בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#38 - הפצה איז די גרעסטע תיקון
הפצה, תשובה, אומאן, ראש השנה, פרנסה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים, ה' עליהם יחיו


מיר האבן די וואך געסט פון ירושלים, דריי אינגעלייט זענען געקומען באזוכן ביי אונז, מיר האבן זייער הנאה זיך צו מחזק זיין אינאיינעם; איך האף אייך אלע צו זען אין אומאן ראש השנה הבא עלינו לטובה ביים הייליגן רבי'ן.


איך בעט אייך זייער, לייגט אוועק אלע מניעות, קוקט נישט אויף גארנישט; דער רבי זאגט קומען קיין אומאן - דארף מען פאלגן. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה?! קיינער טאר נישט פעלן! "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", און דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


שטארקט זיך אין הפצה, יעדער איינער פון ענק זאל האבן עפעס א חלק אין פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר די וועלט; הפצה דאס איז די גרעסטע זאך ביים אייבערשטן, נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי דער וואס איז עוסק און צוריק ברענגען אידישע קינדער צו אים, מוהרא"ש האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, איז רש"י הקדוש אים אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכעלע זלאטשובער אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אין דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער איז אזוי חשוב".


הפצה איז די גרעסטע תיקון; לאמיר זיך נישט אפנארן, לאמיר זיך נאר דערמאנען איין מינוט ווער מיר זענען, וואס מיר האבן אלץ געטון און וואס מיר דארפן אלץ פארעכטן; פאסטן - דאס איז נישט פאר אונזערע כוחות, און אויך האט דער רבי געזאגט מיר זאלן נישט פאסטן, אבער דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער רוח הקודש, תיקון כז) אז מען זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, דארף מען פאסטן פ"ד תענתים; דאס איז ווען מען זינדיגט איין מאל און אויב מען איז אראפגעפאלן צען מאל, הונדערט מאל רחמנא לצלן, ווי קען מען אפילו אנהייבן טראכטן פון פאסטן?! וואס קענען מיר טון צו פאררעכטן? הפצה! דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן - דער פאררעכט די עבירה פון פגם הברית.


הפצה ברענגט שפע, מוהרא"ש זאגט: "ווער עס גייט הפצה, וועט שטענדיג האבן געלט אין טאש"; דאס איז א פאקט, די אלע וואס גייען פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים - די אלע האבן שטענדיג שפע.


איך ווארט אייך צו זען אין אומאן ראש השנה.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.

#37 - די צעבראכענע סמארטפאון איז מיין שענסטע מתנה
קדושה, סמארטפאון, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך מוז דיר זאגן א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע מתנה וואס דו האסט מיר געגעבן; אסאך ברענגען מיר מתנות, רוב מתנות נוץ איך בכלל נישט, איך דארף נישט קיין מתנות; אבער די מתנה וואס דו האסט מיר געברענגט, די 'צעבראכענע סמארטפאון', האסט צעבראכן דיין סמארטפאון און דאס שיין איינגעפאקט און געשריבן א בריוו אז דאס איז בזכות די שיעורים, די ווערטער פון רבי'ן האט דיר געברענגט יראת שמים - דאס איז פאר מיר די שענסטע מתנה.


דו ביסט נישט דער ערשטער וואס שיקט מיר אזא מתנה, איך האב שוין באקומען אסאך צעבראכענע טעבלעטס, אייפאדס, סמראטפאונס; מען זעט ממש וואס דער רבי האט געזאגט: דריי זאכן האב איך גע'פועל'ט ביים אייבערשטן, איינע פון זיי אז אן עבירה וועט אייך קרענקן, עס וועט זיין אן קיין הענט און אן קיין פיס, איר וועט שוין נישט קענען טון אן עבירה גאנצערהייט; ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען הייבט אן הערן די חיזוק, די יראת שמים אויף אזא זיסע וועג, עס גייט אריין שטילערהייט אינעם מענטש און דאס הייבט אן פייניגן, עס לאזט נישט מנוחה; אפילו דער מענטש איז נאך צוגעקלעבט צו זיינע תאוות רעות און מידות רעות, ער פאלט נאך אראפ, דאך הייבט אן די ווערטער פון רבי'ן דרייען די קישקעס, ביז מען ווערט אן ערליכער איד.


וואויל איז דיר אז דו האסט צעבראכן די געטשקע, האסט צעבראכן די סמארטפאן דיינע; האסט געהאט די שטארקייט צו זאגן 'ניין' פאר'ן יצר הרע, אן דעם וואס איינער זאל בכלל וויסן אז דו האסט א טעלעפאן. שטילערהייט געקויפט, שטילערהייט געקוקט וכו' און שטילערהייט צעבראכן און געברענגט א מתנה פאר'ן ראש ישיבה.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - מ'דארף נאר תשובה טון, און ווייטער דינען דעם אייבערשטן
שמחה, התחזקות, תשובה, עבירות, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף וועם ביסטו ברוגז? דו שרייבסט אז דו האסט געהאט אזא שיינע שבת און באקומען א פאטש אין פנים; ווער האט דיר געפאטשט אין פנים? קיינער האט דיר נישט געפאטשט אין פנים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיז): "מִמָּה נַפְשָׁךְ, אִם יִקְרֶה לוֹ מֵחֲמַת הִרְהוּר, מִי חַיָּב בָּזֶה וְאֵין לוֹ לְהִתְרַעֵם כְּלָל, מֵאַחַר שֶׁהוּא בְּעַצְמוֹ גָּרַם לוֹ", אויף וועם איז די טענות? פארוואס זיין צעבראכן? ביסט אראפגעפאלן? - קענסטו זיך גלייך אויפהייבן, וואס איז שייך צו זיין צעבראכן? דער זעלבער באשעפער וואס זאגט: "טו נישט די עבירה", דער זעלבער באשעפער זאגט: "אז דו האסט געטון די עבירה, טו תשובה; וועסטו זיין ביי מיר חשוב אזוי ווי פריער".


ווען מען פאלט אראפ, מען זינדיגט אין אן עבירה, דארף מען זיין זייער שטארק נישט צו ווערן צעפאלן, נאר תשובה טון און ווייטער דינען דעם אייבערשטן. דער רבי לערנט אונז מיר זאלן קיינמאל נישט אויפגעבן, דער רבי ווייזט אונז א וועג ווי אזוי מיר זאלן צוריק קומען צום אייבערשטן; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אִם הָיִיתִי עוֹבֵר חַס וְשָׁלוֹם עֲבֵרָה גְּדוֹלָה בְּיוֹתֵר", אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה, "אַף עַל פִּי כֵן לֹא הָיְתָה הָעֲבֵרָה מַשְׁלֶכֶת אוֹתִי כְּלָל", וָואלְט דָאס מִיר גָאר נִישְׁט אַרָאפּ גִיוָוארְפְן, "רַק הָיִיתִי אַחַר הָעֲבֵרָה אִישׁ כָּשֵׁר כְּמוֹ קֹדֶם", אִיךְ וָואלְט נָאךְ דֶעם גִּוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיר, "רַק אַחַר כָּךְ הָיִיתִי עוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה", דֶער נָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן.


איך בעט דיר זייער, צעברעך זיך נישט, צעקלאפ זיך נישט און קוק זיך נישט אראפ; די מעשה וואס דו דערציילסט איז בכלל נישט קיין מזיד, עס איז אן אונס; האסט דאך געוואלט טון גוט, והוה מה דהוה, דאס איז נישט מעשה ער ואונן, דאס איז א טעות וכו' וכו'. הייב זיך אויף, שטארק זיך, הייב אן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן. זאג די צען קאפיטל תהילים, די תיקון הכללי [- קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ[, דאס איז א תיקון בין בשוגג - בין במזיד, בין באונס - בין ברצון, דער תיקון הכללי איז א תיקון אויף אלעס.


איך פארשטיי פון דיין בריוו אז דו דארפסט ארבעטן אויף איין נקודה: 'זיין פרייליך!' דו דארפסט זיך פרייליך מאכן מיט וואס דו קענסט נאר, אפילו מיט נארישקייטן, אבי זיין פרייליך. אז דו וועסט זיין פרייליך - וועסטו זיין אפגעהיטן פון פגם הברית, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן צ; ועיין שם, סימן קסט) אויפ'ן פסוק (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", טייטשט דער רבי, 'אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה'', אז איך פריי זיך מיט'ן אייבערשטן, 'יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ', איז מער נישטא קיין עבירות, 'וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם', נישטא מער פגם הברית רחמנא לצלן.


חזר זיך איין די ווערטער פון ספר ליקוטי מוהר"ן (חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - מיר אלע דארפן מער עוסק זיין אין דאנקען דעם אייבערשטן
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, רפואה, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט פאר אייך, פאר אייער מאן און פאר אייער משפחה; איר וועט בקרוב האבן א רפואה שלימה, איר וועט זיין געזונט און שטארק, עס וועלן אוועקגיין די אלע פראבלעמען.


איר פרעגט וואס איר דארפט פאררעכטן, איר בעט איך זאל אייך זאגן; איין זאך קען איך אייך זאגן, וואס "מיר אלע" דארפן פאררעכטן; מיר אלע דארפן מער עוסק זיין אין דאנקען דעם אייבערשטן, מען כאפט זיך אליינס נישט וויפיל מיר זענען שולדיג צו לויבן און דאנקען אויף אלע זיינע חסדים.


ווען מען לויבט דעם אייבערשטן נעמט מען אראפ פון זיך אלע דינים.

#34 - שטארק זיך און הייב זיך נאכאמאל אויף
מקוה, קדושה, שידוכים, התחזקות, תשובה, התחדשות, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ב' דראש חודש אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און הייב זיך אויף; הייב אן נאכאמאל פון ניי, אפילו דו האסט שוין אנגעהויבן טויזנט מאל - הייב אן טויזנט מיט איין מאל; אז דו ביסט אראפגעפאלן - הייב זיך אויף, ביסט נכשל געווארן אין פגם הברית - זאלסטו תשובה טון, זאלסט צוריק קומען צום אייבערשטן.


דער רבי האט אונז געגעבן א תיקון פאר די עבירה; די צען קאפיטלעך תהילים איז א תיקון אויף די עבירה. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "אסאך צדיקים האבן געוואלט אראפברענגען א תיקון פאר דעם, אבער זיי האבן דאס נישט געקענט משיג זיין; א טייל האבן יא אנגעהויבן משיג זיין, אבער זיי זענען אוועק פון דער וועלט אינמיטן, איך - האט דער רבי אויסגעפירט - האב זוכה געווען משיג צו זיין און מגלה זיין דעם תיקון הכללי".


אויך זאלסטו זיין נזהר צו גיין אין מקוה. ווען דער רבי האט מגלה געווען דעם תיקון הכללי, האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, שם): "דאס ערשטע זאך איז מקוה"; ווען א מענטש גייט אין מקוה וואשט ער אפ זיין נשמה, אין די זעלבע צייט וואס ער טובל'ט זיין גוף דא אונטן דעמאלט טובל'ט מען זיין נשמה אויבן.


איך בעט דיר זייער, גיי נישט צו די אלע פלעצער וכו' וכו'; זיי שטארק נישט צו טון עבירות, אז דו וועסט צעברעכן דיין יצר הרע - וועסטו באקומען שנעל דיין שידוך. יעדעס מאל מען האט א נסיון און מען שטארקט זיך אויפ'ן נסיון - איז מען זוכה צו גרויסע ניסים.


איך האף אז דו וועסט אנהייבן פונדאסניי, דו וועסט אפלאזן די אלע עבירות; איך ווייס אז עס איז דיר ביטער שווער, ווייל דער וואס האט זיך שוין צוגעוואוינט צו די ביטערע עבירה פון פגם הברית - אים איז זייער שווער, ער ליגט שוין אין די הענט פונעם יצר הרע, ער האלט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה; וויפיל מען וויל אפלאזן - פאלט מען צוריק אין דעם. מיט דעם אלעם, אויב מען נעמט דעם רבינ'ס עצה, די עצה פון התבודדות; מען שרייט צום אייבערשטן ער זאל ראטעווען פון דעם - איז מען זוכה צו ווערן אן ערליכער איד.


בעיקר זאלסטו ארבעטן אויף שמחה, זאלסט זיין פרייליך און אז עס איז דיר שווער צו זיין פרייליך - זאלסטו זיך מאכן פרייליך, ווייל שמחה היט דעם מענטש פון די עבירה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט) עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", ווען איך פריי זיך מיט'ן אייבערשטן איז: "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ" - עס איז מער נישטא קיין עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - טו תשובה, גיי נישט אויף שלעכטע פלעצער
שידוכים, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


היינטיגע טעג ווען עס איז דא טעכנעלאגיע קען מען אין איין רגע ווערן באשמוצט פאר אלעמען, ווען מען גייט אויף נישט קיין גוטע פלעצער קומט איינער און כאפט א בילד און שיקט דאס נאר פאר זיין חבר, און חברא – חברא אית ליה, ביז מען באקומט א שלעכטע נאמען.


איך שרייב דיר דאס ווייל דו שטייסט אין שידוכים און מען שמועסט אויף דיר אז מען זעט דיר ליגן ביים ים צווישן גוים און גוי'טעס רחמנא לצלן; וואס טראכסטו, אן איידעלע משפחה וואס הערט דאס – וועט דיר נעמען פאר זייער'ס א טאכטער?


טו תשובה, גיי נישט מער צווישן גוים און גוי'טעס; עס איז דא גענוג און נאך פלעצער ביים ים וואו עס איז דא זויבערקייט.

#32 - קוק נישט צוריק אויף נעכטן, דו קענסט נאך אלץ פאררעכטן
תשובה, התחדשות, טעלעפאן, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך האב אזוי רחמנות אויף דיר, אזא שאד אז דו ביסט צוריק געפאלן, דו קוקסט מאוויס; דו ביסט דאך אזא טייער קינד, דו האסט דאך אזוינע גוטע זאכן, פארוואס זאלסטו דאס טון? דו האסט נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט, דו ביסט צוגעקלעבט צום טעלעפאן, דו שלאפסט מיט דעם, דו לעבסט מיט דעם.


איך בעט דיר טייערער ..., אפשר דאך? אפשר הייבסטו אן זיין אן ערליכער איד? היינט נאכט איז פורים, עס איז א צייט וואס דו קענסט צוריק קומען צום אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג:): "אֶסְתֵּר הַמַלְכָּה הָיְתָה עוֹמֶדֶת מֵחֵיקוֹ שֶׁל אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ", אסתר המלכה איז נעבעך אנגעקומען אין פאלאץ פון אחשורוש, זי איז געלעגן אין חיקו של אחשורוש, דאך האט זי זיך נישט מייאש געווען, "וְטוֹבֶלֶת" - זי איז געגאנגען זיך רייניגן, "וְיוֹשֶׁבֶת בְּחֵיקוֹ שֶׁל מָרְדְכַי", זי איז געלאפן צום צדיק.


אַיֶּכָּה? וואו ביסטו!? קום צוריק, דו קענסט נאך זיין א צדיק, דיין נשמה קומט פון אויבן, עס איז דאך אזוי הייליג.


קוק נישט צוריק אויף נעכטן, דו קענסט נאך אלץ פאררעכטן; ווארף אוועק דעם טעלעפאן, נעם דעם משניות מיט די גמרא, דיין לעבן וועט צוריק ווערן לעבן.

#31 - דיין נסיון איז אז דו מיינסט ביסט שוין פארפאלן
קדושה, התחזקות, הפצה, מחלוקת, תשובה, לשון הרע, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים, אנשי שלומינו פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר שטייען שוין ביים ענדע פון די ימי השובבי"ם, מען קען זוכה זיין אין די טעג צו וואס מען קען נישט זוכה זיין א גאנץ יאר.


די טעג פון שובבי"ם זענען זייער מסוגל צוריק צו קומען צום אייבערשטן, אפילו ווען מען איז נכשל געווארן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וואס די הייליגע חכמים זאגן (נדה יג.): "כָּל הַמּוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס איז פוגם בברית איז חייב מיתה, און אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת ויחי, ריט:): "מָאן דְּאוֹשִׁיד זַרְעָא בְּרֵיקַנְיָא, חַס וְשָׁלוֹם, אֵין מוֹעִיל תְּשׁוּבָה", ווער עס איז פוגם בברית און ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, העלפט נישט קיין תשובה; אבער דער אייבערשטער האט אונז געשיקט א מתנה אין אונזער דור - דער הייליגער רבי, דער רבי מיט זיין גרויס רחמנות ווייזט אונז א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ער ווייזט פאר די אלע וואס פאלן אראפ אין די עבירה זיי זאלן זיך נישט מייאש זיין, זיי זאלן צוריק קומען צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "שֶׁבְּזֶה הַמַּאֲמָר זוֹהַר אֵין שׁוּם אָדָם מֵבִין הַפְּשָׁט, רַק הוּא לְבַד", אין דעם שטיקל זוהר פארשטייט נישט קיינער פשט, נאר ער, "וְהַכְּלָל, שֶׁבֶּאֱמֶת מוֹעִיל תְּשׁוּבָה בְּוַדַּאי עַל חֵטְא זֶה, אֲפִילּוּ אִם הִרְבָּה לִפְשֹׁעַ, חַס וְשָׁלוֹם", און עס העלפט יא תשובה.


שטעלט זיך א שטארקע קשיא, ווי אזוי קען זיין אזא זאך, דער זוהר הקדוש זאגט אז אויב א מענטש איז פוגם אין פגם הברית העלפט נישט קיין תשובה און דער רבי קומט און זאגט אז עס העלפט יא תשובה?! רבי נתן פרעגט די שאלה (ליקוטי הלכות תפילין, הלכה ד, אות ד): "ווי קען זיין אז דער רבי זאל זאגן פארקערט פון הייליגן זוהר - אז עס העלפט יא תשובה?!"


זאגט רבי נתן זייער א וויכטיגע זאך, א זאך וואס איז זייער וויכטיג פאר פרישע מקורבים. באמת העלפט יא תשובה אויף די עבירה, עס איז נישטא קיין עבירה וואס תשובה זאל נישט העלפן; ווען א מענטש טוט תשובה, ער האט חרטה אויף וואס ער האט געטון - נעמט דער אייבערשטער אן זיין תשובה און רעכנט דעם מענטש אזוי ווי ער וואלט קיינמאל נישט געזינדיגט, אבער וויבאלד די עבירה פון פגם הברית איז א שרעקליכע עבירה און זייער א ביטערע עבירה; ווען מען איז פוגם בברית רייסט מען זיך אפ פונעם אייבערשטן, מען בלייבט אן א מח, דער גאנצער מענטש ווערט פארדריידט, מען ווערט ממש א משוגענער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו): "וְזֶה שֶׁכָּתְבוּ חַכְמֵי הָרְפוּאוֹת, שֶׁהַסֵּרוּס רְפוּאָה לִמְשֻׁגָּע", די דאקטורים זאגן אז פאר א משוגע'נער איז נאר דא איין רפואה - אים מסרס זיין, ווייל אז מען זינדיגט ווערט מען משוגע וכו'.


דערפאר מוז דער מענטש אריבערגיין אזא שווערע נסיון, מען שטעלט אים די נסיון וואס מען האט געשטעלט פאר אחר. אחר האט געהערט א בת קול וואס רופט אויס (חגיגה טו.): "שׁוּבוּ בָּנִים שׁוֹבָבִים חוּץ מֵאַחֵר", זיין תלמיד דער הייליגער תנא רבי מאיר האט זיך געבעטן ביי זיין רבי, "רבי, טו תשובה, קום צוריק צום אייבערשטן", האט ער געזאגט פאר רבי מאיר: "איך האב געהערט א בת קול רופט אויס פון הימל 'יעדער איינער קען תשובה טון - חוץ איך'"; שטעלט זיך א פראגע, וואס איז אחר שולדיג אז מען לאזט אים נישט תשובה טון, ווי איז שייך אזא זאך?! נאר ער האט געדארפט אריבערגיין דעם נסיון, ער זאל הערן ווי מען דארף אים נישט, ער זאל מיינען אז ער איז שוין פארפאלן - דאך זאל ער אזוי שטארק תשובה טון און זאגן: 'מיר גייט נישט אן אויב מען דארף מיר יא, אויב מען דארף מיר נישט; איך לאז נישט אפ דעם אייבערשטן, איך גיי נישט אוועק פונעם אייבערשטן".


זאגט רבי נתן אז דאס איז פשט; דער זוהר הקדוש זאגט פאר'ן מענטש 'דו ביסט פארפאלן', כדי אים אויסצופרואוון און זען וואס ער גייט טון; גייט ער זאגן 'שוין, איך בין פארפאלן' און ער גייט אויפגעבן, אדער גייט ער זאגן 'איך שטופ זיך אריין אין די קדושה, איך גיי צוריק צום אייבערשטן אפילו מען וועט מיר נישט געבן קיין עולם הבא, איך דארף דעם אייבערשטן'.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן תכא): דער הייליגער רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה איז געווען אן איידעם ביי הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה. רבי דוד צבי פלעגט פארן צו צדיקים; אין אנהייב איז ער געפארן צום הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס זיינע חסידים רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, האט רבי דוד צבי געטראכט אז ער גייט פארן צו דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צו רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים ליצנות אויף רבי פנחס קאריצער זי"ע, ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו'.


עס האט אים זייער וויי געטון די מחלוקות און פירוד לבבות צווישן די גרויסע צדיקים, ביז ער האט מחליט געווען און געזאגט: "איך גלייב אז ביידע זענען אמת, וואס זיי רעדן אויף אים און וואס זיי רעדן אויף אים"; דאס האט אים געמאכט ער זאל פיינט האבן חסידים. פון דעמאלט האט ער יעדן טאג געמאכט א שיעור מיט זיינע קינדער און איידימער, ווי ער פלעגט רעדן צו זיי קעגן חסידים.


זאגט מוהרא"ש, עס האט זייער געשטערט פאר רבי נתן פארוואס עס פעלט אויס די אלע מחלוקות און קריגערייען; ווען רבי נתן איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, אום שנת תקס"ג און ער האט געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ה), איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים איז נאר ווייל מען וויל דיר פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיר צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


טייערע חברים, אלע לשון הרע'ס וואס איר הערט אויף ברסלב, אלע קשיות, שאלות און בלבולים - דאס אלעס מוז זיין; מיר זענען נישט ראוי צו קומען צום רבי'ן, דערפאר שטעלט מען אונטער פאר יעדן איינעם שווערע נסיונות, מען פארדריידט דעם קאפ מיט מחלוקות, אדער אנדערע בלבולים - אבי מען זאל אפלאזן דעם רבי'ן; אויב מען וועט זיין שטארק, מען וועט זאגן צו זיך 'איך האב געטראפן א רבי און איך גיי אים נישט אפלאזן; עס אינטערעסירט מיר נישט וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט, עס אינטערעסירט מיר נישט אז די מענטשן וואס דרייען זיך דא רעדן אויף דעם און אויף יענעם, עס אינטערעסירט מיר נישט קיין סתירות וכו', איך בלייב ביים רבי'ן וואס ברענגט מיר צום אייבערשטן', דורכדעם וועלן מיר אלעס פאררעכטן און זוכה זיין צו די גרעסטע מדריגות.


נעמט ספרים, קונטרסים, גליונות און גייט מזכה זיין אנדערע מיט דעם, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווי אזוי קען מען פאררעכטן די עבירה פון פגם הברית? אז מען ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פאררעכטן זיינע נישט גוטע מעשים - ווי אז ער זאל עוסק זיין אין הפצה.


איך קען נישט מאריך זיין, איך דארף אריין לויפן צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - די פאר ווערטער וועט דיר ארויסשלעפן פון אלע בלאטעס
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג זיך ארויסצורייסן פון שלעכטס, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען, אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט".


הלוואי זאלסטו דאס פרובירן, זיך אויסקרעכצן דאס הארץ צום אייבערשטן. זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, העלף מיר, האב רחמנות אויף מיר, נעם מיר ארויס פון בלאטע"; די פאר ווערטער זאג נאכאמאל און נאכאמאל, דאס וועט דיר ארויסשלעפן פון אלע בלאטעס.


שטארק זיך, נוץ אויס דיין צייט; אדער קום אין ישיבה אדער נעם אן ארבעט, נאר איין זאך נישט - גיי נישט ליידיג; גיין ליידיג איז סכנת נפשות, דאס ברענגט מען זאל פוגם זיין בברית רחמנא לצלן.


 

#29 - אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, קענסטו אויך פאררעכטן
התחזקות, תשובה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ויזרח


דער הייליגער רבי האט אונז בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג) "וואלט איך חס ושלום עובר געווען די גרעסטע עבירה - וואלט דאס מיר גארנישט אראפגעווארפן, איך וואלט תשובה געטון און געבליבן אן ערליכער איד אזוי ווי פאר'ן טון די עבירה"; דער רבי האט געוואלט מיר זאלן אננעמען די זאך פון תשובה, מיר זאלן גלייבן אין תשובה, נישט סתם רעדן פון דעם און אויב מען פאלט אראפ אין אן עבירה זאל מען בלייבן ליגן צעבראכן.


דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", דארפסטו אויך גלייבן אז דו קענסט צוריק פאררעכטן.


אשרינו מה טוב חלקינו, וואס וואלטן מיר געטון אנעם רבי'ן? ווי וואלטן מיר געווען, ווי וואלטן מיר אויסגעזען...


איך מאך חתונה אם ירצה ה' מיטוואך פרשת תרומה, איך האף דו און דיין משפחה וועלן זיך באטייליגן ביי די באווארפן און ביי די חתונה. אם ירצה ה' ביי דיינע שמחות וועל איך זיך אויך באטייליגן.


 

#28 - האב רחמנות אויף דיר אליין, ס'זאל נישט דארפן זיין א גט
שלום בית, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך בענק זיך אויף די טעג פון נאך דיין חתונה ווען דו מיט דיין ווייב האבן געלעבט אזוי שיין, אזוי זיס; דו האסט אכטונג געגעבן אויף איר און זי האט געקוקט שיין אויף דיר.


יעצט איז גאר אנדערש, יעצט לעבט איר געצווינגען; נישט דו געבסט אכטונג אויף איר און נישט זי שעצט דיר, דיין ווייב שרייבט מיר אז זי האלט ממש ביים ענדע לעבן, זי קען מער נישט, זי האלט פאר א בראך.


איך שרייב דיר פון די טיפעניש פון מיין הארץ; אנא, חוס וחמול, האב רחמנות אויף איר, אויף די קינדער, אויף דיינע עלטערן און אויף דיין משפחה; האב רחמנות אויף דיר. אפשר דאך זאלסטו אנהייבן צוריק לעבן ווי א איד, גיין דאווענען, לערנען, רעדן שיין, איר נישט באצווינגען און זיך פירן צו די קינדער מיט צניעות.


דער בריוו איז מיין לעצטע זאך וואס איך פרוביר צו טון עס זאל נישט זיין א גט.

#27 - מ'דארף אננעמען דעם פסק פונעם דיין
ספיקות, תשובה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען פרעגט א שאלה דעם דיין און דער דיין פסק'נט - דארף מען דאס אננעמען; מען טאר נישט איבערטראכטן, מען טאר נישט האבן ספיקות אין דעם.


די תורה וואס זאגט אסור זאגט אויך מותר, די תורה וואס זאגט ניין זאגט יא און אז מען וויל נאר הערן ניין, מען וויל נאר הערן אסור - האט דאס נישט מיט די תורה, דאס איז אן עבירה.


ווען מען איז זיך מתוודה צום אייבערשטן זאגט מען אין די ווידוי: "הייליגער באשעפער איך טו תשובה אויף צוויי זאכן", מען בעט איבער דעם אייבערשטן, איינס: "אֵת אֲשֶׁר טִהַרְתָּ טִמֵּאתִי", וואס דו האסט מטהר געווען – האב איך זיך אליינס מטמא געווען, און צווייטנס: "אֵת אֲשֶׁר טִמֵאתָ טִהַרְתִּי", וואס דו האסט געזאגט עס איז טמא - האב איך געזאגט טהור, "אֵת אֲשֶׁר הִתַּרְתָּ אָסַרְתִּי", דאס וואס דו האסט מתיר געווען - האב איך זיך אליינס גע'אסר'ט, "אֵת אֲשֶׁר אָסַרְתָּ הִתַּרְתִּי", דאס וואס דו האסט גע'אסר'ט האב איך מתיר געווען.


נישטא קיין איבערטראכטן; אז מען האט א שאלה פרעגט מען דעם דיין און וואס דער דיין פסק'נט אזוי טוט מען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - קענסט עוסק זיין אין נאך א פרנסה, אבער דיין עיקר זאך זאל זיין הפצה
תשובה, פרנסה, אשר בנחל, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, שובבי"ם, י"ט טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען יעצט אריין אין די שובבי"ם טעג, די וואכן איז א צייט פון תיקון המעשים; דארפן מיר עוסק זיין אין הפצה, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל פאררעכטן חטאות נעורים זאל עוסק זיין אין הפצה, צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


קענסט עוסק זיין אין נאך א פרנסה, אבער דיין עיקר זאך זאל זיין הפצה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה אז זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'. איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'"; מוהרא"ש זאגט (ספר נהרי אפרסמון) אנטרינקען ביימער מיינט מען הפצה, ווייל א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", און אז מען טרינקט אים אן מיט גוטע חיזוק ועידוד פונעם הייליגן רבי'ן קען ער וואקסן.


עס איז יעצט אנגעקומען פינף טויזנט אשר בנחל אידיש חלק ב'; הלואי וואלסטו דאס פארפלייצט ביי היימישע משפחות וואס ליינען אידיש, זיי ליכטיג מאכן און ווייזן די וועג ווי אזוי מען קען האבן דעם גן עדן בזה העולם.

#25 - לכבוד שובבי"ם זאלט איר זיך באנייען אין זאגן תהילים יעדן טאג
שלום בית, התחזקות, תהלים, תשובה, בית המדרש, הדרכות, מעביר סדרה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ז טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו היקרים, טייערע חברים פון ירושלים שיחיו


איך בענק זיך זייער שוין צו קענען קומען קיין ארץ ישראל; איך וויל זייער שטארק זען מיט די אויגן די שיינע גרוסן וואס איך הער טאג טעגליך פון די פרישע מקורבים, פון דאס ליבשאפט צווישן אייך, דאס געטריישאפט צווישן אייך.


מען האט מסדר געווען איך זאל קענען זען אין אמעריקע ווי אזוי עס פירט זיך ביי אייך אין בית המדרש; איך האב זייער הנאה צו זען בחורים און אינגעלייט לערנען און דאווענען מיט דרך ארץ, ווי עס פאסט פאר תלמידי היכל הקודש.


איך האב געהערט פון מוהרא"ש מורא'דיגע חיזוק; די וואך ענדיגט מען ספר בראשית, מען שרייט אויס אלע אינאיינעם: "חזק חזק ונתחזק!" לאמיר נעמען דעם חומש און זען ווי אזוי די פרשה ענדיגט זיך (בראשית נ, כו): "וַיָּמָת יוֹסֵף בֶּן מֵאָה וָעֶשֶׂר שָׁנִים, וַיַּחַנְטוּ אֹתוֹ, וַיִּישֶׂם בָּאָרוֹן בְּמִצְרָיִם", און ביי די ווערטער שרייט מען "חזק חזק!" זאגט מוהרא"ש, אז א מענטש שפירט ביי זיך ער איז טויט, ער איז באגראבן אין טומאה, ער ליגט אין מצרים, אין ערות הארץ, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ז) די מצריים זענען די ערגסטע אין שמוץ; אזוי שטארק איז ער אראפגעפאלן, שרייט מען אים: "חזק חזק!" שטארק זיך, דו קענסט נאך ארויסגיין פון מצרים, דו קענסט נאך זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע קדושה.


טייערע חברים, מיר גייען יעצט אריין אין די ימי השובבי"ם; דער אר"י הקדוש שרייבט (שער רוח הקודש, תיקון כז) אז אין די טעג פון שובבי"ם קען מען פאררעכטן אלעס וואס מען האט פוגם געווען; דערפאר דארפן מיר אין די טעג תשובה טון אויף וואס מיר האבן פוגם געווען אין אונזער לעבן.


לכבוד שובבי"ם זאלט איר זיך באנייען אין זאגן תהילים יעדן טאג; רבי נתן פלעגט זאגן א גאנץ יאר יעדן טאג דעם יום תהילים און אין די טעג פון שובבי"ם האט ער געזאגט יעדן טאג צוויי מאל דעם יום תהילים, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


שטארקט אייך, דראפעט אייך; יעדער איינער האט זיינע נסיונות, מען פרובירט אויס יעדן איינעם, מען וויל זען ווי אזוי וועט ער זיך דערהאלטן; וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות און קיין תרעומות, ער ווייסט אז אלעס איז פאר אים צום גוטן. דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.): יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא, וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא", ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג און פון ביטער - זיס? "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר", ווער ווארט יעדן טאג עס זאל ליכטיג ווערן? דער מענטש וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה, ער מאכט פון זיין ביטער לעבן א זיס לעבן, פון זיין טונקלקייט מאכט ער ליכטיג; ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער, אין די ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק.


אז עס איז ביטער דארפן מיר לויפן צו די תורה; עס איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה - ווי צו די הייליגע תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה.


נאך איין זאך בעט איך אייך, איר זאלט אכטונג געבן אויף די כבוד פון די ווייב; מען מוז שיין רעדן אין שטוב, מען מוז רעדן מיט ווייכקייט, מיט איידלקייט; מען קען נישט שאפן אדער שטעכן חס ושלום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", א מענטש זאל אכטונג געבן נישט צו טשעפען די ווייב, "שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל א פרוי וויינט זייער שנעל; מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן צו אונז פון שלום בית, אז מען זאל זיין א וותרן אין שטוב, זיין א סבלן און דאס איז פון די יסודות אין "היכל הקודש".


איך וויל זייער שטארק קומען צו אייך און אייך מדריך זיין ווי אזוי צו לעבן אין שטוב; ליידער פארפירט מען חתנים וכלות מיט פאלשע לימודים, פאלשע הדרכות פון חומרות ופרישות וואס איז קעגן די הייליגע תורה.


א פרייליכן שבת.

#24 - א שאד דו זאגסט נישט משניות יעדן טאג
תשובה, משניות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אויפ'ן עראפלאן קיין אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פאלג דעם רבי'ן, נעם א משניות און הייב אן לערנען אויף א סדר, א פרק נאך א פרק; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, אפילו דו קענסט קוים ארויסזאגן די עברי - זאלסטו זאגן די ווערטער פון תורה מיט א געשמאק.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְדוּשָׁה מְאֹד, שֶׁנִלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, אַף עַל פִּי כֵּן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָדוֹל כָּל כּךְ, עַד שֶׁיְכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חוֹק קָבוּעַ וְחִיוּב חָזָק לִלְמוֹד בְּכָל יוֹם וְיוֹם כַּךְ וְכַּךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָדוֹל מְאֹד", ווער עס לערנט תורה יעדן טאג - דער ווערט א גרויסער צדיק, אפילו איינער וואס איז נעבעך אראפגעפאלן אין עבירות, אפילו אין עבירות חמורות, ער איז פוגם בברית - וועט אויך ווערן א צדיק, אויב ער וועט נעמען די תורה און דאס לערנען מיט א שטארקייט.


טייערער ..., א שאד אז דו נוצט נישט די עצה פון רבי'ן; א שאד דו זאגסט נישט משניות יעדן טאג. עס איז נישט שווער צו לערנען אויף דעם וועג (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), עס איז אסאך שווערער צו גיין ליידיג; אן תורה איז מען א גרויסער רחמנות, אן תורה איז מען זייער דערביטערט. נאר תורה מאכט פרייליך, נאר תורה מאכט צופרידן.


אז דו וועסט לערנען יעדן טאג משניות וועסטו ווערן מיט די צייט א גרויסער צדיק.


 

#23 - ווי אזוי צו באצאלן וואס מ'האט גע'גנב'ט אלס קינד פון געשעפטן
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, גניבה, תשובה, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא 


 


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אז אלס קינד פלעגט איר גנב'ענען פון געשעפטן; אסאך קינדער טוען דאס. אויב איר געדענקט די געשעפט זאלט איר אריינשיקן די געלט; אויב איר שעמט זיך קענט איר עס אריינטראגן און זאגן אז א חבר'טע האט אייך געפרעגט וכו', אדער דורך די פאסט.


די געשעפטן וואס איר ווייסט נישט, זאלט איר טון וואס דער רמב"ם פסק'נט (עיין פרק ד' מהלכות תשובה, הלכה ג'; ביצה כט.): "גָּזַל וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ לְמִי גָּזַל, יַעֲשֶׂה בָּהֶם צָרְכֵי רַבִּים", מען זאל טון גוטס פאר אנדערע; דאס איז א תיקון פאר דער זאך.


שטארקט זיך, האט נישט מורא פון דעם וואס איר ווילט נאכנישט חתונה האבן; דאס קומט מיט די צייט, נאך אביסל וועט איר וועלן א שידוך און דאס באקומען.

#22 - איינמאל מען טוט תשובה, איז דער אייבערשטער מוחל
תשובה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, י' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיין פרייליך; טראכטס נישט וואס איז געווען. איינמאל מען טוט תשובה, מען נעמט זיך פאר מער נישט צו טון עבירות, מען האט חרטה וואס איז געווען - דאן איז דער אייבערשטער מוחל.


איך האב אייך געשריבן די בריוו אז אויב מען היט נישט די הלכות באקומט מען די ביטערע מחלה, אבער אז איר האט תשובה געטון און מקבל געווען אויף זיך צו האלטן די הלכות - וועט דער אייבערשטער אייך געבן געזונט און נחת.


דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים, וועט דער אייבערשטער מאכן מיט אייך גרויסע ניסים.


איך בעט פאר ענק יעדן טאג איר זאלט אינאיינעם לעבן א גוטע זיסע לעבן.


פון אייער ראש ישיבה.

#21 - ס'איז דא עצות ווי אזוי צו ווערן אן ערליכער איד
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, קדושה, התחזקות, תשובה, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער דיין געשריי ווי דו וויינסט אז דו ווילסט זיין ערליך און דו האלסט אין איין אראפפאלן אין די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן.


וויסן זאלסטו אז דער הייליגער רבי איז א מתנה פאר אונזער דור, בפרט פאר די אלע וואס פאלן אראפ אין די עבירה, זיי ווערן נעבעך נכשל אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, צו זיי קומט דער רבי און איז זיי מחזק זיי זאלן נישט אויפגעבן; זיי זאלן צוריק קומען צום אייבערשטן, זיי זאלן זיך מתודה זיין פאר'ן אייבערשטן - ביז דער אייבערשטער וועט זיי מוחל זיין.


טייערער ... נרו יאיר, פאלג דעם רבי'ן; זוך א פלאץ, א שטילע פלאץ, א פלאץ וואס קיינער איז נישט דארט; גיי אהין און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר און אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר, בעט אים: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד; וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן, איך האלט אין איין פוגם זיין אין פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, איך ווער ממש פארברענט; איך האב שלעכטע מחשבות, איך בין אזוי צעבראכן, דאס לעבן איז מיר נמאס".


איך בעט דיר טייערער ... נרו יאיר, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, הער נישט אויף בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר. מוהרא"ש זאגט, עס איז דא א מלאך הקדוש "עזריאל" וואס ער איז געשטעלט אין הימל ארויפצוטראגן די תפילות פון בחורים און מיידלעך וואס וויינען און שרייען און בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן חתונה האבן און אזוי ארום ניצול ווערן פון עבירות. עס איז דא אין דעם גרויסע סודות וואס מען קען נישט אנטפלעקן, ווער דער מלאך איז און וואס זיין זאך איז (קוק עס נאך אין ספר ארך אפים פרק ד', סבלנות לבחור).


אויך זאלסטו אנהייבן לערנען אסאך משניות; משניות רייניגט דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן. משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון אלע פראבלעמען וואו דער מענטש איז נעבעך אריין געפאלן. פרוביר צו זאגן אכצן פרקים משניות; אז מען זאגט ח"י פרקים משניות קומט צוריק די מח מחשבה, ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן ווערט אים אויסגעריסן זיין מח מחשבה, ווייל די זרע קומט פונעם מח, און אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטרוקנט וכו', און ווען מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארן מח.


זיי שטארק אין די צוויי עצות פון רבי'ן וועסטו זוכה זיין צוצוקומען צו שיינע זאכן אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - לאז שוין אפ דיינע נארישקייטן, קער זיך צוריק צום אייבערשטן
משפחה, תשובה, משקה המשכר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר.


עס טוט מיר זייער וויי צו זען דיין מצב ווי אזוי דו וואלגערסט זיך וכו', דו האסט פארקויפט דיין לעבן פאר וכו'; דיין ווייב תחי' האט נישט קיין לעבן, דיינע קינדער ליידן.


אמאל האסטו געהאט אזעלכע שיינע טעג, האסט געדאווענט, האסט געלייגט טלית ותפילין יעדן טאג; האסט געלערנט, האסט געארבעט, האסט פארדינט, האסט פארברענגט, האסט געהאט פארגענוגן מיט דיין משפחה וכו', וכו', און וועגן דעם ביטערן טראפן האסטו אלעס אלעס פארלוירן; דו וואלגערסט זיך אין די גאסן ווי א היימלאזער פארשוין.


איך בעט דיר פון די טיפעניש פון מיין הארץ, לאז שוין אפ; ביסט שוין גענוג נאכגעלאפן די בהמות, דיינע עוונות; קער זיך צוריק צום אייבערשטן, קום אהיים צו דיין ווייב און קינדער, קום אין שול דאווענען און לערנען.


איך האב זייער שטארק רחמנות אויף דיר, איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער.

#19 - עס טוט זיך שמחות, און נאך אביסל וועסטו אויך א חתן ווערן
תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


זיי נישט צעבראכן ווען דו הערסט יעדן טאג נאך א מזל טוב, נאך א שידוך, נאך א בחור פון ישיבה איז א חתן געווארן; פארקערט, דאס דארף דיר מחזק זיין אז עס טוט זיך שמחות און נאך אביסל וועסטו א חתן ווערן. איינער האט מיר דערציילט אז דו האסט זייער געוויינט ווען דו האסט געהערט אז דיין חבר איז א חתן געווארן.


דעריבער בעט איך דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט דאס ביסל כח וואס דו האסט, גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער האט פאר דיר א שידוך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אַרְבָּעִים יוֹם קוֹדֶם יְצִירַת הַוָּלָד בַּת קוֹל יוֹצֵאת וְאוֹמֶרֶת בַּת פְּלוֹנִי לִפְלוֹנִי", פערציג טעג איידער מען ווערט באשאפן רופט מען אויס אויבן אין הימל: "בַּת פְּלוֹנִי לִפְלוֹנִי", די מיידל וועט זיין די כלה פאר דעם בחור.


איך ווייס אז עס איז דיר ביטער שווער, איך ווייס אז דו ווערסט פארברענגט, דער יצר הרע פלאקערט און ברענט אין דיר, ער ווארפט דיר אראפ; דאך בעט איך דיר, נעם דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות, גיי אין א ווינקל און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר מוחל זיין און געבן א שידוך.

#18 - איך בעט איבער יעדן איינעם
תשובה, מוהרא"ש, בין אדם לחבירו, ראש ישיבה, אחדות, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א שאד דו ביסט נישט געווען צוזאמען מיט אונזער קיבוץ אום יום הכיפורים; עס איז געווען גאר א שיינער קיבוץ. מען האט געשפירט דאס ליבשאפט און אייניגקייט פון אנשי שלומינו, אויך איז געווען א שטארקע התעוררות, יעדער איינער האט אמת'דיג תשובה געטון, מען האט געשפירט ווי מוהרא"ש איז מיט אונז.


כל נדרי ביינאכט איז געווען א דרשה, איך האב אלעמען איבערגעבעטן; מיר וואלט בעסער געווען צו זיצן אין די זייט און נישט האבן מיט קיינעם צוטון, וואס זאל איך טון אז מוהרא"ש האט מיר געגעבן א שליחות צו זיין ראש ישיבה - מחזק זיין און אויפברענגען בחורים, שפעטער האט מוהרא"ש צוגעלייגט אויך אינגעלייט, שפעטער פרויען, חדר און סקול; קומט אויס אז אסאך מאל ווערן מענטשן באליידיגט, מען האט חלישות הדעת; איך האב געבעטן אלע זאלן מיר מוחל זיין.


מען האט גערעדט נאך אסאך שיינע זאכן, איך האף אז איינער וועט דאס אפשרייבן, עס זאל זיין פאר אלעמען חיזוק.

#17 - דער רבי וואס הייסט קומען אויף אומאן, וויל אויך מיר זאלן נישט ווערן פארלוירן
שמחה, תשובה, אומאן, ראש השנה, ישוב הדעת

 בעזרת ה' יתברך


 


ערב שבת קודש פרשת נצבים-וילך, כ"ב אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ברידער, תלמידי היכל הקודש שיחיו, ירושלים.


מיר ווארטן אלע אויף די גוטע נייעס, צו הערן אז די גרעניץ איז אפן און מיר קענען אלע גיין קיין אומאן, זוכה זיין צו אלע תיקונים וואס דער רבי איז אונז מתקן און אין די זעלבע צייט זענען מיר זייער רואיג און מיושב אז אויב דער גרעניץ וועט בלייבן פארשפארט וועלן מיר ווייטער זיין פרייליך; דער זעלבער רבי וואס האט אונז געזאגט מיר זאלן קומען קיין אומאן דער זעלבער רבי לערנט אונז אז מיר זאלן נישט ווערן פארלוירן און צעטומלט, מיר זאלן זיין פרייליך אין יעדע מצב.


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער, בלייבט רואיג; יעצט דארף זיך אנזען וואס דער רבי געבט אונז די גאנצע יאר, מען טאר זיך נישט פארלירן, מיר דארפן טאקע ווייטער בעטן, האפן און גליסטן אנצוקומען צום רבי'ן אבער מיט ישוב הדעת און שמחה.


אויב די גרעניץ וועט זיין פארשלאסן זאלט איר מאכן א מנין צוזאמען תלמידי היכל הקודש; ווייל וואו עס קומען זיך צוזאמען צען מענטשן וואס גלייבן אין רבי'ן - דארט געפונט זיך דער רבי, בתנאי אז די צען מענטשן קריגן זיך נישט, די מנין האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט ווען ער איז אוועקגעפארן פון ברסלב אויפ'ן וועג זיך צו באזעצן אין אומאן און דער בעל עגלה איז שוין געשטאנען אינדרויסן מיט די פערד און וואגן; אויפ'ן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים טיר, ער האט געהאלטן די האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך צאמנעמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען מיט כוונה, אפשר וועט איר מיר קענען צוריק ממשיך זיין (חיי מוהר"ן, סימן קפה).


די וואך איז געווען אין ישיבה איינער פון אייער חבורה, א אינגערמאן וואס דאווענט ביי אייך, ער האט מיר איבערגעגעבן שיינע גרוסן אויף אייך. אויך באקום איך יעדן טאג בריוו, סיי פון געסט וואס פאלן אריין אויף א שבת און אויך פון קביעות'דיגע מתפללים, אלע שרייבן א זאך וואס באנעמט מיר זייער, אלע שרייבן אז מען שפירט א שטארקע ליבשאפט אין אייער שול; דאס איז מיר זייער חשוב צו הערן, ווייל א מנין פון אנשי שלומינו וואס ליבן זיך - דארט איז דער רבי.


איך בעט יעדן איינעם פון אייך, געבט אכטונג נישט צו ווערן בעצבות; תשובה מיינט נישט עצבות, תשובה איז א מצוה וואס מען דארף טון מיט שמחה. אזוי ווי מען פריידט זיך ווען מען טוט אנדערע מצוות, אזוי דארף מען תשובה טון מיט שמחה; מען טאר זיך נישט לאזן צעברעכן פונעם יצר הרע וואס רעדט איין דעם מענטש אז עס איז א מצוה צו זיין צעבראכן, אז מען זינדיגט דארף מען תשובה טון - אבער אין די זעלבע צייט בלייבן פרייליך. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אִם הָיִיתִי עוֹבֵר חַס וְשָׁלוֹם עֲבֵרָה גְּדוֹלָה בְּיוֹתֵר", אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה, "אַף-עַל-פִּי-כֵן לֹא הָיְתָה הָעֲבֵרָה מַשְׁלֶכֶת אוֹתִי כְּלָל", וָואלְט דָאס מִיר גָארְנִישְׁט אַרָאפּ גִיוָוארְפְן, "רַק הָיִיתִי אַחַר הָעֲבֵרָה אִישׁ כָּשֵׁר כְּמוֹ קֹדֶם", אִיךְ וָואלְט נָאכְדֶעם גִּוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיר, "רַק אַחַר-כָּךְ הָיִיתִי עוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה", דֶערְנָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין אין אומאן דעם יאר ראש השנה.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#16 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט פיינט האבן דאס שטעטל
התחזקות, מוסדות, מחלוקת, שטעטל, תשובה, אומאן, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס מוז זיין אז דו האסט אסאך שלעכטס אין דיר, עס קאכט אין דיר דיין עבר - דיינע מעשים וואס דו דארפסט פאררעכטן, ווייל די אלע טענות וואס דו שרייבסט מיר און וואס דו רעדסט מיט חברים וועגן די שטעטל האט נישט קיין הענט און קיין פיס; עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס עס זאל דיר שטערן די שטעטל. די טענה וואס דו זאגסט אז די מוסד אין וויליאמסבורג וועט צעפאלן - איז זייער לעכערליך. איך זע נישט אז דו זאלסט האבן עפעס אין דיר אויף די אלע משפחות פון אנשי שלומינו וואס שיקן נישט די קינדער פון אנהייב אן אין אונזער הייליגע מוסד אין וויליאמסבורג, איך זע נישט אז דו זאלסט האבן עפעס א פיינטשאפט צו די משפחות וואס וואוינען נישט אין וויליאמסבורג, איך זע נישט אז עס זאל דיר שטערן די משפחות וואס ציען זיך קיין דזשערזי סיטי, מאנסי, סטעטן איילענד וכדומה, נאר ווען מען רעדט פון שטעטל הייבט אן גיין פייער פון דיר; ווען דו רעדסט פון אנשי שלומינו טייערע משפחות וואס ציען זיך ארויס קיין קרית ברסלב ליבערטי - צינדט זיך אן אין דיר א בלינדע פיינטשאפט וואס האט נישט קיין שום זין.


איך מוז דיר זאגן אפן, עס טוט מיר זייער וויי יעדעס מאל וואס איך הער פון אנדערע ווי דו רעדסט מיט א פיינטשאפט אויף די משפחות וואס וואוינען אין שטעטל; דו ווייסט אז נאך אביסל פארן מיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קיין אומאן אויף ראש השנה וואו מיר וועלן זיין אינאיינעם אלע תלמידי היכל הקודש, און דו ווייסט וואס מוהרא"ש פלעגט אויסרופן פאר תקיעת שופר געשטיקט מיט טרערן: "איך בעט יעדן איינעם, אויב איינער האט פיינט א צווייטן זאל ער מיר טון א טובה און ארויס גיין פון בית המדרש"; איך געדענק ווען מוהרא"ש האט דאס געזאגט, עס קלינגט מיר נאך אין אויער די ווערטער ביז'ן היינטיגן טאג, איך געדענק דאס התעוררות, דאס געוויין וואס האט געהערשט בשעת מעשה, איך געדענק די הרהורי תשובה וואס יעדער איינער האט געהאט און מיט דעם לעב איך א גאנץ יאר.


אויב דו וועסט תשובה טון, דו וועסט זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, וועסטו קענען זיין מיט אונז דעם קומענדיגן ראש השנה הבא עלינו לטובה; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט זיין אין אונזער חבורה, אבער אז דו וועסט אנהאלטן די פיינטשאפט, דו וועסט נישט קוקן אין די אויגן פון די משפחות וכו', זאג איך דיר קלאר און איך בעט דיר אז דו זאלסט נישט קומען דאווענען ביי אונז. מיר דארפן נישט קיין עולם, מיר זוכן נישט קיין סאך מענטשן, מיר דארפן א חבורה וואס מען האט זיך ליב איינער דעם אנדערן.


איך האב ליב אלע אידן און נאך מער אלע ברסלב'ע חסידים תלמידי היכל הקודש, און דיר האב איך זייער שטארק ליב; אבער יעצט ווען דו שרייבסט מיר די לאנגע מגילה פול מיט האס, מוז איך דיר זאגן אפן: "אדער טוסטו תשובה, דו בעטסט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף דיין עבר און ריין מאכן דיין הארץ זאלסט זיין אמת'דיג מיט זיך אליינס, אדער זאלסטו נישט קומען מער צו מיר".


מיר קענסטו נישט סטראשען און פון מיר קענסטו גארנישט צונעמען; איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט. מוהרא"ש האט מיר געגעבן לעבן און מיר געבעטן איך זאל עפענען א ישיבה, איך האב געפאלגט מיט מסירת נפש; איך האב געהאט צו הערן און צו זינגען פון אלע זייטן - פון אינעווייניג און פון אינדרויסן, אבער גארנישט האט מיר אפגעשטעלט פון צו טון וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט.


אז איך וועל דיר נאר שרייבן איין פראצענט פון וואס איך בין אריבער - וועסטו מיר אויך נישט גלייבן; מען האט מיר פארשעמט אין אלע גאסן, מען האט אויסגעווארפן זייער אסאך מאל פאשקעווילן קעגן מיר אין אלע גאסן, עס זענען ארויסגעקומען גאנצעטע העפטן מיט לשון הרע און הוצאת שם רע אויף מיר און מיין משפחה, עס זענען פארגעקומען גרויסע הפגנות און פראטעסטן קעגן מיר אין די גאנצע שטאט דורך מענער און פרויען, באזונדער איז פארגעקומען הפגנות פון פרויען; במשך א וואך צייט אין איין צי זענען פארגעקומען פראטעסטן אין פארנט פון מיין שטוב, יעדן אינדערפרי זענען געשטאנען פרויען מיט גרויסע שילדן (סיינס) קעגן מיר און קעגן מיין ווייב תחי', מען האט ארויס געווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות וואו זיי האבן געלערנט, מען האט גערופן טאג און נאכט סטראשען מיין ווייב און מיין משפחה, מען האט מיר ארויסגעווארפן פון בתי מדרשים; איך האב נישט געקענט גיין א שטיק צייט אין מקוה, און ווען איך בין שוין יא געגאנגען באהאלטענערהייט האט מען האט מיר אנגעגאסן מיינע וועש אין מקוה. איך האב געכאפט מכות; מען האט מיר צובלוטיגט - איינמאל אין גאס און איינמאל ביי א חתונה. ווען איך פלעג גיין אויף שמחות פון גאר נאנטע משפחה און איך האב געוואלט וואונטשן מזל טוב האט מען מיר נישט צוריק געגעבן די האנט.


שפעטער האט זיך אנגעהויבן א פרשה מיט די שטאט; מען האט גע'מסר'ט די ישיבה אז איך הייס בחורים זיך נעמען דאס לעבן, מען האט מיר גערופן אויף חקירות ודרישות; טעג און וואכן האב איך נישט געהאט קיין מנוחה פון די פאלשע מסירות. שפעטער האט זיך אנגעהויבן א פרשה מיט רבנים, מען האט מיר גערופן צו דין תורה'ס און מען האט געוואלט ארויסקומען מיט א חרם אויף די ישיבה.


אזוי אויך האב איך געליטן פון אינעווייניג, אין היכל הקודש האט מען מיר זייער וויי געטון; רוב חברים וואס האבן זיך געדריידט אין היכל הקודש האבן אויפגעהערט רעדן מיט מיר, עס איז ביי מיר מקוים געווארן דער פסוק וואס דוד המלך וויינט צום אייבערשטן (תהלים מא, י): "גַּם אִישׁ שְׁלוֹמִי אֲשֶׁר בָּטַחְתִּי בוֹ", מיינע נאנטע פריינד, "אוֹכֵל לַחְמִי", נאנטע מענטשן וואס האבן געגעסן מיין ברויט, מיין געלט, מיין געהאלט, - "הִגְדִּיל עָלַי עָקֵב", זענען געווארן מיינע פיינט, זיי האבן גערעדט צו מוהרא"ש שלעכטס אויף מיר; עס האט געפעלט א האר, עס איז געווען "כְפֶשַׂע בֵּינִי וּבֵין הַמָּוֶת", עס זאל ווערן א פירוד חס ושלום צווישן מיר און מוהרא"ש.


און נאך אסאך אסאך, וואס מען קען נישט אנהייבן צו שרייבן - וואס איז אריבער אויף מיר; מיט דעם אלעם האב איך קיינמאל נישט געטראכט פון אפלאזן די ארבעט. ביי מיר איז געווען א ווארט פון מיין הייליגער רבי וואס האט מיר געגעבן א שליחות צו טון - א ווארט.


איך שרייב דיר דאס אלעס כדי דו זאלסט וויסן אז מיר קענסטו נישט צעברעכן; קענסט פרובירן אבער עס וועט דיר נישט גיין. ווען מען וויל מיר צעברעכן מאכט מען מיר נאר שטערקער, ווייל ווען עס גייט אריבער אויף מיר שוועריקייטן גיי איך צוריק צום אייבערשטן, איך וויין זיך גוט אויס און איך בעט אים ער זאל מיר העלפן, דורכדעם ווער איך נאר מער מחוזק. ווען א מענטש וויל עפעס דעמאלט קען מען אים שטערן, מען קען אים אונטערלייגן פיסלעך וכו' וכו', אבער ווען א מענטש וויל גארנישט, דארף גארנישט און האט גארנישט - קען מען אים גארנישט טון.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסב): דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו האט געבעטן זיינע תלמידים זיי זאלן מקרב זיין א געוויסער איד אן עושר, שפעטער ווען ער איז מקורב געווארן און ער איז געווארן א גרויסער צדיק איז ער געווארן אן ארעמאן, האט דער הייליגער מגיד געזאגט "חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא כה:) 'הָרוֹצֶה שֶׁיַעֲשִׁיר - יַצְפִּין', ווער עס וויל רייך ווערן זאל זיך שטעלן אויף צפון זייט 'הָרוֹצֶה שֶׁיַחְכִּים – יַדְרִים', און ווער עס וויל קלוג ווערן זאל זיך שטעלן אויף דרום זייט, קומט אויס אז דער איד - איידער ער איז מקורב געווארן צו עבודת השם איז ער געווען אויף צפון זייט, איז ער געווען רייך, אבער יעצט ווען ער איז אריבערגעקומען אויף דרום זייט, ער איז געווארן אן ערליכע איד, א חכם - קען ער שוין נישט זיין אויף צפון זייט", זאגט דער רבי: "דאס איז ווען א מענטש וויל עפעס, ווען דער מענטש פארנעמט פלאץ אויף די וועלט - דעמאלט קען ער זיין נאר אין איין פלאץ, אדער צפון אדער דרום, וואס איז אבער ווען א מענטש וויל גארנישט? דעמאלט פארנעמט ער נישט קיין פלאץ אויף די וועלט, דעריבער קען ער זיין סיי קלוג און סיי רייך", אזוי ווי מיר געפונען ביי משה רבינו, די תורה זאגט (במדבר יב, ג): "וְהָאִישׁ משֶׁה עָנָו מְאֹד מִכֹּל הָאָדָם אֲשֶׁר עַל פְּנֵי הָאֲדָמָה", משה רבינו איז געווען א גרויסער עניו; וואס מיינט אן עניו? אז ער האט נישט פארנומען קיין פלאץ אויף די וועלט, ער איז געווען ביי זיך גארנישט; אזא איינער - זאגט דער רבי - קען זיין רייך און קלוג.


אזוי איז ווען מען קריגט אויף איינעם, מען וויל אים צעברעכן; כל זמן דער מענטש וויל עפעס קען מען אים צעברעכן, אבער אז דער מענטש וויל גארנישט, ער איז בכלל נישט תופס מקום - דעמאלט קען מען אים גארנישט טון.


איך וועל ווייטער ממשיך זיין מיט מיין שליחות, אויפשטעלן מוסדות פאר בחורים אינגלעך און מיידלעך און כוללים פאר אברכים, איך וועל ווייטער געבן שיעורים פאר אינגעלייט און פרויען, זיי ברענגען נאנט צום אייבערשטן, זיי ווייזן א וועג ווי אזוי זיי זאלן קענען לעבן אויף די וועלט, זיי זאלן ליב האב די תורה, און אלע וואס שטערן מיר און לייגן מיר אונטער פוסלעך - מאכן מיר נאר שטערקער, זיי העלפן מיר מיט מיין התבודדות, זיי שטופן מיר נאכאמאל צוריק צו גיין צום אייבערשטן, עס איז פארט אן אנדערע התבודדות ווען מען ווערט געשטערט וכו' וכו'.


איך שרייב דיר נאר ווייל איך טראכט אז איך וועל קענען עפענען די בלינדע טפשות וואס איז דא ביי דיר אויפ'ן שטעטל.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר מצליח זיין סיי מיט אונזער מוסד אין וויליאמסבורג און סיי מיט'ן מוסד אין שטעטל, און איך האף צו גיין ווייטער און ווייטער. איך זיץ שוין מיט רבי ... נרו יאיר דער מנהל המוסד ווי אזוי אויסצושטעלן די קלאסן פאר'ן קומענדיגן יאר, און מיט די מנהלת תחי'; בשעת דו שרייבסט מיר דיין לאנגע מגילה, זיץ איך מיט'ן מנהל און מנהלת ווי אזוי אויסצושטעלן די כיתות פאר'ן קומענדיגן יאר, מיר לייגן אריין כוחות ארויס צו געבן ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - זיך נישט לאזן צוריק שלעפן צו די אלטע מעשים
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייטס פעלזן פעסט נישט צו פאלן פאר איר און נישט צו טון די עקלדיגע זאכן; שפירטס נישט ווי א חוזק ווען זי מאכט חוזק פון אייך און זי וויל אייך צוריק שלעפן צו די אלטע מעשים, איר זאלט זיין שטארק ווי אייזן נישט צו טון וואס דער אייבערשטער לאזט נישט טון.


ווען זי דערמאנט אייך אלטע זכרונות, זי שפעט פון אייך מיט'ן עבר - זאלט איר זאגן פאר איר אז דאס איז א לאו אין די תורה, אזוי ווי עס שטייט (ויקרא כה, יז): "לֹא תוֹנוּ אִישׁ אֶת עֲמִיתוֹ", זאגן די הייליגע חכמים (בבא מציעא נח:): "אִם הָיָה בַּעַל תְּשׁוּבָה לֹא יֹאמַר לוֹ: 'זְכוֹר מַעֲשֶֹיךָ הָרִאשׁוֹנִים'", מען טאר נישט זאגן פאר א בעל תשובה: "געדענקסט ווען דו האסט געפראסן נבילות און טריפות?" זאגטס איר אז זי טוט אייך וויי מיט דעם וואס זי דערמאנט אייך אלטע זכרונות.


אז איר וועט זיין שטארק ביי זיך, איר וועט זיך פירן איידל - וועט איר ביז א קורצע צייט טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


איר זאלט קיינעם קיינמאל נישט דערציילן אייער עבר.

#14 - זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך איז די שווערסטע זאך
שמחה, תשובה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חבר ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט פרובירן מיט אלע דיינע כחות צו זיין פרייליך, ווייל ווען א מענטש איז פרייליך איז ער ערליך; ער טוט נישט קיין נארישקייטן און טוט נישט קיין עבירות.


דעריבער זאלסטו זיך שטארקן מיט אלע כחות צו זיין נאר פרייליך; עס איז א שווערע זאך, עס איז פון די שווערסטע עבודות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כ): "לִזְכּוֹת לְשִׂמְחָה זֶה קָשֶׁה וְכָבֵד לְהָאָדָם לִזְכּוֹת לָזֶה יוֹתֵר מִשְּׁאָר כָּל הָעֲבוֹדוֹת", זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך איז שווערער ווי צוצוקומען צו סיי וועלכע אנדערע עבודות; דער יצר הרע ציטערט פון שמחה ווייל שמחה פארברענט אים, ער האט נישט קיין שליטה אויף א פרייליכער מענטש, דער אייבערשטער היט דעם מענטש וואס איז פרייליך ער זאל נישט פאלן אין פגם הברית (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן קסט).


צייל נישט וויפיל טעג דו ביסט נישט פוגם וכו'; שוין צוויי וואכן נישט פוגם געווען, שוין דריי וואכן וכו', וכו'; קוק נישט אויף דעם, דו בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "רבונו של עולם, פון היינט הויב איך אן זיין אן ערליכער איד".


איך ווארט דיר צו זען; ביי אונז דאנקט מען דעם אייבערשטן: "שֶׁשַׂמְתָּ חֶלְקֵנוּ מִיּוֹשְׁבֵי בֵּית הַמִּדְרָשׁ וְלֹא שַׂמְתָּ חֶלְקֵנוּ מִיּוֹשְׁבֵי קְרוֹנוֹ"ת", וד"ל.