעטל וועסטו דאס קענען פארדינגען, אויך וועסטו דאס קענען ארויסדינגען פאר שבתים און ימים טובים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#57 - מ'זאל אריינקומען צום מלוה מלכה - מסיבת הכרת הטוב
שטעטל, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


געב איבער פאר די אינגעלייט אין שטעטל אז איך טו איינלאדענען אלע תלמידים מוצאי שבת צום מלוה מלכה - מסיבת הכרת הטוב.


אויב עס איז נישט צו שווער אריין צו קומען, פארשטייט זיך מיט'ן פולסטן רשות פון די ווייב, וועל איך זיך פרייען זיי צו זען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - מ'שפירט א פרייליכקייט אין שטעטל
שטעטל, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערער תלמידים שיחיו, תושבי קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט אייך שבת; מען שפירט דארט א פרייליכקייט, מען קען שפירן די אחדות צווישן אלע איינוואוינער.


ערב שבת בין איך געווען אין בית התבשיל, איך האב זייער הנאה געהאט צו זען ווי עס איז צוגעשטעלט מכל טוב. יעדער איינער וואס דארף עפעס אויף שבת; חלות, פיש, פלייש וכדומה, האט וואס אהיים צו טראגן.


איך וויל ענק בעטן מיט מיין גאנצע הארץ איר זאלט זיך קובע זיין צו קומען אינדערפרי לערנען און דאווענען; דער גאנצער טאג גייט אנדערש ווען מען הויבט איר אן מיט תורה און תפילה.


באזונדער בעט איך די אינגעלייט וואס לערנען הלכה פארטאגס צו קומען צייטליך לערנען צוזאמען הלכות טהרה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - מ'שפירט א ריינקייט און א לויטערקייט אין שטעטל
צדיקים, שטעטל, אחדות, מוהרנ"ת ז"ל, חמשה עשר בשבט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט ענק דעם פארגאנגענעם זונטאג נאכט ווען מיר האבן זיך מחזק געווען אינאיינעם מיט די מים חיים וואס קוועלט פונעם נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה.


אלע יארן פלעגט מוהרא"ש מאכן א סעודה אום חמשה עשר בשבט לכבוד חמשה עשר און לכבוד רבי נתן'ס יום הולדת; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג אויסשמועסן אז אפילו מען מאכט נישט קיין סעודות ביי אידן ביים יום הולדת, דאך ביי גרויסע צדיקים וואס מען האט שוין געזען בחיים חיותם וואס זיי האבן אויפגעטון, פאר זיי מאכט מען יא א סעודה. מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף די מתנה, פאר'ן צדיק וואס מיר האבן, וואס ראטעוועט אונז און געבט אונז א וועג צו קענען אנקומען צום אייבערשטן.


יעדעס מאל איך קום אייך באזוכן ווער איך פרייליך; עס איז א פרייליכע פלאץ, מען שפירט דארט א א ריינקייט, א לויטערקייט. דער שטעטל דערמאנט מיר דעם סיפור וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ג) עס איז געווען א חכם וואס האט צוזאמגענומען זיין משפחה און געזאגט: "מיר דארפן זוכן א פלאץ וואו צו וואוינען, מיר קענען נישט ווייטער וואוינען דא ווייל דער קיסר פון די מדינה איז געווען א גרויסער אפיקורס און ער האט געמאכט די גאנצע מדינה פאר אפיקורסים, ער האט שוין א טייל פון די משפחה געמאכט פאר אפיקורסים, מוזן מיר זוכן א פלאץ וואו צו גיין וואוינען", ער האט זיי גענומען צו א מדבר וכו', וכו'.


יעדעס מאל איך קום אין שטעטל דערמאן איך זיך דעם סיפור אז איר האט זיך אוועקגעצויגן צו א מדבר כדי געראטעוועט צו ווערן פון דעם קיסר, דער יצר הרע וואס וויל מאכן די גאנצע מדינה פאר אפיקורסים.


יעצט דארפט איר טון וואס דער חכם האט געטון; דער רבי דערציילט דארט אז דער חכם האט געמאכט א רינג ארום זיין משפחה כדאי קיינער זאל נישט קענען קומען שלעכטס טון. מוהרא"ש איז מסביר, וואס איז דער רינג? דער רינג איז אחדות; אז מען לעבט בשלום, מען כאפט זיך אן איינער דעם צווייטן אין איין רינג דעמאלט קען קיינער נישט קומען שלעכטס טון, ווידער אויב מען לאזט אפ א צווייטנס האנט, מען קען זיך נישט דערליידן איינער דעם צווייטן, דער רינג עפנט זיך אויף - פאסירט וואס האט פאסירט אין די מעשה וואס דער רבי דערציילט, אז דער קעניג פון די שדים איז אנגעקומען און געוואלט שעדיגן וכו' וכו'.


כאפט אייך אן שטארק איינער מיט'ן צווייטן, קוקט גוט איינער אויפ'ן צווייטן און מאכט זיכער אז צווישן די ווייבער זאל אויך זיין ליבשאפט און שלום; ביי ווייבער איז מער איינגעשטעלט עס זאל אויסברעכן א קריגעריי חס ושלום, מען רעדט און מען שמועסט, דער רעדט אויף דעם און יענער רעדט אויף א צווייטן, פון דעם געשעט אז עס עפנט זיך אויף דער רינג און עס קומט שלעכטס.


אז מען וועט זיך ליב האבן וועט זיין שפע אין שטעטל, עס וועט קיינעם גארנישט פעלן.

#54 - קומען צייטליך אין כולל
כולל, שטעטל, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע כולל אינגעלייט, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט קומען צייטליך אין כולל; ווען איך הער אז מען לערנט פלייסיג אין כולל, מען קומט צייטליך - געבט מיר דאס כח. ווייל איך וויל אז דער שטעטל זאל זיין א פלאץ פון תורה, איך וויל אז אלע אינגעלייט, בעלי בתים וואס ארבעטן א גאנצן טאג זאלן אנהויבן דעם טאג מיט תורה, ווייל נאר דאס בלייבט איבער פונעם מענטש; דאס ביסל וואס מען לערנט, דאס ביסל וואס מען דאווענט.


א רחמנות אויף די וואס לערנען נישט און דאווענען נישט; דער גאנצער לעבן גייט אריבער מיט פלאג און ווייטאג.


אז איר וועט קומען פארטאגס לערנען וועט איר מיר מאכן א נחת רוח.

#53 - נישט קויפן פאר טייערער פון די ווערד
מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג פאר דעם בעל הבית פונעם פארעם אז ער קען עס פארקויפן פאר וועם ער וויל; מיר וועלן דאס נישט קויפן פאר איין דאללער מער וויפיל עס איז ווערד, איך וועל אכטונג געבן אז מיר זאלן קענען וואוינען פאר ביליג, אינגעלייט זאלן קענען לעבן מיט ישוב הדעת.


האב נישט מורא; אז דו וועסט האבן געדולד וועסטו זען ווי אלע הייזער וועלן פארקויפט ווערן פאר זייער ביליג, אבער נאר אז דו וועסט האבן געדולד, דו וועסט אויסווארטן און זיך נישט לאזן וכו'.


די אלע וואס קויפן פאר טייער און הייבן די פרייז וועט דער אייבערשטער דאס מאנען פון זיי, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא צ:): "מַפְקִיעֵי שְׁעָרִים - עֲלֵיהֶן הַכָּתוּב אוֹמֵר (עמוס ח, ז): "נִשְׁבַּע ה' בִּגְאוֹן יַעֲקֹב אִם אֶשְׁכַּח לָנֶצַח כָּל מַעֲשֵׂיהֶם", די אלע וואס הייבן די פרייזן, אויף זיי זאגט דער אייבערשטער: "איך שווער אז איך וועל נישט פארגעסן זייערע שלעכטע מעשים".


יעצט הער איך אז האברך ... גייט אונטער אונזער רוקן, ער וויל קויפן ...'ס הויז; זאג איך דיר קלאר אז מיר וועלן נישט אריין נעמען אין די מוסדות קינדער פון די משפחות וואס קויפן אליינס וכו', אין די מוסדות וועלן נאר קענען זיין קינדער פון די וואס קויפן דורך די וועד פונעם שטעטל.


געדענק, א ווארט איז א ווארט.

#52 - אז דו וועסט מחזק זיין אנדערע וועסטו אליינס זיין פעלזן פעסט
התחזקות, זיכוי הרבים, שטעטל, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שטארק זיך און שטארק אלע אינגעלייט; אז דו וועסט מחזק זיין אנדערע וועסטו אליינס זיין פעלזן פעסט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קו): "אִם לֹא יָכוֹל בְּעַצְמוֹ לָבוֹא לְגַדְלוּת הַמֹּחִין, עֵצָה לָזֶה, שֶׁיַּשְׂכִּיל אֲחֵרִים וְעַל יְדֵי זֶה נִתְעוֹרֵר גַּם אֶצְלוֹ", אז מען קען זיך אליינס נישט שטארקן זאל מען רעדן חיזוק צו אנדערע, דורכדעם וואס א מענטש איז מחזק א צווייטן וועט ער אליינס ווערן מחוזק.


זיי מודיע פאר אלע איינוואוינער אין שטעטל אז דער גראסערי מאן אין ... וועט פון היינט אן לאזן אויפשרייבן פאר אלע איינוואוינער פון שטעטל. איך האב אים געבעטן ער זאל דאס טון פאר אונזערע משפחות וואס האבן נישט שטענדיג מזומן, זיי זאלן קענען איינקויפן - און באצאלן ווען זיי וועלן האבן.


איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו קומען אויף שבת פרשת משפטים - שבת שקלים אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.