בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#376 - איך האב זיך מחי' געווען אין שטעטל און אין ישיבה קטנה
שכר לימוד, חינוך הילדים, שלום בית, מוסדות, הדפסה, שטעטל, סדר דרך הלימוד, תכלית, ישיבה, האטליין, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין יעצט צוריק געקומען פון שטעטל, איך באקום אזויפיל חיות יעדע מאל איך גיי דארט באזוכן, זען דאס שיינקייט פון אנשי שלומינו.


איך בין ארויסגעפארן פארטאגס, זעקס אזייגער, איך בין געגאנגען אין מקוה איידער איך בין ארויסגעפארן, איך בין געווען כמעט א גאנצן טאג אין אונזער נייע ישיבה. איך בין אנגעקומען נאך פאר די בחורים קומען אן, איך האב געלערנט מיינע שיעורים. בערך ניין אזייגער קומען די בחורים אן, איך האב אלע באגריסט און אלע האבן זיך געזעצט לערנען אזוי ווי דערוואקסענע מענטשן, אן קיין משגיח, אן קיין טרייבער, יעדער איינער ווייסט וואס ער האט צו טון; איינער מיט חומש, א צווייטער מיט א משניות, איינער מיט א גמרא און א צווייטער מיט א תהילים; א תענוג דאס צו זען.


מיר האבן געדאווענט אינאיינעם שחרית, און געגעסן פרישטאג, געשמועסט אינאיינעם. נאך פרישטאג האבן זיי א שיעור פון זייער מגיד שיעור, בין איך אריבערגעגאנגען אינעם בית הדפוס. ווען מען פארט אריבער דעם בנין פונדרויסן זעט מען גארנישט, עס זעט אויס ווי א שטילע ליידיגער בנין, אבער אינעווייניג טוט זיך א מעכטיגע אפעראציע, מען דרוקט טויזנטער ספרים, גליונות, אלע סארטן. אויבן זיצן אינגעלייט, איינער פירט דעם האטליין קול ברסלב וואס צענדליגער טויזנטער מענטשן נעמען לופט טאג טעגליך צו אטעמען, א צווייטער מאכט דעם שטעטל בלעטל, אויך איז דא אין באזונדערע אפיסעס ווייבלעך וואס ארבעטן פאר הדפסה, איינער מאכט די בריוו אויף ענגליש, א צווייטע שטעלט אויס דעקלעך פאר אלע ספרים, אויך דער כולל אפיס געפינט זיך דארט, נאכדעם דער מנהל פונעם בית הדפוס און דער פאנדרעיזער. איך האב געקלאפט א מזוזה אויף די נייע אפיסעס, אויך האט מען מכבד געווען דעם נדבן מיט קלאפן א מזוזה, אויך דער פאנדרעיזער פונעם כולל. מיר האבן אביסל גערעדט דארט, זיך מחזק געווען מיט שיחות פון הייליגן רבי'ן.


איך בין גלייך צוריק געגאנגען אין ישיבה לערנען מיט די בחורים סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אויך האב איך געגעבן א שיעור גמרא, פארגעלערנט דעם בלאט. נאכדעם האבן מיר שפאצירט צום גראסערי, איך האב געזאגט יעדן בחור ער זאל עפעס נעמען און איך וועל דאס באצאלן; מען מוז אזוי מאכן, מען קען נישט נאר זאגן "לערן", "דאווען", "קוק אריין אין סידור", "שאקל זיך", מען מוז אויך שפאצירן, געבן גוטע זאכן, מאכן א לופטיגע פרייליכע אטמאספער, און אזוי קען מען נאכדעם פועל'ן לערנען און דאווענען.


עס איז זייער וויכטיג פאר אלע וואס טוען אין חינוך, און אויך פאר עלטערן אין שטוב; מען קען נישט נאר זאגן "טו נישט", "מאך נישט", "גיי נישט", עס מוז זיין א געשמאקע לופט, מען דארף טון אסאך פרייליכע זאכן און געבן א סאך גוטע ווערטער, און אינדערמיט זאגט מען "מאך אזוי", "טו אזוי", "גיי אזוי"; און נאר מיט אסאך תפילה און בקשה זעט מען פירות.


מיר האבן געדאווענט מנחה און נאך אביסל פארברענגט מיט שיינע שיחות און שיינע שמועסן.


פון דארט בין איך געגאנגען צום נייעם קימפעטארין היים, אונזער "ילד שעשועים". דארט איז פארגעקומען א חנוכת הבית מיט א קביעות מזוזה אינאיינעם מיט א שבע ברכות פאר משפחת אפפעל און משפחות ברוין, איך האב געלייגט א מזוזה און מכבד געווען ר' אייזיק אפפעל וואס ער מיט זיין ווייב האבן גענומען דעם פראיעקט, זיי לייגן אריין זייער גאנצע הארץ און נשמה. אויך האב איך מכבד געווען יואל הכהן חבר הנהלה - זאל לייגן א מזוזה, ווייל ער שטייט אונטער די גאנצע זאך, עס איז אים צו פארדאנקען פון אנהויב שטעטל ביז יעצט, יעדע זאך איז אים צו פארדאנקען.


דערנאך האבן מיר זיך געוואשן צו א סעודה, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן פון רבי'ן. דער רבי העלפט אונז לעבן ברוחניות און בגשמיות, דער רבי מאכט אונז לערנען, ער דערמאנט אונז פונעם אייבערשטן, ער מאכט אונז טראכטן פון עלמא דאתי, עס קומט נאך א וועלט, און אין די זעלבע צייט העלפט ער אונז לעבן אין שטוב מיט א ווייב און קינדער, מיר קענען חתונה מאכן די קינדער פשוט, איידל און באשיידן.


איך בין יעצט אהיים געקומען, איך האב געהאלפן לייגן שלאפן מיינע קינדער. מען האט מיר געבעטן אין שטעטל איך זאל נאך קומען דא, און נאר דא, און נאר איין מינוט דא, אבער אהיים גיין העלפן די ווייב איז נאך מער וויכטיגער פון אלע זאכן.


איך בעט דיר זייער, דו זאלסט אויך אזוי טון, גיי אהיים, לאז אלעס אפ, אפילו מען וועט דיר פארנארן 'קום דא', און 'גיי דא', און 'מען מוז וכו' וכו'; דו גיי אהיים, רעד צו דיינע קינדער. פרעג יעדן טאג דיינע קינדער אויב זיי זענען דרך ארץ'דיג; זיי זאלן זען אז דאס איז נישט קיין שפיל, און דאס מוז זיין.


אונזערע מוסדות איז יעצט אין א שווערע מצב, מען האט נישט צו באצאלן די איינגעשטעלטע. די בחורים אין ישיבה אין שטעטל זיצן מיט די מאנטלעך פארפרוירן, איך בין היינט דארט געווען און אויך געזיצן אין די קעלט מיט זיי, ווייל עס איז נישטא קיין געלט צו מאכן הייצונג. קען זיין איך בין שולדיג אז איך האב נישט געלאזט בעטן קעמפ געלט, איך האב געוואלט טון א טובה פאר אנשי שלומינו, זאלן נישט דארפן צאלן טויזנטער דאלער; דער אדמיניסטראטאר רפאל זאגט, איך האב אוועק גענומען א פערטל מיליאן דאלער פון די מוסד מיטן נישט לאזן בעטן קעמפ געלט, אבער יעצט זע איך אז שכר לימוד צאלט מען אויך נישט, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג, איז ווי אזוי וועל איך ווייטער קענען אנגיין מיט די מוסד...


איך וויל בעטן אלע אנשי שלומינו זאלן צאלן שכר לימוד און זיך נישט שפילן מיט דעם, איך האב געדארפט טון די וואך א זאך וואס איך האב נישט געוואלט טון, מיר האבן צוזאמגענומען אלע טיטשערס און געזאגט מען גייט אראפ מיט די געהאלט, א גוטע פאטש אין פנים פאר מיר; גלייב מיר, איך בין גוט פארשעמט פון דעם. די מנהלת תחי' פרעגט, וואס גייט דא פאר? וואס זאל איך טון, אז אנשי שלומינו מאכן זיך נישט וויסנדיג פון די קינדער - איז נישט.


מארגן וועט זיין דער ליל שישי שיעור אין אונזער נייעם בית המדרש היכל הקודש אין לינדען ניו דשערזי אינאיינעם מיט א חנוכת הבית המדרש און סיום מסכת קידושין, סיום חצי ש"ס.


מאך א שיינע סיום אין שטוב, זאלן דיינע קינדער זען אז זייער טאטע לערנט תורה, ווייז זיי וואס איז חשוב; ביז אהער ווייסן זיי שוין אז א קאר איז זייער א חשוב'ע זאך, ווייל פון דעם רעדט מען טאג און נאכט. אויך ווייסן זיי אז האבן אן אייגענע הויז איז פון די וויכטיגסטע זאכן אין לעבן, ווייל פון וויגעלע הערן זיי רעדן ווען גייט מען שוין קויפן א הויז, און מען קויפט שוין וכו' וכו', יעצט איז געקומען די צייט זאלסט זיי ווייזן וואס איז טאקע חשוב; מאך א סיום, נעם צוזאם די קינדער פון שטוב ביי נאכטמאל וכדומה, און זיי מסיים, געב א גוטע נאש, און זינג און טאנץ: "א מחי' א בלאט גמרא!"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#375 - צושטעלן הייצונג פאר די ישיבה קטנה
שכר לימוד, שטעטל, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין היינט ארויסגעקומען צום שטעטל, צו די ישיבה קטנה, איך האב זיך מחי' געווען צו זיצן מיט די טייערע קינדער, איך האב זיך געשפירט ווי זיבעצן יאר צוריק, ביים עפענען די ישיבה אין וויליאמסבורג.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט שאפן א נדבן פאר הייצונג; די בחורים זיצן מיט מאנטלעך, עס איז זייער קאלט, איך בין געזיצן א גאנצן צייט נעבן אן אייוועלע, בעט איך דיר זאלסט העלפן שאפן א נדבן פון צוואנציג טויזנט דאלער, ווייל די מוסד האט נישט יעצט קיין געלט. מען איז אונטערשטעליג מיטן צאלן די געהאלט פאר אפאר וואכן שוין, די עלטערן, נישט אלע טראכטן פון שכר לימוד, וואלטן אלע עלטערן באצאלט די שכר לימוד – וואלטן מיר זיך געקענט אויסהאלטן אן נדבות וכו'.


ביטע העלף מיר, האסט מיר אזוי געהאלפן אלע יארן, העלף מיר ווייטער.


 

#374 - יום בשורה היא לנו, מיר האבן געעפנט א ישיבה אין שטעטל
מוסדות, שטעטל, ישיבה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך, די זמן אין ישיבה האט זיך אנגעהויבן נאך שטערקער ווי די ערשטע יאר; מיר זענען אריין אין די זיבעצנסטע יאר, שנת טוב - פון ווען די ישיבה האט זיך געעפנט.


יום בשורה היא לנו, מיר האבן געעפנט א ישיבה אין שטעטל, דאס איז א גרויסע שמחה; איך בין זייער פרייליך אז דאס האט פאסירט, נאך אזויפיל תפילות און התבודדות - האט דאס געקענט פאסירן. מיר האבן גאר גוטע מגידי שיעורים, נאך דאס האט געפעלט פארן עתיד פונעם שטעטל.


גיי אביסל שפאצירן און רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. קוק אויפן הימל, "שְׂאוּ מָרוֹם עֵינֵיכֶם וּרְאוּ מִי בָרָא אֵלֶּה" (ישעיה מ, כו), הייב אויף דיינע אויגן צום הימל און טראכט איין סעקונדע 'דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס', און בעט אים פאר דיינע באדערפענישן, בעט אים פאר פרנסה, בעט אים פאר קינדער.


איך בין זייער פארנומען אין די טעג אוועק שטעלן אלעס פארן יאר, די תלמודי תורה'ס אין אלע שטעט, די סקולס, די ישיבות; איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות.


 היינט נאכט וועט זיין פאר די פרויען א וויכטיגע צוזאמקום, מען גייט רעדן זייער וויכטיגע זאכן; זאלסט בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#373 - צולייגן א פלייצע צום חדר, סקול, און די ישיבה, מיט וואס מען דארף נאר
מוסדות, שטעטל, משמש דעם רבי'ן, געלט

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלה


דער אדמיניסטראטאר, האברך רפאל נרו יאיר - וויינט צו מיר אז ער האט נישט קיין געלט צו צאלן די איינגעשטעלטע; אפשר קענסטו אריינגיין אין אפיס זען וואס מען קען טון.


געדענק, וואס מען טוט פאר די מוסד - דאס איז אן אייביגקייט, נאר תורה און תפילה בלייבט, דאס נעמט די נשמה מיט אויף יענע וועלט.


נאך א זאך, דער עתיד פון אונזער שטעטל איז די חדר און סקול; ווי שענער מען וועט דאס אוועקשטעלן, אז די מלמדים און טיטשערס זאלן האבן קאפ און מח פאר די קינדער - דאס איז אונזער עתיד, אלעס אנדערש איז זייער שיין און זייער וואויל, אבער די מוסד; די חדר, בית פיגא און די נייע ישיבה - דאס איז אויף וואס מיר דארפן זיך פארלייגן.


געב איבער פאר יעדן איינעם אין שטעטל, ווער עס לייגט צו א פלייצע צום חדר און סקול מיט וואס מען דארף נאר, אז דער זכות און די שכר איז זייער גרויס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#372 - הלואי זאלן די אינגעלייט אין שטעטל העלפן די מוסד מיט מסירות נפש
סקול, מוסדות, שטעטל, פרנסה, דרייוון, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן זאלסט מאכן לייסענס צו פירן א באס; די מוסד ווערט גרעסער, איך דארף האבן נאך דרייווערס, און אזוי ווי מיר מוטשען זיך זייער צו קענען צאלן די איינגעשטעלטע - איז נישט קיין עסק פאר די מוסד צו אויפנעמען נאך און נאך איינגעשטעלטע, וויל איך אז די מלמדים זאלן קענען אויך פירן קינדער אינדערפרי און אהיים טראגן ביינאכט.


הלואי זאלן די אינגעלייט אין שטעטל זיין ווארעם צו העלפן די מוסד מיט מסירות נפש, אזוי ווי ווען מיר האבן געעפנט די מוסד מיט יארן צוריק, ביידע מנהלים, סיי ר' אברהם משה דער מנהל פון ישיבה, און סיי ר' מרדכי דער מנהל פון תלמוד תורה - ביידע האבן געארבעט פאר די חדר יארן לאנג אן קיין געהאלט. אויך האברך הלל נרו יאיר, ער האט געטראגן און געברענגט די קינדער פאר א לאנגע צייט, צו העלפן בויען די מוסד. אזוי קען איך דיר אויסרעכענען צענדליגער נעמען פון אינגעלייט וואס היינט זענען זיי שיינע בעלי בתים, זיי פירן שיינע געשעפטן - נאר פארן העלפן אויפשטעלן די ברסלב'ער אימפעריע אין אמעריקע.


ווייז דעם בריוו פאר דיין שוואגער ..., אויך פאר ..., אפשר ווילן זיי מאכן איין אדער צוויי טריפס יעדן טאג מיטן שאטל צו ברענגען די טיטשערס אין סקול בית פיגא? אפשר קענסטו אויפהענגען דעם בריוו אין שול און אונטערשטרייכן די ווערטער: הלואי זאלן אינגעלייט זיין ווארעם, קומען אין אפיס פרעגן 'וואס קען איך העלפן? וואס קען איך טון פאר די חדר? פאר די סקול? פאר די ישיבה קטנה?'


איך פאל פון די כוחות, איך קען נישט אלעס אליינס מאכן און טון. דער אדמיניסטראטאר וויינט צו מיר, ער קען נישט צאלן די איינגעשטעלטע אין צייט, עס קומט אויס יעדע צוויי וואכן אכציג טויזנט דאלער צו באצאלן נאר די איינגעשטעלטע.


וואלטן אלע אינגעלייט געוואלט בויען א חדר פאר זייערע קינדער, א סקול, א ישיבה, פאר די אייגענע קינדער - וואלטן מיר זיך געקענט העלפן.


איך האף דו וועסט טון וואס איך זאג דיר און שוין אנהויבן מאכן לייסענס צו קענען פירן א באס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#371 - חומש רש"י לערנט מען יעדעס יאר פון פריש
כולל, מוסדות, שטעטל, אומאן, חומש רש"י, הצלה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך נישט אנגעקומען צו שרייבן, נעכטן בין איך געפארן אין שטעטל; איך בין שוין נישט געווען אין שטעטל פון זומער. איך בין נעכטן געפארן צו די קינדער, צו די חדר און צו בית פיגא; וואס זאל איך דיר זאגן, ביי מיר איז חינוך הבנים והבנות מער פון אלעס, אוועק שטעלן גוטע מלמדים און גוטע לערערינס זאלן לערנען מיט די קינדער אמונה, לערנען מיט די קינדער תפילה; דאס איז ביי מיר דאס וויכטיגסטע זאך פון אלעס וואס איך טו.


רוב טאג איז מיר אוועק ביי די קינדער. אויך בין איך געווען אין כולל, געגעבן א פתיחת הזמן שמועס. קודם האט דער דיין, דער ראש הכולל - גערעדט אפאר ווערטער, און נאכדעם האב איך גערעדט צו די טייערע אינגעלייט. די כולל איז א מתנה וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן פאר אזויפיל יארן לערנען מיט די בחורים, די כולל איז א גרויסער חידוש, די אינגעלייט לערנען זייער פלייסיג. איך האב גערעדט מיט זיי ווי אזוי זיי זאלן לערנען און ענדיגן הלכות שבת, איך האב זיי געבעטן אז איך וויל דעם קומענדיגן יאר און אזוי ווייטער זאל די קאך ביי אונזער בנין אין אומאן ווערן געפירט דורכן דיין און די אינגעלייט, איך האב געהערט אז עס איז געווען שאלות פון חילול שבת ויום טוב, איך וויל אוועקשטעלן די קאך זאל זיין געפירט דורך די כולל אינגעלייט, קיין איין זאך זאל מען נישט טון אן פרעגן די הלכה, נישטא אזא זאך זאגן פאר א גוי טו אזוי, מאך אזוי - אן פרעגן די תלמידי חכמים וואס די הלכה איז. אזוי אויך וויל איך אלע אונזערע הצלה אינגעלייט זאלן באקומען שימוש ווי אזוי זיך צו פירן שבת, און חס ושלום נישט מחלל שבת זיין; יעדע פרט ופרט וויסן וואס דארף געטון ווערן דורך א שינוי, וואס מעג מען יא און וואס נישט; דאס אלעס זאל ווערן אוועק געשטעלט דורך די רבני הכולל.


איך בעט דיר זייער זאלסט לערנען חומש רש"י. חומש רש"י איז נישט א שיעור וואס מען ענדיגט איינמאל און מען לאזט דאס אפ, חומש רש"י לערנט מען בכל שנה ושנה. א אינגערמאן איז צו מיר געקומען אין שול, נישט אין אונזער שול אין א פרעמדע שול, פרעגן "וואס זאל איך די יאר לערנען אנשטאט חומש רש"י?" איך האב יענעם מסביר געווען אז חומש רש"י איז נישט א לימוד פאר איין מאל, אנדערע לימודים איז א לימוד וואס מען קען אפלאזן און מען גייט צו א צווייטע ספר, חומש רש"י דאס איז די נשמה פונעם איד, און אלע צדיקים האבן זייער מזהיר געווען זייערע תלמידים צו לערנען חומש רש"י יעדן טאג.


מוהרא"ש זאגט נאך פון הייליגן רבי יששכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י, איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן". אויך איז ידוע ביי אונז - סאטמערע חסידים - אז דער הייליגער קדושת יום טוב זכותו יגן עלינו האט געשיקט זיינע צוויי קינדער דער הייליגער עצי חיים און דעם הייליגן סאטמער רבי זכותם יגן עלינו ווען זיי זענען נאך געווען גאר קליין, זיי זאלן גיין נעמען א ברכה פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו. רבי מרדכי'לע האט זיי געבענטשט און זיי געזאגט די ווערטער: "קינדערלעך, פילעוועט זיך אין חומש רש"י (לערנט אסאך חומש רש"י), ווייל איך האב געקענט גרויסע גאונים וואס האבן נישט געוויסט וואו דער אייבערשטער וואוינט ווייל זיי האבן נישט געלערנט חומש רש"י".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#370 - א יום כיפור הערליך שיין, מיט גרויס התעוררות
תפילה והתבודדות, מקוה, אמונה, התחזקות, הפצה, שטעטל, שלום, תשובה, מנהגים, יאוש, בעל תפלה, גבאי, אחדות, יוצרות, געפילן, יום כיפור, דרך הלימוד, קידוש לבנה, איבערבעטן, נוסח

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה, גאט'ס נאמען, י"א תשרי, שנת תשפ"ד לפרטן קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


געלויבט דעם אייבערשטן אז יום כיפור האט מען אונז מוחל געווען אלע אונזערע עבירות, מיר הויבן אן א נייעם בלאט, מיר זענען ארויס ריין פארן אייבערשטן.


ביי אונז איז געווען זייער שיין; די דאווענען מיט די דרשות, די ניגונים - אלעס אלעס איז געווען זייער זיס און געשמאק. איך האב זייער הנאה אז דו ביסט געבליבן אין שטעטל פירן דעם מנין, דאווענען פארן עמוד און זען אז אלעס זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף זיך פירן. איך האף אז דו וועסט בלייבן די יאר הושענא רבה און אזוי אויך שמחת תורה, און זען עס זאל פארקומען שיינע ווארעמע תפילות און פרייליכע הקפות. עס פעלט נישט אויס אריינצוקומען אין ישיבה צום ראש ישיבה, ענדערש בלייב אין שטעטל; עס פעלט אויס עס זאל זיין שיינע תפילות און פרייליכע הקפות.


ביי אונז איז געווען הערליך שיין, מיט גרויס התעוררות. איך וויל דיר אביסל מיטטיילן דו זאלסט וויסן ווי אזוי מען דאווענט אין היכל הקודש, וואס פאר א שטיקלעך פונעם דאווענען מען זאגט און וואס מען לאזט אויס, און אזוי ווייטער.


דער בריוו איז געשריבן פאר דיר אבער דו קענסט דאס אויפהענגען אין שול ביי ענק; עס איז דא זייער שיינע חיזוק פאר אלעמען, אויך קענסטו דאס ווייזן פאר אלע גבאים.


*ליל כל נדרי*


פונעם זמן הדלקת הנרות האט זיך דער בית המדרש אנגעפילט מיט אנשי שלומינו, מיר האבן געהאט אסאך געסט, זייער אסאך איינוואוינער פון שטעטל, אויך זענען געקומען אנשי שלומינו פון קרית יואל, פון מאנסי און פון בארא פארק, אויך דער דיין שליט"א איז געווען.


מיר האבן אלע געזאגט די תפילת זכה, אויך די ווידוי הגדול לרבינו ניסים זכר צדיק לברכה. איך האב געזאגט אפאר ווערטער איידער כל נדרי, נישט אז איך בין דער וואס קען זאגן פאר אנדערע, נאר איך האב געדענקט וואס דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן, עס האט אויסגעבראכן א פייער אין א שטאט, איז דער שמש ארויסגעלאפן שרייען: "רבותי, עס ברענט א פייער, ראטעווע זיך"; לכאורה דער שמש איז דער קלענסטער פון זיי אלע, איז וואס עפעס שטעלט ער זיך ארויס שרייען: "רבותי... עס ברענט...!!!" נאר יעדער איינער פארשטייט אז דא קוקט מען ווער עס קען אויפוועקן דעם עולם, נישט ווער עס איז מער, ווער עס איז חשוב'ער; האט דער הייליגער ישמח משה אויסגעפירט ביים כל נדרי דרשה: "רבותי, איך בין נישט מער פון ענק, איך דארף אויך תשובה טון, אבער איך בין דער שמש, איך וויל ענק אויפוועקן, דעריבער בין איך קומען שרייען 'רבותי, עס ברענט, מיר גייען אריין אין א ברענעדיגע טאג, לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ'".


*דרשת כל נדרי*


מיר האבן אנגעהויבן מיטן פסוק (ויקרא טז, ל): "כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ", איך האב געטייטשט דעם פסוק ווארט ביי ווארט, ווייל דער פסוק אליינס - איז די בעסטע חיזוק, צו זען אז דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א טאג וואס ער רייניגט אונז אפ, און מיר ווערן ריין פארן הייליגן באשעפער. מיר האבן גערעדט פון דעם דאפלטן לשון, 'כִּי בַיּוֹם הַזֶּה', ווייל אין דעם טאג יום כיפורים, 'יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם', טוט דער אייבערשטער פארצייען, 'לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם', אונז צו רייניגן פון אלע אונזערע עבירות, נאכדעם זאגט ער נאכאמאל, 'לִפְנֵי ה', פארן לעבעדיגן באשפער, 'תִּטְהָרוּ' - ווערט איר ריין; וואס דארף ער איבערזאגן נאכאמאל 'לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ' אז מיר ווערן ריין?!


דער רמב"ם זאגט (פרק ב' מהלכות תשובה, הלכה ב): "וְיָעִיד עָלָיו יוֹדֵעַ תַּעֲלוּמוֹת שֶׁלֹּא יָשׁוּב לְזֶה הַחֵטְא לְעוֹלָם", תשובה איז נאר נאכדעם וואס דער אייבערשטער - וואס ער זעט אלע באהאלטענע זאכן - וועט עדות זאגן, אז דער מענטש מיינט טאקע וואס ער זאגט, און ער טוט טאקע תשובה; יעצט ווען מיר קומען יום כיפורים צום אייבערשטן אז מיר ווילן תשובה טון, קומען אלע מקטריגים און רעדן שלעכטס אויף אונז. ווייל ווען א מענטש זינדיגט, באשאפט ער מיט יעדע עבירה אזויפיל קליפות ומשחיתים וואס שטייען אויבן אין הימל און מאנען מען זאל געבן אן עונש פאר דעם מענטש, און ווען זיי זעען אז דער מענטש קומט תשובה טון, הויבן זיי אן פארפירן אז דער מענטש מיינט עס נישט ערנסט, אזוי ווי מען קען צומאל הערן פון בעלי דרשנים ווי זיי קלאפן דעם עולם, אז תשובה טון איז נישט אזוי פשוט, זיי זענען מבאיש ריח, זיי רעדן קעגן אידן, דאס אלעס איז אין הימל פון די מקטריגים, ווי זיי לאזן ארויס א שלעכטע גערוך אויף נשמות ישראל, און מיט דעם צעברעכט מען אידישע קינדער. עס כאפט זיך אריין מחשבות ביי מענטשן: 'איך מיין עס סיי ווי נישט ערנסט', 'איך האלט סיי ווי נישט ביי אמת'ע תשובה', ביז מענטשן ווערן אזוי מיואש אז מען לאזט אפ אידישקייט.


דאס זאגט אונז דער פסוק: "כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ", ווען אלע מקטריגים זאגן 'פארוואס זאל מען מוחל זיין אידישע קינדער, זיי מיינען עס נישט ערנסט, זיי זאגן נאר מיטן מויל אז זיי טוען תשובה, אבער עכט מיינען זיי עס נישט', אויף דעם זאגט דער פסוק 'לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ', דער אייבערשטער ווייסט דעם אמת, דער אייבערשטער קוקט אריין אין אונזערע הערצער, דער אייבערשטער איז דער 'יודע מחשבות ביום דין', ער זעט אונזערע מחשבות, ווי שטארק מיר ווילן זיין גוט, 'לצופה נסתרות ביום דין', דער אייבערשטער זעט אלע פארבארגענע זאכן, ער זעט די הארץ פון אידישע קינדער, ווי אלע ווילן זיין גוט, נאר מען האט אזא שווערע יצר הרע, מיט אזעלכע שווערע נסיונות, 'לפני השם' פארן לעבעדיגן באשעפער ווערן מיר ריין.


*מוחל זיין אנדערע*


אויך האבן מיר גערעדט, מענטשן פרעגן, 'ווי אזוי קענען מיר מוחל זיין אנדערע ווען זיי האבן אונז שלעכט געטון? מיר ווילן אלעמען מוחל זיין, אבער עס איז אזוי שווער, מיר שפירן ווי מיר קענען נישט פארגעבן, וואס איז די עצה?' אז מען נעמט אריין אמונה, מען ווייסט און מען חזר'ט זיך 'אלעס איז פונעם אייבערשטן, קיינער קען נישט טון שלעכטס דעם מענטש, קיינער קען נישט וויי טון, קיינער קען נישט פרייליך מאכן, אלעס אלעס קומט פון אויבן מיט א חשבון' - נישט צו זאגן אז מען מעג וויי טון ווייל אלעס איז פון אויבן, חס ושלום אזוי צו זאגן; אויב מען טוט וויי, מען טשעפעט, מען פארשעמט - מוז מען תשובה טון, מען מוז איבערבעטן, אז נישט באקומט מען אן עונש; מען רעדט פונעם מענטש וואס איז וויי געטון געווארן, מען רעדט צום פארשעמטער, ער זאל וויסן, אויב וועט ער זיך חזר'ן די אמונה - דעמאלט וועט אים זיין גרינג יעדן איינעם מוחל זיין, אז עס איז 'לפני ה', מען ווייסט אז מען שטייט פארן אייבערשטן, אלעס איז פון אים, דעמאלט - 'תטהרו' ווערט מען ריין, דאס הארץ איז ריין, מען האלט נישט קיין פיינטשאפט צו קיינעם.


*בעלי מוסר*


מיר האבן גערעדט זייער וויכטיגע זאכן, הלואי אז איינער וועט דאס אפשרייבן, אז אלע אנשי שלומינו זאלן זיך קענען שטארקן מיט די דיבורים. עס איז וויכטיג פאר א גאנץ יאר, נישט נאר פאר ליל כל נדרי. ווייל דער שטן פארדרייט אזוי דעם קאפ, און ליידער איז צוריק געקומען די אמאליגע בעלי מוסר וואס צעברעכן אידישע קינדער, וואס איז געווען איידער דער הייליגער בעל שם טוב איז געקומען. מען האלט דרשות אז תשובה טון איז נישט אזוי פשוט, איך וויל נישט אראפשרייבן די דברי ניאוץ וואס זיי רעדן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד) אז מען טאר נישט נאכזאגן ווערטער פון כפירה, אפילו מען וויל נאר זאגן וואס יענער זאגט, אפילו מען האלט נישט ווי יענעם, מען וויל נאר איבערזאגן - טאר מען אויך נישט עיין שם.


איך וועל דיר שרייבן וואס מען האט גערעדט אין היכל הקודש, דיבורים וואס מיר האבן געהערט אלע יארן פון מוהרא"ש; אז דער אייבערשטער האט ליב אידן און ער ווארט מיר זאלן זיך צוריקקערן צו אים, מיר זאלן תשובה טון, מיר זאלן טראכטן אפילו נאר פאר איין סעקונדע אז 'מיר גייען שוין זיין וואויל', און כל שכן אז מען קען ארויסזאגן א ווארט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל, העלף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר, ברענג מיך צו דיר", ווי חשוב דאס איז, און ווי דער אייבערשטער ווארט אויף די ווערטער.


*מיין דאווענען איז נישט ווערד*


די דרשה איז געווען נישט קיין לאנגע דרשה, עס איז געווען קורץ, אבער די פאר ווערטער האט מיר זייער געעפנט די הארץ, איך האב זייער תשובה געטון; מיר האבן גערעדט אז די אלע טריפה'נע מחשבות וואס כאפן זיך אריין, מען טראכט 'וואס האב איך צו דאווענען? איך בין סיי ווי א פארפאלענער, איך בין סיי ווי א שגץ, איך בין אזוי ווייט, מיינע תפילות זענען נישט חשוב', ווער רעדט נאך ווען מען האט ראיות, אז מען קען נישט וויינען, מען איז טרוקן, מען איז פארקלאפט, מען זעט א גאנצע בית המדרש ווי יעדער דאווענט, 'יעדער גיסט זיך אויס דאס הארץ, און נאר איך בין אזוי טרוקן'; דארף מען געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כריתות ו:): 'כָּל תְּפִלָּה שֶׁאֵין בָּהּ מִתְּפִלַּת פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל אֵינָהּ תְּפִלָּה", מיר האבן דערמאנט דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער, ווי דער רבי האט מחזק געווען איינעם וואס האט געהאט די טריפה'נע מחשבות (שיחות הר"ן, סימן רצה) אז דיקא דורך אים וועלן ארויפגיין אלע תפילות. דער רבי זאגט אים, טראכט אזוי: 'הֲלֹא אִם אֲנִי רָחוֹק בְּעֵינַי מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כָּל כָּךְ מֵחֲמַת רִבּוּי עֲווֹנוֹתַי', אויב בין איך אזוי ווייט פונעם אייבערשטן צוליב מיינע עבירות, 'אִם כֵּן אַדְּרַבָּא עִקַּר שְׁלֵמוּת הַתְּפִלָּה עַל יָדִי דַּיְקָא', קומט אויס אז נאר דורך מיר וועלן אלע תפילות ארויפגיין צום אייבערשטן, 'כִּי הֲלֹא אָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ ז"ל (כְּרִיתוֹת ו:) 'כָּל תְּפִלָּה שֶׁאֵין בָּהּ מִתְּפִלַּת פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל אֵינָהּ תְּפִלָּה', נאר דורך תפילות פון בעלי תשובה גייען ארויף די תפילות אויבן אין הימל, 'וְיַלְפִינָן מִקְּטֹרֶת שֶׁהָיָה בָּהֶם חֶלְבְּנָה', מען לערנט דאס ארויס פון די קטורת. 'וְאִם כֵּן, אִם אֲנִי בְּעֵינַי כְּפוֹשֵׁעַ יִשְׂרָאֵל חַס וְשָׁלוֹם', אויב אזוי, אז איך בין אזוי ווייט – 'אִם כֵּן אַדְּרַבָּא, כָּל שְׁלֵמוּת הַתְּפִלָּה עַל יָדִי דַּיְקָא וְכַנִּזְכָּר לְעֵיל', איז דורך מיר וועט ווערן אנגענומען די תפילות; דאס דארף מיך מאכן דאווענען שטערקער און בעסער, עיין שם.


*א קרעכץ פון א צעבראכן הארץ*


אויך האבן מיר דערמאנט די ווערטער פון הייליגן זוהר (פרשת בלק, קצה.), דוד המלך האט געזען אז אויבן אין הימל איז דאס גרעסטע זאך תפילות וואס קומט פון א צעבראכן הארץ, ער האט געזען די תפילות פון אן ארעמאן, אז דאס גייט ארויף צום אייבערשטן, מען קען דאס נישט אפשטעלן, אנדערע תפילות ווערן צומאל אפגעשטעלט דורך מלאכים. ווען דוד המלך האט געזען דאס חשיבות פונעם ארעמאנ'ס תפילה האט ער אויסגעטון זיינע קעניגליכע קליידער, זיך געזעצט אויף דער ערד און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים פו, א): "תְּפִלָּה לְדָוִד, הַטֵּה ה' אָזְנְךָ עֲנֵנִי", הייליגער באשעפער העלף מיר און הער אויס מיין געבעט, "כִּי עָנִי וְאֶבְיוֹן אָנִי", ווייל איך בין אזוי ווי אן ארעמאן. דער זוהר הקדוש זאגט, ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך וויל נישט אז בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר, "אֲנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", נאר איך וויל זיין אליין מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגעניגן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס פארן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס – די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער ענטפערט פאר אן ארעמאן שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


איך האב נישט געהאט א מינוט פארדעם קיין אנונג וואס איך גיי זאגן, איך גרייט זיך נישט אן איידער איך געב א שיעור, איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל ארויסקומען ריכטיגע דיבורים און עס זאל ארויסקומען גוטס פון די ווערטער.


מיר האבן געזאגט אז מיר גייען ארויסנעמען די ספר תורה, מיר גייען איבערבעטן די ספר תורה און מיר וועלן זיך פארנעמען צו לערנען יעדן טאג.


איך האב יעדן איינעם איבערגעבעטן און איך האב קלאר געזאגט אז איך בין אויך יעדן איינעם מוחל. דארפסט פארשטיין, א מענטש וואס האט צוטון מיט א רבים איז זייער שווער, ווייל עס קומט אויס פעלער וואס מען דארף זאגן וכו' און מען באליידיגט זיך.


*אור זרוע לצדיק*


מיר גייען ארום דעם בית המדרש מיטן ספר תורה אז אלע זאלן קענען איבערבעטן די תורה, אלע זאלן קענען האלזן און קישן די תורה, דאס איז א גרויסער תיקון פארן מענטש, און דער חזן זאגט פָאר דעם פסוק (תהילים צז, יא): "אוֹר זָרֻעַ לַצַּדִּיק וּלְיִשְׁרֵי לֵב שִׂמְחָה", און דער גאנצער עולם זאגט נאך הויך אויפן קול. אויך זאגן מיר די פסוק (שם קיט, קלו): "פַּלְגֵי מַיִם יָרְדוּ עֵינָי עַל לֹא שָׁמְרוּ תוֹרָתֶךָ", אלע בייגן זיך צו צום ספר תורה און מען בעט איבער די תורה, און מען נעמט זיך פאר גוטע קבלות, בעיקר אז מען וועט לערנען די הייליגע תורה; ווייל דאס איז דאס ערשטע זאך וואס מען פרעגט אויבן אין הימל ווען א נשמה קומט ארויף: "האסטו געלערענט תורה?" אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ:): "תחילת דינו של אדם, אלא על דברי תורה", דאס ערשטע זאך פרעגט מען אויב מען האט געלערנט תורה; ווייל אלעס איז תלוי אין דעם. אז מען לערנט תורה האט מען אלעס, מען ווערט פריי פון אלע שלעכטס, די הייליגע חכמים זאגן (אבות ו, ב): "אֵין לְךָ בֶן חוֹרִין אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה", ווער עס לערנט תורה ווערט פריי, "וְכָל מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה הֲרֵי זֶה מִתְעַלֶּה", און ווער עס לערנט תורה ווערט דערהויבן.


אלע האבן זיך צוגעבויגן ארומנעמען די ספר תורה, עס איז א גרויסע זאך ארום צו נעמען די ספר תורה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות כבוד, סימן ז): "חִבּוּק הַסֵּפֶר תּוֹרָה מְסֻגָּל לְכָבוֹד", דורך האלזן דעם ספר תורה איז מען זוכה צו כבוד; ווייל אז מען איז מכבד די ספר תורה, מיט דעם ווייזט מען אז מען האט ליב די תורה, איז מען זוכה צו כבוד אלוקי, מען ווערט נאנט צום אייבערשטן.


נאכן ארומגיין די שול האבן מיר געזאגט די שטיקל זוהר פון "קָם רַבִּי שִׁמְעוֹן סַלִיק יָדוֹי לְגַבֵּי עֵלָּא".


*כל נדרי*


מען האט ארויסגענומען צוויי ספרי תורות, איין ספר האט דער דיין שליט"א געהאלטן, און דער צווייטער ספר - דער מגיד שיעור אין שטעטל ר' ישראל יוסף שניצלער שליט"א. איך בין צוגעגאנגען צו תפילת כל נדרי; "על דעת המקום ועל דעת הקהל" דריי מאל, "כל נדרי" דריי מאל, מיטן הערליכן נוסח וואס איז אנגענומען בכל תפוצות ישראל. די ערשטע מאל הויבט מען אן שטילער און מען גייט אלץ העכער און העכער, "ונסלח" דריי מאל, און "סלח נא" מיטן נוסח וואס מיר זאגן אינדערפרי ביי "אדם יסודו מעפר". דער עולם שרייט אויס "ויאמר ה' סלחתי", די ברכה פון שהחיינו האבן מיר געזאגט מיט גרויס שמחה אז מיר האבן זוכה געווען צו קומען צו דעם טאג וואס דער אייבערשטער איז אונז מוחל אלע עבירות. מען האט צוריקגעלייגט די ספרי תורה און אנגעהויבן ברכו מיטן הערליכן נוסח, (קומענדיגע יאר שנת תשפ"ה וועט מען אויך זאגן קבלת שבת; יום כיפור וועט זיין אום שבת קודש).


נאך שטילע שמונע עשרה זאגן מיר די סליחות 'יעלה תחנוננו' מיט די שיינע זיסע ברסלב'ער נוסח; אוי ווי זיס די ווערטער פון די סליחות אינאיינעם מיטן נוסח - זענען, עס עפנט די הארץ, מען קען זיך אזוי גוט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן. נאכדעם זאגן אלע אינאיינעם 'שומע תפלה', און דער חזן פירט אויס: 'הנשמה לך' די נשמה איז דיינס, 'והגוף שלך', און דער גוף איז דיינס, בעטן מיר האב רחמנות, 'ה' עשה למען שמך', טו פאר דיין נאמען. נאכדעם זאגן מיר 'דרכך אלוקינו' חזן וקהל, 'למענך אלוקינו עשה' חזן וקהל, 'אמנם אשמינו' לאזט מען אויס, 'תעלה ארוכה' זאגט מען חזן וקהל, נאך 'ורב חסד לכל קוראיך' זאגט מען די סליחה פון 'סלח נא אשמות', אזוי איז נאכדעם די זעלבע, מען זאגט 'קל מלך יושב' און נאך 'לכל קוראיך' זאגט מען 'אמנם כן יצר סוכן', מען זאגט נישט 'אל תבוא' און 'כרחם אב'.


עס איז וויכטיג א בעל תפילה זאל זיך פארקוקן דאס דאווענען און די סליחות, די פירוש המילות. עס איז גאר אנדערש דאס דאווענען ווען מען קען די טייטש.


נאכדעם זאגט מען די פזמון 'כי הנה כחומר ביד היוצר'. די פיר פזמונים פון ליל כל נדרי 'יעלה תחנוננו', 'סלח נא', 'אמנם כן', 'כי הנה כחומר', אלע פיר פזמונים האבן הערליכע ברסלב'ער נוסחאות וואס מאכט אזוי בענקען צום אייבערשטן. דער בעל תפילה זינגט דאס הויך אויפן קול און דער עולם ברומט זיך אונטער מיט א גלוסטעניש צום אייבערשטן, נאכדעם זאגט מען סליחות, 'זכור רחמיך'. 'אל נא תשת' זאגט חזן וקהל, מען לאזט אויס 'אותך אדרוש', מען זאגט 'זכור לנו', 'שמע קולינו'. 'אתה מבין' לאזט מען אויך אויס, 'שמך מעולם' זאגט חזן וקהל, נאכדעם ענדיגט מען צו אלעס ביז נאך 'אבינו מלכינו', 'לדוד מזמור', און מען זינגט 'תתקבל' מיט א לעבעדיגע ניגון. נאך עלינו זינגען מיר 'אדון עולם' און מען זאגט די פיר ערשטע קאפיטלעך פון תהילים.


מיר זאגן שיר היחוד, מען שיקט צו צום עמוד יעדן 'יום' אן אנדערער בעל תפילה, און ביים סוף, די לעצטע יום פון 'אז ביום השביעי', האבן מיר געזינגען אינאיינעם.


*שחרית יום הקודש*


מיר הויבן אן דאס דאווענען מיט אנעים זמירות. מיין זון הרב שלמה נרו יאיר האט געדאווענט פסוקי דזמרה, ער האט פארגעזינגען אנעים זמירות מיט די חב"ד ניגון וואס זיי זינגען אויף אזמר בשבחין, דער בעל תפילה זינגט פאר און דער עולם ענטפערט, נאכדעם זינגט מען אדון עולם מיט די נוסח וואס אלע זינגען.


שחרית האב איך פארגעדאווענט, איך טראכט אז קומענדיגע יאר וועל איך מכבד זיין א צווייטן, ווייל אין אנהויב ווען איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש האט מיר דער גבאי געבעטן איך זאל דאווענען ביים עמוד, זיין דער שליח צבור, היות עס איז געווען א קארגער מנין, און קיינער האט נישט געוואלט דאווענען פארן עמוד, האט מען מיר געבעטן איך זאל דאווענען און אזוי האב איך געטון, איך האב געדאווענט פון כל נדרי ביז נאך נעילה פארן עמוד, אבער היינט איז די קהלה שוין גרויס און עס זענען דא שיינע בעלי תפילות, איז יא גוט עס זאל זיין צעטיילט דאס דאווענען. איך שרייב דיר דאס אלעס ווייל איך קוק ארויס אויף דיר דו זאלסט מיר העלפן אין שטעטל, זאלסט וויסן ווי צו פירן אין שטעטל, ווי אזוי אוועק צו שטעלן די בתי מדרשים עס זאל זיין אויף די ריכטיגע וועג.


מיר זאגן נישט די יוצרות פאר שמונה עשרה, נאר די ערשטע שטיקל 'אור עולם', 'סלח לגוי קדוש', חטאנו צורנו', חזן וקהל.


ביי הויכע שמונה עשרה זאגט דער בעל תפילה דעם הארציגן שטיקל 'אימיך נשאתי' הויך ווארט ביי ווארט, נאכדעם זאגן אלע 'אמצת עשור', און 'תאות נפש'. 'עד יום מותו' זאגט מען חזן וקהל, 'אנוש מה' לאזט מען אויס, 'אחדת יום זה בשנה' לאזט מען אויך אויס. 'מלך מאזין שועה' זאגט מען חזן וקהל און מען זאגט גלייך נאכדעם 'היום יכתב' חזן וקהל. 'אדר יקר אלי' לאזט מען אויך אויס', 'אימה בחר' לאזט מען אויך אויס, מען לאזט אויס אלעס ביז מען זינגט 'אמרו לאלוקים', אויך זינגט מען 'מעשה אלוקינו'. 'אשר אמץ' זאגט מען, 'על ישראל אמונתו' זינגט מען, נאכדעם לאזט מען אלעס אויס ביז 'האדרת והאמונה' - דאס זינגט מען, נאכדעם לאזט מען אלעס אויס ביז 'ליושב תהילות' דאס זאגט מען חזן וקהל, 'זה אל זה' זאגט מען אויך חזן וקהל, און נאכדעם זאגט מען 'לקל עורך דין', און מיר לאזן אויס דעם לאנגן שטיקל פון 'מי יתנה תקף', מיר גייען גלייך צו 'כתר'.


מיר זאגן נישט די סליחות צווישן 'ובכן'. נאך 'יעלה ויבוא' זאגט מען סליחות אבער נישט אלעס, מיר לאזן אויס 'אדברה' אויך לאזן מיר אויס 'אתה מבין', און מיר דוכנ'ען יום הקודש אויך ביי שחרית.


שבת און יום טוב זאגן מיר תיקון הכללי נאך תפילת מוסף, אבער ראש השנה און יום הקדוש זאגן מיר תיקון הכללי נאך שחרית. אויך שמחת תורה ווען מען ענדיגט שפעט און מען ווייסט אז נאך מוסף וועט נישט זיין דער עולם דערביי, זאגן מיר תיקון הכללי נאך שחרית.


מיר האבן נישט קיין מקוה אין ישיבה, אבער דו דארפסט וויסן, אלס גבאי אין שטעטל, צו אפן לאזן די מקוה. אויב איינער איז נכשל געווארן יום הקדוש מיט מקרה לילה - זאל ער זיך גיין טובל'ן. אזוי האט דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער געזאגט, אז מען זאל לאזן אפן די מקוואות, אז אויב איינער איז נכשל געווארן מיט מקרה לילה - זאל ער גיין אין מקווה.


*מוסף יום הקדוש*


מיר האבן געמאכט א שטיקל פאזע פאר מוסיף און א צווייטע פאזע פאר מנחה. מענטשן פרעגן 'וואס קען מען נישט מאכן איין גרויסע פאזע?' איך וועל דיר זאגן דעם טעם, איך וויל דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו מאכן אין שטעטל. איך האב פארשטאנען פון מוהרא"ש מען זאל צעטיילן דעם טאג, נישט מאכן איין גרויסע פאזע, ווייל יום כיפור איז נישט קיין צייט פון אהיים גיין פארברענגען, יום כיפור איז א טאג פון תשובה טון און אויסנוצן די צייט מיט דאווענען. אזוי אויך רופט מען אויס אביסל קערצער ווי מען מאכט, אז מען זאל בלייבן אין שול וד"ל.


איך האב געליינט קריאת התורה. זייט ר' מרדכי אינדיג האט זיך אריבערגעצויגן אין שטעטל האב איך אים איבערגענומען, איך האב געליינט מיטן נוסח וואס מען ליינט ימים נוראים, אבער ביי מנחה ליינען מיר נישט מיטן ימים נוראים נוסח. דער גבאי שבתי מארקוס האט פארקויפט די עליות, מיט די געלט האלטן מיר אויף די שול, מען פעינט איבער און מען פאררעכט דורכן יאר וואס עס פעלט זיך אויס. עס אזי א גרויסע זאך צו קויפן אן עליה, סיי דאס עולה זיין איז א גרויסע זאך, און סיי די צדקה פארן רבינ'ס שול איז א גרויסע זאך. האברך אברהם אלי' פרידריך האט מיר געקויפט שישי, איך האב געמאכט א מי שברך פאר אים און פאר זיין גאנצע משפחה, אויך פאר מיין טאטע מאמע, פאר מיין שווער און שוויגער און פאר מיין ווייב און קינדער.


איך האב אנגעהויבן 'אשרי יושבי ביתך' מיט די הארציגע נוסח פון 'אשרי העם יודע תרועה', נאכדעם 'הנני העני ממעש'. ביי הויכע שמונה עשרה זאגן מיר 'שושן עמק', 'יום מימים'. 'עוד בו נשמתו' זאגט מען חזן וקהל, 'צפה בבת' זאגן מיר נישט. 'נחשב כצג' זאגן מיר חזן וקהל, אזוי אויך זאגן מיר די גאנצע פזמון פון 'אשא דעי למרחוק' חזן וקהל. אויך זאגן מיר 'את לחשי' חזן וקהל, 'אדון לקול עמך' חזן וקהל. 'אמרו לאלוקים' זינגען מיר, 'מעשה אלוקינו' זינגען מיר. 'אשר אימתך' זאגן מיר, 'ליושב תהילות' זאגט מען חזן וקהל, 'אלו לאלו' חזן וקהל, נאכדעם 'ונתנה תקף' וכו'.


מנחה האט געדאווענט ר' שלמה לאנדא נרו יאיר, ער האט געדאווענט זייער הארציג, זייער שיין; ער האט געדאווענט מיטן סאטמערע נוסח, דער עולם האט זייער הנאה געהאט.


תפילת נעילה האב איך געדאווענט. איך ווער זייער נתעורר פון די פסוקים וואס מען זאגט ביי שמונה עשרה, ווי דער אייבערשטער ווארט מיר זאלן תשובה טון: "רוֹצֶה אַתָּה בִּתְשׁוּבָתָן שֶׁל רְשָׁעִים", דער אייבערשטער וויל מיר זאלן אלע תשובה טון, "וְאֵין אַתָּה חָפֵץ בְּמִיתָתָן", ער וויל נישט די רשעים זאלן שטארבן, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט, "אֱמֹר אֲלֵיהֶם, חַי אָנִי נְאֻם ה' אֱלֹקִים", איך שווער, זאגט דער אייבערשטער, "אִם אֶחְפֹּץ בְּמוֹת הָרָשָׁע", אויב איך וויל הרג'ענען דעם רשע, "כִּי אִם בְּשׁוּב רָשָׁע מִדַּרְכּוֹ", איך וויל ער זאל תשובה טון, "וְחָיָה", און בלייבן לעבן, "שׁוּבוּ שׁוּבוּ מִדַּרְכֵיכֶם הָרָעִים", קערט אייך צוריק אידישע קינדער, "וְלָמָּה תָמוּתוּ בֵּית יִשְׂרָאֵל", און פארוואס זאלט איר שטארבן, "וְנֶאֱמַר", און עס שטייט, "הֶחָפֹץ אֶחְפֹּץ מוֹת רָשָׁע", צו דען וויל איך שטראפן דעם רשע, ער זאל שטארבן? "נְאֻם ה' אֱלֹקִים", זאגט דער אייבערשטער, "הֲלוֹא בְּשׁוּבוֹ מִדְּרָכָיו", איך וויל ער זאל תשובה טון, "וְחָיָה", און בלייבן לעבן; אוי ווי זיס די ווערטער זענען, עס צעפלאצט די הארץ פון זיסקייט, ווי דער אייבערשטער בעט זיך ביי אונז, מיר זאלן תשובה טון און מיר וועלן לעבן.


מיר בלאזן נישט שופר אינמיטן קדיש; מיר ענדיגן קדיש, מען זינגט און מען טאנצט ביי תתקבל, מען פרייט זיך אז דער אייבערשטער האט אנגענומען אונזערע תפילות.


נאך קדיש - בין השמשות, פינקט עלף מינוט פארן רבינו תם - האט דער דיין שליט"א אויסגעשריגן: "תקיעה גדולה!" און איך האב געבלאזן איין תקיעה גדולה און אויסגעשריגן: "לשנה הבא בירושלים!" און האברך שמעון איינהארן איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מעריב.


קידוש לבנה איז נישט געווען, ביי אונז רעגנט די לעצטע וואך צייט; לאמיר האפן אז מיר וועלן קענען מאכן קידוש לבנה.


איך בין אהיים מאכן הבדלה, אויסגעפאסט און געגעסן א סעודה. איך האב זיך געלייגט שלאפן, איך בין געווען גוט אויסגעמאטערט פון דאווענען א גאנצן טאג, דריי אזייגער פארטאגס וועק איך זיך אויף, איך האב שוין נישט געקענט שלאפן, האב איך דיר אפגעשריבן אביסל פון אונזער שיינעם יום טוב, איך האף דו וועסט ארויסנעמען שיינע זאכן אויף לעובדא ולמעשה.


*וואס איז די פליכט פון א גבאי*


די שטעטל איז א וואונדערבארע פלאץ, אויב מיר וועלן זיך ליב האבן און זוכן די מעלות איינער ביים צווייטן וועלן מיר האבן ערליכע דורות און גרויס הצלחה, און דאס איז די פליכט פון די גבאים, אריינבלאזן א חיות און א פרייליכקייט אין דעם עולם, מען זאל טאנצן נאכן דאווענען, און אז מען זעט איינעם וואס קריגט זיך מיטן צווייטן - זאל מען אים פרייליך מאכן. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "עס זענען דא מענטשן וואס דרייען זיך ארום זייער צעבראכן פון די יסורים וואס זיי גייען אריבער און זיי קענען קיינעם נישט דערציילן וואס זיי ליידן. זיי וואלטן ווען געוואלט דערציילן פאר איינעם וואס זיי גייען אריבער, אבער זיי האבן נישט מיט וועמען צו שמועסן, און ווען זיי זעען א מענטש מיט א שמייכל, ווערן זיי אויפגעלעבט דורכדעם"; ביי דעם איז יעדער איינער א גבאי, יעדער איינער דארף זען עס זאל זיין שלום און ליבשאפט, און אז איינער האט זיך פארזויערט זאל מען יענעם פרייליך מאכן.


דער רבי ברענגט אראפ די מעשה (שם) וואס די גמרא דערציילט (תענית כב.) רב ברוקא איז געגאנגען אויפן גאס און ער האט געטראפן אליהו הנביא, האט ער געבעטן פון אליהו הנביא ער זאל אים ווייזן ווער דא עס האט עולם הבא, האט אים אליהו הנביא געוויזן אויף צוויי מענטשן: "זיי זענען מענטשן וואס וועלן זוכה זיין צו עולם הבא", איז רב ברוקא געלאפן צו זיי און געפרעגט: "זאגט מיר, וואס טוט איר?" האבן זיי געזאגט: "מיר זענען בדחנים; ווען מיר זעען אז מענטשן קריגן זיך, גייען מיר צו צו זיי און מיר מאכן זיי פרייליך מיט אונזערע ווערטלעך, ביז זיי ווערן פרייליך און מאכן שלום", דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו זיין בני עולם הבא; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן א צווייטן.


*ווערט נישט אלט*


טייערער ברודער, הארציגער חבר - האלט זיך פריש; בעט דעם אייבערשטן זאלסט בלייבן פריש, זיך מחי' זיין מיטן רבינ'ס עצות, גיין אין די וועגן פון רבי'ן, זיך מתבודד זיין יעדן טאג און זיך מחי' זיין מיט יעדע גוטע זאך, און לערנען שיעורים בכל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


אלס קינד פלעג איך זייער וויינען ביי 'אל תשלכינו לעת זקנה', איך האב געמיינט אז מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל נישט אלט ווערן; איך האב א טעות געהאט, איך האב געמיינט מען בעט מען זאל נישט ווערן אן אלטער איד, היינט וויין איך ביי דעם שטיקל איך זאל נישט אלט ווערן, נישט אין יארן, נאר וואס דער רבי זאגט, ווי רבי נתן ברענגט (לקוטי הלכות תפילין הלכה ה, אות ה): "הזהיר רבינו ז"ל על זה ואמר", דער הייליגער רבי האט אונז געווארנט און געזאגט "שאסור להיות זקן", מען טאר נישט זיין אלט, "הן צדיק זקן", נישט קיין אלטער צדיק, "הן חסיד זקן", נישט קיין אלטער חסיד, "זקן אינו טוב", אלט איז נישט גוט, "כי צריכים להתחיל בכל פעם מחדש", מען דארף זיך שטענדיג באנייען; עס איז זייער שרעקעדיג אז מען ווערט אלט, מען דארף זיין פריש אין עבודות השם.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער יעצט דארף איך גיין בויען מיין סוכה און זיך אנגרייטן פאר יום טוב סוכות.


אויך האבן מיר היינט א ברית אין ישיבה, ביי האברך דודי נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אנהאלטן אלע אונזערע קבלות, אים דינען מיט שמחה און נישט אויפהערן דאנקען און לויבן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אונז, בעיקר אז מיר ווייסן פון אזא רבי, מיר ווייסן פון אזעלכע עצות, און מיר זאלן זוכה זיין צו טון אין הפצה, האבן א שייכות מיט פארשפרייטן די עצות פאר די וועלט, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה.

#369 - א הערליכע יום טוב סוכות
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, אמונה, התחזקות, מוסדות, שטעטל, שלום, פרנסה, טעלעפאן, ישיבה, מאגאזינען, מחשבות, חדר, שמירת עינים, רבינו ז"ל, יום טוב, סוכות, עצות, ארץ ישראל, מעביר סדרה, גבאי, אחדות, שמחת תורה, מלחמה, ברית, אתרוג, בלעטל, הושענא רבה, כוונת הנענועים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


מיר האבן געהאט א הערליכער יום טוב, אנגעהויבן פון די ערשטע טאג סוכות ביז מוצאי שמחת תורה - איז געווען הערליך שיין. מיר האבן זוכה געווען צו טון די מצוה פון סוכה, די מצוה פון די ד' מינים, דער מנהג פון הושענות, פון הקפות; אזעלכע הייליגע מצוות, און מיטן הייליגן רבינ'ס הקדמות איז דאס ממש א מחי'.


איך הער זאגן אז ביי ענק אין שטעטל קרית ברסלב איז אויך געווען הערליך שיין, איך האב באקומען הערליכע גריסן, סיי פון פרעמדע און סיי פון אנשי שלומינו פון די דאווענען ביי ענק, פון הושענא רבה און הקפות. איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן בלייבן אין שטעטל, זען עס זאל זיין שיינע דאווענען און פרייליכע הקפות, איך וועל דיר אביסל שרייבן פון סוכות אין ישיבה ומתיבתא היכל הקודש.


ערב סוכות האט ביי אונז זייער שטארק גערעגנט, איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי און געזען מיין סוכה אנגעפילט מיט וואסער, אזוינס האב איך נאכנישט געזען, איך האב שוין מיין סוכה איבער צוואנציג יאר אין וויליאמסבורג, די סוכה איז געווען אנגעפילט מיט זייער אסאך וואסער. איך האב זייער שטארק געבעטן דעם אייבערשטן, אפילו מיט טרערן - עס זאל אויפהערן רעגענען, ווייל עס האט אויסגעזען אז מען וועט נישט קענען עסן אין די סוכה, און א מעשה פון תפילה, עס האט אויפגעהערט רעגענען און מיר האבן געקענט עסן אלע טעג אין די סוכה אן דארפן בכלל צומאכן די שלאק; קענסט אריין שטעלן די 'מעשה פון תפילה' אין שטעטל בלעטל.


אגב, די שטעטל בלעטל ווערט שענער און שענער. מען קען שוין היינט נישט ליינען קיין אנדערע מאגעזינען, וואו מען מאלט וואסער, מען רעדט און מען רעדט און מען קומט נישט צום ווארט; מען רעדט נישט פון אייבערשטן, מען רעדט נישט פון תפילה - איז וואס איז אינטערעסאנט די גאנצע ארטיקל... אבער די בלעטל - די צייטונג - וואס דו געבסט ארויס, איז יעדע ווארט 'אייבערשטער', עס איז אזוי שיין, אזוי ערליך, אזוי ריין.


נאר דער וואס רעדט צום אייבערשטן קען ליינען אונזער בלעטל, אז נישט - ווערט מען נערוועז פון נאכאמאל אייבערשטער און נאכאמאל אייבערשטער, אזוי איז מיט אלע דיבורים וואס מען רעדט אין היכל הקודש. קענסט אמאל הערן, מענטשן פרעגן, "ווי אזוי קענסטו לערנען אשר בנחל, עס שטייט דאך אין יעדע בריוו די זעלבע זאך 'רעד צום אייבערשטן', 'זאג משניות', 'רעד שיין צו דיין ווייב', ווי אזוי קען מען דאס ליינען זיבעציג טויזנט מאל?!' דער ענטפער איז, ווען מען איז ווייט פון די עבודות, מען לעבט נישט מיט התבודדות, מען לערנט נישט און מען שעצט נישט די ווייב - קען מען טאקע נערוועז ווערן פון דאס הערן נאכאמאל און נאכאמאל, אבער אז מען גייט מיט די עצות פון רבי'ן - דעמאלט שלינגט מען יעדע בריוו אזוי ווי פיש וואס קומען ארויף שלינגען נאך א טראפ רעגן וואסער.


אזוי אויך די דרשות אין ישיבה; נאר אז מען לעבט מיט דעם - איז דאס אינטערעסאנט, איינמאל מען לאזט אפ די הייליגע עבודות - קען מען שוין נישט הערן די דיבורים, מען ווערט שרעקליך נערוועז.


די ערשטע נאכט האבן מיר זיך אהיים געיאגט, מיר האבן נישט געוואוסט אויב עס גייט נאך רעגענען, מיר האבן געוואלט אריינכאפן צו עסן די כזית אין די סוכה, קענען מאכן א ברכה לישב בסוכה.


אויפן וועג אהיים בין איך געגאנגען זאגן גוט יום טוב פאר מיין ווייב תחי', זי איז געווען די ערשטע טעג ביי אירע עלטערן זיך אביסל אפרוען, איך בין איר געגאנגען באגריסן און זאגן גוט יום טוב. זי איז אליינס אהיים געקומען פון שפיטאל, איך בין נישט געפארן איר אהיים ברענגען, צוליב די שווערע רעגענס, מען האט נישט געוואוסט וואס גייט זיין, ווי לאנג די וועג וועט נעמען.


איך האב געגעבן א נאמען פאר מיין טאכטער די ערשטע טאג סוכות, ויקרא שמה בישראל, מלכה, נאך מיין שווערס מאמע עליה השלום, וואס זי הייסט נאך די בעלזא רעבעצין – מלכה. איר טאטע ר' משה שנעק עליו השלום איז געווען א בעלזער חסיד, און האט איר א נאמען געגעבן נאך די גרויסע צדיקת, די רעבעצין פון הייליגן שר שלום זכותו יגן עלינו. מיין שווער הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א האט געדאווענט מיט אונז און געזאגט דעם "מי שברך", געגעבן די נאמען.


נאכן דאווענען איז געווען א קידוש אין די סוכה אנטקעגן איבער די ישיבה, עס איז געווען א קליינער עולם די ערשטע טעג אין ישיבה, ממש א מנין.


צוישן מנחה מעריב האבן מיר געלערנט ספר מקור השמחה אות סוכות, עס איז געווען הערליכע דיבורים. מוהרא"ש זאגט, דיקא נאך יום כיפור, נאכן מוחל זיין אלע עבירות - דעמאלט קומט יום טוב סוכות, דעמאלט קען מען זיין פרייליך, מען הויבט אן צוריק שפירן ווי 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג:): "בִּתְחִלָּה קוֹדֶם שֶׁחָטְאוּ יִשְׂרָאֵל, הָיְתָה הַשְּׁכִינָה שׁוֹרָה עִם כָּל אֶחָד וְאֶחָד", פאר מען האט געזינדיגט האט די שכינה גערוט ביי יעדן איינעם, "כֵּיוָן שֶׁחָטְאוּ נִסְתַּלְּקָה שְׁכִינָה מֵהֶם", נאכן זינדיגן איז די שכינה אוועק געגאנגען; און אז מען טוט תשובה קומט צוריק די שכינה, מען הויבט אן צוריק שפירן ווי 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, ער הערט אויס וואס איך רעד צו אים און ער האט מיך זייער ליב'; דאס איז וואס מיר זענען זוכה יום טוב סוכות, נאך יום הקדוש וואס מיר האבן אלע זוכה געווען צו תשובה שלימה - זענען מיר יעצט אונטער די שאטן פון באשעפער.


איך האב נישט געדאווענט פארן עמוד די גאנצע ערשטע טעג, די בעלי תפילה זענען געווען האברך מרדכי ישראל משה נרו יאיר און האברך שלמה נרו יאיר. אויך איז געווען ממש א קליינער עולם, א מנין מצומצם, עס האט מיך דערמאנט דאס אנהויב פון די מנין אין וויליאמסבורג, ווי עס איז געווען קוים מנין, אבער די ליבשאפט, די אחדות - איז געווען זייער שטארק. איך האף אז אין שטעטל וועט זיין ליבשאפט, נאר פון דעם זאלסטו רעדן און נאר אויף דעם זאלסטו לייגן א געוויכט, און דאס בעט איך פון אלע גבאים היכל הקודש, פארלייגט זיך אויף שלום און ליבשאפט, דאס זאל זיין העכער אלעס. דער בריוו שרייב איך דיר אבער דאס איז פאר אלעמען, קענסט דאס אויפהענגען ביי אייך אין שול און אויך דאס ווייזן פאר אלע גבאים. איך שרייב דיר דאס ווייל איך האב הנאה אז דו בלייבסט ימים טובים אין שטעטל, דו ביסט דא צו בויען און העלפן די שטעטל.


אויפן וועג אהיים פון שול בין איך ארויף צו מיין שווער זאגן א גוט יום טוב. איך האב געהאט ביי אלע סעודות געסט בחורים, מען האט געזינגען און גערעדט שיינע דיבורים, אפשר וועסטו קענען עפעס באקומען פון זיי, אפשר וועסטו קענען צוריק באשרייבן אינעם בלעטל שיינע שמועסן ביי די שבת סעודות. עס איז א שאד אז די וואס האלטן מיט די שיינע שמועסן - געבן דאס נישט איבער פאר אנדערע, זיי האלטן דאס פאר זיך; אלע וואלטן זיך געקענט מחי' זיין.


דעם צווייטן טאג סוכות האבן מיר זוכה געווען צו שאקלען די ד' מינים. מיט די כוונת ווי מוהרא"ש לערנט אונז - איז די נענועים גאר אנדערש; רעכטס - בעט מען 'הייליגער באשעפער, ווען אלעס גייט רעכטס זאל איך געדענקען אז דאס ביסטו', לינקס - בעט מען 'רבונו של עולם, ווען עס גייט מיר לינקס, נישט ווי איך וויל - זאל איך געדענקען אז דאס ביסטו, איך זאל דאס אננעמען באהבה', פאראויס – 'ווען אלעס גייט כסדר, זאל איך וויסן אז דאס ביסטו, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל זיך נישט איינרעדן אין כוחי ועוצם ידי', אויבן – 'ווען איך בין א הימל מענטש, איך לערן און דאווען און איך טו מצוות זאל איך געדענקען פון דיר, דאס זאל זיין מיט דיר', מען קען לערנען און דאווענען און גארנישט האבן מיטן אייבערשטן, אלעס איז שלא לשמה; אינטן – 'ווען איך פאל אראפ, בקטנות המוחין - זאל איך זיין מיט דיר, איך זאל נישט פארגעסן אז אין שאול תחתית ביסטו אויך מיט מיר', מעריב – 'פארקערט, שלא כסדר - זאל איך געדענקען אז דו ביסט מיט מיר'.


מיין ליבער ברודער, יעדע יאר ווען איך שאקל מיט די כוונת מוהרא"ש רינט מיר טרערן פון מיינע אויגן, מיין הארץ ווערט מיר אזוי צעגאסן; וואס זאל איך דיר זאגן? איך זאג די זעלבע ווערטער וואס די חברים האבן געזאגט פארן הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, אין זוהר הקדוש געפינען מיר יעדע מאל רבי שמעון האט אנטפלעקט נאך ליכטיגקייט האבן די חברים זיך אנגערופן: "וואלטן מיר נישט באשאפן געווארן נאר צו הערן די זאך פון אונזער רבי, דער הייליגער ליכט, רבי שמעון - איז אונז שוין ווערד", איך זאג דיר אויך: "וואלטן מיר נישט זוכה געווען מקורב ווערן צום רבי'ן נאר צו הערן ווי אזוי מען שאקלט לולב און ווי צו זיצן אין די סוכה - איז אלעס ווערד".


מוצאי יום טוב האב איך פארגעלערנט גמרא, מיר האבן זיך זייער געשטארקט מיט די מתנה - דער סדר דרך הלימוד וואס מיר האבן באקומען פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און ווען עס קומט שמחת תורה, מען טאנצט מיט די תורה - איז מען אזוי פרייליך, מען האט מיט וואס זיך צו פרייען, מען פרייט זיך מיט די תורה; מיט חומש, מיט משניות, גמרא, ועוד.


דער ערשטער טאג חול המועד איז געווען זייער שיין, מען האט געדאווענט אין ישיבה, איך האב פארגעזאגט די הושענות. די נוסח פון הושענא נא - ווי מען בעט נאכאמאל און נאכאמאל דעם אייבערשטן: "העלף מיר, העלף מיר" - איז זייער מעורר. ביים רבי'ן איז געווען אזעלכע בכיות, מען פלעגט זען ארום די בימה איז געווען נאס, דער רבי פלעגט אזוי שטארק וויינען ביי די הושענות, און פון זיינע טרערן איז געווארן נאס ארום די בימה.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט אין ישיבה, אליהו הנביא; עס איז געווען א ברית, משה אהרן נרו יאיר האט געמאכט א ברית פאר זיין קינד. מען האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן פאר מיר און פאר דיר און פאר אלעמען.


נאכן דאווענען איז געווען די סעודת ברית אין די סוכה, איך האב גערעדט אפאר ווערטער. אויך בערל לעווי, דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש בלומינגראוו האט געזאגט אפאר ווערטער, ער האט געזאגט ער האט געלערנט תיקונים און ער איז ממש אויפגעשפרינגען צו טרעפן די ווערטער (תיקון סח): "גַּן עֵדֶן", וואס איז גן עדן? "מָצָא אִשָּׁה מָצָא טוֹב", א וואוילע ווייב, אזוי ווי עס שטייט (משלי יח, כב) אז מען האט חתונה איז גוט. "גֵּיהִנָּם", און וואס איז דער גיהנום? "וּמוֹצֶא אֲנִי מַר מִמָּוֶת אֶת הָאִשָּׁה", א שלעכטע ווייב, אזוי ווי עס שטייט (קהלת ז, כו) איין זאך איז ערגער פון טויט, א שלעכטע ווייב, "וְתַרְוַיְיהוּ בְּלִבָּא", און ביידע איז אינעם הארץ פונעם מענטש, א שלעכטע ווייב א גוטע ווייב - דאס איז אין הארץ פונעם מאן, "לֵב חָכָם לִימִינוֹ", א קלוגער ציט זיין הארץ צו רעכטס, ער טראכט 'עס איז מיר גוט, איך האב גוט חתונה געהאט, קיינער האט נישט בעסער פון מיר', און ווען עס גייט איבער אין שטוב, די ווייב שרייט, טראכט ער 'עס קומט מיר און עס איז נישט עק וועלט', (שם י, ב) "וְלֵב כְּסִיל לִשְׂמֹאלוֹ", און דער נאר ציט זיך צו לינקס, ער טראכט אלץ שלעכט, נעגעטיוו; שלעכט אויף זיך און שלעכט אויף די ווייב, ער זעט אלע שלעכטס אין איר, דאס איז דער גיהנום; די ווערטער חזר'ט מען טאג און נאכט אין חדר היכל הקודש, ווי אזוי מען קוקט אויפן לעבן - אזוי איז דאס לעבן, אז מען חזר'ט 'אלעס איז גוט; מיין ווייב איז גוט, זי איז דאס שענסטע און בעסטע' - איז עס טאקע אזוי, עס ווערט שענער און שענער, און אז מען טראכט 'יענער האט בעסער', מען טראכט שלעכטס אויף די ווייב - ווערט דאס לעבן ממש א גיהנום.


נאכמיטאג בין איך געפארן אפטראגן מיין ווייב תחי' אין א קימפעטארין היים, אונזער קימפעטארין היים אין שטעטל איז נאכנישט אפן, עס הייסט אז נאך יום טוב וועט זיך עס עפענען. עס קומט זיך צו פארדאנקען פאר אונזער געטרייער חבר יואל הכהן נרו יאיר וואס ער רוט נישט און ער ווערט נישט זאט פון העלפן דעם רבי'ן, ווי מער ער טוט ווערט ער מער אויסגעהונגערט צו טון נאך און נאך פארן רבי'ן. אויך קומט א גרויסן יישר כח פאר משפחת אייזיק אפפעל שיחיו, סיי ער און סיי זיין ווייב, ביידע ארבעטן זייער געטריי פאר די קימפעטארין היים, זיי וועלן דאס פירן און זיי וועלן זיך זארגן פאר די קימפעטארינס, זיי זאלן זיך קענען אפרוען.


א גאנצע וועג האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט אונז, אז מען האט א קינד, א געזונט קינד, און וויפיל מיר זענען שולדיג דעם אייבערשטן אים צו דאנקען און לויבן אויף זיינע חסדים.


ביינאכט איז געווען די יארצייט סעודה אין ישיבה, עס איז געווען גאר שיינע דיבורים, מען האט זיך מחזק געווען אויף אנהויבן א שיעור אין ספר הקדוש לקוטי מוהר"ן, ווי אפילו א פארשטאפטע הארץ וואס איז ווייט ווייט, אויב לערנט מען דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן - איז מען זוכה אז עס שטאפט זיך אויף אלע פארשטאפטע אדערן.


מען האט גערעדט פון די שאלה וואס מען פרעגט א נשמה ווען זי קומט דארט ארויף (שוחר טוב משלי, פרק י): "צפית במרכבה", דאס מיינט מען נישט צו פרעגן אויב מען האט געלערנט די חכמה פון קבלה, מוהרא"ש זאגט מען פרעגט דעם מענטש: "האם חשבת מהקדוש ברוך הוא", האסטו געטראכט פונעם אייבערשטן? ביסטו ארומגעגאנגען מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן, מיט א בענקעניש? דאס איז די גרעסטע מדריגה צו וואס מען קען צוקומען, צו טראכטן פון באשעפער און רעדן צו אים.


מען האט געטאנצן פאר לאנגע שעות. ווייסט אודאי וואס ברסלב'ער חסידים טראכטן ביים טאנצן, מען טאנצט נישט ווייל מען וויל ווערן מער צעבראכן, עס זענען דא פלעצער וואס מען טאנצט מען זאל ווערן מער ערנסט און מער דעפרעסט; מיר טאנצן, ווייל מיר פרייען זיך אז מיר זענען אידן און מיר טוען מצוות, מיר האבן א רבי וואס געבט אונז עצות און ווייזט א וועג פון יעדע פארקראכענע ווינקל צו קענען צוריקקומען צום אייבערשטן.


דינסטאג, די צווייטע טאג חול המועד - איז געווען זייער שיין, איך האב זוכה געווען צו מסיים זיין נאכאמאל תיקוני זוהר. איך בין זיך אזוי מחדש ווען איך לערן ספר תיקונים, יעדע מאל וואס מען לערנט תיקוני זוהר זעט מען נאכאמאל און נאכאמאל דאס גרויסקייט פון מצות תפילין, מצות ציצית, דאס גרויסקייט פון היטן אות ברית קודש און היטן שבת ויום טוב; איך פרוביר זייער שטארק עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען תיקונים.


מיטוואך, דעם דריטן טאג חול המועד - האבן מיר געדאווענט אין ישיבה, איך האב פארן דאווענען מסיים געווען מסכת סוכה. מוהרא"ש זאגט מען זאל לערנען די מסכתא פונעם יום טוב, איך טו דאס אלע יארן, איך הויב אן יום טוב סוכות מסכת סוכה און ערגעץ אינמיטן יום טוב בין איך דאס מסיים. אויך האב איך מסיים געווען נאכאמאל חמשה חומשי תורה, שנים מקרא ואחד תרגום מיט פירוש רש"י, אזא שמחה, אזא פארגענוגן; אז מען לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י איינגעטיילט לויט די וואך - איז מען זוכה ווען עס קומט סוף יאר אז מען ענדיגט די גאנצע תורה.


נאכמיטאג בין איך געפארן מיט מיינע קינדער קיין בארא פארק באזוכן מיין טאטע מאמע, איך האב דארט געדאווענט מנחה מעריב. נאכדעם בין איך געגאנגען באזוכן איינער פון מיינע פעטערס וואס דארף א רפואה שלימה.


איך האב פארברענגט ביי מיינע עלטערן אפאר שעה, געשמועסט שיינע זאכן און געגעסן א סעודה, פון דארט בין איך אהיים לייגן שלאפן מיינע קינדער. יעצט יום טוב בין איך דער טאטע און מאמע, איך פארע זיך מיט מיינע קינדער, און וואס מער איך פארע זיך מיט די קינדער - דאנק איך דעם אייבערשטן פאר די מתנה וואס ער האט מיר געגעבן, א ווייב וואס זארגט אזוי פאר די קינדער און מאכט מיר גרינגער דאס לעבן, איך זאל קענען לערנען און דאווענען.


דאנערשטאג, די פערטע טאג חול המועד - איז געווען הערליך שיין, עס זענען שוין אנגעקומען אינגעלייט פון שטעטל צו זיין אין ישיבה די צווייטע טעג. איך פרעג שטענדיג די אינגעלייט פון שטעטל: "וואס טוט מען אין שטעטל?" אויב מען רעדט נאך פון רבי'ן, אויב מען בענקט זיך נאך צום אייבערשטן, אדער עס איז שוין געווארן א פלאץ ווי אנדערע פלעצער, מען רעדט פון געלט און פון דעם און יענעם; איך פרעג נישט די פראגע מען זאל מיר ענטפערן, איך פרעג ווייל איך וויל נאכאמאל דערמאנען די אינגעלייט וואס איז די שטעטל, וואס איז די מטרה, דער ציל; דער בעל תפילה האט דאך פיינט געהאט ווען מען רעדט פון געלט (סיפורי מעשיות, מעשה יב), אז מיר זענען געגאנגען וואוינען חוץ לישוב דארפן מיר זיך בענקען צו זיין אן ערליכער איד, זיך זינגען: "איך וויל זיין אן ערליכער איד", ארומגיין מיט בענקען צום אייבערשטן, קרעכצן און שרייען: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין אן ערליכער איד"; די וועלט איז נישט און מען קען זי נישט האבן, תורה תפילה איז יא און מען קען זי האבן; מען זאל נישט פארגעסן אז מיר זענען דא נאר פאר אביסל, מיר גייען שוין באלד אהיים, די געלט איז נישט קיין זאך וואס מען נעמט מיט, די געלט בלייבט דא, נאר משניות און בלעטער גמרא, און ועל כולם די ווערטער וואס מען האט זוכה געווען ארויס צו רעדן, ארויס צו כאפן - דאס נעמט מען מיט.


אויך פון ארץ ישראל זענען געקומען געסט, האברך יוסף הכהן, האברך חיים שלום, אויך דער מגיד שיעור משה שמואל. מיר האבן אביסל געשמועסט שיינע זאכן, שיחות פון רבי'ן. מיר זענען געגאנגען דאווענען, ביי די נענועים האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זייער געוויינט פון בענקשאפט צום אייבערשטן.


נאכמיטאג זענען מיר געווען אין די סוכה אין ישיבה, מיר האבן געזינגען שיינע ניגונים לכבוד יום טוב מיט מוזיק. מיר האבן געזינגען "וכל מאמינים" מיטן ניגון וואס מען זינגט ביי אונז אין די משפחה, מקובל פון הייליגן רבי אלעזר ניסן, א זון פון הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו. דער ניגון האט מען געזינגען ביים הייליגן ייטב לב אויף "וכל מאמינים", (דער ניגון האסטו געזינגען די יאר ליל ראש השנה ביי לכה דודי).


איך האב מסדר געווען די מלמדים אין וויליאמסבורג, די יאר הבא עלינו לטובה בין איך דער מנהל, אויך וועל איך נישט זיין אין אפיס רוב טאג, איך וועל זיין אין אפיס נאר נאך מנחה. איך וועל זיין דער מגיד שיעור פאר די בחורים, מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיצן מיט זיי פון אינדערפרי ביז נאך מנחה, און נאכמיטאג געבן א שיעור.


מיר האבן געלערנט די גמרא שיעור און זיך געשטעלט דאווענען מנחה מעריב. משנה תורה האט געליינט אשר ראנד נרו יאיר, נאך משנה תורה האבן מיר געהאט א סעודה אין די סוכה, די געטריי גבאים ישעי' און שבתי האבן געארבעט א גאנץ יום טוב, צוגעשטעלט אלעס וואס מען דארף - מיטן גאנצן הארץ.


ביי די סעודה האבן מיר גערעדט ממש אפאר ווערטער, פון דאס גרויסקייט פון הושענא רבה, פון רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן.


ביינאכט ליל הושענא רבה נאכן סעודה האבן מיר אויסגעזאגט גאנץ תהילים און אהיים זיך אביסל צוגעלייגט; מוהרא"ש זאגט פון הייליגן רבי'ן: "יום טוב שבועות איז דער עיקר דאס אויפזיין, און הושענא רבה איז דער עיקר דאס זאגן, נישט דאס אויפזיין".


פרייטאג, הושענא רבה – זענען זיך צוזאמגעקומען א גרויסע עולם אנשי שלומינו, מען האט געדאווענט אינאיינעם, געזינגען הלל אינאיינעם. איידער די הושענות האב איך געזאגט אפאר ווערטער, מען זאל נישט ווארטן אויף א טעם אדער געפיל, מען זאל שרייען 'הושענא', 'הושענא', ווייל יעדע ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן איז זייער חשוב אויבן.


צווישן אלע הקפות האב איך גערעדט אפאר מינוט, בעיקר אז מען זאל אויסנוצן די הייליגע מינוטן זיך אויסצוקרעכצן צום אייבערשטן, ארויסזאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן; אפילו מען איז בבחינת הושענא, בבחינת ערבה בלי טעם ובלי ריח - דאך זאל מען רעדן צום אייבערשטן.


אויך האב איך געבעטן אנשי שלומינו אז יעצט ווען מיר האלטן די ד' מינים, די הייליגע אתרוג, וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ראיה, סימן י): "הִסְתַּכְּלוּת עַל אֶתְרוֹג הוּא רְפוּאָה לִכְאֵב עֵינַיִם", אתרוג איז מסוגל פאר אויגן ווייטאג - דאס מיינט מען אויך אויב מען פארשמירט די אויגן, זאל מען זיך גוט אויסבעטן און אויסשמועסן די גאנצע נושא פונעם טעלעפאן, יעדער איינער דארף דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, וואס ער זאל טון; בפרט די וואס דארפן דאס האבן פאר פרנסה זאלן פרעגן דעם אייבערשטן: "וואס טו איך? ווי אזוי זאל איך מיך פירן? דארף איך א טעלעפאן? דארף איך די עפפס אויפן טעלעפאן? הייליגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר? מיט מיין נשמה? מיט מיינע קינדער? מיט מיינע דורות?" נאר תפילה איז די עצה.


אויך האבן מיר זיך זייער מחזק געווען: "הושענא נא, בלתך אין להושיע הושענא נא", מען דארף וויסן אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן, און אז מען רעדט זיך איין 'דער וועט מיר העלפן, יענער וועט מיר העלפן' - איז מען נעבעך א גרויסער רחמנות, ווייל קיינער קען נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער - ער געבט פרנסה, ער מאכט אלעס און טוט אלעס.


שמיני עצרת ביינאכט - איז געווען זייער פרייליך, די הקפות איז געווען זייער פרייליך, אויסנאם שיין, יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל האט געטאנצן און געשפרינגען, מען האט געשפירט אזא שמחה.


צווישן די הקפות האבן מיר געזינגען מיט די קינדער שיינע ווארעמע ניגונים, מען האט געענדיגט די הקפות צען אזייגער.


שמיני עצרת אינדערפרי, פארן דאווענען - האבן מיר געלערנט א שטיקל פונעם סידור עת רצון, די שטיקל פון אלוקי נשמה. מוהרא"ש זאגט דארט אז די ברכה פון "ואתה עתיד להחזירה לעתיד לבוא" און "המחזיר נשמות לפגרים מתים" דאס מיינט מען יעצט אויך, ווען מען שפירט זיך אזוי ווי טויט, מען איז אראפגעפאלן אין עבירות - קען מען זיך צוריק באנייען, מען קען ווערן צוריק לעבעדיג, דאס איז די שיינקייט פון צדיקים אז זיי באנייען זיך און זיי באנייען אונז מיר זאלן שטענדיג אנהויבן פון פריש.


מיר האבן געדאווענט, געזינגען הלל און געבענטשט גשם. נאכן דאווענען איז געווען א קידוש, מען האט זיך מחזק געווען אז די מפתח פון גשם – פון פרנסה - ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט, און ווער עס רעדט זיך איין אז די פרנסה קומט דורך פלוני אלמוני - איז א גרויסער רחמנות, די שליסל פון פרנסה ליגט נאר ביים אייבערשטן. עס זענען געווען אסאך חברים פון שטעטל, פרעג זיך נאך ביי זיי, מאך מיט זיי אינטערוויוס; זאל יעדער דערציילן וואס ער האט געהערט און געשפירט יום טוב ביי אונז.


ביינאכט צווישן מנחה און מעריב האבן מיר זיך געזעגנט פון די סוכה. מען האט געזינגען שיינע ניגונים פון יום טוב און זיך מחזק געווען צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיט משניות און גמרא.


שמחת תורה ביינאכט - איז געווען הערליכע הקפות מיט א מורא'דיגע שמחה. אסאך געסט זענען געקומען, אויך חסידי חב"ד זענען געקומען, זיי קומען אלע יארן. עס איז אזוי שיין צו זען ווי אידישע קינדער טאנצן אינאיינעם, געווענליך טאנצט מען יעדער מיט זיין שבט, און ווען עס קומט א צווייטע שבט ווערט מען אומבאקוועם, אבער געלויבט דעם אייבערשטן מוהרא"ש האט דאס אויסגעריסן פון אונז, מיר זאלן זיך ליב האבן אפילו אנדערע שבטים, אנדערע אפשטאמען, ווייל מיר זענען ברידער, מיר זענען אלע בני אברהם יצחק ויעקב.


ביינאכט אינמיטן די הקפות איז אריינגעקומען האלבע נייעס פון די שוידערליכע רציחות אין ארץ ישראל. דאס האט מיך זייער צעבראכן, איך האב דאס נישט ארויסגעוויזן, ווייל יום טוב דארף מען זיין פרייליך - אבער די קאפ האט מיר זייער געדרוקט, איך האב נישט געהאט קיין מנוחה, ביז יעצט בין איך זייער צעבראכן, איך בעט און בעט א גאנצן צייט דער אייבערשטער זאל היטן אידישע קינדער.


אוי ווי דער הייליגער רבי פון סאטמער האט געוויינט ווען די ערב רב האבן געגרינדעט די טריפה'נע מדינה, ער האט געוויינט אויף די בלוט וואס גיסט זיך און אויף די בלוט וואס זיי וועלן פארגיסן; היינט זאגן אלע: "אוי ווי דער סאטמער רב איז געווען גערעכט". עס איז געווען ביי די זעקס טעג מלחמה האבן די פרומע נאכשלעפער געשריגן: "ניסים!" דעמאלט האט דער רבי געוויינט און געשריגן פון זיין ריינע הארץ אויף די אלמנות און יתומים וואס איז דא פון זיך רייצן מיט די אראבער.


ווי זענען די אלע פרומע נאכשלעפער וואס גרויסן זיך טאג און נאכט: "מיר האבן א מיליטער", "מיר האבן די בעסטע טאנקען"? יעצט זעט מען ווי צושאנד און צושפאט זיי זענען, מען זעט קלאר אז מען קען זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן, מען קען זיך נאר פארלאזן אויף אים, נאר ער קען אונז העלפן און וועט אונז העלפן.


שמחת תורה בייטאג איז די דאווענען געווען זייער שיין. מיר פירן זיך אז דער בעל תפילה ביי שחרית הויבט אן 'הא-ל בתעצמות' אזוי ווי יום טוב, און ביי 'המלך' זאגט מען די נוסח פון ראש השנה, און 'שוכן עד' זאגט מען די נוסח פון שבת, נאכדעם זינגט מען ווייטער 'רננו צדיקים' - מיט די נוסח פון יום טוב. איך האב געטראכט ביים דאווענעם 'איך וויל נישט די דאווענען זאל זיך אמאל ענדיגן, עס איז דאך אזוי זיס אזוי הארציג'. מיר זינגען 'א-ל מלך גדול' מיט א ווארעמע ניגון, אויך זינגען מיר 'ממקומך', אויך קדיש תתקבל זינגען מיר אלע טעג פון יום טוב.


נאך שחרית, נאכן זינגען הלל - האבן מיר אינאיינעם געזאגט תיקון הכללי.


ביי די הקפות האבן מיר געטאנצן מיטן ניגון: "א מחי' פיאות, א מחי' בארד, א מחי' ציצית, א מחי' תפילין, א מחי' שבת, א מחי' סוכות". די הקפות שמחת תורה אינדערפרי איז אזוי פרייליך, צווישן די הקפות רעד איך אפאר ווערטער. יעדע הקפה רעדט מען פון יענע ספירה; די ערשטע הקפה פון חסד, פון הפצה; צווייטע הקפה פון גבורה, דריטע הקפה פון תפארת, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן מען זאל ליב האבן אידישקייט, ליב האבן א בארד און פיאות, ליב האבן צניעות, די פרויען זאלן זיך שערן די האר נאך די חתונה און דאס ליב האבן.


ביי די הקפות איז א צייט וואס מען קען פועל'ן ארויס צו גיין פון אלע שלעכטע תאוות און מידות רעות - דורך שמחה, דורך טאנצן מיט די תורה.


מוצאי יום טוב האבן מיר געהערט די ביטערע נייעס אז אראבער זענען אריינגעקומען פון עזה און אויסגע'שחט'ן הונדערטער אידן השם ישמרינו, אזא שוידערליכע שחיטה, און פארכאפטע משכונות, און טויזנטער אידן זענען פארוואונדעט. מען זעט מער און מער וואס דער הייליגער רבי פון סאטמער האט אזוי געוויינט ווען די מדינה האט זיך געגרינדערט, אז עס וועט זיך נישט ענדיגן גיסן אידיש בלוט; זייט זי שטייט גיסט זיך בלוט. מען דארף אזוי שטארק בעטן דעם אייבערשטן משיח זאל קומען און דער גלות זאל זיך שוין ענדיגן.


הויב שוין אן מעביר סדרה זיין, ווארט נישט אויף סוף וואך, טייל איין די פרשה לויט די וואך, יעדן טאג אביסל; זינטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער.


איך דארף מקצר זיין, מיין ווייב איז יעצט אהיים געקומען פון זיך אפרוען, איך דארף העלפן אין שטוב מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#368 - אז מען בארעדט אנדערע, אנטלויף פון דארט
חינוך הילדים, שטעטל, טעלעפאן, אחדות, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז גוט און כדאי צו האבן א באזונדערע טעלעפאן פאר די שטוב, מיט א באזונדערע נומער. דאס הייסט, אויסער דיין סעלפאון און דיין ווייב'ס סעלפאון זאל זיין אין שטוב א היים טעלעפאן.


עס איז גוט מכמה סיבות; סיי פאר דיר אליין, אז דיין טעלעפאן מיט אלע שפילצייג זאל נישט נעמען קיין ארט אין שטוב, און בעיקר פאר דיינע קינדער, אזוי וועלן דיינע קינדער האבן א וועג צו רעדן אן דארפן נוצן די סעלפאון, זיי וועלן נישט קוקן דיינע פריוואטע זאכן און דיין ווייב'ס פריוואטע זאכן וואס עס קען ארויסקומען שאדן וד"ל.


פרוביר מיט אלע כוחות צו רעדן שיין צו יעדן איינעם אין שטעטל און נישט זיצן מיט די חבורת לצים וואס רעדן שלעכטס אויף אנדערע; וואו דו זעסט א קופקע בארעדן אנדערע זאלסטו וויסן די זענען לצים, אפילו זיי גייען ווייסע זאקן און זעען אויס ווי מיינע שמשים; אז מען בארעדט אנדערע - אנטלויף פון דארט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#367 - האלט דיין שטוב פריאריטעט נומער איינס
שלום בית, מחלוקת, שטעטל, שלום, אחדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב דיר שוין אסאך געשריבן, דאך וויל איך דיר נאך שרייבן, ווייל מען דארף אסאך חיזוק אויף העלפן די ווייב, זיין אין שטוב בגוף ובמח.


די גרעסטע זאך איז העלפן די ווייב מיט די קינדער, א ווייב שפירט אויב דער מאן איז דא פאר איר אדער ער דרייט מיט איר ארום, אז זי האט הילף פונעם מאן קען זי ברענגען קינדער און זיי מחנך זיין. דערפאר בעט איך דיר זייער, האלט דיין שטוב העכער אלעס און דאס זאל זיין פריאריטעט נומער איינס, אזוי וועט דיין ווייב האבן כח און אינאיינעם וועלן ענק אויפציען הערליכע ערליכע דורות.


אז דו ווילסט מיר העלפן אין שטעטל – דארף איך איין זאך, עס זאל זיין ליבשאפט צווישן אייך, עס איז מיר נמאס צו הערן ווי מען קריגט זיך; איך ווער פון דעם קראנק און איך ווער פשוט פארעקלט פון זיך געפינען צווישן מחלוקות.


 

#366 - מאך נישט קיין פלענער, טו צו דער זאך
שטעטל, לימוד התורה, תכלית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ברוכים הבאים בשם השם, מיר פרייען זיך זייער פאר אזא חשוב'ע משפחה ביי אונז אין שטעטל, דער אייבערשטער זאל ענק באגליקן ענק זאלן קענען ערציען אין שטעטל ענקערע קינדער לתורה ויראת שמים.


טייערער ..., זיי זיך קובע צו לערנען פארטאגס; אין שטעטל איז דא צוויי וועגן, אדער קען מען זיין א גרויסער צדיק, אדער א גרויסער ליידיגגייער; אזוי האט רבי נתן געזאגט: "אין וואלד קען מען זיין אדער א גרויסער צדיק, זיך מתבודד זיין און עוסק זיין אין לימוד התורה, אדער זיין א גרויסער הולטיי"; בעט איך דיר זאלסט גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פארטאגס, אז מען גייט שלאפן פרי – קען מען נאך זאגן תיקון חצות פארטאגס, נאכדעם לערנען אפאר שעה שיעורים כסדרן און נאכדעם אנהויבן דעם טאג.


מאך נישט קיין פלענער, טו צו דער זאך. עס זענען דא אינגעלייט וואס וואוינען שוין פיר יאר אין שטעטל און קענען זיך נישט צוזאמנעמען אויפצושטיין לערנען; טו צו דער זאך, זיי זיך קובע צו גיין שלאפן פרי, טו גארנישט ביינאכט.

#365 - ארויסהעלפן מיט'ן ענדיגן דעם בית החיים און די נייע מקוה
שטעטל, לימוד התורה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די מוסד מיט שאפן געלט מיר זאלן קענען אנגיין און נישט צוזאמברעכן.


יעצט דארף איך האבן געלט צו ענדיגן דעם בית החיים, מיר דארפן פינף און זיבעציג טויזנט דאלער פאר די בית החיים. אויך דארף איך צוויי הונדערט טויזנט דאלער פאר די מקוה טהרה אין די נייע געגנט פון שטעטל.


עס איז דא נאך זאכן, אבער די צוויי זאכן דארף איך וויכטיג אויף יעצט.


לאז נישט אפ דיינע שיעורים; אין שטוב זאלסטו מאכן צייט צו העלפן און צו שמועסן מיט דיין ווייב, און שטיי אויף פארטאגס; זיי זיך קובע א צייט פארטאגס צו לערנען אין שול. פארטאגס איז גאר אנדערש, נישטא וואס צו ערלעדיגן, מען קען לערנען מיט א רואיגקייט.


אויך בעט איך דיר, גיי התבודדות; וואוינסט אין שטעטל, טו כאטשיג אין שטעטל וואס דער רבי זאגט, וואס האט מען פון שטעטל אז מען גייט נישט התבודדות צווישן די גראז צווישן די ביימער...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#364 - קום וואוינען פאר רענט אין שטעטל, און נאכדעם וועסטו קענען קויפן
שטעטל, דירה, בית נצחי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען וואוינען ביי אונז אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, מיר פרייען זיך פאר יעדע ערליכע משפחה וואס קומט, און וויל זיין א חלק אין אונזער הייליגע קהלה.


בנוגע קויפן א הויז אין שטעטל; מיר האבן געמאכט א נייע זאך, מיר פארקויפן מער נישט קיין הייזער פאר משפחות וואס וואוינען נישט אין שטעטל, ווער עס וויל קומען וואוינען אין שטעטל - קען זיך מעלדן צום ועד וואס זענען געשטעלט אויף דעם, דינגען א דירה און קומען וואוינען און ערשט נאכדעם גייט מען ארויף אויף די ליסטע פון קענען קויפן. ווייל ווי דו ווייסט איז יעצט שווער צו קויפן נייע הייזער, עס קומען נישט ארויף קיין סאך נייע הייזער און אויך בויען גייט שוין אביסל שטייטער, און משפחות פון שטעטל האבן טענות פארוואס מען פארקויפט פאר משפחות וואס קומען בכלל נישט ארויס וואוינען. לעצטנס האבן זיך אפאר משפחות געקויפט הייזער פאר זומער און נאכן זומער זענען זיי צוריק אין שטאט, מען האט טענות פארוואס מען שטעלט נישט צו קודם פאר די איינוואוינער און זיי זענען גערעכט; דעריבער האבן מיר געמאכט א נייע זאך, נישטא מער פארקויפן א הויז פאר מענטשן וואס וואוינען נישט אין שטעטל.


זיי נישט ברוגז, איך וויל דיך נישט אוועק שטופן, איך ארבעט גאר שווער פאר די שטעטל, איך וויל נאר דאס גוטס פון די איינוואוינער; קום וואוינען פאר רענט און נאכדעם וועסטו קענען קויפן.


קויף זיך א בית נצחי, לערן יעדן טאג א בלאט ב'בלי, א בלאט י'רושלמי און א פרק ת'וספתא, די דריי לימודים אז מען לערנט - בויט מען זיך אן אייביגע הויז. די הויז פון ציגל און ליים - לאזט מען איבער דא, אבער די תורה הקדושה דאס איז אן אייביגע הויז, דאס איז אמת'ע רייכטום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.) אויפן פסוק (ישעי' ג, ז): "'וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה', זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, א פרק משניות און א דף גמרא - איז דער גרעסטער ארעמאן, און פארקערט, דער וואס לערנט יעדן טאג חומש, משניות, גמרא וכו' - דער איז אן עושר, דער האט א הויז פאר אייביג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#363 - יישר כח פאר'ן מיטארבעטן מיט די חברי הנהלה אין שטעטל
תהלים, שטעטל, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן אין שטעטל מיט די וואלן, א גרויסער יישר כח פארן מיט ארבעטן מיט די חברי הנהלה וואס העלפן מיר מיט מסירות נפש יומם ולילה.


זאג יעדן טאג תהילים – וועסטו זען ניסים.

#362 - גיי נישט ליידיג, טו גוטע זאכן
שטעטל, אומאן, היטן די צייט, דרך הלימוד, זומער

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך מיר זענען אריין אין פרשת כי תצא, מיר גייען שוין ארויס פונעם יאר שנת תשפ"ג און קומענדיגע וואך איז שוין 'כי תבוא לאומאן', מיר גרייטן זיך שוין צו די נסיעה קיין אומאן.


דעם זומער אין שטעטל מיט די ישיבה איז געווען זייער שיין, מען האט אויסגענוצט די צייט מיט תורה ותפילה. די בחורים פארן שוין אהיים די וואך, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר ממשיך זיין אין שטאט ישיבה די יאר פאר נאך צוויי וואכן, פון מאנטאג כי תבוא לאומאן ביז מאנטאג ב' סליחות.


נעכטן האבן מיר געהאט א סיום הש"ס פון א קינד און אויך מוצאי שבת ביי מלוה מלכה האבן מיר געהאט א סיום הש"ס; א יונג קינד פון עלף יאר האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס. אלע זענען געווארן אזוי איבערגענומען צו זען ווי יונגע קינדער האבן שכל, זיי לאזן זיך נישט נארן, זיי לערנען יעדן טאג אויפן דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


איך בעט דיר זייער, גיי נישט ליידיג, בטל נישט קיין צייט; גיין ליידיג איז די ערגסטע זאך, עס ברענגט צו ווערן א נערווען קראנקער און אויך ברענגט עס צו טון עבירות. גיי נישט ליידיג, טו גוטע זאכן; אדער לערן, אדער זיי זיך מתבודד, אדער זיי עוסק אין חסד. טראג מיט זיך שטענדיג א זעקל ספרים, א חומש'ל, א משניות'ל, א תהילים'ל און ווען דו האסט איבריגע צייט זאלסטו גורס זיין תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#361 - יישר כח פאר'ן באקוקן דעם עירוב יעדן ערב שבת
שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


דעם ספר געב איך דיר א געשאנק פאר א צייכן און באווייז פארן זיך פרייוויליג אוועקגעבן וועכנטליך פארן שטעטל "קרית ברסלב", צו באקוקן דעם עירוב יעדן ערב שבת מיט אזא איבערגעגעבנקייט און פאראנטווארטליכקייט.


דער אייבערשטער זאל דיר בענטשן, דיר און דיין משפחה מיט אלעס גוטס און א כתיבה וחתימה טובה.


ווינטשט דיין ראש ישיבה

#360 - דו ראטעוועסט די גאנצע שטעטל פון שלעכטס, מיט די חסד וואס דו טוסט
בית התבשיל, שטעטל

בעזרת ה' יתברך- יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בשם כל הקהל הקודש, בשם אלע איינוואוינער פון אונזער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, דריקן מיר אויס אונזער הכרת הטוב פאר דיר פאר אלעס וואס דו טוסט, אז עס זאל זיין עסן פאר אנשי שלומינו און פאר די שבת פעקלעך, וואס משפחות וואס דארפן הילף - באקומען וועכנטליך, און פאר די גרויסע פסח חלוקה און פאר די פסח געלט; פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונז.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און מח צו קענען ווייטער טון גוטס פאר אידישע קינדער.


דו ראטעוועסט אונזער גאנצע שטעטל פון שלעכטס מיט די חסד וואס דו טוסט.

#359 - ערקלערן פאר די וואס קויפן א הויז, ווי אזוי זאכן ארבעטן
ריינקייט, מחלוקת, שטעטל, שלום, דירה

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיר בעט איך זייער דו זאלסט זען אז די אלע וואס קויפן דירות ביי שבתי זאלן זיין צופרידן, מאך דאס בעסטע וואס דו קענסט; אודאי וועט מען האבן טענות, אבער אז מען האט אן אוזן קשבת, מען קען צו איינעם רעדן - פארמיידט מען מחלוקות.


עס איז כדאי זאלסט ערקלערן פאר די אלע וואס קויפן דירות אין שטעטל, זיי זאלן וויסן די זאכן וואס זיי זענען נישט געווען צוגעוואוינט פון פארדעם. ווי צום ביישפיל אז מען טאר נישט לייגן קיין ווייפס אין בית הכסא; די וואס קויפן קומען פון שטאט, דארט לייגן מענטשן ווייפס אין טוילעט, אבער ביי א סעפטיק, אז מען לייגט ווייפס - ווערט א שאדן, און נאך א שטיק צייט ווערט א בעק-אפ, און פארשטייט זיך די טענות גייט אויף שבתי; איי וואס האט עס מיט אים, האב טענות אויף דיר אליין? אזוי גייט עס.


אזוי אויך, נישט אלע נעמען אין אכט אז מען דארף טוישן די פילטער ביי די עירקאנדישן און נאך א יאר צעברעכט זיך די מאשין, און פארשטייט זיך די טענות גייט אויף שבתי; איי וואס האט עס מיט אים, האב טענות אויף דיר אליין? אזוי גייט עס.


אזוי אויך די נייע הייזער וואס די שטאט פארלאנגט מען זאל דאס אינגאנצן פארמאכן, און נאכן פלעסטערן ווערט די לופט אנגעפילט מיט וואסער און מען דארף אין אנהויב לייגן א מאשין וואס ציט ארויס די נאסקייט, איז כדאי דו זאלסט דאס זאגן, ווייל אז נישט וועלן אנהויבן שימלען זאכן און פארשטייט זיך די טענות גייט אויף שבתי; איי וואס האט עס מיט אים, האב טענות אויף דיר אליין? אזוי גייט עס.


אזוי אויך איז כדאי צו זאגן פאר אלע וואס קויפן הייזער, זיי זאלן מתפלל זיין עס זאל קומען גוטע וואסער פון קוואל, ווייל עס פאסירט ביי מענטשן אז עס קומט שמוציגע וואסער און מען ווערט אויסער זיך; מען האט געקויפט א הויז, מען האט געבארגט געלט, מען איז איבערגעשטרענגט און מען ווערט פארווייטאגט; איז גוט זאלסט די אלע זאכן אויסשמועסן.


אז עס וועט זיין שלום צווישן אנשי שלומינו וועט אונז דער רבי ברענגען צו זייער הויכע מדריגות, און אז מען וועט זיך קריגן, מען וועט נישט קענען איינער דעם צווייטן ליידן - וויל איך נישט טראכטן וואס וועט פאסירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#358 - מען טאר נישט פארן שנעל, און נישט האלטן דעם טעלעפאן ביים דרייוון
ריינקייט, שטעטל, שלום, דרייוון, געזעץ

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל נאכאמאל בעטן אלע אנשי שלומינו זאלן זייער אכטונג געבן נישט צו פארן שנעלער ווי מען מעג, און אויך נישט האלטן דעם טעלעפאן ווען מען דרייווט. איך וויל בעטן בכלליות, און בפרטיות אין שטעטל, מען זאל האלטן די געזעץ, מען זאל נישט פארן שנעל און נישט האלטן דעם טעלעפאן ביים דרייוון, און אויב מען זעט איינעם פארן שנעל זאל מען יענעם פארהאלטן, ווייל אויב מען פאלגט נישט די געזעץ קען מען הרג'ענען מענטשן השם ישמרינו, די וועגן אין שטעטל זענען געדרייט און שמאל, מען דארף פארן זייער פארזיכטיג.


אויך בעט איך אלע איינוואוינער פון שטעטל צו האלטן זויבער ארום די שטוב און אכטונג געבן די מיסט זאל זיין גוט פארפאקט, עס זאל זיין זויבער און ריין.


בעט איבער יעדן איינעם פון אנשי שלומינו, ווייל נאר דורך שלום מאכט מען רוען די שכינה הקדושה, און אויב מען קריגט זיך, מען האט זיך פיינט - פארטרייבט מען די שכינה הקדושה פון די פלאץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#357 - באזונדערע הצלה אפטיילונג פאר פרויען, ווען ס'איז נישט פיקוח נפש
קדושה, שטעטל, הצלה

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


בנוגע אייער פראגע אויב איר זאלט זיך לערנען צו זיין א הצלה וואלענטיר, צו קענען העלפן פרויען אין שטעטל בעת צרה ובעת שמחה; אדרבה ואדרבה, פארבינדט זיך מיט מרת ... תחי', זי האט שוין געלערנט צו זיין א הצלה וואלענטיר, זי העלפט אין שטעטל זייער געטריי ווען פרויען דארפן הילף; זי גייט מאכן אין די קומענדיגע טעג א קלאס פאר פרויען זיך צו לערנען ווי אזוי צו העלפן ווען מען ווערט געשעדיגט.


איך וויל זייער מאכן אין שטעטל א באזונדערע אפטיילונג פאר פרויען, עס זאלן זיין הצלה וואלענטירן פרויען, אז די אלע מאלן וואס עס איז בכלל נישט קיין פיקוח נפש זאלן די מענער אוועק שטיין פון די פרויען; דאס הייסט ווען א פרוי צעשניידט זיך אדער צעבייגט זיך די פוס וכו' וכו' - זאלן פרויען זיך פארען מיט פרויען און מענער מיט מענער, און ווען עס איז פיקוח נפש - נאר דעמאלט קוקט מען ווער עס קען קומען שנעלער, דעמאלט זאגט די תורה מען דארף ראטעווען א נפש מישראל, דאס איז דוחה אלעס.


איך בעט דעם אייבערשטן אונזער ד' אמות אין שטעטל זאל זיין הייליג און ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#356 - מיר וועלן איבערלאזן אין אומאן אלע פעקלעך צרות און יסורים
שטעטל, אומאן, ראש השנה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, נחמו, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מיר פארן שוין נאך אביסל קיין אומאן אויף ראש השנה צום הייליגן רבי'ן, דארט וועלן מיר זיך אויספאקן אלעס וואס איז אריבער די יאר און פון די פארגאנגענע יארן, מיר וועלן איבערלאזן אלע פעקלעך צרות און יסורים, און אהיימברענגען ישועות און רפואות.


איך געב יעדן אינדערפרי א שיעור גמרא, איך האב געמיינט אז דורכאויס די זומער וואכן וואס איך בין מיט ענק אין שטעטל – וועסטו קומען, למעשה פאר איך שוין אהיים נאך אפאר וואכן און איך זע דיך נישט; דו וואלסט זיך מחי' געווען אנצוהייבן די טאג מיט א בלאט גמרא און חיזוק פון רבי'ן.

#355 - טראנפארטאציע פאר די פרויען, ווען די מענער פארן קיין אומאן
שטעטל, אומאן

בעזרת ה' יתברך- ב' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלת קרית ברסלב ליבערטי


איך דארף הילף אין שטעטל, וואס קען מען טון אז די וואך פון ראש השנה - ווען אלע מענער פארן אוועק צום רבי'ן - זאל זיין טרענספארטעישן אין שטעטל פאר די פרויען? קום אויף מיט א פלאן עס זאל זיין צוגעשטעלט א סערוויס פון טרענספארטעישן פאר די פרויען צו קענען גיין און קומען.


עס איז גענוג שווער פאר די פרויען אז דער מאן פארט אוועק פאר א וואך, זיי בלייבן אליין מיט די קינדער; דארף מען פרובירן זיי מאכן גרינג מיט וואס מען קען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#354 - אזוי דאנקבאר דעם אייבערשטן, אזויפיל גוטס און אזויפיל נחת
תודה והודאה, צדקה, שטעטל, הצלחה, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען פארנומען, איך בין אריינגעפארן קיין בארא פארק באזוכן מיין טאכטער, זי האט געהאט א אינגל למזל טוב. איך בין ארויסגעפארן אינדערפרי און צוריק געקומען שפעט ביינאכט. "מָה אָשִׁיב לַה', כָּל תַּגְמוּלוֹהִי עָלָי", איך בין אזוי דאנקבאר דעם אייבערשטן, ער געבט מיר אזויפיל גוטס און אזויפיל נחת; דוד המלך פרעגט, וואס קען איך צוריק טון פארן אייבערשטן - "כָּל תַּגְמוּלוֹהִי עָלָי? כּוֹס יְשׁוּעוֹת אֶשָּׂא וּבְשֵׁם ה' אֶקְרָא", איך וועל רעדן צו אים און אים לויבן; מיט דעם צאלט מען צוריק כביכול דעם אייבערשטן.


איך וואונטש דיר בעת שמחה: "דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו שמחות מיט שמחה ביי דיינע קינדער און אייניקלעך, זאלסט זיך דערהאלטן ביים רבי'ן, זאלסט נישט האבן מיט קיין ליצנות צוטון, זאלסט זיך נאר חבר'ן מיט אנשים תמימים וואס לעבן מיט תמימות ופשיטות".


אויך דאנק איך דיר פארן גיין נאך געלט פאר די מוסד. איך האף אז דאס איז נאר דער אנהויב, דו וועסט ממשיך זיין א גאנץ יאר עוסק זיין אין צוזאמנעמען געלט; גיין נאך צדקה איז מתקן אלע פגמים און מען איז זוכה צו א טלית נאה בגן עדן, צו שיינע קליידער אויבן אין הימל.


עס איז זייער געשמאק אין שטעטל. מיטן אייבערשטנ'ס הילף זענען מיר דא נאך צוויי וואכן, די בחורים פארן אהיים מיטוואך כי תצא און איך און מיין משפחה וועלן צוריק פארן קיין שטאט זונטאג כי תבוא לאומאן. איך וויל זייער בלייבן אין שטעטל, אבער מיר האבן נאכנישט גרייט א פלאץ פאר די בחורים, וואו די ישיבה זאל זיין.


האסט שוין געלערנט היינט א פרק משניות? א בלאט גמרא? זע צו זיין א סוקסעספול מענטש; א פרק משניות א טאג, א בלאט גמרא א טאג - איז סוקסעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#353 - פארשפרייט די ניגוני אמונה פאר אלעמען
תפילה והתבודדות, הפצה, צדקה, שטעטל, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן צוזאמנעמען צדקה פארן יערליכן קאמפיין לטובת המוסדות; ווער עס העלפט דעם הייליגן רבינ'ס מוסד - דערלייגט נישט, מען פארדינט נאר; דער רבי באצאלט ביי וועם ער נעמט.


זיי עוסק אין הפצה, פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס עצות, טייל אויס די ספרים און קונטריסם פון מוהרא"ש, אזוי אויך די גליונות און קארטלעך. אויך זאלסטו פארשפרייטן די ניגוני אמונה, יעצט איז ארויס נייע ניגונים: "א מופת בין איך", הערליכע ניגונים פון התבודדות און חיזוק פארן לעבן; פארשפרייט דאס פאר אלעמען.


געדענקסט אוודאי וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט דערציילן, וואס האט פאסירט ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, רש"י הקדוש איז אים אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז דא אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליין וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליין רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


נעכטן נאכט איז פארגעקומען א קביעות מזוזה אין שטעטל אינעם נייעם בית המדרש אינעם ירושלים גאס, די זיבעטע שול וואס מיר האבן אין שטעטל. אלע פרעגן, 'ווי אזוי בויט מען די שטעטל אזוי שיין און שנעל?' 'ווי אזוי איז מען מצליח אז ביי די פערטע יאר זאלן מען שוין האבן זיבן שול'ן און מקוואות?' דער ענטפער איז, דער רבי לערנט אונז אויס די סודות פון הצלחה. דער ערשטער סוד איז 'תפילה והתבודדות', נאך א סוד 'נישט מאכן קיין עסק פון מענטשן און פון געלט', ווייל קיינער קען נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער - ער העלפט, ער טוט אלעס און מאכט אלעס, צו אים דארף מען האפן און פון אים דארף מען טראכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#352 - מיר דארפן וויכטיג א נייעם גרויסן בנין פאר די מוסד
מוסדות, שטעטל, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פארן אפשערן פון דיין זון, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן אסאך נחת פון אים און פון אלע דיינע קינדער בזכות וואס דו העלפסט אזוי געטריי די מוסדות מיט דיין גאנצע הארץ.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר טרעפן א בנין פאר אונזערע קינדער; מיר דארפן וויכטיג א נייעם גרויסן בנין פאר די מוסד. עס איז אינטערעסאנט, מיר האבן קוים אנגעהויבן די שטעטל, קוים אנגעהויבן די חדר און מיר האלטן שוין ביי אפאר הונדערט קינדער - אינגלעך און מיידלעך; מיר האבן נישט קיין פלאץ וואו צו לייגן די קינדער.


פון הימל שטופט מען אונז צום וואנט, מיר זאלן שרייען און דאווענען פאר א בנין פארן תלמוד תורה. אינטערעסאנט, אמאל האבן מיר נישט געהאט געלט צו קויפן - האבן מיר געדארפט דאווענען מיר זאלן קענען קויפן, היינט איז דא געלט, מיר האבן א נדבן - איז נישטא א פלאץ וואו צו בויען, דארפן מיר ווייטער צוקומען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.