בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - מ'דארף ארייננעמען נאך ארבייטער פאר די הדפסה
הפצה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע הנהלה פון "קרן הדפסה היכל הקודש" כל אחד בשמו הטוב יבורך


לויט ווי איך פארשטיי פון די מיטינג איז דער פראבלעם אז מען קען נישט נאכיאגן מיט די ארבעט; צוליב וואס עס פארמערן זיך מפיצים כן ירבו, און אויך אז מען דרוקט כסדר מער און מער קונטרסים, ספרים, גליונות און בריוו וכו'.


דערפאר דארפט איר אליינס פארשטיין אז כדאי מען זאל קענען נאכקומען מיט די ארבעט און די מפיצים זאלן האבן גענוג ספרים, קונטרסים און סידיס וכו', דארף מען אריין נעמען נאך בחורים און אינגעלייט צו צעטיילן די ארבעט פאר נאך מענטשן.


מען דארף צעטיילן די ארבעט פאר נאך חברים; מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט א ירושה דארפן מיר זיך צעטיילן דערמיט.


איך מיין אז פון היינט אין ווייטער זאל מען אראפנעמען סיי דעם 'בית נצחי' און סיי 'עצתו אמונה' פון האברך ... נרו יאיר. אויך האב איך געשריבן פאר ... נרו יאיר ער זאל איבערנעמען די 'עס-די קארדס'; איך ווארט צו הערן פון אים צי ער נעמט זיך אונטער עס זאל זיין שטענדיג גרייט פאר די מפיצים 'עס-די קארדס' אנגעפילט מיט חיזוק, דרשות און ניגונום.


אויך די סידי'ס דארף מען איבערגעבן פאר א צווייטן, אזוי וועט מען קענען אנקומען מיט די ארבעט.


אפשר איז כדאי דאס צו מודיע זיין פאר אלע תלמידי היכל הקודש; ווייל עס זענען דא אינגעלייט וואס וואלטן גערן גענומען אויף זיך צו העלפן בגוף, בממון ובטירחה, נאר קיינער ווייסט פשוט נישט ווי שטארק מען מוטשעט זיך וכו'. עס וואלטן זיכער געקומען אינגעלייט און בחורים העלפן מיט וואס זיי קענען נאר כדאי צו פארשפרייטן דעם רבי'ן אויף דער וועלט.


איך בעט אייך זייער איר זאלט מחשיב זיין אלע מפיצים; א מפיץ איז ביי אונז קודש קדשים און מען קען זיך נישט ווארפן מיט זיי. גענוג וואס זיי גייען אריבער בזיונות פון מענטשן וואס זענען מזלזל אין זיי; מענטשן האלטן זיך אונטער מיט מפיצים, מענטשן מיינען אז א מפיץ האט נישט קיין בלוט.


על כל פנים, מיר דארפן זען אז די מפיצים זאלן זיין צופרידן ביים באשטעלן ספרים און ביים קויפן ספרים. עס איז נישט געפערליך צו מאכן שעות ווען צו קויפן ספרים, ווייל דאס פארשטייט יעדער איינער אז מען קען נישט עפענען דעם בית הדפוס שפעט ביינאכט ווען א מפיץ דערמאנט זיך אז ער דארף ספרים, מען דארף מאכן שעות ווען מען קען קויפן ספרים, אבער דאס דארף צו גיין מיט דרך ארץ און מיט ליבשאפט.


מיר זענען שלוחים פון מוהרא"ש און מיר זענען ממשיך וואס מוהרא"ש האט געטון ביי זיין לעבן, דארפן מיר געדענקען וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיגט חזר'ן, מיר געפונען אין זוהר הקדוש (נשא קכח.) אז רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז אז מיר האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן; רבי שמעון בן יוחאי האט אריין געברענגט אין זיינע תלמידים אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. פלעגט מוהרא"ש זאגן אויף דעם א שיינע רמז, א'נ'ן' איז די ראשי תיבות "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


מיר דארפן מקיים זיין וואס דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס וועט זיין צווישן אייך; דאס איז וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן און זיך בעטן ביי אונז, מיר זאלן זיך נישט קריגן און זיכער נישט די וואס זענען עוסק אין הפצה.


איך בעט אייך מיינע טייערע תלמידים, הנהלת קרן הדפסה היכל הקודש כל אחד בשמו הטוב יבורך: מען זאל זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט צו א מפיץ; אפילו עס איז שווער, יעדער מפיץ פארלאנגט עפעס אנדערש וכו', דאך זאל מען וויסן אז איינער וואס גייט ארויס אויף הפצה דער איז מער פון א צווייטן. ווען איך קוק אויף מיינע תלמידים זענען אלע פון זיי זייער חשוב און טייער ביי מיר, אבער ווען איך זע א בחור אדער אינגערמאן גייט ארויס פון זיין וועג, ער פארשעמט זיך פאר א צווייטן איד, ער שוויצט פאר א צווייטן איד - דער איז אן ענין אחר לגמרי.


מען דארף געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח:): "בְּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך - אזוי דארף מען זיך פירן מיט אים; א מפיץ וואס גייט פרייטאג נאכמיטאג ארום אין שולן לייגן גליונות מיט איין כוונה, צו מחי' זיין אידישע קינדער, בשעת ער וואלט אויך געקענט יעצט זיצן אין שטוב עסן קיגל און פערפעל, אדער זיצן אין שטוב און טועם זיין פון יעדן מאכל צי עס איז גרייט פאר שבת, ער איז אבער מוותר דערויף און אנשטאט דעם קלעטערט ער אין היצן און אין קעלט פאר אנדערע אידן; דארף מען רעדן מער מיט שעצונג צו אים.


בנוגע צי מען זאל לייגן די ספרים אין געשעפטן וכו'; איך וועל אייך דערציילן וואס מוהרא"ש האט געהאלטן. פאר זיבן יאר צוריק האט מען אנגעהויבן דרוקן אין ישיבה "אשר בנחל" אין אידיש, איז געגאנגען האברך ... נרו יאיר און דאס אריין געגעבן ביי עטליכע ספרים געשעפטן. נאכדעם איז ער געגאנגען פרעגן מוהרא"ש צי דאס איז א גוטע זאך, האט אים מוהרא"ש געזאגט אזוי: "אונזער זאך איז נישט אין קיין געשעפטן; אונזער זאך איז ביי די טירן, אין די שולן, אין געשעפטן אדער אויפן גאס, אונזער זאך איז מיד ליד, ווי לאנג מען וועט פארקויפן אין די געשעפטן הונדערט ספרים וועט גיין אין די זעלבע צייט ביי די טירן וכו' מיליאנען ספרים"; אז איר ווילט זיך דאס איבערצייגן גייט אריבער צו ... ספרים געשעפט, וואס ער האט א שאנק מיט ברסלב'ע ספרים, וועט איר זען ווי דארט ליגן דריי בענדער "אשר בנחל" וואס מען האט געדרוקט פאר זיבן יאר צוריק מיט די ווייכע דעקלעך, עס ליגט נאך אויפן זעלבן פלאץ וואו מען האט עס אריין געשטעלט; א גאנצע שמיטה איז שוין אריבער זינט דעמאלט, און אין די זעלבע צייט האט מען שוין פארשפרייט הונדערטער טויזנטער ספרי "אשר בנחל".


דאס זעלבע זאג איך אייך: אונזער זאך איז צוצושטעלן ספרים, קונטרסים און סידיס פאר מפיצים וואס גייען אין די הייזער, שול'ן, געשעפטן און אויפן גאס; יעדער איינער איז בארעכטיגט צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס זאך אויף וואסערע אופן ער וויל, און מיר דארפן זיך האלטן ווייטער אויף דעם וועג וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעשטעלט.


דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן איר זאלט האבן די ריכטיגע דעת צו וויסן וואס איר טוט, איר זאלט געדענקען וועמען איר זענט משמש, איר זאלט האבן די זכיה צו קענען בלייבן שמשים פארן רבי'ן און איר זאלט האבן די כח (דניאל א, ד): "וַאֲשֶׁר כֹּחַ בָּהֶם לַעֲמֹד בְּהֵיכַל הַמֶּלֶךְ", נישט צעבראכן ווערן וכו'.


איך וועל רעדן צו האברך ... נרו יאיר ער זאל ענדיגן אויסשטעלן יעדע וואך דעם קונטרס "עצתו אמונה" עס זאל זיין גרייט צו דרוקן, כדי עס זאל זיין גרינגער פאר די הדפסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.

#3 - יום הולדת פון מוהרא"ש, ביי קברי צדיקים ווערט מען געהאלפן
קברי צדיקים, צדיקים, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בה"ב, כ"א אייר, יום הולדת מוהרא"ש זי"ע, ל"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז זייער א גרויסער טאג, עס איז היינט דער יום הולדת פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


ביי אידן מאכט מען נישט קיין עסק פון א יום הולדת; די איינציגסטע מאל וואס מיר געפונען אין די תורה וועגן א יום הולדת איז ביי פרעה, אזוי ווי עס שטייט (בראשית מ, כ): "יוֹם הֻלֶּדֶת אֶת פַּרְעֹה"; דעריבער מאכט מען נישט קיין עסק פון קיין יום הולדת, דאס איז ביי סתם מענטשן; אבער ביי צדיקים וואס האבן געטוישט די וועלט צום גוטן מאכט מען יא אן עסק פון זייער יום הולדת. מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים אז מען האט זוכה געווען צו האבן א צדיק וואס זאל אונז ברענגען צו תורה, תפילה און מעשים טובים.


וויפיל מיר זאלן נאר רעדן פון מוהרא"ש איז דאס ווי א טראפל וואסער אינעם גרויסן ים; מוהרא"ש האט זיך אוועק געגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער, ער האט נאר געוואלט אז נאך א איד זאל זיין נאנט צום אייבערשטן, און איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א רצון צוריק צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן.


איך בין היינט פארטאגס געווען ביים ציון פון האדמו"ר מליובאוויטש זכותו יגן עלינו און פון זיין שווער דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי דער ריי"ץ זכותו יגן עלינו וואו איך האב אסאך געדאוונט פאר דיר; איך האף אז דו וועסט בקרוב זען גרויסע ניסים אין דיין לעבן.


איך וואלט דיר גע'עצה'ט זאלסט אויך אזוי טון; גיי צו קברי צדיקים מתפלל זיין, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַך", ווען מען גייט מתפלל זיין ביי קברי צדיקים העלפט דער אייבערשטער, אפילו דער מענטש איז נישט ראוי מען זאל אים ענטפערן; עס נעמט אינגאנצן אפאר מינוט זיך אריבער צו כאפן קיין קווינס צום ציון פון אדמור"י ליובאוויטש זכותם יגן עלינו, פארטאגס נעמט דאס א קנאפע פינף און צוואנציג מינוט. אדער כאפ זיך אריבער קיין מאנרא צום ציון פון סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו - וועסטו זיכער זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר.


איין זאך בעט איך דיר: פארליר זיך נישט און געב נישט אויף; זאג נישט אז עס איז נישט דא קיין וועג ארויס פאר דיר, טראכט נישט אנטקעגן די אמונה. אנשטאט דו זאלסט זיך אויפעסן א גאנצן טאג צוליב דיין צרה און זוכן וועם צו באשולדיגן אין דיין פראבלעם; איין מינוט באשולדיגסטו זיך אליינס; די קומענדיגע מינוט באשולדיגסטו דיין ווייב, א מינוט נאכדעם באשולדיגסטו דיין שדכן וכו'; ענדערש נוץ אויס די צייט צו חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט, איז מיט א פונקטליכער חשבון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - מ'דארף ארבעטן אויך אן באקומען א גלעט. ווי אזוי מען פארט אויף אומאן
מוסדות, אומאן, היכל הקודש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת טהרה, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו.


זיי מיר מוחל אז איך שרייב דיר נישט צוריק; זיי מיר דן לכף זכות, איך קום פשוט נישט אן צו ענטפערן נאר א קליין חלק.


בעזר השם וועלן מיר שוין זיין דאס יאר אינעם בנין החדש אין אומאן וואו מיר וועלן האבן אן אפגעהיטענעם פלאץ פאר אונזערע קינדער.


די פלאץ פונעם נייעם בנין איז אינדרויסן פונעם גאנצן הָא הַא; איך בין געווען פאריאר ערב ראש השנה ביים גיסן דעם פאדאמענט, בשעת מיר זענען דארט געווען האבן מיר געדארפט טראכטן צי מיר זענען אין אומאן, ווייל מען האט נישט געהערט און געזען קיין שום רעש וכו', דארט וועט מען קענען האלטן די קינדער ריין און הייליג.


היות אין היכל הקודש פאלגט מען דעם רבי'ן אן קיין דריידלעך, און אז דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, קומען מיר מיט אונזערע קינדער; אזוי ווי משה רבינו האט געזאגט (שמות י, ט): "בִּנְעָרֵינוּ וּבִזְקֵנֵינוּ נֵלֵךְ, בְּבָנֵינוּ וגו'". איז די פאר טעג פאר ראש השנה וועט זיין געהעריג חדר פאר אלע קינדער, אונזערע קינדער וועלן נישט וויסן וואס "פושקענע" מיינט; מיר וועלן אויפברענגען אונזערע קינדער ריין און הייליג.


זייער גוט אז דו האסט געמאכט דיין טיקעט צוויי טעג פריער אז דו זאלסט קענען מסדר זיין די בעטן וכו' מיט די עסן וכו' אז אלעס זאל זיין על צד היותר טוב; איך האב געבעטן מיין זון ... נרו יאיר ער זאל מיט גיין מיט דיר. נעם מיט נאך אפאר בחורים וואס זאלן דיר העלפן אנגרייטן.


בנוגע וואס דו טראכסט צי איך דארף דיר יא צי נישט וכו'; איך טראכט זייער אסאך מאל צו מיר: ווי אזוי האט דער ליובאוויטשער רבי זכותו יגן עלינו מצליח געווען אויפצושטעלן גענעראלן שלוחים וואס זענען אזוי זעלבסטשטענדיג? זיי האבן נישט געדארפט יעדן טאג דעם בת קול וואס אבא אומנא האט באקומען (עיין מסכת תענית כא:); זיי איז גענוג געווען איינמאל א יאר צו הערן פון זייער רבי איין ווארט: "זאלסט ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז"; דאס האט זיי געגעבן כח צו קענען זיצן א גאנץ יאר מיט א ווייב און קינדער פארווארפן אין א שטאט וואו עס געפונען זיך נישט קיין אידן, צומאל אן קיין כשר'ע עסן און זיי האבן זיך אליינס געדארפט באזארגן מיט אלעס. אין אזעלכע אומשטענדן האבן זיי געהאט די אויפגאבע צו זוכן ווי מען קען מזכה זיין א איד מיט מצות תפילין, מזכה זיין א איד מיט שמירת שבת און נאך.


טראכט איך שטענדיג צו מיר: "ווי אזוי קען איך דאס פועל'ן אז מיר תלמידי היכל הקודש זאלן זיין ביי זיך אייזן פעסט, פעלזן פעסט, צו טון אונזער שליחות וואס מיר האבן צו טון; פארשפרייטן די אמונה אויף די גאנצע וועלט אן דעם וואס מען וועט באקומען א גלעט יעדן טאג", ביז דערווייל זע איך אז אויב איך פארגעס איין טאג צו געבן א שמייכל פאר א תלמיד איז ער שוין צעבראכן ביי זיך אויף פיצלעך; ער האט שוין ספיקות צי ער זאל ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש.


געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט מיר געגעבן אייזערנע כוחות צו טון מיין ארבעט אן דעם וואס איך זאל באקומען דעם בת קול: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבָּא אוּמְנָא"; איך האב געעפענט דעם חדר אסרו חג פסח שנת תש"ע, קיינער האט מיר נישט געזאגט "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבָּא אוּמְנָא", ניטאמאל איין מאל א וואך האב איך באקומען א בת קול ווי אביי וואס פלעגט כאטש באקומען יעדן ערב שבת דעם באגריסונג: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבַּיֵי"; אפשר אויב עס איז געווען א גוטע יאר האב איך זוכה געווען צו באקומען פון מוהרא"ש א בת קול ווי רבא וואס האט באקומען איין מאל א יאר: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ רָבָא".


ווען איך פלעג אריין גיין צו מוהרא"ש יעדן דאנערשטאג נאכט נאכן שיעור האט מוהרא"ש מיר נישט געגלעט וכו'; איך האב געקוקט אויף מוהרא"ש און דאס איז מיר געווען גענוג. איך בין נישט געקומען צו מוהרא"ש ער זאל שמייכלען צו מיר, איך האב נישט געזוכט א רבי וואס זאל מיר ווייזן זיינע ווייסע ציין; איך האב געזוכט א רבי וואס קען מיר העלפן אז איך זאל לעבן מיטן אייבערשטן, און ווען איך האב דאס געטראפן האב איך פארשטאנען אז דאס איז עס, (תהלים קלב, יד): "פֹּה אֵשֵׁב כִּי אִוִּתִיהָ; מיר האבן גלייך געעפענט די ישיבה, חדר, מיידל שולע וכו' וכו' און די וואך האבן מיר געעפענט א כולל - אן דעם וואס איינער זאל מיר ווייזן זיינע ציינער. דאס איז חוץ דעם וואס איך האב באקומען אנדערע קולות, נישט קיין בת קול נאר (שמות לב, יח): "קוֹל עַנּוֹת אָנֹכִי שֹׁמֵעַ", אזוי ווי רש"י זאגט דארט: "קוֹל חֵרוּפִין וְגִדוּפִין וְכוּ'"; דאס האב איך געהאט זיך אנצוהערן אלע יארן מבית ומחוץ.


די אלע וואס זענען מחזק אידישע קינדער זענען פול מיט בלבולים צי מען דארף זיי יא אדער מען דארף זיי נישט; די אלע וואס רעדן דרשות פון אמונה אדער שרייבן ספרים פון אמונה, חיזוק, יראת שמים, זיי ברענגען אריין ריינקייט אין אידישע קינדער, די זענען פול מיט ספיקות: 'ווער דארף מיר?', 'וואס פעלט עס אויס?' 'יעדער ווייסט שוין'; אינטערסאנט איז אבער אז עס קומען ארויס יעדן טאג אלפים טריף פסול און קיינער פון זיי האט נישט קיין שום ספק צי עס פעלט אויס ארויס צו געבן נאך א שמוץ מאגאזין, נאך א מאווי, זיי טראכטן נישט: 'ווער דארף עס?' 'וואס בין איך מחדש?' זעט מען גלייך אז די אלע ספיקות און בלבולים זענען עצת היצר וואס ער וויל מחליש דעת זיין די אלע וואס האבן א כח אויפצוטון און מחזק זיין אידישע קינדער.


שטארק דיר אין מלמדות און אין אלעס וואס דו העלפסט מיר וכו', און שטארק דיין ווייב תחי' זי זאל ווייטער ממשיך זיין מיט די מיידלעך; אז מען טוט פארן רבי'ן באקומט מען צוריק זעק מיט ישועות. ובזכות וואס ענק ביידע העלפן מיר מיט חינוך הבנים והבנות וועט איר זוכה זיין צו (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ, בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ".


היינט פארטאגס בין איך געווען ביים אוהל אין קווינס ביים ציון פון די ליובאוויטשע רבי'ס זכרונם לברכה וואו איך האב מתפלל געווען פאר דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - באדאנקט זיך פאר'ן מנדב זיין די סעודת הילולת מוהרא"ש זי"ע
הכרת הטוב, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר חיים ווייס נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מנדב זיין די יארצייט סעודה פון מוהרא"ש זכר צדיק לברכה.


וויפיל מיר זאלן נאר רעדן פון מוהרא"ש, קען מען נישט ענדיגן צו דערציילן ווער מוהרא"ש איז געווען. מיר דארפן נאך מאכן מוהרא"ש און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די גאנצע וועלט.


ווען מען זאלן מאכן א סערוועי און אויס פרעגן אלע מקורבים אין ברסלב ווי אזוי אלע זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, וועט מען זען אז רובם ככולם זענען מקורב געווארן דורך מוהרא"ש וואס האט געדרוקט און פארפלייצט צענדליגער מיליאנען ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבי'ן. און אפילו די וואס זענען מקורב געווארן דורך אנדערע מנהיגים אין ברסלב, דארף מען פרעגן שטילערהייט די מנהיגים ווי אזוי זיי זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, וועט מען זען אז מוהרא"ש האט זיי אלע מקרב געווען. דו אליינס האסט מיר פארציילט אז דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן דורך א ספר פון מוהרא"ש ז"ל.


מזל טוב פאר דיין שידוך מיט דיין טאכטער; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן אסאך נחת פון אים און פון אלע דיינע קינדער. דיין חתן האט מיר געזאגט ביים תנאים אז ער האט שוין מסיים געווען כמה פעמים ששה סדרי משנה און ער גייט שוין מסיים זיין ש"ס בבלי - אלעס בזכות דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן; דער גרינגער וועג וואס דער רבי האט אונז געגעבן צו לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.