בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#237 - רחמנות האבן אויף אנדערע
מדות טובות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


מיר דארפן מאכן וואס מער מעשה'לעך פאר קינדערלעך, ווייל ווי מער מען באקט אריין אין קליינע קינדער סיפורי צדיקים - ווערן זייערע הערצער אויפגעפלאמט צום אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן - זאגט דער רבי - אז דערציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, און מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד.


די וואך זאלסטו מאכן די המשך המעשה פון פאריגע וואך, פון די ציין ווייטאג פון רבינו הקדוש, ווי אזוי און ווען עס איז אוועק געגאנגען, דורך רחמנות האבן אויף בעלי חיים. דאס וועט מען לערנען מיט קינדער אין אלע חדרים און אין אלע סקולס; איך ווייס נישט אויב דו ווייסט אז אין אלע תלמידי תורות זענען שוין דא מלמדים וואס לערנען מיט די קינדער מעשה'לעך פאר קינדערלעך, אפגערעדט ביי אונז; די מלמדים נעמען די מעשה'לעך און מען לערנט דאס, מען קאלערט (מאלעוועט) דאס, עס ווערט איינגעבאקן אין זייער הארץ גוטע מידות.


דא איז די מעשה:


עס גייט אריבער נאך א טאג און נאך א טאג, נאך א וואך און נאך א וואך, און זיינע ציין טוען אים אזוי שטארק וויי, מען איז שוין געגאנגען צום ציין דאקטער, מען איז שוין געווען ביי אלע דענטיסטס און ער האט שרעקליכע ווייטאג, די ווייטאג איז אזוי שטארק עס גייט ביזן מח.


ויהי היום, איין טאג זיצט רבינו הקדוש אין גארטן נעבן זיין שטוב און לערנט די הייליגע תורה, ער זעט ווי די דינסט קערט אויף די חצר און זי טרעפט א נעסט פון מייזלעך מיט ראטן, זי קערט זיי, זי וויל זיי אוועק נעמען. די מייזלעך מיט די ראטן הויבן אן וויינען, זיי פייפן און קוויטשען, רבינו הקדוש זאגט פאר די דינסט: "פארוואס טשעפעסטו זיי? לאז זיי אפ, דא אין פעלד איז זייער פלאץ, דער אייבערשטער האט זיי באשאפן, דער אייבערשטער האט אויף זיי אויך רחמנות, עס שטייט אין פסוק 'ורחמיו על כל מעשיו'".


א רעש און א טומל פאסירט אין הימל, מען רופט אויס פאר אלע מלאכים: "אזוי ווי רבינו הקדוש האט רחמנות אויף בעלי חיים וועט מען אויף אים אויך רחמנות האבן, מען וועט אים אוועקנעמען די ווייטאג פון זיינע ציין", און טאקע אזוי איז געווען, פון דעמאלט איז אוועק געגאנגען אלע ווייטאג.


טייערע קינדער, אמאל טוט די בויך וויי, אמאל טוט די ציין וויי און אויך אמאל טוט די קאפ וויי, און מען גייט צום דאקטער, מען זוכט ווי אזוי אוועק צו נעמען די ווייטאג; לאמיר ארויסנעמען פון די פאסירונג אז אויב מיר וועלן נישט וויי טון אנדערע קינדער, מיר וועלן ליב האבן אלע קינדער, אלע שכנים און אויך קינדער פון די יונגערע קלאסן - וועט מען פון הימל אוועק נעמען אלע ווייטאג.


לאמיר אינאיינעם בעטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל רחמנות האבן אויף אנדערע, איך זאל קיינעם נישט מאכן קיין צער און ווייטאג, און אזוי וועט מען אויף מיר רחמנות האבן, מען וועט אוועק נעמען אלע מיינע ווייטאג".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#236 - די גרויסקייט פון זאגן קדיש נאך עלטערן
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ברוך דיין האמת, יעצט האב איך געהערט אז דיין טאטע איז נפטר געווארן, איך וויל דיך מנחם זיין פונדערווייטנס מיט די בריוו. איך ווינטש דיר: "המקום ינחם אותך מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, זאלסט מער נישט וויסן פון קיין צער און ווייטאג", און אז דו ווילסט מאכן א נחת רוח פאר דיין טאטעס נשמה - זאלסטו זאגן קדיש.


בזה העולם האט מען נישט קיין אנונג ווי גרויס קדיש איז, ווי א נשמה איז זיך מחי' מיט א קדיש, ווי עס טראגט ארויף די נשמה העכער און העכער. הער א מעשה, א שרעק פון א מעשה וואס דער הייליגער צדיק רבי יוסף חיים זאננענפעלד, דער ירושלים'ער רב זכותו יגן עלינו האט דערציילט.


אין די שטאט פרעשבורג האט געוואוינט א רייכע משפחה, די פרוי איז געקומען צו די הנהלת הישיבה זאגן אז זי וויל מאכן א געשעפט מיט די ישיבה, זי וועט געבן חודש'ליך גרויס געלט פאר די ישיבה בתנאי אז מען וועט אוועק שטעלן אין ישיבה איינער וואס זאל שטענדיג זאגן קדיש פאר די אלע נשמות וואס האבן נישט ווער עס זאגט פאר זיי א קדיש, און אזוי ווי מען האט דאס אפגערעדט האט די ישיבה אוועקגעשטעלט א בחור וואס פלעגט זאגן יעדן טאג קדיש לטובת די נשמות. ביז איין טאג איז איר מאן נפטר געווארן און וויבאלד ער האט געפירט די געשעפטן, האבן די געשעפטן אנגעהויבן גיין מטה מטה, עס איז נישט געווען ווער זאל זיך פארנעמען מיט די ענינים, ביז זי האט פארמאכט די געשעפטן, די פרוי האט נישט געהאט מער געלט, צו דעם אלעם האט זי געהאט צוויי טעכטער וואס האבן געדארפט שידוכים און עס איז נישט געווען קיין געלט. די פרוי האט געהאט א שטארקע אמונה, זי האט זיך נישט פארלוירן, זי איז אנגעגאנגען מיט איר לעבן אן קיין געלט, איין זאך האט איר זייער געבאדערט, אז זי האט נישט מער קיין געלט צו געבן פאר די ישיבה אנצוהאלטן איר גוטע מנהג לטובת די נשמות. זי איז אריבער צו די הנהלת הישיבה און געבעטן מיט איר גאנצע הארץ, זי האט געוויינט אז זי האט אלעס פארלוירן, זי האט נישט קיין פרוטה פאר זיך אליין, דאך בעט זי זייער מען זאל אנהאלטן די גוטע מנהג, מען זאל ווייטער זאגן קדיש לטובת די נשמות וואס האבן נישט קיין קדיש זאגער. די הנהלת הישיבה האט איר צוגעזאגט אז מען וועט ווייטער ממשיך זיין מיט די מנהג פון זאגן קדיש פאר די נשמות, זי איז ארויס מיט גרויס פרייד, זי האט געזאגט צו זיך 'זיכער וועט דער אייבערשטער מיר העלפן איך וועל טרעפן שידוכים און האבן געלט פאר זייער נדן'.


אויפן וועג ארויס פון די ישיבה קומט איר אנטקעגן אן עלטערער איד מיט א ווייסע בארד און ער באגריסט איר, ער קומט נאנט צו איר און פרעגט איר: "וואס מאכט איר? וואס טוט איר?" זי האט אים געענטפערט: "איך פלאג זיך זייער, נישטא קיין געלט, מיינע צוויי טעכטער ווערן עלטער"; דער איד פרעגט איר: "וויפיל געלט דארפט איר האבן פאר אייערע צוויי טעכטער זיי צו קענען חתונה מאכן?" דער איד נעמט ארויס פון טאש א טשעק בוך און פרעגט די פרוי: "זאגט די סכום וויפיל איר דארפט"; די פרוי ענטפערט וויפיל געלט, און דער איד זאגט איר: "היות עס איז א גרויסע סכום וויל איך אויך נעמען צוויי בחורים פון ישיבה פאר עדים, מען זאל נישט קענען זאגן עס איז פאלש"; דער איד איז אריין אין ישיבה, גערופן צוויי בחורים, ער האט זיי געבעטן זיי זאלן גוט קוקן ווי ער חתמ'עט דעם באנק טשעק, אויך האט ער געבעטן פון די בחורים א שטיקל פאפיר, און אויף דעם נאכאמאל גע'חתמ'עט, און זיי געגעבן די שטיקל פאפיר זיי זאלן קענען געדענקען די חתימה, און ער האט געזאגט פאר די פרוי זי זאל גיין מארגן צו דעם און דעם באנק און ארויסנעמען די סכום געלט.


די גאנצע מעשה איז געווען זייער וואונדערליך פאר די פרוי, 'וואס האט דער איד מיך בכלל באגרוסט? און וואס האט ער מיר געגעבן אזא גרויסע סכום געלט?' די פרוי איז אויפגעשטאנען אינדערפרי און גלייך געגאנגען צום באנק, דער ממונה פון באנק האט געזען די טשעק מיט די חתימה איז ער אריינגעלאפן צום באנקיר און אים געוויזן די טשעק, דער באנקיר איז אראפגעפאלן פון בענקל און גע'חלש'ט, עס איז געווארן א מהפיכה, א טומל און א געשריי, מען האט ערשט איינגעשפארט די פרוי אין א שטוב מיט א שומר, און מען האט פרובירט צו דערמינטערן דעם באנקיר. נאך אפאר מינוט איז ער געקומען צו זיך, ער האט גערופן די פרוי און איר אויסגעפרעגט, זאגט מיר די מעשה פינקטליך ווי אזוי עס איז געווען, די פרוי האט דערציילט די גאנצע מעשה: "איך בין געגאנגען אין גאס, אן עלטערער איד מיט א ווייסע בארד האט מיך באגרוסט און מיך געפרעגט וואס איך מאך, און ווען איך האב אים דערציילט ווי איך מוטשע זיך מיט מיינע טעכטער האט ער מיר געגעבן דעם טשעק און געהייסן קומען דא", דער איד האט איר אויסגעפרעגט ווי אזוי ער האט אויסגעזען, און מען האט גערופן די בחורים און אלע האבן אלעס דערציילט, ביז דער באנקיר הויבט אן דערציילן: "דער איד איז מיין טאטע, ער איז שוין אוועק פון די וועלט צען יאר צוריק, און די נאכט האב איך זיך גע'חלומ'ט ווי מיין טאטע קומט צו מיר און זאגט מיר 'זייט דו ביסט אוועק פון די אידישע וועג און דו האסט חתונה געהאט מיט א גוי'אישע פרוי, און דו האסט אויפגעהערט זאגן קדיש נאך מיר - האב איך מער נישט קיין מנוחה אויבן אין הימל, מיין נשמה האט נישט קיין רו, ביז די פרוי האט געמאכט די זאך מיט די ישיבה אז זיי זאלן זאגן קדיש פאר אלע נשמות וואס האבן נישט קיינעם וואס זאגט קדיש נאך זיי, דאס האט מיר צוריק געברענגט מיין מנוחה און איך זאג דיר אז מארגן וועט די פרוי קומען אין באנק בעטן געלט, זאלסטו איר געבן די סכום געלט זי זאל קענען חתונה מאכן אירע צוויי טעכטער'".


דער באנקיר דערציילט: "זייט ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי האב איך דערציילט פאר מיין ווייב די חלום, זי האט מיך אויסגעלאכט, אבער יעצט זע איך אז די חלום איז אמת".


דער באנקיר האט תשובה געטון, זיין ווייב - די גוי'אישע פרוי - האט זיך מגייר געווען, און דער ירושלימ'ער רב האט אויסגעפירט: "איך בין געווען איינער פון די צוויי בחורים וואס האבן געזען די מעשה מיט די אויגן".


אויך פלעגט דער גאון רבי חיים קנייבסקי זכרונו לברכה דערציילן די מעשה. זאלסטו זאגן קדיש פאר דיין טאטע, דאס וועט אים מאכן א נחת רוח און אים ברענגען צו זיין רו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#235 - נישט וויי טון קיינעם
מדות טובות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


אזויפיל מענטשן, יונג און אלט, מענער און פרויען – זענען זיך אזוי מחי' מיט די הערליכע קונטרסים, די וועכנטליכע "עצתו אמונה"; עס ווייזט זיי די וועג אין לעבן, עס בלאזט אריין אין זיי א לעבעדיגע גייסט. דו טארסט נישט זיין צעבראכן, דו דארפסט זיך זייער מחי' זיין, ווייל אפילו אז מען קען איינמאל אין לעבן איין איד מחי' זיין – איז שוין אלעס כדאי, כל שכן וקל וחומר אז דו ביסט מחי' הונדערטער און טויזנטער אידישע קינדער מדי שבוע בשבוע, דארפסטו זיך זייער שטארקן און זיך מחי' זיין.


בעט דעם מעלער זאל מאכן א בילד ווי א שוחט מיטן מעסער מיט א פארטיך שטייט, און ווי א קעלבל באהאלט זיך אונטערן טיש, און ווי א תנא ווייזט אים ער זאל גיין צום שוחט. איך וויל זאלסט מאכן די מעשה פון רבינו הקדוש וואס האט נישט רחמנות געהאט אויפן קעלבל, ווי דאס איז שוין געווען א פגם פאר אים; אריינצוברענגען אין די קינדער גוטע מידות.


דא האסטו די מעשה:


מעההה... מעההה... די קעלבעלע וויינט, זי וויל נישט דער שוחט זאל איר שחט'ן, זי וויל נאך אביסל לעבן.


טייערע קינדער, מיט יארן צוריק האט אמאל פאסירט, רבינו הקדוש לערנט די הייליגע תורה און פלוצלונג שפרינגט צו אים א קעלבל און וויינט מעההה... מעההה... די קעלבל האט געוויינט צו רבינו הקדוש: "היט מיך, לאז מיך זיין דא באהאלטן אונטערן טיש, דער שוחט זאל מיך נישט שחט'ן"...


רבינו הקדוש זאגט איר: "גיי צום שוחט, דו ביסט באשאפן געווארן מען זאל דיך שחט'ן, גיי ארויס פון דא", און די קעלבל איז געגאנגען צום שוחט.


אויבן אין הימל איז געווארן א רעש, מען האט געזאגט וויבאלד רבינו הקדוש האט נישט רחמנות געהאט אויפן קעלבל וועט ער באקומען ציין ווייטאג, ווייל אזוי ווי א מענטש פירט זיך דא אויף די וועלט פירט מען זיך מיט אים פון יענע וועלט, און רבינו הקדוש האט באקומען ציין ווייטאג.


טייערע קינדער, מיר נעמען זיך פאר נישט וויי צו טון קיינעם, אפילו בעלי חיים, און זיכער נישט א קינד, ווייל אויב חס ושלום מען טוט וויי א קינד, אויב חס ושלום מען מאכט וויינען א קינד – מאכט דער אייבערשטער מדה כנגד מדה און מען דארף אליין וויינען ביז מען טוט תשובה.


אלע קינדער בעטן זיך איבער, מען נעמט זיך פאר מען גייט שוין מער קיינמאל נישט וויי טון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#234 - ביסט א מלמד, פארוואס ביסטו צעבראכן?
סיפורי צדיקים, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


וואס ביסטו אזוי צעבראכן? דער מנהל לאזט מיר איבער א הודעה אז דו ביסט זייער א גוטער מלמד, ער זאגט זייער שיינע זאכן אויף דיר, אז דו לייגסט אריין אין די קינדער יראת שמים מיט גוטע מידות מיט אזא ווארעמקייט.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט אויבן אין הימל פון מלמדים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:) אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "'וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד' – אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן און באשיינען די וועלט; וואס האט א מלמד מיט שטערנס? נאר מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס זייער שיין מסביר, אז פינקט ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון די וועלט - אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א מלמד האט, ווייל א מלמד פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן, און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אויף און טוען גוטע זאכן - גייט אלעס אויפן חשבון פונעם מלמד.


לייג אריין אין די קינדער יראת שמים; דערצייל זיי מעשיות פון הייליגע צדיקים, דאס וועט אויפפלאמען זייער הארץ זיי זאלן וועלן אויסוואקסן צדיקים. עס איז באוויסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד אים געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואס פאר א מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", האט אים דער הייליגער צאנזער רב געזאגט: "נישט דאס מיין איך מוסר, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו און זיין ברודער דער הייליגער רבי זושא זכותו יגן עלינו"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#233 - קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן
מדות טובות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, די מעשה פון חז"ל, (ירושלמי דמאי א, ג; חולין ז.), ווי רבי פנחס בן יאיר זאגט פאר זיינע תלמידים אז די וואס געבן אכטונג אויף די כבוד פון די חברים - די דארפן נישט מורא האבן פון ווערן דערטראנקען, די קענען אריינגיין אין וואסער.


יעצט אין די דריי וואכן דארף מען חזר'ן מיט די קינדער פון זיך נישט קריגן, פון אכטונג געבן נישט וויי צו טון חברים.


בעט דעם מעלער זאל מאכן א בילד ווי איינער גייט אריבער א טייך, ווי די טייך איז געשפאלטן, און אין דער זייט שטייען נאך אפאר מענטשן.


די מעשה הייבט זיך אן אינמיטן:


איך האב מורא אריינצוגיין אין די וואסער, אויך איך האב מורא, אפשר וועט די וואסער אונז פארשוועמען, אפשר נאר דער רבי וואס איז אזוי גרויס, ער דארף נישט מורא האבן; די תלמידים פרעגן דעם צדיק: "רבי, מיר מעגן אויך אריבער גיין אין וואסער?"


טייערע קינדער, דער הייליגער צדיק רבי פנחס בן יאיר איז געגאנגען אויסלייזן א איד פון די רוימער, ער האט איינגעשפאנט זיין אייזל און געפארן אינאיינעם מיט זיינע תלמידים.


אויפן וועג שמועסט דער צדיק מיט זיינע תלמידים, ער דערציילט זיי פונעם באשעפער'ס וואונדער, מען זעט די שיינע בערג און די שיינע טאלן, די שיינע זון מיט די וואלקענעס.


זיי פארן ביז זיי קומען אן צו א טייך, נישטא קיין בריק, נישטא קיין שיפן, דער צדיק פארלירט זיך נישט, דער צדיק בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך א נס אז די טייך זאל זיך שפאלטן, איך זאל קענען ראטעווען דעם איד פון תפיסה".


דער צדיק רופט זיך אן צום טייך: "טייך, טייך, איך בין גוזר אויף דיר דו זאלסט זיך שפאלטן", די טייך מאכט זיך נישט וויסנדיג, זי גיסט אירע וואסערן ווייטער אזוי ווי עס וואלט גארנישט פאסירט, ביז דער צדיק זאגט: "אויב דו וועסט זיך נישט שפאלטן וועל איך בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זיך אינגאנצן אויסטרוקענען, עס וועט ווערן אויס טייך".


אלע תלמידים קוקן מיט וואונדער און זיי זעען ווי די טייך שפאלט זיך, דער צדיק גייט אריין אינמיטן פון די וואסער, אבער די תלמידים האבן מורא, איינער רופט זיך אן צום אנדערן: "איך האב מורא אריינצוגיין אין די וואסער", "אויך איך האב מורא", "אפשר וועט די וואסער אונז פארשוועמען, אפשר נאר דער רבי וואס איז אזוי גרויס, ער דארף נישט מורא האבן", די תלמידים פרעגן דעם צדיק: "רבי מיר מעגן אויך אריבער גיין אין וואסער?"


דער צדיק רבי פנחס בן יאיר דרייט זיך אויס צו זיי און זאגט זיי די ווערטער: "די וואס האבן נישט געטשעפעט די חברים, די דארפן נישט מורא האבן, די קענען מיט מיר אריינקומען אין די וואסער, אבער די תלמידים וואס טשעפען אנדערע - די זאלן בעסער נישט אריינגיין אין וואסער, ווייל די וואסער וועט זיי פארשוועמען.


טייערע קינדער, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל מער קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן, איך זאל נישט טשעפען קיינעם, און קיינער זאל נישט ווערן פון מיר געטשעפעט, אפילו אומווילנדיג, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#232 - איך האב נישט מורא
פחדים, אמונה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן די קליינע מעשה'לעך פאר קינדער, די קליינע גליונות פאר קינדער. איך באוואונדער דאס, איך זע אז דאס וועט מאכן א גרויסע מהפיכה צווישן די קינדער. עס איז שיין געדרוקט, שיינע אותיות מיט א שיינע בילד, און ועל כולם האט עס די תוכן פון הייליגן רבי'ן, די וועג ווי מען רעדט צו מענטשן לעובדא ולמעשה, נישט סתם א שיינע משל מיט א שיינע נמשל, נאר תכלית ווי צו לעבן, ווי אזוי אנצוגיין אין לעבן.


די וואך האב איך א שיינע מעשה פון ירושלמי וואס מען זאל טון מיט פחדים ביינאכט. דאס זאלסטו דרוקן אין די צענדליגער טויזנטער, דאס וועט זיין א גוטע גליון פאר די קינדער. ווייל רוב קינדער האבן פחדים ביינאכט, און וואס פאר א עצות מען זאל זיי נאר נישט געבן ווערן זיי נישט בארואיגט, און נאר מיט די עצות פון רבי'ן, פון חזר'ן א שטארקע אמונה - וועט אוועק גיין די פחדים.


דא האסטו די מעשה:


"טאטי ווען עס ווערט נאכט האב איך זייער שטארק מורא, אפשר קען מען לייגן א שטארקע שלאס אויף די טיר? אזוי וועל איך נישט מורא האבן".


קינד טייערער, איך וויל דיר דערציילן א שיינע מעשה. די גמרא דערציילט (ירושלמי תרומות ח, ג), דער הייליגער רבי ינאי האט זייער מורא געהאט פון שלענג, ער האט געציטערט צו גיין שלאפן ווייל אפשר וועט א שלאנג ארויפקריכן אויף זיין בעט, ער האט געטראכט אלע סארט עצות ווי אזוי ער קען זיך פארזיכערן אז א שלאנג וועט נישט אנקומען אויף זיין בעט, ער איז אויפגעקומען מיט א געדאנק, ער וועט אריינשטעלן די פיר פיס פונעם בעט אין פיר אמערס וואסער, אזוי וועלן די שלענג נישט קענען אנקומען צו אים.


איין נאכט וועקט זיך דער הייליגער רבי ינאי אויף מיט א שלאנג אין די הענט, האט ער געזאגט צו זיך: 'יעצט זע איך אז עס העלפט נישט קיין פאטענטן, נאר איין זאך העלפט, תפילה, תפילה און נאכאמאל תפילה'; דער צדיק האט געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר אז די שלענג זאלן נישט קומען אויף מיין בעט", און אזוי איז טאקע געווען, מער זענען די שלענג נישט געקומען צו אים.


קינד טייערער, לאמיר בעטן יעדן טאג די תפילה: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט מורא האבן פון די נאכט, איך זאל נישט מורא האבן פון קיין הינט, פון קיין בער, פון קיין שלענג, איך זאל פון גארנישט מורא האבן, איך זאל האבן א שטארקע אמונה אז דו ביסט מיט מיר, דו היטסט מיך, דו געבסט אכטונג אויף מיר".


"טאטי, יעצט דארפסטו שוין נישט לייגן א שלאס אויף די טיר, איך גיי שוין מער נישט מורא האבן פון קיין שום זאך, ווייל איך רעד צום אייבערשטן און איך בעט אים ער זאל אוועק נעמען פון מיר די פחדים".


איך האב געבעטן מכון עצתו אמונה זאל בעטן די מעלער זאל מאכן א בילד פון א בעט און די פיסלעך פונעם בעט ליגן אין עמערס וואסער, און ווי עס קריכן שלענג אויף דער ערד, און איין שלאנג איז אויפן בעט, און ווי דער מענטש וואס ליגט אין בעט מיט ציצית, הויבט אויף די הענט אויף ארויף; ארויסברענגען די מעשה אז עס העלפט נישט קיין עצות, נאר תפילה העלפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#231 - וואס איז דען מער טייער ווי א מאמע?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


לכבוד פסח זאלסטו מאכן א מעשה פאר די קינדער פון דאס גרויסקייט פון מכבד זיין א מאמע, נישט פארשעמען א מאמע, ווייל אין די טעג דארף מען אסאך חיזוק אויף דעם.


מאל די מעשה ווי דער הייליגער בעלזער רב דער שר שלום זכותו יגן עלינו, האט אכטונג געגעבן אויף זיין מאמעס כבוד, און ווען זי האט איינגעטינקען די מצה אין די זופ - האט ער ווייטער געגעסן פון די טעלער.


די חסידים שטייען און קוקן, דער רבי עסט פון די זופ; ווי קען זיין אזוינס? זי האט דאך איינגעטינקען אין די זופ מצה, דער רבי איז דאך אלץ זייער שטארק מקפיד נישט צו עסן געבראקטס, ווי קען זיין אזוינס?!


דער הייליגער בעלזער רב זכותו יגן עלינו, דער שר שלום, זיצט פסח נעבן זיין מאמע, דער צדיק האלט זיין מאמע זייער טייער, ער זעצט איר נעבן זיך, און ער עסט מיט איר פון איין טעלער. וואס איז דען דא עפעס גרעסער ווי א מאמע? וואס איז דען מער טייער ווי א מאמע? די מאמע האט איינגעטינקען די מצה אין די זופ און דער רבי זאגט נישט קיין ווארט, ער עסט ווייטער די זופ מיט די מאמע פון איין טעלער.


די תלמידים וואונדערן זיך זייער, ווי קען זיין אזוינס? דער רבי איז דאך זייער מקפיד נישט צו עסן קיין געבראקטס, אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט מקפיד געווען, די מצה זאל נישט אנרירן קיין וואסער.


דער רבי געבט זיי צו פארשטיין: "נישט עסן קיין געבראקטס איז א גוטער מנהג, און מיר דארפן דאס היטן, אבער די מצוה פון מכבד זיין א מאמע איז נאך מער הייליג, דאס שטייט אין די הייליגע תורה, אז מען דארף זייער מכבד זיין א מאמע".


טייערע קינדער, מיר גייען שוין זייער אכטונג געבן אויף אונזער מאמע, מיר גייען פאלגן און רעדן שיין, און קיינמאל נישט וויי טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#230 - נישט ערגער ווי גלות מצרים
לימוד התורה, סיפורי צדיקים, גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, י' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז די יארצייט פון הייליגן צאנזער רב זכותו יגן עלינו, דער הייליגער צאנזער רב האט חתונה געמאכט זיין טאכטער הרבנית רייצא עליה השלום מיט הרב הקדוש רבי מרדכי דוב מהארנאסטייפל זכר צדיק לברכה, און נאך זייער חתונה זענען זיי געבליבן וואוינען אין הארנאסטייפל-רוסלאנד.


דאס ערשטע מאל ווען די הארנאסטייפל רביצין איז צוריק געקומען נאך די חתונה קיין צאנז צו באזוכן איר פאטער, האט דער דברי חיים זיך אינטערעסירט ביי איר איבער דעם מצב פון אחינו בני ישראל אין רוסלאנד, האט זי געזאגט פאר איר טאטן: "דער גלות פון אידישע קינדער אין רוסלאנד איז פיל ערגער ווי גלות מצרים".


האט דער הייליגער דברי חיים זכותו יגן עלינו רעאגירט און געזאגט: "הער מיין קינד, עס קען קיינמאל נישט זיין קיין ערגערע גלות ווי גלות מצרים, וויבאלד גלות מצרים איז געווען נאך פאר מתן תורה, און די אידן האבן נישט געהאט מיט וואס זיך מחזק צו זיין, אבער יעצט האבן מיר דאך די הייליגע תורה, און אז מען לערנט תורה און מען טוט מצות - מאכט דאס אביסל גרינגער דעם גלות".


דער הייליגער דברי חיים זכותו יגן עלינו האט ארויפגעלייגט זיינע היייליגע הענט אויפן הארץ און געזאגט מיט א פרייליכקייט: "אה, היינט האבן מיר די הייליגע תורה און מיט דעם זענען מיר זיך מחי'".


די מעשה האט מוהרא"ש דערציילט, ער האט דאס געהערט פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש פלעגט אונז דערמיט מחזק זיין אז וואס מען זאל נאר אריבערגיין - קענען מיר זיך זייער שטארקן דורך די הייליגע תורה.


מאך זיך א שיעור אין לערנען גמרא, זאג די ווערטער פון די גמרא אפילו אן פארשטיין. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליין פארשטיין. "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (שבת סג.; עבודה זרה יט): 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה (שיחות הר"ן, סימן כח), עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#229 - מען קען נישט טרעפן קיין ברעקל חמץ ביי א איד
סיפורי צדיקים, מנהגים, פסח, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת צו, שבת הגדול, י"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די יאר געפאלט ערב פסח אום שבת, און אין צוואנציג יאר ארום, שנת תת"ה - וועט דאס נאכאמאל געפאלן אזוי. שבת דאווענט מען גאר פרי, מען זאל נאך קענען מאכן די סעודה פאר סוף זמן אכילת חמץ.


שבת נאכמיטאג דאווענט מען מנחה, מען זיצט אינאיינעם און מען זינגט די זמירות פון שלש סעודות, און מען זאגט דברי תורה, אזוי ווי יעדן שבת.


טאנץ א גאנץ שבת אז מיר זענען פון די אויסדערוועלטע פאלק, מיר זענען אידן, מיר טוען די ווילן פונעם אייבערשטן. מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו איז אמאל ארום געגאנגען פסח זיך נאכפרעגן פון איין איד צום צווייטן צי ער האט אפשר אביסל ביר פאר אים, אלע האבן אים געענטפערט: "חס ושלום! ביר איז חמץ", האט ער געפרעגט: "אויב איך וועל דיר באצאלן דערפאר מער, צוויי מאל דער ווערד פון א פלעשל ביר וועסטו מיר יא געבן?" האט מען אים ווידער געענטפערט: "ניין! ביר איז חמץ", ווייסטו וואס - זאגט דער הייליגער בארדיטשובער רב – "איך דארף זייער וויכטיג א פלעשל ביר, איך בין אפילו גרייט צו צאלן ביז טויזנט רובל", אבער יענער האלט זיך ביי דאס זייניגע און שרייט ווייטער אז ביר איז חמץ. איז ער צוגעגאנגען צו א גוי און אים געפרעגט צי ער האט אים צו פארקויפן זיידן, דעמאלט האט די רעגירונג נישט געלאזט האנדלען מיט זיידן, האט דער גוי געזאגט: "ניין, מען טאר נישט האנדלען מיט זיידן, מען קען באקומען פאר דעם תפיסה", ווייסטו וואס - זאגט דער הייליגער בארדיטשובער רב – "איך דארף זייער וויכטיג האבן זיידן, איך בין גרייט צו צאלן ביז טויזנט רובל", האט דער גוי געזאגט: "ווארט מיך דארט און דארט, איך וועל דיר ברענגען זיידן"; האט זיך דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו אנגערופן פארן באשעפער: "הייליגער באשעפער, קוק אן אידישע קינדער; דו שרייבסט אין די תורה (שמות יג, יז): 'וְלֹא יֵרָאֶה לְךָ חָמֵץ וְלֹא יֵרָאֶה לְךָ שְׂאֹר בְּכָל גְּבֻלֶךָ', עס זענען נישט דא קיין פאליציי וואס קוקן דאס נאך, מיט דעם אלעם קען מען נישט טרעפן קיין ברעקל חמץ ביי קיין איין איד, (דברי הימים-א יז, כא): 'מִי כְּעַמְּךָ יִשְׂרָאֵל גּוֹי אֶחָד בָּאָרֶץ'".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#228 - ש'כח באשעפער אז איך האב ציצית
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, ציצית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


האסט נישט קיין אנונג וואס דיין זכות איז, יעצט האט מיר א מפיץ פון ארץ ישראל געשיקט א הודעה, ער איז געווען אין א שול לייגן די עצתו אמונה, און א איד האט אים געזאגט מיט טרערן אין די אויגן: "זאלסט וויסן אז די קונטרסים האבן מיר געראטעוועט דאס לעבן, איך האב נישט געוויסט וואס א ווייב איז, ווי אזוי מען דארף רעדן צו איר, איך האב נישט געוויסט ווי אזוי מען רעדט צו קינדער", בקיצור ער האט ממש באדאנקט דאס לעבן; זאלסטו ווייטער אנגיין און נישט מורא האבן, און נישט האבן קיין חלישות הדעת פון קיינעם.


די וואך מאך פאר די קינדער א מעשה'לעך פון דער ווילנער גאון, ווי ער וויינט מיט זיינע ציצית איידער זיין הסתלקות. די מלמדים האבן מיר געבטן זיי ווילן האבן מעשה'לעך פון ציצית, פיאות, און קאפל, אזוי קענען זיי לערנען דאס מיט די קינדער, מען קען דאס געבן צו מאלעווען, עס זאל איינגעקריצט ווערן אין זייערע הערצער.


געב א קוק, דער רבי וויינט, וואס קען דאס זיין? דער רבי האט מורא פון שטארבן? ניין דאס קען נישט זיין, דער רבי איז דאך אזוי גרויס, ווען ער וועט אוועק גיין פון די וועלט וועט ער גלייך גיין אין גן עדן, דארט איז דאך אזוי ליכטיג, אין גן עדן איז בעסער פון די וועלט, נו פארוואס וויינט דער רבי? לאמיר אים גיין פרעגן.


דער הייליגער צדיק דער ווילנער גאון איז זייער שוואך, ער ליגט אין בעט, עס זעט אויס ווי ער גייט שוין אוועק פון די וועלט, און פלוצלונג זעען די תלמידים ווי דער רבי וויינט, זיי האבן נישט פארשטאנען וואס גייט דא פאר, זיי פרעגן מיט דרך ארץ: "רבי, פארוואס וויינט דער רבי? דער רבי האט מורא פון שטארבן?"


"ניין, ניין", ענטפערט דער צדיק, "איך האב נישט מורא פון שטארבן, איך האב מיין גאנץ לעבן געלערנט די הייליגע תורה, יעצט וועל איך גיין אין גן עדן מיט אלע צדיקים, איך וויין אויף די מצוה פון ציצית"; דער צדיק כאפט אן די הייליגע שטריק פון די ציצית און זאגט: "דא אויף די וועלט קען מען מקיים זיין די הייליגע מצוה פון ציצית, מען קען קויפן אביסל וואל פאר אפאר פרוטות און מאכן די מצוה, אבער יעצט ווען איך גיי אוועק פון די וועלט וועל איך שוין נישט קענען טון די מצוה, אויף דעם וויין איך".


טייערע קינדער, מיר האבן אזא הייליגע מצוה פון ציצית, דארפן מיר געדענקען צו קישן די ציצית און קוקן אויף די ציצית און צו זיין פרייליך מיט די מצוה, וואס אויב מען וועט צאמנעמען אלע געלט און אלע מתנות און אלע גאלד און זילבער און שיינע שטיינער פון די גאנצע וועלט - וועלן מיר נישט קענען באצאלן דעם מענטש פאר איין מינוט וואס גייט מיט ציצית.


אלע קינדער הויבן אן טאנצן: "א מחי' ציצית, א מחי' ציצית, א מחי' איך האב ציצית, שכוח באשעפער אז איך האב ציצית, העלף איך זאל אייביג גיין מיט ציצית, און נישט פארגעסן צו קישן די הייליגע ציצית, און זיך אייביג פרייען מיט די ציצית".


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי דער ווילנער גאון ליגט אין בעט (עס איז דא א בילד וואס מען זאגט אז דאס איז דער ווילנער גאון), און מיט איין הענט האלט ער די בענדלעך פון די ציצית און וויינט, און פון דער זייט שטייען דערשראקענע מענטשן, אויך א דאקטער זאל שטיין פון די זייט מיט די סטעטעסקאופ, און אונטערזוכט אים.


געדענק צו מאכן שיינע גרויסע בילדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#227 - א טעם גן עדן אינעם טאפ
סיפורי צדיקים, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז דער יארצייט פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש דערציילט, אמאל האט דער הייליגער צדיק רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו געבעטן ביי די קינדער, אז עס איז אים שווער צו עסן, אבער עס איז דא א זופ וואס ער האט אמאל געגעסן ביי יענע און יענע קרעטשמע, אויב מען קען אים גיין ברענגען יענעם זופ. דאס איז ביי די קינדער געווען א וואונדער, ווען דער צדיק האט קיינמאל נישט געמאכט קיין עסק פון עסן, און דא בעט ער עפעס אזא מין זאך? אבער אז דער צדיק זאגט - פאלגט מען.


די קינדער זענען געגאנגען צו די קרעטשמע, מען האט געבעטן דארט אויב מען קען צושטעלן די זופ "טייגל יוהך". נאכן אהערשטעלן די זופ האט מען געפרעגט די פרוי פון די קרעטשמע אויב זי וויל ארויסגעבן ווי אזוי זי מאכט אזא גוטע זופ, האט די פרוי געזאגט: "איך בין ארעם, איך האב נישט וואס אריינצולייגן אין די זופ, איך שטעל א טאפ, איך לייג אריין וואסער און אביסל שאלאכץ פון מייערן, און איך זאג צום אייבערשטן 'גרויסער גאט, דו האסט אזוי סאך גן עדן אויבן אין הימל, איך בעט דיר, לייג אריין אין די טאפ אביסל טעם גן עדן', דאס איז מיין רעסעפי".


דעמאלט האט מען פארשטאנען פארוואס דער הייליגער צדיק האט אהין געשיקט און אז ער האט געדענקט פון די זופ און גערעדט פון די זופ; ער האט געוואלט לערנען זיינע קינדער זיי זאלן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן, און ווי אזוי מען בעט, און וואס מען שפירט נאכן בעטן; מען שפירט א גן עדן לעבן.


אז מיר שטייען אין א טאג פון א יארצייט פון א צדיק דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך רעדן מיט דיר און נישט פארגעסן פון דיר".


די וואך שבת איז פרשת פרה, זייער א גרויסע שבת, מען גייט זיך רייניגן פון טומאת מת. דער רבי זאגט, וואס איז טומאת מת? (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמב): "הִרְהוּרִים שֶׁל נִאוּף" טראכטן פון שמוץ, טראכטן פון עבירות, קוקן מאוויס, ווידיאוס וכו', "הֵם בְּחִינַת אֲבִי אָבוֹת הַטֻּמְאָה", דאס איז די ערגסטע טומאה, "בְּחִינוֹת מֵת", דאס איז טומאת מת; מען ווערט טויט, מען רייסט זיך נעבעך אפ פונעם אייבערשטן, און מיר דארפן קומען צום כהן גדול, צו די צדיקים - זאלן אויף אונז שפריצן פון די ריינע קוואל וואסער, פון זייערע עצות אונז ריין צו מאכן.


איך יאג זיך צו די בחורים, איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#226 - אז מען הייסט פון הימל טאנצן
אמונה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


מיר דארפן זיך פארלייגן אויף די קינדער, זיי אנפולן די הערצער מיט אמונה, ווייל וואס מער אמונה מען לייגט אריין אין קינדער - אלץ מער וועלן זיי זיין אפגעהיטן זייער גאנצע לעבן.


דעם קומענדיגן וואך וועט זיין די יארצייט פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו, וויל איך מאכן א מעשה'לעך פון דעם צדיק, אזוי וועלן אלע עלטערן דאס דערציילן פאר די קינדער ביי די שבת סעודה.


טייערע קינדער, היינט איז די יארצייט פון דעם הייליגן צדיק דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו, וועלן מיר דערציילן א מעשה פון אים.


טייערע קינדער, עס זענען געווען צוויי הייליגע ברידער, דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו, און דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו, זיי זענען פאר לאנגע יארן געגאנגען אין דערפלעך און אין שטעטלעך, יעדן טאג אין א צווייטע פלאץ, און יעדע נאכט גענעכטיגט ערגעץ אנדערש, מערסטנס האבן זיי גענעכטיגט אין קרעטשמעס אונטערוועגנס, זייער עבודה איז געווען צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, ווייזן פאר מענטשן אז מען קען תשובה טון, יעצט הערט אייך גוט צו, וועלן מיר דערציילן זייער א שיינע באלערנדע מעשה:


שא... שטיל... עס איז אינמיטן די נאכט, די צוויי ברידער שלאפן אין א קרעטשמע, דארט איז אויך דא אין די ערשטע צימער שיכור'ע גוים, זיי זוכן מיט וועם זיי קענען זיך אונטערהאלטן, אינמיטן באמערקן זיי צוויי אידן שלאפן, זיי כאפן אן איינעם און זיי שלעפן אים ארויס פון בעט, און זיי הייסן אים טאנצן א קאדאטשקע.


"זושא... זושא... דאס בין איך, דיין ברודער מילך... זושא שטיי אויף, טו מיר א טובה, די גוים האבן זיך גענומען אויף מיר, זיי זענען שיכור, זיי לאזן מיך נישט שלאפן, יעדע פאר מינוט שלעפן זיי מיך ארויס פון בעט און זיי הייסן מיך איך זאל טאנצן פאר זיי א קאדאטשקע, זושא... אפשר ווילסטו זיך טוישן בעטן מיט מיר? אזוי וועל איך קענען שלאפן אביסל און דו וועסט אביסל טאנצן?"


"זיכער מילך, איך גיס זיך אפ נעגל וואסער, און איך גיי אין דיין בעט און דו וועסט קומען אין מיין בעט", און רבי זושא איז אריין אין רבי מילך'ס בעט און רבי מילך איז אריין אין דעם הייליגן רבי זושא'ס בעט און זיי שלאפן איין, און וואונדער פאסירט, די גוים זאגן: "יעצט וועלן מיר גיין צום אנדערן איד, דער ערשטער האט שוין צופיל מאל געטאנצן, יעצט וועלן מיר זיך נעמען אויף זיינע ביינער", זיי שלעפן אים ארויס פון בעט און זיי הייסן אים טאנצן א קאדאטשקע.


טייערע קינדער, וואס וואלטן מיר געזאגט ווען דאס פאסירט מיט אונז? ווער קען טראכטן? וואס וואלט ער געטון ווען עפעס גייט אים נישט גוט?


דער הייליגער רבי אלימלך זאגט פאר זיין הייליגער ברודער: "זושא, אז מען הייסט פון הימל טאנצן, קען מען זיך נישט קעגן שטעלן, און אז מען ביידט זיך די בעטן, וועלן זיי גיין צום אנדערן בעט..."


מיר לערנען זיך פון די מעשה ווי די הייליגע צדיקים לעבן, יעדע זאך וואס פאסירט מיט זיי ווייסן זיי אז דאס איז פונעם אייבערשטן, און זיי בלייבן אייביג פרייליך אפילו מען מוטשעט זיי מיט וואס מען מוטשעט זיי.


אלע קינדער זינגען: "איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל זיין א צדיק".


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי אפאר שיכור'ע גוים פאלן פון די פיס, און ווי א איד מיט קאלטענעס טאנצט א פרייליכע קאדאטשקע, און ביי די זייט זעט מען צוויי הויפענעס מיט שטרוי און אויף איינס שלאפט איינער, מיט נעגל וואסער און מיט שלאף ציצית און א נאכט קלייד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#225 - אויסגעוואקסן א גרויסער צדיק
מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, י"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט זוכה ארויסצוגעבן די הערליכע קונטרסים עצתו אמונה וואס איז אזוי מחי' הונדערטער און טויזנטער מענטשן וועכנטליך, און אויך די זכות וואס דו מאכסט די עצתו אמונה פאר קינדער, מעשה'לעך פאר קינדערלעך, אריינצולייגן אין די קינדער יונגערהייט א רייץ צו וועלן זיין א צדיק, דורך די שיינע מעשיות מיט די שיינע בילדער געשריבן פאר יונגע קינדער.


די וואך זאלסטו בעטן דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי מוהרא"ש אלס בחור זיצט און לערנט, און דער גרויסער גאון רבי משה פיינשטיין זכר צדיק לברכה שטייט פון הינטער אים, ער לייגט זיין האנט אויף זיין אקסל און קוקט זיך צו ווי דער בחור האלט.


טייערע קינדער, ווער וויל זיין א צדיק? ווער וויל לערנען די הייליגע תורה? אלע קינדער שרייען אויס: "איך... איך וויל זיין א צדיק", ווייל יעדער וויל לערנען די הייליגע תורה, אבער אסאך מאל קומט דער יצר הרע און מאכט טראכטן 'איך פארשטיי נישט קיין לערנען, איך פארגעס די לערנען, און אויך האב איך ווייניג געדולד צו לערנען'; מיר וועלן יעצט זען אין די מעשה אז עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם צו לערנען און צו ווערן א צדיק.


א ווילדע אינגל, ער לערנט נישט, ער שפרינגט און טאנצט, אויף אלע דעכער איז ער געווען, ביז איין טאג ער האט געטראפן א ספר פון הייליגן רבי'ן, דארט האט ער געזען א 'וועג צו לערנען'; אפילו מען פארשטיין נישט זאל מען ווייטער לערנען, און אפילו מען פארגעסט - זאל מען ווייטער לערנען, דאס האט אים זייער געכאפט, דער בחור האט אנגעהויבן לערנען זייער פלייסיג.


שפעטער איז ער אריין אין די ישיבה פון הגאון רבי משה פיינשטיין זכר צדיק לברכה, ער איז געזיצן און געלערנט, ער האט מיט קיינעם נישט גערעדט, ער האט זיך געשקאלט אויף די גמרא און געזאגט די ווערטער פון די גמרא אפילו אן פארשטיין, צענדליגער בלעטער גמרא האט ער געזאגט יעדן טאג.


דער גאון רבי משה פיינשטיין זכר צדיק לברכה פלעגט יעדן טאג אריבערגיין דעם פלייסיגן בחור און זיך איבערגעבויגן און אים געגלעט זיינע אקסלען און זייער הנאה געהאט צו זען ווי פלייסיג דער בחור לערנט.


ווען דער בחור איז א חתן געווארן האט ער אפגענומען די מזל טוב פון דעם גאון רבי משה זכרונו לברכה, האט רבי משה אים געבעטן ער זאל אים דערמאנען ווען די חתונה וועט זיין, "איך וויל זיין ביי דיין חתונה" – האט ער אים געזאגט, און אזוי איז טאקע געווען, דער גאון איז געקומען צו די חתונה.


ווער איז געווען דער בחור וואס האט אנגעהויבן לערנען אזוי פלייסיג? דאס איז געווען דער גרויסער צדיק מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס איז אויסגעוואקסן זייער א גרויסער צדיק, און מוהרא"ש האט אונז געזאגט, ווער עס וועט לערנען אויפן סדר דרך הלימוד, ער וועט זאגן אסאך משניות און גמרא - וועט אויסוואקסן א גרויסער צדיק און קומען צו די העכסטע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#224 - אפגעשוירן די האר, א קרבן פאר'ן אייבערשטן
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מחזק אייער חבר'טע אויף די גרויסע זאך וואס זי האט געטון, די הייליגע זאך, פארן ברענגען א קרבן פארן אייבערשטן, פאר זיך אפשערן די האר. דערצייל איר די מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, א פרוי איז געקומען צום נאסעדער רב זכותו יגן עלינו, זי האט געוויינט אז זי האט שוין חתונה געהאט אזויפיל יאר, און זי איז נאכאלץ נישט געהאלפן געווארן מיט קינדער, פרעגט דער צדיק: "און וואס איז מיט די האר?" האט זי געזאגט: "רבי עס איז מיר א גרויסע נסיון, עס איז מיר זייער שווער צו אפשערן די האר". ווען דער צדיק האט דאס געהערט האט ער שוין גארנישט געזאגט, די פרוי איז דארט געבליבן שטיין און געוויינט: "איך דארף א אינגל", אבער דער צדיק האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, אזוי איז געווען אפאר מאל, ביז דער גבאי זאגט איר: "וואס פארשטייט איר נישט, דער רבי האט דאך אייך געזאגט אז איר וועט זיך אפשערן וועט איר האבן א אינגל", איז זי ארויס און זי איז זיך געגאנגען אפשערן, און זי איז געהאלפן געווארן ביז א יאר מיט א זיסע צוקערדיגע אינגל.


די פרוי האט געטראכט צו זיך 'יעצט אז איך האב שוין א קינד, וואס דארף איך יעצט פאלגן דעם צדיק, איך וועל זיך צוריק לאזן וואקסן מיינע האר', אזוי האט זי געטון, זי האט זיך אויפגעהערט שערן, ביז איין טאג איז דער אינגל קראנק געווארן. זי איז געקומען לויפן צום צדיק וויינען: "רבי מיין איינציג קינד איז קראנק, איך דארף א ישועה", דער רבי זאגט איר: "וואס איז מיט דיר? דו מיינסט איך ווייס נישט אז דו שערסט זיך מער נישט?" און נעבעך דאס קינד איז געשטארבן.


וואויל איז די פרוי וואס לייגט אוועק אלע חכמות און פאלגט די הייליגע צדיקים, וועט זי נישט דערלייגן, זי וועט נאר פארדינען, זי וועט זען ליכטיגע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#223 - א מלמד זאל דערציילן פאר די קינדער מעשיות פון צדיקים
סיפורי צדיקים, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד פאר קינדער, דו לייגסט אריין אין די קינדער תורה, יראת שמים און מידות טובות, וואויל איז דיר אז דיין פלאג און מיה איז אין זאכן וואס זענען נצחיות, דו בויסט אויף סאלדאטן פארן אייבערשטן.


זע צו דערציילן פאר די קינדער מעשיות פון צדיקים, דערצייל זיי די מעשה וואס האט אויפגעפלאמט דעם רבינ'ס הארץ ווען דער רבי איז געווען א קליין קינד. עס איז דא אפאר גירסאות אין די מעשה, דערצייל זיי אזוי ווי מוהרא"ש דערציילט עס אין ספר פעולת הצדיק (עיין סימן כו).


די מעשה גייט אזוי, דער הייליגער רבי האט פארציילט ווי אזוי ער האט זוכה געווען אנצוהויבן דינען דעם אייבערשטן; דאס האט זיך אנגעהויבן דורך דעם וואס ער האט געהערט מעשיות פון צדיקים, ווייל דעם רבינ'ס מאמע פיגא האט גע'ירש'נט די הויז פון איר מאמע - די צדיקת אדל - דעם הייליגן בעל שם טוב'ס טאכטער, וואס זי האט גע'ירש'נט דאס הויז פון איר טאטע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו.


אין דעם הויז איז דער הייליגער רבי געבוירן געווארן. ווען די תלמידים פון הייליגן בעל שם טוב פלעגן קומען קיין מעזיבוז צום ציון פון זייער רבי - דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, פלעגן זיי אריינגיין אין שטוב פון בעל שם טוב און זיך דערמאנען די צייטן וואס זיי פלעגן זיין ביים בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, זיי פלעגן שמועסן צווישן זיך פון זייער גרויסער רבי. דער רבי זייענדיג נאך א קליין אינגל פלעגט אויסהערן די שמועסן פון די קדושי עליון, די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב, זכותם יגן עלינו.


אמאל האט דער רבי געהערט די מעשה ווי אזוי דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן, אז זיין מאמע שרה איז געווען זייער אלט בשעת זי האט געבוירן דעם בעל שם טוב און זי איז גלייך נאכדעם נפטר געווארן, שפעטער ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן צו זיך און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט - כדרך כל הארץ, געדענק דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", און מיט די ווערטער איז ער נפטר געווארן.


דער בעל שם טוב איז אויסגעוואקסן איינער אליין אין א גרויסע וועלט, אבער ער האט שטענדיג געדענקט זיין טאטנ'ס לעצטע ווערטער: "געדענק דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", מיט די ווערטער האט ער געלעבט און דאס אויסגעפירט למעשה, וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן.


ביז איינמאל שפאצירט ער אין וואלד בשעת ער זינגט זיך צום אייבערשטן, אינמיטן זעט ער ווי עס קומט צו גיין א מענטש און פרעגט אים: "וואס טוסטו דא אליין אין וואלד?" רופט ער זיך אן צו אים: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר", רופט זיך אן דער מענטש: "דער אייבערשטער איז מיט דיר? דער אייבערשטער איז אויבן אין הימל, ער איז זייער הויך, ער האט איבערגעלאזט די וועלט", און ער לייגט צו אז עס איז א בפירוש'ע פסוק (יחזקאל ח, יב): "עָזַב ה' אֶת הָאָרֶץ", (וואס באמת שטייט דארט מען זאל נישט זאגן אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס מען טוט אין די פינסטערניש, דער אייבערשטער האט אונז פארלאזט).


דער מענטש האט ווייטער ממשיך געווען צו רעדן צום בעל שם טוב קעגן די אמונה, האט דער בעל שם טוב געכאפט א צווייג פון דער ערד און אים אנגעפאנגען צו שלאגן, און בשעת ער האט געשלאגן דעם אלטן נַאר האט ער געשריגן דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", פלוצלונג זעט דער בעל שם טוב ווי ער איז נישט דא, דער מענטש איז פשוט געווען אן אויג פארבלענדעניש פונעם סמ"ך מ"ם; פון דעמאלט איז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געווארן נאך שטערקער אין די אמונה, ער האט געזען ווי דער סמ"ך מ"ם וויל אים איינרעדן קעגן די אמונה האט ער זיך נאך אסאך מער געשטארקט.


די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אנגעפאנגען צו טראכטן: 'געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון, איך וועל אנהויבן רעדן צום אייבערשטן, וועל איך אויך ווערן א צדיק?' דער רבי איז גלייך ארויס פון שטוב און געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטער: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו' וכו'". ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


דערצייל זיי די מעשה א גאנץ יאר, נאכאמאל און נאכאמאל, קינדער דארפן נישט קיין נייע מעשיות, קינדער האבן מער ליב מעשיות וואס זיי האבן שוין געהערט. דערצייל זיי עס מיט תמימות, עס זאל אריינגיין אין זייער הארץ, ווייז זיי ווי אזוי מען רעדט צום אייבערשטן, אויף אן אופן פון קענען נאכמאכן, עס זאל ווערן איינגעקריצט אין זייער הארץ די אמונה אינעם אייבערשטן.


איך האב דיך ליב, איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך בין זייער פארנומען איך מוז ענדיגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#222 - זיי נישט אזוי באבלאזן
שמחה, שלום, חסד, סיפורי צדיקים, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ד' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז די יארצייט פונעם גרויסן צדיק רבי משה לייב סאסובער זכותו יגן עלינו, ער האט געזאגט פאר זיין פטירה אז ער וועט נישט אריינגיין אין גן עדן נאר אויב ער וועט קענען אויסקערן די גיהנום פון אלע נשמות, און צדיקים האבן דערציילט אז אזוי איז געווען, און אויך איז שוין אזוי געבליבן, אז יעדע יאר ד' שבט קערט דער צדיק אויס דעם גיהנום.


מוהרא"ש דערציילט, דער צדיק האט געהאט א הייליגע מנהג, יעדן טאג נאכן דאווענען אויפן וועג אהיים איז ער אריבער ביי די שטיבער פון די צעבראכענע מענטשן, יתומים און אלמנות, און זיי געגריסט 'גוט מארגן' מיט א שמייכל; אלע האבן שוין אפגעווארט, אלע זענען געזעצן ביי די טרעפ פון די שטיבער און געווארט אויף די ווארעמע 'גוט מארגן', זיי האבן געשפירט אזוי גוט מיט דעם, זיי האבן געשפירט ממש ווי דער צדיק איז זייער טאטע.


אזוי אויך זאלסטו טון, דארפסט נישט אריבער גיין אלע גאסן וכו', אבער דארט וואו דו גייסט סיי ווי, גייסט ארויס פון שול נאכן דאווענען, זאלסטו נישט זיין אזוי באבלאזן און אריבערגיין מענטשן אן גריסן, אן שמייכלען, גרוס יעדן איינעם מיט א גרויסע שמייכל, מען קען זיך איינקויפן עולם הבא מיט איין שמייכל, מיט א גוט ווארט.


ווער רעדט נאך אין שטוב, דיין ווייב און דיינע קינדער; זאלסט זיי גריסן און שמייכלען און געבן גוטע ווערטער, דאס איז אזא הייליגע זאך, פרייליך מאכן די ווייב און קינדער, עס איז אזוי גרויס, בפרט יעצט אין די טעג פון שובבי"ם ווען מיר פאררעכטן אלעס וואס מען דארף פאררעכטן - קען מען אלעס פאררעכטן מיט פרייליך מאכן א צווייטן איד, פרייליך מאכן די ווייב און קינדער.


טו א טובה מיט א צווייטן, געב א האנט פאר א צווייטן איד, די וועלט שטייט דאך נאר אויף חסד, די וועלט איז באשאפן געווארן צוליב וואס מען וועט טון חסד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ח, ה), איידער דער אייבערשטער האט באשאפן אדם הראשון האט ער געפרעגט די מלאכים אויב מען זאל באשאפן דעם מענטש, זענען געקומען גרופעס גרופעס מלאכים, איין גרופע האט געזאגט יא, איין גרופע האט געזאגט ניין, "חֶסֶד אוֹמֵר יִבָּרֵא, שֶׁהוּא גּוֹמֵל חֲסָדִים", חסד האט געזאגט מען זאל באשאפן דעם מענטש ווייל ער גייט טון חסד; דאס איז תיקון שובבי"ם, אז מען העלפט אנדערע, און דאס זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער, טון חסד מיט אנדערע קינדער, קיינמאל נישט זאגן ניין פאר א צווייטן איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#221 - קיינמאל נישט פארשעמען ספרים
צדיקים, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מען דארף טראכטן נאך געדאנקען וואס מען קען מאכן פאר די יוגענט, זיי אנפילן מיט אמונה און אמונת חכמים. די נסיונות פונעם דור ווערן שטערקער און שטערקער, און מען מוז אנקומען צו די קינדער, זיי אויסלערנען די ריינע אמונה און אמונת חכמים.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די עצתו אמונה פאר קינדער, די מעשה פון הייליגן בעל התניא וואס האט געזען ביי איינעם אין שטוב ליגן דעם הייליגן ספר נועם אלימלך אונטער די פיס פון בענקל.


איך האב געטראכט אז די מעשה איז וויכטיג, ווייל איך בין געווען די וואך ביי א חתונה און געזען ווי בחורים און קינדער נעמען די הייליגע קונטרסים פון עצתו אמונה וואס איז מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן, זיי צערייסן דאס און זיי זענען דאס מבזה; איז וויכטיג צו דערציילן פאר די קינדער די מעשה, אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס דערציילט (שיחות וסיפורים, אות קיא).


א ספר אויף דער ערד? וואס איז מיט אייך? איר שעמט זיך נישט? איר לייגט א ספר וואס ברענגט אמונה און קדושה פאר אידישע קינדער אונטער די פיס פונעם בענקל? וואס גייט דא פאר?!


דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו איז אמאל אנגעקומען אין א שטאט וואס דער רב דארט איז געווען פון די מתנגדים אויף חסידים, דער רב האט געוויזן פארן הייליגן בעל התניא ווי ער האט געלייגט דעם הייליגן ספר נועם אלימלך אויף דער ערד אונטער די בענקל, אז די בענקל זאל זיך נישט שאקלען, ער פרעגט דעם הייליגן בעל התניא אויב ער קען אים דערציילן וועגן דעם בעל מחבר פון דעם ספר.


דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו זאגט פאר דעם רב, דער מתנגד: "א ספר אויף דער ערד? וואס איז מיט אייך? איר שעמט זיך נישט? איר לייגט א ספר אונטער די פיס פונעם בענקל? וואס גייט דא פאר?!"


איר ווילט איך זאל אייך דערציילן פון דעם צדיק רבי אלימלך פון ליזענסק? איין זאך קען איך אייך זאגן, וואלט איר גענומען אים אליין און אים געלייגט אויף דער ערד אונטערן בענקל - וואלט ער געשוויגן און גארנישט געזאגט, ווייל דער צדיק איז אן עניו און ביי זיך זייער קליינטשיג.


טייערע קינדער מיר לערנען זיך פון די מעשה מיר זאלן קיינמאל נישט פארשעמען קיין ספרים, און נאך א זאך לערנען מיר זיך; דאס גרויסקייט פון צדיקים, ווי זיי זענען זיך מוסר נפש פאר אידישע קינדער זיי זאלן אויך האבן א גוט לעבן, און ווי פארשעמט זיי זענען, ווי מען ווארפט זייערע ספרים אויף דער ערד.


מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן קיינמאל נישט קריגן אויף די הייליגע צדיקים און אויף זייער ספרים.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פון א שטוב, א טיש און בענקל, און אונטער איין פיסל פונעם בענקל ליגט דער ספר נועם אלימלך, און א בילד פון הייליגן בעל התניא (די באקאנטע בילד), ווי ער שטייט פון דער זייט מיט די הענט אויפן פנים, ווי איינער וואס זאגט אוי וויי... און א בילד פון נאך איינעם ווי ער ווייזט פארן בעל התניא מיטן פינגער אויפן נועם אלימלך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#220 - א צדיק טראכט נאר פונעם אייבערשטן
תהלים, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מענטשן זענען זיך אזוי מחי' מיט די וועכנטליכע קונטרסים עצתו אמונה, מענטשן ווארטן אויף דעם א גאנצע וואך, עס איז זיי אזוי מחי', עס געבט זיי אזויפיל חיזוק, און עס ווייזט די וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ווי זיך צו פירן אין לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


עס איז אזוי וויכטיג זאלסט צוריק אנהויבן מאכן די עצתו אמונה פאר קינדער, ווייל דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אייערע קינדער זאלט איר מודיע זיין וואס דא האט זיך גיטאן", און רבי נתן זאגט אז דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע ברען און מיט א התלהבות, און דאס איז זייער וויכטיג, ווייל אז מען וואקסט אויף מיט אמונה און מיט אמונת חכמים - איז דאס לעבן זיס און גוט.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פון הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו, ווי ער זיצט מיט קייטלעך אויף די הענט און אויף די פיס, מיט א ספר תהילים אין די האנט, און ווי א פאליציי מאן עפנט די טיר.


טייערע קינדער, מיר האבן נישט קיין אנונג דאס גרויסקייט פון צדיקים, ווי זיי דינען דעם אייבערשטן אין אלע צייטן; אפילו מען רודפ'ט זיי און מען פייניגט זיי, דאך בלייבן זיי געטריי דעם אייבערשטן, זיי לאזן נישט אפ זייער דביקות.


דער הייליגער צדיק דער בעל התניא זכותו יגן עלינו איז אריבער שרעקליכע רדיפות פון די מתנגדים, מען האט אים פאר'מסר'ט פאר די רוסישע רעגירונג אז ער וויל אונטערווארפן די רעגירונג, און מען האט דעם צדיק אריינגעלייגט אין די רוסישע תפיסה.


קינדער, וואס טראכטן ענק, וואס טוט דער צדיק אין תפיסה? קינדער מיר האבן נישט קיין אנונג וואס א צדיק איז, א צדיק טראכט נאר פונעם אייבערשטן, אים איז נישט קיין חילוק וואו ער איז; ווען ער איז אין שול טראכט ער פונעם אייבערשטן, ווען ער איז אין שטוב טראכט ער פונעם אייבערשטן, ביים עסן, ביים שפאצירן, אינטערוועגענס טראכט ער פונעם אייבערשטן, און אויך ווען עס גייט אריבער אויף אים שווערע צייטן טראכט דער צדיק נאר פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער בעל התניא זאגט תהילים, ער זאגט די ווערטער: "'פדה בשלום נפשי מקרב לי', אייבערשטער דו ראטעוועסט מיך אזויפיל מאל פון מיינע מלחמות פון מיינע ליידן", און עס עפנט זיך אויף די טיר... עס קומט אריין דער גרויסער אפיציר, און זאגט: "ראבינער באפרייט!" דער צדיק האט געענדיגט די קאפיטל תהילים און מיט דאנק צום אייבערשטן איז ער ארויס פון תפיסה.


טייערע קינדער, מיר וועלן זיך אפלערנען פון די הייליגע צדיקים, מיר וועלן יעדן טאג זאגן תהילים, און אפילו ווען עס גייט אריבער אויף אונז שווערע טעג - וועלן מיר אויך זאגן תהילים, און דער אייבערשטער וועט מאכן נסים, און מיר וועלן געהאלפן ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#219 - די ווייב ווארפט צוריק די מתנה
חינוך הילדים, חנוכה, שלום בית, משניות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, ז' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעם א משניות און זאג אפאר פרקים משניות, נאר דאס וועט דיר בלייבן, נאר דאס איז תכלית. נעם א גמרא און זאג בלעטער גמרא, דאס וועסטו מיט נעמען מיט דיר אויף יענע וועלט.


הער אויס וואס צדיקים זאגן, נאר די צדיקים ווייסן וואס איז תכלית און וואס מאכט פרייליך. הער א מעשה, אמאל איז דאקטער לאנדא פון אומאן אריין צו רבי נתן אין שטוב און געהערט ווי רבי נתן רעדט פון תכלית, ער הערט זיך צו וואס רבי נתן רעדט, "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" (איוב ה, ז), מענטשן מוטשען זיך פאר גארנישט, נאר תורה ותפילה איז תכלית, נאר דאס איז ווערד, נאר דאס בלייבט איבער פונעם מענטש. דר. לאנדא טראכט צו זיך: 'וואס ווייסט דען רבי נתן וואס מיינט גוט אז ער רעדט פון גוטס? ווייסט ער דען ווי גליקליך איך בין, איך האב היינט פארדינט גרויס געלט, און געקויפט א טייערע צירונג פאר מיין ווייב, וואס האט דען רבי נתן אפילו אן אנונג וואס גוטס מיינט?' און רבי נתן זאגט ווייטער: "א מענטש קען פארדינען געלט און אפילו קויפן א טייערע צירונג פאר זיין ווייב, און ער קומט אהיים און געבט איר די מתנה, און זי איז נישט צופרידן, עס ווערט א גאנצע מחלוקה פון דעם, ער אנטלויפט פון שטוב און זוכט נאר ווי אזוי זיך צו הרג'ענען", דר. לאנדא טראכט: 'א בטלן דער רבי נתן, וואס רעדט ער? וואס ווייסט ער?!'


למעשה איז רבי נתן געווען גערעכט, דער דאקטאר לאנדא איז אהיים, ער האט געגעבן פאר זיין ווייב די מתנה וואס ער האט איר געקויפט, און זי האט דאס נישט ליב געהאט. עס האט זיך אנגעהויבן א קריגעריי צווישן זיי, ביז ער איז ארויסגעלאפן פון שטוב, עס איז אים געווארן אזוי ביטער אז ער האט אנגעהויבן טראכטן פון זיך הרג'ענען. ער איז געלאפן צו רבי נתן און געזאגט: "איי ווי גוט האט איר צוגעטראפן; פינקט די ווערטער פון דעם שמועס האט ביי מיר פאסירט", רבי נתן האט אים מחזק געווען, ביז ער האט אים ארויסגעטריבן די שלעכטע מחשבות פון זיך הרג'ענען.


נעם נישט ארויס פון די מעשה נישט צו קויפן מער מתנות וכו'; קויף יא מתנות פאר דיין ווייב, אבער נאר אז דו וועסט זאגן משניות וועסטו זיין פרייליך, נאר אז דו וועסט רעדן צום אייבערשטן אפאר מינוט יעדן טאג וועסטו זיין פרייליך, אלעס אנדערש איז נאר צייטווייליגע זאכן, עס ענדיגט זיך מיט גארנישט; נאר תורה ותפילה, נאר חינוך הבנים והבנות - דאס בלייבט, דאס איז נצחיות.


חנוכה איז א צייט פון אנהויבן פריש אינוועסטירן אין שטוב מיט די קינדער, דער עיקר דארף מען אינוועסטירן אין שמחה; טאנצן אין שטוב, עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער אין שטוב, געבן גוטע ווערטער פאר אלעמען; די מאן פאר די ווייב און די ווייב פארן מאן, און ביידע פאר די קינדער, מען טאר נישט זיין קארג ביים געבן גוטע ווערטער, און מען דארף מחמיר זיין, אפילו עס קומט זיך נישט די גוטע ווערטער - זאל מען עס געבן, באגיסן יעדע קינד באזונדער מיט גוטע ווערטער, די גוטע ווערטער דאס איז די געזונסטע זאך, דאס מאכט זיי וואקסן געזונט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה און א גוטן חודש.

#218 - מעשיות פון הייליגן מהרש"א זי"ע, א סגולה פאר רפואה
סגולות, רפואה, סיפורי צדיקים, מהרש"א

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט ליל שישי איז די יארצייט פון הייליגן מהרש"א זכותו יגן עלינו, איז כדאי צו דערציילן די מעשה וואס איז מסוגל פאר ישועות.


אמאל איז דעם רבינ'ס טאכטער - די צדיקת שרה - זייער קראנק געווארן לא עלינו, און דער הייליגער רבי איז איר געקומען באזוכן, דער רבי האט געהאט גרויס צער זעענדיג ווי שרה איז אזוי קראנק, דער רבי האט איינגעדרימלט, און דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו - דער זיידע פון רבי'ן - איז געקומען אין חלום און געפרעגט: "פארוואס ביסטו אזוי בצער?" האט דער רבי געענטפערט פארן הייליגן בעל שם טוב: "איך בין בצער וועגן מיין טאכטער, וואס זי איז אזוי קראנק".


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אין חלום פארן רבי'ן, עס שטייט אין פסוק (תהילים מג, נא): "מַגְדִּיל יְשׁוּעוֹת מַלְכּוֹ וְעֹשֶׂה חֶסֶד לִמְשִׁיחוֹ", די כוונה איז, 'מַגְדִּיל יְשׁוּעוֹת' דער אייבערשטער מאכט גרויסע ישועות, 'מַלְכּוֹ' פאר די צדיקים וואס זיי זענען מלכים (מאן מלכי רבנן [גיטין סב.]) 'וְעֹשֶׂה חֶסֶד' און ער טוט חסד, 'לִמְשִׁיחוֹ' פאר די וואס דערציילן, 'משיח' איז א לשון פון שמועסן, מסיח; דער אייבערשטער מאכט וואונדער פאר די וואס דערציילן מעשיות פון צדיקים, דער בעל שם טוב זאגט פארן רבי'ן: "דורך סיפורי צדיקים וועסטו זען א ישועה".


דער הייליגער רבי וועקט זיך אויף און הויבט אן דערציילן א מעשה פונעם הייליגן צדיק דער מהרש"א (מ'ורינו ה'רב ר'בי ש'מואל א'ליעזר א'יידליס) זכותו יגן עלינו. אין די צייטן פונעם הייליגן צדיק דער מהרש"א איז געווען אין די שטאט אוסטרהא - די שטאט וואו דער מוהרש"א איז געווען דער רב - א גרויסער קלויסטער, דארט איז געווען א שרעקליכע טומאה, און נישט ווייט פון די קלויסטער האט זיך געפונען דער אידישער בית החיים פון די שטאט אוסטרהא, און יעדע מאל עס פלעגט זיין א לוי' פלעגט מען דארפן אריבערגיין די קלויסטער, און די גלעקלעך פון די קלויסטער פלעגן זיך צוקלינגען און פארכאפן די מענטשן אין די טומאה.


דער הייליגער מהרש"א האט געוואוסט פון די טומאה, האט ער באפוילן, אז ווען עס וועט קומען די צייט ער וועט אוועקגיין פון די וועלט און מען וועט אריבערגיין מיט זיין מיטה דעם קלויסטער - זאל מען לייגן אויפן בעט זיין הייליגן ספר חידושי מהרש"א. אזוי איז טאקע געווען, דער הייליגער מהרש"א איז נפטר געווארן און מען האט דורכגעפירט זיין מיטה דורך דעם שרעקליכן טומאה, און אין די מינוט וואס די מיטה איז אריבער די טומאה און די גלעקלעך האבן אנגעהויבן זינגען - האט דער הייליגער מוהרש"א זיך אויפגעזעצט אויף זיין בעט און אנגעהויבן מישן די בלעטער פון זיין הייליגן ספר. דער גאנצער עולם קוקט זיך צו, עס איז א פחד א שרעק צו זען דעם הייליגן מהרש"א נאכן פטירה זיצן און מישן די בלעטער, און אזוי מישנדיג זעט מען א שרעקליכע זאך, די קלויסטער הויבט אן איינזינקען אין דער ערד, יעדע בלאט וואס דער מוהרש"א מישט - גייט אראפ די גאנצע טומאה מער און מער מיט אלע מענטשן, מיט אלע חפצים; ביז מען האט איר שוין מער נישט געזען און עס איז געבליבן א זכר, א סימן - דארט ארום די פלאץ עד היום הזה.


ווען דער רבי האט געענדיגט דערציילן די מעשה האט שרה'קע זיך שוין אנגעהויבן גוט צו שפירן, און זי פלעגט שטענדיג דערציילן די מעשה פאר אנדערע קראנקע וואס האבן געדארפט א רפואה, אויך רבי נחמן טולטשינער פלעגט דערציילן די מעשה פאר חולים, און היינט אין דער יארצייט איז א גרויסע סגולה צו דערציילן די מעשה, עס ברענגט ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#217 - מיר קענען אויך טון ווי דער הייליגער טשערנאבלער מגיד
תפילות אויף אידיש, סיפורי צדיקים, תמימות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז די יארצייט פון הייליגן צדיק דער מאור עינים, דער טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו. עס איז באוויסט, ווען ער איז געווען גאר קליין איז ער געבליבן אן טאטע און מאמע, זיין פעטער האט אים גענומען צו זיך אין שטוב, אבער ער האט זיך נישט אפגעגעבן מיט אים אזוי ווי מיט זיינע אייגענע קינדער, ווען ער פלעגט געבן פאר זיינע קינדער גוטע נאש האט ער אים נישט געגעבן. איז דער קליינער קינד נחום געגאנגען אין שול געעפנט די ארון הקודש און געוויינט צום אייבערשטן, ער האט געזאגט: "טאטע אין הימל איך האב נישט קיין טאטע, דו ביסט מיין טאטע, געב מיר נאש, געב מיר גוטע זאכן וואס אנדערע קינדער האבן", און נאכן פארמאכן די ארון הקודש האט ער געזען א מטבע אויף דער ערד און ער איז זיך געגאנגען קויפן גוטע זאכן. ווען דער פעטער, דער שטיף טאטע האט געזען ווי ער קומט אלץ מיט נאש און ער זאגט ער האט דאס געקויפט - האט ער אים חושד געווען אז ער גנב'עט געלט, האט דער קליינער נחום געזאגט: "איך האב די געלט פון באשעפער, דער אייבערשטער האט מיר געגעבן", דער פעטער קוקט אים אן 'ווי, וואס, ווען?' דער קליינער נחום זאגט אים: "איך בעט דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער געבט מיר", דער פעטער פארשטייט נישט: "וואס, עס פאלט אראפ פון הימל געלט?" "יא" - זאגט נחום, דער פעטער זאגט: "איך וויל זען, איך וועל געבן א זייגער פאר מיינע קינדער, איך וויל זען ווי דו גייסט באקומען א זייגער".


דער קליינער נחום מיט זיין גאנצע תמימות גייט אין שול, ער עפנט די ארון הקודש און וויינט: "אייבערשטער, איך האב נישט קיין טאטע, איך דארף אויך א זייגער", און וואונדער פאסירט, עס פאלט אראפ א זייגער, דער פעטער האט שוין מער נישט געטשעפעט דעם קליינעם נחום.


די חידוש ביים רבי'ן איז, אז די מעשה ענדיגט זיך נישט ביים הייליגן טשערנאבלער מגיד, דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס אז די מעשה גייט ווייטער ביי אונז, מיר זאלן דאס אויך טון; גיין אין א ווינקל און בעטן מיט רחמנות: "הייליגער באשעפער, געב מיר געלט, איך דארף שפייזן מיין ווייב און קינדער, הייליגע באשעפער איך דארף צאלן פאר די דירה, פאר רענט, פאר די באנק, העלף מיר".


טייערער ברודער, דארפסט נישט זוכן קיין ארון הקודש צו עפענען, עפן דיין מויל און זאג: "הייליגער באשעפער, איך טו תשובה, איך האב חרטה פאר אלעס וואס איך האב געטון שלעכט, איך בעט דיר געב מיר שפע, געב מיר פרנסה, איך קען נישט מער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#216 - א פנים פון א ציגעלע
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, הלכה, עסן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך שיק דיר נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, געב דאס פאר די חדר און פאר בית פיגא, די מלמדים און טיטשערס זאלן אריינלייגן אין די קינדער דאס גרויסקייט פון צדיקים, און מען קען זיך נישט באהאלטן פונעם אייבערשטן און פון צדיקים, און אז מען פאלגט נישט וואס שטייט אין די תורה שרייבט זיך דאס אויף אויפן שטערן פונעם מענטש, און אלע צדיקים זעען וואס דער מענטש האט געטון בחדרי חדרים.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פונעם גאון רבי חיים קנייבסקי זכרונו לברכה ווי בחורים שטייען אין א שורה און ווי איין בחור שטייט מיט א זויערע פנים, און העכער זיין קאפ זאל זיין א פנים פון א ציג.


אלע בחורים גייען מיט דרך ארץ, אלע זענען אנגעטון מיט די הוט און רעקל אזוי ווי עס פאסט, מען גייט ארויף די טרעפ פון די דירה פונעם גרויסן צדיק רבי חיים קנייבסקי זכרונו לברכה, קיינער שטופט זיך נישט, יעדער וויל זוכה זיין צו באקומען א ברכה פונעם צדיק. דער צדיק וויל נישט מבטל זיין פון לערנען תורה, ווינטשט ער יעדן איינעם אין קורצן: "בוהא", דאס איז די ראשי תיבות פון "ברכה והצלחה", אזוי קען ער שנעלער צוריק גיין לערנען די הייליגע תורה.


איין בחור באקומט נישט קיין ברכה, דער צדיק קוקט אוועק און וויל אים נישט ווינטשן, דער בחור פרובירט נאכאמאל אריבער צו גיין, דער צדיק געבט א קוק אויפן בחור און קוקט גלייך אוועק, ער וויל אים נישט בענטשן, די גבאים זאגן: "דער בחור האט נאכנישט באקומען א ברכה", דער צדיק זאגט: "ווי קען איך געבן א ברכה פאר איינעם וואס עסט בשר בחלב? פאר איינער וואס עסט מילכיגס ווען ער איז פליישיג - געב איך נישט קיין ברכה!"


דער בחור האט דערשראקענערהייט מודה געווען און געזאגט: "איך בין זיך מודה אויף די גרויסע עבירה פון עסן מילכיגס ווען איך בין פליישיג, איך האב זייער ליב מילכיגע שאקאלאד און איך קען זיך נישט איינהאלטן, איך עס דאס אויך ווען איך בין פליישיג".


די גבאים פרעגן דעם צדיק: "ווי אזוי האט דער צדיק געוויסט אז דער בחור עסט בשר בחלב?" זאגט דער צדיק: "איך האב געקוקט אויף זיין פנים און איך האב געזען אויף זיין פנים א ציגעלע, און עס שטייט אין די הייליגע זוהר פרשת משפטים (דף קכה ע"ב), אז ווער עס עסט בשר בחלב - ווערט זיין פנים ווי א פנים פון א ציגעלע, מען פארלירט די מענטשליכע פנים".


טייערע קינדער, מיר לערנען זיך פון די מעשה אז מען דארף עסן נאר כשר'ע עסן, און אויך אז מען זאל חס ושלום נישט עסן בשר בחלב, אפילו קיינער זעט נישט, ווייל דער אייבערשטער זעט אלעס, און אויך לערנען מיר זיך פון די מעשה דאס גרויסקייט פון די צדיקים, און אז מען קען זיך נישט באהאלטן פון א צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#215 - איך רעד נישט ביים דאווענען
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך שיק דיר דא נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, בעט דעם מעלער זאל מאלעווען א בילד ווי א איד זיצט מיט טלית ותפילין און א גוי שטייט נעבן אים מיט א שיינע הערליכע שטיק גאלד אויסגעקריצט א שיינע זאך, דער איד ווייזט מיט די הענט אויפן מויל אז ער קען נישט יעצט רעדן, און פון הימל קומט אראפ א בעבי וואס גייט ארויס א שטראל פון זיין פנים.


איך האף אז די מלמדים ביי אונז אין חדר וועלן נעמען די מעשיות מיט די בילדער און דאס אריינפרעגלען אין די קינדער, אויסלערנען די קינדער דאס גרויסקייט פון דאווענען און פון נישט רעדן ביים דאווענען. אויך די לערערינס אין בית פיגא וועלן אריינלייגן אין די תלמידות דאס גרויסקייט פון דאווענען, פון נישט רעדן ביים דאווענען און די שכר צו וואס מען קען זוכה זיין; צו קינדער צדיקים, ווען מען רעדט נישט ביים דאווענען.


די נאמען פון די מעשה איז 'איך רעד נישט ביים דאווענען'.


"מיסטער, קען יו גיוו מי טו דאלער פאר דיס פיס?"


"שא... נו... שא..."


"מיסטער, גיוו מי וואן דאלער..."


"נו... שא..."


דער איד רבי אברהם רעדט נישט קיין איין ווארט פארן דאווענען, אפילו ער קען מאכן אסאך געלט וועט ער נישט אפטרעטן פון דינען דעם אייבערשטן.


ויהי היום, רבי אברהם זיצט מיט טלית ותפילין און א גוי קומט צו אים מיט א טייערע שטיק גאלד וואס איז ווערט איבער מיליאן דאלער און פרעגט אים: "מיסטער, קען יו גיוו מי טו דאלער פאר דיס פיס?" אויב ער וויל אפקויפן דעם שטיק גאלד פאר צוויי דאלער, "שא... נו... שא..." – ענטפערט אים רבי אברהם, זאגט דער גוי: "מיסטער, גיוו מי וואן דאלער..." ער איז גרייט עס צו פארקויפן פאר איין דאלער, אבער רבי אברהם ענטפערט אים: ""נו... שא...", דער גוי זעט אז דער איד רבי אברהם ברעכט נישט זיין גוטער מנהג, ער רעדט נישט פארן דאוואנען און זיכער נישט ביים דאווענען, עס איז אים נישט ווערד צו זיין א גרויסער עושר אויב גייט דאס אויפן חשבון פון רעדן ביים דאווענען.


דער גוי גייט צו א צווייטן, יענער זעט ווי שיין די שטיק גאלד איז, און פאר איין דאלער קען ער ווערן א מיליאנער, ער קויפט דאס גלייך אפ און ווערט א ריזיגער עושר.


א רעש און א טומל איז געווארן אין הימל, רבי אברהם האט אוועק געגעבן זיין גאנצע עשירות נישט צו רעדן פארן דאווענען, מען רופט אויס אין הימל אז פארן אוועק געבן א שטיק גאלד נישט צו רעדן פארן דאווענען וועט מען אים געבן א קינד א שטיק גאלד, ער וועט געבוירן א קינד מיט א הייליגע נשמה, און אזוי איז טאקע געווען. רבי אברהם האט זוכה געווען צו זיין די טאטע פונעם גרויסן צדיק רבי פנחס קוריצער זכותו יגן עלינו.


טייערע קינדער, אויב א קינד וויל דיך שטערן אינמיטן דאווענען, ער רעדט צו דיר, ער שטערט דיר - וועלן מיר זיך נישט וויסנדיג מאכן, מיר וועלן ווייטער דאווענען צום אייבערשטן, ווייל ביים דאווענען רעדט מען נישט צו קיינעם, נאר צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#214 - אז מען טשעפעט, ליידט מען
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, טשעפען, בעלי חיים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


עס איז אריבער נאך א יאר אויף דיר, נאך א יאר פון זיכוי הרבים, נאך א יאר פון אריינברענגען אין אידישע הערצער די ריינע אמונה. דאנק דעם אייבערשטן פאר די זכיה אז דיין ארבעט איז אריינברענגען "עצתו אמונה"; לידע ולהודיע אז נאר דאס איז די 'עצה', 'אמונה'; ווי מער מען נעמט אריין אמונה - ווערט מען אויסגעלייזט פון אלע פראבלעמען.


איך שיק דיר נאך א מעשה פאר די 'קינדער עצתו אמונה'; זע עס זאל אנקומען צו אונזערע מוסדות, סיי די אינגלעך, סיי בית פיגא, אין אלע שטעט, אלע מלמדים און לערערינס זאלן לערנען מיט די קינדער די מעשיות פון צדיקים, וואס מען לערנט זיך פון דעם גוטע מידות, יראת שמים און הייליגע אמונה.


די נאמען פון די מעשה איז: "אז מען טשעפעט ליידט מען". בעט דעם מעלער זאל מאלן א הינער שטייג מיט הינדלעך וואס ווילן אראפקומען, און ווי א פרוי האלט א לייטער עס זאל אויסזען ווי זי האט עס אוועק גענומען פון די הינער שטייג, אויך זאל זיין א כלי וואסער אויף דער ערד מיט הינדלעך אין פעלד.


טייערע קינדער, מען טאר נישט טשעפען חיות און פייגלעך, אויב מען טשעפעט זיי הויבן זיי אן וויינען, און דער אייבערשטער נעמט זיך אן פאר זיי און מען באקומט א שטראף.


אמאל איז געקומען א פארפאלק צום הייליגן צדיק דער אריז"ל, זיי האבן געבעטן דעם צדיק ער זאל זיי געבן א ברכה צו האבן קינדער, זאגט דער צדיק: "ענק קענען נישט האבן קיין קינדער וועגן ענק האבן אוועקגענומען די קליינע לייטער וואס די הינער פלעגן דורכדעם אראפקומען פון שטייג טרינקען וואסער, די הינער האבן יעדע מינוט צער און וויייטאג, דעריבער האבן ענק נישט קיין קינדער, גייט שוין אהיים און לייגט צוריק די לייטער אז די הינער זאלן קענען אראפקומען טרינקען וואסער און קענען צוריק גיין, אזוי וועלן ענק געהאלפן ווערן מיט קינדער".


די פארפאלק זענען אהיים און צוריק געלייגט די לייטער, און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן זיי האבן זוכה געווען צו האבן א שיינע משפחה מיט קינדער.


טייערע קינדער, פון די מעשה לערנען מיר אז יעדע זאך וואס פאסירט האט א סיבה, און אז מען טשעפעט א צווייטן, אפילו מען טשעפעט פייגלעך אדער חיות - קען מען באקומען א שטראף, און אז מען טוט תשובה, מען נעמט אוועק די צער פון זיי - העלפט דער אייבערשטער און מען זעט א ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#213 - די חוב איז בטל, און דאס פערדל איז טויט
אמונה, גניבה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט מזכה נשמות ישראל מיט די בריוו פון עצתו אמונה, דו האסט נישט קיין השגה ווי ווייט די בריוו קומען אן, דו האסט נישט קיין השגה וויפיל שטיבער שטייען בזכות די בריוו, און וויפיל תורה, תפילה ויראת שמים עס ברענגט אריין אין די וועלט. ובא השמש וטהר, ווען עס וועט קומען די צייט מען וועט צוריק גיין צום אייבערשטן - ואחר יאכל מן הקדשים, דעמאלט וועסטו זען דיין שכר וואס די עצתו אמונה האט אויפגעטון.


איך בעט דיר זייער, לאז נישט אפ דיין הייליגע ארבעט, און אפילו עס וועט איבערגיין אויף דיר וואס עס וועט איבערגיין - זאלסטו נישט שוואך ווערן פון די הייליגע ארבעט, נאר אדרבה; זאלסט נאך מער ספרים און נאך מער קונטרסים ארויסגעבן פאר כלל נשמות ישראל.


טראכט נאך געדאנקען ווי אזוי מען קען מאכן ספרים פאר קינדער; מיר דארפן זיך פארלייגן אויף די קינדער, זיי אנפילן מיט אמונה. עס קומען שווערע ביטערע נסיונות, די נסיונות פון יעצט איז גארנישט קעגן די נסיונות וואס קומען, מיר דארפן אנגרייטן די קינדער מיט אמונה און יראת שמים אויף א פרייליכע וועג, אזוי וועט זיי זיין גרינגער.


מאך א מעשה פאר די קינדער פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, ווי ער האט מתקן געווען די נשמות וואס זענען מגולגל געווארן. איך וויל מען זאל דאס לערנען מיט די קינדער אין חדר און אין סקול, די מלמדים מיט די טיטשערס זאלן קאלערן (מאלעווען), און בשעת די קינדער מאלעווען זאלן זיי דערציילן די מעשה; דאס אריינלייגן מיט טעם און געשמאק לויט יעדן איינעמ'ס וועג, מען זאל פילעווען די קינדער מיט מעשיות פון צדיקים.


מאך א בילד פון א פארעם פון שעפעלעך און פערדן, מיט א קליינעם דארן פערד, און א בילד פון אן איידעלע צורה שטייט נעבן א פויער, דער מיט די איידעלע צורה ווייזט אויפן קליינעם דארן פערד און ווי דער פויער האלט שטרות אין האנט.


"קענסט מיר פארקויפן א פערד?" פרעגט דער הייליגער בעל שם טוב, "אודאי!" ענטפערט דער פויער, "איך האב גוטע פערד, קום רבי איך וועל אייך ווייזן מיינע גוטע פערד".


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו קוקט זיך אום אויף די פערד, און פרעגט דעם פויער: "אפשר קען איך קויפן דעם קליינעם דארן פערד?" "ניין, ניין!" זאגט דער פויער, "דעם קליינעם דארן פערד געב איך קיינעם נישט אוועק, דאס איז מיין בעסטע פערד וואס איך האב נאר אמאל געהאט, יעדע שווערע וועג וואס דריי פערד קענען דעם וואגן נישט שלעפן, קען אבער דער קליינער דארער פערד יא שלעפן", דער פויער זאגט: "איך קען פארקויפן פארן רבי'ן אלע פערד, אויסער דעם פערד".


דער הייליגער בעל שם טוב שמועסט מיטן פויער, און ער האט אנגעהויבן שמועסן פון חובות; וויפיל חובות ער האט, וויפיל מענטשן זענען אים שולדיג, דער פויער ברענגט ארויס זיינע צעטלעך און הויבט אן ציילן זיינע שטרות, ביי איין שטר זאגט ער פארן בעל שם טוב: "דער שטר איז שוין גארנישט ווערד, דער בעל חוב איז שוין געשטארבן", פרעגט אים דער הייליגער בעל שם טוב: "נו אפשר קען איך האבן דעם שטר חוב במתנה?" "אודאי!" ענטפערט דער פויער, "איך געב דיר אוועק דעם שטר במתנה גמורה, עס איז גארנישט ווערד".


דער צדיק צערייסט דער שטר און זאגט הויך אויפן קול: "מחול לך, מחול לך, מחול לך", דאס מיינט, 'די חוב וואס דו ביסט שולדיג - איז בטל', און דער צדיק זאגט פארן פויער: "לאמיר גיין צוריק אין שטאל, לאמיר זען די פערד"; זיי גייען און זעען ווי דער קליינער דארער פערדל ליגט טויט אויף דער ערד...


דער צדיק איז מגלה פארן פויער וואס דא האט פאסירט, ווען א מענטש גייט אוועק פון דער וועלט און מען בלייבט שולדיג געלט, אדער אויב מען האט חס ושלום גע'גנב'עט פון א צווייטן און מען שטארבט - האט די נשמה נישט קיין רו, די נשמה קען נישט אנקומען אין גן עדן, די נשמה דארף אראפקומען נאכמאל און באצאלן די חוב און די גניבה.


"דעריבער" - זאגט דער צדיק – "די נשמה פונעם בעל חוב איז אריין אין דעם קליינעם דארן פערד און זיך געדארפט פייניגן, ער האט געדארפט ארבעטן פאר דיר אפצוצאלן זיין חוב, און יעצט אז דו האסט מיר אוועק געגעבן במתנה דעם שטר חוב און איך האב אים מוחל געווען, האט די נשמה שוין נישט וואס צו זיין דא אויף די וועלט, איז די פערד געשטארבן".


טייערע קינדער, מיר לערנען זיך פון די מעשה צו אכטונג געבן נישט גנב'ענען פון קיינעם און נישט בארגן קיין געלט פון קיינעם, און אויב מען האט יא געבארגט געלט, אדער חס ושלום גע'גנב'עט - זאל מען באצאלן די חוב און די גניבה, נישט צו דארפן ליידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.