בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#128 - שלום איז נישט ווען צוויי מענטשן טראכטן אייניג
תפילה והתבודדות, שמחה, אמונה, שלום בית, גאווה, שלום, מוהרא"ש, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, י"ט שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בעט אייך זייער מיינע טייערע ברידער, שטארקט אייך מיט אלע כוחות; בעיקר זאלט איר זיך פארלייגן אויף זיין פרייליך. מוהרא"ש שרייבט, עס איז גרינגער צו פאסטן און זיך פייניגן מיט סיגופים - ווי צו זיין פרייליך. זיין פרייליך איז א שווערע עבודה, מען דארף שטרעבן צו דעם און בעטן אויף דעם, און זוכן אלע וועגן ווי אזוי צו זיין פרייליך.


איך וויל אייך די וואך מחזק זיין מיט אפאר וויכטיגע נקודות. ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל האב איך געזען אז עס איז דא וואס דארפן אסאך חיזוק אינעם פרט פון לעבן בשלום אין שטוב, אפילו מאן און ווייב זענען צוויי פארקערטע נאטורן, ווייל דיקא דעמאלט ווען עס קומען זיך צאם אינאיינעם צוויי פארקערטע נאטורן און מען לעבט אינאיינעם - דאס איז שלום.


מוהרא"ש פלעגט מיט אונז חזר'ן, שלום איז נישט ווען צוויי מענטשן טראכטן אייניג, שלום איז נישט ווען צוויי מענטשן האבן די זעלבע נאטור, שלום איז אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן די מלאכים, קוקט אריין אין די ווערטער וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן פ) עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן די מלאכים, "כִּי זֶה הַמַּלְאָךְ מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", ווייל איין מלאך איז פייער און איין מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", וואס דאס זענען צוויי פארקערטע זאכן, ווייל וואסער לעשט אויס פייער און פייער טרוקנט אויס וואסער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", און דער אייבערשטער מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען, עיין שם.


ווען מען לעבט מיט א ווייב וואס טראכט פונקט פארקערט, זי רעדט נישט צו דער זאך און זי איז ממש פארקערט פון מיר - ווערט מען א הימל מענטש. מוהרא"ש זאגט, ביי די וועלט באטיטלט מען יעדן בטלן מיט די טיטל 'א הימל מענטש', אבער ווער איז טאקע א הימל מענטש? זאגט מוהרא"ש, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה יב.) די הימל האט באקומען דעם נאמען 'שמים' ווייל עס איז אויסגעמישט פון אש ומים, פייער און וואסער; די הימל איז פון צוויי פארקערטע זאכן, וואסער לעשט פייער, און פייער טריקנט אויס וואסער, דאך זענען זיי בשלום לעשות רצון קונם, אזוי אויך ווען מאן און ווייב לעבן אינאיינעם, איינער איז וואסער און איינער איז פייער, ממש צוויי פארקערטער נאטורן - דער איז א הימל מענטש.


צו דעם קען מען נאר זוכה זיין אויב מען נעמט אריין אמונה אין זיך, מען חזר'ט אמונה, אז 'אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז גארנישט דא, נאר דער אייבערשטער', מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן - דעמאלט קען מען לעבן מיט יעדן איינעם, אפילו פארקערטע מענטשן, ווייל אינעווייניג לאכט מען זיך גוט אויס. אזוי ווי מוהרא"ש טייטשט דעם פסוק (תהילים ב, ד): "יוֹשֵׁב בַּשָּׁמַיִם יִשְׂחָק", ווען א מענטש טראכט נאר פונעם אייבערשטן, ער איז בטל צום 'יוֹשֵׁב בַּשָּׁמַיִם', דעמאלט 'יִשְׂחָק', קען ער זיך גוט אויסלאכן פון יעדן איינעם, ווייל 'איך וויל גארנישט, איך האב גארנישט, איך דארף גארנישט - קענסטו מיר גארנישט צונעמען, קענסט מיר גארנישט אראפווארפן, ווייל איך בין גארנישט, איך האב גארנישט, איך וויל גארנישט און איך דארף גארנישט נאר דעם זיסן באשעפער'.


טייערע ברידער, מיר פלעגן זיצן ביי מוהרא"ש און שפירן ווי מיר זיצן אין גן עדן. איך ווייס נישט צי איר וועט פארשטיין וואס איך שרייב, איך ווייס נישט צי מען קען שרייבן הרגשים, אבער אזוי פלעגן מיר שפירן ביי א שיעור, מיר פלעגן טראכטן 'הלואי ענדיגט זיך נישט די שיעור', מוהרא"ש פלעגט אונז אנשטאפן מיט אמונה און פון זיין בטל ומבוטל צום אין סוף ברוך הוא. מוהרא"ש זאגט, אלעס וואס גייט אריבער אויפן מענטש, אלע עגמת נפש, אלע צרות און יסורים - איז נאר צו צעברעכן זיין חומר, די גאוה, און מען זאל זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן, ווייל ווען מען איז גוט צעבראכן, מען האט חלישות הדעת, דעמאלט איז מען זייער נאנט צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (ישעי' נז, טו): "אֶשְׁכּוֹן וְאֶת דַּכָּא", דער אייבערשטער רוט ביי ווער עס האלט זיך גארנישט.


מיר וועלן אלע אנקומען צו דעם אויב מיר וועלן פאלגן; מיר וועלן גיין יעדן טאג רעדן אביסל צום אייבערשטן, מיר וועלן זיך מתבודד זיין, און לערנען אסאך תורה אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); וועלן מיר צוקומען צו דעם.


איך וויל ענק שרייבן נאך אפאר וויכטיגע נקודות, אבער איך בין אזוי טרוד איך מוז מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#127 - די שטיבער וואס מען לאכט אויף ערליכע אידן, פאלן די קינדער אוועק
שלום בית, צדיקים, וויכוחים, היכל הקודש, מוהרא"ש, אמונת חכמים, שבת טיש, ליצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, י"א שובבי"ם, כ"ה טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב הנאה פון דיר אז דו האסט שכל צו וויסן ווי צו גיין צווישן די טראפן; פון איין זייט נישט רעדן צו דיין ווייב קעגן אירע עלטערן, און פון די אנדערע זייט זאגסטו פאר דיין ווייב אז ביי ענק אין שטוב זאל מען נישט חוזק מאכן פון קיין ערליכע אידן. אירע עלטערן האלטן זיך פאר עכטע (מלשון אחטא) תלמידי היכל הקודש, זיי מאכן חוזק ביי אלע סעודות פון די תלמידים פון מוהרא"ש וואס זענען זיך מוסר נפש צו העלפן אידישע קינדער.


איך וויל פרעגן די אלע לצים, איר טוט דאך דאס זעלבע וואס מען האט געטון אלע יארן מיט מוהרא"ש; אלע יארן האט מען געשריגן אויף אונז: 'היתכן זיך נעמען א מורה דרך, מען טאר נישט גיין צו מפורסמים, נאר דער רבי און נאר רבי נתן', אבער מיר האבן זיך נישט צוטון געמאכט פון די לצים, מיר האבן געקוקט 'ווער איז אונז מחזק צו נעמען דעם רבי'ן און רבי נתן'; וויל איך פארשטיין, וואס איז יעצט ווען עס וואקסט אויף א נייעם דור וואס האט נישט זוכה געווען צו זיצן ביים טיש פון מוהרא"ש, טארן זיי נישט האבן ערליכע אידן וואס זאלן זיי מחזק זיין? דאס איז היכל הקודש? דאס איז מוהרא"ש?!


א שאד צו טענה'ן, א שאד גיין אין ויכוחים; נעם דיר דעם כלל, די שטובער וואס מען לאכט אויף ערליכע אידן - פאלן די קינדער אינגאנצן אוועק פון אידישקייט, די שטובער וואס דער שבת טיש דריידט זיך מיט ליצנות, פון די שטוב וועלן אלע אפלאזן דעם דרך התורה לא עלינו ולא עליכם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#126 - חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, שמחה, חינוך הילדים, שידוכים, אמונה, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, הפצה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, ריינקייט, סיום, נסיעה, התחדשות, בית המדרש, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, נסיונות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פירושים, דאווענען, יאוש, ארץ ישראל, מנין, ירושלים, מניעות, פרויען צאמקום, מוהרנ"ת ז"ל, תיקון הכללי, השגחה פרטית, ברית, עקשנות, חמרות ופרישות, חזית איש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


מה אשיב לה', כל תגמולוהי עליו; חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל, זיין א שבת אין ירושלים מיט תלמידי היכל הקודש, און איך בין צוריק אין אמעריקע מיט פרישע כוחות, מיט א פרישע התקרבות.


איך האב געהאט גרויסע ניסים ביי די נסיעה, איך וועל פרובירן זיך אביסל מצמצם זיין און אראפשרייבן אביסל פון די הערליכע נסיעה.


במשך די נסיעה פון דריי טעג איז געווען צוועלף שיעורים, פול מיט חיזוק פון רבי'ן, רבי נתן און מוהרא"ש. אויך בין איך געווען איינגעשפארט ביי די פאליציי.


איך וועל אנהויבן שרייבן די נסיעה, איך האף דו וועסט זיך מחזק זיין, און זיך אויך קענען באנייען.


איך בין ארויסגעפארן פון אמעריקע מיטוואך נאכט עלף אזייגער, די וועג איז געווען זייער פיין. איך האב געלערנט אויפ'ן וועג תיקונים, איך האב געהאט קאפ-וויי האב איך זיך צוגעלייגט. נאך דריי שעה פארן האב איך געדאווענט שחרית, עס איז געווען א מנין אויפ'ן פליגער, אבער איך בין נישט געווען בכח צו גיין צום מנין, איך האב געדאווענט פאר מיר ביחידות, און צוריק איינגעשלאפן.


שפעטער האב איך געדאווענט מנחה און ווייטער געלערנט תיקונים, מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דאנערשטאג, צען מינוט פאר פיר. אראפקומענדיג פון פליגער האט מיך אפגעווארט איינער אונז נעמען פריוואט, מיר זאלן נישט דארפן אריבערגיין צווישן אלע. אלעס איז געווען זייער שיין און פיין, ביזן אריבערגיין די גרעניץ; דארט האט מען אונז מודיע געווען אז איך קען נישט אריבערגיין, איך דארף ווארטן אויף די פאליציי. איך האב זיך גארנישט פארלוירן, איך בין געבליבן פרייליך און געדאנקט דעם אייבערשטן.


ווען די פאליציי זענען אנגעקומען איז דארט שוין געווען האברך אברהם ר. נרו יאיר, ער האט געבעטן די פאליציי אויב זיי זענען מסכים מען זאל מיך נישט לייגן אין די פאליציי קאר, נאר איך זאל גיין מיט אים, און צוזאמען מיט מיר וועט קומען א פאליציי. ער האט גערעדט הארציג צו זיי, ער האט זיי געזאגט אז דא רעדט מען פון א רב וואס האט תלמידים; מען זאל אלעס מאכן בדרך כבוד. אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן מסכים געווען איך זאל פארן צום פאליציי סטאנציע מיט האברך אברהם נרו יאיר, מיט א פאליציי וואס געבט אכטונג איך זאל נישט אנטלויפן.


מיר זענען אנגעקומען צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, מען האט מיך אריינגעזעצט אין א קליינע צימער. איך האב געפרעגט דעם פאליציי מאן: "מה פשעי, מה חטאתי?" זאגט ער: "איך ווייס נישט, מען דארף ווארטן אז די פאליציי פון יהודה ושומרון זאלן קומען מיך חוקר זיין".


אינצווישן האב איך זיך גוט מתבודד געווען. איך האב ברוך ה' נישט פארלוירן פאר קיין איין רגע מיין אמונה. איך האב נאך גארנישט געהאט געגעסן פון פאר'ן ארויספארן, איך האב אויך גארנישט געטרינקען. דער פאליס-מאן האט מיר געמאכט א שווארצע קאווע אן מילך, דאס האט מיר געגעבן אביסל כח. איך האב אים געבעטן אויב ער קען בעטן פון איינעם אינדרויסן מיר צו ברענגען א ספר, האט דער פאליציי-מאן מיך געברענגט א תהילים, איך האב געענדיגט דעם יום תהילים פון דאנערשטאג און פרייטאג.


איך בין געפארן מיט דריי באגלייטער. מיין איידעם הרב נתנאל נרו יאיר, החתן יוסי ז. נרו יאיר און יענקי פ. נרו יאיר. זיי זענען נישט מיט געקומען מיט מיר צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, זיי זענען געגאנגען נעמען די פעקלעך, שפעטער האט מען מיר געברענגט דעם ספר תיקוני זוהר. איך האב געלערנט תיקונים און געשפירט אזא ליכטיגקייט. אויך האב איך זוכה געווען צו מחדש זיין אביסל אויף ספר תיקוני זוהר, איך וועל דיר דאס שרייבן אין אן אנדערע געלעגנהייט.


עס האט געהייסן אז איך פאר קיין טברי' געבן א שיעור אין אונזער נייעם בית המדרש היכל הקודש, די שיעור האט געדארפט פארקומען אום ניין אזייגער, די גבאים האבן נישט געוויסט וואס צו זאגן; זאל מען זאגן דעם עולם אהיימגיין אדער נישט, מען האט געהאפט אז עס וועט נישט נעמען לאנג. למעשה, ביז די פאליציי, די חוקרים - זענען אנגעקומען, האט זיך געשלעפט און געשלעפט.


די חקירות האט גענומען אפאר שעה. בחסדי השם האט מען מיך געלאזט גיין עלף אזייגער ביינאכט, מען האט מיר צוריק געגעבן מיין פאספארט.


וואס איז געווען? איינער האט מפרסם געווען אין די נייעס חדשים פריער אז איך האב א שייכות מיט דעם בחור מ. ק. וואס איז נעבעך פארלוירן געווארן שוין כמעט א יאר, ווייל די לעצטע פלאץ וואו מען האט אים געזען איז געווען פאריאר ווען איך בין געפארן קיין ארץ ישראל מיט א חלק ישיבה צו מקומות הקדושים און צו די הקמת המצבה פון מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה.


איידער די חקירות האבן זיך געענדיגט האבן זיי מיך געפרעגט אויב איך בין מסכים צו מאכן א פאליגראף; א טעסט מיט א מאשין אויב איך זאג אמת. איך האב זיי געזאגט "אוודאי", ווייל וואס איז דא וואס מורא צו האבן, איך זאג דאך נישט קיין ליגנט. זיי האבן אפגעשמועסט איך זאל קומען אין ירושלים פרייטאג אינדערפרי מאכן דעם פאליגראף.


האברך אברהם נרו יאיר האט גלייך אנגעגרייט א גרויסן עורך דין, דער לויער האט געווארט אינדרויסן פון פאליס סטעישן, ער האט מיך אויסגעפרעגט ווי אזוי די חקירות ודרישות זענען געווען וכו'. איך האב אים אלעס דערציילט, אויך פונעם מארגנדיגן טאג, פון די פאליגראף; האט ער געזאגט: "בשום אין אופן", איך זאל נישט גיין, ער האט געזאגט אז מען וויל מיך אריינלייגן אין א פאסטקע רחמנא לצלן. ער האט גערופן דעם חוקר און געשריגן אז ער האט דא געטון נגד זייער חוק.


אינדרויסן האבן מיך אפגעווארט די טייערע איבערגעגעבענע אינגעלייט, די גבאים פון ירושלים. יצחק ש. נרו יאיר, שמעון ע. נרו יאיר און יצחק נרו יאיר. מיר האבן זיך זייער געפריידט זיך צו זען איינער מיטן צווייטן.


זיי האבן אויסגעקוקט אביסל דערשראקן, מיר האבן זיך מחזק געווען, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", ווי מער מניעות מען האט ווען מען ווערט מקורב צום צדיק - אלץ מער קדושה באקומט מען; אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (עיין ברכות ה.): "ארץ ישראל אינו נקנית אלא ביסורין"; ווי מער מען גייט אריבער - אלץ מער קדושה איז מען זוכה צו באקומען.


יעצט און אזוי אויך פריערדיגע מאל, ווען איך קום קיין ארץ ישראל איז עס אלץ מיט יסורים. זייט מיר האבן אנגעהויבן אויפשטעלן בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל; אנגעהויבן אין ירושלים, בני ברק, צפת, בראכפעלד און יעצט די נייע שול אין טברי' - איז אלץ דא פאר מיר גרויסע מניעות צו קומען, אבער דער רבי געבט אונז אזויפיל חיזוק, אז מען מאכט פון די מניעות - נעימות.


בשעת די חקירות האב איך זיך מתבודד געווען מיט א פארמאכטע מויל, ביי יעדע פראגע וואס זיי האבן מיך געפרעגט האב איך געשעפשעט מיט פארמאכטע ליפן צום אייבערשטן און געבעטן: "רבונו של עולם, וואס ווילן זיי פון מיר? וואס האב איך דא חוטא געווען אז מען נעמט מיך מיט פאליציי? מען גייט מיך דא איינשפארן..."


איך האב זיך דערמאנט דעם סיפור פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געגאנגען צו די חתונה פון זיין זון און מען האט אפגעווארט מיט שטעקענעס אים צו שלאגן. רבי נתן איז אריינגעלאפן אין וואלד זיך באהאלטן פון זיי, נאכדעם האט מען אים געטראפן זינגען אין וואלד דעם באקאנטן ניגון וואס מיר זינגען אויף אשת חיל, האט ער געזינגען: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, וועט מען זען ווען משיח וועט קומען..." און רבי נתן האט געזאגט: "אפילו א פשוט'ער בעל עגלה, א פראסטער טרעגער - ווען ער גייט חתונה מאכן זיין קינד - האט ער א שיינע קבלת פנים, איז וואס קומט מיר אזא קבלת פנים?" אזוי האט רבי נתן געפרעגט, און ער האט געענטפערט: "מוז זיין, נאר ווייל איך רעד פון הייליגן רבי'ן, און דער סמ"ך מ"ם קען דאס נישט ליידן". דער לויער האט מיר געזאגט: "דו גייסט נישט מאכן דעם פאליגראף", ער וועט אנגרייטן זונטאג אין זייער בית המשפט איך זאל קענען אהיימפארן בשלום.


איך האב זיך גלייך געמאכט א חשבון, איך מוז שוין פארן קיין יבנאל און מירון, אזוי האבן מיר געטון. איך האב געבעטן יענקי פ. אז איך וויל פארן גלייך קיין יבנאל צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


די גבאים פון ירושלים זענען אהיימגעפארן און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט קיין יבנאל. אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין א גאז סטאנציע, אויפ'ן שאסיי נומער זעקס, נעמען געז. איך האב זיך אפגעשטעלט דאווענען תפילת ערבית ביחידות, איך האב געוואלט דאווענען מעריב פאר חצות.


א גאנצע וועג האבן מיר זיך מחזק געווען, א מענטש מאכט זיך א פלאן, אבער דער אייבערשטער מאכט סאך א בעסערע פלאן. איך האב געשפירט אביסל ווייטאג ביים הארץ, איך האב דאס גלייך צאמגעשטעלט מיט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כְּשֶׁיֵּשׁ, חַס וְשָׁלוֹם, צָרָה לָאָדָם", ווען א מענטש איז אין א צרה, "נִתְקַבְּצִים כָּל הַדָּמִים וְעוֹלִים אֶל הַלֵּב", לויפן אלע בלוט צום הארץ זיך צו באשיצן.


בערך צוויי אזייגער זענען מיר אנגעקומען צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. איך האב געזאגט די צען קאפיטלעך, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און זיך מתבודד געווען. אויפ'ן וועג האב איך געזאגט פאר'ן דרייווער: "ווען איינער איז נאושעס, עס איבלט אים, בעט ער דעם דרייווער 'פאָר שנעלער, ווייל איך גיי כמעט אויסברעכן', אזוי אויך בעט איך דיר, פאר שנעלער ווייל איך גיי שוין אויספלאצן אין א געוויין, איך קען זיך שוין כמעט נישט איינהאלטן", איך האב געשפירט אזוי צעבראכן, אבער ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש'ס ציון האב איך אנגעהויבן אזוי דאנקען דעם אייבערשטן פאר'ן מיך מקרב זיין אין היכל הקודש, פאר'ן מיך מקרב זיין צום רבי'ן; איך האב נישט געקענט אויפהערן זאגן "שכוח אייבערשטער" און "שכוח מוהרא"ש" פאר'ן רחמנות האבן אויף מיר, פאר'ן מיך ווייזן א וועג צו קענען לעבן מיט אמונה, מיט תורה, מיט תפילה וכו' וכו'.


מיר זענען געפארן קיין טברי' צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס. איך האב נישט געוואלט אריינגיין איידער איך מאך זיך ריין די שיך, אין יבנאל איז מיר געווארן פארשמירט די שיך, עס איז געווען א גרויסע בלאטע אין יבנאל, אונטן פון די טרעפ וואו מען גייט ארויף צום ציון. מיר האבן זיך אלע אפגערייניגט די שיך, ווייל אז מען גייט צו א ציון פון א צדיק - גייט מען מיט די גרעסטע דרך ארץ.


איך האב געזאגט אכט קאפיטלעך תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן מיינע תפילות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין מירון.


צום ערשט בין איך צוגעגאנגען צום ציון פון מיין זיידע און באבע אויבן אויפ'ן בארג, העכערן קבר פון רבי יוחנן הסנדלר. עס האט גערעגנט, מיר האבן נישט געהאט קיין שירעם זיך צו באשיצן פון די רעגן. העכער די ציון פון מיין זיידע איז דא א דעכל זיך צו באשיצן פון רעגן, מיר האבן דארט מתפלל געווען.


פון דארט זענען מיר געגאנגען צו די מערה פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב געזאגט תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב אסאך געבעטן דארט צו קענען שרייבן ווייטער דעם פירוש חזית איש, אויך האב איך געלערנט אביסל תיקונים, איך האב לכתחילה געוואלט מסיים זיין אין די מערה תיקוני זוהר.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים, מיר זענען אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי זעקס אזייגער. איך בין גלייך געגאנגען אין מקוה און געגאנגען אין שול - אין בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב. עס זענען שוין געווען אנשי שלומינו וואס זענען געזיצן און געלערנט, יעדער איינער זיינע שיעורים כסדרן.


נאך תפילת שחרית האב איך געגעבן א שיעור, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפ'ן צדיק; ווען מען פירט זיך אויף שיין מיט דרך ארץ איז דאס די גרעסטע הפצה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קיא.): "אֶחָד מֵעִיר מְזַכֶּה כָּל הָעִיר", אז מען זעט איינעם זיך פירן מיט דרך ארץ, מיט יראת שמים - ווילן אלע זיין ווי אים. נאך זאגן די הייליגע חכמים (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" - זאלסט מאכן מענטשן זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן וכו'.


עס איז געווען אזא שמחה צווישן אנשי שלומינו זיך צו טרעפן איינער מיט'ן צווייטן, און דאס פרישקייט וואס איך האב דארט געזען איז עפעס נישט פשוט, אלע מיט אזא שמחה און התחדשות, ממש א מחי'.


פון דארט בין איך צוגעפארן מיט אברהם נחום נרו יאיר צו משפחת בורשטיין שיחיו. איך האב מיט געברענגט פון אמעריקע א מתנה, א שפילצייג פאר די קינדער. פאר זיי האב איך א שטארקע הכרת הטוב, ביי זיי האט זיך אלעס אנגעהויבן. בערך פיר יאר צוריק איז געווען ביי זיי אין שטוב די ערשטע שיעור, אויך האט מרת בורשטיין אנגעהויבן דאס ארויסשיקן יעדן טאג חיזוק יומי, און אויך דאס מתרגם זיין.


איך בין געגאנגען צו די דירה; האברך אברהם האט געזארגט פאר א דירה פאר מיר, איך האב זיך אראפגעלייגט שלאפן, צו זיין אויסגערוט לכבוד שבת.


נאכמיטאג האט שמעון עוזר מיר געברענגט פיינע ווארעמע קוגל. אין מקוה בין איך נישט אנגעקומען צו גיין, איך האב אינזין געהאט אינדערפרי און זיך גע'טובל'ט א באזונדערע טבילה לכבוד שבת.


*ליל שבת פרשת שמות*


אנקומענדיג אין שול איז געווען שומרים צו האלטן סדר, עס זאל נישט זיין קיין גרויסע געדרענג, עס זענען זיך צאמגעקומען אנשי שלומינו פון אלע שטעט; פון בני ברק, טברי', בית שמש, בראכפעלד, חיפה, יבנאל, צפת וכו'. דער גבאי יצחק האט מיך מכבד געווען צו דאווענען קבלת שבת. אויך איז געקומען פון אמעריקע אפאר געסט, אברהם משה נרו יאיר, און מאטי פון שטעטל, אויך ישראלי.


די סעודה האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען. איך האב געבעטן די גבאים אז איך וויל עסן די סעודות שבת מיט די בחורים וואס גייען הפצה, פאריאר האבן מיר געגעסן מיט בחורים, ווער עס האט נאר געוואלט, אבער איך האב געוואלט געבן עפעס באזונדערס פאר די מפיצים. עס איז געווען זייער שיינע סעודות, איך האף אז איינער פון זיי וועלן אפשרייבן די שיינע שמועסן, די שיינע חיזוק וואס מיר האבן גערעדט ביי די סעודה.


די באטע איז פארגעקומען אין שול, אנדערש ווי פאריאר. איך האב געבעטן די גבאים זאלן וואס ווייניגער אויסגעבן געלט פאר גיין אין א זאל, ענדערש וויל איך זיין אין שול; דער ירושלימ'ער שול האט דאך אלע טעמים, מלא חן, מען שפירט דארט דעם אויר הזך והנח.


מען האט געזינגען זמירות שבת און גערעדט בערך א שעה. איך קען זיך יעצט נישט דערמאנען וואס מיר האבן גערעדט. איך בין יעצט אנגעקומען און איך דארף שוין לויפן אין ישיבה צו די בחורים, איך האף צום אייבערשטן איינער וועט אפשרייבן אלע שיעורים פון שבת קודש און דאס אפדרוקן, ווייל די דרשות פון שבת אין ירושלים איז געווען וואונדערליכע דיבורים.


*שבת אינדערפרי*


שבת אינדערפרי, זיבן אזייגער, איז געקומען משה שמואל און משה ראזענבערג מיך באגלייטן צו די מקוה. איך האב זיך געגרייט צום דאווענען מיט לערנען משניות און גמרא. פאר'ן דאווענען האב איך געגעבן א שיעור אין לשון הקודש, ווייל עס זענען געקומען א גאנצע גרופע בחורים מיטהאלטן דעם שבת - וואס פארשטייען נאכנישט קיין אידיש. זיי האבן אזוי שטארק געבענקט צו קענען עפעס מיטהאלטן, זיי האבן מיך געבעטן נאך די באטע אויב איך קען רעדן ביי ספורי מעשיות אביסל אין לשון הקודש, איך האב נישט געוואלט מישן די שיעור - אידיש מיט לשון הקודש, האב איך זיי געזאגט אז איך וועל זיי געבן א שיעור פאר'ן דאווענען.


איך געדענק נישט פינקטליך וואס מיר האבן גערעדט, אבער אלע דיבורים אונזערע זענען פון זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, און וויסן אז דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן ארויסגיין - יעדער איינער - פון זיין פלאנטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס דער רבי פרעגט (ספורי מעשיות, סוף מעשה מבערגיר ועני) וואס איז די סימן פאר אידישע קינדער? דער וואס וועט זאגן (בראשית נ, כה): "פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם", ער איז דער גואל אמיתי; אויב אלע ווייסן אז דאס איז וואס מען דארף זאגן - קען דאך יעדער איינער קומען און דאס זאגן, איז דאך דאס נישט קיין סימן... אזוי פרעגט דער הייליגער רבי.


מיר האבן גערעדט, מען קען זאגן אז די קשיא אליינס - דאס איז דער ענטפער. דא זעט מען אז יעדער איינער קען מחזק זיין נשמות ישראל, מען דארף נישט מער פון זאגן די פאר ווערטער: "'פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם', דער אייבערשטער וועט ענק נאך העלפן, זייט אייך נישט מייאש, פארלירט אייך נישט, געבט נישט אויף, עס וועט נאך זיין גוט"; דאך זאגט דאס קיינער נישט, און ווער עס זאגט דאס - דער איז דער גואל אמיתי.


דער הייליגער רבי - ער שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח; שיחות הר"ן, סימן קנג): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל! גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען"; דער רבי בלאזט א ווינט פון האפענונג אויף אונז, אלע קענען דאס זאגן אבער קיינער זאגט דאס נישט.


אזוי איז געווען אין מצרים, אידן זענען געווען אזוי דערביטערט, אידן זענען געווען אזוי פארלוירן, פלוצלונג קומט דער צדיק משה רבינו און שרייט: "פָּקוֹד יִפְקוֹד", דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן, "וַיַּאֲמֵן הָעָם" (שמות ד, לא), און אידישע קינדער האבן געגלייבט. זיי האבן געזען אז דאס איז דער גואל אמיתי, און אזוי איז היינט. אידישע קינדער זענען אזוי צעקלאפט, יעדער איינער מיט זיין אייגענע מצרים, פלוצלונג הערט מען שופר של משיח, דאס איז דער געשריי פון רבי'ן וואס שרייט: "גיוואלד זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען, גיי צום אייבערשטן, רעד צום באשעפער, שמועס מיט אים אויף דיין אייגענע שפראך, רעד צו אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינט, זיי זיך מתוודה פאר אים, זאג 'רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, וואס זאל איך טון? איך האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל'".


צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען אבא חייא, דער גבאי פון בני ברק, שחרית האב איך געדאווענט. די עליות האט דער גבאי יצחק שמואל מכבד געווען די גבאים פון אלע שולן אין ארץ ישראל, איך האב עולה געווען און געבענטשט גומל. מוסף האט געדאווענט משה שמואל, דער מגיד שיעור אין אונזער ישיבה אין ירושלים.


נאכן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט קידוש צו מאכן, מיר האבן פארגעלערנט ספורי מעשיות פון הייליגן רבי'ן, מעשה ג' (מחיגר). מיר האבן בעיקר גערעדט פון דעם חיגר וואס האט זיך גע'עקשנ'ט יא ווייטער צו פארן, ביז ער איז פארבלאנזשעט געווארן און די רויבערס האבן אים בא'גנב'עט. מיר האבן גערעדט פון זיך נישט עקשנ'ען אין לעבן, בפרט אין שטוב, ווייל ווי מער מען איז מוותר - אלץ מער איז מען זוכה אז די שכינה זאל רוען ביי אים. ווען מען וויל עפעס זייער שטארק און עס גייט נישט ווי מען וויל און מען איז ווייטער פרייליך און צופרידן, מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן - רוט די שכינה ביי אים, אזוי ווי עס שטייט (ישעי' נז, טו): "אֶשְׁכּוֹן וְאֶת דַּכָּא", דער אייבערשטער רוט ביי אים (סוטה ה.), דאס איז בעיקר אינעם חתונה געהאטע לעבן; כל זמן מען איז א פלג גוף איז נישט שייך צו זיין בטל צום אייבערשטן, ווייל מען לעבט ווי אזוי מען וויל, אלעס טוט מען ווי אזוי עס איז גוט פאר זיך, אבער ווען מען האט חתונה, מען האט א ווייב וואס וויל אנדערש, יעדע זאך דארף מען גיין קעגן די אייגענע ווילן, מען איז זיך מבטל צו טון רצון הבורא - דעמאלט איז דא השראת השכינה.


אויך האבן מיר גערעדט פון זיך אכטונג געבן פון די וואס רעדן צו אברכים קעגן די תורה, פון חומרות ופרישות, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן. א אינגערמאן קומט צו מיר וויינען, ער האט חתונה געהאט און מען האט אים פארפירט אין פרישות, איז ער זיך געגאנגען קויפן א טעלעפאן צו קוקן עבירות, ער וויינט צו מיר: "ראטעווע מיך, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע"; אלעס נעבעך פון חומרות ופרישות.


איך האב דערציילט, איינער שרייבט מיר פאריגע וואך, ער איז אין א כתה וואס מען זאגט אים זיך אפשיידן לגמרי, ער זאל נישט אהיימקומען ביינאכט, ער זאל שרייען אין פעלד. ער שרייבט מיר אז זיין ווייב וויל א גט; זי וויל א מאן, זי וויל א חתונה געהאטע לעבן, ער פרעגט וואס ער זאל טון, ווייל די חברים פון די כתה זאגן ער זאל זיין שטארק ביז זי וועט זיך ברעכן. איך האב אים געשריבן ער זאל אנטלויפן פון חומרות ופרישות, ער זאל פאלגן דעם רבי'ן, זיך פירן על פי תורה, על פי שלחן ערוך.


סעודת שבת אינדערפרי האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען מיט די בחורים מפיצים, דער אינגערמאן אברהם נרו יאיר האט צוגעשטעלט פון בעסטן און שענסטן.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט ביי די סעודה, הרב החסיד רבי שמעון שפירא זאל זיין געזונט און שטארק איז געקומען מיר זאגן שלום עליכם. איך האב זיך אביסל געשעמט, א איד אין אזא עלטער זאל זיך מטריח זיין, זיך ארויפשלעפן צו מיר אינגערמאן... ער האט נאכגעזאגט שיינע חיזוק פון רבי אפרימ'ל זכרונו לברכה (ספר עונג שבת), עס שטייט (שמות ב, יב): "וַיַּךְ אֶת הַמִּצְרִי וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", ווי אזוי קען מען זיך שלאגן מיט מצרי, מיט'ן מצר ים? דורך "וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", חול איז ראשי תיבות ח'זק ו'יאמץ ל'בך, נאר דורך התחזקות, זיך שטארקן נאכאמאל און נאכאמאל - קען מען זיך שלאגן מיט'ן מצרי.


אויך האט ער מיר געגעבן אביסל מוסר מיט ליבשאפט, פארוואס מען דאווענט ביי אונז אין שול נאך זמן קריאת שמע; ווייל ביים רבי'ן איז געווען הלכה, זיך נישט אוועקרירן פון שלחן ערוך. ער האט מיר אנגעווינטשן איך זאל ווייטער מחזק זיין אידישע קינדער. ער האט א שטאקע געפיל פאר היכל הקודש, זיין איידעם משה שמואל און זיין טאכטער, ביידע פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ און יראת שמים, זיין טאכטער איז א לערערין ביי אונזער שולע בית פיגא אין ירושלים.


די צוויי אינגעלייט וואס האבן מיך באגלייט שבת אינדערפרי זענען געקומען מיך נעמען צו מנחה און שלש סעודות. דער דיין פון יבנאל, הרב הגאון רבי משה קורץ שליט"א איז געקומען אויף שבת, ער האט באקומען אן עלי' ביי מנחה.


שלש סעודות האבן מיר גערעדט דיבורים חמים, גחלי אש, פון סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). מיר האבן געלערנט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יא): "תֶּבֶן אַתָּה מַכְנִיס לַעֲפָרַיִם", ווי קען זיין מען זאל ברענגען מענטשן וואס זענען אראפגעפאלן לעפר - צו תבנית התורה? יוחני און ממרא האבן געפרעגט משה רבינו, דו ווילסט נעמען עם ישראל וואס זענען בשפל המדריגה, וואס זענען אין די מ"ט שערי טומאה - צו הר סיני, צו קבלת התורה, צו פסקו זוהמתן?! קען דען זיין אזא זאך, א איד וואס האט פוגם געווען באות ברית קודש, בהוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - זאל נאך קענען תשובה טון? זאל נאך קענען זיין א צדיק?


האט משה רבינו געענטפערט: "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי", יא, מען קען זוכה זיין צו די העכסטע דרגא, צו יחודא עילאה און יחודא תתאה דורך "אֲמִירוֹת שֶׁל אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי", אז מען זאגט תורה, מען זאגט משניות און גמרא - קען מען אנקומען "לְמָתָא יַרְקָא, יַרְקָא שְׁקֻל", צו די העכסטע מדריגות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כב.): "פְּתַח פִּיךָ", עפן דיין מויל, דאס מיינט הויב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "וְיָאִירוּ דְּבָרֶיךָ", עס וועט דיר ליכטיגע ווערן.


גלייך נאך מעריב האט מיך פלוצלונג אנגעכאפט א שטיקל זארג, 'וואס גייט זיין? וועל איך קענען אהיימפארן?' ווייל די חוקרים, די פאליציי - האבן מיר געזאגט אז אויב איך וועל זיך שטעלן פאר'ן פאליגראף איז גוט, און אז נישט - וועט מען מיך נאכאמאל נעמען פאר חקירות איידער איך פאר אהיים. א גאנץ שבת האב איך נישט געטראכט פון די גאנצע פרשה, אבער פלוצלונג מוצאי שבת האב איך זיך געזארגט.


נאך הבדלה בין איך אהיימגעפארן מיט'ן גבאי שמעון עוזר, אנקומענדיג אהיים ווארט מיך אפ האברך אברהם און זאגט מיר איך זאל זיין גרייט, זיבן אזייגער קומט אראפ צו מיר א גרויסער עורך דין.


איך בין געזיצן מיט'ן עורך דין בערך א שעה צייט, ער האט מיר געגעבן זיין קארטל און געזאגט אז אויב מען שטעלט מיך אפ - זאל איך נישט רעדן, נאר ווייזן די קארטל, אז ער איז מיין פארטיידיגער. איך האב געזאגט: "רבונו של עולם, אין אמעריקע האב איך א קארטל פון א לויער, און אויך דא דארף איך א קארטל פון א לויער; רבונו של עולם, וואס טו איך? וואס וויל מען פון מיר? אז איך בין מחזק בחורים בין איך שוין א פארברעכער?"


אויך האב איך אויפגענומען תלמידים, ביז ניין אזייגער. יצחק איז געקומען מיך טראגן צו סעודת מלוה מלכה אין א זאל אין ירושלים. עס איז געווען שיין צוגעגרייט, די גבאים דארט מאכן א גוטע ארבעט, זיי זענען מסודר, מען זעט עס איז דא אחדות צווישן זיי, נאר אזוי זענען זיי מצליח.


מיר האבן געזינגען זמירות און געטאנצן. אינמיטן די דרשה זענען ארויפגעקומען קינדער מאכן זייערע סיומים, אין אנהויב האט אויסגעזען ווי עס וועט זיין אפאר קינדער, ביז עס האבן אנגעהויבן קומען בחורים, חתנים, אברכים און אפילו עלטערע, עס איז געווען א פארגענוגן צו זען ווי יעדער בארומט זיך מיט זיינע אוצרות.


ווען די סיומים האבן זיך געענדיגט איז מען ארויס אין א לעבעדיגע טאנץ, "אשריכם תלמידי חכמים", מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א רבי וואס האט אזוי רחמנות אויף אונז, און האט זיך מוסר נפש געווען זיין לעבן אז נאך אפאר הונדערט יאר לעבן מיר נאר בזכות זיינע תורות, זיינע עצות און שכל. אינמיטן טאנצן האב איך זיך גוט צואוויינט, איך האב געבעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען אהיימפארן, עס זאל נישט זיין קיין שום פראבלעמען"; ברוך השם איך בין אינדערהיים, איך לויף שוין אין ישיבה לערנען מיט די בחורים, איך דארף שוין מקצר זיין.


זונטאג אינדערפרי זענען די צוויי אינגעלייט געקומען מיך באגלייטן צו די מקוה זיבן אזייגער. אכט אזייגער האט מען געדאווענט שחרית, עס איז פארגעקומען א ברית, האברך אברהם נרו יאיר האט זוכה געווען להכניס בבריתו של אברהם אבינו זיין קינד. ווען זיין קינד איז אים געבוירן געווארן זונטאג נאכמיטאג, אפאר מינוט פאר די שקיעה, האט ער מיר געזאגט אז ער זעט דאס ווי א מתנה פונעם אייבערשטן אז איך וועל זיין ביים ברית, ער האט שוין געוויסט אז איך קום, ער העלפט מיר מיט די נסיעה. ער האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב זיך גוט מתבודד געווען אונטערן טלית בשעת'ן ברית. אויך האט ער מיך מכבד געווען מיט די ברכות, ויקרא שמו בישראל "יואל".


ביי די סעודת ברית האט אברהם גערעדט, ער האט דערציילט זיין סיפור התקרבות, אלע האבן געהאט טרערן אין די אויגן פון גרויס התרגשות; ווי דער רבי כאפט אן א מענטש וואו ער זאל נאר זיין און ברענגט אים צו די שענסטע פלעצער. איך האב אויך גערעדט, קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן ברית בין איך געגאנגען צו אונזער תלמוד תורה. ווען איך בין אנגעקומען האב איך זיך אונטערגעהערט פון הינטערן טיר ווי די טייערע מלמדים לערנען מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער, דאס איז די אכטע שיעור וואס איך האב געגעבן די פאר טעג אין ארץ ישראל. איינער פון די קינדער, שלמה לעווינזאהן, האט געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די שולע בית פיגא, וואס געפונט זיך אין שטוב ביי שמעון עוזר. דארט איז מיר ארויפגעקומען אלטע זכרונות פון ווען מיר האבן געעפנט א בית פיגא אין אמעריקע, ממש אזוי מיט אפאר קינדער, מיר האבן דארט צוויי כיתות, צוויי טייערע לערערינס, איינע איז שמעון עוזר'ס א טאכטער, און נאך איינע, הרב ר' שמעון שפירא'ס טאכטער; זיי לערנען מיט די קינדער מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט, זיי לייגן אריין די ריינע אמונה מיט יראת שמים, צניעות, ובעיקר פארלייגט מען זיך ביי אונז אויפצובויען די קינדער.


ווי איר ווייסט דאך וואס טוט זיך היינט, מען שטאפט אן קינדער מיט מעדעצין, מיט ריטעלין וכדומה; אנדערש איז ביי אונז, נישטא קיין איין קינד ביי אונז וואס מיר - די מוסד - זאל ארויפלייגן אויף מעדעצין. אונזערע מלמדים און לערערינס ארבעטן זייער שווער מיט יעדן קינד מיט אייזערנע סבלנות - זיי צו מדריך זיין, זיי מחנך זיין מיט די תורה.


פון שולע בין איך צוריק צו די אכסניא, איך האב אוועקגעגעבן צייט צו רעדן מיט אנשי שלומינו.


נאכמיטאג איז געווען אין די דירה א שיעור כללי פאר די מלמדים און מחנכים בארץ הקודש, אויך דער מלמד פון טברי', ר' יוסף נרו יאיר - איז דארט געווען. מיר האבן גערעדט וויכטיגע פונקטן וואס מיר ווילן פון אונזערע מלמדים און לערערינס; קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן שיעור האב איך עוסק געווען אין שידוכים.


נאכדעם בין איך געגאנגען דאווענען מנחה, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא און מיט דעם זיך געזעגנט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "אַל יִפָּטֵר אָדָם מֵחֲבֵרוֹ אֶלָּא מִתּוֹךְ דְּבַר הֲלָכָה".


איך האב זיך געזעגנט פון יעדן איינעם און ארויסגעפארן צום לופטפעלד. אויפ'ן וועג איז אריינגעקומען די גוטע נייעס אז די שול אין בני ברק איז צוריק אפן. וואס איז געווען? פאר צוויי וואכן צוריק זענען זיי אריין אין א נייע שול, אבער גלייך נאכדעם האט מען דאס געדארפט פארמאכן, ווייל איינער פון די שכנים האבן געבעטן פון בית דין אן עיקול אויפ'ן שול, די גבאים האבן געפאלגט בית דין און פארמאכט דעם שול, אבער זיי האבן זייער מתפלל געווען אז מען זאל דאס קענען עפענען צוריק, זיי האבן געוואלט איך זאל נאך קענען באזוכן אין שול. דער גבאי אבא חייא איז אריבער צום בית דין און געבעטן, אפשר זאל מען קענען כאטשיג אריינגיין צו לערנען וכדומה, בית דין האט געשריבן אז מען קען ביז דערווייל נוצן די שול, אבער נישט פאר דאווענען. דאס איז פאר זיי געווען אן אויסטערלישע שמחה, איך האב מחליט געווען אז איך פאר צו זיי, עס איז די זעלבע וועג ווען מען פארט פון ירושלים צום לופטפעלד.


דארט איז געווען די צוועלפטע שיעור, קענסט דאס הערן אויפ'ן טעלעפאן.


האברך אברהם האט געארבעט זייער שווער אז איך זאל קענען אהיימפארן אן קיין פראבלעמען. חסדי השם איך בין אין שטוב געזונטערהייט, איך גיין שוין דאווענען, איך גיי בענטשן גומל, "הגומל לחייבים טובות שגמלנו כל טוב".


איך האב דיר נאר געשריבן ראשי פרקים, מען קען נישט שרייבן די געפילן, דאס וואס מען שפירט ווען מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו.


ברודער, באניי זיך מיט'ן סדר דרך הלימוד; הויב אן לערנען אביסל חומש מיט תרגום, משניות, גמרא, הלכה, מדרש וספרי רבינו.


אויך באניי זיך מיט התבודדות, ובעיקר מיט "זה מעשה שלי, וזה מעשה שלו, ולמה לדבר מאחרים".


 


איין זאך האב איך פארגעסן דיר צו שרייבן. היינט נאכט איז דא אין שטעטל פאר די פרויען די וועכנטליכע צאמקום, זע צו בלייבן אין שטוב העלפן מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין שעפן פרישע לופט, פרישע חיזוק; זי דארף דאך אזויפיל חיזוק צו קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


איך גיי יעצט אין ישיבה אנגרייטן א שיעור פאר די צאמקום.


...

#125 - בעטס אלע אייערע בקשות ביים ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו
תפילות אויף אידיש, יבנאל, תהלים, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', יבנאל


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים - וועט איר האבן אלעס גוטס, ווייל תהילים ברענגט ישועות, תהילים ברענגט נאנט צום אייבערשטן.


אויך זאלט איר אריינפלעכטן אייערע אייגענע תפילות; סיי בקשות און סיי תודה והודאה.


אויך זאלט איר גיין צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו און בעטן אלע אייערע בקשות, ווייל דארט איז מסוגל צו ווערן געהאלפן.


אויך בעטס ביים ציון פון מוהרא"ש פאר מיר, יואל בן רייצא רעכיל.

#124 - אז מען רעדט ניבול פה ווערט מען אויסגעריסן פון די וועלט
רעדן, תשובה, היכל הקודש, מוהרא"ש, מוסר, ישיבה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, יעדער איינער קען תשובה טון און אויף יעדע עבירה קען מען תשובה טון; דער אייבערשטער נעמט אן ווען מען טוט תשובה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיט.): "ידו של הקדוש ברוך הוא פרוסה תחת כנפי החיות כדי לקבל בעלי תשובה", דעם אייבערשטנ'ס האנט איז אויסגעשטרעקט אונטער די פליגלעך פון די מלאכים וואס ווערן אנגערופן 'חיות' - אנצונעמען די אלע וואס טוען תשובה.


תשובה טון אויף הערן ניבול פה איז נישט ווען מען זאגט 'יענער איז א מניוול', דאס מיינט נישט תשובה טון; הערן ניבול פה איז אזוי ווי רעדן ניבול פה, הערן ניבול פה איז אזוי עקלדיג ווי רעדן ניבול פה. תשובה טון מיינט, מען האט חרטה אויף וואס מען האט געטון, און מען זאגט דעם אייבערשטן אז מען וועט מער נישט רעדן און הערן קיין ניבול פה.


ניבול פה איז אזא עקלדיגע זאך; מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "נאר אויף ניבול פה, אויף די איין זאך - זאלסטו ארויסשיקן בחורים פון ישיבה". מוהרא"ש האט מיר געזאגט, אויב איך הער ניבול פה זאל איך פארשיקן דעם מניוול און ראטעווען די אנדערע בחורים.


איך בוי די קהילה מיט בלוט און שווייס, איין זאך בעט איך פון די יונגע ווייבלעך: "רעדט נישט קיין ניבול פה", אז מען רעדט ניבול פה ווערט מען אויסגעריסן פון די וועלט; רעדט פון אלעס - אבי נישט ניבול פה.


וואויל איז דעם וואס טוט תשובה, איז אים דער אייבערשטער מוחל.

#123 - הפצה מיט די קונטרסים פון עצתו אמונה מתורגם
הפצה, יבנאל, תהלים, מוהרא"ש, עצתו אמונה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


... תחי', יבנאל


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער שיין צו הערן אז איר גייט הפצה, איר פארשפרייט די שיינע ספרים, די נייע קונטרסים 'עצתו אמונה', 'איש אמונות' - אין יבנאל עיר ברסלב.


אינטערעסאנט אז די וואס קענען ליינען לשון קודש - דארפן די קונטרסים פון עצתו אמונה מתורגם; אין יבנאל קענען דאך אלע לשון הקודש, קענען זיי לערנען און זיך מחי' זיין מיט די צענדליגער טויזנטער בריוו 'אשר בנחל' וואס מוהרא"ש האט געשריבן. די בריוו פון עצתו אמונה איז געשריבן פאר די וואס פארשטייען נישט קיין לשון הקודש, מיר האבן א קהילה אין אמעריקע וואס פארשטייען נישט קיין לשון הקודש, זיי בעטן זיך, זיי ווילן חיזוק, זיי ווילן הערן וואס מוהרא"ש האט געזאגט אלע יארן; פאר זיי שרייב איך די בריוו, און מען איז דאס מתרגם פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש.


שרייבט מיר יעדעס מאל איר זענט מסיים נאכאמאל ספר תהילים, און זייט קלוג, גייט ארויף צום ציון פון מוהרא"ש ווי מער, און זייט זיך דארט מתבודד. בעטס דעם אייבערשטן פאר אייך און פאר אייערע דורות, און פאר גאנץ כלל ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - מאך דיר א חשבון וואס דו באקומסט אין היכל הקודש
וויכוחים, היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש ישיבה, קשיות, מוהרנ"ת ז"ל, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע דיינע בלבולים וכו' און אלע פראגעס וואס מען פרעגט דיר אויף היכל הקודש וכו'; איך בין דאס אויך אלעס אריבער, און יעדער איינער דארף דאס אריבערגיין. איך האב זיך אלץ געמאכט א חשבון פאר מיר: 'וואס באקום איך פון רבי'ן? וואס געווין איך אין היכל הקודש? וואס מיינט מוהרא"ש פאר מיר?' דאס האט מיך געהאלטן אלע יארן און דאס האלט מיך נאך עד היום הזה.


מען האט מיך געפרעגט שווערע שאלות אויף מוהרא"ש, איך פלעג זיי ענטפערן: איך בין נישט מוהרא"ש'ס סעקרעטאר, איך דארף נישט פארענטפערן מוהרא"ש און נישט היכל הקודש. איך בין געקומען פאר מיר, איך בין געקומען זיך היילן, און אזוי ווי ווען איך גיי צום דאקטער אינטערעסירט מיך נישט אויב דער דאקטער האט א שכן מיט וועם ער קריגט זיך און אויב דער דאקטער האט פארשיקט זיין ארבעטער, איך ווארט אין ווארט-צימער ווען עס וועט זיין מיין רייע אריינצוגיין, איך זאג דעם דאקטער וואס טוט מיר וויי און דער דאקטער פארשרייבט מיר א מעדעצין; פאר די סיבה בין איך געקומען צו מוהרא"ש, ער זאל מיך אויסהיילן; מיך ברענגען צום אייבערשטן, מיך מאכן לערנען און מיך מאכן האבן שלום בית, איך זאל שפירן דעם אייבערשטן, און אלעס אנדערש אינטערעסירט מיך נישט.


הלואי זאלסטו זיך דערהאלטן, איך זע צווישן די חברים איז דא שוואכע מוחות; מען קען יענעם ברענגען צו די שענסטע און העכסטע מדריגות און פלוצלונג, מיט איין מאך מיט די האנט איז אלעס פערטיג.


יעצט פארשטיי איך וואס מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אז דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "איך האב דיר שוין אריין געכאפט אין מיין זאק", האט רבי נתן געזאגט: "רבי, בינד מיר צו אינעם זאק איך זאל נישט אוועק גיין". רבי נתן פלעגט זאגן פאר די וואס האבן זיך אפגעקילט: "פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועקגיין".


קומענדיגע וואך דינסטאג עשרה בטבת געפאלט די יארצייט פון הייליגן רבי נתן, מאנטאג נאכט וועלן זיך אנשי שלומינו צאמנעמען בכל אתר ואתר דאנקען דעם אייבערשטן פאר רבי נתן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "ווען נישט רבי נתן וואלט פון מיר נישט געבליבן א שמות בלעטל".


איך וועל זיך באטייליגן ביי די סעודה אין בית המדרש היכל הקודש בלומינגראוו; מען וועט קענען מיטהאלטן די שיעור אין אלע בתי מדרשים היכל הקודש.


מארגן וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אין ישיבה; הלואי וועסטו זיך אפרייסן פון אלע שטערונגען און קומען צום שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - ענדערש א שייטל, אבי זיך אפשערן די האר
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, מוהרא"ש, ישיבה, שייטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד הרב ... שליט"א, יבנאל


אייער זון נרו יאיר איז זייער מצליח אין ישיבה, ער לערנט זיינע שיעורים כסדרן, דאווענט ערליך און פירט זיך מיט גוטע מידות.


בנוגע דאס וואס ער פארשטייט נישט קיין אידיש; איך האף צום אייבערשטן צו געבן איינמאל א וואך א שיעור אין לשון קודש אז ער זאל קענען מיטהאלטן די שיינע שמועסן, עצות און חיזוק פארן לעבן.


בנוגע וואס איר וואונדערט זיך אויף וואס איר האט געליינט אין די בריוו, איר פרעגט ווען איך האב דאס געהערט פון מוהרא"ש, ווייל אין יבנאל האט איר דאס קיינמאל נישט געהערט פון מוהרא"ש; איך האב געהערט כמה וכמה פעמים, ווי מוהרא"ש זאגט: "ענדערש גיין מיט א שייטל, אפילו א לאנגע שייטל, אבי זיך אפשערן די האר".


אודאי האט מוהרא"ש געוואלט מען זאל גיין איידל אנגעטון, מוהרא"ש פלעגט אלץ ווייזן מיט די האנט אויפ'ן אקסל, אז א שייטל זאל נישט זיין לענגער ווי די אקסל. אבער ווען עס איז געווען ווייבלעך וואס האבן נאכנישט געהאט דעם געפיל צו איידלקייט, קינדער פון צעבראכענע שטובער וכו' - האט מוהרא"ש געזאגט: "ענדערש א שייטל, אבי זיך אפשערן די האר".


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#120 - איך פריי זיך אז דו האסט ארויסגענומען דעם קאמפיוטער פון שטוב
קינדער, חינוך הילדים, מוסדות, קאמפיוטער, מאוויס, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו האסט ארויסגענומען דעם קאמפיוטער פון דיין שטוב, עס איז נישט גוט צו ווייזן פאר קינדער קיין שום קליפס, אפילו אידישע זאכן.


ווען מיר האבן געעפנט די חדר אין אמעריקע - האבן מיר נישט געהאט קיין פלאץ וואו צו זיין, מיר האבן געוואנדערט פון איין פלאץ צום צווייטן פלאץ. על הטוב יזכר הרב רבי יצחק לעזער שליט"א וואס האט אונז דעמאלט אוועק געגעבן א דירה, זיין בעיסמענט - מיר זאלן דאס נוצן פאר די חדר.


דארט איז געווען נאר פלאץ צו לערנען, די קינדער האבן נישט געהאט קיין פלאץ צו שפילן, ביי הפסקה האבן מיר ארויסגענומען די קינדער אין פארק צו שפילן, און ווען עס האט גערעגנט איז נישט געווען וואס צו טון, עס איז געווען זייער צעקוועטשט. איין טאג איז געווען זייער שווער מיט די קינדער, האט איינער פון די איינגעשטעלטע געטראכט אז ער וועט ווייזן פאר די קינדער אויפן קאמפיוטער עפעס אידישע קליפס וכו', און מוהרא"ש האט מיך גערופן און געזאגט זייער שארף, אויב מען וועט נאכאמאל ווייזן פאר די קינדער קליפס - זאל מען אראפנעמען זיין נאמען פון די מוסד.


מוהרא"ש האט אונז געגעבן צו פארשטיין די חומר הדברים פון ווייזן פאר קינדער קליפס און ווידיאוס, אפילו אידישע זאכן; פון חתונות, זינגערס וכדומה.


וואויל איז דעם וואס גייט בתמימות, ער איז נישט קיין אויבער חכם, ער פאלגט, ער ברענגט נישט אריין אין שטוב די זאכן.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#119 - געלויבט דער אייבערשטער אז מיר האבן מוסדות פאר די קינדער
תודה והודאה, חינוך הילדים, מוסדות, היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די גרעסטע נס וואס מיר האבן איז, אז מיר האבן מוסדות פאר אונזערע קינדער וואס מען לערנט מיט זיי אויף די וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד אז אונזערע קינדער זיצן מיט מלמדים יראי שמים, וואס לעבן מיט'ן רבי'ן, מלמדים וואס גייען אין מקוה, מלמדים וואס זענען זיך מתבודד, מלמדים וואס לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מלמדים וואס געבן אכטונג אויף יעדן קינד.


אזוי אויך אין בית פיגא; לערערינס וואס האבן ליב יעדן קינד און לייגן אריין א ליבשאפט אין די קינדער צו גיין מיט די תורה וועג.


יארן צוריק איז דאס נישט געווען; ווען איך בין מקורב געווארן צו מוהרא"ש האבן מיר געוויסט אז דאס איז א זאך וואס גייט נישט איבער פאר די קינדער, דאס איז א סוד פאר אונז אליין, מען האט אונז קלאר געזאגט אז מען דארף געהערן צו די גרויסע קהילות צוליב די קינדער, און שטילערהייט קענען מיר נעמען חיזוק פון מוהרא"ש, און חסדי השם אז מיר האבן א פלאץ פאר אונזערע קינדער, זיי זאלן אויפוואקסן מיט'ן רבי'ן, אויפוואקסן מיט תמימות ופשיטות, אויפוואקסן מיט מעשיות פון תפילה; אז דאס זאל זיין זייער לעבן.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#118 - לערנען ספר המדות מיט די קינדער
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות, פרנסה, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ספרי ברסלב, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש טברי'


דער מלמד האט מיר געשריבן אז ביים לערנען ספר המידות, האסטו געפרעגט וואס איז דער פשט וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות אכילה חלק ב, סימן יד): "אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה", עסן און טרינקען, "בָּא עַל יְדֵי חֹק וּמִשְׁפָּט", קומט דורך חק ומשפט.


ערשטנס וויל איך דיר זאגן, איך פריי זיך זייער אז דו לערנסט ספר המידות. דער הייליגער רבי האט געזאגט אז דער ספר המידות האט אים געמאכט פאר א איד; דעריבער האט מוהרא"ש איינגעפירט מען זאל לערנען מיט די קינדער - סיי מיט די אינגלעך און סיי אין סקול מיט די מיידלעך - ספר המידות, אזוי וועלן אלע קינדער אויסוואקסן גרויסע צדיקים. און ביי יעדע אות וואס מען לערנט זאל מען בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו קומען צו די גוטע זאך און אויסרייסן די שלעכטע זאכן.


פשט איז, דער אייבערשטער געבט דעם מענטש שפע; דער מענטש באקומט עסן און טרינקען בזכות וואס ער היט די הייליגע תורה און בזכות וואס ער גלייבט אינעם אייבערשטן אז אלעס וואס ער טוט איז גערעכט. די הייליגע חכמים זאגן (שמות רבה כה, ז) אויפן פסוק (שמות טז, ד): "'הִנְנִי מַמְטִיר לָכֶם לֶחֶם מִן הַשָּׁמָיִם', אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" דער אייבערשטער זאגט אונז: "מִי גָּרַם לָכֶם לֶאֱכֹל מִן הַמָּן וְלִשְׁתּוֹת מֵהַבְּאֵר", אין וואס פאר א זכות האט איר זוכה געווען צו באקומען די מן און די באר? "מִפְּנֵי שֶׁקִּבַּלְתֶּם אֶת הַחֻקִּים וְאֶת הַמִּשְׁפָּטִים", ווייל איר האט מקבל געווען די הייליגע תורה; אז מען לערנט תורה - איז מען זוכה צו האבן שפע.


ניץ אויס דיינע קינדער יארן; גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין א צדיק. און ווען דער מלמד אין חדר דערציילט מעשיות פון צדיקים - זאלסטו גיין אין א ווינקעלע און וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל אויך זיין א צדיק, הייליגער באשעפער ווי אזוי ווערט מען א צדיק?" ביז דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#117 - מאך א חבורה פון בחורים מפיצים, גיי שטורעמען די גאסן
חברים, בחור, שידוכים, הפצה, יבנאל, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט סעלפיש, לאז נאך בחורים האבן א זכות אין הפצה. נעם נאך בחורים מיט דיר, מאך א חבורה פון בחורים מפיצים; גיי שטורעמען די גאסן, ביי די הייזער, און אזוי ווייטער. איינמאל א וואך פאר ארויס מיט אלע בחורים מפיצים קיין יבנאל צו מוהרא"ש'ס ציון אויסזאגן תהילים, און דערציילט פאר מוהרא"ש וויפיל ספרים און קונטרסים איר האט פארשפרייט דורכאויס די וואך - וועט איר אלע בקרוב ווערן חתנים און אויפשטעלן שיינע שטובער.


איך מאך א מלוה מלכה יעדע וואך פאר די בחורים וואס גייען הפצה, אויך אינמיטן די וואך מאכן מיר פון צייט צו צייט אן הפצה פארברענג. איך האב דאס גענומען פון מוהרא"ש; ווען איך בין געווען אין יבנאל ביי מוהרא"ש אין די דירה, האט מיר מוהרא"ש דערציילט ווי אזוי ער האט געמאכט בחורים זאלן וועלן גיין הפצה. ער האט גענומען אמעריקאנער בחורים און זיי צוגעזאגט אייסעס, יעדע זונטאג האט מוהרא"ש פארברענגט מיט זיי, מען האט געגעסן אייזקרים און זיך מחזק געווען עוסק צו זיין אין הפצה. ווען איך וועל זיין אין ארץ ישראל וועל איך זיצן מיט דיר און מיט די אנדערע בחורים וואס זענען עוסק אין הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#116 - מעג מען גיין מיט א האנט זייגער?
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מוהרא"ש, מסורה, ראש ישיבה, יונגע יארן, היטן די צייט, האנט זייגער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש טברי'


איך באקום גוטע גריסן אז דו לערנסט פלייסיג און דו פירסט זיך מיט דרך ארץ אין חדר.


יעצט אין די יונגע יארן איז די בעסטע צייט אין לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די יונגע יארן איז די שענסטע חלק פונעם רויז, די בעסטע צייט אין לעבן; נוץ אויס די צייט פאר לערנען און דאווענען.


אויף דיין פראגע אויב עס איז א גוטע זאך צו טראגן א האנט זייגער אדער נישט; א טייל זאגן עס איז אזוי ווי א קידושין רינגל פאר'ן יצר הרע, אנדערע זאגן עס איז גאר גוט, עס העלפט מען זאל נישט מבטל זיין קיין צייט פון לערנען.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געגאנגען א האנט זייגער, געבויט אויף די בריוו וואס דער הייליגער רבי נתן שרייבט פאר זיין זון צוויי וואכן איידער זיין הסתלקות (עלים לתרופה יום א' וישב, שנת תר"ה): "אֲהוּבִי בְּנִי חֲבִיבִי" צו מיין טייערער ליבער זון, "יְקַבֵּל הַזֵּייגֶירִיל" נעם מיין זייגער, "וְיִשְׁתַּדֵּל שֶׁיְּתַקְּנוּ אוֹתוֹ מִיָּד" און זע עס צו פאררעכטן גלייך, "בְּאֹפֶן שֶׁיֻּחְזַר לְיָדִי הַיּוֹם עַל יְדֵי מוֹסֵר כְּתָב זֶה" און שיק עס מיר נאך היינט צוריק מיט דעם מענטש וואס געבט דיר איבער מיין בריוו, "וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יָאִיר עָלֵינוּ אוֹר קְדֻשַּׁת חֲנֻכָּה הַקָּדוֹשׁ הַבָּא עָלֵינוּ לְטוֹבָה", און מיר זאלן זוכה זיין אז דער אייבערשטער זאל אונז ליכטיג מאכן אונזערע אויגן אין די הייליגע טעג פון חנוכה, "וּבְחַסְדּוֹ יִשְׁלַח אוֹרוֹ וַאֲמִתּוֹ וְכוּ'" און אונז שיקן זיינע חסדים, "נָגִילָה וְנִשְֹמְחָה בִּישׁוּעָתוֹ" מיר זאלן זיך פרייען מיטן אייבערשטנס הילף.


"גַּם יְקַבֵּל מִכְתָּבִים מִטְּשֶׁעהרִין וְיִמְסְרֵם לְהַשַּׁיָּכִים אֲלֵיהֶם" אויך זאלסטו איבערנעמען אלע בריוו און דאס איבערגעבן פאר וועם מען דארף דאס איבערגעבן, "וְשָׁלוֹם לְכָל אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵנוּ בְּאַהֲבָה רַבָּה" און לאז גריסן אלע אנשי שלומינו.


"לְר' נַחְמָן נֵרוֹ יָאִיר אֲנִי מַזְהִיר" און רבי נחמן ווארן איך זייער אן, "שֶׁיְּבַלֶּה הַיּוֹם אֵיזֶה שָׁעוֹת וְיַעֲמֹד עַל הַזֵּייגֶיר מַאכֶיר" ער זאל פארברענגען אסאך צייט היינט ביים זייגער מאכער, "שֶׁיִּגְמֹר תִּקּוּן הַזֵּייגֶירִיל הַיּוֹם בְּכִי טוֹב" ער זאל היינט נאך צוענדיגן פאררעכטן די זייגער, "וְגַם אַתָּה תֵּלֵךְ עִמּוֹ וּתְבַקֵּשׁ מֵהַזֶּיגֶיר מַאכֶיר שֶׁיְּתַקְּנוֹ מִיָּד" און דו מיין טייערער זון זאלסט אויך אהין גיין און זען ער זאל דאס ענדיגן נאך היינט, "וּמִן הַסְּתָם תַּעֲשֹוּ עַל צַד הַיּוֹתֵר טוֹב" און דו וועסט זיכער זען ער זאל דאס גוט פאררעכטן, "כִּי יְדַעְתֶּם כַּמָּה מֻכְרָח לִי הַזֵּייגֶיר בְּכָל שָׁעָה" ווייל דו ווייסט זיכער ווי וויכטיג דער זייגער איז פאר מיר; געבויט אויף די ווערטער וואס רבי נתן שרייבט איז מוהרא"ש געגאנגען מיט א זייגער.


איך גיי נישט מיט א האנט זייגער ווייל ביי אונז אין די משפחה איז דאס נישט אנגענומען. דאס בעסטע איז זאלסט פרעגן דיין טאטע נרו יאיר, ער זאל דיר זאגן אויב דו זאלסט יא גיין דערמיט אדער נישט, אויב דאס איז א זאך וואס איז אנגענומען ביי אייך.


דער עיקר זאלסטו זיך צוגעוואוינען בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך אין דיין שפראך, אויף פראסט אידיש, און זאלסט שמועסן מיטן אייבערשטן אויף פראסט אידיש, וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


שרייב מיר ווייטער אלע דיינע פראגעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#115 - טרייבט ארויס אלע נעגאטיווע מחשבות
פחדים, קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, יבנאל, תהלים, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי', יבנאל


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט נישט, איר וועט האבן א שיינע שטוב מיט קינדער, טרייבט ארויס אלע נעגעטיווע מחשבות. דאס איז א וועג פונעם יצר הרע צו דערשרעקן יונגע ווייבלעך אז זיי גייען נישט האבן קיין קינדער; אלע יונגע ווייבלעך האבן די זעלבע מחשבות, זיי פייניגן זיך אומזיסט. איך בעט אייך זייער, טרייבט ארויס די סארט מחשבות; איך זאג אייך איר וועט האבן א שיינע שטוב מיט קינדער.


זאגט דעם יום תהילים יעדן טאג, אזוי וועט איר ענדיגן יעדע וואך ספר תהילים, און יעדע מאל איר מאכט א סיום אויף תהילים שרייבט אריין ביים סוף ספר תהילים. ובנוגע אז ביז אהער האט איר נישט געהאלטן חשבון וכו'; קוקט נישט וואס איז געווען ביז אהער, הויבט אן פון יעצט א פרישע חשבון.


גייט ארויף צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, בעטס דארט אלע אייערע בקשות. דארט איז א פלאץ וואס איז מסוגל פאר תשובה, דארט קען מען זיך גוט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, אויך בעט איך אייך, זייט מיך דארט מזכיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#114 - ס'איז נישט גוט פאר קינדער צו הערן אין שטוב אנדערש ווי אין מוסד
חינוך הילדים, מוסדות, וויכוחים, היכל הקודש, מוהרא"ש, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט אלע דיינע טענות אויף מיר און אויף אונזער חינוך.


די בעסטע זאך וואלט געווען דו זאלסט ארויסנעמען דיינע קינדער פון אונזערע מוסדות, ווייל עס איז נישט גוט און נישט געזונט פאר די חינוך פון דיינע קינדער צו הערן אין שטוב אנדערש ווי זיי הערן אין חדר און אין סקול.


בנוסף לזה געב איבער אין שטוב אז עס איז נישט גוט וואס מען טוט מיטן ארום רופן משפחות און רעדן אויף מיר. די ריכטיגע זאך איז, אויב מען האט הנאה פון א פלאץ - דעמאלט איז דאך גוט, און אויב מען האט נישט הנאה, מען האלט אנדערש - דארף מען זיך זוכן אן אנדערע פלאץ.


איך קען דיר דערציילן וואס איך האב מיטגעהאלטן יארן צוריק. עס זענען געקומען משפחות מיט טענות צו מהרא"ש אויף מיר, מוהרא"ש האט זיי גע'עצה'ט זיי זאלן ארויסנעמען די קינדער און אזוי האבן זיי געטון. נאכדעם זענען געווען וואס האבן געהעצט, דאס האט זיך זייער נישט גוט אויסגעלאזט.


בעט איך דיר זייער, געב איבער אין שטוב מען זאל דאס נישט טון. איך באקום בריוו פון משפחות וואס שרייבן אז פון דיר אין שטוב רופט מען און מען רעדט שעות אויף שעות קעגן די חינוך ביי אונז; שוואכע מענטשן ווערן צעמישט און דאס מאכט נאכדעם נאר חרבונות.


איך בין נישט ברוגז אז מען שיקט די קינדער צו מיר און זיכער נישט אויב מען שיקט נישט די קינדער צו מיר, אונזער חינוך איז אנדערש, נישט אלע גלייכן דאס; מיר רעדן זייער אסאך מיט די קינדער פון אמונה, מער ווי מען רעדט אין אנדערע פלעצער. מיר רעדן צו די קינדער זייער אסאך פון תפילה, אויך גרייטן מיר אן די קינדער זיך אכטונג צו געבן פון קראנקע מענטשן, און מיר רעדן מיט די קינדער פון אמונת חכמים; מען קען נאר זיין א איד אויב מען גלייבט און מען פאלגט וואס צדיקים זאגן. אויך רעדן מיר וואס דער לעבן איז, נישט נאכלויפן פרענדס און נישט זוכן אויסצוגעבן געלט פאר נארישע זאכן וכו' וכו'.


איך דארף מקצר זיין.

#113 - אז דו וועסט גיין הפצה, וועסטו שנעל א חתן ווערן
שידוכים, הפצה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד החתן ... נרו יאיר, ירושלים


האסט מיר געשיקט לכבוד שבת א גוטע הפצה קענדי; איך האב זיך אזוי מחי' געווען צו הערן די מעסידזש פון די ירושלים'ע חבורה, ווי יעדער זאגט אריין וויפיל ער האט מפיץ געווען און וואו ער איז געגאנגען הפצה, א גאנץ שבת בין איך געווען פרייליך.


געב איבער פאר די גאנצע חבורה אז איך בין זייער צופרידן אז איר גייט הפצה. ביי מוהרא"ש איז געווען הפצה די ערשטע, די לעצטע, די מיטלסטע און די גאנצע זאך!


איך פלעג זען די שמייכל וואס מוהרא"ש פלעגט געבן פאר די מפיצים, ער פלעגט זיך ממש פרייען, און יעדע מאל די מפיצים זענען צוריקגעקומען פון הפצה פלעגט מוהרא"ש זיך אוועקזעצן און אויספרעגן און אויסהערן פינקטליך ווער עס האט גענומען די ספרים און ווער עס האט נישט גענומען און וואס זאגן מענטשן, ער האט זיך זייער שטארק אינטערעסירט; דאס איז געווען ביי אים די חשוב'סטע זאך.


געב איבער פאר די בחורים, אז זיי וועלן גיין הפצה - וועלן זיי טרעפן זייער שידוך; דאס וועט צואיילן זייער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#112 - וואויל פאר דיר אז דו וועסט העלפן בויען מוסדות היכל הקודש
צדקה, מוסדות, משניות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע דיין פראגע פון בארגן געלט וכו'; אז דו ווילסט פארבארגן דיין אפגעשפארטע געלט - פארבארג עס ענדערש פאר אונזערע מוסדות, אנדערע מוסדות וועלן זיך אן עצה געבן אן דיר, אבער אונזערע מוסדות ווערן געבויט דורך אנשי שלומינו.


איך וועל דיר דערציילן א מעשה וואס איך האב געהאט ביי מוהרא"ש. עס איז אנגעקומען פון יבנאל איינער פון די שמשים ביי מוהרא"ש צו מיר, איך זאל אים העלפן צאמשטעלן פאר אים. אומר ועושה, איך האב גלייך אנגעהויבן צאמנעמען געלט. נאכדעם געב איך א טראכט 'איין מינוט, לאז מיר פרעגן מוהרא"ש', איך פרעג מוהרא"ש, און מוהרא"ש זאגט מיר די ווערטער: "ער וועט זיך אן עצה געבן אן דיר, דו שטעל צוזאם געלט פאר די ישיבה, חדר, הדפסה וכו'".


איך קען דיר נישט זאגן נישט צו פארבארגן פאר אנדערע, אבער דאס קען איך דיר יא זאגן: "וואויל פאר דיר אז דו וועסט העלפן בויען מוסדות היכל הקודש"; דער הייליגער רבי וועט דיר נישט שולדיג בלייבן.


פארלייג זיך צו לערנען משניות, דאס היילט בגוף ונפש, משנה איז מְשַׁנֶה, משנה געבט א נייע נשמה, משנה רייניגט פון אלע שלעכטע מחשבות.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר.

#111 - שפיר נישט שולדיג אז דו האסט אפגעלאזט דעם שידוך
שידוכים, יבנאל, מוהרא"ש, לימוד התורה, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך א ברכה "ברוך שפטרני"; דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט פטור געווארן פון איר. האסט א נס אז דו האסט אפגעלאזט די שידוך; אז זי האט ארויסגעצויגן א שארפן מעסער און דיך געסטראשעט אז זי גייט זיך שעדיגן אויב דו טוסט נישט וואס זי וויל - ווייזט דאס אז זי איז נישט געזונט.


איך בעט דיר זייער, טרייב ארויס יעדע פינטל פון זיך שפירן שולדיג. יעצט גייסטו אריבערגיין א שווערע נסיון, דער יצר הרע גייט דיר נאכלויפן מיט מחשבות אז דו ביסט שולדיג, דו האסט וויי געטון א מיידל און דו וועסט באקומען אן עונש וכו' וכו'; בעט איך דיר זייער, טרייב אוועק די אלע געפילן, יעדע מאל עס קומט אריין אין דיר די שלעכטע מחשבות - זאלסטו נאכאמאל דאנקען דעם אייבערשטן: "ברוך שפטרני מענשו של זה".


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, אויך זאלסטו פארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מבטיח געווען: יעדע בחור און יעדע מיידל וואס וועט קומען צו זיין ציון אויסזאגן תהילים לזכותו - וועט ער נישט רוען ביז ער וועט טרעפן א שידוך; זאלסטו אזוי טון, און אז דו האסט שוין אזוי געטון - זאלסטו גיין נאכאמאל און נאכאמאל; מען מעג מוטשען א צדיק, און מען דארף מוטשען א צדיק.


אויך זאלסטו יעדן טאג זאגן צוויי פרקים משניות און איין בלאט גמרא כסדרן - וועסטו בקרוב מיר קענען מבשר זיין פון דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#110 - איך בארג נישט קיין איין פרוטה ביז איך באצאל אלע חובות ביז אהער
צדקה, מוסדות, שטעטל, מוהרא"ש, חובות, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב ערהאלטן דער בילד פונעם בנין וואס דו ווילסט מיר זאלן קויפן נעבן שטעטל פאר א קימפעטארין היים. עס איז א שיינער בנין, און עס זעט אויס זייער א גוטע פלאץ געאייגנט פאר פרויען זיך אפצורוען נאכן געבוירן, אבער איך קען בשום אין אופן יעצט בארגן נאך געלט, איך האב זיך מקבל געווען בלי נדר אז איך בארג מער נישט קיין איין פרוטה ביז איך באצאל אלע חובות ביז אהער.


נאך א זאך, איך וויל נישט קויפן קיין שום זאך פאר די מוסד אויף מארטגידזש, בפרט יעצט ווען די פראצענט ראטעס זענען זייער הויך. ברוך השם מיט ניסים פונעם אייבערשטן זענען אלע בניני המוסד אן קיין מארטגידזש, וועט מען ווייטער בעטן דעם אייבערשטן ער זאל מאכן ניסים.


איך פרוביר זייער שטארק צו פאלגן מוהרא"ש וואס האט מיר געזאגט איך זאל נאר האלטן בחורים אין ישיבה וואס גייען צאמנעמען צדקה יעדן טאג. יעצט האט זיך אנגעהויבן א פרישע זמן, די בחורים זענען זייער גוטע בחורים, זיי גייען אלע יעדע נאכט צאמנעמען צדקה; איך האף צו קענען באצאלן אלע חובות און זיך קענען רוקן ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#109 - מיר גייען נישט צו די בחירות און מיר האבן נישט מיט קיין שום פארטיי
שמחה, צדקה, רפואה, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, חסד, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פרויען צאמקום, געלט, מלכות הרשעה, דף גמרא, בחירות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט שפיר איך זיך שוין אסאך בעסער. אינטערעסאנט איז, נעכטן נאכט איז געווען ביי מיר אין שטוב דער גבאי פונעם בית התבשיל, איך האב געדארפט שיקן עפעס צום שטעטל איז ער געקומען צו מיר. איך האב קוים געקענט רעדן מיט אים פון אזויפיל היסן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", איך האב אים געפרעגט: "אויב וואלסטו יעצט באקומען א ידיעה אז דו האסט געווינען אסאך געלט, וואלסטו געטאנצן ביי דיר אין שטוב? דארפן מיר דאך א גאנצן צייט טאנצן אז מיר האבן דעם רבי'ן וואס איז ווערד מער פון כל הון דעלמא.


מיין ווייב תחי' האט מיר געזאגט: "אפשר זאלסטו געבן צדקה פאר'ן בית התבשיל לזכות דו זאלסט זיין געזונט?" איך האב אים געגעבן צדקה, און ברוך ה' היינט שפיר איך זיך שוין אסאך בעסער.


דיר בעט איך זייער, זיי קלוג, כאפ זיך מיט מיט'ן בלאט גמרא. היינט איז די דף, דף ז' פון מסכת נדרים. היינט ז' חשון איז די יארצייט פון רבי מאיר שפירא זכרונו לברכה וואס האט אריינגעברענגט דער געדאנק אין כלל ישראל, צו לערנען יעדן טאג אינאיינעם דעם זעלבן בלאט גמרא. מוהרא"ש דערציילט, ער האט דאס באקומען א מתנה פון רבי'ן, ווייל ער פלעגט זייער מקרב זיין אנשי שלומינו ברסלב'ער חסידים. עס איז געווען אין די יארן וואס מען האט נישט געקענט פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, האט ער אוועקגעגעבן זיין בנין הישיבה פאר אנשי שלומינו, דארט איז געווען דער קיבוץ. אויך פלעגט ער הערן פון אנשי שלומינו פון רבינ'ס סדר דרך הלימוד, פון לערנען כסדרן אן חזרה, און ווען מען ענדיגט גאנץ ש"ס - דעמאלט הויבט זיך אן די חזרה, גייט מען איבער נאכאמאל און נאכאמאל ש"ס.


בנוגע די בחירות; איך זאג דיר קלאר וואס מוהרא"ש האט געהאלטן, דארפסט נישט מיין עדות, ניתי ספר ונחזה, הויב אן לערנען אשר בנחל - וועסטו זען אין די בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט וועגן די טמאים, וועגן האבן שייכות מיט זיי. קוק וויפיל בריוו מוהרא"ש שרייבט וועגן דעם הייליגן ספר ויואל משה, די לשונות וואס מוהרא"ש דרוקט זיך אויס, אז אין דעם הייליגן ספר זעט מען ווי מען דארף אנטלויפן פון אלע פארטייען. און דאס וואס מענטשן קומען מיר פארהאלטן אז מען זעט אין די לעצטע פאר יאר פון מוהרא"ש ווי מוהרא"ש זאגט מען זאל יא גיין צו די בחירות, דאס איז געווען אן הוראת שעה; מוהרא"ש האט מיר געזאגט דעמאלט כמה פעמים זאכן וואס איך קען נישט דערציילן, מוהרא"ש האט געהאט א כוונה וכו' וכו', אבער היינט איז נישט שייך מער די גאנצע זאך; מיר גייען נישט צו די בחירות און מיר האבן נישט מיט קיין שום פארטיי.


היינט נאכט וועט זיין א פרויען צאמקום אין שטעטל, אין בנין התלמוד תורה. איך וועל געבן א שיעור, איך האב זייער וויכטיגע זאכן צו זאגן בנוגע די עתיד פון אונזערע קינדער, זע אז דיין ווייב זאל קענען גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#108 - רעד צו די בחורים זיי זאלן זיך נישט לאזן וואקסן א טשופ
בחור, יבנאל, סכנה, מוהרא"ש, דרייוון, בארד און פאות, אמונת חכמים, טשופ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט געהערט די ביטערע נייעס, איינער איז נעבעך אומגעקומען פון פארן מיט א מאטאר-סייקל. דו ווייסט וויפיל מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געווארנט אנשי שלומינו אין יבנאל נישט צו פארן מיט א מאטאר ביציקל, ווייל דאס איז סכנת נפשות; אזויפיל מענטשן ווערן גע'הרג'עט פון דעם, כמעט יעדן טאג איז דא הריגות פון דעם.


אז דו לערנסט מיט בחורים אין יבנאל און זיי פאררופן זיך תלמידי היכל הקודש - דארפסטו רעדן צו זיי דיבורים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. זאג זיי, אויב מען פאלגט א צדיק - איז גוט, און אז מען האלט זיך קלוגער - איז זייער ביטער; אלע וואס גייען אין די וועג פון צדיק האבן א גוט לעבן, און אז מען האלט זיך קלוגער - איז זייער ביטער.


אזוי אויך זאלסטו רעדן צו די בחורים זיי זאלן זיך נישט נאריש מאכן מיט לאזן וואקסן א טשופ ווי די אומות העולם. זאג זיי וואס איז שיין; שיין איז אפגעשוירן ווי א איד. אזוי ווי מיר זעען, דער אייבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער (שיר השירים א, טו): "הִנָּךְ יָפָה רַעְיָתִי" כנסת ישראל, ביסט אזוי שיין; "הִנָּךְ יָפָה" ביסט שיין, "עֵינַיִךְ יוֹנִים" אזוי ווי די אויגן פון א טויב; זאגן די הייליגע חכמים (שיר השירים רבה א, טו): "מַה יּוֹנָה זֹאת מְצֻיֶּנֶת", אזוי ווי א טויב איז אויסגעצייכנט, מען דערקענט א טויב צווישן אנדערע פייגל, "כָּךְ יִשְׂרָאֵל מְצֻיָּנִין בְּתִגְלַחַת", אזוי אויך זענען אידישע קינדער אויסגעצייכנט מיט די וועג ווי מען שערט זיך אפ די האר, מען לאזט נישט איבער קיין טשופ אזוי ווי די אומות העולם און מען שניידט נישט די פיאות מיט די בארד; לייג אריין אין זיי וואס מיינט שיין, די וועג ווי אזוי דער אייבערשטער זאגט אונז מיר זאלן גיין - דאס איז שיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#107 - וואויל איז דעם וואס די ווייב זאגט עדות אויף אים
שלום בית, פרנסה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב יעצט געזען א בריוו וואו דיין ווייב תחי' שרייבט ווי שיין דו פירסט זיך, און ווי דו לערנסט אין שטוב, זי שרייבט אז דו רעדסט צו איר אזוי ווייך און הארציג.


אמאל בין איך געווען אין צימער ביי מוהרא"ש מיט נאך איינעם פון אנשי שלומינו, יענער האט דערציילט פאר מוהרא"ש עפעס פון זיין ווייב, ווי זי זאגט פאר אלעמען אז איר מאן איז גוט און ערליך, רופט זיך מוהרא"ש אן הויך: "חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך (מדרש משלי ה, יח): 'אשרי אדם שאשתו מעידתו', וואויל איז דעם וואס די ווייב זאגט עדות, 'מיין מאן איז אן ערליכער איד'"; די ווייב זעט דאך דעם מענטש אין אלע צייטן, אין צייטן וואס אלעס פירט זיך כהוגן, און אין צייטן וואס עס פירט זיך שלא כהוגן, זי זעט אויב דער מאן פארלירט זיך, ער שרייט אויף איר, אדער ער פארלירט זיך נישט.


גיי ווייטער מיט דיין גוטע וועג, לערן שיעורים כסדרן און זיי זיך מתבודד - וועסטו זוכה זיין צו שפירן טעם גן עדן בזה העולם.


דיין ווייב וויל וויסן אויב עס איז א גוטע עצה זי זאל פארקויפן פערפיום; זאג איר אדרבה ואדרבה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#106 - לאז נישט אפ די הייליגע ארבעט פון צאמנעמען צדקה פאר'ן בית הדפוס
צדקה, הדפסה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן ארבעטן צאמצונעמען צדקה פאר'ן בית הדפוס, מען זאל קענען דרוקן אן אויפהער די הייליגע ספרים, קונטרסים און גליונות, מחזק זיין אידישע קינדער.


ביי מוהרא"ש איז געווען הדפסה והפצה דאס שווארץ אפל פון זיין אויג. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן צו דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים פאר די גאנצע וועלט.


מוהרא"ש האט נחת אויבן אין הימל צו זען ווי מיר האלטן אן די הייליגע ארבעט, זיין הייליגע הנהגה; מיר דרוקן און פארשפרייטן די ספרים אן אפשטעל.


שטארק זיך ביתר שאת וביתר עוז, לאז נישט אפ די הייליגע ארבעט פון צאמנעמען צדקה פאר'ן בית הדפוס דיין גאנץ לעבן.


א גרויסן יישר כח פאר'ן אנטייל נעמען אינעם קויפן דעם נייעם בנין.


א כתיבה וחתימה טובה.

#105 - מוהרא"ש וועט זיך זיכער מיען פאר אלע וואס העלפן די הדפסה
צדקה, הדפסה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


די קליינע מתנה וואס איך שענק דיר איז פאר'ן זיין קלוג און נעמען א חלק אין אוועק שטעלן א בנין לדורות וואו מיר דרוקן די ספרים, קונטרסים און גליונות צו מחזק זיין אידישע קינדער.


דו מאכסט א נחת רוח פאר'ן רבי'ן, פאר רבי נתן און פאר מוהרא"ש. איך געדענק ווען מוהרא"ש איז געקומען אינעם קליינעם בית הדפוס אין ישיבה אין וויליאמסבורג; די שמייכל, די הנאה, די נחת רוח וואס מוהרא"ש האט געהאט פון דעם - ליגט מיר נאכאלץ אין די ביינער.


יעצט ווען די הדפסה האט זיך אזוי פארברייטערט - האט מוהרא"ש זיכער אזא נחת רוח, און ער וועט זיך זיכער מיען פאר אלע וואס העלפן און האבן א חלק אין דעם, וואס דאס איז מקרב די גאולה שלימה, במהרה בימינו, אמן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#104 - העלפן דעם רבי'ן וועט נישט שאטן פאר א שידוך
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שידוכים, סגולות, יבנאל, מוסדות, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו.


איך וועל דיר דערציילן וואס איך האב בייגעוואוינט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מיר האבן געעפנט די חדר היכל הקודש אין אמעריקע אין יאר תש"ע, אין אמעריקע טראגט מען די קינדער מיט באסעס אין חדר. איך האב דעמאלט נישט געקענט נעמען אינגעלייט זאלן ארבעטן פאר די מוסד און זיי באצאלן, ווייל מיר האבן געהאט צען צוואנציג קינדער, וואס קען ניטאמאל דעקן די קאסט פון די רענט פון די דירה וואו מיר האבן אנגעהויבן די חדר, און זיכער נישט די מלמדים; האבן מיר גענומען בחורים צו העלפן די חדר און דרייווען די באסעס, און אזוי ווייטער.


מיר האבן געהאט זייער געטרייע בחורים וואס האבן געטראגן די קינדער און געברענגט די קינדער מיט זייער גאנצע הארץ; מיר האבן קיינמאל נישט געגעבן קיין געהאלט פאר בחורים, זיי האבן דאס געטון מיט די גרעסטע שמחה צו העלפן בויען די מוסדות. דעמאלט האבן מיר נישט געהאט די פאר דאלער צו קענען אנפילן די באסעס און די ווענס מיט געז, איינער פון די בחורים איז געווען אזוי געטריי, ער האט געלייגט זיין אייגענע געלט פאר געז.


ויהי היום, זיין טאטע איז געקומען צו מוהרא"ש זאגן אז דאס וואס עס מאכט זיך נישט קיין שידוך פאר אים - איז ווייל ער דרייווט די באס פאר ברסלב, דעריבער גייט אים נישט קיין שידוך. מוהרא"ש האט נישט גע'טענה'ט מיט עלטערן, מוהרא"ש האט אים געגעבן גערעכט. שפעטער האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "דער טאטע מיינט אז ברסלב איז די אפהאלט פאר זיין שידוך, וואס וועט זיין יעצט ווען ער וועט אים אוועקנעמען פון ברסלב, וועט ער דען יא האבן א שידוך?!" למעשה איז זיין שידוך אנגעקומען נאר פון ברסלב.


ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן איז דער בחור געפארן צו די לוי' און ווען מען האט געעפנט מוהרא"ש'ס דירה אין יבנאל איז שוין געלעגן די צוואה אנגעגרייט אויפ'ן טיש, מען האט גלייך געמאכט קאפיס פאר אלעמען. דער בחור האט געזען אין די צוואה ווי מוהרא"ש איז מבטיח, ווער עס וועט קומען צו זיין ציון און אויסזאגן תהילים זאגט ער צו מיט א הבטחה חזקה אז ער וועט נישט רוען ביז ער באקומט זיין שידוך; אומר ועושה, ער האט אויסגעזאגט תהילים און אויפ'ן וועג אהיים, אויפ'ן פליגער, איז געווען א פארפאלק וואס זענען געפארן צו די לוי', זיי וואוינען היינט אין שטעטל; די פרוי זאגט פאר'ן מאן: "מיר געפעלט דער בחור, איך טראכט א שידוך", און אפאר טעג שפעטער איז געווארן די שידוך.


צוריק צום מעשה, דעמאלט בין איך געגאנגען מיט א צווייטע בחור צו מוהרא"ש, דער בחור האט געוואלט א ברכה פאר א שידוך. איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש אז דער בחור נעמט איבער דעם אנדערן בחור, האט מוהרא"ש אים געזאגט: "אז דו וועסט דרייווען פאר די רבי'ס מוסדות וועט דאס דיר גארנישט שאטן פאר דיין שידוך", עס איז געווען א שווערע נסיון פאר'ן בחור; זיינע חברים, נאנטע חברים - האבן אים אפגערעדט, מען רעדט פון חברים פון ישיבה; זיי האבן אים געזאגט: "עד כאן, מען דארף טאקע העלפן דעם רבי'ן, אבער זיך ארויפזעצן אויף א גרויסע געלע באס און ארום פארן אין שטאט, וואס יעדער קוקט ווי אזוי א יונגער וואוילער בחור, א בחור א ירא שמים, א בחור א מתמיד מיט א הוט און רעקל - דרייווט א באס, דאס וועט מאכן א שלעכטע רושם".


למעשה דער בחור האט געהאט די שטארקייט און דאס גענומען מיט'ן גאנצן הארץ. דאס איז בכלל נישט קיין גרינגע ארבעט, ווייל ווען מען פארשלאפט איז אויס חדר; ווען דער מלמד פארשלאפט - קען מען זיך אן עצה געבן, מען קען נעמען א במקום. ווען דער ראש ישיבה פארשלאפט גייט אויך אלעס אן, אבער ווען מאמעס רייסן זיך ארויס אינדערפרי טראגן די קינדער אויפ'ן באס און די באס קומט נישט צייטליך - איז געפערליך! משפחות וועלן אפילו ארויסנעמען די קינדער פון איין מוסד און לייגן ביי א צווייטע מוסד - אויב די באס איז נישט צייטליך.


וואס איז די סוף פון די מעשה? דער בחור האט געטראפן א גוטע שידוך, מוהרא"ש איז געווען זיין שדכן. מוהרא"ש האט די לעצטע חנוכה צוגערופן א אינגערמאן וואס האט געלערנט אין ישיבה און אים געזאגט: "איך האב א גוטע שידוך פאר דיין שוועסטער", און די חברים וואס האבן אים אפגערעדט האבן געדארפט אסאך ווארטן צו טרעפן זייער שידוך.


איך שרייב דיר דאס אז דו זאלסט האבן חיזוק ווען דיינע עלטערן שרייען אויף דיר אז דו האסט נישט קיין שידוך וועגן דאס, וועגן יענץ; א קינד טאר נישט ענטפערן פאר עלטערן, אבער איך מעג דיר מחזק זיין און דיר זאגן אז העלפן דעם רבי'ן וועט דיר נישט שאטן פאר דיין שידוך, עס וועט דיר העלפן בזה ובבא.


איך זאג דאס פאר אלע בחורים: "וואס דו טוסט פאר'ן רבי'ן, פון רייניגן - ביז דרייווען א גרויסער טראק - וועט דיר דאס גארנישט שאטן פאר דיין שידוך, און פאר גארנישט, עס וועט דיר נאר העלפן; וואס דו טוסט פאר געלט - דאס ווענדט זיך שוין וואס, ווען און וואו".


נעם די זיסע עצה פון רבי'ן, גיי אין א ליידיגע פלאץ און וויין זיך אויס, בעט: "רבונו של עולם איך דארף מיין שידוך, איך קען נישט מער, רבונו של עולם, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פז): 'חֹדֶשׁ אֱלוּל שֶׁאָז יְכוֹלִין לְתַקֵּן זֶה, אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ', אלול איז מסוגל פאר א שידוך, דער רבי זאגט אז מען איז פוגם בברית פארלירט מען די שידוך, און דער זעלבער רבי זאגט אז אן א שידוך איז מען פוגם בברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אן א ווייב פאלט מען אראפ; איז דאס א רעדל וואס דריידט זיך אויף נישט די גוטע וועג, אויף צוריק; ווייל פגם הברית רחמנא לצלן שטופט אוועק מיין שידוך, און אז מען האט נישט קיין שידוך איז מען פוגם בברית; טאטע זיסער, ווי אזוי קען מען אפשטעלן די רעדל וואס דריידט זיך אויף צוריק? איינס שלעפט דאך די צווייטע! רבונו של עולם, נאר דו קענסט אפשטעלן די רעדל פון זיך דרייען אויף די נישט ריכטיגע וועג, דו קענסט מיר געבן א שידוך אז דער רעדל זאל זיך אנהויבן דרייען אויף די גוטע וועג, דו וועסט מיר געבן מיין שידוך, אזוי וועל איך מער נישט פוגם זיין - אזוי וועל איך נישט פארלירן מיין שידוך, איך וועל האבן שלום בית, און אז איך וועל האבן מיין שידוך און שלום בית - וועל איך נישט פוגם זיין.


רבונו של עולם קוק מיין הארץ, אַתָּה חוֹפֵשׂ כָּל חַדְרֵי בָטֶן וּבוֹחֵן כְּלָיוֹת וָלֵב, אֵין דָּבָר נֶעְלָם מִמֶּךָּ וְאֵין נִסְתָּר מִנֶּגֶד עֵינֶיךָ, דו ווייסט מיין הארץ ווי שטארק איך וויל זיין גוט, אבער דער יצר הרע ווארפט מיך אראפ, בעט איך דיר, געב מיר מיין שידוך און וְטַהֵר לִבֵּנוּ לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת, אמן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.