בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#13 - ווי אזוי זיך צו שטארקן איבער די נסיון פון כעס
פרנסה, ספרי ברסלב, סגולות, כעס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מברכים החודש, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן ביידע בריוו.


בנוגע זוכן א נייע ארבעט וכו'; איך האלט אז דו זאלסט בלייבן ביי די פלאץ וואו דו ארבעסט יעצט. אפילו זיי ציען זיך אוועק וכו' און עס וועט דיר נעמען מער צייט צו פארן און קומען וכו' דארפסט אויך קוקן אויף די אנדערע זייט, ווי צופרידן דו ביסט וכו'. א ברסלב'ער חסיד האט שטענדיג וואס צו טון און מען קען זיין דבוק צום אייבערשטן בשעת'ן פארן, מען קען זיך מתבודד זיין אינטערוועגנס.


מזל טוב פאר דיין סיום אויף 'מסכת יבמות'; יעדעס מאל דו שרייבסט מיר דיינע סיומים מאכסטו מיר פרייליך.


בנוגע זיך האלטן רואיג אין שטוב און אין ארבעט וכו' און נישט ווערן בכעס; פאלג דעם רבי'ן און פון היינט אן זאלסטו מקפיד זיין אויף 'פת שחרית'. יעדן אינדערפרי גלייך נאכ'ן דאווענען, פאר דו גייסט ארבעטן - זאלסטו זיך וואשן אויף פרישטאג. אנשי שלומינו זענען זייער מקפיד צו עסן פת שחרית גלייך נאכ'ן דאווענען, דאס וועט דיר ראטעווען פון די שלעכטע מדה פון כעס. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות כעס, סימן יז): "סְגֻלָּה לְכַעַס - שֶׁיֹּאכַל פַּת שַׁחֲרִית", פת שחרית איז מסוגל מען זאל נישט קומען צו כעס; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות לימוד, סימן מח): "עַל-יְדֵי פַּת שַׁחֲרִית תַּלְמוּדוֹ מִתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְזוֹכֶה לִלְמֹד וּלְלַמֵּד", פת שחרית איז מסוגל מען זאל קענען לערנען, געדענקען דאס לערנען און אויך צו האבן הצלחה מיט'ן פארלערנען פאר תלמידים.


נאך א עצה האב איך פאר דיר, לערן יעדן טאג די תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן סח) וואו דער רבי איז זייער שיין מסביר וואס עס פאסירט ווען מען רעגט זיך אויף. אז דורך כעס פארלירט מען די געלט, ווייל כעס און געלט קומען פון די זעלבע פלאץ; יעדעס מאל עס איז באשערט עס זאל קומען אויף א מענטש א רייכטום קומט דער יצר הרע – וואס וויל נישט דער מענטש זאל רייך ווערן – און ברענגט אים א נסיון פון כעס, און ווען דער מענטש רעגט זיך אויף פארלירט ער די גאנצע עשירות וואס ער האט געדארפט באקומען, און דער רבי איז ממשיך אז כעס איז אזא שטארקע נסיון אז אפילו דער מענטש ווייסט אז דורך די כעס וועט ער פארלירן זיין עשירות - דאך רעגט ער זיך אויף; לערן יעדן טאג די תורה, זאלסט זיך גוט מתבודד זיין אויף די תורה און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, וועט דיר שוין נישט גליסטן זיך אויפצורעגן.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, וויסן זאלסטו אז אלע רפואות, עצות און סגולות ליגן אינעם רבינ'ס תורות - אין ליקוטי מוהר"ן; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וְאָמַר בְּזוּ הַלָּשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען"; און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; דערפאר זאלסטו לערנען די תורה פון כעס (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סח) און זיך גוט אויסוויינען דערביי צום אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו האבן סבלנות.


א גריס פון דיינע זיסע קינדער.

#12 - זיך וואשן צו מלוה מלכה
רפואה, שבת קודש, סגולות, קינדער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מברכים החודש, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס אז איר ווארט וכו', דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלעס זאל גיין בנקל ובנחת.


מוצאי שבת זאלסטו זיך וואשן מלוה מלכה מיט דיין ווייב; מוהרא"ש זאגט נאך א סגולה פון צדיקים פאר א גרינגע לידה, מען זאל האבן גרינגערהייט די קינדער, אז מאן און ווייב זאל עסן מלוה מלכה, דאס איז בדוק ומנוסה.


זאג דיין ווייב אז זי קען עסן די עסן וואס זי וויל אזוי שטארק עסן.


א גוט שבת.

#11 - זארג נישט, טו די סגולות פון הייליגן רבי'ן, וועסטו געהאלפן ווערן
סגולות, קינדער, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


זארג נישט, דו וועסט נאך זוכה זיין צו א שטוב מיט קינדער; דו זאלסט זיך מחזק זיין מיט אמונה אזוי וועסטו קענען מחזק זיין דיין ווייב זי זאל אויך זיין רואיג.


טו די סגולות פון הייליגן רבי'ן; נעם דעם ספר המדות און קוק די וואונדערליכע סגולות וואס דער רבי זאגט אין אות בנים, כדי זוכה זיין צו קינדער. דער רבי זאגט דארט (אות בנים, סימן סב): "דְּרִיכַת הַקֶּשֶׁת בְּלַ"ג בָּעוֹמֶר הִיא סְגֻלָּה לְבָנִים", שיסן מיט א פייל און בויגן ל"ג בעומר איז א מסוגל פאר קינדער; זאלסטו דאס טון בתמימות ופשיטות. קויף דיר א פייל און בויגן און שיס מיט דעם, אויך זאל דיין ווייב שיסן מיט דעם. נאכדעם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער; בזכות התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי ובזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן – געב מיר ערליכע קינדער וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה, קינדער וואס וועלן לעבן בדרך התורה, אמן".


נאכאמאל, זארג נישט; א שאד צו זארגן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ק:): "לֹא תֵעִיל דַוְיָא בְּלִבְּךָ", א מענטש זאל נישט דאגה'נען ווייל דאס שאדט פאר'ן לעבן, "דְגַבְרֵי גִיבָּרִין קָטַל דַוְיָא", אסאך שטארקע מענטשן זענען שוין אוועקגעפאלן פון דאגות.


זע צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות א בלאט גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט – זאג די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - זוכה זיין צו א געזונטע הייליגע קינד
הדרכות, חיזוק פאר פרויען, סגולות, קינדער, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קדושים, א' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע בשורה אז איר ווארט למזל טוב; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו האבן בנקל גרינגערהייט, גרינג האבן און גרינג ערציען לתורה ולמצוות.


בנוגע וואס מען עסט נישט אין די טעג וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות קשוי לילד, סימן א): "אִשָּׁה שֶׁאוֹכֶלֶת צְנוֹן בְּעִבּוּרָה, תֵּלֵד בְּקִשּׁוּי", א פרוי וואס וועט עסן רעטעך אין די טעג וואס זי ווארט וועט האבן שוועריקייטן ביים געבוירן, דעריבער איז גוט זיך צוריק צו האלטן פון עסן אין די טעג רעטעך. אויך איז גוט מקפיד צו זיין נישט צו עסן אין די טעג וואס מען ווארט וכו' און אין די טעג וואס מען זייגט רויע קנאבל און רויע צוויבל, אזוי זאגט דער רבי (ספר המידות, אות הריון, סימן ד): "עֻבָּרוֹת וּמֵינִיקוֹת לֹא יֹאכְלוּ שׁוּמִין וּבְצָלִים".


דער אייבערשטער האט געמאכט אין מדבר אז מען האט געקענט שפירן אלע טעמים אין די מן חוץ פון צוויבל און קנאבל כדי עס זאל נישט שאטן פאר די פרויען אין די צייטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (הובא ברש"י במדבר יא, ה): "אָמַר רַבִּי שִׁמְעוֹן, מִפְּנֵי מַה הַמָּן מִשְׁתַּנֶּה לְכָל דָּבָר חוּץ מֵאֵלּוּ? מִפְּנֵי שֶׁהֵן קָשִׁים לְמֵּנִיקוֹת".


איר פרעגט וואס איר קענט טון כדי זוכה זיין צו א געזונטע הייליגע קינד; מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר אלע פרויען וואס ווארטן וכו' אז זיי זאלן מזכיר זיין שמות הצדיקים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט מען זאל זאגן כסדר די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך און שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מיבנאל וכו' וכו' און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים; בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - ס'איז נישט דא קיין שטערקערע שמירה פון אמונה
פחדים, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן נרו יאיר האט מיר דערציילט די מעשה מיט'ן מאוקאש וכו' אז זייט די מעשה ווילט איר נישט צוריק אהיים קומען; איך האב אים געשריבן אז ער זאל בודק זיין די מזוזות און רופן א מומחה וכו' אז דאס זאל מער נישט פאסירן.


וויסן זאלט איר אז עס איז נישט דא קיין שטערקערע שמירה פון "אמונה"; ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה, ער חזר'ט צו זיך: 'קיינער קען מיר גארנישט טון', ער זינגט צו זיך: 'דער אייבערשטער איז דא' און ער זאגט צו זיך שטענדיג: 'דער אייבערשטער היט מיר'; דאס מאכט מען זאל זיין רואיג און צופרידן.


דעריבער זאל איר נעמען די עצה פון אמונה וועט איר נישט מורא האבן פון קיינעם נישט – פונעם גרויסן הונט ביז'ן קליינעם מאוקאש.


דאנקט'ס דעם אייבערשטן פאר אייער טייערע מאן נרו יאיר; איך באקום כסדר בילדער פונעם שיעור גמרא אין היכל הקודש בלומינגראוו וואו איך זע אים אויף די בילדער ווי ער לערנט יעדע נאכט, אויך דערציילט ער מיר שטענדיג זיינע סיומים.


זאלט איר נאר דאנקען דעם אייבערשטן וועלן אוועק גיין פון אייך אלע פחדים.

#8 - שטארק דיך אין הפצה
הפצה, סגולות, קינדער, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער און אלעס זאל אריבערגיין בנקל.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר אינגעלייט וואס גייען האבן א קינד אז זיי זאלן מיטנעמען דעם ספר "ליקוטי מוהר"ן" און לערנען די תורה פון "ימי חנוכה" (חלק ב', סימן ב) דערנאך זאל מען זיך מתבודד זיין אויף די תורה און זאגן (תהלים, קאפיטל ק) "מזמור לתודה" אן א שיעור מאל, וואס דער קאפיטל איז מסוגל להולדה, און צוזאגן צו געבן צדקה (בלי נדר) אז אלעס זאל אריבערגיין בשלום.


דו טייערער ... נרו יאיר שטארק דיר ווייטער מיט דיין הפצה; עס ברענט א פייער, אידישע קינדער ווערן נעבעך פארברענט, יעדע רגע פאלן נאך קרבנות, מען קילט זיך אפ פון די אמונה און נאר די הייליגע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש ברענגט זיי צוריק.


אין זכות וואס דו ביסט מפיץ די הייליגע ספרים פאר אידישע קינדער זאלסטו זוכה זיין צו בנים ובני בנים צדיקים.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלט איר האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...

#7 - נעם דיך פאר צו היטן די געזעצן ביים דרייוון
סגולות, דרייוון, געזעץ, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן דאנק דיר פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


שטארק דיר אין אמונה און חזר זיך איין ווערטער פון אמונה; מוהרא"ש האט פארפאסט א ניגון אויף ווערטער פון אמונה: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם"; אלעס איז דער אייבערשטער און דער אייבערשטער איז אלעס.


יעצט ווען דו האסט אראפגעקלאפט א טאטע מיט א קינד און עס ווארט דיר א משפט פארן אוועקפארן וכו' זאלסטו זיך פארנעמען צו היטן אלע געזעצן; ווער עס האלט נישט איין די געזעצן ביים דרייוון קען זיין ממש א רוצח, ער קענען הרג'ענען מענטשן רחמנא לצלן.


אויב דו וועסט מקבל זיין אויף דיר צו היטן אלע געזעצן ביים דרייוון וועסטו ארויסגיין זכאי ביים משפט, אבער אז דו וועסט ווייטער פארן ווילד, נישט קוקן און ווארטן ביי א סטאפ-סיין, רעדן אויפן טעלעפאן און טעקסט'ן בשעת'ן דרייוון דעמאלט וועט זיין ביטער.


יעדע מאל דו זעצסט זיך אריין אין דיין קאר זאלסטו זאגן תפלת הדרך; איין מאל א טאג מיטן שם ומלכות און די אנדערע צייטן זאלסטו אויסלאזן: "בָּרוּךְ אַתָּה, שׁוֹמֵעַ תְּפִלָּה".


...

#6 - א שאד אפצולעבן ימים ושנים מיט פחדים
רפואה, פחדים, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין פוס איז שוין פארהיילט זאלסטו צוריק אנהייבן גיין אין מקוה; דו שרייבסט מיר אז דו האסט פחדים פון מקוה, די עצה אויף איז אז דו זאלסט גיין אין מקוה ווייל דורך מקוה וועלן אלע דינים אוועק גיין, אויך איז מקוה אן עצה פאר פחדים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, סימן יח): "שְׁלֹשׁ מֵאוֹת וְעֶשֶֹר טְבִילוֹת מְבַטְּלִין הַפַּחַד", אז מען טובל'ט זיך דריי הונדערט און צען מאל אין מקוה גייט אוועק דער פחד; מיין זון אלחנן חיים נרו יאיר האט מיר געזאגט א רמז אויף דעם, אז עס שטייט אין תהילים (עו, יב): "שַׁי לַמּוֹרָא", דא איז מרומז אז 'שַׁ"י' דריי הונדערט און צען איז מסוגל 'לַמּוֹרָא' פאר פחדים; שפעטער האב איך געזען אז דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה ברענגט דעם רמז אין זיינע מראה מקומות, ער טייטשט אויס אז יובלו מיינט יטבלו, עיין שם.


דאס וואס דו ביסט אזוי שוואך, דאס קומט פון דיינע פחדים וואס בוזשעוועט אין דיר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ע.): דריי זאכן מאכן שוואך דעם מענטש, די ערשטע זאך איז פחד; דו גייסט ארום מיט אומזיסטע פחדים: 'וואס גייט זיין?' 'אפשר גיי איך שטארבן?' פארוואס זאלסטו טראכטן און מורא האבן אז אפשר גייסטו שטארבן ווען יעדער איינער דארף דאך צום סוף שטארבן? קיינער בלייבט נישט דא בזה העולם, מיר אלע זענען צייטווייליגע געסט. דו ווייסט דאך די מעשה וואס האט פאסירט ביים רבי'ן, אז א איד איז געקומען וויינען צום רבי'ן אז זיין זון איז נישט געזונט און ער איז זייער דערשראקן פון שטארבן, האט דער רבי גערופן דעם זון און אים מחזק געווען, ער האט אים געזאגט: "וואס האסטו אזוי מורא פון שטארבן, יענע וועלט איז פיל א שענערע וועלט ווי די וועלט", און דער רבי האט אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון אוועק גיין פון דער וועלט (חיי מוהר"ן, סימן תמה).


א שאד אפצולעבן ימים ושנים מיט פחדים: 'וואס גייט זיין?' און 'וואס גייט זיין נאכדעם?' לעב מיטן יעצט; יעצט ביסטו געזונט, יעצט האסטו נחת, יעצט האסטו שלום בית, נו פארוואס זיך זארגן מיטן עתיד?! זינג זיך דעם מאמר החכם (עיין בספר פלא יועץ, ערך דאגה): "הֶעָבָר אַיִן", וואס איז שוין געווען איז געווען, "וְהֶעָתִיד עַדַיִן", וואס גייט זיין איז דאך נאך נישט דא, "וְהַהוֹוֶה כְּהֶרֶף עַיִן", און די הוה איז דאך נישט מער ווי איין רגע, "דַאֲגָה מִנַּיִן", איז דאך נישט שייך צו דאגה'נען; ווען א מענטש דאגה'ט העלפט דאס נישט פארן פראבלעם, עס מאכט נאר אז דער מענטש זאל ווערן אפגעשוואכט.


אנטלויף צו די תורה וועסטו ניצול ווערן פון אלע פחדים; פארצייל שיינע זאכן פון די פרשה וועסטו ניצול ווערן פון פחד, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, סימן לב): "עַל יְדֵי לִמּוּד תּוֹרָה עַל הַשֻּׁלְחָן בִּשְׁעַת סְעוּדָה נִצּוֹל מִפַּחַד", אז מען לערנט בשעת'ן עסן ווערט מען געראטעוועט פון אלע פחדים.


בנוגע אריין שיקן די קינדער אין ברסלב'ע מוסדות וכו'; די עצה פאר דעם איז נאר תפילה, מען דארף מאכן אסאך תפילה - קודם פאר זיך אליינס, אז מען זאל בלייבן מקושר צום רבי'ן און נישט זיין קיין אלטער חסיד, און אויך אסאך תפילה פאר די קינדער און אייניקלעך זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#5 - ווי אזוי מצליח צו זיין אין געריכט
סגולות, עצות, צרות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב גרויס צער פון די גאנצע פרשה וואס דו גייסט אריבער ה"י; מען האט דיר צוגענומען דיינע קינדער דורך אן עלילת שוא אז דו און דיין ווייב פייניגן די קינדער. דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל נמתק ווערן פון דיר אלע דינים און אלעס זאל נתהפך ווערן לטובה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (ליקוטי עצות, התחזקות, סימן לו): "וְיֵשׁ עִנְיָן שֶׁמִּתְהַפֵּךְ הַכֹּל לְטוֹבָה", דו זאלסט בקרוב צוריק באקומען דיינע קינדער און זיי מגדל זיין צוזאמען מיט דיין אשת חיל תחי' לתורה לחופה ולמעשים טובים.


אז דו דארפסט זיך שטעלן פרייטאג אין געריכט און מען גייט דיר אויספרעגן און דיר חוקר ודורש זיין אויף די מסירות וכו', וועל איך דיר דערציילן א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט ביים הייליגן רבי'ן.


א איד אין רבינ'ס צייטן האט געמאכט א געשעפט מיט די פריצים פון וויניצע, ער האט זיך אונטערגענומען צוצושטעלן מעל פאר די מיליטער, למעשה איז דאס זיי נישט געפאלן, ער האט זיך פאראמפערט מיט די רעגירונג און עס האט אים געווארט א משפט פון דיני נפשות; חוץ די געלט וואס זיי האבן פארלאנגט פון אים האבן זיי אים פערזענליך געוואלט שעדיגן.


דאס איז געווען פאר דעם יום טוב שבועות האט דער איד געטראכט אז ער וועט פארן צום רבי'ן אויף שבועות וועט ער זיך קענען דורך שמועסן מיטן רבי'ן וואס צו טון; יענעם יאר, שנת תקס"ו האט דער רבי געזאגט די תורה: "הַאי גַּבְרָא דְּאָזֵל בָּעֵי אִתְּתָא וְלָא קָיָהֲבִי לֵהּ (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט)", דער איד האט זיך גוט צוגעהערט צו די תורה, און ער האט געהערט ווי דער רבי זאגט: "לֹא כָּל דִּבּוּר נִקְרָא דִּבּוּר, כִּי דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל אֵינוֹ נִקְרָא דִּבּוּר", ווען מען רעדט און קיינער הערט נישט אויס וואס מען רעדט, הייסט עס כאילו מען האט נישט גערעדט. נאר ווען מען הערט אויס וואס מען רעדט דעמאלט איז א סימן אז דער מענטש רעדט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ד): "אֵין אֹמֶר וְאֵין דְּבָרִים - בְּלִי נִשְׁמָע קוֹלָם".


וואס איז די עצה מען זאל וועלן אויסהערן דעם מענטש ווען ער רעדט? זאגט דער רבי: "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער הערט מען צו וואס מען רעדט, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, "אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער וועט מען דאס נישט אננעמען, "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר?" ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, צו רעדן איינגענעמע ווערטער, אז מענטשן זאלן אים אויסהערן און אננעמען וואס ער זאגט? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אלע נעמען אן וואס ער זאגט, אבער אז נישט זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת, הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: ווי אזוי קומט מען צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים.


הערנדיג די תורה האט דער איד געטראכט צו זיך: איין מינוט, דער רבי רעדט דאך צו מיר, דער רבי זאגט דאך: "עַל יְדֵי שְׁבַח הַצַּדִּיקִים, הַדִּבּוּר נִשְׁמַע וְנִתְקַבֵּל", אז מען לויבט די צדיקים ווערט אנגענומען וואס מען זאגט; איז ער זייער נתעורר געווארן און ער האט געטראכט צו זיך: 'דאס דארף איך דאך יעצט, אז מיינע רייד זאלן ווערן אנגענומען ביי די פריצים, אזוי וועל איך געראטעוועט ווערן פון אלע צרות און נאך ארויס גיין מיט א גרויסע ריווח'.


ער האט ביי זיך אפ געמאכט אז דאס גייט ער טון; תיכף מוצאי יום טוב האט ער זיך ארויס געלאזט אויפן וועג קיין וויניצע צו די פריצים, און א גאנצע וועג האט ער נאר גערעדט בשבח הצדיקים, סיי פארן בעל עגלה האט ער במשך די גאנצע וועג דערציילט פון הייליגן רבי'ן ז"ל און סיי ווען מען איז אנגעקומען קיין וויניצע האט ער פאר יעדן איינעם פארציילט פון רבי'ן, אזוי אויך דארט וואו ער איז איינגעשטאנען האט ער גערעדט בשבח הצדיקים. און פלאי פלאים, ווען ער איז אנגעקומען צו די פריצים און פארגעלייגט זיינע טענות האט מען אים אויסגעהערט און אים געגעבן גרויס כבוד, ער איז געראטעוועט געווארן פון די סכנה און איז אהיים מיט א גרויסן ריווח (קוק נאך די מעשה אין ספר פעולת הצדיק אות תקצד, די גאנצע מעשה באריכות).


דער איד איז געקומען צו פארן צום רבי'ן אויף שבועות כדי צו רעדן פריוואט מיטן רבי'ן אויף זיין צרה, למעשה איז ער אהיים געפארן אן רעדן מיטן רבי'ן ווייל ער האט פארשטאנען אז דער רבי מיינט אים ביי די תורה.


דאס זעלבע זאלסטו טון; רעד נאר פון שבח הצדיקים מיט יעדן איינעם, וועלן דיינע דיבורים האבן חן און מען וועט דיר צוריק געבן דיינע קינדער.

#4 - דורך צניעות איז מען זוכה צו גוטע קינדער
צניעות, סגולות, קינדער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד מיין טייערע תלמיד ... וזוגתו ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בענטש אייך איר זאלט זוכה זיין צו זרע ברך השם, עס זאל מקוים ווערן אלע ברכות וואס צדיקים האבן מבטיח געווען פאר א פרוי וואס וועט גיין אנגעטון בצניעות, און אז מען איז זוכה צו ערליכע קינדער, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג, וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.


דאס וואס מען האט מתיר געווען אז פרויען זאלן גיין מיט א שייטל דאס איז נאר כדי צו ראטעווען אידישע קינדער פון גיין מיט די אייגענע האר, דעריבער האבן צדיקים געזאגט מען זאל גיין מיט א שייטל אבי מען זאל נישט גיין מיט די אייגענע האר. אזוי ווי עס איז באוואוסט אז ווען דער הייליגער סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו איז געווארן רב אין שטאט סאטמאר האט ער געזען ווי זייער אסאך פרויען גייען מיט די אייגענע האר אויפגעדעקט, האט ער דעמאלט געזאגט אז "מען זאל ענדערש גיין מיט א שייטל ווי צו גיין אויפגעדעקט מיט די אייגענע האר", אפילו בעפאר דעם האט ער זייער מקפיד געווען מען זאל בכלל נישט טראגן א שייטל.


זייער גוט טוט דיין ווייב אז זי טוט זיך אן א טיכל; אין דעם זכות זאל דער אייבערשטער ענק בענטשן מיט קינדער און אייניקליך ערליכע אידן וואס זענען דבוק צום אייבערשטן און צו די תורה.

#3 - מ'טאר זיך נישט אליין פסק'ענען שאלות
סגולות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט דא אזא זאך אז מען זאל זיך אליינס פסק'נען מראות וכו'; יעדעס מאל מען האט א שאלה דארף מען גיין פרעגן א דיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד", דער וואס שעמט זיך צו פרעגן ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן; יעדע שאלה וואס מען האט מוז מען פרעגן אן ערליכער מורה הוראה, נאר אזוי קען מען בויען א אידישע שטוב.


דאס וואס איר שרייבט אז עס איז שווער וכו'; עס איז שווער ווען מען ווייסט נישט די חשיבות דערפון. ווען א פרוי זאל וויסן ווי חשוב זי איז אין הימל ווען זי האלט הלכות און ווען זי רייניגט זיך וכו', וואלט זי געטאנצן פאר שמחה יעדעס מאל זי גייט אריבער די טעג וכו'; ווייל ווען מען רייניגט זיך דא רייניגט מען אויבן אין הימל די נשמה, און מען איז זוכה אראפ צו ברענגען הייליגע נשמות.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט צוריק באקומען אייער צייט וכו'; איך האב געהאט א מעשה יארן צוריק, איך האב געבעטן מוהרא"ש א ברכה אויף דעם וכו', האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "איך וועל דיר שיקן א זאך וואס איז א סגולה פאר דעם, א סגולה וואס דער רבי זאגט"; נאכדעם איז מוהרא"ש געקומען קיין וויליאמסבורג צו א שמחה און מוהרא"ש האט מיר געברענגט א פלאש גרעיפ-דשוס, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "וְעַל כֵּן אִשָּׁה שֶׁדָּמֶיהָ מְרֻבִּים וְאֵין לָהּ וֶסֶת, רְפוּאָתָהּ עַל יְדֵי יַיִן שֶׁהִסְתַּכֵּל בּוֹ צַדִּיק אֲמִתִּי", א סגולה ווען מען קען זיך נישט רייניגן וכו', אז מען זאל טרינקען וויין וואס אן אמת'ער צדיק האט געקוקט אויף דעם; און וואונדער איבער וואונדער אלעס איז געווארן מסודר, מיר האבן דאס נאך געהאלטן פאר א לאנגע צייט און אויך געטיילט פאר חברים. מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו טרעפן אמת'ע צדיקים וואס קענען אויסהיילן אלע פראבלעמען.


שטארקט אייך מיט תפילה, וועט אייך דער אייבערשטער העלפן איר וועט האבן א ישועה אין אלע אייערע וועגן.

#2 - מ'דארף אכטונג געבן אויפ'ן געזונט
רפואה, צדקה, סגולות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן דאנק פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש פיר הונדערט און צוואנציג דאללער; בזכות די צדקה זאל נמתק ווערן פון דיר אלע דינים על ידי פלא עליון שהיא רחמים גדולים, און דו זאלסט זיין געזונט און שטארק.


איך בעט דיר זייער, געב אכטונג אויף דיין געזונט! צוקער איז נישט קיין קינדער שפיל; אז דער דאקטער זאגט דיר אז דו דארפסט אכטונג געבן אויף דיין געזונט, דארפסטו דאס נעמען ערנסט אן חכמות. איך רעד צו דיר איין מאל און נאכאמאל, און איך זע אז דו כאפסט נישט אין וואסערע סכנה דו געפונסט זיך. מיר האבן א מצוה פונעם אייבערשטן צו היטן אויפן געזונט (דברים ד, טו): "וְנִשְׁמַרְתֶּם מְאֹד לְנַפְשֹׁתֵיכֶם".


א איד איז געקומען צום רבי'ן מזכיר זיין איינער פון זיין משפחה וואס איז געווען זייער קראנק לא עלינו, האט דער רבי אים געזאגט ער זאל זאגן שיר השירים, וְאָמַר: "שֶׁכָּל הָרְפוּאוֹת שֶׁבָּעוֹלָם כֻּלָּם כְּלוּלִים בְּשִׁיר הַשִּׁירִים", ווייל אלע רפואות פון דער וועלט ליגט אין שיר השירים, "וְכֵן הָיָה שֶׁתֵּכֶף הָיָה שִׁנּוּי לְהַחוֹלֶה וְחָזַר לְאֵיתָנוֹ", דער איד האט געפאלגט דעם רבי'ן און דער חולה האט געהאט א רפואה שלימה (שיחות הר"ן, סימן רמג).

#1 - נישט איבערמאכן די כתובה
חינוך הילדים, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האף אז דו האסט פארשטאנען וואס איך האב גערעדט מיט דיר און דיין ווייב, ווי אזוי איר זאלט זיך באגיין מיט אייער קינד. אויב דו וועסט פאלגן וועסטו האבן נחת פון אלע דיינע קינדער.


האסט מיר פארציילט אז דיין משפחה מוטשעט דיר זאלסט גיין צו איינער וואס ליינט כתובות וכו', ער קען זען אויף די כתובה זאכן וואס טוט זיך אין שטוב און זאכן וואס גייט געשען; איך ווייס נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען, ווי וואגט זיך א מענטש צו מאכן ליצנות פון צעבראכענע אידישע הערצער, ווי שעמט זיך נישט א חסיד'ישער איד צו טרייבן שפאס פון אידישע קינדער וואס מוטשען זיך - יעדער מיט זיינע צרות, מען קומט דיר זאגן בשמו אז ער זעט אויף דיר עשירות וכו' נאר קודם דארפסטו איבער מאכן דיין כתובה; ברודער אנטלויף פון דעם מענטש.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (ירושלמי סנהדרין, פרק ב', הלכה ו'; בבלי גיטין סח.) אז ווען שלמה המלך האט געוואלט בויען דעם בית המקדש האט ער געזוכט דעם ווארים "שמיר" וואס קען שניידן שטיינער, ער האט געשיקט זיין גענעראל בניהו בן יהוידע ער זאל כאפן "אשמדאי" דער קעניג פון די שדים, ווייל ער ווייסט וואו עס געפונט זיך דער ווארים "שמיר", בניהו האט אים געכאפט און געברענגט צו שלמה המלך. אויפן וועג זענען זיי אריבער געגאנגען א הויז פון א כישוף מאכער, אסאך מענטשן זענען געקומען צו אים ער זאל זיי זאגן וואס גייט זיין וכו', האט אשמדאי זייער שטארק געלאכט, שפעטער האט אים בניהו געפרעגט: "וואס האסטו געלאכט ווען מיר זענען פארביי געגענגען דעם מענטש וואס האט געזאגט פאר מענטשן וואס גייט זיין וכו'?" האט אים אשמדאי געזאגט: "אונטער דעם מענטש געפונט זיך א גרויסער אוצר, אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך אונטער אים, ווי אזוי קען ער זאגן וואס גייט זיין..." דאס זעלבע זאג איך דיר: "די אלע וואס מאכן ליצנות פון צעבראכענע אידישע הערצער, איינער ליינט הענט, איינער ליינט דעם פנים, איינער ליינט שריפט, איינער ליינט כתובות - די קענען זיך אליינס נישט העלפן, נו ווי אזוי קענען זיי זאגן וואס גייט זיין..."


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סא): "יֵשׁ מַנְהִיגִים שֶׁנִּקְרָאִים בְּשֵׁם רַבִּי, וְלֹא דַּי שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים אֲפִילּוּ לְהַנְהִיג אֶת עַצְמָן, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים לְהַנְהִיג אֶת אֲחֵרִים", עס זענען דא פירער'ס וואס רופן זיך רבי'ס, נישט נאר וואס זיי קענען זיך אליינס נישט העלפן, איז דאך זיכער אז זיי קענען נישט העלפן א צווייטן.


איך בעט דיר, אנטלויף פון דעם משוגענעם; ווי קען ער דיר זאגן אז די כתובות פון הרה"צ דומ"ץ ... שליט"א איז פסול?! נעבעך אויף אידישע קינדער אז מען גלייבט יעדן נאר, יעדער טיפוש - וואס קומט מיט זיינע דמיונות מאכן געלט אויף אידישע צרות.


געדענק וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס): "ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען שוין נישט פארנארן" - אזוי אויך האט דער רבי געזאגט – "ווער עס האט מיר טועם געווען אים קען מען מער נישט פארדרייען דעם קאפ"; ברוך השם אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס ער לערנט אונז אויס צו גלייבן אינעם אייבערשטן, ער שטופט אונז צום אייבערשטן מיר זאלן שטענדיג גיין צו אים אליין, און אים בעטן אלעס וואס מיר דארפן.


אויב מען דארף פרעגן אן עצה וכו' גייט מען נאר צו אן ערליכע איד, איינער וואס איז מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות עצה, סימן א): "אַל תִּשְׁאַל עֵצָה אֶלָּא מִמִּי שֶׁיּוֹדֵעַ סִתְרֵי תּוֹרָה", זאלסט נישט נעמען קיין עצה נאר פון איינער וואס ווייסט די סודות פון די תורה; דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת יתרו, פז:): "די גאנצע תורה איז שמות פונעם אייבערשטן"; אין יעדע ווארט תורה איז באהאלטן דער אייבערשטער. איינער וואס ווייסט סתרי תורה, דער קען געבן עצות, די אלע וואס רעדן פון אלעס נאר נישט פונעם אייבערשטן, די אלע ווייסן נישט וואס טוט זיך אונטער זיי, ווי קענען זיי העלפן א צווייטן?!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.