בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#579 - אנטלויפן פון א ישיבה וואו מען רעדט ניבול פה
חברים, קדושה, חינוך הילדים, בחור, פרנסה, ישיבה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז די פראגע, אודאי זאל ער אוועקגיין פון די ישיבה; אז די בחורים רעדן טאג און נאכט ניבול פה - זאל ער פון דארט אנטלויפן!


ליידער ווערט מקוים וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן, וואס וועט זיין איידער משיח צדקינו וועט קומען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה מב:): "בעקבות משיחא ... בית וועד יהיה לזנות", די ישיבות וועלן זיין א פלאץ פאר עבירות; ליידער ווערט דאס מקוים, מען רעדט צווישן די בחורים עבירות, ניבול פה, רחמנא לצלן.


ענדערש זאלסטו נעמען דיין זון מיט דיר צו די ארבעט ווי איידער ער זאל זיך דרייען צווישן בחורים וואס רעדן ניבול פה.


בעט דעם אייבערשטן דיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן, בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר זיי; דיינע קינדער זאלן האבן גוטע חברים, ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#578 - עס איז נארמאל אז א קינד פארטראכט זיך אדער פארשפילט זיך
קינדער, חינוך הילדים, מלמדים, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מלמד היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען איך לערן פאָר אין ישיבה פאר די בחורים די בלאט גמרא בבלי און ירושלמי - קומען צומאל אריין מלמדים פון תלמוד תורה (די חדר און די ישיבה געפונען זיך אינעם זעלבן בנין), און האלטן מיט די גמרא. ווען איך זע ווי א מלמד פארטראכט זיך, זאג איך אים: "זעסט, אפילו א מלמד קען זיך פארטראכטן", ביז דער מלמד געבט א שמייכל און פארשטייט שוין, און נעמט דאס פאר חיזוק נישט צו ווערן פארלוירן ווען מען זעט ווי די קינדער ווערן פארטראכט און פארשפילט.


א מלמד טאר נישט נעמען פערזענליך ווען א קינד פארטראכט זיך אדער פארשפילט זיך, מיר אלע פארטראכטן זיך און פארשפילן זיך. וועסט זען ביים דאווענען אין שול ווי ערוואקסענע, און אמאל גאר מלמדים - שפילן זיך ביים דאווענען, נישט מיט קיין קליינע שפילצייג אזוי ווי קינדער, נאר מיט גרויסע שפילצייג; נעמען א גליון אינמיטן דאווענען איז אזוי ווי א שפילצייג. קען מען דען זאגן אז מען איז שלעכט? קען מען דען טראכטן 'דער אינגערמאן האלט ביי גארנישט'? ניין, חס ושלום; ער איז פארטראכט, ער איז פארשפילט. איז דאך אודאי קליינע קינדער, דארף מען זיי צוריקשלעפן מיט רחמנות און מיט ליבשאפט.


איך קען נאך אסאך שרייבן, איך דארף אבער אהיים לויפן העלפן מיין ווייב לייגן שלאפן די קינדער.


א גוטע נאכט.


 

#577 - געבן דאס מערסטע ליבשאפט פאר די קינדער וואס זענען וואקלדיג
חברים, לערערין, חינוך הילדים, אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף די פראגע פון אייער תלמידה וואס פרעגט, זי האט א חבר'טע וואס שלעפט איר אראפ און זי האט מורא אז אויב זי וועט איר אפלאזן וועט זי זיין שולדיג אויף איר רוחניות; זי וויל וויסן וואס איז וויכטיגער, זי פרעגט וואס צו טון?


זאגט פאר די תלמידה זי זאל טראכטן פון זיך, פון איר נשמה; זי זאל האבן גוטע חבר'טעס, זי זאל אפלאזן די מיידל; קינדער זענען נישט קיין מחנכות.


וואס יא, איר דארפט זיך פארלייגן יעצט אויף די מיידל. איר אלס לערערין דארפט אריינלייגן אייער גאנצע נשמה אין דעם קינד, איר זאלט מקרב זיין דאס קינד, איר זאלט ליב האבן דאס קינד און איר ענטפערן אלע אירע פראגעס, און ווען זי פרעגט פראגעס אויף אמונה - זאלט איר נישט אריינגיין אין קיין טענות, נאר רעדן קלארע ווערטער: "דער אייבערשטער איז דא, ער הערט אויס יעדנ'ס תפילות".


א לערערין איז א צווייטע מאמע פאר די קינדער; וואס טוט א מאמע לא עלינו ולא עליכם ווען איין קינד שפירט זיך נישט גוט? די מאמע לאזט אפ אלע געזונטע קינדער און פארלייגט זיך אויף דעם קינד; אזוי דארף א לערערין טון, כאפן די קינדער וואס זענען וואקלדיג און זיי ווייזן דאס מערסטע ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#576 - הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פון כעס, איך זאל נישט שלאגן די קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, פרנסה, כעס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מיין ליבער ... נרו יאיר


דיין ווייב בעט מיר איך זאל דיך מחזק זיין זאלסט נישט שלאגן די קינדער; ליבער ברודער, דו ווייסט דאך אז דער רבי האט אונז געזאגט נישט שלאגן די קינדער, ווער רעדט נאך שלאגן בחורים פון העכער די בר מצוה, דאס איז א לאו אין די תורה. עס ווערט גע'פסק'נט (ויקרא יט, יד): "וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל" (יורה דעה סימן רמ, סעיף כ), אויך זאלסטו וויסן, אז מען גייט אריין אין א כעס - פארלירט מען דאס געלט.


בעט דעם אייבערשטן, גיי התבודדות, רעד זיך אויס דאס הארץ, בעט אויף דעם באזונדער, דו זאלסט זיך נישט אויפרעגן און חס ושלום שלאגן די קינדער, בעט:


"הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פון די שלעכטע מידה פון כעס. איך פארליר זיך אויף מיינע קינדער ביז איך פארליר מיין שכל, איך שלאג און צעברעך שטעקנס אויף זיי. הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל זיך נישט פארלירן, איך זאל וויסן און געדענקען אז דו ביסט נעבן מיר, דו ביסט אין שטוב און דו זעסט אלעס וואס איך טו. העלף מיר איך זאל נישט נערוועז ווערן פון מיינע קינדער, אנא זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף די מידה מגונה פון כעס".


טייערער ברודער גיי התבודדות, האסט א שיינעם פעלד ארום דיין שטוב, גיי צווישן די גראז, שמועס מיטן אייבערשטן; דאס וועט דיר געבן א שטארקע אמונה, דו וועסט נישט ווערן פארלוירן און נערוועז פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#575 - אפהאלטן פון שלאגן די קינדער מיט כעס
חינוך הילדים, שלום בית, כעס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע אויב איר מעגט אפהאלטן אייער מאן פון שלאגן וכו'; אודאי זאלט איר פרובירן צו באשיצן די קינדער, ווייל ווען מען גייט אריין אין כעס, מען פארלירט די שכל - קען דאס זיין זייער שעדליך, און אז אייער מאן גייט אריין אין א כעס, עד כדי כך צו שלאגן מיט שטעקנס די קינדער - זאלט איר זיי באשיצן.


איך וועל אים מחזק זיין ער זאל דאס מער נישט טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#574 - גיי התבודדות אינדערפרי, וועט דער טאג אין חדר זיין גאר אנדערש
חינוך הילדים, מלמדים, שטעטל, חדר, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד בקרית ברסלב היכל הקודש ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט גיין התבודדות אינדערפרי, איידער דו גייסט אין חדר - וועט דער טאג זיין גאר אנדערש, און אז דו וועסט זיך גוט אויסרעדן דאס הארץ און זיך גוט אויסשמועסן - וועט דיר אלעס גיין גרינגער.


בנוגע די דירה וכו'; רעד צו האברך מרדכי אהרן נרו יאיר, איך האב אים געשטעלט ער זאל צושטעלן דירות פאר אנשי שלומינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#573 - א לערערין מוז נעמען די ארבעט זייער ערנסט
תפילה והתבודדות, לערערין, סקול, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר וויי צו הערן אז עס איז דא לערערינס וואס נעמען נישט ערנסט די ארבעט אין בית פיגא; מען קומט און מען גייט, מען טוט וואס מען וויל, לויט די באקוועמליכקייט.


פון היינט און ווייטער זאלט איר מיר שרייבן א באריכט פון יעדע לערערין וואס קומט נישט צייטליך. מיר גייען יעצט נאך פסח מחליט זיין ווער עס וועלן זיין קומענדיגע יאר די לערערינס אין בית פיגא, מיר וועלן נאר נעמען לערערינס וואס נעמען אן זייער ארבעט זייער ערנסט.


יעדן טאג זאלט איר גיין צום פענסטער פון אייער שטוב, ארויפקוקן צום הימל און רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן. הויבט אן מיט דאנקען, דאנקט אים פאר אייער שיינע לעבן און בעטס אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#572 - זייט איר מסביר אז דאס איז שעדליך פאר די לעבן
חיזוק פאר מיידלעך, קדושה, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רעדט צו איר, זייט איר מסביר אז דאס איז א זאך וואס דער אייבערשטער האט זייער פיינט און דאס איז שעדליך פאר די לעבן.


זי איז נישט שולדיג; שולדיג איז די חינוך, די חינוך איז פארדארבן; מען רעדט נישט צו די קינדער פון יראת שמים, מען רעדט נאר פון זאכן וואס ברענגט כבוד פאר די מוסד, און ווי מער מען קען משוגע מאכן די קינדער זאלן לערנען זאכן וואס מען דארף נישט פאר די לעבן.


זייט מחזק אייער שוועגערין, זאגט איר זי זאל זיך זייער אכטונג געבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#571 - זאל מען קנס'נען בחורים וואס האבן זיך פארשטעלט פורים מיט א טישורט?
חינוך הילדים, בחור, אמונה, ישיבה, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס זאלסטו קנס'נען אלע בחורים וואס האבן זיך פארשטעלט פורים מיט א טי-שערט? מאך נישט קיין עסק פון די זאכן. דער עיקר לייג אריין אין די בחורים אמונה, רעד צו זיי פונעם אייבערשטן, רעד צו זיי פון השגחה פרטית, מעשיות פון תפילה; עס איז נאריש זיך צו שטעלן אויף די זאכן.


א שאד אז מען נעמט אומוויסנדע מענטשן פאר משגיחים וואס מאכן פון טפל עיקר און פון עיקר טפל, מען שטעלט זיך אויף אזעלכע נארישע זאכן אין די צייט וואס בחורים פאלן אין עבירות, זענען פוגם בברית רחמנא לצלן; וואלט מען ווען געדארפט רעדן פון קדושה און פון תשובה, נישט פון גיין א כאלאט און מיט א צוגעמאכטע רעקל.


איך בעט דיר זייער, לייג אריין אין די בחורים א ליבשאפט צום אייבערשטן און א ליבשאפט צו די תורה. שמועס מיט זיי ווי שטארק דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, יעדן איינציגסטן איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#570 - אויפבויען די קינדער, זיי געבן אסאך גוטע ווערטער
צניעות, לערערין, סקול, חינוך הילדים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה-זכור, י' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן אין בית פיגא.


זעט אויפצובויען די קינדער, געבט זיי אסאך גוטע ווערטער, יעדע קינד זאל שפירן ווי זיי זענען גוט, און אז 'די טיטשער האט מיך ליב', און 'מיר גייען גיין אין גן עדן, נישט אין גיהנום'.


לייגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צו צניעות.


 

#569 - יישר כח פאר יעדע גוט ווארט וואס איר פארגינט פאר די תלמידות
לערערין, סקול, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה-זכור, י' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן בית פיגא.


יישר כח פאר יעדע גוט ווארט וואס איר פארגינט פאר די תלמידות.

#568 - איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן לערנען מיט מיינע צדיקים
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, דער מלמד פון מיינע צוויי טייערע קינדער ... און ...


איך שיק דיר די משלוח מנות, איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן לערנען מיט מיינע צדיקים די אמונה, אמונת חכמים און די תורה הקדושה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און סייעתא דשמיא און אלעס גוטס.

#567 - איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן אריינלייגן אזויפיל גוטס אין מיינע קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, פירושים, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


נעם אן די משלוח מנות וואס איך שיק דיר פון גרויס דאנקבארקייט פאר'ן זיין די מלמד פון אלע מיינע קינדער. פאר'ן אריינלייגן אין זיי יראת שמים, נעגל וואסער, קריאת שמע של אריז"ל, קישן די מזוזה, שמירת עיניים, תפילה בכח ובכוונה, שמחת המצוות, ליב האבן צו זיין א איד, זיך עקלען פון גויים וכו' וכו'.


פורים איז אזוי הייליג, מען קען פועל'ן זוכה זיין צו (מגילה ז:): "עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן", מען זאל זיך אזוי עקלען פון המן, "לְבָרוּךְ מָרְדְכַי", און צוקומען צו וויסן אז מען ווייסט נישט ווי גרויס און ווי גוט איז צו זיין א מרדכי הצדיק.

#566 - איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן זיך אזוי אוועק געבן פאר מיינע קינדער
חינוך הילדים, הכרת הטוב, תכלית, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, דער מנהל פון מיינע קינדער


איך שיק דיר משלוח מנות פון מיין הארץ. איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן זיך אזוי אוועק געבן פאר מיינע קינדער, פאר זייער חינוך.


נאך אביסל וועלן מיר ליגן אין פעלד און דעמאלט וועט דאס אונז ראטעווען פון אלעם שלעכטס, דעמאלט וועט אפיר קומען די תורה, תפילה און יראת שמים פון די תלמידים.

#565 - נישט אפלאזן די הייליגע ארבעט פון לערנען מיט די קינדער
חינוך הילדים, הכרת הטוב, ראש ישיבה, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד דער מלמד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיינע טייערע קינדער, פאר'ן זיי אויסלערנען עברי און זיי אנפילן מיט אזויפיל תמימות ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט נישט אפלאזן דיין הייליגע ארבעט, זאלסט האבן כח און נחת ביי דיינע קינדער. איך האף אז מיינע אייניקלעך וועלן אויך לערנען ביי דיר, זיך אנזאפן מיט אזויפיל קדושה וטהרה.

#564 - היינט וועל איך דיר אויסזאגן דעם סוד פונעם שטעטל
קינדער, חינוך הילדים, מלמדים, רפואה, שטעטל, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך שיק דיר משלוח מנות פון די טיפעניש פון מיין הארץ פאר'ן מיר העלפן אין שטעטל מיט די קינדער.


היינט פורים קען מען זיין מער אפן פון א גאנץ יאר, היינט וועל איך דיר אויסזאגן דעם סוד פונעם שטעטל, וואס איך וויל מיט'ן שטעטל. איך וויל וויל נישט מער נאר די איין זאך, אונזערע קינדער זאלן אויסוואקסן געזונט בנפש מיט א שטארקע אמונה און מיט א געפיל, א ליבשאפט - צו אידישקייט. אויב קען איך דאס האבן האט מיר אלעס געלוינט, און אז נישט - דארפן מיר אנהויבן פון פריש דאס צו טון.


אויף דעם שיק איך דיר משלוח מנות, ווייל דו העלפסט מיר אזוי געטריי. דו פילעוועסט אן די קינדער מיט אמונה, אמונת חכמים, קדושה וטהרה און גוטע מידות.


ליבער ברודער, היינט איז זייער א גרויסער טאג, מען קען פועל'ן זוכה זיין צו קומען אויף אזא הויכע דרגא - ליב האבן די תורה און די וועג פון די תורה, און זיך פאר'מיאוס'ן, פארעקלען - פון עבירות. דאס איז פשט (מגילה ז:): "עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן לְבָרוּךְ מָרְדְכַי", מען וויל נאר זיין מיט מרדכי הצדיק.


נעם די חדר, דאס זאל זיין דאס וויכטיגסטע זאך, העכער אלע עבודות. זיי מחזק די טייערע מלמדים מיט די קינדער, און לאך זיך גוט אויס, ווייל באלד וועלן מיר ליגן אין פעלד ביים עק, און נאר דאס וועט אונז באשיצן.

#563 - א פרייליכע גיסטע ביי די קינדער
שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון לערנען תורה מיט די קינדער. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד, אויבן אין הימל איז א מלמד זייער חשוב.


איך הער צוריק גוטע גרוסן פון די עלטערן, ווי צופרידן זיי זענען פון דיין איבערגעגעבנקייט. אויך האבן מיר כמה מענטשן דערציילט, זיי האלטן מיט ווי דו ווארטסט אפ די קינדער, דו שטייסט ביים טיר און באגרוסט יעדן איינציגסטן קינד ביים נאמען מיט א הויכע פרייליכע: "גוט מארגן!" עטליכע האבן מיר געזאגט אז עס טוישט אויך זייער מאָ"ד, עס מאכט זיי פרייליך; איז דאך זיכער אז די קינדער ווערן פרייליך און אויפגעלעבט.


מוהרא"ש פלעגט מיר שטענדיג מחזק זיין אויף די איינע זאך, ער האט מיר אלץ געזאגט די זעלבע ווערטער: "זע עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער צווישן די בחורים", ווייל וואו עס איז דא שמחה איז דא קדושה.


יהי חלקי עמכם.

#562 - א 'ה' פון זילבער איז מסוגל פאר קינדער
קינדער, לערערין, חינוך הילדים, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, ל"ח שובבי"ם, כ"ד שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לערערין אין בית פיגא ירושלים


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים חלק ב', סימן ח'): "הֵ"א הַנַּעֲשָׂה מִכֶּסֶף מְסֻגָּל לִפְרִיָּה וּרְבִיָּה", א 'ה' פון זילבער איז מסוגל פאר קינדער; זאל דער אייבערשטער העלפן איר זאלט זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


שטארקט אייך מיט אייער ארבעט; לייגט אריין אין די קינדער גוטע מדות, כיבוד אב ואם און יראת שמים.

#561 - דער עיקר זאלט איר אריינלייגן אין די קינדער אמונה
חינוך הילדים, אמונה, חיזוק פאר פרויען, שבת קודש, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט זיך און גייט אן מיט אייער הייליגע ארבעט פון מחזק זיין אידישע קינדער. דער עיקר זאלט איר אריינלייגן אין די קינדער אמונה, אמונה איז אלעס; אז מען האט אמונה האט מען אלעס, און אז נישט - האט מען גארנישט.


אז עס קומט אויס צו גיין מוצאי שבת וכו' מאכט מען די חפיפה פרייטאג און מען מעג עסן שבת פלייש, און אזוי אויך אלעס פון עונג שבת וואס בלייבט שטעקן צווישן די ציינער לכבוד שבת, נאר מוצאי שבת דארף מען מאכן זיכער אז עס איז נישטא קיין שום חציצה צווישן די ציינער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#560 - פרוביר אויס א וואך צייט אן דעם טעלעפאן אין שטוב, און זע דער חילוק
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, שלום בית, עבודת השם, קאמפיוטער, טעלעפאן, לימוד התורה, יראת שמים, פורים, שושן פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פרוביר דו אליינס אויס א וואך צייט נישט אריין צו ברענגען דיין טעלעפאן אין שטוב און זאג מיר ווי אזוי דיין שלום בית וועט זיין? זאג מיר דו נאך א וואך צייט נישט האבן אין שטוב דעם סמארטפאון, טעבלעט וכדומה - ווי אזוי דיין קשר מיט די קינדער וועט ווערן? דיין יראת שמים?


איך בין שוין הייזעריג פון דיר זאגן נאכאמאל און נאכאמאל; איך האב אזוי רחמנות אויף דיר, אויף דיין ווייב און קינדער. זיי ווארטן אויף דיר, זיי ווילן הערן עפעס פון דיר, דו ביסט אבער נישט ביי זיך, דו ביסט איינגעטינקען אינעם טעלעפאן, מיט סטעטוס, מיט געימס וכו'.


מיין ליבער ברודער, שוין צייט זיך אויפצואוועקן, הויב אן לעבן, הויב אן לעבן עכט. מאך זיך שיעורים אין חומש, משניות, גמרא ועוד און גיי דאווענען אלע דריי תפילות מיט מנין, ובעיקר זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן.


רעד צום אייבערשטן אין אידיש, בעט אים: "רבונו של עולם, ווען וועל איך שוין אנהויבן לערנען און דאווענען? ווען וועל איך שוין זיין צוגעקלעבט צו דיר און נישט צום טעלעפאן? רבונו של עולם, עס קומען יעצט אזעלכע שיינע הייליגע טעג און איך ליג אין אזעלכע נארישקייטן, איך ליג אין דמיון, איך היט נישט מיינע אויגן, איך היט נישט מיין מח, העלף מיר שוין".


פורים נאכמיטאג זעקס אזייגער וועט זיין א סעודה אין ישיבה. מען וועט טאנצן, דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס לערנט אונז א גאנץ יאר די הייליגע אמונה, מיר זאלן נאר גיין צום אייבערשטן און נאר צו אים זיך צו ווענדן.


אויך שושן פורים וועט זיין א סעודה אין ישיבה אום זעקס אזייגער נאכמיטאג. דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "שושן פורים איז אויך פורים".


הלואי זאלסטו ליינען דעם בריוו, דאס ארייננעמען אין דיר און מקיים זיין וואס דא שטייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#559 - גיין צו די עלטערן אויף פסח צו די סדרים, איז גוט פאר די קינדער
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, אמונה, פסח, יום טוב, חומרות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט ווען די קינדער זענען נאך גאר קליין - איז ריכטיג צו גיין צו די עלטערן פאר פסח, צו די סדרים. איר וועט נאך מאכן שיינע סדרים ביי אייך אין שטוב, ווען די קינדער וועלן עלטער ווערן וועט איר מאכן די סדרים אין שטוב, יעצט איז כדאי צו גיין זען סדרים - איין יאר ביי אייערע עלטערן און איין יאר ביי אייער מאן'ס עלטערן, זיך גוט צוקוקן ווי אזוי די עלטערן מאכן סדרים און ווי זיי געבן איבער די אמונה פון זייערע עלטערן.


בנוגע חומרות אום פסח; מוהרא"ש זאגט מען זאל נישט ארייננעמען פסח אלעס וואס האט א הכשר. עס איז וויכטיג פאר זיך און פאר די חינוך פון די קינדער נישט צו עסן אלע נאשערייען און אלע קעיקס, סיריעל וכדומה.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו מקבל זיין די ימים טובים מיט שמחה און מקבל זיין די קדושה פון פסח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#558 - מען זוכט א דירה וואו די קינדער וועלן באקומען די בעסטע חינוך
חינוך הילדים, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ב' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


...


ווען מען זוכט א פלאץ וואו צו וואוינען - קוקט מען נישט וואו מען קען האבן א גרויסע דירה, מען קוקט אויף איין זאך 'ווי וועלן אונזערע קינדער באקומען דאס בעסטע חינוך?'


גרויסע דירה און גרויסע פעלדער ארום די שטוב און פלאץ וואו צו שטעלן די קאר - דאס איז נישט די ערשטע זאך וואס א איד קוקט, א איד קוקט 'וואו וועל איך קענען געבן פאר מיינע קינדער דאס בעסטע חינוך?'


איך מיש זיך נישט וואו איר זאלט וואוינען; אז איר פרעגט מיר זאג איך אייך עס איז כדאי צו בלייבן אין א קליינע שטוב מיט א גוטע חינוך, א חינוך פון היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#557 - אן אינטערעסאנטע וועג פון שפילן צווישן די קינדער
קינדער, חינוך הילדים, מוסדות, אמונת חכמים, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, ל"א שובבי"ם, י"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דיין מלמד נרו יאיר געבט מיר איבער זייער גוטע גרוסן, אז דו לערנסט און דו פירסט זיך מיט יראת שמים.


אויך האט ער מיר דערציילט זייער א שיינע זאך פון דיר, דו האסט אריינגעברענגט אן אינטערעסאנטע וועג פון שפילן צווישן די קינדער; איינער לויפט נאך די קינדער ביז ער געבט יענעם א ריר אן, און אויב יענער קען גלייך אויסשרייען א נאמען פון א צדיק - קען ער ווייטער לויפן. דער מלמד זאגט מיר, א גאנצע הפסקה הערט מען קינדער טאנצן און שפרינגען און שרייען נעמען פון צדיקים. איינער שרייט: "דער הייליגער חתם סופר!" א צווייטער שרייט: "דער הייליגער בעל שם טוב!" "דער הייליגער צאנזער רב!" עס איז א מחי' צו הערן ווי די קינדער לעבן בשעת'ן שפילן מיט צדיקים.


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש.

#556 - א מנהל און מנהלת דארפן מחזק זיין די מלמדים און לערערינס
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש


מזל טוב פאר די שמחה ביי דיר אין די משפחה, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת פון אלע דיינע קינדער, עס זאל זיך ציען שיינע אידישע ערליכע דורות.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט צוריק אנהויבן געבן וועכנטליכע שיעורים פאר די מלמדים, דער עיקר ארבעט פון א מנהל און מנהלת איז - מחזק זיין די מלמדים און לערערינס. רעד צו די מלמדים יעדן טאג, אינטערעסיר זיך וואס מען לערנט און ווי אזוי אלעס גייט אין כתה, אינטערעסיר זיך אויף יעדן קינד.


איך בעט דיר מיין טייערער ליבער ברודער, נעם די חדר פאר די ערשטע און וויכטיגסטע זאך; אונזערע קינדער זענען וויכטיגער פון אלעס אין די וועלט. נעם נישט נאך ארבעט אויף דיר איידער די חדר קלאפט א מיליאן פראצענט, ברענג אריין א חיות אין די קינדער.

#555 - מען דארף טון, און וויפיל מען קומט אן איז גוט
לערערין, חינוך הילדים, עבודת השם, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די הייליגע חכמים זאגן (אבות ב, טז): "לֹא עָלֶיךָ הַמְּלָאכָה לִגְמוֹר, וְלֹא אַתָּה בֶּן חוֹרִין לְהִבָּטֵל מִמֶּנָּה", עס איז זייער וויכטיג צו וויסן די ביידע זאכן, פון איין זייט 'די ארבעט ליגט נישט אויף דיר צו ענדיגן', און פון די אנדערע זייט 'ביסטו נישט פריי פון נישט טון'; מען דארף טון, און וויפיל מען קומט אן - איז גוט.


לערנט מיט די קינדער הלכות וויפיל איר קענט אנקומען, און אז איר ענדיגט נישט - איז גארנישט, זיי וועלן שוין לערנען ווייטער די קומענדיגע יארן.


שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט פון לערנען מיט אידישע טעכטער הלכות שבת, בזכות לערנען מיט אידישע קינדער זאלט איר האבן נחת ביי אייערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.