בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#127 - א קליינע תפילה ארויסצוגיין פון חובות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תרומה, שובבי"ם, ב' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע דיינע חובות וכו'; עס וועט דיר נישט העלפן די אלע פלענער, איין פלאן איז דא פטור צו ווערן פון די חובות; תשובה טון, און זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן. ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "יֶשׁ עֲבֵירָה שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵירָה הַהִיא שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא עבירות וואס דאס מאכט אז דער מענטש זאל שטענדיג זיין א בעל חוב; דאס איז די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווייל די עקלדיגע עבירה פארשטאפט דעם מח פונעם מענטש און עס ווארפט אריין דעם מענטש אין א קטנות המח, אז דער מענטש טראכט אז ער מוז בארגן געלט, און צום סוף בלייבט ער נעבעך א גרויסער בעל חוב.


גיי אין א ווינקל, וויין זיך אויס צום אייבערשטן; נאר אזוי וועסטו ארויסקריכן פון דיינע חובות, דא האסטו א קליינע תפילה וואס צו בעטן:


 


"הייליגער באשעפער איך דארף א נס, איך זינק אין א געדעכטע בלאטע פון חובות, און וויפיל איך פרוביר ארויסצוגיין - פאל איך צוריק, איך דריי מיט חובות, איך בין שולדיג אזויפיל חובות, העלף מיר איך זאל קענען יעדן איינעם באצאלן.


רבונו של עולם, איך ווייס זייער גוט אז איך בין שולדיג אין די חובות, דו האסט אונז מגלה געווען דורך דעם הייליגן רבי'ן פון וואס חובות קומט, דער רבי זאגט אז חובות קומט פון פוגם זיין בברית, איך טו תשובה, זיי מיר מוחל אויף מיינע זינד, איך גיי מער נישט טון קיין עבירות, איך זאג צו איך גיי זיין גוט, און איך בעט דיר הייליגער באשעפער, נעם אן מיין תשובה און מאך מיר א נס איך זאל יעדן איינעם באצאלן און האבן גרויס שפע צו קענען מפרנס זיין מיין משפחה".


זאג די תפילה, און דער עיקר זאלסטו זאגן דיינע אייגענע ווערטער; אייגענע תפילות איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#126 - אז מען הערט נישט אויף די עבירות, קען קומען ביטערע מחלות
תשובה, עבירות, עונשים

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


...


איך האב געהערט די מעסעדזש, עס איז מיר שלעכט געווארן, איך האב געמיינט איך פאל חלשות... ווי קען זיין אזא זאך, א ווייבל זאל גיין אונטערן מאנ'ס רוקן רעדן מיט א פרעמדער מאן... הענט און פוס ציטערן מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון.


זאג פאר די ווייבל, אדער טוט זי תשובה, זי לאזט אפ די עקלדיגע גרויליגע זאך פון רעדן מיט א פרעמדער מאן אונטערן מאנ'ס רוקן – וועט דער אייבערשטער איר מוחל זיין, און אז נישט – קען אנקומען א ביטערע מחלה וואס מען ענדיגט דאס לעבן אין שפיטאל; ווייל אויף אלעס איז דער אייבערשטער מאריך אף, ער ווארט, אויסער אויף זנות (בראשית רבה כו, ה).


איך האב געהערט די מעסעדזש איידער איך האב געטאנצן מצוה טאנץ ביי א חתונה אין ישיבה, איך האב נישט געהאט כח צו טאנצן פון הערן אזא מעשה.


איך דארף מקצר זיין, איך האב נישט קיין כח.





 


 





 

#125 - שלא עשני גוי, איך בין נישט קיין גוי, איך בין א איד
התחזקות, מוסדות, תשובה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו ביסט פול מיט נישט גוטע זאכן - אבער א גוי ביסטו נישט, און מיט דעם אליינס דארפסטו זיך זייער פרייען, אז 'שלא עשני גוי, איך בין נישט קיין גוי, איך בין א איד'.


מוהרא"ש דערציילט, ער איז אמאל געווען א שבת ביי איינעם אין שטוב און שבת נאכמיטאג האט ער געזען אין שאנק אן אלטע סידור מיט די ברכה: "ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם שעשני יהודי"; ווייל די סידור איז געדרוקט געווארן אין די צייטן פון די רדיפות אויף אידן, און די צענזור האט נישט געלאזט דרוקן די ברכה 'שלא עשני גוי', נאדעם האט מוהרא"ש איינגעדרימלט און ער חלומ'ט זיך א שטארקע קשיא, פארוואס מאכט מען די ברכה אויף א וועג פון 'איך בין נישט קיין גוי', פארוואס מאכט מען נישט די ברכה 'שכוח אייבערשטער איך בין א איד', האט מוהרא"ש מחדש געווען אין חלום, וואלט מען ווען געמאכט די ברכה 'ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם שעשני יהודי, איך בין א איד' - וואלטן די עצבות'דיגע מענטשן נישט געמאכט די ברכה, זיי וואלטן געטראכט מרוב עצבות ומרה שחורה 'בין איך דען א איד?', דערפאר מאכט מען די ברכה 'שלא עשני גוי', אז אפילו אן עצבות'דיגער מענטש וואס שפירט ביי זיך טויט, ער זעט זיך דער ערגסטער מענטש, דער גרעסטער בעל עבירה - קען אויך אויסשרייען: "א גוי בין איך נישט, גע'מל'עט בין איך!"


נעכטן נאכט איז געווען שבע ברכות ביי מיין שווער, הרב הצדיק רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א. מיין שווער האט נאכגעזאגט פון הייליגן בני יששכר פייערדיגע ווערטער, אויב א מענטש איז מסופק צי דער אייבערשטער נעמט אן זיין תשובה, אויב ער קען נאך אמאל תשובה טון - איז דאס אפיקורסות, ווייל ביי א מענטש וואס פארטשעפעט זיך מיט א צווייטן מענטש, ער בעט איבער און יענער איז אים מוחל, און ער קומט נאכאמאל טשעפען און נאכאמאל איבערבעטן - וועט דער מענטש יענעם זאגן: "אלעס האט א גבול", אבער דער אייבערשטער איז נישט מוגבל, דער אייבערשטער איז א חנון המרבה לסלוח, מען קען אייביג פאררעכטן, מען קען אלץ מתקן זיין, אפילו מען האט שוין טויזנט מאל געזאגט מען גייט שוין נישט טון קיין שלעכטס - קען מען נאכאלץ פאררעכטן.


איך דארף גרויסע ניסים צו קענען אנגיין מיט די מוסדות, סיי אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל. די גאנצע עול פון צאלן מלמדים איז געפאלן אויף מיר, איך האב נישט קיינעם אויף וועם זיך צו פארלאזן נאר אויפן אייבערשטן, איך פארלאז זיך נאר אויף אים, ער האט געמאכט ניסים מיט מיר ביז אהער און איך גלייב אז ער וועט מיך ווייטער נישט פארלאזן. איין זאך בעט איך דיר, לייג מיך אריין אין דיינע תפילות, מאך א תפילה פאר מיר יעדן טאג, איך זאל קענען ווייטער אנגיין ביתר שאת וביתר עוז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#124 - איך בין מקנא דיינע זכותים מיט'ן טיילן עסן פאר משפחות נצרכים
בית התבשיל, תשובה, חסד, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, ערב ראש חודש שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין מקנא דיינע זכותים וואס דו האסט מיטן טון חסד, ובפרט מיטן טיילן עסן פאר משפחות נצרכים, ובפרטי פרטיות מיט טייערע אנשי שלומינו וואס קוקן ארויס אויף די עסן וואס דו טיילסט; דאס איז מתקן אלע חטאים בפגם הברית. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה, סימן נד): "מִי שֶׁעוֹשֶׂה חֶסֶד עִם אוֹהֲבֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווער עס טוט חסד מיט ערליכע אידן, - "עַל יְדֵי זֶה מְתַקֵּן פְּגַם הַבְּרִית", איז מתקן אלע פגמים.


דער אייבערשטער זאל אונז געבן די זכי' מיר זאלן קענען טון גוטע זאכן, און מיט דעם מתקן זיין אלעס וואס מען דארף מתקן זיין.

#123 - פארוואס זאל איך מוותר זיין, אפשר זאל מיין ווייב מוותר זיין?
שלום בית, התחזקות, תשובה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס קריגסטו זיך מיט דיין ווייב טאג און נאכט? וואס איז די שכל פון זיך קריגן?! דו פארטרייבסט די שכינה הקדושה פון שטוב און עס קומט עניות און אלע פראבלעמען.


דו פרעגסט פארוואס דו דארפסט אלץ זיין דער וואס איז מוותר, זאל זי מוותר זיין; טייערער ברודער, מוותר זיין איז נישט קיין עונש, מוותר זיין איז נישט קיין קנס, דער קלוגער איז מוותר; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.): "עלוב ושאינו עלוב", ווען צוויי מענטשן קריגן זיך און איינער איז קלוג און קען דערהייבן ווען מען פארשעמט אים און דער אנדערערע נישט, "מי נדחה מפני מי", ווער דארף נאכגעבן? אודאי דער וואס קען מער פארנעמען; דערפאר זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב) מען זאל שטענדיג מוותר זיין פאר די ווייב, דער רבי זאגט (שם) מען זאל זיך נישט טענה'ן, מען זאל זיי נאכגעבן; ווייס איך נישט פארוואס דו ביסט ברוגז אז דו דארפסט אלץ מוותר זיין.


געב נאך אין שטוב, זיי א וותרן; דער רבי זאגט (ספר המדות אות כעס, סימן ו): "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹהֵב לְמִי שֶׁאֵינוֹ כּוֹעֵס", דער אייבערשטער האט ליב דער וואס רעגט זיך נישט אויף, "וּלְמִי שֶׁאֵינוֹ מַעֲמִיד עַל מִדּוֹתָיו", און אויך האט דער אייבערשטער ליב דעם וואס געבט נאך; פארדעם אליין איז ווערד נאך צו געבן, צו ווערן באליבט ביים אייבערשטן.


אז דו וועסט נאכגעבן אין שטוב וועט דער אייבערשטער דיר נאכגעבן. דער רבי זאגט (שם אות תשובה, סימן צח): "מִי שֶׁמַּעֲבִיר עַל מִדּוֹתָיו, מַעֲבִירִין לוֹ עַל כָּל פְּשָׁעָיו", ווער עס געבט נאך איז דער אייבערשטער אים מוחל אויף אלע זיינע זינד; וויפיל דארפן מיר תשובה טון אויף אונזערע מעשים... און דא האבן מיר א וועג ווי מיר קענען אלעס אפווישן; עס איז ווערד צו שווייגן אין שטוב זוכה זיין צו תשובה.


בזכות דעם וואס דו וועסט סובל זיין אין שטוב, דו וועסט מוותר זיין אין שטוב - וועט דער אייבערשטער אננעמען דיינע תפילות. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם אות תפילה, סימן כ): "מִי שֶׁמַּעֲבִיר עַל מִדּוֹתָיו, תְּפִלָּתוֹ נִשְׁמַעַת", ווער עס געבט נאך, ווערן זיינע תפילות אנגענומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - אז מען שווייגט אפ אויף אלע בזיונות, דאס איז תשובה
תשובה, בזיונות, תעניתים, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז מען פארשעמט דיך אין שטוב אדער אין ארבעט - זאלסטו נישט ענטפערן, זיי מקיים וואס דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "עִקַּר הַתְּשׁוּבָה שֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען שווייגט אפ אויף אלע בזיונות - דאס איז תשובה.


דאס ווייסטו אז דער רבי האט אונז נישט געלאזט פאסטן, מיר פאסטן נאר די תעניתים וואס שטייען אין שלחן ערוך, אבער אין די שובבי"ם טעג פאסטן מיר נישט. דער רבי זאגט אונז מיר זאלן נישט ענטפערן אויף בזיונות, דאס איז אונזער פאסטן, דאס איז אונזער וועג זיך צו רייניגן.


שווייג אפ ווען מען טוט דיר וויי, בעיקר זאלסטו שווייגן אין שטוב; אז דיין ווייב זידלט דיך אפ, זי טוט דיר וויי - זאלסטו חס ושלום ענטפערן, הער אויס און זאג: "זיי מיר מוחל", און האב איר ווייטער ליב; וועט די שכינה רוען ביי דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - אין די ימי השובבי"ם, זאג יעדן טאג תהילים
תהלים, תשובה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר גייען אריין אין די ימי השובבי"ם, זאג יעדן טאג תהילים; מי יתן אז דו וועסט זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים, און אז עס גייט נישט א יום - זאג וויפיל דו קענסט, ווייל תהילים איז מסוגל לתשובה. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס האט יא א התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס, אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהילים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות - ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#120 - הפצה איז תיקון הברית
הפצה, תשובה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען מיר גייען אריין אין די ימי השובבי"ם, טעג וואס זענען מסוגל לתקן אות ברית קודש – זאלסטו גיין וואס מער פארשפרייטן די ספרים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט געשריבן די עצות פון רבי'ן אויף א וואונדערליכע שפראך וואס רעדט צום היינטיגן דור און איז יעדן מחזק.


דאס איז די גרעסטע תיקון צו פאררעכטן פגם הברית. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", ווי אזוי פאררעכט מען פגם הברית? "שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", אז מען איז עוסק צוריק צו ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


דורך הפצה וועט קומען דיין שידוך.


 

#119 - מען מעג זאגן א קינד א גוט ווארט, אפילו בעפאר עס קומט זיך אים
קאמפלימענטס, חינוך הילדים, תשובה, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי יט, יח): "יַסֵּר בִּנְךָ", שטראף דיין זון, "כִּי יֵשׁ תִּקְוָה", ווייל עס איז דא א האפענונג ער זאל בעסער ווערן, "וְאֶל הֲמִיתוֹ", און אים שלאגן מכת רצח – "אַל תִּשָּׂא נַפְשֶׁךָ", זאלסטו נישט טון.


מען קען זאגן נאך א פשט, שלמה המלך לערנט אונז ווי אזוי צו זאגן מוסר. "יַסֵּר בִּנְךָ", זאג מוסר דיין קינד, זאג אים: "יֵשׁ תִּקְוָה", דו האסט נאך א האפענונג; ווייל דאס איז דער עיקר שוועריקייט פאר קינדער און אויך פאר ערוואקסענע, ווען זיי טראכטן פון צוריק קומען צום אייבערשטן טראכטן זיי 'איך בין שוין סיי ווי דערנאך', 'פון מיר וועט שוין סיי ווי גארנישט זיין'; דאס איז די סיבה פארוואס מען קען זיך נישט נעמען תשובה טון. אויך זענען דא פעלער וואס עלטערן און מחנכים זאגן גיפטיג רייד, זיי זאגן "פון דיר וועט שוין גארנישט זיין, דו וועסט אויסוואקסן א גארנישט".


דאס זאגט אונז דער פסוק, "יַסֵּר בִּנְךָ", זאג אים: "כִּי יֵשׁ תִּקְוָה", עס איז דא א וועג ארויס פונעם פראבלעם, "וְאֶל הֲמִיתוֹ אַל תִּשָּׂא נַפְשֶׁךָ", צו רעדן ווערטער וואס הרג'עט, ווערטער פון מוסר וואס צעברעכט – זאלסטו נישט אויפהייבן דיין ווילן, והבן למעשה.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מלמד, בוי אויף די רצונות פון די קינדער, געב יעדן איינעם גוטע ווערטער. מען מעג זאגן א קינד א גוט ווארט נאך פאר עס קומט אים, מען קען אויסבארגן, ווייל ביי דיני נפשות גייט מען לחומרא, און איין גוט ווארט איז דיני נפשות ממש.

#118 - דיינע אויגן זענען הפקר, אראפגעפאלן אין שאול תחתית
קדושה, התחזקות, שטעטל, תשובה, מחשבות, שמירת עינים, תפילה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס זאל איך דיר זאגן, ביסט טאקע אראפגעפאלן אין שאול תחתית, דיינע אויגן זענען הפקר, דיינע מחשבות טראכטן פון שלעכטס, אבער דאך דארפסטו געדענקען אז דער אייבערשטער איז זייער גרויס, און מיט תשובה און הכנעה וועסטו אלעס קענען פאררעכטן.


לערן תורה, דאס איז דער גרעסטער תיקון, לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא אפילו בלי הבנה, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין - דאס וועט פארברענען אלע קליפות און דיך צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור אין ישיבה. א שאד דו קומסט נישט בקביעות אין צייט; וועסט האבן אזויפיל חיזוק, דיין שבת וועט אנדערש אויסזען אז דו וועסט קומען צום שיעור הערן דעם רבינ'ס דיבורים, עס וועט דיך אויפוועקן פון שלאף, דו וועסט צוריק אנהויבן בענקען צום אייבערשטן און זיך פירן ערליך.


מיר האבן געעפנט די וואך אונזער "ילד שעשועים", א פלאץ פאר קימפעטארינס, זיך אפצוריען און קומען צו די כוחות. די משפחות אין שטעטל העלפן זייער, יעדער איז זייער פרייליך פארן ילד שעשועים.


אויך גרייטן מיר זיך שוין צו עפענען די מצה בעקעריי אין שטעטל, עס זאל זיין מצות פאר אנשי שלומינו.


מענטשן פרעגן מהיכן ירק זה חי, ווי איז דא אזויפיל געלט אין היכל הקודש? אזא שיינע שטעטל אויפצושטעלן, אין אזא קורצע צייט איז דא מוסדות - פון א חדר ביז א סקול בית פיגא, ישיבה, כולל, בתי מדרשים און מקוואות, א מצה בעקעריי, יעצט א ילד שעשועים - פון וואו קומט די געלט? דער ענטפער איז: "מיר בעטן דעם אייבערשטן, מיר האבן נישט קיינעם אויף וועם זיך צו פארלאזן, מיר גייען צום אייבערשטן; מיר דאנקען און מיר בעטן". אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כה.) א אידענע איז געקומען צו רבי חנינא בן דוסא, זי האט זיך באקלאגט אז זי בויט א הויז און די העלצער וואס האלט די דאך איז צו קורץ, האט דער צדיק געבעטן דעם אייבערשטן און איר אנגעוואונטשן, דערציילט די גמרא, פלימו זאגט: "אני ראיתי אותו הבית", איך האב געזען די דירה, און מען האט מיר געזאגט: "בית זה", דעם הויז "שקירה ר' חנינא בן דוסא בתפלתו", איז וואס רבי חנינא בן דוסא האט געמאכט מיט תפילה; דאס איז אונזער סוד: 'תפילה, תפילה און נאכאמאל תפילה'.


קום צום שיעור, וועסט זיך אויפוועקן פון שלאף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#117 - ווען מען וויל תשובה טון, דארף מען באצאלן די חובות
הפצה, תשובה, חובות

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


שטייט אין פסוק (בראשית יג, ג): "וַיֵּלֶךְ לְמַסָּעָיו", זאגט רש"י: "בחזרתו פרע הקפותיו", מען קען זאגן, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב", ווער עס וויל תשובה טון, "יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", זאל זיך אכטונג געבן פון האבן חובות; מען קען נישט תשובה טון מיט חובות, מען מוז זיך היטן פון בארגן געלט, און באצאלן אלטע חובות.


דאס קען זיין איז רש"י מרמז, 'בחזרתו' ווען א מענטש קערט זיך צוריק צום אייבערשטן, ער טוט תשובה, 'פרע הקפותיו', זאל מען באצאלן די חובות, נאר אזוי קען מען תשובה טון, והבן למעשה.


מאך נישט קיין חובות און באצאל אלע אלטע חובות, באצאל צוביסליך, גיי נאך געלט, גיי הפצה און אזוי וועסטו קענען לעבן אן חובות.


שרייב מיר בריוו, שרייב מיר דיינע סיומים, שרייב מיר פון דיין עבודת השם.


 

#116 - וויפיל דו ביסט נאר געפאלן, דער אייבערשטער קען אויך דיר העלפן
התחזקות, תשובה, משניות, עבירות, יאוש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אפילו דו ביסט אזוי אראפגעפאלן רחמנא לצלן, דו ביסט אזוי פארכאפט ביי די קליפות, דיינע אויגן זענען פארשמירט מיט קוקן ... רחמנא לצלן, דיין מח איז אזוי פארברענט; מיט דעם אלעם זאלסטו זיך נישט מייאש זיין, ווייל דער אייבערשטער איז זייער גרויס און ער קען דיר אויך העלפן.


נעם די עצה פון מוהרא"ש, וואס האט גענומען די עצה פון רבי'ן, מאך זיך א שיעור אין משניות; זאג יעדן טאג אפאר פרקים משניות. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


זיי זיך נישט מייאש.


איך בין זייער פארנומען, איך מוז מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#115 - וועק זיך אויף, גיי אין שול, טו אן תפילין, און גיי מיט א טלית קטן
חינוך הילדים, עבודת השם, תשובה, דאווענען, מנין, תפלין, ציצית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, וועק זיך אויף, הויב אן צוריק צו דינען דעם אייבערשטן; גיי אין שול יעדן טאג, טו אן די הייליגע תפילין, אויך גיי מיט א טלית קטן.


זאלסט זיך מוסר נפש זיין צו גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות, שחרית, מנחה און מעריב. דער הייליגער זוהר זאגט (וירא, דף קה.), אויפן פסוק (בראשית יח, לב): "לֹא אַשְׁחִית בַּעֲבוּר הָעֲשָׂרָה", אויב א איד קומט אין שול דאווענען מיט מנין, זאגט דער אייבערשטער 'איך וועל אים נישט שטראפן בדינו של גיהנום, 'בעבור העשרה', בזכות דאווענען מיט מנין".


נאך אביסל גייסטו מאכן פיאות פאר דיין זון נרו יאיר, און אים אנטון א טלית קטן; דארף דער טאטע גיין מיט א טלית קטן, אז די קינדער זאלן זיין גוטע אידן.


שרייב מיר צוריק אויב דו גייסט שוין צוריק אין שול דאווענען און אנטון תפילין.


דיין ראש ישיבה וואס ליב דיך.

#114 - הער אויף רעדן ניבול פה, קענסטו צוריק קומען אין היכל הקודש
תשובה, משניות, עבירות, טעלעפאן, היכל הקודש, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו נעמסט זיך פאר נישט צו רעדן מער קיין ניבול פה - קענסטו צוריק קומען ביי אונז אין היכל הקודש, אויך נאר בתנאי אז דו וועסט נישט ארויסנעמען קיין טעלעפאן וכדומה - קוקן שמוציגע זאכן.


וויסן זאלסטו, יעדער איינער קען תשובה טון, אבער נאר אז מען לאזט אפ דעם טויטן שרץ; כל זמן מען האלט אין האנט די טויטע שרץ, אפילו מען טובל'ט זיך אין מקוה אריז"ל, אפילו מען גייט אין אלע קוועלער - בלייבט מען טמא. אזוי זאגן די הייליגע חכמים (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", ווען איינער איז טמא און טובל'ט זיך - ווערט ער ריין נאר אויב ער לאזט אפ דעם טויטן שרץ, ווייל ווי לאנג מען האלט אן דעם טויטן שרץ, אפילו מען טובל'ט זיך אין אלע וואסערן, אין אלע מקוואות - בלייבט מען טמא, נאר אז מען ווארפט אוועק די טויטע שרצים - ווערט מען טהור.


אז דו ווילסט תשובה טון - ווארף אוועק דיין טעלפאן און אנדערע מאשינדלעך וואס מען קען זען עבירות, און אזוי וועסטו קענען תשובה טון.


זאג אסאך משניות אפילו בלי הבנה כלל, וועט אריינגיין אין דיר א ריינקייט.


איך בין נישט ברוגז אויף דיר, איך האב דיך אוועקגעשיקט נאר ווייל ביי אונז אין היכל הקודש דארף איך אכטונג געבן מען זאל רעדן נאר איידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#113 - א יום כיפור הערליך שיין, מיט גרויס התעוררות
תפילה והתבודדות, מקוה, אמונה, התחזקות, הפצה, שטעטל, שלום, תשובה, מנהגים, יאוש, בעל תפלה, גבאי, אחדות, יוצרות, געפילן, יום כיפור, דרך הלימוד, קידוש לבנה, איבערבעטן, נוסח

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה, גאט'ס נאמען, י"א תשרי, שנת תשפ"ד לפרטן קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


געלויבט דעם אייבערשטן אז יום כיפור האט מען אונז מוחל געווען אלע אונזערע עבירות, מיר הויבן אן א נייעם בלאט, מיר זענען ארויס ריין פארן אייבערשטן.


ביי אונז איז געווען זייער שיין; די דאווענען מיט די דרשות, די ניגונים - אלעס אלעס איז געווען זייער זיס און געשמאק. איך האב זייער הנאה אז דו ביסט געבליבן אין שטעטל פירן דעם מנין, דאווענען פארן עמוד און זען אז אלעס זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף זיך פירן. איך האף אז דו וועסט בלייבן די יאר הושענא רבה און אזוי אויך שמחת תורה, און זען עס זאל פארקומען שיינע ווארעמע תפילות און פרייליכע הקפות. עס פעלט נישט אויס אריינצוקומען אין ישיבה צום ראש ישיבה, ענדערש בלייב אין שטעטל; עס פעלט אויס עס זאל זיין שיינע תפילות און פרייליכע הקפות.


ביי אונז איז געווען הערליך שיין, מיט גרויס התעוררות. איך וויל דיר אביסל מיטטיילן דו זאלסט וויסן ווי אזוי מען דאווענט אין היכל הקודש, וואס פאר א שטיקלעך פונעם דאווענען מען זאגט און וואס מען לאזט אויס, און אזוי ווייטער.


דער בריוו איז געשריבן פאר דיר אבער דו קענסט דאס אויפהענגען אין שול ביי ענק; עס איז דא זייער שיינע חיזוק פאר אלעמען, אויך קענסטו דאס ווייזן פאר אלע גבאים.


*ליל כל נדרי*


פונעם זמן הדלקת הנרות האט זיך דער בית המדרש אנגעפילט מיט אנשי שלומינו, מיר האבן געהאט אסאך געסט, זייער אסאך איינוואוינער פון שטעטל, אויך זענען געקומען אנשי שלומינו פון קרית יואל, פון מאנסי און פון בארא פארק, אויך דער דיין שליט"א איז געווען.


מיר האבן אלע געזאגט די תפילת זכה, אויך די ווידוי הגדול לרבינו ניסים זכר צדיק לברכה. איך האב געזאגט אפאר ווערטער איידער כל נדרי, נישט אז איך בין דער וואס קען זאגן פאר אנדערע, נאר איך האב געדענקט וואס דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן, עס האט אויסגעבראכן א פייער אין א שטאט, איז דער שמש ארויסגעלאפן שרייען: "רבותי, עס ברענט א פייער, ראטעווע זיך"; לכאורה דער שמש איז דער קלענסטער פון זיי אלע, איז וואס עפעס שטעלט ער זיך ארויס שרייען: "רבותי... עס ברענט...!!!" נאר יעדער איינער פארשטייט אז דא קוקט מען ווער עס קען אויפוועקן דעם עולם, נישט ווער עס איז מער, ווער עס איז חשוב'ער; האט דער הייליגער ישמח משה אויסגעפירט ביים כל נדרי דרשה: "רבותי, איך בין נישט מער פון ענק, איך דארף אויך תשובה טון, אבער איך בין דער שמש, איך וויל ענק אויפוועקן, דעריבער בין איך קומען שרייען 'רבותי, עס ברענט, מיר גייען אריין אין א ברענעדיגע טאג, לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ'".


*דרשת כל נדרי*


מיר האבן אנגעהויבן מיטן פסוק (ויקרא טז, ל): "כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ", איך האב געטייטשט דעם פסוק ווארט ביי ווארט, ווייל דער פסוק אליינס - איז די בעסטע חיזוק, צו זען אז דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א טאג וואס ער רייניגט אונז אפ, און מיר ווערן ריין פארן הייליגן באשעפער. מיר האבן גערעדט פון דעם דאפלטן לשון, 'כִּי בַיּוֹם הַזֶּה', ווייל אין דעם טאג יום כיפורים, 'יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם', טוט דער אייבערשטער פארצייען, 'לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם', אונז צו רייניגן פון אלע אונזערע עבירות, נאכדעם זאגט ער נאכאמאל, 'לִפְנֵי ה', פארן לעבעדיגן באשפער, 'תִּטְהָרוּ' - ווערט איר ריין; וואס דארף ער איבערזאגן נאכאמאל 'לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ' אז מיר ווערן ריין?!


דער רמב"ם זאגט (פרק ב' מהלכות תשובה, הלכה ב): "וְיָעִיד עָלָיו יוֹדֵעַ תַּעֲלוּמוֹת שֶׁלֹּא יָשׁוּב לְזֶה הַחֵטְא לְעוֹלָם", תשובה איז נאר נאכדעם וואס דער אייבערשטער - וואס ער זעט אלע באהאלטענע זאכן - וועט עדות זאגן, אז דער מענטש מיינט טאקע וואס ער זאגט, און ער טוט טאקע תשובה; יעצט ווען מיר קומען יום כיפורים צום אייבערשטן אז מיר ווילן תשובה טון, קומען אלע מקטריגים און רעדן שלעכטס אויף אונז. ווייל ווען א מענטש זינדיגט, באשאפט ער מיט יעדע עבירה אזויפיל קליפות ומשחיתים וואס שטייען אויבן אין הימל און מאנען מען זאל געבן אן עונש פאר דעם מענטש, און ווען זיי זעען אז דער מענטש קומט תשובה טון, הויבן זיי אן פארפירן אז דער מענטש מיינט עס נישט ערנסט, אזוי ווי מען קען צומאל הערן פון בעלי דרשנים ווי זיי קלאפן דעם עולם, אז תשובה טון איז נישט אזוי פשוט, זיי זענען מבאיש ריח, זיי רעדן קעגן אידן, דאס אלעס איז אין הימל פון די מקטריגים, ווי זיי לאזן ארויס א שלעכטע גערוך אויף נשמות ישראל, און מיט דעם צעברעכט מען אידישע קינדער. עס כאפט זיך אריין מחשבות ביי מענטשן: 'איך מיין עס סיי ווי נישט ערנסט', 'איך האלט סיי ווי נישט ביי אמת'ע תשובה', ביז מענטשן ווערן אזוי מיואש אז מען לאזט אפ אידישקייט.


דאס זאגט אונז דער פסוק: "כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ", ווען אלע מקטריגים זאגן 'פארוואס זאל מען מוחל זיין אידישע קינדער, זיי מיינען עס נישט ערנסט, זיי זאגן נאר מיטן מויל אז זיי טוען תשובה, אבער עכט מיינען זיי עס נישט', אויף דעם זאגט דער פסוק 'לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ', דער אייבערשטער ווייסט דעם אמת, דער אייבערשטער קוקט אריין אין אונזערע הערצער, דער אייבערשטער איז דער 'יודע מחשבות ביום דין', ער זעט אונזערע מחשבות, ווי שטארק מיר ווילן זיין גוט, 'לצופה נסתרות ביום דין', דער אייבערשטער זעט אלע פארבארגענע זאכן, ער זעט די הארץ פון אידישע קינדער, ווי אלע ווילן זיין גוט, נאר מען האט אזא שווערע יצר הרע, מיט אזעלכע שווערע נסיונות, 'לפני השם' פארן לעבעדיגן באשעפער ווערן מיר ריין.


*מוחל זיין אנדערע*


אויך האבן מיר גערעדט, מענטשן פרעגן, 'ווי אזוי קענען מיר מוחל זיין אנדערע ווען זיי האבן אונז שלעכט געטון? מיר ווילן אלעמען מוחל זיין, אבער עס איז אזוי שווער, מיר שפירן ווי מיר קענען נישט פארגעבן, וואס איז די עצה?' אז מען נעמט אריין אמונה, מען ווייסט און מען חזר'ט זיך 'אלעס איז פונעם אייבערשטן, קיינער קען נישט טון שלעכטס דעם מענטש, קיינער קען נישט וויי טון, קיינער קען נישט פרייליך מאכן, אלעס אלעס קומט פון אויבן מיט א חשבון' - נישט צו זאגן אז מען מעג וויי טון ווייל אלעס איז פון אויבן, חס ושלום אזוי צו זאגן; אויב מען טוט וויי, מען טשעפעט, מען פארשעמט - מוז מען תשובה טון, מען מוז איבערבעטן, אז נישט באקומט מען אן עונש; מען רעדט פונעם מענטש וואס איז וויי געטון געווארן, מען רעדט צום פארשעמטער, ער זאל וויסן, אויב וועט ער זיך חזר'ן די אמונה - דעמאלט וועט אים זיין גרינג יעדן איינעם מוחל זיין, אז עס איז 'לפני ה', מען ווייסט אז מען שטייט פארן אייבערשטן, אלעס איז פון אים, דעמאלט - 'תטהרו' ווערט מען ריין, דאס הארץ איז ריין, מען האלט נישט קיין פיינטשאפט צו קיינעם.


*בעלי מוסר*


מיר האבן גערעדט זייער וויכטיגע זאכן, הלואי אז איינער וועט דאס אפשרייבן, אז אלע אנשי שלומינו זאלן זיך קענען שטארקן מיט די דיבורים. עס איז וויכטיג פאר א גאנץ יאר, נישט נאר פאר ליל כל נדרי. ווייל דער שטן פארדרייט אזוי דעם קאפ, און ליידער איז צוריק געקומען די אמאליגע בעלי מוסר וואס צעברעכן אידישע קינדער, וואס איז געווען איידער דער הייליגער בעל שם טוב איז געקומען. מען האלט דרשות אז תשובה טון איז נישט אזוי פשוט, איך וויל נישט אראפשרייבן די דברי ניאוץ וואס זיי רעדן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד) אז מען טאר נישט נאכזאגן ווערטער פון כפירה, אפילו מען וויל נאר זאגן וואס יענער זאגט, אפילו מען האלט נישט ווי יענעם, מען וויל נאר איבערזאגן - טאר מען אויך נישט עיין שם.


איך וועל דיר שרייבן וואס מען האט גערעדט אין היכל הקודש, דיבורים וואס מיר האבן געהערט אלע יארן פון מוהרא"ש; אז דער אייבערשטער האט ליב אידן און ער ווארט מיר זאלן זיך צוריקקערן צו אים, מיר זאלן תשובה טון, מיר זאלן טראכטן אפילו נאר פאר איין סעקונדע אז 'מיר גייען שוין זיין וואויל', און כל שכן אז מען קען ארויסזאגן א ווארט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל, העלף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר, ברענג מיך צו דיר", ווי חשוב דאס איז, און ווי דער אייבערשטער ווארט אויף די ווערטער.


*מיין דאווענען איז נישט ווערד*


די דרשה איז געווען נישט קיין לאנגע דרשה, עס איז געווען קורץ, אבער די פאר ווערטער האט מיר זייער געעפנט די הארץ, איך האב זייער תשובה געטון; מיר האבן גערעדט אז די אלע טריפה'נע מחשבות וואס כאפן זיך אריין, מען טראכט 'וואס האב איך צו דאווענען? איך בין סיי ווי א פארפאלענער, איך בין סיי ווי א שגץ, איך בין אזוי ווייט, מיינע תפילות זענען נישט חשוב', ווער רעדט נאך ווען מען האט ראיות, אז מען קען נישט וויינען, מען איז טרוקן, מען איז פארקלאפט, מען זעט א גאנצע בית המדרש ווי יעדער דאווענט, 'יעדער גיסט זיך אויס דאס הארץ, און נאר איך בין אזוי טרוקן'; דארף מען געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כריתות ו:): 'כָּל תְּפִלָּה שֶׁאֵין בָּהּ מִתְּפִלַּת פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל אֵינָהּ תְּפִלָּה", מיר האבן דערמאנט דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער, ווי דער רבי האט מחזק געווען איינעם וואס האט געהאט די טריפה'נע מחשבות (שיחות הר"ן, סימן רצה) אז דיקא דורך אים וועלן ארויפגיין אלע תפילות. דער רבי זאגט אים, טראכט אזוי: 'הֲלֹא אִם אֲנִי רָחוֹק בְּעֵינַי מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כָּל כָּךְ מֵחֲמַת רִבּוּי עֲווֹנוֹתַי', אויב בין איך אזוי ווייט פונעם אייבערשטן צוליב מיינע עבירות, 'אִם כֵּן אַדְּרַבָּא עִקַּר שְׁלֵמוּת הַתְּפִלָּה עַל יָדִי דַּיְקָא', קומט אויס אז נאר דורך מיר וועלן אלע תפילות ארויפגיין צום אייבערשטן, 'כִּי הֲלֹא אָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ ז"ל (כְּרִיתוֹת ו:) 'כָּל תְּפִלָּה שֶׁאֵין בָּהּ מִתְּפִלַּת פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל אֵינָהּ תְּפִלָּה', נאר דורך תפילות פון בעלי תשובה גייען ארויף די תפילות אויבן אין הימל, 'וְיַלְפִינָן מִקְּטֹרֶת שֶׁהָיָה בָּהֶם חֶלְבְּנָה', מען לערנט דאס ארויס פון די קטורת. 'וְאִם כֵּן, אִם אֲנִי בְּעֵינַי כְּפוֹשֵׁעַ יִשְׂרָאֵל חַס וְשָׁלוֹם', אויב אזוי, אז איך בין אזוי ווייט – 'אִם כֵּן אַדְּרַבָּא, כָּל שְׁלֵמוּת הַתְּפִלָּה עַל יָדִי דַּיְקָא וְכַנִּזְכָּר לְעֵיל', איז דורך מיר וועט ווערן אנגענומען די תפילות; דאס דארף מיך מאכן דאווענען שטערקער און בעסער, עיין שם.


*א קרעכץ פון א צעבראכן הארץ*


אויך האבן מיר דערמאנט די ווערטער פון הייליגן זוהר (פרשת בלק, קצה.), דוד המלך האט געזען אז אויבן אין הימל איז דאס גרעסטע זאך תפילות וואס קומט פון א צעבראכן הארץ, ער האט געזען די תפילות פון אן ארעמאן, אז דאס גייט ארויף צום אייבערשטן, מען קען דאס נישט אפשטעלן, אנדערע תפילות ווערן צומאל אפגעשטעלט דורך מלאכים. ווען דוד המלך האט געזען דאס חשיבות פונעם ארעמאנ'ס תפילה האט ער אויסגעטון זיינע קעניגליכע קליידער, זיך געזעצט אויף דער ערד און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים פו, א): "תְּפִלָּה לְדָוִד, הַטֵּה ה' אָזְנְךָ עֲנֵנִי", הייליגער באשעפער העלף מיר און הער אויס מיין געבעט, "כִּי עָנִי וְאֶבְיוֹן אָנִי", ווייל איך בין אזוי ווי אן ארעמאן. דער זוהר הקדוש זאגט, ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך וויל נישט אז בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר, "אֲנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", נאר איך וויל זיין אליין מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגעניגן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס פארן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס – די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער ענטפערט פאר אן ארעמאן שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


איך האב נישט געהאט א מינוט פארדעם קיין אנונג וואס איך גיי זאגן, איך גרייט זיך נישט אן איידער איך געב א שיעור, איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל ארויסקומען ריכטיגע דיבורים און עס זאל ארויסקומען גוטס פון די ווערטער.


מיר האבן געזאגט אז מיר גייען ארויסנעמען די ספר תורה, מיר גייען איבערבעטן די ספר תורה און מיר וועלן זיך פארנעמען צו לערנען יעדן טאג.


איך האב יעדן איינעם איבערגעבעטן און איך האב קלאר געזאגט אז איך בין אויך יעדן איינעם מוחל. דארפסט פארשטיין, א מענטש וואס האט צוטון מיט א רבים איז זייער שווער, ווייל עס קומט אויס פעלער וואס מען דארף זאגן וכו' און מען באליידיגט זיך.


*אור זרוע לצדיק*


מיר גייען ארום דעם בית המדרש מיטן ספר תורה אז אלע זאלן קענען איבערבעטן די תורה, אלע זאלן קענען האלזן און קישן די תורה, דאס איז א גרויסער תיקון פארן מענטש, און דער חזן זאגט פָאר דעם פסוק (תהילים צז, יא): "אוֹר זָרֻעַ לַצַּדִּיק וּלְיִשְׁרֵי לֵב שִׂמְחָה", און דער גאנצער עולם זאגט נאך הויך אויפן קול. אויך זאגן מיר די פסוק (שם קיט, קלו): "פַּלְגֵי מַיִם יָרְדוּ עֵינָי עַל לֹא שָׁמְרוּ תוֹרָתֶךָ", אלע בייגן זיך צו צום ספר תורה און מען בעט איבער די תורה, און מען נעמט זיך פאר גוטע קבלות, בעיקר אז מען וועט לערנען די הייליגע תורה; ווייל דאס איז דאס ערשטע זאך וואס מען פרעגט אויבן אין הימל ווען א נשמה קומט ארויף: "האסטו געלערענט תורה?" אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ:): "תחילת דינו של אדם, אלא על דברי תורה", דאס ערשטע זאך פרעגט מען אויב מען האט געלערנט תורה; ווייל אלעס איז תלוי אין דעם. אז מען לערנט תורה האט מען אלעס, מען ווערט פריי פון אלע שלעכטס, די הייליגע חכמים זאגן (אבות ו, ב): "אֵין לְךָ בֶן חוֹרִין אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה", ווער עס לערנט תורה ווערט פריי, "וְכָל מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה הֲרֵי זֶה מִתְעַלֶּה", און ווער עס לערנט תורה ווערט דערהויבן.


אלע האבן זיך צוגעבויגן ארומנעמען די ספר תורה, עס איז א גרויסע זאך ארום צו נעמען די ספר תורה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות כבוד, סימן ז): "חִבּוּק הַסֵּפֶר תּוֹרָה מְסֻגָּל לְכָבוֹד", דורך האלזן דעם ספר תורה איז מען זוכה צו כבוד; ווייל אז מען איז מכבד די ספר תורה, מיט דעם ווייזט מען אז מען האט ליב די תורה, איז מען זוכה צו כבוד אלוקי, מען ווערט נאנט צום אייבערשטן.


נאכן ארומגיין די שול האבן מיר געזאגט די שטיקל זוהר פון "קָם רַבִּי שִׁמְעוֹן סַלִיק יָדוֹי לְגַבֵּי עֵלָּא".


*כל נדרי*


מען האט ארויסגענומען צוויי ספרי תורות, איין ספר האט דער דיין שליט"א געהאלטן, און דער צווייטער ספר - דער מגיד שיעור אין שטעטל ר' ישראל יוסף שניצלער שליט"א. איך בין צוגעגאנגען צו תפילת כל נדרי; "על דעת המקום ועל דעת הקהל" דריי מאל, "כל נדרי" דריי מאל, מיטן הערליכן נוסח וואס איז אנגענומען בכל תפוצות ישראל. די ערשטע מאל הויבט מען אן שטילער און מען גייט אלץ העכער און העכער, "ונסלח" דריי מאל, און "סלח נא" מיטן נוסח וואס מיר זאגן אינדערפרי ביי "אדם יסודו מעפר". דער עולם שרייט אויס "ויאמר ה' סלחתי", די ברכה פון שהחיינו האבן מיר געזאגט מיט גרויס שמחה אז מיר האבן זוכה געווען צו קומען צו דעם טאג וואס דער אייבערשטער איז אונז מוחל אלע עבירות. מען האט צוריקגעלייגט די ספרי תורה און אנגעהויבן ברכו מיטן הערליכן נוסח, (קומענדיגע יאר שנת תשפ"ה וועט מען אויך זאגן קבלת שבת; יום כיפור וועט זיין אום שבת קודש).


נאך שטילע שמונע עשרה זאגן מיר די סליחות 'יעלה תחנוננו' מיט די שיינע זיסע ברסלב'ער נוסח; אוי ווי זיס די ווערטער פון די סליחות אינאיינעם מיטן נוסח - זענען, עס עפנט די הארץ, מען קען זיך אזוי גוט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן. נאכדעם זאגן אלע אינאיינעם 'שומע תפלה', און דער חזן פירט אויס: 'הנשמה לך' די נשמה איז דיינס, 'והגוף שלך', און דער גוף איז דיינס, בעטן מיר האב רחמנות, 'ה' עשה למען שמך', טו פאר דיין נאמען. נאכדעם זאגן מיר 'דרכך אלוקינו' חזן וקהל, 'למענך אלוקינו עשה' חזן וקהל, 'אמנם אשמינו' לאזט מען אויס, 'תעלה ארוכה' זאגט מען חזן וקהל, נאך 'ורב חסד לכל קוראיך' זאגט מען די סליחה פון 'סלח נא אשמות', אזוי איז נאכדעם די זעלבע, מען זאגט 'קל מלך יושב' און נאך 'לכל קוראיך' זאגט מען 'אמנם כן יצר סוכן', מען זאגט נישט 'אל תבוא' און 'כרחם אב'.


עס איז וויכטיג א בעל תפילה זאל זיך פארקוקן דאס דאווענען און די סליחות, די פירוש המילות. עס איז גאר אנדערש דאס דאווענען ווען מען קען די טייטש.


נאכדעם זאגט מען די פזמון 'כי הנה כחומר ביד היוצר'. די פיר פזמונים פון ליל כל נדרי 'יעלה תחנוננו', 'סלח נא', 'אמנם כן', 'כי הנה כחומר', אלע פיר פזמונים האבן הערליכע ברסלב'ער נוסחאות וואס מאכט אזוי בענקען צום אייבערשטן. דער בעל תפילה זינגט דאס הויך אויפן קול און דער עולם ברומט זיך אונטער מיט א גלוסטעניש צום אייבערשטן, נאכדעם זאגט מען סליחות, 'זכור רחמיך'. 'אל נא תשת' זאגט חזן וקהל, מען לאזט אויס 'אותך אדרוש', מען זאגט 'זכור לנו', 'שמע קולינו'. 'אתה מבין' לאזט מען אויך אויס, 'שמך מעולם' זאגט חזן וקהל, נאכדעם ענדיגט מען צו אלעס ביז נאך 'אבינו מלכינו', 'לדוד מזמור', און מען זינגט 'תתקבל' מיט א לעבעדיגע ניגון. נאך עלינו זינגען מיר 'אדון עולם' און מען זאגט די פיר ערשטע קאפיטלעך פון תהילים.


מיר זאגן שיר היחוד, מען שיקט צו צום עמוד יעדן 'יום' אן אנדערער בעל תפילה, און ביים סוף, די לעצטע יום פון 'אז ביום השביעי', האבן מיר געזינגען אינאיינעם.


*שחרית יום הקודש*


מיר הויבן אן דאס דאווענען מיט אנעים זמירות. מיין זון הרב שלמה נרו יאיר האט געדאווענט פסוקי דזמרה, ער האט פארגעזינגען אנעים זמירות מיט די חב"ד ניגון וואס זיי זינגען אויף אזמר בשבחין, דער בעל תפילה זינגט פאר און דער עולם ענטפערט, נאכדעם זינגט מען אדון עולם מיט די נוסח וואס אלע זינגען.


שחרית האב איך פארגעדאווענט, איך טראכט אז קומענדיגע יאר וועל איך מכבד זיין א צווייטן, ווייל אין אנהויב ווען איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש האט מיר דער גבאי געבעטן איך זאל דאווענען ביים עמוד, זיין דער שליח צבור, היות עס איז געווען א קארגער מנין, און קיינער האט נישט געוואלט דאווענען פארן עמוד, האט מען מיר געבעטן איך זאל דאווענען און אזוי האב איך געטון, איך האב געדאווענט פון כל נדרי ביז נאך נעילה פארן עמוד, אבער היינט איז די קהלה שוין גרויס און עס זענען דא שיינע בעלי תפילות, איז יא גוט עס זאל זיין צעטיילט דאס דאווענען. איך שרייב דיר דאס אלעס ווייל איך קוק ארויס אויף דיר דו זאלסט מיר העלפן אין שטעטל, זאלסט וויסן ווי צו פירן אין שטעטל, ווי אזוי אוועק צו שטעלן די בתי מדרשים עס זאל זיין אויף די ריכטיגע וועג.


מיר זאגן נישט די יוצרות פאר שמונה עשרה, נאר די ערשטע שטיקל 'אור עולם', 'סלח לגוי קדוש', חטאנו צורנו', חזן וקהל.


ביי הויכע שמונה עשרה זאגט דער בעל תפילה דעם הארציגן שטיקל 'אימיך נשאתי' הויך ווארט ביי ווארט, נאכדעם זאגן אלע 'אמצת עשור', און 'תאות נפש'. 'עד יום מותו' זאגט מען חזן וקהל, 'אנוש מה' לאזט מען אויס, 'אחדת יום זה בשנה' לאזט מען אויך אויס. 'מלך מאזין שועה' זאגט מען חזן וקהל און מען זאגט גלייך נאכדעם 'היום יכתב' חזן וקהל. 'אדר יקר אלי' לאזט מען אויך אויס', 'אימה בחר' לאזט מען אויך אויס, מען לאזט אויס אלעס ביז מען זינגט 'אמרו לאלוקים', אויך זינגט מען 'מעשה אלוקינו'. 'אשר אמץ' זאגט מען, 'על ישראל אמונתו' זינגט מען, נאכדעם לאזט מען אלעס אויס ביז 'האדרת והאמונה' - דאס זינגט מען, נאכדעם לאזט מען אלעס אויס ביז 'ליושב תהילות' דאס זאגט מען חזן וקהל, 'זה אל זה' זאגט מען אויך חזן וקהל, און נאכדעם זאגט מען 'לקל עורך דין', און מיר לאזן אויס דעם לאנגן שטיקל פון 'מי יתנה תקף', מיר גייען גלייך צו 'כתר'.


מיר זאגן נישט די סליחות צווישן 'ובכן'. נאך 'יעלה ויבוא' זאגט מען סליחות אבער נישט אלעס, מיר לאזן אויס 'אדברה' אויך לאזן מיר אויס 'אתה מבין', און מיר דוכנ'ען יום הקודש אויך ביי שחרית.


שבת און יום טוב זאגן מיר תיקון הכללי נאך תפילת מוסף, אבער ראש השנה און יום הקדוש זאגן מיר תיקון הכללי נאך שחרית. אויך שמחת תורה ווען מען ענדיגט שפעט און מען ווייסט אז נאך מוסף וועט נישט זיין דער עולם דערביי, זאגן מיר תיקון הכללי נאך שחרית.


מיר האבן נישט קיין מקוה אין ישיבה, אבער דו דארפסט וויסן, אלס גבאי אין שטעטל, צו אפן לאזן די מקוה. אויב איינער איז נכשל געווארן יום הקדוש מיט מקרה לילה - זאל ער זיך גיין טובל'ן. אזוי האט דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער געזאגט, אז מען זאל לאזן אפן די מקוואות, אז אויב איינער איז נכשל געווארן מיט מקרה לילה - זאל ער גיין אין מקווה.


*מוסף יום הקדוש*


מיר האבן געמאכט א שטיקל פאזע פאר מוסיף און א צווייטע פאזע פאר מנחה. מענטשן פרעגן 'וואס קען מען נישט מאכן איין גרויסע פאזע?' איך וועל דיר זאגן דעם טעם, איך וויל דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו מאכן אין שטעטל. איך האב פארשטאנען פון מוהרא"ש מען זאל צעטיילן דעם טאג, נישט מאכן איין גרויסע פאזע, ווייל יום כיפור איז נישט קיין צייט פון אהיים גיין פארברענגען, יום כיפור איז א טאג פון תשובה טון און אויסנוצן די צייט מיט דאווענען. אזוי אויך רופט מען אויס אביסל קערצער ווי מען מאכט, אז מען זאל בלייבן אין שול וד"ל.


איך האב געליינט קריאת התורה. זייט ר' מרדכי אינדיג האט זיך אריבערגעצויגן אין שטעטל האב איך אים איבערגענומען, איך האב געליינט מיטן נוסח וואס מען ליינט ימים נוראים, אבער ביי מנחה ליינען מיר נישט מיטן ימים נוראים נוסח. דער גבאי שבתי מארקוס האט פארקויפט די עליות, מיט די געלט האלטן מיר אויף די שול, מען פעינט איבער און מען פאררעכט דורכן יאר וואס עס פעלט זיך אויס. עס אזי א גרויסע זאך צו קויפן אן עליה, סיי דאס עולה זיין איז א גרויסע זאך, און סיי די צדקה פארן רבינ'ס שול איז א גרויסע זאך. האברך אברהם אלי' פרידריך האט מיר געקויפט שישי, איך האב געמאכט א מי שברך פאר אים און פאר זיין גאנצע משפחה, אויך פאר מיין טאטע מאמע, פאר מיין שווער און שוויגער און פאר מיין ווייב און קינדער.


איך האב אנגעהויבן 'אשרי יושבי ביתך' מיט די הארציגע נוסח פון 'אשרי העם יודע תרועה', נאכדעם 'הנני העני ממעש'. ביי הויכע שמונה עשרה זאגן מיר 'שושן עמק', 'יום מימים'. 'עוד בו נשמתו' זאגט מען חזן וקהל, 'צפה בבת' זאגן מיר נישט. 'נחשב כצג' זאגן מיר חזן וקהל, אזוי אויך זאגן מיר די גאנצע פזמון פון 'אשא דעי למרחוק' חזן וקהל. אויך זאגן מיר 'את לחשי' חזן וקהל, 'אדון לקול עמך' חזן וקהל. 'אמרו לאלוקים' זינגען מיר, 'מעשה אלוקינו' זינגען מיר. 'אשר אימתך' זאגן מיר, 'ליושב תהילות' זאגט מען חזן וקהל, 'אלו לאלו' חזן וקהל, נאכדעם 'ונתנה תקף' וכו'.


מנחה האט געדאווענט ר' שלמה לאנדא נרו יאיר, ער האט געדאווענט זייער הארציג, זייער שיין; ער האט געדאווענט מיטן סאטמערע נוסח, דער עולם האט זייער הנאה געהאט.


תפילת נעילה האב איך געדאווענט. איך ווער זייער נתעורר פון די פסוקים וואס מען זאגט ביי שמונה עשרה, ווי דער אייבערשטער ווארט מיר זאלן תשובה טון: "רוֹצֶה אַתָּה בִּתְשׁוּבָתָן שֶׁל רְשָׁעִים", דער אייבערשטער וויל מיר זאלן אלע תשובה טון, "וְאֵין אַתָּה חָפֵץ בְּמִיתָתָן", ער וויל נישט די רשעים זאלן שטארבן, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט, "אֱמֹר אֲלֵיהֶם, חַי אָנִי נְאֻם ה' אֱלֹקִים", איך שווער, זאגט דער אייבערשטער, "אִם אֶחְפֹּץ בְּמוֹת הָרָשָׁע", אויב איך וויל הרג'ענען דעם רשע, "כִּי אִם בְּשׁוּב רָשָׁע מִדַּרְכּוֹ", איך וויל ער זאל תשובה טון, "וְחָיָה", און בלייבן לעבן, "שׁוּבוּ שׁוּבוּ מִדַּרְכֵיכֶם הָרָעִים", קערט אייך צוריק אידישע קינדער, "וְלָמָּה תָמוּתוּ בֵּית יִשְׂרָאֵל", און פארוואס זאלט איר שטארבן, "וְנֶאֱמַר", און עס שטייט, "הֶחָפֹץ אֶחְפֹּץ מוֹת רָשָׁע", צו דען וויל איך שטראפן דעם רשע, ער זאל שטארבן? "נְאֻם ה' אֱלֹקִים", זאגט דער אייבערשטער, "הֲלוֹא בְּשׁוּבוֹ מִדְּרָכָיו", איך וויל ער זאל תשובה טון, "וְחָיָה", און בלייבן לעבן; אוי ווי זיס די ווערטער זענען, עס צעפלאצט די הארץ פון זיסקייט, ווי דער אייבערשטער בעט זיך ביי אונז, מיר זאלן תשובה טון און מיר וועלן לעבן.


מיר בלאזן נישט שופר אינמיטן קדיש; מיר ענדיגן קדיש, מען זינגט און מען טאנצט ביי תתקבל, מען פרייט זיך אז דער אייבערשטער האט אנגענומען אונזערע תפילות.


נאך קדיש - בין השמשות, פינקט עלף מינוט פארן רבינו תם - האט דער דיין שליט"א אויסגעשריגן: "תקיעה גדולה!" און איך האב געבלאזן איין תקיעה גדולה און אויסגעשריגן: "לשנה הבא בירושלים!" און האברך שמעון איינהארן איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מעריב.


קידוש לבנה איז נישט געווען, ביי אונז רעגנט די לעצטע וואך צייט; לאמיר האפן אז מיר וועלן קענען מאכן קידוש לבנה.


איך בין אהיים מאכן הבדלה, אויסגעפאסט און געגעסן א סעודה. איך האב זיך געלייגט שלאפן, איך בין געווען גוט אויסגעמאטערט פון דאווענען א גאנצן טאג, דריי אזייגער פארטאגס וועק איך זיך אויף, איך האב שוין נישט געקענט שלאפן, האב איך דיר אפגעשריבן אביסל פון אונזער שיינעם יום טוב, איך האף דו וועסט ארויסנעמען שיינע זאכן אויף לעובדא ולמעשה.


*וואס איז די פליכט פון א גבאי*


די שטעטל איז א וואונדערבארע פלאץ, אויב מיר וועלן זיך ליב האבן און זוכן די מעלות איינער ביים צווייטן וועלן מיר האבן ערליכע דורות און גרויס הצלחה, און דאס איז די פליכט פון די גבאים, אריינבלאזן א חיות און א פרייליכקייט אין דעם עולם, מען זאל טאנצן נאכן דאווענען, און אז מען זעט איינעם וואס קריגט זיך מיטן צווייטן - זאל מען אים פרייליך מאכן. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "עס זענען דא מענטשן וואס דרייען זיך ארום זייער צעבראכן פון די יסורים וואס זיי גייען אריבער און זיי קענען קיינעם נישט דערציילן וואס זיי ליידן. זיי וואלטן ווען געוואלט דערציילן פאר איינעם וואס זיי גייען אריבער, אבער זיי האבן נישט מיט וועמען צו שמועסן, און ווען זיי זעען א מענטש מיט א שמייכל, ווערן זיי אויפגעלעבט דורכדעם"; ביי דעם איז יעדער איינער א גבאי, יעדער איינער דארף זען עס זאל זיין שלום און ליבשאפט, און אז איינער האט זיך פארזויערט זאל מען יענעם פרייליך מאכן.


דער רבי ברענגט אראפ די מעשה (שם) וואס די גמרא דערציילט (תענית כב.) רב ברוקא איז געגאנגען אויפן גאס און ער האט געטראפן אליהו הנביא, האט ער געבעטן פון אליהו הנביא ער זאל אים ווייזן ווער דא עס האט עולם הבא, האט אים אליהו הנביא געוויזן אויף צוויי מענטשן: "זיי זענען מענטשן וואס וועלן זוכה זיין צו עולם הבא", איז רב ברוקא געלאפן צו זיי און געפרעגט: "זאגט מיר, וואס טוט איר?" האבן זיי געזאגט: "מיר זענען בדחנים; ווען מיר זעען אז מענטשן קריגן זיך, גייען מיר צו צו זיי און מיר מאכן זיי פרייליך מיט אונזערע ווערטלעך, ביז זיי ווערן פרייליך און מאכן שלום", דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו זיין בני עולם הבא; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן א צווייטן.


*ווערט נישט אלט*


טייערער ברודער, הארציגער חבר - האלט זיך פריש; בעט דעם אייבערשטן זאלסט בלייבן פריש, זיך מחי' זיין מיטן רבינ'ס עצות, גיין אין די וועגן פון רבי'ן, זיך מתבודד זיין יעדן טאג און זיך מחי' זיין מיט יעדע גוטע זאך, און לערנען שיעורים בכל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


אלס קינד פלעג איך זייער וויינען ביי 'אל תשלכינו לעת זקנה', איך האב געמיינט אז מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל נישט אלט ווערן; איך האב א טעות געהאט, איך האב געמיינט מען בעט מען זאל נישט ווערן אן אלטער איד, היינט וויין איך ביי דעם שטיקל איך זאל נישט אלט ווערן, נישט אין יארן, נאר וואס דער רבי זאגט, ווי רבי נתן ברענגט (לקוטי הלכות תפילין הלכה ה, אות ה): "הזהיר רבינו ז"ל על זה ואמר", דער הייליגער רבי האט אונז געווארנט און געזאגט "שאסור להיות זקן", מען טאר נישט זיין אלט, "הן צדיק זקן", נישט קיין אלטער צדיק, "הן חסיד זקן", נישט קיין אלטער חסיד, "זקן אינו טוב", אלט איז נישט גוט, "כי צריכים להתחיל בכל פעם מחדש", מען דארף זיך שטענדיג באנייען; עס איז זייער שרעקעדיג אז מען ווערט אלט, מען דארף זיין פריש אין עבודות השם.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער יעצט דארף איך גיין בויען מיין סוכה און זיך אנגרייטן פאר יום טוב סוכות.


אויך האבן מיר היינט א ברית אין ישיבה, ביי האברך דודי נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אנהאלטן אלע אונזערע קבלות, אים דינען מיט שמחה און נישט אויפהערן דאנקען און לויבן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אונז, בעיקר אז מיר ווייסן פון אזא רבי, מיר ווייסן פון אזעלכע עצות, און מיר זאלן זוכה זיין צו טון אין הפצה, האבן א שייכות מיט פארשפרייטן די עצות פאר די וועלט, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה.

#112 - מען מוז האלטן די הלכות
תשובה, הלכה, טהרת המשפחה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען מוז האלטן די הלכות אין די טעג וואס עס גייט אן די הרחקות; נישטא קיין היתר, נישטא קיינער וואס קען זאגן מען קען מקיל זיין, אויב חס ושלום מען האלט נישט די הלכות קען מען זייער ביטער אפשניידן.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת יג.) איינער איז געשטארבן יונג נאר צוליב דעם וואס ער האט נישט געהאלטן די הלכות פון הרחקות.


דער אייבערשטער זאל ענק היטן פון שלעכטס; מען האט יעצט אנגעהויבן א נייעם יאר, זאלט איר תשובה טון און היטן די הלכות.


א גמר חתימה טובה.

#111 - וואס איז תשובה?
אמונה, תשובה, בזיונות, כעס, קשיות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נצבים וילך, כ"א אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


וואס איז תשובה? תשובה איז זיך צוריקקערן צום אייבערשטן, נישט זיין בייז אויפן אייבערשטן, מקבל זיין אלעס וואס דער אייבערשטער טוט און דאס אננעמען מיט ליבשאפט; דאס איז די גרויסקייט פון א צדיק, ער האט קיינמאל נישט קיין טענות און קיין תרעומות אויפן אייבערשטן.


סוד כוונת אלול איז: "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק" (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), ווען מען שווייגט אפ, מען נעמט אן אלעס באהבה; צי איז עס א שאדן אדער א בזיון, מען שווייגט אפ - איז מען זוכה צו כתר, צו די העכסטע מדריגה.


ווער נישט בכעס, קריג זיך נישט מיט קיינעם, גיי שריי צום אייבערשטן; זוך א ווינקל און וויין זיך אויס, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פונעם יצר הרע וואס וויל מיך אויסרייסן פון די וועלט און יענע וועלט, העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן און זיך נישט קריגן מיט קיינעם; וואס ווער איך אזוי שנעל אויפגערעגט? וואס פארליר איך זיך אויף מיין ווייב און קינדער? וואס קריג איך זיך מיט דעם און מיט יענעם? וואס איז מיט מיר?"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#110 - אפשווייגן אויף א בזיון, זויבערט אויס דעם מענטש
תשובה, בזיונות, אומאן, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין אזוי פרייליך אז מיר פארן שוין קיין אומאן, מיר פארן איינאיינעם אלע משפחות מיט אלע קינדער צום רבי'ן אויף ראש השנה; עס איז שווער פאר יעדן איינעם, דאך צעברעכט מען אלע שוועריקייטן.


געדענק, די סוד כוונת אלול איז "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", שווייג אפ אויף דיינע בזיונות; נישטא נאך א זאך וואס זאל אויסזויבערן דעם מענטש - ווי אפשווייגן אויף א בזיון. געלויבט דעם אייבערשטן איך האב יעדן טאג לכל הפחות איין בזיון, אויב נישט מער, און אז מען איז זוכה מען שווייגט אפ, מען ענטפערט נישט, מען גייט ווייטער אן מיט עבודות השם - איז מען זוכה צו תשובה, צו בחינת אקיה, צו בחינת כבוד אלוקי צו כ', כתר (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#109 - אין די אלול טעג דארף מען אריינברענגען שמחה אין די גאנצע שטוב
שמחה, שלום, תשובה, אומאן, אחדות, מניעות, חודש אלול, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תבא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר גרייטן זיך שוין צו די נסיעה קיין אומאן וואו אלע קומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. יעדער איינער האט זיך זיינע מניעות און מיט תפילה וועלן מיר אלע איבערקומען אונזערע מניעות; דאווענט צום אייבערשטן מען זאל האבן כח זיך צו שטארקן אויף די מניעות.


מניעות איז א גוטע זאך. נעכטן ביים ליל שישי שיעור האבן מיר געלערנט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סו) אז מניעות איז נאר להגדיל החשק, צו מאכן די חשק גרעסער און שטערקער; דעריבער פלעגן אונזערע לייט דאווענען מען זאל איבערקומען די מניעות, מען האט נישט געדאווענט מען זאל בכלל נישט האבן קיין מניעות, ווייל בעצם די מניעה איז א גוטע זאך, עס מאכט אזוי בענקען, האפן און וועלן, מען דארף נאר האבן כח דאס צו קענען בייקומען.


טייערע ברידער, טייערע חברים, איין זאך בעט איך ענק, זייט נישט פארנומען מיט א צווייטנ'ס עבודת השם, יעדער זאל דינען דעם אייבערשטן לויט זיין דרגא און נישט זארגן פאר א צווייטנ'ס רוחניות, (איך מיין נישט די גבאים וואס דארפן זארגן אז די שול זאל זיך פירן מיט דרך ארץ). אז מען זעט שלעכטס ביי אנדערע איז דאס די אייגענע חסרון, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה: "ווען איך זע שלעכטס ביי אנדערע; אדער האב איך זיך נאכנישט מתבודד געווען, אדער האב איך זיך נישט גענוג מתבודד געווען, וואלט איך זיך מתבודד געווען - וואלט איך נישט געזען קיין שלעכטס ביי יענעם".


מוהרא"ש זאגט, עס פלעגט זיין ביי אנשי שלומינו וואס פלעגן ענטפערן פאר די וואס קומען מיט מוסר: "איך בעט אייך, לאזט מיר ארבעטן אויף מיין עבודת השם, עס איז מיין מצוה, ביטע זארגט נישט פאר מיר"; אז אלע פון אייך וועלן אפלאזן יענעמ'ס עבודת השם, מען וועט נישט זארגן פאר יענעמ'ס ערליכקייט - וועט דער ס"מ אונז נישט קענען צעטיילן, מיר וועלן בלייבן צוגעקנופט צום רבי'ן.


אויך זאלט איר אריינברענגען שמחה אין שטוב, אין די ווייב און קינדער, בפרט יעצט אין די אלול טעג ווען מענטשן פארדרייען די יוצרות, מען הערט נישט אויף אנשרעקן מיט עונשים און מיט צרות, דארף מען אריינברענגען שמחה אין זיך און אין די גאנצע שטוב, אז מען זאל נישט ווערן אנגעשטעקט מיט עצבות און מרה שחורה.


דעם קומענדיגן וואך מאנטאג נצבים וילך, ח"י אלול - געפאלט די געבורטס טאג פון הייליגן צדיק דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו, אז דאס קומט אונז ווייזן וואס דער הייליגער בעל שם טוב האט אויפגעטון, דער בעל שם טוב האט אריינגעברענגט א חיות אין אלול. איידער דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געקומען אויף די וועלט האט מען תשובה געטון פון פחד פון עונשים, מען האט תשובה געטון נישט ריכטיג, נאר פון ציטערן פון ביטערע פיין, און דער הייליגער צדיק דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אריינגעברענגט ח"י אלול - א 'חיות' אין 'אלול', מען זאל תשובה טון פון ליבשאפט. דער דרך הבעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז תשובה מאהבה, און דרך המוסר איז תשובה מיראה; ח"י אלול - א חיות אין אלול.


איך בעט אייך זייער, מיר קומען קיין אומאן צום רבי'ן, מיר מוזן זיך רייניגן אונזער הארץ, ארויסנעמען אלע פינטלעך וואס מען האט אין הארץ אויף אנדערע. מוהרא"ש פלעגט וויינען ביי תקיעת שופר: "אויב געפינט זיך איינער אין שול וואס האט פיינט א צווייטן - זאל ער ארויסגיין פון שול"; עס איז געווען אזא התעוררות, מיר אלע האבן תשובה געטון מיט אונזער גאנצע הארץ.


איך בעט אייך מיינע ליבע ברידער, מיר קומען צום רבי'ן, לאמיר קומען מיט די שיחה וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך; מוהרא"ש האט געשריבן אן א שיעור בריוו און געוויינט אז יעדן דיבור פון רבי'ן איז מקוים געווארן אבער דעם דיבור – נאכנישט; וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט און געבעטן אז אין "היכל הקודש" זאל מען מקיים זיין דעם דיבור.


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א תיקונים מען איז זוכה ביים הייליגן רבינ'ס ציון, עס איז דא סודות צווישן אנשי שלומינו וואס מען קען נישט רעדן דערפון, סוד ה' ליראיו - וואס דער ציון טוט מיטן מענטש, אפילו איינער וואס איז געבוירן געווארן מיט א פגם וכו', הורתו שלא בקדושה, ער האט א פלעק וואס מען קען נישט אראפנעמען פון זיך, אבער ביים רבינ'ס ציון קען מען דאס אויך פאררעכטן, (עס אז א סוד וואס מען קען נישט רעדן אפן דערפון); דארפן מיר זיך זייער פרייען אז מיר קומען צו אזא מקום קדוש.


איך בענק זיך אזוי צו ענק, איך וויל ענק אזוי טרעפן אין אומאן, איך ווארט שוין אויף די שמחה, אויף די ברכות פון שהחיינו; אלע יארן אין אומאן פלעגט זיין אזעלכע שמחות און ריקודים פון אנשי שלומינו, מען האט אויסגעשריגן: "שהחיינו!" א טייל האבן געמאכט אפילו די ברכה פון מחיה המתים; ונזכה ונחיה ונראה.


א גוט שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#108 - גיין רעדן אין שולעס וואס איז אלול און וואס איז תשובה
חיזוק פאר מיידלעך, תשובה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי זאלט איר גיין רעדן אין שולעס וואס איז אלול און וואס איז תשובה; עס איז נישטא קיין גרעסערע זכות פון רעדן פאר מיידלעך אין סקולס, זיי ווייזן די ליבשאפט וואס דער אייבערשטער האט צו אונז אידישע קינדער און ווי גוט איז צו גיין אין די וועגן פון די תורה.


מען שרעקט צופיל אן די קינדער, בפרט אלול ווארפט מען א פחד, און קליינע מוחות קענען עס אננעמען נישט ריכטיג, און עס קען זיין אמאל אז מען ווערט שטארק דערשראקן און מיואש; מען דארף רעדן פון די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט צו אונז, ווי שטארק ליב דער אייבערשטער האט אונז און ווי חשוב עס איז אפילו נאר א גוטע ווילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#107 - תשובה טון מיינט זיין צופרידן, זיך איבערצוגעבן צום אייבערשטן
אמונה, התחזקות, תשובה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיין באבע רחל לאה טייטלבוים עליה השלום פלעגט אונז אלץ זאגן: "תשובה טון מיינט 'זיין צופרידן', תשובה טון איז 'מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן, מען ווייסט און מען גלייבט אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוט'".


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; א מענטש וואס עס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך - אים האט דער אייבערשטער ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#106 - בזכות דעם הייליגן סאטמאר רבי'ן זענען מיר היינט פרומע ערליכע אידן
שלום בית, צדיקים, תשובה, כעס, קשיות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז א גרויסער טאג, די יארצייט פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש זאגט, בזכות דעם הייליגן רבי'ן פון סאטמער זענען מיר אלע היינט פרומע ערליכע אידן. דער צדיק האט זיך מוסר נפש געווען נאכן קריג און אריינגעבלאזן א פרישע גייסט אין די צעבראכענע איבערלעבער. דער רבי זכותו יגן עלינו האט אויסגעפירט די נבואה פון יחזקאל הנביא, פון די עצמות יבשות, ממש די נבואה פון יחזקאל (יחזקאל לז, ד-ה): "שִׁמְעוּ דְּבַר ה', כֹּה אָמַר ה' אֱלֹקִים לָעֲצָמוֹת הָאֵלֶּה, הִנֵּה אֲנִי מֵבִיא בָכֶם רוּחַ וִחְיִיתֶם"; ער האט אריינגעבלאזן א פרישע גייסט, אריינגעבלאזן אמונה אין די איבערלעבער, זיי זאלן נאכאמאל חתונה האבן און נאכאמאל ברענגען קינדער און אויפשטעלן א דור פארן אייבערשטן.


מיר האבן נישט קיין השגה אין די גרויסקייט פון די צדיקים; ווי זיי זענען געווען שטארק מיט די אמונה, נישט מהרהר געווען אויפן אייבערשטן, נישט געהאט קיין טענות, נישט געהאט קיין קשיות אויף אים, זיי זענען געבליבן געטריי ווי לייבן פאר די תורה.


זיי נישט בכעס אין שטוב, זיי נישט בייז אויף דיין ווייב; אז דו וועסט זיין בכעס, דו וועסט מקפיד זיין - וועסטו פארלירן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ:): "רגזן לא עלתה בידו אלא רגזנותא", אז מען רעגט זיך האט מען נאר דאס גערעגאכטס.


דער בית יוסף ברענגט א מעשה (אורח חיים, סימן רצט) עס איז געווען א איד וואס איז געווען קרעציג, זיין גאנצע גוף איז אים געווען אויסגעשלאגן מיט קרעץ, איינמאל מוצאי שבת איז זיין ווייב געגאנגען שעפן פרישע וואסער פאר אים, ער זאל זיך קענען באדן. זי האט זיך פארשמועסט מיט חברט'עס, זי איז נישט גלייך אהיים געקומען. דער מאן איז אריין אין א כעס און ווען זי איז אהיים געקומען האט ער גענומען די גאנצע פאס וואסער און דאס צעבראכן, די וואסער האט זיך אויסגעגאסן און ער איז געווארן אביסל אנגעשפריצט; וואו עס האט געשפריצט אויף אים - איז די קרעץ אראפ, און ער האט דערלייגט די רפואה, ווייל אין די וואסער פון מוצאי שבת איז געווען אין דעם פון די באר פון מרים, וואלט ער זיך געבאדן מיט דעם - וואלט ער געהאט א גאנצע רפואה און פון כעס האט ער אלעס דערלייגט; דאס איז וואס די חכמים זאגן: "רגזן לא עלתה בידו אלא רגזנותו".


בעט איבער דיין ווייב און הער אויף זיך רעגן אויף יעדע זאך; דיין ווייב איז דיר נישט שולדיג אויף גארנישט. אז זאכן גייען דיר שלא כסדר - האט דאס נישט מיט איר, דאס האט מיט דיר אליין; דו דארפסט תשובה טון, אנהויבן לערנען און דאווענען - וועלן דיר זאכן גיין כסדר.


מארגן ענדיגן מיר מסכת גיטין און מיר הויבן אן מסכת קידושין; א שאד א טאג וואס גייט אריבער אן לערנען די הייליגע גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#105 - אליהו הנביא קומט צו יעדן ברית, און מען קען פועל'ן גרויסע ישועות
אמונה, תשובה, חודש אלול, ברית

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז געווען די ברית ביי מיין אייניקל, א זון פון מיין איידעם נתנאל שליט"א. מיין שווער הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז געווען דער סנדק, איך האב געזאגט די ברכות און געגעבן דעם נאמען 'יחזקאל', נאך מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה. מיין זיידע האט מיך גענומען קיין אומאן אלס בחור צוויי מאל; איין מאל בין איך געווען מיט אים, און א צווייטע מאל מיט אים - אינאיינעם מיט מיין טאטע שליט"א.


ביי די ברית האב איך געזאגט וואס מוהרא"ש זאגט, מען ווינטשט: "כשם שנכנס לברית, כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים", 'כשם' מיטן נאמען וואס מען האט געגעבן פארן קינד - ביים ברית, 'כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים' - דאס זאל אים העלפן צו לערנען און דאווענען; אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו זאגט (ספר נועם אלימלך, במדבר) א נאמען נאך א צדיק העלפט, "שֶׁיִּהְיֶה גַם כֵּן צַדִּיק", אז דער מענטש זאל אויך זיין א צדיק, "מַחֲמַת שֶׁנִּתְעוֹרֵר הָאוֹר שֶׁל הַצַּדִּיק שֶׁהוּא בָּעוֹלָם הָעֶלְיוֹן", דאס וועקט אויף די ליכטיגקייט פונעם צדיק אויבן אין הימל.


א מורא'דיגע מעשה וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, דער גרויסער גאון רבי שלמה קלוגער זכר צדיק לברכה איז געווען אמאל ביי א ברית, און מען האט זיך דארט זייער פארזוימט, האט ער געפרעגט: "וואס ווארט מען?" האט מען אים געזאגט אז דער טאטע פונעם קינד גוסס'ט און מען ווארט אז דער טאטע פונעם קינד זאל שטארבן, מען זאל קענען געבן א נאמען פארן קינד נאך זיין טאטע. האט דער גרויסער גאון געזאגט: "איך פארשטיי נישט וואס מיט ענק גייט פאר, מאכט שוין דעם ברית, אזוי וועט אליהו הנביא קומען צו גיין און מען וועט אויסבעטן פאר די חולה ער זאל האבן א רפואה שלימה", וכך הוה, מען האט געמאכט די ברית און מען האט גע'פועל'ט א רפואה פארן טאטן פונעם רך הנימול, ביז דריי טעג איז ער שוין געגאנגען אויף זיינע פיס; זעט מען דאס גרויסקייט פון זיין ביי א ברית.


אליהו הנביא קומט צו יעדן ברית און מען קען פועל'ן גרויסע ישועות, און אלע וואס זענען ביים ברית - איז מען מוחל אלע עבירות. אפילו מען זעט נישט אליהו הנביא, דארף מען וויסן - אז גלייבן איז מער ווי זען, אז מען גלייבט אז אליהו הנביא געפינט זיך ביי א ברית איז דאס נאכמער ווי זען. מוהרא"ש האט דערציילט, דער הייליגער נודע ביהודה זכותו יגן עלינו האט איינמאל פסח ביים סדר נאך 'שפוך חמתך' - אראפבאגלייט ביזן גאס אליהו הנביא און אים באגריסט: "גוט יום טוב!" ווען ער איז צוריק געקומען צום סדר האט ער געזאגט: "איר מיינט איך האב געזען אליהו הנביא, דעריבער בין איך געגאנגען באגלייטן? איך וועל ענק זאגן, איך האב אים נישט געזען און דאך בין איך געגאנגען באגלייטן, ווייל איך גלייב אז ער איז דא, און גלייבן איז נאך מער פון זען".


מיין טאטע שליט"א איז יעצט אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי. ער גייט אלע יארן פון נאך ט' באב ביז א' סליחות אין מירון, ער איז דארט מיט מיין מאמע תחי'. ער גרייט זיך דארט פאר די הייליגע טעג, אזוי ווי מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה פלעגט טון; זיצן פון נאך ט' באב ביז א' סליחות ביי רבי שמעון בר יוחאי.


דער אייבערשטער זאל העלפן, זה הקטן גדול יהי', כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים, און אלע זאלן זען ישועות און רפואות.


מארגן ערב ראש חודש אלול איז א טאג פון תשובה, מען טרעט אריין אין די ימי הרחמים והסליחות. די טייערע ספרדי'שע אידן הויבן שוין אן זאגן סליחות, זיי זאגן גאנץ אלול סליחות. מיר דארפן זיך שוין אויך אויפוועקן און תשובה טון, מיר וועלן מארגן זאגן אינאיינעם יום כיפור קטן מיט מנחה, אום אכט אזייגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#104 - יעדער איינער זאל טון הפצה, יעדער לויט זיין בחינה און לויט זיינע כוחות
שלום בית, הפצה, מוסדות, תשובה, ספרי ברסלב, ארץ ישראל, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך זייער נאך ענק, איך האף צום אייבערשטן מיר וועלן זיך זען ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ ראש השנה אין אומאן.


די וואך האב איך געהאט א גאסט פון ארץ ישראל, דער מנהל המוסדות איז געקומען פאר א באזוך ביי אונז אין שטעטל, ער האט מיר דערציילט ווי שיין עס פירט זיך די חדר, סיי אין ירושלים און סיי אין טבריה, אויך האט ער מיר דערציילט פון די נייע חדר וואס האט זיך געעפנט די וואך אין בני ברק; איך האב זייער הנאה צו הערן ווי שיין עס איז ביי ענק, ווי שיין ענק גייען אן.


איך וויל ענק אלע בעטן, זייט אייך מחזק אין די זאך פון הפצה; יעדער איינער זאל אליין עוסק זיין אין הפצה - יעדער לויט זיין בחינה און לויט זיינע כוחות, ווייל מיר קומען צום רבי'ן, וועט אונז דער רבי פרעגן די פראגע וואס דער רבי האט געפרעגט אנשי שלומינו: "אויב איר זענט דא, פארוואס איז נישט די גאנצע וועלט דא? און אז די וועלט איז נישטא, פארוואס זענט איר יא דא?" אז מיר האבן אזעלכע גוטע עצות ווי זיך צו מחזק זיין, גוטע עצות ווי צו לעבן מיט א ווייב און קינדער, איז וואס איז מיט די וועלט, פארוואס ברענגט מען דאס נישט אריין אין אנדערע?!


נאך א טובה וויל איך אייך בעטן, רעדט שיין אין שטוב מיט דרך ארץ, מען קען נישט שרייען אויף א ווייב, מען קען נישט ווארענען, סטראשען וכו'; מען דארף רעדן צו די ווייב, מיט גרויס דרך ארץ. דער רבי האט אונז זייער געווארענט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב און זיי האלטן טייער (שיחות הר"ן, סימן רסד), דאס ברענגט השראת השכינה אין שטוב, און ברכה.


טייערע ברידער, אלול איז א צייט פון תשובה; וואס איז תשובה? מען זאל זיין צופרידן ווי אזוי דער אייבערשטער פירט און מאכט אלעס; תשובה איז, זיך איבערגעבן צום אייבערשטן, נישט האבן קיין תרעומות אויף אים.


מאכט אייך שיעורים אין רבינ'ס ספרים, אין די קונטרסים און בריוו פון מוהרא"ש; די ספרים בויען אויף א קלארע שטארקע אמונה, ווען מען לערנט די ספרים ווערט מען אנגעפילט מיט הרהורי תשובה.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#103 - אז דו וועסט נישט תשובה טון, וועט דיר זיין גאר ביטער
תשובה, עבירות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו גייסט אריבער יעצט - איז דיין ישועה, דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף דיר און דיר געגעבן א וועק אויף, ער וויל דיך ראטעווען; ראטעווען דיין נשמה און דיינע דורות.


יעצט ווען די גאנצע מעשה איז אפגעכאפט, מען האט אפגעכאפט א ווידיאו ווי דו טוסט די עבירה, און דו ווארפסט זיך פאר שרעק, עס קען זיין אין איין סעקונדע וועלן אלע זען ווער דו ביסט - דאס איז די ישועה; יעצט וועסטו אפלאזן די עבירות און זיך אומקערן צום אייבערשטן.


ווי קען א מענטש זיין אזוי געמיין - ווען מען האט א ווייב און קינדער - זיך גיין באהאלטן מיט שדים און שדות? ווי קען מען זיין אזוי נאריש, גיין אין מדור הקליפות זינדיגן מיט א גוי'ה?! וועק זיך אויף באצייטנס, אז נישט וועט זיין ביטער ביטער, וועסט אלעס פארלירן; די וועלט איז היינט אזוי פארגעשריטן, א מענטש באהאלט זיך, ער מיינט דער אייבערשטער זעט נישט, און דער אייבערשטער איז מפרסם פאר די גאנצע וועלט וואס ער האט געטון, מיט איין קנעפל ווערט ארויסגעשיקט די גאנצע מעשה עבירה.


איך בעט דיר, טו תשובה, האק אפ אלע קשרים און זאג צו פארן אייבערשטן אז דו גייסט עס מער נישט טון. מאך זיך א שיעור אין משניות, זאג יעדן טאג ח"י פרקים משניות און זאג אסאך תהילים.


אז דו וועסט תשובה טון - וועט זיך עס ענדיגן גוט, און אז נישט - זאג איך דיר פאראויס וואס וועט פאסירן, דו וועסט ווערן פארשעמט פאר אלעמען; דיין ווייב וועט דיך אפלאזן, דיינע קינדער וועלן דיר נישט קוקן אין פנים, קיינער וועט נישט שטיין אין דיינע ד' אמות.


טו תשובה וועט דיך דער אייבערשטער מוחל זיין.