בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#351 - די גבאים דארפן זען אלע מתפללים זאלן זיין פרייליך און הנאה האבן
דרך ארץ, שטעטל, משמש דעם רבי'ן, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר 


אזוי ווי מיר גייען בקרוב עפענען דעם זיבעטן שול אין שטעטל, אויף רחוב ירושלים; וויל איך דיר בעטן צו זיין גבאי אינאיינעם מיט הרב ישראל יוסף שליט"א.


זיין א גבאי איז א גרויסע זאך, בפרט אין א שול וואס איז על שם רבינו – איז דאס א שימוש רבינו.


זאלסט זען עס זאל זיין ריין און צוזאמגענומען אין שול און עס זאל זיין דרך ארץ, מען זאל נישט שמועסן ביים דאווענען. די גבאים דארפן זארגן פאר די מתפללים אלע זאלן זיין פרייליך און הנאה האבן אין שול.


איך וועל נאך רעדן מיט דיר פנים בפנים, לאז מיר וויסן אויב דו נעמסט אן די הייליגע אמט.


די שטעטל שטייט נאכנישט קיין לאנגע צייט און מיר האלטן שוין ביי זיבן שולן; האשקי, אשר בנחל, עצתו אמונה, מקור השמחה, פעולת הצדיק, לקוטי מוהר"ן און יעצט היכל הקודש ירושלים.


 

#350 - הער אויף צו שלעפן דיין ווייב קיין ברסלב
שלום בית, חסידות ברסלב, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר 


דו האסט א וואוילע ווייב, אן ערליכע ווייב; זאלסטו איר אויסהערן און וואס זי זאגט דיר – זאלסטו טון.


נישט יעדער איז זוכה צו האבן א וואוילע ערליכע פרוי; זיי איר מכבד, שעץ איר און טו וואס זי זאגט.


שלעפ איר נישט קיין ברסלב, מאך איר נישט משוגע. הער אויף רעדן צו איר פון וואוינען אין שטעטל. מאך נישט משוגע; שטעטל האט גארנישט מיט זיין ברסלב, קענסט וואוינען אין שטעטל און גארנישט האבן מיטן רבי'ן און דו קענסט וואוינען טויזנט מייל פון שטעטל און זיין דבוק צום אייבערשטן, לעבן און אטעמען דעם רבי'ן.


ברודער, פאלג מיך, לאז אפ, הער אויף איר צו שלעפן קיין ברסלב; ענדערש זאלסטו ארייננעמען ברסלב ביי דיר אין הארץ. קויף זיך א הויז אין ... און דארט זאלסטו בויען א מקדש מעט, לעבן מיט די עצות פון רבי'ן, זיין פרייליך און זיך מתבודד זיין, און זיך מחי' זיין מיט יעדע גוטע נקודה.


 

#349 - התבודדות צווישן די גראז און ביימער, איז אויך פאר פרויען
שמחה, שלום בית, שטעטל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין פאריגע וואך געווען אין שטעטל, איך קום אריין אין שול זעקס אזייגער און איך זע אייער מאן זיצן און לערנען מיט התמדה, ער זיצט ביים וואנט אויסגעדרייט צום וואנט, ער זעט נישט קיינעם, ער זיצט מיטן הייליגן לקוטי מוהר"ן און לערנט מיט אזא זיסקייט; דאס האט מיר געגעבן אזא חיזוק, אזעלכע כוחות האב איך באקומען פון דעם, איך האב זיך זייער מחי' געווען.


איך שרייב עס אייך ווייל דאס איז אייער קרעדיט, איר האט שכל, איר שעצט אים, איר הייבט אים אויף, איר העלפט אים קענען לערנען; איר גייט שלאפן פרי, אזוי קען ער אויפשטיין פרי לערנען.


בנוגע וכו'; אדרבה, מאכט זיי פרייליך; אז עס איז נישטא א שמחה ביי זיי אין שטוב - זאלט איר זיי פרייליך מאכן, איר זאלט אריינבלאזן א שמחה אין שטוב.


התבודדות צווישן די גראז און ביימער - איז אויך פאר פרויען, בפרט אין שטעטל וואו מען וואוינט יעדער באזונדער - קען מען זיך ארויסזעצן הינטער די שטוב אין א שטילע איידעלע פלאץ, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און אים בעטן אויף ווייטער.

#348 - אויב עלטערן זעען עפעס וואס טויג נישט, דארף מען דאס דערציילן
שטעטל, חדר, טענות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע אינגל, דער אייבערשטער זאל העלפן די ברית זאל זיין אין צייט און דו זאלסט אים מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים, געזונטערהייט, מיט דיין ווייב אינאיינעם.


א צווייטע מזל טוב פאר'ן זיך ארויסציען קיין קרית ברסלב, די גאנצע קהילה אין קרית ברסלב ווארט שוין אזוי לאנג צו האבן א מנהל, איש על העדה. עס איז דא אסאך צו מתקן זיין אין חדר, ערשטנס, די מלמדים און אלע איינגעשטעלטע זאלן זיין אין צייט, און צווייטנס, די מלמדים ווארטן אויף א שמייכל, א גוט ווארט. איך האף צום אייבערשטן דו וועסט מיר העלפן אין תלמוד תורה מחזק זיין די מלמדים זיי זאלן זיין צייטליך און זיי זאלן טון זייער ארבעט בנאמנות, מיר האבן זייער טייערע מלמדים, אבער די הייליגע חכמים זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין", די אלע וואס טוען מיט אנדערע - דארפן אסאך חיזוק.


זיי מודיע פאר אלע עלטערן זאלן קומען רעדן צו דיר, זיי זאלן מיטטיילן זאכן וואס שטערט זיי, זאכן וואס זיי זענען נישט צופרידן. עס זענען דא עלטערן וואס האבן א טעות, זיי מיינען אז אויב מען זעט א חסרון וכדומה - טאר מען נישט רעדן, ווייל אויב מען רעדט - ווערט מען א מתנגד; עס איז נישט וואר, אויב עלטערן זעען עפעס וואס טויג נישט - דארף מען דאס דערציילן; זאלסטו מודיע זיין די עלטערן זאלן קומען רעדן מיט דיר, זיי זאלן שפירן באקוועם צו רעדן מיט דיר, מען זאל קענען מאכן דאס בעסטע וואס איז שייך.


אז דו וועסט מיר העלפן אין חדר - וועל איך דיר נישט שולדיג בלייבן, בזה ובבא.


 

#347 - די שול זאל נישט זיין נאכגעלאזט
תפילות אויף אידיש, שטעטל, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, כ"ט סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געב איבער א גרויסן דאנק פאר דיין ווייב תחי'; זי העלפט זייער געטריי אונזערע מוסדות, דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן מיט בני, חיי ומזוני רויחי.


איך בין געווען פאריגע וואך אין שטעטל, איך וואונדער זיך אויב נאר איך זע דעם פראבלעם אדער איז דאס א נאכגעלאזטקייט; עס איז דא א שווערע גערוך ווען מען קומט אריין אין שול, און איך וואונדער זיך, שוין אזויפיל מאל האב איך געבעטן דאס צו פאררעכטן און נאכאלץ שפירט מען א גערוך.


דו ביסט נישט קיין בטלן, אפשר דו וועסט מיר קענען העלפן פאררעכטן, אוועקנעמען דעם גערוך; און אז דאס וועט קאסטן געלט - וועל איך עס באצאלן.


אויך אויב דו קענסט אנשמירן די טירן מיט אויל; עס זאל נישט מאכן קיין גערודער.


וואויל איז דעם וואס איז משמש דעם רבי'ן, וועט ער זוכה זיין אויך אויף יענע וועלט צו זיין ביים רבי'ן.


ווען דו שפאצירסט אין שטעטל צווישן די גראז און ביימער - זאלסטו זאגן פארן אייבערשטן: "טאטע איך בענק זיך צו דיר, איך וויל נאר טראכטן פון דיר, איך וויל נאר זען דיך, איך וויל נאר דיך".


 

#346 - אלקאהאל אדער דראגס וועלן דיר נישט העלפן
אמונה, שלום בית, שטעטל, משקה המשכר, דראגס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, ג' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען מען וויל אנטלויפן - אנטלויפט מען צום אייבערשטן, ווייל ערגעץ אנדערש - איז נישטא וואו צו לויפן. אלקאהאל העלפט נישט, עס מאכט מער ביטער, סמים - דראגס השם ישמרינו - זאל דער אייבערשטער אפהיטן, דאס איז אזוי ווי איינער זאל זיך אראפווארפן פון א בנין און זיך נעמען דאס לעבן השם ישמרינו; נישטא וואו צו אנטלויפן - נאר צום אייבערשטן, נאר צו די הייליגע תורה.


אז דיין ווייב דערביטערט דיך - זאלסטו נישט טראכטן אז עס וואלט דיר געקענט זיין בעסער אלס נישט חתונה געהאט, אדער אנדערע טריפה'נע מחשבות, מיט א צווייטן וואלט דיר געווען גרינגער; גלייב מיר, נישטא וואו צו לויפן - נאר צום אייבערשטן, קענסט קומען אין שול דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן עס זאל דיר זיין גרינגער, עס זאל דיר ווערן בעסער.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור, עס וועט זיין אביסל שפעטער ווי געווענליך; צוליב וואס מען בויט איבער דעם היכל בית המדרש פאר די בחורים פארן זומער, און איך וויל נישט שטערן די מנין מנחה מעריב פון שטעטל, וועט די שיעור זיין צען אזייגער.


איך בין נעכטן געקומען אין שטעטל; וואס זאל איך דיר זאגן, איך שפיר זיך דא אין שטעטל ווי אין גן עדן, א ריינע פלאץ, אנשי שלומינו מיט תמימות און פשיטות. מענטשן מיינען מיר זענען הולטייעס, מענטשן רעדן אויף אונז אז דא איז א פלאץ פון הפקירות, איך בין אזוי שטאלץ מיט אונזער קהילה; אזא ריינקייט, אזא הייליגקייט.


איך וועל דיר בלי נדר שרייבן מער באריכות, איך יאג זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#345 - מען זאל שווימען דווקא מיט א שווים קלייד
צניעות, שטעטל, שווימען

 בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, ג' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו שיחיו


טייערע אנשי שלומינו, לאכט נישט אפ פון די גדרים וואס איך שטעל אוועק אין אונזער קהילה; איך האב אוועק געשטעלט ביי אונזערע מיידלעך פון בית פיגא און ביי אונזער קאנטרי - מען זאל שווימען דווקא מיט א שווים קלייד און נישט שווימען מיט קיין בעדינג-סוט, אזוי ווי דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט געזאגט, אז א בעדינג-סוט איז א פריצות'דיגע קלייד; וויל איך בעטן מען זאל פאלגן, מען זאל זיך פירן הייליג און ריין, וועלן מיר זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט מאכן רוען די שכינה הקדושה צווישן אונז.


איך בעט אייך און איך וויין צו אייך, עס איז דא אזויפיל קהילות בישראל לשם ולתפארת, וואס ווילט איר פון מיר האבן? איך וועל נישט מקפיד זיין אז מען וועט זיך אוועק ציען פון שטעטל צו אנדערע פלעצער, איך בין אהערגעקומען אין שטעטל צו קענען מחנך זיין אונזערע קינדער ערליך און ריין, און ווער עס וויל זיך פירן ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט - פריי איך זיך, און ווער עס וויל נישט - בין איך נישט ברוגז אז ער וועט גיין זוכן א צווייטע קהילה; אבער וואס ווילט איר פון מיר?!


לאכט נישט אפ פון די גדרים וואס מיר מאכן, און קומט מיר נישט זאגן אז שווימען מיט א טי-שוירט איז אויך גוט, און אז א שווים קלייד איז נעבעכדיג; אז דו פארשטייסט בעסער - איז דאך גאר גוט, וואס דארף מען קומען צו א רבי וואס מען וויל נישט פאלגן?!

#344 - ארבעט נישט צו האבן געלט צו קענען גיין אויף וואקאציע
כולל, חינוך הילדים, תהלים, שטעטל, סיום, משניות, פרנסה, היכל הקודש, וואקאציע, דרך הלימוד, קאנטרי, דף גמרא, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט האט מיך א אינגערמאן אין שטעטל איינגעלאדנט ביי זיך אין שטוב צו א סיום אויף הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה; איך בין געזיצן ביי די סיום און אזוי הנאה געהאט, איך האב באקומען פרישע כוחות. איך האב געזאגט ביי די סיום, מענטשן פרעגן כסדר 'וואו איז די שטעטל?' מען זוכט עפעס צו זען; וואס איז שייך צו ווייזן? וואס איז שייך צו זען? ביימער איז דא אין יעדע פלאץ; דא איז די שטעטל! דער שטעטל איז זען אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער צו ברענגען פרנסה און זענען דבוק צום אייבערשטן, דבוק צו די הייליגע תורה.


ביי דער סיום האבן זיך באטייליגט די זיידעס, אויך הרב רבי דניאל שליט"א. מיר האבן געהאט שיינע שיחת חברים, פון די מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן אין די חדר פון היכל הקודש, מיר האבן דעם דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מיר קענען לערנען וואו מיר זענען; אין שטאט, אין קאנטרי, נישט משנה וואו מען געפינט זיך, און די רחמנות אויף די וואס האבן נישט דעם וועג צו לערנען; יעדע מינוט האט מען אן אנדערע תירוץ פארוואס נישט צו לערנען, און די אינגעלייט און בחורים אין די קאנטריס זוכן אזא בוים צו לערנען, נאך אפאר מינוט שלעפט מען דעם טיש אויף א צווייטע פלאץ, ביז מען איז מחליט 'אפשר גיין אין אן אנדערע קאנטרי?' מען גייט און מען קומט, און מען קומט און מען גייט, און אזוי גייט אריבער דאס לעבן אן אפילו ענדיגן איין מאל ששה סדרי משנה, איין מאל ש"ס, און אפילו איין מסכתא.


נאך א שיינע זאך האב איך געהאט נעכטן, א ווייבל פון שטעטל שרייבט א בריוו אז זי האט נעכטן מסיים געווען די הונדערט'סטע מאל ספר תהילים; דאס איז די שיינקייט פון דעם פלאץ, דאס איז די שטעטל; זען ווי מען לעבט מיט תכלית, מען לעבט באקוועם, יעדער האט זיין הויז, זיין געזינדל, און דאס פלעכט מען אינאיינעם מיטן באשעפער; דער מאן מיטן משניות און דאס ווייבל מיטן תהילים, דער מאן מיטן טלית ותפילין און דאס ווייבל מיט אויפציען א שטוב מיט אמונה, מיט שמחה.


איך האף שוין אנצוהויבן שיעורי התחזקות יעדע נאכט; ביז דערווייל איז דער פלאץ נאכנישט געווען גרייט, איך האף צום אייבערשטן, אדער היינט אדער מארגן - וועט שוין זיין די טעגליכע שיעורים יעדע נאכט אום אכט דרייסיג.


ארבעט נישט איבער דיינע כוחות אז דו זאלסט קענען האבן געלט צו גיין אויף וואקאציע, זיך אפרוען פון די שווערע ארבעט; צעטייל די וואקאציע אויף אביסל יעדן טאג, נאך פינף אזייגער אדער זעקס אזייגער - גיי אהיים אויף וואקאציע, דארפסט נישט צעטיילן די קינדער, זוכן טובות פון אנדערע; האלט די קינדער מיט דיר, רעד מיט זיי, הער זיי אויס; זייערע מעשה'לעך, חכמה'לעך, און נעם וואקאציע; נעם דיין משניות, זיץ אונטערן בוים און זאג נאך א פרק און נאך א פרק, און ווען דו ווילסט זיך אפרוען - רעד אפאר ווערטער צום אייבערשטן, דאנק און לויב, און ווען דו ווילסט זיך שוין אפרוען פון התבודדות - גיי צוריק צום משניות און גמרא.


היינט אינדערפרי בין איך געווען אין בית המדרש אשר בנחל, מען האט געגאסן די מקוה. דער דיין מיט די כולל אינגעלייט וועלכע האבן גוט דורכגעלערנט הלכות מקוואות זענען דארט געווען און געזען אז אלעס זאל זיין כשר וישר, די אינגעלייט האבן דאס געגאסן, איך האלט שוין נישט חשבון די וויפלטע מקוה מען האלט שוין.


אינדערפרי איז דא דער שיעור אונטן אין וואלד ביי די בחורים, מען לערנט אינאיינעם א בלאט גמרא; עס איז אזוי מחי'דיג, אזוי געשמאק; לערן דו אויך דעם בלאט גמרא, אפילו נאר זאגן די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#343 - רעד מיט דיין טאכטער זי זאל נישט טשעפען
חינוך הילדים, מחלוקת, שטעטל, מדות טובות, טשעפען

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת חקת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ביטע רעד מיט דיין טאכטער זי זאל נישט טשעפען די מיידל ..., זי זאל זיין איר חבר'טע; ווייל איך בין נישט ביי מיר פון גרויס צער אז אין מיין מוסד, ביי מיר אין בית פיגא אין שטעטל - זאלן זיך צאמנעמען א גאנצע כיתה פון מיידלעך און רודפ'ן אן אומשולדיגע מיידל, אויך די מנהלת תחי' זאגט מיר זי ווייסט נישט וואס צו טון דא.


איך וואלט ווען געקענט פועל'ן ביי די קינדער זיי זאלן איר מקרב זיין, אבער איך האב צוטון מיט די עלטערן, די עלטערן העצן אויף די קינדער זיי זאלן זיך נישט חבר'ן מיט די מיידל, השם ישמרינו.


אפשר קענסטו רעדן מיט דיין טאכטער, איר מחנך זיין זי זאל האבן די מדות פון אידישע קינדער.


אין דעם זכות וואס דו וועסט לערנען דיינע קינדער זיך צו פירן ווי א איד - וועסטו האבן נחת פון זיי, און די וואס העצן די קינדער און געבן אלץ גערעכט פאר די קינדער - זאל דער אייבערשטער רחמנות האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#342 - נאך התבודדות אנהויב טאג, וועסטו האבן אן אנדערע טאג
תפילה והתבודדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי שטארק מיט התבודדות ותפילה, הויב אן דעם טאג מיט די הייליגע זאך, גיי א שפאציר צווישן די גראז און ביימער. דו וואוינסט אין שטעטל, א שיינע פלאץ, א ריינע פלאץ; אין שטעטל קען מען גרינג מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נב) מען זאל זיך מתבודד זיין: "בְּדֶרֶךְ יְחִידִי, בְּמָקוֹם שֶׁאֵין הוֹלְכִים שָׁם בְּנֵי אָדָם", אין א ליידיגע פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, וואו מענטשן גייען נישט, זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן, אים בעטן:


"הורינו ה' דרכיך, ווייז מיך רבונו של עולם דיין וועג, אהלך באמיתך, ווייז מיר די אמת'ע וועג".


טייערער ברודער, אז דו וועסט אנהויבן דעם טאג מיט התבודדות, דו וועסט זיך מתבודד זיין הינטער דיין שטוב, אויסגעדרייט צו די ביימער, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דו וועסט זיך אויסוויינען וכו' - וועסטו האבן אן אנדערע טאג, דו וועסט שפירן דעם אייבערשטן מיט דיר, וועסט קוקן אויף אלעס מיט אן אמת; מחלוקות, קנאה, שנאה - די אלע זאכן וועט נישט רעדן צו דיר, דו וועסט זיין ארומגענומען מיטן אייבערשטן.

#341 - איינשרייבן די משפחות פון שטעטל פאר די שטימען
שטעטל, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


פאריאר האסטו זייער געהאלפן מיט איינשרייבן אלע משפחות פון שטעטל און פון ארום די שטעטל - פאר די שטימען; איך וויל וויסן אויב דו ביסט נאכאלץ דערביי צו העלפן - אדער נישט, ווייל ווי איך פארשטיי פון האברך ... נרו יאיר ווערן זאכן נישט געטון, יעדע מאל מיט אנדערע תירוצים.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט דאס ווייטער טון, און איך וועל נישט זיין בייז אויב נישט. עס איז דא נאך געטרייע אינגעלייט וואס ווילן העלפן אויפבויען קהילת היכל הקודש; ביטע לאז מיר וויסן.


וואויל איז דעם וואס איז משמש דעם רבי'ן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן פו): "בָּעוֹלָם הַזֶּה כָּל הָרוֹצֶה לְקָרֵב אֶת עַצְמוֹ מְקָרֵב, אֲבָל בָּעוֹלָם הַבָּא אֵין מְקָרְבִין אֶלָּא הַמְקֹרָבִין מִכְּבָר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#340 - איך קוק ארויס אויף דיר אז דו וועסט אויסוואקסן אן ערליכער איד
הפצה, שטעטל, יראת שמים, דף גמרא, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר; פון דיין יראת שמים, פון דיין דרך ארץ און התמדת התורה. איך הער צוריק זייער שיינע גרוסן פון אינגעלייט אין שטעטל; סיי פון די מלמדים און סיי פון בית המדרש - אז דו פירסט זיך ווי א דערוואקסענער, מיט גוטע מידות.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט זיין שטארק מיטן בלאט גמרא יעדן טאג. גיי צום שיעור, און עס זאל דיר נישט נערוועז מאכן די יונגערע קינדער וואס קומען צום שיעור; אדרבה, זאלסט פארגינען די קינדער אין שטעטל אז זיי קומען אויך צום שיעור און אז זיי גייען אויך הפצה.


יעצט זומער וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען אין שטעטל, זיין דארט ביז די הייליגע טעג, איך האף צום אייבערשטן אז מיר וועלן קענען אינאיינעם זיך מחזק זיין מיטן רבינ'ס עצות. איך קוק ארויס אויף דיר אז דו וועסט אויסוואקסן אן ערליכער איד, איך האב צוגעזאגט פאר דיינע עלטערן נאך יארן צוריק, אז זיי וועלן מיר העלפן מיט די סקול בית פיגא און איך וועל דיך מחזק זיין צו זיין אן ערליכער איד.


גיי התבודדות יעדן טאג צווישן די גראז און ביימער, בעט דעם אייבערשטן זאלסט זיין פרייליך און צופרידן און אים דינען אן אויפהער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#339 - בלייבן אין וויליאמסבורג פאר די שולע בית פיגא
לערערין, סקול, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן א טובה, אויב דו ביסט מסכים צו בלייבן וואוינען פאר נאך אביסל אין וויליאמסבורג און נישט גיין אין שטעטל, איך דארף האבן לערערינס פאר די קומענדיגע יאר. אסאך משפחות ציען זיך ארויס יעצט זומער צום שטעטל, איך דארף האבן דיין ווייב אין בית פיגא לשנת תשפ"ד הבא עלינו לטובה.


דיין ווייב תחי' האט זייער מצליח געווען די יאר אין בית פיגא, מיר וועלן זיך פרייען איר צו האבן קומענדיגע יאר.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט אן איידעלע ערליכע ווייב, איך האף דו טוסט איר שעצן און מכבד זיין.

#338 - דער זכות פון איבערטייטשן די קינדער ביכל אויף ענגליש
הפצה, הדפסה, שטעטל, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך בין געווען דאנערשטאג אין שטעטל באזוכן דעם בית הדפוס, איך האב דארט געזען די ערשטע מאל די שיינע ביכל פאר קינדער אין ענגליש וואס איר האט איבערגעשריבן פון די קינדער עצתו אמונה; איך וויל אייך באדאנקען, איר זאלט וויסן דאס גרויסקייט און די זכותים וואס איר האט.


אויך די מפיצים זאגן מיר אז דאס איז א חידוש צווישן די משפחות וואס רעדן ענגליש; זיי כאפן דאס, זיי בעטן נאך חלקים.


איך שיק אייך דא נאך צען מעשיות פון די מעשה'לעך, און אז איר קענט דאס מתרגם זיין אין ענגליש איז דאס א גרויסע זאך.


איך בעט פאר אייך איר זאלט האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


אויך א גרויסן יישר כח פאר די חסד וואס איר טוט אין שטעטל מיטן אויסטיילן עסן פאר די קימפעטארינס. אין דעם זכות זאלט איר זיין געזונט און שטארק און האבן כח מיט די קינדער, זיי מחנך זיין, זיי אויפציען געזונטערהייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#337 - וואוינען אין שטעטל איז נישט נאר האניג, מען דארף זיך גוט דערהאלטן
שטעטל, קנאה, היכל הקודש, נסיונות, יענער, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טראכט עס גוט דורך, טו נישט קיין ווילדע זאכן; אין שטעטל קומען וואוינען - איז נישט נאר האניג, מען דארף זיך גוט דערהאלטן; בפרט ווען מען קומט פון א צווייטע לאנד - דארף מען זיך גוט בארעכענען איידער מען טוט דאס.


טראכט נישט פאר איין רגע אז אנשי שלומינו וואס וואוינען אין שטעטל זענען בעסער ווי אנשי שלומינו פון לאנדאן. מענטשן מיינען, ביי יענעם איז די גראז גרינער, א רחמנות אויף מענטשן וואס מיינען אז ביי יענעם איז בעסער, ביי יענעם איז גרינער די גראז; עס איז נישט אמת, עס ווענדט זיך אלעס אינעם מענטש אליין; איז דער מענטש דבוק צום אייבערשטן - איז ער איבעראל פרייליך, וואו ער גייט, וואו ער שטייט - שפירט ער מיט זיך די ש"י עולמות, און אז נישט, איז וואו ער גייט און וואו ער שטייט - שאקלט זיך אונטער אים די ערד, אזוי ווי די קללה פון קין (בראשית ד, יב): "נָע וָנָד תִּהְיֶה בָאָרֶץ".


ווען מען פרעגט מיך וואו איך וואוין, ענטפער איך: "איך וואוין אין מיין דירה, מיט מיין ווייב און קינדער", און אז מען וויל וויסן וואו מיין דירה געפונט זיך; מיין דירה געפונט זיך אין אמעריקע, אין ניו יארק, אין א געגענט וואס רופט זיך וויליאמסבורג, אבער וואוינען וואוין איך אין מיין שטוב, און מיט דעם רבינ'ס עצות מאך איך מיין שטוב פאר גן עדן.


דעריבער אז דו ווילסט זיך אוועק ציען פון לאנדאן, קומען וואוינען אין שטעטל - זאלסטו וויסן אז אין שטעטל וואוינט יעדער איינער ביי זיך אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, און דער יצר הרע קומט אויך דארט און וויל אלעמען ארויסנעמען פון די אייגענע ד' אמות, מען דארף דארט אויך אסאך התחזקות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כא): "הַקִּנְאָה וְהַתַּאֲוָה וְהַכָּבוֹד, מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם", די אלע וואס זענען מקנא אנדערע, גלוסטן און זוכן כבוד, די דריי זאכן נעמט אוועק דעם מענטש פון די וועלט; פרעגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אזויפיל מענטשן זענען דא וואס האבן קנאה, תאוה און כבוד, אדער איינע פון די זאכן, און זיי לעבן אויף די וועלט, וואס זאגט די משנה אז עס נעמט אוועק פון די וועלט? זאגט מוהרא"ש, פשט איז, יעדער מענטש האט זיך אן אייגענע וועלט, זיין שטוב, זיין ווייב און קינדער, אזוי אויך א פרוי האט איר מאן מיט אירע קינדער, אבער ווי נאר מען הויבט אן קוקן אויף אנדערע - גייט מען ארויס פון די אייגענע וועלט, מען טראכט נישט פון דאס גוטס פון די אייגענע שטוב, פון די פלאץ וואו מען איז, פון די ווייב און קינדער, מען קוקט אויף אנדערע, דאס איז פשט: "הַקִּנְאָה וְהַתַּאֲוָה וְהַכָּבוֹד, מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם".


מיין נישט איך וויל דיך נישט ביי אונז אין די קהילה, ביי מיר ביסטו און דיין משפחה זייער חשוב, איך זאג נאר זאלסט נישט מיינען קיין איין רגע אז מען קומט וואוינען אין ליבערטי דארף מען מער נישט קיין חיזוק, מען דארף אסאך חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#336 - יישר כח פאר'ן מנדב זיין דעם בנין 'היכל ראזענבערג' אין שטעטל
צדקה, מוסדות, הכרת הטוב, שטעטל, סיום, ישיבה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


       יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מנדב זיין דעם בנין פאר די ישיבה פאר זומער, און פארן עס ענדיגן בויען, עס שיין מאכן; אזוי ווי עס פאסט פאר א מקום תורה.


איך וויל א נאמען געבן דעם בנין: 'היכל ראזענבערג', און די אלע טויזנטער פרקים משניות און הונדערטער בלעטער גמרא וואס מען וועט לערנען אין דעם בנין - וועט זיין פאר דיר א זכות, עס וועט דיר צוניץ קומען בזה ובבא.


איך בעט דיר זייער, אויב דו קענסט צואיילן די ארבעט, עס זאל שוין זיין גרייט אויף פרשת חקת בלק, (די יאר קומט מען אין קעמפ א וואך פריער); מיר דארפן שוין די פלאץ פאר מאנטאג פרשת חקת בלק.


יעצט אז מען מאכט עס לויטן געזעץ - דארף מען זיך שוין נישט באהאלטן וכו'; איז כדאי צו לייגן פענסטערס פון די אנדערע זייט, עס זאל זיין ליכטיג און געשמאק צו לערנען, עס זאל זיך נישט שפירן ווי מען איז פארשפארט.


אז דו קומסט נישט אן צו ענדיגן די ארבעט - איז נישט געפערליך צו האבן רויע ווענט, אבער די פלאר איז מיר זייער וויכטיג עס זאל זיין געענדיגט. פאריאר זומער האב איך זיך ממש געשטיקט די אטעם פון די שטויב, עס איז מיר זייער שווער צו געבן שיעורים אז עס איז פארשטויבט. איך וויל זייער זאלסט דאס ענדיגן מיט סערעמיק טיילס, די גלאנציגע; וואס מען קען גוט וואשן און עס האלט נישט קיין שטויב.


מען ענדיגט מארגן מסכת סוטה און מען הויבט אן מסכת גיטין, א שאד אז דו לערנסט נישט יעדן טאג דעם בלאט גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#335 - די ליל שישי שיעור זאל נישט שטערן די צענטעראלע מנין מנחה מעריב
שטעטל, דרשות, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


       יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


היות די וועכנטליכע ליל שישי שיעור קומט אויס אין די צייט וואס מען דאווענט מנחה מעריב און עס שטערט די צענטעראלע מנין מנחה מעריב - וועט מען מאכן א טויש מיטן ליל שישי שיעור. מען וועט מער נישט קענען מיט האלטן די שיעור אין בית המדרש, אין שול וועט מען דאווענען מנחה מעריב. די שיעור וועט פארקומען יעדן ליל שישי אין 'היכל ראזענבערג' אום ניין אזייגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#334 - בלייבט אין שטוב, מאכט א שיינע יום טוב ביי דיר אין שטוב
שטעטל, יום טוב, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שלעפ זיך נישט שבועות אין שטעטל, עס האט נישט קיין פשט זיך צו שלעפן מיט א שטוב מיט קינדער. איך בין נישט קיין אדמו"ר, עס האט נישט קיין זין צו קומען צו מיר.


בלייבט אין שטוב, מאכט א שיינע יום טוב און זיי זיך מחי' מיט די שכל און עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#333 - איך קען נישט איבערלאזן מיינע קינדער און ארום פארן אויף שבתים
חינוך הילדים, שטעטל, דרשות, בית המדרש, היכל הקודש, ראש ישיבה, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן די שיינע גרוסן אויף אונזער בית המדרש אין מאנסי, און אז די גבאים זענען זייער צוגעלאזענע, זיי זענען מחזק און שטארקן די מתפללים.


בנוגע קומען א שבת אין מאנסי; יעצט איז דאס נישט שייך, שפעטער מיט די יארן, אז דער אייבערשטער וועט העלפן איך וועל חתונה מאכן די קינדער - דעמאלט וועל איך קענען פארן און קומען אויף שבתים. דארפסט פארשטיין, ווען מען האט א שטוב מיט יונגע קינדער - זיי דארפן א טאטע מאמע. יונגע קינדער דארפן די שבתים זייער וויכטיג, מען קען נישט אוועק פארן פון זיי, עס איז נישט גוט פאר זיי בגשמיות וברוחניות.


אין קרית ברסלב גיי איך אויף שבתים, אבער עס איז אן אייגענע שטוב, עס איז נאך א שטוב פאר מיר. אבער ארום פארן אויף שבתים - איז נישט שייך, איך קען נישט איבערלאזן מיינע קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי שבת א, ב): "כָּל הָאוֹמֵר שְׁמוּעָה מִפִּי אוֹמְרָהּ יְהֵא רוֹאֶה בַּעַל הַשְּׁמוּעָה כְּאִלּוּ הוּא עוֹמֵד כְּנֶגְדּוֹ", ווען מען זאגט נאך ווערטער פון דעם וואס האט דאס געזאגט - זאל מען זיך פארשטעלן אזוי ווי דער וואס האט דאס געזאגט געפונט זיך דארט, וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#332 - סדר הנסיעה צו קברי צדיקים אין פוילן, פרשת תזריע מצורע תשפ"ג
קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, חינוך הילדים, אמונה, ניגונים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, צדקה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, מוסדות, זיכוי הרבים, תהלים, חסידות ברסלב, שטעטל, עבודת השם, שאלות, שערן די האר, רעדן, נסיעה, משניות, אומאן, ראש השנה, פרנסה, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, דרייוון, לימוד התורה, תכלית, אמונת חכמים, ישיבה, כשרות, ראש ישיבה, מחשבות, התעוררות, יאוש, תיקון הכללי, התנגדות, ל"ג בעומר, ספירה, געלט, וויינען, קאמפיין, לייף אינשורענס, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין פאריגע וואך זונטאג געפארן קיין פוילן, פועל'ן ישועות ביי קברי צדיקים. מיר זענען געפארן מיט א חבורה פון זעכציג חברים תלמידי היכל הקודש, דיין שוואגער האברך אהרן נרו יאיר האט דאס צאמגעשטעלט. דאס איז שוין די צווייטע יאר וואס ער מאכט א נסיעה פאר די אינגעלייט און בחורים וואס ברענגען אריין א געוויסע סכום ביי די יערליכע קאמפיין לטובת אונזערע מוסדות.


קרית ברסלב


זונטאג נאכמיטאג בערך פינף אזייגער בין איך ארויסגעפארן פון שטעטל צום עירפארט מיט האברך אלי' קנאל נרו יאיר, מיר האבן דורכגערעדט אויפן וועג אלע פלענער וועגן ראש השנה הבא עלינו לטובה. קומענדיגע ראש השנה געפאלט דער ערשטער טאג אום שבת קודש און דער צווייטער טאג - זונטאג. ווי עס זעט יעצט אויס וועל איך שוין פארן מאנטאג נאכט, היות עס איז יעצט אינמיטן די מלחמה און מען קען נישט פארן קיין אוקריינא מיט אן עראפלאן, מען קען נאר אריינקומען אויפן ערד, קומט אויס אז די נסיעה איז א לענגערע און אז מען פארט דינסטאג נאכט קומט מען ערשט אן דאנערשטאג, און איך וויל זיין אין אומאן א נאכט פאר זכור ברית, וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארן מאנטאג נאכט ב' סליחות, און צוריק קומען מאנטאג האזינו, צום גדלי'.


נוארק


מנחה האב איך געדאווענט אין שטעטל, מעריב האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. דודי לאקס איז געווען בעל תפילה, מען האט געציילט ספירה, י"א לעומר. אין עירפארט האבן מיר געטראפן אסאך אידן וואס פארן קיין פוילן פועל'ן ישועות. מיר האבן געטראפן א גרופע בחורים פון די סאטמערע ישיבה פון קרית יואל, זיי זענען געפארן מיט א זון פונעם סאטמערער רב פון קרית יואל. איך האב געשמועסט מיט אים, איך האב אים געזאגט אז פונקט נעכטן האט מיין שווער שליט"א מיר געזאגט אז דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט זייער שטארק אנגענומען די ווערטער פון קב הישר (פרק פח) אז חודש ניסן גייט מען נישט אויף קברים; למעשה זע איך אז א גרופע סאטמערע בחורים פארן, זע איך אז צו קברי צדיקים קען מען יא פארן.


אויפן פליגער האב איך געזען א מאדנע זאך, עס איז געקומען צו מיר א איד, ער איז געזיצן אין ביזנעס קלאס. זיין פרנסה איז, זיין א גבאי פאר אן ערל וואס האט ביליאנען דאלער, און דער ערל ווייסט זיך נישט וואו אהין צו טון אויף דער וועלט, עס איז אים נמאס דאס לעבן, איז דעם איד'ס פרנסה צו זאגן פארן ערל יעדן טאג וואו צו גיין, וואו צו קומען און וואס צו טון. מיר האבן געזען ממש דעם רבינ'ס ווערטער (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סד) אלע עשירים זענען משוגעים, און וואס מוהרא"ש זאגט וועגן עשירות, ווער איז רייך און וואס מיינט רייך; פון געלט האט מען גארנישט, מען ווערט משוגע פונעם טאג, מען האט נישט קיין טעם אינעם לעבן, נאר תורה מאכט פרייליך, נאר דער וואס איז עוסק מיט מצוות - דער איז א צופרידענער.


דיין שוואגער האט מיר געבעטן איך זאל אריינשרייבן פאר אלע חברים וואס קומען מיט די נסיעה אפאר ווערטער אין א תהילים וואס ער געבט פאר א מתנה. עס האט מיר גענומען אסאך שעות, איך האב אנגעיאגט צו שרייבן נאר פאר האלב. נאכדעם בין איך אביסל געשלאפן, נאכדעם האב איך געדאווענט שחרית.


ריישא


מיר זענען אנגעקומען בערך צוועלף אזייגער קיין ריישא, מיר זענען אלע ארויף אויף א באס פון צוויי שטאק, מען האט אביסל געווארט אז די פעקלעך זאלן אנקומען.


עס זענען געקומען פון ארץ ישראל אפאר אינגעלייט אנטייל נעמען מיט די נסיעה, משה ראזענבערג און חיים יאקאבאוויטש. אויך זענען געקומען אפאר אינגעלייט וואס זענען געפארן צו די עלטערן אויף פסח קיין ארץ ישראל, זענען זיי געקומען פון ארץ ישראל; די כולל יונגעלייט הרב הערשל בוים און הרב יחזקאל שארף, אויך לייבי אפפעל, איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי אלע.


ליזענסק


מיר זענען געפארן קיין ליזענסק צום הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זכותו יגן עלינו. דאס ערשטע זענען מיר געגאנגען אין מקוה; איך בין געגאנגען אין די קאלטע בור, ווייל ביי די הייסע בור איז געווען אנגעצינדן די פילטער. איך האב געוואלט גלייך גיין צום ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אבער איך האב געטראכט אז דער עולם וויל גיין אינאיינעם, און רוב עולם איז זייער הונגעריג, וועל איך גיין מיט זיי עסן און נאכדעם גיין צום ציון.


ביים ציון איז געווען א גרויסע התעוררות איך האב מתפלל געווען פאר אלע וואס דארפן ישועות.


אויפן וועג פון ליזענסק קיין שינאווא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין שינאווא. אויפן וועג איז געווען שיינע שמועסן, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מען האט גערעדט פון זייער אסאך זאכן.


עס האט זיך אנגעהויבן שאלות ותשובות, אינגעלייט האבן געשטעלט פראגעס. איינער האט געפרעגט: "וואס מיינט זיך מבטל זיין צום צדיק?" זענען מיר אריין אין א שמועס אז דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן - דארפסטו גלייבן אז דוי קענסט פאררעכטן; א מענטש האט געזינדיגט, ער האט געטון עבירות, ער ביי זיך שפירט ווי עס איז שוין נישטא קיין וועג פאר אים צוריק צו קומען צום אייבערשטן - דארף ער האבן ביטול צום צדיק און וויסן "אז דער רבי זאגט 'נישטא קיין יאוש' - איז דאס ממש אזוי", אפילו מען פארשטייט דאס נישט.


דער שמועס איז מיר געווען זייער חשוב, ווייל אינמיטן וועג האט מיר א אינגערמאן געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז עס איז אים אזוי שווער זיך צו מחזק זיין, עס איז אים אזוי שווער צו גלייבן אז ער קען נאך פאררעכטן, ער הערט נישט אויף פאלן. ער האט ממש געוויינט, ער האט געוואלט וויסן אויב עס איז ביי אים נאך מעגליך אויפצוהערן פוגם זיין.


מיר האבן אסאך גערעדט פון דעם, אז ווער עס פאלגט דעם רבי'ן וועט ביים סוף זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן, און אפילו אויב מען וועט נישט זוכה זיין צו זען דא בזה העולם קיין שום ליכטיגקייט - דארף מען גלייבן אז עס וועט זיין (ויקרא כב, ז): "וּבָא הַשֶּׁמֶשׁ וְטָהֵר, וְאַחַר יֹאכַל מִן הַקֳּדָשִׁים", נאכן אוועק גיין פון די וועלט וועט ער זען וואס ער האט אויפגעטון (לקוטי הלכות ברכת השחר הלכה ה', אות מב).


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, אזא רחמנות'דיגער רבי וואס מיר האבן; ער ווייזט פאר אונז א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ער געבט אונז עצות וואס מיר פשוט'ע מענטשן קענען טון, גרינגע עצות; מיר דארפן נאר פאלגן, מיר דארפן גיין אין די וועג; אויב מיר וועלן פאלגן - וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ) דורך זיינע עצות קען מען ווערן א גרויסער צדיק; דער עיקר וואס דער רבי געבט אונז איז די חיזוק פון אנהויבן פונדאסניי און נישט קוקן וואס איז געווען.


איינער האט געפרעגט א פראגע, דער רבי זאגט אין ספר המידות (אות בשורה, סימן ב): "אַל תְּבַשֵּׂר בְּשׂוֹרָה רָעָה, כִּי מֵחֲמַת בְּשׂוֹרָה רָעָה מֵתוּ כַּמָּה נְפָשׁוֹת", מען זאל נישט דערציילן קיין שלעכטע נייעס, ווייל דורך שלעכטע נייעס זענען מענטשן געשטארבן; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "הַמְבַשֵּׂר בְּשֹוֹרוֹת רָעוֹת, נוֹפֵל לְמֹחִין דְּקַטְנוּת", מען פאלט אין מוחין דקטנות דורך דערציילן שלעכטע נייעס; דעריבער פארציילט ער נישט קיין שלעכטע זאכן אין שטוב, אבער שפעטער ווען זיין ווייב הערט די נייעס ווערט זי ברוגז אויף אים, פארוואס ער האט נישט דערציילט. אויף דעם איז די עצה צו דערציילן אויף א וועג אז יענער זאל דאס אליינס כאפן, מען דערציילט עס האלבוועגס, ביז מען כאפט אליינס.


איינער האט געפרעגט פארוואס מען מאכט אוועק צו קויפן לייף אינשורענס, פארוואס זאל מען נישט אוועקלייגן עפעס א קרן פאר די קינדער? דער ענטפער איז, מיר געפינען (עירובין נד.) דער אמורא רב האט געזאגט פאר זיין תלמיד רב המנונא: "בני, אם יש לך", מיין קינד אויב האסטו געלט, "היטב לך", נוץ עס פאר דיר, "שאין בשאול תענוג", ווייל אין קבר האט מען נישט קיין הנאה פון געלט, "ואין למות התמהמה", און מען ווייסט נישט ווען מען גייט אוועק גיין פון די וועלט, איז א שאד אוועק צו לייגן געלט. "ואם תאמר, אניח לבני חוק", אויב וועסטו טראכטן איך וועל אוועק לייגן פאר מיינע קינדער זיי זאלן האבן עסן, קודם כל: "בשאול מי יגיד לך", ווער וועט דיר מודיע זיין אין קבר אז דיינע קינדער האבן טאקע די געלט און זיי נוצן דאס? און נאך א זאך, "בני האדם דומים לעשבי השדה", מענטשן זענען אזוי ווי גראז און בלומען, "הללו נוצצין", די שפראצן, "והללו נובלין", און די שטארבן. זאגט רש"י (דבור המתחיל הללו נוצצין): "כשהן גדילין", ווען די קינדער וואקסן, "גדילה פרנסתן", וואקסט זיי די פרנסה, "ועושרן עמהן", זיי ווערן רייך, "ואינך צריך להדאג עליהן", און מען דארף זיך נישט זארגן פאר זיי.


עס איז געווען א תענוג, א געשמאק - צו פארברענגען מיט תלמידי היכל הקודש. אונטערוועגנס ווען מען איז אויסגעמוטשעט, הונגעריג און מיד - קען מען מער זען ווער איז דער מענטש, ווי אזוי פירט ער זיך; וואס זאל איך דיר זאגן, פון יעדן איינעם האט מען געהערט שיינע שיחות פון רבי'ן און מעשיות פון תפילה.


איינער האט געפרעגט אויב נאך אפאר יאר נאך די חתונה, נישט האבן קינדער - אויב מען זאל גיין צו די ארגאניזאציעס זיי זאלן העלפן. מיר האבן גערעדט אז עס ווענדט זיך אינעם פארפאלק, עס ווענדט זיך אין זיי אליינס; אויב איז דער מאן און די ווייב שטארק ביי זיך אז דער אייבערשטער וועט זיי העלפן, זיי זענען שטארק מיט תפילה - דעמאלט האט נישט קיין פשט צו גיין צו זיי, א שאד די צייט, א שאד די קאפ וויי, זיי קענען נישט געבן קיין קינדער, קינדער קומט פונעם אייבערשטן, און אויב די ווייב זאגט זי וויל גיין צום דאקטער אדער צו די ארגאניזאציעס, זי וויל טון עפעס - דעמאלט גייט מען.


עס זענען געווען פראגעס וואס איך האב נישט געענטפערט, פראגעס וואס איז נישט נוגע אויף למעשה. איינער פרעגט, ער זעט אין די בריוו ווי מען זאגט פאר איינעם עס איז נישט קיין פראבלעם פאר א פרוי צו דרייווען א קאר, און אין געוויסע בריוון זעט מען אז פרויען זאלן נישט דרייווען; פון די פראגעס האב איך זיך ארויסגעדרייט, דאס איז נישט נוגע פארן כלל.


איינע פון די פראגעס איז געווען אויב מאכן געלט איז א סתירה מיט וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש אז מען דארף נאר עוסק זיין אין תורה, תפילה און זכרון בעלמא דאתי, מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין סתירה, דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט מען זאל ארבעטן און האבן א גוטע פרנסה (חיי מוהר"ן, סימן תקא). נאר וואס דען, זיך נישט פארלאזן אויף די געלט און נישט רעדן פון די געלט; פארלאזן דארף מען זיך אויפן אייבערשטן און רעדן דארף מען נאר פונעם אייבערשטן און צום אייבערשטן.


איינער האט געפרעגט אויב בעטן א רעיז פונעם בעל הבית איז א חסרון אין אמונה, ווייל פרנסה געבט דער אייבערשטער; מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין חסרון אמונה, מען מעג בעטן א רעיז און מען מעג טון זאכן פאר פרנסה, דער עיקר איז מען זאל זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן און נאר קוקן צו אים.


איינער האט געפרעגט אויב עס איז ריכטיג צו נעמען לכתחילה פאר פרנסה 'גיין נאך געלט'; מיר האבן גערעדט אז גיין נאך געלט איז פאר איינעם וואס האט נישט. ווען א אינגערמאן זיצט און לערנט און האט נישט צו לעבן - מעג ער על פי הלכה גיין צאמנעמען געלט פאר זיך, אבער איינער זאל גארנישט טון מיטן טאג, שלאפן ביזן טאג אריין און זיך דרייען ליידיג, און גיין נאך געלט - איז נישט ריכטיג.


מען דארף באמערקן אז הפצה און גיין נאך געלט - איז צוויי זאכן. ווען עס קומט צו הפצה איז דאס נישט קיין זאך פון שנארן, דאס איז מזכה זיין נשמות ישראל, דאס איז די גרעסטע עבודה וואס איז נאר פארהאן.


איינער האט געפרעגט אויב דאס איז אמת אז מפיצים זענען בחינת אליהו הנביא; דער ענטפער איז, דער רבי זאגט (ספר המידות אות בשורה, סימן א): "מִי שֶׁהוּא רָגִיל לוֹמַר בְּשׂוֹרוֹת טוֹבוֹת, הוּא נִתְלַבֵּשׁ מִבְּחִינַת אֵלִיָּהוּ", ווער עס דערציילט גוטע בשורות - ווערט ער א בחינה פון אליהו הנביא; קומט אויס, אז די מפיצים וואס גייען פארשפרייטן גוטע בשורות, זיי פארשפרייטן די ספרים פון רבי'ן וואס דארט שטייט גוטע נייעס, אז מען קען נאך זוכה זיין תשובה צו טון, מען קען זוכה זיין צו האבן א חלק אין די הייליגע תורה, מען קען זוכה זיין צו ווערן א צדיק - זענען זיי אלע בבחינת אליהו הנביא.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געשריבן די הייליגע ווערטער פון זוהר תרומה (קכח עמוד ב) "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


שינאווא


ביים הייליגן שינאווא רב האבן מיר געזאגט תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן יעדער איינער אויף וואס ער דארף, איך האב געבעטן פאר מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, אויך האב איך געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות.


עס איז נאכאמאל ארויפגעקומען די פראגע ווי אזוי מען איז מתפלל ביי א ציון פון א צדיק, מען בעט דעם אייבערשטן בזכות דעם צדיק אדער מען בעט דעם צדיק זאל בעטן דעם אייבערשטן? די פראגע פרעגט מען אלעמאל ווען עס מאכט זיך א נסיעה. דער ענטפער איז, מען בעט דעם אייבערשטן אז בזכות די צדיקים, "לִקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וְאַדִּירֵי כָּל חֶפְצִי בָם" - זאל מען געהאלפן ווערן, אויך קען מען בעטן דעם צדיק זאל בעטן פאר אים.


לאנצוט


פון שינאווא זענען מיר געפארן קיין לאנצוט צום הייליגן ראפשיצער רב'ס ציון. מיר האבן באטראכט די נוסח המציבה וואס דער הייליגער ראפשיצער רב האט געהייסן שרייבן: "יחיד בדורו בחכמת אלקים", מיר האבן דארט געזאגט תהילים, און יעדער האט געבעטן זיינע בקשות.


מיר האבן געדאווענט מנחה אין לאנצוט אין די הכנסת אורחים שטיבל.


איך בין געזיצן א חלק נסיעה אויבן אויפן באס און א חלק נסיעה אונטן, אז אלע זאלן קענען מיטהאלטן. אויך האב איך גערעדט רוב וועג אין א מייק, אלע האבן געקענט מיטהאלטן די שמועסן דורכאויס די גאנצע וועג.


וויינען ביי קברי צדיקים


א אינגערמאן האט מיר געבעטן איך זאל געבן חיזוק אויף נישט וועלן וויינען און נישט ווארטן אויף התעוררות. דאס איז זייער וויכטיג ווען מען פארט מתפלל זיין אויף מקומות הקדושים, מען ערווארט צו האבן התעוררות ביי די הייליגע פלעצער, מען ערווארט צו קענען זיך אויסוויינען, און היות מען איז אונטערוועגנס, מען איז אויסגעמוטשעט, מען עסט נישט און מען שלאפט נישט - פארמאכן זיך די געפילן, און אז מען ווארט צו קענען וויינען און מען וויינט נישט - ווערט מען אויס מענטש.


מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון רבי'ן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה): "שֶׁכְּשֶׁהָאָדָם אוֹמֵר תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת וְחוֹשֵׁב בְּלִבּוֹ וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה, זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אֵינָהּ טוֹבָה", עס איז נישט קיין גוטע זאך צו טראכטן ווען מען בעט דעם אייבערשטן - ווען מען גייט שוין קענען וויינען, "וְהִיא מְבַלְבֶּלֶת גַּם כֵּן אֶת דַּעְתּוֹ", אויך טוט דאס שטערן די התבודדות. "כִּי מֵחֲמַת זֶה אֵינוֹ יָכוֹל לוֹמַר הַבַּקָּשׁוֹת בְּלֵב שָׁלֵם בִּשְׁלֵמוּת", מען קען נישט אינזין האבן די ווערטער וואס מען בעט - אזוי ווי עס דארף צו זיין, "כִּי צְרִיכִין בִּשְׁעַת אֲמִירַת תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת לְהַרְחִיק מֵעַצְמוֹ כָּל מִינֵי מַחֲשָׁבוֹת חוּץ שֶׁבָּעוֹלָם רַק לְכַוֵּן דַּעְתּוֹ אֶל הַדִּבּוּרִים, שֶׁהוּא מְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַך כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ, וְאָז מִמֵּילָא בְּקַל יִתְעוֹרֵר לִבּוֹ עַד שֶׁיָּבוֹא לִבְכִיָּה גְּדוֹלָה בֶּאֱמֶת", ווייל ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען לייגן אלע אנדערע מחשבות אין דער זייט און נאר אינזין האבן די טייטש פון די ווערטער וואס מען בעט, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט. דאס אליינס, אז מען לייגט צו מח מחשבה צו וואס מען בעט - דאס מאכט מען זאל קענען וויינען, "אֲבָל כְּשֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה עַל זֶה שֶׁיִּבְכֶּה אֲזַי זֶה וָזֶה אֵינוֹ עוֹלֶה בְּיָדוֹ", אבער אויב מען שטייט און מען ווארט 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - פארלירט מען ביידע זאכן, "כִּי הָאֲמִירָה בְּעַצְמָהּ נִתְבַּלְבְּלָה עַל יְדֵי זֶה, כִּי זֶה שֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה הוּא גַּם כֵּן בְּחִינַת מַחֲשָׁבָה זָרָה שֶׁמְּבַלְבֶּלֶת, הַכַּוָּנָה שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִשְׁמֹעַ הֵיטֵב מַה שֶּׁהוּא מְדַבֵּר עַל יְדֵי זֶה", די התבודדות, דאס בעטן - ווערט געשטערט, ווייל ער האט נישט אינזין וואס ער זאגט און ער בעט; די מחשבה פון ווארטן 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - דאס איז אויך א מחשבה זרה, "כִּי הָעִקָּר לְדַבֵּר הַדִּבּוּר בֶּאֱמֶת לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת אֲחֵרוֹת כְּלָל", ווייל דער עיקר איז בעטן דעם אייבערשטן, צולייגן קאפ צו די ווערטער וואס מען בעט, "וְאִם יִזְכֶּה לִבְכִיָּה בֶּאֱמֶת מַה טּוֹב וְאִם לָאו לָאו וְלא יְבַלְבֵּל אֲמִירָתוֹ בִּשְׁבִיל זֶה", אז מען איז זוכה צו וויינען - איז גוט, און אז נישט - איז ווייטער גוט.


דינוב


פון דארט זענען מיר געפארן קיין דינוב צום הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו.


די גאנצע וועג זענען געזיצן אנשי שלומינו, יעדער איינער מיט זיינע ספרים, דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט אין ערגעץ. איך פלעג משמש זיין מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה, איך פלעג אים באדינען, פארן מיט אים נסיעות. ביי אים האב איך געזען די זאך פון לערנען אונטערוועגנס, ער האט מיר אלץ געזאגט ביים זיך פאקן די פעקלעך איידער א נסיעה: "פאק מיר איין א קליין חומש'ל, א משניות'ל, א תיקונים וכו' וכו'"; איך האב געטראכט 'מיין זיידע איז א העכערער סארט מענטש, ער לערנט, אבער איך, איך בין א פשוט'ער מענטש איך לערן נישט אויפן וועג', סתם מענטשן, פשוט'ע מענטשעלעך ווי מיר זענען - ווער לערנט אויפן וועג? פרעג נאך שטערקער 'ווער לערנט אינדערהיים, נאך איידערן ארויספארן אויפן וועג?'


דאס צו זען, ווי אלע זיצן מיט זייערע ספרים - איז פאר מיר געווען די שטערקסטע זאך. דער זיצט מיט א משניות, א צווייטער מיט די קונטרס 'ב'י'ת' נצחי' - ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, א דריטער מיט א תיקוני זוהר.


מען האט געשמועסט אסאך אונטערוועגנס פון חינוך הבנים והבנות. איינער האט געפרעגט אויב ער קען זאגן פאר זיינע קינדער אז טאטי און מאמי מעגן עסן א געוויסע הכשר, אבער די קינדער טארן דאס נישט עסן? מיר האבן אלע געשמייכלט, וואס איז שייך צו זאגן אזא זאך?! קינדער גייען דאך נאך די עלטערן, עס איז נישט שייך אזא סארט חינוך. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא, אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד עסט און וואס ער טוט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך - וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. נאך זאגן די הייליגע חכמים (מדרש תנחומא וישלח, ז) אויפן פסוק (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה", דינה איז ארויס פון שטוב זיך דרייען אין די גוי'שע גאסן, פארוואס רופט מען איר 'בַּת לֵאָה' - די טאכטער פון לאה, פארוואס נישט די טאכטער פון יעקב? נאר וויבאלד זי איז געגאנגען אין די וועג פון איר מאמע, זי האט געזען איר מאמע ארויסגיין אין גאס איז זי אויך ארויס אין גאס, פון דעם זעט מען וואס מענטשן זאגן: "כְּאִמָּה, בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך - אזוי פירן זיך די קינדער.


רימנוב


עס איז געווארן שפעט, עס האט זיך אנגעהויבן שאלות אויב מען זאל שוין פארן קיין קראקא עסן און שלאפן אדער ווייטער אריינכאפן אויפן וועג נאך מקומות הקדושים. למעשה זענען מיר ווייטער געפארן פון דינוב קיין רימנוב צום ציון פון הייליגן רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו, מיר האבן אלע געצינדן א ליכט לזכות מנחם מענדל בן יוסף, דער צדיק האט דאך מבטיח געווען אז ווער עס וועט צינדן א לעכט פאר זיין נשמה - וועט ער אים א טובה טון. אויך זענען מיר אריין אינעם אוהל פון הייליגן רבי הערש מרימנוב זכותו יגן עלינו, מיר האבן דארט געזינגען זיינע לידער, די הארציגע ניגון וואס מיר זינגען יום טוב שבועות ביי אהבה רבה, אויך די ניגון וואס מיר זינגען ביי תפילת טל און תפילת גשם; הארציגע ניגונים, אויך האבן מיר געזינגען אידישע ניגונים.


מיר האבן געדאווענט מעריב אין רימנוב, ווייל עס איז שוין געווארן שפעט, מיר האבן געוואלט דאווענען פאר חצות, אזוי ווי די הלכה. מיר האבן געדאווענט אינעם נייעם בנין. מען האט יעצט געבויט דארט א שיינעם בנין הכנסת אורחים, מען האט מיך מכבד געווען צו קלאפן א מזוזה. חיים מאיר ערפס איז געווען דער בעל תפילה, מיר האבן געציילט ספירה י"ב לעומר, הוד שבגבורה.


אויפן וועג האבן מיר ווייטער גערעדט און געשמועסט, מען האט גערעדט פון שלום בית. איינער האט געפרעגט וואס ער קען טון, זיין ווייב זאגט אים ער זעט נישט אויס שיין; איך האב נישט געזען ווער עס פרעגט די פראגעס, ווייל מען האט געשריבן שאלות אויף צעטלעך און ארויפגעשיקט. דער ענטפער איז ער זאל געבן גוטע ווערטער, דאס איז א תירוץ אויף אלע טענות וואס די ווייב האט; אז מען רעדט שיין, מען געבט גוטע ווערטער - ווערן אלע טענות בטל.


שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך, נאר אז מען האט שלום בית - קען מען זיין אפגעהיטן און האבן א ריינעם מח מחשבה. דעריבער פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם זייער אויף יונגע פארפעלקער זיי זאלן נישט האבן שלום בית, אזוי קען ער אראפווארפן ביידע אין עבירות. אזוי שרייבט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רסג), איינער האט מיר דערציילט, ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום; דער רבי האט געזאגט: "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", ווייל אז מען איז אן א ווייב - כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


צאנז


פון דארט זענען מיר געפארן קיין צאנז צום הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו. עס איז געווען אין די דריי טעג פון די יארצייט, איך האב זיך זייער געבענקט צו קומען קיין צאנז. איך האב א שטארקע געפיל אין צאנז, ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמער, מיין בלוט איז סאטמער און דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פון צאנזער רב זכותו יגן עלינו, אויך מיינע קינדער זענען אייניקלעך פון הייליגן צאנזער רב.


ביים ציון פון הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו האבן מיר געזאגט קאפיטלעך תהילים און געבעטן אונזערע בקשות. איך האב געהאט א שטארקע התעוררות אין צאנז, איך האב מזכיר געווען ביים הייליגן צאנזער רב אז ביי אונז אין די קהילה, קהילת היכל הקודש - שערן זיך די פרויען די האר נאך די חתונה. מיר האבן איידעלע משפחות, די פרויען זענען איידל און באשיידן, און אלע בית פיגא תלמידות שערן זיך די האר, נישטא איין תלמידה וואס זאל בלייבן מיט די האר. איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע דורות אלע זאלן זיין ערליך, איידל און באשיידן.


דארט איז דא א ווארעמע הכנסת אורחים, איך האב זיך דארט מחי' געווען מיט אביסל ווארעמע זופ. איך האב געטראפן דעם בעל הכנסת אורחים און אים שיין באגריסט.


קראקא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קראקא, מיר זענען אנגעקומען א שעה פארן עלות השחר. עס איז נאך געווען צייט צו עסן, מיר האבן געגעסן א סעודה, חלה מיט פיש. עס איז אויך געווען פלייש, אבער איך האב א גדר נאר צו עסן פלייש אין שטוב. נאכדעם איז מען געגאנגען אין א צווייטע פלאץ שלאפן, עס איז געווארן שפעט, מען האט זיך אראפגעלייגט פאר א שעה צוויי.


זיבן אזייגער אינדערפרי האט לייבי אפפעל געוועקט דעם עולם, מיר זענען געגאנגען צום שול פון רמ"א, דארט האב איך געזאגט ברכת התורה, און פון דארט זענען מיר געגאנגען צום הייליגן רמ"א. מיר האבן געזאגט קאפיטלעך תהילים און יעדער האט געבעטן דעם אייבערשטן זיינע בקשות, מיר זענען צוגעגאנגען צום הייליגן תוספות יום טוב'ס ציון, צום הייליגן ב"ח און צום הייליגן מגלה עמוקות; ביי יעדע ציון האבן מיר זיך אפגעשטעלט און געבעטן דעם אייבערשטן די בקשות.


ראדאמסק


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ראדאמסק. אויפן וועג האב איך נישט געהאט קיין כח מער צו רעדן און ענטפערן פראגעס, איך בין געווען אביסל אפגעמאטערט. איך האב געלערנט מיינע שיעורים, אכצן פרקים משניות און תיקונים, נאכדעם האב איך געדרימלט.


מיר זענען אנגעקומען אין ראדאמסק בערך עלף אזייגער, צום ערשט זענען מיר געגאנגען זיך טובל'ן, עס איז געווען א געשמאקע קאלטע מקוה, אלע האבן זיך גע'טובל'ט. מיר האבן געדאווענט שחרית דארט, משה עקשטיין איז געווען דער בעל תפילה, תיקון הכללי האבן מיר געזאגט ביים ציון פון הייליגן תפארת שלמה זכותו יגן עלינו. מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן אונזערע תפילות און בקשות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין ווארשא צוריק קיין אמעריקע. אויפן וועג בין איך געשלאפן, איך בין געווארן זייער אויסגעמאטערט.


מנחה האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. איך האב געטראפן אין עירפארט הרב רבי חיים יעקב רובין שליט"א מיין מנהל פון סאטמערע חדר אין בארא פארק, איך האב אים באגרוסט און אים באדאנקט; איך האב הכרת הטוב פאר אלע מיינע מלמדים און מנהלים.


אויפן פליגער בין איך געזיצן נעבן האברך שבתי מזרחי, מיר האבן זייער אסאך גערעדט פון דעם עתיד פון שטעטל, ווי מען קען מאכן מער ביליגערע הייזער און ווי אזוי מען זאל עס אויסשטעלן.


ניו יארק


דינסטאג נאכט זענען מיר אנגעקומען קיין ניו יארק, איך האב געדאווענט מעריב אין עירפארט און געציילט ספירה י"ג לעומר, יסוד שבגבורה.


טייערער ..., זונטאג אינדערפרי אין שטעטל האב איך דיך געכאפט מיט א משניות, דיך געזען זאגן א שטיק צייט משניות אין די בית המדרש אין שטעטל; איך האב אזוי הנאה געהאט, האסט מיר געגעבן א שטיק לעבן. זה חלקי מכל עמלי, אלעס ביז אהין איז זייער פיין און וואויל, אבער ווען איך זע א אינגערמאן מיטן משניות - איז גאר עפעס אנדערש, איך האב פארשטאנען אז דו ביסט גוט מקושר צום רבי'ן, ווייל נאר דער וואס לערנט על פי סדר דרך הלימוד - דער איז צוגעבינדן צום רבי'ן.


אם ירצה ה' ל"ג בעומר וועל איך זיין אין מירון. איך פאר מיט מיין משפחה קיין ארץ ישראל, איך מאך בר מצוה מיין נחמן נתן. דו געדענקסט דאך ווען ער איז געבוירן, דו ביסט יענעם זומער אריינגעקומען אין ישיבה, זומער שנת תש"ע. דעמאלט איז געווען די גרויסע מחלוקת אויף די ישיבה, די פראטעסטן, ברוך ה' מיר זענען איבערגעקומען יענע טעג.


יענעם פסח האט מען ארויסגעווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות, זיי האבן געטראכט אז אזוי וועלן זיי מיך אפשוואכן און איך וועל פארמאכן די ישיבה. למעשה, מיט די חיזוק פון מוהרא"ש - האבן מיר גאר דעמאלט געעפנט די חדר. היינט צו טאגס האבן מיר שוין פינף תלמוד תורה'ס, און ווי עס זעט יעצט אויס וועלן מיר עפענען קומענדיגע יאר א תלמוד תורה אין בני ברק, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.


איך דארף מקצר זיין, מיר הויבן אן היינט א פרישער זמן אין ישיבה, איך הויב אן פון אנהויב מיט פרישע בחורים, זיי אויסלערנען די וועג פון רבי'ן. איך בעט דעם אייבערשטן זאל מיר געבן כח צו קענען בלייבן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געבעטן צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#331 - א שליסל אויף די חלות, די שליסל פון פרנסה ליגט ביים אייבערשטן
חינוך הילדים, אמונה, סגולות, זיכוי הרבים, תהלים, שטעטל, פרנסה, ראש ישיבה, פסח, מצה, שבת טיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך עס איז אריבער אזא שיינער יום טוב, מיר האבן זוכה געווען צו עסן די הייליגע מצה; "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא", אן עסן פון אמונה, "מֵיכְלָא דְּאַסְוָותָא", אן עסן פון רפואה; זאל דער אייבערשטער העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו אמונה, און ווערן אויסגעהיילט.


די וואך שבת איז דער מנהג אז מען מאכט א שליסל אויף די חלות, צו ווייזן אז די שליסל פון פרנסה ליגט ביים אייבערשטן. עס העלפט נישט נאכלויפן די געלט, עס העלפט נישט טון פארדרייטע זאכן; די שליסל פון פרנסה ליגט ביים אייבערשטן, און אז מען וויל פרנסה - דארף מען בעטן דעם אייבערשטן.


נעם דעם תהילים און בעט דעם אייבערשטן - וועסטו האבן גרויס שפע. עס איז דא א ווארט פון רבי'ן: "מענטשן, ווען זיי זעען אז עס וועט זיי שוין נישט העלפן גארנישט - דעמאלט נעמען זיי דעם תהילים און זאגן תהילים, איך זאג 'מען דארף צום ערשט נעמען דעם תהילים און זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן און נאכדעם טון וואס מען האט צו טון'".


ביי די סעודה זאלסטו שמועסן מיט דיינע קינדער, ווייז זיי דעם שליסל און זאג זיי: "עס איז א שאד נאכצולויפן געלט, מען דארף לויפן צום אייבערשטן, אזוי האט מען אלעס", די דיבורים דארף מען שטענדיג רעדן, נישט נאר זיך צו טרייסטן. מוהרא"ש זאגט בשם דעם צדיק רבי אברהם דוב פון חמעלניק זכותו יגן עלינו: "אלע רעדן פון אמונה, מען זאגט 'דער אייבערשטער פירט די וועלט', 'אלעס איז לטובה' - נאר נאכדעם וואס מען האט אלעס פרובירט און עס האט נישט געהאלפן, דעמאלט זאגט מען דאס אלעס זיך צו טרייסטן, איך זאג, מען דארף ארייננעמען אין אנהויב; איידער מען טוט, איידער מען מאכט, זאל מען וויסן 'דער אייבערשטער מאכט אלעס און טוט אלעס, ער איז אלעס, קיינער קען גארנישט טון קיינער קען גארנישט מאכן, ער איז אלעס און טוט אלעס'".


וואויל איז דעם וואס לעבט מיט אמונה, ער חזר'ט אמונה און רעדט מיט יעדן איינעם דיבורי אמונה - וועט ער זיין געבענטשט, אזוי ווי עס שטייט (משלי כח, כ): "אִישׁ אֱמוּנוֹת, רַב בְּרָכוֹת".


איך בין געבליבן אין שטעטל, עס איז זייער איינגענעם דא מיט אנשי שלומינו, די אחדות און די תמימות איז אין לשער.


א פרייליכן שבת.


 

#330 - אזוי שיין געווען אין שטעטל די הכנות צום פסח
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, צדקה, קעמפ, שטעטל, סיום, ראש ישיבה, שמחות, פירושים, פסח, שבת הגדול, נערווען, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני א', י"א ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין געפארן אין שטעטל אויף יום טוב, איך בין ארויסגעפארן דאנערשטאג נאכט נאכן שיעור. איך האב זייער הנאה דא, איך דערמאן זיך וואס רבי נתן האט געזאגט נאכן בודק חמץ זיין, ער שפירט שוין א שטיקל טעם פון פסח נאך בדיקת חמץ. איך שפיר שוין יעצט א געשמאק צו זיין מיט אנשי שלומינו, מען לעבט מיט אמונה, מען לעבט מיט העלפן איינער דעם צווייטן; עס איז עפעס אן אנדערע וועלט, עס איז ממש חוץ לישוב, דער פלאץ וואו דער בעל תפילה פלעגט פירן זיינע מענטשן (עיין ספורי מעשיות מעשה יב, מבעל תפילה).


פרייטאג בין איך געווען אין חדר, איך האב געלערנט מיט די עלצטע כיתה און געדאווענט מיט זיי. איך האב מסיים געווען צוויי מאל ששה סדרי משנה, (איך האב געהאט איבערגעלאזט א משנה פון איין מאל פריער), נאכדעם האבן מיר געדאווענט אינאיינעם.


פון דארט בין איך געגאנגען אין שטוב פון הרב ר' יעקב לעזער שליט"א צו א סיום מסכת נזיר. ער לערנט מיט די קינדער יעדן טאג דעם בלאט גמרא, קינדער וואס ווילן לערנען נאך חדר בהתנדבות לבם. עס איז געווען אזוי שיין צו זיצן מיט די קינדער און זען די ליכטיגקייט אויף זייערע פנימ'ער.


נאכדעם האט מען אויסגעטיילט פון בית התבשיל - פאר א גרויס חלק שטעטל - קארטלעך צו קענען איינקויפן אין גראסערי פאר פסח. דאס קומט צו באדאנקען די טייערע איבערגעגעבענע גבאים פון בית התבשיל וואס זיי האבן אויסגעטיילט אזויפיל געלט פאר אנשי שלומינו פאר יום טוב. מיך האט מען געבעטן עס אויסצוטיילן, די גבאים ווילן אפילו נישט וויסן ווער באקומט און וויפיל מען באקומט. זיי ברענגען די געלט און מער פון דעם ווילן זיי נישט, זיי האבן מיר געבעטן איך זאל דאס אויסטיילן. מען זאגט מיר יישר כח, אבער עס האט גארנישט מיט מיר, דער יישר כח קומט פאר די גבאים.


שבת הגדול איז געווען הערליך שיין, איך האב געדאווענט אלע תפילות אין בית המדרש אונטער מיין שטוב און די סעודות האב איך געגעסן ביי מיין זון הרב שלמה. ביי מיר אין שטוב איז שוין גע'כשר'ט און איבערגעדעקט אלע קאונטערס גרייט צו קאכן פאר פסח. נאך די סעודה זענען געקומען אנשי שלומינו, אויך דער דיין שליט"א; עס איז געווען זייער שיינע שמועסן, שמועסן פון תכלית, שמועסן פון אמונה.


שבת אינדערפרי האבן מיר געלערנט ספר פעולת הצדיק, פון וואס דער רבי זאגט דער עיקר תכלית אויף די וועלט איז נאר מען זאל רעדן צום אייבערשטן, כידבר איש אל רעהו. עס איז געווען א הערליכע שמועס, אפשר וועט איינער פון די צוהערער דאס אפשרייבן.


ספורי מעשיות האבן מיר געלערנט סיפורי מעשיות (מעשה יג) פון דעם בעטלער מיט די הויקער וואס האט זיך בארימט אז ער האט די זאך פון מיעוט המחזיק את המרובה; מיר האבן גערעדט אז ווען א מענטש וויל גארנישט, דארף גארנישט און האט גארנישט, ער איז ביי זיך מיעוט, ער איז זיך מבטל צום אייבערשטן - באקומט מען כוחות צו קענען אנגיין אין לעבן, אפילו עס גייט איבער שווערע ביטערע נסיונות; מען איז מחזיק את המרובה, מען קען דערהייבן די שטוב, די ווייב, די קינדער, אלעס אלעס; ווייל מען איז ביי זיך גארנישט.


שלש סעודות האבן מיר גערעדט וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי", איך פיר זיך, "כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם", ווען עס קומט א נייעם טאג, "אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי", געב איך איבער דעם גאנצן טאג פארן אייבערשטן, "וְשֶׁל בָּנַי, וְהַתְּלוּיִים בִּי, עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", איך געב איבער פארן אייבערשטן אלע מיינע קינדער און אלע וואס זענען אנגעהאנגען אין מיר, "שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", אלעס זאל זיין אזוי ווי דער אייבערשטער וויל, "וְזֶה טוֹב מְאֹד", און דאס איז זייער א גוטע זאך, ווייל אזוי קען מען זיין רואיג אז אלעס וואס פירט זיך, אלעס וואס פאסירט - איז אזוי ווי דער אייבערשטער וויל.


"וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך ווען עס קומט שבת אדער יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פארן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד". אזוי בין איך רואיג און פרייליך פונעם שבת און פונעם יום טוב, איך דארף נישט איבערטראכטן און איבערקלערן צי איך האב גוט געטון אדער נישט.


מוצאי שבת האבן מיר געלערנט דעם בלאט בבלי און ירושלמי.


היינט אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית מיט די קינדער פון כיתה ט', איך בין געזיצן מיט זיי און געלערנט סדר דרך הלימוד. עס איז אזוי געשמאק אין חדר, מען שפירט דארט אן אויר הזך והנח, איך בין געפארן מיט די באס; איך האב הנאה צו זען ווי מען ברענגט די קינדער צום תלמוד תורה.


נאכדעם בין געגאנגען מיטן מענידזשער אליעזר אין מחנה אילן החיים. איך האב אים געוויזן זאכן וואס מען דארף אנגרייטן פארן זומער הבא עלינו לטובה, איך האב געוויזן ווי אזוי איך וויל ער זאל גרעסער מאכן די שול פאר די קינדער וואס גייען דארט לערנען דעם קומענדיגן זומער, אויך די מחיצה ביי די שווים באסיין, און נאך זאכן.


רוב טאג האב איך געהאלפן אין שטוב אנגרייטן צום פסח.


איך בעט דיר זייער, העלף דיין ווייב און מאך איר נישט משוגע יעדע מאל מיט א צווייטע משוגעת. איך טראכט צו מיר, אז זי וואוינט נאך מיט דיר - איז דאס א נס, א צווייטער וואלט שוין לאנג אנטלאפן.


האסט נערווען? גיי אין א זייט און שריי: "הייליגער באשעפער, נעם ארויס מיינע נערווען, מאך מיך געזונט, מאך מיך פרייליך וכו' וכו'".


מזל טוב פאר די שידוך פון אליעזר שלמה נרו יאיר, א תלמיד הישיבה מיט א תלמידה פון בית פיגא, אן אייניקל פון הרב רבי יצחק שליט"א. איך האף צו קענען מאכן נאך און נאך שידוכים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#329 - רבונו של עולם, איך בין דיין קנעכט, איך בין גרייט צו טון אלעס פאר דיר
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שטעטל, סיפורי צדיקים, הלל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


וואוינסט אין שטעטל, דארט איז גרינג צו טון וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט פון זיך מתבודד זיין צווישן די גראז און ביימער.


גיי אביסל שפאצירן יעדן טאג, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין נאנט צו דיר, איך וויל דיך דינען, איך וויל לעבן מיט דיר", וועסטו זוכה זיין צו שפירן א שטארקע נאנטקייט צום אייבערשטן.


דער היליגער שפת אמת זכותו יגן עלינו האט אמאל געזאגט פאר איינעם: "ביים זאגן הלל, ביי די פסוק 'אנא ה'' קען מען זוכה זיין צו פועל'ן זייער גרויסע זאכן". ווען דער איד האט דאס געהערט האט ער דאס דערציילט פאר אנדערע, ביז עס איז געווארן א גרויסע התעוררות ביי הלל, ביי די פסוק "אנא ה' הושיעה נא". האט דער שפת אמת געזאגט, נישט דעם פסוק האב איך געמיינט, איך האב געמיינט דעם פסוק "אנא ה' כי אני עבדיך", ווען א איד וויינט זיך אויס: "רבונו של עולם, איך בין דיין קנעכט, איך בין גרייט צו טון אלעס פאר דיר, איך וויל זיין נאנט צו דיר, איך וויל דיך דינען", דעמאלט קען מען פועל'ן ישועות.


ברודער, ברסלב איז נישט קיין פלאץ, ברסלב איז אין הארץ, אין מח, זע צו זיין א ברסלב'ער, עס איז נישט גענוג צו וואוינען אין ברסלב.


גיי התבודדות, שריי: "אנא ה' כי אני עבדיך!"


 

#328 - עס מוז זיין א גוטע פילטער אויף אלע קאמפיוטערס
שטעטל, קאמפיוטער, אידישע שטוב, פילטער, קיאסק

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס טוט מיר וויי צו הערן אז די קאמפיוטערס ביי די קיאסק איז נישט געפילטערט. איך וויל דיר נאכאמאל בעטן דו זאלסט שטיין אויף די וואך עס זאל זיין א גוטע פילטער אויף אלע קאמפיוטערס, טעלעפאונס און טעבלעטס ביי אונז אין די מוסד, עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול מתחת ידינו.


אויב עס האט נישט קיין פילטער - זאלסטו פארשפארן די קיאסק.


אז מען רעדט שוין, וויל איך דיר בעטן זאלסט מאכן די קיאסק דאס מערסטע באקוועם וואס איז שייך און דאס צושטעלן צו די געברויך פון אנשי שלומינו, אזוי וועט זיין גרינגער פאר די אינגעלייט ביי אונז אין די קהילה צו זיין אפגעהיטן פון האבן א טעלעפאן, טעבלעט, לעפטאפ וכדומה - אין שטוב און אין קאר.


איך וויל אזוי שטארק אונזערע קינדער זאלן באקומען א גוטע חינוך, זיי זאלן האבן אן אפגעהיטענע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#327 - ווען דו קענסט, זאלסטו רעדן פון רבי'ן
חברים, מוסדות, חסידות ברסלב, שטעטל, רעדן, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, מנהגים, חדר, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין נעכטן געווען אין חדר און אין בית פיגא אין שטעטל, איין זאך קען איך דיר זאגן: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון קיינעם נישט".


די ווערטער פלעגט מיר מוהרא"ש שטענדיג זאגן. ווען מוהרא"ש איז געקומען באזוכן די ישיבה פלעגט מוהרא"ש שמייכלען צו מיר און זאגן די ווערטער: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון קיינעם נישט"; די קינדער, די אינגלעך און מיידלעך - אזוי פרייליך, אזוי רואיג, אנגעפילט מיט אמונה, אנגעפילט מיט שמחה; איך בין ארויס פון דארט אזוי פרייליך.


איך בין געפארן כשר'ן מיין קאך, ווייל מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין פסח אין שטעטל. איך האב גע'כשר'ט די קאך און אלעס איבערגעדעקט, מיר פירן זיך אפילו מען כשר'ט דעקט מען איבער אלע קאונטערס, סינקס און טיש, אלע פלעצער וואו מען עסט חמץ.


ווען דו קענסט - זאלסטו רעדן פון רבי'ן; אז דו קומסט אין שול, דו טרעפסט אנשי שלומינו, אדער אין שטוב מיט דיין ווייב, מיט דיינע קינדער - רעד פון הייליגן רבי'ן.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד א גרויסער צדיק, רבי אברהם שטערנהארץ זכרונו לברכה, אן אייניקל פון רבי נתן זכותו יגן עלינו, אויך אן אייניקל פון טשערינער רב זכר צדיק לברכה, ער האט געקענט דעם גאנצן ספר לקוטי מוהר"ן אויף אויסנווייניג. ער פלעגט אלץ רעדן נאר פון רבי'ן, אפילו אויף דער עלטער ווען ער איז געווען העכער די ניינציג יאר און ער איז געווען זייער שוואך - האט ער גערעדט נאר פון רבי'ן. מען האט אים געפרעגט: "רבי אברהם, וואס מוטשעט איר זיך אזוי צו רעדן פון רבי'ן, איר האט קוים כח?" האט ער געזאגט: "איך מוז רעדן פון רבי'ן, ווייל נאך אביסל קומט דער מלאך המות צו מיר, וויל איך ער זאל מיר צונעמען מיין נשמה אינמיטן רעדן פון הייליגן רבי'ן".


אז מען דריידט זיך אין ברסלב מיינט נישט אז מען האט שייכות מיטן רבי'ן, זוך חברים וואס רעדן פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.