בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#51 - די מיידלעך זאלן אריינקומען צו די פלעי
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ, שטעטל, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר פון דיינע טיטשערס; זיי זאגן מיר ווי שיין דו פירסט זיך מיט דרך ארץ, דו זיצט אין כתה מיט כבוד, דו רעדסט נישט ווען דיינע טיטשערס רעדן און אזוי ווייטער.


... תחי', שפיל זיך שיין מיט דיינע חבר'טעס, שפיל מיט יעדע מיידל, מאך נישט קיין אויסנאם, דו זיי יעדן איינעם'ס חבר'טע, וועסטו מיר מאכן א נחת רוח.


איך וויל זייער שטארק אז די עלטסטע קלאס פון בית פיגא ליבערטי זאלן אריין קומען זונטאג אין שטאט צו די פלעי וואס די מיידלעך פון בית פיגא וויליאמסבורג שטעלן פאר, די מעשה פונעם בערגער מיט'ן ארעמאן, די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט. איך וועל זארגן פאר ענק איר זאלט האבן פלעצער און א וועג אהין און צוריק אהיים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#50 - העלף דיין ווייב זי זאל קענען גיין צום שיעור
שלום בית, חסידות ברסלב, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תושב קרית ברסלב ליבערטי ניו יארק.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין שבת אין שטעטל, עס איז א שיין פלאץ, א הערליך ווינקל; מען שפירט די אחדות צווישן אנשי שלומינו, מען שפירט דאס ליבשאפט, דאס ווארעמקייט - פון איינער צום צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קיינמאל נישט אוועק גיין פון רבי'ן, מיר זאלן בלייבן ביים רבי'ן; מען דארף אסאך רחמי שמים אז מען זאל בלייבן אין די ליכטיגע חבורה און נישט אנקומען צו לצים, צו טונקלקייט. אזוי ווי די הייליגע אמוראים האבן געבעטן (ברכות יז.): "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ", הייליגער באשעפער העלף מיר, "שֶׁתַּעֲמִידֵנוּ בְּקֶרֶן אוֹרָה", איך זאל טרעפן א ליכטיגער ווינקל, "וְאַל תַּעֲמִידֵנוּ בְּקֶרֶן חֲשֵׁכָה", איך זאל נישט אנקומען צו א טונקעלע פלאץ, א פלאץ פון לצים, א פלאץ פון נישט ערליכע מענטשן, "וְאַל יִדְוֶה לִבֵּנוּ", דאס הארץ זאל מיר נישט וויי טון, "וְאַל יַחְשְׁכוּ עֵינֵינוּ", און מיינע אויגן זאלן נישט פארטונקלט ווערן.


היינט נאכט וועט פארקומען די פרויען שיעור אין שטעטל; בעט איך דיר זייער זאלסט בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען הערן גוטע ווערטער, חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין מיט די שטוב ווירטשאפט, חיזוק צו קענען אנגיין מיט אויפציען די קינדער און חיזוק זי זאל וויסן ווי אזוי צו זיין א גוטע ווייב פאר דיר.


אז דו וועסט בלייבן אין שטוב, דו וועסט איר מחזק זיין צו קומען וועסטו אליינס מרויח זיין דערפון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#49 - איך בין נישט מסיח דעת פון שטעטל
חברים, התחזקות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו מיינסט אז איך בענק זיך נישט נאך ענק? דו מיינסט אז איך בין מסיח דעת פון ענק? איך בין נישט מסיח דעת פון שטעטל, עס איז א חלק פון מיין לעבן; טאג און נאכט טראכט איך פון ענק – וואס נאך איך קען טון פאר ענק, טאג און נאכט בעט איך פאר ענק.


איך בין אביסל שוואך; פונעם שבת סיום הש"ס בין איך אביסל אפגעשוואכט, אבער איך וויל קומען צו ענק מער ווי איר ווארט אויף מיר. איך האף צום אייבערשטן צו קענען קומען וואס שנעלער און וואס מער.


דיר בעט איך דו זאלסט אריין בלאזן א חיות אין אלע אנשי שלומינו; ווען מען קומט אין שול צו שחרית, מנחה און מעריב זאלסטו רעדן מיט אנשי שלומינו דיבורי התחזקות, דיבורים פון רבי'ן. אז מען רעדט פון רבי'ן ווערט מען גלייך אויפגעלעבט, עס ברענגט אריין א חיות אין די נשמה.


זיי שטארק צו קומען אין כולל יעדן אינדערפרי לערנען הלכה; זע אז דער פלאץ זאל זיין די ד' אמות פונעם אייבערשטן וואס דאס איז הלכה (ברכות ח.). אויך קום ביינאכט צום דף שיעור.


קוק גוט אויף יעדן איינעם.

#48 - אנהויבן בויען דעם עירוב
שטעטל, גמרא, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תושב קרית ברסלב ליבערטי.


א גרויסן יישר כח פאר'ן קומען היינט נאכמיטאג אין בית המדרש הערן דעם שיעור פונעם בעל מכשיר שליט"א, וועלכער האט אויסגעלערנט ווי אזוי צו בויען דעם עירוב.


איך האף אז דו וועסט קענען מארגן קומען העלפן אנהויבן בויען דעם עירוב, מיט דעם וועלן מיר באפעסטיגן דעם שטעטל. אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אויפ'ן פסוק (חבקוק ג, יב): "בְּזַעַם תִּצְעַד אָרֶץ", אז זע"ם איז ראשי תיבות: ז'ביחה, ע'ירוב, מ'קוה; מיט די דריי זאכן טוט מען באפעסטיגן דעם פלאץ.


זע צו לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג; מיר האבן ברוך ה' אין שטעטל צוויי שיעורים, א שיעור פארטאגס און א שיעור ביינאכט. זאלסטו קומען לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, דאס וועט דיר געבן כח איבערצוקומען אלע דיינע שוועריקייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#47 - רעדן שיין צו א צווייטן
חנוכה, שטעטל, מדות טובות, נקודות טובות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דעם שבת אין שטעטל, בעיקר האב איך הנאה געהאט פון די געשמאקע לופט וואס מען שפירט דארט; ווי אלע לעבן צוזאמען מיט ליבשאפט, מען גרויסט זיך נישט איינער אויפ'ן צווייטן, מען קוקט גוט איינער אויפ'ן צווייטן.


היינט נאכט גייען מיר צינדן די הייליגע חנוכה ליכט; עס ווערט געברענגט פון צדיקים (עיין בספר בני יששכר מאמרי חודש כסלו – טבת, מאמר ב - אור תורה, אות כא) אז בשעת מען צינדט אן די מנורה קומט אראפ זייער א גרויסע הייליגקייט און מען קען פועל'ן זייער גרויסע זאכן. זאלסטו זיך אויסבעטן ביי די ליכט; זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו לערנען און דאווענען און אויפציען דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


איך בעט דיר זייער זאלסט רעדן שיין צו אנדערע; רעד נישט שטעכעדיג, רעד נישט פליקעדיג, רעד שיין און איידל. מוהרא"ש האט איינגעפירט מען זאל זאגן פאר'ן דאווענען די תפילה פון הייליגן רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו, אין די תפילה בעט מען דעם אייבערשטן: "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵירוֹ בְּדֶרֶךְ הַיָשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךְ", מיר זאלן רעדן שיין און איידל איינער מיט'ן צווייטן, אזוי ווי עס פאסט פאר דיר אייבערשטער.


איך ווארט און האף אז עס וועט ביי אונז מקוים ווערן וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִתְמְהוּ עַל גוֹדֶל הָאַהֲבָה שֶׁיֵשׁ בֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס איז דא צווישן אונז; מוהרא"ש זאגט אז ליידער ליידער איז דער שיחה נאכנישט מקוים געווארן אין ברסלב, ער האפט אז אין "היכל הקודש" וועט די שיחה מקוים ווערן - אז די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס איז דא צווישן אונז; איך האף אז דאס וועט זיין ביי אונז אין שטעטל.


איך בעט דיר נאכאמאל זאלסט רעדן שיין צו א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן מקבל זיין די קדושה פון חנוכה, מיר זאלן זוכה זיין צו זען די ליכטיגקייט פונעם אור הגנוז אין די תורה.

#46 - נאר קוקן גוט אויף אלעמען
מחלוקת, שטעטל, מדות טובות, נקודות טובות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט קוקן מיט א גוט אויג אויף אלע איינוואוינער אין שטעטל; איך ווייס אויך אלעס וואס דו שרייבסט מיר, איך ווייס נאך מער וואס דו ווייסט נישט און וואס דו ווילסט נישט וויסן וכו'.


נאר מיט גוט'ן וועסטו פועל'ן, און נאר מיט קוקן גוט אויף אלעמען וועסטו מצליח זיין. אנשטאט שרייען אויף האברך ... נרו יאיר זאלסטו שיין רעדן צו אים; ער איז נעבעך אויפגעוואקסן אין אזא חינוך, ביי זיי אין שטוב איז דאס די וועג ווי אזוי מען רעדט. אלעס גייט מיט שטעכן, פליקן, פארשעמען און וויי טון; דאס איז ביי זיי דער: "גוט מארגן", "גוטן טאג" און "גוטע נאכט", שטעכן, פליקן, פליקן און שטעכן. ווען דו וואלסט ווען געהאט אזא חינוך ווי אים וואלסטו געווען אסאך ערגער, ווען דו וואלסט ווען געהאט זיינע יונגע יארן וואלסטו געפליקט און געשטאכן אסאך מער.


דעריבער זאלסטו שיין רעדן צו אים און צו די אנדערע אינגעלייט, זיי זאלן אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט איינער צום צווייטן. זאג זיי אז אויב זיי ווילן מיר געבן כח זאלן זיי רעדן שיין איינער מיט'ן צווייטן, ווייל איך שפיר אויך וואס רבי נתן האט געשפירט, רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך זע צוויי 'טרעגערס' קריגן זיך, שטעכט עס מיר ביי די זייט"; מיר שטעכט ביים הארץ ווען מען קריגט זיך און מען רעדט נישט שיין איינער צום צווייטן.


חזר איבער מיט זיי וואס מיר האבן גערעדט שבת אינדערפרי, "אויב מען וועט זיך האלטן איינאיינעם וועט איר מצליח זיין און דער שטעטל וועט זיין א גוטע פלאץ פאר אונזערע קינדער און איינקלעך זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - מיט חסד וועט זיך בויען די שטעטל
הפצה, שטעטל, חסד, עצתו אמונה, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איר זאלט זיין געבענטשט מיט אלע ברכות פונעם אייבערשטן פאר'ן אהערשטעלן הילף פאר קימפעטארנס צו קאכן עסן, מיט'ן צוזאמנעמען אלע פרויען פון שטעטל, יעדער זאל העלפן איינער דעם צווייטן.


געבטס איבער פאר אלע פרויען אנשי שלומינו, אז מיט חסד וועט זיך בויען די שטעטל, און מיט אחדות און ליבשאפט וועלן מיר מצליח זיין. מוסדות בויט זיך נישט מיט געלט און מאכט, קהילות בויען זיך נישט פון נגידים און עשירים, נאר דורך אחדות און ליבשאפט.


שטארקטס אייך און זייטס ממשיך מיט'ן איבערטייטשן די שאלות ותשובות פון ספר עצתו אמונה – אויף די ענגלישע שפראך; די מפיצים זאגן אז מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ענגלישע בריוו, עס מאכט ליכטיג אזויפיל אידישע שטובער, כשמו כן הוא: "די ליכט פון אמונה". אויך ליינט מען דאס פאר אויף די האטליין, סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען, הונדערטער מענטשן זענען זיך מחי' מיט דעם; דאס אלעס גייט פאר אייך א זכות, און פאר אייערע דורות.


א גוט שבת.

#44 - זיך מוסר נפש זיין צו ליב האבן איינער דעם אנדערן
שטעטל, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים וואס וואוינען אין שטעטל הי"ו.


זייט מיר מוחל אז איך בין נישט געקומען צו אייך אין שטעטל היינט אינדערפרי אזוי ווי געפלאנט; איך בין פארשלאפן, איך האב זיך דערוועקט אביסל שפעט.


איך האב זייער שטארק געוואלט זיין די וואך מיט ענק, מיטהאלטן די כולל בוקר, מיט האלטן די מנין שחרית און בעיקר זיין אין חדר און אין סקול, מחזק זיין די מלמדים און טיטשערס; איך האף דעם קומענדיגן וואך צו קומען גלייך אנהייב וואך.


שטארקט אייך און געבט אכטונג אויף א צווייטנ'ס כבוד, איר זאלט זיך מוסר נפש זיין צו ליב האבן איינער דעם אנדערן. האלט פאר אייערע אויגן די ווערטער וואס מוהרא"ש האט געשריבן אפאר טעג פאר'ן הסתלקות. מוהרא"ש האט דאס געשריבן אין שפיטאל ווען ער איז געווען זייער שוואך, דא האט איר דעם לשון וואס מוהרא"ש שרייבט דארט: "דָּבָר אֶחָד שֶׁאֲנִי מְבַקֵּשׁ אֶתְכֶם בַּקָּשָׁה אַחֲרוֹנָה מֵחַיֵּי", איך בעט אייך די לעצטע בקשה פון מיין לעבן, "שֶׁתַּחְזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך נישט קריגן, "לָכֵן זֶה עִקַּר רְצוֹנִי שֶּׁיִּהְיֶה רַק אַהֲבָה בֵּין אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ, כִּי הַרְבֵּה צָרוֹת בָּאוּ וְיָצְאוּ מִמַּחְלֹקֶת וּמְרִיבוֹת", מיין גאנצע ווילן איז אז עס זאל זיין שלום צווישן אנשי שלומינו, ווייל פון מחלוקת קומט ארויס נאר צרות. ביים סוף פון די בריוו שרייבט מוהרא"ש נאכאמאל: "הַחְזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד וְאַף פַּעַם לֹא לְהִתְעָרֵב בְּשׁוּם מַחְלוֹקֶת שֶׁרַק יֵשׁ בָּעוֹלָם", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך קיינמאל נישט מישן אין קיין שום מחלוקת וואס איז דא אויף די וועלט.


 אז איר וועט האלטן די ווערטער פאר אייך וועט איר מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#43 - זאל מען מאכן חדר ווען ס'גייט א שניי?
חינוך הילדים, שטעטל, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


אויף דיין פראג צי מען זאל מאכן חדר אין שטעטל ווען עס גייט א שניי.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט מבטל זיין קיין איין איינציגסטע טאג פון חדר, אפילו מען וועט דיר בעטן הילף צו בויען דעם בית המקדש, זאלסט קומען מיט די קינדער העלפן שלעפן זאכן צום בית המקדש – זאלסטו נישט גיין (רמב"ם, פרק א' מהלכות בית הבחירה, הלכה יב), נאר בלייבן מיט די קינדער לערנען די הייליגע תורה און זיכער ווען עס רעגנט, עס איז גליטשיג אדער עס שנייט זאלסטו מקיים זיין דעם (תהלים נה, טו): "בְּבֵית אֱלֹקִים נְהַלֵּךְ בְּרָגֶשׁ", רָגֶ"שׁ איז ראשי תיבות: ר'עגן, ג'ליטש, ש'ניי.


ביז דערווייל ווען מיר זענען נאכנישט מסודר מיט טראנספארטעישן, מיר האבן נאכנישט קיין באס און מען נעמט די קינדער מיט קארס – אויב עס גייט א שניי זאלט איר מודיע זיין פאר די עלטערן אז עס איז נישט דא קיין טראנספארטעישן, ווייל עס איז א גרויסע אחריות. נאר די עלטערן זאלן אליינס ברענגען די קינדער זייער פארזיכטיג, און מיט'ן אייבערשטנס הילף ווען מיר וועלן האבן א באס וועלן מיר קענען נעמען די קינדער, אפילו אין שווערע וועטערס.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; איך בין דיר מקנא אז דו זיצט מיט הייליגע קינדער, ריינע קינדער, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא וואס אין זייער זכות שטייט די וועלט, און בזכות וואס עס איז דא דעם (בראשית כז, כב): "הַקֹּל קוֹל יַעֲקֹב", מען הערט קינדער לערנען, זאגן חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה סה, כ): איז נישט דא קיין "יָדַיִם יְדֵי עֵשָׂו", האבן די אומות העולם נישט קיין שליטה.


פון דיין ראש ישיבה.

#42 - קביעת עתים לתורה
שטעטל, לימוד התורה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


 לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז דו ביסט קובע עתים לתורה, דו לערנסט פארטאגס אין כולל בוקר הלכות טהרה; טור בית יוסף און שלחן ערוך מיט אלע נושאי כלים. אויך לערנסטו ביינאכט גמרא, דו האלסט מיט דעם דף גמרא וואס מיר לערנען.


איך האף צו קומען באזוכן אין שטעטל לכל הפחות איינמאל א וואך, סיי ענק צו מחזק זיין און סיי איך זאל האבן חיזוק. ווען איך גיי צו אייך אין שטעטל ווער איך זייער איבערגענומען פון אייך, צו זען אזא שיינע חבורה טייערע משפחות וואס לעבן מיט די לימודים וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געלערנט – מיט אזא אחדות, מיט אזא ליבשאפט.


א גרוס פון דיין טאכטער; פאריגע וואך דאנערשטאג בין איך געווען אויף א באזוך אין חדר און אין סקול, וואס זאל איך דיר זאגן, מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון קיין שום מוסד אין די וועלט.


די קינדער וואקסן אויף על טהרת הקודש, זיי לעבן מיט אמונה. די מיידלעך זענען זייער צניעות'דיג, ממש ווי אזוי מוהרא"ש האט געוואלט.

#41 - נישט ארויפציען די פרייז פון דירות אין שטעטל
שטעטל, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים וואס וואוינען אין שטעטל הי"ו.


אזוי ווי עס איז דא וואס קויפן דירות פון די גוים העכער די פרייז וואס מיר האבן באשטימט מיט די חברי הנהלה, און מיט דעם ציען זיי ארויף די פרייזן, (די וואך אליינס זענען פארקויפט געווארן אפאר דירות פאר העכער די פרייז).


וויל איך ענק בעטן מיינע טייערע תלמידים שיחיו איר זאלט נישט פארלוירן ווערן, איר זאלט בשום אין אופן נישט קויפן אדער דינגען פאר מער פון די פרייז וואס מיר האבן באשטימט, און אלע וואס קויפן פאר טייער וועלן נישט קענען מאכן אויף אונזער חשבון געלט; מען זאל זיי לאזן שטיין ליידיג ביז זיי וועלן דאס דארפן פארקויפן אדער פארדינגען לויט די פרייז וואס די חברי הנהלה באשטומען.


איך האף אז איר וועט טון מיין רצון, איר וועט מיר העלפן בויען דעם שטעטל מען זאל קענען לעבן דארט רואיג אן חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...


ווער עס וויל קויפן אדער דינגען א דירה און זיין א חלק אין די קהלה דארף רעדן מיט די אינגעלייט: ...,  ..., ... און ...

#40 - איך וויל זען דאס נאטורליכקייט ביי אייך אין שטעטל
שטעטל, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


עס איז מיר געווען א נחת צו זען ווי דו לערנסט פאר דעם דף גמרא ביינאכט אין שטעטל.


געב איבער פאר די אינגעלייט זיי זאלן נישט זיין ברוגז אויף מיר אז איך זאג נישט פאראויס ווען איך קום צו אייך אין שטעטל, איך קום אן פלוצלינג; איך טו דאס ווייל איך וועל זען ווי אזוי עס זעט אויס דער בית המדרש אן מיר, ווער עס קומט לערנען, ווער עס האלט מיט דעם שיעור; איך וויל זען דאס נאטורליכקייט ביי אייך אין שטעטל.


וואס איך האב געוואלט זען – דאס האב איך טאקע געזען, איך בין אריינגעקומען פלוצלינג אינמיטן דיין שיעור און געזען ווי שיין דו לערנסט פאר און ווי אלע האלטן מיט דעם שיעור; דאס האט מיר געגעבן פרישע כחות.


די בחורים פרעגן מיר צי איך האב כח צו פארן צוויי שעה אהין און צוויי שעה צוריק וכו', איך זאג זיי אז דאס געבט מיר כח; ווען איך זע ווי אזוי איר פירט זיך אויף אזוי שיין, אזוי באחדות'דיג – דאס געבט מיר פרישע כחות אנצוגיין מיט מיין ארבעט.


א טאג וואס עס איז נישט אזוי קאלט זאלסטו נעמען די קינדער אין וואלד און דארט שרייען צום אייבערשטן מיט זיי פאר אפאר מינוט; טו עס מיט שכל וכו'.

#39 - מ'האלט זיך אזוי שיין צוזאמען אין שטעטל
שטעטל, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים וואס וואוינען אין די ברסלב'ע שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין נעכטן ביי ענק אין שטעטל, מיטהאלטן פון דער נאנט ווי שיין איר לעבט מיט אזא אחדות; איך האב באקומען פון דעם פרישע כוחות.


איר ווייסט אודאי פון דעם בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן אין שפיטאל מאנטאג יתרו תשע"ה, דריי טעג פאר זיין הסתלקות. איר האט זיכער פאר אייערע אויגן די לעצטע ווערטער פון אונזער הייליגער צדיק מוהרא"ש וואס בעט זיך ביי אנשי שלומינו מען זאל זיך האלטן צוזאמען, דא האט איר דעם לשון וואס מוהרא"ש שרייבט דארט: "דָּבָר אֶחָד שֶׁאֲנִי מְבַקֵּשׁ אֶתְכֶם בַּקָּשָׁה אַחֲרוֹנָה מֵחַיֵּי, שֶׁתַּחְזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד", איך בעט אייך די לעצטע בקשה פון מיין לעבן, איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך נישט קריגן, "לָכֵן זֶה עִקַּר רְצוֹנִי שֶּׁיִּהְיֶה רַק אַהֲבָה בֵּין אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ, כִּי הַרְבֵּה צָרוֹת בָּאוּ וְיָצְאוּ מִמַּחְלֹקֶת וּמְרִיבוֹת", מיין גאנצע ווילן איז אז עס זאל זיין שלום צווישן אנשי שלומינו, ווייל פון מחלוקת קומט ארויס נאר צרות. ביים סוף פון די בריוו שרייבט מוהרא"ש נאכאמאל: "הַחְזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד וְאַף פַּעַם לֹא לְהִתְעָרֵב בְּשׁוּם מַחְלוֹקֶת שֶׁרַק יֵשׁ בָּעוֹלָם", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך קיינמאל נישט מישן אין קיין שום מחלוקת וואס איז דא אויף די וועלט.


איך בעט אייך אלע, פראבירט צו העלפן דעם הייליגן רבינ'ס מוסד מיט וואס איר קענט נאר; עס איז יעדנ'ס אחריות אז דער בית המדרש זאל זיין ריין, מען זאל זיך פירן מיט דרך ארץ איינער צום צווייטן און חס ושלום נישט וויי טון א צווייטן, אויב איינער ווערט נערוועז פון א צווייטן זאל ער דאס אויסזאגן דעם אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל ליב האבן יעדן איד. מוהרא"ש שרייבט אסאך מאל דעם לשון אין אשר בנחל: "דער אייבערשטער איז מיין עדות ווי שטארק איך האב ליב יעדן איד"; דאס דארפן מיר נאכמאכן.


איך וועל אם ירצה ה' קומען צו ענק דעם קומענדיגן שבת, שבת מברכים כסליו.


 

#38 - איך האב זייער הנאה געהאט אין שטעטל
שטעטל, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר.


איך בין געווען די וואך אין שטעטל, איך האב אזוי הנאה צו זיין דארט, מען שפירט דארט אזא גוטע טעם; זעענדיג ווי מען לעבט צוזאמען, מען העלפט זיך איינער דעם צווייטן - ממש ווי איין גרויסע משפחה.


איך בין אזוי פרייליך אז עס איז א מקום תורה; עס איז דא שיעורי תורה אינדערפרי און ביינאכט. איך וויל און איך בעט אלע אינגעלייט וואס ארבעטן דארט און דאווענען דארט שחרית – זיי זאלן קומען פאר'ן דאווענען זיך קובע זיין שיעורי תורה. אפילו די וואס האלטן נישט מיט דעם לימוד וואס די כולל אינגעלייט לערנען זאלן זיך קובע זיין אין בית המדרש צו לערנען זייערע שיעורים.


עס איז גאר אנדערש דער גאנצער טאג ווען מען הייבט אן דעם טאג מיט מקוה, לערנען און דאווענען.


איך וועל אם ירצה ה' זיין יעדע וואך אין שטעטל איינמאל אדער מער, אינדערפרי אדער ביינאכט; איך וויל מחזק זיין מען זאל לערנען תורה ווייל נאר אזוי האט מען הצלחה.


יישר כח פאר אלעס, א פרייליכן שבת.

#37 - איך האב זיך געפריידט דיר צו טרעפן לערנען פארטאגס
שטעטל, לימוד התורה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב זייער הנאה געהאט דיר צו זען לערנען אין כולל בוקר זעקס אזייגער פארטאגס אזוי פלייסיג בהתמדה רבה.


איך האב בדוקא נישט געזאגט פאראויס אז איך גיי קומען, ווייל איך האב געוואלט זען ווי אזוי עס זעט אויס א פשוט'ע טאג אן דעם ראש ישיבה; איך מוז דיר זאגן אז עס האט מיר געגעבן פרישע כחות אנצוגיין ווייטער מיט מיין ארבעט.


איך האף צו פועל'ן ביי נאך אינגעלייט זיי זאלן קומען לערנען אין כולל פאר'ן דאווענען; עס מוז נישט זיין אז אלע זאלן לערנען דעם לימוד הלכות טהרה – טור, בית יוסף, ב"ח, שולחן ערוך וכו'. איך וועל רעדן צו נאך אינגעלייט זיי זאלן קומען לערנען פארטאגס זייערע פריוואטע שיעורים, שיעורים כסדרן, ווייל דער גאנצער טאג איז גאר אנדערש ווען מען הויבט דאס אן מיט תורה.


ווייז דעם בריוו פאר דיין ווייב, זאל זי אויך הנאה האבן אז איר מאן לערנט פלייסיג. זאג איר אז איך האב ערהאלטן איר בריוו, איך האב זייער הנאה צו הערן אז די שכינה רוט צווישן אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - זיי ממשיך צו געבן "פרנס החודש" פאר די רענט
צדקה, שטעטל, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


אויף דיין פראגע, אז דו האסט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי יצ"ו, און דו ווילסט וויסן אויב דו זאלסט ממשיך זיין מיט די צדקה פאר די ישיבה וואס דו פלעגסט געבן ברוח נדיבה א פרנס החודש, אדער אנהייבן געבן די צדקה פאר וכו'.


אוודאי זאלסטו ממשיך זיין מיט'ן "פרנס החודש" פאר די ישיבה, העלפן דעקן די גרויסע הוצאות פון רענט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט קיינמאל נישט פארגעסן דיין עבר, זאלסט שטענדיג געדענקען דאס ערשטע מאל ווען דו ביסט ארויפגעקומען אין ישיבה וואס דו האסט דא באקומען, וועט דיר זיין א פשוט'ע זאך וואו דיין צדקה זאל גיין.


איך חזר זיך יעדן טאג וואס דער רבי האט מיר געגעבן און וואס מוהרא"ש האט געטון מיט מיר, דאס געבט מיר כח צו טון און טון און טון אן ערווארטן אז איינער זאל מיר זאגן יישר כח, א דאנק וכו', וכו'. ווען מען געדענקט וואס דער רבי געבט אונז דעמאלט איז גוט.


איך האב דיר ליב.

#35 - גליון "קרית ברסלב בלעטל"
שטעטל, בריוו, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב געזען דעם נייעם בלעטל וואס איר געבט ארויס יעדע וואך; איך בין זייער נתפעל געווארן פון דעם גליון, בעיקר פון די "מעשיות פון תפלה", וואס ברענגט אריין אמונה בתמימות ובפשיטות אין אנשי שלומינו, מען זאל וויסן אז וואס מען דארף און וואס מען וויל זאל מען זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן, אים בעטן אויפ'ן פשוט'ן שפראך.


פון דעם באשטייט דאס גאנצע ברסלב'ער חסידות; דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס אז מיר זאלן לעבן אונזער טאג טעגליכער לעבן מיט תפילה והתבודדות, נאר דאס איז איין אמת'ער תכלית.


איך האף אייך צו שרייבן יעדע וואך א בריוו פאר'ן גליון; עס איז כדאי דו זאלסט דאס אויסשפרייטן פאר אלע משפחות, אלע זאלן האבן דערפון חיזוק און הדרכה ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים.


דער עיקר זאלט איר זען צו לעבן בשלום איינער מיט'ן צווייטן; די וואך האבן זיך אריינגעצויגן נאך א משפחה, משפחת ... הי"ו, דער אינגערמאן זאגט מיר אז זיי קענען נישט קומען צו זיך פון די שיינע ווארעמע ברוך הבא וואס אלע משפחות האבן זיי געמאכט, מיט אזא חסד און אהבה.


 


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#34 - יישר כח פאר'ן העלפן צוזאמנעמען פאר די רענט
מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יעצט ווען מיר האלטן סוף יאר וויל איך דיר וואונטשן א גוט געבענטשט יאר.


איך דאנק דיר פאר'ן מיר העלפן צוזאמנעמען חודש'ליך די רענט פאר'ן מוסד, מיט דעם האסטו מיר גרינגער געמאכט איך זאל האבן כח ווייטער צו לערנען און מחזק זיין די בחורים און אינגעלייט.


איך וועל מתפלל זיין פאר דיר, דיין ווייב און דיין זון ... ביים רבינ'ס ציון, אז דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע מעשים.


איך האף אז דו וועסט ווייטער ממשיך זיין לשנת תש"פ ווייטער צו העלפן די מוסד מיר זאלן ווייטער קענען פארשפרייטן די זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט.


יום כיפור, סוכות, הושענא רבה און שמחת תורה וועל איך אם ירצה ה' בלייבן אין וויליאמסבורג, איך פארמאך נישט די מוסד און בית המדרש אין וויליאמסבורג; מיר גייען נישט בבחינת פוחת והולך, נאר מיר גייען ווי די בית הלל - מוסיף והולך, מיר האבן געעפנט נאך א מוסד אין שטעטל אבער נישט אויף צו פארמאכן די מוסד אין שטאט.


א כתיבה וחתימה טובה פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב און ווארט אויף דיין הצלחה.

#33 - יעדע ווארט וואס מען בעט גייט ארויף אין הימל
תפילה והתבודדות, שטעטל, זעלבס זיכערקייט, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן פון אייך אז אייער לעבן האט זיך געטוישט אינגאנצן לטוב, ווי שטארק איר האט הנאה צו זיין אין שטעטל און ווי אייערע קינדער זענען אזוי שיין מצליח אין די מוסדות. דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט קענען מגדל זיין די קינדער גרינגערהייט צוזאמען מיט אייער מאן נרו יאיר, איר זאלט זען פון זיי אידיש חסידי'ש נחת, און איר זאלט האבן א שנה טובה ומבורכת.


געוואוינט אייך צו אז וואס איר דארפט זאלט איר נאר בעטן דעם אייבערשטן, יעדע ווארט וואס מען רעדט צו אים, יעדע ווארט וואס מען בעט אים גייט ארויף אין הימל און עס ווערט נישט פארפאלן. ווען מען רעדט צום אייבערשטן ווערט דער מענטש אויפגעבויט ער זאל האבן זעלבסטזיכערקייט (סעל"ף קאנפידענ"ס); א שאד פאר די מענטשן וואס לויפן ארום צו טערעפיסטן וכו', קלעסעס וכו' – פאר בטחון עצמי ווען מען קען זוכה זיין צו דעם בחנם, מען דארף ביים אנהייב זיין א גרויסער עקשן, ווייל עס גייט נישט אין איין מינוט, אבער ווען מען ברעכט דאס דורך איז דער לעבן אן אנדערע לעבן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#32 - מיר קענען נישט גענוג באצאלן פאר'ן רבי'ן
מוסדות, חסידות ברסלב, שטעטל, אומאן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן די זכיה צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן מיט'ן אויפשטעלן מוסדות על שם רבינו, און פארשפרייטן די עצות און לימודים פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט.


אז מיר וועלן זיך אביסל מתבונן זיין וויפיל מיר זענען שולדיג פאר'ן רבי'ן וועלן מיר זען אז וויפיל מיר וועלן נאר טון וואס דאס נישט צוקומען ניטאמאל צו א טפה מן הים וויפיל מיר זענען שולדיג דעם רבי'ן פאר אונזער שיינע לעבן וואס ער געבט אונז.


שטארק זיך ברודער און זיי ממשיך מיט'ן העלפן דעם מוסד; איך האף אז דו וועסט מיר העלפן אין אומאן אז דער יום טוב ראש השנה זאל אריבערגיין מיט אלע באקוועמליכקייטן, אין דעם זכות וועסטו זוכה זיין צו א שנה טובה מבורכת.


געב איבער א גריס פאר אלע אינגעלייט אין שטעטל; זאג זיי אז לעת עתה בין איך נישט דארט בגוף אבער מיין קאפ און מח איז דארט. איך זארג פאר'ן חינוך און פאר די עתיד פון די קינדער; די מלמדים און טיטשערס רעדן צו מיר יעדן איינציגסטן טאג, מיר גייען דורך יעדע פרט ופרט פונעם מוסד, פון יעדע קינד באזונדער.


א גוט שבת.


א כתיבה וחתימה טובה.

#31 - יישר כח פאר'ן העלפן די סקול אין שטעטל
סקול, שטעטל, אומאן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


א דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר אין שטעטל, בפרט מיט'ן אויפשטעלן די מוסדות. איך בין טאקע נישט דארט מיט אייך בגוף אבער מיין קאפ און מח איז מיט ענק; איך האלט מיט אלעס, יעדע פרט ופרט.


יישר כח פאר'ן אויפבויען ווענט און שענק פאר די מיידלעך אין סקול, איך האף בקרוב וועלן מיר האבן א געהעריגע באקוועמע פלאץ, סיי פאר די מיידלעך און סיי פאר די אינגלעך.


אויב דו קענסט אויפבויען נאך א וואנט אין סקול; מיר דארפן נאך א כתה פאר די קליינע מיידלעך, אויב דו קענסט דאס מאכן מוצאי שבת און זונטאג ווען עס איז נישט דא קיין סקול, אז אויף מאנטאג זאל עס זיין גרייט.


איך האף אז בקרוב וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן אן ערליכע שטוב.


יעצט פארן מיר אם ירצה ה' קיין אומאן, דארט וועלן מיר פועל'ן ישועות פאר אלעמען.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#30 - לערן תורה יעדן טאג
שטעטל, לימוד התורה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


שטארק זיך טייערער ... נרו יאיר מיט דיינע שיעורים כסדרן; הייב אן דעם טאג מיט מקרא – לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי אז ביז סוף וואך וועסטו ענדיגן די גאנצע פרשה שנים מקרא ואחד תרגום.


נאכדעם זאלסטו לערנען משנה; אז דו קענסט לערנען ח"י פרקים משניות איז נישט דא קיין גרעסערס פון דעם. משניות איז מזכך דעם מענטש, עס טוישט דעם מענטש פון שלעכטס צו גוט. ווען מענטשן וואלטן געוויסט דאס גרויסקייט פון משניות וואלט מען נישט אפגעלאזט דעם משניות.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין ש"ס; הייב אן ש"ס כסדרן, לערן א בלאט נאך א בלאט.


אויך זאלסטו לערנען הלכה; דער הייליגער רבי האט געהייסן (שיחות הר"ן, סימן כט): "שֶׁכָּל בַּר יִשְׂרָאֵל מֻכְרָח לִלְמוֹד בְּכָל יוֹם אֵיזֶה הֲלָכָה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", יעדער איד מוז לערנען יעדן טאג הלכה.


איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף גלייך נאך סוכות צו עפענען א כולל ערב אין שטעטל וואו מען וועט לערנען הלכה; הלכות טהרה פאר אברכים. איך וויל זייער שטארק אז דו זאלסט קומען אין כולל לערנען הלכה.


בנוגע הכנסת אורחים וכו'; עס איז זייער א גרויסע מצוה אריינצונעמען געסט, אבער מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס. צו די סעודות קענסטו רופן בחורים, אבער צום שלאפן איז נישט כדאי אריין צו נעמען א בחור וד"ל.


א גוט שבת.


א כתיבה וחתימה טובה.

#29 - שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט אין עבודת החינוך
סקול, חינוך הילדים, שטעטל, סיום, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער שטארק געוואלט ארויסקומען צום סיום מסכת כריתות צו ענק אין שטעטל, ווייל עס איז מיר א גרויסע שמחה אז מיר האבן אזא פלאץ וואו די גאנצע שטאט לערנט און איז מסיים נאך א מסכתא, איך בין פשוט געווען זייער אויסגעמוטשעט, איך וועל נאך קומען צו אייך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט אין עבודת החינוך; דיין גאנצע קאפ און מח זאל זיין ווי אזוי מען קען אויפבויען די קינדער לתורה ויראת שמים ומידות טובות. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן", וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא, דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס האט עצות פאר יעדן איד ווי אזוי זיך דערנענטערן צום אייבערשטן.


איך האף אז אין אומאן וועסטו מיר העלפן ביים דאווענען; דו וועסט שטיין נעבן דעם בעל תפילה מיט די קינדער און בחורים ארויס העלפן מיט די ניגונים און נוסח, עס זאל זיין בא'טעמ'ט און געשמאק. אזוי ווי מיר האבן געדאוונט בחיים חיותו פון מוהרא"ש זכרונו לברכה. גרייט אן א פראגראם מיט די מלמדים ווי אזוי אנצורייצן די קינדער זיי זאלן דאווענען דעם גאנצן דאווענען און זיי זאלן נישט וועלן ארויסגיין שפילן ביים דאווענען; גרייט אן מתנות, טיקעטס וכו'.


זאג פאר דיין ווייב תחי' אז איך האב גערעדט צו משפחת ... זיי זאלן נישט שיקן זיייער טאכטער ווילאנג זי איז אנגעגרייט צו גיין אין ביה"כ. איך האב זיי מסביר געווען אז דאס איז נישט קיין חכמה; סיי אלץ די טיטשערס, זיי זענען נישט מחיוב יעדן צווייטן טאג צו אזא פאסירונג, חוץ מזה איז דאס נישט גוט פאר'ן קינד אליינס, זי ווערט פארשעמט פון דעם און עס קען איר שאטן פאר אלע אירע יארן, זי וועט באקומען א נאמען צווישן די קינדער אז זי האט א גערוך וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#28 - קומען שבת אין שול מיט'ן שטריימל
שטעטל, שבת קודש, לבוש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער אז דו האסט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל, אין קרית ברסלב; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט קומען שבת אין שול מיט'ן שטריימל. פאריגע וואך ווען איך בין געווען ביי אייך אויף שבת האב איך געזען אז דו קומסט שבת אינדערפרי אנעם שטריימל, וויל איך דיר בעטן אויב עס איז דיר נישט שווער אז דו זאלסט מקפיד זיין צו קומען אין שול – ביי אלע תפילות – מיט'ן שטריימל, בפרט אז דו האסט שוין גרויסע קינדער וואס כאפן אויף דירעקט און אומדירעקט יעדע ריר פון עלטערן, וועלן זיי שוין בכלל נישט גיין שבת מיט'ן שטריימל.


און אזוי מיט יעדע פרט ווי דו פירסט זיך, זאלסטו נישט אראפגיין א דרגה פון דיין התנהגות ביז אהער; איך האב נישט געמאכט דעם שטעטל אויף אראפ צו ווארפן פון זיך דאס חסידי'שקייט, נאר אויף צו ווערן מער חסידי'ש און אויפשטעלן ערליכע דורות.


דו קענסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע חברים אין שטעטל.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#27 - אריינברענגען שמחה צווישן אנשי שלומינו
שמחה, שטעטל, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער הארציגער חבר ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו און בילדער.


דו האסט מיר אזוי מחי' געווען מיט די בילדער פון תלמוד תורה, מיידל סקול, מקוה און שיעורי תורה; זה חלקי מכל עמלי צו זען ווי די אינגעלייט תלמידי הישיבה לערנען און דאווענען, און זען ווי מען איז מחנך די קינדער וכו', וכו'.


דער עיקר זאלסטו אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו שמחה. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "לְהַחֲיוֹת אָדָם אֵינוֹ דָּבָר רֵיק", פרייליך מאכן א איד איז נישט קיין קלייניקייט, עס איז א גרויסע זאך. דורך דעם וואס מען ברענגט אריין שמחה אין אידישע איז מען א בן עולם הבא, אזוי ווי דער רבי ברענגט דארט אראפ די מעשה פון רב ברוקא (תענית כב.): אליהו הנביא האט אמאל באגעגנט רבי ברוקא אויפן גאס און ער האט אים געוויזן אויף צוויי מענטשן אז זיי זענען בני עולם הבא, ווייל זיי גייען ארום פרייליך מאכן אידישע קינדער, זיי שמייכלען צו יעדן איינעם. ווען זיי זעען ווי צוויי מענטשן קריגן זיך, מאכן זיי דארט פרייליך ביז זיי בעטן זיך איבער; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן א צווייטן.


ברוך השם אין ישיבה איז אלעס אין ארדענונג, עס האט זיך אנגעהויבן א פרישע זמן מיט א פרישקייט. מיר זענען יעצט אריין אינעם צוועלעפטן יאר, עס זענען דא פרישע תלמידים וואס ווילן לערנען אויפ'ן דרך הלימוד און זיך פירן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


פון דיין חבר וואס האט דיר ליב.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.