בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#301 - פלענער איבער די חנוכת הבית פאר'ן נייעם בנין התלמוד תורה
מוסדות, שטעטל, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער נייער בנין פאר די תלמוד תורה אין שטעטל ווערט שוין פערטיג די וואך, און עס זעט אויס אז קומענדיגע וואך וועט מען שוין קענען זיך אריינציען.


וויל איך דיך פרעגן ווען דו ווילסט מאכן די קביעות מזוזה און חנוכת הבית; אויב דו ווילסט ווארטן אויף חנוכה, ווייל אם ירצה ה' שבת חנוכה וועל איך זיין אין שטעטל, און מוצאי שבת וועט זיין א מלוה מלכה מיט סעודת ראש חודש פאר די גאנצע שטעטל, און דעמאלט מאכן די חנוכת הבית און קביעות מזוזה? אדער ווילסטו עס שוין מאכן? אדער ווילסטו מאכן א קליינע פארברענג פאר די נדבנים?


לאז מיר וויסן וואס די פלענער זענען.


ברוך ה' איך שפיר זיך שוין בעסער. איך בין זייער פרייליך דעם זמן אין ישיבה; עס זענען אריינגעקומען נייע בחורים, זייער טייערע בחורים. מען זיצט און מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), יעדער זיינע שיעורים.

#300 - פארוואס רעדט מען אויף ברסלב?
תפילה והתבודדות, מוסדות, חסידות ברסלב, מחלוקת, וויכוחים, שטעטל, סיום, אומאן, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, לשון הרע, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס קען מען טון אז מען רעדט אויף אונז? וואס קען מען טון אז עס איז דא לשון הרע און הוצאת שם רע? דער רבי האט שוין געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען, און אויף דעם מענטש וואס מען האט זיך אויסגעשניצט - קריג איך אויך" - זאגט דער רבי, "דאס האט נישט מיט מיר".


אזוי מוז עס גיין, אזוי גייט דעם רבינ'ס זאך. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס טאכטער אדל ווען זי האט גע'חלומ'ט א שרעק פון א חלום, ווי אלע אנשי שלומינו האבן געמאכט אן אויפשטאנד קעגן איר טאטע - דער הייליגער רבי. מען האט זיך אפגעשמועסט אז מען גייט נישט אריינלאזן דעם רבי'ן אין שול, אלע האבן זיך אויסגע'שורה'ט און זיך אנגעכאפט האנט ביי האנט, אז ווען דער רבי קומט - וועט מען אים נישט אריינלאזן.


זי חלומ'ט זיך ווייטער ווי דער רבי קומט אריין אין שול און אלע שטייען האנט ביי האנט, זיי כאפן זיך אן פעסט, און ווי נאר דער רבי געבט א טרעט א טריט נענטער און קומט אן צו די ערשטע שורה - עפענען זיי אויף און דער רבי גייט שיין אריבער, און די שורה פון הינטער זיי רעגן זיך פארוואס מען האט אריבערגעלאזט דעם רבי'ן, און זיי שמועסן זיך אפ אז זיי גייען נישט אריבערלאזן דעם רבי'ן, אבער ווי דער רבי קומט נאנט צו זיי - עפענען זיי די בלאקאדע.


אדל וועקט זיך אויף מיט א שרעק און לויפט צו רבי נתן ער זאל איר פותר חלום זיין. זאגט איר רבי נתן: "אזוי גייט דעם רבינ'ס זאך, מען זעט נאר איין טריט, מען זעט נישט דעם קומענדיגן טריט".


וואס קען מען טון אז מען רעדט אויפ'ן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים אלע שלעכטס, ברסלב'ער חסידים זענען ללעג ולקלס; אזוי מוז דאס גיין. דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש) ווען עס איז געקומען די צייט אז זיין נשמה זאל אראפקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אז דער נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה". איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריקגעקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפגיין, מיר האבן שוין אן עצה", די עצה פון לאכן, די עצה פון שפעטן.


דיר בעט איך, ענטפער נישט און גיי נישט אריין אין קיין וויכוחים מיט קיינעם, און אז דו אליינס ביסט צעמישט - זאלסטו זיך מתבודד זיין, ווייל אזוי ווי אין א ביזנעס איז דאס וויכטיגסטע זאך צו האבן א רואה חשבון, א בוכהאלטער; עס קען זיך דאכטן אז מען מאכט געלט, מען איז מרוויח, און נאר דער רואה חשבון ווייסט די קלארע פאקטן, אויב מען איז דא מרוויח אדער מען דערלייגט, אזוי איז ברוחניות; עס קען זיך דאכטן אז מען לערנט, מען דאווענט, אבער נאר מיט התבודדות קומט ארויס די קלארע פאקטן; אזוי אויך דורך התבודדות ווערט מען קלאר וואס איז גוט און וואס איז נישט גוט.


בקרוב וועלן מיר עפענען דעם נייעם שטעטל, דאס איז אביסל ווייטער פון די יעצטיגע שטעטל. מענטשן פרעגן, וואס גייט דא פאר? פארוואס דארף מען שוין גיין צו א נייע געגענט? דער ענטפער איז פשוט, די שכנים ווילן זייער אסאך געלט פאר די הייזער, זיי זעען אידן קומען - ווילן זיי מאכן אויף אונז געלט, איך וויל נישט מען זאל ארויפברענגען די פרייזן; מיר איז גוט צו גיין אין א פרישע געגענט.


מוצאי שבת חנוכה וועלן מיר מאכן א חנוכת הבית פאר די נייע חדר, איך ליידן איין אלע משפחות, די חנוכת הבית וועט פארקומען אינעם בנין התלמוד תורה. די מסיבה וועט זיין אינאיינעם מיט א סעודת הודאה אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן, אז מיר זענען אנגעקומען אין היכל הקודש און אונזערע קינדער האבן א חדר און א סקול וואו מען לערנט אמונה און קדושה, מען לאכט נישט פון רבי'ן.


איך טראכט אלץ פון די נס אז מען האט ארויסגעווארפן מיינע קינדער און איך האב געדארפט עפענען א מוסד פאר זיי, אזוי האבן מיינע קינדער א ריינע חינוך. אפהיטן זאל איך זיין אויב וואלטן מיינע קינדער נישט געווארן ארויסגעווארפן, וואלטן זיי מן הסתם היינט נישט גערעדט מיט מיר, זיי וואלטן זיך געשעמט אז זיי זענען קינדער פון מיר. אזוי איז געווען מיט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, און אזוי איז געווען מיט די קינדער פון די מפיצים וד"ל.


די חברי הנהלה ארבעטן זייער געטריי פאר אונז, מען גרייט זיך יעצט צו קויפן נאך אפאר בנינים פאר די קומענדיגע יאר פאר די חדר און סקול, ווייל ווי עס זעט יעצט אויס וועלן די צוויי בנינים זיין גוט פאר די יאר, אבער קומענדיגע יאר וועט דאס שוין זיין קליין און אויסגעוואקסן.


אויך וועט זיין די מסיבה אינאיינעם מיט סיומים; אינגעלייט, בחורים און קינדער וועלן ענדיגן ש"ס און מסכתות. מוהרא"ש זאגט, ווען מען קומט צום רבי'ן קיין אומאן - קומט מען נישט מיט ליידיגע הענט, יעדער ברענגט א סיום. מיר האבן געמאכט אין אומאן די יאר ביים לעצטן מלוה מלכה א מעמד סיומים, ווי בחורים, אינגעלייט און קינדער האבן מסיים געווען יעדער איינער זיינע סיומים, יעצט שבת חנוכה איז דאך אויך א צייט וואס מען קומט צום רבי'ן, וועלן מיר מאכן די מעמד סיומים אינאיינעם מיט די סעודת הודאה און חנוכת הבית.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכער שיעור, איך האף דיך צו זען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#299 - ווי מער מען בעט, אלץ מער נחת זעט מען
קינדער, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, שטעטל, נחת, מורה דרך, הלכה, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אייער זון נרו יאיר, ער איז זייער וואויל און זייער טייער, ער פירט זיך מיט יראת שמים, ער לערנט פלייסיג, איך בין אים זייער מקרב.


בנוגע וכו'; אויב מאכט זיך אסאך שאלות וכו' - מאכט מען נאר די ערשטע און די לעצטע טאג.


בנוגע וכו'; וואו מען וואוינט איז גוט, עס איז גוט אין שטאט, עס איז גוט אין שטעטל; דער עיקר דארף מען קוקן וואו קענען די קינדער באקומען א גוטע חינוך, און וואו קען דער מאן האבן גוטע חברים, אן ערליכער רב, אן ערליכער דיין; נאר אויף דעם דארף מען קוקן.


עלטערן דארפן בעטן און בעטן אן אויפהער פאר אלע קינדער און קומענדיגע דורות, זיי זאלן זיין ערליך; ווי מער מען בעט - אלץ מער נחת זעט מען.

#298 - איך וויל זיין חנוכה און שבועות מיט אנשי שלומינו אין קרית ברסלב
תפילה והתבודדות, חנוכה, חסידות ברסלב, שטעטל, אומאן, ראש השנה, בית המדרש, ישיבה, ראש ישיבה, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך וויל זייער שטארק קומען אין שטעטל אויף שבת חנוכה. ביים רבי'ן איז געווען דריי מאל א יאר וואס אלע זענען געקומען צום רבי'ן: "ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות".


עס זענען דא אין ברסלב וואס פארן קיין אומאן די דריי צייטן, אבער מיר האבן מקובל פון מוהרא"ש צו בלייבן שבועות און חנוכה אין שטוב, און מיר קומען דאווענען מיט אנשי שלומינו; דאס איז מסוגל צו געראטעוועט ווערן פון עולם התוהו, מיר פארן קיין אומאן אויף ראש השנה.


איך וויל זיין חנוכה און שבועות מיט אנשי שלומינו אין קרית ברסלב, איך וויל זייער שטארק קומען מיט די גאנצע ישיבה, איך ווייס אבער נישט וואו מען קען פלאצירן אזויפיל בחורים. אפשר קענסטו דאס דורכשמועסן מיט די גבאים, אפשר קען מען אויסארבעטן א פלאן וואו די בחורים זאלן שלאפן?


לאז מיך וויסן אויב עס איז דא א פלאן.


גיי אין שול צופיס, אזוי וועסטו האבן אפאר מינוט צו רעדן צום באשעפער. דו וואוינסט נישט ווייט פון שול, איז דאס גוט פאר דיר בגשמיות וברוחניות, סיי פארן געזונט און סיי פאר התבודדות.

#297 - איך האב געעפנט א דזשים אין שטעטל
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, רפואה, שטעטל, בית המדרש, יענער, ספרי ברסלב, עקסערסייז

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, ערב ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


בשורה טובה פאר אנשי שלומינו, איך האב געעפנט א דזשים אין שטעטל, א פלאץ וואו מען קען מאכן עקסערסייז פאר די נשמה.


די פלאץ איז אין שול; מען קען קומען יעדן אינדערפרי לערנען און דאווענען, זיך אויפבויען די נשמה; מען זאל האבן א געזונטע נשמה, א שטארקע נשמה.


אויך ווערט די גוף אויפגעבויט און געזונט, עס ווערט זייער שטארק. אזוי זאגט די תורה (משלי א, ג): "כִּי לִוְיַת חֵן הֵם לְרֹאשֶׁךָ", אז מען לערנט תורה  - ווערט די קאפ געזונט און בא'חן'ט, "וַעֲנָקִים לְגַרְגְּרֹתֶךָ", אז מען לערנט תורה - ווערט די האלז געזונט און באצירט. נאך שטייט (שם ג, ח): "רִפְאוּת תְּהִי לְשָׁרֶךָ", אז מען לערנט תורה ווערט די בויך אויסגעהיילט, "וְשִׁקּוּי לְעַצְמוֹתֶיךָ", און אז מען לערנט תורה ווערן די מארך פון די ביינער געשטארקט (עירובין נד).


איך בעט דיר זייער, נישט וואס יעדער איינער טוט - דארפסטו נאכטון. ענדערש קום מאכן עקסערסייז אויף דיין נשמה, בוי אויף דיין נשמה. קום אין שול לערנען, מאך נאך די אינגעלייט וואס קומען אין שול, וואס זענען זיך קובע עתים לתורה. דער גוי האט נישט קיין תורה, האט נישט קיין מקוה און נישט קיין דאווענען - גייט ער אינדערפרי אויפבויען זיין קערפער, דער גוי האט נישט קיין עתיד, ביי אים איז דער גוף די גאנצע לעבן, לויפט ער אינדערפרי טון דאס. דו ביסט א איד, דו האסט א נשמה - קום אין שול, זיי זיך קובע עתים לתורה.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים - וועט מען דיר נישט קענען פארנארן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס) דער וואס האט געטרינקען פון די אונגארישע וויין - אים קען מען נישט פארנארן.


גיי אביסל התבודדות, גיי שפאצירן הינטער דיין שטוב, רעד זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער, געב מיר אביסל שכל, איך זאל געדענקען וואס איז תכלית, וואס וועט בלייבן פון מיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#296 - זיך טענה'נען מיט די ווייב איז נישט קיין קינדער שפיל
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שלום בית, וויכוחים, שטעטל, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


רעד שיין אין שטוב, טענה נישט מיט דיין ווייב; לאז נישט אריין דעם סמ"ך מ"ם ביי דיר אין שטוב.


דו ווייסט נישט וואס ליגט אונטער די טענה'רייען, עס זעט אויס ווי עס איז נישט אזוי געפערליך, מען מעג זיך אביסל טענה'ען; וואלסטו געוויסט אז דאס איז א פאסטקע וואס דער סמ"ך מ"ם לייגט אויס ביי דיר, דיך צו כאפן אינעם נעץ, צעברעכן דיין שטוב - וואלסטו זיכער אכטונג געגעבן אז דאס זאל נישט פאסירן.


זיכער נישט נוצן די צינג צו שטעכן און פליקן, און אז דיין ווייב קען זיך נישט איינהאלטן, און זי שטעכט יא - זאלסטו חס ושלום נישט צוריק שטעכן, נאר גיסן גוטע ווערטער, עס זאל נישט ווערן קיין אפשייד צווישן ענק.


האסט א שיינעם פעלד ארום דיין שטוב, גיי שפאצירן, גיי שריי צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, רחם עלי, האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר איך זאל געדענקען אז נאך אביסל וועל איך זיך דארפן צוריק קערן צו דיר, העלף מיר געדענקען פון זכרון בעלמא דאתי", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן און מרחיב בדיבור זיין.

#295 - הלוואי וואלט איך געקענט זיין א מלמד
חינוך הילדים, מלמדים, סגולות, שטעטל, סיום, אידיש געלט, נסיונות, לימוד התורה, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, ספרים, בר מצוה, וואך נאכט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל צו א בר מצוה ביי א חשוב'ע משפחה ביי אונז אין די קהילה. דער בר מצוה בחור האט מסיים געווען ביי די בר מצוה מסכת שבת, דאס איז געווען במקום זיין פשעטל.


ביי די בר מצוה האב איך געזאגט אז עס איז מיר נישט גרינג ארומצופארן צו שמחות, דאך בין איך ארויסגעקומען צו די בר מצוה, היות די עלטערן האבן געמאכט די סעודת בר מצוה אויף א פשוט'ע איידעלע אופן ביי זיי אין שטוב, און איך האף אז אנשי שלומינו וועלן זיין קלוג און דאס נאכמאכן, נישט אויסצוגעבן אומזיסטע געלט און זיך מאכן חובות פאר די פאר שעה, צו פראווענען א שמחה אין א זאל וכו' וכו'.


אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אבות און די אמהות. מיר זעען אין די וואכעדיגע סדרה, אויפ'ן פסוק (בראשית כג, א): "שְׁנֵי חַיֵּי שָׂרָה", זאגט רש"י: "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה", ווי צדיקים טייטשן: עס איז איר שטענדיג גוט געווען; די אבות און די אמהות האבן געהאט אזא קלארע לויטערע אמונה, זיי האבן געוויסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף זיי - איז פאר זייער טובה.


ווייטער זאגט רש"י הקדוש (שם, ב): "נִסְמְכָה מִּיתַת שָׂרָה לַעֲקֵדַת יִצְחָק, לְפִי שֶׁעַל יְדֵי בְּשׂוֹרַת הָעֲקֵדָה שֶׁנִּזְדַּמֵּן בְּנָהּ לַשְּׁחִיטָה וְכִמְעַט שֶׁלֹּא נִשְׁחָט, פָּרְחָה נִשְׁמָתָהּ מִמֶּנָּהּ וָמֵתָה", שטייט פון ספרים, וואס איז די כִּמְעַט 'שֶׁלֹּא' נִשְׁחָט, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין כִּמְעַט 'שֶׁנִשְׁחָט', אויבנאויף איז דאך דאס געווען די סיבה פון איר מיתה, אז זי האט געהערט כִּמְעַט 'שֶׁנִשְׁחָט'?! זאגן זיי א פארקערטע בחינה, אז שרה אמנו האט געוויסט אז אברהם אבינו איז געגאנגען טון די ווילן פונעם אייבערשטן, און ווען זי האט געהערט אז 'שֶׁלֹּא' נִשְׁחָט - פון דעם האט זי זיך דערשראקן, זי האט נישט געוואלט גלייבן אז איר מאן אברהם אבינו און איר זון יצחק האבן זיך נישט געקענט שטארקן אויפ'ן שטן און טון די ווילן פונעם אייבערשטן; ווי קען זיין, נאך אזויפיל נסיונות, און ער איז אלעס בייגעשטאנען - האט ער יעצט נישט געטון די ווילן פונעם אייבערשטן, פון דעם איז געווען מיתת שרה. אבער באמת האט אברהם אבינו יא געטון רצון ה', ווייל דער אייבערשטער האט אים נישט געהייסן שחט'ן יצחק, נאר געזאגט (שם כב, ב): "וְהַעֲלֵהוּ שָׁם לְעֹלָה".


דער בר מצוה בחור איז געזיצן מיט א ליכטיגע פנים; אזוי פרייליך. דאס איז די חינוך פון אונזערע מוסדות, ווי די מלמדים און לערערינס לייגן אריין אין די קינדער זיי זאלן זיין גרייט פאר די לעבן, זיי גרייטן אן די קינדער וואס איז א בר מצוה; נישט א זאל, נישט א שפילער, נישט א פארטי פלענער, נישט בלומען וכו' וכו', נאר אז מען גייט זוכה זיין צו לייגן תפילין, מען גייט אריין לעול התורה והמצוות. און אזוי אויך ביי די מיידלעך, די לערערינס לייגן אריין אין די מיידלעך וואס איז חתונה האבן; נישט א זאל, נישט בלומען, נישט א טייערע כלה קלייד, נישט טייערע צירונגען וכו' וכו' וכו', נאר לעבן א שיינע זיסע לעבן, אזוי ווי דער אייבערשטער הייסט.


נאך די בר מצוה בין איך צוגעגאנגען צום נייעם ספרים געשעפט, דער בעל הספרים סטאר האט מיך מכבד געווען צו קלאפן מזוזה. עס איז מיר זייער געפאָלן דעם געשעפט, ער האט דארט אן אויסוואל פון ספרים פאר אנשי שלומינו וואס ווילן לערנען און מסיים זיין כל התורה כולה. אנגעפאנגען פון חומש - שיינע חמשים, נ"ך - הערליכע סעטס נ"ך, משניות - הערליכע סעטס משניות, תלמוד בבלי - הערליכע שיינע גמרות מיט גרויסע געפינטלטע אותיות, און אזוי אויך תלמוד ירושלמי. הערליכע סעטס רמב"ם. טור, שלחן ערוך. הערליכע סעטס מדרשים, אלע סארטן מדרשים; איך האב זיך געקויפט א סעט מדרש, איינע פון די מדרשים וואס האט מיר געפעלט. הערליכע זוהר, הערליכע תיקונים, אלע דעם רבינ'ס ספרים.


אויך האט ער אריינגעברענגט טעוועלעך שמירה ליולדת, וואס אגב, איך האב אים דאס געבעטן אריינצוברענגען, ווייל איך האב געזען אז אנשי שלומינו ווייסן בכלל נישט פון דעם, אז מען פירט זיך אויפצוהענגען אינעם שטוב פון די יולדות, אויף אלע פיר ווענט - די טעוועלעך פון די שמירה.


איך בין אריין צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פאר די וואך נאכט פון מיין זון יצחק דוד נרו יאיר, איך האב געפרעגט מוהרא"ש וואס איך דארף טון, צי איך דארף אויף זיין און לערנען א גאנצע נאכט, האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "דארפסט נישט אויף זיין א גאנצע נאכט, איין זאך יא, הענג אויף די טעוועלעך אויף אלע פיר ווענט".


פון דארט בין איך געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי א חשוב'ע משפחה, משפחת זוסמאן - וואס האבן זיך יעצט אריינגעצויגן אין איינע פון די נייע דירות אויף טווין ברידזש.


איך האב איבערגענעכטיגט ביי מיר אין שטוב. היינט פארטאגס האב איך געהאט גרויס נחת זייענדיג אין בית המדרש אין שטעטל, זען אברכים זיצן אין לערנען, מען איז זיך קובע עיתים לתורה.


איין פראבלעם האב איך יעדעס מאל וואס איך קום אין שטעטל, עפעס וואס שטערט מיר זייער שטארק; פארוואס איך וואוין נאכנישט דא. ווען איך קום אין שטעטל זאג איך פאר מיין ווייב: "פארוואס קען איך נישט דא וואוינען, פארוואס דארף איך זיין אין שטאט?"


איך האב זיך זייער געפריידט צו קענען טרעפן אונזער דיין שליט"א, ער האט מיר איבערגעגבן זייער שיינע גרוסן סיי פון די כולל אינגעלייט און סיי פון אלע משפחות וואס פרעגן שאלות, איך האב מיט אים גערעדט זייער וויכטיגע זאכן וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אנגרייטן א פלאץ, אז די ישיבה הקדושה זאל זיך קענען ארויסציען, אזוי וועל איך קענען קומען און זיין אין די שיינע ליכטיגע שטעטל.


איך האב געטראפן הרב רבי יצחק שליט"א, און איך פריי זיך זייער צו קענען ארייננעמען אין מיין שטוב אזא גאסט, ווי עס זעט אויס וועט הרב רבי יצחק שליט"א איינשטיין ביי מיר אין שטוב דעם שבת הבא עלינו לטובה. די תפילות, די באטע און די שלש סעודות וועלן געפראוועט ווערן אין האשקי שול, דאס וועט זיין א גרויסע חיזוק פאר אלע משפחות פון אנשי שלומינו.


יעדער מענטש האט עפעס א שפילצייג וואס מיט דעם שפילט ער זיך, אזוי אויך האט יעדער מענטש עפעס א זאך וואס דאס איז ביי אים זייער באליבט, א זאך וואס מען דרוקט זיך אויס: "דאס איז מיין בעבי"; מיין זאך איז "אונזערע קינדער".


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א באס דרייווער, ארומפארן אינדערפרי און אויפנעמען די ליכטיגע קינדערלעך, זיי באגרוסן מיט "א גוט מארגן", זיי אויפנעמען מיט א ריזיגע שמייכל.


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א באס רבי און אפווארטן די טייערע קינדערלעך, אראפגיין פון באס און זיי אויפנעמען מיט א הויכע געשריי מיט'ן קינד'ס נאמען: "א גוט מארגן", מיט א זאפטיגע שמייכל.


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א מלמד, זיצן מיט די קינדער, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, און אריינלייגן אין זיי לעבן, מוט, ווייזן פאר יעדן איינציגן קינד 'דו קענסט אויך זיין א גרויסער צדיק', און אזוי יעדע זאך וואס האט מיט קינדער.


ווען איך זע דעם קעכער וואס גרייט צו עסן פאר די קינדערלעך, טראכט איך, הלוואי וואלט איך געקענט שניידן ירקות, קאכן אייער און שמירן ברויט פאר קינדער וואס קומען לערנען די הייליגע תורה, און ווען איך זע דעם לאנטש מלמד טראכט איך, הלוואי וואלט דאס געווען מיין זאך; יעדן טאג נעמען די קינדער ביי הפסקה שפילן מיט זיי באלי און מאכן יעדע קינד שפירן אז ער קען די בעסטע די שפיל וכו' וכו'.


גלייך אינדערפרי האב איך גערופן איינער פון די חשוב'ע מלמדים וואס פירן די באס און אים געבעטן: "איך וויל מיט דיר מיטגיין ארומפארן די שטעטל"; וואס זאל איך דיר זאגן, דאס געבט מיר כח. ביי יעדע שטוב וואו די באס שטעלט זיך אפ בין איך אראפגעקומען פון באס, איך האב געגעבן א שריי: "א גוט מארגן! שלום עליכם!" און אויך א גאנצע וועג אויפ'ן באס האב איך פרייליך געמאכט די קינדער. די שטעטל איז שוין גרעסער, עס זענען שוין דא צוויי באסעס וואס נעמען אויף די קינדער, איך בין נאר געווען מיט איין באס.


ניין אזייגער, ווען די קינדער זענען אנגעקומען בין איך געגאנגען דאווענען שחרית מיט די עלטערע קינדער, די ישיבה קטנה פון קרית ברסלב; דער מגיד שיעור זייערער איז הרב ישראל יוסף שניצלער שליט"א, וואס ער טוט מיט די בחורים - איז נישט צום באגרייפן.


איך האב אנגעטון תפילין פאר'ן פרישן בר מצוה בחור אפרים פישל נרו יאיר און נאכן דאווענען איז געווען א שטיקל לחיים.


איך האב געגעבן א שיעור פאר די מלמדים און לערערינס; איך האב זיי דערציילט די גוטע נייעס אז ברוך ה' האברך נתן יוסף ברוך בן טויבא וואס דארף א רפואה שלימה איז שוין אראפ פון די רעספערעיטאר און זיין מצב ווערט בעסער און בעסער, דאס איז אין זכות פון די תפילות וואס מיר אלע בעטן און וואס די קינדער בעטן.


יעצט בין איך אויפ'ן וועג קיין קרית יואל, צו מחזק זיין די חדר און בית פיגא אין קרית יואל.


איך דארף מקצר זיין, איך בעט דיר זייער, היינט נאכט גייט זיין די וועכנטליכער שיעור, איך בעט דיר זייער זאלסט קומען.


א שאד אויף יעדן טאג וואס גייט אריבער אנעם לערנען דעם בלאט גמרא פונעם טאג, נעם דו אויך א גמרא און לערן דעם בלאט גמרא. היינט איז די דף מסכת נדרים דף כג. דער רבי האט אונז קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד", מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, ווי שווער איז צו נעמען א גמרא און לערנען דעם דף? מסכת נדרים איז קליינע בלעטער, עס וועט דיר נעמען אינגאנצן אפאר מינוט צו דורכלערנען דעם בלאט.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק מיט געציילטע בחורים וואס גייען ארום צאמשטעלן געלט אז איך זאל קענען ארויסגיין פון מיינע חובות וואס איך האב פאר אונזערע מוסדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#294 - סיי וואו איר וועט נאר וואוינען, וועט איר דארפן האבן חיזוק
התחזקות, רפואה, מוסדות, שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אייער בעבי וכו'; בזכות וואס איר און אייער מאן געבן זיך אזוי אוועק פאר אונזער מוסד, איר געבט זיך אוועק פאר אידישע קינדער - וועט איער בעבי זיין געזונט און שטארק.


בנוגע קומען וואוינען אין שטעטל וכו'; איר מיינט אז אין שטעטל דארף מען נישט קיין חיזוק? איר מיינט אז אין שטעטל גייט נישט אריבער וואס גייט אריבער? מען קען שפירן איבעראל אייבערשטער, און מען קען זיין אין בית המקדש, אין די עזרה - און דארט זיין פארנומען מיט כבוד און געלט. מען קען זיין אויפן מזבח און דארט זיין א רוצח און שטעכן איינעם צום טויט, אזוי ווי מיר געפונען, די הייליגע חכמים זאגן (יומא כב.) איינער האט אראפגעשטופט פונעם מזבח א צווייטן כהן כדי ער זאל געווינען דעם פארמעסט און זוכה זיין צו טון די עבודה, נאך זאגן זיי (שם כג.) איינער א כהן האט געשטאכן א צווייטן כהן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#293 - די פרויען דארפן אסאך וויכטיגער דעם רבי'ן
שלום בית, שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בראשית, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דיין ווייב וויל נישט קומען וואוינען אין שטעטל - זאלסטו איר נישט שלעפן צו קומען, עס איז נישט כדאי, און אפילו עס וועט דיר געלונגען איר משכנע צו זיין - וועסטו שפעטער ליידן פון דעם. ענדערש בלייב אין מאנסי און ווארט אביסל, ביז זי וועט וועלן קומען.


אויב דו וועסט איר נישט שטופן - וועט זי דיר שלעפן צו קומען אין שטעטל, ווייל די פרויען דארפן אסאך וויכטיגער דעם רבי'ן, זיי דארפן דער רבי זאל מחזק זיין דעם מאן צו לערנען און דאווענען און העלפן אין שטוב וד"ל.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס אז דו האסט א ווייב, דו וואלסט זיך נאך געקענט וואלגערן אין ישיבה כמה שנים... טראכט צוריק די גרויסע נס פון דיין שידוך, די נס אז דו ביסט חתונה געהאט, די נס אז דו האסט קינדער און די אלע אנדערע ניסים.


מאך אין מאנסי א לופט פון שטעטל, גיי יעדע וואך ליל שישי מיטהאלטן די וועכנטליכע שיעור, אויך הויבט זיך יעצט צוריק אן יעדע נאכט דעם דף שיעור. פארבינד זיך מיט האברך אלי קנאלל נרו יאיר, ער וועט דיר איינמעלדן וואו און ווען די שיעורים קומען פאר.

#292 - מען דארף האבן אן ארבעט, נישט גיין ליידיג
שטעטל, פרנסה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט טון עפעס פאר פרנסה, איך וויל נישט האבן ביי אונז אין די קהילה מענטשן וואס גייען ליידיג; מען קען וואוינען אין שטעטל נאר אז מען איז באשעפטיגט מיט אן ארבעט.


דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט פאר די וואס געבן קעסט, זיי האלטן אויס די קינדער - נאר אז זיי לערנען און דאווענען, אז נישט זאל מען ארויסווארפן זייערע קישענעס און דעקעס, די בעט געוואנט - פון פענסטער; זיי זאלן זיך מוזן טרעפן א דירה און צאלן רענט, אבי נישט גיין ליידיג.


עס איז נישט אויסגעהאלטן צו לעבן א סדר היום - אויפשטיין חצות, זיך ווייקן אין מקוה ביז צוויי אזייגער און זיך שטעלן דאווענען שחרית נאכמיטאג.


גיי ארבעטן. לייג זיך שלאפן צייטליך און שטיי אויף צייטליך, זיי זיך קובע צו לערנען און דאווענען.


לאז מיך וויסן דיין סדר היום, איך וויל נישט האבן אין שטעטל קיין בטלנים.


איך שרייב דיר וויל איך ליב דיר.

#291 - אזוי שיין געווען נעכטן אין שטעטל
כולל, חברים, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הדפסה, שטעטל, שבת קודש, דרשות, קאמפיוטער, פרנסה, טעלעפאן, חובות, ישיבה, ראש ישיבה, הלכה, דאווענען, אינוועסטמענט, דף גמרא, קיאסק

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען א גאנצן טאג אין שטעטל; או ווי שיין דארט איז, קענסט זיך נישט פארשטעלן! עס שפירט זיך דארט ממש די פלאץ וואו דער בעל תפילה פלעגט ארויסטראגן זיינע מענטשן חוץ לישוב (ספורי מעשיות, מעשה יב).


איך בין ארויסגעפארן אינדערפרי. דאס ערשטע בין איך געקומען אין ישיבה פארלערנען דעם בלאט גמרא, מוהרא"ש האט דאס מיר אזוי אריינגעלייגט אין מיינע ביינער, איך זאל נישט אנהויבן דעם טאג אן לערנען א בלאט גמרא, איך האב געדאווענט. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל האבן א וועג ווי אזוי צו פארן, איך האב געטראפן א אינגערמאן וואס איז מיר גרייט געווען ארויס צו טראגן.


דאס ערשטע בין איך געפארן צו די בנין התלמוד תורה, ווייל ביי מיר איז דער עיקר די תלמוד תורה און די מיידל שולע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (זוהר חדש, לך לך): "אָמַר רַבִּי יִצְחָק, הַמְלַמֵּד תּוֹרָה לְתִינוֹקוֹת" ווער עס לערנט מיט קינדער די הייליגע תורה, "דִּירָתוֹ עִם הַשְּׁכִינָה" וואוינט ביי אים די שכינה הקדושה, "וְהַיְינוּ דְּאָמַר רַבִּי שִׁמְעוֹן" דאס איז וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון האט געזאגט: "כַּד הֲוָה אָתֵי לְמֶחֱמֵי עוּלֵימַיָיא בְּבֵי רַב" ווען ער פלעגט קומען קוקן די קינדער וואס לערנען אין חדר, "הֲוָה אֲמַר" האט ער געזאגט, "אֲזַלְנָא לְמֶחֱמֵי אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", איך גיי יעצט קוקן די פנים פון די שכינה; ווען איך פאר אין שטעטל גיי איך די ערשטע צו די קינדער, ביי מיר איז דאס די חשוב'סטע זאך.


איך האב גערעדט פאר די בית פיגא תלמידות, אין יעדע כיתה באזונדער. נאכדעם האב איך געגעבן א שיעור, מחזק זיין אלע וואס האבן א חלק אין אונזער מוסד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לַמְּחוּזָקִין", דאס מערסטע דארפן חיזוק די וואס געבן חיזוק פאר אנדערע; איך בין געגאנגען נאכדעם צו די אינגלעך, איך האב זיי דערציילט א מעשה פון "מעשה'לעך פאר קינדערלעך"; די ליכטיגקייט פון די קינדער, די פרייליכקייט וואס דארט הערשט - איז נישט צום באגרייפן.


מיר האבן אנגעהויבן נישט לאנג צוריק די חדר מיט אפאר קינדער, און די סקול מיט אפאר קינדער, און יעצט איז אין שטעטל אליינס דא אינעם תלמוד תורה און אין די מיידל סקול איבער צוויי הונדערט קינדער, כן ירבו.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין פונעם תלמוד תורה. מיר וועלן אפטיילן די אינגלעך און מיידלעך אין באזונדערע בנינים; יעצט זענען זיי אויך אפגעטיילט, יעצט איז איין שטאק אינגלעך און איין שטאק מיידלעך, אבער די מוסד וואקסט - דארף מען שוין האבן א באזונדערע בנין פאר אינגלעך און א באזונדערע בנין פאר מיידלעך.


פון דארט בין איך געפארן צום בנין בית הדפוס אביסל שעפן פרישע כוחות, זען די נחת, ווי עס שטייען אינגעלייט און דרוקן אן אפשטעל די ספרים און קונטרסים. איך האב דארט געזען אן אינטערעסאנטע זאך, איך טרעף דארט א אינגערמאן, א שיינער בעל פרנסה, א בעל מלאכה - שטייט און דרוקט, פרעג איך אים: "וואס טוסטו דא?" זאגט ער מיר, ער קומט טון עפעס פאר זיין נשמה; עס איז שוין סוף וואך, ער האט שוין גענוג געלט פאר די וואך - יעצט קומט ער אביסל בהתנדבות העלפן פאקן ספרים און דרוקן. דאס איז מיר זייער געפאלן, צו זען א אינגערמאן האט שכל, ער קומט זיך אנטראגן צו העלפן.


אויך האב איך געזען ווי מען דרוקט שוין אלע ספרים און קונטרסים אויף חנוכה, און אויך גרייטן זיי זיך שוין אויף פורים און אפילו אויף שבועות. עס איז נייע צייטן; יארן צוריק האט מען זיך דערמאנט ערב חנוכה צו דרוקן עפעס אויף חנוכה, היינט אינעם נייעם בית הדפוס קען מען דרוקן אן אויפהער, און אנגרייטן פאר אלע צייטן וואס מען דארף נאר האבן פאר די מפיצים.


מיר האבן געכאפט א טענצל: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!" דארט אינעם בית הדפוס איז א פרייליכקייט, מען דרוקט דארט די הייליגע ספרים פון רבי'ן וואס ברענגט אריין אמונה אין אידישע קינדער.


פון דארט בין איך געפארן צום נייעם לאונטש, דארט בין איך געווארן זייער פרייליך, ענדליך וועלן די אינגעלייט אין שטעטל קענען האבן די שטוב זויבער, ריין; מען וועט קענען האבן ביידע זאכן, א זויבערע שטוב, און פון די אנדערע זייט - ווי עס איז דא א פלאץ וואו מען וועט קענען באשטעלן זאכן, קויפן זאכן, ערלעדיגן שטאטישע זאכן, באנק חשבונות, זיך לערנען זאכן וכו' וכו'. איך האף אז אלע וועלן ארויסווארפן די געטשקעס פון שטוב און פון קאר, געענדיגט דאס מישן די יוצרות, שטוב איז שטוב און ביזנעס איז ביזנעס.


לכתחילה איז געווען מיין פלאן צו פארן פארטאגס און צוריק פארן עלף צוועלף אזייגער, זיין צוריק אין ישיבה. למעשה דארט אין שטעטל ווערט אזוי גוט אז עס גליסט זיך דארט צו בלייבן, איך וואלט ווען געבליבן וואוינען דארט, איך קען נאר נישט צוליב די ישיבה, איך דארף א פלאץ נעבן מיין שטוב וואו צו לייגן די בחורים; יעצט פרובירט מען, די הנהלה ארבעט זייער שווער צו באקומען רשות צו בויען א שיינע גרויסע בנין פאר די בחורים.


עס האט זיך פארשלעפט, האב איך קודם געדאווענט מנחה. מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט נישט ווארטן ביזן לעצטן מינוט, נאר גלייך דאווענען. מיר האבן געמאכט א מנין, עס זענען געקומען נאך אינגעלייט וואס זענען געקומען משלים זיין די מנין.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן די כולל, אויפ'ן וועג פרעגט מיך דער דרייווער א שאלה פון הלכות שבת. ער איז א סעילסמאן פאר טראקינג, מענטשן באשטעלן א טראק צו טראגן און ברענגען סחורה, און אמאל בעט מען אים צו קומען אויפפיקן שבת און אמאל דארף ער דאס טראגן שבת, פרעגט ער מיר אויב מען מעג? זאג איך אים מיר וועלן גיין אין כולל, די חשוב'ע אינגעלייט לערנען יעצט די הלכות אין הלכות שבת, הלכות שכירות וקבלנות, מיר וועלן זיי פרעגן. איך קום אין כולל, איך זע ווי פלייסיג מען לערנט, זאג איך פאר'ן דיין שליט"א דער ראש הכולל: "איך האב דא א אינגערמאן, דאס און דאס איז די שאלה", אלע אינגעלייט האבן אנגעהויבן זאגן לכאן ולכאן, עס האט אנגעהויבן ווערן דארט א טענה'ריי, מען האט זיך מפלפל געווען, איך בין געזיצן דארט און געקוואלן פון נחת.


פון דארט בין איך געפארן קלאפן מזוזות ביי הרב יעקב לעזער שליט"א, אין שטוב פון אונזער מנהלת בית פיגא תחי'. פון דארט בין איך אהיימגעפארן, געלייגט שלאפן די קינדער, געליינט קריאת שמע מיט זיי, און געלאפן געבן א שיעור.


ביים שיעור האבן מיר גערעדט, מיר זעען א פלא'דיגע זאך, דער אייבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו בְּאֵלֹנֵי מַמְרֵא, זאגט רש"י: "הוא שנתן לו עצה על המילה", וואס איז פשט אברהם אבינו זאל דארפן אן עצה נעמען מיט ממרא? אברהם אבינו, דער גרויסער צדיק וואס איז בייגעשטאנען אלע נסיונות און קיינמאל נישט מהרהר געווען אויפ'ן אייבערשטן - וואס גייט דא פאר?! אלא מאי זעט מען אז מען דארף האבן א גוטער חבר, מען דארף האבן שיחות חברים זיך צו קענען מחזק זיין.


קומענדיגע וואך האבן מיר א סורפרייז אין שטעטל, מיר האבן א גרויסן גאסט, הרב רבי יצחק שליט"א גייט זיין שבת מברכים אין קרית ברסלב ליבערטי. דאס גייט זיין א שטארקע חיזוק פאר אלע אנשי שלומינו, די גבאים וועלן מעלדן די קומענדיגע וואך וואו די תפילות וועלן פארקומען, און די באטע, און אזוי ווייטער.


איך האב געהאט די וואך א גרויסע נס, איך האב פלוצלונג געדארפט באצאלן א חוב פון הונדערט פופציג טויזנט דאלער. ביים בארגן האט זיך יענער אויסגענומען אז אויב ער וועט עס דארפן דארף איך אויפקומען מיט די געלט ביז א וואך. וואס האב איך געטון? איך האב זיך גוט מתבודד געווען, איך האב געבעטן: "הייליגער באשעפער, פארשעם מיך נישט, איך האב געבארגט די געלט - נישט פאר מיין ביזנעס, נאר פאר דיין ביזנעס, פאר די מוסד"; און פון הימל איז געקומען צו מיר א אינגערמאן א תלמיד הישיבה און זיך מיר אנגעטראגן, אויב דער ראש ישבה זוכט אן הלואה; א נס פון הימל. די מעשה איז נאך נישט פערטיג, איך האב דאס געדארפט באצאלן אין גרינע שמאטעס, 'וואו קען מען שאפן גרינע שמאטעס אין הונדערט פופציג טויזנט דאלער?' איך האב זיך מתבודד געווען, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן זאל מיר העלפן, און א פרישע נס... א אינגערמאן א תלמיד הישיבה קומט מיר זאגן, אויב דער ראש ישיבה דארף מזומנים; בקיצור ניסים פון הימל, ולא יכלמו לנצח כל החוסים בך.


איך האב א גוטע ביזנעס דיל פאר דיר, אויב דו זוכסט וואו צו משקיע זיין דיין געלט פאר גוטע רווחים - קענסטו זיך מעלדן צו האברך י. הכהן נרו יאיר, חבר הנהלה. ער האט גוטע בנינים וואס מיר ווילן קויפן פאר די מוסד, מען זוכט איינער זאל איינשטעקן די געלט, דאס קויפן. די דיל גייט, מען קויפט דאס פאר די מוסד און די תורה ותפילה וואס קומט ארויס פון דעם בנין - גייט פאר דער וואס איז משקיע, פאר אים און פאר זיינע דורות פאר אייביג. קענסט זיך פארבינדן מיט אים אויב דו ביסט ערנסט אינטערעסירט.


שבת זאלסטו נישט אויפהערן צו לאכן און טאנצן, אז דו ווייסט פון רבי'ן.


א פרייליכן שבת.

#290 - מיר האבן געעפנט די לאונטש, קענסט שוין אוועקווארפן דיינע כלים
שלום בית, שטעטל, דרשות, קאמפיוטער, טעלעפאן, חסד, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


יעצט האבן מיר געעפנט די לאונטש, קענסטו שוין אוועקווארפן דיינע כלים; דו האסט שוין וואו צו ערלעדיגן אלע דיינע זאכן, אויך איז דאס גוט אמאל ארויס צו גיין מיט די ווייב אינאיינעם, זיך אויסלופטערן. די לאונטש איז כשר, אלע קאמפיוטערס זענען גוט גע'כשר'ט, איך האב אריינגעלייגט זייער אסאך געלט און שווערע ארבעט אין דעם - נאר אז אין שטעטל זאל זיין א ריינקייט, די שטובער זאלן זיין נאר פאר די קינדער, די שטוב זאל זיין א בית המקדש מעט פאר תורה, תפילה און חסד.


מאך הכנסת אורחים, נעם אריין געסט, און זע אז דיין שטוב זאל זיין פול מיט חסד. צום ביישפיל, זיי מחזק דיין ווייב זי זאל קאכן און באקן פאר נצרכים. מיר האבן אין שטעטל א חשוב'ע משפחה, משפחת מענדלאוויטש, וואס געבן זיך אוועק צוצושטעלן נאכטמאל פאר פרויען קימפעטארינס, און שבת פעקלעך. האסט נישט קיין אנונג ווי משפחות זענען זיך מחי'; נישט אלע משפחות האבן עלטערן אין שטעטל, נישט אלע האבן ווער עס זאל זיי זארגן; זאלסטו מחזק זיין דיין שטוב עס זאל זיין א פלאץ פון חסד.


היינט נאכט וועט זיין א שיעור, איך האף דו וועסט זיך קענען שטארקן צו קומען און מיט האלטן די חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


די וואך שבת הבא עלינו לטובה וועל איך זיין אין ישיבה אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#289 - א שאד אז דו האלסט נישט די זמנים פון כולל
כולל, שטעטל, לימוד התורה, היטן די צייט, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס איז א שאד אז דו האלסט נישט די זמנים פון כולל, דו קומסט נישט צייטליך. יעצט זאגט מיר דיין חברותא ער וויל א צווייטע חברותא פאר'ן קומענדיגן יאר; ער איז בעצם זייער צופרידן צו לערנען מיט דיר, ווען דו קומסט אין כולל לערנסטו פלייסיג, אבער ביז דו קומסט אן דארף ער ווארטן; עס איז אים נישט גוט, ער וויל איינער וואס נעמט ערנסט כולל.


בנוגע קויפן א דירה אינעם נייעם שטעטל וכו'; ענדערש בלייב אין כולל און וואוין פאר רענט מיט מנוחה, ווי איידער האבן אן אייגענע דירה און דארפן ארויסגיין פון כולל צו קענען דעקן די הוצאות.


אז דו וועסט בלייבן אין כולל לערנען בהתמדה - וועט קומען פאר דיר א דירה אן דארפן דאגה'נען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ה): "כָּל הַמְקַבֵּל עָלָיו עֹל תּוֹרָה, מַעֲבִירִין מִמֶּנּוּ עֹל מַלְכוּת וְעֹל דֶּרֶךְ אֶרֶץ".


זע צו היטן די זמנים.

#288 - אז די ישיבה איז אין וויליאמסבורג, וועל איך בלייבן אין וויליאמסבורג
תפילה והתבודדות, שטעטל, לימוד התורה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


לעת עתה אז די ישיבה איז אין וויליאמסבורג וועל איך בלייבן אין וויליאמסבורג, עס איז נישט גרינג צו פארן יעדן טאג אהין און צוריק. איך האב שוין זייער געוואלט ארויסקומען וואוינען אין שטעטל, למעשה ציט זיך דאס, מען האט נאכאלץ נישט קיין פאסיגע פלאץ פאר די ישיבה.


מיין דירה אין שטאט איז זייער בצומצם; אדער דארף מען זיך צואיילן מיט פלענער צוצושטעלן א פלאץ פאר די ישיבה, אדער וועל איך זיך דארפן אריבערציען צו א גרעסערע דירה דא אין וויליאמסבורג.


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, די טעג גייען אריבער, נאר דאס ביסל תורה וואס מיר לערנען - דאס וועט בלייבן פון אונז.


גיי יעדן טאג אונטער דיין הויז זיך מתבודד זיין; האסט א שטיקל וועלדל, זאלסטו זיך יעדן טאג מתבודד זיין פאר אפאר מינוט.

#287 - אנשטאט זאגן 'ניין' אדער 'יא', דארף מען אויסשמועסן און פארשטיין
מחלוקת, שטעטל, שלום, רעדן, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלה


עס איז וויכטיג פאר דיר און פאר די אנדערע חברי הנהלה צו זיין אפן מיט אנשי שלומינו; אנשטאט זאגן 'ניין' אדער 'יא' - זאלט איר רעדן און שמועסן, מען זאל פארשטיין וואס דא גייט פאר. צום ביישפיל, אז אינגעלייט ווילן אינוועסטירן, קויפן אלטע בנינים אין די ווילידזש, און מיר ווילן נישט עס זאלן קומען געוויסע געשעפטן אין אונזער געגנט, און נישט אויפהייבן די פרייזן, איז אנשטאט זאגן "ניין", "מען קען נישט קויפן" - דארף מען דאס אויסשמועסן, און אלע זאלן וויסן וואס יא צו טון און וואס נישט צו טון.


וויסן זאלסטו, די אלע משפחות וואס זענען געקומען וואוינען אין שטעטל, קיינער איז נישט געקומען דא וואוינען זיך צו קריגן מיט מיר. מיר אלע ווילן איין זאך, מיר ווילן לעבן מיט ליבשאפט איינער מיט'ן צווייטן, און מחנך זיין אונזערע קינדער מיט אמונה און קדושה. מען דארף זיך אויסשמועסן.


איך האב שוין זייער אסאך מאל ענק געבעטן ענק זאלן זיך צאמנעמען און אויסשמועסן וואס מען טוט און פארוואס מען טוט, אזוי וועט איר אראפנעמען אלע טענות וואס מען האט אויף מיר.


געב איבער א גרויסן יישר כח פאר אלע חברי הנהלה, פאר'ן טון טאג און נאכט פאר אונזער קהילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#286 - צו פארן קיין ארץ ישראל, זאלסטו נישט בארגן קיין געלט
שטעטל, אומאן, חובות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


אויף דיין פראגע אויב דו זאלסט בארגן געלט צו קענען פארן קיין ארץ ישראל מיט דיין ווייב; איך בעט דיר זייער זאלסט בשום אין אופן בארגן געלט, געב זיך זייער אכטונג פון חובות, דער רבי האט אונז געווארנט נישט צו מאכן קיין חובות. דער רבי זאגט (ספר המדות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב" ווער עס וויל תשובה טון - זאל זיך אכטונג געבן פון חובות.


קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, צו קענען זיין ראש השנה - זאגט מוהרא"ש מען זאל בארגן, אבער צו פארן קיין ארץ ישראל - זאלסטו נישט בארגן קיין געלט, ענדערש זאלסטו אוועקלייגן געלט ספעציעל פאר דעם צוועק, אזוי וועסטו קענען פארן אן קיין חובות.


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, שטארק זיך מיט התבודדות ותפילה. איך בין געווען דעם פארגאנגענעם שבת פרשת לך לך אין שטעטל; וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז אזא שיינע פלאץ, א זויבערע פלאץ; ממש אויר ארץ ישראל, א פלאץ געאייגנט פאר התבודדות ותפילה; מען קען זיך דארט אזוי גוט אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#285 - א געשמאקע רואיגע שבת אין שטעטל
תפילה והתבודדות, רפואה, שטעטל, שבת קודש, חובות, יענער, ראש ישיבה, נקודות טובות, קמיע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת בין איך געווען אין שטעטל, איך בין זיך געפארן אפרוען; ברוך ה' איך שפיר זיך שוין בעסער. זיין א שבת אין שטעטל מיט אנשי שלומינו - היילט ממש אויס. עס איז געווען א שטילער שבת, עס איז נישט געווען קיין אנלויפעניש, איך האב נישט געזאגט פאראויס אז איך גיי דארט זיין, איך האב זיך געוואלט אביסל אפרוען.


איך וועל דיר אביסל שרייבן פונעם שיינעם שבת מיט אנשי שלומינו. פרייטאג נאכמיטאג גלייך ביים אנקומען בין איך געגאנגען קוקן די נייע צוויי געגענטער וואס מיר בויען יעצט פאר אנשי שלומינו. איין געגענט אויף טווין ברידזש; דארט וועט זיין איבער דרייסיג דירות מיט א שול און א מקוה, די דירות איז נישט צום פארקויפן, די דירות איז צו דינגען; די פרייזן וועלן זיין זיער ביליג, א דאלער א סקווער פיס, שיינע הערליכע ליכטיגע דירות, מיר האפן אז די דירות וועלן שוין זיין פארטיג אויף דעם קומענדיגן פסח, און אלע וואס ווילן דינגען א דירה אין די נייע געגענט זאלן זיך מעלדן ווי פריער ביי מיר.


אויך בין איך געגאנגען קוקן די צווייטע נייע געגענט אויף די גאס רעד קליף, דארט וועלן זיין פופצן הייזער. די הייזער זענען צו פארקויפן, ווער עס וויל קויפן א הויז זאל זיך מעלדן ווי פריער.


פרייטאג צו נאכטס בין איך געגאנגען דאווענען אינעם בית המדרש פעולת הצדיק. איך בין געפארן ביים זמן מיט א קאר; מיט א קאר נעמט צו פארן פון מיין שטוב צוויי מינוט, גיין צו פיס נעמט כמעט א שעה. עס איז געווען זייער געשמאק, א קליין מנין פון א מנין מתפללים, מיט אזא אחדות. איך האב זיך דערמאנט ווי אזוי עס האט אויסגעזען פאר צוואנציג יאר צוריק אין וויליאמסבורג אין היכל הקודש. פאר צוואנציג יאר צוריק ווען איך בין מקורב געווארן האט אזוי אויסגעזען אין וויליאמסבורג היכל הקודש, קוים א מנין פון צען, יעדע תפילה פלעגט מען ווארטן אויף א צענטער. פון איין זייט איז געווען אביסל שווער דאס ווארטן אויף מנין, אבער די ליבשאפט און אחדות, די תמימות און פשוט'קייט - דאס איז א זאך וואס איך קען נישט פארגעסן, פינקט אזוי האט זיך געשפירט דארט.


עס איז געווען א שיינע וועטער, איך האב צוריק געוואקט מיט מיינע קינדער און מיט נאך אפאר אינגעלייט, א וועג פון כמעט א שעה. עס האט זיך נישט געשפירט ווי א לאנגער וועג, ווייל אז מען גייט מיט אנשי שלומינו, מען רעדט פון רבי'ן, מען רעדט פון מעשיות פון תפילה - פארגעסט מען פון אלעם, מען שפירט ווי מען שפאצירט אין גן עדן.


פרייטאג צו נאכטס נאכן סעודה זענען זיך צאמגעקומען אנשי שלומינו, מען האט געזינגען זמירות און געשמועסט שיינע זאכן אויף די פרשת השבוע.


שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין בית המדרש אשר בנחל, א האלבע שעה אוועק פון מיין שטוב. איך האב זייער הנאה געהאט צו דאווענען דארט, עס איז זייער א שיינע געשמאקע שול, אלע זענען דארט פרייליך, האברך משולם פינטער האט געגעבן א נאמען פאר זיין נייע געבוירענע מיידל.


ביי ספורי מעשיות האבן מיר גערעדט פונעם תם (ספורי מעשיות, מעשה ט) וואס האט באקומען פונעם בעל שם קמיעות און שמירות, האט ער זיך שוין מער נישט דערשראקן ווען דער טייוול האט געשיקט נאך אים; דאס זענען די ספרים פון רבי'ן וואס איז מחזק און מעודד, ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים ווערט מער נישט דערשראקן פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


איינער פון די אינגעלייט האבן געוויזן א בריוו וואס ער האט באקומען צוויי יאר צוריק ווען ער איז אריבער שווערע ביטערע נסיונות, ער האט נישט געהאט קיין פרוטה אין שטוב, זיין ווייב פלעגט פארשעמט ווערן אין גראסערי נאכן דארפן איבערלאזן דעם גאנצן וואגן מיט עסן ווען די קארטל האט נישט געארבעט, און די בריוו האט אים מחזק געווען, ער זאל נישט אויפגעבן און נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, די בריוו האט אים זיער געשטארקט, ביז ער איז שוין ארויס פון די נסיון.


מיר האבן גערעדט פון די קמיע וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן, די קמיע איז נישט מער ווי מוהרא"ש'ס נאמען; אז דאס היט דעם מענטש. אז מען דערמאנט זיך פון מוהרא"ש דערמאנט מען זיך פון רבי'ן, דערמאנט מען זיך פונעם אייבערשטן. מוהרא"ש האט צו אונז גערעדט טאג און נאכט נאר פון רבי'ן און פון אייבערשטן, דאס איז די קמיע וואס דער בעל שם האט געגעבן דעם תם, און דאס האט אים בארואיגט. און אז מיר וועלן זיך פירן בתמימות, מיר וועלן אריינקוקן אין די בריוו, אין די ספרים און קונטרסים - וועלן מיר נישט מורא האבן פון קיין שום זאך.


שבת נאכמיטאג בין איך געגאנגען מיט מיינע קינדער צום בית המדרש עצתו אמונה, א וועג פון א שעה. ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די פרשה (בראשית יב, א): "וַיֹּאמֶר ה' אֶל אַבְרָם לֶךְ לְךָ" דער אייבערשטער זאגט פאר יעדן איד: 'גיי צו דיר, קוק אויף דיר, לעב מיט דיר; מאך נישט נאך א צווייטן, דין דעם אייבערשטן אויף דיין וועג'; דער אייבערשטער פארלאנגט נישט מען זאל נאכמאכן א צווייטן, נאר יעדער איינער זאל טון לויט זיין נקודה. אזוי ווי דער הייליגער רבי זושא האט געזאגט: "אויבן וועט מען מיך נישט פארהאלטן פארוואס איך בין נישט געווען אזא צדיק אזוי ווי מיין ברודער דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, מען וועט מיך פארהאלטן לויט מיר אליינס".


יעדער איד האט אין זיך א שיינע זאך וואס דער צווייטער האט נישט; יעדער האט א נקודה וואס איז נישטא אין קיינעם. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לד): "כִּי יֵשׁ בְּכָל אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל דָּבָר יָקָר מַה שֶּׁאֵין בַּחֲבֵרוֹ, כְּמַעֲשֵׂה דְּאַבַּיֵי וְאַבָּא אֻמָּנָא, שֶׁהֵשִׁיבוּ לוֹ: 'לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא'", יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט; דער רבי ברענגט אראפ די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כא:) עס איז געווען א דאקטער וואס האט געהייסן אבא אומנא, ער פלעגט באקומען יעדן טאג א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבָּא אוּמְנָא"; אביי פלעגט באקומען נאר איין מאל א וואך א גריס פון הימל - יעדע ערב שבת, ער פלעגט הערן א בת קול: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבַּיֵי"; רבא פלעגט באקומען נאר איין מאל א יאר דעם בת קול, יעדן ערב יום כיפור פלעגט ער הערן: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ רָבָא"; זאגט די גמרא אז אביי האט געהאט חלישות הדעת פארוואס דער פשוט'ער דאקטער באקומט יעדן טאג א בת קול און ער באקומט דאס נאר איינמאל א וואך, האט מען אים געענטפערט פון הימל: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", דו קענסט נישט טון וואס אבא אומנא טוט; דערפאר איז נישט שייך צו קוקן אויף א צווייטן און מקנא זיין א צווייטן, ווייל יעדער האט זיין נקודה וואס דער אייבערשטער האט הנאה פון דעם, און פאר דעם איז ער באשאפן געווארן.


היינט איז ביי אונז אין שטאט אביסל איבערגעדרייט, די שטאט איז צעטיילט אין צוויי, מען לויפט; דאס דערמאנט אונז ווי גליקליך מיר זענען, אנו רצים והם רצים, וואו לויפן מיר? מיר לויפן צום אייבערשטן; דאס איז די איינציגסטע פלאץ וואו מען קען אנטלויפן, מען קען זיך באהאלטן; דורך גיין התבודדות, בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט ופרט.


איך דארף באצאלן די וואך פאר איינעם א חוב, איך וויל וויסן אויב דו קענסט מיר בארגן עפעס געלט ביז פורים הבא עלינו לטובה; לאז מיר וויסן, וועסטו האבן א חלק אין בויען קהילת היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#284 - דער קונץ איז צו זיין פרייליך ווען ס'גייט נישט אזוי גוט
שמחה, הפצה, שטעטל, נסיונות, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען אלעס גייט אזוי ווי דו ווילסט און דו ביסט פרייליך - איז בכלל נישט קיין קונץ, אודאי ביסטו פרייליך, ווער איז נישט פרייליך ווען אלעס קלאפט? דער קונץ איז ווען זאכן גייען פארקערט פון דיין ווילן, זאכן רוקן זיך נישט, דו ביסט גוט צעקוועטשט פון אלע זייטן; פרנסה איז נישט גרינג, און אזוי ווייטער, און דאך ביסטו פרייליך - דאס איז א קונץ, דאס איז חשוב אין הימל.


דער הייליגער זוהר זאגט (הקדמה, ד.) עס גייט ארויס א בת קול אין הימל יעדן טאג וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא" ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל ליכטיג "וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא, עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא" ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון ביטער - זיס; "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר וכו'" ווער ווארט יעדן טאג עס זאל ליכטיג ווערן? דער האט א חלק לעולם הבא; ווייל ווען מען איז זוכה, מען מאכט פון ביטער זיס, און פון טונקלקייט ליכטיג, מען ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער און אין די ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק און ער איז זוכה צו עולם הבא.


גיי פארשפרייט דעם רבינ'ס עצות פאר אנדערע, נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי דער וואס איז עוסק אין צוריקברענגען מענטשן צו אים. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:) "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא" קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט, און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי" ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי" און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי" קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ" ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


היינט נאכט וועט זיין אין שטעטל די פרויען צאמקום, מיר האבן דאס צעטיילט אויף עטליכע פלעצער. רוב פרויען זענען מער באקוועם ווען דאס איז צעטיילט אויף קלענערע גרופס, די וואך וועט זיין נאך א צאמקום אינעם נייעם בית המדרש "פעלת הצדיק", אזוי וועט זיין גרינגער פאר די פרויען מיט צו האלטן. זע אז דיין ווייב זאל קענען גיין הערן אביסל חיזוק, זיך אביסל אויפפרישן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#283 - איך בארג נישט קיין איין פרוטה ביז איך באצאל אלע חובות ביז אהער
צדקה, מוסדות, שטעטל, מוהרא"ש, חובות, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב ערהאלטן דער בילד פונעם בנין וואס דו ווילסט מיר זאלן קויפן נעבן שטעטל פאר א קימפעטארין היים. עס איז א שיינער בנין, און עס זעט אויס זייער א גוטע פלאץ געאייגנט פאר פרויען זיך אפצורוען נאכן געבוירן, אבער איך קען בשום אין אופן יעצט בארגן נאך געלט, איך האב זיך מקבל געווען בלי נדר אז איך בארג מער נישט קיין איין פרוטה ביז איך באצאל אלע חובות ביז אהער.


נאך א זאך, איך וויל נישט קויפן קיין שום זאך פאר די מוסד אויף מארטגידזש, בפרט יעצט ווען די פראצענט ראטעס זענען זייער הויך. ברוך השם מיט ניסים פונעם אייבערשטן זענען אלע בניני המוסד אן קיין מארטגידזש, וועט מען ווייטער בעטן דעם אייבערשטן ער זאל מאכן ניסים.


איך פרוביר זייער שטארק צו פאלגן מוהרא"ש וואס האט מיר געזאגט איך זאל נאר האלטן בחורים אין ישיבה וואס גייען צאמנעמען צדקה יעדן טאג. יעצט האט זיך אנגעהויבן א פרישע זמן, די בחורים זענען זייער גוטע בחורים, זיי גייען אלע יעדע נאכט צאמנעמען צדקה; איך האף צו קענען באצאלן אלע חובות און זיך קענען רוקן ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#282 - אפשערן א קינד אום ראש חודש
שטעטל, מנהגים, הלכה, אפשערן, ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מזל טוב צו די גרויסע שמחה אז דו גייסט יעצט מאכן פאות פאר דיין זון נרו יאיר, דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


בנוגע שערן ראש חודש; עס איז א צוואת רבי יהודה החסיד זיך נישט צו שערן ראש חודש (צוואת רבינו יהודה החסיד, סימן מח). הגם עס זענען דא וואס זאגן אז מאכן פיאות פאר א דריי יעריג קינד - קען מען יא, אפילו ראש חודש, דאך זאלסטו אפשערן - אדער ערב ראש חודש, אדער א טאג נאך ראש חודש.


אגב, א כלה וואס האט חתונה ראש חודש ביינאכט שערט זיך אפ גלייך אינדערפרי, אום ראש חודש. אזוי אויך, ווען מען דארף זיך מטהר זיין וכו' - שערט מען זיך אפילו ראש חודש.


זיי שטארק מיט דיין אמט, זיין א גבאי אין שטעטל; זע אז אלעס אין שטעטל זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#281 - איבער דרייסיג משפחות אראפגעסיינט פון טעקסט מעסידזש
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, שטעטל, טעלעפאן, אידישע שטוב, ראש ישיבה, טעקסט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז שוין איבער דרייסיג משפחות האבן זיך אראפגעסיינט פון די גרופס פון טעקסט מעסידזש, און זיי זענען אויף ענקער גרופ פון באקומען אלע הודעות פון די קהילה און שטעטל - אויפ'ן היים טעלעפאן; דאס איז זייער א גרויסע זאך וואס ענק טוען.


מענטשן מיינען אז נאר א סמארטפאון איז שעדליך אין א אידישע שטוב, אויך א פשוט'ע טעלעפאן מיט טעקסט מעסידזש קען זיין זייער נישט גוט פאר א אידישע מאמע, מען קען זיך פארטיפן אינעם טעלעפאן און פארגעסן פון מאכן די שטוב ארבעט; אנשטאט אנגרייטן עסן און מאכן די וועש - זיצט מען מיט די טעלעפאן און מען איז פארנומען מיט די מעסידזש.


איך דאנק ענק פאר'ן העלפן בויען די שטעטל, אז די עלטערן זאלן קענען מיט האלטן אלע אקטיוועטעטן אן האבן טעקסט מעסידזש.


אויב קען איך בעטן, אויב מען קען ארויפלייגן מיין היים נומער אויף די סיסטעם; מיר ווילן אויך באקומען אלע הודעות פון שטעטל. מיר וואוינען נאכנישט אין שטעטל, אבער די קאפ און הארץ איז שוין דארט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#280 - אשרינו אז מיר האבן א שיינע חינוך פאר אונזערע קינדער
תפילה והתבודדות, מקוה, חינוך הילדים, מוסדות, שטעטל, דרשות, ראש ישיבה, כעס, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי יעדן טאג אביסל זיך מתבודד זיין, אזוי וועסטו ווערן א רואיגער מענטש, דו וועסט זיך נישט אויפרעגן אויף יעדע זאך; רעדן צום אייבערשטן בארואיגט, עס ברענגט נאנט צום הייליגן באשעפער.


עס שטייט אין הייליגן זוהר (זוהר חדש, נח) דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי זאגט: "מִדַּת הַצַּדִּיק, קָשֶׁה לִכְעוֹס" א צדיק רעגט זיך נישט אויף אזוי שנעל, "וְנֹחַ לִרְצוֹת" און אויך איז זייער גרינג אים איבערצובעטן, "וְזוֹ הַמִּדָּה גְּדוֹלָה מִכּוּלָּם" און די מידה איז די גרעסטע און שענסטע מידה. "וּבָא הַכָּתוּב לְהוֹרוֹת" דאס קומט אונז די הייליגע תורה זאגן: "אֵלֶּה תּוֹלְדוֹת נֹחַ" זע צו לעבן מיט א רואיגקייט, "נֹחַ בְּדַעְתּוֹ" טראכט רואיג, "נֹחַ בְּדִיבּוּרוֹ" רעד רואיג, "נֹחַ בְּמַהֲלָכוֹ" גיי רואיג, "וּמִי עוֹשֶׂה זֶה" און ווער עס פירט זיך אזוי אויף - "אִישׁ צַדִּיק" איז א צדיק.


אשרינו אז מיר האבן א חינוך פאר אונזערע קינדער, א ברסלב'ער חדר און א ברסלב'ער מיידל שולע וואו אונזערע קינדער באקומען א חינוך פון אמונה און פון אלע זיסע עצות פון רבי'ן. נעכטן בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב, דארט אין חדר און אין סקול שפירסטו גן עדן, די קינדער לעבן מיט אמונה און מיט תפילה. איך האב געגעבן א שמועס פאר די מלמדים און איינגעשטעלטע, וואס און ווי אזוי מען זאל לערנען און מחנך זיין די קינדער; איך בין געווען רוב טאג מיט די קינדער און מיט די מלמדים.


היינט הויב איך אן ישיבה, מיר גייען אריין אין די פופצנטע יאר, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט זיין יעדן טאג שיעורים, איך וויל פארלערנען גמרא און אויך א שיעור משניות, און נאכמיטאג, פינף אזייגער - א שיעור אין רבינ'ס ספרים.


איך וויל דו זאלסט זיך אויך באנייען, זאלסט גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג מיט מנין און מיט א סידור. מוהרא"ש האט אונז געזאגט מיר זאלן דאווענען דוקא פון א סידור, נישט אויסנווייניג, אזוי קען מען מער אינזין האבן דאס דאווענען.


אויך זאלסטו זיך באנייען צו גיין אין מקוה; דאס וואס דו גייסט נישט אין מקוה דאס קומט פון עצבות ועצלות. שטעל זיך פאר א מענטש גייט זיך נישט באדן פאר א לאנגע צייט, וואס פאסירט? מען קען נישט שטיין נעבן אים. און וואס איז מיט די נשמה? זי איז אזוי פארשמירט, זי דארף מען זאל איר אפבאדן; זאלסטו זיך באנייען מיט'ן גיין אין מקוה.


ברוך השם איך שפיר זיך שוין בעסער, איך היס נאך, אבער עס איז שוין נישט דער זעלבער היס פון זונטאג, עס איז מיט גרויסע חסדים.


איך דארף אריינלויפן צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#279 - גרייט זיך אן א שיינע מעשה צו דערציילן ביים שבת טיש
כיבוד אב ואם, חברים, חינוך הילדים, שווער און שוויגער, הדפסה, שטעטל, קאמפיוטער, בית המדרש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אידישע שטוב, ראש ישיבה, ניחום אבלים, שבת טיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בראשית, מברכים החודש, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך שיינע שבת סעודות. עס דארף נישט זיין קיין לאנגע סעודות; דער עיקר, עס זאל זיין סעודות מיט זמירות און שיינע דיבורים פון אמונה, פון תפילה; גרייט זיך אן א שיינע מעשה - אדער פון תפילה אדער פון א צדיק.


געב אכטונג ווי אזוי דו רעדסט צו דיינע עלטערן; רעד מיט דרך ארץ און עהרע. עס איז גארנישט ווערד וואס מען טוט צו העלפן די עלטערן אויב מען רעדט מיט חוצפה, אפילו דו געבסט געלט פאר דיינע עלטערן, אויב טיילסטו זיי איין וואס צו טון - איז דאס גארנישט ווערד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה א, א): "יֵשׁ שֶׁהוּא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת" עס איז דא אמאל איינער וואס געבט צו עסן פאר זיינע עלטערן געשטאפטע גענז, "וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם" און ער גייט אין גיהנום, אויב ער רעדט צו זיי מיט זלזול.


דאס זעלבע זאלסטו אכטונג געבן נישט צו רעדן אויף דיין שווער און שוויגער; כל שכן אז דו זאלסט נישט טשעפען דיין ווייב מיט אירע עלטערן. געב אכטונג אויף איר כבוד, און געב אכטונג אויף דיינע קינדער'ס געזונט; אז קינדער הערן ליצנות אויף זיידע און באבע - וואקסן זיי קרום.


דאס בעסטע איז אז דו זאלסט נעמען דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערנען די הייליגע תורה אפילו אן פארשטיין - וועסטו ווערן אן ערליכער איד און א גרויסער צדיק. נעם א משניות, א גמרא - און הויב אן זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין, לערן א פרק נאך א פרק, א בלאט נאך א בלאט; אלעס וועט זיך ביי דיר טוישן, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד און א גרויסער צדיק; ווען מען לערנט די תורה ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


נעכטן בין איך געווען א גאנצן טאג אין שטעטל. אויפ'ן וועג האב איך זיך אפגעשטעלט אין קרית יואל מנחם אבל זיין אונזער טייערער חבר, דער חשוב'ער מלמד ... וואס זיצט שבעה נאך זיין טאטע. עס איז געווען אזוי אינטערעסאנט, "בא לחזק" איך בין געקומען מחזק זיין, "ונמצא מחוזק" און איך בין ארויס מחוזק; ווען מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו הויבט אן גיין פייער, מען פארגעסט וואס טוט זיך ארום זיך, מען רעדט פון אמונה מיט אזא פייער.


פון דארט בין איך געפארן קלאפן א מזוזה אינעם נייעם בנין וואס מיר גייען יעצט נוצן פאר א פלאץ וואו מען וועט קענען נוצן קאמפיוטערס צו קויפן זאכן און ערלעדיגן זאכן אן דארפן ארייננעמען א קאמפיוטער אין שטוב, אן דארפן ארייננעמען א טעלעפאן אין שטוב. דארט וועט אויך זיין א געשעפט פאר קליידער פאר יונג און אלט - פאר ממש בחינם; דאס איז ביי מיר זייער א חשוב'ע זאך, צו קענען צושטעלן פאר אנשי שלומינו א וועג צו לעבן אן קיין חובות.


פון דארט בין איך געגאנגען צום בנין הדפסה מחזק זיין די מדפיסים. ווען מען קומט אריין אין בנין הדפסה זעט דאס אויס ווי א חלום, עס שטייען אינגעלייט און דרוקן ספרים, קונטרסים; הונדערטער טויזנטער ספרים און קונטרסים וואס רעדן און פארשפרייטן אמונה, חיזוק און עצות פאר'ן לעבן.


פון דארט בין איך געפארן צום בנין התלמוד תורה. איך האב געדאווענט מנחה מיט די קינדער, נאכדעם בין איך געווען אין די כיתות, איך האב גערעדט מיט די קינדער. וואס זאל איך דיר זאגן, די קינדער זענען אזוי ליכטיג, אזוי טייער, אזוי ריין; אנגעפילט מיט אמונה, מיט תפילה. יעדער האט מעשיות פון תפילה, ווי נאר איך קום אריין אין חדר לויפן מיר די קינדער נאך מיט מעשיות פון תפילה.


איך בין געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין התלמוד תורה; עס זעט שוין אויס כמעט פערטיג, איך האף צום אייבערשטן מען וועט אריינגיין אינעם נייעם בנין בקרוב.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן די נייע הייזער וואס מען בויט יעצט אין שטעטל, און געגאנגען קלאפן מזוזות ביי נייע הייזער; ביי מיין זון, און ביים גבאי פון דעם נייעם בית המדרש פעולת הצדיק אויף די גאס רע"ד קלי"ף. אויך בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בית המדרש פעולת הצדיק; עס איז א שיינע ווארעמע ווינקל.


מיר זוכן צו בארגן א ספר תורה, (אויב דו ווייסט ווער עס קען מיר פארבארגן א ספר תורה פאר א שטיק צייט - לאז מיר וויסן, נאך אביסל ענדיגן מיר שרייבן פרישע דריי ספרי תורה).


פון דארט בין איך אהיימגעקומען און גלייך געגעבן די שיעור.


איך דארף דיר נאך שרייבן פון אונזער שיינע יום טוב וואס מיר האבן געהאט, ועוד חזון למועד.


דעם שבת וועל איך אם ירצה ה' זיין אין וויליאמסבורג.


א פרייליכן שבת.

#278 - מען דארף האבן פרישע אינגעלייט צו העלפן די קהלה
מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


נעכטן בין איך געזיצן כמעט צען שעה בלי הפסק מיט די חברי הנהלה; מיר האבן גערעדט פון זייער וויכטיגע זאכן. זיי האבן מיר געבעטן אז זיי דארפן נאך צוויי אינגעלייט, געטרייע אינגעלייט; געטריי פאר די מוסד, געטרייע פאר די קהילה; איך האב געבעטן דעם אייבערשטן און איך האב געטראכט פון דיר.


וויל איך דיך פרעגן אויב דו ווילסט מיט ארבעטן מיט די הנהלה און זיי העלפן בויען די שטעטל.


לאז מיר וויסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#277 - ארויסהעלפן און מיטארבעטן מיט די חברי ההנהלה
שטעטל, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


די חברי הנהלה האבן מיר געבעטן אז זיי דארפן נאך צוויי אינגעלייט זאלן העלפן די שטעטל מיט'ן זיך נאנט האלטן מיט די שטאטישע באאמטע.


פאר די אמט קען מען נישט נעמען יעדן איינעם, ווייל אז מען נעמט אינגעלייט זאלן פארטרעטן די קהילה ביי די שטאטישע באאמטע - דארפן מיר נעמען אזעלכע אינגעלייט וואס זייער אינטערעסע איז 'פאלגן דעם ראש ישיבה'; אויב האבן זיי אנדערע אינטערעסן - איז דאס א פראבלעם פאר אונזער קהילה. פאר זיך בלייבן זיי פיינע אינגעלייט, אבער מיר קענען נישט נעמען אזעלכע אינגעלייט זאלן זיין פאן טרעגערס.


איך האב געגעבן פאר די חברי הנהלה דיין נאמען, איך האב טראסט אין דיר אז דו וועסט אויסנוצן דיינע קשרים פאר די טובה פון די קהילה, און אלעס דורכרעדן מיט די חברי הנהלה.


נאך א זאך וויל איך קלאר שטעלן פאר דיר און פאר אלע אנשי שלומינו. ווער עס ארבעט מיט מיט די חברי הנהלה - דער איז מיר געטריי, און דער וואס זוכט זיי אויסצושפילן און בארעדן - איז מיר נישט געטריי; אפילו ער זאגט פאר יעדן: "איך פאלג נאר דעם ראש ישיבה", און אפילו עס זעט אויס ווי ער איז נאנט - איז ער מיר נישט געטריי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.