בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מעגסט בארגן געלט פאר יום טוב
שלום בית, פרנסה, חובות, התחזקות, צרות, יום טוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


פארליר זיך נישט, נאך אביסל וועסטו פטור ווערן פון אלע דיינע חובות, דו וועסט האבן גרויס שפע; יעצט איז א צייט וואס מען פרובירט דיר אויס פון הימל, צו זען ווי אזוי דו וועסט זיך דערהאלטן.


איך בעט דיר טייערער ליבער ברודער, פארליר נישט דיין אמונה ובטחון פאר קיין איין רגע, לאז נישט אריין אין דיין הארץ קיין פינטעלע קשיא אויפ'ן באשעפער; גלייב באמונה שלימה אז אלעס איז לטובה, אלעס איז פאר דיין גוטס, פאר דיין תיקון וכו'.


מעגסט בארגן געלט פאר יום טוב אז דיין ווייב זאל קענען איינקויפן עסן און קליידער. די הייליגע חכמים זאגן (ביצה טו:): "לִוּוּ עָלַי", בארגט פאר מיר, "וַאֲנִי פּוֹרֵעַ", איך וועל העלפן איר וועט קענען באצאלן.


וואס פלעגט רבי נתן זאגן? געדענקסט וואס? רבי נתן פלעגט זאגן בשעת ער איז אריבער ביטערע שווערע נסיונות: "עס איז נאך מיט גרויס חסדים"; זאג עס פאר דיר: "עס איז נאך מיט גרויס חסדים".