בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#685 - אויסלערנען ווי אזוי צו האלטן א מסודר'דיגע שטוב
חינוך הילדים, אידישע שטוב, גרים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע די משפחה ... וואס האט זיך אריינגעצויגן אין שטעטל און אריינגעשיקט די קינדער אין חדר און בית פיגא; איך הער אז מען רופט זיי נישט ביי די נעמען, מען רופט זיי די גרים; בעט איך דיר זייער זאלסט אכטונג געבן מען זאל זיי רופן ביי זייערע נעמען, און חס ושלום נישט מאכן קיין צווישנשייד צווישן זיי און אנדערע.


בנוגע די קינדער וואס זאגן אז עס איז נישטא קיין עסן אין שטוב, נישטא קיין נאכטמאל; איז וויכטיג צו מאכן אן אסיפת הורים ומורים, און די מנהל זאל רעדן פאר אלע טאטעס, און אויך רעדן פריוואט מיט די וואס זענען נישט מסודר.


בנוגע די משפחה ... וואס דו זאגסט אז די קינדער קומען צעריסן און צעשליסן, איך הער אויך פון די מנהלת אז די מיידלעך זענען זייער נישט אין ארדענונג, עס זעט אויס ווי די עלטערן ווייסן נישט ווי צו פירן א שטוב; איז וויכטיג אז דער מנהל זאל כאפן א שמועס מיטן טאטן און די מנהלת זאל אראפרופן די מאמע, און רעדן שיין צו זיי איבער די זאכן וואס מען זעט וואס איז נישט מסודר און זיי העלפן; אזוי ווי דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט געטון נאכן קריג מיט די שארית הפליטה וואס האבן נישט געוואוסט די א' ב' ווי אזוי צו פירן א שטוב, איז די רעבעצין אריבער אין שטיבער ווייזן ווי מען באדט קינדער, ווי מען האלט א שטוב מסודר, ווי מען לייגט צאם וועש וכו'; דאס דארפן מיר טון, רעדן מיט די עלטערן, זען וואס מען קען בעסער מאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#684 - טענות אויף די מוסד
חינוך הילדים, מוסדות, היכל הקודש, טענות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויגש, עשרה בטבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד האברך ... נרו יאיר


איך הער צוריק אז דו האסט טענות אויף די מוסד אז מען לערנט נישט וכו' וכו'; איך וויל נישט אריינגיין בטוען ונטען מיט דיר אויב די מוסד איז יא גוט אדער נישט גוט, נאר איין זאך וויל איך דיר בעטן, אויב ביסט נישט צופרידן פון די מוסד - זאלסטו וואס שנעלער טוישן מוסדות, ווייל עס איז נישט געזונט פאר דיר און נישט פאר דיינע קינדער; איך מיין דאס מיטן גאנצן אמת, לייג דיינע קינדער אין א מוסד וואס דו ביסט צופרידן, ווייל קינדער שפירן אויב די עלטערן זענען נישט צופרידן און עס צעמישט זיי.


א שאד צו ווערן אנגעגעסן אויף היכל הקודש וועגן די מוסד, מען קען זיין א ברסלב'ער חסיד אן שיקן די קינדער אין אונזער חדר.


א גוט שבת.

#683 - שריי, טאטע איך בין איינער אליין
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, שטעטל, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, ט"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האף דו נוצט אויס די שטעטל, די וועלדער און פעלדער – פאר התבודדות ותפילה. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, איין ווארט און נאך א ווארט; אפילו נאר שרייען די ווארט: "טאטע העלף מיר", "טאטע איך בין אליין", "טאטע איך דארף א נס".


מיט תפילה והתבודדות קען מען צוקומען צו זייער הויכע מדריגות, די מח מחשבה ווערט לויטער און ריין.


אויך זאלסטו ווייזן פאר דיינע קליינע קינדער ווי אזוי מען רעדט צום אייבערשטן, אזוי וועלן זיי אויך רעדן צום אייבערשטן.


קום אין שול פארטאגס לערנען דיינע שיעורים כסדרן; חומש, משניות, גמרא, מדרש וכו'.

#682 - טשעפע נישט דיינע קינדער
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דיין גרויסער קינד נעמט די פינגער אין מויל – זאלסטו איר נישט טשעפען חס ושלום. קענסט בעטן דעם אייבערשטן אז דאס זאל אוועק גיין, אבער חס ושלום טשעפען, בפרט ווען דאס קינד אליינס שרייט: "איך וויל דאס נישט טון, איך פארגעס, איך כאפ נישט".


זיכער נישט קנס'ען, אוועק שיקן דאס קינד פון די שבת סעודה; מען קען חס ושלום פארלירן דאס קינד אינגאנצן. ענדערש זאלן די קינדער זיצן ביים טיש מיט די פינגער אין מויל און הערן נאכאמאל און נאכאמאל אז מען קען אלעס בעטן דעם אייבערשטן.


גרייט דיר אן א מעשה פון צדיקים פאר די סעודות שבת, דערצייל זיי די מעשה פון רבי ינאי (ירושלמי תרומות ח, ג), ער האט זייער מורא געהאט פון שלענג, ער האט געציטערט צו גיין שלאפן, ווייל אפשר וועט די שלאנג ארויפקריכן אויף זיין בעט, ער האט זיך געמאכט א פאטענט, ער האט אריינגעשטעלט די פיר פיס פונעם בעט אין פיר אמערס וואסער. איין נאכט וועקט ער זיך אויף מיט א שלאנג אין די הענט, האט ער געזאגט "עס העלפט נישט קיין פאטענטן, נאר איין זאך העלפט, תפילה, תפילה און נאכאמאל תפילה".


דערצייל זיי אזעלכע מעשיות, וועלן זיי אויסוואקסן ערליכער אידן.


שרייב מיר אויב דו ווערסט באליידיגט ווען איך זאג דיר הנהגות ווי זיך צו פירן, אויב דו ווערסט באליידיגט וועל איך דיר שרייבן נאר תורה און ענינים.


 

#681 - מחנך זיין קינדער צו גיין נאך צדקה, ווי ערליכע אידן
חינוך הילדים, חנוכה, צדקה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


בנוגע די פושקעס אין שטעטל, ווי די קינדער האקן אין שול און מענטשן ווערן נערוועז; לעת עתה איז נישטא פאר די קינדער נאך א פלאץ וואו זיי זאלן צוזאמנעמען צדקה, נאר אין שול; זאלסטו מחזק זיין אלע קינדער זאלן גיין מיט די פושקעס אין שול, און אז מענטשן ווערן נערוועז און האבן טענות - זאלסטו זיך נישט וויסנדיג מאכן.


איך וויל אונזערע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, און איינע פון די זאכן וואס אן ערליכער איד טוט - איז צוזאמנעמען געלט פאר צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#680 - אז דיינע קינדער רופן דיך נישט, זאלסטו זיי רופן
קינדער, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע צו רעדן צו דיינע קינדער יעדן טאג, און אז זיי רופן דיך נישט – זאלסטו זיי רופן; פרעג זיי וואס טוט זיך אין ישיבה, פרעג זיי וואס זיי האבן געלערנט, וויפיל פרקים משניות, וויפיל בלאט גמרא; עס איז זייער וויכטיג צו האבן א שטיקל קשר מיט די קינדער.


אוודאי וואלט געווען ריכטיג דיינע קינדער זאלן דיך רופן יעדן טאג, אבער אויב זיי רופן נישט – זאלסטו זיי רופן, ווארט נישט אויף קיין כבוד, מאך נישט קיין חשבונות, טו צו דער זאך, זיי קלוג און האלט אן קשר מיט זיי.


יעדן טאג זאלטו לאזן טרערן צום אייבערשטן פאר יעדן איינציג קינד, זיי זאלן אויסוואקסן ערליך, הייליג און עס זאלן זיך ציען דורות.

#679 - מען לייגט אריין די גאנצע נשמה אין די קינדער
חינוך הילדים, הכרת הטוב, עברי, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין אייך זייער דאנקבאר פאר די שווערע ארבעט וואס איר לייגט אריין אין די קינדער ביי אונז אין מוסד וואס האבן נישט אזוי גוט אויפגעכאפט די עברי. איך ווייס אז איך ווייס אפילו נישט וויפיל ארבעט, כח און מח – איר לייגט אריין אין די קינדער טאג איין טאג אויס, יעדע קינד איז א באזונדערע מסכתא, און איר לייגט אריין אייער גאנצע נשמה אין זיי.


אויך וויל איך זיך זייער באדאנקען פאר אייער מאנ'ס מלמדות, מיר זענען צופרידן פון אים ביזן הימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זען נחת ביי אייערע קינדער, ערליכע אידישע דורות.


נאכאמאל, איך דאנק אייך פון טיפעניש פון הארץ.

#678 - אן דרך ארץ, איז גארנישט דא
חינוך הילדים, דרך ארץ, בית המדרש, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי האסטו גוט געטון אז דו האסט שטיל געמאכט די אינגעלייט אין שול ביים שיעור, און איך וויל דיך בעטן אויף ווייטער, אויב דו זעסט ביי די ליל שישי שיעור וואס מען האלט מיט ביי ענק דורך א לייוו הוק-אפ, אז מען שמועסט - זאלסטו בעטן די וואס שמועסן אז זיי זאלן ארויסגיין שמועסן אינדרויסן. אז מען שמועסט ביים שיעור וויל איך נישט מען זאל זיך צוזאמנעמען מיטהאלטן דעם שיעור, ווייל "דרך ארץ קדמה לתורה"; אדער זיצט מען מיט דרך ארץ, אז נישט - זיי מבטל דעם ליל שישי שיעור ביי ענק, און ווער עס וויל מיטהאלטן - זאל פריוואט אין שטוב מיטהאלטן אויפן טעלעפאן.


אזוי אויך אין שטוב זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער אז ווען א טאטע רעדט, אדער א מאמע רעדט - דארף מען זיין שטיל. שבת ביי די סעודה ווען דו הויבסט אן רעדן - זאלסטו דערמאנען נאכאמאל און נאכאמאל די ווערטער: "ווען א טאטע רעדט - טאר מען נישט רעדן", "ווען א מאמע רעדט - טאר מען נישט רעדן".


אזוי אויך זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער נישט צו רעדן אין קלאס, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סד): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען די קינדער זיי זאלן האבן דרך ארץ און גוטע מידות פון ווען זיי זענען נאך יונג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#677 - די בחורים זאלן גיין ביים דאווענען מיט הוט און רעקל
חינוך הילדים, דרך ארץ, ישיבה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


פארלאנג פון אלע בחורים צו גיין ביים דאווענען מיט הוט און רעקל; מוהרא"ש האט מיר געשריבן יארן צוריק איך זאל זען ביים דאווענען זאלן די בחורים גיין אנגעטון מיט דרך ארץ.


לערן אויס די בחורים זאלן זיך אויפפירן איידל מיט דרך ארץ. מען דארף רעדן און רעדן און רעדן, דאס טו איך שוין זיבעצן יאר אן אויפהער; אמאל גייט מען מער שטרענג, אבער בעיקר דארף מען גיין מיט אסאך ליבשאפט.


אז דו וועסט ליב האבן די תלמידים וועלן זיי אננעמען דיינע רייד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#676 - מיט א ווייב רעדט מען און מען שמועסט אויס
שלאפן, חינוך הילדים, שלום בית, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט קיין עסק פון דעם, עס וועט אריבערגיין. אזוי גייט עס ביי א טייל קינדער, זיי קומען אינמיטן די נאכט אין די מאמע'ס בעט, און מיט די צייט גייט עס אוועק.


שטארק זיך בלימוד התורה הקדושה, אויך זאלסטו שמועסן אין שטוב מיט דיין ווייב. מען דארף רעדן מיט די ווייב, אזוי קען מען דאווענען און לערנען, טון רצון השם. מיר געפינען ביי יעקב אבינו, ווען דער אייבערשטער האט אים געזאגט (בראשית לא, ג): "שׁוּב אֶל אֶרֶץ אֲבוֹתֶיךָ וּלְמוֹלַדְתֶּךָ וְאֶהְיֶה עִמָּךְ", גיי אוועק פון לבן, גיי צוריק צו די לאנד פון דיינע עלטערן, האט יעקב גערופן זיינע ווייבער און געשמועסט מיט זיי, אזוי ווי עס שטייט (שם, ד): "וַיִּשְׁלַח יַעֲקֹב וַיִּקְרָא לְרָחֵל וּלְלֵאָה הַשָּׂדֶה אֶל צֹאנוֹ", יעקב האט גערופן זיינע ווייבער אין פעלד און גערעדט מיט זיי; לכאורה, וואס איז דא צו רעדן? מען טוט וואס דער אייבערשטער הייסט; יעקב וואלט ווען געקענט זאגן "מען גייט" און שוין, אן רעדן, אן שמועסן; נאר די תורה לערנט אונז די וועג ווי צו טון וואס דער אייבערשטער הייסט, מיט א ווייב רעדט מען און מען שמועסט אויס, און אזוי קען מען טון וואס דער אייבערשטער הייסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#675 - מאך נישט קיין אנגעצויגענע מצב אין שטוב
חינוך הילדים, חנוכה, שלום בית, שבת קודש, פרנסה, חובות, כעס, יום טוב, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישב, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב ליידט פון דיר, און נאך מער ליידט זי ווען עס קומט די הייליגע צייטן ווי שבת און יום טוב; דו מאכסט די גאנצע שטוב פאר איין שטיק נערווען, דו פארלאנגסט די שטוב זאל זיין ריין צוזאמגענומען, דו פארלאנגסט פון איר זי זאל זיין גרייט ווען דו ווערסט גרייט, און אז זי קען נישט זיין אזוי שנעל און גרייט ווען דו ווערסט גרייט - הייבסטו אן שרייען השם ישמרינו, די קינדער כאפן א שרעק, דו מאכסט משוגע די גאנצע הויז.


איך בעט דיך זייער, מאך נישט קיין אנגעצויגענע מצב אין שטוב, חנוכה איז א פרייליכע צייט, שבת און יום טוב איז א צייט וואס די שכינה הקדושה קומט אין אידישע שטיבער, און מיט כעס פארטרייבט מען איר.


אז דו קומסט אהיים און זאכן פליען, עס איז נישטא קיין זכר פון חנוכה - זאלסטו ארויפבייגן דיינע ערמל און העלפן; העלף איר מיט די קינדער, העלף רוימען די שטוב מיט שמחה.


אפשר ווייל דו שרייסט אויף דיין ווייב איז נישטא קיין ברכה אין דיין געלט?


גיי שריי צום אייבערשטן: "אייבערשטער איך האב מיט די נערווען און איך גיס עס אויס אין שטוב, הצלינו, ראטעווע מיך".


איך זאג דיר צו, אז דו וועסט רעדן פון היינט אן שיין אין שטוב מיט דיין ווייב - וועסטו ביז א קורצע צייט ארויסגיין פון אלע חובות און האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#674 - מען מעג זאגן א קינד א גוט ווארט, אפילו בעפאר עס קומט זיך אים
קאמפלימענטס, חינוך הילדים, תשובה, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי יט, יח): "יַסֵּר בִּנְךָ", שטראף דיין זון, "כִּי יֵשׁ תִּקְוָה", ווייל עס איז דא א האפענונג ער זאל בעסער ווערן, "וְאֶל הֲמִיתוֹ", און אים שלאגן מכת רצח – "אַל תִּשָּׂא נַפְשֶׁךָ", זאלסטו נישט טון.


מען קען זאגן נאך א פשט, שלמה המלך לערנט אונז ווי אזוי צו זאגן מוסר. "יַסֵּר בִּנְךָ", זאג מוסר דיין קינד, זאג אים: "יֵשׁ תִּקְוָה", דו האסט נאך א האפענונג; ווייל דאס איז דער עיקר שוועריקייט פאר קינדער און אויך פאר ערוואקסענע, ווען זיי טראכטן פון צוריק קומען צום אייבערשטן טראכטן זיי 'איך בין שוין סיי ווי דערנאך', 'פון מיר וועט שוין סיי ווי גארנישט זיין'; דאס איז די סיבה פארוואס מען קען זיך נישט נעמען תשובה טון. אויך זענען דא פעלער וואס עלטערן און מחנכים זאגן גיפטיג רייד, זיי זאגן "פון דיר וועט שוין גארנישט זיין, דו וועסט אויסוואקסן א גארנישט".


דאס זאגט אונז דער פסוק, "יַסֵּר בִּנְךָ", זאג אים: "כִּי יֵשׁ תִּקְוָה", עס איז דא א וועג ארויס פונעם פראבלעם, "וְאֶל הֲמִיתוֹ אַל תִּשָּׂא נַפְשֶׁךָ", צו רעדן ווערטער וואס הרג'עט, ווערטער פון מוסר וואס צעברעכט – זאלסטו נישט אויפהייבן דיין ווילן, והבן למעשה.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מלמד, בוי אויף די רצונות פון די קינדער, געב יעדן איינעם גוטע ווערטער. מען מעג זאגן א קינד א גוט ווארט נאך פאר עס קומט אים, מען קען אויסבארגן, ווייל ביי דיני נפשות גייט מען לחומרא, און איין גוט ווארט איז דיני נפשות ממש.

#673 - באשעפער, דו געבסט מיר נאר גוטס, און איך בין נאר פול מיט טענות?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חנוכה, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מארגן נאכט צינדט מען שוין די הייליגע מנורה, איך וויל דו זאלסט יעצט גיין פאר אפאר מינוט התבודדות, שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער וואס איז מיט מיר? וואס בין איך אזוי אנגעצויגן? וואס בין איך אזוי בקטנות הדעת? אין אזא צמצום? וואו איז מיין אמונה? וואו איז מיין בטחון? הייליגער באשעפער דו געבסט מיר דאך נאר גוטס, דו ביסט אזוי גוט צו מיר און איך בין נאר פול מיט טענות? האב רחמנות אויף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר; ווען וועל איך שוין אנהויבן זיין א מכיר טובה? ווען וועל איך שוין אנהויבן דיך לויבן? איך בין דאך א כפוי טובה, איך רעד מיך אפ, און איך זארג און זארג, איך ווייס נישט וואס איז מיט מיר".


עפעס א טויש דארף געשען; דו קענסט נישט אהיימקומען צינדן די מנורה מיט אזא נערוועזקייט, די קינדער ציטערן פון דיר, דו דארפסט עמערדזשענסי גיין רעדן צום אייבערשטן, ארויסנעמען די כעס און עצבות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#672 - אסאך ווארעמקייט, אסאך גוטע ווערטער, פאר יעדן קינד
חינוך הילדים, חסד, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף געבן אסאך אויפמערקזאמקייט פאר די קינדער; זיכער ווען די קינדער בעטן עס, זיי בעטן: "מאמע געב מיר ליבשאפט"  - דארף מען זיי געבן ווארעמקייט און ליבשאפט.


בפרט היינטיגע טעג וואס עס בלאזן ווינטן וואס קינדער פון גוטע שטיבער פאלן לא עלינו אוועק - דארף מען געבן אסאך ווארעמקייט פאר יעדן קינד, אסאך גוטע ווערטער.


ווער רעדט נאך, די עלטערן וואס דער אייבערשטער האט זיי מזכה געווען צו טון מיט נשמות ישראל, זיי געבן אוועק זייער לעבן פאר העלפן אנדערע - די מוזן נאך מער אכטונג געבן עס זאל נישט זיין אויפן חשבון פון די אייגענע קינדער.


מיר האבן געהאט א תלמידה אין בית פיגא (זי האט שוין חתונה געהאט) וואס האט מיר געשריבן א בריוו אלס קינד מיט די ווערטער: "ווען איך גיי חתונה האבן, וועל איך קיינמאל נישט טון חסד מיט אנדערע, איך וועל זיין א ווארעמע מאמע פאר מיינע קינדער"; וואס איז געווען די מעשה? איר מאמע איז א גרויסע בעלת חסד, זי טוט חסד טאג און נאכט, אבער עס איז אויף די חשבון פון די קינדער; די מיידל איז געווען גאר יונג ווען זי האט געשריבן די ווערטער.


דער אייבערשטער האט אייך געגעבן די זכיה צו העלפן נשמות ישראל, דארפט איר אבער לייגן אייערע קינדער די ערשטע; זיי מחזק זיין און זיי געבן אייער צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#671 - וויי און ביטער אויב די קינדער פירן די שטוב
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, דרך ארץ, אידישע שטוב, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט כדאי זיך אוועק צו ציען, איבעראל דארף מען רחמי שמים מיט קינדער.


גוטע קינדער האט מיט די תפילות פון די עלטערן. מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דאס וואס איר שרייבט אז די קינדער קומען אהיים פון ישיבה און זיי זאגן 'מיר ווילן זיך פירן ווי די בחורים אין ישיבה וכו'', - מען טאר נישט ווערן דערשראקן, מען דארף זיי זאגן: "ביי אונז טוט מען אזוי", "ביי אונז אין די משפחה מאכט מען אזוי".


עלטערן דארפן נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די קינדער ווי אזוי צו פירן א שטוב; וויי און ביטער איז פאר די וואס פרעגן די קינדער ווי אזוי צו פירן די שטוב, קינדער האבן ליב צו פרובירן באקומען וואס זיי דארפן, אבער באמת האבן זיי נאך מער ליב צו האבן עלטערן וואס ווייסן וואס זיי ווילן און זענען זיי מחנך אויף די גוטע וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#670 - דארף מען רעדן צו קינדער פון קדושה?
קדושה, חינוך הילדים, רעדן, עצתו אמונה, מנוולים, אשר בנחל, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אויף דיין טענה אז קינדער ליינען די בריוו און זיי פרעגן שאלות וכו'; שלמה המלך זאגט (משלי כו, ד): "אַל תַּעַן כְּסִיל כְּאִוַּלְתּוֹ", ענטפער נישט דעם נאַר אויף זיינע נארישע פראגעס, "פֶּן תִּשְׁוֶה לּוֹ גַם אָתָּה", טאמער וועסטו אויך ווערן א נאַר; דיר וואלט איך נישט געענטפערט, אבער היות דו מאכסט א טומל, און תמימי לב ווערן נאכגעשלעפט נאך דיר - וועל איך זיי ענטפערן.


עס איז דא א קאטשקע, וואס ווען זי זעט דעם בער ווערט זי דערשראקן, זי שטעקט אריין דעם קאפ אין דער ערד און אזוי ווערט זי בארואיגט, זי זעט מער נישט דעם בער, ביז דער בער קומט און פארציקט איר; אזא פנים האבן די אלע וואס זאגן 'מען זאל נישט רעדן פון קדושה צו קינדער', מען שטעקט אריין די קאפ אין דער ערד ביז עס קומט א מניוול און הרג'עט דאס קינד, השם ישמרינו.


וואס שטייט אין די בריוו? עס שטייט דאך נאר פון די הייליגע אמונה און פון קדושת הברית; וואלט יעדע טאטע געדארפט געבן פאר די קינדער צו ליינען די בריוו, די קינדער זאלן אויסוואקסן מיט אמונה און קדושת הברית, זיי זאלן וויסן ווי זיך צו היטן סיי ביי זיך און סיי פון אנדערע. אז דיין קינד וועט ליינען די בריוו און ער וועט דיך פרעגן: "טאטע, וואס מיינט פגם הברית?" וועסטו האבן א געלעגנהייט אים אויסצולערנען ווי צו זיין אפגעהיטן; וואס בדרך כלל רעדן נישט עלטערן פון קדושה, און אפילו די וואס רעדן שוין יא - מורמלען זיך אונטער אפאר ווערטער וואס קינדער כאפן נישט אויף; זיי ווייסן נישט ווי אזוי זיך צו פירן, עס איז זיי שווער ווי און ווען אנצוהייבן רעדן פון דעם. אז דיין קינד וועט פרעגן: "טאטע, וואס איז פגם הברית?" זאלסטו זאגן: "פגם הברית מיינט מען טאר נישט אנרירן אות ברית קודש, דער אייבערשטער זאגט מען דארף זיין הייליג", און אז דיינע טעכטער וועלן פרעגן: "וואס מיינט קדושת הברית?" זאלסטו זיי אויך זאגן: "מען טאר נישט גיין אין א ווינקל מיט א חבר'טע זיך אנרירן אונטער די קליידער, דער אייבערשטער זאגט מען זאל זיין הייליג"; דו וועסט האבן א גוטע געלעגנהייט צו אויסלערנען דיינע טעכטער אז קיינער קען נישט שפילן מיט זייער גוף וכו'.


דערווייל, וואס טוט מען? 'ניין, ביי אונז רעדט מען נישט פון דעם!' ביי אונז שטעקט מען אריין דעם קאפ אין דער ערד און מען זעט נישט דעם בער; נישטא קיין מניוולים, נישטא קיין פראבלעמען, ביז דער בער - דער מניוול - קומט השם ישמרינו, און קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, און מען וויינט אז די יוגענט פאלט אוועק, מען זוכט עצות, מען זוכט וועם צו באשולדיגן; ווען רוב רובם פון די וואס לאזן אפ אידישקייט און די וואס נעמען זיך דאס לעבן - איז ווייל דאס לעבן איז זיי מער נישט ווערד, ווייל מען האט זיי מטמא געמאכט השם ישמרינו.


דיקא די בריוו, די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן - דאס טוט ראטעווען דעם דור; ווייל וויפיל בחורים און אברכים וויינען אז זיי האבן נישט געוואוסט פון קדושת הברית, זיי קומען פון שטיבער וואס מען רעדט נישט פון דעם, אויך אין חדר און אין ישיבה רעדט מען נישט פון דעם, און נאר דורך די ספרים זענען זיי געווארן ערליך און געוויסט ווי זיך צו אכטונג געבן אויף ווייטער.


וויפיל ווייבלעך וויינען אז זיי האבן געטון נישט גוטע מעשים אין שולע, און יעצט איז דאס לעבן ביטער שווער; זיי וויינען 'קיינער האט אונז נישט געלערנט פון וואס זיך צו היטן'.


די בריוו איז נישט פאר דיר, שלמה המלך ווארנט אונז נישט צו האבן צוטון מיט א נאַר, "פָּגוֹשׁ דֹּב שַׁכּוּל בְּאִישׁ וְאַל כְּסִיל בְּאִוַּלְתּוֹ" (משלי יז, יב), ענדערש זאל מען זיך אנטרעפן מיט א פארציקנדע בער ווי זיך טענה'ען מיט א נאַר, אבער די תמימי לב וואס הערן ליצנות זאלן וויסן ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער; רעדן צו די קינדער פון קדושת הברית. מען דארף נישט רעדן איבריגע ווערטער, נאר זאגן: "דער אייבערשטער לאזט נישט אנרירן וכו'".


איך האף דו וועסט אפלאזן די ליצנות.





 


 





 

#669 - פארלאנגט פון די קינדער א שטארקע דיסציפלין
חינוך הילדים, דרך ארץ, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז מען האט געעפנט די וואך א בית פיגא שולע אין טברי'; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין מיט גרויס הצלחה.


פארלאנגט פון די קינדער א שטארקע דיסציפלין; אין אנהויב וועט דאס זיין שווער פאר אייך, בפרט ביי די קינדער וואס קומען פון שטיבער וואס איז הפקר שטיבער, ווי די קינדער פירן די שטוב, די עלטערן זענען נישט מחנך. האט נישט מורא, פארלאנגט דרך ארץ מיט א שטארקקייט, נאר אזוי וועט זיין הצלחה.


איך ווייס אז אין היכל הקודש זענען דא אסאך חילוקי דעות בענין זה; עס זענען דא וואס זאגן 'מען טאר נישט זאגן פאר די קינדער וואס צו טון, מען טאר נישט זיין שטרענג'; איך ווייס נישט, איך האב געהערט אנדערש, אזוי האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אז עס מוז זיין א שטארקע דרך ארץ. איך האב געהערט פון מוהרא"ש און איך הער נאכאלץ; איך לערן די בריוו, די הייליגע ספרים; דארט שטייט קלאר אז דרך ארץ דארף זיין, און אז דאס איז די ערשטע זאך, און נאר אזוי קען מען איבערגעבן פאר די תלמידים און תלמידות ווי זיך צו פירן בדרך התורה והיראה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#668 - די בחורים זאלן זיך באשעפטיגן מיט גוטע זאכן אין די פרייע צייטן
חינוך הילדים, ניגונים, ישיבה, נחת, מוזיק

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרוס פון דיינע ליכטיגע קינדער; זיי לערנען פלייסיג און פירן זיך מיט מידות טובות, זיי זענען פון די אויסגעצייכנטע בחורים ביי אונז אין ישיבה.


מען קען קויפן ביליגע אינסטרומענטן, פלעסטיק פייפערס; אפשר איז כדאי דאס צו קויפן פאר דיינע קינדער, אז ביי הפסקה זאלן זיי זיך אויסלערנען שפילן אויף כלי זמר. אויסער די מעלה פון קענען שפילן ניגונים, זיך מחי' זיין מיט א ניגון – איז אויך גוט זיי זאלן האבן וואס צו טון און נישט גיין אין די גאסן אין ליבערטי; אין לייברערי, אדער אפילו אין גראסערי – וואס איז בעצם נישט שלעכט, אבער די בחורים האבן אנגעהויבן גיין נאך געלט דארט פאר עסן, פאר פיצא; ענדערש זאלן זיי האבן גוטע זאכן מיט וואס צו זיין באשעפטיגט.


אויך איז א שאד אז זיי קומען נישט ביינאכט צום הלכה שיעור; איך האב געמאכט מוצאי שבת א מלוה מלכה פאר די בחורים וואס לערנען הלכה, איך וואלט זיך זייער געפרייט צו דיינע קינדער.


הצלחה בכל ענינים.

#667 - געב אכטונג אויף דיינע טעכטער, נעם נישט אריין יעדן אין שטוב
קינדער, חברים, חינוך הילדים, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


געב אכטונג אויף דיינע טעכטער, ברענג נישט אין שטוב קיין בחורים; עס איז טאקע זייער א גרויסע מצוה – די מצוה פון הכנסת אורחים, אבער כל זמן דו האסט גרויסע טעכטער אין שטוב – דארפסטו אכטונג געבן אויף זיי.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיג.): "בתך בגרה", אויב דיין טאכטער ווערט דרייצן יאר, "שחרר עבדך ותן לה", זאלסטו אפילו באפרייען דיין קנעכט און איר געבן דעם קנעכט פאר א מאן, ווייל אז נישט וועט זי חס ושלום אראפפאלן אין עבירות; זעט מען ווי שטארק מען דארף היטן די טעכטער.


היט אויף דיינע קינדער אזוי ווי מען היט אויפן שווארץ אפפעל פון אויג.


...


אויך זאלסטו זיך שטענדיג אינטערעסירן ווער אירע חבר'טעס זענען, זי זאל האבן נאר ערליכע איידעלע חבר'טעס.

#666 - חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן
שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, חנוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען עס קומט די הייליגע חנוכה טעג – דארפן מיר זיך אויפוועקן און אנהויבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים און אלע ניסים וואס ער טוט מיט אונז. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "ימי חנוכה הם ימי הודאה", חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן, און ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן ווערט מען זייער נאנט צום אייבערשטן, און מען הויבט אן שפירן די זיסע טעם פון עולם הבא.


זע צו ענדיגן ארבעטן פרי אז דו זאלסט קענען דאווענען מעריב ביים זמן און גלייך נאך מעריב אנצינדן די הייליגע חנוכה ליכט, (אז דו קענסט כאפן א מקוה – מה טוב ומה נעים). נאכן צינדן זאלסטו טאנצן מיט דיין משפחה, ברענג אריין א שמחה; אזוי וועט אויף דיר שיינען די אור הגנוז וואס ווערט נתגלה אין די חנוכה טעג.

#665 - אריינבאקן אין די קינדער אמונה, פארקערט פון די יוונים
שמחה, חינוך הילדים, חנוכה, אמונה

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מען גייט שוין אנצינדן די הייליגע חנוכה ליכט, זע צו קויפן פאר אלע דיינע זין חנוכה מנורה'ס. ענדיג ארבעטן פרי אז דו זאלסט קענען דאווענען מעריב ביים זמן און גלייך אהיים גיין אנצינדן די הייליגע ליכט.


די יוונים האבן געארבעט מיט די קינדער, זיי האבן גענומען די קינדער אויסצורייסן די אמונה; דארפן מיר טון דאס פארקערטע, מיר דארפן נעמען די קינדער און אין זיי אריינבאקן די אמונה. מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט מען זאל חנוכה בלייבן אין שטוב מיט די קינדער, אפילו מוהרא"ש פלעגט אזוי סאך רעדן פון פארן קיין אומאן, אבער חנוכה פלעגט מוהרא"ש זיין זייער שטרענג מיר זאלן בלייבן אין שטוב, מאכן א שיינע צינדן, זינגען און טאנצן, פאטשן און קלאטשן.


אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו.

#664 - נישט אויפהעצן די קינדער איינער אויפן צווייטן
קדושה, חינוך הילדים, הדרכות, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע וכו'; אז אייער טאכטער וויל נישט גיין צו איר טאטע – זאלט איר זי נישט צווינגען. איר קענט איר פרעגן מפעם לפעם 'אפשר ווילסט גיין צו דיין טאטע? דיין טאטע וויל דיך זען, ער בענקט זיך צו דיר', אבער נישט צווינגען; אז זי וויל נישט גיין - קען מען נישט צווינגען.


דער עיקר דארף מען אכטונג געבן נישט אויפהעצן די קינדער איינער אויפן צווייטן; דער טאטע זאל נישט העצן קעגן די מאמע און די מאמע זאל נישט העצן קעגן דער טאטע, ווייל דאס קען לא עלינו זיי צוגרינד לייגן.


אויף דעם וואס איר האט מורא אפשר וועט ער טון מיט די טעכטער מעשים אשר לא יעשו; די עצה אויף דעם איז - רעדן צו די קינדער שטענדיג פון זיך אכטונג געבן, קיינער קען נישט אנרירן אונטער די קליידער, און קיינער קען דיר נישט הייסן זאלסט יענעם אנרירן אונטער יענעמ'ס קליידער, און אויך אויף די קליידער וכו'; מען מוז רעדן צו קינדער פון קדושה, ווייל אז נישט היינט - וועט מארגן אונטערקומען איינער וואס קען חס ושלום אוועקלייגן דאס קינד אויפן לעבן.


בעטס דעם אייבערשטן זיי זאלן אויסוואקסן געזונט, ערליך און הייליג. עלטערן דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#663 - נישטא אזא זאך דער מלמד זאל געבן פעטש
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא אזא זאך דער מלמד זאל געבן פעטש ביי מיר אין תלמוד תורה; מיר האבן א מנהל, און אז עס פעלט אויס - וועט ער מחליט זיין; דער מלמד טאר נישט געבן פעטש.


אויב געבסטו פעטש - וויל איך נישט זאלסט זיין מלמד ביי מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#662 - מען קען נאר קומען אין שולע אנגעטון איידל
צניעות, סקול, חינוך הילדים, הדרכות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו דאנקען פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי לערנען מיט קינדער די הייליגע תורה און די הייליגע אמונה.


איך בעט אייך זייער איר זאלט אכטונג געבן אויף די קינדער וואס קומען אין סקול – זיי זאלן קומען איידל אנגעטון, און זיכער די וואס לערנען און די וואס ארבעטן אין סקול - זאלן קומען אנגעטון איידל און רייך, נישט שלעפעריש און נישט אויסגעלאסן; מען קען נישט געבן קיין ארבעט פאר קינדער וואס קומען נישט אנגעטון איידל.


בנוגע די מיידלעך וואס קומען פאר חיזוק וכו'; ביטע זאגן פאר מרת ... זי זאל נישט ברענגען קיין מיידלעך אין סקול וואס רעספעקטירן נישט אונזער פלאץ. זי קען מחזק זיין מיידלעך און זיי האלטן ביי זיך אין שטוב, אבער אין בית פיגא קען מען נאר קומען ווער עס רעכנט זיך מיט די קינדער און מיט די מוסד. אזוי אויך דארף מען זאגן פאר מרת ... זי זאל קומען אנגעטון איידל.


געדענקט די ווארט וואס רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות אבדה ומציאה הלכה ג, אות טו), עס שטייט אין די תורה די מצוה פון העלפן מענטשן, שטייט (שמות כג, ה): "עָזֹב תַּעֲזֹב עִמּוֹ", זאגן די הייליגע חכמים (בבא מציעא לב.): "עמו" - ער דארף אויך העלפן; זאגט רבי נתן, ווען מען וויל העלפן איינעם דארף יענער זיך וועלן אליינס העלפן. מיר קענען יעדן איינעם מחזק זיין, אבער אז די מיידל אדער ווייבל וויל זיך נישט העלפן, זיי ווילן נישט טון דאס ביסל; צו קומען צו אונזער פלאץ אנגעטון שיין און איידל - וויל איך נישט זיי זאלן צוריק קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#661 - מען דארף אסאך שמייכלען, און געבן אסאך גוטע ווערטער
חינוך הילדים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך מוז דיר געבן א גרוס פון דיין בחור ... נרו יאיר, ער לערנט פלייסיג און ער פירט זיך מיט יראת שמים. איך האב אים זייער ליב, איך זע אין אים נאר גוטס, עס איז א מחי' אים זען לערנען און דאווענען.


ווייז אים דער בריוו, און ווען איך זאג דיר א גוט ווארט אויף אים – איז וויכטיג זאלסט אים דאס איבערזאגן. ווייל מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים, אז היינטיגע טעג, פאר משיח קומט, גייט אן נאר דער ימין מקרבת, די שמאל דוחה איז נישט שייך היינט; מען דארף אסאך שמייכלען, אסאך גוטע ווערטער – צו קענען דערמינטערן די בת מלך און איר אויסהיילן.


הויב אן דיין טאג מיט התבודדות אינדרויסן אין פעלד, מיט תודה והודאה.