בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#520 - געלויבט דער אייבערשטער אז מיר האבן מוסדות פאר די קינדער
תודה והודאה, חינוך הילדים, מוסדות, היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די גרעסטע נס וואס מיר האבן איז, אז מיר האבן מוסדות פאר אונזערע קינדער וואס מען לערנט מיט זיי אויף די וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד אז אונזערע קינדער זיצן מיט מלמדים יראי שמים, וואס לעבן מיט'ן רבי'ן, מלמדים וואס גייען אין מקוה, מלמדים וואס זענען זיך מתבודד, מלמדים וואס לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מלמדים וואס געבן אכטונג אויף יעדן קינד.


אזוי אויך אין בית פיגא; לערערינס וואס האבן ליב יעדן קינד און לייגן אריין א ליבשאפט אין די קינדער צו גיין מיט די תורה וועג.


יארן צוריק איז דאס נישט געווען; ווען איך בין מקורב געווארן צו מוהרא"ש האבן מיר געוויסט אז דאס איז א זאך וואס גייט נישט איבער פאר די קינדער, דאס איז א סוד פאר אונז אליין, מען האט אונז קלאר געזאגט אז מען דארף געהערן צו די גרויסע קהילות צוליב די קינדער, און שטילערהייט קענען מיר נעמען חיזוק פון מוהרא"ש, און חסדי השם אז מיר האבן א פלאץ פאר אונזערע קינדער, זיי זאלן אויפוואקסן מיט'ן רבי'ן, אויפוואקסן מיט תמימות ופשיטות, אויפוואקסן מיט מעשיות פון תפילה; אז דאס זאל זיין זייער לעבן.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#519 - אז דו וועסט טון די מצוות פרייליך, וועלן דיינע קינדער עס ליב האבן
שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, חנוכה, נערווען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט דיר. געב זיך א בארעכן וואס גייט פאר מיט דיר, ווי גוט דער אייבערשטער איז צו דיר, מאך זיך א שנעלע חשבון, וויפיל ביסטו שולדיג דעם אייבערשטן אויף זיינע חסדים... וויפיל מיר וועלן דאנקען - וועלן מיר נישט קענען גענוג דאנקען פאר זיינע חסדים.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "יְמֵי חֲנֻכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", די חנוכה טעג איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסד וואס ער טוט מיט אונז, און ווי מער מען דאנקט אים, ווי מער מען לויבט אים - ווערט מען מער נענטער צו אים.


ווען דו צינדסט די מנורה - צינד מיט שמחה; מאך נישט קיין נערווען מיט קיין לחץ, אויף דעם זאלסטו זיך דאס מערסטע פארלייגן. געדענק, גארנישט מוז זיין, גארנישט דארף זיין, נאר אויף איין זאך זאלסטו זיך פארלייגן מיט אלע דיינע כוחות - אויף שמחה; זיך פרייען מיטן אייבערשטן און זיך פרייען מיט די תורה.


אודאי דארף מען מקפיד זיין אויף הלכה, צו צינדן אין צייט ביים זמן, אבער אז מען קומט אהיים און זאכן זענען נישט גרייט - טאר מען נישט ווערן בכעס, שלאגן און שרייען. אז דו וועסט מאכן די מצוות פרייליך - וועלן דיינע קינדער ליב האבן די מצוות, זיי וועלן בלייבן שטארק מיט די מצוות.


אזוי אויך די זמירות איז זייער א וויכטיגע זאך, אבער נאר אז דאס איז אן נערווען, מען טאר נישט ציפן די קינדער ווען זיי זינגען נישט מיט, מען קען נישט און מען טאר נישט מאכן פון די מצוות א צייט פון שלאגן און טערארעזירן, עס דארף זיין מיט א שמחה וד"ל.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#518 - אנצינדן די מנורה מיט א שמחה
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט צינדט מען די ערשטע ליכט, גרייט זיך אן צו זיין צייטליך אין שטוב ביים זמן; ווען די קינדער זענען נאך אויף און אויסגערוט.


די מנורה זאלסטו לייגן ביי א טיר אין שטוב אויף די לינקע זייט אנטקעגן די מזוזה, אדער ביים פענסטער צום גאס.


מיר פירן זיך אנצוטון בגדי שבת, און אז מען קען גיין אין מקוה - איז גאר גוט.


והעיקר זאלסטו צינדן די מנורה מיט א שמחה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה" ווען א מענטש טוט די מצוות מיט שמחה, "זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו" - איז א סימן אז זיין הארץ איז גאנץ מיט'ן אייבערשטן; עס ווייזט אז דער מענטש האט נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, ער האט ליב דעם אייבערשטן. דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף זיך פארלייגן, צו טון די מצוות מיט א שמחה, מיט א לעבעדיגקייט.


אינגעלייט פרעגן מיר: "ווען איז דא צייט פאר התבודדות ביי די ליכט? מען איז דאך פארנומען מיט די קנדער, יעדע רגע איז מען פארנומען מיט א צווייטן קינד, דער זאל נישט איבערדרייען און דער צווייטער זאל נישט מאכן קיין פייער, און בכלל, מען דארף דאך רעדן צו זיי וכו'"; שפעטער ווען די קינדער גייען שלאפן קען מען זיך אוועקזעצן ביי די ליכט און זיך גוט אויסבעטן, אויך קען מען אינמיטן זינגען און אינמיטן זיין פארנומען - זיך ארויסכאפן נאך א ווארט און נאך א ווארט.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#517 - נאר איין זאך דארף איך, אונזערע קינדער זאלן באקומען א גוטע חינוך
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש


צוויי זאכן. איינס, א טאטע קומט מיר זאגן אז זיין קינד וויל נישט גיין אין חדר, ווייל זיין מלמד שלאגט אים און ציפט אים, ער קומט אהיים מיט צייכענעס אויף די הענט. אויך זאגט ער אז נאך א טאטע האט אים דאס דערציילט; וויל איך דו זאלסט מברר זיין וואס דא גייט פאר, אויב איז דאס וואר - זאלסטו פארשיקן דעם מלמד, ער זאל גיין ארבעטן ביי די מיסט.


צווייטנס, איך בין נישט צופרידן פונעם סדר היום, צופיל צייט פון פארמיטאג גייט לאיבוד, די קינדער דארפן לערנען און דאווענען די ערשטע פיר שעה, פון 9:00 ביז 1:00 מיט איין קליינע הפסקה פון פופצן מינוט, פון 11:00 ביז 11:15.


נאך 1:00 דעמאלט איז דא א לענגערע הפסקה, ביז א שעה. און שפעטער קען מען ווייטער צעטיילן די טאג, אבער אינדערפרי איז א צייט וואס מען דארף לערנען און דאווענען.


איך זע ווי די מלמדים פראווען מיט די קינדער שיינע פת שחרית, דאס איז א זאך וואס דו דארפסט פאררעכטן.


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש, לאז אפ אלעס, לאז אלעס קראכן, איך דארף נישט קיין האט-ליין, איך דארף נישט קיין גליון, נישט קיין עצתו אמונה, גארנישט; איין זאך דארף איך, א חינוך; אונזערע קינדער זאלן באקומען אין זייערע יונגע יארן א גוטע חינוך; דאווענען מיט א חיות, לערנען מיט א געשמאק און זיי אנפילן מיט סיפורי צדיקים, סיפורי הפצה און סיפורי תפילה.


א מנהל איז נישט א טיטל, א מנהל איז אחראי אויף יעדן קינד אין תלמוד תורה; א מנהל דארף האבן שייכות מיט יעדן קינד, א מנהל דארף יעדן טאג באגריסן יעדן איינציגן קינד.


שטארק זיך און לאז מיך וויסן אויב דער מלמד שלאגט, אדער דער קינד דמיון'ט.

#516 - א אידישע שטוב איז נישט קיין אפיס
חינוך הילדים, שלום בית, קאמפיוטער, טעלעפאן, אידישע שטוב, אפיס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


זייער גוט אז איר ברענגט נישט מער אהיים די טעלעפאן אין שטוב; האלט אייך שטארק מיט דעם - וועט אייער מאן אויך זיין שטארק מיט דעם.


דער יצר הרע וועט קומען צו אייך מיט טויזנט פשעטלעך אז עס לוינט יא עס אריינברענגען אין שטוב; ערשטנס, וועט איר קענען שיקן פראגעס פאר'ן ראש ישיבה. צווייטנס, וועט איר קענען נוצן די טעלעפאן פאר דאס און פאר יענץ; דאך זאלט איר בלייבן שטארק מיט די קבלה נישט צו מאכן אן אפיס אין שטוב. א אידישע שטוב איז נישט קיין אפיס; אפיס איז איין זאך און א אידישע שטוב איז גאר עפעס העכערס פון דעם, א אידישע שטוב איז א בית המקדש מעט, א פלאץ וואו די קינדער וואקסן אויף ערליך און געזונט.


וואויל איז די עלטערן וואס פאלגן און האלטן די שטוב ריין פון אלע כלים.

#515 - צוגעוואוינען די קינדער צו מעביר סדרה זיין יעדן טאג
חינוך הילדים, מוסדות, סיפורי צדיקים, חדר, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אונז אין אמעריקע אין אונזער תלמוד תורה זענען דא מלמדים וואס געבן צייט יעדן טאג פאר די קינדער צו מעביר סדרה זיין; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי - און אזוי ווייטער. עס איז א גוטע זאך אז מען געוואוינט איין די קינדער זיי זאלן איבערגיין די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום לויט די טעג פון די וואך, אזוי וועלן זיי דאס טון זייער גאנץ לעבן.


א מלמד מוז דערציילן יעדן טאג מעשיות פון צדיקים פאר די קינדער, דאס ברענגט אריין אין די קינדער א שטארקע רייץ; זיי הויבן אן בענקען און גליסטן צו ווערן א צדיק.


רעד צו די קינדער פון צדיקים, דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים. דער רבי האט דערציילט אז ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער געהערט אסאך מעשיות פון צדיקים, דאס איז אים אריין אין הארץ און ער האט אנגעהויבן בענקען און וועלן זיין א צדיק; ווייל ווען א קינד הערט א סיפור פון א צדיק הויבט ער אן בענקען: 'איך וויל אויך זיין א צדיק'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#514 - לערנען ספר המדות מיט די קינדער
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות, פרנסה, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ספרי ברסלב, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש טברי'


דער מלמד האט מיר געשריבן אז ביים לערנען ספר המידות, האסטו געפרעגט וואס איז דער פשט וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות אכילה חלק ב, סימן יד): "אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה", עסן און טרינקען, "בָּא עַל יְדֵי חֹק וּמִשְׁפָּט", קומט דורך חק ומשפט.


ערשטנס וויל איך דיר זאגן, איך פריי זיך זייער אז דו לערנסט ספר המידות. דער הייליגער רבי האט געזאגט אז דער ספר המידות האט אים געמאכט פאר א איד; דעריבער האט מוהרא"ש איינגעפירט מען זאל לערנען מיט די קינדער - סיי מיט די אינגלעך און סיי אין סקול מיט די מיידלעך - ספר המידות, אזוי וועלן אלע קינדער אויסוואקסן גרויסע צדיקים. און ביי יעדע אות וואס מען לערנט זאל מען בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו קומען צו די גוטע זאך און אויסרייסן די שלעכטע זאכן.


פשט איז, דער אייבערשטער געבט דעם מענטש שפע; דער מענטש באקומט עסן און טרינקען בזכות וואס ער היט די הייליגע תורה און בזכות וואס ער גלייבט אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס ער טוט איז גערעכט. די הייליגע חכמים זאגן (שמות רבה כה, ז) אויפן פסוק (שמות טז, ד): "'הִנְנִי מַמְטִיר לָכֶם לֶחֶם מִן הַשָּׁמָיִם', אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" דער אייבערשטער זאגט אונז: "מִי גָּרַם לָכֶם לֶאֱכֹל מִן הַמָּן וְלִשְׁתּוֹת מֵהַבְּאֵר", אין וואס פאר א זכות האט איר זוכה געווען צו באקומען די מן און די באר? "מִפְּנֵי שֶׁקִּבַּלְתֶּם אֶת הַחֻקִּים וְאֶת הַמִּשְׁפָּטִים", ווייל איר האט מקבל געווען די הייליגע תורה; אז מען לערנט תורה - איז מען זוכה צו האבן שפע.


ניץ אויס דיינע קינדער יארן; גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין א צדיק. און ווען דער מלמד אין חדר דערציילט מעשיות פון צדיקים - זאלסטו גיין אין א ווינקעלע און וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל אויך זיין א צדיק, הייליגער באשעפער ווי אזוי ווערט מען א צדיק?" ביז דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#513 - וויפיל צייט גייט דיר אוועק א טאג פון קוקן נאר דאס און נאר יענץ?
חינוך הילדים, חנוכה, וויכוחים, סמארטפאון, טעלעפאן, לימוד התורה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס האסטו פון טענה'ען מיט דעם און מיט יענעם? א שאד די צייט; אין די צייט קענסטו אריינכאפן א פרק משניות, א בלאט גמרא, אפאר קאפיטלעך תהילים. א שאד צו טענה'ען, א שאד ויכוחים; יענער וועט נישט טוישן זיין מיינונג פאר דיר, איז פארוואס זאלסטו פארברענען דיינע טעג מיט קוקן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט?


וויפיל צייט גייט דיר אוועק א טאג פון קוקן נאר סטעטוס און נאר דאס און נאר יענץ? וויפיל צייט פארלירסטו אין א טאג, אין א וואך... דו ביסט שוין נישט קיין קינד, דו ביסט שוין דערוואקסן, לאז אפ די קינדערישע נארישע זאכן. נעם א זעקל ספרים, נעם עס מיט דיר, "חֲטוֹף וְאֱכוֹל", כאפ אריין נאך תורה, "חֲטוֹף וְאִישְׁתֵּי" כאפ אריין נאך תפילה, "דְּעָלְמָא דְּאָזְלִינָן מִינֵיהּ כְּהִלּוּלָא דָּמִי" (עירובין נד.), ווייל די וועלט איז אזוי ווי א חתונה, ווער עס כאפט אריין עסן און טרינקען ביי די חתונה - דער איז זאט, און ווער עס עסט נישט - דער בלייבט הונגעריג; אזוי איז די וועלט, וואס מען כאפט אריין - דאס האט מען; אז מען לערנט יעדן טאג חומש רש"י, משנה, גמרא, וכו' - דאס בלייבט, דאס נעמט מען מיט.


קומענדיגע וואך זונטאג נאכט איז שוין חנוכה; גרייט זיך אן א מנורה פאר דיר און פאר דיינע קינדער און מאך שוין פלענער מיט דיין ארבעט זיי זאלן דיר לאזן אהיים קומען צינדן די מנורה מיט דיינע קינדער. מען מוז זיין צייטליך אין שטוב, חנוכה איז א צייט וואס דער טאטע פלאנצט קדושה מיט אמונה אין זיינע קינדער. קליינע קינדער אז מען האלט זיי אויף שפעט - ווערן זיי מיד און זיי האלטן נישט מיט. אז מען איז צייטליך אין שטוב, זעקס אזייגער - דעמאלט קען מען האבן א שיינע צייט מיט די קינדער; זינגען, טאנצן און זיי דערציילן פון די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#512 - רעד צו די קינדער און צו די בחורים פון זיין הייליג
קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, מנוולים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זייער גוט, אזוי זאלסטו רעדן. רעד צו די קינדער און צו די בחורים פון זיין הייליג; פון נישט אנרירן דעם אות ברית קודש, און נישט קוקן אויפן אות הברית.


ליידער, אין אנדערע מקומות, רעדט מען נישט פון קדושה; מען רעדט צו קינדער און בחורים פון תאוות אכילה וכדומה, מען מאכט משוגע בחורים, מען רעדט מען זאל נישט עסן קיין אייזקרים; מען זאל חס ושלום נישט אנקומען צו עסן אייזקרים, תאוות עולם הזה. אנשטאט דעם דארף מען רעדן פון זיין ערליך און הייליג, נישט פוגם זיין בברית.


רעד צו קינדער פון זיך אכטונג געבן פון מניוולים, משחיתים, קראנקע מענטשן.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#511 - שבת איז א צייט וואס די עלטערן פארברענגען מיט די קינדער
קינדער, שמחה, חינוך הילדים, שבת קודש, משפחה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איינמאל איז רבי נתן איז געקומען צום רבי'ן און דער רבי האט אים געפרעגט: "ביסטו פרייליך שבת?" האט רבי נתן געזאגט: "צומאל בין איך פרום"; האט אים דער רבי געזאגט: "ניין, שבת דארף מען זיין נאר פרייליך".


דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", מען דארף זיין זייער פרייליך שבת, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און טייער, "וְהַכְּלָל, שֶׁצָּרִיךְ לִנְהֹג שִׂמְחָה גְּדוֹלָה בְּשַׁבָּת קֹדֶשׁ, וְלִבְלִי לְהַרְאוֹת שׁוּם עַצְבוּת וּדְאָגָה כְּלָל, רַק לְהִתְעַנֵּג עַל ה'", מען טאר נישט זיין טרויעריג שבת און נישט זיין פארזארגט שבת, נאר פרייליך.


שבת איז א צייט פון חינוך הילדים, שבת זאלסטו פארברענגען מיט דיינע קינדער. שמועס מיט זיי פון אמונה, שמועס מיט דיינע קינדער פון צדיקים. אויפ'ן וועג צום שול און אויפ'ן וועג אהיים - איז א גוטע צייט צו רעדן מיט די קינדער פון אמונה און פון צדיקים, אויך ביי די סעודה זאלסטו זיין פרייליך און זיי פרייליך מאכן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים לז:) שבת זאל מען נישט שיקן די קינדער צום מלמד לערנען נייע לימודים וואס די קינדער האבן נאכנישט געלערנט: "מִשּׁוּם דְּיִפְנוּ אֲבָהַתְהוֹן דְּיָנוּקֵי לְמִצְוָתָא דְּשַׁבְּתָא", ווי דער ר"ן איז מסביר: "שֶׁאֲבוֹת הַתִּינוֹקוֹת פּוֹנִין לְמִצְוַת שַׁבָּת, וּמִשְׁתַּעְשְׁעִין עִם הַתִּינוֹקוֹת, וְאִם יִקְרְאוּ הַתִּינוֹקוֹת לְכַתְּחִלָּה, יָחוּשׁוּ לְבִטּוּלָם", ווייל שבת איז א צייט וואס די עלטערן פארברענגען מיט די קינדער און האבן אן עונג שבת מיט די קינדער, און אז מען וועט לערנען נייע גמרות, נייע הלכות - וועט זיך עס פארציען, און די עלטערן וועלן נישט האבן קיין עונג שבת מיט די קינדער; זעט מען אז שבת איז א צייט וואס עלטערן פארברענגען מיט די קינדער.


א פרייליכן שבת.

#510 - איך בין אויך א מענטש און איך קען מאכן טעותים
חינוך הילדים, פירושים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה קרית ברסלב ליבערטי


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (נדרים ז:): "מר זוטרא חסידא", דער הייליגער מר זוטרא חסידא, "כי מחייב בר בי רב שמתא", ווען ער האט געדארפט לייגן אין חרם א תלמיד זיינער, "משמית נפשי' ברישא", האט ער זיך קודם אליינס אריינגעלייגט אין חרם, "והדר משמית בר בי רב", נאכדעם האט ער דעם תלמיד אריינגעלייגט אין חרם.


דא זעט מען ווי אזוי מען דארף מחנך זיין תלמידים. אין די זעלבע צייט וואס מען דארף אויסלערנען דרך ארץ, און אויב דער תלמיד פירט זיך נישט מיט דרך ארץ, אדער טוט נישט ווי די הלכה און מען דארף אים מחנך זיין און אויס'מוסר'ן - דארף דער מלמד און מחנך געדענקען: 'איך האב אויך חסרונות, איך בין אויך א מענטש און איך קען מאכן טעותים, קל וחומר קינדער וואס מען דארף זיי נאך לערנען ווי אזוי מען דארף זיך פירן', און אז דער מלמד און מחנך געדענקט: 'איך דארף אויך תשובה טון', נאר אזוי קען ער אויסלערנען תלמידים ווי אזוי זיך צו פירן. ווייל אויב מען פארגעסט פון זיך, מען האלט זיך פאר א מושלם - קען מען חס ושלום גאר שטארק פארשעמען די תלמידים, און נאר אז מען געדענקט 'איך בין אויך געווען א קינד, איך האב זיך אויך פארשפילט און פאר'חלומ'ט, איך האב אויך געטון נארישקייטן', נאר אזוי קען מען ריכטיג מחנך זיין; והבן למעשה.

#509 - אויסלערנען דרך ארץ פאר די קינדער
שכר לימוד, מקוה, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרך ארץ, שטעטל, פרנסה, בית המדרש, מוסר, ראש ישיבה, דאווענען, יראת שמים, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי אין מקוה און גיי אין שול, טו אן טלית ותפילין; דאס איז דיין פארמעגן, נאר דאס וועט דיר בלייבן, עפעס אנדערש איז נאר צייטווייליג. טו גארנישט איידער דו גייסט אין מקוה זיך טובל'ן, טו גארנישט איידער דו גייסט אין שול מיט טלית ותפילין. דאווען דוקא מיט מנין און מיט א סידור, שנייד נישט שטיקלעך פונעם דאווענען, זאג די ווערטער ווי א תם, פון אנהויב ביזן סוף.


שבת בין איך געווען אין קרית ברסלב, דארט איז א ריינע פלאץ, עס וואוינען דארט שוין איבער הונדערט משפחות; פשוט'ע מענטשן, פשוט'ע ארבעטארערס, אבער זיי פירן זיך ווי גרויסע צדיקים. יעדער איינער - מקטן ועד גדול - איז אנגעפילט מיט אמונה, יעדער האט שיחות פון רבי'ן, מען לעבט מיטן אייבערשטן, איך האב אזוי הנאה געהאט.


איך וואלט געבליבן דארט וואוינען, נאר לעת עתה איז די ישיבה אין שטאט, אין וויליאמסבורג - בין איך צוריקגעקומען; מיין ווייב תחי' וויל דארט בלייבן, מיינע קינדער וויינען יעדע מאל מען פארט אוועק אז זיי ווילן דארט בלייבן; איך בעט דעם אייבערשטן די ישיבה זאל שוין קענען אהין גיין.


א גאנץ שבת האבן מיר גערעדט נאר דיבורים פון רבי'ן. פרייטאג צו נאכטס האבן זיך צאמגעקליבן אנשי שלומינו, מיר האבן געשמוסט פון חינוך הבנים והבנות, אז דער עיקר איז אויסלערנען די קינדער דרך ארץ.


איך האב זיי דערציילט, א מלמד דערציילט מיר וואס ער האט געהאט די וואך. איינער פון די קינדער האבן זיך געשטעלט אין כיתה אונטער אים, אונטער זיין רוקן און געמאכט א פאקס מיט די האנט אויפ'ן נאז, אויפ'ן מלמד. דער מלמד האט זיך זייער דערשראקן צו האבן ביי זיך אין כיתה אזא קינד, ער ציטערט וואס גייט דא זיין מיט דעם קינד; וועט ער אויסוואקסן א איד אדער חס ושלום...


זאג איך דעם מלמד, דער קינד איז נישט די פראבלעם, די עלטערן זענען; זיי זענען נישט מחנך זייערע קינדער. איך בין זייער שטרענג מיט מיינע קינדער אויף די איינע נקודה, אויף דרך ארץ. איך זאג שטענדיג מיינע קינדער: "קענסט אויסוואקסן א פשוט'ער וואסער טרעגער, אבער דרך ארץ מוז זיין, אז דו וועסט נישט מיטהאלטן דאס לערנען - וועל איך דיר גארנישט טון, אבער אז איך וועל הערן פון דיינע מלמדים אז דו פירסט זיך נישט מיט דרך ארץ - וועל איך דיר באשטראפן".


מוהרא"ש האט מיר אויסגעלערנט נישט צו זאגן מוסר אין פנים, נאר זאגן מוסר מיט חכמה, רעדן מוסר וואס יענער דארף הערן. און אזוי ווי דער טאטע און מאמע האבן זיך געפונען ביי די שמועס האב איך אריינגעדריידט די שמועס אויף דעם ריכטונג.


דארט זענען געווען געסט וואס וואוינען נישט אין שטעטל, זיי האבן זיך זייער געוואונדערט. שפעטער קומט צו מיר איינער און פרעגט מיר: "די שמועס איז אמת? דער ראש ישיבה איז טאקע מסכים צו האבן קינדער וואסער טרעגערס?" זאג איך אים: "איך וויל האבן קינדער תלמידי חכמים, איך וויל דאס בעסטע פון זיי, אבער איך שטעל זיך נאר אויף די איינע זאך".


איך דערצייל אים: "יעדן טאג הער איך גרוסן, עלטערן שרייבן מיר סיומים פון זייערע קינדער. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, מיינע קינדער לערנען גארנישט, מיינע קינדער שפילן, מיינע קינדער זענען פארנומען מיט אלעס אויסער משניות און גמרא. איך טרייב זיי נישט צו לערנען, איך שטעל זיך אויף זייער יראת שמים און אויף זייער דרך ארץ. וועט ער נישט ענדיגן ש"ס, וועט ער נישט ענדיגן משניות - אבער א איד וועט ער זיין. איך שטעל זיך זיי זאלן זיך אנגרייטן נעגל וואסער, זיי זאלן ליינען קריאת שמע, זיי זאלן רעדן שיין צו עלטערע און בעיקר אין חדר, און אויף דעם געב איך פעטש".


דיר בעט איך זייער זאלסט רעדן צו דיינע קינדער פון דרך ארץ. יעדן טאג ווען די קינדער גייען אין חדר און אין סקול - זאלסטו זיי זאגן מיט אן ערנסטע פנים: "איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט פון די דרך ארץ'דיגע קינדער", רוף דיינע קינדער'ס מלמדים און פרעג זיי: "וואס מאכט מיין קינד?" און זאג אים: "זאג מיר דעם אמת, ער איז דרך ארץ'דיג?" און אז דיין קינד איז דרך ארץ'דיג - זאלסטו רעדן אין שטוב פון דעם, און מאכן אן עסק; אים אויסלויבן פאר אלע קינדער, און אז נישט - זאלסטו אים געבן א קנס, ווייל אן דרך ארץ איז גארנישט דא.


אויך זאלסטו וויסן אז נאר דער וואס צאלט שכר לימוד - דער וועט זען נחת ביי זיינע קינדער, און דער וואס לאכט זיך אויס פון צאלן שכר לימוד - דער וועט קיין נחת נישט זען ביי די קינדער. עס הערט זיך שרעקעדיג; נישט איך זאג דאס, מוהרא"ש זאגט דאס; מוהרא"ש שרייבט דאס בשם פריערדיגע צדיקים. עס איז א פשוט'ע שכל, ווייל אז חינוך הבנים איז א חוזק, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג פון די מוסד, מען לאכט פון די מוסד, עס אינטערעסירט נישט די קינדער - איז נישטא קיין הצלחה.


היינט נאכט וועט זיין א פרויען צאמקום, זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען. בלייב אין שטוב, בלייב דו מיט די קינדער דאס ביסל צייט אז זי זאל זיך קענען אביסל אנפילן מיט פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#508 - רעד צום קינד פון די הייליגקייט פון פיאות
קינדער, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, סבלנות, סיפורי צדיקים, בארד און פאות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין זון נרו יאיר וכו'; ווערט נישט פארלוירן, עס מאכט זיך ביי קינדער אז זיי שפילן זיך מיט א שערל און שניידן אראפ אביסל פיאות, און אז דער מלמד האט אים שוין געגעבן אפאר פעטשלעך - זאלסטו נוצן די געווער, די מויל; רעד צו אים פון די הייליגקייט פון פיאות, ווי דער אייבערשטער האט ליב די פיאות, און אויב מען שניידט די פיאות - שניידט מען אפ די שכל.


חינוך הילדים איז א שווערע ארבעט, אבער עס לוינט זיך; מיט אסאך סבלנות און תפילה - איז מען זוכה צו שניידן שיינע פירות.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות. אויך זאלסטו לאזן אפאר טרערן פאר די קינדער; זיי זאלן זיין ערליך, זיי זאלן אויסוואקסן צדיקים.


מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלעכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#507 - זינגען מיט די קינדער די "אני מאמין" מיט טייטש
חינוך הילדים, מוסדות, מחלוקת, אידיש, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טבריה


איך האב זייער הנאה צו באקומען פון דיר יעדן טאג א באריכט.


שטארק זיך, ווער נישט צעפאלן פון קיין שום זאך. מוהרא"ש פלעגט מיר זאגן: "אז מען קריגט אויף דיר ווייס איך אז דו ביסט גוט, וואלט מען נישט געקריגט אויף דיר - וואלט איך חושש געווען אז עפעס איז נישט גוט מיט דיר".


דו גיי אן מיט א שטארקייט, לייג אריין אין די קינדער אמונה. דער מנהל האט מיר געשיקט א רעקארדירונג ווי דו זינגסט מיט די קינדער די "אני מאמין" מיט טייטש; דו זאגסט פאָר די לשון הקודש אין די קינדער ענטפערן אין אידיש, איך האב זיך זייער מחי' געווען; הלואי זאלן אלע מלמדים דאס טון.


איך שיק דיר די אני מאמין'ס מיט טייטש, איך האב עס געטייטשט לויט ווי די אידישע שפראך גייט אין אמעריקע; אז ביי ענק גייט אנדערש די שפראך - זאלסטו דאס זינגען מיט זיי לויט ווי מען רעדט ביי ענק.


איך פריי זיך אז דער קינד ... הויבט אן בעסער רעדן אידיש. איך בעט דיר זייער, האב סבלנות - וועסטו זען שיינע זאכן.


דא האסטו די אני מאמין:


1) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, הוּא בּוֹרֵא ער באשאפט, וּמַנְהִיג און פירט, לְכָל הַבְּרוּאִים אלע באשעפענישן. וְהוּא לְבַדּוֹ און ער אליין, עָשָֹה האט געטון, וְעוֹשֶֹה און טוט אלעס אויף דער וועלט, וְיַעֲשֶֹה און וועט ווייטער אלעס טון, לְכָל הַמַּעֲשִֹים אלעס וואס פאסירט.


2) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, הוּא יָחִיד ער איז איינער, וְאֵין יְחִידוּת און עס איז נישטא נאך א זאך וואס זאל זיין איינס, כָּמוֹהוּ, בְּשׁוּם פָּנִים אזוי ווי דער אייבערשטער וואס איז איינס. וְהוּא לְבַדּוֹ און ער אליינס, אֱלֹהֵינוּ איז אונזער באשעפער, הָיָה ער איז אייביג געווען, הֹוֶה ער איז שטענדיג דא, וְיִהְיֶה און וועט אייביג זיין.


3) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, אֵינוֹ גוּף איז נישט קיין קערפער, וְלֹא יַשִֹּיגוּהוּ מַשִֹּיגֵי הַגּוּף און ער האט נישט קיין שום זאך וואס האט צו טון מיט א קערפער, וְאֵין לוֹ שׁוּם דִּמְיוֹן כְּלָל און מען קען אים נישט צוגלייכן צו קיין שום זאך.


4) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, הוּא רִאשׁוֹן ער איז דער ערשטער, וְהוּא אַחֲרוֹן און ער וועט זיין דער לעצטער.


5) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, לוֹ לְבַדּוֹ נאר צו אים אליין, רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל דארף מען בעטן, וְאֵין רָאוּי און עס איז נישט ווערד, לְהִתְפַּלֵּל צו בעטן, לְזוּלָתוֹ פון קיינעם אנדערש.


6) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁכָּל דִּבְרֵי נְבִיאִים אֱמֶת אז אלע ווערטער פון די נביאים זענען אמת'דיג.


7) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁנְּבוּאַת מֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם אז די נבואה פון משה רבינו, הָיְתָה אֲמִתִּית איז אמת'דיג, וְשֶׁהוּא הָיָה אָב לַנְּבִיאִים און אז משה רבינו איז געווען די טאטע פון אלע נביאים, לַקּוֹדְמִים לְפָנָיו די וועלכע זענען געווען פאר אים, וְלַבָּאִים אַחֲרָיו און פאר אלע וואס זענען געקומען נאך אים.


8) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁכָּל הַתּוֹרָה אז די גאנצע תורה, הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ וואס מיר האבן היינט, הִיא הַנְּתוּנָה האט דער אייבערשטער געגעבן, לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם פאר משה רבינו.


9) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁזֹּאת הַתּוֹרָה אז די תורה וואס מיר האבן, לֹא תְהֵא מֻחְלֶפֶת וועט נישט פארטוישט ווערן, וְלֹא תְהֵא און עס וועט נישט זיין, תוֹרָה אַחֶרֶת קיין אנדערע תורה, מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ פונעם אייבערשטן.


10) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵֹה בְנֵי אָדָם ווייסט אלעס וואס מיר טוען און וואס אנדערע טוען, וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם און אלעס וואס מיר טראכטן און וואס אנדערע טראכטן, שֶׁנֶּאֱמַר אזוי ווי עס שטייט (תהלים לג, טו): 'הַיֹּצֵר יַחַד לִבָּם' דער אייבערשטער האט באשאפן אלע הערצער, 'הַמֵּבִין אֶל כָּל מַעֲשֵֹיהֶם' און ער ווייסט אלעס וואס מען טוט.


11) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, גּוֹמֵל טוֹב באצאלט שכר, לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו פאר די וואס טוען די מצוות, וּמַעֲנִישׁ און ער באשטראפט, לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו די וואס פאלגן נישט זיינע מצוות.


12) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, בְּבִיאַת הַמָּשִׁיחַ אז משיח וועט קומען, וְאַף עַל פִּי שֶׁיִּתְמַהְמֵהַּ און אפילו עס נעמט שוין אזא לאנגע צייט, עִם כָּל זֶה אֲחַכֶּה לּוֹ בְּכָל יוֹם מיט דעם ווארט איך יעדן טאג, שֶׁיָּבוֹא אז ער זאל קומען.


13) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁתִּהְיֶה תְּחִיַּת הַמֵּתִים עס וועט זיין תחית המתים, בְּעֵת שֶׁיַעֲלֶה רָצוֹן מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ ווען דער אייבערשטער וועט דאס טון, וְיִתְעַלֶּה זִכְרוֹ לָעַד וּלְנֵצַח נְצָחִים און עס וועט דערהויבן ווערן זיין נאמען פאר אייביג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#506 - ווי אזוי די מוסדות האבן זיך אנגעהויבן
חינוך הילדים, אמונה, מוסדות, ראש ישיבה, ארץ ישראל, בילדער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדותינו בארץ ישראל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פארן מיר שיקן די רעקארדירונג ווי דער מלמד פלאנצט איין אמונה אין די טברי' חדר. איך בין זייער איבערגענומען פון די רעקארדירונג, איך בין זייער פרייליך פאר די קינדער אז זיי האבן א מלמד וואס פרעגלט אריין אין זיי אמונה.


א גרויסן יישר כח פארן מיר שטיין צו מיין רעכטע האנט און פארן באצאלן די מלמדים אין צייט, און א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזערע קינדער.


איך האב אנגעהויבן די מוסדות היכל הקודש אין אמעריקע פאר דרייצן יאר צוריק, אסרו חג פסח האבן מיר געעפנט די חדר אין וויליאמסבורג מיט גרויסע בזיונות, איך מיין צו זאגן בזיונות פון תלמידי היכל הקודש; אלע האבן געלאכט פון מיר, נישט געלאכט שטילערהייט - נאר אויפן קול, איך קען דיר נישט מסביר זיין וואס פאר א חוזק מיר זענען געווען; עפענען א חדר מיט אפאר קינדער...


ווען מען איז געקומען פרעגן מוהרא"ש אויב מען זאל אריינשיקן די קינדער, האט מוהרא"ש ברוב חכמתו געענטפערט ווי אזוי מען האט געוואלט הערן; פאר איין משפחה האט ער געזאגט: "אוודאי זאלט איר אריינשיקן די קינדער", און פאר א צווייטן האט מוהרא"ש געזאגט מיט א לשון ווי מען וואונדערט זיך: "וואס? עס איז בכלל א חדר?"


היינט ווען איך קוק צוריק לויב איך און איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיינע קינדער זענען אויפגעוואקסן אין א חדר וואו מען רעדט פון אמונה, תפילה, קדושה וכו' וכו'.


בלייב שטארק, האב נישט מורא פון קיינעם.


זע צו כאפן כסדר בילדער, ווייל נאך אביסל וועסטו פארגעסן ווי אזוי עס האט אויסגעזען די אנהויב. עס וועט זיין מוסדות אין גאנצן לאנד, וועסטו קענען דערציילן און ווייזן ווי אזוי מען האט אנגעהויבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#505 - אז די עלטערן זענען פרייליך, איז גוט פאר די קינדער
קינדער, שמחה, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עלטערן כאפן נישט און לייגן נישט צו קאפ אז ווי אזוי זיי פירן זיך - אזוי גייען די קינדער זיך פירן; אז די עלטערן זענען פרייליך - דעמאלט איז גוט פאר די קינדער, און אז די עלטערן וויינען און רעדן זיך שטענדיג אפ - וועלן די קינדער אויך זיין אזוי. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה פ, א): "כְּאִמָּה בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך - אזוי פירן זיך די טעכטער; אז די מאמע איז א פרייליכע - וועלן די קינדער אויך זיין פרייליכע.


דאס איז נוגע אויף אייער פראגע וכו'; פון איין זייט איז טאקע זייער וויכטיג די מוסדות וואס איר האט פאר אייערע קינדער דא, אבער אויב איר זענט נישט פרייליך דא - איז שוין ענדערש יא צוריקגיין וכו'. ווייל דאס וויכטיגסטע זאך פאר קינדער איז א פרייליכע מאמע; אז די מאמע איז פרייליך און צופרידן - איז גוט פאר די קינדער, און אז נישט - איז נישט גוט.


אויב קענט איר באווייזן צו זיין פרייליך דא - איז גוט, און אז איר זענט נישט פרייליך - איז ענדערש איר זאלט צוריקגיין און דארט אויפבויען א שיינע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#504 - ווי מער מען בעט, אלץ מער נחת זעט מען
קינדער, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, שטעטל, נחת, מורה דרך, הלכה, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אייער זון נרו יאיר, ער איז זייער וואויל און זייער טייער, ער פירט זיך מיט יראת שמים, ער לערנט פלייסיג, איך בין אים זייער מקרב.


בנוגע וכו'; אויב מאכט זיך אסאך שאלות וכו' - מאכט מען נאר די ערשטע און די לעצטע טאג.


בנוגע וכו'; וואו מען וואוינט איז גוט, עס איז גוט אין שטאט, עס איז גוט אין שטעטל; דער עיקר דארף מען קוקן וואו קענען די קינדער באקומען א גוטע חינוך, און וואו קען דער מאן האבן גוטע חברים, אן ערליכער רב, אן ערליכער דיין; נאר אויף דעם דארף מען קוקן.


עלטערן דארפן בעטן און בעטן אן אויפהער פאר אלע קינדער און קומענדיגע דורות, זיי זאלן זיין ערליך; ווי מער מען בעט - אלץ מער נחת זעט מען.

#503 - רייכערן פאר א פרוי איז א שרעקליכע פריצות
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, שערן די האר, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס ... פרעגט, אויב מען מעג רייכערן אן עלעקטעראנישע ציגארעטל וכו'; זאגט איר זי זאל קיינמאל נישט רייכערן. רייכערן פאר א פרוי איז א שרעקליכע פריצות, נישט קיין חילוק עלעקטעראנישע אדער נישט עלעקטעראנישע; מוהרא"ש שרייבט אן א שיעור מאל אז רייכערן פאר פרויען איז זייער א גרויסע פריצות.


לייגט אריין אין די תלמידות דאס שיינקייט פון זיין איידל; זיי זאלן וועלן זיין איידל, זיי זאלן זיך עקלען פון די וועג פון אומות העולם. איך האב א תלמיד וואס וויינט צו מיר אז זיין ווייב וויל זיך מאכן נאך לעכער אין די אויער, נאכמאכן די אומות העולם, ער ווייסט נישט וואס צו טון. דעריבער בעט איך אייך איר זאלט אריינלייגן אין די בית פיגא קינדער דאס ליב האבן צניעות.


וואס זאל איך אייך זאגן, איך ווער שוואך פון די סארט שאלות; איך וויל די תלמידות זאלן זיין איידל און הייליג. מוהרא"ש דערציילט, ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען פסח אין איסטאנבול, האט ער געזען דארט אינגעלייט מיט זייער הייליגע נשמות, זיי האבן געהאט הייליגע נשמות אזוי גרויס ווי די הייליגע תנאים. האט דער בעל שם טוב געזאגט, זיי האבן זוכה געווען צו דעם צוליב די צניעות פון זייערע מאמעס, די פרויען דארט זענען געווען זייער איידל; זעט מען צו וואס מען איז זוכה ווען מען פירט זיך איידל.


אויך זאל מען רעדן צו די קינדער פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה; נאר אז מען וועט דאס אריינלייגן פון קינדווייז אן - וועלן זיי דאס טון מיט שמחה, אז נישט - וועלן זיי דאס טון געצווינגענערהייט, און נאכדעם פאלט מען אראפ פון דעם, מען לאזט זיך צוריקוואקסן די האר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#502 - ס'איז נישט גוט פאר קינדער צו הערן אין שטוב אנדערש ווי אין מוסד
חינוך הילדים, מוסדות, וויכוחים, היכל הקודש, מוהרא"ש, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט אלע דיינע טענות אויף מיר און אויף אונזער חינוך.


די בעסטע זאך וואלט געווען דו זאלסט ארויסנעמען דיינע קינדער פון אונזערע מוסדות, ווייל עס איז נישט גוט און נישט געזונט פאר די חינוך פון דיינע קינדער צו הערן אין שטוב אנדערש ווי זיי הערן אין חדר און אין סקול.


בנוסף לזה געב איבער אין שטוב אז עס איז נישט גוט וואס מען טוט מיטן ארום רופן משפחות און רעדן אויף מיר. די ריכטיגע זאך איז, אויב מען האט הנאה פון א פלאץ - דעמאלט איז דאך גוט, און אויב מען האט נישט הנאה, מען האלט אנדערש - דארף מען זיך זוכן אן אנדערע פלאץ.


איך קען דיר דערציילן וואס איך האב מיטגעהאלטן יארן צוריק. עס זענען געקומען משפחות מיט טענות צו מהרא"ש אויף מיר, מוהרא"ש האט זיי גע'עצה'ט זיי זאלן ארויסנעמען די קינדער און אזוי האבן זיי געטון. נאכדעם זענען געווען וואס האבן געהעצט, דאס האט זיך זייער נישט גוט אויסגעלאזט.


בעט איך דיר זייער, געב איבער אין שטוב מען זאל דאס נישט טון. איך באקום בריוו פון משפחות וואס שרייבן אז פון דיר אין שטוב רופט מען און מען רעדט שעות אויף שעות קעגן די חינוך ביי אונז; שוואכע מענטשן ווערן צעמישט און דאס מאכט נאכדעם נאר חרבונות.


איך בין נישט ברוגז אז מען שיקט די קינדער צו מיר און זיכער נישט אויב מען שיקט נישט די קינדער צו מיר, אונזער חינוך איז אנדערש, נישט אלע גלייכן דאס; מיר רעדן זייער אסאך מיט די קינדער פון אמונה, מער ווי מען רעדט אין אנדערע פלעצער. מיר רעדן צו די קינדער זייער אסאך פון תפילה, אויך גרייטן מיר אן די קינדער זיך אכטונג צו געבן פון קראנקע מענטשן, און מיר רעדן מיט די קינדער פון אמונת חכמים; מען קען נאר זיין א איד אויב מען גלייבט און מען פאלגט וואס צדיקים זאגן. אויך רעדן מיר וואס דער לעבן איז, נישט נאכלויפן פרענדס און נישט זוכן אויסצוגעבן געלט פאר נארישע זאכן וכו' וכו'.


איך דארף מקצר זיין.

#501 - לוינט זיך צו גיין אויף וואקאציע?
שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, שלום בית, וואקאציע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס וויל איך דיר בעטן דו זאלסט זיך זייער שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מלמד פאר תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, פארגעס נישט אז די וועלט שטייט אויף דיר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אין העולם מתקיים אלא בשביל הבל תינוקות של בית רבן", די וועלט שטייט נאר אויף די תורה פון קינדער, "אמר ליה רב פפא לאביי, דידי ודידך מאי", האט רב פפא געפרעגט אביי, וואס איז מיט אונזער תורה? די וועלט שטייט דען נאר אויף קינדער'ס תורה? "אמר ליה", זאגט אביי: "אינו דומה הבל שיש בו חטא להבל שאין בו חטא", עס איז נישט קיין פארגלייך תורה פון קינדער וואס ווייסן נאכנישט פון עבירות, וואס זענען נאך זייער ריין.


איך בעט דיר זייער, פארגעס נישט די הייליגע ארבעט וואס דו פארמאגסט, דו ביסט עוסק אין די העכסטע זאך אין דער וועלט. גיי אין חדר מיט א שמחה, גיי אין חדר מיט א טענצל; טאנץ זיך אונטער אויף די גרויסע זכות וואס דו האסט.


יעצט בנוגע וכו'; עס ווענדט זיך ווי שטארק דיין ווייב וויל עס, אויב זי וויל זייער שטארק גיין וואקאציע - איז כדאי צו גיין, און גיין מיינט מיט די גאנצע געשמאק, אן זאגן קיין איין ווארט, אן קרעכצן; ווייל אז דו וועסט גיין מיט איר וואקאציע און א גאנצן צייט וועסטו זינגען די ניגון: "וואס פעלט עס אויס?" - איז שוין ענדערש צו בלייבן אין שטוב.


א איד איז געקומען פרעגן דעם רבי'ן אויב ער זאל פארן צו עפעס א פלאץ, האט אים דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן פה): "כְּשֶׁרוֹאֶה אָדָם נְסִיעָה לְפָנָיו", ווען עס מאכט זיך א נסיעה, "אֵין לוֹ לְהִתְעַקֵּשׁ לִמְנֹעַ מִזֶּה, לֵישֵׁב בְּבֵיתוֹ דַּוְקָא", זאל מען זיך נישט עקשנ'ען צו בלייבן דווקא אין שטוב, "כִּי בְּכָל מָקוֹם שֶׁאָדָם נוֹסֵעַ לְשָׁם הוּא מְתַקֵּן שָׁם אֵיזֶה דָּבָר", ווייל וואו מען גייט און וואו מען פארט - איז דער מענטש מתקן גרויסע זאכן, "אֲפִלּוּ אִישׁ פָּשׁוּט לְגַמְרֵי", אפילו פשוט'ע מענטשן; אנשי שלומינו פלעגן אלץ נעמען דעם דיבור פון רבי'ן. ווען זיי האבן געהאט א שאלה, יא פארן אדער נישט פארן - פלעגט מען נעמען די ווארט פון רבי'ן: "אז עס מאכט זיך א נסיעה פארט מען".


א ברסלב'ער חסיד, וואו דו זאלסט אים לייגן, וואו ער זאל נאר זיין - איז ער מסודר און האט וואס צו טון; אין שטוב, ביי וואקאציע, ווען מען פארט צו א שמחה - האט ער זיין חומש, זיין משניות, זיין גמרא און דינט דעם אייבערשטן דארט וואו ער איז. אזוי ווי עס שטייט ביי שמואל הנביא (שמואל א' ז, יז): "כִּי שָׁם בֵּיתוֹ", זאגן די הייליגע חכמים (ברכות י:): "בכל מקום שהלך שם, ביתו עמו", וואו ער איז געגאנגען - האט ער געהאט מיט זיך זיינע שיעורים, זיין עבודות השם; ווייל ווען מען לערנט אויפ'ן דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) - וואו מען איז - קען מען לערנען, אנדערש איז ווען מען האט א חברותא, מען האט א מסגרת וכו' און מען פארט אוועק - איז נישט שם ביתו.


לאז זיך פירן פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#500 - א פראגראם פאר קינדער, דארף געטון ווערן ריכטיג
קינדער, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז מען האט געטראפן א פלאץ פאר א שול.


בנוגע די פראגראם וואס דו ווילסט מאכן; געב אכטונג ווי אזוי דו מאכסט דאס, ווייל ווען מען מאכט א פראגראם מיט קינדער - דארף מען זייער אכטונג געבן עס זאל זיין ריכטיג, ווייל אויב איז דאס נישט ריכטיג - איז שוין ענדערש נישט צו מאכן דעם פראגראם.


געב די פראגעס פאר מלמדים, זיי זאלן דאס דורכקוקן איידער דו מאכסט אזא פראגראם; נאר אז דאס וועט זיין ריכטיג - וועל איך דאס לאזן ביי אונז אין תלמוד תורה.


אסאך שאלות זענען צו דער זאך און אפאר שאלות זענען נישט עפעס אזוי, צום ביישפיל, איינע פון די פראגעס פרעגסטו דעם קינד: "וויפיל שעה האסטו אויסגעהערט די האטליין?" און פאר יעדע האלבע שעה באקומט ער א פוינט; איך מיין אז די פראגע איז נישט ריכטיג, ווייל די ציל איז דאך נישט אז אונזערע קינדער זאלן זיצן מיט'ן טעלעפאן שעות. אזוי אויך די פראגע, אויב די קינדער האבן דורכגעלערנט די בלעטל בעיון רב - איז נישט ריכטיג, ענדערש פרעג די קינדער: "האסט געהיטן דיינע אויגן?" פרעג אים: "האסט זיך געפירט מיט דרך ארץ אין כתה?"


איך וויל דיר נישט מאכן חלישת הדעת, אבער ווען עס קומט צו מאכן א פראגראם פאר קינדער - וועל איך דאס נאר לאזן אויב דאס איז אויסגעהאלטן; עס דארף זיין מיט שכל מיט א 'ש', נישט סכל מיט א 'ס'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#499 - הלוואי וואלט איך געקענט זיין א מלמד
חינוך הילדים, מלמדים, סגולות, שטעטל, סיום, אידיש געלט, נסיונות, לימוד התורה, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, ספרים, בר מצוה, וואך נאכט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל צו א בר מצוה ביי א חשוב'ע משפחה ביי אונז אין די קהילה. דער בר מצוה בחור האט מסיים געווען ביי די בר מצוה מסכת שבת, דאס איז געווען במקום זיין פשעטל.


ביי די בר מצוה האב איך געזאגט אז עס איז מיר נישט גרינג ארומצופארן צו שמחות, דאך בין איך ארויסגעקומען צו די בר מצוה, היות די עלטערן האבן געמאכט די סעודת בר מצוה אויף א פשוט'ע איידעלע אופן ביי זיי אין שטוב, און איך האף אז אנשי שלומינו וועלן זיין קלוג און דאס נאכמאכן, נישט אויסצוגעבן אומזיסטע געלט און זיך מאכן חובות פאר די פאר שעה, צו פראווענען א שמחה אין א זאל וכו' וכו'.


אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אבות און די אמהות. מיר זעען אין די וואכעדיגע סדרה, אויפ'ן פסוק (בראשית כג, א): "שְׁנֵי חַיֵּי שָׂרָה", זאגט רש"י: "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה", ווי צדיקים טייטשן: עס איז איר שטענדיג גוט געווען; די אבות און די אמהות האבן געהאט אזא קלארע לויטערע אמונה, זיי האבן געוויסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף זיי - איז פאר זייער טובה.


ווייטער זאגט רש"י הקדוש (שם, ב): "נִסְמְכָה מִּיתַת שָׂרָה לַעֲקֵדַת יִצְחָק, לְפִי שֶׁעַל יְדֵי בְּשׂוֹרַת הָעֲקֵדָה שֶׁנִּזְדַּמֵּן בְּנָהּ לַשְּׁחִיטָה וְכִמְעַט שֶׁלֹּא נִשְׁחָט, פָּרְחָה נִשְׁמָתָהּ מִמֶּנָּהּ וָמֵתָה", שטייט פון ספרים, וואס איז די כִּמְעַט 'שֶׁלֹּא' נִשְׁחָט, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין כִּמְעַט 'שֶׁנִשְׁחָט', אויבנאויף איז דאך דאס געווען די סיבה פון איר מיתה, אז זי האט געהערט כִּמְעַט 'שֶׁנִשְׁחָט'?! זאגן זיי א פארקערטע בחינה, אז שרה אמנו האט געוויסט אז אברהם אבינו איז געגאנגען טון די ווילן פונעם אייבערשטן, און ווען זי האט געהערט אז 'שֶׁלֹּא' נִשְׁחָט - פון דעם האט זי זיך דערשראקן, זי האט נישט געוואלט גלייבן אז איר מאן אברהם אבינו און איר זון יצחק האבן זיך נישט געקענט שטארקן אויפ'ן שטן און טון די ווילן פונעם אייבערשטן; ווי קען זיין, נאך אזויפיל נסיונות, און ער איז אלעס בייגעשטאנען - האט ער יעצט נישט געטון די ווילן פונעם אייבערשטן, פון דעם איז געווען מיתת שרה. אבער באמת האט אברהם אבינו יא געטון רצון ה', ווייל דער אייבערשטער האט אים נישט געהייסן שחט'ן יצחק, נאר געזאגט (שם כב, ב): "וְהַעֲלֵהוּ שָׁם לְעֹלָה".


דער בר מצוה בחור איז געזיצן מיט א ליכטיגע פנים; אזוי פרייליך. דאס איז די חינוך פון אונזערע מוסדות, ווי די מלמדים און לערערינס לייגן אריין אין די קינדער זיי זאלן זיין גרייט פאר די לעבן, זיי גרייטן אן די קינדער וואס איז א בר מצוה; נישט א זאל, נישט א שפילער, נישט א פארטי פלענער, נישט בלומען וכו' וכו', נאר אז מען גייט זוכה זיין צו לייגן תפילין, מען גייט אריין לעול התורה והמצוות. און אזוי אויך ביי די מיידלעך, די לערערינס לייגן אריין אין די מיידלעך וואס איז חתונה האבן; נישט א זאל, נישט בלומען, נישט א טייערע כלה קלייד, נישט טייערע צירונגען וכו' וכו' וכו', נאר לעבן א שיינע זיסע לעבן, אזוי ווי דער אייבערשטער הייסט.


נאך די בר מצוה בין איך צוגעגאנגען צום נייעם ספרים געשעפט, דער בעל הספרים סטאר האט מיך מכבד געווען צו קלאפן מזוזה. עס איז מיר זייער געפאָלן דעם געשעפט, ער האט דארט אן אויסוואל פון ספרים פאר אנשי שלומינו וואס ווילן לערנען און מסיים זיין כל התורה כולה. אנגעפאנגען פון חומש - שיינע חמשים, נ"ך - הערליכע סעטס נ"ך, משניות - הערליכע סעטס משניות, תלמוד בבלי - הערליכע שיינע גמרות מיט גרויסע געפינטלטע אותיות, און אזוי אויך תלמוד ירושלמי. הערליכע סעטס רמב"ם. טור, שלחן ערוך. הערליכע סעטס מדרשים, אלע סארטן מדרשים; איך האב זיך געקויפט א סעט מדרש, איינע פון די מדרשים וואס האט מיר געפעלט. הערליכע זוהר, הערליכע תיקונים, אלע דעם רבינ'ס ספרים.


אויך האט ער אריינגעברענגט טעוועלעך שמירה ליולדת, וואס אגב, איך האב אים דאס געבעטן אריינצוברענגען, ווייל איך האב געזען אז אנשי שלומינו ווייסן בכלל נישט פון דעם, אז מען פירט זיך אויפצוהענגען אינעם שטוב פון די יולדות, אויף אלע פיר ווענט - די טעוועלעך פון די שמירה.


איך בין אריין צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פאר די וואך נאכט פון מיין זון יצחק דוד נרו יאיר, איך האב געפרעגט מוהרא"ש וואס איך דארף טון, צי איך דארף אויף זיין און לערנען א גאנצע נאכט, האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "דארפסט נישט אויף זיין א גאנצע נאכט, איין זאך יא, הענג אויף די טעוועלעך אויף אלע פיר ווענט".


פון דארט בין איך געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי א חשוב'ע משפחה, משפחת זוסמאן - וואס האבן זיך יעצט אריינגעצויגן אין איינע פון די נייע דירות אויף טווין ברידזש.


איך האב איבערגענעכטיגט ביי מיר אין שטוב. היינט פארטאגס האב איך געהאט גרויס נחת זייענדיג אין בית המדרש אין שטעטל, זען אברכים זיצן אין לערנען, מען איז זיך קובע עיתים לתורה.


איין פראבלעם האב איך יעדעס מאל וואס איך קום אין שטעטל, עפעס וואס שטערט מיר זייער שטארק; פארוואס איך וואוין נאכנישט דא. ווען איך קום אין שטעטל זאג איך פאר מיין ווייב: "פארוואס קען איך נישט דא וואוינען, פארוואס דארף איך זיין אין שטאט?"


איך האב זיך זייער געפריידט צו קענען טרעפן אונזער דיין שליט"א, ער האט מיר איבערגעגבן זייער שיינע גרוסן סיי פון די כולל אינגעלייט און סיי פון אלע משפחות וואס פרעגן שאלות, איך האב מיט אים גערעדט זייער וויכטיגע זאכן וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אנגרייטן א פלאץ, אז די ישיבה הקדושה זאל זיך קענען ארויסציען, אזוי וועל איך קענען קומען און זיין אין די שיינע ליכטיגע שטעטל.


איך האב געטראפן הרב רבי יצחק שליט"א, און איך פריי זיך זייער צו קענען ארייננעמען אין מיין שטוב אזא גאסט, ווי עס זעט אויס וועט הרב רבי יצחק שליט"א איינשטיין ביי מיר אין שטוב דעם שבת הבא עלינו לטובה. די תפילות, די באטע און די שלש סעודות וועלן געפראוועט ווערן אין האשקי שול, דאס וועט זיין א גרויסע חיזוק פאר אלע משפחות פון אנשי שלומינו.


יעדער מענטש האט עפעס א שפילצייג וואס מיט דעם שפילט ער זיך, אזוי אויך האט יעדער מענטש עפעס א זאך וואס דאס איז ביי אים זייער באליבט, א זאך וואס מען דרוקט זיך אויס: "דאס איז מיין בעבי"; מיין זאך איז "אונזערע קינדער".


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א באס דרייווער, ארומפארן אינדערפרי און אויפנעמען די ליכטיגע קינדערלעך, זיי באגרוסן מיט "א גוט מארגן", זיי אויפנעמען מיט א ריזיגע שמייכל.


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א באס רבי און אפווארטן די טייערע קינדערלעך, אראפגיין פון באס און זיי אויפנעמען מיט א הויכע געשריי מיט'ן קינד'ס נאמען: "א גוט מארגן", מיט א זאפטיגע שמייכל.


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א מלמד, זיצן מיט די קינדער, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, און אריינלייגן אין זיי לעבן, מוט, ווייזן פאר יעדן איינציגן קינד 'דו קענסט אויך זיין א גרויסער צדיק', און אזוי יעדע זאך וואס האט מיט קינדער.


ווען איך זע דעם קעכער וואס גרייט צו עסן פאר די קינדערלעך, טראכט איך, הלוואי וואלט איך געקענט שניידן ירקות, קאכן אייער און שמירן ברויט פאר קינדער וואס קומען לערנען די הייליגע תורה, און ווען איך זע דעם לאנטש מלמד טראכט איך, הלוואי וואלט דאס געווען מיין זאך; יעדן טאג נעמען די קינדער ביי הפסקה שפילן מיט זיי באלי און מאכן יעדע קינד שפירן אז ער קען די בעסטע די שפיל וכו' וכו'.


גלייך אינדערפרי האב איך גערופן איינער פון די חשוב'ע מלמדים וואס פירן די באס און אים געבעטן: "איך וויל מיט דיר מיטגיין ארומפארן די שטעטל"; וואס זאל איך דיר זאגן, דאס געבט מיר כח. ביי יעדע שטוב וואו די באס שטעלט זיך אפ בין איך אראפגעקומען פון באס, איך האב געגעבן א שריי: "א גוט מארגן! שלום עליכם!" און אויך א גאנצע וועג אויפ'ן באס האב איך פרייליך געמאכט די קינדער. די שטעטל איז שוין גרעסער, עס זענען שוין דא צוויי באסעס וואס נעמען אויף די קינדער, איך בין נאר געווען מיט איין באס.


ניין אזייגער, ווען די קינדער זענען אנגעקומען בין איך געגאנגען דאווענען שחרית מיט די עלטערע קינדער, די ישיבה קטנה פון קרית ברסלב; דער מגיד שיעור זייערער איז הרב ישראל יוסף שניצלער שליט"א, וואס ער טוט מיט די בחורים - איז נישט צום באגרייפן.


איך האב אנגעטון תפילין פאר'ן פרישן בר מצוה בחור אפרים פישל נרו יאיר און נאכן דאווענען איז געווען א שטיקל לחיים.


איך האב געגעבן א שיעור פאר די מלמדים און לערערינס; איך האב זיי דערציילט די גוטע נייעס אז ברוך ה' האברך נתן יוסף ברוך בן טויבא וואס דארף א רפואה שלימה איז שוין אראפ פון די רעספערעיטאר און זיין מצב ווערט בעסער און בעסער, דאס איז אין זכות פון די תפילות וואס מיר אלע בעטן און וואס די קינדער בעטן.


יעצט בין איך אויפ'ן וועג קיין קרית יואל, צו מחזק זיין די חדר און בית פיגא אין קרית יואל.


איך דארף מקצר זיין, איך בעט דיר זייער, היינט נאכט גייט זיין די וועכנטליכער שיעור, איך בעט דיר זייער זאלסט קומען.


א שאד אויף יעדן טאג וואס גייט אריבער אנעם לערנען דעם בלאט גמרא פונעם טאג, נעם דו אויך א גמרא און לערן דעם בלאט גמרא. היינט איז די דף מסכת נדרים דף כג. דער רבי האט אונז קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד", מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, ווי שווער איז צו נעמען א גמרא און לערנען דעם דף? מסכת נדרים איז קליינע בלעטער, עס וועט דיר נעמען אינגאנצן אפאר מינוט צו דורכלערנען דעם בלאט.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק מיט געציילטע בחורים וואס גייען ארום צאמשטעלן געלט אז איך זאל קענען ארויסגיין פון מיינע חובות וואס איך האב פאר אונזערע מוסדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#498 - ווי אזוי קען איך דיר זאגן נישט פארן צום רבינ'ס ציון?
חינוך הילדים, חנוכה, אומאן, ספרי ברסלב, מלחמה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי אזוי קען איך דיר זאגן נישט פארן צום רבינ'ס ציון? מי יתן לי אבר כיונה... וואלט איך זיך אויך אויפגעהויבן און געפארן.


דאך זאלסטו זיך איבערטראכטן אויב יעצט איז געאייגנט צו פארן, ווען עס איז שעת מלחמה. מיר זענען טאקע געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה אינמיטן די מלחמה, אבער ראש השנה איז עפעס אנדערש, דער רבי האט דאך געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכ): "וואס זאל איך אייך זאגן? קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן"; אבער יעצט פארן - ווייס איך נישט אויב עס איז כדאי.


בנוגע שבת חנוכה; מוהרא"ש איז געווען דערקעגן, ער האט געזאגט מען זאל נישט אוועק פארן חנוכה פון שטוב, איבערלאזן די קינדער; חנוכה איז א צייט פון חינוך. בחורים, און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין קינדער - קענען יא פארן צום רבי'ן אויף חנוכה, אבער יעצט בשעת מלחמה ווייס איך נישט אויב עס איז כדאי.


נאכאמאל, איך זאג דיר נישט זאלסט נישט פארן, ווייל ווער קען זאגן נישט פארן צום רבי'ן? רבי נתן האט געזאגט, עס לוינט אפילו נאכאמאל אראפקומען אין א גלגול אבי צו זיין ביים רבי'ן, אבער איך קען אויך נישט זאגן יא פארן.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, "הֲפֹךְ בָּהּ וַהֲפֹךְ בָּהּ דְּכֹלָּא בָהּ וכו', וּמִנָּהּ לֹא תָזוּעַ" (אבות ה, כג); זאלסט זיך נישט אוועקרוקן פון דעם רבינ'ס ספרים - וועסטו שפירן דעם אייבערשטן מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#497 - א שווערע אבער געשמאקע טאג
לערערין, תודה והודאה, חינוך הילדים, מוסדות, דרך ארץ, אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לערערין אין בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט אינעם בריוו: ש'כח אייבערשטער, היינט זונטאג איז געווען א שווערע אבער געשמאקע טאג". די שורה האט מיך זייער איבערגענומען, דאס הייסט א גוטע לערערין; מען קען מאכן געשמאק אויך די שווערע טעג, און מען זאגט "שכוח אייבערשטער" אויך אויף די שווערע טעג; ביי מיר איז א געווינס צו האבן אזעלכע לערערינס.


איך פריי זיך צו הערן אז די קינדער ווערן צוביסליך מער און מער דרך ארץ'דיג, וויפיל איר און די אנדערע לערערינס וועלן אריינלייגן אין די קינדער, מען וועט זיי מחנך זיין, מען וועט זיי לערנען דרך ארץ - אלץ שענערע פירות וועלן מיר שפעטער קענען שניידן. קינדער דארף מען מחנך זיין, קינדער דארף מען לערנען דרך ארץ.


אויך פריי איך זיך צו הערן אז די קינדער לערנען זיך אויס מער און מער אידיש, איך וויל ביי אונז אין שולע זאל מען רעדן נאר אידיש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#496 - זאגן מיט סבלנות נאכאמאל און נאכאמאל פאר די קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, תהלים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די איינציגסטע וועג מצליח צו זיין מיט קינדער - איז זאגן נאכאמאל און נאכאמאל, נישט מיד ווערן פון זאגן. קינדער זענען נישט שלעכט; קינדער זענען גוט און וואויל, מען דארף זיי לערנען ווי אזוי זיך צו פירן.


בנוגע וכו'; דאס קען מען אויך אויסלערנען, מיט סבלנות קען מען דאס אויך פועל'ן, נאר זיך נישט פארלירן; יעדעס מאל מען זעט די קינדער לייגן די הענט וכו', זאגט מען נאכאמאל רואיג זיי זאלן נישט לייגן דארט די הענט.


נאך א וויכטיגע זאך צו מצליח זיין מיט די קינדער: די עלטערן דארפן גלייבן אין זיך, זיי דארפן וויסן אז די אלע ווערטער וואס זיי לערנען די קינדער - גייט אריין אין זיי, אסאך מאל פריער און אסאך מאל שפעטער, און אפילו מען זעט נישט גלייך ווי זיי פאלגן - דארף מען זיך האלטן רואיג און זיך נישט פארלירן, נאר לערנען די קינדער נאכאמאל און נאכאמאל וואס איז ריכטיג און וואס איז גוט.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, כאטשיג איין קאפיטל, און ביים זאגן תהילים בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, געב מיר ערליכע געזונטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.