בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6611 - קויף זיך א פשוט'ע טעלעפאן, וועסטו האבן שלום בית און פרנסה
כיבוד אב ואם, מאוויס, טעלעפאן

 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


קוק נישט קיין מאוויס, מען פארלירט אלעס אז מען קוקט מאוויס; מען פארלירט די מח מחשבה, מען פארלירט די ישוב הדעת, מען פארלירט די צייט, מען פארלירט די טעם צו דאווענען און לערנען.


קויף זיך א פשוט'ע טעלעפאן – וועסטו זיין פרייליך און צופרידן, וועסט האבן שלום בית און פרנסה.


גיי יעדן טאג אריבער צו דיין מאמע און פרעג איר וואס דו קענסט איר עפעס העלפן, אדער איר צוטראגן – וועסטו זיך איינקויפן עולם הבא.


 

#6610 - אנשטאט הערן נייעס, נעם א מש-ניות און זאג משניות
תפילות אויף אידיש, נייעס, פאליטיק

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מאך זיך נישט נאריש מיט פאליטיק, עס וועט דיר גארנישט אויסמאכן אויב טראמפ געווינט, אדער זיין קעגנער; דו דארפסט א שידוך און פרנסה, און זיי ביידע קענען דיר דאס נישט געבן.


גיי צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער געב מיר אמונה, געב מיר שמחה, געב מיר מיין שידוך, געב מיר פרנסה, געב מיר שכל צו וויסן אז נאר דו פירסט די וועלט, נאר דו מאכסט אלעס און קיינער קען נישט טון און מאכן אנדערש".


אנשטאט הערן נייעס – נעם א מש-ניות און זאג משניות.

#6609 - דאווענען מנחה אין צייט
דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


מען האט שוין צוריק גערוקט דעם זייגער, דער זמן איז פריער, דארפסטו זיך אכטונג געבן פון דאווענען מנחה אין צייט און נישט פארפאסן מנחה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "לעולם יהא אדם זהיר בתפילת מנחה", מען דארף אכטונג געבן צו דאווענען מנחה אין צייט; די בעסטע זאך איז צו דאווענען וואס פריער, אזוי אויך מיט שחרית וערבית, דאווען וואס פריער, טו גארנישט איידער דו דאווענסט.


אויך זאלסטו נישט צעשטיקלען דאס דאווענען, לאז נישט אויס, און זיי נישט משלים; דאווען אזוי ווי עס שטייט אין סידור, אן קיין פשרות.



 

#6608 - רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל פריש מקורב ווערן
תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


דער בעל דבר האט זייער פיינט דעם רבי'ן, אזוי ווי דער הייליגער רבי דרוקט זיך אויס אינעם בריוו (חיי מוהר"ן, סימן קסו): "עֵינָיו לָטַשׁ וְשִׁנָּיו חָרַק עָלַי", זיינע אויגן און ציין האט ער אויסגעקריצט קעגן מיר, דעריבער גייט אריבער שווערע ביטערע מניעות אויף יעדן מקורב, און אזוי אויך די וואס האבן דורכגעבראכן אלע מניעות און זענען מקורב געווארן – זענען אויך נאכנישט פארטיג, די ווערן במשך די צייט קאלט, אפגעקילט, ביז מען לאזט אפ אינגאנצן רחמנא לצלן.


דעריבער דארף מען יעדן טאג בעטן פונעם אייבערשטן אויף דעם פרט: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל פריש מקורב ווערן, האב רחמנות אויף מיר, איך זאל נישט אפלאזן דעם הייליגן רבי'ן, איך זאל לערנען די הייליגע ספרים און מקיים זיין די עצות".


אויך איז דא א גוטע עצה צו בלייבן פריש מקורב, צו רעדן יעדן טאג פון רבי'ן - צי מיט א חבר, אדער דאס גלייכן.

#6607 - מען קען זיין אין ברסלב און גארנישט האבן מיט ברסלב
חסידות ברסלב, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיין נישט אז ווען מען קומט אן קיין ברסלב איז שוין קודש קדשים, מען קען זיין אין ברסלב און גארנישט האבן מיט ברסלב, אויב מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים – איז מען אין א גרויסער דמיון.


מוהרא"ש פלעגט דאס אונז כסדר זאגן, ביי יעדע שיעור און יעדע שמועס האט מוהרא"ש אונז געזאגט: "מען מוז לערנען דעם רבינ'ס ספרים, נאר אזוי האט מען א שייכות מיטן רבי'ן".


טייערער ברודער, מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, אויך אין ספרי מוהרא"ש, אין ספר הקדוש אשר בנחל וואס איז מחי' מתים פשוט כמשמעו, עס וועקט אויף אפילו א טויטער מענטש, מען הויבט אן האבן שיעורים בכל התורה כולה, און מען איז זיך מתבודד וכו' וכו'.

#6606 - מאכסט יעדן טאג התבודדות?
תפילה והתבודדות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד הילד ... נרו יאיר, מאנסי


איך ווארט צו הערן וואס דו מאכסט, ווי דו שטארקסט זיך בעבודת השם, אויב דו מאכסט יעדן טאג התבודדות; דער רבי אלס קינד פלעגט זיך באהאלטן ביי זיין טאטע אין בוידעם און דארט זיך מתבודד זיין. דער רבי דערציילט (שבחי הר"ן, סימן י) אז ער האט זיך באהאלטן אין בוידעם ביי זיין טאטן אין שטוב, דארט איז געווען א באזונדערע שטוב וואו מען האט געהאלטן שטרוי פאר די בהמות, דארט פלעגט זיך דער רבי באהאלטן, ער פלעגט דארט זאגן תהלים, "וְהָיָה צוֹעֵק בְּלַחַשׁ לְהַשֵׁם יִתְבָּרַךְ", און ער פלעגט שרייען שטילערהייט צום אייבערשטן, "שֶׁיְזַכֵּהוּ לְקָרְבוֹ אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", אז דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אים, ער זאל ווערן אן ערליכער איד.


טייערער ... נרו יאיר, זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און רעד זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר העלפן דו זאלסט זיין אן ערליכער איד.


שרייב מיר וועסטו מיך מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#6605 - אן עבירה איז שרעקליך הארב, אבער מען קען תשובה טון
קדושה, שטעטל, תשובה, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גריסן אז די ישיבה אין שטעטל האט זיך אנגעהויבן מיט גרויס הצלחה, און אז דו לייגסט אריין אין די בחורים יראת שמים און מידות טובות, אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש, וואס האט אונז איבערגעגעבן די לימודים פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט רעדן צו די בחורים פון שמירת אות ברית קודש, רעד צו זיי מיט רשפי אש שלהבת, רעד צו זיי ווי גליקליך די לעבן איז ווען מען איז אפגעהיטן, און ווי מען ליידט און מען ליידט אין לעבן אויב מען איז פוגם בברית, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן; מען ווערט פארארעמט, מען ווערט א שלעכטער, א נערוועזער, און מען ווערט דערווייטערט רחמנא לצלן.


ווען דו רעדסט צו זיי פון שמירת אות ברית קודש, ווי הארב דאס איז - זאלסטו בחדא מחתא רעדן פון תשובה, אז עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול, בחורים זאלן נישט ווערן מיואש אויף וואס איז געווען לשעבר; אלץ ווען מען רעדט פון די חומר הענין - דארף מען געבן א וועג לתשובה. אזוי ווי מיר געפינען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עבודה זרה י:) אנטונינוס האט געשיקט פאר רבינו הקדוש א גרינצייג וואס הייסט גרגירא, רבינו הקדוש האט פארשטאנען אז אנטונינוס וויל אים עפעס דא שיקן א סוד, עפעס א שאלה. רבינו הקדוש האט פארשטאנען אז אנטונינוס'ס טאכטער וואס הייסט גירא האט געטון אן עבירה און איר טאטע אנטונינוס וויל וויסן וואס צו טון, האט רבינו הקדוש צוריק געשיקט א גרינצייג כוסברתא, רש"י זאגט, כוס מיינט שחט, ברתא טאכטער; האט אנטונינוס צוריק געשיקט א גרינצייג כרתי, צו מרמז זיין אז מיינע קינדער וועלן דאך פארשניטן ווערן, האט רבינו הקדוש צוריק געשיקט א גרינצייג חסא, האב רחמנות אויף איר. די ראשונים פרעגן אויף רש"י, וואס איז פשט, אויב האט רבינו הקדוש געהאלטן אז מען דארף איר באשטראפן - וואס האט ער צוריק געצויגן? זיי זאגן אנדערע פשטים אין די גמרא. איך האב געטראכט לויט ווי מוהרא"ש לערנט אונז, לויט ווי מען זעט אין די בריוו, ווי מוהרא"ש ענטפערט ווען מען פרעגט אים אז מען איז נכשל געווארן אין עבירות, ערשטנס איז דאס זייער שארף, כוסברתא, אז מען טוט די עבירה באקומט מען אן עונש, מען שטארבט, נאכדעם וויל מען דאך נישט אוועק שטופן דעם מענטש, עס זאל ווערן כרתי, ענדיגט מען מיט חסא, והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#6604 - שמועס עס דורך מיט'ן מנהל, וואס ער זאגט זאלסטו טון
צדקה, נחת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן גוטע גריסן אויף דיר, סיי פון דיין טאטע; ווי שיין און דרך ארץ'דיג דו פירסט זיך אין שטוב, און אויך הער איך פון דיין מגיד שיעור און פון דער מנהל ווי דו פירסט זיך מיט יראת שמים, און ווי דו האסט א געפיל צו העלפן די מוסדות.


בנוגע צאמנעמען געלט צו בויען א קאך פאר די מוסד אין ירושלים; שמועס עס דורך מיט די מנהל און וואס ער זאגט - זאלסטו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6603 - קינדער שפירן אויב די עלטערן זענען איינשטימיג מיט'ן מוסד
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין קינד זינגט א חוזק ניגון אויף זיין מלמד און טיטשער - זאלסטו זיין קלוג און נישט מיטזינגען דעם ניגון; זיי מחנך דיינע קינדער זיי זאלן האבן דרך ארץ, נישט קיין חילוק ווער דער מלמד איז און ווער די טיטשער איז.


ווען דיינע קינדער וועלן שפירן ווי דו מיט דיין ווייב זענען איינשטימיג מיט די מוסד - דעמאלט וועט זיך אנהויבן די הצלחה ביי דיינע קינדער, דיינע קינדער ווייסן אז דו לאכסט זיך אויס פונעם מלמד און פון די מנהלת, און דאס לאזט זיי נישט מצליח זיין.


גיי אינדערפרי א שפאציר און זאג: "אייבערשטער איך וויל נכלל ווערן אין דיר, איך וויל בטל ווערן צו דיר". דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן נב): "וְאִי אֶפְשָׁר לָבוֹא לִידֵי בִּיטּוּל, כִּי אִם עַל יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת", מען קען זוכה זיין צו ווערן נכלל אינעם אייבערשטן נאר דורך התבודדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6602 - אנגרייטן א פלאץ צו פראווען די סיום הש"ס און התחלת הש"ס
מקוה, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


און נאך צוויי יאר, שנת תשפ"ז, ב' סיון - וועט זיין דעם קומענדיגן סיום הש"ס, איך וויל דיר בעטן זאלסט אנגרייטן א פלאץ פאר די גאנצע קהילה וואו מיר וועלן פראווען די סיום הש"ס און התחלת הש"ס.


זיי שטארק אין גיין אין מקוה יעדן אינדערפרי. דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "'מקוה' איז די זעלבע לשון פון 'תקוה'; אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פארעכטן".


אזוי אויך האט דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען - קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6601 - מיט תפילה קען מען פועל'ן ניסים ונפלאות קעגן די טבע
תפילה והתבודדות, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וכו'; מאך זיך א שיעור, יעדן טאג זאלסטו לערנען א פרק משלי, הויב אן ראש חודש, יעדן טאג א פרק, ביז סוף חודש. מוהרא"ש פלעגט אזוי טון, אויך איך פיר זיך אזוי. אויך זאלסטו יעדן פארטאגס זאגן שיר השירים, און אויך זאלסטו לערנען אביסל קהלת יעדן טאג. רבי נתן זאגט (חיי מוהר"ן סימן תס) איך האב אמאל אריינגעבליקט אין רבינ'ס כתבים, האב איך געזען ביים רבי'ן פארשריבן א סגולה אויף דעם, מען זאל זאגן שיר השירים, משלי און קהלת, דאס איז מרומז וואס רבי שמעון בן יוחאי זאגט אין תיקוני זוהר, די בחינה פון תלת טיפין (תיקון יג, נג:), עיין שם.


עס איז דא נאך סגולות פון הייליגן רבי'ן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות סגולה חלק ב', סימן ג) טרינקען רעגן וואסער איז מסוגל פאר דעם; שטעל ארויס א כלי פון דיין פענסטער און ווען עס וועט רעגענען וועט דאס ווערן אנגעפילט מיט רעגן וואסער, דאס זאלסטו אויסטרינקען - וועט דאס זיין פאר דיר א סגולה.


ועל כולם נעם די עצה פון תפילה והתבודדות; דאס איז די בעסטע עצה, מיט תפילה קען מען פועל'ן שלא כדרך הטבע, מען קען זען ניסים ונפלאות קעגן די טבע. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", מיט תפילה קען מען זוכה זיין צו טוישן אפילו די נאטור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6600 - ס'איז נישט ווערד די פאר דאלער צו פארלירן די ווייב און קינדער
פרנסה, טעלעפאן, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דיין בעל הבית פארלאנגט פון דיר א טעבלעט אדער טעלעפאן, זאג אים צאתכם לשלום און אנטלויף פון אים; עס איז נישט ווערד די פאר דאלער וואס דו וועסט ביי אים פארדינען - צו פארלירן די יראת שמים, און דיין ווייב און קינדער.


פארגעס נישט פון דער עיקר, דער עיקר ביים רבי'ן איז געווען מען זאל לעבן מיטן אייבערשטן, רעדן מיט אים, שמועסן מיט אים און נישט אויפהערן דאנקען.


הויב אן דיין טאג מיט תפילה והתבודדות, גיי שפאצירן הינטער דיין שטוב אין פעלד, הייב אויף דיינע אויגן צום הימל, און געב איבער דיין טאג צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6599 - וויפיל שעדליכע גיפט עס ליגט באהאלטן אין ביכער
אידישע שטוב, מאגאזינען, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בארא פארק


געב אכטונג דיינע טעכטער זאלן ליינען נאר ערליכע ביכער וואס האבן הסכמות פון ערליכע רבנים. האסט נישט קיין השגה וויפיל שעדליכע גיפט עס ליגט באהאלטן אין ביכער, צדיקים האבן געזאגט ביכ"ל איז די ראשי תיבות כ'ל ב'איה ל'א י'שובון, עס גייט אריין די מיינונג פון די שרייבער, און אז זיין מיינונג איז פארדארבן - ווערט דער ליינער פארדארבן, און אז דער שרייבער איז אן אפיקורס - ווערט דער ליינער אן אפיקורס, דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט ארייננעמען ביכער וואס מען ווייסט נישט ווער דער שרייבער איז.


ביי מיינע עלטערן אין שטוב איז נישט געווען קיין ביכער, און אזוי אויך ביי מיר אין שטוב איז נישטא קיין ביכער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6598 - נישט אראפגיין פון בעט אן נעגל וואסער
נעגל וואסער, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך מקבל זיין זיך צו אפגיסן נעגל וואסער און נישט אראפגיין פון בעט אן נעגל וואסער.


עס איז באוואוסט פון צדיקים, א מאמע וואס איז געווארנט נישט אראפצוגיין פון בעט אן נעגל וואסער - וועט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, און חס ושלום אויב מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער איז די שטוב פול מיט די נישט גוטע, מיט שדים ורוחות רעות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6597 - אז מען האט נישט קיין אנדערע ברירה, מוז מען מאכן דעם גט
הדרכות, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי אייער צער און די בושה וכו', עס איז נישט קיין בא'טעמ'טע עסק דורך צו גיין א גט, אבער ההכרח לא יגונה, אז מען האט אייך פארנארט וכו' - דארפט איר זען וואס שנעלער פטור ווערן פון אים.


מען קען היינט מסדר זיין אז די פרוי זאל נישט זיין די גאנצע צייט ביים גט, נאר די לעצטע פאר מינוט; זאלט איר אפשמועסן מיט אייערע עלטערן אז זיי זאלן זיין די גאנצע צייט, און איר זאלט זיין אין שטוב, אדער אין א זייטיגע שטיבל - פון בית דין, און נאר די לעצטע פאר מינוט ביים איבערנעמען די גט - וועט איר אריינקומען.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח צו קענען אריבערגיין די פרשה און זוכה זיין צו אנהויבן א פרישע בלאט אין לעבן בשמחה ומתוך נחת.

#6596 - ווער עס האט א שטארקע אמונה, דער האט אלעס
אמונה, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידת בית פיגא בני ברק


איך פריי זיך זייער צו הערן שיינע גריסן פון אייערע לערערינס, אז איר פירט זיך מיט דרך ארץ און מיט גוטע מידות.


וואס איר דארפט זאלט איר בעטן פונעם אייבערשטן, בעטס אים אין אייער שפראך, אויף אידיש; רעדט צו אים אזוי ווי מען רעדט צו א גוטע פריינד, בעטס אים אלעס וואס איר דארפט.


דער עיקר זאלט איר בעטן אויף א שטארקע אמונה, צו געדענקען אז קיינער קען נישט טון דעם מענטש - נישט קיין שלעכטס און נישט קיין גוטס, נאר דער אייבערשטער - ער טוט אלעס ער מאכט אלעס, אויף דעם זאלט איר דער עיקר בעטן, ווייל ווער עס האט א שטארקע אמונה - דער האט אלעס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מא.): "דְדָּא בֵּיהּ כּוּלָא בֵּיהּ", דער וואס האט דעת - דער האט אלעס, "דְּלֹא דָא בֵּיהּ מַה בֵּיהּ", דער וואס האט נישט קיין דעת - האט גארנישט; וואס איז דעת? אמונה; דער וואס ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, ער פירט די וועלט, ער האט אלעס געטון, ער טוט אלעס און וועט אלעס טון, נישטא גארנישט אויסער אים, אלעס איז נאר א פארשטעלאכץ פון אים - דאס איז דעת; אויב האט מען די פינטעלע דעת - האט מען שוין סיי ווי אלעס.


געבט א גרוס אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6595 - כאפ ארויס יעדן טאג אפאר מינוט תורה
פרנסה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב דיך זייער ליב, איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז ביי דיר אין בעסטן ארדענונג.


כאפ ארויס יעדן טאג אביסל חומש רש"י און אביסל משניות, און אודאי און אודאי א בלאט גמרא; אפילו דו ביסט פאריאגט צו ברענגען פרנסה - זאלסטו זוכן ווי דו קענסט ארויסכאפן אפאר מינוט תורה. אזוי ווי דער רבי האט אמאל געפרעגט א איד צי ער לערנט יעדן טאג, דער איד האט געזאגט ער האט נישט קיין צייט ער איז פאריאגט צו ברענגען פרנסה, האט אים דער רבי געזאגט: "כאפ ארויס יעדן טאג אביסל צייט צו לערנען תורה".


דער רבי זאגט אז דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.) אז ווען א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען אים: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה", בפשטות זעט אויס אז מען פרעגט דעם מענטש צי ער האט באשטימט א צייט יעדן טאג צו לערנען, אבער דער רבי טייטשט אנדערש, אז מען פרעגט דעם מענטש צי ער האט אראפגע'גנב'עט צייט צו לערנען תורה יעדן טאג טראץ זיינע שוועריקייטן און איבערגייאכטס, ווייל קֶבַע איז א לשון פון גְּזֵלָה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג) "וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ", זעט מען אז דאס איז א לשון פון גנב'ענען; דאס מיינט מען צו פרעגן דעם מענטש: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה", צי ער האט ארויסגעכאפט פון זיין פארנומענעם טאג אפאר מינוט צו לערנען תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפד).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6594 - מיטטיילן מיט די מנהלת וואס מען באמערקט ביי די קינדער
הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אז איר זעט אויף א קינד ווי זי רעדט צו זיך אליין מיט אינטערעסאנטע פאקסן און ווי זי דערציילט וואס זי זעט אין שטוב אויפן טעלעפאן; קליפס און מאוויס – זאלט איר דאס דערציילן פאר די מנהלת, און די מנהלת וועט אראפרופן די עלטערן אין סקול און שיין רעדן צו זיי, אז קינדער וואקסן נישט געזונט פון קוקן אויפן סקרין. אלעס וואס איר באמערקט ביי די קינדער - זאלט איר מיטטיילן מיט די מנהלת.


דאס וויכטיגסטע זאך פאר א לערערין איז - זיך איבערגעבן צום אייבערשטן איידער מען הויבט אן די ארבעט מיט די תלמידות, און בעטן א קורצע געבעט: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נאר אויפבויען די תלמידות, און עס זאל חס ושלום נישט ארויסקומען קיין שטרויכלונג דורך מיר".


שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט, בלאזט אריין חיות און א טרייסט אין אידישע קינדער מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן.

#6593 - אפגעשוירן די האר מיט שמחה
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די פרייליכע הייליגע בריוו אז איר האט זיך אפגעשוירן די האר מיט שמחה; איר האט געטון אזא מסירות נפש, קעגן אייער משפחה, ווען קיינער שערט זיך נישט, דאך האט איר געטון די הייליגע זאך וואס די הייליגע צדיקים האבן אונז געהייסן טון.


בזכות די גרויסע מצוה זאלט איר זוכה זיין צו אלע ברכות וואס דער הייליגע זוהר וואונטשט (נשא, קכה:), קינדער צדיקים, פרנסה בשפע, און צו השראת השכינה אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6592 - די זכות פון די וואס נעמען אריין עלטערן אין שטוב
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אָ ווי איך בין מקנא די זכות פון די וואס נעמען אריין אין שטוב עלטערן אויף יום טוב, איך ווייס עס איז אייך נישט גרינג געווען צו זיצן מיט א שוויגער א גאנץ יום טוב סוכות; ערשטע טעג און צווייטע טעג מיט א חול המועד, אבער וויסן זאלט איר, מען טוט נישט אין לעבן וואס איז גרינג און געשמאק, מען טוט אין לעבן וואס איז ריכטיג, און אז דער אייבערשטער זאגט אונז (תנא דבי אליהו רבא, סימן כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", די גאנצע וועלט איז מיינס, "וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", און איך בעט פון ענק נאר איין זאך, איר זאלט מכבד זיין טאטע מאמע - טוט מען די מצוה מיט די גרעסטע שמחה און אפילו עס איז שווער.


קיינמאל זאלט איר נישט זאגן פאר עלטערן עס איז אונז שווער אייך אריינצונעמען; ביי געשוויסטער אדער שכנים וכו' אז עס איז שווער וכו' - קען מען זיך ארויסדרייען, אבער ווען עס קומט אריינצונעמען עלטערן אין שטוב - איז נישטא אזא זאך ווי זיך ארויסדרייען.


אינדערפרי, נאכן זאגן מודה אני מיט ברכת השחר - זאלט איר זאגן די דרייצן אני מאמין, מיט תיקון הכללי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6591 - די וואס העלפן די חדר און בית פיגא, זענען העכער פון אלע
מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דאנק דיר פארן העלפן זיך מתנדב זיין אהיים צו טראגן די קינדער פון חדר פון די נייע געגנט (ווילידזש); קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן אז קינדער זאלן לערנען תורה, די גאנצע וועלט שטייט נאר אויף די תורה וואס קינדער לערנען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵים אֶלָא בִּשְׁבִיל הֶבֶל פִּיהֶם שֶׁל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן".


וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין זייער דאנקבאר פאר אלע וואס העלפן אונזער קהילה, אבער די וואס העלפן די חדר און בית פיגא - די זענען העכער אלע, ווייל ביי מיר איז דער עיקר די קינדער, און ווער עס העלפט מיר בויען די חדר און די בית פיגא - וועל איך נישט שולדיג בלייבן נישט בזה און נישט בבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6590 - ווען דאס קינד ציינדלט און וויינט ביינאכט
קינדער, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער קינד, הערט נישט אויף זאגן "שכוח אייבערשטער", און אז אייער קינד וויינט ביינאכט, ער ציינדלט, זאלט איר זאגן "שכוח אייבערשטער פאר מיין קינד", און דאס וואס איר פרעגט וכו'; וואס מיינט איר, די וואס האבן נישט קיין קינדער שלאפן ביינאכט? זיי קענען נישט שלאפן ווייל זיי וועקן זיך אויף פון זייער אייגענע וויינען, איז אז דער אייבערשטער האט אייך געגעבן א געזונטע ליכטיגע קינד וואס וויינט ביינאכט, זיינע ציין קומען ארויס - זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר די מתנה, און חס ושלום טראכטן די שלעכטע מחשבות פון נישט וועלן ברענגען קינדער.


די גרעסטע מתנה איז קינדער, און נעבעך מענטשן מיינען אז מען וועט לעבן שענער און זיסער אן די מתנה פונעם אייבערשטן; דאס לעבן גייט אריבער, די פאר יאר גייט פארביי, און וואס בלייבט פונעם מענטש... נאר דער וואס האט זוכה געווען נישט צו צוריק האלטן די מתנות וואס דער אייבערשטער וויל געבן.


היינט איז געווארן א נייע וועלט, פרויען גייען ארבעטן און נאכדעם לויפט מען צום רב זוכן היתרים אז מען האט נישט קיין כח און קיין צייט; ווי איידער צו באקומען א היתר פון רב איז ענדערש צו בלייבן אין שטוב זיך אראפלייגן אינמיטן טאג, אזוי האט מען כח צו קענען טון רצון השם.


וואויל איז דעם מענטש וואס געבט זיך איבער צום אייבערשטן און נעמט אן די מתנות, די זיסע קינדער, און איז מחנך די קינדער מיט תורה און יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6589 - פאסט נישט פאר אזא ריינע בלעטל צו ברענגען לשונות טמאים
הדרכות, ארץ ישראל, בלעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מערכת קרית ברסלב בלעטל


ערשטנס וויל איך ענק באדאנקען פאר די שיינע ריינע אויסגאבע וואס איז פול מיט אמונה, אמונת חכמים און יראת שמים.


איך וויל אויפמערקזאם מאכן אויף די אויסגאבע פון יום טוב סוכות, וואו מען האט אזוי צענומען די ווערטער פון די אפיקורסים עוכרי ישראל וואס האבן אויסגע'שמד'ט מיליאנען אידן, און אויך גורם געווען דאס פארגיסן בלוט פון מיליאנען אידן; עס פאסט נישט פאר אזא ריינע בלעטל אראפ צו ברענגען זייערע לשונות טמאים, דער רבי זאגט דאך קלאר (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מד): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד מִדִּבּוּרִים שֶׁל כְּפִירָה וְאֶפִּיקוֹרְסוּת" מען דארף זיך זייער היטן פון די ווערטער פון די אפיקורסים, "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ אוֹמְרָם מִלִּבּוֹ הַיְנוּ שֶׁהוּא בְּעַצְמוֹ מַאֲמִין וְאֵינוֹ כּוֹפֵר" אפילו דער מענטש זאגט דאס נאר נאך בשם די אפיקורסים און ער גלייבט יא אינעם אייבערשטן, זאל ער אויך נישט נאכזאגן גארנישט פון זיי.


אונזער בלעטל דארף זיך האלטן ווייטער אויף אמונת חכמים, און אז מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל ווער די ערב רב זענען, און וויפיל בלוט זיי האבן פארגאסן און פארגיסן נאך יעצט - איז דאס ביי אונז גענוג, מיר דארפן נישט חזר'ן הערצל'ס אדער זשאבוטינסקי'ס ווערטער, און זיכער נישט שרייבן אפילו אלס ווערטל זשאבוטינסקי'ס פערל ווערטער, און אז איינער שיקט אריין א בריוו צום מערכת אז אונזער בלעטל איז פינקט ווי אנדערע בלעטלעך מיטן פארדרייען פאקטן אז עס "איז א שרעק ווי די אנטי ציוני'סטישע באוועגונג איז אזוי גרויס, ממש א שרעק" - וואלט איך נישט געדרוקט אזא בריוו.


שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט, בלאזט אריין חיות און א טרייסט אין אידישע קינדער מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן.

#6588 - ווי אזוי איז מען זוכה צו ערליכע קינדער?
קינדער, תפילה והתבודדות, נחת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט מיר געפרעגט ווי אזוי דו קענסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער; דער ענטפער איז - זאלסט יעדן טאג אוועק געבן אפאר מינוט התבודדות אויף דעם.


מאך זיך א קביעות צו בעטן יעדן טאג פינף מינוט נאר אויף ערליכע דורות. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער - זעקס זין און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדֵי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן, אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם. לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּךְ נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש, און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה זיין צו ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6587 - איין בעל קורא זאל ליינען די גאנצע פרשה
משמש דעם רבי'ן, הדרכות, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט משמש דעם רבי'ן, האסט גענומען אויף זיך צו העלפן אין שול מיט ריינקייט און מיט סדר און מיט אלעס. עס איז נישט קיין פשוט'ע זאך צו משמש זיין דעם רבי'ן, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד ובהשמטות): "אפילו גרויסע צדיקים וועלן גליסטן אין גן עדן צו די נשמה וואס האט מיך משמש געווען".


מאך נישט ביי אונז אין שול אפאר בעל קורא'ס וואס איינער ליינט ביז שני, א צווייטער ביז חמישי און א דריטער ענדיגט די פרשה; מאך נישט אינטערעסאנטע זאכן, נעם איין בעל קורא זאל ליינען די גאנצע פרשה, עס קען זיין אפילו א בחור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.