בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#191 - נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן וועגן אפאר קעסטלעך ציינער
תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד אז דו מאכסט נישט ווייטער וועכנטליך די עצתו אמונה פאר קינדער, אז מען לייגט אריין אין די קינדער אמונה מיט יראת שמים וועט זיי דאס העלפן זייער גאנצע לעבן; לייג די עצתו אמונה פאר קינדער פאר דיין ערשטע זאך, דאס איז וויכטיגער ווי עצתו אמונה פאר עלטערע; לאז נישט אויס קיין איין וואך עצתו אמונה פאר קינדער.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה.


דער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה א זון פון רבי נחמן זכרונו לברכה פון שטאט טולטשין פלעגט שטענדיג רעדן צום אייבערשטן, זיינע ליפן פלעגן שעפשען א גאנצן צייט תפילות און בקשות.


האט אמאל פאסירט אז דער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה אין געגאנגען אין גארטן מיט איינע פון זיינע תלמידים, און ווי זיין שטייגער איז, וואו ער גייט און וואו ער שטייט רעדט ער צום אייבערשטן. רבי אברהם זעצט זיך אוועק, ער פארמאכט זיינע אויגן און הויבט אן זאגן: "הייליגער באשעפער איך וויל נאר טראכטן פון דיר, איך וויל נאר רעדן צו דיר, איך וויל נאר זען דיך שטענדיג פאר מיר"; רבי אברהם פארגעסט וואו ער געפינט זיך, ער הויבט אויף זיינע הענט צום הימל מיט אזא בענקעניש, דער תלמיד זעט ווי זיין רבי איז זיך מתבודד, גייט ער אין די זייט און ער איז זיך אויך מתבודד.


דארט אין גארטן שפאצירן אויך גוים, ווען זיי זעען דעם צדיק רבי אברהם ווי ער שמועסט מיטן אייבערשטן מיינען זיי אז דער מענטש איז א משוגע'נער וואס רעדט צו זיך אליין, זיי ווייסן נישט פון די זאך פון רעדן צום אייבערשטן. זיי שטעלן זיך אוועק, זיי לאכן, זיי שפעטן פון צדיק, "האא, האא, האא, אזוי אינטערעסאנט, קוק ווי ער רעדט צו זיך אליינס..."


דער תלמיד זעט ווי מענטשן לאכן און שפעטן פון זיין רבי, ער גייט צו צום צדיק און זאגט: "אוי וויי, מען לאכט פון רבי'ן"; דער צדיק עפנט די אויגן און זעט ווי אלע לאכן, און זאגט: "איך וועל נישט אוועקגעבן מיין עולם הבא פאר א קעסטל ציינער"; ער געבט צו פארשטיין פאר זיין תלמיד: "וואס פאסירט ווען מענטשן לאכן און שפעטן? גארנישט, איין זאך פאסירט, זיי ווייזן מיר זייערע ציינער, וועל איך נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן וועגן אפאר קעסטלעך ציינער"; דער צדיק פארמאכט זיינע אויגן און רעדט ווייטער צום אייבערשטן.


טייערע קינדער, ווען מען הויבט אן זיך פירן ערליך זענען דא אנדערע וואס לאכן און שפעטן, דארף מען געדענקען פון דעם צדיק רבי אברהם, נישט קוקן אויף די וואס לאכן און שפעטן, נישט אוועק גיין פון אייבערשטן וועגן א קעסטל ציינער.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א איד זיצט אין א גארטן מיט די הענט צום הימל און עס שטייען אין די זייט גויים וואס לאכן פון אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#190 - נאכ'ן אלעס פארלירן, זאל מען בלייבן פרייליך און זיך שטארקן מיט אמונה
שמחה, אמונה, התחזקות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מאנסי


העיקר מה שקורין "זיך דערהאלטן"; דאס איז די שיינקייט און גרויסקייט פונעם איד, ווען ער דערהאלט זיך און גייט נישט אוועק פון די אמונה.


מוהרא"ש דערציילט פונעם חסיד רבי מענדל פוטערפאס זכרונו לברכה מחסידי חב"ד, ער איז געווען אין סיביר. עס איז געקומען די הייליגע טעג, ער האט גארנישט געהאט, נישט קיין שופר, נישט קיין ד' מינים, האט ער געטראכט 'א סוכה קען איך מאכן', ער האט שווער געארבעט צוזאמצונעמען צווייגן און שטילערהייט געבויט א קליינע סוכה'לע. סוכות ביינאכט, קיינער זעט נישט, גייט ער שטילערהייט צום סוכה מיט א שטיקל ברויט, מקיים זיין די מצוה פון (ויקרא כג, מב): "בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים, כָּל הָאֶזְרָח בְּיִשְׂרָאֵל יֵשְׁבוּ בַּסֻּכֹּת", און ער זעט נישט קיין שום שפיר פון א סוכה... זעט אויס א ווינט האט דאס צעווארפן, עס איז גארנישט געבליבן... האט רבי מענדל זכרונו לברכה געטראכט: 'א שופר האב איך נישט געהאט, אויך נישט קיין אתרוג, לולב וכו', אויך נישט א סוכה, נאך איין זאך האב איך, איך קען זיין פרייליך, מקיים זיין די מצוה פון שמחה, זאל איך יעצט דאס אויך נישט טון?' האט ער אנגעפאנגען טאנצן.


דאס איז א טיפער לימוד פאר אונז, אז מיר זעען זיך מיר האבן גארנישט, מיר האבן אלעס פארלוירן – זאל מען בלייבן פרייליך און זיך שטארקן מיט אמונה.





 


 





 

#189 - לערנען ספר ליקוטי מוהר"ן איידער מען לייגט זיך שלאפן
מקוה, סגולות, משניות, סיפורי צדיקים, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זאג יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און אז דו קענסט גיין אין מקוה - דאס איז די גרעסטע תיקון צו פאררעכטן מקרה לילה; אז מען גייט אין מקוה און מען זאגט די צען קאפיטלעך תהילים - דארף מען שוין גארנישט זארגן.


אויסער דעם איז דא א גוטע סגולה אויף להבא, נישט צוקומען צו מקרה לילה - צו לערנען איידער מען לייגט זיך שלאפן ספר ליקוטי מוהר"ן. א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו און זיך באקלאגט אז ער ווערט נכשל יעדע נאכט בעוון קרי רחמנא לצלן, ער האט געוויינט אז דער הייליגער מגיד זאל אים געבן א עצה, האט אים דער מגיד געגעבן א עצה, למעשה איז ער צוריק געקומען נאך א טאג אז די עצה העלפט נישט, האט ער אים געגעבן אן אנדערע עצה, און ער איז צוריק געקומען זאגן אז די עצה העלפט אויך נישט, און ער זעט יעדע נאכט קרי רחמנא לצלן. האט אים דער הייליגער מגיד זכותו יגן עלינו געזאגט: "יעצט וועל איך דיר געבן א סגולה וואס דו וועסט שוין נישט צוריק קומען צו מיר, ווייל די סגולה וועט דיר זיכער העלפן", ער האט אים ארויסגעברענגט דעם ספר 'ליקוטי מוהר"ן' און אים געזאגט: "לערן יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן אביסל פון דעם ספר, וועסטו זיכער ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס און פון מקרה לילה". דער הייליגער טשערנאבלער מגיד איז געווען זייער נאנט מיטן רבי'ן, זיינע קינדער זענען אבער שוין געווארן מתנגדים.


זיי נישט מוותר אויף לכל הפחות איין פרק משניות און איין בלאט גמרא בכל יום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#188 - צעשטעכן דעם יצר הרע מיט אונזערע מצוות
הפצה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, סוכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט זוכה צו פארשפרייטן די הייליגע בריוו, די הייליגע ספרים - פאר די וועלט; אזויפיל מענטשן שרייבן מיר אז זייער גאנצע עונג שבת איז די בריוו, א וואך וואס פעלט זיי די בריוו פון עצתו אמונה - פעלט זיי ממש א חלק פונעם שבת, ווייל די בריוו איז זייער יראת שמים, זייער וועג ווייזער, זייער התחזקות, די בריוו האלט זיי ביים לעבן.


בעט דעם מעלער זאל מאכן א בילד פון א מאנסטער (יצר הרע) און ווי ארום אים זענען דא אינגלעך מיט געקרייזלטע פיאות, מיט ד' מינים, און שטעכן אים מיטן שפיץ פון לולב, און דער מאנסטער שרייט ווי עס טוט אים וויי.


שלמה המלך גייט אין גאס און זעט ווי דער יצר הרע קומט אים אנטקעגן און וויינט זייער: "איך ווייס נישט וואס וועט דא זיין, עס קומט יעצט יום טוב סוכות און אלע גייען שאקלן די ד' מינים און מען גייט מיך צעשטעכן..." אזוי זאגט דער יצר הרע פאר שלמה המלך.


קומענדיגע טאג זעט שלמה המלך ווי דער יצר הרע קומט אים אנטקעגן, ער טאנצט און לאכט: "הָא הָא, איך האב געטראפן אן עצה, איך האב געמאכט א לאך אינעם שיף וואס ברענגט די אתרוגים מיט לולבים, און די שיף האט איינגעזינקען, ההההההאא האאאאאא, עס וועט נישט זיין קיין ד' מינים, האא הההא איך האב נישט מורא מער פון די אידן".


נאך סוכות טרעפט שלמה המלך נאכאמאל דעם יצר הרע זייער טרויעריג, זייער צובלוטיגט, ער זאגט: "איך האב געמיינט איך וועל דערטרענקען די שיף מיט די ד' מינים, אבער די אידן האבן געטראפן א פאר סעטס ד' מינים און זיי זענען געשטאנען א גאנץ סוכות מיט אזא שמחה, אלע אידן זענען געשטאנען לאנגע שעות און געווארט צו קענען געבן איין שאקל מיט די ד' מינים, דאס האט מיך אזוי צעשטאכן, דאס האט מיך אזוי צובלוטיגט..."


טייערע קינדער, לאמיר גוט צעשטעכן דעם יצר הרע מיט אונזערע מצוות, לאמיר אים צובליטיגן דורך דעם וואס מיר וועלן שאקלען דעם לולב מיט שמחה, לאמיר טאנצן און זינגען: "אוי ווי גוט צו זיין א איד, אוי ווי גוט צו זיין א איד!"


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענט

#187 - א טעם גן עדן אין די זופ
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, תמימות, תפילה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך בעט דיר מיין ליבער טייערער ברודער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, טראכט נישט קיין איין רגע פון אפלאזן די הייליגע ארבעט פון מחי' זיין אידישע קינדער; וואלסטו געוואוסט וויפיל ווארטן אויף די בריוו, גאנצע משפחות ווארטן ווען עס קומט שוין ארויס נאך א קונטרס עצתו אמונה, נאך א ספר עצתו אמונה, זייער גאנצע שבת איז אנגעהאנגען אין דעם - וואלסטו געטאנצט פאר שמחה פאר די גרויסע זכות וואס דו האסט.


עס גייט אריבער אויף יעדן איינעם וואס גייט אריבער, און נאר די בריוו איז זיי מחזק.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה.


דער הייליגער צדיק רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו ווען ער איז געווען אויף דער עלטער איז אים שווער געוען צו עסן, מען האט אים געדארפט זייער שטארק בעטן ער זאל עפעס טועם זיין צו האבן כח ווייטער צו לעבן.


אמאל האט דער הייליגער צדיק געזאגט פאר זיין זון: "עס איז דא א זופ וואס איך האב יארן צוריק געגעסן, א גוטע זופ, א געשמאקע זופ; גיי צו דעם דארף, צו דעם קרעטשמע און בעט פון די פרוי זאל דיר געבן פון די גוטע זופ, 'טייגל יוהך זופ', ווייל נאר די איין זופ קען איך פארנעמען".


דער זון האט זיך זייער געוואונדערט, 'וואו קען זיין דער צדיק זאל געדענקען א זופ וואס ער האט געגעסן שוין לאנג צוריק אין א קרעטשמע, דער צדיק איז העכער פון געדענקען א טעם פון א זופ...' אבער אז דער צדיק זאגט - פאלגט מען; אזוי האט ער געטון, ער איז געגאנגען צו יענעם דארף, מען האט געבעטן די פרוי פון די קרעטשמע אויב זי קען צושטעלן א טייגל יוהך זופ.


נאכן קאכן די זופ האט מען איר געבעטן זי זאל אויסזאגן דער סוד ווי אזוי מען מאכט אזא גוטע זופ, האט די פרוי געזאגט: "איך בין ארעם, איך האב נישט וואס אריינצולייגן אין די זופ, איך שטעל א טאפ, איך לייג אריין וואסער און אביסל שאלאכץ פון מייערן, און איך זאג צום אייבערשטן 'גרויסער גאט, דו האסט אזוי סאך גן עדן אויבן אין הימל, איך בעט דיר, לייג אריין אין די טאפ אביסל טעם גן עדן', דאס איז דער סוד פון די גשמאקע זופ".


דעמאלט האט מען פארשטאנען וואס דער הייליגער צדיק האט געזאגט, אז ער דארף פון יענעם זופ, ער האט געוואלט לערנען זיינע קינדער זיי זאלן זען וואס פאסירט ווען מען רעדט צום אייבערשטן מיט תמימות; אפילו א פשוט'ע פרוי, אז זי בעט דעם אייבערשטן יעדע זאך - קען זי זוכה זיין צו שפירן א גן עדן לעבן.


טייערע קינדער, מיר גייען שוין פון היינט אן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א פרוי שטייט אין א קאך ביים טאפ, אינעם טאפ איז דא וואסער, נעבן טאפ איז דא א זעקל מעל און די פרוי קוקט ארויף און בעט א תפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#186 - מסיים זיין גאנץ תלמוד בבלי צו די ערשטע יארצייט פון דיין מאמע
סיפורי צדיקים, גמרא, סיום הש"ס, נשמה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט די פרייליכע נייעס אז דו האסט זוכה געווען אין די יאר צו לערנען גאנץ ש"ס; האסט אנגעהויבן פאראיאר ביי די פטירה פון דיין מאמע עליה השלום און דו גייסט מסיים זיין גאנץ תלמוד בבלי כ"ב לחודש אב, לכבוד די ערשטע יארצייט פון דיין מאמע.


וואס זאל איך דיר זאגן, די שענסטע זאך וואס א קינד קען טון פאר זיין אייגענע נשמה און פאר די נשמה פון די עלטערן - איז לערנען תורה; עס ווערט א שמחה אין אלע עולמות, די נשמה גייט ארויף אין גן עדן העכער און העכער, די נשמה קומט צו איר אייביגע רי.


לערנען גמרא איז אזוי הייליג און אזוי הויך. הער א מעשה וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דערציילט, דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט באשטימט אז זיין תלמיד דער הייליגער רבי מענדעלע מרימנוב זכותות יגן עלינו זאל זיין בעל תפילה ראש השנה ביי אים אין שול.


איין יאר האט דער צדיק רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו זיך באהאלטן, ער האט נישט געוואלט זיין דער בעל תפילה, און דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק האט נישט געוואלט מען זאל צושיקן א צווייטן, ער האט געזאגט מען וועט נישט דאווענען ביז מען וועט אויפזוכן דעם רבי מענדעלע. אלע תלמידים האבן זיך ארויסגעלאזט זוכן דעם רבי מענדעלע, ביז מען האט אים געטראפן. מען האט אים געזאגט: "דער רבי לאזט נישט קיינעם צוגיין צום עמוד, דער רבי זאגט ער ווארט אויף דיר"; דער רבי ר' מענדעלע האט נישט געהאט קיין ברירה, ער איז צוגעגאנגען צום עמוד.


נאכן דאווענען האבן אלע זייער געמוטשעט דעם רבי מענדעלע ער זאל זאגן פארוואס ער האט נישט געוואלט צוגיין צום עמוד. האט ער געזאגט, ער האט מקובל, ווער עס ווערט אויסדערוועלט צו זיין בעל תפילה אין די ימים נוראים מוז לערנען גמרא יעדן טאג פון ט"ו אב, און היות די יאר איז אים געווען זייער שווער די נסיעה פון פריסטיק קיין ליזענסק, און ער האט נישט געלערנט יעדן טאג גמרא, האט ער נישט געוואלט צוגיין צום עמוד, ביז דער רבי אלימלך האט אים געהייסן האט ער געדארפט פאלגן; זעט מען ווי גרויס און הייליג איז לערנען גמרא.


הויב אן נאכאמאל ש"ס לעלוי נשמת דיין מאמע, לערן יעדן טאג זיבן בלעטער; דאס וועט דיך מטהר זיין און מזכך זיין, און אויך וועט דאס זיין א טובה פאר דיין מאמע'ס נשמה.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט דיין עבודות הקודש.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#185 - די גרויסקייט פון העלפן די טייערע אינגעלייט זאלן קענען זיצן און לערנען
כולל, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הער א מעשה וואס מוהרא"ש דערציילט.


עס איז געווען אין די צייטן פון הייליגן מהרש"א, עס האט פאסירט א שרעקליכע מעשה; א בחור, א לץ - וואס האט פון יעדן איינעם חוזק געמאכט, איז אמאל ביי א לויה צוגעגאנגען צום מיטה וואו דער נפטר איז געליגן, ער האט אויפגעדעקט די תכריכים און געגעבן א פאטש פארן נפטר, און אלע האבן געלאכט פון זיין וויץ, פון דאס געוואגטקייט פון דעם לץ.


יענע נאכט פאסירט עפעס שרעקליך, דער בחור הויבט אן שרייען קולי קולות. זיין טאטע וועקט זיך אויף, ער קומט צו לויפן, ער פרעגט זיין זון: "וואס גייט פאר?" דער זון שרייט: "ראטעוועט, א נשמה פון יענע וועלט איז געקומען צו מיר, ער וויל מיך דערווערגן", דער טאטע טראכט: 'מיין זון חלומ'ט א חלום', ער זאגט דעם זון: "גיי צוריק שלאפן".


עס גייט נישט אריבער אפאר מינוט און דער זון שרייט ווייטער: "ראטעוועט, ער הרג'עט מיך!" דער טאטע זעט אז עפעס גייט פאר, ער לויפט אריבער צום הייליגן מהרש"א. דער צדיק איז אויף, ער זיצט און לערנט די הייליגע תורה. דער הייליגער מהרש"א פרעגט: "וואס קען איך ענק העלפן?" דער איד וויינט: "עפעס מאדנע האט פאסירט, וואס טו איך דא? מיין זון זאגט ער קען נישט שלאפן, עפעס א נשמה וויל אים הרג'ענען".


דער הייליגער מהרש"א זאגט פארן טאטן: "דיין זון זאל זיך אראפלייגן דא ביי מיר אין צימער און איך וועל אכטונג געבן אויף אים". דער מהרש"א לייגט דעם בחור שלאפן, און עס גייט נישט אריבער אפאר מינוט און דער בחור הויבט אן שרייען קולי קולות: "ראטעוועט, ער דערווערגט מיך, איך קען נישט אטעמען", דער מהרש"א הויבט אן רעדן צו די נשמה: "ווער ביסטו? און וואס ווילסטו פונעם בחור?" דער נפטר זאגט: "איך בין דער איד וואס איז היינט געשטארבן און דער בחור איז צו מיר צוגעקומען און מיר געגעבן א פאטש, ער האט מיך פארשעמט, איך וויל אים רופן צום בית דין של מעלה, איך וויל אים רופן צו דין תורה פארן מיך פארשעמען". דער הייליגער מהרש"א זאגט: "בשום אין אופן, דו נעמסט נישט אוועק דעם בחור, ער איז נאך יונג און ער דארף נאך לעבן, אויב דו ווילסט א דין תורה, קענסטו מאכן די דין תורה ביי מיר". זאגט דער נפטר: "פיין, אויב אזוי זאל דער רב מיך אויסהערן; דער בחור איז א לץ, ער האט מיר געגעבן א פאטש ביי מיין לויה, איך בין אים נישט מוחל", זאגט דער הייליגער מהרש"א דעם בחור: "דו שעמסט זיך נישט, אזוינס צו טון, געבן א פאטש פאר א נפטר?!" דער בחור הייבט אן וויינען: "איך וויל תשובה טון, איך זאג צו איך גיי מער נישט חוזק מאכן פון מענטשן", דער הייליגער מהרש"א פרעגט דעם נפטר: "אויב דער בחור וועט זיך פארנעמען צו זאגן יעדן טאג א פרק משניות פאר דיין נשמה ביסטו אים מוחל און דו לאזט אים צורו?" זאגט דער נפטר: "יא, אויב ער וועט לערנען פאר מיין נשמה - בין איך אים מוחל".


זאגט דער הייליגער מהרש"א פארן נפטר: "איך וויל דיך פרעגן, ווי קען זיין אז קוים אפאר שעה צוריק ביסטו הערשט אוועק פון די וועלט און דו ביסט שוין געקומען צו דיין רו, דו קענסט שוין קומען פון עולם האמת אין חלום - פארלאנגען א דין תורה? איך קען דיך, דו ביסט נישט דער גרויסער צדיק, דו ביסט א פשוט'ער מענטש, ווי קומט דאס צו דיר אזא שנעלע רו? עס נעמט דאך לאנגע יארן ביז א נשמה קומט אן צו איר רו", זאגט דער נפטר: "איך בין טאקע נישט דער גרויסער צדיק אבער איין זאך האב איך געטון, איך האב אויסגעהאלטן תלמידי חכמים זיי זאלן קענען לערנען, איך האב זיי געגעבן געלט זיי זאלן קענען לערנען".


די מעשה האב איך געהערט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, און איך שרייב דיר דאס ווייל דו העלפסט מיר מיט די כולל, איך וויל דיר געבן חיזוק זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיר העלפן מיט די כולל, מיר העלפן דעקן חודש'ליך צאלן די טייערע אינגעלייט, און דערצייל די מעשה פאר אלע וואס העלפן דיר, און ווייז די מעשה פאר ... נרו יאיר וואס האט יעצט געגעבן צען טויזנט דאלער פאר די כולל, אז די טייערע אינגעלייט זאלן קענען לערנען.


ווייז דעם בריוו פאר אלע תומכי הכולל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#184 - אפילו מעשיות פון צאינה וראינה איז זייער חשוב אין הימל
תפילה והתבודדות, חסד, סיפורי צדיקים, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדע גוטע זאך וואס מען טוט - איז אין הימל זייער חשוב, אפגערעדט לערנען און דאווענען און טון חסד מיט אנדערע, דאס איז דאך דער עיקר אויף וואס מען באקומט שכר אין הימל.


הער א מעשה, דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט אמאל עוסק געווען אין שאפן געלט פאר א וויכטיגע צוועק. ער איז געגאנגען נאך געלט און ער איז אריין אין א קרעטשמע, ער האט געקלאפט אויפן טיש און געזאגט: "רבותי, איך בין עוסק אין א גרויסע מצוה, איך בעט אייך איר זאלט זיך משתתף זיין"; רופט זיך אן א פשוט'ער איד צום הייליגן צדיק: "וויפיל געלט דארף דער רב?" און דער איד האט געגעבן די גאנצע סכום וואס דער צדיק האט אים געבעטן.


דער הייליגער ישמח משה איז געווארן זייער איבערגענומען, ער זאגט דעם איד: "בזכות די מצוה קענסטו בעטן וואס דו ווילסט, קענסט בעטן עשירות, אריכות ימים, וכדומה"; זאגט דער איד: "איך וויל דער רב זאל מיר צוזאגן עולם הבא", און דער ישמח משה האט אים דאס צוגעזאגט. אים איז דאס נישט געווען גענוג, ער האט געבעטן ער וויל די הבטחה בכתב און אזוי האט דער ישמח משה געטון, ער האט אים געשריבן בכתב אז ער וועט זוכה זיין צו עולם הבא.


דער איד איז נפטר געווארן און ער איז געקומען אין חלום צום הייליגן ישמח משה, ער זאגט: "עס איז מיר זייער ביטער; איך זיץ אין גן עדן, איך ווייס גארנישט, איך פארשטיי נישט קיין לערנען, עס איז מיר נישט גוט אין גן עדן", זאגט אים דער הייליגער ישמח משה: "לערן משניות", זאגט דער איד: "איך האב קיינמאל קיין משניות נישט געלערנט", אין גן עדן קען מען נאר לערנען אויב מען האט פארדעם געלערנט. זאגט דער ישמח משה דעם איד: "דעמאלט לערן חומש", זאגט ער: "איך האב נישט געלערנט אין לעבן, נישט קיין פסוק חומש און נישט קיין משנה, גארנישט גארנישט", זאגט אים דער ישמח משה: "אפשר א מעשה פון צאינה וראינה פון פרשת השבוע האסטו אמאל געלערנט?" זאגט דער איד: "דאס יא", זאגט אים דער צדיק: "דעמאלט זיץ אין גן עדן און לערן די מעשיות".


ווען דער ישמח משה האט דערציילט די מעשה האט ער געזאגט: "דער איד איז צו מיר מער נישט צוריק געקומען", איז א סימן אז אפילו מעשיות פון צאינה וראינה איז אין הימל זייער חשוב.


זיי נישט קיין בטלן, כאפ ארויס א פרק משניות, א בלאט גמרא; זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. גיי שפאצירן יעדן טאג אפאר מינוט מיטן אייבערשטן, רעד צו אים, בעט אים די ווערטער: "הייליגער באשעפער, איך קען רעדן מיט יעדן איינעם שעות אויף שעות שטותים והבלים, דער טאג גייט מיר אריבער מיט שמועסן, און מיט דיר איז מיר אזוי שווער צו רעדן, איך קען קוים ארויסזאגן א ווארט פאר דיר הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל רעדן מיט דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#183 - די אלף-בית האט געראטעוועט
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך בעט דיר זייער טייערער ברודער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, זיי ממשיך מיטן ארויסגעבן די הייליגע ספרים וואס זענען אזוי מחי' און מחזק טויזנטער אידן; דיין זכות איז זייער גרויס אויבן אין הימל.


דא האסטו נאך א חלק פון די מעשה פון די נסיעה פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, פאר די קינדער עצתו אמונה.


"ראטעוועט...! ראטעוועט...! דער רבי זאל עפעס טון, מען גייט אונז כמעט הרג'ענען!"


אלע ליגן געבינדן, דער הייליגער בעל שם טוב, דער תלמיד רבי צבי און די צדיקת אדל; א באנדע ים רויבערס האבן באפאלן די שיף פונעם בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, די רויבערס זענען נישט פשוט'ע רויבערס וואס זוכן געלט, זיי זענען פון די באקאנטע שרעקעדיגע גרופע מענטשן פרעסערס, זיי הרג'ענען מענטשן און עסן אויף די מענטשן; זיי זענען שרעקליכע רוצחים.


דער תלמיד פון בעל שם טוב זכותו יגן עלינו וויינט, ער זאגט: "רבי טוט עפעס, רבי מאכט א נס". דער בעל שם טוב בלייבט שטיל, ער זאגט שטילערהייט: "איך האב אלעס פארגעסן, איך דענק גארנישט", אדל צואוויינט זיך, זי זאגט: "טאטע, ראטעווע אונז, די רויבערס גייען אונז שחט'ן און אונז אויפעסן", דער בעל שם טוב זאגט: "איך דענק גארנישט"; דער הייליגער בעל שם טוב ליגט געבינדן אויף דער ערד, ער זאגט גארנישט, ער קוקט ארויף צום הימל, ער גלייבט אינעם אייבערשטן, דער בעל שם טוב זאגט: "אפשר דענקסטו עפעס?" "איך געדענק נאר די א' ב'" - ענטפערט דער תלמיד, זאגט אים דער הייליגער בעל שם טוב: "אויב אזוי, הויב אן זאגן אן אות נאך אן אות, אין א רייע פון די א' ב', און איך וועל דיר נאכזאגן".


"א... ב... ג... ד..." דער תלמיד שרייט די אותיות און דער בעל שם טב זאגט נאך אות ביי אות... "ח... ט... י..."; ווען מען האט געענדיגט די אותיות האט דער בעל שם זיך אלעס דערמאנט און אנגעהויבן זייער שטארק בעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס, מען האט פלוצלונג געהערט ווי שיפן פייפן; די רויבערס האבן זיך דערשראקן און זענען אנטלאפן, און דער הייליגער בעל שם טוב האט זיך געראטעוועט.


טייערע קינדער, מיר לערנען זיך פון די מעשה אז מען זאל בעטן דעם אייבערשטן, און אויב מען ווייסט נישט ווי אזוי צו בעטן - קען מען בעטן אויף די א' ב'; צום ביישפיל: "הייליגער באשעפער איך וויל האבן א'מונה אין דיר, ב'טחון אין דיר, ג'לייבן אין דיר, ד'אווענען צו דיר, ה'אפן צו דיר" - און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#182 - שליס דיך אן אין די קאמפיין צו זאמלען געלט פאר אונזער מוסד
צדקה, סיפורי צדיקים, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר מאכן אלע יארן א קאמפיין פאר די מוסד, איך וויל דו זאלסט זיך אנשליסן אין די קאמפיין צו זאמלען געלט פאר אונזער מוסד.


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך נישט פטר'ן צו געבן דיין אייגענע געלט, ווייל אייגענע געלט האב איך מער פון דיר; נישט דאס דארף איך, איך וויל דו זאלסט ארויסגיין אין גאס צו דיינע חברים, דיין משפחה, דיינע באקאנטע - זיי בעטן צדקה פאר ברסלב.


מוהרא"ש דערציילט, אין שטאט קראקא, דער שטאט וואו דער הייליגער רמ"א איז געווען רב - האט געוואוינט א שיכור יענקעלע, ער פלעגט יעדן טאג נאכן ענדיגן ארבעטן נעמען די געלט וואס ער האט פארדינט און דאס אויסטרינקען. איינמאל האט ער געהערט ווי אן ארעמע פרוי אן אלמנה זינגט זיך אזוי אונטער: "רבונו של עולם, יענקעלע גייט טרינקען ביר און ברוינפן און איך האב נישט אויף שבת צו מאכן", יענקעלע שיכור האט דאס געהערט און ער האט דאס נישט געקענט אראפשלינגען, ער האט גענומען דאס געלט און געלייגט ביי די טיר פון די אלמנה, ער איז אהיים און ער איז נפטר געווארן.


יענע נאכט, דער רמ"א זיצט אין שטוב און לערנט די הייליגע תורה, פלוצלונג קומט אריין דער איד יענקעלע און זאגט: "איך רוף דיך צו דין תורה אויבן אין הימל", דער רמ"א האט געמיינט ער מאכט שפאס, דער יענקל איז געווען א באקאנטער שיכור פון קראקא, ער האט זיך נעבעך געוואלגערט אין די גאסן, נישט אויפגעהערט טרינקען. דער רמ"א זאגט אים: "שטער מיך נישט פון לערנען, מאך נישט קיין חוזק פון מיר", אבער יענקעלע דער שיכור זאגט: "דער רב זאל מיר גלייבן, איך בין שוין א נפטר, איך האב א טענה צום רב".


דער רמ"א האט זיך אביסל דערשראקן, ער טראכט 'ווי אזוי איז ער אריינגעקומען צו מיר אין שטוב? עס איז דאך פארשפארט די טיר, זעט אויס עס איז נישט קיין וויץ'. ער פרעגט אים: "וואס איז דיין טענה אויף מיר?" זאגט ער: "דער רב פלעגט אלץ גיין נאך געלט אבער דער רב איז קיינמאל נישט געקומען צו מיר בעטן צדקה, יעצט ווען איך בין א נפטר זע איך אז צדקה ראטעוועט פון טויט, צדקה נעמט אראפ אלע עונשים, פארוואס האט דער רב נישט געבעטן פון מיר געלט?" האט דער רמ"א געזאגט: "ביזט גערעכט, גיי צום בית דין של מעלה און זאג 'איך רבי משה איסרליש טו תשובה, און פון היינט אן גיי איך מזכה זיין יעדן איינעם מיט די מצוה פון צדקה'".


מען האט געשטעלט אן אפיס נעבן מיין שטוב אין שטעטל, קום אריין און זיי א חלק פון שאפן צדקה פאר די מוסד. איך וויל נישט זאלסט זיך פטר'ן מיט געבן אייגענע געלט, איך וויל זאלסט גיין נאך געלט, ווייל גיין נאך געלט איז א תיקון פאר אלע פגמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#181 - ארויסכאפן גוטע זאכן דא און דארט, איז חשובער פון א מלאך
התחזקות, סיפורי צדיקים, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר זאגן, דער אייבערשטער האט פון דיר אזא נחת רוח, ער האט א פארגעניגן פון דיר, ווי דו כאפסט ארויס מצוה'לעך, דו כאפסט ארויס גוטע זאכן אין דיינע טרדות, אין דיינע בלבולים וכו' וכו'.


דו מיינסט דאס איז נישט אינטערעסאנט... דיין פלאן איז, איין טאג וועסטו נאך ווערן א מלאך, אלעס אפלאזן וכו' וכו'; אין הימל לאכט מען פון די סארט פלענער, אין הימל ביסטו מער חשוב ווי א מלאך, מלאכים איז דא גענוג אין הימל.


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו האט געהאט א מנהג אלע יארן מוצאי ראש השנה צו מאכן א סעודה און דערציילן פאר זיינע תלמידים וואס זיי האבן געבעטן ראש השנה, ער האט דאס געוואוסט מיט זיין רוח הקודש און אויך האט ער געזען אין הימל וואס זיי האבן גע'פועל'ט. איין יאר ביי די סעודה איז דארט געזעצן דער וואסער טרעגער פון שטאט, ער האט אויך געוואלט וויסן וואס מען האט אים אנגעשריבן אין הימל, האט ער געפרעגט דעם מעזריטשער מגיד: "רבי, וואס האב איך געבעטן און וואס האט מען מיר געענטפערט?" האט דער הייליגער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו אים געזאגט: "דו האסט געוויינט ביים דאווענען צום אייבערשטן פארוואס דיין פרנסה איז צו זיין א וואסער טרעגער, האסט געבעטן דעם אייבערשטן אז דאס יאר ווילסטו זיצן א גאנצן טאג אין בית המדרש און זיך נישט אזוי מוטשען מיטן ברענגען פרנסה, דו ווילסט דינען דעם אייבערשטן גרינגערהייט"; דער וואסער טרעגער זאגט פארן מגיד: "אמת, דאס האב איך געבעטן", און ער פרעגט דעם מגיד: "וואס האט מען מיר אנגעשריבן אין הימל", זאגט דער הייליגער מעזריטשער מגיד: "אין הימל האט מען געלאכט פון דיר, אין הימל האט מען געזאגט, 'אויב דו וועסט זיצן א גאנצן טאג אין שול - וואס דארף מען דיך האבן?' דער אייבערשטער האט אן א שיעור מלאכים וואס דינען אים - אן זיך מוטשען אויף פרנסה און אן קיין יצר הרע, דער אייבערשטער וויל דוקא הערן דיינע קאפיטלעך תהילים וואס דו כאפסט ארויס אינמיטן דיין ארבעט, ער וויל הערן ווי דו לויבסט אים ווען עס איז דיר שווער".


די וואך גייען צוויי סדרות - מטות און מסעי; זיי מעביר סדרה, ווארט נישט ביז סוף וואך.


א גרוס פון שטעטל, עס איז א מחי' דא צו זיין, אויך א גרוס פון ישיבה; דעם זומער זענען דא א גרופע בחורים, ערליכע מיט שכל; איך האב הנאה יעדע רגע דא צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#180 - אפילו מען שרייט אויף דיר צא טמא, איז דער אייבערשטער נאכאלץ מיט דיר
אמונה, התחזקות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א איד איז קיינמאל נישט אליין; וואו א איד איז נאר - איז דער אייבערשטער מיט אים. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי ברכות ט, א): "מַעֲשֶׂה בִּסְפִינָה אַחַת שֶׁל עַכּוּ"ם", עס איז אמאל געפארן א שיף מיט גוים, אויפ'ן שיף איז געווען א אידיש אינגל. עס איז געווען א שטורעם און די שיף איז אנגעקומען ערגעץ ווייט אוועק, אלע גויים זענען אראפ פון שיף זוכן עפעס עסן אבער דער אידיש אינגל איז געבליבן אויפ'ן שיף, אלע האבן אים געפרעגט "פארוואס גייסטו דיר נישט קויפן עפעס עסן?" האט דער קינד געזאגט: "איך בין א פרעמדער, איך ווייס נישט וואו צו גיין", האבן די גוים אים געפאטשט און געזאגט: "א אידיש קינד איז פרעמד? 'כָּל אָהָן דְּאַתְּ אָזֵיל', וואו א איד גייט, 'אֶלֹקֶךָ עִמְּךָ', איז דער אייבערשטער מיט אים", אזוי ווי עס שטייט "כַּה' אֱלֹקֵינוּ בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו".


ביסט נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, דער אייבערשטער האט דיך ליב; אפילו קיינער דארף דיך נישט, אלע ווארפן דיך אוועק, מען ווארפט דיר ארויס, מען שרייט אויף דיר צא טמא - איז דער אייבערשטער מיט דיר. אזוי ווי עס שטייט (ויקרא טז, טז): "הַשֹּׁכֵן אִתָּם בְּתוֹךְ טֻמְאֹתָם", אפילו מען איז טמא - איז דער אייבערשטער נאכאלץ מיט אונז, און ער ווארט מיר זאלן זיך אומקערן צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#179 - איך וועל דינען דעם אייבערשטן אן קיין גן עדן
אמונה, הפצה, זיכוי הרבים, עבודת השם, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מזכה את הרבים, און קוק נישט אויף אלע חלישות הדעת און אלע בלבולים וואס גייט אריבער אויף דיר. אויף מיר גייט אויך אריבער וכו' וכו'; ווער עס טוט גוטע זאכן, בפרט ווער עס איז עוסק בתיקון העולם - גייט אריבער אויף אים שווערע ביטערע נסיונות, וואויל איז דעם וואס בלייבט שטארק און שטעלט זיך נישט אפ פאר קיינעם.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט פונעם בעל שם טוב, וואס האט אויסגעשריגן - ווען מען האט אים מגלה געווען פון הימל אז ער האט פארלוירן זיין עולם הבא: "וועל איך דינען דעם אייבערשטן אן קיין גן עדן!" דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מח): "יִהְיֶה מְרֻצֶּה לַעֲשׂוֹת מַה שֶּׁיּוּכַל בַּעֲבוֹדַת ה' בְּלֹא עוֹלָם הַבָּא", נאר אז מען איז גרייט אויף דעם, צו דינען דעם אייבערשן אן קיין שום שכר - נאר אזוי קען מען בלייבן שטארק ווען עס קומען שווערע בלבולים.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א שיינע טיש, אויבן אן זיצט דער בעל שם טוב און פון דער זייט אדל, אדל זאל ער מאלן מיט א שיינע געבינדענע טיכל און מיט א שיינע פערל קייטל. פון דער זייט א פאר-פאלק, און די הענט פון בעל שם טוב אין די הייעך, אז די קינדער זאלן זיך גוט פארקוקן אינעם בילד ווען די עלטערן דערציילן זיי די מעשה:


אָדְל דִי צַדֵיקֶת גְרֵייט אָן דֶעם שֵׁיינֶעם סֵדֶר נַאכְט פַאר אִיר טַאטֶע דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, זִי דַאנְקְט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן פַאר דִי גְרוֹיסֶע נֵס וָואס הָאט פַּאסִירְט, וִוי פוּן הִימְל זֶענֶען אָנְגֶעקוּמֶען דִי פָּאר-פָאלְק פוּן דֵייטְשְׁלַאנְד מִיט אַלֶע עֶסְן פַאר יוֹם טוֹב פֶּסַח.


דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אִיז אִין שׁוּל, עֶר טְרַאכְט נָאר פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר זָארְגְט גָארְנִישְׁט פוּן וואוּ עֶר וֶועט הָאבְּן מַצּוֹת אוּן עֶסְן פַארְן סֵדֶר נַאכְט, עֶר וֵוייסְט אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט אִים הֶעלְפְן. דֶער צַדִיק גֵייט אִין מִקְוֶה זִיךְ טוֹבֵל'עֶן לְכָבוֹד יוֹם טוֹב, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ אַוֶועק דַאוֶוענֶען פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע בֶּענְקֶענִישׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן זִינְגְט עֶר הַלֵּל.


דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב קוּמְט אָן צוּם הֶקְדֵּשׁ, דִי שְׁטוּבּ וואוּ עֶר הַאלְט זִיךְ אוֹיף אִין אִיסְטַאנְבּוּל. מֶען הוֹיבְּט אָן דֶעם סֵדֶר, אָדְל מִיט רֶבִּי צְבִי זִיצְן בַּיים סֵדֶר אִינְאֵיינֶעם מִיטְן בַּעַל שֵׁם טוֹב, אוֹיךְ הָאט אָדְל אַיינְגֶעלַיידְנְט דִי פָּארְ-פָאלְק זָאלְן זַיין בַּיים סֵדֶר.


בַּיי שֻׁלְחָן עוֹרֵךְ שְׁמֵייכְלְט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב צוּ זַיין טָאכְטֶער אוּן פְרֶעגְט: "טָאכְטֶער לֶעבְּן, וֶוער הָאט גֶעבְּרֶענְגְט דִי מַצּוֹת, וַויין, מִיט אַלֶע גוּטֶע עֶסְן?" אָדְל זָאגְט: "טַאטֶע, דִי פָּאר-פָאלְק, זֵיי הָאבְּן גֶעבְּרֶענְגְט אוּן צוּגֶעשְׁטֶעלְט דֶעם גַאנְצֶע סֵדֶר, זֵיי וִוילְן דוּ זָאלְסְט זֵיי בֶּענְטְשְׁן מִיט אַ קִינְד. שׁוֹין לַאנְגֶע יָארְן וָואס זֵיי הָאבְּן נִישְׁט קַיין קִינְדֶער", זָאגְט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב: "אִיךְ זָאג צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג, בִּיז אַ יָאר וֶועט אִיר גֶעהָאלְפְן וֶוערְן מִיט אַ קִינְד".


עֶפֶּעס אִיז גֶעשֶׁען מִיטְן הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב, עֶפֶּעס שְׁלֶעכְט; דֶער הֵיילִיגֶער צַדִיק אִיז פְּלוּצְלוּנְג גֶעוָוארְן וֵוייס וִוי קַאלֶעךְ, עֶר זֶעט אוֹיס זֵייעֶר דֶערְשְׁרָאקְן. מֶען הָאט אִים יֶעצְט מוֹדִיעַ גֶעוֶוען פוּן הִימְל אַז עֶר הָאט פַארְלוֹירְן זַיין גַאנְצֶע עוֹלָם הַבָּא, זַיין גַאנְצֶע גַן עֵדֶן. וַוייל עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ גְזֵירָה אַז דִי פָּאר-פָאלְק וֶועט קַיין קִינְדֶער נִישְׁט הָאבְּן, אוּן אַז דֶער צַדִיק הָאט צוּגֶעזָאגְט פַאר דִי פָּארְפָאלְק אַ קִינְד - וֶועט מֶען מוּזְן גֶעבְּן אַ קִינְד, וַוייל אַ צַדִיק קֶען מְבַטֵּל זַיין דִי גְזֵירוֹת; דָאס אִיז דִי סִיבָּה פַארְוָואס דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז אַזוֹי בְּלַאס, מֶען הָאט אִים צוּגֶענוּמֶען זַיין גַן עֵדֶן.


"וֶועל אִיךְ דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אָן קַיין גַן עֵדֶן!" שְׁרֵייט אוֹיס דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב, "אִיךְ בְּלַייבּ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן גֶעטְרֵיי, אִיךְ וֶועל וַוייטֶער לֶערְנֶען אוּן דַאוֶוענֶען אָן קַיין אָפְּשְׁטֶעל".


טֵייעֶרֶע קִינְדֶערְלֶעךְ, מִיר לֶערְנֶען זִיךְ פוּן דִי מַעֲשֶׂה וִוי אַזוֹי מֶען דַארְף זַיין גֶעטְרֵיי דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אַז אֲפִילוּ מֶען הֶערְט אַ בַּת קוֹל פוּן הִימְל אַז מֶען וֶועט נִישְׁט זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גַן עֵדֶן - זָאל מֶען וַוייטֶער בְּלַייבְּן גֶעטְרֵיי דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן אִים וַוייטֶער דִינֶען.


אַלֶע קִינְדֶער, לָאמִיר זִינְגֶען אִינְאֵיינֶעם: "אִיךְ דַארְף נִישְׁט קֵיינֶעם נָאר דִיר בַּאשֶׁעפֶער אַלֵיינְס, נִישְׁט דִי וֶועלְט אוּן נִישְׁט יֶענֶע וֶועלְט, נָאר דִיר בַּאשֶׁעפֶער אַלֵיינְס".


 דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#178 - אנהאלטן אלע גוטע זאכן פון יום טוב שבועות
רצונות, סיפורי צדיקים, קבלה טובה, ארץ ישראל, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא ב', ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם מיר האבן געהאט א הערליכער יום טוב, איך בין געווען אין שטעטל מיט אנשי שלומינו, עס איז געווען גאר א שיינער קיבוץ; איך האב הנאה געהאט צו זיין דארט יעדע איינציגע מינוט.


יעצט דארף מען זיך שטארקן אנצוהאלטן אלע גוטע זאכן. יום טוב שבועות האבן מיר זייער געבענקט צום אייבערשטן און צו די תורה, יעצט דארף מען אנהאלטן דאס בענקען, ווייטער בענקען צום אייבערשטן, בענקען צו די תורה און צו אלע הייליגע זאכן.


דער עיקר דארף מען בענקען, וועלן און האפן. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט אויף זיין מחותן, הרב הצדיק מוואלטשיסק זכר צדיק לברכה, וואס האט פערציג יאר געבענקט צו אנקומען קיין ארץ ישראל, און ווען דער חמעלניקער רב (אויך א מחותן פון רבי'ן) האט דאס געהערט - האט ער געזאגט: "וואס דארף מען זיך בענקען? אויב וויל מען פארן עפנט מען די בערזל, מען נעמט געלט און מען פארט".


ווען דער רבי האט דאס געהערט האט ער געזאגט: "דער מחותן פון וואלטשיסק וועט אנקומען קיין ארץ ישראל, און דער מחותן חמעלניקער רב - נישט", ווייל דער עיקר איז דאס בענקען, וועלן און האפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#177 - די גרעסטע שמחה איז אז מען איז נישט קיין גוי
שמחה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


       יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי האט דערציילט (סוף ספורי מעשיות): "מַעֲשֶׂה הָיָה בְּצַדִּיק אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א צדיק, "שֶׁנָּפַל עָלָיו עַצְבוּת", וואס איז אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע, "וְהָעַצְבוּת כְּשֶׁמִּתְגַּבֶּרֶת עַל הַצַּדִּיק", און ווען עס פאלט ארויף א דעפרעסיע אויף א צדיק - "הִיא קָשָׁה מְאֹד עָלָיו", איז דאס זייער שווער, "כִּי עָלָיו מִתְחַזֶּקֶת בְּיוֹתֵר", ווייל אויף א צדיק איז זיך דאס מתגבר מער ווי אויף סתם א מענטש, ביז דער צדיק האט זיך ממש נישט געקענט רירן פון פלאץ. "וְרָצָה לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ", דער צדיק האט זייער געוואלט זיך פרייליך מאכן, "וּלְהָרִים עַצְמוֹ", ער האט זיך געוואלט אויפהייבן, "וְלֹא הָיָה אֶפְשָׁר לוֹ בְּשׁוּם דָּבָר", אבער ער האט נישט געטראפן קיין שום זאך מיט וואס צו זיין פרייליך, "כִּי בְּכָל דָּבָר שֶׁרָצָה לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ", ווייל יעדע זאך מיט וואס ער האט זיך געוואלט פרייליך מאכן - "מָצָא לוֹ הַבַּעַל דָּבָר בְּתוֹכוֹ עַצְבוּת", האט דער בעל דבר געטראפן עפעס מיט וואס אים צו מאכן טרויעריג.


"וְהִתְחִיל לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ בְּשִׂמְחַת 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי'", ביז דער צדיק האט זיך אנגעהויבן פרייען בשמחת 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי', ער האט זיך געפריידט מיט דעם אז ער איז נישט קיין גוי; דאס איז דאך א גרויסע שמחה, ווייל אפילו ווי נידריג, ווי געפאלן א איד זאל נאר זיין - איז ער נאכאלץ נישט קיין גוי! אפילו דער געפאלענער איד, הפחות שבפחותים, דער קלענסטער פון די קלענסטע - איז נאכאלץ טויזנטער מאל מער און הייליגער פון א גוי.


דאס איז א זאך וואס מאכט פרייליך, אנדערע זאכן קען דער יצר הרע צעברעכן; דער יצר הרע קען טרעפן אין יעדע זאך חסרונות, אבער מיט די שמחה פון 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי' - דאס קומט פונעם אייבערשטן, 'דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און מיר נישט געמאכט פאר א גוי'; ביי דעם קען דער יצר הרע נישט צעברעכן.


דער רבי פירט אויס די מעשה, אז דער צדיק האט זיך אנגעהויבן מחי' זיין מיט דעם, ער איז געווארן מער און מער פרייליך, ביז ער איז צוגעקומען צו די שמחה וואס משה רבינו האט געהאט בשעת ער איז ארויף אין הימל מקבל זיין די לוחות, עיין שם די גאנצע מעשה באריכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#176 - דער אייבערשטער האט אינזין אויך דעם קליינעם ווערעמל
אמונה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, בילדער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער אז דו האסט געטראפן א נייעם מעלער זאל מאלן די בילדער פאר די קינדער עצתו אמונה. ביי מיר איז וויכטיגער די קינדער עצתו אמונה, ווייל קינדער - אז דו לייגסט אין זיי אריין אמונה און יראת שמים - נעמען זיי דאס אן שטערקער און ריינער, און דער רבי האט דאך אונז געזאגט מיר זאלן רעדן צו די קינדער און זיי לאזן וויסן אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס פארשטייט אונז און קען אונז העלפן (שיחות הר"ן, סימן רט).


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי דער בעל שם טוב שפאצירט מיט צוויי תלמידים און אויף דער ערד ליגט א ווארעם (ער זאל מאכן דעם ווארעם גרויס און אינטערעסאנט, ווייל קינדער זוכן אין די בילדער - בעלי חיים, און דאס רעדט צו זיי מער פון אלעס), וואס עסט א בלעטל, און דער בעל שם טוב ווייזט מיט די האנט אויפן ווארעם.


דא האסטו די מעשה מיטן בלעטל אזוי ווי מיר האבן דאס געהערט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו:


טייערע קינדער, מיר האבן שוין א לאנגע צייט נישט דערציילט מעשיות, מיר האבן געזוכט א גוטער מעלער וואס וועט מאלן שיינע בילדער. יעצט נאך אסאך תפילות האבן מיר געפונען א געלונגענע מעלער וואס וועט אייך מאלן שיינע בילדער; וועלן מיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף דערציילן מעשיות וואס וועט אייך דערנענטערן צום אייבערשטן.


"אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא קיין שום זאך וואס פאסירט אליינס"; די ווערטער חזר'ט דער הייליגער בעל שם טוב נאכאמאל און נאכאמאל. ער שפאצירט מיט זיינע תלמידים און זאגט איבער די ווערטער נאכאמאל און נאכמאל: "וואס מען זעט און וואס עס פאסירט, אלעס, אלעס איז דער איבערשטער, אלעס איז אנגעשריבן פון הימל, אלעס רופט מען אויס אין הימל; אפילו א שטרוי וואס פאלט פון וואגן און אפילו א פייגל וואס ווערט פארכאפט אינעם נעץ, אלעס איז דער אייבערשטער".


די זון שיינט, עס איז היינט א שיינע וועטער, א שיינע בלויע הימל, עס צעבלאזט זיך א קילע ווינטל און עס פאלן בלעטלעך פון בוים. דער הייליגער בעל שם טוב אטעמט אריין די פרישע לופט און שרייט אויס הויך: "שכוח אייבערשטער פאר די פרישע לופט", אלע תלמידים זאגן נאך שטילערהייט: "שכוח אייבערשטער פאר די פרישע לופט", דער בעל שם טוב זאגט נאכאמאל: "טייערע תלמידים, אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן, אפילו א בלעטל פאלט נישט אראפ פון בוים אן קיין חשבון, נאר אז דער אייבערשטער זאגט עס זאל אראפפאלן".


די תלמידים טראכטן, ווי קען דאס זיין? איז דאס טאקע אזוי? א בלעטל פאלט נישט פון בוים סתם אזוי? "רבי, געבט אונז צו פארשטיין - זאגט א דרייסטער תלמיד - איז דאס טאקע אזוי, אז די בלעטלעך פאלן אראפ פון בוים מיט א חשבון? וואס פאר א חשבון איז דא מיט בלעטלעך? וועם אינטערעסירט וואו די בלעטלעך פאלן?"


דער הייליגער בעל שם טוב זאגט: "קומט מיט מיר, איך וועל אייך ווייזן עפעס גאר אינטערעסאנט". דער בעל שם טוב שפאצירט ווייטער, ער שטעלט זיך אפ און זאגט פאר די תלמידים: "דא ליגט אן הונגעריגע ווערעמל וואס זוכט עסן און טרעפט נישט, דאס ווערעמל האט נישט קיין כח צו קריכן, זי בעט דעם אייבערשטן 'הייליגער באשעפער העלף מיר, געב מיר עפעס עסן', מאכט דער אייבערשטער עס זאל בלאזן א ווינט און א בלעטל פאלט אראפ פון בוים און דער ווינט טראגט עס ביזן ווארעם און די ווארעם דרייט איין דאס בלעטל און זאגט 'שכוח אייבערשטער'".


טייערע קינדער, אויב מען צעקלאפט זיך, אדער מען צעקלעמט זיך, אדער עפעס פאסירט - ווייסן מיר אלע אז אלעס איז פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#175 - פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה, פרנסה, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, קשיות, יום טוב, ארץ ישראל, תמימות, געלט, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכין החודש, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין יעצט געווען אין ארץ ישראל און שוין בענק איך זיך צוריק צו גיין צו ענק. איך וואלט געבליבן מיט ענק פאר נאך לענגער, איך האב אייך זייער ליב. איך בין אהיים געפארן פאר איין סיבה, איך האב א שטוב מיט קליינע קינדער, זיי דארפן מיך אין שטוב, איך ליין מיט זיי קריאת שמע יעדע נאכט, איך לייג זיי שלאפן, און אינדערפרי גיס איך זיי אפ נעגל וואסער (איך האב א קליינע דירה, מען שלאפט איינער נעבן צווייטן, עס איז נישטא קיין פלאץ פאר יעדע קינד צו לייגן נעגל וואסער. איך וועק זיי און גיס זיי אפ נעגל וואסער); נאר צוליב דעם בין איך אהיים געקומען, אז נישט - וואלט איך געבליבן מיט אייך. אנשי שלומינו פון ארץ ישראל זענען אן ענין אחר לגמרי; דאס תמימות, דאס בענקען צום אייבערשטן, דאס איז עפעס א ווילד חידוש, איך בין אייך זייער מקנא.


שטארקט אייך, און מאכט א חשבון יעדן טאג וואס מיר האבן אלץ באקומען פון הייליגן רבי'ן. עס איז דא אסאך בלבולים, אסאך ליצנות, אסאך קשיות אויפן צדיק. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "מַה שֶּׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיקִים", דאס וואס עס איז דא קשיות אויף צדיקים, "זֶהוּ מֻכְרָח לִהְיוֹת", אזוי מוז זיין, "כִּי הַצַּדִּיקִים מִתְדַּמִּים לְיוֹצְרָם כַּמּוּבָא", ווייל די צדיקים זענען צוגעגליכנט צום אייבערשטן, "וּכְמוֹ שֶׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", און אזוי ווי מענטשן האבן קשיות אויפן באשעפער, 'פארוואס גייט מיר נישט? פארוואס מוטשע איך זיך?' "כְּמוֹ כֵן בְּהֶכְרֵחַ שֶׁיִּהְיֶה קָשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיק, כִּי הוּא מִתְדַּמֶּה אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", אזוי אויך איז דא קשיות אויפן אייבערשטן; וואויל איז דעם וואס קומט אלעס איבער.


נישט מען זאל מיינען אז עס איז דא אן ענין פון האבן קשיות, באלד וועט נאך איינער זאגן 'קוק עס שטייט אין לקוטי מוהר"ן, זה מוכרח להיות, עס מוז זיין'; ניין, חס ושלום; וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות און האט נישט קיין טענות, ער ווייסט און גלייבט אז מיר קענען נישט פארשטיין דעם אייבערשטן און מיר ווייסן אז אלעס וואס ער טוט - איז גוט.


ווער עס איז זיך מתבודד און שמועסט אויס מיטן אייבערשטן ווי אזוי ער האט אויסגעזען, און ווי אזוי ער זעט נאך אלץ אויס, און וואס דער רבי האט געטון מיט אים, און וואס דער רבי טוט מיט אים יעדן טאג - דער האט כח איבער צו קומען אלע קשיות און בלבולים, אים קומט אויס קלאר טאג נאך טאג: 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פארן רב, רבי אהרן, ווען ער איז געקומען צום רבי'ן דעם לעצטן ראש השנה פון רבי'ן - שנת תקע"א - פרעגן וואס ער זאל טון וועגן זיין אין אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז די ראשי קהילה זאגן אים אז ער קען נישט אוועקפארן, ער טאר זיי נישט איבערלאזן וכו', און אויב ער וועט אוועק פארן אויף ראש השנה - וועט ער פארלירן זיין פרנסה וכו'. האט אים דער רבי געזאגט ער זאל נישט קומען, און אזוי האט ער געטון, ער איז נישט געקומען. ווען רבי נתן האט געהערט דערפון, אז ער איז נישט געקומען ווייל דער רבי האט אים געזאגט: "קום נישט", האט ער אים געזאגט: "אפילו דער רבי זאל נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך אוועק טרייבן - וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען".


אזוי אויך גייט די מעשה, דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, א גרויסער סוחר. אמאל איז ער געפארן צום יריד מאכן געשעפטן, ער האט געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה. ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, ער זאל קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער מרמז געווען ביי די תורה וואס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו'. ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, פארוואס ביסטו אוועק פון הייליגן רבי'ן? עמנו הייתם?!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין", ווייל ווען מען מאכט זיך א חשבון, מען איז זיך מתבודד - קומט אויס אז 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


די וואך קומט דער הייליגער יום טוב שבועות. געבט אכטונג נישט ארייננעמען דעם יום טוב מיט נערווען, און נארישקייטן; דער עיקר איז ארייננעמען יום טוב מיט שמחה. גארנישט דארף זיין, נאר איין זאך, מען דארף זיין פרייליך און איבערגעגעבן צום אייבערשטן. אז איר וועט קענען אויפזיין שבועות ביינאכט - איז זייער גוט, מען קען זוכה זיין צו גרויסע זאכן. מוהרא"ש זאגט, דער עיקר תיקון איז זאגן דעם ערשטן פסוק פון יעדע פרשה און דעם לעצטן פסוק, סיי פון תורה און פון נביאים וכתובים, און אויך די תרי"ג מצוות.


ביי אונז נאכן זאגן דעם תיקון - טאנצן מיר; מיר פרייען זיך אז מיר זענען אידן און מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים. מיר טאנצן ביז פארן עלות השחר, מען גייט און מקוה און מען איז זייער פרייליך.


א פרייליכן שבת און א פרייליכן יום טוב.

#174 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#173 - די חיזוק יומי אויף ענגליש איז מחי' אזויפיל אידן
הפצה, זיכוי הרבים, סיפורי צדיקים, חיזוק יומי

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת בהר בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר וואונטשן א מזל טוב פאר די שמחה פון די בר מצוה פון דיין זון הבחור ... נרו יאיר. דער אייבערשטער זאל העלפן, דו און דיין ווייב זאלן זען אסאך נחת אינאיינעם פון אים און פון אלע קינדער.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט ווייטער איבער טייטשן די חיזוק יומי אויף ענגליש. דאס איז מחי' אזויפיל אידן; קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחזק זיין א איד, כל שכן צוויי דריי, ווער רעדט פון הונדערטער אידן און טויזנטער אידן, וואס ווערן מחוזק פון די חיזוק יומי אויף ענגליש.


איך ווייס דער יצר הרע וועט זיך נעמען אויף דיר, ווייל ער קען נישט דערליידן די אלע וואס זענען מחזק אידישע קינדער; דאך זאלסטו זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות ווייטער ממשיך זיין מיט דיין הייליגע ארבעט.


ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס איז מחזק נשמות ישראל. דו ווייסט אודאי די מעשה וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


א גוט שבת.


 

#172 - די מוסד ווערט גרויס און מען דארף האלטן ווייטער די ווארעמקייט
סקול, חינוך הילדים, מוסדות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער מעסעדזש.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז עס האט זיך אנגעהויבן די נייע זמן אין בית פיגא סקול מיט א שטארקע פרישקייט. איך האב באזונדער הנאה צו הערן פון אייך אז איר טוט וואס איך האב אייך געבעטן, איר האט אנגעהויבן שמועסן מיט די עלטערע מיידלעך, אויף דעם האב איך געווארט; איך וויל איר זאלט אסאך שמועסן מיט די תלמידות, בפרט די עלטערע, ווייל ביים שמועסן ווערט מען מער נאנט, ביים שמועסן ערלויבט מען זיך צו פרעגן זאכן וואס מען וואלט נישט געפרעגט אין כיתה, עס קומט ארויס נקודות פון וואס צו רעדן, ביים שמועסן קען מען גאר אסאך אויפטון.


איין זאך בעט איך אייך מרת ... תחי', היות די מוסד ווערט גרעסער און גרעסער - זאלט איר אכטונג געבן עס זאל נישט ווערן א מוסד וואס פירט זיך ווי א מאשין, סיסטעמאטיש; נאר עס זאל בלייבן א ווארעמע ווינקל פאר אונזערע קינדער. א משפחה, א פלאץ וואו אונזערע קינדער זאלן קענען באקומען אמונה, און א ליבשאפט צום אייבערשטן.


מיין מאמע תחי' דערציילט מיר, זי האט דאך א שטוב מיט עלף טעכטער קיין עין הרע, און ביי אונז אין די משפחה איז העלפן אין שטוב וויכטיגער ווי קענען אויסנווייניג די נעמען פון אלע פרעזידענטן פון ווען אמעריקע שטייט; ביי אונז איז וויכטיג צו העלפן א באבע, א מאמע; מען לייגט נישט קיין געוויכט אויף קענסט יא, קענסט נישט, מען רעדט בכלל נישט פון דעם, און מען פלעגט פארשיקן מיינע שוועסטערס פון שולע, ווייל זיי האלטן נישט מיט די לימודים און זיי קומען און גייען. מיין מאמע פלעגט וויינען און זיך בעטן מען זאל לאזן די קינדער גיין אין סקול אפילו זיי קענען נישט רעכענען, און אפילו זיי פארשטייען נישט די לימודים. מיין מאמע זאגט מיר: "איך האב געפרעגט די מנהלת אויב זי ווייסט בכלל פארוואס דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט געעפנט די מיידל שולע? איך האב איר געפרעגט 'זאגט מיר פארוואס דער רבי האט געעפנט בית רחל?' זי האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן".


מיין מאמע איז דאך געבוירן אין א שטוב וואס מען האט זיך נישט גערירט אן דעם רבי'ן, מען האט געאטעמט דעם רבי'ן, האט זי געזאגט: "דער רבי האט געזאגט ביים עפענען די שולע 'איך עפן א שולע אז מיידלעך זאלן האבן וואו צו גיין און וואו צו קומען', נישט צו קענען שטודירן"; למעשה איז בית רחל געווארן אזוי גרויס אז עס גייט סיסטעמאטיש, און אויב מען קען די לימודים - קען מען זיין אין סקול, און אז נישט - פארשיקט מען.


בעט איך אייך מרת..., איך האב נישט קיין טענות אויף אנדערע מוסדות, עס איז זייער שווער ווען א סקול ווערט גרויס עס זאל בלייבן הארציג און ווארעם, בעט איך אייך איר זאלט געדענקען פארוואס מיר האבן געעפנט די סקול, אז די מיידלעך זאלן האבן א פלאץ וואו מען וועט הערן ווערטער פון אמונה, א פלאץ וואו מען וועט זינגען דעם ניגון: "אידישקייט איז זיס", "אידישקייט איז שיין", "אידישקייט איז א מחי'"; מען זאל באטראכטן יעדע קינד באזונדער.


בנוגע זעקסטע קלאס; איך האב זייער הנאה אז זיי גייען שוין דעם זומער זיין אין מחנה בית פיגא.


אויך וויל איך איבערגיין די נעמען פון די לערערינס פאר זומער, און סיי פאר קומענדיגע יאר. איך וויל נעמען די בעסטע וואס איז נאר שייך פאר די חינוך פון אונזערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#171 - דער מאן דארף אכטונג געבן מען זאל נישט טשעפען זיין ווייב
שלום בית, סיפורי צדיקים, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב האט א שוואכקייט אין אירע אויגן, זי זעט נישט אזוי גוט - דארפסטו איר מחזק זיין און נישט מאכן קיין עסק פון דעם, און אז איר שוועסטער מישט זיך אריין און מען צעברעכט איר - זאלסטו איר מחזק זיין און איר באשיצן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָּׁה, בַּעְלָהּ מְשַֹמְחָהּ", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב און אכטונג געבן זי זאל נישט ווערן וויי געטון פון קיינעם.


די הייליגע חכמים דערציילן אונז (שבת נג:): "מַעֲשֶׂה בְּאָדָם אֶחָד שֶׁנָּשָׂא אִשָּׁה גִדֶּמֶת", עס איז געווען א מעשה, איינער האט חתונה געהאט מיט א געלעמטע פרוי, "וְלֹא הִכִּיר בָּהּ עַד יוֹם מוֹתָהּ", און ער האט נישט געוויסט אז זי איז געלעמט, ביז זי איז אוועק פון די וועלט, האט רבי חייא געזאגט: "כַּמָּה צָנוּעַ אָדָם זֶה שֶׁלֹא הִכִּיר בְּאִשְׁתּוֹ", עס מוז זיין אז דער מענטש איז געווען זייער איידל אז ער האט נישט געקוקט אויף זיין ווייב איר גאנץ לעבן; עס איז אביסל שווער צו פארשטיין, ווי קען זיין א מענטש זאל נישט זען און וויסן אז זיין ווייב איז א געלעמטע? און נאך איז שווער, וואס איז די מעלה פון נישט קוקן אויף די אייגענע ווייב? נאר קען זיין, פשט איז, אז זי האט יא געהאט הענט און ער האט געזען אירע הענט, אירע הענט האבן זיך געקענט ריקן, נאר זי האט נישט געמאכט און געטון, זי איז נישט געווען קיין באלעבאסטע, זי האט גארנישט געטון, און איר מאן האט דאס נישט געזען, ער האט געזען אירע מעלות. די גמרא רומט אויס דעם מענטש אז ער האט נישט געזען אירע חסרונות, ער האט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט א ווייב; דאס איז א גרויסקייט, דאס איז א צנוע, אז מען זעט נישט די חסרונות, מען שפירט נישט ווי מען האט א טויטע געלעמטע ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#170 - א אידישע פרוי טאר נישט לעבן מיט א שרעק פונעם מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, טעלעפאן, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע מצורע, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אלע ברכות אין שטוב קומט ווען עס איז דא שלום בית, דער מאן איז מכבד די ווייב און די ווייב איז מכבד דעם מאן; דאס איז די כלי פאר אלע ברכות.


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אויף דיין ווייב, זאלסט איר מכבד זיין, און איר חס ושלום נישט וויי טון אדער חלילה וחס דערשרעקן. רבי חיים וויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט, ער איז אמאל געקומען צו זיין רבי דער הייליגער אריז"ל אז זיין פנים איז אים פארדרייט געווארן און אויך זיין האלז, האט אים דער הייליגער אריז"ל גלייך געזאגט: "דאס איז געשען ווייל דו האסט נעכטן נאכט אויפגעהויבן דיין האנט אויף דיין ווייב", דער אריז"ל האט אים גלייך געזאגט א תיקון ווי אזוי דאס צו מתקן זיין; זעט מען דאס הארבקייט אפילו אז מען דערשרעקט נאר די ווייב, וואס עס פאסירט.


עס איז דא זאכן וואס דיין ווייב האט מורא צו רעדן מיט דיר, זי ציטערט פון דיר וכו'; דאס איז נישט געזונט, דאס טאר נישט זיין; א אידישע פרוי טאר נישט לעבן מיט א שרעק פונעם מאן. בעט איך דיר זאלסט איר מאכן באקוועם, זי זאל נישט מורא האבן צו רעדן מיט דיר און בעטן פון דיר זאכן וואס זי וויל.


אז דו ביסט פארשפילט ווי א קליין קינד מיט דיין שפילצייג, דעם טעלעפאן, און דיין ווייב זיצט אין שטוב און שלינגט אירע טרערן, זי האט דיר מורא צו בעטן זאלסט אוועקלייגן דיין טוי, ווייל דו וועסט איר גלייך זאגן אז דו דארפסט עס פאר פרנסה, דאס איז נישט גערעכט.


דעם שבת ראש חודש וועל איך זיין אין וויליאמסבורג, אויך וועט זיך אנהויבן די שיעורים אין ישיבה אם ירצה ה' קומענדיגע וואך.


די נסיעה איז געווען זייער שיין, איך בין נאך אביסל אפגעמאטערט פון די נסיעה, איך וועל מודיע זיין אויב עס וועט זיין מארגן א שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#169 - אפשווייגן אויף די בזיונות
בזיונות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע מצורע, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן מיר זענען נעכטן צוריק געקומען פון די נסיעה, איך האב מתפלל געווען פאר דיר און פאר דיין משפחה.


אויף אלע דיינע בזיונות זאלסטו אפשווייגן, נעם עס אן פאר כפרת עוונות, נעם עס אן אנשטאט פאסטן און אנשטאט מאכן סגופים וכו'. אזוי ווי דער טשערינער רב זכרונו לברכה האט געזאגט פאר איינעם פון אנשי שלומינו ווען א מתנגד האט געווארפן אויף אים צואה און די בעקיטשע זיינע איז פארשמירט געווארן. דער וואס איז מיטגעגאנגען מיטן טשערינער רב האט זיך אויסגעדרייט און געשריגן: "אויף א רב ווארפט מען? שעם זיך!" האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייגן איז אונזער זאך, דער רבי האט אונז געלערנט: 'יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק'" (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו).


מוהרא"ש זאגט, אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות, ער ענטפערט נישט, ער דערהאלט זיך - איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#168 - קענסט נישט ארויפצווינגען אויף דיין ווייב זאכן וואס זי האלט נישט ביי דעם
שמחה, שלום בית, אידיש געלט, היכל הקודש, סיפורי צדיקים, שמחות, קליידער, בילדער, חאלאקע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע מצורע, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו מאכן א גאנצע פרשה פון יעדע קליינע זאך? אז דיין ווייב וויל מאכן שיינע בילדער פונעם אפשערן פון דיין זון נרו יאיר - וואס דארפסטו זיך מיט איר קריגן? אמת עס איז א נארישקייט, אמת עס איז נישט קיין שכל אויסצוגעבן געלט פאר די זאכן, אבער זיך קריגן מיט די ווייב איז א גרעסערע נארישקייט און אסאך מער נישט שכל.


אז דיין ווייב וויל מאכן בילדער און זי וויל זיך קויפן שיינע קליידער פאר שמחות, און וויל זיך אנטון אייניג מיט די משפחה - וואס דארף מען מאכן א גאנצע מלחמה? וואס איז מיט דיר? דאס איז היכל הקודש?!


איך בעט דיר זייער, געב איר נאך די אלע זאכן; די בילדער מיט די קליידער וכו' וכו'. קוק ווי די צדיקים האבן געלעבט, רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו זאגט (שער המצוות, פרשת עקב): "רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁלֹא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי", איך האב געזען ביי מיין רבי'ן דער הייליגער אריז"ל, ווען עס איז געקומען צו קויפן בגדים פאר זיך האט ער נישט געקויפט קיין טייערע קליידער, "גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְּאֹד", אויך ביי עסן - ווען עס האט זיך גערעדט פאר זיך - האט ער נישט געגעסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, "אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ הָיָה זָהִיר מְאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ", אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, "וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּךְ", ער האט איר צופרידן געשטעלט דאס מערסטע וואס מען קען, אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט דאס צו קענען טון; קוק ווי די הייליגע צדיקים האבן געלעבט, איז דאך זיכער אונז מענטשעלעך וואס מיר זענען ניטאמאל מענטשעלעך, "אם ראשונים כבני אדם אנו כחמורים וכו'" (שבת קיב:).


עס זענען דא פרישע מקורבים וואס זיי טוען זיך אליינס גורם זיין אז די ווייב זאל זיי דערקוטשען מיט היכל הקודש. ווייל אז מען הויבט אן ארויפלייגן אויף די ווייב זאכן וואס מען רעדט ביי אונז, ווי למשל מאכן חתונה יונג, מאכן שיינע פשוט'ע שמחות פאר ביליג, לעבן מיט זיך, נישט אנגיין וואס אנדערע טון, און ווען די ווייב וויל נישט הערן די זאכן, איר מח קען דאס נאכנישט נעמען, זי וויל נאך יא טייערע שמחות, זי וויל יא אויסגעבן געלט פאר שטותים פאר אפאר שעה, זי איז נאך אין גלות ביי חברט'עס - צווינגט מען דאס ארויף אויף איר מיט כח - איז דאך אודאי אז זי וועט נישט וועלן היכל הקודש.


איך בעט דיר זייער, זיי איר מכבד, מאך איר פרייליך - דעמאלט וועט זי דיך פרייליך מאכן. אז דו וועסט איר געבן די גאנצע כבוד, דו וועסט איר נישט דערקוטשען מיט היכל הקודש - וועט זי דיך נישט דערקוטשען וועגן היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#167 - ווי אזוי מאכט מען די ספעציעלע זופ?
תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בארא פארק


מוהרא"ש דערציילט, אמאל האט דער הייליגער צדיק רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו געזאגט פאר זיין זון, אז ער איז שוין אלט און עס איז אים שווער צו עסן, איין עסן קען ער פארנעמען, עפעס א זופ וואס ער האט אמאל געגעסן ביי עפעס א קרעטשמע. מען האט זיך זייער געוואונדערט, ווי קען זיין אז דער צדיק וואס איז העכער פון געדענקען א טעם פון עסן זאל געדענקען א זופ פון א קרעטשמע...


מען איז שנעל אהין געגאנגען, מען האט געבעטן די ארעמע פרוי אויב זי קען צושטעלן די זופ "טייגל יוהך". נאכן אהערשטעלן די זופ האט מען איר געפרעגט אויב זי וויל אויסזאגן דעם סוד ווי אזוי זי מאכט אזא גוטע זופ, האט די פרוי געזאגט: "איך בין ארעם, איך האב נישט וואס אריינצולייגן אין די זופ, איך שטעל א טאפ, איך לייג אריין וואסער און אביסל שאלאכץ פון מייערן, און איך זאג צום אייבערשטן 'גרויסער גאט, דו האסט אזוי סאך גן עדן אויבן אין הימל, איך בעט דיר, לייג אריין אין די טאפ אביסל טעם גן עדן', דאס איז מיין רעסעפי".


דעמאלט האט מען פארשטאנען וואס דער הייליגער צדיק האט אהין געשיקט און אז ער האט געדענקט פון די זופ און גערעדט פון די זופ; ער האט געוואלט לערנען זיינע קינדער זיי זאלן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן, און ווי אזוי מען בעט, און וואס מען שפירט נאכן בעטן; מען שפירט א גן עדן לעבן. והבן למעשה.