בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#11 - אנהויבן דעם טאג מיט לימוד גמרא
אידיש געלט, גמרא, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, לומד בכולל "היכל הקודש" ברסלב.


איך האב דערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה; יישר כח.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי פלייסיג דו לערנסט אין כולל ביים ערשטן סדר דעם דף גמרא.


א טאג וואס מען הייבט אן מיט לימוד גמרא איז אינגאנצן אן אנדערע טאג; נאכדעם ווען דו גייסט ארבעטן איז אלעס גאר אנדערש. די אויגן איז אנדערש און די מח מחשבה איז אנדערש, ווייל די כח פון א בלאט גמרא איז אזוי הייליג און מעכטיג אז עס טוישט דאס קוקן, דאס טראכטן און דאס הערן פונעם מענטש.


מזל טוב פאר'ן אפשערן פון דיין זון נרו יאיר; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן אידיש נחת פון דעם קינד און אלע קינדער צוזאמען מיט דיין ווייב תחי'.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו האסט זיך נישט נאריש געמאכט ביים אפשערן; די גאנצע אפשערן – די ציצית, קאפל, פעקלעך און לחיים - האט דיר געקאסט אונטער הונדערט דאללער, זאל זיין "כן יכנס לחופה ולמעשים טובים" – אן קיין חובות און אן קיין הארץ וויי.

#10 - די שיינע חופה פאר די אומזיסטע חתונות
אידיש געלט, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יישר כח פאר די שיינע חופה וואס דו האסט אויפגענייט פאר די חתונות וואס קומען פאר אין ישיבה; עס איז כדאי דו זאלסט מאכן א לעקטער ארום און ארום די חופה כדי אז יעצט ווינטער זאל נישט זיין טונקל בשעת די חופה.


מענטשן פרעגן מיר: "וואס איז פשט וואס דו האסט געשריבן אויף די חופה: 'איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן?'" מענטשן מיינען אז דאס איז עפעס א טשעפע ווארט. איינער איז געקומען צו מיר דערציילן אז איינער האט זיך באליידיגט, היתכן אזאנס צו שרייבן?!


דאס האט מיר דערמאנט א מעשה, אז איינער איז אמאל געקומען צום רב פון שטאט זאגן אז ער וויל א דין תורה מיט פלוני וועלכער האט אים מבזה געווען; בשעת די דין תורה פרעגט אים דער רב: "וואס האט ער דיר פארשעמט?" האט דער תובע געענטפערט: "דער איד איז אריין געקומען אין בית המדרש און אויס געשריגן הויך: 'דער נַאר זאל ארויס גיין פון שול! איך צייל ביז דריי און ווען איך זאג דריי וויל איך אים שוין זען אינדרויסן'", איך בין פארשטייט זיך גלייך ארויס געלאפן - דערציילט דער איד - יעצט וויל איך אז ער זאל מיר באצאלן פארן מיר אזוי פארשעמען ברבים. האט אים דער רב געזאגט: "יענער האט דיר נישט פארשעמט, דו האסט זיך אליינס פארשעמט, ווער האט דיר געהייסן ארויס לויפן פון שול?"


רבי נתן זכרונו לברכה ברענגט (חיי מוהר"ן, סימן רכט): "איך האב געפרעגט דעם רבי'ן 'וואס וועט זיין מיט אלע דיבורים וואס מיר האבן געהערט פון רבי'ן וכו'?' ווייל עס האט אויסגעזען פון רבינ'ס ווערטער אז ער וועט בלייבן לעבן און אויס פירן אלעס וואס ער האט געוואלט בחייו וכו', האט זיך דער רבי אנגערופן צום עולם וואס זענען געשטאנען דארט: 'עטץ הערסט וואס ער פרעגט?' און דער רבי האט זיך אנגערופן: 'האב איך דען נישט אויסגעפירט? איך האב אויסגעפירט און וועל אויספירן'.


דאס זעט מען ממש בחוש - ווי דער רבי פירט אויס. צוביסלעך גייט אריין זיינע הייליגע דיבורים אין די וועלט; איבעראל רעדט מען שוין פון די עצה פון התבודדות און יעצט הייבט אן אריין גיין אין די וועלט דעם רבינ'ס 'סדר דרך הלימוד'; מען זעט שוין אין אלע מקומות ביי אלע חסידות'ן ווי בחורים און יונגעלייט זאגן משניות און דפים גמרא; דאס איז וואס דער רבי וויל - אז אלע אידן זאלן לערנען און דאווענען.


האסט דאך מיט געהאלטן די חתונה אין ישיבה, דא קען מען ממש זען ווי דער רבי פירט אויס, מען מאכט חתונה די קינדער יונג ווען זיי זענען נאך ריין און הייליג; איז דאך ממש וואס דער רבי האט געזאגט: "נִצַּחְתִּי וָאֲנַצֵּחַ".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו קענען מגדל זיין אונזערע קינדער געזונטערהייט און זיי חתונה מאכן יונג און ביליג, און נישט זוכן קיין זייטיגע חשבונות פון כבוד המדומה נאר שטענדיג זוכן די טובה פון די קינדער.

#9 - ווי נאריש איז אויסצוגעבן טויזנטער דאללער פאר אפאר שעה
הכרת הטוב, אידיש געלט, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך דאנק אייך פארן העלפן אהער שטעלן אזא שיינע חתונה; פארן זארגן פאר די 'כלה בענקל' ביים קבלת פנים און פאר די 'שיינע בלומען' פאר די כלה. באטייליגטע ביי די שמחה האבן געפרעגט צי דאס איז עכטע בלומען, האבן מיר געזאגט אז דאס איז: 'עכטע פאלטשע בלומען'...


עס איז ממש א הארץ ווייטאג צו זען ווי די וואס רייניגן ביי חתונה ווארפן אוועק טייערע עכטע בלומען וואס מען האט געצאלט פאר דעם שווערע געלטער - אין מיסט אריין; בשעת מען ווייסט נאך נישט פון וואו מען גייט באצאלן די חובות וואס מען האט גענומען פאר די בלומען. דעריבער דאנק איך אייך פארן זארגן אז עס זאל זיין שיינע עכטע פאלטשע בלומען, וואס דאס לייגט מען אוועק פון איין חתונה פארן צווייטן.


איר האט אודאי מיט געהאלטן די חתונה און געזען ווי פרייליך עס איז געווען; מענטשן הערן נישט אויף רעדן פון די חתונה - ווי שיין עס איז און ווי נאריש עס איז אויס צו געבן טויזנטער דאללער פאר אפאר שעה ווען מען האט נישט דאס געלט און מען ווערט א בליטיגער ארימאן. מענטשן זענען צוגעקומען צו מיר ביי די חתונה פרעגן: "וואס פעלט פאר די חתנה? עס איז דאך אזוי שיין", האב איך זיי געענטפערט: "איין זאך פעלט – 'חובות'", על כל פנים חובות פון די חתונה נאכט איז נישט דא; האבן זיי אלע צוגעשטומט.


דעריבער דאנק איך אייך און איך דאנק אלע פרויען פון אנשי שלומינו וואס האבן געהאלפן עס זאל זיין אזא שיינע שמחה; אזוי אידיש, אזוי היימיש, אזוי בא'טעמ'ט, מיט אזויפיל חן.


איך האב געשריבן א בריוו פאר מרת ... תחי' איר צו דאנקען פארן זיך מתנדב זיין צו כאפן בילדער; אפשר זאלט איר מיר שיקן א ליסט פון אלע וואס האבן געמאכט די עסן וועל איך זיי אויך שרייבן.


מיין ווייב תחי' האט געקאכט די פיש און א פאטעטע קוגעל; מרת ... תחי' האט געמאכט די טאמעטא דיפ, די איבעריגע וואס האבן געהאלפן זאלט איר מיר מודיע זיין אלע זייערע נעמען וועל איך שרייבן פאר יעדן איינעם באזונדער א יישר כח. ווייל עס גייט מיר בנפשי אריין צו ברענגען ביי אנשי שלומינו וואס מוהרא"ש האט געוואלט.


א גריס פון אייער זון, הבחור ... נרו יאיר, ער פירט זיך מיט יראת שמים. איך האב אים געזאגט ער זאל נישט רעדן מיט ...; ער איז נישט קיין געזונטער אינגערמאן און ער טשעפעט בחורים רחמנא לצלן. איך וויל אז ער זאל עס הערן אויך פון אייך; ער זאל נישט האבן מיט אים צו טון, און פון די אנדערע זייט זאל ער אויך נישט יעצט ארום לויפן דערציילן פאר יעדן איינעם וכו', נאר ער זאל וויסן אז אויב איינער וויל אים טשעפען זאל ער יענעם נישט אפשוינען, אבער אז ער הערט א מעשה זאל ער פאר זיך שטיין ווייט, לֹא מִדֻּבְשְׁךָ וְלֹא מֵעֻקְצְךָ - איך בין נישט דיין חבר און אויך נישט דיין בר פלוגתא.

#8 - יישר כח פאר'ן ארויסהעלפן ביי די אומזיסטע חתונה
הכרת הטוב, אידיש געלט, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך דאנק אייך פארן מיר העלפן אוועק שטעלן ביי אונז אין די קהילה א וועג ווי אזוי מען זאל קענען חתונה מאכן די קינדער אן דעם וואס עס זאל קאסטן פאר די מחותנים אפילו איין דאללער! געלויבט דעם אייבערשטן אז די וואך איז געווען די פערטע חתונה אין בית המדרש פון ישיבה אן דעם וואס עס זאל קאסטן פאר ביידע מחותנים קיין איין פרוטה.


איר פארשטייט אליינס אז איך אליינס וואלט דאס נישט געקענט דורך ברעכן, נאר מיט די הילף פון אנשי שלומינו און מיינע געטרייע תלמידים וואס ארבעטן צוזאמען באחדות, קען מען אויפטון גאר אסאך.


דערפאר דאנק איך אייך פארן זיך אוועק געבן אין אייערע פארנומענע שעות; נאכמיטאג איז דאך די צייט וואס אלע מאמעס זענען פארנומען מיט די קינדער, זיי אפווארטן ביים אהיימקומען פון חדר און סקול - אין די שעות האט איר אוועק געגעבן פון אייער טייערע צייט צו קומען כאפן פיקטשערס פון די כלה און די משפחה.


זאל אייך דער אייבערשטער באצאלן איר זאלט זען נחת ביי אייערע קינדער און נאך אביסל וועט איר שוין זען מיטן אייבערשטנס הילף נחת ביי אייערע אייניקלעך; אויך זאל אייך דער אייבערשטער העלפן איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך פאר אייער טאכטער ... תחי' און איר חתונה מאכן אין ישיבה בחינם.


א גריס פון אייערע קינדער - סיי ... נרו יאיר און סיי ... ; זיי זענען ליכטיגע קינדער. זיי לערנען און דאווענען ובעיקר פירן זיי זיך מיט דרך ארץ.


די הייליגע חכמים זאגן זאגן (שבת י:): "הַנּוֹתֵן מַתָּנָה לַחֲבֵירוֹ צָרִיךְ לְהוֹדִיעוֹ", ווען איינער געבט פאר איינעם א מתנה זאל ער אים מודיע זיין אז ער האט אים געגעבן א מתנה, זאגט רש"י (דבור המתחיל 'צריך להודיעו'): "שֶׁמִּתּוֹךְ כַּךְ יְהֵא אוֹהֲבוֹ", ווייל אזוי וועט ער מרבה זיין ליבשאפט; אויף דעם זאגן חז"ל (שם) אז ווען איינער געבט א עסן פאר א קינד זאל ער אנשמירן דעם קינד אביסל פון די עסן וואס ער געבט אים, כדי אז ווען דאס קינד וועט אהיים קומען זאל אים זיין מאמע פרעגן: "ווער האט דיר שמוציג געמאכט?" וועט דאס קינד דערציילן אז דער און דער האט אים געגעבן עסן, און דאס וועט ברענגען הכרת הטוב.


דאס זעלבע וויל איך אייך זאגן, איך ווייס נישט צי אייער בחור דערציילט אייך ווי שיין איך פיר זיך מיט אים און ווי איך געב אכטונג אים מחנך צו זיין מיט אהבה און סבלנות; דעריבער זאג איך אייך, איר זאלט וויסן אז איך געב זייער אכטונג אויף אים; ער וועט אם ירצה ה' אויסוואקסן אן ערליכער איד און טרעפן א גוטע שידוך.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח.

#7 - א גוטע זאך קומט נישט אן גרינג
אומאן, אידיש געלט, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך זיץ יעצט אויפן פליגער אויפן וועג אהיים פון אומאן.


זייענדיג אין אומאן בין איך געווען קוקן דעם נייעם בנין אין אומאן; פון איין זייט טוט מיר וויי צו זען ווי דער בנין איז נאר האלב געבויעט און עס קומט מיר אן אזוי שווער דאס צו ענדיגן וכו', אבער פון די אנדערע זייט זע איך ווי עס בויען זיך בנינים מופלגים אין אומאן, יעדער בויט און יעדער האט געלט בשעת וואס מיר מוטשען זיך אזוי שטארק אויף יעדע איינציגע פרוטה, דאס איז א סימן אז עס איז א גוטע זאך, ווייל א גוטע זאך קומט נישט אן גרינג.


איך שרייב דיר דאס אלעס ווייל דו ביסט דער איינציגסטער וואס ברענגט מיר געלט צו קענען ווייטער בויען דעם בנין. אבער איך בין גארנישט באזארגט, איך וועל מיטן אייבערשטנס הילף ענדיגן דעם בנין נאך היי יאר.


ווער עס גלייבט נישט אין תפילה זאל קומען קוקן דעם בנין אין אומאן; מיר געפונען אין די גמרא (תענית כד:): פלימו האט געזאגט: "אֲנִי רָאִיתִי אוֹתוֹ הַבַּיִת וְהָיוּ קוֹרוֹתָיו יוֹצְאוֹת אַמָּה לְכַּאן וְאַמָּה לְכַּאן, וְאָמְרוּ לִי 'בַּיִת זֶּה שֶׁקִירָה רַבִּי חֲנִינָה בֶּן דּוֹסָא בִּתְפִלָּתוֹ'"; גענוי דאס וועט ער קענען זאגן אויפן בנין אין אומאן וואס מען האט געבויעט מיט תפלה. עס ליגט שוין אינעם בנין סחורה אין ווערד פון איבער א מיליאן דאללער; פון וואו דאס געלט קומט ווייס איך נישט, אבער עס איז א מציאות.


יישר כח פאר דיין הילף און אן עקסטערע יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


...

#6 - זיי נישט קארג אין שטוב אויף דיין ווייב'ס חשבון
שלום בית, אידיש געלט, קארגשאפט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, נר ד' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט קארג אין שטוב אויף דיין ווייב'ס חשבון און זע עס זאל זיין שפע אין שטוב; דער זוהר הקדוש זאגט (תיקוני זוהר, הקדמה ב.): "קַמְצָן נָבָל בְּמָמוֹנֵיהּ, דְּלָאו אִיהוּ נָדִיב וְלָאו אִיהוּ מִזַרְעָא דְאֲבָהָן", א קמצן איז א נבל און דאס איז א סימן אז ער שטאמט נישט פון אידן רחמנא לצלן.


איך פארשטיי נישט וואס עס גייט פאר מיט דיר; דיין ווייב וויינט אז זי האט נישט וואס אנצוטון און זי גייט מיט צעריסענע וועש! פרעג איך דיר: "אזוי פירט זיך א איד?! דו שטעלסט א פנים ווי אן ארויפגעקוקטער מענטש, אין שול טיילסטו צדקות - און אויף דיין ווייב האסטו נישט קיין רחמנות?!


דער הייליגער רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט (שער המצוות, פרשת עקב) וזה לשונו: רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה 'שֶׁלֹא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי', איך האב געזען ביי מיין רבי דער הייליגער אריז"ל אז ווען עס איז געקומען צו קויפן בגדים פאר זיך האט ער נישט געקויפט קיין טייערע קליידער, 'גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְּאֹד', אויך ביי עסן - ווען עס האט זיך גערעדט פאר זיך - האט ער נישט געגעסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, 'אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ הָיָה זָהִיר מְּאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ', אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, 'וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּךְ', ער האט איר צופרידן געשטעלט דאס מערסטע וואס איז שייך, אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט דערצו.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.

#5 - הלואי זאל מען אריינברענגען אין מענטשן חתונה צו מאכן ביליג
הכרת הטוב, אידיש געלט, ישיבה, חתונה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חתן ... נרו יאיר.


דיין שוואגער האט מיר געבעטן איך זאל העלפן צוזאמשטעלן געלט פאר דיין טאטע יעצט ווען ער מאכט חתונה.


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, אז איך אליינס דערטרענק זיך אין חובות פון די ישיבה, מוסד וכו' וכו', אבער איך האב א גרויסע הכרת הטוב פאר דיין טאטע שליט"א.


יארן צוריק, ראש חודש ניסן שנת תש"ע ווען די רבנים האבן זיך צוזאמגעזעצט דן זיין איבער דעם עקזיסטענץ פון די ישיבה איז דיין טאטע געקומען און געהאקט אויפן טיש ווען ער האט דערביי געשריגן צו די רבנים וכו' און דאס האט אסאך צוגעגעבן אז זיי זאלן נישט ארויסקומען מיט א "קול קורא" אנטקעגן די ישיבה.


איך האב געמאכט א ווינט ביי די תלמידים פון ישיבה אז זיי זאלן חתונה האבן אין ישיבה, אזוי האט מען נישט קיין חובות. מען מאכט די חתונה מיט א אידישן טעם מלא חן; הלוואי זאל איך דאס קענען אריינברענגען ביי אלעמען, אז מען זאל פראווען א שמחה בשעת מען פריידט זיך "באמת".


יעצט אז דו ביסט אין וויליאמסבורג וויל איך דיר מחזק זיין צו קומען אינדערפרי צו די שיעור אין גמרא, ווייל אויב מען הייבט אן דעם טאג מיט א בלאט גמרא איז דער גאנצער טאג אן אנדערע טאג.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


...

#4 - ס'איז נישט קיין דרך הטבע די טייערע שידוכים וואס איר טוט
אידיש געלט, שמחות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


א גרויסן דאנק פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלן ענק זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע ענקערע ענינים.


מזל טוב פאר די שידוך פון אייער זון ... נרו יאיר! דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נחת ביי אים און ביי אלע אייערע קינדער און אייניקלעך.


קוקט'ס וואספארא חסדים דער אייבערשטער טוט מיט אייך; ווער עס האט נאר אויגן זעט אז עס איז נישט קיין דרך הטבע די טייערע שידוכים וואס איר טוט, אזוי יונגערהייט, ביי איין קינד נאכן צווייטן. דאס איז נאר אין די זכות וואס דו און דיין ווייב העלפן די מוסד מיט א מורא'דיגע איבערגעגעבנקייט אין יעדע פרט און פרט.


איך בעט אייך: האטס שכל און מאכטס נישט א טייערע שמחה; מאכט די שמחה "אידיש" מיט א אידיש'ן טעם. געבט נישט אויס קיין געלט, ענדערש נעמט די געלט און באצאלט אלטע חובות.


איך האף אז איר וועט פאלגן.

#3 - ענדיגט משניות צו די בר מצוה, מאכט א פשוטע שמחה
משניות, אידיש געלט, לימוד התורה, שמחות, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור הבר מצוה ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין טאטע נרו יאיר וואו ער שרייבט מיר אז דו גייסט מסיים זיין 'ששה סדרי משנה' אין די טאג פון דיין בר מצוה.


דערפאר וויל איך דיר מחזק זיין און שטארקן: אשריך! וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו גייסט אריין לעול המצוות מיט תורה און דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן ווי עס דארף צו זיין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער.


זאלסט זיך שטארקן און לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; עס איז נישט קיין שווערע זאך צו טון - בפרט פאר א יונגע בחור, אויב מען היט די צייט קען מען דאס באווייזן. אז עס איז שווער צו טון ברציפות קען מען דאס אנטיילן אין דריי חלקים;  צופרי - זעקס פרקים, נאכמיטאג - זעקס פרקים און ביינאכט - זעקס פרקים, צוזאמען איז דאס אכצן פרקים.


אויך זאלסטו דאווענען שחרית מנחה מעריב דיקא אין א סידור און שטיין אויף איין פלאץ.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט שכל צו מאכן א פשוט'ע אידישע שמחה מיט א אידיש'ן טעם, נישט ווי די עשירים וואס מאכן משוגע אלעמען צו מאכן טייערע שמחות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן סד) אז אלע עשירים זענען רובם ככולם משוגעים; דאס זעט מען ממש בחוש ווען זיי מאכן שמחות ווי פאר אביסל כבוד המדומה מאכן זיי זיך צו נאר פאר אלעמען, וואויל איז דיר אז דו געבסט אכטונג אויף דיין טאטע'נס געלט.


זיי געזונט.

#2 - ס'איז נישט כדאי איבערצולאזן די ווייב און קומען קיין אמעריקע נאך געלט
שלום בית, צדקה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין ווייב האט מיר געשריבן אז דו ווילסט איר איבערלאזן פאר א חודש און קומען קיין אמעריקע מאכן געלט וכו'; זי שרייבט אז עס איז איר זייער שווער און זי וויל נישט דו זאלסט איר איבערלאזן אליינס מיט די קינדער.


וויסן זאלסטו אז עס איז נישט כדאי איבערצולאזן די ווייב און קומען קיין אמעריקע נאך געלט; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנחומא תזריע, ו): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה רוֹאֶה אֶת הַנְּגָעִים", עס איז געווען א כהן וואס פלעגט קוקן נגעים, "מָטָה יָדוֹ, בִּקֵּשׁ לָצֵאת לְחוּצָה לָאָרֶץ", מיט די צייט איז ער געווארן ארים און ער האט געוואלט ארויסגיין קיין חוץ לארץ מאכן געלט, "קָרָא לְאִשְׁתּוֹ אָמַר לָהּ: בִּשְׁבִיל שֶׁבְּנֵי אָדָם רְגִילִין לָבֹא אֶצְלִי לִרְאוֹת אֶת הַנְּגָעִים, קָשֶׁה עָלַי לָצֵאת מֵעֲלֵיהֶם", האט ער גערופן זיין ווייב און איר געזאגט: עס איז מיר שווער אוועק צו גיין קיין חוץ לארץ ווייל מענטשן קומען דא כסדר ווייזן זייערע נגעים, "אֶלָּא בּוֹאִי וַאֲנִי מְלַמְּדֵךְ שֶׁתְּהֵא רוֹאָה אֶת הַנְּגָעִים", איך וועל דיר אויסלערנען ווי אזוי מען קוקט אויף א נגע, אזוי וועסטו קענען קוקן נגעים און איך וועל קענען פארן קיין חוץ לארץ מאכן געלט, "אִם רָאִית שְׂעָרוֹ שֶׁל אָדָם שֶׁיָּבֵשׁ הַמַּעְיָן שֶׁלּוֹ, תְּהֵא יוֹדַעַת שֶׁלָּקָה", ער האט איר געלערנט אז אויב זי זעט ווי די קוואל פונעם האר איז פארטריקנט איז א סימן אז דער האר איז געשלאגן, "לְפִי שֶׁכָּל שֵׂעָר וְשֵׁעָר, בָּרָא לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעְיָן בִּפְנֵי עַצְמוֹ שֶׁיְּהֵא שׁוֹתֶה מִמֶּנּוּ", ווייל דער אייבערשטער האט באשאפן פאר יעדן האר באזונדער א קוואל פון וואו דער האר זאל האבן פרנסה צו לעבן, "יָבֵשׁ הַמַּעְיָן, יָבֵשׁ הַשֵּׂעָר", אבער אז דער קוואל איז טויט איז א סימן אז דער האר איז טויט, "אָמְרָה לוֹ אִשְׁתּוֹ, וּמָה אִם כָּל שֵׂעָר וְשֵׁעָר, בָּרָא לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַעְיָן בִּפְנֵי עַצְמוֹ שֶׁיְּהֵא שׁוֹתֶה מִמֶּנּוּ. אַתָּה שֶׁאַתָּה בֶּן אָדָם, כַּמָּה שְׂעָרוֹת יֵשׁ בְּךָ, וּבָנֶיךָ מִתְפַּרְנְסִין עַל יָדְךָ, לֹא כָּל שֶׁכֵּן שֶׁיְּזַמֵּן לְךָ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פַּרְנָסָה", האט אים זיין ווייב געזאגט: מה דאך אז דער אייבערשטער האט באשאפן פאר יעדן האר באזונדער א קוואל פון וואו דער האר זאל האבן צו לעבן, איז דאך זיכער אז דו וואס דו האסט טויזנטער האר, דו האסט א ווייב און קינדער וואס נעמען פרנסה פון דיר וועט דיר דער אייבערשטער זיכער געבן פרנסה, "לְפִיכָךְ לֹא הֵנִיחָה אוֹתוֹ לָצֵאת חוּצָה לָאָרֶץ", זי האט אים זייער שטארק מחזק געווען און אים נישט געלאזט פארן קיין חוץ לארץ.


דאס זעלבע איז ביי דיר, רעד דיר נישט איין קיין איין רגע אז דא אין אמעריקע איז דא געלט; עס איז א גרויס רחמנות אויף די אלע אידן וואס שלעפן זיך ארויס פון ארץ ישראל קיין חוץ לארץ מאכן געלט, אין ארץ ישראל געבט מען אסאך שענער ווי דא אין אמעריקא.


דא אין אמעריקע מאכן די עשירים א געשפעט פון די משולחים; די גבירים פירן זיך מיט די משולחים גענוי ווי די אמאליגע פריצים. מען ליינט אין די מעשה ביכלעך ווי די פריצים פלעגן הייסן זייער מאשקע טאנצן בשעת זיי פלעגן מאכן זייערע סעודות, אזוי טוען די אמעריקאנע גבירים מיט די משולחים, מען וויל זיך אהערשטעלן פאר די ווייב און פארן איידעם ווי א שיינער איד אז מען האט געסט ביי די סעודה, הייסט מען זיי קומען צו א סעודה, בשעת די סעודה פרעגט מען זיי אויס אלע סארט פאליטיק וכו' און מוצאי שבת באקומט דער משולח א גאנצע צוואנציגער... די משולחים זענען אויסגעמאטערט פון א גאנצע וואך ארומלויפן נאך געלט, יעצט דארף ער זיצן כמה שעות ביי דעם פריץ און מארגן ביי דעם פריץ צו באקומען א צוואנציגער?! מען בעט אן המלצה; אויב האסטו פון בד"ץ איז גוט, דעמאלט באקומסטו א 'גאנצע דאללער'... אויב האסטו נישט פון בד"ץ וכו' פארשיקט מען דיר מיט בזיונות, און מיט אן המלצה פון בד"ץ האסטו ביזי בזיונות.


די ארץ ישראל'דיגע אידן מיינען אז אין אמעריקע וואלגערט זיך גאלד אויף די גאסן, מען קוקט אויף אן אמעריקאנער איד מיט קנאה וכו'; וויסן זאלסטו אז דא מוטשעט מען זיך אויך, דעריבער זאלסטו נישט קומען קיין אמעריקע בשעת וואס דו לאזט דיין ווייב אליינס.


ר' נתן האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס פלעגט קומען צו אים פאר חיזוק און יענער האט זיך אויך געדרייט ביי א צווייטן מפורסם וואס איז געווען פיל מיט ליצנות, האט אים ר' נתן אזוי געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן זאלסט נישט גיין צו יענעם וכו', אבער דאס קען איך דיר יא זאגן, אז דו גייסט צי יענעם קום נישט צי מיר"; דאס זעלבע זאג איך דיר: "איך קען דיר נישט זאגן נישט צו קומען, אבער דאס קען איך דיר יא זאגן, אז דו פארסט אוועק פון דיין ווייב פאר א חודש קום נישט צו מיר".


היכל הקודש איז א פלאץ וואו מען פאלגט דעם רבי'ן; דו ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען דער יסוד שלום בית, וואס וועסטו האבן פון מאכן פעקלעך געלט? די פעקלעך געלט וועט דיר העלפן אין לעבן?! אנשטאט מאכן פעקלעך געלט גיי אהיים צו דיין ווייב און העלף איר זי זאל זיין געזונט און שטארק.


דיין ווייב שרייבט אז זי קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די קינדער, זי דארף דיין הילף ביינאכט, זי שפירט ווי אירע כוחות לאזן זיך אויס; פארוואס זאלסטו זיך זוכן מצוות און נישט אהיים קומען ביינאכט? וואס איז די זאך פון 'ליל שישי' נישט אהיים צו קומען מיטן אויסרייד אז מען קען דעמאלט אסאך אויפטון וכו'?! אויף וואס ווארסטו, אז דיין ווייב זאל חס ושלום כאפן א נערוון צוזאמבראך? דו מיינסט אז דאס איז א שפילעכל? דו זעסט נישט ווי דער יצר הרע שפילט מיט דיר? ער נעמט דיר אוועק פון שטוב ליל שישי, נאכדעם שלאפסטו א גאנץ פרייטאג, אך און וויי אויב א קינד וויינט דעמאלט... דו ביסט אנגעצויגן, דיין ווייב איז אנגעצויגן און עס קומט נישט ארויס קיין גוטס דערפון. אז דו האסט חתונה געהאט קענסטו זיך נישט פירן ווי אלץ בחור, ביינאכט דארף מען זיין אין שטוב און מען קען נישט אוועק פארן פון שטוב פאר א חודש.


איך האף אז דו וועסט פאלגן און בלייבן אין שטוב, וועסטו האבן שפע ברכה והצלחה.

#1 - אויסנוצן דעם קעמפ ווי עס דארף צו זיין
חיזוק פאר מיידלעך, אידיש געלט, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות פון מחנה "בית פיגא" ברסלב, שתחיו.


איך בעט ענק זייער עטץ זאלטס אכטונג געבן אויף די געלט פונעם מוסד; געדענקט אז יעדע פרוטה פונעם מוסד געהערט פארן רבי'ן, דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט שאדן מאכן קיין איין פרוטה. ווען ענק גייען ארויס פון באנק דארף מען פארמאכן די לעקטער מיט די ערקאנדישן, און ווען מען ענדיגט עסן לייגט מען אוועק די מילך און אלע זאכן וואס דארפן ליגן אין פרידזשידער כדי עס זאל נישט פארדארבן ווערן און גיין לאיבוד.


עטץ קענטס זיך נישט פארשטעלן וואספארא נחת איך האב פון ענק ווען איך הער צוריק גוטע גריסן ווי שיין ענק פירן זיך אויף; בעיקר ווי עטץ געבטס אכטונג אויף א צווייטע מיידל'ס געפילן. מען קריגט זיך נישט, מען מאכט נישט חוזק פון א צווייטן און מען בארעדט נישט א צווייטן. אלע שמועסן זענען פאזעטיוו, געשמאק, שיין און אנגענעם.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ט.): "בְּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד - בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך מיט א צווייטן אזוי פירט מען זיך מיט אים; אז ענק וועלן אכטונג געבן אויף א צווייטן וועט דער אייבערשטער אכטונג געבן אויף ענק.


ווען ענק האבן אביסל צייט זאלט עטץ זאגן תהילים; יעצט אין קעמפ איז אזוי געשמאק צו זיצן אויפן פעלד צווישן די גראז מיט א תהילים און זינגען צום אייבערשטן.


ענק ווייסן אודאי די מעשה מיטן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קסג), ווען דער רבי האט געוואוינט אין זלאטיפאליע איז ער אמאל געגאנגען שפאצירן מיט זיין טאכטער שרה, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי איר געזאגט: "ווען דו וואלסט ווען זוכה געווען צו הערן דאס געזאנג פון די גראז, ווי יעדע גראז זינגט און לויבט דעם אייבערשטן, ווי גוט און ווי איינגענעם איז צו הערן ווי זיי זינגען זייערע לידער"; מיר הערן נישט ווי די גראז זינגען אבער מיר שפירן אז עס איז עפעס אנדערש ווען מיר געפונען זיך צווישן זיי, עס רעדט זיך מער צום אייבערשטן.


דעריבער בעט איך ענק אלע טייערע תלמידות שתחיו, ווען ענק האבן צייט זיצטס צווישן די גראז מיט א תהילים און זינגטס צום אייבערשטן; יעדע קאפיטל תהילים וואס מען זאגט ווערט אוועק געלייגט פארן מענטש און פאר זיינע דורות, דאס ברענגט אלע ישועות און אלע ברכות.


א גרויסן יישר כח פאר ענק אלעמען באזונדער פארן זיך אויפפירן מיט אחדות און ליבשאפט איינער צום צווייטן, אין דעם זכות זאלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון דעם גלות און משיח וועט אונז טראגן קיין ירושלים, אמן.