בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#66 - ס'פעלט נישט אויס טשאלנט, די ווערטער פון רבי'ן וועט שוין ציען מענטשן
היכל הקודש, סיפורי צדיקים, חבורות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט אז דו מאכסט א חבורה אין בית שמש, דו נעמסט צוזאמען אנשי שלומינו יעדע ליל שישי, מען איז זיך מחזק מיט'ן הייליגן רבינ'ס ווערטער.


עס פעלט אבער נישט אויס אויסצוגעבן אזויפיל געלט פאר עסן, טשאלנט וכדומה; די דיבורים - דאס וועט שוין ציען מענטשן. טשאלנט איז דא גענוג פלעצער וואו צו עסן, אבער די דיבורים וואס מען רעדט אין היכל הקודש, די ווערטער פון רבי'ן - דאס איז נישטא ערגעץ אנדערש, דאס אליינס וועט ציען מענטשן.


לייג אביסל טרינקען, קענסט אפילו געבן וואסער. אנשי שלומינו פלעגן זיך מחי' זיין מיט וואסער, מען האט דאס גערופן: "דעם תם'ס ביר".


מוהרא"ש האט דערציילט, אין אומאן ווען עס איז געווען אן ארעמקייט, מען האט נישט געהאט קיין געלט פאר טיי, מען האט געגעבן פשוט'ע הייסע וואסער - האבן זיך אנשי שלומינו מחי' געווען, מען איז געווען פרייליך; זיי האבן געזאגט: "עס איז דא גאלדענע טיי, אויך איז דא זילבערנע טיי...", פשוט'ע וואסער האבן זיי גערופן "די זילבערנע טיי".


העיקר שטארקט אייך איינער דעם צווייטן מיט די זיסע עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#65 - יעדעס ווארט פון א צדיק האט א טיפע כוונה
צדיקים, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו דארפסט זיך זייער פרייען אז דו ביסט עוסק אין ארויסגעבן וועכענטליך די שיינע קונטרסים עצתו אמונה. זייער אסאך מענטשן זענען זיך מחי' מיט די בריוו; עס געבט זיי א פרישקייט אין עבודת השם, עס געבט זיי חיזוק אנצוגיין אין לעבן.


איך שיק דיר דא א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, דער סיפור ווי די צדקת אדל, די טאכטער פון בעל שם טוב - האט זיך משדך געווען מיט דער גרויסער צדיק רבי נחמן הורידענקער זכותו יגן עלינו:


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געהאט א גרויסער תלמיד רבי נחמן הורידענקער זכותו יגן עלינו. דער צדיק רבי נחמן הורידענקער איז געווען זייער נאנט צו זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב; ער האט אים זייער ליב געהאט, ער פלעגט אסאך אוועקפארן אויף ווייטע פלעצער צו טון שליחות'ן פאר זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. וויבאלד ער האט נישט געהאט מער זיין ווייב, זי איז נפטר געווארן, פלעגט ער איבערלאזן זיין זון שמחה ביי אדל, די טאכטער פון בעל שם טוב.


איינמאל ווען דער בעל שם טוב איז געקומען באזוכן זיין טאכטער די צדיקת אדל, און ער האט געזען דעם קינד שמחה, האט ער זיך אנגערופן צו אדל: "דער אינגל געפעלט מיר!"


אדל האט נישט פארשטאנען וואס דער בעל שם טוב מיינט צו זאגן, זי האט אבער געוויסט אז יעדעס ווארט פון א צדיק האט א באדייט; זי האט זיך איינגע'חזר'ט די ווערטער וואס איר טאטע דער בעל שם טוב האט איר געזאגט.


שפעטער, ווען שמחה איז געווארן דרייצן יאר, און פייגא די טאכטער פון די צדיקת אדל איז געווארן גרייט חתונה צו האבן, האט זיך אדל דערמאנט אין די ווערטער פון איר טאטע, וואס ער האט איר געזאגט: "דער אינגל געפעלט מיר"; זי האט זיך פארוואונדערט: 'פארוואס האט מיר מיין טאטע געזאגט די ווערטער? מוז זיין ער האט געמיינט צו זאגן איך זאל זיך משדך זיין מיט דעם קינד'.


אזוי האט זי געטון, זי האט זיי חתונה געמאכט, און פון זיי איז ארויסגעקומען דער הייליגער רבי, רבינו נחמן בן פיגא ובן שמחה.


קינדער, מיר לערנען ארויס פון די מעשה אז ווען א צדיק זאגט א ווארט איז דאס מיט א כונה, און אויב מען לייגט גוט צו די אויערן, מען הערט אויס יעדעס ווארט פונעם צדיק, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל פארשטיין די מיינונג דערפון - איז מען זיכער אז מען טוט גוט, מען גייט אויפ'ן גוטן וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#64 - שלאף און עס, נאר היט די צייט
שלאפן, חינוך הילדים, עבודת השם, סיפורי צדיקים, היטן די צייט, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דעם בחור; דו זיי אים נאר מחזק, זארג נישט פאר וכו'.


בנוגע דיין זון נרו יאיר; דו דארפסט אים מחנך זיין, אים זאגן אז מען רעדט נישט אזוי צו א טאטע, מען זאגט נישט אזוי פאר א מאמע; חינוך איז א שווערע עבודה, אבער עס צאלט זיך אויס, מען זעט הערליכע ערליכע פירות.


בנוגע אויפשטיין וכו'; עס זענען דא מענטשן וואס דארפן מער שלאף, צעברעך זיך נישט מיט דעם. ביים רבי'ן איז געווען א מעשה, דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' בער זכרונו לברכה פון מעדוועדיווקע, ער פלעגט זיך זייער מוטשען אויפצושטיין חצות, יעדע נאכט איז ער פארשלאפן - יעדעס מאל מיט אנדערע תירוצים, אבער עס פלעגט אים זייער וויי טון אז ער פארשלאפט זיינע טעג און יארן.


ער איז אויפגעקומען מיט א פלאן, ער האט געדינגען א גוי זאל אים קומען אויפוועקן יעדע נאכט ביי חצות, דער גוי פלעגט קומען צוועלף אזייגער קלאפן אויף זיין פענסטער, ער האט געקלאפט און געקלאפט ביז ר' בער איז אויפגעשטאנען, אבער אזוי ווי ער איז געווען א שוואכער כאראקטער, פלעגט ער נאך זיין זייער מיד, נאכדעם וואס דער גוי האט אים אויפגעוועקט האט ער געטראכט צו זיך 'איך לייג זיך צוריק נאר פאר אפאר מינוט'; פארשטייט זיך אז ער איז געבליבן שלאפן ביזן טאג אריין, אזוי איז געווען נאכט נאך נאכט. ווען ער האט געזען אז די עצה העלפט נישט און ער פארשלאפט יעדע נאכט איז ער געווארן זייער צעבראכן, האט ער געטראכט א צווייטע עצה, ער האט געבעטן דעם גוי ער זאל נישט אוועקגיין פון זיין שטוב ביז ער קומט ארויס. פון דעמאלט און ווייטער, ווען דער גוי איז געקומען קלאפן אים אויפצואוועקן און ר' בער האט אים געזאגט אז ער איז שוין אויף און ער קען שוין אהיים גיין, האט אים דער גוי געזאגט: "איך גיי נישט אוועק ביז דו טוסט זיך אן דיינע קליידער און דו קומסט ארויס - אזוי ווי מיר האבן אפגעשמועסט"; פלעגט ר' בער טאקע אויפשטיין ווייל ער האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, דער גוי איז נישט אוועק פון דארט ביז ווילאנג ער איז ארויסגעקומען, אבער ער פלעגט האבן שרעקליכע קאפ ווייטאג, ביז ער איז שיעור משוגע געווארן.


ווען ער איז געקומען צום רבי'ן האט ער זיך אויסגעגאסן זיין הארץ, ער האט דערציילט פאר'ן רבי'ן אז ער איז זייער מיד וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "שלאף און עס, נאר היט די צייט", שפעטער האט אים דער רבי געזאגט: "דיין חצות וועט זיין דריי אזייגער".


זעט מען פון דעם, אז מען קען נישט נאכמאכן א צווייטן; איינער דארף שלאפן מער און איינער קען שלאפן ווייניגער. פארגעס נישט, דעמאלט איז מען געגאנגען שלאפן פרי, נישט אזוי ווי היינטיגע טעג וואס מען בלייבט אויף ביז שפעט.


דער עיקר זאלסטו אויסנוצן די צייט וואס דו ביסט יא אויף; שלאף וויפיל דו דארפסט און עס וויפיל דו דארפסט, העיקר ווען דו ביסט אויף זאלסטו נישט מסיח דעת זיין פון אייבערשטן, זאלסט לערנען אדער דאווענען אדער טון מצוות און גמילות חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#63 - קוקן גוטס אויף זיך אליינס
שמחה, שלום בית, התחזקות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, שיעורים כסדרן, נסים, נקודות טובות, עצות, חודש אדר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת משפטים, מברכים חודש אדר א', כ"ו שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר האבן געבענטשט דעם שבת - חודש אדר, די יאר האבן מיר צוויי אדר'ס. די הייליגע חכמים זאגן (תענית כט.): "מִשֶּׁנִּכְנַס אֲדָר מַרְבִּין בְּשִׂמְחָה"; די יאר האבן מיר צוויי חדשים צו פארמערן מיט שמחה, ווי אזוי קען מען זיין פרייליך? ווי אזוי ווערט מען פרייליך? א מענטש זאגט: 'אדרבה, איך וויל זיין פרייליך, אבער איך בין אזוי צעבראכן פון וואס עס גייט אויף מיר אריבער, פון וואס איך לייד אלץ, אפגערעדט פון מיינע נסיונות, מיינע נפילות וואו דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ, ווי אזוי קען איך זיין פרייליך?'


דער ענטפער איז, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי צו קוקן אויף זיך, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב; חלק ב', סימן י): "זוך אויף אין זיך גוטע נקודות, זוך גוטס אין זיך אליינס; זיי זיך מחי' מיט דעם וואס דו ביסט א איד, שלא עשני גוי!"


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק, א מורא'דיגע מעשה (חג השבועות, אות יג). דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפ'ן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי זיך, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחי' ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


זעט מען פון דעם, אז אויב אזא הייליגע צדיק, וואס דער רבי האט אים אנגערופן "פאר הדור" (עיין שיחות הר"ן, סימן קצו) - האט נישט געהאט מיט וואס זיך צו מחזק זיין, נאר מיט'ן "שלא עשני גוי", איז דאך זיכער אז מיר קליינטשיגע מענטשעלעך, וואס מיר זענען טאקע גארנישט - דארפן מיר זיכער נעמען דעם "שלא עשני גוי" און זיך מחזק זיין מיט דעם, טראכטן שטענדיג צו זיך: 'ברוך ה' איך בין נישט קיין גוי טמא, איך בין א איד!'


אז דו וועסט גוט אריינקוקן אין זיך וועסטו זען אז דו ביסט נישט אזוי שלעכט, דו ביסט אנגעפילט מיט אזויפיל גוטס; 'ברוך ה' פיאות האב איך, א בארד האב איך, איך לייג טלית און תפילין, איך גיי מיט ציצית, איך עס כשר'ס, איך האב א מזוזה' - די אלע זאכן מאכן פרייליך.


ווער רעדט נאך אז מען איז זוכה, מען לערנט אביסל חומש רש"י יעדן טאג, - דאס איז דאך ממש א פארמעגן! מען לערנט משניות, גמרא - דאס מאכט פרייליך, "פִּקּוּדֵי ה' יְשָׁרִים מְשַׂמְּחֵי לֵב (תהלים יט, ט)", מען ווערט פרייליך, מען ווערט אויסגעלייזט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות ו, ב): "אֵין לְךָ בֶן חוֹרִין", ווער איז אויסגעלייזט? "אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה", נאר דער וואס לערנט תורה.


שטארקט אייך טייערע חברים, לאמיר זיך שטארקן מיט די שיעורים כסדרן, לאמיר זיך שטארקן מיט די זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן; די עצה פון קוקן גוטס אויף זיך אליינס, פון זיך אליינס ליב האבן, פון זיך מחי' זיין מיט אונזערע דריי עקיגע דאווענען. דער הייליגער תם פלעגט נעמען זיין שיך וואס האט געהאט א פנים ווי דריי עקן, ער האט זיך אזוי מחי' געווען דערמיט, ער האט זיך געזינגען (ספורי מעשיות, מעשה ט', מחכם ותם): "מיין טייערע שיכעלע, מיין ליבער שיכעלע, מיין וואוילע האניגדיגע שיכעלע", ווען דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה האט דער רבי געזאגט: "אז דער דאווענען איז אזוי ווי דריי עקן, פארשטיי גוט ווי אזוי מען קען אפלעבן א לעבן מיט א שיך מיט דריי עקן, און זיך אזוי מחי' זיין און זיך אזוי פרייען און האבן א פרייליכע לעבן, מער ווי דער וואס פאלט אין חכמות".


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך קומען אין אפאר וואכן ארום קיין ארץ ישראל, איך וועל באזוכן ביי אייך אין שול. איך בענק שוין זייער, איך ווארט שוין זייער אייך צו טרעפן, צו הערן פון יעדן איינעם זיינע סיומים, צו הערן יעדנ'ס מופתים; די עכטע מופתים - וואס מען האט באקומען פון רבי'ן.


וואס איז א מופת? א מופת איז, אז מען קוקט זיך אן און מען געבט א טראכט: 'ווער בין איך געווען? ווי אזוי האב איך אויסגעזען? איך ווייס דאך יא ווער איך בין, איך האב געטראפן דעם רבי'ן, דער רבי האט מיך געברענגט צו אזעלכע שיינע זאכן; איך האב שיעורים, איך בין זיך מתבודד, איך האב שלום בית', שלום בית איז די גרעסטע מופת פון רבי'ן; 'איך ענטפער נישט אין שטוב, איך שלינג אראפ ווען זי זאגט מיר'; אוי איז דאס א מופת, נאר דער רבי קען באווייזן אזעלכע מופתים, נעמען א מענטש און אים מאכן נישט ענטפערן... 'איך ווייס דאך יא ווער איך בין, און קוק וואס דער רבי האט געטון מיט מיר'.


א אינגערמאן פון ענקער חבורה האט מיר געשריבן די וואך אזא שיינע מופת, איך מוז אייך שיקן א קליינע שטיקל פון די בריוו:


דער אייבערשטער האט געמאכט מיט מיר א נס אז איך בין מקורב געווארן צו היכל הקודש.


איך בין אהיימגעקומען פרייטאג צו נאכטס נאכ'ן דאווענען, און איך זע אז דער שבת טיש איז א באלאגאן, נאך פול מיט מוקצה זאכן, די בענקלעך זענען נאך איבערגעדרייט אויפ'ן טיש פון אויפוואשן די ערד פריער, און מיין ווייב שלאפט נאך א שווערע וואך ארבעט.


איך טראכט צו זיך וואס איך וואלט געטון אין אזא צייט, ווען איך זאל נישט זיין מקורב צום ראש ישיבה שליט"א, עס וואלט ארויס א געדיכטע רויך פון הויז. דער אייבערשטער האט אבער רחמנות געהאט אויף מיר, איך האב גלייך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיך נישט אויפרעגן, מיר זאלן האבן א פרייליכער שבת אפילו די הויז זעט אזוי אויס, איך האב ברוך ה' מסדר געווען און צוגעגרייט דעם שבת טיש, און מיר האבן געהאט א פרייליכע סעודה.


די זעלבע האט זיך איבערגע'חזר'ט שבת אינדערפרי, איך קום אן אהיים, און אלעס ליגט נאך פונקט אזוי ווי מ'האט עס איבערגעלאזט נעכטן נאכט נאך די סעודה, ווען מען איז געווען מיד און מ'איז געגאנגען שלאפן אן אפרוימען דעם טיש. יעצט האלט איך נאך פאר'ן קידוש מאכן, מיין ווייב האט שוין קידוש געמאכט פאר די קינדער און איז געגאנגען שלאפן נאך א שווערע פולע וואך מיט די קינדער, ווען יעדע נאכט טיילן זיך די קינדער איין, יעדע שעה וויינט א צווייטער און וועקט אונז אויך, און איך האלט יעצט איינס אזייגער נאכמיטאג, נאך גארנישט געגעסן היינט, און איך בעט ווידער דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך זאל נישט ווערן אין כעס, איך זאל זיך האלטן פרייליך, און ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן, אום דריי אזייגער האבן מיר געקענט אנהויבן די סעודת שבת קודש.


איך דאנק דעם אייבערשטן און איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א, איך קען אפילו נישט טראכטן ווי אזוי איך וואלט געלעבט אן די עצות פון הייליגן רבי'ן, אז איך זאל קענען בלייבן פרייליך, און מיין ווייב זאל אפילו נישט כאפן ווי אזוי די הויז האט אויסגעזען ווען איך בין אהיימגעקומען, און ווי לאנג איך האב געווארט אויף איר מיט סבלנות אז זי זאל זיך קענען אפרוען אביסל, און זי ווייסט נישט ווי שטארק איך האב געדארפט ארבעטן אויף זיך, נישט זיך אויפצורעגן און זיין פרייליך, נאר דורכ'ן אסאך בעטן דעם אייבערשטן.


יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק, ווי אזוי זיך צו קענען דערהאלטן אין יעדן מצב.


איך דארף מקצר זיין, איך מוז אהיים לויפן העלפן מיין ווייב.


א פרייליכן ליכטיגן שבת און א גוטן חודש.

#62 - מיין טאטנ'ס מענטשן, בענטשן ברכת המזון אויפ'ן קול
הפצה, הדפסה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, ברכת המזון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך ווייס נישט ווי אזוי עס קען זיין אז דו ביסט צעבראכן, דו האסט נישט קיין השגה וויפיל מענטשן זענען זיך מחי' מיט די שיינע קונטרסים וואס דו שטעלסט אהער וועכענטליך. מענטשן זאגן און שרייען אז די קונטרסים עצתו אמונה - איש אמונות, די בריוו - דאס איז זייער גאנצע חיות, זייער גאנצע חיזוק; ווי קען זיין דו זאלסט זיין אזוי געפאלן, אזוי פארשלאפן? דו דארפסט טאנצן פאר שמחה: "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו 'אשר בנחל' שם גורלינו"; די אלע בריוו, אלעס איז ארויסגענומען פון אשר בנחל, אלעס איז שכל פון מוהרא"ש, עצות פון הייליגן רבי'ן.


א שאד איך האב אויסגעלאזט פאריגע וואך די קינדער עצתו אמונה, אזויפיל קינדער ווארטן א גאנצע וואך אויף דעם, זיי ווילן זען די שיינע מעשה פון עצתו אמונה פאר קינדער.


איך שיק דיר יעצט א קליינע שיינע ווארט פון אדל, א טאכטער פון רבי'ן. איך וועל עס פרובירן אויסציען אין א מעשה, אז די עלטערן זאלן האבן וואס צו דערציילן פאר די קינדער, און זיי אנווארעמען צו בענטשן ברכת המזון הויך אויפ'ן קול מיט א געשמאק:


טייערע קינדער, לאמיר גיין קיין אומאן, לאמיר אריינקוקן אין שטוב פון רבינ'ס טאכטער, די גרויסע צדיקת אדל עליה השלום:


א שיינע סעודה קומט פאר ביים רבינ'ס טאכטער, אנשי שלומינו עסן א געשמאקע סעודה. אין די צווייטע שטוב זיצט אדל דעם רבינ'ס טאכטער מיט נאך פרויען, מען עסט און מען טרינקט אזוי געשמאק, מען שמועסט און מען פארברענגט אינאיינעם.


וויבאלד מען האט געגעסן אין באזונדערע צימערן האבן די פרויען נישט געוויסט ווי מען האלט ביי די סעודה ביי די מענער, זיי האבן געטראכט: 'האבן זיי שוין געבענטשט ברכת המזון? זאלן מיר שוין אויך בענטשן?' א טייל פרויען האבן געזאגט: "די מענער האבן שוין געבענטשט ברכת המזון, מיר דארפן שוין אויך בענטשן".


רופט זיך אן די צדיקת אדל עליה השלום: "איך זאג אייך מען האט נאך נישט געבענטשט, מען האלט נאך אינמיטן עסן, מיר קענען ווייטער עסן"; אלע פרויען קוקן אויף איר, זיי פרעגן איר: "ביסטו זיכער אז מען האט נאכנישט געבענטשט, אפשר האט מען שוין יא געבענטשט?" רופט זיך אן די צדיקת אדל: "מיין טאטנ'ס מענטשן בענטשן אויפ'ן קול, מיר וואלטן זיכער געהערט זייער ברכת המזון".


פלוצלונג הערט מען א גערודער, מען הערט פון דערווייטנס ווי מען בענטשט ברכת המזון אזוי שיין; רופט זיך אן די צדיקת אדל: "איך האב אייך דאס געזאגט, מיין טאטנ'ס מענטשן, ווען זיי בענטשן ברכת המזון בענטשן זיי אויפ'ן קול".


קינדער, יעצט וועלן מיר אלע בענטשן שיין הויך אויפ'ן קול, אזוי ווי ברסלב'ער חסידים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - עס איז נישט א חסרון אז מען קען זיך נישט אויפשטעלן רעדן ברבים
תפילה והתבודדות, אמונה, רפואה, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, בושה, ראש ישיבה, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט וואס דו שרייבסט מיר; ווער האט דיר איינגערעדט די אלע זאכן? אז מען קען זיך נישט אויפשטעלן רעדן ברבים - מיינט דאס אז מען איז נישט קיין סאושעל מענטש?


לאז זיך אפ פון די נייע זאך; פון ארויפקלעבן אויף מענטשן נעמען, - 'דער איז יא סאושעל', 'דער איז נישט סאושעל', וכדומה. רוב מענטשן קענען זיך נישט אויפשטעלן רעדן ברבים, עס איז נישט א חסרון אז מען קען זיך נישט אויפשטעלן רעדן; איך זע נישט עפעס זאל דיר פעלן, אין מיינע אויגן ביסטו געזונט און שטארק.


טו ווייטער די הייליגע עבודה וואס דער רבי האט אונז געגעבן, רעד צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך; רעד צו אים, בעט אים פאר א שטארקע לויטערע אמונה - וועסטו ווערן מער און מער זיכער מיט זיך.


דו שרייבסט דאך אליינס אז לעצטנס שפירסטו מער זיכער; אז דו וועסט ווייטער רעדן צום אייבערשטן און בעטן בעיקר אויף די זאך, אויף אמונה, דו וועסט זינגען ניגוני אמונה, דו וועסט זינגען: "דער אייבערשטער איז דא, אלעס איז ער, אלעס איז דער אייבערשטער", - וועסטו שוין נישט זען קיין מענטשן, דו וועסט זיין שטארק ביי זיך.


ביי אמונה איז נישטא קיין שיעור, עס איז נישט שייך צו זאגן: 'איך האב שוין גענוג אמונה'; אמונה איז א זאך וואס יעדע רגע וואס מען טראכט פון דעם ווערט דאס שטערקער און שטערקער, יעדע ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן ווערט דורכדעם מער און מער אויפגעבויט די אמונה, דאס שטארקט דעם מענטש; מען ווערט אזוי שטארק - ביז מען דארף שוין נישט קיינעם.


איך געדענק, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געזאגט איך זאל דאווענען שחרית ראש השנה אין אומאן ביים קיבוץ. עס איז געווען צוויי וואכן פאר ראש השנה שנת תשע"ב, מוהרא"ש זאגט מיר: "איך וויל דו זאלסט דאווענען פאר'ן עמוד", איך האב גלייך פארשטאנען אז דאס איז וואס איך האב צו טון, אפילו הענט און פיס האבן מיר געווארפן פאר פחד, איך האב קיינמאל נישט געדאווענט פאר'ן עמוד פאר אזויפיל מענטשן, האב איך געזאגט פאר מוהרא"ש: "איך האב מורא צו דאווענען פאר אן עולם"; מוהרא"ש שמייכלט און זאגט: "מורא? מורא דארף מען האבן נאר פונעם אייבערשטן; וואס איז דא מורא צו האבן? טראכט ווי דו דאווענסט צווישן טויזנט ביימער".


איך האב דאס אריינגענומען אין מיר, איך האב דאס געטראכט איין מאל און נאכאמאל און נאכאמאל; וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז טאקע אזוי; וואס איז דא צו טראכטן פון מענטשן?


וואס זאל איך דיר זאגן, מוהרא"ש האט אין אונז אריינגעלייגט אזא אמונה, אפילו פשוט'ע מענטשן כמוני כמוך - האבן א געפיל, האבן אן השגה אין מדריגות וואס גרויסע צדיקים זענען זוכה. אזא שטארקע, קלארע, לויטערע אמונה; מען זעט נישט קיינעם, מען זעט נאר אלוקות.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן אזא רבי.

#60 - גיי אריבער רעדן פערזענליך מיט'ן מלמד
קינדער, תפילה והתבודדות, מלמדים, סיפורי צדיקים, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנטריאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין זון זאגט דיר אז זיין רבי שלאגט אים - זאלסטו אריבערגיין צום מלמד רעדן מיט אים; פרעג אים אויב דיין קינד איז וואויל, גיי אריין מיט אים אין א שמועס און פרעג אים איבער דעם וואס דיין זון זאגט אז מען שלאגט אים; בעט אים ער זאל אים נישט שלאגן, ער זאל רעדן מיט אים.


אוי ווי עלטערן דארפן בעטן דעם אייבערשטן פאר די קינדער; מען שיקט די אינגלעך אין חדר און די מיידלעך אין סקול, עלטערן האבן נישט קיין אנונג וואס גייט פאר דארט, וואס טוט זיך דארט; צי דער קינד כאפט מכות רצח, צי ער כאפט אריין בזיונות, און חס ושלום צי ער איז אפגעהיטן פון קראנקע מענטשן.


גיס תפילות, דו און דיין ווייב - פאר די קינדער. מוהרא"ש האט דערציילט, איינמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און ארויסגענומען פון ספרים שאנק אן אלטער תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#59 - גיי ווייטער צאמנעמען געלט פאר משפחות נצרכים
צדקה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר


גיי ווייטער צאמנעמען געלט פאר משפחות נצרכים, אנשי שלומינו; די צדקה איז נישט סתם א צוועק, דאס איז א צדקה וואס נעמט אריין אין זיך אלע צדקות.


פאריגע וואך רעד איך מיט א אינגערמאן אויפ'ן טעלעפאן, אינמיטן האט ער זיך זייער צואוויינט, ער האט נישט געקענט רעדן, ביז איך האב ארויסבאקומען פון אים אז ער האט נישט קיין פרוטה אין שטוב, איך האב אים אריבערגעשיקט צוויי טויזנט דאלער עס זאל נישט צעפאלן זיין שטוב. יעצט האב איך נאך א משפחה וואס מוטשעט זיך זייער, איך דארף האבן אפאר דאלער זיי ליכטיג צו מאכן.


איך שרייב דיר דאס אלעס נאר דיר צו שטארקן דו זאלסט ווייטער גיין נאך געלט. אנשי שלומינו זענען גרויסע בעלי צדקה, מען דארף זיין נאר בעטן און זיי געבן.


ווער נישט באליידיגט ווען איינער טשעפעט וכו'; געדענק די מעשה פון אונזער גרויסן זיידן רבי עמרם אויש זכותו יגן עלינו, ער האט שטענדיג צאמגענומען געלט פאר ארעמע משפחות. איינמאל ערב שבת איז ער געגאנגען נאך געלט אין א געשעפט, דער בעל הבית איז געווען נערוועז און אנגעצויגן, ער האט דערלאנגט א פראסק פאר'ן זיידן רבי עמרם, האט דער זיידע רבי עמרם געזאגט: "דאס האט איר מיר געגעבן, וואס געבט איר פאר די אלמנות און יתומים?" דער בעל הבית האט נישט געקענט גלייבן וואס דא גייט פאר, ער האט געזען אז דער איד מיינט עס ערנסט, האט ער אים געגעבן א שיינע סכום.


זיי געזונט און שטארק.


טאטי

#58 - די מעשה פון רבי'ן מיט'ן אראבער
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך שיק דיר נאך א מעשה פאר די קינדער, צעטייל די מעשה פאר צוויי וואכן; די מעשה פון רבי'ן מיט'ן אראבער.


ראטעוועט!!!!


ער האט א מעסער!!!!!!


עס איז אנגעקומען אן אראבער, ער שרייט: "אאאאללללאא הואאאאאקבבאאאאררר!!!"


קיינער פארשטייט נישט וואס ער זאגט, קיינער ווייסט נישט וואס ער רעדט, ער שטייט מיט א כעס, ער פאכעט מיט זיין שווערד, ער וויל נאר רעדן צום רבי'ן.


טייערע קינדער, די מעשה האט פאסירט ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל, דער רבי איז אנגעקומען אין די שטאט חיפה, דעמאלט האט פאסירט די מעשה. עס איז געקומען א יונגער אראבער רעדן מיט'ן רבי'ן, דער רבי האט נישט פארשטאנען וואס ער רעדט, דער אראבער איז געקומען יעדן טאג, סיי אינדערפרי און סיי ביינאכט, יעדע סעודה וואס דער רבי איז געזעצן מיט די געסט איז דער אראבער געקומען, ער האט זייער ליב געהאט דעם רבי'ן.


ביז איינמאל קומט ער אריין זייער אויפגערעגט מיט א מעסער, ער האט זיך גענומען שרייען שרעקליכע קולות, דער רבי האט נישט געוויסט וואס ער וויל; דארט איז געווען א פרוי פון די שטאט וואלחיי, ווען דער אראבער איז אוועקגעגאנגען האט זי געזאגט פאר'ן רבי'ן: "למען השם זאלט איר אוועקלויפן, דער אראבער שרייט אז ער וויל מאכן א מלחמה מיט אייך, אנטלויפט...!"


דער רבי איז גלייך אנטלאפן צום שטוב פון רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטראה; דער צדיק האט דעמאלט געוואוינט אין חיפה, דער רבי האט זיך באהאלטן ביי אים אין שטוב, אזוי איז דער רבי געראטעוועט געווארן.


קינדער איר ווייסט וואס דער אראבער האט געוואלט? און ווער ער איז געווען?


דער אראבער איז געווען דער סמ"ך מ"ם, ער האט זיך פארשטעלט ווי אן אראבער, ער האט געוואלט הרג'ענען דעם רבי'ן, ווייל ער האט זייער פיינט דעם רבי'ן. דער רבי האט דערציילט, דער סמ"ך מ"ם האט געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "אויב דער רבי'ס נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיך באשאפן? מיין זאך איז אוועקנעמען מענטשן פונעם אייבערשטן, און דער רבי - ער האט א כח צוריק צו ברענגען יעדן איינעם צום אייבערשטן"; דער רבי ווייזט אונז די רחמנות פונעם אייבערשטן, מיר זאלן תשובה טון.


די קומענדיגע וואך:


טייערע קינדער, מיר האלטן אינמיטן דערציילן, ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל אין חיפה און דער אראבער איז געקומען מלחמה האלטן מיט'ן רבי'ן, דער רבי האט זיך באהאלטן; לאמיר דערציילן נאך פון די מעשה.


אוי וויי! דער אראבער איז שוין ווייטער דא! ער זוכט דעם רבי'ן, ער פרעגט: "וואו איז דער רבי?!" ער לאכט און ער זאגט: "איך האב זייער ליב דעם מענטש (דעם רבי'ן), איך וויל אים אוועק געבן מיינע אייזלען, אויך געב איך אים אוועק מיין פערד, ער זאל קענען גיין קיין טברי', ער דארף נישט מורא האבן פון מיר".


אזוי איז טאקע געווען, ווען דער רבי איז צוריק געקומען צו זיין אכסניא איז דער אראבער געקומען און זיך אראפגעזעצט, און ער האט געלאכט און געלאכט צום רבי'ן.


די גאנצע מעשה מיט'ן אראבער אין חיפה איז זייער אן אינטערעסאנטע געשיכטע; וואס האט דער אראבער געוואלט פון רבי'ן...? אין אנהייב האט ער געוואלט מלחמה האלטן מיט'ן רבי'ן, שפעטער האט ער ליב געהאט דעם רבי'ן; מיר ווייסן נישט די סודות פון דעם.


דער רבי האט געזאגט: "איך האב געהאט מער יסורים פון די ליבשאפט פונעם אראבער ווי פון די פיינטשאפט פונעם אראבער".


קינדער, מיר נעמען ארויס פון די מעשה זייער אכטונג צו געבן פון שלעכטע מענטשן; ווען זיי קומען מיט א שמייכל, זיי ווילן זיין א חבר, זיי געבן מתנות, זיי לאכן - זאל מען זיך זייער היטן פון זיי! עס איז מער סכנה ווען דער שלעכטער מענטש מאכט זיך ווי א חבר, ווי ווען א מענטש קומט זיך קריגן, מען דארף אוועקלויפן פון שלעכטע מענטשן וואס ווילן טון עבירות.


(די עלטערן קענען דא אביסל שמועסן מיט די קינדער, זיי זאגן: "אויב איינער וויל דיך קיצלען אונטער דיינע קליידער אדער אויף די קליידער אויף פריוואטע פלעצער, יענער מאכט זיך פאר א חבר, ער זאגט דיר ער האט דיך ליב - זאלסטו געדענקען די מעשה פונעם הייליגן רבי'ן, פונעם אראבער וואס האט זיך אויך געמאכט ווי ער האט ליב דעם רבי'ן").


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#57 - עס איז נאר דא איין עצה ווי אזוי אויסצוארבעטן די שלעכטע מידות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מדות טובות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איין עצה איז דא אויסצוארבעטן די שלעכטע מידות: "התבודדות ותפילה"; נישטא קיין אנדערע עצה. ווער עס האט אין זיך די מדה פון טשעפען, פליקן, שטעכן מיט ווערטער, - דארף בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, חודש נאך חודש - ביז דער אייבערשטער וועט אים העלפן.


דער הייליגער רבי האט געהאט א תלמיד שמואל אייזיק, ער איז געווען א גרויסער צדיק, איינמאל האט אים דער רבי אנגעכאפט ביים הארץ און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמא): "שמואל אייזיק, שמואל אייזיק, וועגן אביסל בלוט זאלסטו פארלירן די וועלט און יענע וועלט? קרעכץ עס אויס!" ווייל יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט שלעכטע מידות, אז אלעס קומט זיך אים און ער איז אייביג גערעכט, דאס מאכט ער זאל גרינגשעצן אין אנדערע, ער רעדט שטעכעדיג און פליקעדיג; דאס אלעס קומט פון די הייסע בלוט פונעם מענטש.


די עצה איז, מען זאל נעמען די הייסע שלעכטע בלוט און דאס אויסלייטערן דורך זיך אויסקרעכצן צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה "התבודדות", א מענטש זאל אויסשמועסן זיין הארץ פאר'ן אייבערשטן און אים דערציילן אלע שלעכטע מידות, אלע שלעכטע תאוות; דאס זויבערט דעם מענטש.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יב, מבעל תפילה): "די לייט פונעם קעניג האבן זיך געטראפן, האבן זיי געבעטן דעם פרומען בעל תפילה זאל אריינגיין אין די מדינות זיי אויסרייניגן פון זייער שמוץ", דער רבי דערציילט דארט איבער אלע כיתות וואס האבן גענומען תאוות רעות און עבירות, און געמאכט דערפון אן אמונה, נישט נאר זיי זענען אריינגעפאלן אין די תאוות, נאר עס איז געווארן ביי זיי ווי א שיטה, זיי האבן געגלייבט אז אזוי דארף מען זיך פירן און דאס איז דער תכלית, דאך האט דער בעל תפילה זיי אלע אויסגערייניגט; ווייל תפילה איז אזא שטארקע זאך, ווער עס בעט דעם אייבערשטן ברחמים ובתחנונים ער זאל אים העלפן - איז זוכה צו ווערן אויסגערייניגט, דאס איז וואס דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד: "שמואל אייזיק, שמואל אייזיק, וועגן אביסל בלוט זאלסטו פארלירן די וועלט און יענע וועלט? קרעכץ עס אויס!"


דאס זאגט דער רבי פאר יעדן פון אונז, קענסט עס זאגן פאר דיר מיט דיין נאמען: "... ... וועגן אביסל בלוט זאלסטו פארלירן די וועלט און יענע וועלט? קרעכץ עס אויס"; רעד זיך אויס צום אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין א גוטער מענטש, העלף מיר איך זאל נישט רעדן שטעכעדיג, איך זאל נישט וויי טון אנדערע; העלף מיר איך זאל האבן גוטע מידות, איך זאל קענען ליידן יעדן איינעם, הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן - וועסטו קענען אויסארבעטן די מידות.


קענסט ליינען שבת קריאת שמע של אריז"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - שטארק זיך און דערהאלט זיך, כאטש מען האט אפגעלאזט דעם שידוך
שידוכים, התחזקות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין חבר האט מיר דערציילט די זאך וואס דו גייסט יעצט אריבער, די צד הכלה האט אפגעלאזט די שידוך אפאר טעג פאר דיין חתונה; ער שרייבט מיר אז ער קען נישט נעמען דיין צער, ווען ער טראכט פון דיר שפירט ער ווי ער גייט אראפ פון זין, איז דאך זיכער אז דו אליינס שפירסט אזוי.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך דערהאלטן, זאלסט בלייבן שטארק; אז דו וועסט זיך דערהאלטן, דו וועסט ווייטער דינען דעם אייבערשטן געטריי, לערנען און דאווענען - וועסטו בקרוב טרעפן גאר א גוטע שידוך, שענער און בעסער.


איך ווייס פערזענליך כמה וכמה מעשיות פון חתנים וואס מען האט אפגעלאזט די שידוך, זיי האבן דאס נישט אויסגעהאלטן, און מיט רעכט; וואס קען דען זיין א גרעסערע צער פאר א חתן כלה אז מען לאזט אפ די שידוך? מען ווארט אזוי לאנג צו קענען חתונה האבן, אנהייבן די לעבן, און אז מען לאזט אפ די שידוך איז דאס זייער ווייטאגליך; דאך האבן זיי זיך דערהאלטן מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, זיי האבן זיך געשטארקט מיט אמונה אינעם אייבערשטן, און ביים סוף האבן זיי געטראפן אסאך בעסערס און שענערס.


די שידוך וואס מען האט אפגעלאזט איז אויך געווען דיין שידוך, און דאס וועט ברענגען נענטער דיין שידוך; אזוי האט דער רבי מגלה געווען ווען דעם רבינ'ס ווייב איז נפטר געווארן. דער רבי געווען אין ראדוויל, דער רבי האט זייער שטארק געוואלט חתונה האבן, ער האט נישט געוואלט זיין אן א ווייב, דעמאלט זענען געקומען אסאך פרויען, זיי האבן זיך געוואלט משדך זיין מיט אים, האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה): "אלע וואס זענען געקומען צו פארן זענען זיינע שידוכים, און אזוי איז ביי יעדן מענטש, מען האט כמה וכמה זיווגים, די שידוכים וואס מען רעדט איז אויך א בחינה פון שידוך, אפילו עס ווערט נישט אויסגעפירט, אפילו ווען מענטשן שמועסן ביי זיך אין שטוב, עס פאלט זיי ביי אז דער בחור וואלט גוט געווען פאר די מיידל - איז דאס א שידוך, אפילו ווען דער שידוך זאל זיך נישט אנהייבן און נישט ענדיגן - איז דאס אויך א בחינה פון א שידוך. "וְלִפְעָמִים נוֹסְעִים לַעֲשׂוֹת הַשִּׁדּוּךְ וּבְעֵת הַגְּמָר נִפְרָדִים מֵאֵיזֶה סִבָּה, וְלִפְעָמִים נִגְמָר הַשִּׁדּוּךְ וְאַחַר כָּךְ מַפְסִיקִים הַקֶּשֶׁר שֶׁל תְּנָאִים, וְלִפְעָמִים בָּאִין לִידֵי נִשּׂוּאִין וְאַחַר כָּךְ בְּסָמוּךְ נַעֲשֶׂה גֵּט בֵּינֵיהֶם. וְלִפְעָמִים אֵינוֹ נַעֲשֶׂה הַגֵּט עַד אַחַר אֵיזֶה זְמַן וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה כַּמָּה בְּחִינוֹת שֶׁיֵּשׁ בְּעִנְיְנֵי הַשִּׁדּוּכִים וְהַזִּוּוּגִים שֶׁאֵינָם נִגְמָרִים אַחַר כָּךְ, אֲבָל כֻּלָּם הֵם בְּחִינַת זִוּוּגִים שֶׁלּוֹ. כִּי כָּל אֶחָד יֵשׁ לוֹ כַּמָּה זִוּוּגִים, רַק שֶׁאֵצֶל זֶה נִגְמָר אֵיזֶה זִוּוּג שֶׁלּוֹ עַל יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר בְּעָלְמָא שֶׁמְּדַבְּרִים מִזֶּה הַשִּׁדּוּךְ, וְלִפְעָמִים עַל יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר יוֹתֵר אוֹ עַל יְדֵי אֵיזֶה הִתְקַשְּׁרוּת אוֹ נְסִיעָה אוֹ עֻבְדָּא בִּשְׁבִיל הַשִּׁדּוּךְ לְפִי שָׁעָה וְכוּ' כַּנַּ"ל"; זעט מען פון דעם אז יעדע זאך וואס מען טוט פאר א בחור און פאר א מיידל כדי זיי זאלן טרעפן זייער שידוך - אפילו עס ווערט נישט - איז אויך עפעס, ווייל עס ווערט נענטער זייער ריכטיגער שידוך, עיין שם.


איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך, זיי נישט ברוגז אויף קיינעם. זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, נעם אריין אמונה אין זיך, גלייב אז די גאנצע זאך איז פונעם אייבערשטן אליינס און אלעס איז לטובה, אלעס איז נאר פאר אונזער טובה, אפילו עס זעט אויס שלעכט - איז דאס נאר פאר די טובה פונעם מענטש - וועסטו בקרוב טרעפן שענער און בעסער.


לאז מיר וויסן ווען דו טרעפסט דיין שידוך.


 

#55 - שלש סעודות איז א צייט פון תיקון המעשים, א צייט פון תשובה
חברים, שלום בית, שבת קודש, משפחה, סיפורי צדיקים, חבורות, שלש סעודות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברכפעלד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז פונקט פארקערט; סעודה שלישית איז נישט קיין צייט צו זיצן מיט די משפחה, שלש סעודות איז א צייט פון תיקון המעשים, א צייט פון תשובה, רעווא דרעווין.


אז דיין ווייב וויל נישט דו זאלסט גיין צו שלש סעודות, זי זאגט אז דו גייסט שוין אינמיטן די וואך צו א חבורה זיך מחזק זיין, איינמאל א וואך איז גענוג צו גיין - זאלסטו מאכן פארקערט, זאלסט גיין צו שלש סעודות, און אינמיטן די וואך אז זי וויל, זאלסטו בלייבן אין שטוב.


מוהרא"ש דערציילט (אשר בנחל חלק מז, מכתב ח אלפים תקפח) די זאך פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו וואס האט מתקן געווען די מנהג ביי חסידים זאלן עסן די דריטע סעודה צוזאמען אין בית המדרש, אז אמאל האט דער הייליגער בעל שם טוב געזען א פשוט'ער איד דריידט זיך ארום ביי שלש סעודות, ער זוכט א מנין אידן; דער איד האט נישט געקענט דעם בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, ער איז צוגעגאנגען צום בעל שם טוב און געזאגט: "ר' איד, איך דארף מנין, איר ווילט אפשר זיין א צענטער?" דער בעל שם טוב איז אים נאכגעגאנגען, ער קומט אריין ביים איד אין שטוב און ער זעט דער איד טיילט אויס פאר יעדן איינעם לחם משנה, מען וואשט זיך, מען עסט און מען הייבט אן זינגען ניגונים ביזן זמן מוצאי שבת, דערנאך האבן זיי געבענטשט ברכת המזון און געדאווענט מעריב, דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו פרעגט דעם איד: "וואס איז דיר אזוי וויכטיג צו האבן מנין ביי שלש סעודות?" ענטפערט דער איד: "דו ווייסט דאך, עס איז א גרויסע זאך ווען א מענטש גייט אוועק פון די וועלט עס זאל זיין מנין, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין לט.): 'כל בי עשרה', וואו עס זענען דא צען אידן, 'שכינתא שריא', איז דארט די שכינה הקדושה, דעריבער איז מען מקפיד פאר מנין, שבת באקומט דאך יעדער איינער א נשמה יתירה, וויל איך האבן מנין ווען די נשמה יתירה גייט ארויס"; דער הייליגער בעל שם טוב האט דאס געהערט, האט ער מתקן געווען ביי זיינע תלמידים מען זאל זיצן אינאיינעם ביי שלש סעודות, און אזוי פירן זיך אלע צדיקים, צו זיצן אינאיינעם ביי שלש סעודות, מען רעדט דברי תורה, מען דערציילט מעשיות פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - אין די שניי מיט'ן אייבערשטן
הפצה, זיכוי הרבים, עבודת השם, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, איך מיין אז דו ווייסט נישט וואס דו טוסט, וואס די קונטרסים, די בריוון – טוען; ווען דו וואלסט געוויסט נאר איין פראצענט וואס די נייע קונטרסים און גליונות טוען - וואלסטו נישט געווען אזוי צעבראכן ביי זיך, דו וואלסט געארבעט מיט א שמחה ארויסצוגעבן די וועכנטליכע קונטרסים עצתו אמונה און איש אמונות וכו' וכו'.


אזויפיל בחורים און מיידלעך, אינגעלייט און ווייבלעך זאגן אז די קונטרסים איז זייער גאנצע חיות, זיי זענען אויסגעהונגערט א גאנצע וואך פאר די בריוו.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער אפטיילונג, די מעשה ווי אזוי דער רבי איז געווען באהאלטן אין זיינע יונגע יארן, ער האט זיך געמאכט ווי א פשוט'ער מענטש און שטילערהייט האט ער געדינט דעם אייבערשטן.


די מעשה איז אביסל א לענגערע מעשה, דו קענסט דאס צעטיילן פאר דריי וואכן מיט דריי בילדער, שפעטער ווען דו וועסט דרוקן אלע מעשיות פון עצתו אמונה פאר קינדער - זאלסטו דאס צאמשטעלן אינאיינעם.


"אין די שניי מיט'ן אייבערשטן"


קינדער ווער וויל זיין א צדיק?


איך פריי זיך זייער אז אלע קינדער ווילן זיין צדיקים; קינדער איר ווייסט אז מען קען זיין א צדיק און אויך שפילן, שפרינגען און טאנצן? איך וועל ענק דערציילן דעם רבינ'ס יונגע יארן.


דער הייליגער רבי האט זיך זייער אויסבאהאלטן נאך זיין חתונה, קיינער האט נישט געוויסט ווער דער רבי איז, נאר דער רבי'ס ווייב; דער רבי האט געבעטן זיין ווייב די צדקת סאשיא זי זאל נישט דערציילן פאר קיינעם פון זיין עבודות השם. דער רבי פלעגט שטילערהייט לערנען און דאווענען, ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, אויך האט ער זיך באהאלטן אויף די אנדערע זייט טייך, דארט האט ער געלערנט און געדאווענט.


געווען איז דאס אינמיטן ווינטער, עס איז קאלט, עס גייט א פראסט, די טייך אין הוסיאטן איז פארפרוירן, מענטשן גייען אויפ'ן טייך, מען נוצט די טייך פאר א וועג צו גיין פון איין שטאט צום צווייטן. עס גייט דארט אויך רבי אפרים זכרונו לברכה דעם רבינ'ס שווער און זעט ווי זיין איידעם - דער רבי - שפילט זיך מיט חברים, זיי גליטשן זיך אין די שניי, ער ווערט אזוי צעבראכן, ער קען דאס נישט אויסהאלטן, ער טראכט צו זיך: 'איך האב אים גענומען ווייל ער איז אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, איך האב געמיינט איך האב גענומען פאר מיין טאכטער אן ערליכער איידעם; ער לערנט נישט, ער דאווענט נישט, ער קען אפילו נישט קיין עברי'.


ביז דא לייג איין וואך. מאך א בילד ווי א בחור מיט א שטריימל גליטשט זיך אין די שניי, אין די זייט שטייען צוויי עלטערע אידן, איינער ווייסט פאר'ן צווייטן מיט די הענט, א תנועה ווי ער איז נישט צופרידן פון דעם וואס דער בחור שפילט זיך מיט די שניי.


לייג נאך די שטיקל מעשה:


קינדער, איר ווייסט אבער יא דעם אמת אז עכט איז דער רבי געווען זייער ערליך, ער האט געלערנט און געדאווענט, און אפילו ווען ער האט געשפילט מיט די שניי - האט ער דאס געטון מיט'ן אייבערשטן. מען קען שפילן, שפרינגען און טאנצן, און זיין דבוק צום אייבערשטן, זאגן א גאנצע צייט: "שכוח אייבערשטער!", "איך דאנק דיר אייבערשטער"; אויב מען צעקלאפט זיך זאגט מען: "אלעס איז דער אייבערשטער!" "אלעס איז פאר מיין טובה".


קינדער טייערע, אז מיר וועלן טון וואס דער רבי האט אונז געלערנט - וועלן מיר אויך זיין גרויסע צדיקים.


חלק ב':


טייערע קינדער מיר האלטן אינמיטן דערציילן ווי אזוי דער רבי האט געדינט דעם אייבערשטן אין זיינע יונגע יארן און קיינער האט נישט געוויסט אז ער איז א צדיק, ער האט זיך געמאכט ווי א פשוט'ער מענטש.


ווער געדענקט וואו מיר האלטן אין די מעשה?


רבי אפרים זכרונו לברכה, דעם רבינ'ס שווער - זעט ווי זיין איידעם שפילט זיך מיט די שניי, ער ווערט אזוי צעבראכן, ער קען דאס נישט אויסהאלטן, ער טראכט צו זיך: 'איך האב אים גענומען ווייל ער איז אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, איך האב געמיינט אז איך האב גענומען פאר מיין טאכטער אן ערליכער איידעם, דערווייל לערנט ער נישט, ער דאווענט נישט, ער קען אפילו נישט קיין עברי'.


און יעצט ליינט ווייטער:


רבי אפרים זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער בעל מכניס אורח, עס פלעגן קומען צו אים גרויסע צדיקים און ער האט יעדן איינעם זייער שיין אויפגענומען. איינמאל איז אנגעקומען צו אים אין שטוב א גרויסער צדיק, א תלמיד פון הייליגן מעזריטשער מגיד זכרונו לברכה. רבי אפרים האט זיך באקלאגט פאר אים, ער האט זיך אויסגעגאסן פאר אים דאס הארץ: "איך האב דא א גרויסע פראבלעם, איך האב גענומען פאר אן איידעם אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב, אבער ער לערנט נישט! ער שפילט זיך מיט די קינדער, ער האט שוין אפילו פארגעסן די עברי, ער קען נישט ליינען בכלל!"


דער גאסט, דער גרויסער צדיק - זאגט פאר רבי אפרים: "איר מאכט א טעות! עס קען נישט זיין, עס איז זיכער נישט אמת!" דער צדיק האט מורא געהאט צו רעדן אויף אן אייניקל פון בעל שם טוב, אבער רבי אפרים, דעם רבינ'ס שווער, זאגט אים: "הלוואי זאל איך מאכן א טעות, איך זאג אייך ער קען נישט ליינען, ער האט פארגעסן די עברי, ער שפילט א גאנצן טאג מיט חברים; פרובירט אים אויס, געבט אים צו ליינען א ספר וועט איר זען אז ער קען נישט קיין עברי", דער צדיק זאגט פאר רבי אפרים: "רופט אהער אייער איידעם, איך וועל אים געבן צו ליינען".


דער רבי קומט צו גיין מיט זיין שווער, דער צדיק האלט אינמיטן זאגן משניות, ער נעמט זיין משניות און זאגט פאר'ן רבי'ן: "איך וויל הערן אויב דו קענסט ליינען די ווערטער פון משניות", ער עפנט די משניות ביי מסכת בבא קמא פרק ב משנה ג: "הַכֶּלֶב וְהַגְּדִי שֶׁקָּפְצוּ מֵרֹאשׁ הַגָּג", און ער זאגט פאר'ן רבי'ן: "זאג!" דער רבי איז געווען זייער קלוג, דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל וויסן אז ער לערנט, האט ער זיך געמאכט ווי ער האט פארגעסן ווי אזוי מען ליינט, ער הייבט אן זאגן: "הַכֶּלֶב וְהַגְּדִי", די הינט מיט די ציג, "שֶׁקָּפְצוּ מַארְשׁ", וואס האבן געטאנצן א מארש; דער צדיק האט זיך זייער פארשעמט, ער האט נישט געקענט גלייבן וואס דא גייט פאר, דעם רבינ'ס שווער רבי אפרים זאגט: "איך האב אייך געזאגט אז ער האט שוין פארגעסן אפילו די עברי!"


דער צדיק נעמט דעם רבי'ן אין א זייט און זאגט אים מוסר: "דו שעמסט זיך נישט?! דו ביסט אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, דו ביסט אן אייניקל פון דעם גרויסן צדיק רבי נחמן הוראדענקער זכותו יגן עלינו, דיין שווער האט דיר געגעבן א גרויסער נדן, אסאך געלט ביי דיין חתונה, און דו לערנסט נישט! דו האסט שוין אפילו פארגעסן די עברי!!!" און ער געבט דעם רבי'ן צוויי געזונטע פעטש אין פנים. דער רבי וויינט, דער רבי וויל נישט זאגן ווער ער איז, דער רבי וויל זיין באהאלטן, דער רבי מאכט זיך ווי ער קען נישט לערנען.


ביז דא לייג די אנדערע וואך. מאך א בילד ווי אן עלטערער איד געבט א פאטש פאר א בחור, אין דער זייט א בילד ווי א הינט מיט א ציג טאנצן א מארש; עס מוז זיין אינטערעסאנט פאר די קינדער, אזוי גייען אריין די מעשיות זייער שטארק אין זייער הארץ.


לייג נאך די שטיקל מעשה:


קינדער, מיר ווייסן דעם אמת אז דער רבי האט יא געקענט ליינען, ער האט זייער פלייסיג געלערנט, געדאווענט און גערעדט צום אייבערשטן, דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל שמועסן פון אים, ער האט געוואלט זיין אויסבאהאלטן פון די וועלט; מיר לערנען זיך ארויס פון די מעשה צו רעדן צום אייבערשטן שטילערהייט, אזוי וועלן מיר זיין גרויסע צדיקים.


חלק ג:


טייערע קינדער, מיר האלטן אינמיטן דערציילן די מעשה פון הייליגן רבי'ן, ווי ער האט זיך באהאלטן אין זיינע יונגע יארן, ער האט נישט געוואלט מען זאל וויסן פון זיין עבודות השם.


קינדער, ווער געדענקט וואו מיר האלטן אין די מעשה?


לאמיר איבערגיין און קורצן פון פריער. דער רבי'ס שווער רבי אפרים האט ביי זיך א גאסט א צדיק, און יענער צדיק זעט אז דער רבי לערנט נישט, ער האט שוין אפילו פארגעסן די עברי, דער צדיק נעמט דעם רבי'ן אין א זייט און זאגט אים מוסר: "דו שעמסט זיך נישט?! דו ביסט אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו! דו ביסט אן אייניקל פון דער גרויסער צדיק רבי נחמן האראדענקער זכותו יגן עלינו, דיין שווער האט דיר געגעבן א גרויסער נדן, אסאך געלט ביי דיין חתונה - און דו לערנסט נישט! דו האסט שוין אפילו פארגעסן די עברי!" ער האט געגעבן דעם רבי'ן צוויי געזונטע פעטש אין פנים און דער רבי האט זייער געוויינט.


און יעצט ליינט ווייטער:


דער צדיק דער גאסט וואס האט געגעבן פאר'ן רבי'ן צוויי פעטש גרייט זיך אהיים צו פארן, ער פארט ארויס פון הוסיאטין, ער זיצט אין וואגן און עפעס הערט ער, ער בעט דעם בעל עגלה זאל אפשטעלן די וואגן, ער הערט איינעם וויינען, דער בעל עגלה ווערט דערשראקן און ער שטעלט אפ די וואגן.


זיי הערן ביידע א וויינעדיגע קול, א זיסע קול; זיי גייען אראפ פון וואגן און גייען נאך דעם קול, דער צדיק זאגט פאר'ן בעל עגלה: "עס הערט זיך א קול ווי איינער דאווענט", פלוצלונג זעען זיי א איד אין וואלד אנגעטון מיט טלית און תפילין דאווענט מיט א ברען, מיט א פלאקער; דער איד וויינט, דער איד בענקט, דער איד זאגט די ווערטער פון פסוקי דזמרה מיט אזא הארציגקייט.


דער צדיק ווערט דערשראקן, ער שפירט ווי ער גייט חלש'ן, ער דערקענט דעם מענטש, ער שרייט: "אוי, וויי איז מיר, איך האב געגעבן דעם מענטש צוויי פעטש?!?!" ער כאפט שוין וואס גייט פאר, דאס איז דער רבי, רבי אפרים'ס איידעם, דער אייניקל פון בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, ער פארשטייט שוין אז דער רבי האט זיך געמאכט ווי ער קען נישט קיין עברי, עכט איז ער א באהאלטענער צדיק! ער וויינט צום רבי'ן: "זיי מיר מוחל, פארגעב מיר!" דער רבי זאגט אים: "איך בין דיר מוחל מיט מיין גאנצע הארץ נאר אויב דו זאגסט מיר צו אז דו גייסט קיינעם נישט דערציילן, ווי לאנג איך לעב, וואס דו האסט דא געזען..."


(מיר ווייסן די מעשה ווייל דער צדיק האט געלעבט לענגער פון רבי'ן, ער איז אמאל איינשטאנען ביי חייקל, דער חזן פון רבי'ן, דעמאלט האט ער דערציילט די מעשה).


ביז דא לייג די אנדערע וואך, מאך א בילד ווי מען זעט דעם רבי'ן אין וואלד מיט טלית און תפילין, ער שטייט ביי א בוים, ער דאווענט און וויינט, פון די זייט שטייט דער רב, דער בעל עגלה, די פערד און וואגן, זייער פנים איז דערשראקן.


לייג נאך די שטיקל מעשה:


אזוי איז דער רבי אויסגעוואקסן דער הייליגער רבי, ער האט געדאווענט און געלערנט, ער איז געגאנגען התבודדות, געבעטן דעם אייבערשטן, געוויינט צום אייבערשטן - ביז ער איז געווארן דער הייליגער רבי.


אז מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן, מיר וועלן רעדן צום אייבערשטן, מיר וועלן זינגען צום אייבערשטן, מיר וועלן אים דאנקען אויף אלעס - וועלן מיר ווערן גרויסע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - חומש רש"י דארף זיין דער עיקר לימוד, חומש רש"י ברענגט יראת שמים
חינוך הילדים, נסיעה, סיפורי צדיקים, חדר, חומש רש"י

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד מוסדות היכל הקודש


איך האב דורכגעבליקט די בחינה אויף די פרשת השבוע פון בני היקר ... נרו יאיר, איך האב זיך זייער געפריידט צו זען ווי גוט ער קען די פרשה חומש רש"י כזקן ורגיל.


איך דאנק דיר טייערער מלמד פאר'ן לערנען מיט די קינדער אזוי קלאר די גאנצע פרשה מידי שבוע בשבוע. חומש רש"י דארף זיין דער עיקר לימוד, חומש רש"י ברענגט יראת שמים.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן די ווערטער וואס דער הייליגער צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו אלס קינד: "קינדערלעך פילעוועט ענק מיט חומש רש"י, וועט איר וויסן וואו דער אייבערשטער געפונט זיך".


איך פאר היינט קיין אייראפע צו מקומות הקדושים מתפלל זיין, מיר פארן קיין אוהעל צום הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו, קיין קאלוב, קערעסטיר ועוד; איך וועל מתפלל זיין פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע דיינע תלמידים.

#52 - די סדר הנסיעה אויף קברי צדיקים אין אייראפע
מקוה, ניגונים, קברי צדיקים, תהלים, אידיש געלט, סיפורי צדיקים, חתונה, ראש ישיבה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק פון א נסיעה. חסדי השם יתברך מיר זענען געפארן מיט א קבוצה תלמידי היכל הקודש מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים, קדושים אשר בארץ המה. איך האב מתפלל געווען פאר דיר.


איך האב דיר שוין לאנג נישט געזען, איך בענק זיך צו דיר, איך האף אז אלעס איז ביי דיר אין בעסטן ארדענונג, איך האף אז דו נוצט דעם רבינ'ס עצות, די זיסע עצה פון זוכן גוטס אין זיך און אין א צווייטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) אפילו מען זעט זיך פול מיט חסרונות, מען זעט זיך שלעכט, מען איז פול מיט תאוות רעות – מוז מען זוכן א פינטעלע גוטס און מאכן אן עסק פון די נקודות טובות, זיך ליב האבן מיט די פינטעלע גוטס, דאס ברענגט דעם מענטש צו ווערן א גרויסער צדיק.


איך האב דיר זייער ליב, דעריבער וועל איך דיר שרייבן אביסל די סדר הנסיעה.


מיר זענען ארויסגעפארן זונטאג נאכמיטאג פון נוארק צוזאמען פינף און דרייסיג מענטשן; אפאר בחורים פון ישיבה מיט אינגעלייט תלמידי היכל הקודש. אויפ'ן וועג האב איך געשריבן בריוון. איך בין געווען זייער פרייליך, ווייל איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיין פרייליך.


מיר זענען אנגעקומען קיין וויען מאנטאג אינדערפרי, מיר זענען צוגעפארן צום בית המדרש, מיר האבן געכאפט א טבילה, דארט האבן מיר זיך באגעגנט מיט נאך חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, טייערע אינגעלייט, גרויסע מפיצים.


מיר האבן געדאווענט, איך האב געליינט, עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל. מען האט געגעסן פת שחרית און זיך ארויסגעלאזט קיין אונגארן.


אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביים ציון פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו, מיר האבן געזאגט אינאיינעם דעם "יום ראשון" פון תהלים, געזינגען ניגוני התעוררות און זיך מתבודד געווען. האברך ... נרו יאיר האט מיר געברענגט אלע נעמען פון די וואס העלפן די ישיבה, איך האב געבעטן פאר אלעמען, פאר דיר אויך, דיין נאמען איז געווען אויף די קוויטלעך.


מיר האבן געדאווענט מנחה און זיך ארויסגעלאזט אויף א לאנגע נסיעה, זיבן שעה זענען מיר געפארן אלע אינאיינעם מיט א באקוועמע באס, רוב וועג, פאר לאנגע שעות, האבן מיר גערעדט שיחות וסיפורים פון הייליגן רבי'ן.


איך האב פארברענגט מיט די ארץ ישראל'דיגע חברים, מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די אוצרות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן פון רבי'ן. עס זענען געווען צוויי גבאים פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים, מיר האבן גערעדט געוויסע פונקטן וואס מען דארף אכטונג געבן אין א בית המדרש היכל הקודש.


מיר זענען אנגעקומען אין אוהעל שפעט ביינאכט, מיר זענען געגאנגען קודם דאווענען מעריב, איך האב געזען אז עס איז דא א מקוה האט מיר אנגעכאפט א חשק זיך צו טובל'ען. הגם איך בין געווען אינדערפרי אין מקוה, אבער א ברסלב'ער חסיד גלוסט זיך ווי מער צו גיין אין מקוה, למעשה האב איך זיך אפגעבריט מיינע פיס, עס איז געווען קאכעדיג הייס, סכנת נפשות, איך בין ארויס מיט א נס.


מיר האבן געזאגט אינאיינעם "יום שני" פון תהלים און מיר האבן געזינגען דעם "אהבה רבה" ניגון פון רבי הערשעלע רימנובער זכותו יגן עלינו, עס איז געווען א גרויסע התעוררות, איך האב געהאט גרויס התעוררות, איך האב זיך געעפנט מיין הארץ, איך האב געהאט אפאר מינוט גוטע התבודדות, אויך דארט האב איך פארגעליינט אלע נעמען פון אלע קוויטלעך.


איך בין ארויס פון דארט האב איך זיך אנגעהויבן גוט שפירן. דארפסט פארשטיין, נאכן פארן אזויפיל שעות ווערט מען צעטומלט, אבער אז דער אייבערשטער העלפט, מען קען זאגן אפאר אמת'ע דיבורים פאר'ן אייבערשטן, מען קען זיך אויסקרעכצן און לאזן א טרער – דארף מען שוין נישט עפעס מער.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ליסקע צום הייליגן צדיק רבי הערשעלע ליסקער זכותו יגן עלינו, דער מחבר פונעם ספר אך פרי תבואה, א תלמיד פונעם הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו. מיר האבן דארט געזאגט אינאיינעם תיקון חצות, תיקון רחל און תיקון לאה, מיר האבן געזינגען אידישע תפילות אינאיינעם. מיר האבן געזינגען דעם ניגון פון הרב הקדוש רבי אייזיקל קאלובער זכותו יגן עלינו:


"גלות גלות, ווי גרויס ביסטו - שכינה הקדושה, ווי שיין ביסטו.


וואלט דער גלות קלענער געווען - וואלט די שכינה שענער געווען".


עס איז געווען א גרויסע התעוררות, צוביסליך זענען מיר געקומען צו זיך.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קערעסטיר, מיר האבן זיך דערכאפט דאס הארץ, עס איז געווען צוגעשטעלט א געשמאקע סעודה, מיר האבן דארט גענעכטיגט.


דינסטאג אינדערפרי האבן מיר זיך גע'טובל'ט אין מקוה און געדאווענט, געגעסן פת שחרית און ארויף צום ציון פון הרב הקדוש רבי ישעי'לע מקערעסטיר זכותו יגן עלינו. מיר האבן געזאגט דעם יום תהלים, "יום שלישי", נאכדעם האבן מיר געזינגען ניגוני התעוררות און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר דיר דארט. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך וואלט נישט געדענקט צו בעטן פאר דיר, נאר האברך ... נרו יאיר האט מיר געגעבן דיין נאמען מיט נאך אסאך נעמען, די אלע וואס העלפן די מוסד, האב איך געבעטן פאר דיר; עס איז געווען א גרויסע התעוררות.


האברך ... נרו יאיר פון קרית ברסלב האט געמאכט אן אפיל, מען האט צאמגענומען צדקה פאר'ן בית התבשיל, פאר נצרכים פון אנשי שלומינו.


פון קערעסטיר זענען מיר געפארן קיין מאַד, אויפ'ן וועג האבן מיר געהאט שיחות חברים מיט די חברים פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ.


איך בין יעצט אביסל אפגעמאטערט פון די נסיעה, איך האב נישט די כוחות זיך מצמצם זיין צו שרייבן וואס מען האט גערעדט, הלוואי זאלן די אינגעלייט דאס אפשרייבן; מען האט גערעדט אזעלכע שיינע שיחות וסיפורים פון מוהרא"ש און אנשי שלומינו.


מיר האבן געזאגט צען קאפיטלעך תהלים ביים ציון פונעם קול ארי' זכותו יגן עלינו, נאכדעם האבן מיר געזאגט דעם קאפיטל "שיר המעלות ממעמקים" פסוק בפסוק ביים ציון פונעם לבושי מרדכי זכותו יגן עלינו. מיר האבן געזינגען די שיינע זיסע ליד:


"איך וויל זיין א איד, איך וויל זיין א איד - איך וויל זיין א פשוט'ער איד,


ווייל דער עיקר אידישקייט - זאגט דער הייליגער רבי - איז זיך פירן בתמימות ובפשיטות".


מען האט דאס געזינגען מיט'ן גאנצן הארץ צום אייבערשטן.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קאלוב, אויפ'ן וועג האבן מיר געלערנט דעם שיעור גמרא, עס איז געווען אזוי שיין צו זען ווי אזוי אנשי שלומינו לערנען שיעורים כסדרן.


מיר האבן געזינגען ניגונים פון הרב הקדוש מקאלוב, מען האט זיך מחזק געווען מיט דעם רבינ'ס עצות פון דאנקען דעם אייבערשטן. בפרט יעצט אין די הייליגע חנוכה טעג, זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב) חנוכה איז טעג פון הודאה; דער גאנצער לעבן ווערט גוט און זיס ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן, מען ווערט נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


ביים ציון פון הרב הקדוש מקאלוב זכותו יגן עלינו האבן מיר געזען די טיטל וואס מען האט געשריבן אויף די מצבה: "הי' ערליכער איד, והי' לומד גמרא על הדף".


מען האט געזאגט דארט די סוף פונעם יום תהלים, "יום רביעי", מען האט געזינגען א ניגון פון הרב הקדוש מקאלוב זכותו יגן עלינו, געדאווענט מנחה און זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין רומעניע.


אויפ'ן וועג האבן מיר גערעדט מעשיות וואס מיר האבן געהאט, ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט'ן באצאלן חובות.


די וועג קיין רומעניע איז געווען אביסל שווער, מען האט אונז אויפגעהאלטן ביים גרעניץ אפאר שעה, מען איז אנגעקומען שפעטער ווי געפלאנט קיין סיגוט.


אין סיגוט האט קהילת סאטמאר געבויט א הערליכע בנין, א מקוה, א בית המדרש - מיט אלע באקוועמליכקייטן, דו מיינסט ממש אז דו ביסט אין וויליאמסבורג אדער מאנרא. מיר האבן דארט געגעסן, געדאווענט מעריב און געגאנגען צום ציון פונעם הייליגן ייטב לב, קדושת יום טוב און עצי חיים זכותם יגן עלינו. מיר האבן דארט געזאגט אינאיינעם תיקון חצות, דארט ביים ציון, נאכדעם האבן מיר געזאגט תהלים, "יום חמישי".


לכתחלה האבן מיר געהאט אין פלאן צו פארן קיין קארלסבורג צום מראה יחזקאל זכותו יגן עלינו, אבער א טייל עולם האבן זיך ממש געבעטן מען זאל אפשטעלן די נסיעה, עס איז געווארן חלוקי דעות, א טייל האבן געזאגט מען זאל גלייך פארן קיין קארלסבורג, א טייל האבן געזאגט אז אויב מען פארט ווייטער שפירן זיי אז דאס וועט זיי צוטרעטן צום מח, עס איז נישט פאר זייערע כחות צו פארן יעצט ביינאכט א נסיעה פון זעקס שעה.


איך האב געהאט גרויס חשק צו פארן קיין קארלסבורג, די גאנצע זאך וואס מיר זענען געפארן בכלל קיין רומעניא איז נאר געווען אז מיר זאלן קענען גיין קיין קארלסבורג, דאך האב איך זיך געמוזט רעכענען מיט די אויסגעמוטשעטע אידן, מען האט אפגעשטעלט די נסיעה און מען האט זיך אראפגעלייגט פאר דריי שעה, פון דריי אזייגער פארטאגס ביז זעקס אזייגער.


מען האט געדאווענט און זיך ארויסגעלאזט קיין קלויזנבורג, א וועג פון פיר שעה, אויפ'ן וועג האבן מיר געלערנט דעם דף גמרא. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אין אונז אזוי שטארק אריינגעבאקן מיר זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, אפילו מען איז אונטערוועגנס, צעבראכן און צעפארן, דאך איז מען נישט מוותר אויפ'ן בלאט גמרא.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערער ברודער, מיין הארץ איז פול מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן אז ער האט אויף מיר רחמנות געהאט, מיך מקרב געווען צום רבי'ן; וואו וואלט איך געווען, ווי אזוי וואלט איך אויסגעזען אן דעם רבינ'ס עצות, שכל און חיזוק? דאס האלט אונז ביים לעבן, דאס ברענגט אונז צום אייבערשטן. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען באנוצט זיך מיט די עצה פון התבודדות און תפלה – איז מען גאר גליקליך.


מיר קומען שוין אן אין קלויזנבורג עירפארט, מיר פארן פון דארט קיין ווארשא און פון דארט פארן מיר אהיים קיין ניו יארק; מיר וועלן אנקומען אם ירצה ה' מיטוואך נאכט.


מארגן וועט נישט זיין די וועכנטליכע שיעור, עס איז דא א חתונה אין ישיבה, די דרייסיגסטע חתונה אין ישיבה בחנם. דאס אלעס איז צו פארדאנקען מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אונז געלערנט מיר זאלן זיך נישט נאריש מאכן מיט טייערע שמחות; מיר זאלן חתונה מאכן די קינדער יונג אויפ'ן פשוט'ן וועג.


דעם שבת פרשת וישב, שבת מברכים חודש טבת, וועל איך זיין אין שטעטל. אויך די קומענדיגע וואך, שבת חנוכה, וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל, זיין מיט אנשי שלומינו.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.

#51 - פרויען זענען זיך מחזק אינאיינעם מיט מעשיות פון תפלה און סיפורי צדיקים
תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר פרויען, שטעטל, סיפורי צדיקים, שלש סעודות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך הער אז ביי דיר אין שטוב קומען זיך צאם אין די צייט פון שלש סעודות יונגע ווייבלעך, שכנים; מען פארברענגט אינאיינעם, מען איז זיך מחזק, מען דערציילט מעשיות פון תפלה.


זאג פאר דיין ווייב אז איך האב זייער הנאה אז מען טוט דאס, עס איז א גרויסע זאך צו מחזק זיין איינער דעם צווייטן אויף תפילה און אמונה.


אין אנהייב ווען מיר האבן געעפנט די שטעטל, פלעגן די פרויען זיך צאמנעמען איינמאל א וואך, דינסטאג נאכט; מען האט געשמועסט פון תפילה, אויך יעדע וואך האט גערעדט א צווייטע פרוי, זי האט דערציילט איר סיפור התקרבות, אדער אירע שווערע מניעות און ווי אזוי זי איז דאס בייגעקומען. צוביסליך איז געווארן מער און מער משפחות, איז שוין שווער צו האלטן א גאנצע עולם שטיל.


עס איז דא א פרוי וואס זי איז זיך ממש מוסר נפש פאר די פרויען צאמקום, עס איז איר זכות פון אנהייב ביז'ן סוף, זי פרובירט עס זאל זיין מיט א געשמאק, זי פרובירט צו האלטן די זאך מסודר, מיט א סדר. למעשה זענען דא פרויען וואס האבן נישט קיין חשק צו די פראגראם, דעריבער פריי איך זיך אז ביי ענק אין שטוב קומט מען זיך צוזאם רעדן חיזוק אויף תפילה.


שלש סעודות איז א צייט וואס איז זייער הייליג, די צדיקים האבן דאס געוויסט, האבן זיי איינגעפירט מען זאל זיך צאמנעמען און רעדן פון הייליגע זאכן.


זאג פאר דיין ווייב זי זאל ממשיך זיין זיך צאמנעמען מיט'ן ציל צו דערציילן שיינע מעשיות פון תפלה און פון צדיקים וכדומה.


אז עס איז געשטעלט אויף חיזוק פאר תפלה און סיפורי צדיקים - וועט עס האבן א קיום, עס וועט ארויסקומען נאר גוטע זאכן.


הלוואי זאלן דאס אנדערע פרויען נאכמאכן.

#50 - איין שיינע מעשה קען צוריק ברענגען א מענטש צום אייבערשטן
כיבוד אב ואם, שלום בית, התחזקות, משפחה, תשובה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די בריוו פון דיר און דיין ווייב.


עס איז זייער ווייטאגליך צו הערן וואס איז געשען מיט איר מאמע, ווי זי פירט זיך השם ישמרינו.


דיר בעט איך זייער, זיי מחזק דיין ווייב, שטארק איר; זי דארף יעצט אסאך כח, איר מח קען דאס נישט דערהייבן. זאג איר אז זי קען ווייטער רעדן מיט איר מאמע, ווען זי רופט איר זאל זי איר דערציילן מעשיות פון די קינדער און מעשיות פון תפילה; מען קען נישט וויסן וואס איין שיינע מעשה קען יענעם כאפן ביים הארץ און צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


אז עס שטערט נישט ענקער שלום בית זאלט איר ארייננעמען די געשוויסטער פאר שבתים, עס איז זייער א גרויסע מצוה; ווייל ווי ביטער ענק איז - איז זיי אסאך מער ביטער. איר זענט חתונה געהאט, איר האט אייער לעבן, זיי זענען נאך אליינס, זיי איז דאס אסאך שווערער.


זייט אייך נישט מייאש, בעט דעם אייבערשטן פאר איר און פאר אלע אידן; אלע זאלן תשובה טון, אלע זאלן צוריקקומען צו די דרך התורה.


ווייז דעם בריוו פאר דיין ווייב.

#49 - פארלייגט זיך אויף איין זאך, אויף שלום בית
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שווער און שוויגער, תשובה, מדות טובות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז אמת אז מאן און ווייב דארפן זיין אפן איינער צום צווייטן און איר האט זייער גוט געטון אז איר האט זיך אויסגעשמועסט מיט אים וואס עס שטערט אייך, פארוואס ער זאגט פאר זיין מאמע פריוואטע זאכן. יעצט אז ער האט אייך איבערגעבעטן, ער האט חרטה אויף וואס ער האט געטון; ער האט נישט געכאפט וואס ער טוט, ער איז נאך צוגעוואוינט פון אלס קינד מיט אזא טעראר צו דערציילן יעדע אטעם פון לעבן - דארפט איר גיין ווייטער, איר דארפט אים מוחל זיין און אים מער נישט פארהאלטן.


איר מעגט אים מיטטיילן אייערע געפילן אז איר זענט פארשעמט פון זיין מאמע, זי קוקט יעצט אויף אייך וכו'; אבער האלטס אים מער נישט פאָר, ער איז נישט שולדיג, ער איז אויפגעוואקסן מיט א מורא'דיגע טעראר, ער ווערט יעצט צוביסליך צוגעוואוינט צו שטיין אויף די אייגענע פיס.


פארלייגט זיך אויף איין זאך, אויף שלום בית; לאזט נישט דעם שטן אריינקומען ביי אייך אין שטוב, נעמט אים נישט אריין ביי אייך אין הארץ, וועט איר זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן פונעם תנא רבי שמעון בר יוחאי (שיר השירים רבה א, לא): א פארפאלק זענען געקומען צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אז זיי ווילן זיך גט'ן, היות עס איז שוין איבער צען יאר וואס זיי האבן חתונה געהאט און זיי זענען נאכנישט נפקד געווארן מיט קינדער, האט זיי רבי שמעון בר יוחאי געזאגט זיי זאלן מאכן א סעודה פאר זיי גט'ן זיך. בשעת די סעודה, ווען דער מאן איז שוין געווען גוט בגילופין פון אפאר גלעזלעך וויין, האט ער צוגערופן זיין ווייב און איר געזאגט: "היות מיר האבן געהאט שיינע יארן צוזאמען און יעצט גייען מיר זיך גט'ן, וויל איך דיר געבן עפעס א טייערע זאך פון מיין פארמעגן, קלויב זיך אויס א טייערע חפץ פאר דיר און אזוי וועלן מיר זיך צעשיידן", האט זי אים געבעטן ער זאל איר געבן אביסל צייט צו טראכטן.


דער מאן האט ווייטער געטרינקען וויין, ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד טויט שיכור און איז איינגעשלאפן. האט די פרוי געבעטן די משרתים זיי זאלן אים אריינלייגן אין בעט און אים ברענגען צו אירע עלטערן אין שטוב, צו מארגנס ווען ער האט זיך אויפגעוועקט און זיך ארומגעקוקט וואו ער איז - האט ער נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, האט זי אים געגעבן צו פארשטיין און אים געזאגט די ווערטער: "בשעת מיר האבן געמאכט די סעודה האסטו מיר געזאגט אז איך קען זיך אויסוועלן א גוטע חפץ פון דיין פארמעגן; איך האב נישט קיין בעסערע זאך אויף די וועלט ווי דיר, דו ביסט מיין בעסטע זאך!" זענען זיי געגאנגען צו רבי שמעון בר יוחאי און אים דערציילט די גאנצע מעשה האט רבי שמעון בר יוחאי זיי געזאגט: "אויב זי האט דיר אזוי ליב און זי וויל זיך נישט צעטיילן פון דיר, זאג איך אייך צו אז איבער א יאר וועט איר האבן א קינד", און אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן זוכה געווען צו קינדער, אלעס נאר צוליב דאס ליבשאפט און שלום וואס איז געווען צווישן זיי.


אז איר וועט לייגן א געוויכט אויף שלום בית, איר וועט נעמען אייער מאן פאר די בעסטע זאך פון לעבן - וועט איר האבן קינדער דורות ישרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - מיר גייען יעדן טאג עפעס טון פאר'ן רבי'ן
קינדער, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, נסיעה, משמש דעם רבי'ן, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פאר געזונטערהייט און זאלסט צוריק קומען געזונטערהייט. איך וויל מיט דיר שיקן א מתנה פאר דער בר מצוה בחור, ...'ס זון. איך האב גרויס הכרת הטוב פאר משפחת ..., זיי האבן געעפנט ביי זיי אין שטוב דעם בית המדרש היכל הקודש ירושלים, אויך ביי זיי אין שטוב דרוקט מען די גליונות און די נייע ספרים עצתו אמונה איש אמונות, וואס אזויפיל מענטשן האבן ממש לעבן פון דעם.


אויך שיק איך דיר א זילבערנע ה, געב דאס פאר ..., אויך געב אים די בריוו. ער איז א גרויסער מפיץ, ער רוט נישט, ער איז א פלאם פייער, ער שטייט אונטער די אלע פרישע מקורבים.


לאז גריסן אלע חברים, דערצייל זיי וואס דא טוט זיך; דערצייל זיי ווי פארנומען איך בין, זיי האבן אסאך מאל חלישות הדעת אז איך ענטפער נישט זייערע בריוו, בפרט די חבורות בעטן יעדע וואך א בריוו, אויך די שול אין ירושלים בעטן יעדע וואך א בריוו און איך קום נישט אן אלץ זיי צו שרייבן, דערצייל זיי וואס ליגט אויף מיר, זיי זאלן מיר דן זיין לכף זכות.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה פרשת תולדות, די מעשה פונעם בענקל, ווי דער רבי האט הנאה געהאט אז דער שוחט האט געטראכט יעדן טאג פון רבי'ן א האלבע יאר אין איין צי.


די מלמדים און טיטשערס נעמען די עצתו אמונה פאר קינדער און ליינען דאס מיט די קינדער, אזוי וועלן זיי אריינלייגן אין די קינדער די זאך פון טון פאר'ן רבי'ן, אויך די עלטערן וועלן ארויסנעמען אן התעוררות, זיי וועלן אנהייבן טון עפעס פאר'ן רבי'ן יעדן טאג.


דא האסטו די מעשה:


ווער האט היינט געטראכט פון רבי'ן? ווער האט היינט עפעס געטון פאר'ן רבי'ן?


אלע קינדער וואונדערן זיך: 'וואס דארף מען טראכטן פון רבי'ן? וואס דארף מען טון פאר'ן רבי'ן?' די קינדער ווייסן שוין, יעצט גייט מען דערציילן א שיינע מעשה פון רבי'ן.


קינדער איר זענט גרייט?!


קינדער, קוקט וואס דער שוחט פון טעפליק שלעפט, ער שלעפט א גרויסע בענקל, אזא שיינע בענקל! קוק די שיינע בלומעלעך, די צוויי לייבן ביי די הענטלעך, דאס איז דאך עפעס הערליך שיין, אויסנאם שיין; דאס איז האנט ארבעט! איין שטיק וואונדער! אלע באוואונדערן דעם בענקל, מען קען זיך נישט גענוג אפזעטיגן פון קוקן אויף דעם בענקל, "מאכט פלאץ!" שרייען אלע, ער וויל אריינגיין צום הייליגן רבי'ן, ער האט געמאכט דעם בענקל פאר'ן רבי'ן.


דער איד עפנט אויף די טיר, ער שטייט שוין ביים רבינ'ס שטוב, ער זאגט: "רבי, איך האב געברענגט א מתנה, א בענקל! איך האב דאס אליינס געמאכט, איך האב דאס אויסגעשניצט מיט מיינע הענט!" דער רבי באטראכט דעם בענקל און פרעגט: "זאגט מיר, ווי לאנג האט אייך גענומען צו מאכן דעם שיינעם בענקל?" דער איד ענטפערט: "רבי, דער בענקל האט מיר גענומען צו מאכן א האלבע יאר", "א האלבע יאר?" - פרעגט דער רבי, "דאס האסטו געמאט א גאנצן טאג פאר א האלבע יאר אין איין צי?" זאגט דער איד: "ניין, איך האב נישט געארבעט א גאנצן טאג אויף דעם, איך האב יעדן טאג געארבעט איין שעה צו בויען דעם בענקל פאר א האלבע יאר", רופט זיך אן דער רבי: "אזוי? דו האסט געטראכט פון מיר יעדן טאג א שעה, א האלבע יאר אין איין צי?" דער רבי האט געשמייכלט, דער רבי האט זייער הנאה געהאט.


קינדער, איר ווייסט פון וואס דער רבי האט הנאה געהאט? פון די שיינע בענקל אדער פון דעם אז דער איד האט יעדן טאג געטראכט פון רבי'ן פאר א שעה? טייערע קינדער, מוהרא"ש זאגט אונז אז דער רבי האט מער הנאה געהאט פון דעם אז דער איד האט געטראכט יעדן טאג פון רבי'ן, ער האט יעדן טאג עפעס געטון פאר'ן רבי'ן - ווי פונעם בענקל אליינס... דער בענקל איז טאקע זייער א שיינע בענקל, איר אלע האט שוין געזען דעם בענקל, עס ליגט אין בית המדרש, מען מאכט דערויף ברית'ן, מען נוצט דאס פאר די כסא של אליהו; אבער דער וואס לעבט מיט א צדיק, טראכט פון צדיק און טוט עפעס יעדן טאג פאר'ן צדיק - דאס איז נאך מער חשוב ביים רבי'ן.


קינדער, מיר גייען יעדן טאג עפעס טון פאר'ן רבי'ן; די אינגלעך וועלן ריין מאכן די חדר, די מיידלעך וועלן ריין מאכן אין סקול, אלע וועלן אכטונג געבן צו האלטן ריין די באס, מיר וועלן העלפן אוועק פאקן די ספרים אין שול; ווייל אלעס וואס מען טוט אין שול, חדר און סקול - איז העלפן דעם רבי'ן. דער רבי קוקט פון גן עדן און זעט ווי מיר טוען פאר אים, ווי מיר טראכטן פון אים, ווי מיר זענען אים משמש; 'משמש' מיינט 'מיר באדינען אים'; דער רבי שמייכלט צו אונז, ער האט ליב ווען מען איז צוגעבינדן צו אים.


אלע קינדער, לאמיר זינגען: "אשרינו שזכינו ל'שמש' את רבינו, אשרינו! אשרינו!"


מאך א בילד ווי א איד האלט א בענקל אין דער הייעך, ער זאל נאך מאלן דעם בענקל וואס מיר האבן אין שול, דעם רבינ'ס בענקל; און פון דער זייט שטייען מענטשן און באוואונדערן זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#47 - ווי אזוי רבי נתן איז געהאלפן געווארן מיט קינדער
קינדער, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך זאלסטו לייגן די מעשה ווי אזוי רבי נתן איז געהאלפן געווארן מיט קינדער.


דא האסטו די מעשה:


ווען דער הייליגער צדיק רבי נתן, דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבי'ן איז געקומען צום רבי'ן איז ער געווען זייער צעבראכן ווייל ער האט נישט געהאט קיין קינדער, ער האט זייער לאנג געווארט צו האבן קינדער. דער רבי האט אלעס געזען מיט רוח הקודש, דער רבי האט אים געזאגט: "אז דו ווילסט האבן קינדער - דארפסטו געבן א פדיון".


ווער ווייסט וואס מיינט א פדיון? א פדיון מיינט אז ווען מען גייט צו א צדיק בעטן א ברכה - געבט מען א פדיון פאר'ן צדיק, מען געבט צדקה פאר'ן צדיק, אזוי איז מען זוכה צו האבן ישועות און רפואות. דאס האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן: "אויב דו ווילסט האבן א ברכה פאר קינדער - דארפסטו געבן א פדיון".


ווען רבי נתן האט דאס געהערט האט ער געזאגט דעם רבי'ן: "אודאי גיי איך געבן געלט פאר א פדיון, איך האב סיי ווי געטראכט אייך צו געבן געלט פאר א פדיון", האט אים דער רבי געזאגט: "געלט דארף איך נישט, ברענג מיר זעקס בענקלעך פאר א פדיון".


דער הייליגער רבי נתן איז געווארן זייער פרייליך, ער האט געברענגט זעקס בענקלעך פארן רבי'ן און ער האט זוכה געווען צו האבן זעקס קינדער, פינף זין און איין טאכטער.


לייג א בילד ווי א מענטש מיט א דאשיק ברענגט זעקס בענקלעך, און לייג די נעמען פון רבי נתן'ס קינדער אויף די בענקלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - מ'שרייט "לכבוד שבת"
קינדער, שבת קודש, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות וואס ווארט דיר אפ; טויזנטער אידן זענען זיך מחי' מיט די נייע קונטרסים "עצתו אמונה", "איש אמונות". וואו איך גיי און וואו איך שטיי זאגן מיר אלע אז די בריוו איז זיי אזוי מחזק, עס געבט כח אנצוגיין אין לעבן. צענדליגער משפחות אנשי שלומינו נעמען מער נישט אריין קיין צייטונגען און מאגאזינען וואס איז איין שטיק גרף של רעי אין שטוב - זייט זיי ליינען די וועכנטליכע קונטרסים.


אויך די עצתו אמונה פאר קינדער איז הערליך שיין; מען דערציילט דאס פאר די קינדער ביי די סעודה, אויך די מלמדים פון די יונגע כיתות דערציילן דאס פאר די קינדער, זיי מאכן גרויס דעם בילד און זיי דערציילן דאס, די קינדער ווארטן אזוי שטארק א גאנצע וואך פאר די קומענדיגע מעשה.


די וואך פרשת לך לך זאלסטו לייגן די פאלגענדע מעשה; עס איז נישט קיין מעשה בעצם, עס איז א ווארט, א טייער ווארט וואס מוהרא"ש ברענגט אין זמירות (זמירות ישראל, כל מקדש) פון הייליגן צדיק רבי שמחה בונם מפרשיסחא זכותו יגן עלינו, ווי ער האט געזאגט ווי שטארק ער איז מקנא דעם פשוט'ן קצב אדער פיש סוחר ווי ער שטייט א גאנץ דאנערשטאג און פריטאג און זאגט פאר אלע קונים: "קויפט לכבוד שבת"; צוויי טעג אין איין צי זאגן זיי נאר: "שבת! שבת!" און נאכדעם ווען עס קומט שבת ווי זיי פאלן פון די כוחות און זיי רוען זיך אפ און דאנקען דעם אייבערשטן אז מען קען רוען אביסל, ווי שטארק דער אייבערשטער פריידט זיך.


איך שיק דיר דאס אין א מעשה, ווייל קינדער דארפן עס אין א פארמאט פון א מעשה:


"פיש פאר שבת!!!" פיינע פיש לכבוד שבת!!!"


דער פיש סוחר שטייט שוין צוויי טעג אין א צי אין פיש סטאר, ער זעצט זיך נישט אראפ, זיינע פיס טוט אים וויי, אבער ער שטייט און שרייט: "פיש פאר שבת! ווער וויל קויפן פיינע פיש לכבוד שבת?" מענטשן קומען און מענטשן גייען און דער סוחר הערט נישט אויף זאגן: "לכבוד שבת! לכבוד שבת!"


קינדער, די מעשה האט מוהרא"ש דערציילט, אז דער הייליגער צדיק רבי בונם פון פרשיסחא זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "איך בין מקנא די סוחרים וואס דערמאנען א גאנצע צייט די הייליגע ווארט 'שבת', זיי ארבעטן שווער ביז עס ווערט דער זמן, און ווען עס ווערט שבת, ווען זיי קומען אהיים און זיי עסן די פיינע סעודה זאגן זיי 'שכוח אייבערשטער פאר שבת; אז מיר קענען זיך אביסל אפרוען, מיר דארפן נישט ארבעטן'; פון דעם האט דער אייבערשטער זייער הנאה, ווייל יעדעס מאל מען זאגט 'לכבוד שבת' ווערט א הייליגקייט אויפ'ן מענטש"; דעריבער וועלן מיר אלע קינדער געדענקען ווען מען עסט די פיינע חלה מיט די פיינע פיש, זופ און פלייש - גייען מיר אלע זאגן הויך: "לכבוד שבת!"


קינדער, אויב מען וועט אריינברענגען גוטע נאש וועט איר געדענקען צו זאגן: "לכבוד שבת"? אלע קינדער זאגן: "יא! אודאי! מיר גייען זאגן 'לכבוד שבת' אויף יעדע נאש באזונדער".


"אויב אזוי", זאגט די טאטע: "קען מען שוין אריינברענגען די נאש!"


אלע קינדער הייבן אן זינגען: "שבת, שבת עסט מען גוטע נאש, שבת שבת ליי לליי ללי, שבת איז שוין דא!"


לייג א בילד ווי א גרויסער מענטש האקט פיש און שרייט שבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - ס'זאל נישט אריבערגיין א טאג אן א בלאט גמרא
כולל, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די כולל חודש'ליך; די פאר אינגעלייט וואס מיר האבן אין כולל לערנען בהתמדה רבה, עס איז א גרויסע זכות צו העלפן תורה. איך שפיר פאר א זכי' צו האבן די כולל, העלפן אינגעלייט לערנען תורה.


שטארק זיך בלימוד התורה, לערן דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אפילו בלי הבנה כלל; זיי שטארק אינעם בלאט גמרא, זע עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען דעם בלאט גמרא.


דער הייליגער צדיק רבי שלמה מ'זעוויל זכותו יגן עלינו האט זיך אויסגעדרוקט: "א מענטש וואס לערנט נישט גמרא, יענעם טאג האט ער א פנים ווי א הונט, ה' ישמרינו", אמאל האט ער געשריגן צום גבאי ער זאל שנעל קומען ווייל א הונט איז אין שטוב, דער גבאי קומט צו לויפן און זעט א מענטש, אבער דער צדיק ווייזט אויף יענעם, ער זעט אויס ווי א הונט; וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן.


 

#44 - נישט חוזק מאכן פון קיין שום מענטש
קינדער, הדפסה, מדות טובות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, איש אמונות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, מיט ארויסגעבן די הייליגע ספרים עצתו אמונה, איש אמונות. זיי זיך מזרז מיט'ן ענדיגן די ספרים איש אמונות פון שנת תש"פ; א שאד עס שלעפט זיך אזוי לאנג, דו האסט נישט קיין אנונג וויפיל דאס איז מחי' און מחזק אידישע קינדער.


איך האב יעצט באקומען פון ... די ספרים איש אמונות און עצתו אמונה פון שנת תשפ"א גרייט צו דרוקן; איך וויל וויסן אויב דו האסט דאס מגיה געווען, אויב יא - קען מען דאס שוין גלייך דרוקן.


דא האסטו א מעשה פאר עצתו אמונה פאר די קינדער פרשת נח:


קינדער, מען דארף זייער אכטונג געבן נישט חוזק מאכן פון קיין שום מענטש; מען קען קיינמאל נישט וויסן אויף א מענטש אויב יענער איז אן ערליכער איד, און אויב חס ושלום מען טשעפעט אן ערליכער איד באקומט מען א גרויסער שטראף.


הערט א מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט (אשר בנחל חלק סא, מכתב י"ב שנב):


עס איז געווען אין שטאט אפטא א גרויסער צדיק, דער הייליגער רבי משה לייב סאסובער זכותו יגן עלינו, ער האט געהאט דארט א גרופע תלמידים הייליגע אידן. נאכדעם האט דער צדיק זיך אוועקגעצויגן קיין סאסוב מיט אלע תלמידים, איין תלמיד איז געבליבן אין אפטא, ער האט נישט געהאט קיין געלט זיך אריבער צו ציען קיין סאסוב, ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש, זיינע ברכות פלעגן מקוים ווערן.


די גאנצע שטאט האט אנגעהויבן קומען צו אים פאר ישועות, אלע זענען געקומען צו אים בעטן ברכות; אבער דער חזן איז געווען א גרויסער לץ, א מחוצף, ער האט געזוכט ווי ער קען חוזק מאכן פון דעם איד. ווען עס איז געקומען פאר ראש השנה, ווען אלע אידן זענען געגאנגען זיך מזכיר זיין ביי דעם איד - האט דער חזן געשיקט זיין דינסט מיט די ציגעלע ער זאל געבן א ברכה פאר זיין ציגעלע, מיט די כוונה צו שפעטן. די דינסט קומט אריין און בעט הויך: "דער רבי זאל ווינטשן פאר די ציג א גוט געבענטשט יאר!" האט זיך דער צדיק אנגערופן: "יהי רצון מלפניך, עס זאל זיין דער ווילן פונעם אייבערשטן אז דער ציג זאל באקומען דעם שיינעם קול פונעם חזן און דער חזן זאל באקומען די קול פונעם ציג!"


און אזוי איז געשען; דער ציג האט אנגעהויבן זינגען מיט א שיינעם קול, און דער לץ, דער חזן - האט אנגעהויבן ברומען: "מעע...! מעע...! מעע...!" אלע האבן געלאכט פון אים! ער איז געווארן צו שאנד און צו שפאט; וואו ער איז געגאנגען האט ער געזאגט: "מעע...! מעע...!" פארשטייט זיך ער איז געווארן אויס חזן.


פון דעם זעען מיר אז מען טאר נישט חוזק מאכן פון אנדערע און זיכער נישט פון ערליכע אידן, ווייל מען קען באקומען א גרויסע שטראף.


מאך א בילד ווי א מענטש שטייט אויף זיינע הענט און פיס מיט א אפענע מויל און אלע קינדער לאכן, און פון דער זייט שטייט א דינסט מיט א ציג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוט שבת און א פרייליכן יום טוב.

#43 - די גרויסע שמחה וואס דער רבי האט געהאט פונעם אתרוג
קינדער, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, סוכות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לייג אריין אין די קונטרס עצתו אמונה פאר קינדער יום טוב סוכות די מעשה וואס האט פאסירט ביים רבי'ן יום טוב סוכות שנת תק"ע, ווען עס איז נישט געווען קיין אתרוגים, און ווען מען האט געברענגט אן אתרוג פאר'ן רבי'ן האט דער רבי געהייסן ברענגען מוזיק, דער רבי האט נישט געשפירט פאר דריי טעג די ווייטאג פון זיין מחלה (שיחות הר"ן, סימן קכה).


מאך א בילד ווי דער רבי האלט א שיינע גרויסע אתרוג און ביי די זייט שטייען דריי מענטשן מיט פייפערס, און די אנדערע זייט טאנצן צוויי מענטשן, ווי זיי כאפן זיך אן ביי די אקסלען.


אז דער בילד איז גוט און אינטערעסאנט - געדענקען די קינדער די מעשה פאר לאנגע יארן.


דא האסטו די מעשה געשריבן פאר קינדער:


מִיר דַארְפְן זִיךְ זֵייעֶר פְרֵייעֶן אַז מִיר זֶענֶען זוֹכֶה צוּ מְקַיֵים זַיין דִי מִצְוָה פוּן ד' מִינִים, מִיר הָאבְּן אַן אֶתְרוֹג, אַ לוּלָב, הֲדַסִּים אוּן עֲרָבוֹת; מִיר דַארְפְן טַאנְצְן פַאר שִׂמְחָה אַז מִיר קֶענֶען מְקַיֵים זַיין דֶעם וִוילְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


קִינְדֶער, וֶוער וִויל הֶערְן וָואס דֶער רֶבִּי הָאט גֶעטוּן וֶוען עֶר הָאט בַּאקוּמֶען אַן אֶתְרוֹג דִי יָאר וָואס אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין אֶתְרוֹגִים? קִינְדֶער אִיר זֶענְט גְרֵייט?


דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט זִיךְ זֵייעֶר נִישְׁט גוּט גֶעשְׁפִּירְט, עֶס אִיז גֶעוֶוען שְׁנַת תק"ע, אַ יָאר פַאר דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּינְ'ס הִסְתַּלְקוּת, דֶער רֶבִּי אִיז גֶעוֶוען זֵייעֶר נִישְׁט גֶעזוּנְט, דֶער רֶבִּי הָאט גֶעהַאט אַ שְׁרֶעקְלִיכֶע קְרֶענְק אוֹיף דִי לוּנְגֶען הַשֵׁם יִשְׁמְרֵינוּ.


יֶענֶע יָאר אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין אֶתְרוֹגִים, אִין דִי גַאנְצֶע גֶעגְנְט אִיז נִישְׁטָא קַיין אֶתְרוֹגִים, דֶער גַאנְצֶער עוֹלָם אִיז גֶעוֶוען זֵייעֶר בַּאזָארְגְט וָואס וֶועט זַיין, עֶס וֶוערְט נֶענְטֶער אוּן נֶענְטֶער צוּם הֵיילִיגְן יוֹם טוֹב סוּכּוֹת אוּן עֶס אִיז נָאכְאַלְץ נִישְׁטָא קַיין אֵיין אֶתְרוֹג אִין דִי גַאנְצֶע גֶעגְנְט; וואוּ מֶען גֵייט הֶערְט מֶען מֶענְטְשְׁן פְרֶעגְן אֵיינֶער דֶעם צְוֵוייטְן: "וָואס וֶועט זַיין? נִישְׁטָא קַיין אֶתְרוֹגִים! אוֹי וֵויי, מִיר וֶועלְן נִישְׁט קֶענֶען מְקַיֵים זַיין דִי מִצְוָה פוּן ד' מִינִים, וָואס וֶועט זַיין?!" אַלֶע הָאבְּן גֶעבֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן עֶס זָאל גֶעשֶׁען אַ נֵס עֶס זָאל זַיין אֶתְרוֹגִים, אוּן אַז מֶען בֶּעט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן הֶעלְפְט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער; עֶס אִיז גֶעשֶׁען אַ נֵס, עֶס אִיז אָנְגֶעקוּמֶען אֶתְרוֹגִים; מֶענְטְשְׁן הָאבְּן זִיךְ אַזוֹי שְׁטַארְק גֶעפְרֵיידְט, מֶען הָאט בַּאצָאלְט אַסַאךְ גֶעלְט צוּ קֶענֶען קוֹיפְן אַן אֶתְרוֹג.


אוֹיךְ פַארְ'ן רֶבִּי'ן הָאט מֶען גֶעבְּרֶענְגְט גָאר אַ שֵׁיינֶעם אֶתְרוֹג; דֶער רֶבִּי אִיז גֶעוָוארְן אַזוֹי פְרֵיילִיךְ, דֶער רֶבִּי הָאט גֶעזָאגְט מֶען זָאל בְּרֶענְגֶען מוּזִיק, מֶען הָאט גֶעטַאנְצְט אוּן גֶעשְׁפְּרִינְגֶען פַאר שִׂמְחָה אוֹיף דִי נֵס אַז מֶען הָאט דִי ד' מִינִים. פַאר גַאנְצֶע דְרֵיי טֶעג הָאט דֶער רֶבִּי זִיךְ גוּט גֶעשְׁפִּירְט, עֶר הָאט נִישְׁט גֶעשְׁפִּירְט דִי יְסוּרִים פוּן דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע קְרֶענְק; דִי שִׂמְחָה אַז עֶס אִיז דָא אַן אֶתְרוֹג - הָאט אִים גֶעמַאכְט פַארְגֶעסְן אַלֶע יְסוּרִים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#42 - ביים רבינ'ס ציון קען מען אלעס פועל'ן
קינדער, אומאן, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


ווען דו וואלסט געוויסט ווי גרויס דיין זכות איז אין הימל מיט דיין הייליגע ארבעט פון ארויסגעבן וועכנטליך די קונטרס עצתו אמונה-איש אמונות, וואלסטו נישט געווען צעבראכן, דו וואלסט געטאנצט! דו האסט נישט קיין השגה וואס די בריוו טוען מיט מענטשן, עס ברענגט אריין אין אזויפיל מענטשן הרהורי תשובה, חרטה; עס וועקט אויף אידישע קינדער צוריק צו קומען צום אייבערשטן. דו און די אלע אינגעלייט וואס נעמען א חלק אין די ארבעט וועלן איין טאג זען וואס איר האט דא געטון, וויפיל כבוד שמים עס איז נתרבה געווארן פון דעם.


איך שיק דיר דא א פחד פון א מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, די מעשה איז עפעס נישט קיין מעשה וואס מען הערט יעדן טאג; מוהרא"ש האט דאס דערציילט, ער האט דאס געהערט פון א איד וואס האט דאס געזען מיט די אייגענע אויגן.


מאך א בילד, מען זעט ביים רבינ'ס ציון ווי א קינד זיצט מיט א געלעמטע פוס, קענסט לייגן שטעקענעס נעבן דעם קינד, איין פוס זאל זיין אן שיך און אין דער זייט שטייט א איד און וויינט, דער קינד זאל זיך אנליינען זיין קאפ אויף די וואנט פונעם ציון, דער פנים פון קינד זאל זיין צעבראכן און דערשראקן, דער פנים פונעם טאטן ווי ער וויינט.


דא האסטו די מעשה:


טֵייעֶרֶע קִינְדֶער, אִיר זָאלְט גֶעדֶענְקֶען אַז וֶוען מִיר קוּמֶען אִין אוּמַאן אִיז נִישְׁט קַיין צַייט אַרוּם צוּ גֵיין אִין דִי גַאסְן קוֹיפְן פְּרֵייזֶעס; מֶען דַארְף גֵיין צוּם צִיוּן אוּן דָארְט בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וָואס מֶען וִויל, בַּיים צִיוּן קֶען מֶען פּוֹעֵלְ'ן זֵייעֶר גְרוֹיסֶע זַאכְן, אֲפִילוּ אַזֶעלְכֶע זַאכְן וָואס אִיז נִישְׁט מֶעגְלִיךְ.


הֶערְט אַ מוֹרָא'דִיגֶע מַעֲשֶׂה וָואס מוֹהֲרָא"שׁ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה הָאט דֶערְצֵיילְט וָואס עֶר הָאט גֶעהֶערְט פוּן אַ בַּאגְלֵייבְּטְן אִיד פוּן פְרִיעֶרְדִיגְן דוֹר. דֶער אִיד דֶערְצֵיילְט אַז עֶר אִיז גֶעוֶוען בַּיים צִיוּן עֶרֶב רֹאשׁ הַשָׁנָה צוּזַאמֶען מִיט אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ, פְּלוּצְלוּנְג אִיז אָנְגֶעקוּמֶען אַ אִיד, עֶר הָאט מִיטְגֶעבְּרֶענְגְט מִיט זִיךְ זַיין זוּן, דֶער קִינְד הָאט נֶעבֶּעךְ נִישְׁט גֶעקֶענְט גֵיין, עֶר אִיז גֶעוֶוען פַּארַאלִיזִירְט אוֹיף זַיינֶע פִיס רַחֲמָנָא לִצְלָן, אוּן דֶער טַאטֶע הָאט אִים גֶעטְרָאגְן אוֹיף זַיינֶע אַקְסְלֶען, דֶער אִיד אִיז גֶעשְׁטַאנֶען אִין אַ זַייט אוּן גֶעוַוארְט וִוילַאנְג אַלֶע וֶועלְן אַהֵיים גֵיין.


נָאכְמִיטָאג, מַמָשׁ בַּיים זְמַן פוּן רֹאשׁ הַשָׁנָה, וֶוען אַלֶע גֵייעֶן צוּם קְלוֹיז דַאוֶוענֶען מִנְחָה הָאט דֶער אִיד צַאמְגֶענוּמֶען אַלֶע שְׁטוֹיבּ פוּן צִיוּן צוּ אֵיין פְּלַאץ, עֶר הָאט אַרַיינְגֶעזֶעצְט זַיין קִינְד אִין דִי שְׁטוֹיבּ אוּן עֶר אִיז דָארְט גֶעזֶעצְן אוּן גֶעוֵויינְט אַז זַיין זוּן זָאל הָאבְּן אַ רְפוּאָה שְׁלֵימָה, עֶר זָאל קֶענֶען גֵיין אוֹיף דִי אֵייגֶענֶע פִיס.


דֶער אִיד וֵויינְט אוּן וֵויינְט, פְּלוּצְלִינְג שְׁטֶעלְט זִיךְ אוֹיף דֶער קִינְד אוֹיף זַיינֶע פִיס גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק אוּן עֶר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן גֵיין, עֶר אִיז גֶעגַאנְגֶען צוּם קְלוֹיז דַאוֶוענֶען מִנְחָה מִיט זַיין טַאטֶע, אוּן דָאס אִיז גֶעוֶוען אַ מוֹרָא'דִיגֶע וואוּנְדֶער פַאר אַלֶע וָואס הָאבְּן דָאס צוּגֶעקוּקְט.


וֶוען מֶען הָאט אִים גֶעפְרֶעגְט פוּן וואוּ עֶר עֶר הָאט גֶענוּמֶען דִי עֵצָה פוּן צַאמְנֶעמֶען דִי שְׁטוֹיבּ פוּן צִיוּן אוּן אַרַיינְזֶעצְן זַיין קִינְד אִין דֶעם, הָאט עֶר גֶעעֶנְטְפֶערְט מִיט אַ פַּשְׁטוּת: "פוּן סִיפּוּרֵי מַעֲשִׂיוֹת (מַעֲשֶׂה ג'), וואוּ דֶער רֶבִּי דֶערְצֵיילְט אַז דֶער הִינְקֶעדִיגֶער הָאט גֶעהֶערְט וִוי דִי זוּן זָאגְט פַאר דִי לְבָנָה אַז עֶס אִיז דָא אַ שְׁטוֹיבּ וָואס אוֹיבּ מֶען לֵייגְט אַרַיין דִי פִיס אִין דִי שְׁטוֹיבּ וֶוערְט מֶען אוֹיסְגֶעהֵיילְט"; דֶער טַאטֶע פִירְט אוֹיס: "וואוּ אִיז נָאךְ דָא אַזַא הֵיילִיגֶע שְׁטוֹיבּ וִוי דִי שְׁטוֹיבּ פוּן רֶבִּינְ'ס צִיוּן, וואוּ אַלֶע קוּמֶען זִיךְ אוֹיסְגִיסְן דָאס הַארְץ פַארְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אִיז דָאךְ זִיכֶער אַז דִי שְׁטוֹיבּ אִיז הֵיילִיג".


טֵייעֶרֶע קִינְדֶער גֵייט צוּם צִיוּן אוּן וֵויינְט אַייךְ אוֹיס דָאס הַארְץ בַּיים צִיוּן, בֶּעטְס דָארְט וָואס אִיר דַארְפְט; בַּיים רֶבִּינְ'ס צִיוּן קֶען מֶען זִיךְ אַיינְ'עַקְשֶׁנֶ'ען, מֶען קֶען דָארְט אַלֶעס פּוֹעֵלְ'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.