בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#16 - א ריינע שלאף
שלאפן, קדושה, סיפורי צדיקים, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


זיי מיר מוחל פאר'ן ענטפערן אזוי שפעט, עס איז מיר ארויס פון קאפ ביז יעצט.


בעפאר דו לייגסט זיך שלאפן זאלסטו אנגרייטן "נעגל וואסער", נאכדעם ליין קריאת שמע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע שעל המטה, - "מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", גייען אלע שלעכטע מזיקין און קליפות אוועק פון אים.


נאכדעם, אז דו קענסט נאכאלץ נישט איינשלאפן, זאלסטו נעמען מעשה ביכלעך פון צדיקים; דוקא פון צדיקים, נישט סתם טשעדעלע באדעלע, קאמיקס, וואס מאכט נאר מער דמיונות און מער בלבולים, אדער נעם דעם ספר אשר בנחל אדער עצתו אמונה, דאס וועט דיר געבן ריינע מחשבות.


דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו האט געגעבן עצות פאר א איד וואס האט זיך כסדר באקלאגט פאר אים אז ער טראכט פון פרויען און ער חלומ'ט פון מיידלעך, די אלע עצות וואס ער האט באקומען האבן נישט געהאלפן, דער איד האט זיך ווייטער כסדר באקלאגט, ביז דער הייליגער מגיד האט אים געזאגט: "יעצט וועל איך דיר געבן אן עצה וואס וועט דיר זיכער העלפן", ער האט אים געגעבן דעם ספר ליקוטי מוהר"ן און אים געזאגט ער זאל דאס לערנען פאר'ן גיין שלאפן, וכך הוה, דאס האט יענעם געהאלפן.


דיינע עלטערן זענען זייער חשוב; זייער גאנצע לעבן איז נאר העלפן אנדערע, איך האף און בעט פאר דיר דו זאלסט זיי ברענגען נאר נחת.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.

#15 - מאך היינט פאר דיר א "יום הולדת", א טאג וואס דו ווערסט פריש געבוירן
התחדשות, סיפורי צדיקים, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, י"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


היינט איז זייער א גרויסער טאג, היינט איז די יום הולדת פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו און פונעם הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו; איז יעצט א פאסיגע צייט דו זאלסט זיך באנייען, מאך היינט פאר דיר א "יום הולדת", א טאג וואס דו ווערסט פריש געבוירן, דו הייבסט אן לערנען און דאווענען.


טייערער ..., קום אין שול אינדערפרי און ביינאכט; זיי זיך קובע עתים לתורה, נאר דאס בלייבט פונעם מענטש, אלעס אנדערש איז נאר צייטווייליג. קוק אן זיידי און זיינע ברידער; זיידי זיצט און לערנט ביי די אכציג ווי א יונגער בחור, דאס וואס ער האט געטון אלס בחור - טוט ער נאך ביז'ן היינטיגן טאג.


איך ווארט און האף צו הערן פון דיר וואס דו נעמסט זיך פאר אינעם היינטיגן טאג, י"ח אלול.


מאך זיך גרייט ווייל מיר פארן אם ירצה ה' קיין אומאן.

#14 - יעדע קלייניקייט איז זייער חשוב ביים אייבערשטן
התחזקות, אומאן, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן-נחמו, י' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש ירושלים שיחיו.


איך האף איר זענט זיך מחזק, איר שטארקט זיך; איך בענק זיך שוין זייער צו אייך, איך האף נאך צו קומען די יאר קיין ארץ ישראל זיין מיט אייך, מיט ענקער חבורה.


איך שיק אייך אפאר ווערטער לכבוד שבת, איר זאלט דאס לערנען ביי שלש סעודות; איינער זאל דאס פארליינען און אלע זאלן אויסהערן.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן פון הייליגן מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו, ער פלעגט זיך פירן יעדעס יאר מוצאי ראש השנה צו מאכן א סעודה און דערביי דערציילן פאר זיינע תלמידים וואס זיי האבן געבעטן ראש השנה און וואס זיי האבן גע'פועל'ט. איין יאר בשעת די סעודה איז דארט געזעצן א איד, דער וואסער טרעגער פון שטאט; ער האט אויך געוואלט וויסן וואס מען האט אים אנגעשריבן אין הימל, האט ער געפרעגט דעם מעזריטשער מגיד: "רבי, וואס האב איך געבעטן און וואס האט מען מיר געענטפערט?" האט דער הייליגער מעזריטשער מגיד זי"ע אים געזאגט: "דו האסט געוויינט ביים דאווענען צום אייבערשטן פארוואס דיין פרנסה איז צו זיין א וואסער טרעגער, א גאנצן טאג שלעפסטו וואסער און ווען דו רוסט זיך אפ דעמאלט כאפסטו אריין אפאר קאפיטלעך תהילים, דאס יאר ווילסטו זיצן א גאנצן טאג אין בית המדרש און זיך נישט מוטשען מיט ברענגען פרנסה, נאר דינען דעם אייבערשטן גרינגערהייט", ווען דער וואסער טרעגער האט דאס געהערט האט זיין פנים אויפגעשיינט, ער רופט זיך צום מעזריטשער מגיד: "טאקע דאס האב איך געבעטן", און ער פרעגט מיט נייגעריגקייט וואס מען האט אים למעשה אנגעשריבן, האט אים דער הייליגער מעזריטשער מגיד זי"ע געענטפערט: "אין הימל האט מען געלאכט פון דיר", פרעגט דער וואסער טרעגער: "איך האב אזוי שלעכט געבעטן? פארוואס האט מען געלאכט פון מיר?" זאגט אים דער מעזריטשער מגיד אזוי: "אין הימל האט מען געזאגט אז אויב דו וועסט זיצן א גאנצן טאג אין שול וואס דארף מען דיר האבן... דער אייבערשטער האט בילי-ביליאנען מלאכים וואס דינען אים אן זיך מוטשען אויף פרנסה און אן קיין יצר הרע, דער אייבערשטער וויל דוקא הערן דיינע קאפיטלעך תהילים וואס דו כאפסט ארויס אינמיטן דיין ארבעט, ער וויל הערן ווי דו לויבסט אים ווען עס איז דיר שווער".


א מענטש מיינט ער איז נישט חשוב אויבן אין הימל; ער טראכט: 'וואס טו איך שוין? ווער דארף מיר? וואס איז ווערד מיין דאווענען? מיין תורה, מיינע מצות?' ער מיינט אז דער אייבערשטער וויל פון אים ער זאל ווערן א מלאך, דער אייבערשטער וויל דוקא אונזערע מצוות וואס זעען אויס נישט חשוב; אין הימל זענען דא מלאכים, שרפים, חיות ואופני הקודש וואס גייען און שטייען און פאלן נישט אראפ, דאך האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט ווייל ער וויל האבן א נחת רוח פון אונז מענטשן וואס גייען, פאלן און הייבן זיך אויף.


יעדע קלייניקייט וואס מען טוט, יעדע מצוה וואס מען טוט און יעדע ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן - גייט ארויף אויבן אין הימל, דער אייבערשטער האט פון דעם א גרויסע נחת רוח.


געציילטע וואכן האבן מיר ביז ראש השנה, מיר פארן שוין קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון; מיר פאלגן דעם רבי'ן אן קיין חכמות. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל, וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה און עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז, אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר"; נו, אז דער רבי האט געזאגט מען זאל קומען צו אים - פארן מיר אפילו מיט די גרעסטע מניעות.


מען דערשרעקט אן אלעמען אז מען וועט נישט קענען פארן; האטס נישט מורא, מיט תפילה וועלן מיר אנקומען צום רבי'ן.


א פרייליכן שבת.

#13 - זאלסט נישט טענה'ען מיט דיין ווייב
תפילה והתבודדות, שלום בית, הפצה, אומאן, פרנסה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט טענה'ען מיט דיין ווייב.


בנוגע אומאן, אז דו ווילסט אזוי שטארק קומען צום הייליגן רבי'ן זוכה זיין צו אלע תיקונים אבער דיין ווייב וויל נישט, זי זאגט אז דו זאלסט אפילו נישט טראכטן דערפון; דו ווילסט וויסן וואס צו טון.


דו בעט דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל אז דו זאלסט זוכה זיין צו קומען צום רבי'ן; מיט דיין ווייב זאלסטו נישט טענה'ען, עס וועט גארנישט העלפן, מיט כח האט נאך קיינער נישט געוואונען די ווייב.


רעד צו איר שיינערהייט; זאג איר ווי שטארק דיין לעבן האט זיך געטוישט. ווען דו רעדסט מיט איר זוך נישט איר צו אויפווייזן אז זי איז נישט גערעכט, דו זאלסט נאר רעדן פון דיר, ווי שטארק דו ווילסט גיין.


אז דו וועסט זיין שטארק מיט די צוויי נקודות, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל און דו וועסט זיין שטארק מיט נישט טענה'ען מיט איר און נישט זוכן איר צו אויפווייזן אז זי איז נישט גערעכט, דו וועסט איר מכבד זיין - וועט זי זיך ברעכן פאר דיר, זי וועט דיר שיקן צום רבי'ן מיט שמחה.


בנוגע הפצה; יעצט ווען דיין ווייב איז נאך א שטארקע מתנגדת וכו' - זאלסטו איר נישט דערציילן אלע דיינע פלענער פון הפצה, זי פארשטייט נאך נישט וואס מיינט הפצה, דו זאג איר אז דו גייסט ערלעדיגן דיינע זאכן און אזוי זאלסטו מאכן הפצה.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט נישט געהאט קיין פרנסה, ער האט געטון וואס שטייט אין שלחן ערוך (יורה דעה, סימן רנג) אז ווער עס האט נישט קיין פרנסה מעג צאמנעמען צדקה פאר זיך; זיין ווייב האט נישט געוואלט ער זאל גיין נאך געלט, זי האט זיך געשעמט, זי פלעגט פארלאנגען ער זאל ברענגען געלט אן צו גיין נאך געלט. רוב טאג איז ער געזעצן און געלערנט בהתמדה רבה און נאכמיטאג איז ער אהיים געקומען און זיך אנגעטון זיין טייערן רעקל, ער פלעגט זאגן אז ער גייט צום פריץ, ער האט געשעפטן מיט'ן פריץ. זי איז געווען מלא שמחה אז איר מאן איז אזא פערזענליכקייט, ער מאכט געשעפטן מיט'ן פריץ; ער איז ארום געגאנגען אין די הייזער צאמנעמען געלט, אזוי האט ער זיך געפירט זיין גאנץ לעבן אן דעם וואס זיין ווייב זאל וויסן וואס ער טוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - ענדיגן די שענק אין בית המדרש
צדיקים, בית המדרש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן בויען די ספרים שענק אין בית המדרש אין קרית ברסלב; אז מען ארבעט פאר'ן רבי'ן איז דאס א גרויסע טובה צו פאררעכטן וואס מיר דארפן פאררעכטן.


דו קענסט דאך די מעשה מיט'ן בענקל, א איד האט אמאל געברענגט א בענקל פאר'ן רבי'ן פאר א מתנה, האט אים דער רבי געפרעגט: "וויפיל צייט האט דיר גענומען צו מאכן דעם בענקל?" האט ער געענטפערט: "א האלבע יאר", האט אים דער רבי געפרעגט: "דו האסט געארבעט א גאנצן טאג במשך א האלבע דאס צו מאכן?" האט ער געענטפערט: "ניין, יעדן טאג א שעה צייט האב איך געבויט דעם בענקל", האט זיך דער רבי אנגערופן: "אזוי! דו האסט מיר אינזין געהאט א האלב יאר אלע טאג א שעה..." דער רבי האט מער הנאה געהאט פון דעם פרט אז דער איד האט געטראכט פון אים מער ווי ער האט הנאה געהאט פונעם בענקל אליינס; דאס אליינס אז מען טראכט פון א צדיק - ברענגט פאר'ן מענטש אלע ישועות.


דאס זעלבע בעט איך דיר אויב דו קענסט ענדיגן די שענק, עס דארף נישט זיין אין איין טאג, קענסט מאכן יעדן טאג אביסל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - זייט אייך מחזק צו קומען דאווענען אין "היכל הקודש"
חברים, חסידות ברסלב, אומאן, היכל הקודש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח-מברכין החודש, כ"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך האלטן צוזאמען; דאווענען צוזאמען.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט פון רבי סענדר'ל פון טיראוויצע זכרונו לברכה. ער איז געווען א גרויסער עובד השם, סוף ימיו האט ער געוואוינט אין אומאן און זיין סדר היום איז געווען אז יעדן פארטאגס פלעגט ער גיין צום ציון פון הייליגן רבי'ן זיך מתבודד זיין און לערנען דארט זיינע שיעורים כסדרן. אמאל האט פאסירט אז מענטשן זענען געקומען פארטאגס צום ציון און מען האט געזען א ווייסע געשטאלט ביים ציון, קודם האט מען מורא געהאט וואס דאס איז אבער נאכדעם האט מען באמערקט אז דאס איז רבי סענדר פון טיראוויצע באדעקט מיט שניי פון קאפ ביז פיס, האט מען אים געפרעגט: "רבי סענדר וואס טוט איר דא, עס איז קאלט און עס שנייט, איר ווערט דאך באלד פארפרוירן?!" האט ער געענטפערט: "איך בין געקומען פארטאגס צום ציון און דער ציון איז געווען פארשפארט, האב איך אפגעמאכט אז איך גיי נישט אוועק פון דא; עס האט אנגעפאנגען פאלן א שניי האב איך שוין יא געוואלט אהיים גיין, אבער איך האב געטראכט צו זיך 'ווען איך וועל אוועק גיין מזה העולם, איך וועל ארויף קומען אויבן אין הימל און איך וועל וועלן גיין צום הייליגן רבינ'ס היכל, וועט מען מיר ענטפערן תירוצים: עס רעגנט, עס שנייט, עס איז ווייט, עס איז קאלט וכו' וכו'; וועל איך זאגן אז ווען איך האב געלעבט אויף די וועלט האב איך נישט געקוקט אויף גארנישט און איך בין יעדן טאג געקומען צום רבינ'ס ציון, אזוי וויל איך יעצט אויך גיין צום הייליגן רבי'ן אן קיין תירוצים - וועט מען מיר מוזן לאזן גיין צום רבי'ן'".


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן עד): "הַמְקֹרָבִים שֶׁיֵּשׁ לַצַּדִּיק בְּחַיָּיו - הֵם יִהְיוּ מְקֹרָבִים בְּמוֹתָם", ווער עס איז מקורב צום צדיק אויף די וועלט וועט זיין מקורב צום צדיק אויף יענע וועלט.


עס זענען דא אינגעלייט וואס קומען נישט דאווענען אין היכל הקודש - יעדעס מאל מיט אנדערע תירוצים: עס רעגנט, עס שנייט, עס איז קאלט, די שול איז ווייט וכו' וכו' - יעדער מיט זיינע תירוצים; אבער א מענטש דארף טראכטן: 'למשל איך בין א נפטר, וואו גיי איך? ווער וועט רחמנות האבן אויף מיר? וויל איך דען מען זאל מיר איינרעדן תירוצים אז מען קען נישט אריין צום רבי'ן ווייל עס רעגנט, עס שנייט, עס איז קאלט, די שול איז ווייט וכו' וכו'?!' בעט איך אייך, שטארקט אייך און זייט אייך מחזק צו קומען דאווענען אין "היכל הקודש" טראץ אלע מניעות וכו'; דו קומסט נישט צו קיינעם, דו טראכט: 'דער רבי איז דא, מוהרא"ש איז דא, איך קום צו זיי און איך האב מיט קיינעם גארנישט'.


א פרייליכן שבת.

#10 - מעשיות פון צדיקים פון ספר אשר בנחל
סיפורי צדיקים, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו נעמסט צאם מעשיות פון צדיקים זכותם יגן עלינו וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט אין ספר אשר בנחל.


איך זאג דיר דעם אמת, איך האב שוין זייער אסאך מאל געטראכט אז איך וויל דאס טון; איך האב מיר אנגעצייכנט אין יעדן באנד אשר בנחל אלע מעשיות וואס ווערט געברענגט אין דעם חלק. יעצט אז דו זאגסט מיר אז דו גייסט דאס ארויסגעבן, פריי איך זיך זייער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אלע דיינע וועגן.

#9 - די פאר ווערטער וואס מען בעט שטילערהייט טוישט די טבע
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, רפואה, סיפורי צדיקים, תפלות אויף אידיש, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דעם אייבערשטן אז דיינע האר זאלן נישט ארויספאלן; איך בין זיכער אז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן דו וועסט האבן געזונטע האר ביז דיין חתונה.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "אייבערשטער העלף מיר אז מיינע האר זאלן נישט ארויספאלן", וועסטו זען אפענע ניסים; תפילה איז שטערקער פון אלצדינג, די פאר ווערטער וואס מען בעט שטילערהייט טוישט די טבע.


הער א מעשה וואס האט פאסירט ביים הייליגן רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תלט), ווען דער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט, דעם לעצטן ראש השנה פון רבינ'ס לעבן, שנת תקע"א, איז געווען ביים רבי'ן אן אייניקל – ישראל'יק, א זון פון שרה דעם רבינ'ס טאכטער - דער אייניקל איז אריין געגאנגען צום רבי'ן אין שטוב און דער רבי האט אים געבעטן: "דאווען פאר מיר איך זאל זיין געזונט", האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "וואס וועל איך באקומען פאר דעם?" האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט פאר די תלמידים: "ער פירט זיך שוין ווי א גוטער איד", (אזוי פלעגט מען דעמאלט רופן א רבי – 'א גוטער איד'), האט אים דער רבי געגעבן זיין גאלדענעם זייגער; ישראל'יק האט גענומען דעם זייגער און געזאגט הויך אויפן קול: "גאט גאט! לאז מיין זיידע זיין געזונט", און אלע מענטשן וואס זענען דארט געווען האבן זיך צולאכט, האט זיך דער רבי אנגערופן צו זיי און געזאגט: "וואס לאכט איר, וואס דען איז תפילה?!" זיי האבן געלאכט מיינענדיג צו פרעגן: 'דאס מיינט תפילה? אויף דעם האסטו באקומען א זייגער?!' האט דער רבי זיי געזאגט: "וואס דען איז תפילה?!" דאס איז תפילה! פשוט'ע ווערטער פאר'ן אייבערשטן, אן קיין שום צוגעלייגטע זאכן וכו'.


שטארק זיך; זיי נישט דערשראקן, שעם זיך נישט פון קיינעם.

#8 - דערצייל פאר די קינדער מעשיות פון צדיקים
חינוך הילדים, מלמדים, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


וויפיל איך זאל דיר שרייבן איבער דאס גרויסקייט פון א מלמד – האב איך נאך גארנישט אנגעהויבן צו שרייבן.


דא זעט א מלמד אויס ווי א פשוט'ע זאך, א פשוט'ער מענטש; מענטשן האבן נישט קיין עקסטערע דרך ארץ פאר זיי, אבער אויבן אין הימל זענען זיי זייער חשוב.


דערצייל פאר די קינדער מעשיות פון צדיקים; דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייערע ריינע הערצער, זיי זאלן אויך וועלן זיין צדיקים.


דערצייל זיי דעם סיפור וואס דער הייליגער דגל מחנה אפרים ברענגט (דגל מחנה אפרים פרשת וישלח, דבור המתחיל עוד יש לומר) אויפ'ן פסוק (בראשית לב, יא): "כִּי בְמַקְלִי עָבַרְתִּי אֶת הַיַּרְדֵּן", אז יעקב אבינו איז אריבער דעם ירדן מיט אמונה פשוטה, אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב איז אריבער דעם גרויסן טייך דעניעסטער מיט זיין גארטל – בלויז מיט אמונה פשוטה, טייטשט ער "כִּי בְמַקְלִי", מַקְלִ"י באטרעפט וויפיל יעק"ב וואס זיין מדה איז אמת, אז דורך אמת, דורך אמונה קען מען אריבער גיין אלע שוועריקייטן, אלע וואסערן.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו דערציילסט פאר אנדערע אלע שמועסן וואס מיר שמועסן; אסאך מאל ווען מען רעדט איינער מיט'ן צווייטן התחזקות קען ארויסקומען אזעלכע טייערע דיבורים, א שאד אז מען טראגט דאס נישט ווייטער פאר אנדערע, אז אלע זאלן זיך מחזק זיין.


אויב עס קומט דיר אויס א שאלה צי מען זאל געבן א פאטש פאר א קינד, זאלסטו דאס דורך רעדן מיט ... און אויב מען פסק'נט אז דער קינד דארף באקומען א פאטש דאן זאלסטו מכבד זיין ... ער זאל האבן די זכות וכו'.

#7 - טאטי, ראטעווע מיר
קינדער, הפצה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב זיך מחי' געווען מיט דיין בריוו.


פון אלעס וואס דו שרייבסט מיר אינעם בריוו, פון דיינע שיעורים וכו' וכו' - האב איך דאס מערסטע הנאה פון דיין הפצה, אז דו פארשפרייסט פאר נאך אידן די זיסע עצות פון רבי'ן. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מזכה זיין נאך א איד צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אז ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראהביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן איז אים רש"י הקדוש אנקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון דער צדיק רבי מיכל'ע זלאטשובער אז דא אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראהביטש געענפערט: "ער לייגט אריין שטארקע כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע ווייטער געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י הקדוש נאך אלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראהביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים"; ווייל ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים.


נעכטן האב איך געהאט א משפחה חתונה, קומט צו צו מיר א איד און גיסט זיך אויס זיין הארץ, אז זיין זון איז אים פארפאלן געווארן, ער האט אפגעלאזט אלעס השם ישמרינו, בתוך הדברים דערציילט ער מיר אז עס איז אריבער א לאנגע צייט וואס ער האט נישט געוויסט וואו דער זון געפונט זיך, זיי זענען געווען צוקריגט פאר א לאנגע צייט, איין טאג באקומט ער א טעלעפאן רוף, זיין זון וויינט: "טאטי, ראטעווע מיר, איך בין ארום גענומען מיט פופצן פאליציי אפיצירן, רעד צו זיי"; עפעס האט ער זיך פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ. דער איד זאגט מיר: "עס איז אריין אין מיר אזא רחמנות, איך האב אים געהאלפן זיך ארויסדרייען פון דעם פלאנטער, איך האב אים געשיקט געלט וכו'"; דער איד זאגט מיר: "איך ווייס נישט וואס איז געשען מיט מיר, מיר זענען געווען אזוי צוקריגט, פלוצלינג ווען איך האב געהערט פון אים ווי ער וויינט "טאטי, ראטעווע מיר", האב איך באקומען אזא רחמנות אויף אים, אז איך האב פארגעסן פון זיינע שלעכטע מעשים".


פרעג איך דיר, שטעל זיך פאר דאס רחמנות וואס דער אייבערשטער האט אויף אונז; ווען מיר פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, א בחינה ווי מיר זענען צוקריגט, און פלוצלינג געבט דער איד א שריי: "טאטי, ראטעווע מיר", ווי דער אייבערשטער האט רחמנות אויף אונז, העלפט אונז און געבט אונז וואס מיר דארפן.


בעט איך דיר מיין טייערע ליבער ... נרו יאיר, שטארק זיך ווייטער מיט'ן פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן; די ספרים ברענגען אריין א האפענונג אין מענטשן וואס זענען שוין מייאוש און צעבראכן, ווען מען לערנט די ספרים און קונטרסים געבט מען זיך א דערמאן אז מען האט א טאטע און מען געבט א שריי: "טאטי, ראטעווע מיר", דעמאלט וועקט זיך אויף די רחמנות פונעם אייבערשטן און מען באקומט אלע גוטע זאכן.


עס פעלט נישט אויס זאלסט ברענגען קיין אמעריקא סידי'ס; דא אין ישיבה מאכט מען אליינס סידי'ס, דער עיקר זאלסטו דאס פארשפרייטן דארט וואו דו וואוינסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - דו דארפסט זיך נישט אננעמען פאר מוהרא"ש
צדיקים, בזיונות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין פראגע, ווען דו הערסט רעדן אנטקעגן מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס דו זאלסט טון, אויב דו זאלסט ענטפערן?


איך בעט דיר זייער זאלסט חס ושלום נישט טענה'ען מיט קיינעם נישט, זוך נישט צו פארענטפערן און מסביר זיין, ווייל רבי נתן האט געזאגט: "די אלע וואס האבן זיך גע'טענה'עט און אריין אין וויכוחים האבן זיך נישט דערהאלטן".


דו דארפסט זיך נישט אננעמען פאר מוהרא"ש; מוהרא"ש האט ווער עס וועט זיך אננעמען פאר אים, אזוי ווי מוהרא"ש האט דערציילט: אמאל איז געווען א טענה'ריי צווישן מענטשן, מען האט גע'טענה'עט און געהעצט קעגן ברסלב, ביז אינמיטן דעם שמועס האט א מחוצף אנגעהויבן רעדן אנטקעגן דעם הייליגן רבי'ן, דארט ביי דעם שמועס איז געווען א ברסלב'ער חסיד און ער איז אוועק געגאנגען פונעם שמועס, ער האט נישט געוואלט הערן רעדן אנטקעגן צדיקים. ווען מען האט אים געפרעגט "היתכן ער נעמט זיך נישט אן פאר זיין רבי? אויב מיר וואלטן געהערט רעדן אנטקעגן אונזער רבי וואלטן מיר זיך אנגענומען פאר אונזער רבי!" האט דער ברסלב'ער חסיד געענטפערט: "דיין רבי איז נישט באקאנט אויבן אין הימל, ממילא מוז זיך איינער אננעמען פאר זיין כבוד, אבער מיין רבי, דער הייליגער רבי איז באקאנט אויבן אין הימל, ווען מען רעדט אויף אים וועט מען זיך אננעמען פאר אים פון הימל, דארף איך זיך נישט אננעמען".


ברודער שווייג און ענטפער נישט צוריק פאר קיינעם, לאז דעם אייבערשטן זיך אננעמען. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות יט.): "חַד אִשְׁתָּעֵי מִילְּתָא בָּתְרֵיהּ דְּמַר שְׁמוּאֵל", איינער א מחוצף האט גערעדט אויף דעם הייליגן אמורא שמואל, ער האט חוזק געמאכט פון שמואל, "וּנְפַל קַנְיָא מִטְּלָלָא וּבְזַעָא לְאַרְנְקָא דְמוֹחֵיהּ", און עס איז אראפגעפאלן א באלקאן פון דאך וואס האט געשפאלן זיין מח און ער איז געשטארבן, "שָׁאנֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא תָּבַע בִּיקָרֵיהּ", זאגט די גמרא אז דער אייבערשטער אליינס נעמט זיך אן פאר דעם וואס איז מזלזל אינעם כבוד פון א צדיק.


מיר דארפן זיך שטארקן מיט די עצות פון מוהרא"ש, וואס האט אונז געלערנט די זיסקייט פונעם הייליגן רבינ'ס עצות, זיך פלייסן אין די הייליגע תורה, לערנען שיעורים כסדרן על פי דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, און זיך מתבודד זיין מיט'ן אייבערשטן, שמועסן מיט אים און אים דערציילן אלעס וואס דער יצר הרע מאכט אונז משוגע און לאזט אונז נישט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#5 - א מלמד מוז גוט עסן און גוט שלאפן
מלמדים, סיפורי צדיקים, שמחות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פרשת קדושים, ה' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


מזל טוב, מזל טוב פאר די שמחה פונעם געבורט פון דיין ליכטיג יונגל! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מגדל זיין דיינע קינדער לתורה, לחופה ולמעשים טובים.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן חתונה מאכן מיין זון נרו יאיר, מיט'ן זארגן פאר זיין שטריימל. אין דעם זכות זאלסטו האבן גרויס שפע.


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן גוט צו עסן און גוט צו שלאפן; א מלמד מוז גוט עסן און גוט שלאפן כדי ער זאל האבן כח פאר די טייערע קינדערלעך. אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן רמה, סעיף טז): "וְאֵין לַמְלַמֵּד לִנְעוֹר בַּלַּיְלָה יוֹתֵר מִדַּאי שֶׁלֹא יִּהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמֹד, וְכֵן לֹא יִתְעַנֶּה"; כדי צו האבן סבלנות פאר די קינדער נישט צו ווערן חס ושלום בכעס אויף זיי.


דערצייל פאר די קינדער מעשיות פון צדיקים, דאס וועט זיי אויפפלאמען זייער הארץ אויך צו וועלן זיין צדיקים. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", עס איז זייער א גרויסע זאך צו הערן מעשיות פון צדיקים, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל דאס וועקט אויף דעם מענטש און ברענגט אריין אין אים א הייליגקייט.


פון דיין ראש ישיבה.


...

#4 - ליינען מעשיות פון צדיקים
חיזוק פאר מיידלעך, סיפורי צדיקים, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט צי מען מעג ליינען שבת פון מלחמות; עס ווענדט זיך וואס פאר א מעשיות. מעשיות פון היסטאריע פון די אידישע פאלק וואס ברענגט ארויס דאס גרויסקייט פון אידן, וואס איז געפלאכטן מיט עובדות פון צדיקים - דאס מעג מען ליינען שבת, אויך נאר אויב מען ווערט נישט בצער פון דעם, ווייל שבת טאר מען נישט זיין בצער.


זע צו ליינען מעשיות פון צדיקים און צדקניות; דאס וועט אריין גיין אין דיין הארץ און וועט אויפפלאמען דיין הארץ אז דו זאלסט אויך וועלן זיין א צדקת.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", וויסן זאלסט אז דערציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט אויפגעפלאמט דאס הארץ, מען באקומט א מורא'דיגע בענקעניש צו ווערן אן ערליכער איד ווען מען הערט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, דורכדעם וויל מען אויך זוכה זיין צו דעם און ווערן א צדיק. דאס זאלסטו ליינען ווען דו האסט איבעריגע צייט.


אויך זאלסטו ליינען די בריוו פון ספר אשר בנחל אין אידיש וועסטו ווערן א גרויסע צדקת; מוהרא"ש זאגט: "דער ספר אשר בנחל איז דער אייבערשטער אליינס"; מען קען נישט טרעפן נאך א ספר וואס זאל זיין א שטיק געטליכקייט ווי דער ספר; וואו מען עפנט נאר אויף דעם ספר, יעדע איינציגסטע בריוו זעט מען די לויטערע ריינע אמונה און מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט שוין מסיים געווען תהילים די ניינטע מאל; עס איז נישט דא קיין שענערע זאך פאר א יונג מיידל ווי זאגן דעם יום תהילים יעדן טאג. אזוי זאלסטו טון דיין גאנץ לעבן; זאלסט שטענדיג זאגן תהילים וועסטו זען גרויסע ישועות.


שרייב מיר יעדעס מאל ווען דו ענדיגסט תהלים וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#3 - די גרויסקייט פון צוזאמנעמען די קינדער ביי שלש סעודות
חינוך הילדים, שבת קודש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך וואלט דיר באמת געדארפט שרייבן יעדן טאג א בריוו אויף די גרויסע זכות וואס דו האסט מיט דעם וואס דו נעמסט צוזאם די קינדער יעדע וואך ביי שלש סעודות און דו זינגסט מיט זיי זמירות, אזוי אויך אויף די 'אבות ובנים' פראגראם וואס דו שטעלסט פאר יעדע מוצאי שבת פאר די קינדער אין ישיבה; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


מיט דעם בין איך דיר מקנא; גלייב מיר, ווען איך דארף ווען נישט פארלערנען וכו' וואלט איך גענומען די קינדער און מיט זיי געזינגען, ווייל עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון מחנך זיין קינדער צו זיין ערליכע אידן, אבער יעצט אז מוהרא"ש האט מיר געהייסן פארלערנען דארף איך דאס טון; דעריבער שרייב איך דיר דאס אז דו זאלסט וויסן דאס חשיבות פון זיצן מיט די קינדער וואך נאך וואך און זיי מחנך זיין זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


עלטערן כאפן זיך נישט אז אפילו די קינדער זענען נאך קליין זעען זיי אלעס און פארשטייען אלעס; קינדער וואס זעען ווי די עלטערן קומען אין שול צו שמועסן, ניטאמאל וואשט מען זיך אויף שלש סעודות ווערט ביי זיי ביליג די גאנצע זאך פון עסן דריי סעודות שבת, וואס דאס איז מעשה שטן אז מען זאל נישט עסן דריי סעודות שבת, ווייל ווען א מענטש איז זוכה צו עסן דריי סעודות שבת - זאגט דער הייליגער זוהר (פרשת יתרו, פח:): "תָּא חֲזֵי, בִּסְעוּדָתֵי אִלֵּין, אִשְׁתְּמוֹדְעוּן יִשְׂרָאֵל, דְּאִינּוּן בְּנֵי מַלְכָּא. דְּאִינּוּן מֵהֵיכָלָא דְּמַלְכָּא, דְּאִינּוּן בְּנִי מְהֵימָנוּתָא", קום און זע, ווער עס עסט דריי סעודות שבת ווייזט מיט דעם אז ער איז א קינד פונעם אייבערשטן און אז ער האט אמונה, "וּמַאן דְּפָגִים חַד סְעוּדָתָא מִנַּיְיהוּ, אַחְזֵי פְּגִימוּתָא לְעֵילָּא, וְאַחְזֵי גַּרְמֵיהּ דְּלָאו מִבְּנֵי מַלְכָּא עִלָּאָה הוּא, דְּלָאו מִבְּנֵי הֵיכָלָא דְּמַלְכָּא הוּא דְּלָאו מִזַּרְעָא קַדִּישָׁא דְּיִשְׂרָאֵל הוּא", און אויב מען עסט נישט דריי סעודות שבת ווייזט מען אז מען איז נישט קיין קינד פונעם אייבערשטן חס ושלום. נאך זאגט דער זוהר: "רַבִּי שִׁמְעוֹן אָמַר, הָאי מָאן דְּאַשְׁלִים תְּלַת סְעוּדָתֵי בְּשַׁבְּתָא, קָלָא נָפִיק וּמַכְרְזָא עֲלֵיהּ (ישעיהו נח, יד): אָז תִּתְעַנַּג עַל יְיָ", ווען א מענטש איז זוכה צו עסן דריי סעודות שבת גייט ארויס א בת קול אין הימל אז דער מענטש האט אמונה.


ווער עס וואשט זיך צו די דריי סעודות איז זייער חשוב עד כדי כך אז דער הייליגער תנא רבי יוסי זאגט (שבת קיח:): "יְהֵא חֶלְקִי מֵאוֹכְלֵי שָׁלֹשׁ סְעוּדוֹת בְּשַׁבָּת", איך וויל האבן א חלק אין גן עדן מיט די וואס עסן דריי סעודות שבת; דעריבער זעט מען אז ווען עס קומט צו עסן שלש סעודות פאלט ארויף אויפ'ן מענטש א כבידות, מען ווערט בעצלות און מען וואשט זיך נישט צו די סעודה. און אז קינדער קומען אין שול וואך נאך וואך און זעען ווי דער טאטע זיצט אין דער זייט און נעמט נישט קיין חלק מיט די אידן וואס זיצן אינאיינעם, זינגען און געזעגענען זיך פונעם שבת וועלן זיי אויך אזוי טון.


דערפאר דאנק איך דיר און איך איך בעט דיר זאלסט זיך שטארקן מיט די הייליגע ארבעט; זיי זיך מחי' און מחזק מיט די מצוה אז דאס איז אנגעקומען צו דיר און דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן נחת ביי דיינע קינדער.


איך בעט דיר אויב דו קענסט צוזאמנעמען אפאר קינדער מיט בחורים און זיי אויסלערנען א פארשטעלונג אויף די מוצאי שבת שושן פורים סעודה; נעם א מעשה פון רבינ'ס מעשיות, דאס זאלט איר שיין אויסשפילן געפלאכטן און געבויעט אויף די דיבורים וואס מען רעדט אין היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - אז מ'רעדט צום אייבערשטן ווערט מען א רואיגער מענטש
תפילה והתבודדות, שידוכים, אמונה, מוסדות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך דאנק דיר פארן העלפן די מוסדות מיט אזא איבערגעגעבנקייט; נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


עס דארף זיין פאר אונז א זכיה אז מיר קענען באדינען דעם הייליגן רבי'ן; וויפיל מיר זאלן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן האבן מיר נישט אנגעפאנגען אים צו באצאלן אויף וואס ער טוט מיט אונז. ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעזען ווען מיר ווערן נישט מקורב צום רבי'ן? פאר די מתנה פון התבודדות וואס דער רבי האט אונז געגעבן איז שוין כדאי געווען צו מקורב ווערן צום רבי'ן.


ווער עס פאלגט דעם רבי'ן און מאכט התבודדות יעדן טאג, ער שמועסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אויף זיין פשוט'ע שפראך, ער דערציילט אים אלעס וואס באדערט אים און וואס דרוקט אים - דער איז א גליקליכער מענטש און דער לעבט א גוטע לעבן. דורך די עצה קען מען פארנעמען שווערע טעג, מען ווערט נישט פארלוירן ווען עס גייט נישט פונקט ווי מען וויל און מען לעבט מיטן אייבערשטן אויף טריט און שריט. ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן ווערט מען מער בטל ומבוטל צום אייבערשטן, מען ווייסט און מען גלייבט אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט.


דער הייליגער תולדות יעקב יוסף - דער מגיד פון פולנאה זכותו יגן עלינו איז אמאל געפארן צו א ברית, נאכדעם וואס מען האט אים מכבד געווען מיט סנדקאות, ווען מען האט געזען אז ער קומט נישט אן האט מען געפראוועט דעם ברית אן אים, למעשה איז דער הייליגער תולדות אנגעקומען נאכן ברית און ער געהאט א גרויסע הקפדה פארוואס מען האט נישט געווארט אויף אים. אינמיטן די סעודה איז אנגעקומען אן אורח וואס האט זיך אויפגעפירט זייער מאדנע; יעדע זאך וואס מען האט אים געפרעגט האט ער געענטפערט: "זאל זיין אזוי!" מען האט אים געפרעגט: "איר ווילט עסן?" האט ער געענטפערט: "זאל זיין אזוי!" "איר דארפט חלה?" האט ער געזאגט: "זאל זיין אזוי!" "איר דארפט פיש?" "זאל זיין אזוי!" איר דארפט נאך פיש? "זאל זיין אזוי!", אויף וואס מען האט אים געפרעגט האט ער געענטפערט 'זאל זיין אזוי', דער עולם האט זיך אונטערגעהאלטן מיט דעם גאסט ביז דער הייליגער תולדות זי"ע האט באמערקט אז עפעס רודערט זיך, האט ער געפרעגט פארוואס מען לאכט, האט מען אים געענטפערט אז עס איז דא איינער וואס זאגט אויף יעדע זאך: "זאל זיין אזוי!" האט דער הייליגער תולדות פארשטאנען אז דאס מיינט מען נאר אים, דאס איז אליהו הנביא וואס איז געקומען אים לערנען ער זאל נישט מקפיד זיין אויף דעם אז מען האט נישט געווארט אויף אים מיט'ן ברית.


ווען מען מאכט התבודדות, מען רעדט צום אייבערשטן, דאן לעבט מען מיט אמונה, מען רעגט זיך נישט אויף ווען עס גייט נישט ווי אזוי מען וויל, מען זינגט צו זיך: "זאל זיין אזוי, זאל זיין אזוי, זאל זיין אזוי ווי דער אייבערשטער וויל", און מען לעבט א גוט לעבן. דאס אלעס לערנט אונז דער רבי; איז וויפיל מיר נאר וועלן צוריק טון פארן רבי'ן וועלן מיר נישט אנקומען צוריק צו טון פאר די אלע זאכן וואס ער לערנט מיט אונז.


יעצט אז דו ביסט אין קעמפ צווישן די ביימער און גראז זאלסטו אפאר מאל א טאג כאפן א שפאציר צווישן די גראז און זיך אויסשמועסן דיין הארץ מיטן אייבערשטן. דער רבי איז אמאל געגאנגען שפאצירן מיט זיין טאכטער שרה, אינמיטן שפאצירן האט דער רבי איר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קסג): אויב דו וואלסט זוכה געווען צו הערן די געזאנג און לויב ווי יעדע גראז זינגט א געזאנג פארן אייבערשטן אן קיין שום פניה און אן קיין מחשבה זרה, ווען זיי זינגען צום אייבערשטן ווארטן זיי נישט מען זאל זיי באצאלן פאר דעם שכר, "כַּמָּה יָפֶה וְנָאֶה כְּשֶׁשׁוֹמְעִין הַשִּׁירָה שֶׁלָּהֶם", ווי שיין און ווי גוט איז צו הערן זייער געזאנג וואס זיי זינגען צום אייבערשטן, "וְטוֹב מְּאֹד לַעֲבֹד אֶת ה' בְּיִרְאָה בֵּינֵיהֶם", עס איז זייער גוט צו זיין פרום צווישן זיי.


איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט בקרוב טרעפן דיין זיווג. איך בעט דיר זייער לאז נישט אפ די ישיבה און גיי נישט אוועק פון אונז; ווארט אין ישיבה ביז דו טרעפסט דיין זיווג.


איך האף אז דו וועסט מיר העלפן ווייטער דעם קומענדיגן יאר - שנת תשע"ט מיט די טרענספארטעישן און ווייטער מחזק זיין אלע בחורים וואס דרייוון פאר די מוסד זיי זאלן דאס נעמען פאר א זכות - אז מען קען משמש זיין דעם רבי'ן.


שטארק דיך און זיי פרייליך וועסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - רעדן צו מיידלעך איבער די גרויסקייט פון שערן די האר נאך די חתונה
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


אזוי ווי עס קומט יעצט זוממער וויל איך אייך בעטן אויב איר קענט העלפן די מיידל קעמפ מיטן לייגן שלאפן די מיידלעך.


בשעת איר לייגט זיי שלאפן זאלט איר שמועסן מיט זיי; פארציילט זיי שיינע מעשיות פון צדיקים, מעשיות פון תפילה, אז עס זאל זיי איינגעבאקן ווערן אין הארץ אז וואס זיי דארפן זאלן זיי נאר בעטן דעם אייבערשטן.


ווען מען רעדט אומדירעקט האט מען א גרעסערע השפעה ווי ווען מען רעדט דירעקט; ווען מיידלעך הערן חיזוק אויף אמונה נישט ביי אן עמטליכע שיעור, גייט דאס שטערקער אריין אין זיי ווי ווען זיי הערן א שיעור וכו'. דעריבער ווען איר לייגט זיי שלאפן זאלט איר אביסל שמועסן מיט זיי איבער דאס גרויסקייט פון לעבן מיט אמונה, וואס אזוי איז דער לעבן פיל גרינגער; א מענטש וואס גלייבט אינעם אייבערשטן, ער ווייסט אז עס איז נישט דא קיין שום טבע מקרה מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער - איז אים גרינגער דאס לעבן.


אויך זאלט איר שמועסן מיט זיי פון צניעות; פארציילט זיי ווי מוהרא"ש האט געוויינט צו די פריש חתונה געהאטע ווייבלעך זיי זאלן זיך אפשערן די האר. מוהרא"ש האט געזאגט: "ענדערש זאל מען טראגן א שייטל, אבי מען זאל זיך אפשערן די האר".


ליידער האט זיך אריין געכאפט צווישן היימישע משפחות אז מען גייט מיט די אייגענע האר, היימישע ווייבלעך לאזן זיך וואקסן די האר; דאס קומט ווייל מען ווייסט נישט וואספארא צרות דאס ברענגט אויף די גאנצע שטוב.


איר האט דאך אליינס געהערט כמה וכמה פעמים פון מוהרא"ש זכרונו לברכה ווי ער האט צוגעזאגט אלע ישועות און אלע ברכות פאר די פרויען וואס שערן זיך אפ זייער האר; ווי מער מען רעדט צו די מיידלעך ווען זיי זענען נאך יונג און זיי האבן נאך נישט דעם נסיון - אין די יארן ווען עס איז זיי נאך נישט נוגע - דעמאלט גייט דאס אריין אין זיי, און אזוי ארום וועלן זיי אויך זיין פון די ערליכע פרויען וואס פירן זיך ווי אלע צדיקים האבן אונז געלערנט.


וויפיל מאל האבן מיר געהערט פון מוהרא"ש ווי ער האט נאכגעזאגט פון הייליגן סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו ווי ער פלעגט וויינען צו די פרויען "כל נדרי" ביינאכט אז מען זאל נישט לאזן וואקסן קיין ביי-האר. ער האט אויסגעוועלט דעם הייליגסטן צייט פון יאר: "כל נדרי ביינאכט", דעמאלט האט ער געוויינט און געבעטן אלע פרויען זיי זאלן נישט לאזן וואקסן ביי-האר! ער פלעגט חזר'ן וואס דער הייליגער צדיק ר' פנחס'ל קאריצער זי"ע האט געזאגט: "די גאנצע גאולה הענגט אויף א האר"; דאס הייסט אז די 'ביי האר' האלט אפ משיח פון קומען.


היינט האלט מען שוין נישט ביי ביי-האר, ליידער האט זיך אריין געכאפט צווישן היימישע אינגעלייט אז די ווייבער גייען אייגענע האר; מען מאכט ליצנות פון ערליכע אידן און פון פריערדיגע צדיקים וואס האבן אזוי געוויינט און געשריגן וועגן דעם. איין זאך כאפט מען נישט, אז מען מאכט פון זיך אליינס ליצנות און מען טוט זיך אליינס שלעכטס; מען ברענגט אריין די סטרא אחרא אין שטוב און מען פארטרייבט פון דארט די שכינה, אזוי ווי דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז די סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס". און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער; א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


פארוואס האבן די צדיקים געוויינט? וואס האבן זיי געוואלט - אונז שלעכט טון? האבן זיי דען געוואלט ארויפלייגן אויף אונז נאך זאכן וואס מען טאר נישט?! עס איז נאריש צו הערן ווי אינגעלייט רעדן מיט א לייכטזיניגקייט, כאילו די צדיקים זענען נאר דא צוצונעמען פון אונז די הנאה פון דער וועלט; זיי האבן געוויינט נאר פאר אונז. ווייל מיר זעען גארנישט און מיר ווייסן גארנישט, מיר זענען פשוט'ע מענטשן, הלואי זאלן מיר ווערן אנגערופן 'פשוט'ע מענטשן'... מיר זעען נישט פון וואס צרות קומען, אזוי אויך ווייסן מיר נישט וואס ברענגט ערליכע קינדער, מיר ווייסן נאר וואס די הייליגע צדיקים זאגן, און אז זיי האבן געוויינט און געבעטן אז די פרויען זאל זיך נישט לאזן וואקסן די האר - דארפן מיר דאס טון.


אז איר וועט רעדן מיט די מיידלעך וואס מיר האבן אייך דא געשריבן וועט איר מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן און פאר מיר פערזענליך.


בזכות דעם וואס איר העלפט מיר זאלט איר זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער, און דער אייבערשטער זאל אייך געבן הצלחה אין אלע אייערע ענינים.