בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#174 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#173 - די חיזוק יומי אויף ענגליש איז מחי' אזויפיל אידן
הפצה, זיכוי הרבים, סיפורי צדיקים, חיזוק יומי

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת בהר בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר וואונטשן א מזל טוב פאר די שמחה פון די בר מצוה פון דיין זון הבחור ... נרו יאיר. דער אייבערשטער זאל העלפן, דו און דיין ווייב זאלן זען אסאך נחת אינאיינעם פון אים און פון אלע קינדער.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט ווייטער איבער טייטשן די חיזוק יומי אויף ענגליש. דאס איז מחי' אזויפיל אידן; קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחזק זיין א איד, כל שכן צוויי דריי, ווער רעדט פון הונדערטער אידן און טויזנטער אידן, וואס ווערן מחוזק פון די חיזוק יומי אויף ענגליש.


איך ווייס דער יצר הרע וועט זיך נעמען אויף דיר, ווייל ער קען נישט דערליידן די אלע וואס זענען מחזק אידישע קינדער; דאך זאלסטו זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות ווייטער ממשיך זיין מיט דיין הייליגע ארבעט.


ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס איז מחזק נשמות ישראל. דו ווייסט אודאי די מעשה וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


א גוט שבת.


 

#172 - די מוסד ווערט גרויס און מען דארף האלטן ווייטער די ווארעמקייט
סקול, חינוך הילדים, מוסדות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער מעסעדזש.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז עס האט זיך אנגעהויבן די נייע זמן אין בית פיגא סקול מיט א שטארקע פרישקייט. איך האב באזונדער הנאה צו הערן פון אייך אז איר טוט וואס איך האב אייך געבעטן, איר האט אנגעהויבן שמועסן מיט די עלטערע מיידלעך, אויף דעם האב איך געווארט; איך וויל איר זאלט אסאך שמועסן מיט די תלמידות, בפרט די עלטערע, ווייל ביים שמועסן ווערט מען מער נאנט, ביים שמועסן ערלויבט מען זיך צו פרעגן זאכן וואס מען וואלט נישט געפרעגט אין כיתה, עס קומט ארויס נקודות פון וואס צו רעדן, ביים שמועסן קען מען גאר אסאך אויפטון.


איין זאך בעט איך אייך מרת ... תחי', היות די מוסד ווערט גרעסער און גרעסער - זאלט איר אכטונג געבן עס זאל נישט ווערן א מוסד וואס פירט זיך ווי א מאשין, סיסטעמאטיש; נאר עס זאל בלייבן א ווארעמע ווינקל פאר אונזערע קינדער. א משפחה, א פלאץ וואו אונזערע קינדער זאלן קענען באקומען אמונה, און א ליבשאפט צום אייבערשטן.


מיין מאמע תחי' דערציילט מיר, זי האט דאך א שטוב מיט עלף טעכטער קיין עין הרע, און ביי אונז אין די משפחה איז העלפן אין שטוב וויכטיגער ווי קענען אויסנווייניג די נעמען פון אלע פרעזידענטן פון ווען אמעריקע שטייט; ביי אונז איז וויכטיג צו העלפן א באבע, א מאמע; מען לייגט נישט קיין געוויכט אויף קענסט יא, קענסט נישט, מען רעדט בכלל נישט פון דעם, און מען פלעגט פארשיקן מיינע שוועסטערס פון שולע, ווייל זיי האלטן נישט מיט די לימודים און זיי קומען און גייען. מיין מאמע פלעגט וויינען און זיך בעטן מען זאל לאזן די קינדער גיין אין סקול אפילו זיי קענען נישט רעכענען, און אפילו זיי פארשטייען נישט די לימודים. מיין מאמע זאגט מיר: "איך האב געפרעגט די מנהלת אויב זי ווייסט בכלל פארוואס דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט געעפנט די מיידל שולע? איך האב איר געפרעגט 'זאגט מיר פארוואס דער רבי האט געעפנט בית רחל?' זי האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן".


מיין מאמע איז דאך געבוירן אין א שטוב וואס מען האט זיך נישט גערירט אן דעם רבי'ן, מען האט געאטעמט דעם רבי'ן, האט זי געזאגט: "דער רבי האט געזאגט ביים עפענען די שולע 'איך עפן א שולע אז מיידלעך זאלן האבן וואו צו גיין און וואו צו קומען', נישט צו קענען שטודירן"; למעשה איז בית רחל געווארן אזוי גרויס אז עס גייט סיסטעמאטיש, און אויב מען קען די לימודים - קען מען זיין אין סקול, און אז נישט - פארשיקט מען.


בעט איך אייך מרת..., איך האב נישט קיין טענות אויף אנדערע מוסדות, עס איז זייער שווער ווען א סקול ווערט גרויס עס זאל בלייבן הארציג און ווארעם, בעט איך אייך איר זאלט געדענקען פארוואס מיר האבן געעפנט די סקול, אז די מיידלעך זאלן האבן א פלאץ וואו מען וועט הערן ווערטער פון אמונה, א פלאץ וואו מען וועט זינגען דעם ניגון: "אידישקייט איז זיס", "אידישקייט איז שיין", "אידישקייט איז א מחי'"; מען זאל באטראכטן יעדע קינד באזונדער.


בנוגע זעקסטע קלאס; איך האב זייער הנאה אז זיי גייען שוין דעם זומער זיין אין מחנה בית פיגא.


אויך וויל איך איבערגיין די נעמען פון די לערערינס פאר זומער, און סיי פאר קומענדיגע יאר. איך וויל נעמען די בעסטע וואס איז נאר שייך פאר די חינוך פון אונזערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#171 - דער מאן דארף אכטונג געבן מען זאל נישט טשעפען זיין ווייב
שלום בית, סיפורי צדיקים, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב האט א שוואכקייט אין אירע אויגן, זי זעט נישט אזוי גוט - דארפסטו איר מחזק זיין און נישט מאכן קיין עסק פון דעם, און אז איר שוועסטער מישט זיך אריין און מען צעברעכט איר - זאלסטו איר מחזק זיין און איר באשיצן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָּׁה, בַּעְלָהּ מְשַֹמְחָהּ", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב און אכטונג געבן זי זאל נישט ווערן וויי געטון פון קיינעם.


די הייליגע חכמים דערציילן אונז (שבת נג:): "מַעֲשֶׂה בְּאָדָם אֶחָד שֶׁנָּשָׂא אִשָּׁה גִדֶּמֶת", עס איז געווען א מעשה, איינער האט חתונה געהאט מיט א געלעמטע פרוי, "וְלֹא הִכִּיר בָּהּ עַד יוֹם מוֹתָהּ", און ער האט נישט געוויסט אז זי איז געלעמט, ביז זי איז אוועק פון די וועלט, האט רבי חייא געזאגט: "כַּמָּה צָנוּעַ אָדָם זֶה שֶׁלֹא הִכִּיר בְּאִשְׁתּוֹ", עס מוז זיין אז דער מענטש איז געווען זייער איידל אז ער האט נישט געקוקט אויף זיין ווייב איר גאנץ לעבן; עס איז אביסל שווער צו פארשטיין, ווי קען זיין א מענטש זאל נישט זען און וויסן אז זיין ווייב איז א געלעמטע? און נאך איז שווער, וואס איז די מעלה פון נישט קוקן אויף די אייגענע ווייב? נאר קען זיין, פשט איז, אז זי האט יא געהאט הענט און ער האט געזען אירע הענט, אירע הענט האבן זיך געקענט ריקן, נאר זי האט נישט געמאכט און געטון, זי איז נישט געווען קיין באלעבאסטע, זי האט גארנישט געטון, און איר מאן האט דאס נישט געזען, ער האט געזען אירע מעלות. די גמרא רומט אויס דעם מענטש אז ער האט נישט געזען אירע חסרונות, ער האט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט א ווייב; דאס איז א גרויסקייט, דאס איז א צנוע, אז מען זעט נישט די חסרונות, מען שפירט נישט ווי מען האט א טויטע געלעמטע ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#170 - א אידישע פרוי טאר נישט לעבן מיט א שרעק פונעם מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, טעלעפאן, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע מצורע, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אלע ברכות אין שטוב קומט ווען עס איז דא שלום בית, דער מאן איז מכבד די ווייב און די ווייב איז מכבד דעם מאן; דאס איז די כלי פאר אלע ברכות.


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אויף דיין ווייב, זאלסט איר מכבד זיין, און איר חס ושלום נישט וויי טון אדער חלילה וחס דערשרעקן. רבי חיים וויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט, ער איז אמאל געקומען צו זיין רבי דער הייליגער אריז"ל אז זיין פנים איז אים פארדרייט געווארן און אויך זיין האלז, האט אים דער הייליגער אריז"ל גלייך געזאגט: "דאס איז געשען ווייל דו האסט נעכטן נאכט אויפגעהויבן דיין האנט אויף דיין ווייב", דער אריז"ל האט אים גלייך געזאגט א תיקון ווי אזוי דאס צו מתקן זיין; זעט מען דאס הארבקייט אפילו אז מען דערשרעקט נאר די ווייב, וואס עס פאסירט.


עס איז דא זאכן וואס דיין ווייב האט מורא צו רעדן מיט דיר, זי ציטערט פון דיר וכו'; דאס איז נישט געזונט, דאס טאר נישט זיין; א אידישע פרוי טאר נישט לעבן מיט א שרעק פונעם מאן. בעט איך דיר זאלסט איר מאכן באקוועם, זי זאל נישט מורא האבן צו רעדן מיט דיר און בעטן פון דיר זאכן וואס זי וויל.


אז דו ביסט פארשפילט ווי א קליין קינד מיט דיין שפילצייג, דעם טעלעפאן, און דיין ווייב זיצט אין שטוב און שלינגט אירע טרערן, זי האט דיר מורא צו בעטן זאלסט אוועקלייגן דיין טוי, ווייל דו וועסט איר גלייך זאגן אז דו דארפסט עס פאר פרנסה, דאס איז נישט גערעכט.


דעם שבת ראש חודש וועל איך זיין אין וויליאמסבורג, אויך וועט זיך אנהויבן די שיעורים אין ישיבה אם ירצה ה' קומענדיגע וואך.


די נסיעה איז געווען זייער שיין, איך בין נאך אביסל אפגעמאטערט פון די נסיעה, איך וועל מודיע זיין אויב עס וועט זיין מארגן א שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#169 - אפשווייגן אויף די בזיונות
בזיונות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע מצורע, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן מיר זענען נעכטן צוריק געקומען פון די נסיעה, איך האב מתפלל געווען פאר דיר און פאר דיין משפחה.


אויף אלע דיינע בזיונות זאלסטו אפשווייגן, נעם עס אן פאר כפרת עוונות, נעם עס אן אנשטאט פאסטן און אנשטאט מאכן סגופים וכו'. אזוי ווי דער טשערינער רב זכרונו לברכה האט געזאגט פאר איינעם פון אנשי שלומינו ווען א מתנגד האט געווארפן אויף אים צואה און די בעקיטשע זיינע איז פארשמירט געווארן. דער וואס איז מיטגעגאנגען מיטן טשערינער רב האט זיך אויסגעדרייט און געשריגן: "אויף א רב ווארפט מען? שעם זיך!" האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייגן איז אונזער זאך, דער רבי האט אונז געלערנט: 'יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק'" (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו).


מוהרא"ש זאגט, אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות, ער ענטפערט נישט, ער דערהאלט זיך - איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#168 - קענסט נישט ארויפצווינגען אויף דיין ווייב זאכן וואס זי האלט נישט ביי דעם
שמחה, שלום בית, אידיש געלט, היכל הקודש, סיפורי צדיקים, שמחות, קליידער, בילדער, חאלאקע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע מצורע, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו מאכן א גאנצע פרשה פון יעדע קליינע זאך? אז דיין ווייב וויל מאכן שיינע בילדער פונעם אפשערן פון דיין זון נרו יאיר - וואס דארפסטו זיך מיט איר קריגן? אמת עס איז א נארישקייט, אמת עס איז נישט קיין שכל אויסצוגעבן געלט פאר די זאכן, אבער זיך קריגן מיט די ווייב איז א גרעסערע נארישקייט און אסאך מער נישט שכל.


אז דיין ווייב וויל מאכן בילדער און זי וויל זיך קויפן שיינע קליידער פאר שמחות, און וויל זיך אנטון אייניג מיט די משפחה - וואס דארף מען מאכן א גאנצע מלחמה? וואס איז מיט דיר? דאס איז היכל הקודש?!


איך בעט דיר זייער, געב איר נאך די אלע זאכן; די בילדער מיט די קליידער וכו' וכו'. קוק ווי די צדיקים האבן געלעבט, רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו זאגט (שער המצוות, פרשת עקב): "רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁלֹא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי", איך האב געזען ביי מיין רבי'ן דער הייליגער אריז"ל, ווען עס איז געקומען צו קויפן בגדים פאר זיך האט ער נישט געקויפט קיין טייערע קליידער, "גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְּאֹד", אויך ביי עסן - ווען עס האט זיך גערעדט פאר זיך - האט ער נישט געגעסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, "אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ הָיָה זָהִיר מְאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ", אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, "וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּךְ", ער האט איר צופרידן געשטעלט דאס מערסטע וואס מען קען, אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט דאס צו קענען טון; קוק ווי די הייליגע צדיקים האבן געלעבט, איז דאך זיכער אונז מענטשעלעך וואס מיר זענען ניטאמאל מענטשעלעך, "אם ראשונים כבני אדם אנו כחמורים וכו'" (שבת קיב:).


עס זענען דא פרישע מקורבים וואס זיי טוען זיך אליינס גורם זיין אז די ווייב זאל זיי דערקוטשען מיט היכל הקודש. ווייל אז מען הויבט אן ארויפלייגן אויף די ווייב זאכן וואס מען רעדט ביי אונז, ווי למשל מאכן חתונה יונג, מאכן שיינע פשוט'ע שמחות פאר ביליג, לעבן מיט זיך, נישט אנגיין וואס אנדערע טון, און ווען די ווייב וויל נישט הערן די זאכן, איר מח קען דאס נאכנישט נעמען, זי וויל נאך יא טייערע שמחות, זי וויל יא אויסגעבן געלט פאר שטותים פאר אפאר שעה, זי איז נאך אין גלות ביי חברט'עס - צווינגט מען דאס ארויף אויף איר מיט כח - איז דאך אודאי אז זי וועט נישט וועלן היכל הקודש.


איך בעט דיר זייער, זיי איר מכבד, מאך איר פרייליך - דעמאלט וועט זי דיך פרייליך מאכן. אז דו וועסט איר געבן די גאנצע כבוד, דו וועסט איר נישט דערקוטשען מיט היכל הקודש - וועט זי דיך נישט דערקוטשען וועגן היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#167 - ווי אזוי מאכט מען די ספעציעלע זופ?
תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בארא פארק


מוהרא"ש דערציילט, אמאל האט דער הייליגער צדיק רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו געזאגט פאר זיין זון, אז ער איז שוין אלט און עס איז אים שווער צו עסן, איין עסן קען ער פארנעמען, עפעס א זופ וואס ער האט אמאל געגעסן ביי עפעס א קרעטשמע. מען האט זיך זייער געוואונדערט, ווי קען זיין אז דער צדיק וואס איז העכער פון געדענקען א טעם פון עסן זאל געדענקען א זופ פון א קרעטשמע...


מען איז שנעל אהין געגאנגען, מען האט געבעטן די ארעמע פרוי אויב זי קען צושטעלן די זופ "טייגל יוהך". נאכן אהערשטעלן די זופ האט מען איר געפרעגט אויב זי וויל אויסזאגן דעם סוד ווי אזוי זי מאכט אזא גוטע זופ, האט די פרוי געזאגט: "איך בין ארעם, איך האב נישט וואס אריינצולייגן אין די זופ, איך שטעל א טאפ, איך לייג אריין וואסער און אביסל שאלאכץ פון מייערן, און איך זאג צום אייבערשטן 'גרויסער גאט, דו האסט אזוי סאך גן עדן אויבן אין הימל, איך בעט דיר, לייג אריין אין די טאפ אביסל טעם גן עדן', דאס איז מיין רעסעפי".


דעמאלט האט מען פארשטאנען וואס דער הייליגער צדיק האט אהין געשיקט און אז ער האט געדענקט פון די זופ און גערעדט פון די זופ; ער האט געוואלט לערנען זיינע קינדער זיי זאלן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן, און ווי אזוי מען בעט, און וואס מען שפירט נאכן בעטן; מען שפירט א גן עדן לעבן. והבן למעשה.


 

#166 - באשעפער, איך וויל זיין פרייליך
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, סיפורי צדיקים, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מיין ליבער ... נרו יאיר


רבי חיים ויטאל זכרונו לברכה האט געזאגט, ער האט געהערט פון זיין רבי דער הייליגער אריז"ל די סיבה וואס ער האט זוכה געווען צו זיינע מדריגות - איז געווען נאר פון שמחה; ער האט זיך געפריידט מיט יעדע מצוה כמוצא שלל רב, ווי איינער וואס האט נארוואס פארדינט די גאנצע געלט פון די וועלט.


צו שמחה קען מען זוכה זיין אז מען בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף שמחה. בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו שמחה, בעט אויף פראסט אידיש:


"באשעפער, איך וויל זיין פרייליך, נעם אוועק פון מיר די עצבות ומרה שחורה. העלף מיר איך זאל האבן אמונה, איך זאל דיך שטענדיג שפירן, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג, וועסטו זוכה זיין צו שמחה און צו אלע מדריגות.


 

#165 - טשעפע נישט דיין ווייב און מאך נישט חוזק פון אירע מנהגים
שלום בית, דרך ארץ, סיום, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, מנהגים, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טשעפע נישט דיין ווייב און מאך נישט חוזק פון אירע מנהגים, פיר זיך מיט דרך ארץ, דאס איז די גרעסטע הפצה. ווייל דו טראגסט דעם רבינ'ס נאמען, אלע קוקן אויף דיר און זאגן 'קוק ווי אזוי א ברסלב'ער חסיד פירט זיך, קוק ווי שיין זייער לעבן איז', און חס ושלום אז מען איז אן עזות פנים, מען פירט זיך מיט חוצפה צו אנדערע און עלטערע - ווערט דער הייליגער רבי פארשעמט.


מוהרא"ש פלעגט יעדן ערב פסח מאכן א סיום אויף מסכת תמיד. עס איז א קליינע שיינע גרינגע מסכתא, עס נעמט נישט לאנג דאס דורך צו לערנען. איך פיר זיך אויך אזוי, ערב פסח אינדערפרי לערן איך די מסכתא און איך בין דאס מסיים.


איך האב זוכה געווען צו זיין איין מאל ערב פסח ביי מוהרא"ש, שנת תשס"ט, דעמאלט זענען מיר געפארן מיט מוהרא"ש צום אטלאנטיק אושען מאכן די ברכה אינדערפרי ביים נץ החמה און נאכדעם זענען מיר געפארן דאווענען שחרית ביי מוהרא"ש אין בית המדרש, האב איך געזען נאכן דאווענען ווי מוהרא"ש לערנט מסכת תמיד און איז דאס מסיים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#164 - צו זיין אפגעהיטן פון א משהו חמץ, דארף מען בעטן דעם אייבערשטן
תפילה והתבודדות, אמונה, סיפורי צדיקים, מנהגים, ראש ישיבה, פסח, מצה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני א', י"א ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געדענק, אז מען וויל זיין אפגעהיטן פון א משהו חמץ - דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, אז מען זאל נישט עסן קיין חמץ, און אויב מען רעדט זיך איין אז מען קען אליינס אכטונג געבן - קען מען חס ושלום נכשל ווערן. אזוי ווי מוהרא"ש דערציילט די מעשה פון רבי דוד ממיקולייב זכרונו לברכה, א תלמיד פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. ער האט זיך אונטערגענומען צו מאכן וויין פאר זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב, ער האט עס געמאכט מיט אלע חומרות, מיט אלע בחינות וכו' וכו'. אויפן וועג אהיים האט מען אים אפגעשטעלט ביי די גרעניץ, און דער וועכטער האט געעפנט די וויין און עס מטמא געווען, ער האט עס געמאכט יין נסך. רבי דוד איז געווארן אויסער זיך, ער איז געווארן זייער צעבראכן פארוואס דאס האט פאסירט, ער האט געפרעגט זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו פארוואס דאס האט פאסירט, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געפרעגט: "האסטו געבעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובה?" האט ער געענטפערט פארן הייליגן בעל שם טוב אז ער האט טאקע אינגאנצן פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטן.


עס זענען דא וואס פירן זיך איבער צו קוקן אלע מצות ערב פסח, בודק זיין אויב עס איז דא כפילות; איך פארלאז זיך אויף די הכשר פונעם מצה בעקעריי. איך קוק נישט דורך די מצות ערב פסח, און אויב מיר טרעפן אין די מצה א כפילה - ברעכט מען עס אראפ און מען עסט דאס נישט.


איך בין שוין אין שטעטל, איך וועל מיטן אייבערשטנ'ס הילף דא זיין אויף פסח. מיר האבן געהאט א שיינע שבת מיט אנשי שלומינו, ממש טעם גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#163 - נישט ווערן פארלוירן
התחזקות, הפצה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, החודש, מברכים החודש, כ"ד אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טייערער ליבער ..., שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, אזויפיל אידן זענען זיך מחי' מיט די שיינע בריוו פון עצתו אמונה, אזויפיל מענטשן נעמען דאס פאר זייער וועג ווייזער, פאר זייער מורה דרך; גאנצע שטובער האבן אויפגעהערט ליינען מאגאזינען, זיי נעמען מער נישט אריין קיין שום ליין מאטריאל.


איך זאג דיר נאכאמאל, די מטרה מיינע פון דרוקן די בריוו איז נאר פאר אנשי שלומינו. איך וויל רעדן צו אלע מיינע תלמידים און צו אלע שטובער, טאטעס און מאמעס, דאס איז מיין וועג ווי איך קען אנקומען צו זיי, (על כל פנים ווער עס וויל מיך אויסהערן). אז די מפיצים ווילן דאס מפיץ זיין - קענען זיי דאס טון, און אז נישט - איז נישט; די בריוו שרייב איך פאר מיינע תלמידים ותלמידות.


וואויל איז דיר אז דו ארבעסט אזוי געטריי אז דאס זאל זיין שיין און בא'טעמ'ט.


איך וויל דיר בעטן זאלסט מאכן א נייעם דעקל, א קאלירטע דעקל פאר די וועכנטליכע קונטרסים, און יעדע יאר פסח זאלסטו בייטן דעם דעקל, אזוי אז עס זאל זיך אויפפרישן ביי אנשי שלומינו, עס זאל זיין פריש.


דא האסטו די מעשה פון הייליגן בעל שם טוב'ס נסיעה קיין ארץ ישראל, איך וועל צעטיילן די מעשה אויף קליינע מעשה'לעך פאר די קומענדיגע וואכן.


מעשה:


דִי זוּן הָאט נָארְוָואס אוֹיפְגֶעשַׁיינְט, עֶס אִיז אַ שֵׁיינֶע וֶועטֶער, אַ שֵׁיינֶע בְּלוֹיעֶ הִימְל, עֶס בְּלָאזְט אַ וִוינְט, דִי וַואסֶער אִיז אוֹיךְ שֵׁיין בְּלוֹי; שְׁטֵייט זִי אוּן קוּקְט אַרוֹיף צוּם הִימְל אוּן זָאגְט: "הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, מִיר הָאבְּן גָארְנִישְׁט, וָואס וֶועט דָא זַיין? הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, מַיין טַאטֶע דֶער גְרוֹיסֶער צַדִיק הָאט גָארְנִישְׁט אוֹיף יוֹם טוֹב פֶּסַח, אֲפִילוּ דִי אֵיין הֶעמְד וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעהַאלְטְן אִינְמִיטְן אוֹיסְוַואשְׁן לְכָבוֹד יוֹם טוֹב - אִיז אַוֶועקְגֶעפְלוֹיגְן מִיטְן וִוינְט..."


דִי צַדֵיקֶת אָדְל, דִי טָאכְטֶער פוּן הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ גֶעפוּנְט זִיךְ בַּיים יַם אִין טֶערְקֵיי, זִי אִיז מִיטְגֶעפָארְן מִיט אִיר טַאטֶע. זֵיי פַארְן יֶעצְט קַיין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, אוֹיף פֶּסַח זֶענֶען זֵיי אִין דִי שְׁטָאט אִיסְטַאנְבּוּל. דִי צַדֵיקֶת אָדְל אִיז גֶעגַאנְגֶען צוּם יַם אוֹיסְוַואשְׁן אַ הֶעמְד אַז אִיר טַאטֶע זָאל הָאבְּן אַ פְרִישֶׁע הֶעמְד לְכָבוֹד יוֹם טוֹב, זֵיי הָאבְּן גָארְנִישְׁט, זֵיי זֶענֶען גֶעפָארְן אָן קַיין גֶעלְט אוּן אָן עֶסְן. דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט וַוארְטְן בִּיז מֶען וֶועט אַיינְפַּאקְן עֶסְן, עֶר הָאט גֶעוָואלְט אָנְקוּמֶען וִוי שְׁנֶעלֶער קַיין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, עֶר וִויל זִיךְ טְרֶעפְן מִיטְן הֵיילִיגְן צַדִיק רֶבִּי חַיִים בֶּן עַטֲר, דֶער אוֹר הַחַיִים הַקָדוֹשׁ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ.


דִי צַדֵיקֶת אָדְל הָאט זִיךְ נִישְׁט פַארְלוֹירְן, זִי הָאט גֶעבֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן: "הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף אוּנְז, מַאךְ אַ נֵס, עֶס אִיז שׁוֹין עֶרֶב פֶּסַח מִיר הָאבְּן גָארְנִישְׁט אוֹיף יוֹם טוֹב, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער מִיר דַארְפְן מַצּוֹת, וֵויין, פִישׁ אוּן פְלֵיישׁ פַאר יוֹם טוֹב, הֶעלְף אוּנְז מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ גֶעהֶערִיגֶע שְׁטוּבּ וואוּ צוּ זַיין".


פְּלוּצְלוּנְג זֶעט זִי וִוי עֶס קוּמְט צוּ פָארְן אַ גְרוֹיסֶער וָואגְן, דִי וָואגְן שְׁטֶעלְט זִיךְ אָפּ, אוֹיפְן וָואגְן זִיצְט אַ פָּארְפָאלְק, אַ מַאן אוּן וַוייבּ, זֵייעֶר רַייכֶע מֶענְטְשְׁן. זֵיי פְרֶעגְן אָדְל: "מִיר זוּכְן זֵייעֶר דֶעם צַדִיק דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב, אֶפְשָׁר וֵוייסְט אִיר פוּן אִים צוּ זָאגְן? אֶפְשָׁר הָאט אִיר גֶעהֶערְט וואוּ עֶר אִיז?" אָדְל זָאגְט: "אִיךְ בִּין אַ טָאכְטֶער פוּן דֶעם צַדִיק, מַיין טַאטֶע זִיצְט אִין שׁוּל, עֶר לֶערְנְט אוּן דַאוֶוענְט, וָואס קֶען אִיךְ אַייךְ הֶעלְפְן?" זֵיי זָאגְן זֵיי הָאבְּן גֶעבְּרֶענְגְט אַלֶעס פַאר יוֹם טוֹב, דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זָאל אַלֶעס הָאבְּן.


דִי צַדֵיקֶת אָדְל זָאגְט גְלַייךְ: "שְׁכֹּחַ אֵייבֶּערְשְׁטֶער! שְׁכֹּחַ אֵייבֶּערְשְׁטֶער! אִיךְ דַאנְק דִיךְ אַזוֹי שְׁטַארְק אַז דוּ הָאסְט גֶעמַאכְט אַ נֵס, מַיין טַאטֶע אוּן אִיךְ וֶועלְן הָאבְּן אַלֶעס אוֹיף יוֹם טוֹב".


טֵייעֶרֶע קִינְדֶער, מִיר לֶערְנֶען זִיךְ פוּן דִי מַעֲשֶׂה נִישְׁט צוּ וֶוערְן פַארְלוֹירְן. אֲפִילוּ מֶען הָאט גָארְנִישְׁט - זָאל מֶען בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן עֶר זָאל מַאכְן נִיסִים, אוּן אַז מֶען הָאט עֶפֶּעס פַארְלוֹירְן, עֶפֶּעס אִיז אַרוֹיסְגֶעפַאלְן פוּן הַאנְט זָאל מֶען זִיךְ דֶערְמַאנֶען פוּן דִי צַדֵיקֶת אָדְל, וָואס זִי הָאט גֶעטוּן וֶוען דִי הֶעמְד אִיז אַרוֹיסְגֶעפְלוֹיגְן פוּן אִיר הַאנְט.


קִינְדֶער מִיר וֶועלְן דֶערְצֵיילְן קוּמֶענְדִיגֶע וָואךְ וֶוער דִי מֶענְטְשְׁן זֶענֶען גֶעוֶוען, וָואס זֵיי הָאבְּן גֶעוָואלְט פוּן הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#162 - רבונו של עולם, איך בין דיין קנעכט, איך בין גרייט צו טון אלעס פאר דיר
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שטעטל, סיפורי צדיקים, הלל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


וואוינסט אין שטעטל, דארט איז גרינג צו טון וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט פון זיך מתבודד זיין צווישן די גראז און ביימער.


גיי אביסל שפאצירן יעדן טאג, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין נאנט צו דיר, איך וויל דיך דינען, איך וויל לעבן מיט דיר", וועסטו זוכה זיין צו שפירן א שטארקע נאנטקייט צום אייבערשטן.


דער היליגער שפת אמת זכותו יגן עלינו האט אמאל געזאגט פאר איינעם: "ביים זאגן הלל, ביי די פסוק 'אנא ה'' קען מען זוכה זיין צו פועל'ן זייער גרויסע זאכן". ווען דער איד האט דאס געהערט האט ער דאס דערציילט פאר אנדערע, ביז עס איז געווארן א גרויסע התעוררות ביי הלל, ביי די פסוק "אנא ה' הושיעה נא". האט דער שפת אמת געזאגט, נישט דעם פסוק האב איך געמיינט, איך האב געמיינט דעם פסוק "אנא ה' כי אני עבדיך", ווען א איד וויינט זיך אויס: "רבונו של עולם, איך בין דיין קנעכט, איך בין גרייט צו טון אלעס פאר דיר, איך וויל זיין נאנט צו דיר, איך וויל דיך דינען", דעמאלט קען מען פועל'ן ישועות.


ברודער, ברסלב איז נישט קיין פלאץ, ברסלב איז אין הארץ, אין מח, זע צו זיין א ברסלב'ער, עס איז נישט גענוג צו וואוינען אין ברסלב.


גיי התבודדות, שריי: "אנא ה' כי אני עבדיך!"


 

#161 - נעם צוזאם געלט פאר קמחא דפסחא, וועסטו נישט דארפן קיין דין תורה'ס
צדקה, סיפורי צדיקים, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מוהרא"ש זאגט, דער הייליגער בית יוסף האט זוכה געווען אז מען האט אנגענומען זיין ספר, דער שלחן ערוך - צוליב די גרויסע ענוה וואס ער האט געהאט, און דער רמ"א האט זוכה געווען אז מיר אלע פסק'נען ווי דער רמ"א בזכות וואס ער האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין די מצוה פון צדקה.


מוהרא"ש דערציילט, אין שטאט קראקא, דער שטאט וואו דער הייליגער רמ"א איז געווען רב - האט געוואוינט א שיכור יענקעלע, ער פלעגט יעדן טאג נאכן ענדיגן ארבעטן נעמען די געלט וואס ער האט פארדינט און דאס אויסטרינקען. איינמאל האט ער געהערט ווי אן ארעמע פרוי אן אלמנה זינגט זיך אזוי אונטער: "רבונו של עולם, יענקעלע גייט טרינקען ביר און ברוינפן און איך האב נישט אויף שבת צו מאכן", יענקעלע שיכור האט דאס געהערט און ער האט דאס נישט געקענט אראפשלינגען, ער האט גענומען די געלט און געלייגט ביי די טיר פון די אלמנה, ער איז אהיים און ער איז נפטר געווארן.


יענע נאכט, דער רמ"א זיצט אין שטוב און לערנט די הייליגע תורה, פלוצלונג קומט אריין א איד, יענקעלע און זאגט: "איך רוף דיך צו דין תורה אויבן אין הימל", דער רמ"א האט געמיינט ער מאכט שפאס, דער יענקל איז געווען א באקאנטער שיכור פון קראקא, ער האט זיך נעבעך געוואלגערט אין די גאסן, נישט אויפגעהערט טרינקען. דער רמ"א זאגט אים: "שטער מיך נישט פון לערנען, מאך נישט קיין חוזק פון מיר", אבער יענקעלע דער שיכור זאגט: "דער רב זאל מיך גלייבן, איך בין שוין א נפטר, איך האב א טענה צום רב".


דער רמ"א האט זיך אביסל דערשראקן, ער טראכט 'ווי אזוי איז ער אריינגעקומען צו מיר אין שטוב? עס איז דאך פארשפארט די טיר, זעט אויס עס איז נישט קיין וויץ'. ער פרעגט אים: "וואס איז דיין טענה אויף מיר?" זאגט ער: "דער רב פלעגט אלץ גיין נאך געלט אבער דער רב איז קיינמאל נישט געקומען צו מיר בעטן צדקה, יעצט ווען איך בין א נפטר זע איך אז צדקה ראטעוועט פון טויט, צדקה נעמט אראפ אלע עונשים, פארוואס האט דער רב נישט געבעטן פון מיר געלט?" האט דער רמ"א געזאגט: "ביזט גערעכט, גיי צום בית דין של מעלה און זאג 'איך רבי משה איסרליש טו תשובה, און פון היינט אן גיי איך מזכה זיין יעדן איינעם מיט די מצוה פון צדקה'".


על כן, איך וויל נישט דו זאלסט מיך רופן צו די דין תורה, וויל איך דיר יעצט בעטן דו זאלסט גיין נאך געלט צאמנעמען פאר קמחא דפסחא פאר אידן וואס דארפן געלט אויף יום טוב, און ברענג עס פאר די גבאים פונעם בית התבשיל, אדער דער גבאי פון ירושלים יצחק נרו יאיר, וועסטו נישט דארפן האבן צוטון מיט קיין דין תורה'ס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#160 - ווען דו קענסט, זאלסטו רעדן פון רבי'ן
חברים, מוסדות, חסידות ברסלב, שטעטל, רעדן, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, מנהגים, חדר, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין נעכטן געווען אין חדר און אין בית פיגא אין שטעטל, איין זאך קען איך דיר זאגן: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון קיינעם נישט".


די ווערטער פלעגט מיר מוהרא"ש שטענדיג זאגן. ווען מוהרא"ש איז געקומען באזוכן די ישיבה פלעגט מוהרא"ש שמייכלען צו מיר און זאגן די ווערטער: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון קיינעם נישט"; די קינדער, די אינגלעך און מיידלעך - אזוי פרייליך, אזוי רואיג, אנגעפילט מיט אמונה, אנגעפילט מיט שמחה; איך בין ארויס פון דארט אזוי פרייליך.


איך בין געפארן כשר'ן מיין קאך, ווייל מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין פסח אין שטעטל. איך האב גע'כשר'ט די קאך און אלעס איבערגעדעקט, מיר פירן זיך אפילו מען כשר'ט דעקט מען איבער אלע קאונטערס, סינקס און טיש, אלע פלעצער וואו מען עסט חמץ.


ווען דו קענסט - זאלסטו רעדן פון רבי'ן; אז דו קומסט אין שול, דו טרעפסט אנשי שלומינו, אדער אין שטוב מיט דיין ווייב, מיט דיינע קינדער - רעד פון הייליגן רבי'ן.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד א גרויסער צדיק, רבי אברהם שטערנהארץ זכרונו לברכה, אן אייניקל פון רבי נתן זכותו יגן עלינו, אויך אן אייניקל פון טשערינער רב זכר צדיק לברכה, ער האט געקענט דעם גאנצן ספר לקוטי מוהר"ן אויף אויסנווייניג. ער פלעגט אלץ רעדן נאר פון רבי'ן, אפילו אויף דער עלטער ווען ער איז געווען העכער די ניינציג יאר און ער איז געווען זייער שוואך - האט ער גערעדט נאר פון רבי'ן. מען האט אים געפרעגט: "רבי אברהם, וואס מוטשעט איר זיך אזוי צו רעדן פון רבי'ן, איר האט קוים כח?" האט ער געזאגט: "איך מוז רעדן פון רבי'ן, ווייל נאך אביסל קומט דער מלאך המות צו מיר, וויל איך ער זאל מיר צונעמען מיין נשמה אינמיטן רעדן פון הייליגן רבי'ן".


אז מען דריידט זיך אין ברסלב מיינט נישט אז מען האט שייכות מיטן רבי'ן, זוך חברים וואס רעדן פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#159 - ענדערש גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פארטאגס לערנען
שלאפן, שלום בית, סיפורי צדיקים, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער זון הרב ... שליט"א


ענדערש גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פארטאגס לערנען און דינען דעם אייבערשטן, ווי איידער בלייבן אויף שפעט ביינאכט. גלייך נאך מעריב גיי אהיים און גיי שלאפן, אלע דיינע שיעורים זאלסטו לערנען פארטאגס און במשך דעם טאג.


אויך זאלסטו מאכן צייט צו שמועסן און פארברענגען מיט דיין ווייב. האסט א מתנה פון הימל, אן אשת חיל; זאלסטו שמועסן און פארברענגען מיט איר.


נאכאמאל, ביינאכט זאלסטו גארנישט טון. מוהרא"ש דערציילט איינע פון די שיינע זאכן וואס ער האט געזען ביי הרב החסיד רבי לוי יצחק בענדער זכר צדיק לברכה; נאך מעריב האט מוהרא"ש אים באגלייט ביזן שטוב, ער האט געוואלט הערן שיחות, און ווען ער איז אנגעקומען צו זיין שטוב האט רבי לוי יצחק געשמייכלט און אים געזאגט: "א גוטע נאכט". מוהרא"ש זאגט, דאס אליינס איז ביי אים געווען א לימוד, והבן למעשה.


 

#158 - מכבד זיין טאטע מאמע אזוי ווי דער אייבערשטער האט געהייסן
קינדער, כיבוד אב ואם, הפצה, הדפסה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט. דו ביסט מחי' די וועלט, אלע האבן חיזוק פון דיר, אלע זענען זיך מחי' מיט די בריוו פון עצתו אמונה. ווען דו וואלסט ווען געוויסט וואס פאר א זכות דו האסט, וויפיל מענטשן טוען תשובה בזכות דיר, וויפיל מענטשן הייבן אן לעבן מיט יראת שמים, מיט שלום בית, מיט לערנען און דאווענען וכו' וכו' - וואלסטו געטאנצן און נישט אויפגעהערט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


די וואך וויל איך שרייבן פאר די קינדער די מעשה פונעם בן איש חי, פון כיבוד אב ואם. די מעשה ווערט געברענגט אין ספר בן יהוידע (על מסכת בבא מציעא דף לג).


קִינְדֶער יֶעצְט זֶענְט עֶטְץ דִי קִינְדֶער, אוּן נָאךְ אַבִּיסְל וֶועט אִיר זַיין דִי עֶלְטֶערְן. וִויל אִיךְ אַייךְ דֶערְצֵיילְן אַ מַעֲשֶׂה וָואס אִיר וֶועט זִיךְ לֶערְנֶען דֶערְפוּן אַז וִוי אַזוֹי מֶען פִירְט זִיךְ מִיט דִי עֶלְטֶערְן - אַזוֹי וֶועלְן דִי קִינְדֶער זִיךְ פִירְן מִיט עֶנְק.


עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער גְבִיר וָואס הָאט גֶעהַאט אַן אַלְטְן טַאטְן אַן אָרֶעמַאן, דֶער גְבִיר הָאט נִישְׁט אַכְטוּנְג גֶעגֶעבְּן אוֹיף זַיין טַאטֶע, עֶר הָאט אִים אַרוֹיסְגֶעוָוארְפְן פוּן שְׁטוּבּ אוּן עֶר הָאט גֶעדַארְפְט שְׁלָאפְן אִין גַאס מִיט אַנְדֶערֶע אָרֶעמֶעלַייט.


וַיְהִי הַיוֹם, עֶס אִיז גֶעוֶוען אִינְמִיטְן וִוינְטֶער, זֵייעֶר אַ קַאלְטֶע טָאג, וֶוען דֶער אַלְטֶער טַאטֶע אִיז גֶעזִיצְן אִין גַאס פְרִירְנְדִיג פַאר קֶעלְט, אִיז דָארְט אַרִיבֶּער זַיין אֵיינִיקְל - אַ זוּן פוּן דֶעם גְבִיר, הָאט דֶער זֵיידֶע גֶעבֶּעטְן זַיין אֵיינִיקְל: "אִיךְ בֶּעט דִיר, גֵיי בֶּעט דַיין טַאטֶע זָאל אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת הָאבְּן אוּן מִיר שִׁיקְן אַ וַוארֶעמֶע מַלְבּוּשׁ אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט אוֹיסְגֵיין פַאר קֶעלְט דָא אִין גַאס". דֶער אֵיינִיקְל אִיז אַהֵיים גֶעקוּמֶען אוּן גֶעבֶּעטְן: "טַאטֶע, הָאבּ רַחְמָנוּת אוֹיף זֵיידִי; זֵיידִי בֶּעט אַ וַוארֶעמֶע קְלֵייד", הָאט דֶער גְבִיר גֶעזָאגְט פַאר זַיין זוּן: "גֵיי אַרוֹיף אוֹיבְן אִין בּוֹידֶעם, דָארְט הָאבּ אִיךְ אַן אַלְטֶע קְלֵייד וָואס אִיךְ דַארְף סֵיי וִוי נִישְׁט, דָאס קֶענְסְטוּ טְרָאגְן פַארְן זֵיידְן".


דֶער זוּן אִיז אַרוֹיף אִין בּוֹידֶעם אוּן גֶעטְרָאפְן אַן אַלְטֶע קְלֵייד, פוּל מִיט רִיסְן אוּן גְרוֹיסֶע לֶעכֶער, עֶר אִיז גֶעוָוארְן זֵייעֶר אוֹיפְגֶערֶעגְט, עֶר הָאט גֶענוּמֶען אַ שֶׁערְל, אַיינְגֶעקְנֵייטְשְׁט דֶעם קְלֵייד אוּן דָאס צֶעשְׁנִיטְן אִין הַאלְבּ. וֶוען זַיין טַאטֶע - דֶער גְבִיר הָאט גֶעזֶען אַז דֶער זוּן קוּמְט נָאכְנִישְׁט אַרָאפּ, הָאט עֶר אַרוֹיפְגֶעשְׁרִיגְן צוּם בּוֹידֶעם: "וָואס טוּסְטוּ אַזוֹי לַאנְג אִין בּוֹידֶעם? גֵיי שׁוֹין מִיט דֶעם קְלֵייד צוּ מַיין טַאטֶע!" דֶער זוּן הָאט זִיךְ אָבֶּער וַוייטֶער פַארְזוֹימְט, עֶר הָאט גֶעעֶנְדִיגְט שְׁנַיידְן דֶעם קְלֵייד אוֹיף צְוֵויי שְׁטִיקְלֶעךְ אוּן אַרָאפְּגֶעקוּמֶען צוּ זַיין טַאטֶע מִיט אֵיין שְׁטִיקְל קְלֵייד, הָאט אִים דֶער טַאטֶע גֶעפְרֶעגְט: "פַארְוָואס הָאסְטוּ צֶעשְׁנִיטְן דֶעם קְלֵייד אוֹיף צְוֵויי שְׁטִיקְלֶעךְ?" הָאט עֶר גֶעזָאגְט פַאר זַיין טַאטֶע: "אֵיין שְׁטִיקְל לֵייג אִיךְ אַוֶועק פַאר דִיר, וֶוען דוּ וֶועסְט וֶוערְן אַן אַלְטֶער מֶענְטְשׁ וֶועל אִיךְ דִיךְ אַרוֹיסְוַוארְפְן פוּן שְׁטוּבּ, אוּן וֶוען עֶס וֶועט קוּמֶען וִוינְטֶער אוּן דוּ וֶועסְט זַיין קַאלְט - וֶועל אִיךְ דִיר שִׁיקְן דֶעם צְוֵוייטְן חֵלֶק פוּנֶעם קְלֵייד".


הָאט דֶער טַאטֶע זִיךְ גֶעכַאפְּט בַּיים קָאפּ וָואס עֶר הָאט גֶעטוּן אוּן עֶר הָאט אַהֵיים גֶערוּפְן זַיין אַלְטְן טַאטְן, עֶר הָאט אִים אַרַיינְגֶענוּמֶען אִין שְׁטוּבּ אוּן אִים אִיבֶּערְגֶעבֶּעטְן.


טֵייעֶרֶע קִינְדֶער, מִיר גֵייעֶן מְכַבֵּד זַיין טַאטֶע מַאמֶע אַזוֹי וִוי דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט גֶעהֵייסְן, אוּן וֶוען מִיר וֶועלְן חֲתוּנָה הָאבְּן וֶועט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּנְז בַּאצָאלְן מִיט נַחַת, מִיר וֶועלְן אוֹיךְ הָאבְּן קִינְדֶער וָואס וֶועלְן אַכְטוּנְג גֶעבְּן אוֹיף אוּנְז.


לָאמִיר זִינְגֶען: "שְׁכֹּחַ אֵייבֶּערְשְׁטֶער אַז דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן אַזַא גוּטֶע טַאטֶע אוּן מַאמֶע".


בעט דעם מעלער ער זאל מאכן א בילד פון אן אלטער איד מיט צעריסענע קליידער, נעבן אים שטייט איינער אנגעטון ווי א גביר. דער אלטער איד שטרעקט אויס זיין האנט, ער בעט צדקה, און דער איד שטייט קאלטערהייט מיט די הענט אויף די לענדן, און אין די זייט א אינגל מיט א גרויסע שערל, שניידט א סחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#157 - אלע ארבייטער אין מצה בעקערי שעפשן צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פסח, מצה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ג אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט פארמיטאג בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל באקן מצות, עס איז גאר אנדערש מצות וואס ווערן געבאקן דורך אנשי שלומינו; פונעם קנעטער, פונעם וואסער גיסער, ביזן שיבער, ביזן פאקער - אלע רעדן צום אייבערשטן, אלע ליפן שעפשען תפילות און לויב און דאנק ווערטער צום הייליגן באשעפער.


אמאל ערב פסח ווען דער הייליגער צדיק דער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו האט געבאקן ערב פסח מצות האט ער זייער געקאכט, און געזאגט: "מיר גלייבן באמונה שלימה אז מיר וועלן נאך זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח מיט משיח צדקינו אין ירושלים", האט א איד זיך אנגערופן און געפרעגט: "רבי, אויפ'ן זייגער שטימט עס נישט; יעצט איז שוין אין ירושלים פסח ביינאכט, ווי איז מעגליך אז מיר זאלן נאך קענען זיין אין ירושלים, עס נעמט דאך צייט דאס פארן, זיך מטהר זיין, און ווי נעמט מען דעם קרבן פסח וכו'", האט דער הייליגע מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו געזאגט: "אז ביי דיר שטימט עס נישט - וועסטו דא בלייבן, און די אלע וואס גלייבן - וועלן נאך זוכה זיין צו זיין אין ירושלים און עסן דעם קרבן פסח".


ביים באקן די מצות האב איך געבעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין ניצול צו ווערן פון א משהו חמץ אום פסח, און נאך זוכה זיין די יאר צו עסן "מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים" (פסחים קטז:); און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#156 - אפילו ביסט נישט מצליח צו טון אסאך, זאלסטו בענקען, וועלן און האפן
התחזקות, עבודת השם, רצונות, סיפורי צדיקים, חומש רש"י, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בענק צום אייבערשטן, דאס וועט דיך ברענגען צו די העכסטע מדריגות. אפילו דו זעסט ווי עס גייט דיר נישט, דו ביסט נישט מצליח צו טון אסאך - דאך זאלסטו בענקען, וועלן און האפן, אזוי וועסטו זוכה זיין צו קומען צו די העכסטע מדריגות.


עס איז באוויסט ביי אנשי שלומינו, אז ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום רבי'ן, ער איז געקומען צום רבי'ן און געזען דעם ספר שבחי האריז"ל - האט ער געבעטן דעם רבי'ן אויב ער קען דאס בארגן, האט דער רבי געזאגט: "יא", און דער רבי האט געשמייכלט און געזאגט: "אבער זאלסט נישט זיין ווי די חסידים וואס בארגן א ספר און פארגעסן עס צוריק צו געבן".


רבי נתן איז אריבער דעם ספר אפאר מאל און צו מארגנס האט ער דאס צוריק געברענגט. דער רבי פרעגט אים: "וואס האסטו געזען אינעם ספר?" זאגט רבי נתן: "צוויי זאכן. איינס, דער אריז"ל האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי חיים וויטאל אז אינעם היינטיגן דור קען א מענטש צוקומען צו די מדריגה פון רבי עקיבא מיט מיעוט פעולות, מיט ווייניג טון", האט זיך דער רבי אנגערופן: "יא יא, מיט ווייניג טון אבער מיט אסאך בענקען", און דער רבי פרעגט אים: "וואס איז די צווייטע זאך?" זאגט רבי נתן: "עס שטייט אינעם ספר, ווי מער דער אריז"ל האט אויסגעלויבט זיין תלמיד רבי חיים וויטאל - אלץ מער איז ער געווארן ביי זיך כלא כלום, ווי גארנישט, און עס איז אים געווען א וואונדער פארוואס זיין רבי רעדט פון אים", דער רבי האט דאס געהערט, ער האט געקוקט אויף רבי נתן און אים גארנישט געזאגט.


עס איז דא אסאך צו רעדן פון דעם, איך יאג זיך, איך דארף לויפן צו די בחורים. דער עיקר וויל איך זאלסט ארויסנעמען פון דעם סיפור דאס וואס דער רבי האט געזאגט: "מען קען זוכה זיין צו קומען צו גרויסע מדריגות דורך ווייניג טון אבער דורך אסאך בענקען".


די וואך גייען מיר ענדיגן ספר שמות. די וואך גייט צוויי פרשיות, ויקהל און פקודי, איז גוט שוין היינט זונטאג אנצוהייבן מעביר סדרה זיין יעדן טאג אביסל, איינגעטיילט לויט די וואך. אז מען לערנט יעדן טאג חומש, תרגום מיט רש"י - איז מען זוכה צו רוח הקודש, מען ווערט געראטעוועט פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#155 - קער נעמען פון פראבלעמען איז נישט קיין חסרון אמונה
תפילה והתבודדות, אמונה, רפואה, עבודת השם, אומאן, סיפורי צדיקים, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט קומט הייליגע טעג, מען קען פועל'ן ישועות שלא כדרך הטבע. פורים איז א צייט וואס (ירושלמי מגילה פרק א', הלכה ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד נוֹתְנִים לוֹ", ווער עס שטרעקט אויס זיינע הענט צום אייבערשטן מיט א געבעט - געבט מען אים.


בנוגע וכו'; מוהרא"ש דערציילט, אין אומאן זענען געווען צוויי צדיקים פון אנשי שלומינו, ביידע האבן געהאט שטארקע ציין ווייטאג, איינער פלעגט גיין יעדן טאג צום רבינ'ס ציון וויינען אז זיין ציין טוט אים וויי און דער אנדערער איז געגאנגען צום ציין דאקטער און די ווייטאג איז אים אוועקגעגאנגען, ער האט געזאגט: "אין די צייט וואס איך בעט מיין ציין זאל מיך נישט וויי טון - קען איך בעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיין נאנט צו אים און אים דינען".


דערפאר זאלט איר נישט טראכטן אז איר האט נישט קיין אמונה, איר קענט נעמען ווייטאמינען און איר זאלט גיין צו וכו', עס איז בכלל נישט קיין חסרון אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#154 - א שאד צו אנטלויפן פאר שולחן עורך
התחזקות, דרשות, סיפורי צדיקים, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט וועט זיין א שיעור, איך האף דו וועסט קומען; איך האף דו וועסט קומען זיך מחזק זיין, הערן נאכאמאל די זיסע ווערטער, די חיזוק פון רבי'ן; איך האף דו וועסט נישט אוועקלויפן יעצט פאר שולחן עורך.


איך ווייס דו ביסט אזוי צעבראכן, דו זעסט נישט פון וואו דיין ישועה וועט קומען, דאך בעט איך דיר, ברודער, אנטלויף נישט פאר שלחן עורך. דער הייליגער רבי האט דערציילט (כוכבי אור, סיפורים נפלאים), עס איז געווען א גוי וואס האט זיך געדריידט מיט ארעמעלייט, און ער האט געהערט ווי די אידן שמועסן צווישן זיך אז נאך אביסל קומט שוין דער יום טוב פסח; האט ער זיך אינטערעסירט וואס איז דאס פסח, האט מען אים דערציילט ווי שיין דער יום טוב איז. מען פראוועט א סדר און אלע אידן - אפילו ארעמעלייט - עסן א געשמאקע רייכע סעודה; מען זיצט ביים טיש ווי קעניגן, מען עסט און מען טרינקט און מען איז פרייליך. די ארעמעלייט האבן אים געזאגט אז עס לוינט זיך צו פאסטן אפאר טעג פאר יום טוב כדי מען זאל זיין גוט הונגעריג צום סדר. דער גוי האט געטראכט צו זיך: 'איך מוז דאס אויספרובירן; איך וועל זיך פארשטעלן ווי א איד אז איך זאל כאטש איין מאל אין לעבן האבן א גוטע סעודה'.


פסח ביינאכט האט זיך דער גוי איינגעליידנט ביי א איד צו זיין ביי אים ביים סדר, ענדליך הויבט מען שוין די סדר, ער זיצט ביים סדר און ער ווארט צו עסן די שיינע סעודה. ווען עס איז געקומען צו מרור און ער האט שוין נישט אויסגעהאלטן זיין הונגער, האט ער געטראכט צו זיך אז מען האט אים דא זיכער אויסגעשפילט, ווייל ער ווארט אזוי לאנג אויף די סעודה און מען דריידט ארום מיט אים; האט ער זיך אויפגערעגט און אנטלאפן.


שפעטער ווען ער האט געטראפן זיינע חברים האט ער זיי דערציילט די גאנצע מעשה, אז מען האט אים געלאזט אויסהונגערן ביז מען האט אריינגעברענגט א שארפע עסן וכו' וכו', האבן זיי אים געזאגט: "א שאד דו ביסט אנטלאפן פאר שולחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען אויס נאך אביסל וואלסטו געהאט א הערליכע סעודה".


דראפע זיך און דערהאלט זיך.


 

#153 - ביסט אראפגעפאלן? פארליר זיך נישט, גיי אין מקוה און לויף צום צדיק
התחזקות, תשובה, סיפורי צדיקים, פירושים, יאוש, פורים, שושן פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר, שושן פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים אז מיר האבן זוכה געווען צו אזא הייליגע טאג פורים, מיט אזעלכע הייליגע מצוות. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן בלייבן פארבינדן מיט מרדכי ואסתר א גאנץ יאר, מיר זאלן נישט אפלאזן די אמונה, די קדושה.


היינט שושן פורים איז אויך פורים. רבי נתן איז אמאל געפארן צום רבי'ן אויף פורים און ער איז נישט אנגעקומען אין צייט, ער איז אנגעקומען אויף שושן פורים. ער איז געווען זייער צעבראכן, ער האט דערציילט דעם רבי'ן אז ער האט זייער שטארק געוואלט קומען צום רבי'ן און זיין ביים רבי'ן אויף פורים. האט אים דער רבי געזאגט: "שושן פורים איז אויך פורים".


מיר וועלן מאכן א סעודה אין ישיבה נאכמיטאג, מיר וועלן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר האבן דעם הייליגן רבינ'ס עצות.


מיין ליבער ברודער, לאמיר אנטלויפן פון אחשורוש און פון המן, און לויפן צו מרדכי הצדיק. די הייליגע חכמים זאגן (מגילה יג:): "אֶסְתֵּר הַמַלְכָּה הָיְתָה עוֹמֶדֶת מֵחֵיקוֹ שֶׁל אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ, וְטוֹבֶלֶת, וְיוֹשֶׁבֶת בְּחֵיקוֹ שֶׁל מָרְדְכַי", זאגט דער הייליגער רבי נתן, אפילו א מענטש איז שוין אראפגעפאלן אין שמוציגע עבירות, ער איז בחיקו של אחשורוש - זאל ער טון וואס אסתר המלכה האט אונז געלערנט, זיך נישט פארלירן, נאר גיין אין מקוה און לויפן צום צדיק, צו מרדכי הצדיק, צום הייליגן רבינ'ס שויס; פורים עפנט זיך די אויערן, עס שטאפט זיך אויף דאס הארץ, מען דערהערט דעם רבינ'ס געשריי: "גיוואלד קיין ייאוש איז נישט פארהאנען".


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#152 - יעצט איז די צייט זיך צו באנייען
בחור, שלום בית, התחזקות, צדקה, מוסדות, שטעטל, התחדשות, בית המדרש, חסד, סיפורי צדיקים, ישיבה, יאוש, פורים, שבת זכור

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר שטייען יעצט אין זייער הייליגע טעג, עס קומט יעצט די הייליגע פורים טעג, עס אז א צייט וואס מען קען זיך באנייען; "קִיְּמוּ וְקִבְּלוּ הַיְּהוּדִים" (אסתר ט, כז), זאגן די הייליגע חכמים (שבת פח.): "הַדוּר קִבְּלוּהָ בִּימֵי אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ", מען איז יעצט מקבל נאכאמאל די תורה; פארקערט וואס המן האט גע'טענה'עט (אסתר ג, ח): "יֶשְׁנוֹ עַם אֶחָד", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מגילה יג:) ווען המן האט פארגעשלאגן פאר אחשורוש צו הרג'ענען די אידן האט אחשורוש מורא געהאט, "אמר ליה מסתפינא מאלקיו", ער האט געזאגט איך האב מורא פונעם אייבערשטן, "דלא ליעביד לי כדעבד בקמאי", ער זאל נישט טון מיט מיר אזוי ווי ער האט געטון מיט אלע אנדערע וואס האבן געטשעפעט מיט די אידן, "אמר ליה ישנו מן המצות", האט המן געזאגט, דארפסט נישט מורא האבן, די אידן זענען אלט פון טון מצוות; דאס זאגט המן, דאס זאגט עמלק; אבער דער הייליגער רבי שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "גִיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ! קַיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען!" הויב אן פונדאסניי.


קריג זיך נישט אין שטוב מיט דיין ווייב, זיי מותר, געב נאך; ביסט א ברסלב'ער חסיד - דארפסטו טון וואס דער רבי האט געזאגט. ווען בחורים פלעגן קומען צום רבי'ן פלעגט דער רבי אוועק שיקן, דער רבי פלעגט זאגן: "קום צוריק מיט א טלית". ווייל זוכה זיין צו טהרת המח והמחשבה איז נאר אז מען איז אן אדם השלם, מען איז חתונה געהאט. אויך האט דער רבי פארטריבן די וואס האבן נישט געהאט קיין שלום בית, ווייל ביים רבי'ן איז געווען זייער וויכטיג טהרת המח והמחשבה.


על כן בעט איך דיר זייער, לאז אפ די אלע מצוה'לעך וואס דו טוסט; לויף נישט אוועק פון שטוב מיטן אויסרייד אז דו גייסט טון חסד מיט דעם און מיט יענעם, בלייב אין שטוב, העלף דיין ווייב מיט די קינדער.


דעם שבת זאלסטו גיין אין שול, עס איז א חיוב צו הערן די קריאה פון שבת זכור, פון מחיאת עמלק. איך האב געזאגט אין שטעטל, אלע וואס דאווענען אין די שולן וואס מאכט זיך מזמן לזמן אז עס איז נישטא קיין מנין - דארפן די וואך מער אכטונג געבן עס זאל זיין מנין, און אז עס איז נישטא קיין מנין - דארף מען גיין צו א שול מיט מנין הערן די קריאה, עס איז א מצות עשה, און עס איז כדאי צו ברענגען די קינדער אפילו מען דארף גיין א ווייטע וועג.


איך וויל דיר בעטן, היות די בחורים אין ישיבה העלפן מיר זייער, זיי גייען פורים צאמנעמען געלט פון די וואס האבן א געפיל צו די ישיבה; אויב דו ווייסט פון חברים, משפחה און באקאנטע וואס נעמען אויף געלט גייערס און האבן א געפיל - זאלסטו זיך פארבינדן מיט שמעון פיש נרו יאיר, וועסטו מיר זייער העלפן.


עס קומט יעצט פסח מיר דארפן באצאלן די איינגעשטעלטע אויך דארף איך באצאלן חובות וואס איך האב געבארגט פאר די מוסד. בעט איך דיר, אויב דו קענסט העלפן מיט ברענגען אדרעסן - איז דאס זייער חשוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#151 - א באזוך אין שטעטל
מוסדות, שטעטל, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תרומה, ג' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מיר מוחל אז איך האב דיר נישט געשריבן ביז יעצט, איך בין זייער פארנומען, מיט די ישיבה און מיט די מוסדות.


נעכטן בין איך געווען אין שטעטל. איך בין שוין ארויסגעפארן מיטוואך נאכט, איך בין געווען מנחם אבל זיין אונזער חבר יואל נרו יאיר, וואס איז געזיצן שבעה נאך זיין טאטע. איך קום אים אסאך הכרת הטוב, ער האט מיר געהאלפן ביי די פרשה וואס איז געווען פאר צוויי יאר צוריק וכו'.


אינדערפרי ביים דאווענען איז געווען א קריאת השם ביים מלמד האברך בערל נרו יאיר, ויקרא שמה בישראל פיגא, נאכן רבינ'ס מאמע. נאכדעם איז געווען א ברית ביי הרב יחזקאל שליט"א פון די כולל אינגעלייט, אן אייניקל פון הרב רבי יצחק שליט"א, זיין טאטע הרב אלימלך שליט"א איז געקומען צו פארן פון יבנאל, דער זיידע הרב רבי דניאל שליט"א איז געווען סנדק. מיר האט ער געבעטן צו זאגן די ברכות און דעם נאמען, ויקרא שמו בישראל משה נאך זיין זיידע. איך האב אים זייער גוט געקענט, ער איז געווען א טייערער איד, איך האב אים געזען ווי ער פלעגט זיך מתבודד זיין מיט אזא פשטות און תמימות.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן ווי מען גיסט נאך א מקוה אין שטעטל אין די נייע געגנט ירושלים. שבתי נרו יאיר האט מנדב געווען די מקוה לזכר נשמת זיין שוועסטער עליה השלום וואס איז יעצט ממש נפטר געווארן, עס אז נאך אין די שלושים, און ער האט געגאסן א שיינע גרויסע מקוה, נישט מיט א צמצום ווי די ערשטע. דער דיין שליט"א מיט די חברים פון כולל וואס האבן גוט דורכגעלערנט הלכות מקוואות זענען געקומען געבן די הכשר פאר די מקוה.


עס קומט א גרויסן יישר כח פאר שבתי פארן זיך אזוי אוועקגעבן פאר אונזער שטעטל, דו האסט נישט קיין איינונג וואס ער טוט פאר מיר און פאר אונז אלע; פון אינדרויסן זעט אויס ווי עס קומט אים אן גרינג, דו ווייסט נישט וואס ער טוט אלץ פאר אונז. נאכדעם בין איך געגאנגען צו א מיטינג פאר פרישע הייזער, מיר גרייטן שוין אן שטחים פאר די קומענדיגע דור, פאר אונזערע קינדער.


פון דארט בין איך געגאנגען צום מצה בעקעריי. איך האב אזוי הנאה אז מיר האבן אונזערע מצות; עס איז גאר אנדערש א מצה וואס א ברסלב'ער חסיד מאכט. דער קנעטער, דער וואסער גיסער, זייערע ליפן שעפשען תפילות. די ווייבלעך מיט די גרעסטע מאס צניעות וועלגערן מיט שמחה, מיט אמונה, מיט תפילה והתבודדות. דער רעדלער, דער שיבער און דער פאקער; אלע תלמידי ותלמידות היכל הקודש. די הכשר געבט דער דיין שליט"א. איך האב אראפגענומען חלה און געדאווענט מנחה מיט די אינגעלייט.


איך וויל בעטן, אויב דו ווייסט ווער עס וויל קומען ארבעטן ביי די מצות, אפשר דיין ווייב ווייסט איינער ווער עס וויל קומען ארבעטן; איך דארף נאך וועלגערערס.


פון דארט בין איך געפארן צום חדר און צו בית פיגא, דארט איז ממש א טעם גן עדן; ווען איך גיי אהין פארגעס איך פון אלע מיינע שווערע ארבעט. די קינדער מיט אזא תמימות, מיט אזא שמחה; סיי אין חדר און סיי אין בית פיגא, אלע מיט אזא דרך ארץ. די מלמדים – איז נישטא דאס ווארט וואס צו זאגן, געטריי איז נישט דאס ווארט; זיי ארבעטן מיט די קינדער מיט זייער גאנצער מח, מיט יעדע טראפ בלוט. אזוי אויך אין סקול, די מנהלת מיט די לערערינס זענען אזוי איבערגעגעבן; ווער עס איז נישט דארט צווישן די פיר ווענט פון חדר און בית פיגא - האט נישט קיין השגה וואס פאר א ארבעט מען לייגט אריין אין די קינדער, מיט סבלנות, מיט אזויפיל חכמה.


איך האב געוואלט גיין אין כולל און אויך צום הדפסה, אבער עס איז געווארן שפעט, איך האב געדארפט אהיימגיין העלפן מיין ווייב מיט די קינדער און גיין צום שיעור.


ביים שיעור האבן מיר בעיקר גערעדט פון זיך האלטן ביים רבי'ן. אזוי ווי דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיין תלמיד דער צדיק רבי נחמן הורודענקער זכותו יגן עלינו, וואס האט געוואלט פארן קיין ארץ ישראל. ער איז געגאנגען זיך טובל'ן, שפעטער האט אים דער בעל שם טוב געפרעגט: "וואס האסטו געזען ביים זיך טובל'ן?" ער האט געזען ארץ ישראל, ירושלים, דעם הר הבית, ביזן קודש הקדשים, אבער דער ארון האט ער נישט געזען, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט: "דער ארון איז אין מעזיבוזש"; האט ער פארשטאנען נישט צו פארן קיין ארץ ישראל, נאר בלייבן נעבן זיין רבי.


די וואך האבן מיר אין די פרשה, דער אייבערשטער זאגט אונז (שמות כה, ח): "וְעָשׂוּ לִי מִקְדָּשׁ וְשָׁכַנְתִּי בְּתוֹכָם", מאכט מיר א פלאץ וואו צו וואוינען; יעדער איד דארף דאס טון, מאכן א פלאץ פאר השראת השכינה, און אז מען האט א צדיק, מען האט דעם רבי'ן - האט מען דעם ארון.


איך בין אביסל אפגעמאטערט, איך דארף מקצר זיין. איך וויל דיר איינליידענען, מוצאי שבת וועט זיין א מסיבה אין ישיבה, א מסיבה פון הכרת הטוב. די גבאים שבתי און אשר בער זיי העלפן מיר א גאנץ יאר מיט די רענט, ווילן מיר אפגעבן אן הכרת הטוב פאר אלע וואס העלפן דורכאויס דעם יאר מיטן רענט קאמפיין.


זאלסט האבן א פרייליכן שבת.

#150 - אז ער דארף גארנישט, קענסטו אים גארנישט צונעמען
אמונה, חסידות ברסלב, מוסר, סיפורי צדיקים, פירושים, נ נח

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת תרומה, ג' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך נאך ענק, איך טראכט פון ענק און איך בין מיט ענק. איך וויל אייך שרייבן שיינע זאכן וואס מיר זעען אין די פרשה, לויט די הקדמות וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש, תמצית דברי רבינו.


שטייט די וואך אין די פרשה (שמות כו, כח): "וְהַבְּרִיחַ הַתִּיכֹן בְּתוֹךְ הַקְּרָשִׁים מַבְרִחַ מִן הַקָּצֶה אֶל הַקָּצֶה". חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת צח:) אז דאס איז געווען בדרך נס, ווייל א האלץ איז נישט ווייך, עס איז הארט, און א הארטע זאך קען זיך נישט בייגן, דאך איז דאס געגאנגען פון איין זייט - פון צפון - צו מעריב, און צוריק צו דרום; דארפן מיר פארשטיין וואס וויל אונז די תורה ווייזן מיט די נס? וואס האט אויסגעפעלט די זאך? דער אייבערשטער מאכט דאך נישט קיין ניסים פאר אומזיסט, עס וואלט געקענט זיין באזונדערע שטאנגען פאר צפון, מעריב און דרום!


נאר דער הייליגער רבי האט דערציילט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסב) עס איז געווען אין די צייטן פונעם גרויסן מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו - א רייכער מענטש, א יחסן, ער האט געשטאמט פון א חשוב'ער משפחה, ער איז געווען א מתנגד אויפ'ן הייליגן מגיד, און דער מגיד האט זייער געבעטן זיינע מענטשן זיי זאלן מקרב זיין דעם איד צו אים. ווען דער איד איז מקורב געווארן איז ער געווארן אן ארעמאן, האט דער מגיד געזאגט: "שֶׁאֵלּוּ שְׁנֵיהֶם אִי אֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ בְּמָקוֹם אֶחָד", תּוֹרָה וּגְדֻלָּה גייט נישט אינאיינעם, "הָרוֹצֶה לְהַחְכִּים יַדְרִים, לְהַעֲשִׁיר יַצְפִּין", ווייל ווער עס וויל ווערן קלוג - זאל זיך ציען קיין דרום, און ווער עס וויל זיין רייך זאל גיין קיין צפון - מען קען נישט זיין אויף איינמאל אין איין פלאץ, פירט דער רבי אויס, דאס איז ווען דער מענטש וויל עפעס, ווען דער מענטש איז עפעס, ער איז א מציאות; אזא איינער קען נאר זיין אדער דא אדער דארט, אבער ווען מען איז זיך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן, מען וויל גארנישט, מען איז גארנישט - דעמאלט קען מען יא האבן ביידע זאכן, סיי חכמה און סיי עשירות, אזוי ווי מיר זעען ביי די גרויסע צדיקים, משה רבינו און רבינו הקדוש - זיי האבן געהאט די גרעסטע מאס חכמה און די גרעסטע עשירות.


דאס קומט אונז די תורה ווייזן מיט דעם נס, אז צפון און דרום זענען טאקע צוויי זייטן, אבער אויב מען איז אין בית המקדש, אין משכן, מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען וויל גארנישט - קען אפילו א הארטע האלץ זיך דרייען פון רעכטס צו לינקס און פון לינקס צו רעכטס, עס איז איין זאך, מען קען זיין ביי צפון און ביי דרום אין איין צייט, מען קען האבן סיי דעם שלחן וואס ליגט אויף צפון זייט וואס איז מרמז אויף עשירות, און סיי די מנורה, חכמת התורה - וואס ליגט אויף דרום.


מוהרא"ש האט אונז געזאגט ביי די שיעורים שטענדיג, ווען א מענטש האט עפעס, ער שפירט ווי ער איז עפעס, ער דארף זאכן - דעמאלט קענסטו אים צונעמען, קענסט אים טשעפען, קענסט אים צעברעכן, אבער ווען א מענטש איז ביי זיך בטל צום אייבערשטן; ער איז גארנישט, ער וויל גארנישט, ער דארף גארנישט און האט גארנישט - נעם אים עפעס צו... קענסט אים גארנישט צונעמען, קענסט אים נישט מבטל זיין.


דאס האט מען זוכה געווען צו שפירן אין משכן און אין בית המקדש, מען האט געשפירט אזא ליכטיגקייט, אזא גילוי אלקות; מען האט שוין גארנישט געדארפט.


דאס איז חיזוק פאר שלום בית. מען קען לעבן מיט די ווייב נאר אז מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען וויל גארנישט, נאר אזוי קען מען זיך בייגן און נישט פארנעמען א פלאץ. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא צט.): "מָקוֹם אָרוֹן אֵינוֹ מִן הַמִּדָּה", עס האט נישט געשטימט; שכל'דיג האט עס נישט קיין פשט, ווי אזוי מען קען זיך אויסקומען; "בְּנֵס הָיוּ עוֹמְדִין".


איך וויל בעטן אלע תלמידי היכל הקודש, אז דו גייסט אין א געשעפט און דו זעסט אז ער פארקויפט די קאפל וואס מאכט חוזק פון הייליגן רבי'ן, עס האט די אותיות פון הייליגן רבינ'ס נאמען - זאלסטו אים שיינערהייט זאגן אז דאס איז א געשפעט פון א צדיק. זאג אים אז דאס פארשעמט דעם צדיק און דאס פארשעמט אונז ברסלב'ער חסידים, מיר ליידן זייער פון דעם. אז ער וועט נישט פארשטיין וואס דו רעדסט - זאלסטו אים שיינערהייט פרעגן: "ווי אזוי וואלט זיך עס געשפירט ווען דו זעסט אין די געשעפטן א קאפל מיט דיין רבי'ס נאמען אין א חוזק וועג, אויסגעלייגט די אותיות?" בעט אים שיינערהייט ער זאל דאס נישט פארקויפן.


די גאנצע זאך פון "נ נח" - איז אויסגעזויגן פון די פינגער, מוהרא"ש האט שוין אזויפיל געשריבן און גערעדט פון די צרה. עס איז געווען א איד אין טברי' רבי ישראל בער אודעסער זכרונו לברכה, א ברסלב'ער חסיד, מען האט אים דארט זייער געפייניגט און גע'רודפ'ט. ווען מען ליינט וואס ער איז אריבער - כאפט א פחד; מען האט פארגאסן זיין בלוט, ביז ער איז ממש אריינגעפאלן אין אן עצבות ומרה שחורה. דארט אין טברי' האט געוואוינט א איד רבי יואל אשכנזי זכרונו לברכה, א פרייליכער איד, ער האט נישט געקענט צוזען ווי מען רודפ'ט דעם רבי ישראל בער; 'ווייל ער איז א ברסלב'ער דארף מען אים רודפ'ן? ווייל ער האלט אנדערש פון דיין חסידות - קומט אים דאס?!' האט ער געמאכט א שפיצל אים פרייליך צו מאכן, ער האט אריינגעלייגט אין זיין לקוטי מוהר"ן א צעטל אויפגעשריבן דערויף: 'פתקא מן השמים' מיט די ווערטער 'נ נח', און פון דעם איז געווארן די גאנצע משוגעת, ער האט אים געוואלט פרייליך מאכן, ער זאל מיינען אז ער האט באקומען א צעטל פון רבי'ן וכו' און נעבעך דער רבי ישראל בער האט געמיינט אז דער רבי האט אים אריינגעלייגט א צעטל וכו', און פון דעם ליידן מיר עד היום הזה.


וויי און ביטער איז אז מען איז מבזה א צדיק, די אלע זענען מרחק מענטשן פון ברסלב, זיי זענען גורם די אלע מחלוקות אויף ברסלב, (פארשטייט זיך דאס זאלט איר טון שיינערהייט, נישט מאכן קיין מחלוקות; בעטן שיינערהייט, נאר אזוי פועל'ט מען).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן שבת.