בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6736 - בלייב טון פאר'ן כלל, דאס איז אזוי ווי לערנען תורה
כולל, עבודת השם, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


האסט מיר געפרעגט אויב דו קענסט גיין אין כולל אנשטאט פארברענגען די יארן וכו'; בלייב טון פארן כלל, דאס איז אזוי ווי לערנען תורה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ה, א): "העוסק בצורכי ציבור", דער וואס טוט פארן כלל, ער העלפט אידישע קינדער - "כעוסק בדברי תורה", רעכנט מען אים אזוי ווי ער לערנט תורה.


איך ווייס אז דו טראכסט 'וואס טו איך שוין? מיט וואס גייט מיר אריבער מיינע יארן?' זאג נישט אזוי, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה סב, ב): "כַּד דְּמָךְ רַבִּי אַבָּהוּ", ווען רבי אבהו איז נפטר געווארן, "אַחֲזוּ לֵיהּ תְּלַת עֶשְׂרֵי נַהֲרֵי אֲפַרְסְמוֹן", האט אים דער אייבערשטער געוויזן דרייצן טייכן פון שמעקעדיגע אויל וואס פליסט, "אֲמַר לְהוֹן אִלֵּין דְּמַן", האט רבי אבהו געפרעגט, פארוועם איז דאס אנגעגרייט? "אֲמָרוּ לֵיהּ, דִּידָךְ", האט מען אים געזאגט, דאס אלעס איז פאר דיר, האט רבי אבהו זיך פארוואונדערט און געפרעגט: "אֲמַר, אִלֵּין דְּאַבָּהוּ", דאס איז פאר מיר? (ישעיה מט, ד): "וַאֲנִי אָמַרְתִּי לְרִיק יָגַעְתִּי" איך האב געמיינט אז איך האב זיך אומזיסט געפלאגט, "לְתֹהוּ וְהֶבֶל כֹּחִי כִלֵּיתִי", און אויסגעגעבן מיינע כוחות פאר גארנישט און פאר נישט.


פרעגט דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו (פרשת חיי שרה, דבור המתחיל בשיבה טובה), ווי קען זיין אזא זאך אז דער הייליגער רבי אבהו זאל זאגן אזעלכע ווערטער, אז ער האט זיך אומזיסט געפלאגט און זיך וואונדערן אויב ער האט עפעס גוטס געטון אין לעבן?


זאגט דער הייליגער ישמח משה, רבי אבהו איז געווען פארנומען דורכאויס זיין לעבן ביי די רעגירונג, ער איז געקומען און געגאנגען שתדל'ן לטובת הכלל, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (כתובות יז.), זיי פלעגן זינגען פאר אים: "רבא דעמיה" וכו', ער האט אסאך צייט אוועק געגעבן, און דאס האט אים אויסגעזען ווי ביטול תורה; דאס איז וואס רבי אבהו האט זיך געוואונדערט, "וַאֲנִי אָמַרְתִּי לְרִיק יָגַעְתִּי", ער האט נישט געטראכט אז די אלע עסקנות איז אזוי חשוב; זאגט דער הייליגער ישמח משה: "אבל באמת מצוה גדולה מאוד", עס איז זייער א גרויסע מצוה, "דצרכי רבים הוא", צו העלפן און טון פארן רבים, "והוא נותן שלמות לנפש", און עס איז א טובה פארן מענטש, "כמו לימוד התורה", אזוי ווי לערנען תורה, דאס האט ער נישט געוואוסט.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן, דוד המלך האט דאך געדארפט טון פארן כלל, א קעניג דארף זארגן פאר די מענטשן פאר פרנסה און פאר אלעס, זאגן די הייליגע חכמים (ברכות ג:): "כינור היה תלוי למעלה ממיטתו של דוד", דוד המלך האט געהאט א פידל וואס האט געהאנגען העכער זיין בעט, "וכיוון שהגיע חצות לילה", און ביי חצות - "בא רוח צפונית ונושבת בו ומנגן מאליו", האט די פידל געשפילט, און דוד המלך האט זיך אויפגעוועקט, "מיד היה עומד ועוסק בתורה", און א גאנצע נאכט האט ער געלערנט, "עד שעלה עמוד השחר", ביז פארטאגס, "כיוון שעלה עמוד השחר נכנסו חכמי ישראל אצלו", ווען עס האט אנגעהויבן טאגן זענען אריין צום קעניג די חכמים, "אמרו לו, אדונינו המלך, עמך ישראל צריכין פרנסה", מען האט גערעדט מיטן קעניג וואס מען קען טון אז עס זאל זיין פרנסה? "אמר להם, לכו והתפרנסו זה מזה", און דוד המלך האט זיי געגעבן עצות, ביינאכט האט ער געלערנט און זיך מתבודד געווען, און בייטאג האט ער געטון פאר אידישע קינדער.


לייג זיך פרי, און שטיי אויף גאר פרי, און לערן שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, און אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין. גיי אין וואלד, רעד זיך אויס צום אייבערשטן, שריי אויס דיין הארץ, קרעכץ זיך אויס, און דאווען פרי, און נאכדעם זאלסטו טון פארן כלל, און חס ושלום אפלאזן די הייליגע ארבעט פון בויען מוסדות, בויען די שטעטל - וואס טראגט דעם הייליגן רבינ'ס נאמען.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אין דעם ענין. מיין זיידע זכרונו לברכה, הרב החסיד רבי אלחנן טייטלבוים זכרונו לברכה, נאכן קריג ווען מען איז געקומען קיין אמעריקע, האט ער געוואלט גיין אין כולל. דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט אים געמאכט א חשבון וויפיל שעה מען קען לערנען אן גיין אין כולל, זיבן שעה קען מען לערנען אינאיינעם מיט ארבעטן.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף לויפן צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6735 - שיק נישט די קינדער אין א מוסד אויף וועמען דו האסט טענות
מוסדות, שטעטל, טענות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געהאט א מעשה, א משפחה האט געהאט טענות אויף אונזער מוסד, זיי האבן נישט אויפגעהערט מיט טענות, האב איך געבעטן די עלטערן און געזאגט: "הערט אויס וואס איז ריכטיג, ענדערש נעמט ארויס די קינדער און לייגט זיי אין א מוסד וואס ענק האלטן אז דארט געבט מען א גוטע חינוך, ווי איידער צו האלטן ביי אונז, און שפעטן טאג און נאכט פון די מוסד", ווייל קינדער ווערן צעמישט פון דעם, זיי פארמאכן זיך, יארן יארן וועט נעמען זיי זאלן קענען געהיילט ווערן.


קינדער קענען נישט נעמען קיין מחלוקת און ליצנות, אינעם קינד'ס מח איז דא דריי מענטשן; זיין טאטע, זיין מאמע און זיין רבי אדער טיטשער; דאס קינד דארף שפירן ווי אלע זענען בשלום, אלע ארבעטן אינאיינעם.


איך זאג דיר אויך, עס איז געזונט זאלסט זיך אוועק ציען פון שטעטל. האב נישט מורא, ביסט נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער, טו עס פאר דיינע קינדער, ווי איידער חוזק מאכן.


איך מיין עס מיט אן אמת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6734 - לערנען מיט קינדער אמונה, איז אזוי ווי קדיש
חינוך הילדים, נשמה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך וויל אייך טרייסטן אויף די פטירה פון אייער גרויסן טאטן, 'המקום ינחם אתכם', דער אייבערשטער זאל אייך טרייסטן 'בתוך שאר אבלי ציון וירושלים', איר זאלט נישט וויסן פון קיין צער און קיין ווייטאג.


אייער טאטע איז געווען א גרויסער צדיק, זיין פטירה איז א פארלוסט פאר אונז אלעמען, ער האט זיין גאנץ לעבן נאר עוסק געווען אין תורה און תפילה בתמימות ופשיטות. די לעצטע פאר יאר האבן מיר זיך באקענט (דורך אייער שידוך), ווען איך בין געקומען קיין ארץ ישראל האבן מיר זיך געטראפן, ער האט זיך זייער מחי' געווען מיט די ספרים פון מוהרא"ש, דאס האט אים געגעבן חיות ביז די לעצטע טאג אין לעבן.


מיטן ארבעטן אין בית פיגא, לערנען מיט די קינדער די אמונה, און זיי ווייזן די שיינקייט פון צניעות, דאס שיינקייט פון גיין אין די וועג פון תורה – וועט איר מאכן א נחת רוח פאר זיין נשמה, און דאס וועט אים ארויפטראגן העכער און העכער, דאס איז אזוי ווי קדיש; לערנען מיט קינדער אמונה איז 'יתגדל ויתקדש שמיה רבה', וואס מאכט אן עליה פאר די נשמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו זרע של קיימא און צו הצלחה בכל ענינים.

#6733 - די שמחה פון אן אפשערן, אבער נישט זיך נאריש מאכן
מנהגים, אפשערן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מאכן פיאות פאר א קינד איז א גרויסע שמחה, אבער דאס מיינט נישט אז מען זאל זיך נאריש מאכן. באקט א קעיק, און רופט נאר די עלטערן; אייערע עלטערן און אייער מאן'ס עלטערן - זאלן בענטשן דעם קינד.


דער מנהג איז, מען שטייט אויף פרי, גלייך נאכן דאווענען מאכט מען פיאות, די עלטערן ווינטשן ברכות און מען גייט אין חדר, מען וויקלט איין דעם קינד אין א טלית ער זאל זיך היטן די אויגן, דער מלמד זאגט מיטן קינד די א-ב און ער שמירט אן די א-ב מיט האניג, און דער קינד לעקט די האניג אויף די א-ב און טיילט גוטע זאכן פאר די חברים.


די געלט וואס מען וויל אויסגעבן צו מאכן טייערע פעקלעך, טייערע סעודות - געבט מען פאר צדקה לזכות דעם קינד, מען געבט דאס פאר די חדר וואו דער קינד גייט לערנען וכדומה.


מאכט זיך נישט נאריש מיט געפעלן פאר די געשוויסטער, מאכט נישט נאך אלע אמעריקאנע מנהגים. אפשערן איז א טאג פון תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען איז זוכה צו מאכן הייליגע פיאות פאר די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6732 - איז ריכטיג צו רופן "מאלי", פארקורצערט פון "מלכה"?
שלום בית, משניות, הדרכות, נאמען

 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע מיידל בעבי רחל מלכה תחי', דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זען נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער, אינאיינעם מיט דיין ווייב געזונטערהייט.


בנוגע די פראגע אז דיין ווייב וויל רופן דאס קינד מאלי, אין קורצן פון מלכה, און דו ווילסט בשום אין אופן רופן די האלבע נאמען, דו שפירסט ווי מאלי איז נישט מלכה, דו שפירסט נישט קיין געפיל צו די נאמען; מוהרא"ש זאגט עס איז א זאך וואס דארף נישט באדערן, מען קען רופן אזוי און מען קען רופן אזוי, דאס איז נישט א זאך וואס דארף שטערן דעם מענטש.


דו שרייבסט אז עס באדערט דיר וכו'; וואס זאל איך דיר זאגן, דער רבי האט געזאגט: "אויב באדערן, באדערט מיר אסאך זאכן, במילא באדערט מיר גארנישט"; מיט דעם דיבור קען מען זיך גרינג ארויסדרייען פון די ווייטאג וואס מען ליידט בזה העולם, מען זאל זיין א מוותר, מען זאל נישט מאכן קיין עסק פון גארנישט.


לויף צוריק צום משניות, נעם א משניות און לערן בקול און מיט א זיסע תנועה, דאס וועט דיך פרייליך מאכן און מיט די צייט וועט די זאכן פון ווי אזוי מען זאל רופן די נאמען - נישט באדערן, די תורה וועט דיך פרייליך מאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#6731 - א גוטע ווייטאמין וואס העלפט האבן קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארלירט זיך נישט, איר וועט האבן קינדער.


עס איז דא א גוטע ווייטאמין וואס העלפט האבן קינדער, די ווייטאמין נעמט מען דריי מאל א טאג; אינדערפרי, מיטאג און פארנאכטס; די ווייטאמין פון תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


יעדן טאג אינדערפרי זאלט איר זאגן: "שכוח אייבערשטער פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר, שכוח אייבערשטער פאר אלעס גוטס וואס דו מאכסט מיט מיר, שכוח אייבערשטער פאר דיינע חסדים, שכוח אייבערשטער אז דו גייסט מיר איין טאג געבן א זיסע צוקערדיגע בעבי".


דאנקען און לויבן עפנט אויף די הימל פאר ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6730 - מען דארף רחמי שמים צו בלייבן ביים צדיק
תפילות אויף אידיש, חלישות הדעת, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בעט דעם אייבערשטן מען זאל דיך נישט אוועק שלעפן פון הייליגן רבי'ן, מען דארף אסאך בעטן אויף דעם, דער סמ"ך מ"ם לאקערט אויף יעדן מקורב אים אוועק צו שלעפן פון צדיק; איינעם שלעפט ער אוועק מיט ליצנות, א צווייטן מיט חלישות הדעת; אזוי פרובירט מען מיט אלע וועגן אוועק צו שלעפן.


מען דארף רחמי שמים צו בלייבן ביים צדיק. מוהרא"ש דערציילט, דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, א גרויסער סוחר. אמאל איז ער געפארן צום יריד מאכן געשעפטן, ער האט געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה, ער איז געפארן צום רבי'ן אויף שבת. ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, ער זאל קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער מרמז געווען ביי די תורה וואס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו', ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, פארוואס ביסטו אוועק פון הייליגן רבי'ן? עמנו הייתם!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין", ווייל ווען מען מאכט זיך א חשבון, מען איז זיך מתבודד - קומט אויס אז 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיט א דראנג'.


אז מען רעדט צו דיר קעגן דעם צדיק זאלסטו טון וואס דער שני למלכות האט געטון, ער האט געוויינט זייער שטארק און געבעטן דעם אייבערשטן זאל אים העלפן טרעפן די גאלדענע בארג מיט די פערלנעם שלאס. מוהרא"ש זאגט (נהרי אפרסמון), דאס איז די עצה ווען מען האט בלבולים און חלישות הדעת, מען זאל שרייען: "רבונו של עולם דא האב איך א צדיק וואס האט מיר געגעבן אזויפיל גוטס, זיך מוסר נפש געווען פאר מיר, פאר מיין שטוב, מיר אויסגעלערנט א וועג צו לעבן מיט דיר, זיין נאנט צו דיר, א וועג צו לערנען די הייליגע תורה, א וועג ווי צו לעבן מאן און ווייב בשלום, א צדיק וואס בלאזט אריין אין מיר א חיות, און דא בין איך אזוי צעמישט ווייל מען רעדט צו מיר ליצנות און איך האב חלישות הדעת וכו' וכו', אנא השם ראטעווע מיך איך זאל בלייבן ביים הייליגן רבי'ן מיין גאנץ לעבן".


קומענדיגע וואך ענדיגן מיר מסכת בבא בתרא, און מיר הויבן אן מסכת סנהדרין, וויל איך דיר בעטן זאלסט אויך אנהויבן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. אז מען לערנט א בלאט גמרא ווערט מען ארום גענומען מיט די שכינה הקדושה, מוהרא"ש זאגט, גמרא איז די ראשי תיבות פון די פיר מלאכים ג'בריאל, מ'יכאל, ר'פאל און א'וריאל; ווען מען לערנט גמרא ציט מען צו זיך די פיר מלאכים, מען האט א שמירה עליונה (ספר החיים לאחי מהר"ל, ספר זכיות, פרק ב).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6729 - וואס איז דא צו זארגן אויף פרנסה?
שמחה, פרנסה, געלט, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


נישט די געלט מאכט פרייליך, און נישט דאס נישט האבן געלט מאכט בעצבות ומרה שחורה, עס איז די וועג ווי אזוי מען טראכט. אזוי ווי דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם), דער פרנסה פונעם תם איז געווען בצימצום, ער האט פארדינט גאר ווייניג, ער האט נישט געהאט קיין צייט צו עסן און נישט געהאט קיין געלט פאר מער ווי ברויט, וואסער און א פעלץ, אבער פון גרויס שמחה האט ער נישט געשפירט אז עפעס פעלט אים, ער האט געשפירט ווי ער האט אלעס.


אמאל האט מען זיך אפגערעדט צום רבי'ן אז עס איז נישטא קיין פרנסה וכו', האט דער הייליגער רבי זיי פארגעהאלטן (חיי מוהר"ן, סימן תקכח): "מַה לִּדְאֹג עַל פַּרְנָסָה", וואס איז דא צו זארגן אויף פרנסה? "הֲלֹא לֶחֶם עִם אִיגֶירְקֶיס הוּא מַאֲכָל טוֹב", ברויט מיט איגערקעס (קיוקאמבער) איז א גוטע עסן; אז מען דארף נישט לעבן א טייערע לעבן און קרעכצן טאג און נאכט אז עס פעלט געלט, מען קען לעבן א פרייליכע פשוט'ע לעבן.


קומענדיגע וואך מיטוואך פרשת וישב ענדיגן מיר מסכת בבא בתרא, און מיר הויבן אן מסכת סנהדרין, וויל איך דיר בעטן זאלסט אויך אנהויבן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, די גמרא וועט דיך ארויסנעמען פון אלע טונקלקייטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם, 'זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי'"; פרעגט מוהרא"ש, ווי קען מען זאגן אויף תלמוד בבלי, די הייליגע גמרא - אז דאס איז א טונקלקייט, א טויטקייט? זאגט מוהרא"ש, ווען איינער וויינט און קלאגט 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי, מיין לעבן איז מיר טונקל, כְּמֵתֵי עוֹלָם, מיין לעבן איז מיר טויט', קומען די הייליגע חכמים מען טרייסט אים, 'זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי', עס איז דא אן עצה פאר דיר, נעם די הייליגע גמרא און לערן גמרא, די הייליגע גמרא וועט דיר ליכטיג מאכן, דאס וועט דיר געבן לעבן.


איך האב זוכה געווען אמאל צו עסן שבת ביי מוהרא"ש אין יבנאל, מוהרא"ש האט ביי די סעודה געגעבן פאר איינעם מוסר, עס איז געווען מוסר פון ליבשאפט, בבחינת וואס שלמה המלך זאגט (משלי כז, ה): "טוֹבָה תּוֹכַחַת מְגֻלָּה", עס איז גוט מוסר, אפילו מענטשן הערן, "מֵאַהֲבָה מְסֻתָּרֶת", ווען עס קומט פון א באהאלטענע ליבשאפט; מוהרא"ש האט יענעם געזאגט: "ביסט אמאל געווען אויפן 'רכבת היכל הקודש', פארוואס ביסטו אראפ פון באן? דער באן פארט, און ווער עס איז אויפן באן איז זוכה צו לערנען יעדן טאג אזויפיל תורה, קום צוריק ארויף אויפן באן".


דאס האט אים מוהרא"ש געזאגט נאכן יענעם פרעגן אויב ער האט געלערנט דעם בלאט גמרא פון יענעם טאג, יענער האט געענטפערט ניין, האט אים מוהרא"ש געזאגט: "פארוואס ביסטו אראפ פון די באן היכל הקודש?"


טייערער ברודער, דער באן פארט און וועט זיך שוין נישט אפשטעלן ביז משיח וועט קומען, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכט): "מיין פייערל וועט ברענען און טליען ביז משיח וועט קומען"; שפרינג ארויף אויפן באן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6728 - לערנסט נאך יעדן טאג דעם בלאט גמרא?
עבודת השם, רצונות, תשובה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, ט' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאס אלעס וואס דרייט זיך וכו', מחשבות וכו' - איז נאר למען הבחירה והנסיון. אלעס וואס דו זעסט, אלעס וואס דו הערסט וכו' - איז צו זען אויב דו וועסט ווייטער בלייבן ערליך, נישט אפלאזן דיינע רצונות וכיסופין. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיט): "כָּל מַה שֶּׁאַתָּה רוֹאֶה בָּעוֹלָם", וואס דו זעסט אויף די וועלט, "הוּא רַק בִּשְׁבִיל הַבְּחִירָה", איז נאר עס זאל זיין א בחירה, דער מענטש זאל אויסוועלן די גוטע וועג, "כִּי כָּל הָעוֹלָם וּמְלֹאוֹ לֹא נִבְרָא רַק בִּשְׁבִיל הַבְּחִירָה", ווייל די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן נאר אז מענטשן זאלן האבן א בחירה צו בוחר זיין בטוב, זיך קערן צום אייבערשטן און איבערקומען די נסיונות.


וואו האלסטו אין ש"ס? לערנסט נאך יעדן טאג דעם בלאט גמרא? קומענדיגע וואך ענדיגן מיר מסכת בבא בתרא, און מיר הויבן אן מסכת סנהדרין, וויל איך דיר בעטן זאלסט אויך אנהויבן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פון הרב הקדוש רבי בנציון מבאבוב זכותו יגן עלינו, בעל מחבר ספר קדושת ציון, אז אמאל זענען צו אים געקומען בחורים און געבעטן ער זאל זיי געבן א תיקון פאר זייער עבירות, זיי האבן אים דערציילט אלע זייערע חטאות נעורים וואס זיי האבן געטון און געבעטן א תיקון, האט ער זיי געזאגט זיי זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, האבן אים די בחורים געזאגט אז דאס איז זיי זייער שווער, האט דער באבובער רב זיי געזאגט: "ווען איך וואלט אייך געזאגט איר זאלט זיך אפברענען אייערע הענט און מאכן גלגול שלג וואלט איר געלאפן מיט שמחה דאס טון, איר ווארט איך זאל אייך געבן אזא תיקון? דא געב איך ענק א גרינגע תיקון - א בלאט גמרא, איז ענק שווער צו לערנען?!" זעט מען פון דעם אז לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא איז א גרעסערע תיקון מער ווי אלע סארט סיגופים, מער ווי פארברענען די הענט און מאכן גלגול שלג.


שבת חנוכה וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיין אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6727 - באזוכן און אנרופן די עלטערן
כיבוד אב ואם, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, ח' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט פון רבי יצחק שליט"א, ער געדענקט אז מוהרא"ש פלעגט יעדן טאג נאכן דאווענען אנרופן זיין טאטע; זאלסטו אויך אזוי טון, אנרופן דיינע עלטערן יעדן טאג, און אז דו וואוינסט אין די זעלבע שטאט ווי דיינע עלטערן - זאלסטו זיי באזוכן יעדן טאג, און אז דו וואוינסט אין א צווייטע שטאט - זאלסטו גיין פון צייט צו צייט זיי באזוכן; ווייל די מצוה פון כיבוד אב ואם איז אזוי הייליג, די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא לב.): "הוקש כיבוד אב ואם לכבודו של מקום", די מצוה פון כיבוד אב ואם איז אזוי גרויס, עס איז אזוי ווי מען איז מכבד דעם אייבערשטן אליין.


מהרא"ש דערציילט (פעולת הצדיק, סימן פא), דער הייליגער רבי פלעגט פארן צו זיינע עלטערן יעדע שטיק צייט, אפילו ער האט געוואוינט ווייט אוועק פון זיי, פון אוסיאטין ביז מעזיבוז איז מער פון דריי הונדערט פופציג קילאמעטער, דאס איז איבער צוויי הונדערט מייל, דאך פלעגט דער רבי זיך אריבער כאפן מזמן לזמן צו זיי; איז אודאי היינטיגע טעג איז דאך אזוי גרינג צו מקיים זיין די גרויסע מצוה, ווען מען קען רעדן דורכן טעלעפאן איז ממש אן עבירה דאס נישט צו טון.


ווען דו רעדסט מיט דיינע עלטערן דערצייל זיי נאר פרייליכע זאכן, מאך זיי נישט קיין צער, און אז דו גייסט אריבער עפעס פריוואט צווישן דיר און דיין ווייב - וואס דארפסטו דאס זאגן פאר דיינע עלטערן? וואס וועסטו האבן דערפון? וואס קענען זיי דיר העלפן? וואס ווילסטו? זיי האבן שוין געהאט גענוג צער, יעצט איז א צייט פון שמחה, דערצייל זיי פרייליכע זאכן, דערצייל זיי שיינע זאכן. מוהרא"ש זאגט, דאס איז פשט וואס די תורה זאגט (בראשית ב, כד): "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ", מישט נישט אריין אייערע עלטערן אין ענקער לעבן, און קיינמאל זיך נישט אפרעדן פאר זיי, פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטס און מען ברענגט זיי נאר נחת.


היינט נאכט איז דא די פרויען צאמקום, זע דיין ווייב זאל קומען, איך האב זייער וויכטיגע זאכן צו רעדן צו די פרויען פון אונזער קהילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6726 - א תמימות'דיגן פשוטן איד איז דא וואס מקנא צו זיין
תהלים, תשובה, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די גרעסטע זאך איז דינען דעם אייבערשטן מיט תמימות ופשיטות, דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף איינעם, א פשוט'ער מענטש וואס האט געוואוינט אין ברסלב (חיי מוהר"ן, סימן תקכ): "אֲנִי מְקַנֵּא אֶת ר' יוֹסְקֶע", איך בין מקנא דעם ר' יוסקע, "שֶׁיָּכוֹל לוֹמַר הַרְבֵּה", וואס פלעגט זאגן אסאך; אין ברסלב האט געוואוינט א איד וואס פלעגט זאגן און זאגן תהילים און תחינות און מעמדות, אויף אים האט דער רבי געזאגט אז ער איז אים מקנא.


אינטערעסאנט, דער רבי זאגט דאך (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רעח): "הַצַּדִּיק שֶׁאֵינוֹ מְקַנֵּא שׁוּם צַדִּיק, לֹא בָּעוֹלָם הַזֶּה וְלֹא בָּעוֹלָם הַבָּא", אז די גרעסטע מדריגה איז ווען מען איז קיינעם נישט מקנא, "רַק אוֹתוֹ לְבַדּוֹ יִתְבָּרַךְ", נאר דעם אייבערשטן אליין, און ווי מיר ווייסן האט דער רבי דאס געזאגט אויף זיך אליין, אזוי ווי די מעשה גייט מיט רבי נתן, ווי ער האט זיך צופלאמט און געזאגט אז דער רבי איז משיח וכו' וכו'; דער רבי איז קיינעם נישט מקנא, נאר דעם איש פשוט פון ברסלב וואס קען אסאך זאגן... דאס איז פלאי פלאים, ווי גרויס תמימות ופשיטות איז, דאס איז העכער פון די העכסטע, ביים רבי'ן איז תמימות די העכסטע זאך, אז אים איז מען גאר יא מקנא.


זאג תהילים, הלואי זאלסטו יעדן טאג זאגן דעם יום תהילים און מסיים זיין תהילים יעדע וואך. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון זאל זאגן תהלים, "כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווייל זאגן תהילים איז מסוגל צו תשובה טון. "וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ", יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, "וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, "כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס האט יא א התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס, אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהילים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות - ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6725 - געמאכטע חשק, ביז עס וועט ווערן אן אמת'ע חשק
שמחה, אמונה, התחזקות, עבודת השם, דאווענען, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה איז געווען זייער שיין, מען האט זיך זייער מחזק געווען מיטן הייליגן רבינ'ס עצות.


שבת אינדערפרי נאכן דאווענען ביי סיפורי מעשיות האבן מיר געלערנט די מעשה פונעם חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם), ווי דער חכם ווען ער האט באקומען די בריוו פונעם קעניג אז ער וויל אים זען - איז ער פלוצלונג געווארן א גרויסער עניו, ער האט אנגעהויבן זיך אוועק מאכן אז עס קען נישט זיין דער קעניג דארף אים. מיר האבן גערעדט אז דאס איז איינע פון די טריקס פונעם יצר הרע, ווען עס קומט צו עבודת השם מאכט ער דעם מענטש זאל זיך שפירן ווי זיין לערנען און דאווענען, זיינע מצוות און מעשים טובים - איז גארנישט ווערד, און אזוי ווארפט ער אריין דעם מענטש אין כפירות ואפיקורסות רחמנא לצלן, מה שאין כן דער הייליגער תם, וועןער האט געהערט אז דער קעניג, דער מלך מלכי המלכים, דער אייבערשטער וויל אים זען - איז ער גלייך געלאפן מיט גרויס שמחה; אזוי דארפן מיר זיך פירן, ווען עס קומט צו דינען דעם אייבערשטן דארפן מיר לויפן צו אים, אוועק ווארפן אלע חכמות.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט זייער א וויכטיגע זאך וואס מען דארף וויסן פארן לעבן, עס שטייט אין פסוק (בראשית כח, יב): "וְהִנֵּה מַלְאֲכֵי אֱלֹקִים עֹלִים וְיֹרְדִים בּוֹ", יעקב אבינו האט גע'חלומ'ט ווי א לייטער שטייט נעבן אים ביזן הימל, און מלאכים גיין ארויף און אראפ; לכאורה דארף זיין פארקערט, מלאכים זענען אין הימל, דארף ווען שטיין "יורדים ועולים", זיי קומען אראפ און גייען ארויף.


אפשר לומר מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עד): "לִפְעָמִים אֵין לְהָאָדָם שׁוּם הִתְלַהֲבוּת בְּהַתְּפִלָּה", אמאל מאכט זיך אז מען האט נישט קיין געפיל צום דאווענען, אזוי ווי די ניגון גייט 'עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך – וואס זאל מען טון אז עס דאווענט זיך נישט'; זאגט דער רבי, מען זאל נישט ווארטן ווען עס וועט אראפקומען א געפיל פון אויבן און דעמאלט דאווענען, נאר מען זאל זיך מאכן ווי מען האט א געפיל, מען זאל אנהויבן דאווענען מיט א געמאכטע חשק, ביז עס וועט ווערן אן אמת'ע חשק.


דער רבי געבט א ביישפיל, אזוי ווי איינער "שְׁנִיצְט זִיךְ אַיין רֹגֶז", מען מאכט זיך ערנסט ביז מען ווערט טאקע בכעס, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ בַּקְּדֻשָּׁה בְּעִנְיַן הַתְּפִלָּה", אזוי אויך ביים דינען דעם אייבערשטן, "צְרִיכִים לִפְעָמִים לַעֲשׂוֹת לְעַצְמוֹ רֹגֶז", מען דארף זיך מאכן ווי מען האט א געפיל, "וְיַעֲשֶׂה לוֹ חֲמִימוּת וְתַבְעֵרַת הַלֵּב בְּדִבּוּרֵי הַתְּפִלָּה, אַזוֹי וִויא אֵיינֶר שְׁנִיצְט זִיךְ אַ רֹגֶז, וְעַל יְדֵי זֶה יָבוֹא אַחַר כָּךְ בֶּאֱמֶת לְהִתְלַהֲבוּת וַחֲמִימוּת הַלֵּב בְּהַתְּפִלָּה", אזוי וועט ער קומען צו דאווענען מיט א ברען און מיט א געפיל, "וְיִזְכֶּה שֶׁיִּבְעַר לִבּוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְיִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל", און ער וועט זוכה זיין אז דאס הארץ וועט אים אנהויבן ברענען צום אייבערשטן.


"וְכֵן בְּעִנְיַן הַשִּׂמְחָה", און אזוי אויך ווען עס קומט צו זיין פרייליך; מען קען נישט ווארטן ביז מען וועט טאקע זיין פרייליך, נאר מען זאל זיך מאכן ווי מען איז פרייליך, "וְאִם לִפְעָמִים דַּעְתּוֹ מְבֻלְבָּל וְאֵינוֹ יָכוֹל בְּשׁוּם אֹפֶן לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ", און אז מען איז אזוי צעמישט און מען קען נישט צו קומען צו אמת'ע שמחה, "אָז עֲצָתוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה עַצְמוֹ כְּאִלּוּ הוּא שָׂמֵחַ", זאל מען זיך מאכן ווי מען איז פרייליך, "וְאַף עַל פִּי שֶׁבִּתְחִלָּה עֲדַיִן אֵין הַשִּׂמְחָה בֶּאֱמֶת בַּלֵּב", און אפילו אין אנהויב איז מען טאקע נאכנישט פרייליך, עס איז נאר געמאכט, "אַף עַל פִּי כֵן עַל יְדֵי שֶׁעוֹשֶׂה עַצְמוֹ כְּאִלּוּ הוּא שָׂמֵחַ, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה אַחַר כָּךְ בֶּאֱמֶת לְשִׂמְחָה", וועט ער ביים סוף ווערן פרייליך.


דאס קומט אונז די פסוק לערנען, די לייטער שטייט ביי דיר, דו קענסט אנקומען צו די העכסטע מדריגה, אבער קודם איז 'עולים' און נאכדעם 'ויורדים בו', ווארט נישט די מלאכים זאלן אראפקומען קודם, דו זאלסט שפירן די קדושה, די שמחה, און נאר אזוי דאווענען און דינען דעם אייבערשטן, נאר ערשט קריך דו ארויף אויפן לייטער, דו הויב אן ארויפשיקן מלאכים, רעד ארויס דיבורים צום אייבערשטן, לערן תורה אן פארשטיין, און מאך דיך פרייליך, נאכדעם וועט זיין 'יורדים בו', והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6724 - דער מאן זאל אנגרייטן די שבת לעכט און דאס אפברענען
מקוה, חינוך הילדים, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תולדות, מברכין החודש, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז א גרויסער ענין אז דער מאן זאל אנגרייטן די שבת לעכט און דאס אפברענען וכו', און ביים אנגרייטן די לעכט זאלסטו בעטן פאר דיינע קינדער; אזוי ווי ביים צינדן די לעכט איז אן עת רצון צו בעטן פאר גוטע קינדער, אזוי אויך ביים אנגרייטן די לעכט.


גיי אין מקוה מיט דיינע קינדער, עס איז וויכטיג צו נעמען די קינדער מיט זיך אין מקוה, זיי מחנך זיין ווי אזוי זיך צו פירן אין מקוה; לערן זיי אויס נישט צו רעדן אין מקוה, און ווי אזוי זיך צו אויסטון און אנטון וכו' וכו'.


זיי פרייליך א גאנץ שבת, זינג און טאנץ, פאטש און קלאטש. שבת איז דער מקור הברכות, אז מען פרייט זיך שבת - עפנט עס אויף די הימל פאר ישועות.


א פרייליכן שבת.



 

#6723 - האב נישט פון קיינעם מורא, גיי הפצה אין ישיבות
הפצה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין זאך איז הפצה פאר בחורים און אברכים.


גיי הפצה אין ישיבות; וואלסטו געוואוסט וואס גייט אריבער אויף בחורים אין ישיבות - וואלסטו נישט געקוקט אויף די איינצעלנע בחורים וואס מאכן חוזק און שרייען וכו', בחורים האבן ביטערע נסיונות, בפרט די ישיבות וואס האבן קווארטיר (דארמיטארי), השם ישמרינו.


נעכטן דערציילט מיר א אינגערמאן, ער קומט פון א גאר גוטע ישיבה, ער זאגט מיר די גליונות און קונטרסים האט אים פשוט געראטעוועט אין ישיבה, ער האט געוואוסט צו זאגן 'ניין' ווען מען האט אים געמוטשעט צו טון עבירות רחמנא לצלן, ובזכות די גליונות האט ער געוואוסט אז דאס טאר מען נישט טון וכו', אזוי איז ער ניצול געווארן.


האב נישט פון קיינעם מורא, אז א בחור וועט שרייען און צערייסן די גליונות און קונטרסים - זאלסטו זיך נישט וויסנדיג מאכן, נאר גיי צו אנדערע בחורים. אויך זאלסטו גיין אין כוללים צו די טייערע אברכים וואס לערנען און דינען דעם אייבערשטן, און זיי האבן נישט קיין וועג וכו' וכו', זיי ווילן זיין גוט און זיי ווייסן נישט וואס צו טון. מען לערנט מיט זיי עבודות פון צדיקים וואס זענען געווען בבחינת מלאכים, און די טייערע אינגעלייט פרובירן נאכצומאכן די מלאכים, אבער היות מיר זענען מענטשן - ארבעט עס נישט, מען פאלט אראפ וכו', און מען ווערט זייער צעבראכן; די דארפן די מערסטע חיזוק.


האב נישט פון קיינעם מורא, האסט שוין געכאפט פעטש פארן זיין א מפיץ וכו', איך האב שוין אויך געכאפט פעטש; מיר האט איינער כמעט דערווארגן פארן מחזק זיין בחורים. עס איז געווען א נס, א שכן איז אריבער און מיך געראטעוועט, דאס האט מיך נישט אפגעשטעלט פון ווייטער מחזק זיין בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#6722 - הפצה איז אסאך מער ביי מקורבים וואס האבן חלישות הדעת
הפצה, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אזא מצוה אז איר זענט מחזק ווייבלעך פון אונזער קהילה זיי זאלן קומען צו די וועכנטליכע פרויען שיעורים. אזויפיל פרויען זענען דא וואס קומען נישט צוליב עצבות - פון דערביטערטקייט, ועצלות - און פון פוילקייט. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קנה): "וּמַה שֶּׁהָאָדָם אֵינוֹ נוֹסֵעַ לְהַצַּדִּיק", דאס וואס א מענטש קומט נישט צום צדיק, "הוּא מֵחֲמַת עַצְבוּת וּכְבֵדוּת", איז ווייל ער איז בעצבות, און אז מען רופט זיי, מען ברענגט זיי מיט חכמה וכו' - איז דאס זייער א גרויסע זכות.


מען מיינט אז הפצה איז נאר ביי פרעמדע, הפצה איז אסאך מער ביי מקורבים וואס פאלן אראפ וכו' און האבן זייערע בלבולים מיט חלישות הדעת, דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך נאך מער אויף אנשי שלומינו, זיי מאכן האבן חלישות הדעת און בלבולים, איז דאס זייער א גרויסע מצוה אז איר זוכט אויף די פרויען וואס קומען נישט צו די וועכנטליכע שיעורים און איר זענט זיי צוריק מקרב.


מען דארף אסאך בעטן וואס רבי נתן האט געבעטן דעם רבי'ן: "רבי, בינד מיך צו אין דיין זאק", ווען דער רבי האט אים געזאגט: "דו ביסט שוין פארכאפט אין מיין זאק". רבי נתן האט פארשטאנען אז עס איז נאכאלץ דא דער סמ"ך מ"ם וואס געבט נישט אויף און וויל אים אוועק כאפן פון רבי'ן, האט ער גלייך געבעטן דעם רבי'ן: "רבי, בינד מיר צו, איך וויל נישט אנטלויפן!"


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#6721 - ענדיגן א מקוה טהרה, א סגולה פאר קינדער
קינדער, מקוה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט און וואס דו טוסט פאר די שטעטל, משמש זיין דעם רבי'ן איז א גרויסע זאך, מען איז זוכה צו פאררעכטן אלעס.


איך האב דיר שוין געבעטן זאלסט מיר העלפן מיטן ענדיגן די מקוה ביים בית המדרש אשר בנחל, דאס מאכן כשר פאר א מקוה טהרה. האסט מיר געזאגט דו וועסט מיר לאזן וויסן וויפיל געלט מען דארף; איך ווארט צו הערן פון דיר, איך וויל אזוי שטארק דאס ענדיגן. איך קען שאפן די געלט, עס איז דא אינגעלייט וואס ווארטן אויף קינדער און ווילן כאפן די זכות פון בויען א מקוה טהרה, מענטשן לאזן זיך צאלן הונדערטער טויזנטער דאלער צו בויען א מקוה טהרה, עס זאל זיין א זכות פאר זיי פאר קינדער, און דא קען מען עס האבן פאר אפאר טויזנט דאלער.


איך ווארט זאלסט מיר זאגן אויב דו ביסט גרייט דאס צו ענדיגן, און איך וועל דיר שיקן די געלט, אדער אויב דו ביסט פארנומען, וועל איך בעטן א צווייטן.


א שאד צו ווארטן, ווייל יעצט קען מען נאך אריינכאפן א גוטע רעגן זאל אנפילן די בורות, באלד ווערט אייז קאלט וועט נישט רעגענען, וועט מען דארפן ווארטן ביז נאך ווינטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#6720 - זיי נישט ברוגז אז איך ענטפער נישט דיינע בריוו
כיבוד אב ואם, בריוו, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די בריוו און אלע בריוו.


איך ליין דיינע בריוו, און איך בעט דיר, טראכט נישט אז דאס וואס דו באקומסט נישט צוריק בריוו איז ווייל עפעס נישט גוט טוסטו; זיי מיר דן לכף זכות, איך בין אזוי פארנומען איבערן קאפ אז איך קום נישט אן צוריק צו שרייבן, איי וועסטו פרעגן פארוואס פאר אנדערע שרייבט מען יא צוריק; בעט איך דיר, זיי נישט ברוגז.


יעצט שרייב איך דיר צוריק ווייל דו האסט מיר אזוי פרייליך געמאכט מיט די בריוו אז דו האסט זיך מתגבר געווען, און דו ביסט יא צוגעגאנגען צו דיין טאטע ביי די חתונה און אים געגעבן מזל טוב און אויך צו דיין מאמע; דאס איז וואס מאכט מיך צוריק צו שרייבן, ווייל דאס איז דער רצון השם, מען זאל מכבד זיין טאטע און מאמע, און אז מען איז ביי א שמחה און טאטע מאמע זענען דארט - זאל מען זיי מכבד זיין אפילו ווען מען האט טענות וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#6719 - פיר זיך ערליך און שיין, וועט דיין ווייב ווערן מקורב
שלום בית, היכל הקודש, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד החתן ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט ווי אזוי דו וועסט קענען מקרב זיין דיין ווייב צו היכל הקודש ווען זי איז א שטארקע חסיד'סטע פון ...


די בעסטע וועג מקרב צו זיין די ווייב צום היילין רבי'ן - איז דורך זיך אויפפירן ווי אזוי דער הייליגער רבי זאגט; אז דער מאן פירט זיך מיט יראת שמים און גוטע מידות - דאס וועט איר מקרב זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צו די חתונה בשעה טובה ומוצלחת, אנהויבן א נייע לעבן, פארגעסן וואס איז געווען. דער רבי האט געזאגט פאר א חתן (חיי מוהר"ן, סימן תקפו), דאס איז די סוד וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", ווי אזוי טאנצט מען אריבער אלעס וואס איז געווען לפני הכלה, פאר די חתונה; מען הויבט אן פונדאסניי, נאך די חתונה קען מען זוכה זיין צו ריינע מוחין, צו לערנען תורה בקדושה ובטהרה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6718 - דער וואס ברענגט מיר לשון הרע, איז נישט מיין פריינד
חיזוק פאר פרויען, לשון הרע, שכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אייער שכנ'טע וואס מען דערציילט אייך אז זי בארעדט אייך וכו'; עס איז וויכטיג צו וויסן דעם טיפער קלוגער לימוד וואס רבי נתן האט אונז געלערנט, רבי נתן האט אמאל געזאגט פאר איינע פון זיינע 'פריינד', פון זיינע 'נאנטע' - וואס פלעגט אים קומען ברענגען די לשון הרע וואס די מתנגדים רעדן אויף אים, זאגט אים רבי נתן: "יענער מפורסם וואס רעדט אויף מיר איז נישט מיין פיינט, דו ביסט מיין פיינט; דו וואס דו ברענגסט מיר די לשון הרע ביסט מיין פיינט, וואלסטו מיר נישט דערציילט וואס יענער רעדט - וואלט איך נישט געהאט קיין צער, איך וואלט געלעבט א גוט לעבן, דו מאכסט מיר צער, דו ביסט מיין פיינט"; דאס איז א טיפע חכמה, א טיפער לימוד וואס טוישט די בליק אין לעבן, די קלוגע רייד פון רבי נתן קומט פון א קלארע מח, א קלארע קאפ, אז די אלע וואס קומען דערציילן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט - די זענען בכלל נישט קיין פריינד, די זענען וואס מאכן די מחלוקת, און די שכנ'טע וואס בארעדט אייך - איז נישט אייער פיינט, די פרויען וואס טראגן און ברענגען די לשון הרע'ס - פון זיי זאלט איר זיך אכטונג געבן.


אז איר הערט צוריק אז אייער שכנ'טע בארעדט אייך - זאלט איר נאכמער זיין גוט צו זייערע קינדער, און זיי געבן מער גוטע עסן און שפילערייען וכדומה.


זאגט יעדן טאג די אגרת הרמב"ן, די בריוו וואס דער הייליגער רמב"ן האט געשריבן פאר זיין זון, דאס איז א סגולה צו קענען פארגעבן פאר יעדן, און זיין בשלום מיט יעדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#6717 - עס רייסט דאס הארץ אז דער רבי איז אזוי פארשעמט
חסידות ברסלב, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס רייסט מיר דאס הארץ אז דער רבי איז אזוי פארשעמט, די צדיקים זענען אזוי פארשעמט; אז דיין מאמע מאכט די סגולה פון לייגן א שטיין אויף א קבר פון א צדיק, מען שרייבט אויף דיין נאמען אויפן שטיין, די סגולה וואס מען טוט ווען נעבעך נעבעך א קינד איז אראפ פון וועג רחמנא לצלן, די סגולה טוט זי פאר דיר און פאר דיין ברודער וואס ענק זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, ענק טוען די עצות פון רבי'ן, ענק לעבן מיט התבודדות, מיט בענקען צום אייבערשטן, מיט לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מיט שלום בית, מיט שמחה, און מיט תשובה, פאר ענק מאכט מען די סגולה וואס מען מאכט פאר קינדער וואס האבן נעבעך נעבעך אפגעלאזט די תורה וועג; שטעל זיך פאר ווי דער רבי איז פארשעמט, וויפיל לשון הרע מען רעדט, אז אפילו ערליכע אידן ווי דיינע עלטערן מיינען אז עס איז עק וועלט אז די קינדער קומען צום רבי'ן.


וויפיל דארף מען וויינען צום אייבערשטן אויף די גלות השכינה, אז די שכינה הקדושה איז אזוי פארשעמט, אפילו ערליכע אידן קוקן אויפן רבי'ן מיט ביטול, דער רבי איז פארשעמט. דער רבי זאגט שוין (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רכח) אז אזוי מוז זיין, דער רבי זאגט: "דַּע שֶׁכְּשֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִסְתַּכֵּל בַּנְּשָׁמָה שֶׁתּוּכַל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווען דער אייבערשטער זעט א נשמה וואס האט די מעגליכקייט צוריק צו ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, "וְלַעֲשׂוֹת גֵּרִים", און צו מאכן גרים, "אֲזַי הוּא יִתְבָּרַךְ בְּעַצְמוֹ כִּבְיָכוֹל", גייט דער אייבערשטער אליין, "מְבַקֵּשׁ וְרוֹאֶה שֶׁיִּהְיֶה מַחֲלֹקֶת עָלָיו", און זוכט און זעט עס זאל זיין מחלוקת אויף די נשמה, ווייל נאר אזוי איז עס מיט אן אמת, ווייל אזוי ווי ווען משיח וועט קומען און די גוים וועלן קומען און זאגן מיר ווילן זיך מגייר זיין, איז די הלכה אז דעמאלט נעמט מען מער נישט קיין גרים, נאר דער וואס איז געקומען ווען עס איז געווען שווער, אין גלות, און ער האט זיך מגייר געווען - נאר דער וועט קענען זיין ביי די סעודה מיט משיח, אזוי אויך דער צדיק וואס האט די מעגליכקייט צוריק צו ברענגען אידן צו אייבערשטן - מוז זיין אויף אים מחלוקת.


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיט אזעלכע התנגדות האבן מיר די זכיה אז מיר זענען יא אנגעקומען צום רבי'ן, און מיר זענען נישט קיין מתנגדים.


איך דארף מקצר זיין, די בחורים ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#6716 - לערנען יעדן טאג משניות, וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק
משניות, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תולדות, מברכין החודש, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד הבחור הבר מצוה ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין בר מצוה, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט אויפוואקסן א גרויסער ערליכער איד.


זע צו לערנען יעדן טאג משניות, דאס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק. פון דיין ראש ישיבה.



 

#6715 - לערן און חזר הלכות טהרה אן א שיעור מאל
אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, ערב ראש חודש מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער הארציגער, החתן ... נרו יאיר


לערן און חזר די הלכות טהרה אן א שיעור מאל, מוהרא"ש זאגט אונז אז דער שרף פון סטרעליסק זכותו יגן עלינו האט גע'חזר'ט איבער טויזנט מאל הלכות טהרה, איז דאך זיכער אז מיר דארפן חזר'ן די הלכות.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב מיט דורות ישרים ומבורכים, אמן.


פון דיין ראש ישיבה.



 

#6714 - אינוועסטיר ביי דיינע שבת סעודות, גיי נישט ארויס
חינוך הילדים, שערן די האר, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביי די שבת סעודה זאלסטו רעדן צו דיינע קינדער ווי גליקליך מיר זענען אז מיר זענען אידישע קינדער, ווי גליקליך זענען מיר אז מיר היטן שבת, אז מיר עסן כשר'ס, אז מיר האבן די תורה. רעד נישט ביים שבת טיש פון זאכן וואס האט נישט מיט קינדער, פון נייעס וואס קינדער'ס מוחין פארנעמען נישט, בכלל זאלסטו נישט רעדן אין שטוב ביים שבת טיש פון מחלוקת און לשון הרע.


רעד צו דיינע טעכטער ווען זיי זענען נאך יונג, ווען זיי האבן נאכנישט קיין יצר הרע, ווען זייערע אויערן זענען נאך אפן. רעד צו זיי פון זיך שערן די האר נאך די חתונה און פון זיך נישט שמירן די נעגל, ווי גוט עס איז אז מען פאלגט צדיקים, ווי גוט עס איז אז מען שערט זיך אפ די ערשטע טאג נאך די חתונה, ווי אלע צרות, אלע דינים און קליפות - גייען אוועק, מען איז זוכה צו ערליכע דורות, מען איז זוכה צו מאכן רוען די שכינה הקדושה אין שטוב.


דערצייל זיי וואס דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין, און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, זי שערט זיך די האר - וועט זי האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


אינוועסטיר ביי דיינע שבת סעודות, גיי נישט ארויס, ליל שבת גייט מען נישט ארויס, ליל שבת איז א צייט פון זיין אין שטוב, מאכן פרייליך די ווייב מיט די קינדער.


א פרייליכן שבת.

#6713 - ווער עס פאלגט דעם רבי'ן, באקומט שוין אויך א גוט לעבן
תפילות אויף אידיש, התחזקות, ישיבה, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געדענק, אפילו מען איז בבחינת הידים ידי עשיו, מען איז אראפגעפאלן אין עבירות, מען האט מקלקל געווען רחמנא לצלן - דארף מען ניצן דעם קול, עס זאלן ווערן קול יעקב, רעדן צום אייבערשטן, דעמאלט איז מען זוכה צו באקומען אלע ברכות. מען דארף שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל זיין ערליך, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל נישט מיין לעבן זאל מיר אריבערגיין מיט אזעלכע נארישקייטן". 


זונטאג און אויך מאנטאג וועט זיין חתונות אין ישיבה, מען זעט די כח הצדיק, די כח פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אזויפיל גערעדט און געשריבן פון די זאך, און יעצט ווערט דאס אויסגעפירט דורך אנשי שלומינו; מען מאכט פשוט'ע שמחות, מען געבט נישט אויס געלט פאר די פאר שעה פון די חתונה, מען לעבט מיט א חשבון, מען לעבט מיט שכל, דער צדיק געבט שכל; עס איז כדאי זאלסט קומען זען מיט די אויגן די שמחות, ווי פרייליך די מחותנים זענען, ווי פרייליך חתן כלה זענען, די חתונה האט א אידישע טעם, מען שפירט א טעם, מען שפירט אן עכטע שמחה, נישט קיין געמאכטע, נישט קיין געבארגטע, נישט קיין פאלשע. מיר האבן פאלשע בלומען מיט עכטע שמחה, נישט עכטע בלומען וואס מען צאלט אזויפיל געלט און ביז אפאר שעה ווארפט מען דאס אוועק אין די מיסט, בשעת מען האט נארוואס געבארגט געלט און מען האט נישט פון וואו צו באצאלן, השם ישמרינו.


דאס איז פון די קליינע זאכן וואס דער רבי געבט אונז; דאס איז אויסער די שכל, חיזוק און עצות פאר עבודת השם וואס דער רבי געבט אונז, די קלארע ריינע אמונה, די דביקות בשם, די שמחה פון טון מצוות און די תיקונים וואס דער רבי איז אונז מתקן לנצח נצחים – אויסער דעם געבט אונז דער רבי אויל צו שמירן די רעדער, שכל צו מאכן פשוט'ע שמחות, שכל ווי אזוי צו לעבן, נישט לעבן פאר אנדערע, נישט נאכמאכן אנדערע.


דער רבי האט דערציילט, עס איז געווען א סוחר וואס האט פארקויפט דיאמאנטן און טייערע שטיינער, אמאל קומט איינער צו אים און בעט צו קויפן נייע רעדער פאר זיין וואגן, זאגט אים דער סוחר: "איך פארקויף דיאמאנטן נישט קיין רעדער", זאגט אים דער איד: "איך האב געהערט פון מיין חבר ער האט באקומען דא נייע גוטע שטארקע רעדער", זאגט דער סוחר: "יענער האט איינגעקויפט ביי מיר טייערע צירונג, האב איך אים געגעבן אויך גוטע רעדער אויף אהיים צו פארן, איך בין נישט קיין סוחר פאר רעדער, איך פארקויף דיאמאנטן", און דער רבי האט אויסגעפירט: "איך פארקויף תורה, תפילה און תכלית, אויב איינער קומט צו מיר און פאלגט מיר, געב איך אים שוין אויך גוטע רעדער - בני חיי ומזוני, ער זאל קענען לעבן א שיין לעבן".


היינט זאגט מען יום כיפור קטן.


די וואך שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#6712 - מעשיות פון הייליגן מהרש"א זי"ע, א סגולה פאר רפואה
סגולות, רפואה, סיפורי צדיקים, מהרש"א

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט ליל שישי איז די יארצייט פון הייליגן מהרש"א זכותו יגן עלינו, איז כדאי צו דערציילן די מעשה וואס איז מסוגל פאר ישועות.


אמאל איז דעם רבינ'ס טאכטער - די צדיקת שרה - זייער קראנק געווארן לא עלינו, און דער הייליגער רבי איז איר געקומען באזוכן, דער רבי האט געהאט גרויס צער זעענדיג ווי שרה איז אזוי קראנק, דער רבי האט איינגעדרימלט, און דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו - דער זיידע פון רבי'ן - איז געקומען אין חלום און געפרעגט: "פארוואס ביסטו אזוי בצער?" האט דער רבי געענטפערט פארן הייליגן בעל שם טוב: "איך בין בצער וועגן מיין טאכטער, וואס זי איז אזוי קראנק".


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אין חלום פארן רבי'ן, עס שטייט אין פסוק (תהילים מג, נא): "מַגְדִּיל יְשׁוּעוֹת מַלְכּוֹ וְעֹשֶׂה חֶסֶד לִמְשִׁיחוֹ", די כוונה איז, 'מַגְדִּיל יְשׁוּעוֹת' דער אייבערשטער מאכט גרויסע ישועות, 'מַלְכּוֹ' פאר די צדיקים וואס זיי זענען מלכים (מאן מלכי רבנן [גיטין סב.]) 'וְעֹשֶׂה חֶסֶד' און ער טוט חסד, 'לִמְשִׁיחוֹ' פאר די וואס דערציילן, 'משיח' איז א לשון פון שמועסן, מסיח; דער אייבערשטער מאכט וואונדער פאר די וואס דערציילן מעשיות פון צדיקים, דער בעל שם טוב זאגט פארן רבי'ן: "דורך סיפורי צדיקים וועסטו זען א ישועה".


דער הייליגער רבי וועקט זיך אויף און הויבט אן דערציילן א מעשה פונעם הייליגן צדיק דער מהרש"א (מ'ורינו ה'רב ר'בי ש'מואל א'ליעזר א'יידליס) זכותו יגן עלינו. אין די צייטן פונעם הייליגן צדיק דער מהרש"א איז געווען אין די שטאט אוסטרהא - די שטאט וואו דער מוהרש"א איז געווען דער רב - א גרויסער קלויסטער, דארט איז געווען א שרעקליכע טומאה, און נישט ווייט פון די קלויסטער האט זיך געפונען דער אידישער בית החיים פון די שטאט אוסטרהא, און יעדע מאל עס פלעגט זיין א לוי' פלעגט מען דארפן אריבערגיין די קלויסטער, און די גלעקלעך פון די קלויסטער פלעגן זיך צוקלינגען און פארכאפן די מענטשן אין די טומאה.


דער הייליגער מהרש"א האט געוואוסט פון די טומאה, האט ער באפוילן, אז ווען עס וועט קומען די צייט ער וועט אוועקגיין פון די וועלט און מען וועט אריבערגיין מיט זיין מיטה דעם קלויסטער - זאל מען לייגן אויפן בעט זיין הייליגן ספר חידושי מהרש"א. אזוי איז טאקע געווען, דער הייליגער מהרש"א איז נפטר געווארן און מען האט דורכגעפירט זיין מיטה דורך דעם שרעקליכן טומאה, און אין די מינוט וואס די מיטה איז אריבער די טומאה און די גלעקלעך האבן אנגעהויבן זינגען - האט דער הייליגער מוהרש"א זיך אויפגעזעצט אויף זיין בעט און אנגעהויבן מישן די בלעטער פון זיין הייליגן ספר. דער גאנצער עולם קוקט זיך צו, עס איז א פחד א שרעק צו זען דעם הייליגן מהרש"א נאכן פטירה זיצן און מישן די בלעטער, און אזוי מישנדיג זעט מען א שרעקליכע זאך, די קלויסטער הויבט אן איינזינקען אין דער ערד, יעדע בלאט וואס דער מוהרש"א מישט - גייט אראפ די גאנצע טומאה מער און מער מיט אלע מענטשן, מיט אלע חפצים; ביז מען האט איר שוין מער נישט געזען און עס איז געבליבן א זכר, א סימן - דארט ארום די פלאץ עד היום הזה.


ווען דער רבי האט געענדיגט דערציילן די מעשה האט שרה'קע זיך שוין אנגעהויבן גוט צו שפירן, און זי פלעגט שטענדיג דערציילן די מעשה פאר אנדערע קראנקע וואס האבן געדארפט א רפואה, אויך רבי נחמן טולטשינער פלעגט דערציילן די מעשה פאר חולים, און היינט אין דער יארצייט איז א גרויסע סגולה צו דערציילן די מעשה, עס ברענגט ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.