בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6961 - די ווייב זאל קענען גיין רואיג צום צוזאמקום
הפצה, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון הפצה.


די איין מאל א וואך וואס דיין ווייב גייט ארויס צו די פרויען צאמקום, זיך אויפפרישן מיט די עצות פון רבי'ן - איז כדאי זי זאל גיין אן די קינדער, עס איז נישט קיין פארגלייך ווען מען קען האבן די פאר מינוט אויסצוהערן די שיעור רואיג - ווי מיט מיטנעמען דאס קינד; עס איז כדאי דו זאלסט בלייבן אין שטוב די ביסל צייט ווען דיין ווייב וויל גיין צו די צאמקום, אפילו דו ביסט עוסק אין הפצה זאלסטו איר געבן די ביסל צייט.


שטארק זיך אין הפצה, עס איז נישטא קיין גרעסערע נחת רוח פאר א טאטע ווען מען ברענגט אים צוריק זיין קינד, מען מאכט שלום; אזוי אויך כביכול ביים אייבערשטן, די קינדער בלאנדזשען, מען האט פארגעסן אז מען האט א טאטע, און אז מען גייט הפצה, מען פארשפרייט די ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבינ'ס עצות, מען ברענגט צוריק די קינדער צום טאטן אין הימל - איז דאס די גרעסטע נחת רוח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6960 - א גרויסע זכי' צו זיין א שמש אין מירון
ישיבה, נחת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יישר כח פארן העלפן מיינע עלטערן אין מירון דעם פארגאנגענעם וואך, שבת פרשת בא. מיין מאמע תחי' האט מיר דערציילט אז דו ביסט געווען שבת אין מירון און געהאלפן מיט די הכנסת אורחים, טיילן עסן און רוימען, זי האט מיר געפרעגט אויב איך האב דיר געזאגט צו גיין.


עס איז א גרויסע זכי' צו זיין א שמש אין מירון ביים תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, לאנגע יארן האב איך זוכה געווען צו זיין א שמש אין מירון, איך פלעג קאכן די עסן, טיילן די עסן און רייניגן פאר די געסט וואס קומען קיין מירון.


מיינע עלטערן זענען דארט פאר נאך צוויי שבתים, און אז דו האסט די מעגליכקייט צו גיין העלפן - וועל איך זיך זייער פרייען.


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים אין די הייליגע תורה. איך הער פונעם מגיד שיעור רבי משה שמואל נרו יאיר אויף דיר נאר גוטע גריסן, ווען מען דאווענט – דאווענסטו, ווען מען לערנט – לערנסטו, און ווען מען דארף עפעס העלפן - ביסטו דערביי מיט די גאנצע חיות און פרישקייט.


איך האף צום אייבערשטן בקרוב וועסטו ווערן א חתן און אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6959 - ביסט נעבעך אזוי צוגעקלעבט צו דיין טעלעפאן
תפילות אויף אידיש, בחור, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב אזוי רחמנות אויף דיר, איך באטראכט דיך אין ישיבה, דו רעדסט נישט מיט קיינעם קיין איין ווארט, ביסט צוגעקלעבט צו דיין טעלעפאן, דו ביסט נעבעך אין א טיפע מרה שחורה; איך האב אזוי רחמנות אויף דיר.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך מיך פרייליך, איך בין צוגעקלעבט צו מיין טעלעפאן, איך בין נישט פרייליך, איך בין טיף צעבראכן, וואס וועט זיין מיט מיר? איך דארף באלד חתונה האבן און וואס וועט זיין מיט מיר? איך וועל קוקן טאג און נאכט אין די טעלעפאן און הערן אינטערוויאס פון די באנדע משוגעים וואס האבן נישט מיט וועם צו רעדן, רעדן זיי טאג און נאכט פון פייער און וואסער אויף האטליינס, הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך מיך פרייליך".


איך האב דיך אזוי שטארק ליב, איך האב ליב דיינע עלטערן, איך קען נישט צוקוקן דיין צער; דעריבער שרייב איך דיר, זאלסט וויסן צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, ווייל דו ביסט נאך יונג, דו ווייסט נישט וואס איז גוט פאר דיר; איך וויל אזוי שטארק דיין לעבן זאל דיר זיין צוקערדיג און זיס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6958 - איך דארף א מאן, איך דארף נישט א מלאך
שלום בית, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב דיר שוין אזויפיל געשריבן און איך ווייס נישט פארוואס דו ווילסט נישט אננעמען מיינע ווערטער.


וויסן זאלסטו אז עס איז א גרויסע עבירה צו מצער זיין די ווייב און איר נישט געבן וואס די תורה זאגט וכו'; דיין ווייב וויינט וועגן דיר, זי זאגט דו לעבסט נישט מיט איר פאר גאנצע חדשים, זי וויל א מאן, שוין א יאר וואס דו לעבסט נישט ווי די תורה הייסט אונז לעבן, זי איז אזוי צעבראכן, זי ווייסט נישט וואס צו טראכטן, אפילו וואלסט געווען א מלאך וואלט זי אויך געמעגט פארלאנגען זי וויל א מאן, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן ווען ער האט חתונה געמאכט זיין טאכטער חנה צירל מיט דעם צדיק הרב הקדוש רבי נחמן, דער זון פון הגאון הקדוש רבי אהרן דער רב פון ברסלב זכרונו לברכה; רבי נתן האט באמערקט אויף איר נאך איר חתונה אז זי איז נישט צופרידן, ווען ער האט זיך אינטערעסירט ביי איר, האט זי זיך אויסגערעדט אז איר מאן רבי נחמן איז אינגאנצן אויסגעטון פון די וועלט, "ער איז נישט קיין מענטש, ער איז א מלאך", זי האט געוויינט: "איך דארף א מאן, איך דארף נישט א מלאך", זיי האבן זיך געדארפט גט'ן; איז וואס איז דיין פלאן?


דו ביסט אין חדר היכל הקודש, דו ביסט מקושר צו די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש, זעסטו אודאי וואס מוהרא"ש האט געוואלט און וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, איז וואס איז פשט אז נאכן דיר שרייבן אזויפיל בריוו מאכסטו זיך נישט וויסנדיג, דו גייסט דיין אייגענע וועג?!


איך בעט דיר נאכאמאל, פיר זיך אויף די וועג פון די תורה, געב דיין ווייב וואס די תורה הייסט, געב איר וואס די תורה זאגט, וועט דיר זיין גוט בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6957 - געבן א גוטע געפיל פאר אלע איינגעשטעלטע
קאמפלימענטס, חלישות הדעת, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש, קרית ברסלב ליבערטי


געדענק צו געבן גוטע ווערטער פאר די מלמדים און פאר אלע איינגעשטעלטע; דאס איז אזוי וויכטיג, ווייל אלע דארפן אסאך חיזוק. די מלמדים ביי אונז דארפן מער גוטע ווערטער, ביי אונז איז די ארבעט שווערער און הייליגער, איז דא אויף דעם מער מניעות, אלע האבן חלישות הדעת מיט בלבולים וכו' וכו', און מען דארף אסאך חיזוק.


איך בין געווען נעכטן אין שטעטל אין חדר און אין בית פיגא, איך האב געזען ווי אלע ווארטן אויף א גוט ווארט, אויף אביסל חיזוק ועידוד; סיי אין תלמוד תורה און סיי אין בית פיגא, און דאס איז די ארבעט פון א מנהל און מנהלת, צו געבן די גוטע געפיל פאר די איינגעשטעלטע, אז זייער ארבעט איז חשוב.


איך וועל דיך מחזק זיין און דו זאלסט מחזק זיין אלע איינגעשטעלטע, און ווער וועט מיך מחזק זיין? איך וועל ווייטער בעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר געבן כח צו טון מיין שליחות וואס מוהרא"ש האט מיר געגעבן – בנאמנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6956 - דער מאן פארמאכט דעם טעלעפאן ביים לערנען
כולל, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב געליינט אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, עס איז נישטא קיין גרעסערע גליק אויף די וועלט ווי די פרוי וואס איז זוכה אז איר מאן לערנט תורה. דאס לעבן גייט אריבער ווי א שאטן,  חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צו, ב), אויפן פסוק (דברי הימים-א כט, טו): "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה", ווי א שאטן וואס גייט פארביי גייען דורך די יארן פון א מענטש, "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", עס גייט דורך אזוי שנעל, נישט ווי א שאטן פון א וואנט, און נישט ווי דער שאטן פון א בוים, נאר ווי א שאטן פון א פייגל וואס פליט, און נאר תורה, תפילה ומעשים טובים - בלייבט איבער.


אז אייער מאן פארמאכט זיין טעלעפאן במשך די שעות וואס ער זיצט אין כולל און לערנט - זאלט איר זיך פרייען, דאס וואס איר הערט שמועסן וכו' אז נאר א שלעכטער מענטש הייבט נישט אויף די טעלעפאן ווען די ווייב רופט, דאס מיינט נישט דער מענטש וואס לערנט תורה אדער איז פארנומען מיט ברענגען פרנסה וכו' וכו', דאס רעדט מען פון א הולטיי וואס טוט גארנישט אין לעבן, און אז דו ווייב ווארט וכו', און אז מען שמועסט אפ אהיים צו קומען און ער מאכט זיך נישט וויסנדיג, זי וויל ער זאל קומען העלפן, הייבט ער נישט אויף די טעלעפאן, אבער אז דער מאן לערנט תורה און לעשט אויס זיין טעלעפאן, נישט נאר פאר אייך, נאר פאר יעדן - זאל עס אייך נישט באדערן.


ווי גליקליך זענט איר אז אייער מאן לערנט, אייער מאן דאווענט, אייער מאן איז א צדיק; וויפיל זענט איר שולדיג דעם אייבערשטן אים צו לויבן און אים צו דאנקען. דאס איז די שכר וואס פרויען זענען זוכה, אז זיי לאזן דעם מאן לערנען, און זיי שטארקן זיך און זיי פארקוקן אויף די צייטווייליגע הנאות וואס בלייבט גארנישט דערפון, עס גייט אוועק ווי א חלום, און ווי רויך.


שטארקט זיך, לאזט נישט דעם סמ"ך מ"ם אריין ביי אייך אין שטוב, דאס איז די עצבות ומרה שחורה וואס וויל אייך צעברעכן, לאזט אים נישט, ווארפט אים ארויס מיט שמחה און מיט תודה והודאה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6955 - זאגן שמות הצדיקים
תפילות אויף אידיש, שמחות, שמות הצדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער אז עס איז דא גוטע נייעס ביי ענק, איר פרעגט וואס איז גוט צו טון אין די חדשים? זאגט שמות הצדיקים, מוהרא"ש זאגט פאר פרויען וואס ווארטן, מען זאל זאגן אין די חדשים "שמות הצדיקים" - נעמען פון צדיקים, און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; זאלט איר זאגן די נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מיבנאל וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאלט איר זאגן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיךְ נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6954 - א ברסלב'ער חסיד מאכט הפצה
הפצה, בזיונות, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך אז דו גייסט הפצה, א ברסלב'ער חסיד איז דער וואס איז עוסק אין די הייליגע זאך פון הפצה. דער הייליגער רבי נתן האט עוסק געווען אין הפצה, מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן אוועק געגעבן נאר פאר הפצה, און דאס דארפן מיר טון, דאס דארף זיין אונזער ציל, ווי קען איך ברענגען נאך א איד צום אייבערשטן, ווי קען איך געבן די שיינע זיסע עצות פאר נאך מענטשן.


דאס וואס דו שרייבסט אז נעכטן ביי הפצה האסטו געהאט בזיונות; וואס זאל איך דיר זאגן, בזיונות ביי אונז איז קעש, מען קומט אפ אלע עבירות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו): "ישמע בזיונו ידום וישתוק", דאס איז דער עיקר פון תשובה.


גיי ווייטער הפצה, און אז מען פארטרייבט דיר וכו' - זאלסטו גיין אין אנדערע שול'ן, אין אנדערע פלעצער. מוהרנ"ת האט געזאגט ווען מען האט אים פארטריבן פון שטוב פון ברסלב: "וואו איך וועל גיין וועל איך מאכן ברסלב'ע חסידים".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6953 - שוין אכציג טעג נישט אויסגעהערט די נייעס
נייעס, האטליין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין אזוי איבערגענומען פון דיר אז דו האלסט שוין אן דיין גוטע קבלה נישט אויסצוהערן די נייעס (די אידישע נייעס האט ליין), שוין אכציג טעג אין איין צי, נאכן זיין אזוי פאר'כישופ'ט אין דעם, דו פלעגסט זיין צוגעבינדן צו דעם, עס רופן הונדערטער מאל א טאג, און יעצט ביסטו א נייער מענטש.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ניצט אויס דיין צייט פאר תורה ותפילה און העלפן אויספירן דעם רבינ'ס זאך, בויען מוסדות וואס פארשפרייטן די הייליגע אמונה פאר די גאנצע וועלט.


איך האף צו זיין דער גוטער שליח, צו זיין דיין שדכן, מיט א גוטע שידוך, און דו וועסט אויפשטעלן ערליכע דורות פארן אייבערשטן.


נאר שטארק זיך, פארפעל נישט א טאג אן לערנען מקרא, משנה, גמרא, הלכה און דעם רבינ'ס ספרים. מה טוב ומה נעים אז דו וועסט לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות און זיבן דפים גמרא, דעם יום תהילים, און אביסל הלכה, קיצור שלחן ערוך הלכה למעשה.


שרייב מיר יעדע וואך א בריוו, איך וויל זיין מיט דיר צוגעבינדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6952 - די הייליגע ארבעט פון זיין א טיטשער
לערערין, חינוך הילדים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט פון זיין א טיטשער, לערנען מיט קינדער די הייליגע תורה וועג, אריינלייגן אין אידישע טעכטער די שיינקיייט פון די תורה וועג, און קוקט נישט אויף די חלישות הדעת וואס גייט אריבער אויף אייך, קוקט נישט אויף די בלבולים וכו', זייט שטארק מיט אייער הייליגע ארבעט.


וויסן זאלט איר, ווייניג עלטערן ווייסן ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער, אפילו גאר חשוב'ע עלטערן מיינט נישט צו זאגן אז זיי ווייסן ווי צו זיין א מחנך, און ווען די קינדער קומען אהיים און וויינען אז מען האט זיי נישט ליב וכו' וכו', פארגעסט מען וואס איז ריכטיג, מען מאכט אוועק וכו', מען מאכט מער שאדן ווי מען טוט אויף.


על כן בעט איך אייך, נעם עס נישט פערזענליך, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א ליבשאפט צו אלע תלמידות און א רחמנות אויף אלעמען, אלע קינדער זענען ליכטיג און טייער, און מיט תפילה האט מען חן און סיעתא דשמיא, מען האט אויסטערלישע הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6951 - די לעצטע געבעט פון מוהרא"ש אויפ'ן שפיטאל בעטל
מחלוקת, שלום, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם שבת געפאלט די צענטע יארצייט פון אונזער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, דו ווילסט אודאי זיך עפעס פארנעמען לכבוד די יארצייט, זאלסטו זיך פארנעמען מרבה זיין בשלום; אנגעהויבן אין שטוב, אלעס טון אויף דער וועלט עס זאל זיין שלום בית, מען זאל לעבן מיט שלום און מיט ליבשאפט.


אזוי אויך זאלסטו מרבה זיין בשלום מיט אנשי שלומינו, זיך מיט קיינעם נישט קריגן, דאס האט אונז מוהרא"ש געבעטן די לעצטע געבעט אין שפיטאל בעטל, מיר זאלן אנטלויפן פון מחלוקת, דעם לשון וואס מוהרא"ש שרייבט דארט: "דָּבָר אֶחָד שֶׁאֲנִי מְבַקֵּשׁ אֶתְכֶם בַּקָּשָׁה אַחֲרוֹנָה מֵחַיֵּי", איך בעט אייך די לעצטע בקשה פון מיין לעבן, "שֶׁתַּחְזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך נישט קריגן, "לָכֵן זֶה עִקַּר רְצוֹנִי שֶּׁיִּהְיֶה רַק אַהֲבָה בֵּין אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ, כִּי הַרְבֵּה צָרוֹת בָּאוּ וְיָצְאוּ מִמַּחְלֹקֶת וּמְרִיבוֹת", מיין גאנצע ווילן איז אז עס זאל זיין שלום צווישן אנשי שלומינו, ווייל פון מחלוקת קומט ארויס נאר צרות.


ביים סוף פון די בריוו שרייבט מוהרא"ש נאכאמאל: "הַחְזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד וְאַף פַּעַם לֹא לְהִתְעָרֵב בְּשׁוּם מַחְלוֹקֶת שֶׁרַק יֵשׁ בָּעוֹלָם", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך קיינמאל נישט מישן אין קיין שום מחלוקת וואס איז דא אויף די וועלט.


אויך פלעגט מוהרא"ש וויינען ביי די שיעורים אויף די מחלוקת וואס איז דא אין ברסלב: "מיר טרינקען דאך פון איין קוואל, מיר נעמען דאך חיזוק פון איין רבי, פארוואס דארף מען זיך בייסן איינער דעם צווייטן?" מוהרא"ש פלעגט זאגן: "אין הכי נמי, דער רבי זאגט טאקע (חיי מוהר"ן, סימן שיט): 'אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת', איך וועל מאכן פון אייך אסאך גרופעס; אבער דער רבי האט נישט געזאגט אז איין גרופע זאל רעדן אויפן צווייטן און איינער זאל פיינט האבן דעם צווייטן".


איך האף דיך צו זען מוצאי שבת ביי די יארצייט סעודה, מיר וועלן זיך דארט אינאיינעם מחזק זיין.


א פרייליכן שבת.

#6950 - א שאד זיך צו רעגן, אלעס איז פונעם אייבערשטן
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיט אמונה וועסטו אלעס פאררעכטן, דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", דורך אמונה ווערט מען ריין פארן באשעפער; נעם אריין אין דיר די אמונה, עס איז נישט דער און נישט יענער, עס איז דער אייבערשטער; א שאד זיך צו רעגן, א שאד זיך צו עסן דאס געזונט, אלעס איז פונעם אייבערשטן, אלעס איז ער, עס איז נאר פארשטעלט כאילו עס איז דער און יענער.


גלייב אז אלעס איז פאר דיין טובה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח.): "בשמך יקראוך ובמקומך יושיבוך, אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו", קיינער קען נישט צונעמען א פרוטה וואס איז אנגעגרייט פארן חבר, "ואין מלכות נוגעת במלכות חברתה אפילו כמלוא נימא", קיינער קען נישט צונעמען פון א צווייטן נאר אז מען רופט אויס אין הימל. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות נח.): "אפילו ריש גרגיתא", אפילו דער וואס איז ממונה צו ארבעטן ביי די סוער דיפארטמענט, ביי די נידריגע ארבעט, "מן שמיא מנו ליה", איז אויך פון הימל, נאך זאגן זיי (חולין ז:): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה, אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", א מענטש צעקלאפט זיך נישט דעם קליינעם פינגער אן דעם וואס מען זאל אנשרייבן אויבן אין הימל אז עס זאל פאסירן.


מוהרא"ש זאגט, ווען עס גייט אריבער א שווערע טאג פארן מענטש, ווען עס גייט אריבער א שווערע זאך - איז דאס נאר ווייל מען וויל זען פון הימל צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן, וועט ער גיין צו פלוני אלמוני אדער זיך אויפהייבן דעם פנים צום אייבערשטן און זאגן: "הייליגער באשעפער, איך ווייס אז דו ביסט עס, און דו ווילסט הערן מיין קול ווי איך רעד צו דיר, בעט איך דיר רבונו של עולם, העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער, נעם מיך ארויס פון מיין צרה".


די הייליגע חכמים דערציילן (בראשית רבה עט, ו; ירושלמי שביעית כה:), ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי מיט זיין זון דער הייליגער תנא רבי אלעזר זענען ארויס פון די מערה נאך דרייצן יאר, האבן זיי געזען ווי א פאנגער שפרייט אויס זיינע נעצן צו כאפן פייגלעך, זיי זעען ווי אזוי ער שפרייט אויס די נעץ און א פייגל ווערט שיער אריינגעכאפט, אין די לעצטע סעקונדע האט זיך די פייגל געראטעוועט, נאכדעם קומט נאך א פייגל און זיי הערן ווי עס גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס זאגט: "געפאנגען" און די פייגל איז געפאנגען געווארן; האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי געזאגט פאר זיין זון: "זעסט, אפילו א קליינטשיגע פייגעלע קען אויך נישט געכאפט ווערן אן דעם וואס מען זאל דאס אפשרייבן אויבן אין הימל".


קום צום שיעור ליל שישי, קום זיך אויפפרישן מיט די עצות פון רבי'ן, בלייב נישט אין דיין מרה שחורה, קום הערן אפאר זיסע געשמאקע ווערטער פון הייליגן רבי'ן; וועסט האבן א פרייליכע שבת, וועסט זיך צוריק באנייען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6949 - דיינע קינדער זעען וויפיל געדולד דו האסט צו זיי
חברים, חינוך הילדים, חמשה עשר בשבט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז חמשה עשר בשבט, זאלסטו מאכן א סעודה מיט דיין משפחה, קויף אביסל פירות און זיץ מיט דיינע קינדער. דערצייל זיי די חסדים פונעם אייבערשטן, געב זיי אביסל צייט.


דיינע קינדער זענען נישט נאריש, זיי זעען ווי סאך געדולד דו האסט צו זיי, א אינגערמאן דערציילט מיר, א קינד פון צוועלף יאר פרעגט אים: "פארוואס ווען דו רעדסט צו מיין טאטע רעדט ער אזוי שיין צו דיר, און ווען איך פרעג אים עפעס, זאגט ער אָן געדולד 'נו, וואס ווילסטו? וואס פרעגסטו? ענדיג שוין!'" דער אינגערמאן דערציילט, עס האט אים געגעבן א גוטע קיצל, ער זאל זיך מאכן א חשבון פאר זיך, אז קינדער האלטן אלעס מיט, קינדער קען מען נישט נארן.


געב פאר דיינע קינדער אביסל צייט, הער זיי אויס זייערע מעשיות, זייערע חלומות און דערצייל זיי אמונה, אמונת חכמים און תפילה. ווייז זיי נישט גארנישט פון דיין טעלעפאן, ווייז זיי נישט קיין קליפס, לאז זיי וואקסן געזונט און שטארק. אויך דיין ווייב זאלסטו נישט עפענען די אויגן מיט די טעלעפאן, ווייל ווען א פרוי עפנט די אויגן - איז גאר ביטער, און מען קען עס נישט צוריק דרייען. די מעלה און די שיינקייט פון א אידישע פרוי איז די צניעות און תמימות, און ווי נאר מען עפנט די אויגן צו די גוי'אישע וועלט - איז מער נישטא די אידישע מאמע השם ישמרינו, דאס איז נישט קיין ווערטל, דאס איז וואס מיינע אויגן האבן ליידער געזען, ווי טייערע אינגעלייט האבן געמיינט אז א תמימות'דיגע ווייב וואס וויל לעבן פשוט, איידל, פריוואט און באשיידן, איז נישט אינטערעסאנט, און ווען זיי האבן דאס אראפגעריסן האט זיך עס שטארק צעריסן און עס איז גארנישט געבליבן פון זייער לעבן.


גיי נישט פארברענגען מיט דיין חבר'ס ווייב, גיי נישט עסן ביי חברים, סעודות שבת איז נישט קיין פארטי; מען קען גיין צו א טאטע מאמע אדער שווער שוויגער, זיידע באבע, אבער צו פריינט (אן די אות ר') - איז נישט גוט, עס קען זיך ענדיגן זייער ביטער, קען זיין דו וועסט נישט האבן מער ווער עס זאל וואשן דיינע וועש, ווער עס זאל דיר מאכן עסן וכו'.


די וואך שבת געפאלט די יארצייט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, מיר וועלן מאכן א יארצייט סעודה מוצאי שבת נעבן שטעטל, אינעם ראלי האטעל, מיר האבן א גרויסע ירושה וואס מיר וועלן אויסטיילן ביים מעמד, מיר ווילן זיך צוטיילן אייניג מיט די ירושה. איך האף דו וועסט קומען מיט דיין משפחה און אינאיינעם וועלן מיר אויספירן די ירושה פון מוהרא"ש, צו דרוקן און פארשפרייטן זיינע הייליגע ספרים וואס האט די כח צו מחזק זיין יעדן איד און מיט דעם ברענגען די גאולה.


שבת יתרו קבלת התורה וועל איך זיין אם ירצה ה' אין קרית ברסלב, איך וועל דאווענען אין בית המדרש רחוב ירושלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6948 - א מענטש מיט אביסל שכל, אינוועסטירט אין זיין שטוב
חברים, חינוך הילדים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, י"ג שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס פארברענגסטו ביינאכט אינדרויסן פון שטוב? האסט חתונה געהאט, האסט א ווייב - דארפסטו אהיים גיין, נישטא אזא זאך ווי זיין ביינאכט אינדרויסן, דאס איז פון די א-ב אין היכל הקודש; אפילו ליל שישי אז דו קומסט צום שיעור - זאלסטו אהיים גיין וואס פריער, און אויך אז דו גייסט דאווענען מעריב און דו גייסט לערנען ביי א שיעור - זאלסטו נישט בלייבן אינדרויסן פון שטוב; האסט א ווייב, גיי אהיים און שמועס מיט איר, פארברענג מיט איר, און אז דו ווילסט לערנען - זאלסטו לערנען אין שטוב.


פארברען נישט דיינע נעכט מיט חברים וואס דארפן דיך נישט, זיי דארפן דיך נאר פאר זייער נוצן, ווען וועסטו שוין אויסוואקסן די קינדערישקייט, ווען וועסטו זיך כאפן אז עס לוינט צו אינוועסטירן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער? ביסט שוין דערוואקסן, שוין צייט אויסצוטון די קינדער שיך, קליינקעפיגע אינגעלייט, די זענען פארנומען מיט חברים, א מענטש מיט אביסל שכל אינוועסטירט אין שטוב.


גיי אהיים, געב א שמייכל אין שטוב, געב א גוט ווארט אין שטוב, מיינסט מען דארף פארן ביז א תפיסה מחי' צו זיין א איד? אויך אין שטוב קען מען באזוכן, מען קען זיין אין שטוב און מען איז אין תפיסה, די ווייב איז איינגעשפארט, זי האט נישט וואו צו גיין, זי האט נישט מיט וועם צו רעדן, זי איז פארקלעמט; גיי אהיים, זיי איר מחזק, געב איר א גוט ווארט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6947 - נישט אוועקמאכן די מחנכים אין די אויגן פון די קינדער
חינוך הילדים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, י"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לערן אויס דיינע קינדער זיי זאלן האבן דרך ארץ פאר זייערע מלמדים און טיטשערס, און אפילו ווען עס מאכט זיך (עס זאל זיך נישט מאכן) אז דיין קינד דערציילט זאכן וואס מען האט געטון מיט אים, וואס לדעתך טויג עס נישט - זאלסטו זיי נישט חרוב מאכן בידים, נאר זיי זאגן: "טאטי וועט רעדן מיטן מלמד און מיטן מנהל", אבער דו מוזט האבן דרך ארץ פארן מלמד און פאר די טיטשער, ווייל חס ושלום אויב דו וועסט זיך ארויסכאפן אפילו איין ווארט פון זלזול - האסטו אוועק גענומען די חינוך פון די גאנצע יאר פון דיין קינד, און אויב דו וועסט חס ושלום זאגן א ווארט קעגן זיין מנהל, אדער חדר - האסטו גורם געווען אז דאס קינד וועט נישט קענען מער מקבל זיין די אלע יארן וואס ער לערנט אין חדר און אין סקול.


איך האב אויך ברוך השם א שטוב מיט קינדער, און איך האב אויך גענוג און נאך מעשיות וואס מיינע קינדער זענען אהיים געקומען און געזאגט אז מען האט זיי בא'עוולה'ט וכו', וואס האב איך זיי געזאגט? "איך וועל רעדן מיט דיין רבי, איך וועל רעדן מיט דיין טיטשער, אבער איך וויל דו זאלסט האבן דרך ארץ פאר דיין רבי און פאר דיין טיטשער", און שטילערהייט האב איך גערעדט מיטן מנהל אדער מנהלת אדער מיטן מלמד אליין, און זיך נאכגעפרעגט וואס גייט פאר, און זיי געזאגט ווי שטארק איך בין זיי מעריך, ווי איך שעץ זייער שווערע ארבעט, און אפשר זאל מען מאכן אזוי, אדער אזי, אבער קיינמאל נישט געלאכט אדער אוועק געמאכט דעם מלמד אדער טיטשער פאר מיינע קינדער.


האסט נישט קיין אנונג וואס מיינט זיין א מלמד און זיין א טיטשער, האסט נישט קיין אנונג די שווערע ארבעט, און די קינדער וואס קומען פון די שטיבער וואס זענען נישט פארזיכטיג, ווען א קינד זאגט מיין רבי האט מיך נישט ליב מיין טיטשער האט מיך נישט ליב, און אז די עלטערן רעדן דברי זלזול און די קינדער קומען מיט א חוצפה און מאכן א געשפעט פאר די אנדערע קינדער - איז דאס א חורבן לדורות.


גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן, און בעט אים: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן ערליכע הייליגע דורות, העלף מיר מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, זיי זאלן לעבן מיט אמונה, מיט אמונת חכמים, זיי זאלן לערנען און דאווענען און טון מצוות", רעכן אויס יעדן קינד און יעדן אייניקל יעדן איינציגסטן טאג, תפילה איז די יסוד פאר גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6946 - ווער האט דען יא געלט?
התחזקות, חלישות הדעת, דאווענען, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, י"א שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שפרינג אריבער דיינע חלישות הדעת, כאפ אריין נאך א שחרית בזה העולם, נאך איין מאל טו אן טלית ותפילין, דו ווייסט וואס מיינט נאך איין מאל אנטון טלית ותפילין? מוהרא"ש דערציילט, א איד אין די אכציגער יארן איז אמאל געקומען צום צדיק הרב הקדוש רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו און געוויינט: "רבי, עס איז מיר נמאס דאס לעבן איך וויל שטארבן!" האט אים דער הייליגער רבי אברהם קאליסקער געזאגט: "ביסט א גרויסער טיפש פארן זאגן אזוי, ווייל עס לוינט זיך צו לעבן אכציג יאר אבי צו לייגן תפילין איינמאל אין לעבן, און דו ווילסט שטארבן?!"


דו וויינסט אז דו האסט נישט קיין געלט, וועם דו טרעפסט, וועם דו זעסט - זינגסטו די ניגון אז דו האסט נישט קיין געלט, כאילו דו ביסט דער ערשטער וואס האט נישט קיין געלט, ווער האט דען יא געלט? דער עושר האט געלט?! דער עושר איז סאך מער ארעם, "יש לו מנה רוצה מאתיים", ווי מער געלט מען האט - וויל מען דאפלט, קומט אויס, די וואס האבן געלט - זענען אסאך מער ארעם, וואס וועסטו האבן פון רעדן צו יעדן איינעם פון געלט? גיי צום אייבערשטן, נאר אים זאלסטו בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


די וואך איז קבלת התורה, זאלסטו זיך צוריק נעמען צו דיינע שיעורים כסדרן, נעם א חומש און הויב אן מעביר סדרה זיין פון היינט, פון אנהייב וואך, טייל איין די פרשה לויט די טעג פון די וואך. אויך זאלסטו פון פריש מקבל זיין די תורה, לערן משניות, זאג כמה פרקים משניות יעדן טאג; דער וואס לערנט משניות הויבט אן שפירן צופרידן מיט זיך, די לעבן באקומט א געשמאק.


אויך זאלסטו לערנען גמרא, לכל הפחות דעם בלאט גמרא, וועסטו אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6945 - באשעפער העלף מיין ווייב זאל זיך שערן די האר
תפילות אויף אידיש, שלום בית, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד אז דו טוסט נישט די עצה וואס מיר האבן שוין גערעדט אפאר יאר צוריק, א שאד עס גייען אריבער יארן און דו ביסט פארווייטאגט אז דיין ווייב שערט זיך נישט, זי גייט מיט אירע אייגענע האר וכו' וכו', וואלסטו אין די פאר יאר יעדן טאג געבטן א קליינע תפילה: "הייליגער באשעפער העלף מיין ווייב און מיינע דורות זאלן זיך אפשערן די האר און גיין אנגעטון איידל ווי די ערליכע אידישע טעכטער" - וואלסטו שוין לאנג געזען א ישועה, די פראבלעם איז אז מען דארף חיזוק אויף תפילה, אויף בעטן דעם אייבערשטן.


הויב יעצט אן, מאך זיך א קביעות יעדן טאג צו בעטן אויף דעם, בעט: "הייליגער באשעפער העלף אז מיין ווייב זאל זיך צוריק אפשערן איר האר אזוי ווי זי פלעגט טון נאך די חתונה, העלף עס זאל אריינגיין אין איר א רוח קדושה, און אויך מיינע דורות זאלן אלע זיין הייליג און ערליך, אלע זאלן גיין אין די וועג פון די הייליגע צדיקים".


מיט תפילה און סבלנות וועסטו אנקומען גאר שיין.

#6944 - עס איז נארמאל אז מען פארבענקט זיך צו א טאטע
כיבוד אב ואם, נשמה, וויינען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט ווען אייער טאטע עליו השלום איז נפטר געווארן און איר צואוויינט זיך אזוי סאך, און איר זענט פארטראכט וכו' וכו', איר ווערט אזוי פארבענקט אז איר קענט ממש גארנישט טון; וויסן זאלט איר אז עס איז זייער נארמאל אז מען פארבענקט זיך צו א טאטע און מען פלאצט אויס אין א געוויין, דאס איז געזונט, אבער אויך זאלט איר וויסן אז ווען עלטערן זעען די קינדער זענען פרייליך איז דאס זייער גרעסטע נחת, דאס מאכט זיי פרייליך, עלטערן גלייכן נישט ווען די קינדער זענען בצער.


די גרעסטע זאך וואס איר קענט מאכן פאר אייער טאטע'ס נשמה - אז איר וועט זיין שטארק פרייליך און אנגיין מיט אייער לעבן, לערנען מיט אייערע תלמידות פונעם אייבערשטן, און פרייליך מאכן אייער טייערער מאן, אים העלפן אין זיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6943 - פיר גוטע דאקטורים האבן געראטעוועט זיין לעבן
שמחה, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געווען אמאל וואס די דאקטוירים האבן אים אנגעשראקן אז ער האט נאך א קורצע צייט צו לעבן, מוהרא"ש שרייבט (אשר בנחל חלק כז, מכתב ד' שיט), ער דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט געטראפן גאר גוטע דאקטוירים וואס האבן אים געראטעוועט און האלטן אים ווייטער ביים לעבן; דאקטער פרייליך, דאקטער לערנער, דאקטער וואסערמאן און דאקטער פעלדמאן, דאס איז די פיר הייליגע עבודות וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן. די עבודה פון זיין פרייליך; דער דאקטער פרייליך איז גאר א גרויסער דאקטער, ער היילט אויס אלע סארט קרענק, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען זאל זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דערביטערט, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען - "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל מען איז דערביטערט און נישט פרייליך, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ", אפילו די דאקטוירים זאגן, "שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


ווען די דאקטוירים האבן אנגעשראקן מוהרא"ש אז אט אט וועט ער דארפן אוועק גיין פון די וועלט איז מוהרא"ש געלאפן צו דאקטער לערנער, דאס איז לערנען די הייליגע תורה, ער האט געלערנט פלייסיג תורה, שיעורים כסדרן בכל התורה כולה אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און וואונדער איבער וואונדער, דער דאקטער איז גאר א גרויסער און גאר א גוטער דאקטער, און מוהרא"ש האט לאנגע יארן געלעבט און געגעבן לעבן פאר הונדערטער און טויזנטער מענטשן.


אויך דאקטער פעלדמאן; מוהרא"ש איז געגאנגען אין פעלד, זיך מתבודד געווען, גערעדט צום אייבערשטן, געזינגען צום אייבערשטן, געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן.


אויך צו דאקטער וואסערמאן; מוהרא"ש איז געגאנגען אין מקוה, אין וואסער, זיך גע'טובל'ט. דער רבי זאגט (ספר המידות אות המתקת הדין, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", דורך זיך טובל'ן איז מען ממתיק אלע דינים.


שטארק זיך ליבער ברידער, דער אייבערשטער איז גרויס און מיט די פיר דאקטוירים קען מען זען גרויסע ניסים; דורך שמחה (דאקטער פרייליך), דורך לערנען (דאקטער לערנער), דורך זיך מתבודד זיין (דאקטער פעלדמאן) און דורך גיין אין מקוה (דאקטער וואסערמאן) - קען מען היילן אלעס, און צוקומען צו אלע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6942 - לאז נישט אפ די שיינע מנהגים פון דיינע עלטערן
שבת קודש, היכל הקודש, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


זאלסט ווייטער טון דיינע גוטע מנהגים; קומען קיין ברסלב מיינט נישט צו זאגן מען זאל אויפהערן מיט די שיינע מנהגים ווי די עלטערן פירן זיך. אז ביי ענק איז דער מנהג צו זאגן פרייטאג צו נאכטס דעם שטיקל זוהר פון דאס גרויסקייט פון די שבת סעודות - זאלסטו דאס ווייטער טון, און אויך אז דיין טאטע פירט זיך צו לערנען ביי די פרייטאג צו נאכטס סעודה דעם הייליגן ספר נועם אלימלך - זאלסטו אנהאלטן די גוטע מנהג.


לאז נישט אפ די שיינע זאכן, מוהרא"ש האט דאס אויך געטון, פערציג יאר האט מוהרא"ש געלערנט יעדע וואך שבת ביי די סעודות ספר הקדוש נועם אלימלך. ווען איך בין געווען ביי מוהרא"ש שבת אין יבנאל האב איך געזען מוהרא"ש ביים עסן די פיש, ווי ער האלט אין האנט דעם הייליגן ספר און לערנט.


האלט אן דיינע גוטע מנהגים, ווארף נאר אוועק די מרה שחורה און די עצבות, נאר דאס זאלסטו אוועק ווארפן און זיין זייער פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6941 - לעגינגס איז פריצות
צניעות, עקסערסייז

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לעגינגס איז פריצות, פינקט ווי הויזן איז פריצות פאר א פרוי - איז לעגינגס פריצות; אויסער דעם וואס עס איז גועל נפש, א גרויל צו זען אידישע פרויען, הייליגע נשמות - זיך אנטון אזוי.


טוט אויס די פריצות – וועט איר זען ישועות. פריצות איז שווארצע מלאכים, קליפות און שדים, זיי ברענגען די צרות אין שטוב, א אידישע פרוי טאר נישט גיין מיט דעם.


אויך ווען מען מאכט איבונגען (עקסערסייז) - זאלט איר נישט גיין מיט דעם, דאס איז תורת לאקשן אז מען דארף אנטון הויזן ביים מאכן איבונגען (עקסערסייז) צוליב צניעות. חס ושלום גיין מיט הויזן; נישט ביים שלאפן, נישט ביים טאנצן, קיינמאל נישט.


מוהרא"ש שרייבט אין א בריוו פאר די פרויען אין יבנאל, כ"ב טבת תשע"ה: "אני מאד מאד מבקש אותך", איך בעט דיר זייער שטארק, "שתתחזקי יותר ויותר בעניני צניעות", זאלסט זיך שטארקן מיט צניעות, מיט זיין איידל, ווייל דאס היט אונז פון שלעכטס. צניעות היט אפ אידישע טעכטער פון אלע קרענק.


מוהרא"ש שרייבט ווייטער, אזוי שרעקעדיג: "ואני תולה את מחלת אשתי תחי'", איך מאך זיך א חשבון, אויף וואס איז מיין ווייב נישט געזונט געווארן מיט די ביטערע קרענק השם ישמרינו, "מפני שלא עוררתי אותך יותר ויותר בעניני צניעות", ווייל איך האב נישט גענוג מחזק געווען די פרויען אין צניעות.


מוהרא"ש בעט ווייטער אין די בריוו: "ולכן אני מאד מבקש אותך", דעריבער בעט איך דיר זייער, "לקבל על עצמך להתחזק בצניעות", זאלסט זיך פארנעמען זיך צו שטארקן אין צניעות; טו עס פארן אייבערשטן, צו גיין איידל אזוי ווי עס פאסט פאר א אידישע טאכטער, זאלסט אלץ גיין צוגעדעקט דיין קאפ, "שזה היופי והחן של אשה יהודית", וואס דאס איז די אידישע חן, די אידישע שיינקייט. "ואפילו אם את הולכת עם פאה", און אפילו דו גייסט מיט א שייטל, "תקפידי מאד מאד שהפאה תהיה פאה צנועה וכו'", זאלסטו זיך זייער אכטונג געבן צו גיין מיט אן איידעלע שייטל, "לא ארוכה כמו שידה וכו'", עס זאל נישט זיין לאנג אזוי ווי די שדים גייען, "ולא עם צמות וכו'", און נישט מיט קיין ברעיד"ס, "שזה באמת לא צנוע", ווייל דאס איז נישט איידל, און א אידיש קינד דארף זיך זייער דערווייטערן דערפון. מיין נישט אז צניעות איז א חומרא, דער סמ"ק זאגט (מצוה נ"ז) אז צניעות איז א מצוה דאורייתא, עס איז נישט עפעס א חומרא.


מוהרא"ש שרייבט ווייטער: "וכן תשמרי מאד מאד לא ללכת עם בגדים קצרים מעל הברך", זאלסט זיך זייער היטן נישט צו גיין קורצע קליידער העכער די קני, "או בגדים צמודים", אדער אויסגעפאסטע קליידער, "או שקופים וכו' וכו', שזה מגעיל מאד", ווייל דאס איז אן עקל און א גרויל, "ומגרש את השכינה מסביבותיך וכו' וכו'", עס פארטרייבט די שכינה הקדושה פון זיין נעבן דיר, און די פרוי וואס איז נישט מקפיד אויף דעם, ארום איר דרייען זיך אלפים ורבבות קליפות ומשחיתים וכו', צענדליגער טויזנטער קליפות און שדים וואס ברענגען צרות, "ולכן אני מאד מבקש אותך, תהי אשה צנועה כמו שראוי לבת ישראל", איך בעט דיר זייער שטארק, זיי איידל אזוי ווי עס פאסט פאר א אידישע טאכטער, "ועל ידי זה תמשיכי על עצמך חן וחסד", דורכדעם וועסטו האבן חן און חסד, "ולא יחסר לך שום דבר", און עס וועט דיר גארנישט פעלן.


וואס נאך איז דא צוצולייגן אויף אזא הארציגע בריוו, ווי מוהרא"ש בעט זיך צו אונז, ער וויל עס זאל אונז זיין גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6940 - ליב האבן דעם מאן, טראץ זיינע נסיונות
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר זענט מחזק און מעודד אייער מאן, ביי אייך איז ממש וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): "זָכָה, עוֹזַרְתּוֹ", די ווייב העלפט דעם מאן צו מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות.


בנוגע וכו'; באמת איז אייער מאן זייער טייער, ער איז א גאר גוטער מענטש, און דאס וואס ער איז אריבערגעגאנגען יעצט, אז ער האט טועם געווען פון די סם המות השם ישמרינו, טועם געווען די ביטערע גראז - דאס מאכט אים נישט שלעכט, דאס ווייזט נאר אז ער האט א גרויסע נסיון, וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נב.): "כָּל הַגָדוֹל מֵחֲבֵירוֹ", ווי גרעסער מען איז, "יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנוּ", האט מען מער נסיונות וכו', און אז מען איז זוכה מען האט א גוטע ווייב וואס קוקט שיין אויפן מאן, און אפילו ווען זי דערוויסט זיך פון זיינע נסיונות בלייבט די ליבשאפט און זי שטארקט אים, וועט ער מיטן אייבערשטנס הילף ארויסגיין פון דעם און שיין מצליח זיין אין לעבן.


שטארקט אייך און שטארקט אייער מאן. איך האב אים זייער ליב, ער איז זייער טייער, און איך זאג אייך צו אז מיט אייער וועג ווי איר פירט זיך מיט אים, אז איר שטארקט אים מיט גרויס ליבשאפט - וועלן ענק ביידע זייער מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6939 - שבת שירה איז מסוגל פאר פרנסה און פאר אלע ישועות
פרנסה, שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שבת שירה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ה לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת שירה איז מסוגל פאר פרנסה און פאר אלע ישועות. זאלסט זיך איבערבעטן מיט דיין ווייב, ווייל פרנסה קען מען נאר האבן אויב מען איז בשלום און מען איז מכבד די ווייב. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סט), עשירות און פרנסה איז בזכות די ווייב.


ניץ אויס דעם שבת מיט תפילה והתבודדות. ווען דו גייסט צום שול און דו קומסט אהיים פון שול זאלסטו נישט רעדן קיין נארישקייטן, ניץ אויס די צייט פאר תפילות און התבודדות, אויך זאלסטו שמועסן מיט דיינע קינדער פון אמונה און פון שמחה.


די קומענדיגע וואך דאנערשטאג איז חמשה עשר בשבט, ראש השנה פאר די ביימער. מיר דארפן זיך לערנען, ווי אזוי ווערט א בוים? מען נעמט א קליינעם קערל און מען לייגט דאס אין דער ערד, דער קערל ווערט פארפוילט און צוביסליך קומען ארויס פון איר ווארצלען ביז עס ווערט א גרויסער בוים, אזוי אויך ווען מען געדענקט אז (בראשית ג, יט): "כִּי עָפָר אַתָּה וְאֶל עָפָר תָּשׁוּב", מען קומט פון די ערד און מען וועט באלד דארפן צוריק גיין צו די ערד, מען איז בטל ומבוטל צום אייבערשטן, מען גרויסט זיך נישט, מען שפירט זיך ווי א קליינע קערל וואס איז באדעקט מיט זאמד, מען איז א שכן לעפר בחיים - איז מען זוכה אז מען וואקסט א גרויסע בוים, מען ווערט א גרויסער צדיק.


מיטוואך נאכט זאלסטו מאכן א סעודה אין שטוב מיט דיין משפחה, דיינע קינדער וועלן דאס געדענקען אויף זייער גאנץ לעבן. זאלסט מאכן א פרייליכע סעודה, ווייז זיי די וואונדער פונעם אייבערשטן; אזוי סאך פרוכט, אלע סארט, יעדע פרי זעט אויס אנדערש, יעדע פרי האט א באזונדער טעם, די וואונדער פונעם אייבערשטן.


אויך איז חמשה עשר בשבט די געבורטס טאג פון מוהרנ"ת זכותו יגן עלינו, מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף די צדיקים וואס האלטן אונז ביים לעבן, לאזן אונז נישט פאלן.


מיר פירן זיך היינט ערב שבת בשלח צו לייגן ברעקלעך פאר די פייגלעך, מען רעדט פון דעם, מען מאכט מיט די קינדער אן עסק, מען לערנט זיי ווי אין אלע דורות קומען די לצים און שפעטן פון די צדיקים. משה רבינו זאגט אז דער אייבערשטרע זאגט עס וועט נישט פאלן קיין מן שבת, קומען די לצים דתן ואבירם און שפרייטן אויס ברעקלעך, זיי ווילן מען זאל זען אז משה רבינו ווייסט נישט, למעשה זענען די פייגלעך געקומען און דאס אלעס אויפגעגעסן, אלס זכר לייגט מען ברקעלעך צו לערנען די קינדער זיך אכטונג געבן פון לצים וואס לאכן און שפעטן פון צדיקי אמת.


א פרייליכן שבת.

#6938 - תלמידי היכל הקודש דארפן אלע עוסק זיין אין הדפסה והפצה
הפצה, הדפסה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קומענדיגע וואך, שבת פרשת יתרו - געפאלט די צענטע יארצייט פון אונזער רבי, אונזער טאטע - מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מיר וועלן זיך צאמנעמען אלע אנשי שלומינו, אלע תלמידים, מוצאי שבת, צו סעודת מלוה מלכה און יארצייט סעודה, מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט די אוצרות וואס מיר האבן באקומען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


די יארצייט סעודה וועט זיין אינאיינעם מיט א מסיבה פאר די קרן הדפסה היכל הקודש, די פאסיגסטע זאך איז צאמשטעלן די צוויי אינאיינעם, ווייל הדפסה והפצה איז געווען דאס שווארץ אפפעל פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן אויף פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים עצות און חיזוק פאר די וועלט. עס איז נישט צו משיג זיין וואס מוהרא"ש האט געטון, א אינגערמאן, איינער אליין - זאל זיך אריינווארפן אין צענדליגער טויזנטער דאלער חובות צו דרוקן די ספרים, ווען קיינער ווייסט נישט פון די ווארט 'ברסלב', קיינער ווייסט נישט וואס דאס איז, און מוהרא"ש, א אינגערמאן איינער אליין - דרוקט און דרוקט, און גייט אליין ארום ביי די הייזער און אין שולן און פארקויפט און טיילט די ספרים, ער קוקט נישט אויף קיינעם, קוקט נישט אויף בזיונות, אויף גארנישט.


תלמידי היכל הקודש דארפן אלע עוסק זיין אין הדפסה והפצה, איינער מיט געלט, איינער מיט רצון און איינער מיט טרחה, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט איידער זיין הסתלקות (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון רבי נתן זכרונו לברכה): "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלצדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'"; (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת; רבי נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).


מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט א ירושה, מוהרא"ש שרייבט אינעם בריוו מאנטאג פרשת יתרו, פיר טעג פארן הסתלקות: "הִשְׁאַרְתִּי אַחֲרַי יְרוּשָׁה גְדוֹלָה וְהֵם שְׁאֵלוֹת וּתְשׁוּבוֹת 'אַשֶׁר בַּנַּחַל' שֶׁמִסְתַּכֵּם כְּבָר עַד הַשָּׁנָה הַזּוֹ לְּמַעְלָה מִשִּׁבְעִים אֶלֶף מִכְתָּבִים", איך האב איבערגעלאזט א ירושה 'שאלות ותשבות אשר בנחל', זיבעציג טויזנט בריוו, "וְלָכֵן אֲנִי מְבַקֵּשׁ אֶת כָּל אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ תַּעַזְרוּ לִי שֶׁיֵּצֵא כָּל חֶלְקֵי שְׁאֵלוֹת וּתְשׁוּבוֹת 'אֲשֶׁר בַּנַּחַל' לָאוֹר עוֹלָם", בעט איך אלע אנשי שלומינו, העלפט מיר דרוקן אלע בענדער אשר בנחל, "כָּל אֶחָד שֶׁיִּקַּח עַל עַצְמוֹ כַּמָּה כְּרָכִים לְהַדְפִיס אֶת זֶה", יעדער זאל נעמען א באנד צו דרוקן, "וְזֶה הַיְרוּשָׁה הַיְחִידִית שֶׁהִשְׁאַרְתִּי מִמֶּנִּי", דאס איז די איינציגסטע ירושה וואס איך לאז איבער נאך מיר; זאלסטו העלפן דרוקן אשר בנחל, וועסטו האבן א חלק אין די ירושה.


איך האף דו וועסט קומען און העלפן דעם קרן הדפסה וואס מיר האבן אויפגעשטעלט אין שטעטל און מען דרוקט אן אויפהער ספרים קונטרסים גליונות - וואס מוהרא"ש האט געשריבן, זאלסטו זיך טיילן מיט די ירושה, טון דעם ווילן פון מוהרא"ש. מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה בזה הלשון: "דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אַז אִיר זָאלְט אָפְּדְרוּקְן דִי אַלֶע בְּרִיוְון אוּן מֶען זָאל עֶס אִיבֶּערְדְרוּקְן נָאכְאַמָאל אוּן נָאכְאַמָאל. אוֹיף דִי אַלֶע סְפָרִים קֶען מֶען נִישְׁט שְׁרַייבְּן: 'כָּל הַזְּכֻיּוֹת שְׁמוּרוֹת', קֵיינֶער קֶען נִישְׁט זָאגְן אַז נָאר עֶר הָאט דִי רֶעכְט דָאס צוּ דְרוּקְן. נָאר יֶעדֶער מֶעג אוּן קֶען עֶס דְרוּקְן, אוּן אִיךְ זָאג צוּ אַז וֶוער עֶס וֶועט דְרוּקְן אַ בַּאנְד פוּן 'אַשֶׁר בַּנַּחַל' וֶועט זֶען אַ גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה פוּן הִימְל. דִי בְּרִיוְון הָאבְּן שׁוֹין גֶערַאטֶעוֶועט צֶענְדְלִיגֶע טוֹיזְנְטֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, אוּן וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס וֶועט הָאבְּן אַ חֵלֶק אִין דָאס אָפְּדְרוּקְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6937 - זאג משניות און גמרא מיט עקשנות
משניות, גמרא, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שובבי"ם איז א צייט וואס מען מען קען אלעס פאררעכטן, דער רבי האט אונז געזאגט נישט עוסק זיין אין תעניתים און סיגופים, דער רבי האט אונז געגעבן אנדערע עבודות; לערנען און דאווענען, און זיין פרייליך א גאנצן טאג.


זיי זיך קובע א שיעור אין לערנען משניות, אין אנהויב וועט דיר זיין שווער צו פארשטיין, זאלסטו זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין. זאג משניות א פרק נאך א פרק, מי יתן אז דו וועסט קענען זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, דאס איז מטהר ומזכך די נשמה פון אלע פלעקן. מוהרא"ש זאגט משניות איז אזוי ווי סטי"ל ווא"ל וואס נעמט אראפ אלע שמוץ פון כלים, אזוי אויך משניות, עס נעמט אראפ אלע שמוץ פון די נשמה. אפילו ווער עס איז נעבעך געפאלן אין שאול תחתית, ער זינדיגט אין עבירות, אין פגם הברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג משניות בעקשנות, ער וועט זאגן יעדן טאג כמה פרקים משניות - וועט ער אלעס מתקן זיין. דער הייליגער רבי זאגט, (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס, און רבי נתן דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט דאס געזאגט, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; און אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו לערנען גמרא בגירסא. זאג גמרא, אין אנהויב זאלסטו נאר זאגן גמרא, א בלאט נאך א בלאט. מוהרא"ש זאגט, די הייליגע חכמים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוֹרְתָּא תְּהֵא", זאגן צדיקים אויף דעם, דאס איז א לשון פון "לְ'זַמֵּר' אֵת כָּל הֱעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֵת כָּל הַקּוֹצִים", דאס שניידט אוועק אלע שלעכטס. גמרא פארברענט אלע קליפות, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", תלמוד באטרעפט אזוי ווי די קליפה וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית רחמנא לצלן, תלמו"ד באטרעפט פיר הונדערט אכציג, און די קליפה לילי"ת באטרעפט אויך פיר הונדערט אכציג, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


איך האב נאך אסאך דיר צו שרייבן, איך דארף גיין צו די בחורים, זיי דארפן אסאך חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.