בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#698 - מחזק זיין די בחורים צו גיין נאך געלט מיט דרך ארץ
חינוך הילדים, בחור, צדקה, דרך ארץ, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... שליט"א, קרית ברסלב


זיי מחזק די בחורים ביי דיר אין ישיבה זאלן עוסק זיין אין גיין נאך געלט פאר די ישיבה; א גאנץ יאר זאלן זיין עוסק זיין אין די מצוה, בפרט אינעם יום טוב פורים.


די בחורים קענען זיך צאמנעמען און גיין אין הייזער, טאנצן און פרייליך מאכן, און בעטן צדקה פאר אונזער ישיבה.


אויך זאלסטו זיי מחזק זיין זיך אויפצופירן מיט דרך ארץ, איך הער פון מענטשן אז בחורים גייען נאך געלט ביי אונזער גראסערי צו קויפן פיצא וכו'. זאג זיי עס איז נישט קיין דרך ארץ, עס איז נישט קיין גוטע געוואוינהייט; סיי דאס עסן אין געשעפט ווען עס איז דא עסן אין ישיבה, און סיי דאס בעטן געלט פון מענטשן פאר איבריגע זאכן.


ווער נישט מיד און שוואך ווען דו זעסט אז נאכן רעדן פועל'ט מען נישט, גלייב אז דיינע ווערטער גייען אריין אין די טייערע הערצער און יעדעס ווארט וואס מען רעדט מיט הארץ – ווערט אנגענומען, נכנסין ללב.


דו רעד, אז מען רעדט – פועל'ט מען, אמאל גלייך און אמאל נעמט עס אביסל צייט.


רעד צו זיי פון אמונה, פון תפילה, פון קדושת היסוד, און אפהיטן אות ברית קודש און פון מדות טובות.


ווען דו ווערסט מיד – זאלסטו זיך דערמאנען ווי מוהרא"ש האט געהאט כח צו אונז, גערעדט און גערעדט צו אונז און נישט געווארן מיד.


איך האב צוגעזאגט פאר דיינע תלמידים צו מאכן א שבת התוועדות מיט זיי, איך האף צום אייבערשטן צו גיין מיט זיי אויף א שבת זיי מחזק זיין, זיי אויפבויען מיט די חיזוק און עצות פון רבי'ן.


פון דיין ראש ישיבה וואס בעט פאר דיין הצלחה.

#697 - גרעסערע קינדער דארף מען אכטונג געבן ווי אזוי זיי צו זאגן
חינוך הילדים, בחור, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הער אויף צו קריטיקירן דיין זון; ער איז א ליכטיגער טייערער בחור, הער אויף אים צו נאכקוקן.


געב אים גוטע ווערטער, געב אים א שמייכל, קוק אויף אים נאר אויף די גוטע זאכן.


אויב דו וועסט אים נישט אויפהערן קריטיקירן, איז ענדערש שיק אים אוועק פון שטוב, שיק אים שלאפן ביי א זיידע אדער פעטער, ווי איידער זיין נפש זאל צעקלאפט ווערן.


איך בעט דיר, אנא, האב רחמנות אויף דיינע קינדער; ווען די קינדער זענען שוין גרויס דארף מען זייער אכטונג געבן די וועג ווי מען זאגט, די וועג ווי מען איז מחנך.


איך האף דו וועסט פאלגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#696 - געבן די הרגשה פאר די מלמדים אז מען איז צופרידן מיט זיי
קאמפלימענטס, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, סמארטפאון, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תרומה, שובבי"ם, ז' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער עס זאל נישט זיין אין חדר קיין טעבלעט אדער סמארטפאון אפילו לצורך המוסד, און אז מען דארף צייכענען יעדן טאג די קינדער וואס קומען - זאל מען דאס נישט טון מיט א טעבלעט. געב אכטונג אז די קינדער זאלן אויפוואקסן ריין און הייליג.


די מלמדים זאלן רעדן צו די קינדער פון זיך היטן פון א נישט כשר'ע טעלעפאן, מען דארף רעדן צו די קינדער פון יראת שמים ווען זיי זענען נאך יונג, און אז די קינדער וועלן זען ווי מען נוצט די סארט כלים מטעם המוסד - וועלן זיי אפגעקילט ווערן פון יראת שמים.


איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען א וויכטיגע זאך וואס דער מנהל דארף געדענקען צו טון; געבן גוטע ווערטער פאר די מלמדים. עס איז די וויכטיגסטע זאך, וויכטיגער פון אלעם; געבן די הרגשה פאר די מלמדים אז מען איז צופרידן מיט זיי.


דאס איז נישט נאר פאר א מנהל, דאס איז פאר יעדע בעל הבית; אז מען האט ארבעטערס און מען מאכט זיי שפירן ווי מען דארף זיי - שפארט מען זיך זייער אסאך פראבלעמען, און מען איז נאכדעם זייער מצליח. דער ארבעטער האט א שטארקע ווילן צו טון וואס אימער פארן בעל הבית, כל שכן א מלמד וואס זיצט מיט נשמה'לעך און ער דארף האבן סבלנות מיט אייזערענע כוחות צו זיין רואיג און אויפהייבן די קינדער - דארף דער מנהל געדענקען צו געבן די גוטע געפיל אז מען ווייסט פון זיין שווערע ארבעט.


אז דו וועסט אויפלעבן דעם מלמד וועסטו זיך איינשפארן אסאך ארבעט.


געב זיך איבער צום אייבערשטן, הויב אן דיין טאג מיט התבודדות, בעט דעם אייבערשטן זאלסט מצליח זיין מיט יעדן מלמד און מיט יעדן תלמיד - וועסטו האבן א שטארקע הצלחה.

#695 - קום העלפן אין בית הדפוס
חינוך הילדים, הדפסה, סבלנות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך- יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ... נרו יאיר


די טעג וואס דו האסט נישט קיין ארבעט – זאלסטו גיין אין בית הדפוס העלפן בהתנדבות, דרוקן און פאקן פעקלעך פון די ספרים און קונטרסים. גיי נישט ליידיג, און חס ושלום גיי נישט צו די הרי חושך, קום אין אונזער בית הדפוס עוסק זיין בתיקון העולם, האבן א חלק אין מזכה זיין נשמות ישראל מיט די עצות און ווערטער פון הייליגן רבי'ן.


האב סבלנות צו דיינע קינדער, שלאגן איז אסור און שרייען העלפט נישט, מען דארף זאגן נאכאמאל און נאכאמאל מיט סבלנות און שטארקקייט.

#694 - מען דארף צוקומען צום רבינ'ס עצות אויף חינוך
חינוך הילדים, הפצה, הדרכות, גליון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ו שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, ירושלים


יעצט איז געווארן א יאר פון ווען דו האסט אנגעהויבן ארויסגעבן דעם הערליכן גליון 'שיעורי חינוך'. דער גליון האט געמאכט א גרויסע מהפיכה אין די וועלט; אפילו די וואס ווילן נישט ארייננעמען אין האנט א ברסלב'ע צעטל- אבער דעם גליון נעמט מען יא, ווייל אלע דארפן עצות אויף חינוך; אלע זענען פארלוירן אין דעם ענין.


זיי ממשיך מיט די הייליגע ארבעט, שטארק זיך ביתר שאת וביתר עוז, ווייל די וועלט דארף רחמי שמים; עס בלאזט לינקע ווינטן, און די חינוך פון אונזערע קינדער איז אין א סכנה, מען דארף האבן דעם רבינ'ס עצות און שכל ווי אזוי מחנך צו זיין די קומענדיגע דורות מיט יראת שמים און קדושה וטהרה.


עס איז וויכטיג זאלסט געבן פאר האברך יצחק שמואל נרו יאיר דעם גליון ער זאל אריבערגיין די גליון איידער מען דרוקט דאס, עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשולות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#693 - זייער גוט אז דו שטרענגסט זיך אן צו ברענגען די קינדער צום לערנען
חינוך הילדים, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זייער גוט טוסטו אז דו געבסט אוועק צייט - טאג איין טאג אויס - צו ברענגען דיינע בחורים צו נאכט סדר. איך ווייס אז עס איז דיר נישט קיין גרינגע זאך, איך זע ביי אנדערע איז דא וואס די בחורים קומען נישט לערנען צום נאכט סדר, זיי האבן נישט קיין וועג צו קומען, און דיינע בחורים קומען יא ווייל זייער טאטע, ביי דיר - איז זייער חשוב אז די קינדער זאלן לערנען, עס איז חשוב'ער מער פון אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#692 - א לענגערע, אבער בעסערע, וועג צו מאכן קינדער פאלגן
קינדער, לערערין, קאמפלימענטס, חינוך הילדים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו מאכן קינדער פאלגן, איינס איז א גרינגע און שנעלע וועג, דורך באשטראפן און ארויסשיקן פון כיתה, אדער פארשפארן אין א ליידיגע צימער וכו', די צווייטע וועג איז א וועג וואס נעמט אביסל לענגער, דורך אויפהייבן און אויסלויבן, שמייכלען און געבן ווארעמקייט וכו'.


וואויל איז א לערערין וואס געבט גוטע ווערטער פאר יעדן קינד און ספעציעל די קינדער וואס פאלגן נישט גלייך, ווייל די קינדער וואס הערן נישט ווען מען זאגט זיי דאס ערשטע מאל - די קינדער דארפן מער גוטע ווערטער, זיי דארפן אזוי וויכטיג א שמייכל, זיי ווארטן אויף ווארעמקייט און הארץ פון די לערערין.


זיין א לערערין איז א חכמה, עס איז נישט געמאכט פאר יעדן איינעם, עס איז נישט אן ארבעט וואס יעדע ווייבל, יעדע מיידל וואס זוכט א פרנסה - מעג דאס טון; מען דארף צולייגן הארץ, ווארעמקייט, שמייכל און חכמה - ווי אזוי אויפצוהייבן און אויפצולעבן די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#691 - רעד רואיג, רעד מיט א שמייכל, רעד פאזעטיוו
חינוך הילדים, אידישע שטוב, כעס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע אז ביי דיר אין שטוב זאל זיין א פרייליכע לופט, עס איז נישט געזונט פאר די קינדער ווען די לופט איז אנגעצויגן, דער רבי זאגט (ספר המדות אות כעס, סימן כד): "עַל יְדֵי כַּעַס מוֹלִיד בָּנִים שׁוֹטִים", דורך כעס האט מען קינדער שוטים; קינדער וואקסן אויף נישט געזונט גייסטיש ווען די עלטערן זענען אנגעצויגן.


בכן בעט איך דיר, שוין גענוג געשריגן, שוין גענוג זיך גערעגט; יעצט זאלסטו אנהויבן א נייעם וועג, רעד רואיג, רעד מיט א שמייכל, רעד פאזעטיוו.


שבת איז געווען הערליך שיין, אויך מוצאי שבת, די הכנסת ספר תורה מיט די יארצייט סעודה - איז געווען זייער שיין. מיר האבן זיך אלע אויפגעפרישט מיט די עצות וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#690 - זייער וויכטיג פאר אלע עלטערן צו גיין צום אסיפת הורים
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, שובבי"ם, ה' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים, אנשי שלומינו שיחיו, תושבי קרית ברסלב ליבערטי


היינט נאכט איז דא אן אסיפת הורים פאר אלע עלטערן וואס שיקן די קינדער אין חדר, עס איז זייער וויכטיג צו האבן א שייכות מיט די מלמדים פון די קינדער, און נאך מער וויכטיג איז - האבן א שייכות מיטן מנהל.


ובכן וויל איך בעטן אלע עלטערן וואס שיקן ביי אונז אין חדר זאלן קומען צו די אסיפה, אלע זאלן קומען צייטליך, זיך טרעפן מיטן מלמד און אויך מיטן מנהל. זאג אלעס וואס ליגט דיר אויפן הארץ; אז דו טראכסט מיר מאכן נישט עפעס אדער דו זעסט עפעס וואס שמעקט נישט גוט - זאלסטו אלעס אויסשמועסן, מיר ווילן וויסן יעדע זאך וואס שטערט, מיר זענען דא צו ארבעטן אינאיינעם פאר די הצלחה פון די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#689 - ווען די זיידע באבע געבן צופיל נאך פאר די אייניקלעך
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, שובבי"ם, י"ג שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף די פראגע, וואס איז ריכטיג ווען איר גייט צו אייערע עלטערן אדער אייער מאנ'ס עלטערן און די קינדער מוטשען און וויינען, און די עלטערן - די זיידע און באבע - געבן שנעל נאך און איר ווילט זיי אויסלערנען און נישט נאכגעבן; ווילט איר וויסן וואס איז ריכטיג.


ווען מען שטייט פאר עלטערן דארף מען זייער אכטונג געבן זיי צו מכבד זיין מיט די גרעסטע כבוד, און אז די עלטערן געבן נאך פאר די אייניקלעך - בלייבט מען שטיל, אפילו מען האלט אז עס איז נישט ריכטיג צו נאכגעבן פאר די קינדער, און מען האט אן אנדערע וועג פון חינוך; ווייל מער נישט ריכטיג ווי נישט מכבד זיין עלטערן - איז דאס נישט, די מצוה פון כיבוד אב ואם איז אזוי גרויס, "הוקש כיבוד אב ואם לכבודו של מקום" (בבא מציעא לב.), דער אייבערשטער זאגט, זייט מכבד די עלטערן און זייט מיך מכבד; עס איז א פחד און א שרעק, ווער קען זאגן ער האט אזא דרך ארץ פאר די עלטערן ווי פארן אייבערשטן?!


ביי עלטערן זיצט מען מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, און אז זיי ווילן נאכגעבן די אייניקלעך - בלייבט מען שטיל, אפילו מען האלט אנדערש, ווייל כיבוד אב ואם איז אזוי הארב, עד כדי כך אז די הייליגע חכמים זאגן (קידושין לא:): "אשרי מי שלא חמאן", וואויל איז דער וואס האט נישט געזען זיינע עלטערן, רש"י איז מפרש, ווייל עס איז אזוי הארב אז עס איז זייער שווער מקיים צו זיין די מצוה אזוי ווי מען דארף, און אויב מען איז נישט געווארענט אין די מצוה - קען מען באשטראפט ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#688 - וואס טוט מען ווען די באבע ווייזט מאוויס פאר די אייניקלעך?
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, מאוויס

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער פראגע איז נישט פשוט; פון אייער זייט זענט איר גערעכט, איר געבט אן ערליכער חינוך פאר אייערע קינדער, זיי נישט צו ווייזן קיין שום מאווי, אפילו אידישע זאכן, כדי צו האלטן די קינדער ריין און הייליג, און יעצט ווען איר האט זיך דערוויסט אז ווען איר שיקט אייערע קינדער צו אייער שוויגער ווייזט זי זיי אידישע מאוויס; איר זענט זייער דערשראקן, איר פרעגט אויב איר זאלט איר זאגן נישט ווייזן מער פאר אייערע קינדער קיין מאוויס.


וואלט די מעשה פאסירט ביי א שכנ'טע, א חבר'טע - וואלט געווען די ריכטיגע וועג צו זאגן יענעם: "ביטע נישט ווייזן מיינע קינדער קיין שום זאך", אבער די פראגע איז 'ווי אזוי זאגט מען דאס פאר עלטערן?' פאר עלטערן טאר מען נישט זאגן אויב עס וועט זיין א פגם אין זייער כבוד, מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די כבוד פון די עלטערן, עלטערן זענען הייליג און טייער און עס איז א גרויסע עבירה צו מזלזל זיין אין זיי, אויך איז דאס א סכנה, מען ליידט זייער אסאך אין לעבן אז מען גרויסט זיך אויף די עלטערן; איז ווי איז שייך צו זאגן אנווייזונגען פאר טאטע מאמע, שווער און שוויגער? עס איז א פגם אין כיבוד אב ואם.


די איינציגסטע עצה איז צו בעטן דעם אייבערשטן אז די קינדער זאלן אויפוואקסן ערליך און הייליג, און רעדן צו די קינדער זיך אכטונג געבן נישט קוקן אויף קיין טעלעפאן, טעבלעט וכדומה, און אז די קינדער פרעגן 'אבער זיידע האט א טעלעפאן!' 'אבער באבע קוקט מאוויס!' זאגט מען: "זיידע און באבע זענען זייער וואויל, זיי זענען זייער ערליך, מיר פירן זיך ווי די רבנים וואס זאגן נישט קוקן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#687 - אויסלערנען די קינדער צו זיין פון די פארשעמטע, נישט די וואס פארשעמען
חינוך הילדים, מוסדות, חסידות ברסלב, בזיונות, הדרכות, חומש רש"י, ליצנות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט אין שול און אין תלמוד תורה, ווארט מיט סבלנות, עס וועט מיט דער צייט גרינגער ווערן.


לייג אריין אין די קינדער אמונה מיט יראת שמים, אויך זאלסטו זיך פארלייגן אויף די לימוד חומש מיט רש"י, לייג מער א דגוש אויף די לימוד חומש מיט רש"י - ווי אויף אנדערע לימודים, ווייל חומש רש"י - דאס איז יראת שמים, דאס ברענגט אריין אין די קינדער קדושה וטהרה.


בנוגע וכו'; די געב זיך בעיקר אפ מיט די קינדער, זארג נישט פאר די בחורים, עס איז צוויי וועלטן; דו געב דיין גאנצע הארץ, מח און כח - פאר די קינדער.


מאך נישט קיין נייע זאכן מיט לערנען חומש כסדרן; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געזאגט ביים עפענען די חדר איך זאל נישט מאכן אנדערש פון די פריערדיגע צדיקים. ווייל איינער פון די אינגעלייט וואס האבן מיר געהאלפן עפענען די חדר האט זייער שטארק געוואלט מיר זאלן גיין מיט די פראגראם פון 'בן חמש למקרא', לערנען מיט די קינדער חומש כסדרן, מוהרא"ש האט מיר זייער געווארענט נישט משנה זיין קיין זוז כל שהוא פון די מסורה ווי די הייליגע צדיקים האבן געמאכט, נאר לערנען יעדע וואך פון די פרשת השבוע און ביי כיתה ג' אנהויבן לערנען משניות, אין כיתה ה' אנהויבן לערנען גמרא, און אזוי ווייטער.


בנוגע וכו'; מאך זיך נישט צוטון פון די חילול השם וואס איז געווען ביי ענק אין שטאט מיטן חוזק מאכן ברבים פון הייליגן רבי'ן און פון ברסלב'ער חסידים, עס וועט נישט העלפן דאס גיין רעדן צום וכו', מיר דארפן רעדן צום אייבערשטן, מיר דארפן וויינען צום אייבערשטן היתכן דער רבי איז אזוי פארשעמט, היתכן ברסלב'ער חסידים וואס זענען די צדיקי הדור, די וואס זענען מקבל אנפי שכינתא - פון זיי לאכט מען און מען שפעט.


עס איז טאקע זייער שווער וואס מיר גייען אריבער, די בזיונות וכו'; אבער פון די אנדערע זייט דארפן מיר וויסן אז דאס איז מתנות פון רבי'ן. דער רבי  - אויפן וועג צוריק פון ארץ ישראל - האט געזאגט: "איך האב ענק געברענגט א מתנה 'מחלוקת', פון יעצט וועט מען קריגן אויף מיר", און אזוי איז געווען. עס האט זיך אנגעהויבן א מחלוקת אויפן רבי'ן וואס האלט נאך אן ביזן היינטיגן טאג; וועסטו פרעגן וואס איז די מתנה? וואס האט מען פון בזיונות? נאר וויסן זאלסטו, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תב): "תַּאֲמִינוּ לִי", גלייבט מיר, "שֶׁיֵּשׁ בְּיָדִי כֹּחַ לַעֲשׂוֹת שָׁלוֹם עִם כָּל הָעוֹלָם", איך האב די כח צו מאכן שלום מיט די גאנצע וועלט, "שֶׁלֹּא יִהְיֶה שׁוּם חוֹלֵק עָלַי", קיינער זאל מער נישט קריגן אויף מיר, "אֲבָל מָה אֶעֱשֶׂה שֶׁיֵּשׁ מַדְרֵגוֹת וְהֵיכָלוֹת כָּאֵלּוּ שֶׁאִי אֶפְשָׁר לָבֹא אֲלֵיהֶם רַק עַל יְדֵי מַחֲלֹקֶת", אבער וואס זאל איך טון אז עס איז דא אזעלכע הויכע מדריגות און אזעלכע היכלות וואס מען קען נישט צוקומען צו זיי נאר דורך מחלוקת, אזוי ווי מיר געפונען ביי משה רבינו עליו השלום. משה רבינו דער רבי פון כלל ישראל האט דאך געהאט אזא כח צו קענען צוזאמנעמען גאנץ כלל ישראל, אזוי ווי עס שטייט (שמות לה, א): "וַיַּקְהֵל משֶׁה אֶת כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל", משה רבינו האט צוזאמגענומען אלע אידן; משה רבינו איז דאך געווען די דעת פון כלל ישראל, ער האט געהאט די כח צו קענען צוציען צו זיך גאנץ כלל ישראל, דאך שטייט (שם לג, ח): "וְהִבִּיטוּ אַחֲרֵי משֶׁה", דרשנ'ען די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (קדושין לג:) מען האט גערעדט אויף משה רבינו שלעכטס; ווי קען זיין אז אידישע קינדער זאלן רעדן אויף משה רבינו? וואס גייט דא פאר? וואס דארף אזוי זיין? זאגט דער רבי, אזוי מוז זיין, אויף א צדיק דארף מען קריגן.


זיי מחזק אנשי שלומינו זאלן קיינעם נישט וויי טון און קיינעם נישט ענטפערן, אויך די קינדער אין חדר זאלסטו אויסלערנען גוטע מידות, זיי זאלן זיין פון די פארשעמטע, נישט פון די וואס פארשעמען. מיינע קינדער פארשעמט מען נאכאלץ, די שכינים שפעטן. מיין קליינע טאכטער פון אכט יאר האט מיר געפרעגט פאריגע וואך: "טאטע, פארוואס לאכט מען נאר פון ברסלב?" זי פרעגט מיר: "ווער האט געזאגט פאר יעדן איינעם צו לאכן פון אונז? פארוואס לאכט מען נישט פון אנדערע שולעס?" וואס איז שייך צו ענטפערן פאר א קליינע מיידל? איך האב איר געזאגט: "דער רבי האט דאס געברענגט פון ארץ ישראל א מתנה פאר אונז, מיר זענען דעם אייבערשטנ'ס ליבהאבער, אזוי ווי עס שטייט (שופטים ה, לא): 'וְאֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבוּרָתוֹ'" (שבת פח:).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#686 - מען דארף אויסלערנען פאר די טעכטער זיך צו פירן איידל
תפילה והתבודדות, צניעות, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז די פראגע? אוודאי און אוודאי דארף מען אויסלערנען פאר די טעכטער זיך צו פירן איידל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י) אויפן פסוק (במדבר ו, כד): "וְיִשְׁמְרֶךָ", דער אייבערשטער וועט דיר בענטשן און ער וועט דיר אפהיטן, דאס מיינט מען "בְּבָנוֹת", וואס זיי דארפן א שטארקע שמירה.


אז מען זאגט נישט ווייסט מען נישט, סיי די זין און סיי די טעכטער דארף מען לערנען צו זיין איידל. אז דיין טאכטער קראצט זיך וכו', רייבט זיך וכו' נישט איידל – זאגט מען שיין און געלאסן: "עס איז נישט איידל", "עס איז נישט גוט" וכו' וכו', און אז מען זעט נאכאמאל וכו', זאגט מען נאכאמאל, און אז מען זאגט און מען זאגט מיט סבלנות – פועל'ט מען.


העיקר אסאך תפילה. בעט יעדן טאג פאר יעדן קינד, רעכן אויס ביי התבודדות יעדן קינד ביים נאמען און בעט פאר זיי, ווייל תפילה איז די בעסטע און איינציגסטע עצה פאר ערליכע דורות.

#685 - אויסלערנען ווי אזוי צו האלטן א מסודר'דיגע שטוב
חינוך הילדים, אידישע שטוב, גרים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע די משפחה ... וואס האט זיך אריינגעצויגן אין שטעטל און אריינגעשיקט די קינדער אין חדר און בית פיגא; איך הער אז מען רופט זיי נישט ביי די נעמען, מען רופט זיי די גרים; בעט איך דיר זייער זאלסט אכטונג געבן מען זאל זיי רופן ביי זייערע נעמען, און חס ושלום נישט מאכן קיין צווישנשייד צווישן זיי און אנדערע.


בנוגע די קינדער וואס זאגן אז עס איז נישטא קיין עסן אין שטוב, נישטא קיין נאכטמאל; איז וויכטיג צו מאכן אן אסיפת הורים ומורים, און די מנהל זאל רעדן פאר אלע טאטעס, און אויך רעדן פריוואט מיט די וואס זענען נישט מסודר.


בנוגע די משפחה ... וואס דו זאגסט אז די קינדער קומען צעריסן און צעשליסן, איך הער אויך פון די מנהלת אז די מיידלעך זענען זייער נישט אין ארדענונג, עס זעט אויס ווי די עלטערן ווייסן נישט ווי צו פירן א שטוב; איז וויכטיג אז דער מנהל זאל כאפן א שמועס מיטן טאטן און די מנהלת זאל אראפרופן די מאמע, און רעדן שיין צו זיי איבער די זאכן וואס מען זעט וואס איז נישט מסודר און זיי העלפן; אזוי ווי דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט געטון נאכן קריג מיט די שארית הפליטה וואס האבן נישט געוואוסט די א' ב' ווי אזוי צו פירן א שטוב, איז די רעבעצין אריבער אין שטיבער ווייזן ווי מען באדט קינדער, ווי מען האלט א שטוב מסודר, ווי מען לייגט צאם וועש וכו'; דאס דארפן מיר טון, רעדן מיט די עלטערן, זען וואס מען קען בעסער מאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#684 - טענות אויף די מוסד
חינוך הילדים, מוסדות, היכל הקודש, טענות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויגש, עשרה בטבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד האברך ... נרו יאיר


איך הער צוריק אז דו האסט טענות אויף די מוסד אז מען לערנט נישט וכו' וכו'; איך וויל נישט אריינגיין בטוען ונטען מיט דיר אויב די מוסד איז יא גוט אדער נישט גוט, נאר איין זאך וויל איך דיר בעטן, אויב ביסט נישט צופרידן פון די מוסד - זאלסטו וואס שנעלער טוישן מוסדות, ווייל עס איז נישט געזונט פאר דיר און נישט פאר דיינע קינדער; איך מיין דאס מיטן גאנצן אמת, לייג דיינע קינדער אין א מוסד וואס דו ביסט צופרידן, ווייל קינדער שפירן אויב די עלטערן זענען נישט צופרידן און עס צעמישט זיי.


א שאד צו ווערן אנגעגעסן אויף היכל הקודש וועגן די מוסד, מען קען זיין א ברסלב'ער חסיד אן שיקן די קינדער אין אונזער חדר.


א גוט שבת.

#683 - שריי, טאטע איך בין איינער אליין
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, שטעטל, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, ט"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האף דו נוצט אויס די שטעטל, די וועלדער און פעלדער – פאר התבודדות ותפילה. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, איין ווארט און נאך א ווארט; אפילו נאר שרייען די ווארט: "טאטע העלף מיר", "טאטע איך בין אליין", "טאטע איך דארף א נס".


מיט תפילה והתבודדות קען מען צוקומען צו זייער הויכע מדריגות, די מח מחשבה ווערט לויטער און ריין.


אויך זאלסטו ווייזן פאר דיינע קליינע קינדער ווי אזוי מען רעדט צום אייבערשטן, אזוי וועלן זיי אויך רעדן צום אייבערשטן.


קום אין שול פארטאגס לערנען דיינע שיעורים כסדרן; חומש, משניות, גמרא, מדרש וכו'.

#682 - טשעפע נישט דיינע קינדער
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דיין גרויסער קינד נעמט די פינגער אין מויל – זאלסטו איר נישט טשעפען חס ושלום. קענסט בעטן דעם אייבערשטן אז דאס זאל אוועק גיין, אבער חס ושלום טשעפען, בפרט ווען דאס קינד אליינס שרייט: "איך וויל דאס נישט טון, איך פארגעס, איך כאפ נישט".


זיכער נישט קנס'ען, אוועק שיקן דאס קינד פון די שבת סעודה; מען קען חס ושלום פארלירן דאס קינד אינגאנצן. ענדערש זאלן די קינדער זיצן ביים טיש מיט די פינגער אין מויל און הערן נאכאמאל און נאכאמאל אז מען קען אלעס בעטן דעם אייבערשטן.


גרייט דיר אן א מעשה פון צדיקים פאר די סעודות שבת, דערצייל זיי די מעשה פון רבי ינאי (ירושלמי תרומות ח, ג), ער האט זייער מורא געהאט פון שלענג, ער האט געציטערט צו גיין שלאפן, ווייל אפשר וועט די שלאנג ארויפקריכן אויף זיין בעט, ער האט זיך געמאכט א פאטענט, ער האט אריינגעשטעלט די פיר פיס פונעם בעט אין פיר אמערס וואסער. איין נאכט וועקט ער זיך אויף מיט א שלאנג אין די הענט, האט ער געזאגט "עס העלפט נישט קיין פאטענטן, נאר איין זאך העלפט, תפילה, תפילה און נאכאמאל תפילה".


דערצייל זיי אזעלכע מעשיות, וועלן זיי אויסוואקסן ערליכער אידן.


שרייב מיר אויב דו ווערסט באליידיגט ווען איך זאג דיר הנהגות ווי זיך צו פירן, אויב דו ווערסט באליידיגט וועל איך דיר שרייבן נאר תורה און ענינים.


 

#681 - מחנך זיין קינדער צו גיין נאך צדקה, ווי ערליכע אידן
חינוך הילדים, חנוכה, צדקה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


בנוגע די פושקעס אין שטעטל, ווי די קינדער האקן אין שול און מענטשן ווערן נערוועז; לעת עתה איז נישטא פאר די קינדער נאך א פלאץ וואו זיי זאלן צוזאמנעמען צדקה, נאר אין שול; זאלסטו מחזק זיין אלע קינדער זאלן גיין מיט די פושקעס אין שול, און אז מענטשן ווערן נערוועז און האבן טענות - זאלסטו זיך נישט וויסנדיג מאכן.


איך וויל אונזערע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, און איינע פון די זאכן וואס אן ערליכער איד טוט - איז צוזאמנעמען געלט פאר צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#680 - אז דיינע קינדער רופן דיך נישט, זאלסטו זיי רופן
קינדער, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע צו רעדן צו דיינע קינדער יעדן טאג, און אז זיי רופן דיך נישט – זאלסטו זיי רופן; פרעג זיי וואס טוט זיך אין ישיבה, פרעג זיי וואס זיי האבן געלערנט, וויפיל פרקים משניות, וויפיל בלאט גמרא; עס איז זייער וויכטיג צו האבן א שטיקל קשר מיט די קינדער.


אוודאי וואלט געווען ריכטיג דיינע קינדער זאלן דיך רופן יעדן טאג, אבער אויב זיי רופן נישט – זאלסטו זיי רופן, ווארט נישט אויף קיין כבוד, מאך נישט קיין חשבונות, טו צו דער זאך, זיי קלוג און האלט אן קשר מיט זיי.


יעדן טאג זאלטו לאזן טרערן צום אייבערשטן פאר יעדן איינציג קינד, זיי זאלן אויסוואקסן ערליך, הייליג און עס זאלן זיך ציען דורות.

#679 - מען לייגט אריין די גאנצע נשמה אין די קינדער
חינוך הילדים, הכרת הטוב, עברי, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין אייך זייער דאנקבאר פאר די שווערע ארבעט וואס איר לייגט אריין אין די קינדער ביי אונז אין מוסד וואס האבן נישט אזוי גוט אויפגעכאפט די עברי. איך ווייס אז איך ווייס אפילו נישט וויפיל ארבעט, כח און מח – איר לייגט אריין אין די קינדער טאג איין טאג אויס, יעדע קינד איז א באזונדערע מסכתא, און איר לייגט אריין אייער גאנצע נשמה אין זיי.


אויך וויל איך זיך זייער באדאנקען פאר אייער מאנ'ס מלמדות, מיר זענען צופרידן פון אים ביזן הימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זען נחת ביי אייערע קינדער, ערליכע אידישע דורות.


נאכאמאל, איך דאנק אייך פון טיפעניש פון הארץ.

#678 - אן דרך ארץ, איז גארנישט דא
חינוך הילדים, דרך ארץ, בית המדרש, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי האסטו גוט געטון אז דו האסט שטיל געמאכט די אינגעלייט אין שול ביים שיעור, און איך וויל דיך בעטן אויף ווייטער, אויב דו זעסט ביי די ליל שישי שיעור וואס מען האלט מיט ביי ענק דורך א לייוו הוק-אפ, אז מען שמועסט - זאלסטו בעטן די וואס שמועסן אז זיי זאלן ארויסגיין שמועסן אינדרויסן. אז מען שמועסט ביים שיעור וויל איך נישט מען זאל זיך צוזאמנעמען מיטהאלטן דעם שיעור, ווייל "דרך ארץ קדמה לתורה"; אדער זיצט מען מיט דרך ארץ, אז נישט - זיי מבטל דעם ליל שישי שיעור ביי ענק, און ווער עס וויל מיטהאלטן - זאל פריוואט אין שטוב מיטהאלטן אויפן טעלעפאן.


אזוי אויך אין שטוב זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער אז ווען א טאטע רעדט, אדער א מאמע רעדט - דארף מען זיין שטיל. שבת ביי די סעודה ווען דו הויבסט אן רעדן - זאלסטו דערמאנען נאכאמאל און נאכאמאל די ווערטער: "ווען א טאטע רעדט - טאר מען נישט רעדן", "ווען א מאמע רעדט - טאר מען נישט רעדן".


אזוי אויך זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער נישט צו רעדן אין קלאס, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סד): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען די קינדער זיי זאלן האבן דרך ארץ און גוטע מידות פון ווען זיי זענען נאך יונג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#677 - די בחורים זאלן גיין ביים דאווענען מיט הוט און רעקל
חינוך הילדים, דרך ארץ, ישיבה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


פארלאנג פון אלע בחורים צו גיין ביים דאווענען מיט הוט און רעקל; מוהרא"ש האט מיר געשריבן יארן צוריק איך זאל זען ביים דאווענען זאלן די בחורים גיין אנגעטון מיט דרך ארץ.


לערן אויס די בחורים זאלן זיך אויפפירן איידל מיט דרך ארץ. מען דארף רעדן און רעדן און רעדן, דאס טו איך שוין זיבעצן יאר אן אויפהער; אמאל גייט מען מער שטרענג, אבער בעיקר דארף מען גיין מיט אסאך ליבשאפט.


אז דו וועסט ליב האבן די תלמידים וועלן זיי אננעמען דיינע רייד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#676 - מיט א ווייב רעדט מען און מען שמועסט אויס
שלאפן, חינוך הילדים, שלום בית, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט קיין עסק פון דעם, עס וועט אריבערגיין. אזוי גייט עס ביי א טייל קינדער, זיי קומען אינמיטן די נאכט אין די מאמע'ס בעט, און מיט די צייט גייט עס אוועק.


שטארק זיך בלימוד התורה הקדושה, אויך זאלסטו שמועסן אין שטוב מיט דיין ווייב. מען דארף רעדן מיט די ווייב, אזוי קען מען דאווענען און לערנען, טון רצון השם. מיר געפינען ביי יעקב אבינו, ווען דער אייבערשטער האט אים געזאגט (בראשית לא, ג): "שׁוּב אֶל אֶרֶץ אֲבוֹתֶיךָ וּלְמוֹלַדְתֶּךָ וְאֶהְיֶה עִמָּךְ", גיי אוועק פון לבן, גיי צוריק צו די לאנד פון דיינע עלטערן, האט יעקב גערופן זיינע ווייבער און געשמועסט מיט זיי, אזוי ווי עס שטייט (שם, ד): "וַיִּשְׁלַח יַעֲקֹב וַיִּקְרָא לְרָחֵל וּלְלֵאָה הַשָּׂדֶה אֶל צֹאנוֹ", יעקב האט גערופן זיינע ווייבער אין פעלד און גערעדט מיט זיי; לכאורה, וואס איז דא צו רעדן? מען טוט וואס דער אייבערשטער הייסט; יעקב וואלט ווען געקענט זאגן "מען גייט" און שוין, אן רעדן, אן שמועסן; נאר די תורה לערנט אונז די וועג ווי צו טון וואס דער אייבערשטער הייסט, מיט א ווייב רעדט מען און מען שמועסט אויס, און אזוי קען מען טון וואס דער אייבערשטער הייסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#675 - מאך נישט קיין אנגעצויגענע מצב אין שטוב
חינוך הילדים, חנוכה, שלום בית, שבת קודש, פרנסה, חובות, כעס, יום טוב, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישב, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב ליידט פון דיר, און נאך מער ליידט זי ווען עס קומט די הייליגע צייטן ווי שבת און יום טוב; דו מאכסט די גאנצע שטוב פאר איין שטיק נערווען, דו פארלאנגסט די שטוב זאל זיין ריין צוזאמגענומען, דו פארלאנגסט פון איר זי זאל זיין גרייט ווען דו ווערסט גרייט, און אז זי קען נישט זיין אזוי שנעל און גרייט ווען דו ווערסט גרייט - הייבסטו אן שרייען השם ישמרינו, די קינדער כאפן א שרעק, דו מאכסט משוגע די גאנצע הויז.


איך בעט דיך זייער, מאך נישט קיין אנגעצויגענע מצב אין שטוב, חנוכה איז א פרייליכע צייט, שבת און יום טוב איז א צייט וואס די שכינה הקדושה קומט אין אידישע שטיבער, און מיט כעס פארטרייבט מען איר.


אז דו קומסט אהיים און זאכן פליען, עס איז נישטא קיין זכר פון חנוכה - זאלסטו ארויפבייגן דיינע ערמל און העלפן; העלף איר מיט די קינדער, העלף רוימען די שטוב מיט שמחה.


אפשר ווייל דו שרייסט אויף דיין ווייב איז נישטא קיין ברכה אין דיין געלט?


גיי שריי צום אייבערשטן: "אייבערשטער איך האב מיט די נערווען און איך גיס עס אויס אין שטוב, הצלינו, ראטעווע מיך".


איך זאג דיר צו, אז דו וועסט רעדן פון היינט אן שיין אין שטוב מיט דיין ווייב - וועסטו ביז א קורצע צייט ארויסגיין פון אלע חובות און האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#674 - מען מעג זאגן א קינד א גוט ווארט, אפילו בעפאר עס קומט זיך אים
קאמפלימענטס, חינוך הילדים, תשובה, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי יט, יח): "יַסֵּר בִּנְךָ", שטראף דיין זון, "כִּי יֵשׁ תִּקְוָה", ווייל עס איז דא א האפענונג ער זאל בעסער ווערן, "וְאֶל הֲמִיתוֹ", און אים שלאגן מכת רצח – "אַל תִּשָּׂא נַפְשֶׁךָ", זאלסטו נישט טון.


מען קען זאגן נאך א פשט, שלמה המלך לערנט אונז ווי אזוי צו זאגן מוסר. "יַסֵּר בִּנְךָ", זאג מוסר דיין קינד, זאג אים: "יֵשׁ תִּקְוָה", דו האסט נאך א האפענונג; ווייל דאס איז דער עיקר שוועריקייט פאר קינדער און אויך פאר ערוואקסענע, ווען זיי טראכטן פון צוריק קומען צום אייבערשטן טראכטן זיי 'איך בין שוין סיי ווי דערנאך', 'פון מיר וועט שוין סיי ווי גארנישט זיין'; דאס איז די סיבה פארוואס מען קען זיך נישט נעמען תשובה טון. אויך זענען דא פעלער וואס עלטערן און מחנכים זאגן גיפטיג רייד, זיי זאגן "פון דיר וועט שוין גארנישט זיין, דו וועסט אויסוואקסן א גארנישט".


דאס זאגט אונז דער פסוק, "יַסֵּר בִּנְךָ", זאג אים: "כִּי יֵשׁ תִּקְוָה", עס איז דא א וועג ארויס פונעם פראבלעם, "וְאֶל הֲמִיתוֹ אַל תִּשָּׂא נַפְשֶׁךָ", צו רעדן ווערטער וואס הרג'עט, ווערטער פון מוסר וואס צעברעכט – זאלסטו נישט אויפהייבן דיין ווילן, והבן למעשה.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מלמד, בוי אויף די רצונות פון די קינדער, געב יעדן איינעם גוטע ווערטער. מען מעג זאגן א קינד א גוט ווארט נאך פאר עס קומט אים, מען קען אויסבארגן, ווייל ביי דיני נפשות גייט מען לחומרא, און איין גוט ווארט איז דיני נפשות ממש.