בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#19 - פארן קיין אומאן אן קיין חשבונות
אומאן, ראש השנה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


שלום וברכה לידידי היקר ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו ווילסט זיין ראש השנה צוזאמען מיט אונזער חבורה; יעצט איז נאך אביסל פרי צו וויסן וויפיל עס גייט זיין דער פרייז, מען רעדט נאך נישט פון קיין פרייזן וכו'; אם ירצה ה' נאך פסח הייבט מען אן צו פארדינגען בעטן.


איך האב געהאט אן אינטערעסאנטע מעשה מיט מוהרא"ש דעם לעצטן ראש השנה פון מוהרא"ש. אינמיטן זומער שנת תשע"ה האט מוהרא"ש מיר אנגערופן און מיר געפרעגט אויב איך האב שוין ארויסגענומען א פלאץ אין אומאן פאר אונזער ישיבה, איך האב נישט געוויסט וואס מוהרא"ש וויל, איך האב געוואלט העלפן מוהרא"ש, האב איך געפרעגט מוהרא"ש "וואס קען איך העלפן?" זאגט מיר מוהרא"ש: "לייג מיר אוועק צוויי בעטן ביי דיר, פאר מיר און פאר מיין זון, איך וועל זיין ביי דיר ראש השנה", איך האב געפרעגט מוהרא"ש: "וואס גייט פאר? מען נעמט נישט ארויס דעם מעגאמעטער?" האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "מיך קען מען נישט סטראשען, איך בין א מלומד מלחמה", און מוהרא"ש האט ממשיך געווען: "דו ווייסט וואס חושי הארכי האט געזאגט (שמואל ב יז, ח): 'אַתָּה יָדַעְתָּ אֶת אָבִיךָ וְאֶת אֲנָשָׁיו כִּי גִבֹּרִים הֵמָּה וּמָרֵי נֶפֶשׁ הֵמָּה, כְּדֹב שַׁכּוּל בַּשָּׂדֶה, וְאָבִיךָ אִישׁ מִלְחָמָה'; איך בין אן  איש מלחמה, איך דארף גארנישט, מיר קען מען נישט סטראשען. איך פאר קיין אומאן ווייל דער רבי האט געהייסן, לייג מיר אוועק א בעט פאר מיר און פאר מיין זון"; איך בין זייער דערשראקן געווארן, טראכטנדיג: 'וואס וועט זיין? עס וועט נישט זיין די גרויסע מנין?' למעשה נאך א וואך האט מיך מוהרא"ש גערופן מעלדן אז אלעס איז מסודר.


דעמאלט האב איך געזען דאס תמימות ופשיטות פון מוהרא"ש; ביי אים איז געווען א פשוט'ע זאך צו קומען קיין אומאן אפילו די גאנצע בית המדרש וועט נישט זיין וכו' וכו', אז דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן גייט אים גארנישט אן.


אויך האב איך זיך זייער געפריידט צו הערן פון מוהרא"ש אז ער וויל זיין ביי אונז; דעמאלט איז אריבער אויף מיר אסאך שוועריקייטן, מען איז געלאפן טאג און נאכט צו מוהרא"ש רעדן שלעכטס אויף די ישיבה וכו' וכו'. דאס איז מיר געווען א גרויסע נחמה אז מוהרא"ש וויל זיין מיט מיר און איך גלויב אז מוהרא"ש געפונט זיך מיט אונז סיי אין אומאן און סיי א גאנץ יאר, ווייל דארט וואו מען רעדט די דיבורים פונעם צדיק דארט געפונט זיך דער צדיק.


בנוגע הבחור ... נרו יאיר פאר אייער טאכטער; ער איז א טייערער בחור, אבער ער דארף נאך אביסל קומען צו זיך פון וואס ער איז אריבער געגאנגען וכו', עס קען זיין א גוטע זאך אבער מען דארף נאך אביסל ווארטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#18 - דו דארפסט זיך נישט אננעמען פאר מוהרא"ש
צדיקים, בזיונות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין פראגע, ווען דו הערסט רעדן אנטקעגן מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס דו זאלסט טון, אויב דו זאלסט ענטפערן?


איך בעט דיר זייער זאלסט חס ושלום נישט טענה'ען מיט קיינעם נישט, זוך נישט צו פארענטפערן און מסביר זיין, ווייל רבי נתן האט געזאגט: "די אלע וואס האבן זיך גע'טענה'עט און אריין אין וויכוחים האבן זיך נישט דערהאלטן".


דו דארפסט זיך נישט אננעמען פאר מוהרא"ש; מוהרא"ש האט ווער עס וועט זיך אננעמען פאר אים, אזוי ווי מוהרא"ש האט דערציילט: אמאל איז געווען א טענה'ריי צווישן מענטשן, מען האט גע'טענה'עט און געהעצט קעגן ברסלב, ביז אינמיטן דעם שמועס האט א מחוצף אנגעהויבן רעדן אנטקעגן דעם הייליגן רבי'ן, דארט ביי דעם שמועס איז געווען א ברסלב'ער חסיד און ער איז אוועק געגאנגען פונעם שמועס, ער האט נישט געוואלט הערן רעדן אנטקעגן צדיקים. ווען מען האט אים געפרעגט "היתכן ער נעמט זיך נישט אן פאר זיין רבי? אויב מיר וואלטן געהערט רעדן אנטקעגן אונזער רבי וואלטן מיר זיך אנגענומען פאר אונזער רבי!" האט דער ברסלב'ער חסיד געענטפערט: "דיין רבי איז נישט באקאנט אויבן אין הימל, ממילא מוז זיך איינער אננעמען פאר זיין כבוד, אבער מיין רבי, דער הייליגער רבי איז באקאנט אויבן אין הימל, ווען מען רעדט אויף אים וועט מען זיך אננעמען פאר אים פון הימל, דארף איך זיך נישט אננעמען".


ברודער שווייג און ענטפער נישט צוריק פאר קיינעם, לאז דעם אייבערשטן זיך אננעמען. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות יט.): "חַד אִשְׁתָּעֵי מִילְּתָא בָּתְרֵיהּ דְּמַר שְׁמוּאֵל", איינער א מחוצף האט גערעדט אויף דעם הייליגן אמורא שמואל, ער האט חוזק געמאכט פון שמואל, "וּנְפַל קַנְיָא מִטְּלָלָא וּבְזַעָא לְאַרְנְקָא דְמוֹחֵיהּ", און עס איז אראפגעפאלן א באלקאן פון דאך וואס האט געשפאלן זיין מח און ער איז געשטארבן, "שָׁאנֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא תָּבַע בִּיקָרֵיהּ", זאגט די גמרא אז דער אייבערשטער אליינס נעמט זיך אן פאר דעם וואס איז מזלזל אינעם כבוד פון א צדיק.


מיר דארפן זיך שטארקן מיט די עצות פון מוהרא"ש, וואס האט אונז געלערנט די זיסקייט פונעם הייליגן רבינ'ס עצות, זיך פלייסן אין די הייליגע תורה, לערנען שיעורים כסדרן על פי דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, און זיך מתבודד זיין מיט'ן אייבערשטן, שמועסן מיט אים און אים דערציילן אלעס וואס דער יצר הרע מאכט אונז משוגע און לאזט אונז נישט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#17 - בעט א שידוך ביים רבי'ן
שידוכים, אומאן, מוהרא"ש, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט געלערנט און מסיים געווען פאר פערציג טעג ברציפות גאנץ "מסכת תענית"; פון חמשה עשר באב ביז היינט האסטו מסיים געווען פערציג מאל די מסכתא, זאל דער אייבערשטער העלפן זאלסט טרעפן בקרוב ממש דיין זיווג, אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט פאר די בחורים אין ישיבה אלס סגולה א חתן צו ווערן, צו לערנען פון חמשה עשר באב ביז ערב ראש השנה פערציג מאל מסכת תענית.


ווען דו קומסט אן אין אומאן זאלסטו גיין צום ציון און דו זאלסט דארט וויינען צום רבי'ן: "רבי, וואס זאל איך טון? איך וויל זיין ערליך, איך וויל נישט זינדיגן, וואס קען איך טון? איך בין א פלג גוף, א האלבער מענטש, איך דארף מיין צווייטע חלק, איך וויל חתונה האבן, העלף מיר איך זאל טרעפן שוין מיין שידוך".


איך האב דיר אנגעטראגן א שידוך, לאמיר זען צי דאס איז דיר באשערט; איך ווארט צו הערן תשובה פון די מיידל'ס זייט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#16 - די ריכטיגע שלום בית ברענגט אלס גוטס
שלום בית, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מברכים החודש, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האף אז איר האט הנאה געהאט פון די פרויען צוזאמקום די וואך. איך האב גערעדט מיט מסירות נפש, אזוי ווי מוהרא"ש האט מיר געהייסן. איך האב אמאל געפרעגט מוהרא"ש צי קען איך אריבער ברענגען א קעמערע אז מוהרא"ש זאל געבן א שיעור און מען וועט דאס אויפשפילן פאר די פרויען, האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "אדרבה, קום אריבער אינמיטן די וואך און איך וועל זיי געבן א שיעור וכו'", און מוהרא"ש זאגט מיר: "אבער איך וועל רעדן אפענע דיבורים", מוהרא"ש האט מיר דאס איבערגעזאגט עטליכע מאל: "איך וועל רעדן אפענע דיבורים"; ווייל אין אלע פעלער ווי יונגעלייט און ווייבלעך גט'ן זיך זענען שולדיג די חתן טיטשערס און כלה טיטשערס, צוליב דעם וואס זיי לערנען מיט חתנים און כלה'ס פאלשע לימודים, חומרות און פרישות, וואס דאס ברענגט אלע גט'ן רחמנא לצלן, און אז מענטשן פאלן אוועק פון אידישקייט.


למעשה איז מוהרא"ש אריין אין שפיטאל יענע וואך און איז א קורצע צייט שפעטער נסתלק געווארן. דאס איז געווען די לעצטע שמועס וואס מוהרא"ש האט גערעדט מיט מיר איידער ער איז אריין אין שפיטאל. טו איך יעצט וואס מוהרא"ש האט געהייסן, און מען שפילט אויף א שיעור פאר די פרויען וואו מען הערט די דיבורים פון מוהרא"ש.


רבי נתן האט אמאל געזאגט: "מיין טיש איז שענער פון רבינ'ס טיש", ווען אדל דעם רבינ'ס טאכטער האט דאס געהערט איז זי געווארן ברוגז אויף רבי נתן, היתכן ער רעדט אזוי: "מיין טיש איז שענער פון רבינ'ס טיש"; האט איר רבי נתן געזאגט: "יא, מיין טיש איז שענער פון רבינ'ס טיש, אבער נאר בזכות פונעם רבי'ן", און מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיין טיש איז שענער פון רבי נתנ'ס טיש און פון רבינ'ס טיש, אבער אלעס בזכות פון רבי'ן", וד"ל.


מאכטס א גוטע קיגל לכבוד דעם שבת מברכים חזק חזק; אייער מאן נרו יאיר האט מסיים געווען גאנץ ספר ויקרא - שנים מקרא ואחד תרגום, זאלט איר אים מאכן א קוגל לכבוד די סיום.


א גוט שבת.

#15 - די גאנצע זאך פון שידוכים איז א פארבארגענע זאך
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, יבנאל, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער שידוך און אייער ברידערס שידוך איז אנגעהאנגען נאר אינעם אייבערשטן, עס איז א שאד צו זארגן ווען דער אייבערשטער זארגט שוין פאר דעם.


איר שרייבט: "עס גייט שווער שידוכים ווייל מיר זענען ספרד'ישע"; ביים אייבערשטן איז נישט קיין חילוק אשכנזי'שע, חסידי'שע, ספרדי'שע, תמיני'שע און מאראקאי'שא, ער מאכט אלע שידוכים. דעריבער איז א שאד זיך צו קלאפן און טראכטן אז עס גייט שווער שידוכים וועגן איר זענט ספרדי'ש. קומט קיין אמעריקא וועט איר זען וויפיל אשכנזי'שע בחורים פון דריי און צוואנציג יאר ווארטן אויף זייערע שידוך, עס האט גארנישט צו טון פון וואו מען שטאמט. מיר זענען אלע קינדער פונעם אייבערשטן וואס געבט אונז אייניג לעבן.


וויסן זאלט איר אז די גאנצע זאך פון שידוכים איז א פארבארגענע זאך און איז פארהוילן פון אלעמען, דאס ליגט נאר אין דעם אייבערשטנ'ס הענט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן. אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): לבן און בתואל האבן געזאגט פאר אליעזר ווען ער האט געוואלט נעמען רבקה פאר יצחק אבינו, "מֵה' יָצָא הַדָּבָר", מיר זענען מודה אז דער שידוך איז פונעם אייבערשטן, אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): שמשון הגיבור האט גענומען א פרוי וואס זיינע עלטערן האבן נישט געוואלט, זאגט די תורה: "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", זיינע עלטערן האבן נישט געוואוסט אז דער שידוך קומט פונעם אייבערשטן, און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): שלמה המלך זאגט: א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון עלטערן, אבער "וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", א שידוך קומט פונעם אייבערשטן.


איך וואלט אייך גע'עצה'ט איר זאלט פארן מיט אייער ברודער קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מען זעט אפענע ניסים און ישועות יעדן טאג ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן אהין פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים צו טרעפן זייער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - ספר "אשר בנחל", א שטיק געטליכקייט
מוהרא"ש, סיום הש"ס, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דער ספר "אשר בנחל" אין אידיש איז שוין ווידער אריין צום דרוק; יעצט אז מען דרוקט דאס מיט מפתחות וועט דאס זיין גאר שיין.


דעם ספר וועל איך בלי נדר דרוקן און דרוקן מיין גאנץ לעבן. ווייל "אשר בנחל" איז א ספר וואס קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן.


מען האט אמאל אויסגעלויבט פאר רבי נתן דעם ספר 'שני לוחות הברית' פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, אז דאס איז ממש א "כל בו", ווייל עס פארמאגט אין זיך אלעס: דרוש; חסידות וכו'; האט זיך רבי נתן אויסגעדרוקט אויף זיינע ספרים 'ליקוטי הלכות': "מיינע ספרים איז דעם אייבערשטנ'ס גן עדן", ווייל ווען מען לערנט ליקוטי הלכות ווערט מען אזוי מחוזק אז מען שפירט זיך ווי אין גן עדן; און מוהרא"ש האט אויסגעפירט: "דער ספר אשר בנחל איז דער אייבערשטער אליינס", ווייל מען קען נישט טרעפן נאך א ספר וואס זאל זיין א שטיק געטליכקייט ווי דער ספר; וואו מען עפנט נאר אויף דעם ספר, יעדע איינציגסטע בריוו זעט מען די לויטערע ריינע אמונה און מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן.


איך האב געגעבן פאר האברך ... נרו יאיר אכט טויזנט דאללער, זיי אים מודיע ווי אזוי ער זאל שיקן די געלט קיין ארץ ישראל; אויך לאז מיר וויסן וויפיל געלט עס קאסט דאס ברענגען די ספרים קיין אמעריקע.


אויך בעט איך דיר זאלסט מאכן א שיינע דעקל פאר דעם ספר "עצתו אמונה" אין ענגליש; מרת ... תחי' און מרת ... תחי' שרייבן דאס איבער אויף ענגליש הערליך שיין. דאס פעלט זיך אויס אין ענגליש פאר די אלע וואס קענען נישט ליינען אידיש, אזוי ווי די מפיצים ר' ..., ר' ... און ר' ... בעטן מיר כסדר אז מען זאל מאכן נאך ספרים און קונטרסים אין ענגליש.


שטעל אויס מיטן גרעפיקער די גרויסקייט פון א קונטרס און אויך די פאנט, נאכדעם וועל איך דאס איבער געבן פאר א אינגערמאן ער זאל דאס אויסשטעלן יעדע וואך.


עס זייער שיין די גרעפיקס פאר די שבת סיום הש"ס; עס פעלט נישט אויס צו לייגן מיין נאמען, נאר שרייב: "שבת סיום הש"ס מיט'ן ראש ישיבה שליט"א", שרייב נישט מיין נאמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - מאך פרייליך דיין ווייב
שלום בית, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


מאך פרייליך דיין ווייב; דו האסט באקומען א מתנה פון הימל א טייערע פרוי, דארפסטו איר האלטן טייער.


שטארק איר זי זאל זיך גרויסן ווי זי גייט אנגעטון, זי זאל נישט קוקן אויף קיינעם וכו', זי זאל נאר טראכטן: 'וואס זאגט דער באשעפער אויף מיר?'


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן מיט אונז דעם ווארט פונעם פשוט'ן איד וואס האט געוויינט פסח ביינאכט ביים סדר: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר?" וואס זאגט מען אויב אין הימל אויף מיר (ווייל אויף רוסיש מיינט 'תָּם' דארט), און עס זאל נישט אנגיין וואס אנדערע טראכטן און זאגן.


אז דו זוכסט מופתים פון מוהרא"ש קוק זיך אליינס אין שפיגל און זאג: "א מופת בין איך"; קוק וואס פאסירט ווען מען פאלגט א צדיק. א ווארט פון א צדיק האט אזא כח אז עס ווערט מקוים.


ווען איך זע דיר זע איך א לעבעדיגע מופת פון מוהרא"ש.


א גוטן טאג.

#12 - אנהויבן דעם טאג מיט א דף גמרא
הכרת הטוב, מוהרא"ש, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גרויסן יישר כח פארן נעמען פון מיר צוויי קינדער פאר די פאר טעג אז איך זאל קענען גיין מיט מיין ווייב קיין ארץ ישראל און אויך צום רבי'נס ציון; איך בין אייך שטארק מכיר טובה אויף דעם, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער.


איר ווייסט אודאי אז אייער מאן האט אנגעהויבן צו לערנען אין כולל יעדן אינדערפרי פאר איין שעה - פון צען ביז עלעף אזייגער; איך האב אים געגעבן א גוטע חברותא וואס זאל לערנען מיט אים דעם דף גמרא יעדן טאג.


וויל איך אייך בעטן איר זאלט אים מחזק זיין און מעודד זיין ער זאל קומען יעדן אינדערפרי פאר די איין שעה; איר ווייסט דאך ווי שטארק מוהרא"ש האט פארלאנגט פון יעדן אינגערמאן אין יבניאל מען זאל קומען אין כולל האבן א שיעור אינדערפרי. אלע מפיצים אין יבניאל טוען אזוי, זיי הייבן אן דעם טאג מיט לימוד התורה און נאכדעם גייען זיי ארויס אויפן שלאכט פעלד מלחמה האלטן מיטן יצר הרע.


זאלט איר אים שטארקן ער זאל קומען לערנען וועט איר האבן הצלחה אין אלע אייערע עניינים.


איך ווארט צו הערן צי איר האט באקומען דעם בריוו.

#11 - מיידלעך דארפן זייער אכטונג געבן אויף צניעות
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו פירסט זיך בצניעות; איך בין זיכער אז דו האסט שוין געזען די בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן ממש אפאר שעה פאר ער איז נסתלק געווארן. איך ברענג דיר דא די בריוו דיר מחזק צו זיין נאכאמאל צו זען וואס מוהרא"ש האט געוואלט פון אונז, און אלע מיידלעך וואס לערנען אין די סקול וואס מוהרא"ש האט אויפגעשטעלט זאלן וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


שָׁלוֹם רַב צוּ אַלֶע טֵייעֶרֶע פְרוֹיעֶן פוּן אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ


אִיךְ גֵיי שׁוֹין אַוֶועק פוּן דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ אַז אִיר זָאלְט זִיךְ פָארְנֶעמֶען זִיךְ צוּ שְׁטַארְקְן אִין צְנִיעוּת. קוּקְט וואוּ אַ מֶענְטְשׁ קוּמְט אָן צוּם סוֹף, אוּן נֶעמְט אַייךְ פָאר צוּ זַיין צְנִיעוּת'דִיג, אוּן מִיט דֶעם וֶועט אִיר מַאכְן אַ גְרוֹיסְן נַחַת רוּחַ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן פַאר מִיר. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וָואס הָאט מִיר גֶעהִיטְן מַיין גַאנְץ לֶעבְּן פוּן דִי אַלֶע וֶועלְכֶע הָאבְּן מִיר גֶעוָואלְט שְׁלֶעכְטְס טוּן, זָאל אַייךְ אוֹיךְ אָפְּהִיטְן פוּן אַלֶעם שְׁלֶעכְטְס. אִיךְ בֶּעט אַייךְ אַז אִיר זָאלְט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אִין יַבְנְאֵל, אִיךְ וֶועל אַייךְ דַאנְקְבַּאר זַיין פַאר דֶעם, אוּן וָואס אִיר וֶועט בֶּעטְן בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועט אִיר בַּאקוּמֶען פוּן הִימְל.


אִיךְ וואוּנְטְשׁ אַייךְ בְּרָכָה אוּן הַצְלָחָה.


ווען מען ליינט די בריוו זעט מען וואס איז געליגן פאר מוהרא"ש אין די לעצטע מינוטן פון זיין לעבן; עס איז אים ממש געגאנגען אין לעבן אז אלע פרויען זאלן זיך פירן בצניעות. מוהרא"ש האט זיך שוין נישט געקענט רירן, ער האט געהייסן מען זאל אים ברענגען דעם אינגערמאן וואס פלעגט טייפן די בריוו, מוהרא"ש האט גערעדט און יענער האט געטייפט דריי בריוו, איינס פאר אלע מענער, און נאכדעם פאר בחורים און פאר די פרויען.


הויזן איז א פריצות פאר א מיידל, נישט קיין חילוק ווען וואס און וואו. הויזן איז פאר א מאן; אפילו בשעת'ן מאכן עקסערזייז זאלסטו נישט אנטון קיין הויזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#10 - מוהרא"ש וועקט אונז אויף כסדר
חנוכה, היכל הקודש, מוהרא"ש

בעזהשי"ת - יוֹם א' פַּרְשַׁת וַיֵּשֶׁב, שְׁנַת תשע"ה לפ"ק


לְכָבוֹד מֵיין טַייעֶרֶע לִיבֶּער  ... נ"י


אִיך הָאבּ הַנָאָה צוּ זֶען אַז דוּ הָאסְט זִיך גֶענוּמֶען אִין דִי הֶענְט אַרַיין; דוּ קוּמְסְט אִין שׁוּל דַאוֶוענֶען, אוּן דוּ זִיצְט אוּן לֶערְנְסְט. נָאר דָאס בְּלַייבְּט פוּן דֶעם מֶענְטְשׁ, אוּן תּוֹרָה הִיט אָפּ דֶעם מֶענְטְשׁ, אוּן מַאכְט רַייך אוּן גְלִיקְלִיך.


וִוי גְלִיקְלִיך זֶענֶען מִיר אַז מִיר זֶענֶען אִין הֵיכָל הַקוֹדֶשׁ בַּיי מוֹהַרָא"שׁ וָואס אִיז אוּנְז מְעוֹרֵר אוּן וֶועקְט אוּנְז אוֹיף כְּסֵדֶר, אַז מִיר זָאלְן נִישְׁט פַארְגֶעסְן אַז דֶער עִיקָר אִיז תּוֹרָה וּתְּפִלָּה וְיִרְאַת ה'.


שְׁטַארְק דִיך ... אוּן יֶעצְט חֲנוּכָּה צִינְד אָן דִי מְנוֹרָה אוּן זֶעץ דִיך קֶעגְן דִי הֵיילִיגֶע לִיכְט, אוּן גִיס דִיך אוֹיס דַיין הַארְץ. דַאנְק דֶעם בַּאשֶׁעפֶער אוֹיף אַלֶע אוֹיסְטֶערְלִישֶׁע נִיסִים וָואס מִיט דִיר הָאט פַּאסִירְט, אַז דוּ הָאסְט חֲתוּנָה גֶעהַאט אַזוֹי שֵׁיין, אוּן בָּרוּך הַשֵׁם פַּרְנָסָה הָאסְטוּ אוֹיך, אוּן בַּאלְד בִּיסְטוּ שׁוֹין אַ טַאטֶע'לֶע וְכוּ', שְׁמוּעֶס מִיטְן בַּאשֶׁעפֶער, זִינְג אוּן טַאנְץ, דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט אַז חֲנוּכָּה אִיז טֶעג פוּן דַאנְקֶען אוּן לוֹיבְּן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן (לִקּוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק ב', סִימָן ב).


אוֹיך זֶע צוּ דַאוֶוענֶען מִיט מִנְיָן אַלֶע דְרֵיי תְּפִלוֹת, אֲפִילוּ עֶס קוּמְט אָן שְׁוֶוער, וַוייל מִנְיָן בְּרֶענְגְט אַ דָבָר שֶׁבְּמִנְיָן - פַּרְנָסָה, וּבִּזְכוּת דַאוֶוענֶען וֶועסְטוּ הָאבְּן הַצְלָחָה.


פוּן דַיין רֹאשׁ יְשִׁיבָה.

#9 - מ'דארף זיך שוין גרייטן אויף די תפלות פון ראש השנה
תפילה והתבודדות, רפואה, ראש השנה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך שפיר זיך גוט; היינט אינדערפרי אינמיטן פארלערנען דעם גמרא שיעור האב איך זיך נישט גוט געשפירט און איך האב נישט געקענט ממשיך זיין מיט די שיעור, אבער ברוך ה' אז איך שפיר זיך שוין גוט.


יעדע מינוט וואס מען אטעמט דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה יד, ט): "עַל כָּל נְשִׁימָה וּנְשִׁימָה שֶׁאָדָם נוֹשֵׁם צָרִיךְ לְקַלֵּס לַבּוֹרֵא, מַה טַּעַם (תהלים קנ, ו): כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ, כָּל הַנְּשִׁימָה תְּהַלֵּל יָהּ", אויף יעדע אטעם וואס מען אטעמט דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן; וואס איז שוין דער גאנצער מענטש? ממילא ווי לאנג מען לעבט דארף מען אריין כאפן גוטע זאכן.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט זיך שוין אנגרייטן צו חזר'ן דעם נוסח פונעם ראש השנה'דיגן דאווענען; מיטן הילף פונעם אייבערשטן וועל איך דאס יאר זיין דער שליח ציבור פאר שחרית און - ווי עס זעט אויס - אויך פאר מוסף, אזוי ווי מוהרא"ש האט מיר שוין פאראויס געזאגט. איך האף אז דו וועסט מיר העלפן דאווענען אזוי ווי אלע יארן; געדענקסט דאך וואספארא תענוג מוהרא"ש האט געהאט פונעם דאווענען. דעריבער, אז מיר וועלן זיך האלטן צוזאמען אן מחלוקת וועט זיכער מוהרא"ש ווייטער הנאה האבן פון אונז.


זיי מתפלל פאר מיר איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#8 - א נאמען נאך א צדיק האט א גרויסע השפעה, יישר כח פאר'ן העלפן די כולל
צדיקים, מוסדות, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מזל טוב פאר דיין אליעזר שלמה נרו יאיר; דער אייבערשטער זאל העלפן אז זה הקטן גדול יהי', וכשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים און ער זאל אויס וואקסן א גרויסער צדיק.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): "שְׁמָא גָּרִים", א נאמען האט א גרויסע השפעה אויפן מענטש. דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (נועם אלימלך, במדבר): עס זענען דא דריי זאכן וואס זענען גורם אז דער מענטש זאל זיין א צדיק, אויב דער מענטש איז געווען א צדיק אין פריערדיגן גלגול וועט דאס אים העלפן ער זאל אין יעצטיגן גלגול אויך זיין א צדיק, אויב דער מענטש האט זכות אבות, און דריטנס אויב דער מענטש טראגט די נאמען פון א צדיק; איז אז דו האסט געגעבן א נאמען נאך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וועט דער נאמען זיכער האבן א השפעה אויף אים ער זאל גיין אין זיינע וועגן.


א גרויסן יישר כח פארן גיין נאך געלט פאר אונזער כולל; איך האב דיר שוין געשריבן אז די כולל איז מיר א מתנה פונעם אייבערשטן פארן זיך דערהאלטן צען יאר מיט די ישיבה. יעצט זוממער תשע"ח ענדיגן מיר גאנצע צען יאר פון ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה; אז איך וועל נאר וועלן אנהייבן שרייבן וואס איז אלץ אריבער אויף אונז די צען יאר - וועל איך נישט ענדיגן. אביסל האסטו מיט געהאלטן, אבער דאס איז נאך גארנישט וואס מיר זענען אריבער, ובזכות דעם וואס מיר האבן נישט אפגעלאזט די הייליגע ארבעט האט דער אייבערשטער געהאלפן אז מיר האבן זוכה געווען צו עפענען א כולל וואו עס זיצן חשוב'ע אינגעלייט און לערנען בהתמדה רבה וואס איז נישט צו געפונען.


בזכות דעם וואס דו העלפסט מיר איך זאל קענען באצאלן צייטליך זאל דיר דער אייבערשטער העלפן דו זאלסט אויך האבן שפע און הצלחה.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות הצלחה, סימן טז): "הַצְלָחָה בָּא, לְמִי שֶׁמַּאֲכִיל תַּלְמִיד-חָכָם עַל שֻׁלְחָנוֹ", אז מען געבט צו עסן פאר תלמידי חכמים וועט מען האבן הצלחה.


די כולל אינגעלייט לערנען זייער פלייסיג; איך האב זייער הנאה יעדעס מאל ווען איך גיי צו זיי און שמועס מיט זיי אין לערנען.


איך וויל זייער שטארק אז דעם קומענדיגן יאר זאל מען ארויף גיין מיט די געהאלט פאר די אינגעלייט; איך האף אז דו וועסט מיר העלפן און דו וועסט גיין נאך געלט אז מיר זאלן נישט אריין פאלן אין חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#7 - פארוואס זאלסטו זיך נישט מער אריבערכאפן קיין יבנאל?
יבנאל, משניות, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיך זייער צו הערן פון דיר אז דו האסט מסיים געווען די פערטע מאל ששה סדרי משנה, און דו האסט געמאכט דעם סיום ביים ציון פון מוהרא"ש זכרונו לברכה, זאלסט טאקע האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס. מוהרא"ש האט צוגעזאגט אז עס ווער עס וועט קומען צו זיין ציון מתפלל זיין וועט זען גרויסע ישועות, וועסטו בודאי זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט דיר מאכן.


עס איז טאקע א פלא אז דו כאפסט זיך נישט אריבער יעדע שטיק צייט קיין יבניאל. עס נעמט נישט קיין פיר שעה צו פארן פון ירושלים קיין יבניאל; עס נעמט נישט מער ווי צוויי שעה צו פארן פון ירושלים קיין יבניאל. בפרט אז דיין גאנצע חיות קומט פון דעם צדיק; דער צדיק האט דיר מזכה געווען מיט אזוי פיל תורה, מיט אזוי פיל אמונה וכו' וכו', פארוואס זאלסטו זיך נישט אריבער כאפן לכל הפחות איין מאל א וואך צו זיין ציון?


די ציון אין יבניאל איז א וואונדערליכע פלאץ, מען באקומט דארט א מורא'דיגע התעוררות לתשובה, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ביי מיין לעבן זענען מענטשן נתעורר געווארן דורך מיר תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון דער וועלט, און מען וועט קומען צו מיין קבר, וועט מען אויך תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר א ישועה.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט אויפגעראכטן ווערן בקרוב ממש; זאלסט ארויס גיין פון אלע דיינע חובות און זוכה זיין תשובה צו טון באמת.

#6 - די גרויסקייט פון הפצה און הדפסה
הפצה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט עוסק אין הדפסה; דו דרוקסט די ספרים פון רבי'ן און די קונטרסים פון מוהרא"ש וואס ברענגען צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן.


זיי מודיע פאר אלע מפיצים אז מען האט געברענגט פון יבניאל קמיעות; מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט טראגן ביי זיך די קמיע וועט ניצול ווערן פון אלעם שלעכטס. דאס קען זיין א הכנסה פאר די מפיצים, ווייל אלע וועלן דאס כאפן; מענטשן גייען אריבער שוועריקייטן און מען זוכט עצות און סגולות ווי אזוי מען קען זיך ראטעווען פון די צרות. ווען מענטשן וועלן זען די קמיעות וועלן אלע דאס כאפן און באצאלן פאר דעם.


אויך זיי מודיע פאר די מפיצים אז מיר האבן יעצט געמאכט עס-די קארדס וואס ענטהאלט איבער צוויי הונדערט דרשות און אלע ניגונים.


מען דארף צואיילן האברך היקר ... נרו יאיר ער זאל ענדיגן דעם לוח לשנת תשע"ט, ווייל א לוח איז א זאך וואס אלע דארפן און אלע נעמען. דאס דארף זיין גרייט אויף ט"ו באב, ווייל פון נאך תשעה באב הייבן מענטשן אן זיך גרייטן אויפן נייעם יאר און אלע דארפן דעם לוח; זע אים אונטער צו יאגן ער זאל דאס ענדיגן.


קוק וואספארא ניסים דער אייבערשטער האט מיט דיר געטון; דו האסט א טייערע ווייב תחי' מיט ליכטיגע קינדער. אלעס בזכות וואס דו העלפסט אין הדפסה מיט אזא איבערגעגעבנקייט.


זיי געזונט און שטארק.

#5 - זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס ביים ציון
יבנאל, אומאן, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.


מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (סימן ד): "מַה טוֹב וּמַה נָעִים אוֹיבּ אִיר וֶועט בּוֹיעֶן אַן אוֹהֶל אוֹיף מַיין קֵבֶר. אִיר זָאלְט דָאס בּוֹיעֶן דַוְקָא מִיט אַ גֶעהֶערִיגֶע פַארְמַאכְטְן דַאךְ, אַז וֶוער עֶס וֶועט וֶועלְן פּוֹעְלְ'ן עֶפֶּעס אַ יְשׁוּעָה, אַ רְפוּאָה, אָדֶער סֵיי וָואס, זָאל קֶענֶען אַהִין קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין אוּן בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אוּן מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף וֶועל אִיךְ זַיין פַאר אִים אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוֹיבְן אִין הִימְל. אוּן סְפֶּעצִיעֶל מַיינֶע קִינְדֶער אוּן מַיינֶע תַּלְמִידִים וֶועלְכֶע לֶערְנֶען מַיינֶע סְפָרִים, אוֹיבּ זֵיי וֶועלְן קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועלְן זֵיי זִיכֶער גֶעהָאלְפְן וֶוערְן מִיט וָואס זֵיי דַארְפְן, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט זֵיי גֶעבְּן אַלֶע יְשׁוּעוֹת וָואס זֵיי דַארְפְן"; איז דאך זיכער אז דו - וואס דו האסט געהאלפן די ישיבה מיט אזא מסירות נפש און מיט אזא געטריישאפט - וועט מוהרא"ש זיין א מליץ יושר, פאר דיר און פאר דיין ווייב און קינדער. אויך ביסטו געווען אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן, וועט דער רבי דיר געבן הצלחה אין דיינע וועגן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ביי וועם איך נעם - געב איך".


האברך ... נרו יאיר האט מיר איבער געגעבן אז דו האסט געגעבן פאר די רענט פון חודש ... למספרם ...; אין זכות וואס דו העלפסט די מוסד זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך האף אז דו וועסט מיר ווייטער העלפן דאס יאר מיטן אהער שטעלן א קעמפ; איך ווייס אז עס איז דיר שווער געווען אלע יארן, אבער טראכט אריין וואס דו האסט באקומען פון ישיבה; אלעס וואס דו האסט היינט אין דיין לעבן איז פון ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שטענדיג געדענקען וואס דער רבי האט מיט אונז געטון, און צו וואס ער ברענגט אונז.


זיי געזונט.

#4 - מ'דארף ארייננעמען נאך ארבייטער פאר די הדפסה
הפצה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע הנהלה פון "קרן הדפסה היכל הקודש" כל אחד בשמו הטוב יבורך


לויט ווי איך פארשטיי פון די מיטינג איז דער פראבלעם אז מען קען נישט נאכיאגן מיט די ארבעט; צוליב וואס עס פארמערן זיך מפיצים כן ירבו, און אויך אז מען דרוקט כסדר מער און מער קונטרסים, ספרים, גליונות און בריוו וכו'.


דערפאר דארפט איר אליינס פארשטיין אז כדאי מען זאל קענען נאכקומען מיט די ארבעט און די מפיצים זאלן האבן גענוג ספרים, קונטרסים און סידיס וכו', דארף מען אריין נעמען נאך בחורים און אינגעלייט צו צעטיילן די ארבעט פאר נאך מענטשן.


מען דארף צעטיילן די ארבעט פאר נאך חברים; מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט א ירושה דארפן מיר זיך צעטיילן דערמיט.


איך מיין אז פון היינט אין ווייטער זאל מען אראפנעמען סיי דעם 'בית נצחי' און סיי 'עצתו אמונה' פון האברך ... נרו יאיר. אויך האב איך געשריבן פאר ... נרו יאיר ער זאל איבערנעמען די 'עס-די קארדס'; איך ווארט צו הערן פון אים צי ער נעמט זיך אונטער עס זאל זיין שטענדיג גרייט פאר די מפיצים 'עס-די קארדס' אנגעפילט מיט חיזוק, דרשות און ניגונום.


אויך די סידי'ס דארף מען איבערגעבן פאר א צווייטן, אזוי וועט מען קענען אנקומען מיט די ארבעט.


אפשר איז כדאי דאס צו מודיע זיין פאר אלע תלמידי היכל הקודש; ווייל עס זענען דא אינגעלייט וואס וואלטן גערן גענומען אויף זיך צו העלפן בגוף, בממון ובטירחה, נאר קיינער ווייסט פשוט נישט ווי שטארק מען מוטשעט זיך וכו'. עס וואלטן זיכער געקומען אינגעלייט און בחורים העלפן מיט וואס זיי קענען נאר כדאי צו פארשפרייטן דעם רבי'ן אויף דער וועלט.


איך בעט אייך זייער איר זאלט מחשיב זיין אלע מפיצים; א מפיץ איז ביי אונז קודש קדשים און מען קען זיך נישט ווארפן מיט זיי. גענוג וואס זיי גייען אריבער בזיונות פון מענטשן וואס זענען מזלזל אין זיי; מענטשן האלטן זיך אונטער מיט מפיצים, מענטשן מיינען אז א מפיץ האט נישט קיין בלוט.


על כל פנים, מיר דארפן זען אז די מפיצים זאלן זיין צופרידן ביים באשטעלן ספרים און ביים קויפן ספרים. עס איז נישט געפערליך צו מאכן שעות ווען צו קויפן ספרים, ווייל דאס פארשטייט יעדער איינער אז מען קען נישט עפענען דעם בית הדפוס שפעט ביינאכט ווען א מפיץ דערמאנט זיך אז ער דארף ספרים, מען דארף מאכן שעות ווען מען קען קויפן ספרים, אבער דאס דארף צו גיין מיט דרך ארץ און מיט ליבשאפט.


מיר זענען שלוחים פון מוהרא"ש און מיר זענען ממשיך וואס מוהרא"ש האט געטון ביי זיין לעבן, דארפן מיר געדענקען וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיגט חזר'ן, מיר געפונען אין זוהר הקדוש (נשא קכח.) אז רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז אז מיר האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן; רבי שמעון בן יוחאי האט אריין געברענגט אין זיינע תלמידים אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. פלעגט מוהרא"ש זאגן אויף דעם א שיינע רמז, א'נ'ן' איז די ראשי תיבות "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


מיר דארפן מקיים זיין וואס דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס וועט זיין צווישן אייך; דאס איז וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן און זיך בעטן ביי אונז, מיר זאלן זיך נישט קריגן און זיכער נישט די וואס זענען עוסק אין הפצה.


איך בעט אייך מיינע טייערע תלמידים, הנהלת קרן הדפסה היכל הקודש כל אחד בשמו הטוב יבורך: מען זאל זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט צו א מפיץ; אפילו עס איז שווער, יעדער מפיץ פארלאנגט עפעס אנדערש וכו', דאך זאל מען וויסן אז איינער וואס גייט ארויס אויף הפצה דער איז מער פון א צווייטן. ווען איך קוק אויף מיינע תלמידים זענען אלע פון זיי זייער חשוב און טייער ביי מיר, אבער ווען איך זע א בחור אדער אינגערמאן גייט ארויס פון זיין וועג, ער פארשעמט זיך פאר א צווייטן איד, ער שוויצט פאר א צווייטן איד - דער איז אן ענין אחר לגמרי.


מען דארף געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח:): "בְּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך - אזוי דארף מען זיך פירן מיט אים; א מפיץ וואס גייט פרייטאג נאכמיטאג ארום אין שולן לייגן גליונות מיט איין כוונה, צו מחי' זיין אידישע קינדער, בשעת ער וואלט אויך געקענט יעצט זיצן אין שטוב עסן קיגל און פערפעל, אדער זיצן אין שטוב און טועם זיין פון יעדן מאכל צי עס איז גרייט פאר שבת, ער איז אבער מוותר דערויף און אנשטאט דעם קלעטערט ער אין היצן און אין קעלט פאר אנדערע אידן; דארף מען רעדן מער מיט שעצונג צו אים.


בנוגע צי מען זאל לייגן די ספרים אין געשעפטן וכו'; איך וועל אייך דערציילן וואס מוהרא"ש האט געהאלטן. פאר זיבן יאר צוריק האט מען אנגעהויבן דרוקן אין ישיבה "אשר בנחל" אין אידיש, איז געגאנגען האברך ... נרו יאיר און דאס אריין געגעבן ביי עטליכע ספרים געשעפטן. נאכדעם איז ער געגאנגען פרעגן מוהרא"ש צי דאס איז א גוטע זאך, האט אים מוהרא"ש געזאגט אזוי: "אונזער זאך איז נישט אין קיין געשעפטן; אונזער זאך איז ביי די טירן, אין די שולן, אין געשעפטן אדער אויפן גאס, אונזער זאך איז מיד ליד, ווי לאנג מען וועט פארקויפן אין די געשעפטן הונדערט ספרים וועט גיין אין די זעלבע צייט ביי די טירן וכו' מיליאנען ספרים"; אז איר ווילט זיך דאס איבערצייגן גייט אריבער צו ... ספרים געשעפט, וואס ער האט א שאנק מיט ברסלב'ע ספרים, וועט איר זען ווי דארט ליגן דריי בענדער "אשר בנחל" וואס מען האט געדרוקט פאר זיבן יאר צוריק מיט די ווייכע דעקלעך, עס ליגט נאך אויפן זעלבן פלאץ וואו מען האט עס אריין געשטעלט; א גאנצע שמיטה איז שוין אריבער זינט דעמאלט, און אין די זעלבע צייט האט מען שוין פארשפרייט הונדערטער טויזנטער ספרי "אשר בנחל".


דאס זעלבע זאג איך אייך: אונזער זאך איז צוצושטעלן ספרים, קונטרסים און סידיס פאר מפיצים וואס גייען אין די הייזער, שול'ן, געשעפטן און אויפן גאס; יעדער איינער איז בארעכטיגט צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס זאך אויף וואסערע אופן ער וויל, און מיר דארפן זיך האלטן ווייטער אויף דעם וועג וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעשטעלט.


דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן איר זאלט האבן די ריכטיגע דעת צו וויסן וואס איר טוט, איר זאלט געדענקען וועמען איר זענט משמש, איר זאלט האבן די זכיה צו קענען בלייבן שמשים פארן רבי'ן און איר זאלט האבן די כח (דניאל א, ד): "וַאֲשֶׁר כֹּחַ בָּהֶם לַעֲמֹד בְּהֵיכַל הַמֶּלֶךְ", נישט צעבראכן ווערן וכו'.


איך וועל רעדן צו האברך ... נרו יאיר ער זאל ענדיגן אויסשטעלן יעדע וואך דעם קונטרס "עצתו אמונה" עס זאל זיין גרייט צו דרוקן, כדי עס זאל זיין גרינגער פאר די הדפסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.

#3 - יום הולדת פון מוהרא"ש, ביי קברי צדיקים ווערט מען געהאלפן
קברי צדיקים, צדיקים, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בה"ב, כ"א אייר, יום הולדת מוהרא"ש זי"ע, ל"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז זייער א גרויסער טאג, עס איז היינט דער יום הולדת פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


ביי אידן מאכט מען נישט קיין עסק פון א יום הולדת; די איינציגסטע מאל וואס מיר געפונען אין די תורה וועגן א יום הולדת איז ביי פרעה, אזוי ווי עס שטייט (בראשית מ, כ): "יוֹם הֻלֶּדֶת אֶת פַּרְעֹה"; דעריבער מאכט מען נישט קיין עסק פון קיין יום הולדת, דאס איז ביי סתם מענטשן; אבער ביי צדיקים וואס האבן געטוישט די וועלט צום גוטן מאכט מען יא אן עסק פון זייער יום הולדת. מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים אז מען האט זוכה געווען צו האבן א צדיק וואס זאל אונז ברענגען צו תורה, תפילה און מעשים טובים.


וויפיל מיר זאלן נאר רעדן פון מוהרא"ש איז דאס ווי א טראפל וואסער אינעם גרויסן ים; מוהרא"ש האט זיך אוועק געגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער, ער האט נאר געוואלט אז נאך א איד זאל זיין נאנט צום אייבערשטן, און איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א רצון צוריק צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן.


איך בין היינט פארטאגס געווען ביים ציון פון האדמו"ר מליובאוויטש זכותו יגן עלינו און פון זיין שווער דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי דער ריי"ץ זכותו יגן עלינו וואו איך האב אסאך געדאוונט פאר דיר; איך האף אז דו וועסט בקרוב זען גרויסע ניסים אין דיין לעבן.


איך וואלט דיר גע'עצה'ט זאלסט אויך אזוי טון; גיי צו קברי צדיקים מתפלל זיין, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַך", ווען מען גייט מתפלל זיין ביי קברי צדיקים העלפט דער אייבערשטער, אפילו דער מענטש איז נישט ראוי מען זאל אים ענטפערן; עס נעמט אינגאנצן אפאר מינוט זיך אריבער צו כאפן קיין קווינס צום ציון פון אדמור"י ליובאוויטש זכותם יגן עלינו, פארטאגס נעמט דאס א קנאפע פינף און צוואנציג מינוט. אדער כאפ זיך אריבער קיין מאנרא צום ציון פון סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו - וועסטו זיכער זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר.


איין זאך בעט איך דיר: פארליר זיך נישט און געב נישט אויף; זאג נישט אז עס איז נישט דא קיין וועג ארויס פאר דיר, טראכט נישט אנטקעגן די אמונה. אנשטאט דו זאלסט זיך אויפעסן א גאנצן טאג צוליב דיין צרה און זוכן וועם צו באשולדיגן אין דיין פראבלעם; איין מינוט באשולדיגסטו זיך אליינס; די קומענדיגע מינוט באשולדיגסטו דיין ווייב, א מינוט נאכדעם באשולדיגסטו דיין שדכן וכו'; ענדערש נוץ אויס די צייט צו חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט, איז מיט א פונקטליכער חשבון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - מ'דארף ארבעטן אויך אן באקומען א גלעט. ווי אזוי מען פארט אויף אומאן
מוסדות, אומאן, היכל הקודש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת טהרה, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו.


זיי מיר מוחל אז איך שרייב דיר נישט צוריק; זיי מיר דן לכף זכות, איך קום פשוט נישט אן צו ענטפערן נאר א קליין חלק.


בעזר השם וועלן מיר שוין זיין דאס יאר אינעם בנין החדש אין אומאן וואו מיר וועלן האבן אן אפגעהיטענעם פלאץ פאר אונזערע קינדער.


די פלאץ פונעם נייעם בנין איז אינדרויסן פונעם גאנצן הָא הַא; איך בין געווען פאריאר ערב ראש השנה ביים גיסן דעם פאדאמענט, בשעת מיר זענען דארט געווען האבן מיר געדארפט טראכטן צי מיר זענען אין אומאן, ווייל מען האט נישט געהערט און געזען קיין שום רעש וכו', דארט וועט מען קענען האלטן די קינדער ריין און הייליג.


היות אין היכל הקודש פאלגט מען דעם רבי'ן אן קיין דריידלעך, און אז דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, קומען מיר מיט אונזערע קינדער; אזוי ווי משה רבינו האט געזאגט (שמות י, ט): "בִּנְעָרֵינוּ וּבִזְקֵנֵינוּ נֵלֵךְ, בְּבָנֵינוּ וגו'". איז די פאר טעג פאר ראש השנה וועט זיין געהעריג חדר פאר אלע קינדער, אונזערע קינדער וועלן נישט וויסן וואס "פושקענע" מיינט; מיר וועלן אויפברענגען אונזערע קינדער ריין און הייליג.


זייער גוט אז דו האסט געמאכט דיין טיקעט צוויי טעג פריער אז דו זאלסט קענען מסדר זיין די בעטן וכו' מיט די עסן וכו' אז אלעס זאל זיין על צד היותר טוב; איך האב געבעטן מיין זון ... נרו יאיר ער זאל מיט גיין מיט דיר. נעם מיט נאך אפאר בחורים וואס זאלן דיר העלפן אנגרייטן.


בנוגע וואס דו טראכסט צי איך דארף דיר יא צי נישט וכו'; איך טראכט זייער אסאך מאל צו מיר: ווי אזוי האט דער ליובאוויטשער רבי זכותו יגן עלינו מצליח געווען אויפצושטעלן גענעראלן שלוחים וואס זענען אזוי זעלבסטשטענדיג? זיי האבן נישט געדארפט יעדן טאג דעם בת קול וואס אבא אומנא האט באקומען (עיין מסכת תענית כא:); זיי איז גענוג געווען איינמאל א יאר צו הערן פון זייער רבי איין ווארט: "זאלסט ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז"; דאס האט זיי געגעבן כח צו קענען זיצן א גאנץ יאר מיט א ווייב און קינדער פארווארפן אין א שטאט וואו עס געפונען זיך נישט קיין אידן, צומאל אן קיין כשר'ע עסן און זיי האבן זיך אליינס געדארפט באזארגן מיט אלעס. אין אזעלכע אומשטענדן האבן זיי געהאט די אויפגאבע צו זוכן ווי מען קען מזכה זיין א איד מיט מצות תפילין, מזכה זיין א איד מיט שמירת שבת און נאך.


טראכט איך שטענדיג צו מיר: "ווי אזוי קען איך דאס פועל'ן אז מיר תלמידי היכל הקודש זאלן זיין ביי זיך אייזן פעסט, פעלזן פעסט, צו טון אונזער שליחות וואס מיר האבן צו טון; פארשפרייטן די אמונה אויף די גאנצע וועלט אן דעם וואס מען וועט באקומען א גלעט יעדן טאג", ביז דערווייל זע איך אז אויב איך פארגעס איין טאג צו געבן א שמייכל פאר א תלמיד איז ער שוין צעבראכן ביי זיך אויף פיצלעך; ער האט שוין ספיקות צי ער זאל ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש.


געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט מיר געגעבן אייזערנע כוחות צו טון מיין ארבעט אן דעם וואס איך זאל באקומען דעם בת קול: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבָּא אוּמְנָא"; איך האב געעפענט דעם חדר אסרו חג פסח שנת תש"ע, קיינער האט מיר נישט געזאגט "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבָּא אוּמְנָא", ניטאמאל איין מאל א וואך האב איך באקומען א בת קול ווי אביי וואס פלעגט כאטש באקומען יעדן ערב שבת דעם באגריסונג: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבַּיֵי"; אפשר אויב עס איז געווען א גוטע יאר האב איך זוכה געווען צו באקומען פון מוהרא"ש א בת קול ווי רבא וואס האט באקומען איין מאל א יאר: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ רָבָא".


ווען איך פלעג אריין גיין צו מוהרא"ש יעדן דאנערשטאג נאכט נאכן שיעור האט מוהרא"ש מיר נישט געגלעט וכו'; איך האב געקוקט אויף מוהרא"ש און דאס איז מיר געווען גענוג. איך בין נישט געקומען צו מוהרא"ש ער זאל שמייכלען צו מיר, איך האב נישט געזוכט א רבי וואס זאל מיר ווייזן זיינע ווייסע ציין; איך האב געזוכט א רבי וואס קען מיר העלפן אז איך זאל לעבן מיטן אייבערשטן, און ווען איך האב דאס געטראפן האב איך פארשטאנען אז דאס איז עס, (תהלים קלב, יד): "פֹּה אֵשֵׁב כִּי אִוִּתִיהָ; מיר האבן גלייך געעפענט די ישיבה, חדר, מיידל שולע וכו' וכו' און די וואך האבן מיר געעפענט א כולל - אן דעם וואס איינער זאל מיר ווייזן זיינע ציינער. דאס איז חוץ דעם וואס איך האב באקומען אנדערע קולות, נישט קיין בת קול נאר (שמות לב, יח): "קוֹל עַנּוֹת אָנֹכִי שֹׁמֵעַ", אזוי ווי רש"י זאגט דארט: "קוֹל חֵרוּפִין וְגִדוּפִין וְכוּ'"; דאס האב איך געהאט זיך אנצוהערן אלע יארן מבית ומחוץ.


די אלע וואס זענען מחזק אידישע קינדער זענען פול מיט בלבולים צי מען דארף זיי יא אדער מען דארף זיי נישט; די אלע וואס רעדן דרשות פון אמונה אדער שרייבן ספרים פון אמונה, חיזוק, יראת שמים, זיי ברענגען אריין ריינקייט אין אידישע קינדער, די זענען פול מיט ספיקות: 'ווער דארף מיר?', 'וואס פעלט עס אויס?' 'יעדער ווייסט שוין'; אינטערסאנט איז אבער אז עס קומען ארויס יעדן טאג אלפים טריף פסול און קיינער פון זיי האט נישט קיין שום ספק צי עס פעלט אויס ארויס צו געבן נאך א שמוץ מאגאזין, נאך א מאווי, זיי טראכטן נישט: 'ווער דארף עס?' 'וואס בין איך מחדש?' זעט מען גלייך אז די אלע ספיקות און בלבולים זענען עצת היצר וואס ער וויל מחליש דעת זיין די אלע וואס האבן א כח אויפצוטון און מחזק זיין אידישע קינדער.


שטארק דיר אין מלמדות און אין אלעס וואס דו העלפסט מיר וכו', און שטארק דיין ווייב תחי' זי זאל ווייטער ממשיך זיין מיט די מיידלעך; אז מען טוט פארן רבי'ן באקומט מען צוריק זעק מיט ישועות. ובזכות וואס ענק ביידע העלפן מיר מיט חינוך הבנים והבנות וועט איר זוכה זיין צו (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ, בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ".


היינט פארטאגס בין איך געווען ביים אוהל אין קווינס ביים ציון פון די ליובאוויטשע רבי'ס זכרונם לברכה וואו איך האב מתפלל געווען פאר דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - באדאנקט זיך פאר'ן מנדב זיין די סעודת הילולת מוהרא"ש זי"ע
הכרת הטוב, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר חיים ווייס נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מנדב זיין די יארצייט סעודה פון מוהרא"ש זכר צדיק לברכה.


וויפיל מיר זאלן נאר רעדן פון מוהרא"ש, קען מען נישט ענדיגן צו דערציילן ווער מוהרא"ש איז געווען. מיר דארפן נאך מאכן מוהרא"ש און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די גאנצע וועלט.


ווען מען זאלן מאכן א סערוועי און אויס פרעגן אלע מקורבים אין ברסלב ווי אזוי אלע זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, וועט מען זען אז רובם ככולם זענען מקורב געווארן דורך מוהרא"ש וואס האט געדרוקט און פארפלייצט צענדליגער מיליאנען ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבי'ן. און אפילו די וואס זענען מקורב געווארן דורך אנדערע מנהיגים אין ברסלב, דארף מען פרעגן שטילערהייט די מנהיגים ווי אזוי זיי זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, וועט מען זען אז מוהרא"ש האט זיי אלע מקרב געווען. דו אליינס האסט מיר פארציילט אז דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן דורך א ספר פון מוהרא"ש ז"ל.


מזל טוב פאר דיין שידוך מיט דיין טאכטער; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן אסאך נחת פון אים און פון אלע דיינע קינדער. דיין חתן האט מיר געזאגט ביים תנאים אז ער האט שוין מסיים געווען כמה פעמים ששה סדרי משנה און ער גייט שוין מסיים זיין ש"ס בבלי - אלעס בזכות דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן; דער גרינגער וועג וואס דער רבי האט אונז געגעבן צו לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.