בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1008 - די ערשטע זאך, נישט רעדן פון אנדערע
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ערב ראש חודש אלול איז א טאג פון תשובה און תיקון המעשים, אלע זאגן יום כיפור קטן און מען מאכט א חשבון וואס מען דארף פאררעכטן.


די ערשטע זאך וואס מיר אלע דארפן פאררעכטן איז זיך מקבל זיין נישט צו רעדן פון אנדערע, און נישט האבן צו טון מיט מחלוקת. ווייל מוהרא"ש זאגט, אויב האט מען פיינט א צווייטן איד און מען טוט עבודת וכו' - לאכט מען אין הימל פון דעם איד, מען זאגט: 'ערשט זאלסטו ארויסנעמען די פיינטשאפט פון הארץ', ווייל וואס האט מען פון די עבודות וכו' ווען מען האט פיינט א צווייטן איד? און מוהרא"ש האט אונז אלע יארן גע'מוסר'ט און געזאגט אז דער הייליגער אריז"ל זאגט, די ראשי תיבות פון שופ"ר איז (דברים כט, יז): "שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה", מען דארף פארשטיין וואס האט דער פסוק מיט בלאזן שופר? נאר רש"י זאגט, וואס איז דאס שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה? "שׁוֹרֶשׁ מְגַדֵּל עֵשֶׂב מַר כְּגִידִין שֶׁהֵם מָרִים, כְּלוֹמֶר מַפְרֶה וּמַרְבֶּה רֶשַׁע בְּקִרְבְּכֶם"; דאס הייסט, ווען מען הערט דעם שופר - דארף דאס אויפוועקן דעם מענטש ער זאל תשובה טון, ארויסנעמען פון זיך דאס רשעות וואס ליגט אין אים וכו', ער זאל אנהייבן קוקן גוט אויף אנדערע און טון נאר חסד מיט אנדערע.


אז איינער האט דיך מבזה געווען, מען האט דיך באליידיגט - זאלסטו בלייבן שטיל און נישט ענטפערן, מיט דעם וועסטו אלעס פאררעכטן, און אויך ביי דיר אין שטוב, אז מען שרייט אויף דיר, מען פארשעמט דיך - זאלסטו דאס מקבל זיין באהבה, ווייל וויסן זאלסטו, אין א שטוב וואו מען קריגט זיך - פאלן אוועק די קינדער, נישטא קיין עתיד פאר קינדער וואס טאטע מאמע קריגן זיך; זאלסט אלעס טון אז עס זאל זיין שלום.


איך וויל דיר נאכאמאל באדאנקען פארן מיר העלפן קאמפיינען, איך האב געזען די פאר וואכן די ערליכקייט פון אנשי שלומינו, וואס יעדער איינער האט עוסק געווען אין גיין נאך געלט. איך וויל נאכאמאל זיצן מיט דיר, איך וועל אפשמועסן מיט די גענעראלן א גוטע צייט ווען מיר וועלן קענען זיצן אינאיינעם.


די וואך שבת וועל איך אם ירצה ה' דאווענען שחרית אין קאנטרי 'אילן החיים', די משפחות דארט בעטן מיר זייער זיי ווילן מיט האלטן כאטשיג איין שבת, און אויך וועל איך אם ירצה ה' זיין פרשת כי תבוא ביי מיין איידעם, מחזק זיין די אלע משפחות פון די געגנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1007 - שלאגן קינדער העלפט גארנישט פאר חינוך
חינוך הילדים, שלום בית, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


שלאג נישט דיינע קינדער, מען טאר נישט שלאגן קינדער; עס איז א טפשות צו שלאגן קינדער און עס העלפט גארנישט פאר חינוך, עס איז נאר זיך אויסצובלאזן די נערווען; ריר נישט אן דיין קינד, דו וועסט נאר קאליע מאכן.


אויך וויל איך דיר בעטן דו זאלסט אוועק געבן צייט יעדן טאג פאר דיין ווייב, דו זאלסט רעדן מיט איר און איר געבן אויפמערקזאמקייט. מאך איר פרייליך, ווייל דאס איז די ווילן פונעם אייבערשטן, און דאס וועט מאכן די שכינה ריען אין שטוב.


איך וויל לאדענען אלע אנשי שלומינו, ווער עס וועט זיך געפינען אין שטעטל אויף שבת קודש - צו די הכנסת ספר תורה. געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו שרייבן א צווייטע ספר תורה, און אם ירצה ה' די וואך שבת וועט זיין די הכנסת ספר תורה. נאך שחרית, פאר קריאת התורה וועט מען טאנצן און אריינברענגען די נייע ספר אין שול, עס וועט נישט נעמען לאנג. מיינע עלטערן זענען אין מירון, אבער מיין שווער מיט די קינדער קומען אויף שבת מיטהאלטן די הכנסת ספר תורה.


אויך נעכטן איז געווען ביי מיר א שמחה, מען האט געמאכט פיאות פאר מיין אייניקל יחזקאל, א זון פון מיין איידעם הרב נתנאל. איך דאנק דעם אייבערשטן פאר די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט מיר.


אויך איז געווען נעכטן ביי מיר אין שטוב א שבע ברכות פאר משפחת לעזער שיחיו, מיר קומען א גרויסע הכרת הטוב פאר די משפחה, פארן זיך אוועק געבן פארן מיידל סקול בית פיגא. אויך איז געווען א שבע ברכות פאר משפחת זוסמאן, פאר זיי קומען מיר אויך א גרויסע הכרת הטוב, פאר דעם וואס זי פירט אן די בית פיגא זומער פראגראם, די דעי קעמפ פאר אונזערע קינדער.


אויך קומט פאר היינט די קאמפיין פאר די מוסדות און קהילה, איך בין זייער איבערגענומען פון אנשי שלומינו, ווי יעדער איינער איז פארנומען מיט גיין נאך געלט, מיט רופן באקאנטע, און אפילו עס איז נישט אזוי געשמאק און בא'טעמ'ט - טוט מען דאס; מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט אונזער קהילה, אשרינו מה טוב חלקינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1006 - די פיש אין וואסער ציטערן
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


יואל מנחם גרשון נרו יאיר


בעט דעם מעלער זאל מאלן ווי א קינד שפילט און ווי א גרויס מיידל האלט אים פאר, אויך זאל זיין א וואסער אין דער זייט, און ווי א פיש שטעקט ארויס די קאפ מיט שרעקעדיגע אויגן.


איך וויל מאכן א מעשה'לעך פאר קינדערלעך פאר חודש אלול.


משה'לע שפילט, ער לויפט אהין און צוריק, ער האט א פארגעניגן, זיין גרויסע שוועסטער קען דאס נישט פארשטיין: 'אין אזעלכע הייליגע טעג ווי חודש אלול שפילט ער זיך...?' זי גייט צו צו אים און פרעגט אים: "זאג מיר משה'לע, אין אזעלכע הייליגע טעג שפילסטו זיך? דו ווייסט נישט וואס יעצט איז? מיר זענען שוין אין חודש אלול! אויך די פיש וואס שווימען אין וואסער ציטערן!"


דאס איז געווען דער הייליגער צדיק רבי משה פון קאברין זכותו יגן עלינו, ער פלעגט דאס שטענדיג דערציילן, אז ווען ער איז געווען א קינד האט אים זיין עלצטע שוועסטער דאס געזאגט, און פון דעמאלט איז אריין אין אים א פחד פון חודש אלול צו אויסניצן די טעג פון חודש אלול מיט לערנען און דאווענען.


טייערע קינדער, מיר גייען אויסניצן די טעג פון חודש אלול אויף צו לערנען און דאווענען, מיר גייען פאלגן טאטע און מאמע, מיר גייען זיך מער נישט קריגן מיט די ברידער און שוועסטער, מיר גייען זיין ערליך און טון נאר וואס דער אייבערשטער זאגט.


עד כאן המעשה.


טייערער יואל נרו יאיר, שטארק דיך מיט דיין הייליגע ארבעט, זיי ממשיך ביתר שאת וביתר עוז, טראכט נאך געדאנקען ווי אזוי און וואס מען קען מאכן פאר די יוגנט, אנשטאפן די קינדער מיט אמונה און מיט קדושה ויראת שמים.


איך שיק דיר די קונטרס "חודש אלול", זע דאס צו שיקן פאר זלמן לייב, ער זאל דאס אנגערייטן פאר יענקל, און פאר נאך מפיצים. דאס איז זייער א וויכטיגע "גליון", מענטשן ווערן מבולבל פון די פחד פון אלול, מען ווייסט נישט וואס צו טון, און דער הייליגער רבי מיט זיינע עצות איז מיישב הדעת מען זאל וויסן ווי אזוי אויסצוניצן די חודש מיט די ריכטיגע הכנות.


פריי זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, הלוואי וועסטו שוין ענדיגן ארויסגעבן דעם פירוש שפתי תפתח אויף ליקוטי מוהר"ן, וואס אלע ווארטן אויף דעם בכליון עיניים.

#1005 - זיך אויסלערנען די שפראך צווישן מאן און ווייב
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


עס ליגט אין אייערע הענט אויפצובויען אייער מאן, דאס הייסט, ווען ער זאגט אייך עפעס – זאלט איר אים אויסרימען, און ווען ער זאגט זיינע מיינונגען – זאלט איר חס ושלום שפעטן אדער לאכן, איר זאלט אים אלץ אויסרימען.


אייער מאן איז זייער אן איידעלער, זייער א וואוילער און גאר א ווייכע נאטור, מען דארף אים נאר אויפהייבן און אויפבויען, און אז איר האט זאכן וואס באדערט אייך – זאלט איר דאס רעדן מיט אייער גוטע חבר'טע מרת ... תחי', צו איר זאלט איר קרעכצן און וויינען, זיי וועט אייך געבן גוטע עצות, ווייל 'יעצט' קען אייער מאן נישט פארנעמען קיין שום קרעכצן און וויינען, יעצט דארף ער זיך אויפהייבן; זיין מח ארבעט אז ווען ער הערט אייך וויינען באשולדיגט ער זיך זייער שטארק און ער ווערט אויס, ער ווערט שרעקליך צעקלאפט, און נישט איר זענט שולדיג און נישט ער איז שולדיג, ענק זענען צוויי גוטע מענטשן, איר דארפט זיך פשוט אויסלערנען די שפראך ווי אזוי צו רעדן צו אים, און ער דארף לערנען די שפראך ווי אזוי צו רעדן צו אייך.


א גוט געבענטשט יאר.

#1004 - זי איז יא א גוטע מאמע
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל זיך נישט קלאפן, עפעס איז אין איר קאפ אז זי האלט און איין אראפפאלן און זיך אויפהייבן כאילו אין עפעס שלעכט; סאך הכל איז דאס אז זי שרייט אויף די קינדער אזוי ווי אלע מאמעס, עס איז נישט שלעכט ווען א מאמע שרייט אויף די קליינע קינדער: "אריין אין בעט", אדער: "דו גייסט כאפן..."; אלע מאמעס זענען אזוי, אויך די רעדנערינס, די זיסע האניג'דיגע רעדנערס וואס רעדן צו אידישע מאמעס פון נישט שרייען, די שרייען אויך...


דיין ארבעט איז איין זאך, מאך איר פרייליך, נעם ארויס פון איר קאפ די ווארעם אז זי איז נישט קיין גוטע מאמע, אדער אז זי האלט און איין צוריק פאלן, און וויפיל זי הייבט זיך אויף און זי מאכט אפ מער נישט צו שרייען – פאלט זי צוריק; דו זיי איר מחזק, דו מאך איר פרייליך; דאס איז דיין מצוה.


א גוט געבענטשט יאר, א כתיבה וחתימה טובה.

#1003 - געבן שיעורים און מחזק זיין פרויען
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


אייער זכות איז זייער גרויס מיט דעם וואס איר זענט מחזק ווייבלעך, איר הערט זיי אויס, איר האט מיטגעפיל מיט זיי, נישטא עפעס גרעסערס פון דעם, ווייל אזויפיל ווייבלעך און אויך עלטערע פרויען גייען אריבער שווערע טעג מיט די מאן און קינדער, און וואויל איז די וואס הערט זיי אויס און האט מיטגעפיל מיט זיי, און מוטיגט זיי זיך צו האלטן שטארק, און זיי געבן עצות נישט זיך צו לאזן ווערן ווי א שמאטע וכו'.


איך וויל נישט ארויפלייגן אויף אייך נאך ארבעט, איר טוט שוין אזויפיל פאר די קהילה און מוסדות, אבער דאך בעטן פרויען אז זיי ווילן איר זאלט אנהייבן געבן שיעורים; אז איר וועט דאס קענען טון – וועט דאס זיין א גרויסע זאך.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1002 - יעדע מיידל זאל האבן א פלאץ צו שיין און זיין מעכטיג
חינוך הילדים, הפצה, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


די ציל פון אונזער פלעי אין "בית פיגא" איז, אז די מיידלעך זאלן אויפלעבן און זיך שפירן גוט, ספעציעל די מיידלעך וואס האבן נישט דורכן יאר א פלאץ וואו צו שיינען און זיין מעכטיג, ביי א פארשטעלונג (פלע"י), קענען זיך אלע עפענען און שפירן ווי זיי זענען חשוב.


על כן, אז איר האט די זכי' צו מאכן די פלעי, זאלט איר זיך גוט אומקוקן אויף יעדע איינציגסטע תלמידה, און ספעציעל אויף די תלמידות וואס זענען שטיל און איידל, זיי געבן א חשוב'ע פלאץ און א שיינע חלק ווי זיי זאלן זיך קענען עפענען און שיינען.


אויך קען די פלעי זיין פאר הפצה, מען זאל רופן משפחה און גוטע פריינד, און אזוי אויך פרויען און מיידלעך פון קעמפס און קאנטריס, זיי זאלן הערן דעם רבינ'ס ספורי מעשיות מיטן טאנץ און מיטן ניגון, אבער העיקר וואס איך צאל די גרויסע קאסט פון די פלעי – איז פאר די תלמידות זעלבסט.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1001 - אוועקגעגעבן די האר פאר'ן אייבערשטן
צניעות, חינוך הילדים, התחזקות, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך בין זייער איבערגענומען פון דאס וואס איר האט געטון, נאך אזוי סאך תפילות און חיזוק האט איר גענומען די שטארקייט און זיך אפגעשוירן די האר, איר האט געטון דעם אייבערשטנ'ס ווילן, איר האט מקריב געווען א קרבן פארן אייבערשטן, איר האט אוועק געגעבן אייער האר פארן אייבערשטן, "מִנָּשִׁים בָּאֹהֶל תְּבֹרָךְ" (שופטים ה, כד), געבענטשט זאלט איר זיין אזוי ווי די הייליגע אמהות, "בְּרוּכָה אַתְּ לַה' בִּתִּי" (רות ג, י), געבענטשט זאלט איר זיין פארן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ערליכע דורות, הייליגע דורות, די שכינה הקדושה זאל רוען ביי ענק אין שטוב, און אייערע קינדער זאלן גיין אין די הייליגע וועג, זיי זאלן האלטן זייער שטוב אויף די וועג פון די צדיקים.


יישר כח פארן מיר צוגעבן א שטיק געזונט; דאס אז מיינע תלמידים פירן זייער שטוב הייליג – דאס געבט מיר כח.

#1000 - מיין קאפ און הארץ איז אין די מוסדות אין ארץ הקודש
חינוך הילדים, הפצה, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד יצחק פאפנהיים נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב ערהאלטן די באריכט.


וואס הייסט איך בין נישט דא? וואס הייסט איך האב נישט שייכות מיט ענק? עס איז נישט ריכטיג, איך בין יא דא מיט ענק, און איך ווארט צו הערן דיינע טעגליכע באריכטן פון די מוסד, יעדע פרט פון יעדן תלמיד און תלמידה, מיין קאפ און הארץ איז דארט אזוי ווי אין אמעריקע. און דאס וואס דו טענה'סט אז איך קום נישט, איך קום נאר איין מאל א יאר וכו'; איך וויל דיר פרעגן, ווי איז שייך איך זאל קומען, איבער לאזן מיין ווייב מיט די קליינע קינדער? איך פאר שוין אוועק קיין אומאן צום רבי'ן אויף ראש השנה, און אויך קום איך קיין ארץ ישראל איין מאל א יאר, ווי קען איך דאס טון צו מיין משפחה?


איך האב הנאה יעדע מאל דו שיקסט מיר א באריכט פון חדר; אמאל פלעגסטו שיקן יעדן טאג, לעצטנס האסטו אויפגעהערט שיקן, איז ווי אזוי קען איך זיין מיט ענק ווען מען דערציילט נישט וכו'? איך האב הנאה פון די פראגראם פון די מטבעות בימי חז"ל, ווי מען ארבעט מיט די קינדער זיי זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ, און יעדע מאל באקומט מען א קארטל, א מטבע, און אלץ טוישט מען דאס אויף אויף העכערע מטבעות, אזוי לערנען זיך די קינדער אויס די נעמען פון די מטבעות, וועט זיי זיין גרינגען צו לערנען גמרא.


זייער גוט אז דו פארמאכסט די קווארטיר אין ירושלים, געענדיגט מיט די קווארטיר, עס מעג נישט זיין א דירה אן קיין אחריות, און אויך אז די בחורים קומען נישט צייטליך - וואס דארף מען די גאנצע זאך?


איך בין נישט צופרידן אז דו האסט פינף איינגעשטעלטע פאר דרייצן קינדער אין די חדר אין שטאט טבריה; זיי מיר מסביר וואס דארפן זיי פינף מלמדים? דאס איז הפקירות, דאס איז נישט ריכטיג; זע צו פארשיקן דריי מלמדים, עס פעלט נישט אויס מער ווי צוויי מלמדים. איך האב יעצט פארשיקט פון די וויליאמסבורג חדר מלמדים, ווייל רוב אנשי שלומינו האבן זיך אוועק געצויגן אין שטעטל, עס זענען געבליבן דריי קינדער א כיתה, ווי קען איך אויסהאלטן א מלמד, אים צאלן א יאר געהאלט - פאר דריי קינדער?


אויך וויל איך דיר בעטן, אז היות די חדר אין בית שמש ווערט גרעסער און גרעסער זאלסטו זיך אריינלייגן בעיקר דארט צו זיין מנהל, איך וועל רעדן צו יוסל ער זאל זיין דער מנהל אין זיין חדר אין טבריה, מען דארף נישט א מנהל מיט מלמדים פאר דרייצן קינדער. אין בית שמש איז דא פופציג קינדער כן ירבו, דארף מען יא האבן נאך מלמדים; וויל איך דיר בעטן דו זאלסט אויפנעמען נאך צוויי מלמדים, (און אויב דו וועסט מער נישט זיין טרוד מיט פארן קיין טבריה, אפשר קענסטו אליינס זיין א מלמד).


בנוגע די מיטינג וכו'; זייער גוט אז דו האסט נישט קיין שום שייכות מיט די געלט, אזוי וויל איך דו זאלסט ווייטער טון, אזוי וועסטו קענען לייגן דיין קאפ נאר אין חדר, זען אז די קינדער זאלן באקומען ליבשאפט און ווארעמקייט אינאיינעם מיט אמונה ויראת שמים.


איך האף בקרוב וועט מען קענען באצאלן אלע מלמדים און אלע איינגעשטעלטע. איך האב געזאגט פאר ר' אהרן וועבערמאן ער זאל ענק זאגן אז אין אמעריקע האט מען אויך נישט געצאלט די מלמדים, מיינט נישט אז ענק זענען אזוי ווי א שטיף קינד, און כאילו אין שטעטל איז יא דא צו צאלן, דא איז מען אויך צעדריקט, איך האף צום אייבערשטן אז בקרוב ממש וועט זיין א נס, מען וועט אלעמען באצאלן.


עס איז גוט אז עס איז געווארן אזא מצב, אזוי קען מען אוועק שטעלן די חדר און די בית פיגא ריכטיג, נישט שווענדן געלט אין מיסט, (וואס אזוי איז די פאקט, אז ווען עס גיסט געלט קען מען נישט טראכטן וואס מען דארף טאקע און וואס מען דארף נישט).


דראפע זיך און דערהאלט זיך, און לייג אריין א שמחה אין די קינדער, און אויך פארגעס נישט פון די מלמדים, זיי געבן ווארעמקייט; אז דו וועסט שמייכלען צום מלמד, דו וועסט געבן פארן מלמד א גוט ווארט; נישט א געמאכטע ווארט, אן אמת'ע גוט ווארט - וועט עס אים שטארקן, עס וועט אים געבן כח צו קענען פרייליך מאכן די כיתה, אלע תלמידים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#999 - לערנען נאר מיט כלות וואס די מאמע בעט עס
חינוך הילדים, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת לעזער תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער גוט אז די קליינע מיידלעך זענען נישט געגאנגען אויף די שיפן, איך וויל נישט אז מטעם המוסד זאלן די קליינע קינדער גיין אויף א שיף, קליינע קינדער זענען פרייליך ביז גאר מיט יעדע קלייניקייט וואס מען מאכט מיט זיי, דאס טראגן צו א טיר-גארטן (זו) - דאס איז שוין די בעסטע טריפ.


בנוגע שיעורים פאר כלות; איך וויל נאכאמאל דערמאנען אז די מוסד געבט נישט קיין כלה שיעורים פאר די תלמידות, דאס מיינט אז איר קענט לערנען מיט א כלה נאר נאכדעם וואס די מאמע בעט אייך און באשטעלט אייך. און אז א כלה פרעגט, זאלט איר זאגן: "איך לערן נאר אז דיין מאמע וועט מיר בעטן", עס איז נישט גענוג אז די טאכטער קומט זאגן בשם די מאמע, און אז די מאמע שיקט צו א צווייטן איז גאר גוט, און דעמאלט איז נישט כדאי צו לערנען, ווייל מען ווערט צעמישט.


איך האב דאס ביי די בחורים, עלטערן שיקן צו פראפעשענעלס און נאכדעם בעטן די חתנים איך זאל אויך לערנען, איך טו דאס קיינמאל נישט, ווייל דאס צעמישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#998 - ווען די עלטערן רעדן זיך אויס
חינוך הילדים, התחזקות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


וואס רעדסטו פון אנדערע, און וואס הערסטו אויס ווען מען רעדט פון אנדערע? און אז איינער רעדט זיך אויס צו דיר פריוואטע זאכן - זאלסטו דאס נישט טראגן ווייטער; קענסט אויסהערן, קענסט יענעם מחזק זיין, קענסט יענעם געבן גוטע עצות, אבער חס ושלום טראגן ווייטער די אינפארמעישן, ווייל די עבירה פון לשון הרע איז אזוי געפערליך, אזוי געפערליך ווי טון די ג' חמורות השם ישמרינו.


זיי מכבד דיינע עלטערן, און אז דיינע עלטערן רעדן זיך אויס צו דיר וכו' וכו' - זאלסטו אויסהערן און אויסהערן, דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם. מיש זיך נישט אין מחלוקת, און זאג נישט מוסר פאר זיי; הער זיי אויס און בעט פאר זיי.


וועסטו מיר העלפן די יאר ביי די קאמפיין מיך ארויסנעמען פון מיינע חובות?


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#997 - ביידע עלטערן זאלן אינטערפירן, אפילו ס'איז זייער שווער
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, שלום, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ליבער טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט בויען א בית נאמן בישראל מיט הצלחה אין אלע ענינים.


איך וויל דיר בעטן זייער א הייקעלע (סענסיטיווע) זאך, אז יעצט ווען דו גייסט בויען דיין שטוב – זאלסטו מאכן א נחת רוח פאר די שכינה הקדושה, דו זאלסט לאדענען ביידע פון דיינע עלטערן זיי זאלן קומען צו די חתונה, און זאלסט יעדן מוחל זיין.


איך ווייס אז איך ווייס גארנישט וואס דו ביסט אלץ אריבער, ווי מען האט דיך געפייניגט ה' ישמרינו, דאך דאך דאך, יעצט ווען דו גייסט בויען דיין שטוב, א היים – דארפסטו פרייליך מאכן די שכינה הקדושה וואס בעט זיך דו זאלסט רופן דיינע עלטערן און זיי זאלן דיך אונטערפירן.


איך בעט דיר ווער נישט בייז אויף מיר און צערייס נישט די בריוו, און אפילו עס איז דיר שווער – זאלסטו עס טון. איך זאג דיר צו בהבטחה גמורה וחזקה, אז אויב דו וועסט טון די מסירות נפש, דו וועסט לאדענען ביידע עלטערן, טאטע און מאמע, און זיי בעטן זיי זאלן דיך אונטערפירן, אפילו זיי זענען גע'גט און שוין נאכאמאל חתונה געהאט, זאלסטו זיך עקשנ'ען אז דוקא זיי זאלן דיך אונטערפירן, זאג איך דיר צו אז דו וועסט זיין א גרויסער עושר און דו וועסט מצליח זיין און האבן די וועלט און יענע וועלט.


אויך זאלסטו מחזק זיין דיין כלה זי זאל אויך רופן אירע עלטערן, ווייל ענק גייען דאך יעצט ברענגען דורות, איז וואס עפעס זאלן ענקערע קינדער ענק מכבד זיין...?


איך בעט איבער, און איך בעט: טו עס פאר די שכינה הקדושה, טו עס פאר דיר, פאר דיין עתיד, טו עס פארן אייבערשטן. טראכט פון זיך מוסר נפש זיין פארן אייבערשטן; וואלט א גוי געסטראשעט מיט א מעסער אז אויב דו גלייבסט אין באשעפער שטעכט ער אריין אין הארץ – וואלסטו זיכער געשריגן שמע ישראל... און זיך געלאזט שטעכן, און יעצט ווען עס איז שווער גייסטיש צו רופן די עלטערן – דארף מען טון רצון ה', אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וּבְכָל נַפְשְׁךָ", זאגן די הייליגע חכמים (ברכות סא:): "אפילו נוטל את נפשך", טראומא וכו'.

#996 - נישט געבן טרענספארטעישן פאר די וואס צאלן נישט שכר לימוד
צניעות, חינוך הילדים, מוסדות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מרדכי אינדיג נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע די נייע תקנה וואס די הנהלה וויל מאכן אז מען זאל מער נישט געבן קיין טרענספארטעישן פאר די משפחות וואס צאלן נישט קיין שכר לימוד; איך וויל דיר זאגן אז די חברי הנהלה מאכן טאקע אייגענע החלטות, אבער אזעלכע גרויסע טוישונגען מאכן זיי נישט אן פרעגן. איך בין געזיצן נעכטן מיט זיי איבער דריי שעה איבער די נושא וואס מען קען טון אז די עלטערן זאלן צאלן שכר לימוד, און מען איז געבליבן אז מען וועט נישט קענען מער אויפנעמען די קינדער פון די משפחות וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג און צאלן נישט קיין שכר לימוד.


איך וויל דיר זאגן, פאר יארן האב איך נישט געצאלט שכר לימוד, ווייל די מוסד האט מיר נישט געבעטן, מיטן חשבון אז איך ווער נישט באצאלט, איך באקום נישט קיין געהאלט, און מיט דעם האבן זיי מיר געטון פארגוטיגן, אז זיי צאלן מיר נישט און איך צאל זיי נישט, ביז פאר בערך דריי יאר צוריק ווען עס איז געווען די חנוכת הבית פונעם אלטן תלמוד תורה בנין, 33 טשעסטנאט, האב איך געהערט דארט א מעשה פון איינע פון די נדבנים, אז זיין טאטע האט אים דערציילט אז די הנהלה איז געקומען צום רבי'ן זכותו יגן עלינו מסאטמער, אים זאגן אז עלטערן צאלן נישט שכר לימוד, וואס קען מען טון; האט דער רבי געפרעגט: "פארוואס צאלט מען נישט?" האט מען געזאגט: "ווייל מען האט נישט"; האט דער רבי געפרעגט: "און וואס איז מיט לעקטער, געז, אינשורענס וכו'?" האט מען געזאגט אז דארט צאלט מען, מען האט נישט קיין ברירה, ווייל אז מען צאלט נישט - האקט מען אפ, האט דער רבי געגעבן א קרעכץ און געזאגט: "און ווער זאגט אז ביי שכר לימוד האקט מען נישט אפ? אז מען צאלט נישט שכר לימוד האקט מען אויך אפ"; זייט די מעשה האב איך אנגעהויבן צאלן שכר לימוד אפילו מען בעט מיר נישט, און יעצט זאגן די חברי הנהלה אז עס איז נישט מעגליך ווייטער אנצוגיין.


אויך ווילן זיי מאכן אז מען זאל נישט קענען קומען אין חדר און אין סקול נאר מיט אן איינטריט קארטל, זיי ווילן אוועק שטעלן די מוסד אז די עלטערן זאלן מוזן קומען רעדן צו די אפיס, זיך וויסנדיג מאכן.


איך האב געבעטן די הנהלה זיי זאלן אויך מיט דיר רעדן, מען מוז ארבעטן צוזאמען.


בנוגע די פרוי וואס קומט בפריצות וכו'; מען דארף קלאר זאגן פאר די עלטערן, אדער ברענגן זיי די קינדער אדער בלייבן די קינדער אין שטוב, עס קען נישט זיין אזא זאך אז א פרוי זאל קומען אן שטרימפ צו אונז, ברענגען הייליגע קינדער בפריצות.


בנוגע וכו'; איך ווייס אז איך דארף קומען צו ענק אין קעמפ געבן חיזוק, איך וועל אם ירצה ה' קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#995 - פארוואס שטעכסטו מיך?
חינוך הילדים, התחזקות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער סמ"ך מ"ם זוכט אלע וועגן ווי אזוי ער קען אונז צעברעכן, אבער ער קען אונז נישט צעברעכן, מיר זענען אין פאלאץ פון קעניג, ביים הייליגן רבי'ן; נאר מיט איין וועג קען ער אונז צעברעכן - מיט מחלוקת, אז מיר תלמידים און ביי די ווייבער די תלמידות, רעדן נישט שיין איינער צום צווייטן, און מען האט ווייטאג איינער אויפן צווייטן - מיט דעם טוט ער אונז צעברעכן און אוועק נעמען אונזער כח, אונזער נאנטקייט צום אייבערשטן.


אז א טיטשער גרויסט זיך אויף אייך און רעדט צו אייך שטעכעדיג – זאלט איר דאס נישט נעמען ערנסט, איר זאלט קוקן מיט רחמנות און טראכטן: 'נעבעך, פארוואס שטעכסטו מיך? פארוואס מיך צעטרעטן? מיר זענען דאך דא מיט איין כוונה, בויען א סקול פאר אונזערע קינדער, וואו מען וועט לערנען די לימודים פון רבי'ן, די זיסע אמונה, די זיסקייט פון תפילה והתבודדות...' נעמט עס נישט צום הארצן, און געדענקט אז דאס איז א סיבה, אן עלילה פונעם סמ"ך מ"ם אייך צו מחליש דעת זיין און אייך אוועק נעמען פון די התקרבות לצדיק.


הלואי זאלט איר ווייטער אנהאלטן דאס קומען צו די תלמידות לערנען מיט זיי און זיי געבן ווארעמקייט, און אז איינער טוט אייך וויי - זאלט איר זיין אפן און זאגן: "איך בעט דיר, טו מיר נישט וויי, איך בעט דיר, רעדט צו מיר שיין און הארציג וכו' וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#994 - רעדט שיין און ווייך, אבער פעלזן פעסט מיט אידישקייט
חינוך הילדים, שלום בית, שלום, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי' קרית ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לאזט אייך נישט, בלייבט שטארק, בלייבט פעלזן פעסט עס זאל נישט אריינקומען ביי אייך אין שטוב קיין סמ' טעלעפאן, רעדט שיין צו אייער מאן, בעטס אים: "איך וויל אזוי שטארק אינאיינעם מיט דיר אויפבויען א הייליגע שטוב, אן ערליכע שטוב, ערליכע קינדער, איך בעט דיר מיט מיין גאנצע הארץ ברענג נישט אריין א סמארטפאון אין שטוב".


עס שטייט אין פסוק (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַּךְ יָשִׁיב חֵמָה", דער וואס רעדט ווייך, קערט אוועק די צארן; נאך שטייט אין פסוק (שם יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א פרוי האט א ספעציעלע חכמה וואס זי קען אויפבויען איר שטוב; פון איין זייט - זיין זייער זייער שטארק אויף די הייליגקייט פון די שטוב, און פון די אנדערע זייט - זיין זייער קלוג צו געבן דעם געפיל פארן מאן אז ער איז חשוב און טייער און באליבט אין די אויגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#993 - דער רבי מאכט ליכטיג אין אלע פלעצער
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו מיט די פדיון.


איך פריי זיך צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, דיין לעבן איז געווארן א לעבן, דער רבי מאכט דיר ליכטיג אין אלע פלעצער; ביים לערנען, ביים דאווענען, ביי שלום בית, ביים מחזק זיין די קינדער און ביי כיבוד הורים וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן נחת ביי דיינע קינדער און הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#992 - ארייננעמען די עלטערן פאר שבתים און ימים טובים
חינוך הילדים, שלום בית, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


דאס וואס דו פרעגסט אז דיין שווער און שוויגער ווילן כסדר קומען, און עס איז שווער פאר דיין ווייב, דו ווילסט וויסן וואס איז ריכטיג.


ריכטיג איז – וואס מער ארייננעמען די עלטערן פאר שבתים און ימים טובים, בפרט ווען די עלטערן ווערן פארעלטערט – איז ריכטיג וואס מער זיי צו מכבד זיין, וואס מער זיי ארייננעמען אין שטוב, און אז זיי פירן זיך אנדערש, און דו טראכסט אז עס וועט גיין אויף די חשבון פון די קינדער, דאס איז נישט אזוי, די קינדער וועלן נאר שענער אויפוואקסן בזכות כיבוד הורים.


(נאר אויב פאר דיין ווייב'ס מח איז דאס נישט גוט, זי פאלט צוריק וכו' – דעמאלט זאלסטו שיינערהייט זאגן אז עס איז אונז יעצט אביסל שווער וכו', חייך קודמין, ערשט קומט די געזונט פיזיש, און נאך מער די נפש גייסטיש).


האלט אן דיין גדר פון נישט האבן טעקסט מעסעדזש.

#991 - גוטע מלמדים און גוטע טיטשערס אין אונזער מוסד
חינוך הילדים, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרדכי אינדיג נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב געהערט דיינע מעסעדזשעס, און איך פריי זיך זייער אז דו באקומסט נאך גוטע מלמדים פאר קומענדיגע יאר הבא עלינו לטובה; איך בעט אסאך אויף דעם, היינט אינדערפרי איז געווען א ברית ביים מדפיס נחמן נתן בוים, און זיצנדיג אויפן כסא של אליהו ביים זיין סנדק האב איך געבעטן אויף דעם פרט, אויף גוטע מלמדים, גוטע טיטשערס אין אונזער מוסד.


אויך פאריגע וואך דאנערשטאג פרשת דברים איז געווען צוויי ברית'ן, איך האב געבעטן זייער שטארק פון אליהו הנביא: "עמוד על ימיני וסמכני, שטיי מיר צו מיין האנט איך זאל האבן כח ווייטער צו האלטן די מוסדות".


איך דאנק דיך פארן זיין ווארעם צו די מלמדים, זיי זאגן מיר אלע בפה אחד אז נאר בזכות די ווארעמקייט און חיזוק פונעם מנהל – האבן זיי כח ממשיך צו זיין און משפיע זיין פאר די תלמידים.


איך האב היינט געגעבן דריי שיעורים; פאר די פרויען צאמקום, פאר מלמדים און טיטשערס; דאס איז אויסער די שיעור אינדערפרי, די דף גמרא, און אויסער די שיעור פאר בית פיגא; אשרינו.


לאז מיר וויסן וואו דו האלסט מיטן מגי' זיין ספר הקדוש אשר בנחל באידיש; איך האב צוגעזאגט אז איך וויל דאס ארויסגעבן...

#990 - חתונה מאכט די קינדער אן כאפן הארץ אטאקעס
חינוך הילדים, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך דאנק דיך פארן זיין יעצט אין די זומער וואכן מיין זון ...'ס מלמד, מיר – איך און מיין ווייב – האבן זייער אסאך הכרת הטוב פאר דיר, איך פרעג יעדן טאג מיין זון ער זאל מיר דערציילן פון חדר, ער דערציילט מיר אזעלכע שיינע זאכן... געבענטשט זאלסטו זיין.


אויך דאנק איך דיר פארן אראפנעמען פון מיר דעם עול פון העלפן אנשי שלומינו חתונה מאכן בחנם דא אין שטעטל, דאס איז פון די חשוב'סטע זאכן ביי אונז אין די קהילה, אז אנשי שלומינו זאלן קענען אויסלעבן די יארן, חתונה מאכט די קינדער אן כאפן הארץ אטאקעס און קראנק ווערן פון ווערן בעלי חובות, כידוע וואס טוט זיך אפ אין אנדערע מקומות, מען קען נישט מאכן שמחות מיט שמחה, מען קומט צו די קינדער'ס חתונות מיט שווערע הונדערטער טויזנטער דאלער חובות.


אויך מאך איך זיך די חשבונות פון די לעצטע אכט יאר קאמפיינס, האסטו מיר געהאלפן שאפן צדקה געלט אלעס אינאיינעם געברענגט די סכום פון ניין טויזנט פונף הונדערט און איין און זעכציג טויזנט דאלער, איך בין דיר זייער דאנקבאר, און איך האף אז אויך די יאר וועסטו מיר העלפן שאפן געלט און גיין נאך געלט פאר די צוועק.

#989 - העלף מיך ארויסקריכן פון מיינע חובות
חינוך הילדים, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ערשטנס דאנק איך דיר פארן זיין מיין זון ...'ס מלמד יעצט אין די זומער וואכן, מיין זיין ... נרו יאיר קומט אהיים אזוי פרייליך, ער דערציילט אזויפיל פון חדר, איך זע אז דו לייגסט אריין אין די קינדער אסאך יראת שמים.


אם ירצה ה' קומענדיגע וואך מאך איך די יערליכע קאמפיין פון "אנשי חיל", איך מאך די חשבונות פון די לעצטע זיבן יאר וואס דו טוסט קאמפיינען, האסטו מיר געהאלפן ברענגט צדקה פאר די קהילה א חשבון פון אכט טויזנט פיר הונדערט זעקס און פערציג דאלער, איך דאנק דיך זייער דערפאר, און איך בעט דיר: אנא! העלף מיך ארויסקריכן פון מיינע חובות, גיי נאך געלט מיט דיין גאנצע הארץ, די חובות זענען נישט מיינע, דאס איז חובות פון אויפבויען די קהילה און די מוסדות.


נאכאמאל, יישר כח פאר זיין אזא גוטע מלמד.

#988 - אזא פרייליכע זומער פאר אונזערע קינדער
חינוך הילדים, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


קודם כל קום איך דיר א גרויסן יישר כח פארן אהערשטעלן אזא פרייליכע זומער פאר אונזערע קינדער, מיינע קינדער ... און .. נרם יאר קומען אהיים אזוי פרייליך און צופרידן, פול מיט יראת שמים, פול מיט מידות טובות; געבענטשט זאלסטו זיין, און דו זאלסט האבן כח צו קענען טון מיט די קינדער, מיט די תלמידים, מער און מער.


אם ירצה ה' קומענדיגע וואך מאך איך א קאמפיין פאר די קהילה און מוסדות, איך זע אז אין די פארגאנגענע יארן האסטו אויך קאמפיינט און דו האסט צאמגענומען צדקה געלט, און אלעס אינאיינעם איז די סכום פינף טויזנט צוויי הונדערט און צוויי דאלער.


איך בין דיר זייער דאנקבאר, און איך האף אז אויך די יאר וועסטו מיר העלפן גיין נאך געלט, און אפילו עס איז שווער און נישט אזוי זיס – וועסטו מיר העלפן, נישט נאר יוצא צו זיין, מיר העלפן בויען דעם רבינ'ס מוסדות וואס מאכט ליכטיג די וועלט.

#987 - איך בין זייער דאנקבאר, איך וועל דאס שטענדיג געדענקען
חינוך הילדים, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר די געשמאקע ווארעמע פלעי גרופ, מיין טאכטער ... תחי' איז זייער צופרידן, און בעיקר איז מיין ווייב צופרידן, מיר זענען דיר זייער דאנקבאר אויף דעם, און ביטע איבערגעבן פאר דיין ווייב תחי' א פערזענליכע דאנק.


אם ירצה ה' קומענדיגע וואך פרשת ראה מאך איך נאכאמאל די יערליכע אנשי חיל קאמפיין, איך קוק צוריק די לעצטע זיבן יאר האסטו מיר זייער ווארעם געהאלפן קאמפיינען, אז איך רעכן זיי צאם קומט אויס אז דו האסט געברענגט די הערליכע סכום פון זעכצן טויזנט פינף הונדערט איין און פופציג דאלער, איך בין דיר זייער דאנקבאר, און איך וועל דאס שטענדיג געדענקען, און איך האף אז אויך די יאר וועסטו מיר העלפן קאמפיינען בכל לב ונפש, מיר העלפן בויען דעם רבינ'ס זאך און ליכטיג מאכן די וועלט.

#986 - מאכן די סעודות שבת מיט שמחה און ישוב הדעת
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת דברים, חזון, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


שבת זאלסטו זיין זייער זייער פרייליך און זיך אומגיין מיט דיינע קינדער מיט אסאך סבלנות און געדולד, חס וחלילה נישט שלאגן די קינדער, און חס וחלילה נישט שרייען, פארשעמען אדער טשעפען די קינדער. און אויב דו ווילסט מחנך זיין דיינע קינדער זיי זאלן האבן א ליבשאפט צו תורה און יראת שמים - איז די בעסטע זאך זאלסט זיין א לעבעדיגע ביישפיל, די קינדער זאלן זען ווי דו האסט ליב תורה, און ווי דו פירסט זיך מיט יראת שמים; שבת ביים דאווענען זאלסטו נישט שמועסן, דאס וועט זיין 'מעשה אבות סימן לבנים', וועלן דיינע קינדער אויך נישט שמועסן ביים דאווענען, ווייל ווי אזוי עלטערן פירן זיך - אזוי וועלן די קינדער טון ביים סוף.


דער הייליגער בן איש חי זכותו יגן עלינו ברענגט א פלא פון א מעשה (ספר נפלאים מעשיך, מעשה קי), אמאל איז געווען א איד וואס האט געוואלט שלאגן זיין קינד, ווייל דאס קינד האט געגעסן ברויט אן זיך וואשן נטילת ידים, ער האט אנגעכאפט ביידע פיס פונעם קינד מיט איין האנט, און גענומען דעם שטעקן אינעם אנדערן האנט, און ווען ער האט געוואלט שלאגן דאס קינד האט ער זיך אליין געשלאגן און ער האט זיך אליין זייער שטארק צעקלאפט; האט דער זון געזאגט: "טאטע, דו ווייסט פארוואס דו האסט דיך צעקלאפט? ווייל פון הימל וויל מען דיר ווייזן אז אנשטאט דו זאלסט מיך שלאגן אויף דעם וואס איך עס אן נטילת ידים זאלסטו זיך אליינס ענדערש שלאגן אויף דעם וואס דו עסט אויך אן זיך וואשן נטילת ידים, און דאס איז די סיבה פארוואס איך עס אן נטילת ידים; אויב וואלט איך דיר געזען עסן נאר מיטן זיך וואשן נטילת ידים וואלט איך אויך קיינמאל נישט געגעסן אן נטילת ידים".


פרייטאג ערב שבת - זאלסטו נישט ארבעטן נאך חצות. די הייליגע חכמים זאגן (פסחים נ.): "כל העושה מלאכה בערב שבת אינו רואה סימן ברכה", ערב שבת אז מען ארבעט - זעט מען נישט קיין ברכה; גיי אהיים, העלף אנגרייטן דעם שבת, העלף דיין ווייב, און לייג זיך אביסל אראפ שלאפן אז דו זאלסט קענען מאכן די סעודת שבת מיט גרויס שמחה און מיט ישוב הדעת. מיט רחמנות, נישט מיט קיין כעס. מיט סבלנות, נישט מיט קיין נערוון.


א פרייליכן ליכטיגן שבת!

#985 - לאז שוין אפ דאס זיך אראפקלאפן
חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב), אז מיר מוזן קוקן גוט און אויפזוכן גוטס ביי יעדן איינעם, און אפילו עס זעט אויס ווי ביי דעם מענטש איז נאר דא שלעכטס, האט דער רבי געזאגט אז עס קען נישט זיין אז א מענטש זאל זיין אינגאנצן שלעכט, כולו רע, עס איז זיכער דא אין אים א פינטעלע גוטס, און דער רבי זאגט אז אויב מען וועט זען די גוטס און מען וועט טראכטן פון די פינטעלע גוטס - מיט דעם קען מען מהפך זיין יעדן מענטש, אים ארויסנעמען פון די שלעכטס און ברענגען צו ווערן א גרויסער צדיק.


דאס איז פון די יסודות אין ברסלב'ער חסידות, מוהרא"ש זאגט אז דאס איז פון די יסודות וואס דער הייליגער רבי האט אונז אוועקגעשטעלט; מיר זאלן זוכן אין יעדן איינעם גוטס, אויך אין זיך אליינס זאל מען אויפזוכן גוטס, טראכטן פון די גוטס און זיך מחיה זיין מיט די גוטס, און מיט דעם קען מען זוכה זיין אינגאנצן צו ווערן א גרויסער צדיק.


על כן ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער, לאז שוין אפ די שלעכטס, לאז שוין אפ די מרה שחורה, לאז שוין אפ דאס זיך אראפקלאפן, הייב אן זיך מחיה זיין מיט די גוטע זאכן וואס דו האסט; זיי זיך מחי' מיט די מזוזה וואס דו האסט ביי די טיר פון דיין שטוב, זיי זיך מחי' מיט די בארד און פאות דיינע, זיי זיך מחי' מיט די ציצית, זיי זיך מחי' מיט די תפילין; פון דעם זאלסטו טראכטן, זאלסט גיין א טענצל און דאנקען דעם אייבערשטן: "שכוח הייליגער באשעפער אז איך בין א איד און איך האב די זכי' צו טון דיינע מצוות".


ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער, אויך אין שטוב מיט דיין ווייב און דיינע קינדער זאלסטו זיך אנשטרענגען צו זען נאר גוטס, און בינד זיך אויף פון די קייטן פונעם סמ"ך מ"ם וואס ער האט דיך געבונדן אין זיין תפיסה, און ער מאכט דיך קוקן און טראכטן און געדענקען נאר פון די חסרונות פון דיין ווייב און די קינדער, דורכדעם צעשטערט ער דיר דיין לעבן, דו פייניגסט זיך, דו האסט נישט קיין מנוחה, דו קענסט נישט אנגיין אין דיין טאג, עס בוזשעוועט דיר דיין קאפ מיט די אלע שלעכטס וואס דו זעסט אין זיי; הייב אן פאלגן דעם רבי'ן, זוך אויף איין גוטע זאך אין דיין ווייב, און אזוי אויך איין גוטע זאך אין יעדער פון דיינע קינדער און זיי זיך מחי' מיט דעם, און טראכט: 'זיי זענען דאך אזוי גוט מיט די גוטע זאך וואס זיי טוען'.


מאך זיך א שיעור און לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש לקוטי מהר"ן. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: 'סע וועט אים אלע אדערן טרענען'", ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, אפילו די הארץ איז פארשטאפט.


מאך זיך א שיעור און לערנען די שיחות פון הייליגן רבי'ן, דער רבי האט געזאגט (שם, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


מאך זיך א שיעור אין סיפורי מעשיות, דער רבי האט געזאגט (שם, סימן כה), אז די מעשיות וועקן אויף א מענטש פון שלאף; אויך מאך זיך א שיעור אין ספר המידות, דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נפתלי, דער רבי האט אים געוויזן דעם ספר המידות און געזאגט (שם, סימן שעט): "מיין ליבער הארציגער חבר, דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#984 - סעודת ראש חודש מיט די כולל אינגעלייט
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


הרב ר' ... שליט"א, דומ"ץ דקהילתנו


איך האב זייער הנאה צו זען פון די נאנט די התמדה פון די אברכי הכולל, איך בין זיך מחי' צו זיצן צווישן די ווענט פון כולל הערן די קול תורה פון די אינגעלייט, אויך צו זען די ערליכקייט מיט די יראת שמים.


איך וויל פרעגן אויב איך קען האבן די זכי' צו לאדענען די כולל אינגעלייט מיט דיר צו א סעודת ראש חודש ביי מיר אין שטוב, סיי דעם ראש חודש הבא עלינו לטובה, מנחם אב, און אויך ראש חודש אלול. איך וויל מחזק זיין די כולל אינגעלייט, די הייליגע חכמים זאגן (ספרי נשא, א): "אין מחזקים אלא המוחזקים", די אינגעלייט וואס לערנען – דארפן אסאך חיזוק; די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נב.): "כָּל הַגָדוֹל מֵחֲבֵירוֹ", ווי גרעסער מען איז, "יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנוּ", דארף מען מער חיזוק.


א באזונדערע דאנק פארן מקרב זיין מיינע קינדער, לערנען מיט זיי אין כולל און אין די זייטיגע צייטן, איך האף דו וועסט אויך מקרב זיין מיין זון דער חתן, אים מחזק זיין צו לערנען גמרא והלכה, פארברענגען זיינע יארן צווישן די ווענט פון כולל, "אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת ה' אוֹתָהּ אֲבַקֵּשׁ, שִׁבְתִּי בְּבֵית ה' כָּל יְמֵי חַיַּי, לַחֲזוֹת בְּנֹעַם ה' וּלְבַקֵּר בְּהֵיכָלוֹ" (תהלים כז, ד), איך און מיינע קינדער און קינד'ס קינדער.


לאז מיר וויסן וועגן עסן סעודת ראש חודש מיט די כולל אינגעלייט.